בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#146 - יעצט דארפסטו פאלגן דעם רבי'ן צו זיין פרייליך
שמחה, התחזקות, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין מאמע תחי' האט מיר גערופן דערציילן, זי האט געהערט אז דו האסט נישט געקענט טרעפן פאר א פאר שעה דיין פאספארט, דו האסט פארפאסט די פליגער און דו ביסט זייער צעבראכן, גארנישט קען דיר נישט פרייליך מאכן.


איך פארשטיי דיר, איך וואלט אויך נישט אויסגעהאלטן נאכן ווארטן א גאנץ יאר יאר צו קומען צום רבי'ן, זען פאר די אויגן ווי די פליגער פארט אוועק...


וויל איך דיר מחזק זיין. געדענק, אונס רחמנא פוטרי', דו ביסט אן אונס; יעצט דארפסטו פאלגן דעם רבי'ן - זיין פרייליך; ווער ווייסט אויב דאס איז פאר דיר אפצוקומען און געהאלפן ווערן.


זוך א מנין ברסלב'ער חסידים אין דיין שטאט, וועט דאס ווערן גערעכנט ווי דו ביסט אין אומאן.


איך בעט פאר דיר און דו בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.

#145 - שלום בית האט מיט'ן מאן
שמחה, שלום בית, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אויפ'ן פליגער, געווענליך ווען איך קום צוריק פון א נסיעה שלאף איך פון אויסגעמוטשעטקייט, יעצט בין איך גוט אויסגעמוטשעט, אבער איך קען נישט שלאפן, איך בין אזוי צוקאכט פון פרייד פון ראש השנה, איך בין נישט ביי זיך, איך טאנץ פאר שמחה: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! אשרינו שזכינו להיות באומן ראש השנה!"


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט ביידע טעג ראש השנה. מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז שלום בית האט מיט אונז, שלום בית האט מיט'ן מאן. עס איז נישט גרינג צו זיין א ברסלב'ער חסיד, א תלמיד היכל הקודש; מוהרא"ש פארלאנגט פון אונז מען זאל לעבן בשלום, מוהרא"ש זאגט, דער מאן האט די מעגליכקייט צו אויפבויען די ווייב און לעבן בשלום מיט איר, זאל זיין וואס פאר א פרוי עס זאל זיין; א שווערע, א שלעכטע, א הארטע, א איך ווייס נישט וואס; דאך דארף דער מאן טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן בשלום.


נעם אריין די ווערטער, לעב מיט די ווערטער א גאנץ יאר; געדענק אז שלום בית איז עבודת השם, עס איז א הויכע עבודה, יעדע מאל מען געבט נאך אין שטוב, מען איז א ותרן און א סבלן איז מען זיך מזכך און מען קומט צו גרויסע דרגות.


אשרינו שזכינו להיות באומן ראש השנה.


 

#144 - דארפסט שעצן דיין ווייב אז זי האט דיר געשטופט צו פארן קיין אומאן
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, דו האסט א טייערע ווייב, זי איז א קלוגע פרוי; אז זי האט דיר געשטופט צו פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה יעצט ווען זי ווארט א שמחה - ווייזט דאס איר אמונת חכמים. אנדערע פרויען לייגן זיך אין די לענג און אין די ברייט נישט צו לאזן פארן אין אזא צייט וכו', דו דארפסט איר זייער מכבד זיין און זייער לויבן, קויף איר א שיינע מתנה לכבוד וואס זי האט דיר געשטופט צו פארן.


ווייז איר דעם בריוו, זאל זי זען וואס איך שרייב דיר; עס קומט איר די גאנצע כבוד איז זי האט דיר אוועק געשיקט אין אזא צייט.


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, אז מען פארט אהיים פון רבי'ן געזעגנט מען זיך נישט, מען בלייבט ביים רבי'ן א גאנץ יאר, מיר זענען נישט קיין חסידים וואס קומען איינמאל א יאר צום רבי'ן און א גאנץ יאר איז מען פאר זיך, מיר לעבן מיט'ן רבי'ן טאג און נאכט, א גאנץ יאר.


כתיבה וחתימה טובה.


 

#143 - ראש השנה אין אומאן איז געווען אזוי שיין און דערהויבן
אומאן, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג אהיים פון אומאן, יעצט כאפ איך זיך אז איך האב דיר נישט געזען א גאנץ יום טוב, דיין טאטע האב איך געזען, דיינע ברודער זענען געווען, אבער דיר האב איך נישט געזען; א שאד דו ביסט נישט געווען, עס איז געווען אזוי שיין, אזוי דערהויבן.


שחרית און מוסף האב איך געדאווענט; מוהרא"ש האט מיר געשטעלט צו זיין בעל תפילה אויף שחרית, און די לעצטע יאר האט מיר מוהרא"ש געזאגט "איך וויל דו זאלסט אויך דאווענען מוסף"; איך וואלט זיך נישט אליינס מכבד געווען.


אויך די תקיעות; ווען נישט מוהרא"ש זאל מיר געבן דעם שופר אין האנט וואלט איך מורא געהאט דאס אליינס צו נעמען, יעצט ווען מוהרא"ש האט מיר געזאגט בלאזן שופר - בלאז איך. די יאר האב איך איבערגעגעבן די תקיעות דמעומד פאר'ן דיין שליט"א.


די דרשות ראש השנה האט א באזונדערע חן, עס שפירט זיך ממש ווי מוהרא"ש רעדט, עס איז אזוי ווי ביי מוהרא"ש. איך געדענק אלע יארן אין אומאן ביי מוהרא"ש, עס פלעגט זיך שפירן ווי תחיית המתים. אין אומאן איז דאך יעדער אזוי אויסגעמוטשעט, אלע האבן בלבולים, אבער ווען מוהרא"ש פלעגט געבן די שיעור מיטל נאכט, פלעגט מען ווערן אזוי פריש, אזוי אויפגעלעבט, ער האט אריינגעבלאזן א חיות אין די עצמות היבשות. אזוי אויך איז היינט מיט די שיעורים אין אומאן, עס איז עפעס א גרויסער כח; עס מאכט פרייליך, עס פרישט אויף.


 

#142 - אז מ'גלייבט, באקומט מען די ישועה
ישועות, אמונה, אומאן, אמונת חכמים, ברכות

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דעם בריוו שרייב איך אייך פון אומאן. מיין ווייב זאגט מיר אז איר זענט זייער צעבראכן, איר זאגט אז אייער מאן האט אייך שוין צוגעזאגט די לעצטע פאר יאר אז ער גייט אהיימברענגען ישועות פון אומאן, און נאכאלץ ווארט איר אויף די ישועה, איר טראכט אז איר וועט שוין נישט געהאלפן ווערן.


דעריבער שרייב איך אייך פון אומאן, וויסן זאלט איר אז מען דארף האבן אמונה, מען דארף גלייבן אז תפילה העלפט, גיין צו צדיקים העלפט, בפרט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה העלפט; דאס וואס מען ווארט אויף א ישועה איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש.


איך גלייב אז איר גייט האבן א ישועה, איך בין היינט געווען ביים ציון און אסאך געבעטן פאר אייך און פאר אייער מאן, אבער וויסן זאלט איר אז מען דארף האבן אמונה, אמונה איז די כלי מען זאל קענען מקבל זיין, אויב מען בעט א ברכה פון א צדיק, דער צדיק וואונטשט, אויב דער מענטש זאגט נישט "אמן", איז נישטא די פלאץ וואו די ברכה זאל חל זיין, ווען מען זאגט "אמן", מען גלייבט - דעמאלט קומט די ישועה.


די אלע וואס קומען צום צדיק און זאגן "איך האב שוין באקומען אזויפיל מאל הבטחות און למעשה איז גארנישט געשען", זיי האבן טענות; דאס איז די אייגענע פראבלעם, זיי דארפן גלייבן.


איר וועט האבן א ישועה ווייל איך גלייב אז איר וועט שוין געהאלפן ווערן.


כתיבה וחתימה טובה.

#141 - יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינעם ראש השנה אין אומאן
הכרת הטוב, אומאן, ראש השנה, סכנה, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


בשם כל הקהל הקודש טו איך דיר דאנקען אויף אלעס וואס דו האסט געטון מיר זאלן האבן א שיינעם ראש השנה אין אומאן, אלע זאגן פה אחד אז זיי האבן נאכנישט געהאט אזא שיינעם ראש השנה; מיר האבן געהאט אינעם בנין מענטשן וואס קומען קיין אומאן שוין אסאך יארן, אלע זאגן אז זיי האבן נאכנישט געהאט אזא הערליכע ראש השנה.


נישט אלע ווייסן וויפיל ארבעט עס ליגט אין אהערשטעלן דעם בנין פאר ראש השנה; מענטשן מיינען אז עס ליגט ארבעט פון אפאר וואכן, מען ווייסט נישט אז יעדן טאג אינעם יאר ארבעטן מיר פאר ראש השנה, עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מיר זאלן נישט טון פאר ראש השנה; דער זכות זאל דיר באשטיין פאר דיר, פאר דיין ווייב און דיין גאנצע משפחה.


בעיקר אויף וואס איך דאנק דיר, אז מענטשן האבן מיר געזאגט אז די יאר איז געווען גאר אנדערש די באנעמונג צום עולם; מען האט מער אכטונג געגעבן צו רעדן שיין, נישט שרייען, נישט וויי טון קיינעם; דאס איז ביי מיר א גרויסע שמחה, ווייל עס גייט מיר ממש אין לעבן עס זאל זיין אחדות, ליבשאפט און שלום צווישן אנשי שלומינו.


איך ווייס אז עס איז נישט גרינג, ווייל מען קען ווערן צעפלאצט ווען מען האט מיט א רבים, בפרט ווען מענטשן זענען אונטערוועגנס, מען איז איבערגעשטרענגט, געבט מען זיך אויס אויף די וואס העלפן; אונז כאפן די פסקים, אונז כאפן די טענות; דעריבער ווען איך הער פון אנשי שלומינו אז מען איז צופרידן, מען רעדט שיין – פריי איך זיך זייער.


איך האף צו ענדיגן דעם בנין די יאר, אבער די ערשטע זאך וואס מען דארף טון איז זען עס זאל נישט זיין קיין סכנה, ווי למשל עמערדזשענסי לייטס, אז ווען עס לעשט זיך אויס די לעקטער זאל נישט זיין קיין סכנה. אויך פייער עקסטינגווישערס; עס איז געווען ראש השנה צוויי פייערס, עס איז געווען גרויסע ניסים. אזוי אויך געיטס אויף די פענסטערס.

#140 - זע מען זאל באצאלן לכבוד יום טוב אלע מלמדים און איינגעשטעלטע
מלמדים, מוסדות, הדפסה, דרשות, אומאן, חדר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, איך בין יעצט אין עירפארט אויפ'ן וועג אהיים, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אנקומען אהיים בשלום.


איך וויל דיר בעטן זאלסט איבערגיין מיט האברך ... נרו יאיר אלע דרשות וואס מען האט גערעדט ראש השנה. עס איז א שאד עס זאל פארלוירן גיין די דיבורים, עס איז געווען אזעלכע שיינע דיבורים, אזעלכע התחזקות; אז מען וועט דאס אפשרייבן און דרוקן וועלן אסאך מענטשן זיך מחי' זיין.


אין היכל הקודש איז דא אזעלכע דיבורים וואס מען הערט נישט ערגעץ אנדערש; מוהרא"ש געבט אונז אזעלכע התחזקות און אזא שכל וואס יעדער איינער קען זיך באנייען און צוריק קומען צום אייבערשטן.


גיי איבער מיט אים סיי די תקיעת שופר דרשה פון ביידע טעג און סיי די דרשות פון ראש השנה און פון שבת; טו עס ווי פריער, איידער עס ווערט פארגעסן.


אויך בעט איך דיר זייער, זע מען זאל באצאלן לכבוד יום טוב אלע מלמדים און איינגעשטעלטע אין די מוסד; מאך א התעוררות ביי אנשי שלומינו זיי זאלן דיר העלפן זאלסט קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס און איינגעשטעלטע.


אלע האבן געזען ווי די מלמדים האבן געארבעט מיט אזויפיל פלאג און מי אין אומאן מיט די קינדער, זיי האבן דאס געטון בהתנדבות לבם. מיר האבן געהאט ביי אונז אין בנין די יאר איבער הונדערט קינדער כן ירבו, די מלמדים האבן געמאכט יעדן טאג חדר, זיי האבן גענומען די קינדער צום רבינ'ס ציון, אויך האבן זיי געדאווענט מיט זיי אלע תפילות, בשעת די עלטערן זענען אויסגעמוטשעט, קוים וואס מען האט כח אליינס צו דאווענען, האבן זיי געארבעט מיט די קינדער אויסגעמוטשעטערהייט. עס קומט זיי מען זאל זיי כאטשיג צאלן זייער ארעמע געהאלט וואס קומט זיי.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#139 - מיר דארפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן
צדקה, הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אין עירפארט אויפ'ן וועג אהיים פון הייליגן רבי'ן, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן ראש השנה. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁהָיָה אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה, "רָאוּי לִשְׂמוֹחַ מְאֹד כָּל הַשָּׁנָה", דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו האסט געהאלפן אין אומאן; מיט'ן צושטעלן די שאטל מען זאל קענען גיין און קומען פונעם בנין ביז'ן ציון און צוריק און פאר'ן העלפן מיט די עליות, מיט'ן אויסרופן וכו' וכו'.


עס איז אריינגעקומען בערך צוואנציג טויזנט דאלער פון עליות און נדרים און נדבות, איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט דאס נאכגיין, זיך פארבינדן מיט אלע וואס האבן געקויפט, ווייל איך דארף האבן דאס געלט צו קענען ענדיגן דעם בנין.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו ענדיגן דעם בנין די יאר, ווייל מיר דארפן שוין אנהייבן פלאנירן צו בויען דעם צווייטן בנין, דער בנין איז שוין קליין, האסט דאך געזען וואס האט זיך געטון, וויפיל פרישע מקורבים עס זענען געקומען און פון אנשי שלומינו אליינס וואס ברענגען די קינדער. די קינדער אליינס האבן אויפגענומען איבער הונדערט בעטן, קומענדיגע יאר קומען צו נאך מער קינדער, מיר דארפן ענדיגן דעם בנין און שוין אנהייבן בויען א גרויסער בית המדרש וואס זאל זיין גענוג גרויס פאר אלע תלמידי היכל הקודש.


ווי עס זעט אויס דארפן מיר בויען גאר א גרויסער בית המדרש לויט די וואוקס פון די קהילה.


א גוט געבענטשט יאר.

#138 - אין אומאן דארף מען פון פריש מקורב ווערן
חסידות ברסלב, אומאן, קבלה טובה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך אז איך האב זוכה געווען צו קומען קיין אומאן זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה, איך בין געקומען מיט זעקס זון קיין עין הרע, מען האט אונז אזוי אנגעשראקן פון פאראויס אז מען וועט נישט קענען קומען, ברוך ה' מיט תפילה זענען מיר אנגעקומען.


יעצט אז מען איז שוין אין אומאן דארף מען פון פריש מקורב ווערן, מען דארף האבן שכל אויסצונוצן די צייט, גיין צום ציון מתפלל זיין אויף אלעס וואס מען דארף, סיי פאר זיך און סיי פאר די ווייב און קינדער.


איך בעט דיר זייער, גיי צום ציון זאג די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים. געב קודם א פרוטה לצדקה לזכות דעם הייליגן רבי'ן, רבינו נחמן בן פיגא, זאג די צען קאפיטלעך תהלים וואס דער רבי האט מבטיח געווען (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכה): "אפילו אם עצמו וגברו פשעיו וחטאיו", אפילו מען האט געטון גרויסע ביטערע עבירות, וועל איך מיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט אים א טובה טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסצוען פון שאול תחתית.


נאכדעם זאלסטו זיך מתבודד זיין, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר ברענגען נענטער צו אים. זאלסט האבן א גוט יאר, א יאר פון גיין דריי מאל א טאג אין שול דאווענען מיט מנין, א יאר פון לערנען יעדן טאג חומש, א יאר פון זיין אפגעהיטן פון ראיות אסורות.


מאך א געשעפט מיט'ן רבי'ן, זיי זיך מקבל א גוטע קבלה ביים ציון, וועט דער רבי דיר געבן ניסים.


כתיבה וחתימה טובה.

#137 - נעם זיך פאר ביים ציון א שטארקע גוטע קבלה לזכות דיין שידוך
שידוכים, אומאן, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן, מיין הארץ פלאצט פאר דיר אז דו האסט נאכנישט דיין שידוך, דיין משפחה האלט מיר פאר היתכן איך טו נישט פאר דיר, איך מאך נישט קיין שידוך פאר דיר; מה אומר לך, איך קען עפעס מאכן שידוכים? איין זאך וואס איך קען טון, איך בעט יעדן איינציגסטן טאג פאר דיר, היינט בין איך געווען ביים ציון, איך האב אזוי שטארק געבעטן פאר דיר, איך האלט עס נישט אויס.


איך בעט דיר זייער זאלסט גיין צום ציון און דארט וויינען צום רבי'ן ער זאל דיר העלפן; גיי נישט אוועק פון ציון ביז דו שפירסט אז דו האסט גע'פועל'ט. מאך א געשעפט מיט'ן רבי'ן, נעם זיך פאר ביים ציון א שטארקע גוטע קבלה וואס דו גייסט טון, אדער עפעס אין סור מרע וואס דו גייסט נישט טון לזכות דיין שידוך און שטארק זיך באמונה שלימה אז דו וועסט צוריק קומען די אנדערע יאר מיט א טלית.


בעט פאר גאנץ כלל ישראל, בעט פאר די גאולה כלליות, מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם ביטערן גלות.

#136 - מסדר זיין א חדר פאר די קינדער אין אומאן
חינוך הילדים, מלמדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן, אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר זענען אריבער אלע מניעות, מיר זענען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן - נאך אזויפיל מניעות, נאך אזויפיל געגעועים און כיסופים. מען קען נישט מסביר זיין וואס אנשי שלומינו טוען, וויפיל מסירות נפש מען גייט אריבער אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.


א גאנץ יאר ביסטו אזוי געטריי, דו ביסט א געטרייער מלמד, די קינדער האבן דיר אזוי ליב; דו האסט א געפיל פאר די קינדער, די קינדער האבן דיר ליב, וויל איך דיר זייער שטארק בעטן, די פאר טעג וואס מיר זענען אין אומאן זאלסט מסדר זיין א חדר פאר אונזערע קינדער. מיר האבן די יאר אינעם בנין אין אומאן איבער הונדערט קינדער כן ירבו, תלמידי היכל הקודש קומען צום רבי'ן נאר מיט די קינדער, ווי שווער עס איז, ווי שטארק די קאפ וויי איז - קוקט מען נישט אויף גארנישט.


בעט איך דיר זייער, נעם צאם אלע קינדער פון מארגן ערב שבת, מאך מיט זיי א סדר פאר אפאר שעה. הייב אן מיט דאווענען, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, זאג מיט זיי די תיקון הכללי, אויב דו קענסט גיין מיט זיי צום ציון, עס מוז נישט זיין דוקא אינעם ציון, קענסט גיין ארום דעם ציון, לערן מיט זיי ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן, זאג פאר תפילות און זיי זאלן דיר נאכזאגן.


אויב דו דארפסט הילף, נאך מלמדים, זאג מיר; איך וועל זיי אויך מחזק זיין.


טייערער ... נרו יאיר, ביי מיר איז דער עיקר ארבעט - די קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה מב, ג): "אִם אֵין גְּדָיִים אֵין תְּיָשִׁים", עס איז גרינגער ווען מען ברענגט אויף די קינדער לכתחלה אריבער, מיט'ן הייליגן רבינ'ס הקדמות, ווי זיך מוטשען שפעטער.


כתיבה וחתימה טובה.

#135 - ביז ווען פאסט מען צום גדלי', ווען מ'קומט אהיים פון אומאן
אומאן, ראש השנה, תעניתים, הלכה, חומרות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס זוכסטו ארויפצולייגן חומרות אויף אנדערע? מוהרא"ש פסק'נט אז מען קען זיך פארלאזן אויף הרב וואזנער זכרונו לברכה וואס ער פסק'נט (עיין שאלות ותשובות שבט הלוי חלק ח', סימן רסא) אז מען קען שוין אויספאסטן ווען עס ווערט נאכט אין אומאן, מען דארף נישט ווארטן ביז עס ווערט נאכט אין אמעריקע.


עס זענען דא פוסקים וואס זאגן מען זאל יא ווארטן ביז עס ווערט נאכט דא, אבער אויף דעם זאגט מוהרא"ש קען מען נוצן וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז) דארט וואו עס איז דא איין פוסק קען מען זיך פארלאזן.


מען קען נאך אסאך מער מקיל זיין אין דעם, אבער דאס איז נישט אויף צו שרייבן וכו'.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#134 - בלייב אין שטעטל און מאך שיינע הקפות
אומאן, סוכות, חסידות, שמחת תורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער פאר די משפחות אין שטעטל, קיינער דארף נישט קומען קיין וויליאמסבורג צו מיר אויף שמחת תורה. מיר זענען ברסלב'ער חסידים, מיר דארפן פארן איינמאל א יאר צו אונזער רבי קיין אומאן אויף ראש השנה, מער פון דעם דארף מען נישט; געלויבט דעם אייבערשטן אלע האבן זיך אנגעשטרענגט און געפארן קיין אומאן, מיר האבן זוכה געווען צו טון דעם רבינ'ס ווילן, דער רבי איז אונז אלע מתקן.


איך ווייס נישט ווער עס מאכט די ווינט אז אלע דארפן קומען אויף שמחת תורה, געב איבער פאר אלעמען אז יעדער זאל טון וואס איז אים באקוועם, וואס איז אים גוט. און דיר בעט איך באזונדער, בלייב אין שטעטל, מאך שיינע הקפות. זינג און טאנץ מיט אנשי שלומינו, מאך נאך די שיינע הקפות פון ישיבה וואס דו האסט בייגעוואוינט אלע יארן, מאך עס נאך אין שטעטל.


געדענקסט אוודאי וואס איך טו מיט די קינדער צווישן די הקפות, ווי איך זינג מיט זיי, איך רעד צו זיי און טאנץ מיט זיי.


חתימה טובה.

#133 - ביים רבינ'ס ציון קען מען אלעס פועל'ן
קינדער, אומאן, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


ווען דו וואלסט געוויסט ווי גרויס דיין זכות איז אין הימל מיט דיין הייליגע ארבעט פון ארויסגעבן וועכנטליך די קונטרס עצתו אמונה-איש אמונות, וואלסטו נישט געווען צעבראכן, דו וואלסט געטאנצט! דו האסט נישט קיין השגה וואס די בריוו טוען מיט מענטשן, עס ברענגט אריין אין אזויפיל מענטשן הרהורי תשובה, חרטה; עס וועקט אויף אידישע קינדער צוריק צו קומען צום אייבערשטן. דו און די אלע אינגעלייט וואס נעמען א חלק אין די ארבעט וועלן איין טאג זען וואס איר האט דא געטון, וויפיל כבוד שמים עס איז נתרבה געווארן פון דעם.


איך שיק דיר דא א פחד פון א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, די מעשה איז עפעס נישט קיין מעשה וואס מען הערט יעדן טאג; מוהרא"ש האט דאס דערציילט, ער האט דאס געהערט פון א איד וואס האט דאס געזען מיט די אייגענע אויגן.


מאך א בילד, מען זעט ביים רבינ'ס ציון ווי א קינד זיצט מיט א געלעמטע פוס, קענסט לייגן שטעקענעס נעבן דעם קינד, איין פוס זאל זיין אן שיך און אין דער זייט שטייט א איד און וויינט, דער קינד זאל זיך אנליינען זיין קאפ אויף די וואנט פונעם ציון, דער פנים פון קינד זאל זיין צעבראכן און דערשראקן, דער פנים פונעם טאטן ווי ער וויינט.


דא האסטו די מעשה:


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, אִיר זָאלְט גֶעדֶענְקֶען אַז וֶוען מִיר קוּמֶען אִין אוּמַאן אִיז נִישְׁט קַיין צַייט אַרוּם צוּ גֵיין אִין דִי גַאסְן קוֹיפְן פְּרֵייזֶעס; מֶען דַארְף גֵיין צוּם צִיוּן אוּן דָארְט בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וָואס מֶען וִויל, בַּיים צִיוּן קֶען מֶען פּוֹעֵלְ'ן זֵייעֶר גְרוֹיסֶע זַאכְן, אֲפִילוּ אַזֶעלְכֶע זַאכְן וָואס אִיז נִישְׁט מֶעגְלִיךְ.


הֶערְט אַ מוֹרָא'דִיגֶע מַעֲשֶׂה וָואס מוֹהֲרָא"שׁ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה הָאט דֶערְצֵיילְט וָואס עֶר הָאט גֶעהֶערְט פוּן אַ בַּאגְלֵייבְּטְן אִיד פוּן פְרִיעֶרְדִיגְן דוֹר. דֶער אִיד דֶערְצֵיילְט אַז עֶר אִיז גֶעוֶוען בַּיים צִיוּן עֶרֶב רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּזַאמֶען מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, פְּלוּצְלוּנְג אִיז אָנְגֶעקוּמֶען אַ אִיד, עֶר הָאט מִיטְגֶעבְּרֶענְגְט מִיט זִיךְ זַיין זוּן, דֶער קִינְד הָאט נֶעבֶּעךְ נִישְׁט גֶעקֶענְט גֵיין, עֶר אִיז גֶעוֶוען פַּארַאלִיזִירְט אוֹיף זַיינֶע פִיס רַחֲמָנָא לִצְלָן, אוּן דֶער טַאטֶע הָאט אִים גֶעטְרָאגְן אוֹיף זַיינֶע אַקְסְלֶען, דֶער אִיד אִיז גֶעשְׁטַאנֶען אִין אַ זַייט אוּן גֶעוַוארְט וִוילַאנְג אַלֶע וֶועלְן אַהֵיים גֵיין.


נָאכְמִיטָאג, מַמָשׁ בַּיים זְמַן פוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה, וֶוען אַלֶע גֵייעֶן צוּם קְלוֹיז דַאוֶוענֶען מִנְחָה הָאט דֶער אִיד צַאמְגֶענוּמֶען אַלֶע שְׁטוֹיבּ פוּן צִיוּן צוּ אֵיין פְּלַאץ, עֶר הָאט אַרַיינְגֶעזֶעצְט זַיין קִינְד אִין דִי שְׁטוֹיבּ אוּן עֶר אִיז דָארְט גֶעזֶעצְן אוּן גֶעוֵויינְט אַז זַיין זוּן זָאל הָאבְּן אַ רְפוּאָה שְׁלֵימָה, עֶר זָאל קֶענֶען גֵיין אוֹיף דִי אֵייגֶענֶע פִיס.


דֶער אִיד וֵויינְט אוּן וֵויינְט, פְּלוּצְלִינְג שְׁטֶעלְט זִיךְ אוֹיף דֶער קִינְד אוֹיף זַיינֶע פִיס גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן גֵיין, עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען צוּם קְלוֹיז דַאוֶוענֶען מִנְחָה מִיט זַיין טַאטֶע, אוּן דָאס אִיז גֶעוֶוען אַ מוֹרָא'דִיגֶע וואוּנְדֶער פַאר אַלֶע וָואס הָאבְּן דָאס צוּגֶעקוּקְט.


וֶוען מֶען הָאט אִים גֶעפְרֶעגְט פוּן וואוּ עֶר עֶר הָאט גֶענוּמֶען דִי עֵצָה פוּן צַאמְנֶעמֶען דִי שְׁטוֹיבּ פוּן צִיוּן אוּן אַרַיינְזֶעצְן זַיין קִינְד אִין דֶעם, הָאט עֶר גֶעעֶנְטְפֶערְט מִיט אַ פַּשְׁטוּת: "פוּן סִיפּוּרֵי מַעֲשִׂיוֹת (מַעֲשֶׂה ג'), וואוּ דֶער רֶבִּי דֶערְצֵיילְט אַז דֶער הִינְקֶעדִיגֶער הָאט גֶעהֶערְט וִוי דִי זוּן זָאגְט פַאר דִי לְבָנָה אַז עֶס אִיז דָא אַ שְׁטוֹיבּ וָואס אוֹיבּ מֶען לֵייגְט אַרַיין דִי פִיס אִין דִי שְׁטוֹיבּ וֶוערְט מֶען אוֹיסְגֶעהֵיילְט"; דֶער טַאטֶע פִירְט אוֹיס: "וואוּ אִיז נָאךְ דָא אַזַא הֵיילִיגֶע שְׁטוֹיבּ וִוי דִי שְׁטוֹיבּ פוּן רֶבִּינְ'ס צִיוּן, וואוּ אַלֶע קוּמֶען זִיךְ אוֹיסְגִיסְן דָאס הַארְץ פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיז דָאךְ זִיכֶער אַז דִי שְׁטוֹיבּ אִיז הֵיילִיג".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער גֵייט צוּם צִיוּן אוּן וֵויינְט אַייךְ אוֹיס דָאס הַארְץ בַּיים צִיוּן, בֶּעטְס דָארְט וָואס אִיר דַארְפְט; בַּיים רֶבִּינְ'ס צִיוּן קֶען מֶען זִיךְ אַיינְ'עַקְשֶׁנֶ'ען, מֶען קֶען דָארְט אַלֶעס פּוֹעֵלְ'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#132 - איך וועל דיר אודאי אינזין האבן ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן
אומאן, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל דיר אודאי אינזין האבן ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן; איך וועל בעטן פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט האבן א גוט געבענטשט יאר.


איך האב א שטארקע געפיל פאר דיר; ביי מיר איז זייער חשוב די קינדער און אייניקלעך פון מוהרא"ש, ווייל איך קום מיין לעבן, מיין ווייב'ס לעבן און מיינע קינדער'ס לעבן פאר מוהרא"ש; איך וועל מתפלל זיין פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#131 - די וואס האבן א חלק אין הפצה, קומען צום רבי'ן מיט פולע הענט
הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אפשר ווילסטו האבן די זכות פון דרוקן דעם גליון פאר ראש השנה אין אידיש, לשון קודש און ענגליש? פארבינד זיך מיט קרן הדפסה און זאג זיי אז דו ווילסט עס דרוקן און זארגן עס זאל אנקומען קיין אומאן, אדער גאר דרוקן דארט.


זע צו קומען צום רבי'ן מיט פולע הענט, מען קען נישט קומען מיט ליידיגע הענט; די וואס האבן א חלק אין הפצה - די האבן פולע הענט, די וואס פארשפרייטן די קונטרסים און גליונות - די קומען מיט פולע הענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#130 - קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם צדיק
צדיקים, אומאן, ראש השנה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


פאר פרשת כי תבוא וויל איך לייגן א מעשה פון אומאן; איך שיק דיר די מעשה וואס איז געווען ביים רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה, ווי דער רבי האט געזאגט פאר'ן רב ער זאל נישט קומען און נאכדעם האט דער רבי געקרעכצט: "וואו איז דער רב? פארוואס איז ער נישט געקומען?"


דאס איז זייער א וויכטיגע זאך צו וויסן אין לעבן; ווען מען פרעגט א צדיק וואס צו טון - ענטפערט דער צדיק לויט יענעמ'ס מח, דער צדיק זאגט נישט אנדערש ווי יענער וויל הערן, ווייל מען קען נישט זאגן דעם מענטש ער זאל טון אנדערש ווי יענער וויל הערן.


מאך א בילד ווי איינער שטופט אוועק א צווייטן מיט א דיקע שטעקן און יענער כאפט זיך אן, ער גייט נישט אוועק; מאך די בילד עס זאל זיין אינטערעסאנט, די קינדער זאלן דאס גוט איינקריצן אין זיך, זיי זאלן בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן זייער גאנץ לעבן, אפילו עס וועט איבערגיין וואס וועט איבערגיין.


מעשה:


קינדער, ווער פון ענק קומט קיין אומאן?


שוין וואכן פאר ראש השנה גרייטן זיך ברסלב'ער חסידים אויף די נסיעה קיין אומאן, קיינער וויל נישט פארפאסן א ראש השנה ביים רבי'ן, די גאנצע וועלט איז דאך אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה. יעדער מאכט זיינע הכנות, מען גרייט זיך אויף די נסיעה, אבער דער רב, דער ברסלב'ער רב, רבי אהרן זכרונו לברכה - ער ווייסט נישט וואס צו טון; די ראשי הקהלה פון ברסלב בעטן אים יעדעס יאר ער זאל זיי נישט איבערלאזן, זיי האבן א טענה: "ווער וועט דאווענען פאר'ן עמוד? ווער וועט בלאזן שופר?" זיי זאגן פאר'ן רב: "איר קענט דאס נישט טון פאר אונז, איר קענט אונז נישט איבערלאזן, די יאר בלייבט דער רב מיט אונז!"


דער רב זכרונו לברכה ווייסט נישט וואס צו טון, פון איין זייט וויל ער נישט פארפאסן דעם רבינ'ס ראש השנה, ער וויל זיין אין אומאן, פון די צווייטע זייט האט ער אסאך דרוק פון די ראשי קהילה. רבי אהרן איז מחליט אז ער גייט פרעגן דעם רבי'ן, דער רבי זאגט פאר'ן רב: "אודאי זאלסטו נישט קומען, ווי אזוי קענסטו קומען ראש השנה קיין אומאן? דו קענסט דאך נישט איבערלאזן דיין קהילה", רבי אהרן זאגט דעם רבי'ן: "אבער רבי, איך האב דאך געהערט פון רבי'ן אז זיין ראש השנה ביים רבי'ן איז גרעסער פון אלעם", זאגט אים דער רבי: "דעמאלט פארוואס קומסטו נישט?" ענטפערט דער רב: "איך קען נישט איבערלאזן די קהילה", "אויב אזוי" - זאגט דער רבי "בלייב מיט דיין קהילה".


רבי אהרן איז געבליבן אין ברסלב, ער איז נישט געקומען צום רבי'ן קיין אומאן. ראש השנה פרעגט דער רבי: "וואו איז דער רב, רבי אהרן?" דעם רבי'ן האט זייער וויי געטון אז ער איז נישט געקומען, דער רבי האט געזאגט: "אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער ווען דער צדיק זאגט מען זאל נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, דעמאלט טאר מען נישט פאלגן, נאר מען דארף קומען צו אים".


שפעטער ווען דער הייליגער רבי נתן האט געטראפן דעם רב רבי אהרן, פרעגט אים רבי נתן: "אהרן, וואו ביסטו געווען? פארוואס ביסטו נישט געקומען צום רבי'ן?" האט דער רב געענטפערט: "דער רבי האט מיר געזאגט איך זאל נישט קומען", זאגט אים רבי נתן: "נישט זיין ביים רבי'ן ראש השנה?! ווען דער רבי זאל נעמען א דראנג און האקן אויף מיר און מיר אוועק שטופן וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען פון אים".


טייערע קינדער, מיר לערנען ארויס פון די מעשה צוויי זאכן, איינס אז אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער ווען דער צדיק זאגט מען זאל נישט קומען צו אים, דעמאלט טאר מען נישט פאלגן; דער צדיק דארף ענטפערן לויט וואס יענער וויל, לויט יענעמ'ס מח, א צדיק ענטפערט וואס יענער וויל הערן.


צווייטנס, דאס גרויסקייט פון זיין ביים רבי'ן ראש השנה. אפילו דער צדיק שטופט אוועק, ער האקט מיט א האלץ - זאל מען זיך גוט אנכאפן און נישט אוועקגיין. בפרט מוז מען קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל דער רבי האט געזאגט אז יעדער דארף קומען קיין אומאן, קיינער טאר נישט פעלן. ראש השנה גייט מען דן זיין יעדן מענטש וואס וועט זיין מיט אים דעם קומענדיגן יאר, ראש השנה איז דער גרויסער יום הדין, אלע ציטערן, אלע טוען תשובה. דער רבי האט געזאגט: "אלע זאלן קומען קיין אומאן, איך וועל יעדן איינעם מתקן זיין.


אלע קינדער זינגען: "אומאן אומאן, ראש השנה; אומאן אומאן, ראש השנה; אומאן אומאן ראש השנה!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#129 - מקושר מיט'ן רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט
צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, סיפורי צדיקים, בריוו, אמונת חכמים, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע הארציגע בני ברק'ער חברים, אנשי שלומינו, וואס זענען זוכה צו טרינקען פונעם נחל נובע מקור חכמה.


איך באקום כמעט יעדן טאג בריוו פון בחורים און אינגעלייט פון חבורת בני ברק וואס בעטן זיך אז דער ראש ישיבה זאל שרייבן א בריוו ספעציעל פאר די חבורה. ווען איך ליין די בריוו וואס איר בעט טראכט איך צו מיר 'היינט גיי איך שרייבן א בריוו פאר זיי, איך מוז שרייבן'; אבער עס פאסירט דאס וואס פאסירט, איך שרייב נישט. גלייבט מיר, איך בין זייער אנגעשטרענגט, איך קום נישט אן צו וואס איך דארף טון, דעריבער ווערט עס אפגעשטופט נאכאמאל און נאכאמאל; יעצט האב איך אפאר מינוט, די בחורים פארן היינט אהיים פון שטעטל - קען איך יעצט שרייבן.


טייערע ברידער, שטארקט אייך מיט די עצות פון רבי'ן; דער וואס איז מקושר מיט'ן רבי'ן דא - דער וועט זיין אויבן אין הימל מקושר מיט'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן קא) עס איז געווען א איד, א תלמיד פון הרב הקדוש רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק זכותו יגן עלינו, ווען ער איז נפטר געווארן זענען געקומען די מלאכי חבלה און אים איינגערעדט אז ער לעבט נאך און ער איז עוסק אין מסחר, מען האט אים אריינגעשלעפט אין עולם התוהו, כאילו ער טוט ביזנעס, ער האט אנגעהויבן דמיונ'ען אז ער פארט צום יריד וכו'. דער איד איז געווען זייער דבוק צום גרויסן צדיק, ער פלעגט כסדר פארן צום הייליגן צדיק, אויפ'ן וועג צום יריד זאגט דער איד: "איך וויל גיין צו מיין רבי, הרב הקדוש רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו", האבן אים די ארבעטערס - וואס זענען געווען מלאכים - אפגערעדט; זיי האבן אים געזאגט: "מען וועט גיין שפעטער וכו'", אזוי איז געווען אפאר מאל, ער האט געוואלט גיין צו זיין רבי און די מלאכים האבן אים אפגערעדט, ביז ער האט זיי געזאגט: "יעצט גיי איך ענק שוין נישט פאלגן, איך גיי צו מיין הייליגער רבי", און וויפיל זיי האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך נישט פאר די געשעפטן, האט ער געזאגט: "עס גייט מיך גארנישט אן, זאל איך פארלירן מיינע געשעפטן, איך פאר צו מיין רבי!" און ער האט זיך אנגעפאנגען שלאגן מיט זיי, ער האט געשריגן: "איר זענט מיינע ארבעטערס און איר דארפט מיר פאלגן!" האבן זיי אים אויסגעזאגט דעם אמת: "זאלסט וויסן אז דו ביסט א מת - א טויטער מענטש און דו גייסט נישט אין ערגעץ, דו קומסט מיט אונז", האט ער געשריגן: "איך וויל גיין צו מיין רבי!" האבן זיי אים געזאגט: "מה דאך פריער ווען מיר האבן געשפילט מיט דיר, מיר האבן דיר איינגערעדט א גאנצע מעשה כאילו דו לעבסט, דו ארבעטסט און מיר זענען דיינע ארבעטערס האבן מיר דיך נישט געלאזט גיין, יעצט וואס דו ווייסט שוין דעם אמת אז דו ביסט טויט און מיר זענען מלאכי חבלה - דארפן מיר דיך זיכער נישט פאלגן", עס איז געגאנגען קולות ביז דער בית דין של מעלה האט געפרעגט וואס די קולות זענען, האט מען זיי געזאגט וואס עס גייט פאר, האט בית דין של מעלה גע'פסק'נט אז זיי מוזן אים לאזן גיין צו זיין רבי וויבאלד ער פלעגט כסדר גיין צו זיין רבי, און דער הייליגער רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו האט אים געגעבן א תיקון.


האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה, אז א מענטש איז שטארק דא אויף די וועלט מיט א צדיק - וועט אים דער צדיק מתקן זיין.


גייט א טענצל: "אומאן אומאן, ראש השנה! אומאן אומאן, ראש השנה!!" מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר פארן שוין קומענדיגע וואך צום רבי'ן קיין אומאן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך זייער פרייען, אזוי ווי עס שטייט (נחמיה ח, י): "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִּים", עסט גוטע זאכן און טרינקט זיסע געטראנקען, "כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", אונזער שטארקייט איז - זיך פרייען מיט'ן אייבערשטן.


איך האף אייך אלע צו זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#128 - ברענגען ד' מינים צו פארקויפן
כולל, שטעטל, אומאן, סוכות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פאריאר האסטו געברענגט אתרוגים און לולבים אין שטעטל, איך האף די יאר וועסטו אויך פארקויפן אין בית המדרש די ד' מינים, מאך שוין די קשרים זאלסט האבן גוטע סחורה, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט. מיר פארן קיין אומאן, מיר קומען צוריק אויסגעמוטשעט, דעמאלט איז נישטא קיין צייט, מען דארף שוין אלעס ערלעדיגן.


איך האב זייער הנאה פון דיין התמדה, דו לערנסט פלייסיג אין כולל, אבער די זמנים דארפסטו מער האלטן; אז מען וויל הצלחה דארף מען האבן א סדר מיט זמנים.


אז מען קומט נישט אין צייט נעם איך אראפ פון די כולל געהאלט.

#127 - זאלסט ממשיך זיין קומענדיגע יאר לערנען אין כולל
כולל, שטעטל, אומאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר כולל היכל הקודש


דא האסטו טויזנט דאלער כולל געלט פאר חודש אב.


איך מוז דיר זאגן, איך בין זייער צופרידן פון דיר, דו נעמסט כולל זייער ערנסט; איך זע במשך די זומער וואכן ווי פלייסיג דו לערנסט און ווי דו היטסט די זמנים, ממש א ברכה; פון דיר וועלן זיך אלע חברים אפלערנען צו נעמען ערנסט די כולל זמנים.


איך וויל זייער דו זאלסט ממשיך זיין קומענדיגע יאר לערנען אין כולל. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומט דער נייער דיין שליט"א וואוינען אין שטעטל, ער וועט אריינבלאזן א פרישע חיות אין די כולל אינגעלייט, עס וועט זיין א געשמאקע לופט אין כולל.


מיר פארן דאך יעצט קיין אומאן צום רבי'ן, דארט וועלן מיר זיך קענען אויסגיסן דאס הארץ זוכה זיין צו: "וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְמִצְוֹתֶיךָ, וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ".


א כתיבה וחתימה טובה.

#126 - א שאד מען שרעקט זיך פון דמיונות
פחדים, תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, וואקסינען, לשון הרע, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן בעט מיר איך זאל אייך בארואיגן, איר זענט אריין אין א שוידערליכע פחד אז ער האט גענומען די קאראנע וואקסין, איר זענט ממש נישט ביי זיך; אייער מאן וויינט צו מיר "ראטעווע מיר, מיין ווייב איז אין א סכנה".


מרת ... תחי', א שאד צו לעבן אין נארישע דמיונות, א שאד איר הערט אויס די נארישע מענטשן וואס פארדרייען דעם קאפ יעדן טאג מיט א צווייטע שרעק; היינט דערשרעקט מען מיט די קאראנע וואקסין, נעכטן שרעקט מען אן מיט אן אנדערע וואקסין, אייער נעכטן שרעקט מען אן אז מען גייט שטארבן פון א מין מאסקיט"א אדער טי"ק, אדער ווען מען שמעקט די פעינ"ט און די גלאנץ וואס מען שמירט אויף די פארקע"י, איינער שרעקט אן אז די מעל איז שעדליך, מען וואשט עס מיט סם; א צווייטער זאגט, אויב מען עסט מער פון דריי אייער א טאג – באקומט מען א הארץ אטאקע; יעדער איינער מיט זיינע פאנטאזיעס.


א שאד מען שרעקט זיך פון דמיונות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כה): "צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", א מענטש דארף ארבעטן אויף זיך ארויסצוגיין פון דמיון און באקומען שכל; ווי אזוי ווייסט מען ווען מען דמיונ'ט אדער מען האט שכל? שכל איז איין זאך, שכל איז אייבערשטער, ווען א מענטש טראכט פונעם אייבערשטן, ער געבט זיך איבער פאר'ן אייבערשטן – דער האט שכל, אלעס אנדערש איז דמיון.


גלייבט מיר, איין לשון הרע איז אסאך מער שרעקעדיג, איין שלעכטע קוק, איין שלעכט ווארט וואס מען רעדט – דאס איז שעדליך, דאס הרג'עט מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות לג) מען האט דערציילט פאר'ן הייליגן צדיק רבי חנינא בן דוסא אז עס איז דא אין שטאט א הייל און ווער עס גייט דארט אריבער קומט ארויס א שלאנג און געבט א שטעך, דער שלאנג לייגט אריין א גופט און מענטשן שטארבן. עס איז געווארן א פחד און א שרעק, אלע האבן געציטערט ארויסצוגיין פון שטוב, אלע פרויען האבן גערעדט נאר פון די זאך, וואו מען איז געגאנגען וואו מען איז געשטאנען איז געווען די נייעס "די שלאנג, די שלאנג". איז דער הייליגער צדיק רבי חנינא בן דוסא געגאנגען צום הייל, ער האט אויסגעטון זיין שיך און אריינגעשטעקט זיין פוס אינעם לאך פונעם הייל, די שלאנג איז ארויס פון די הייל און געביסן די פוס פונעם צדיק און איז גלייך געשטארבן, האט דער צדיק גענומען די שלאנג, דאס ארויפגעלייגט אויף זיין אקסל און געקומען אין שול, ער האט געזאגט: "מורי ורבותי, אלע ציטערן פונעם שלאנג, אלע רעדן פון די צרה פונעם שלאנג, קוקט! דא האט איר דעם שלאנג, דער שלאנג איז טויט, קוקט און בארעכנט זיך, פון וואס דארף מען מורא האבן? 'לא הנחש ממית', נישט דער שלאנג הרג'עט, 'אלא החטא ממית', נאר די עבירות הרג'ענען".


מרת ... תחי', א שאד צו לעבן אין פאניק און אומזיסטיגע שרעק, ווער עס וויל נעמען די וואקסין האט נישט וואס מורא צו האבן. גדולי הרבנים שליט"א האבן געשריבן אז מען קען דאס נעמען, אז אייער מאן נרו יאיר וויל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה און איינע פון די וועגן ווי אזוי מען קען אריינקומען קיין אוקריינע איז דורך נעמען די וואקסין און ער האט דאס גענומען – דארפט איר נישט מורא האבן, עס וועט אים נישט שאטן.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא, י.): "גוף קשה, פחד שוברו", דער שטערקסטער מענטש קען ווערן אינגאנצן אפגעשוואכט פון פחד; פחדים איז זייער נישט געזונט, פחדים איז ערגער פאר'ן מענטש ווי אלע וואקסינען און אלע עסן און גערוכן.


ווען איר הערט איינעם רעדן פון דמיונות זאלט איר אוועקגיין פונעם שמועס, ווייל די פחד פון די שמועסן דאס איז זייער נישט גוט.


צינדט אן די אמונה ניגון פון "טאנץ מיט אמונה נומער דריי"; צינדט עס אן הויך, שטעלט אן די ניגון עס זאל איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל, און טאנצט: "דארפסט געדענקען און פארשטיין, אלעס איז פון אייבערשטן אליין, יעדע זאך פון גרויס ביז קליין, דער באשעפער פירט אזוי שיין. יעדע פייגל יעדע בין, יעדע פליג און יעדע שפין, אלע חיות אלע סארט, איז אנגעשריבן אין הימל דארט. יעדע ווינט וואס בלאזט, יעדע בוים יעדע גראז, אלעס האט א טעם פארוואס פון הימל פירט מען דאס, יעדע זאך וואס מען טוט איז אויסגערעכנט גוט, מיט א חשבון יעדע טריט, די ווייב, דער מאן, די דירה, גארנישט איז סתם, דער באשעפער מאכט די פלאן".


א כתיבה וחתימה טובה.

#125 - רעד אסאך צו די קינדער פון מוותר זיין
חינוך הילדים, אומאן, אידיש געלט, מדות טובות, בריוו, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט מיט די קינדער, איך הער צוריק נאר גוטע גרוסן.


איך באקום יעדע וואך די בריוו פון אלע קינדער און בחורים, אבער נישט אלץ האב איך די מעגליכקייט צוריק צו שרייבן. זיי מחזק די קינדער זיי זאלן ווייטער שרייבן, עס איז זייער א גוטע זאך אויסצולערנען קינדער שרייבן בריוו, אזוי וועלן זיי קענען שרייבן אין זייער לעבן.


רעד אסאך צו זיי פון מוותר זיין, רעד צו זיי פון דאס גרויסקייט פון זיין בשלום. אז דו זעסט איינער פון די קינדער אדער בחורים מיט אויסגעצייכנטע מדות, א קינד וואס איז מוותר; זאלט מאכן אן עסק פון אים, אזוי וועלן די אנדערע קינדער אויך וועלן זיין אזוי.


איינער פון די קינדער ... נרו יאיר, שרייבט מיר אז ... נרו יאיר – רודפ'ט אים, ער וויינט אינעם בריוו אז ער האלט נישט אויס. זיי מברר וואס דארט גייט פאר, ווייל ער איז א טייער קינד, און דער אנדערער איז אויך וואויל, דארף מען זען אז קיינער זאל נישט ווערן בא'עולה'ט.


איך וויל קומען מארגן, דאנערשטאג, רעדן צו די קינדער; לאז מיר וויסן אויב עס איז גוט צו קומען מארגן.


אויך וויל איך דיר בעטן, דינסטאג פרשת כי תבוא האבן מיר א חתונה אין ישיבה, איך האף אז דו וועסט נישט אפלאזן די מצוה, אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן בחנם ממש.


איין זאך וויל איך טוישן, איך וויל לייגן ביי די פרויען סחורה'נע טישטוכער, עס זאל האבן א שטיקל פנים.


בנוגע אומאן; לאזן וויסן פאר די פאר וואס האבן נישט קיין בעט אז מען קען יא דינגען ווייל מיר (חסר).

#124 - קיינער דארף נישט וויסן אז דו פארסט קיין אומאן
הפצה, הדפסה, שאלות, דרשות, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון, זיי מיר דן לכף זכות; איך קום נישט אן צו ענטפערן אלע בריוון, עס קומען אן צו מיר אזויפיל בריוו יעדן טאג, איך האב נישט די צייט צו קענען ענטפערן אלע בריוו.


אז דו וועסט צוהערן צו די שיעורים וועסטו על פי רוב באקומען תשובות; די שיעורים ענטהאלטן אין זיך תשובות אויף אלע סארט שאלות, אז מען הערט זיך צו צו דעם באקומט מען תשובות אויף א וואונדערליכן וועג.


בנוגע קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דו פרעגסט וואס צו טון ווען ביי ענק אין די חסידות איז מען זייער מקפיד מען זאל נישט אוועק פארן פון ענקער רבי; וואס זאל איך דיר זאגן, די בעסטע זאך איז אויב דו קענסט עס באהאלטן, קיינער זאל נישט וויסן וואו דו גייסט און וואו דו פארסט, דעמאלט וועסטו נישט האבן קיין התנגדות.


מאך זיך אליינס א חשבון, שטעל זיך פאר דו דארפסט אריבערגיין א פראצעס, עס ווארט אויף דיר א שווערע געריכט, מען גייט דיר דן זיין אויף תפיסה וכדומה, און דו ווייסט אז עס איז דא א לויער ערגעץ אין א ווייטע מדינה וואס ער זאגט אז ער קען דיר ראטעווען, וואס וואלסטו געטון, וואלסט געפרעגט איינעם א דעה אויב יא פארן אדער נישט פארן? וואלסט בכלל געטראכט פון א צווייטן? דו וואלסט דאך נאר געטראכט פון דיר אליינס, דו וואלסט געכאפט הענט און פיס און געלאפן צום לויער; יעצט פרעג איך דיר, עס קומט ראש השנה, מען גייט אונז אלע משפט'ן, מען גייט אונז משפט'ן מִי יִחְיֶה, מִי יָמוּת, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן - כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב, וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה", דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו) "ווען דער חזן זאגט: 'מִי... וּמִי...' איז מרומז אינעם נוסח אלע צרות און יסורים וואס מען רעכנט נישט אויס אינעם פיוט"; פרעג איך דיר, אז מיר האבן א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט געהייסן קומען צו אים, וועסטו קוקן אויף אנדערע וואס זיי זאגן?! דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תז): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן.


בנוגע העלפן מיט'ן איבערטייטשן די בריוו אויף לשון הקודש; פארבינד זיך מיט האברך ..., דער גבאי אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ער איז געשטעלט אויפ'ן איבערטייטשן די בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#123 - ווען דער יסוד איז גוט און פעסט, קען מען בויען דערויף א שטארקע בנין
קינדער, קדושה, הפצה, חסידות ברסלב, אומאן, מוהרא"ש, ספרי ברסלב, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דער רבי ברענגט אונז צו האבן אמונה, דער רבי ברענגט אונז צו די דרגה פון די גרויסע צדיקים וואס זיי לעבן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט מיט'ן אייבערשטן; צו די דרגה ברענגט אונז דער רבי צו, מיר זאלן נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן.


מענטשן שפעטן פון אונז אז מיר רעדן אזויפיל פון קדושה וטהרה, מענטשן מאכן א געשפעט פון מוהרא"ש וואס האט אזויפיל גערעדט פון קדושת הברית; געשריבן און געדרוקט ספרים פון קדושת ישראל, מען מאכט פון דעם כל הליצנות, מען צערייסט די ספרים, מען איז מבזה תלמידי היכל הקודש השם ישמרינו.


פארוואס טאקע האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט פון קדושת היסוד? וואס האט מוהרא"ש אזויפיל געשריבן פון זיין אפגעהיטן אין קדושת הברית? ווייל ביים רבי'ן איז דאס געווען פון די וויכטיגסטע זאכן; ווייל ווען דער יסוד פונעם מענטש איז גוט און פעסט, דעמאלט קען מען בויען א שטארקע בנין אויף דעם, ווען מען איז אפגעהיטן בקדושת הברית, קדושת המחשבה וואס איז דער יסוד פונעם מענטש - דעמאלט האט מען א ריינע מח, מען קען דינען דעם אייבערשטן און מען קען זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגה, אבער אויב חס ושלום דער יסוד איז נישט גוט, מען זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט איז זייער ביטער, דעמאלט פאלט אלעס אראפ, וואס מען בויט פאלט איין, עס ווערט אלעס חרוב.


איר האט זיכער געהערט די שרעקליכע נייעס וואס האט פאסירט אין אמעריקע, אין שטאט פלארידא; א ריזיגער בנין, א הויכער בנין איז איינגעפאלן מיט אלע איינוואוינער, אינמיטן די נאכט איז געווארן פונעם גרויסן בנין עפר ואפר, ליידער זענען דארט אומגעקומען זייער אסאך אידישע קינדער, יעצט שטעלט זיך ארויס אז מען האט שוין געזאגט פון פאראויס אז דער יסוד איז מקולקל. די בעלי בתים האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט, עס האט זיי געקאסט צופיל געלט דאס צו פאררעכטן, יעצט איז גארנישט געבליבן, נאנט צו הונדערט מענטשן זענען אומגעקומען אלעס ווייל דער יסוד איז נישט גוט.


איך בעט ענק טייערע חברים, מאכט אייך נישט צוטון פון לצים, פון די וואס שפעטן; אויף אונז ליגט א פליכט צו פארשפרייטן די קונטרסים, גליונות און ספרים וואס מער, צו ראטווען אידישע קינדער פון אוועקפאלן.


עס קומען אן צו מיר אזויפיל בריוו פון אינגעלייט און בחורים, זיי וויינען אז זיי זענען אומגליקליך געווארן, זיי האבן נישט געוויסט פון וואס זיך צו היטן, וואלט מען צו זיי גערעדט וואלטן זיי נישט אזוי אראפגעפאלן, יעצט איז זיי אזוי שווער, יעצט ווען זיי זענען נעבעך איינגעוואוינט אין שלעכטס איז שוין זייער שווער פאר זיי. פאריגע וואך שרייבט מיר א בחור א שרעקליכע בריוו, ליינט זיין ווייטאג:


לכבוד ראש הישיבה שליט"א,


קוראים לי ... אני גר ב...; כשהייתי ילד קטן המלמד עשה איתי ואם עוד ילדים כל אחד בנפרד - עברות, כשקצת גדלתי ילדים עשו את זה ביחד בלי המלמד, אחרי כמה שנים עברתי תלמוד תורה, לא בגלל זה, והייתי עושה עברות לבד; עד שחסדי השם זכיתי להתקרב לרבנו והבנתי את גודל הבעיה שלי והתחלתי להגיד משניות, ועכשיו אני רוצה לשאול אם אני ילך לטיפול וכו'.


[אין אידיש: מיין נאמען איז ... איך וואוין אין ... ווען איך בין געווען א קליין קינד האט מיין רבי מיר גענומען און געטון מיט מיר עבירות, אויך האט ער גענומען נאך קינדער פון קלאס און מיט יעדן איינעם באזונדער געטון עבירות, שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן פלעגן מיר קינדער טון די עבירות אינאיינעם, נאך שפעטער בין איך שוין אזוי געפאלן אז איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפינען דעם רבי'ן, ערשט דעמאלט האב איך פארשטאנען אז דאס וואס איך טו איז זייער נישט גוט, איך האב אנגעהויבן זאגן משניות. יעצט וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה אויב איך זאל גיין צו מענטשן זאלן מיר העלפן אדער נישט].


א פחד פון א בריוו וואס קינדער און בחורים גייען אריבער פון מנוולים; מוהרא"ש פלעגט וויינען און שרייען אויף די צרה, עס דרייען זיך ארום צווישן אונז מניוולים וואס הרג'ענען אונזערע קינדער ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער זאגט גארנישט, יעדער איז שטיל. מוהרא"ש זאגט, איינער וואס טוט מיט קינדער מעשה נבלה דארף מען יענעם לייגן אין תפיסה פאר זיין גאנץ לעבן, ער זאל נישט זען די ליכטיגקייט פון די זון.


