בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - מ'העלפט אויפשטעלן מוסדות פון תורה און אמונה
מוסדות, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי',


איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג אין אפיס; איך בין גרייט צו העלפן מיט וואס מען דארף. אויב דארף מען מסדר זיין זאכן, מען דארף מיין הילף – זייטס מיר מודיע, ווייל פאר מיר איז א זכות יעדן טאג וואס מען קען נאך משמש זיין דעם רבי'ן.


א רחמנות אויף מענטשן וואס ארבעטן טאג און נאכט פאר זיך, מען איז פארנומען אוועק צו לייגן פאר זיך, קויפן פאר זיך און בויען פאר זיך; א רחמנות אויף זיי, ווייל פלוצלינג אינמיטן בויען, קויפן, מאכן, טון – קומט די צייט וואס מען דארף אלעס איבערלאזן דא פאר פרעמדע און 'מען גייט, מען גייט'... אזוי פאסירט מיט יעדן מענטש.


ווען מען האט די זכי', דער אייבערשטער העלפט אז מען איז זוכה צו טון גוטס, בפרט אויפשטעלן מוסדות התורה, מוסדות וואס פארשפרייטן אמונה, מוסדות וואס ווייזן א וועג פאר אנדערע ווי צו לערנען, מוסדות וואס זאגן אז עס איז יא דא א וועג צו לעבן מאן און ווייב בשלום ובשלוה – דאס בלייבט, דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.

#2 - אלעס לאזט מען דא איבער, נאר די גוטע זאכן נעמט מען מיט אויבן
שטעטל, תכלית, נקודות טובות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


עס איז דא אסאך ארבעט אין שטעטל; מען דארף ענדיגן דעם עירוב, נאכדעם איז דא ארבעט צו ענדיגן די מקוה, די אפיסעס און דעם בית הדפוס.


געדענק, יעדע זאך וואס מיר טוען צו בויען מוסדות וואס ברענגען אריין אין אידישע קינדער תורה, אמונה ויראת שמים, נאר דאס וועט איבערבלייבן פון אונז, אלעס אנדערש איז צייטווייליגע זאכן.


יעצט ווען די וועלט שאקלט זיך מיט "קאראנע" קענסטו זען וואס די גאנצע מענטשעלע איז; "אט איז מען דא, אט איז מען אין בית החיים", מען גייט אין בית החיים אליינס, נאקעט אליינס; די געלט, די הייזער, די קאר'ס – אלעס לאזט מען איבער, נאר די גוטע זאכן וואס מען האט ארויסגעכאפט - דאס נעמט מען מיט.


טאנץ פאר שמחה אז מיר האבן די זכי' צו משמש זיין דעם רבי'ן.


איך האב דיר ליב.

#1 - יישר כח פאר'ן אויסלייזן דעם באס
מוסדות, הכרת הטוב, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב יעצט געהערט פון ... נרו יאיר אז דו האסט אויסגעבארגט געלט צו קענען אויסלייזן דעם באס וכו'.


געב איך דיר א ברכה דו זאלסט מצליח זיין אין דיינע געשעפטן, ובעיקר זאלסטו אנהייבן מאכן רוחניות'דיגע געשעפטן, נצחיות'דיגע געשעפטן וואס וועט דיר בלייבן לנצח נצחים.


לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י, פרקים משניות און בעיקר אסאך דפים גמרא. נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, דאס זענען די בעסטע געשעפטן וואס מען קען מאכן.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות.