בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#302 - בלייב מיט דיין ווייב ראש השנה
דרך ארץ, אומאן, ראש השנה, בית המדרש, שמחות, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


די יאר ווען דו ווארטסט א שמחה אויף ראש השנה – זאלסטו בלייבן מיט דיין ווייב. דארפסט פארשטיין, דיין ווייב איז זייער באזארגט און נישט רואיג, זי דארף דיך האבן מיט איר, זאלסטו בלייבן מיט איר. זאלסט זיך מקשר זיין מיטן רבי'ן, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "גם בתמימות אסור להיות שוטה", א נאר טאר מען נישט זיין, מען דארף וויסן אז יעדע זאך האט איר צייט.


זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. קום אין שול מיט הוט און רעקל מיט דרך ארץ, אויך מיט שיך, נישט מיט סליפערס, אויך זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג גמרא.

#301 - באצאלן מענטשן צו קענען פארן קיין אומאן?
צדקה, אומאן, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע אוועקשטעלן א פאנדעישן, געלט פאר מענטשן צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; מוהרא"ש איז נישט געווען פון דעם קיין חסיד, קוק נאך אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ח, מכתב תתקלז), ווי מוהרא"ש זאגט דארט אז דער רבי דארף נישט קיין באצאלטע סאלדאטן, עיין שם.


אז דו ווילסט עוסק זיין אין צדקה - זאלסטו העלפן די מוסד וואו דו שיקסט דיינע קינדער. איך שטיי און פלאג זיך אזוי שטארק צו קענען צאלן די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע פאר 'דיין' מוסד, 'דיינע' קינדער'ס מלמדים; איז וואס זאלסטו נישט העלפן דיין אייגענע מוסד.


זעט אויס מען דארף האבן א זכי' צו העלפן בויען דעם רבינ'ס חדר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#300 - וואס פאר א מתנות וועט מען ברענגען פאר'ן רבי'ן
עבודת השם, אומאן, ראש השנה, שיעורים כסדרן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען דארף שוין מאכן פלענער צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. אין ספר חיי מוהר"ן איז דא א גאנצע קאפיטל איבער דאס גרויסקייט פון קומען קיין אומאן אויף ראש השנה; דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן. "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם",און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה, לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


אויך דארף מען מאכן פלענער וואס פאר א מתנות מען וועט ברענגען פארן רבי'ן, וויפיל סעטס משניות, וויפיל סעטס ליקוטי מוהר"ן. אנשי שלומינו פירן זיך, ווען מען קומט צום רבי'ן זאגט מען דעם רבי'ן אלע סיומים וואס מען האט זוכה געווען צו לערנען די יאר. זאלסטו זיך צופלייסן מיט דיינע שיעורים כסדרן, מאך זיך א ציל אנצוקומען צו ענדיגן כל התורה כולה, טייל עס איין אין פופצן שיעורים, מוהרא"ש האט געמאכט די סדר, די פופצן שיעורים.


די ערשטע שיעור זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי. די צווייטע שיעור זאלסטו לערנען יעדן טאג אביסל נ"ך. די דריטע שיעור זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות, אויב דו קענסט לערנען אכצן פרקים - מה טוב ומה נעים ווי גוט און ווי זיס; ווייל גורס זיין ח"י פרקים משניות איז אזוי שטארק, אז מען הרג'עט דעם יצר הרע, און מען ווערט אינגאנצן ריין.


די פערטע שיעור זאלסטו לערנען יעדן טאג בבלי, די פיפטע שיעור תלמוד ירושלמי, די זעקסטע שיעור תוספתא, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, זוהר הקדוש, תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן און ליקוטי הלכות; דאס זענען די פופצן שיעורים וואס מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן לערנען יעדן טאג.


בנוסף לזה דארפסטו געדענקען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כז), אפילו א מענטש מוז אלץ טון אין עבודת השם, מען מוז אסאך לערנען, מען מוז אסאך דאווענען און טון אסאך מצוות און מעשים טובים, און אזוי אויך אנדערע עבודת השם, דארף מען אבער וויסן אז מען קען נישט ווערן דערשראקן און צעדרוקט ווען מען זעט אין הייליגע ספרים די אלע שווערע עבודות, מען טאר נישט ווערן פארלוירן און טראכטן 'ווען וועל איך דאס קענען טון?' מען גייט רואיג, שטייטליך, צוביסליך, נישט ווערן אנגעצויגן און דערשראקן פון די סאך עבודות השם און דאס אלעס וועלן מקיים זיין אויף איין מאל, דאס ברענגט מען זאל גארנישט טון, אזוי ווי ווען עס פאסירט א פייער חס ושלום, פון פארלוירנקייט און צעטומלטקייט כאפט מען ארויס פון די פייער נישט וויכטיגע זאכן, אזוי דארף מען זיך פירן בעבודת השם, מען דארף זיין רואיג און טון נאך אביסל און נאך אביסל, און אז מען קען גארנישט טון אין עבודת השם טאר מען זיך אויך נישט פארלירן, מען זאל ווייטער בענקען, וועלן און האפן צום אייבערשטן, ווייל דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס האפן צום אייבערשטן - איז זייער זייער חשוב, דער אייבערשטער וויל אונזער הארץ, מיר זאלן האפן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#299 - יעדער איינער זאל האבן א חלק אינעם נייעם תלמוד תורה בנין
צדקה, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת שמיני, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אונזערע שיינע מוסדות מיט די רענט קאמפיין.


אויב דו קענסט מיר זיין א שליח צו באצאלן די לעצטע צוויי חובות וואס איך האב געבארגט צו קענען קויפן די קעמפ 'אילן החיים', איך האב געבארגט פון ... צוואנציג טויזנט און פון ... פערציג טויזנט, ביידע פון זיי זע איך מער נישט, איך מיין אז ביידע פון זיי האבן מער נישט קיין דירעקטע שייכות וכו'. איך געב דיר זעכציג טויזנט דאלער דו זאלסט זיי באצאלן און פון זיי צוריק נעמען די שטרות.


אויך וויל איך דיר בעטן, אויב איז דא איבריגע געלט אין דיין קאסע; עס איז מיר אונטערגעקומען צו קויפן יעצט א שטח נעבן אונזער בנין אין אומאן, מיר ווילן שוין אנהויבן בויען א נייעם בנין פאר אנשי שלומינו צו קענען איינשטיין בהרחבה ווען מען קומט אין אומאן אויף ראש השנה. אויב דו קענסט געבן דרייסיג טויזנט דאלער פאר ... נרו יאיר פאר די שטח.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט אנהויבן פאנדרעיזן פאר די נייע בנין התלמוד תורה אין שטעטל, מיר האפן בקרוב ממש אנצוהויבן בויען. איך וויל אז אלע אנשי שלומינו, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל - זאל האבן א חלק אינעם תלמוד תורה בנין וואו אונזערע קינדער וועלן נתחנך ווערן מיט תורה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#298 - פארשפילן די קינדער מיט יראת שמים
חינוך הילדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט זומער זמן ווען די קינדער זענען מער פארשפילט - דארף מען זיי פארשפילן מיט עבודת השם. ווען דו גייסט מיט די קינדער א שפאציר - זאלסטו מיט זיי שמועסן פון יראת שמים און פון סיפורי צדיקים, דאס וועט זיי בלייבן זייער גאנץ לעבן, די מעשיות וואס קינדער הערן פון צדיקים - איז אזוי שטארק, עס פלאקערט אויף זייער הארץ פאר עבודת השם יתברך.


זיי מודיע פאר אנשי שלומינו זאלן ארויסנעמען א בעט ביי אונזער בנין פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, ווייל די יאר זענען דא נייע מקורבים וואס ווילן קומען ביי אונזער בנין, און די אלע וואס זענען שוין געווען האבן א זכות צו באקומען זייער בעט פון פאריאר, אבער דער זכות קען מען נאר האבן ביז יעצט, אזוי קען מען ארויסגעבן בעטן פאר די פרישע מקורבים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#297 - זיין אינאיינעם מיט תלמידי היכל הקודש ביים רבינ'ס ראש השנה
אומאן

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך אזוי שטארק צו דיין בריוו, איך האב זיך זייער געבענקט צו הערן פון דיר. איך געדענק ביי מוהרא"ש ווען עס איז געקומען צו אים אן אייניקל פון רבי'ן איז ער געווארן זייער פרייליך צו רעדן און שמועסן מיט אים, אמאל בין איך געווען ביי מוהרא"ש אין בית המדרש און מוהרא"ש האט גערעדט אזוי פריינטליך מיט איינעם, מען האט געקענט אנזען אז מוהרא"ש איז עפעס מער פרייליך צו יענעם, מוהרא"ש רופט מיך צו און זאגט מיר: "דאס איז אן אייניקל פון רבי'ן".


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט נעמען א בעט אין אומאן ביי אונזער בנין, עס קאסט אסאך געלט און דו האסט נישט קיין וועג ווי צו האבן; אודאי איז כדאי צו בארגן געלט צו זיין אינאיינעם מיט תלמידי היכל הקודש ביים רבינ'ס ראש השנה, נעם שוין א בעט ווילאנג עס איז נאך דא, און זארג נישט פאר די הוצאות, דיין זיידע דער הייליגער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך האב שוין אויסגעזארגט פאר די שפעזן צו קומען צו מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#296 - די שווערע נסיעה פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל קיין אומאן
אומאן, הדרכות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס צער הערנדיג וואס דו גייסט אריבער פון די שווערע נסיעה וואס דו און נאך אסאך אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אריבער די יאר ביים פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אז מען האט מבטל געווען די נסיעות די לעצטע מינוט, און זייער אסאך זענען געבליבן אין ארץ ישראל, און אסאך זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס און נישט געקענט אנקומען צום רבי'ן.


האסט זייער גוט געטון אז דו האסט גענומען די פאר טיקעטס פאר דיר און פאר דיינע קינדער; אזוי וואלט איך אויך געטון, אז מען איז מבטל נסיעות און מען האט נאר א מספר מצומצם - קען מען נישט האבן קיין טענות, עס איז פארשטענדליך אז מען כאפט פאר זיך און פאר די קינדער א וועג צו קומען צום רבי'ן, און אז מען טשעפעט דיך און מען פארשעמט דיך - זאלסטו דאס מקבל זיין באהבה און דאס אננעמען פאר כפרת עוונות; אזוי גייט דאס לעבן, ווער עס טוט פאר אנדערע דארף זיין גרייט צו כאפן בזיונות און קללות וכו' וכו'.


דאס זאל דיך נישט אפשטעלן פון העלפן אנשי שלומינו פאר די קומענדיגע יאר צו קומען צום רבי'ן, און יעדן טאג זאלסטו בעטן אז דו, דיינע קינדער, דיין משפחה און אלע אידן - זאלן קענען קומען ראש השנה הבא עלינו לטובה צום רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#295 - סדר הנסיעה אומאן ראש השנה תשפ"ה
תפילה והתבודדות, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, חסידות ברסלב, נסיעה, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, משמש דעם רבי'ן, מנהגים, דן לכף זכות, פדיון נפש, מוהרנ"ת ז"ל, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין נעכטן נאכט צוריק געקומען פון הייליגן רבינ'ס ראש השנה, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שיין אונזער יום טוב איז געווען; די דאווענען, די שמחה, די אחדות, די הייליגע אטמאספער, די שמחות און די בכיות; ווען די אנשי המלך טרעפן זיך אינאיינעם, דאס קען מען נישט אראפשרייבן, דאס דארף מען אליין מיטהאלטן.


עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב דיך נישט געזען, איך ווייס נישט אויב דו ביסט געווען אין אומאן נאר ביסט נישט געקומען ביי אונז אין היכל הקודש, אדער בכלל נישט געקומען; איך קען נישט פארשטיין, וואס איז דא מורא צו האבן צו רעדן אין שטוב פון רבי'ן? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט פון רבי'ן'? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט צו די קינדער פון ברסלב'? שלום בית מיינט נישט אז וואס די ווייב זאגט –טוט מען, דאס מיינט זיין א שמאטע, דאס האט גארנישט מיט שלום בית, אז די ווייב זאגט 'רעד נישט פון ברסלב' - זאגט מען פאר די ווייב: "מיין טייערע ווייב, איך האב דיך זייער ליב, און פארוואס זאלסטו מיר זאגן איך זאל נישט רעדן פון רבי'ן? איך וויל יא רעדן פון רבי'ן און איך וויל יא זאגן פאר די קינדער אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן און קען יעדן איינעם מתקן זיין, א רבי וואס האט אזעלכע גוטע עצות פאר יעדע פרט אין לעבן".


עס איז דא א טעות ביי אנשי שלומינו וואס עס מיינט שלום בית, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אזויפיל גערעדט צו אונז פון שלום בית, פון זיך נישט טענה'ען, פון נישט וויי טון די ווייב, איז געווארן א טעות אז מען האט מורא פון די ווייב, מען לאזט זיך טרעטן, מען באהאלט זיך; נישט דאס האט מוהרא"ש געמיינט, אויסדריקליך נישט דאס, מוהרא"ש זאגט מען טאר נישט וויי טון די ווייב, דאס מיינט אז מען טאר נישט רעדן צו איר נישט שיין, מען טאר נישט גיין פארברענגען מיט חברים און איר לאזן אליין אין שטוב, מען טאר נישט טשעפען, אבער אז זי וויל נישט איר מאן זאל גיין דאווענען אין ברסלב ווייל זי האט געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן, און זי וויל נישט מען זאל הערן שיעורים וואס געבן לעבן און ברענגען נענטער צום אייבערשטן - דארף מען נישט טון וואס זי זאגט, מען דארף רעדן און רעדן מיט איר שיינערהייט, ווארעם און הארציג: "מיין טייערע ווייב איך האב דיך ליב, און איך גיי צום רבי'ן ווייל דער רבי געבט מיר לעבן, און איך וויל דו זאלסט מסכים זיין צו שיקן די קינדער אין חדר און אין בית פיגא וואס גרייט אן וואס לעבן איז, א פלאץ וואס מען לייגט נישט אריין די קינדער אין א פאלשע לעבן פון געפעלן פאר אנדערע, מען לערנט מיט די קינדער די אמונה, אזוי הייליג און אזוי געזונט".


איך וויל דיר שרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל פון אונזער נסיעה צום הייליגן רבי'ן.


די יאר בין איך געפארן פון פאר שבת, ווייל עס איז מיר זייער שווער אנצוקומען אין אומאן אן איבערנעכטיגן איין נאכט פאר ליל זכור ברית, ווייל פון ליל זכור ברית הויבט זיך אן ביי מיר א שווערע עבודה פון אויפנעמען מענטשן און דאווענען, תקיעות און געבן דרשות וכו' וכו', און היות די נסיעה איז גאר לאנג, מען דארף פארן צו אן אנדערע מדינה און נאכדעם זיך שלעפן צענדליגער שעות - בין איך געפארן פריער.


איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג פרשת נצבים וילך פארנאכטס, איך מיט מיינע קינדער נחמן נתן, יצחק דוד, הערשל און יוסף, מיט נאך אפאר אינגעלייט וואס גרייטן אן די סעודות מיט די בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן; העניך אינדיג, יחזקאל סאמעט, שלמה יאקאבאוויטש, מושי איינהארן, לייבי אפפעל, אברהם אליהו פרידריך מיט נאך צוויי דריי בחורים.


די וועג איז געווען מיט גרויסע חסדים, און מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי אין ווארשע, מיר האבן געדאווענט שחרית אין עירפארט, און פון דארט זענען מיר געפארן אפאר שעה מיט א באס קיין ליזענסק, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אין ליזענסק.


מיר זענען געגאנגען אין מקוה און זיך געגרייט אויף שבת, פרייטאג צו נאכטס האבן מיר געדאווענט מנחה און קבלת שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. איידער איך בין ארויסגעפארן בין איך זיך געגאנגען געזעגענען ביי מיין טאטן קארלסבורגער רב שליט"א, איך האב אים געפרעגט אויב מען קען דאווענען שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אויב עס איז בבחינת מירון און אומאן וואס מען גייט אויך שבת צום ציון, האט ער מיר געזאגט: "אודאי", ער האט מיר דערציילט מעשה רַב, פון מיין זיידע רבי יחזקאל רוטה זכותו יגן עלינו, אז ער האט אזוי געטון; ער איז געווען שבת פרה אין ליזענסק, א וואך פאר ער איז נסתלק געווארן, און ער האט געדאווענט ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו מנחה און קבלת שבת און געטאנצן דארט לכה דודי, אזוי ווי אין מירון, אויף דעם סמך האבן מיר אויך אזוי געטון; געדאווענט ביים ציון און געטאנצן לכה דודי מיט גרויס שמחה, עס איז געווען אזוי ליכטיג, מען האט געשפירט אזוי גליקליך אז אפילו מיר זענען ווי אזוי מיר זענען, ווי סאך מיר דארפן נאך פאררעכטן אונזער לעבן, אבער בכח הצדיקים וועלן מיר נישט פארפאלן גיין, איך קען דיר נישט מסביר זיין די געפילן וואס מען האט דארט געשפירט.


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען אז בזכות הצדיקים וועט עפעס בלייבן פון אונז. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקצד), עס איז געווען א צדיק וואס איז געווען ביי זיך זייער צעבראכן, ער האט אלץ געטראכט אז ער וועט נישט האבן קיין תיקון, ער האט געטראכט אז ער איז פון די כיתה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "יורדין לגיהנם", מען וועט זיי לייגן אין גיהנום, "ונידונין בה י"ב חודש", פאר צוועלף חדשים, "לאחר י"ב חודש", און נאך צוועלף חדשים, "גופן כלה", וועט די קערפער ווערן אויס, "ונשמתן נשרפת", און מען וועט פארברענען זייער נשמה, "ורוח מפזרתן", און עס וועט קומען א ווינט און אויסשפרייטן די אש "תחת כפות רגלי צדיקים", אינטער די פיס פון די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כא): "ועסותם רשעים כי יהיו אפר תחת כפות רגליכם", די אש וועט גיין אונטער די פיס פון די צדיקים; האט דער צדיק זיך זייער מחי' געווען, אז כאטשיג וועט די אש פון זיין קערפער זיין אין גן עדן אונטער די פיס פון צדיקים, דער צדיק האט געזאגט: "נישט - וועט שוין נישט זיין פון מיר", עפעס וועט יא איבערבלייבן.


דער רבי האט דאס דערציילט פאר רבי נתן אים צו לערנען אז אפילו די גרויסע צדיקים זענען ביי זיך אויך זייער צעבראכן און זיי דארפן זיך זייער מחזק זיין, און זיך זייער שטארקן, און רבי נתן פירט אויס (שם): "וְהַנִּרְאֶה מִדְּבָרָיו", ווי עס זעט מיר אויס, "שֶׁכַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים הֶחֱיָה עַצְמוֹ בָּזֶה", אז דער הייליגער רבי האט זיך אליין מחזק געווען מיט דעם, "וְנִתְרַצָּה גַּם לָזֶה", און ער איז געווען גרייט אפילו אויף דעם, "שֶׁאֲפִילּוּ אִם חַס וְשָׁלוֹם יִהְיֶה כָּךְ", אז אפילו עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, "הוּא מְרֻצֶּה לַעֲסֹק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בַּמֶּה שֶׁיּוּכַל", איז ער ווייטער גרייט צו בלייבן דינען דעם אייבערשטן מיט וואס ער וועט נאר קענען, "לַחֲטֹף כָּל יְמֵי חַיָּיו", אריינכאפן גוטע זאכן ווי לאנג ער לעבט, "וַה' הַטּוֹב יַעֲשֶׂה עִמּוֹ מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה כִּרְצוֹנוֹ הַטּוֹב", און אז דער אייבערשטער וועט וועלן מאכן מיט אים וואס ער וועט וועלן - איז ער גרייט; ווייל נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו בלייבן שטארק אין עבודת השם, אויב מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


אין אנהויב ביים אנקומען צום ציון אין ליזענסק בין איך געווען פארהאקט און פארמאכט, איך האב קוים געקענט עפענען מיין מויל ארויס זאגן א ווארט, איך האב געבעטן איין זאך: "באשעפער מאך מיך פרייליך, באשעפער מאך מיך פרייליך", ביז בחמלת השם אינמיטן דאווענען איז געווארן אזוי ליכטיג, איך בין געווארן זייער פרייליך.


די סעודות האבן מיר געגעסן באזונדער, די עסן איז געווען מיט די הכשר פון כדתיא, עס איז געווען זייער שיין צוגעשטעלט, מיר האבן נישט געמאכט קיין לאנגע סעודה, מיר זענען געווען אפגעמאטערט פון די וועג.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין מקוה און געלערנט מיינע שיעורים פאר אפאר שעה, אויך די אנדערע חברים האבן געלערנט יעדער איינער די שיעורים כסדרן; חומש, משניות, גמרא, תיקנים וכו', עס איז אזוי שיין צו זען ווי יעדער איינער פון אנשי שלומינו האט זיך א זעקל ספרים, יעדער איינער איז זיך מחי' מיט זיינע אוצרות. מיר האבן געדאווענט אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען, מיר האבן געהאט אונזער ספר תורה, די ערשטע ספר תורה וואס איך האב געקויפט פאר די קהילה פאר פופצן יאר צוריק.


שבת נאכמיטאג האב איך געווארט ביז מען וועט עפענען די ציון, דער גבאי אין ליזענסק פארשפארט יעדן שבת פון פארטאגס ביז פינף אזייגער דעם בית החיים, ווייל עס קומען צו פארן טוריסטן, אידישע אפשטאמיגע צום בית החיים, און עס איז חילול שבת, דעריבער פארמאכט ער דעם בית החיים. איך האב געלערנט ביים פענסטער פון מיין שטוב און געקוקט יעדע פאר מינוט ווען דער גבאי וועט עפענען דעם בית החיים, און ווען איך האב אים געזען עפענען די בית החיים בין איך נאכאמאל אריבער צום ציון הקדוש, איך האב מתפלל געווען, געזאגט תהילים און זיך אביסל מתבודד געווען.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין די דירה, געגעסן שלש סעודות, געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה. מוצאי שבת זענען מיר ארויסגעפארן די לאנגע נסיעה מיט א באס פאר לאנגע לאנגע שעות, די נסיעה איז געווען א שווערע נסיעה, ביים גרעניץ האט מען אונז אויפגעהאלטן פאר צוויי שעה, מיר האבן זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגן זמירות.


מיר האבן זייער געוואלט אנקומען אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו נאך פארן עלות השחר זאגן סליחות, און ווען מיר האבן געזען אז מיר וועלן אנקומען נאכן עלות - האבן מיר געזאגט סליחות אויפן באס, איך האב געהאט א שטארקע התעוררות ביי סליחות, ווי מיר בעטן זיך ביים אייבערשטן זאל אונז געבן א גוט יאר און אונז נישט משפט'ן לויט אונזערע מעשים.


א האזינו


מיר זענען אנגעקומען אין מעזיבוז אביסל פארן נץ החמה, מיר האבן זיך גלייך געשטעלט דאווענען שחרית, א טייל פון אונזער חבורה זענען קודם געגאנגען אין מקוה, איך בין גלייך געגאנגען דאווענען ותיקין, נאכן דאווענען האב איך מעביר סדרה געווען, נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. עס איז געווען דארט אסאך מענטשן, איינער האט דארט אנגעצינדן הויך אויף זיין טעלעפאן שיינע ווארעמע הארציגע מוזיק, די הארציגע ווארעמע ניגון וואס מען פירט די צדיקים אין 'גן עדן', עס איז דא א יש אומרים אז דער הייליגער בעל שם טוב האט געמאכט דעם ניגון, די ניגון האט מיר צעריסן דאס הארץ, איך האב זיך געקענט גוט אויסוויינען ביים צדיק, מאכן וידוי דברים, און בעטן פאר מיר און פאר אידישע קינדער.


אן א שיעור בחורים זענען צוגעקומען אין מעזיבוז זיך באדאנקען פאר די שיעורים און ספרים וואס געבט זיי חיות און לעבן, אויך איז א בחור צוגעקומען צו מיר פרעגן אן עצה וואס צו טון, ער פלעגט זיך מחי' זיין מיטן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ער האט געהערט די שיעורים און זיך גענומען לערנען משניות פאר א לאנגע צייט, ער האט געשפירט אזא זיסקייט אין לעבן, און במשך די גאנצע צייט איז ער געווען ריין פון עבירות, ביז זיין ראש ישיבה האט אים געגעבן צו פארשטיין אז די זקנים אין ברסלב זאגן אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך, און זאגן משניות, זאגן גמרא - איז נאר פאר שוואכע, עס איז נאר א בדיעבד, "ביז איך האב אפגעלאזט דעם דרך הלימוד און יעצט איז מיר אלעס פארלאשן, איך פאל און פאל..." איך האב אים געזאגט: "גיי צוריק צו דיין משפיע און זאג אים 'שכוח פארן מיר אפשניידן מיין חיות, שכוח פארן מיר צונעמען מיין לעבן'".


איך בין געווארן זייער צעקאכט הערנדיג דאס, איך האב זיך פארגענומען דארט אז איך וועל מער רעדן קעגן די לצים, די זקנים. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט רעדן קעגן די לצים - וועט דיין ארבעט זיין אומזיסט, דו וועסט רעדן הונדערט דרשות פון דרך הלימוד, און עס וועט קומען איין לץ, איין פארעך און געבן איין מאך מיט די האנט א תנועה פון ביטול, און געבן א לאך, און די תלמידים וועלן אלעס אפלאזן".


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ברסלב צום הייליגן רבי נתן, דארט האב איך זיך אויך געקענט גוט אויסוויינען. איך האב געבעטן דארט אז איך וויל זוכה זיין צו זען נאר גוטס ביי יעדן איינעם, נישט זען גארנישט קיין שלעכטס. איך האב געזאגט פאר רבי נתן: "דו האסט אונז אנטפלעקט די סוד אז אויב מען זעט עפעס שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אז מען זעט שלעכטס איז א סימן אז מען האט נישט געהאט קיין התבודדות, אדער ווייניג התבודדות", אויך האב איך געבעטן רבי נתן זאל זיין פאר מיר א מליץ יושר, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז ער וויל ליגן ביים טיר פון בית החיים, אז אלע נפטרים וואס מען וועט ברענגען צום בית החיים זאל מען אריבער פירן זיין קבר און ער וועט זיי דן זיין לכף זכות און זיין א מילץ יושר פאר זיי, האב איך געבעטן דארט: "זיי פאר מיר אויך א מליץ יושר, און פאר אלע אידן".


ביי רבי נתן איז גאר אנדערש, ווייל רבי נתן האט געהאט א הארץ פאר יעדן איד, ער האט געזאגט: "איך קען מלמד זכות זיין אויף יעדן איד", רבי נתן האט פארשטאנען אלעמען און געהאט א הארץ פאר אלעמען, דארט ביי זיין ציון ווען מען מאכט השתטחות קען מען זיך גוט אויסבעטן און אויסוויינען.


ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מען אונז געהייסן אויספאקן אלע פעקלעך, דער עולם איז שוין געווען אזוי אויסגעמאטערט, מען האט זיך אין אנהויב אנגעהויבן קריגן מיט די פאליציי אז מיר גייען נישט אראפנעמען די פעקלעך, אבער נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז עס איז נישטא קיין ברירה און אויסגעמוטשעטערהייט האט יעדער אראפגעשלעפט די זעק און פעק און אריבער די מאשינען זיך בודק זיין און מען איז אריבער, און מיט שמחה איז מען אנגעקומען, מען האט געזינגען: "אומאן אומאן ראש השנה, אשרינו מה טוב חלקינו".


נאכן פארן לאנגע שעות האבן זיך אלע אינגעלייט גענומען צו די ארבעט מיט אזא געטריישאפט; מן הבוקר עד הערב, אין א הייסע קאך, ווערנדיג אנגעגאסן און אנגעשמירט מיט די עסן, אן ווערן באצאלט, נאר מיט איין כוונה 'העלפן אנגרייטן די בנין פאר די הונדערטער אידן וואס קומען צום רבי'ן, צוריק טון פאר די קהילה וואס האט געגעבן לעבן'.


ישראל פוקס האט אונז אפגעווארט מיט פיינע עסן, מיט א גוטע פרישטאג און מיט א גוטע נאכטמאל, ער האט אונז זייער געהאלפן מיט די הכשר, ער איז געווען אונזער משגיח אין קאך.


ב האזינו


מאנטאג אינדערפרי בין איך געפארן מיט העניך צום באנק ערלעדיגן פאפירן אז דער בנין אין אומאן זאל זיין לעגאל, איך האב מיט גענומען א קליינע ספר תיקונים, און במשך וואס מען האט דארט געדארפט ווארטן האב איך אריינגעכאפט אסאך בלעטער תיקונים, איך האב זיך מחי' געווען מיטן סדר דרך הלימוד. איך האב געטראכט 'וויי פאר די וואס ווייסן נישט פונעם סדר דרך הלימוד, וואס טוען זיי ווען מען דארף זיצן שעות אין אפיס און ווארטן וכו' וכו'? אזויפיל טייערע צייט ווערט פארברענט, און ווען מען ווייסט פון רבינ'ס דרך הלימוד, פון רבינ'ס וועג, לערנען אפילו אן פארשטיין, אפילו נאר זאגן די ווערטער - קען מען אזויפיל אריינכאפן, אזויפיל זיך איינקויפן גוטס בזה העולם'.


אויפן וועג צוריק פון באנק בין איך געגאנגען צום ציון, מען האט נישט אריינגעלאזט נאר ווער עס צאלט שטייער, איך האב געצאלט די פערציג דאלער און אריין צום ציון מיט אזא שמחה. אלע יארן ווען איך קום צום רבינ'ס ציון הויב איך אן גלייך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, אבער וואס געשעט, נאך צוויי דריי קאפיטלעך עפנט זיך אויף מיין הארץ און איך הויב אן רעדן, זיך מתוודה זיין און זיך גוט אויסוויינען, און נאכדעם דארף איך נאכאמאל אנהויבן זאגן די תיקון הכללי. די יאר האב איך געטראכט אז איך הויב בכלל נישט אן זאגן די תיקון הכללי, ערשט וועל איך נעמען שלום ביים רבי'ן און דערציילן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ און זיך מתוודה זיין, און נאכדעם וועל איך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


איך האב זיך אויסגעוויינט און אויסגעשמועסט אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איך האב געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות, און נאכדעם האב איך זוכה געווען צו קומען נאנט צום קבר און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהילים מיט די תפילה פון רבי נתן, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים.


איך האב אהיים שפאצירט און זיך ווייטער מתבודד געווען, עס איז דאך אזוי מחי'דיג ווען מען קען גיין א שפאציר און רעדן צום אייבערשטן, דאס איז דאך די ברכה וואס דער אייבערשטער געבט (רש"י ויקרא כו, יב): "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן", איך וועל שפאצירן מיט ענק אין גן עדן, דאס איז ווען מען שפאצירט און מען איז זיך מתבודד; דאס איז טעם עולם הבא, טעם גן עדן, דאס איז וואס די צדיקים זענען זוכה אין גן עדן, ונהנים מזיו השכינה.


ג האזינו


דינסטאג פארטאגס זענען שוין אנגעקומען רוב עולם, מען האט זיך אזוי געפרייט איינער צום צווייטן, די שמחות איז געווען אין לשער. איך בין צוריק געפארן נאכאמאל צום באנק ערלעדיגן אז דער בנין זאל זיין לעגאל, זיי האבן געדארפט נאך פאפירן, און ברוך ה' מען האט עס געקענט ערלעדיגן.


אויפן וועג אהיים פון באנק האב איך געבעטן דעם דרייווער ער זאל מיך אראפלייגן ביים גאס שלום עליכם, איך בין צוגעגאנגען צום ציון זיך נאכאמאל מתוודה געווען, נאכאמאל אריינגעכאפט א תיקון הכללי, מיט התבודדות, מיט דעם יום תהילים. אויך האב איך זיך פארגעקוקט צוויי בלאט גמרא, און צוריק שפאצירט צום בנין.


אויפן וועג אהיים האב איך געטראכט 'וואס טו איך אויב ווילדע הינט וועלן קומען?' איך האב זיך גלייך דערמאנט פון רבינ'ס ווערטער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן י): "כְּשֶׁתִּשָּׂא אֶצְלְךָ אֲבָנִים הַנִּמְצָאִים עַל פְּנֵי הַשָּׂדֶה", אז דו וועסט מיט נעמען שטיינדלעך פון פעלד, "תִּנָּצֵל מֵחַיּוֹת רָעוֹת", וועסטו ווערן געראטעוועט פון די ווילדע חיות; איך האב אויפגעהויבן אפאר קליינע שטיינדלעך, און אזוי איז טאקע געווען, עס זענען געקומען צו לויפן ווילדע הינט, האב איך געווארפן פון די שטיינער אויף זיי, זענען זיי אלע אנטלאפן; שפעטער איז געקומען א יונגער שגץ און געווארפן אין מיין ריכטונג א שטיין, ברוך השם עס איז נישט געפאלן אויף מיר.


פאר מנחה מעריב האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און אביסל געשמועסט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן ראש השנה, און ווי אזוי מען זאל אויסניצן די טעג אין אומאן און נישט ווארטן אויף געפילן וכו', נאר טון בתמימות ופשיטות.


מיר האבן געהאט א וַואך נאכט, דער מדפיס, און גבאי פון ירושלים שמעון עוזר נרו יאיר האט געהאט א קינד און ער איז געקומען צו פארן צום רבי'ן, ער האט געמאכט א שליח הגאון רבי משה בראנדסרפער שליט"א זאל מאכן דעם ברית. פאר מענטשן איז דאס א מאדנע זאך אז מען פארט אוועק פון א ברית פון א קינד, מען מאכט א שליח, אבער אז מען טראכט אריין, אלע וואס נעמען א מוהל און מאכן נישט אליין די מילה, מאכן זיי א שליח דעם מוהל, און אז מען דארף זיך אליין מל'ען, אזוי ווי עס שטייט (דברים י, טז): "וּמַלְתֶּם אֵת עָרְלַת לְבַבְכֶם", איז דאך "הוא קודם".


ליל זכור ברית


ביי חצות הלילה האבן מיר געזאגט סליחות. אברהם הערש דער גבאי פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי האט פארגעזאגט סליחות, ער דאווענט זיס און ווארעם, נאך סליחות האבן מיר געמאכט פדיון נפש.


איך וויל אנדערש מאכן פון די קומענדיגע יאר שנת תשפ"ו הבא עלינו לטובה, מען זאל זאגן סליחות ערב ראש השנה פארטאגס, נישט ביי חצות, מכמה טעמים. קומענדיגע יאר ווען די עלות השחר אין אומאן וועט זיין האלב זעקס - וועלן מיר זאגן סליחות האלב פינף, און נאכדעם דאווענען שחרית ותיקין, און נאכדעם מאכן פדיון נפש.


ערב ראש השנה


נאך שחרית האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און עס איז ווייטער געווען פדיון נפש. אזוי זאגט דאך דער רבי (שיחות הר"ן, סימן ריד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.


עס איז געווען חדר פאר אלע קינדער, די געטרייע מלמדים האבן געדאווענט און געלערנט מיט די קינדער און זיי גענומען צום ציון, איך האב גערעדט צו די קינדער אפאר ווערטער איידער זיי זענען געגאנגען צום ציון, איך האב זיי דערציילט ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפן בית החיים ביי די קברים פון די עלטערן וכו', איינמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביי דעם קבר פון איר טאטע, זי האט געשריגן: "טאטע! טאטע!" מיט א וויינעדיגע קול, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט ווייטער געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


ראש השנה


די לעצטע תפילה פונעם פארגאנגענעם יאר, תפילת מנחה - בין איך געווען דער בעל תפילה, און צו מערב איז אברהם הערש צוגעגאנגען. ער האט זייער הארציג געדאווענט, אויך די תפילה פון 'אחות קטנה' האט ער געזאגט מיטן נוסח ווי מען פלעגט זאגן ביי מוהרא"ש, זייער א הארציגע נוסח, עס האט מיר אזוי צעריסן דאס הארץ, איך האב קוים געקענט זאגן די ווערטער פון זיך שטיקן מיט געוויין.


נאכן דאווענען האבן מיר זיך געווינטשן לשנה טובה מיט אזא ליבשאפט, מיט די גאנצע הארץ. מען האט געזען וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; דאס קען מען זען ראש השנה ביים קיבוץ, די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו, יעדער מיט אזא ליבשאפט צום צווייטן.


מען האט נישט געמאכט קיין לאנגע סעדות, מען איז געגאנגען שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין פארטאגס. ביידע טעג ראש השנה זענען מיר אויפגעשטאנען פיר דרייסיג, געלאפן אין מקוה און געלערנט שיעורים כסדרן, נאכדעם האבן מיר געלערנט א בלאט גמרא אינאיינעם, און אום זעקס אזייגער זענען מיר געגאנגען צום ציון, אפאר הונדערט אידן איינאיינעם, געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען.


די תפילות זענען געווען זייער הארציג, זייער שיין. ביי תקיעת שופר האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט האלטן קליין און טראכטן 'וואס וועט שוין אויסמאכן מיינע תפילות? וואס וועט שוין אויפטון מיינע ווערטער?' ענדערש זאל מען זיך האלטן קליין ווען עס קומט צו בויען א הויז, דארט זאל מען טראכטן 'וואס מען איך דען ווערד צו בויען אזוי שיין? מאכן אלע מאדערנע זאכן, וואס פעלט עס אויס? איך בין דאך אן איש פשוט, איך ווייס גארנישט, איך בין דען ווערד?' און אויך ווען מען קויפט א קאר און מען קען קויפן א קאר פאר דרייסיג טויזנט אדער זעכציג זיבעציג טויזנט, און דער מוכר רעדט איין מען זאל נעמען די טייערע און באצאלן צוביסליך פאר זעקס זיבן יאר, דעמאלט זאל מען טראכטן 'בין איך דען ווערד? איך בין דאך א חוטא ופושע', נישט ווען עס קומט צו דאווענען און צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר כלל ישראל, דארט טאר מען נישט זיין קיין עניו.


עס איז געווען א גרויסע התעוררות ביי תקיעת שופר, מען האט געשפירט ווי אלע אנשי שלומינו טוען תשובה, אלע זענען זיך מקבל צו זיין גוט. אויך האב מיר דערמאנט מען זאל ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ.


תשליך זענען מיר געגאנגען אינאיינעם א וועג פון צוואנציג מינוט, מען האט געטאנצן נאך תשליך "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", די שמחה איז געווען זייער גרויס.


מנחה האט אברהם הערש געדאווענט, און צווישן מנחה מעריב האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", און (שם, סימן תצא): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה הוּא בְּוַדַּאי אֵין צָרִיךְ לְהִתְעַנּוֹת כְּלָל", ווער עס האט זוכה געווען צו זיין ביי מיר ראש השנה דארף נישט פאסטן מער, "מֵאַחַר שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל ער איז געווען ביי מיר ראש השנה.


מיר האבן געדערט פון טון וואס דער רבי וויל, פון זיך מתבודד זיין יעדן טאג אפילו פאר אפאר מינוט, ווייל נאר דאס קען העלפן; אנשטאט גיין צו דעם און צו יענעם - זאל מען זיך ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן דאס הארץ אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי דער יצר הרע לאזט נישט אפ, און ווארפט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, און נאר דורך התבודדות, נאר דורך שרייען צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך: "טאטע העלף מיר, טאטע ראטעווע מיר" - קען מען זיך אויפהייבן און נישט אפלאזן.


מערבית האט אברהם הערש געדאווענט.


צווייטע טאג ראש השנה


אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פארקילט, איך האב נישט געהאט קיין קול, איך האב געזאגט פאר אברהם הערש דער גבאי אין שטעטל ער זאל זיך גרייטן צו דאווענען, אבער אנשי שלומינו האבן דאס געהערט האבן זיי געבעטן דעם אייבערשטן, און וואונדער האט פאסירט, אינמיטן פסוקי דזמרא פרעגט מיר אברהם הערש וואס איז געבליבן, זאג איך אים: "איך מיין א נס האט פאסירט, די קול איז צוריק געקומען".


די יאר האט מען צוגעלייגט אסאך זאכן אינעם בנין, מער באקוועם געמאכט. העניך נרו יאיר האט זייער שווער געארבעט אז אלעס זאל זיין גוט און באקוועם, מען האט געענדיגט די מקוה, און מען האט געענדיגט נאך א שטאק.


אויך האט מען געבויט א גרויסע שאטער וואו צו עסן, עס האט צוגעגעבן הרחבת הדעת. די גבאים פון די רענט קאמפיין האבן דאס צוגעשטעלט, זיי גייען צאמנעמען פון אנשי שלומינו די געלט פאר דעם.


מנחה האט געדאווענט הרב רבי דניאל בוים שליט"א, ער איז געקומען מיט א חבורה תלמידים צו הערן די שיעור. ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן דארף מען טון וואס דער רבי לערנט אונז; צו זיין פרייליך אז מיר זענען אידן און מיט די מצוות. עס זענען געקומען מיט רבי דניאל מענטשן וואס האבן נישט פארשטאנען אידיש, האב איך אביסל גערעדט אין לשון הקודש.


שבת שובה


קבלת שבת האט געדאווענט מרדכי היימליך, ביי באו בשלום האט מען געטאנצן און געפאטשט מיט א שטארקע שמחה. די סעודות זענען געווען זייער געשמאק, די עסן האט געהאט אלע טעמים.


די יאר האט מען צעטיילט די ארבעט, מען האט אראפגענומען ארבעט פון העניך מיט יחזקאל סאמעט, זיי צוויי זענען מער ווייניגער ממונה איבער אלעם, און אונטער זיי זענען אריינגעקומען א גאנצע שטאב געטרייע אינגעלייט, אהרן שלמה שווארץ מיט יודי פריינד, מיט נאך אינגעלייט און בחורים, זיי האבן אויסגעטיילט די עסן.


לייבי ליבערמאן האט צוגעשטעט די קאווע, נח הערש מיט נאך חברים האבן אפגערוימט די סעודות, יואל משה האט גערייניגט פארנט פונעם בנין, אפרים שמעון האט מסדר געווען די מקוה, און צוויי חשוב'ע בחורים מלמדים, מרדכי איידליס און שלום אלי' פעלבערבוים האבן גערייניגט די אריינגאנג צום בית המדרש. אברמי פיש מיט נאך אפאר געטרייע אינגעלייט און בחורים האבן גערייניגט און צוגעגרייט די בית המדרש. נחמן נתן קרויס האט פארקויפט די זיצן, און שלמה יאקאבאוויטש מיט אברהם אליהו פרידריך האבן געקאכט אין איין קאך די פליישיגע עסן, און מען האט געבויט די יאר נאך א קאך פאר די פארעווע עסן, דארט האבן געקאכט מושי איינהארן מיט לייבי אפפעל און נאך בחורים און חתנים. נישטא אינעם בנין קיין איין באצאלטע ארבעטער, אלעס ארבעט פארן רבי'ן מיט די גאנצע הארץ. אויך די בעל תפילה און בעל תוקע דאווענען און בלאזן נאר צו באצאלן פארן רבי'ן פארן געבן אזעלכע עצות, שכל און חיזוק פארן לעבן.