מוהרא"ש האט דערציילט, א גרויסער אדמו"ר פון ברוקלין איז געקומען צו אים און אים פארגעהאלטן היתכן איינער פון זיינע תלמידים האבן פאר'מסר'ט זיינס א מתפלל, דער אדמו"ר האט פארלאנגט פון מוהרא"ש ער זאל אים זאגן ער זאל צוריק ציען פון די מסירה, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "איך וויל אייך פרעגן א פשוט'ע שאלה, ווען איינער וואלט דאס געטון מיט אייערע קינדער וואס וואלט איר געטון? ווען א מניוול נעמט אייערע קינדער און הרג'עט זיי וואלט איר אויך געזאגט מען זאל אים נישט לייגן אין תפיסה?" יענער אדמו"ר האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.


די עצה פאר דעם בחור וואס פרעגט וואס ער זאל טון, אויב ער זאל גיין נעמען טיפולים, און פאר אנדערע וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, וואס זיי פרעגן 'וואס קענען מיר טון ארויס צו גיין פון אונזער בלאטע?' איז די עצה מען זאל נעמען טיפולים פון רבי'ן; נאר דער רבי קען היילן פון די טומאה, נאר דער רבי קען היילן פון די זוהמה. אז מען נעמט דעם רבינ'ס עצות, בפרט די עצה פון התבודדות, מען גייט יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען דערציילט אים וואו, ווען און ווי אזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן, ווי דער יצר הרע איז געקומען נאך פאר ווען מען האט געהאט דעת - דאס היילט דעם מענטש.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג) עס איז געווען א שלעכטער קעניג וואס האט זיך פארקאכט אין א בת מלכה ביז ער האט איר פארכאפט, שפעטער איז זי אנטלאפן פונעם קעניג, האט דער קעניג ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל זוכן וואו זי איז, ביז מען האט איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריינלויפן אינעם שלאס פון וואסער און דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר', ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, מען האט איר געשאסן מיט די פיילן וואס זענען געווען אנגעשמירט מיט טויטליכע סם, איז די בת מלכה אראפגעפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי".


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן אידישע קינדער וואס זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, מען ווערט צעבראכן ביי זיך און מען געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן, אפילו דער יצר הרע האט אראפגעווארפן אין די ערגסטע בלאטע, מען איז נכשל געווארן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וכו' רחמנא לצלן, אויב פאלגט מען דעם רבי'ן און מען נעמט זיינע עצות איז מען זוכה ארויס צו קריכן פון אלע פראבלעמען.


טייערע חברים, עס ליגט א חוב אויף יעדן איינעם פון אונז עוסק זיין מער אין הפצה; איך פארשטיי איר ווילט יעצט הערן פונעם ראש ישיבה חיזוק אויף אומאן, איר ווארט אויף תשובות אויב מען זאל שוין פארן יעצט אדער ווארטן, אפשר גייט מען פארמאכן די גרעניץ - אפשר נישט, וואס זאגט דער ראש ישיבה? יא? ניין? איך וויל רעדן צו אייך פון א וויכטיגערע זאך, עס ברענט א פייער, בחורים און מיידלעך פאלן אין עבירות, קיינער ווייסט נישט אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט, אלע שלאפן א טיפע שלאף אדער מאכט מען זיך ווי מען שלאפט, אדער שלאפט מען נישט, מען ווייסט יא, נאר מען ווייסט נישט וואס צו טון; מיר האבן יא א וועג צו ראטעווען די יוגענט, מיר דארפן גיין מער הפצה, פארשפרייטן דעם רבי'ן אויף אלע וועגן, בפרט די נייע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונדער דור און פאר די קומענדיגע דור, דאס קען ראטעווען די גאנצע יוגענט, מיר דארפן תשובה טון אז מיר טוען נישט גענוג פאר אונזערע ברידער, מיר דארפן טון נאך מער.


מאכט אייך נישט צוטון פון לצים וואס שפעטן פון די ספרים און קונטרסים, די אלע וואס שפעטן - די דארפן דאס מערסטע חיזוק, אפילו פון אינדרויסן זעט יענער אויס ווי א שיינער איד.


איינער פון די חברים האבן מיר דערציילט, ער האט דערציילט פאר מוהרא"ש אז בשעת ער איז געגאנגען הפצה מיט די קונטרסים ביי אים אין שול האט אים איינער פארגעהאלטן: "היתכן אזוי שרייבט מען? אזוי אפן פון עבירות?" מוהרא"ש האט געזאגט פאר דעם מפיץ, דאס קומענדיגע מאל ווען יענער וועט דיר פרעגן: "אזוי שרייבט מען?" זאלסטו אים צוריק פרעגן: "און אזוי טוט מען?!" דער אינגערמאן דערציילט מיר, ער איז דעם קומענדיגן טאג נאכאמאל ארום געגאנגען אין שול מיט די קונטרסים און ויבא, יענער איז דא, ער פרעגט נאכאמאל: "היתכן אזוי שרייבט מען? אזוי אפן פון עבירות?!" פרעגט אים דער מפיץ: "און אזוי טוט מען?" יענער איז געווארן ווייס פאר בושה, ער האט פארלוירן זיין שפראך, ער איז ארויסגעלאפן פון שול; מער האט ער נישט געטשעפעט דעם מפיץ.


ווערט נישט שוואך פון לצים; איינער וואס רעדט אויף די ספרים איז זייער ווייט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן מז): "הַנּוֹאֲפִים לָרֹב הֵם מִתְנַגְּדִים לַצַּדִּיקִים", די בעלי עבירה די זענען וואס קריגן אויף צדיקים; מיר דארפן נישט קוקן אויף דעם, מיר דארפן זיך שטארקן וואס מער מיט הפצה.


ווערט נישט צעטומלט וועגן אומאן; מיר בעטן ווייטער דעם אייבערשטן מיר זאלן קענען קומען, און דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן זיין ביים רבי'ן.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#122 - לאז זיך נישט נאך, דיין ישועה וועט זיכער אנקומען
שידוכים, אמונה, התחזקות, צדיקים, אומאן, התחדשות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ..., איך בעט דיר דערהאלט זיך, איך בעט דיר פון מיין הארץ געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך. איך ווייס אז דו ביסט זייער צעבראכן, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג אויף דיין שידוך, דו האסט שוין געטון אלע סגולות און אזויפיל גוטע זאכן, דו האסט שוין נישט קיין כח צו גלייבן אז עס גייט טאקע געשען, אז דו גייסט יא טרעפן דיין שידוך. דאך בעט איך דיר פון מיין הארץ, בלייב גלייבן, בלייב שטארק, ווער צוריק שטארק; האב נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט קיין ספיקות אין אמונה, אידישע קינדער בלייבן שטארק אפילו זאל זיין וואס זאל זיין.


דער הייליגער בעלזא רב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער בילגורייער רב זכרונו לברכה איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע רבי'ס, נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם אתכם" וכו', האט ער צוגעלייגט: "מען זאל נישט וויסן פון קיין צער", דער הייליגער בעלזא רב איז געווארן זייער צוקאכט און זיך אנגערופן: "צער?! דער אייבערשטער האט מיר נאך קיינמאל נישט מצער געווען"; ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל: "צער?! דער אייבערשטער מאכט נישט קיין צער".


דאס איז די גרויסקייט פון די צדיקים, ביי זיי איז אלץ גוט, זיי גלייבן אזוי שטארק (ברכות ס:): "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטָב עָבֵיד"; און דאס איז די זאך פון הייליגן רבי'ן, ער ברענגט דאס אריין אין אונז פשוט'ע מענטשן, פארגרעבטע און מגושמ'דיגע מענטשן, מיר זאלן אויך האבן אן השגה אין איידלקייט, מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, לאז זיך נישט נאך. מיר פארן יעצט צום רבי'ן, דארט וועסטו פועל'ן דיין שידוך, אבער געדענק, דאס וועט נאר געשען אז דו וועסט זיך נישט נאכלאזן, דו וועסט ארומגיין פרייליך, דו וועסט זיך אנטון שיין, פרישע וועש; גיין אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; זיך קובע זיין שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן ע"ו); זיין פרייליך, נישט ארומגיין מיט א זויערקייט.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און ווארט אויף דיין ישועה.


א כתיבה וחתימה טובה.