נאך די סעודה האבן מיר געזינגען זמירות שבת אינעם נייעם שאטער, לכתחילה האט געהייסן עס וועט זיין א באטע מיט א דרשה, אבער איך האב נישט געהאט קיין קול, זענען מיר געבליבן זינגען אלע זמירות ביי די סעודה.


אויך איז פארגעקומען א שלום זכור ביי האברך הלל ווייס, ער מיט זיין טאטע און שווער, אלע זענען געקומען קיין אומאן, און ער האט געשטעלט א שליח אונזער מוהל רבי אהרן פון מאנרא צו מאכן די ברית.


שבת אינדערפרי


איך האב נישט געהאט קיין כח צו גיין צום ציון, איך בין געווען שטארק פארקילט, איך האב געטרינקען טיי מיט האניג. צוביסליך האב איך געקענט רעדן מיטן קול, איך האב געקענט פארלערנען דעם בלאט גמרא. נאכן פארלערנען האבן בחורים און אינגעלייט געמאכט זייערע סיומים, מען האט אויסגעלייגט די מתנות וואס אנשי שלומינו ברענגען צום רבי'ן, אויך קינדער האבן מסיים געווען.


שחרית האט געדאווענט דער מגיד שיעור פון ירושלים משה שמואל, מוסף האט געדאווענט איינער פון די נייע גבאים פון אונזער מאנסי שול. מיר האבן אויפגענומען נייע גבאים, ווייל אלע גבאים פון מאנסי האבן זיך אוועקגעצויגן קיין שטעטל, קיין ליבערטי.


נאכן דאווענען האבן מיר פארגעלערנט סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם חכם און תם און מחזק געווען די אינגעלייט אויף שלום בית; מען זאל נישט לעבן מיט קיין חומרות, און מען זאל געבן גוטע ווערטער, און נישט מיינען אז אויב מען איז ארויס פון שטוב איז מען מער חשוב.


נאך די סעודה בין איך געגאנגען צום ציון מיט מיינע קינדער, מיר האבן געזאגט די תיקון הכללי, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען, און זיך געזעגנט מיטן רבי'ן מיט גרויס בענקעניש.


אויפן וועג צום ציון און אויף צוריק איז געווען שיינע שיחות מיט אנשי שלומינו, פאריאר האט דער גבאי פון בני ברק, דער וואס שרייבט אפ די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים - אפגעשריבן אלע שיינע שמועסן פון די וועג וואס מיר שפאצירן צום און פון ציון, איך האף די יאר וועט ער דאס אויך אפשרייבן.


שלש סעודות


מנחה האט געדאווענט דער גבאי פון בני ברק יואל לעווי נרו יאיר. שלש סעודות האבן מיר גערעדט פונעם זיסן דרך הלימוד, עס זענען ארויפגעקומען קינדער און בחורים וואס האבן מסיים געווען - איינער ש"ס, א צווייטער חצי ש"ס, א דריטער משניות, און אזוי ווייטער.


מיר האבן גערעדט איבער די סכנה פון רעדן מיט פרומע לצים, די וואס זעען אויס עובד'יש, די וואס רעדן בשם זקנים, אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך. איך האב זיך געבעטן ביי אנשי שלומינו: "זייט נישט קיין אויבער חכמים, רעדט נישט מיט קיין לצים, עס זאל ענק נישט אינטערעסירן וואס די זקנים זאגן, דא ביי אונזער מנין, ביי אונזער בנין, זענען געווען פאריאר אינגעלייט וואס האבן געלעבט מיט די עצות, שכל און התחזקות פון רבי'ן, און די יאר זעט מען זיי נישט צוליב וואס זיי האבן יא געדערט מיט פרומע לצים".


דיר בעט איך אויך, פריש זיך אויף און דריי זיך נאר מיט תלמידי היכל הקודש וואס האבן תמימות, נעם זיך חברים וואס האבן תמימות, וואס די שיחות פון רבי'ן איז זיי אינטערעסאנט, וואס די ווערטער פון מוהרא"ש לעבט זיי אויף, חברים וואס דערציילן מעשיות פון תפילה, חברים וואס לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה, תהילים, דעם רבינ'ס ספרים, ועוד ועוד, חברים וואס לערנען אשר בנחל, וואס האבן חיות פון אשר בנחל, און דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין, אבער נישט מורא האבן, און ווייטער מאכן חבורות ביי דיר אין שטוב פון אנשי שלומינו, און מאך דיין ווייב פאר א חסידות'טע, ווייל עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "איך וויל ענק זאלן מאכן ענקערע ווייבער חסידות'טעס"; ווייל אויב די ווייב ווערט צוגעצויגן צום רבינ'ס דיבורים קען מען אסאך פארדינען.


מוצאי שבת גלייך נאך הבדלה האב איך זיך געוואשן מלוה מלכה און זיך איינגעפאקט, און מיר זענען געפארן צום באן. די יאר זענען מיר געפארן מיטן באן פון אומאן גלייך קיין פוילן, קיין פשעמישל. די באן האט געהאט בעטן, מען האט זיך געקענט אראפלייגן און זיך אויסרוען. די וועג איז פאר מיר געווען די גרינגסטע וועג, גרינגער ווי פארן מיט א באס, מיט א קאר; ווייל ווי באקוועם קען זיין דאס פארן איבער צען שעה זיצנדיג? זאל זיין די קאר, די ווען - מיט באקוועמע זיצן, איז דאס גוט פאר צוויי דריי שעה, אבער אז מען פארט צען צוועלף שעה - איז די גרינגסטע אז מען קען זיך אראפלייגן.


איך האב געבעטן די צוויי אינגעלייט אלי' און משולם, וואס שטעלן צו די וועג פאר אנשי שלומינו אלע יארן צו פארן צום רבי'ן, אז אויב קומענדיגע יאר וועט נאכאלץ זיין פארמאכט קיעוו, מען וועט זיך נאך דארפן אריינשלעפן קיין אומאן פון אן אנדערע מדינה - זאלן זיי נאכאמאל מאכן די באן מיט די בעטן, ווייל איך בין שוין געפארן מיט אלע וועגן, און דאס איז די גרינגסטע און געשמאקסטע וועג; אז מען קען זיך אראפלייגן, די ביינער ווערן נישט אזוי צעבראכן.


אויפן וועג אהיים האב איך געפרעגט א אינגערמאן וואו ער גייט שלאפן און עסן ווען ער קומט אהיים, קוקט ער מיך אן מיט אפענע אויגן 'וואס איז די פראגע? אודאי אין שטוב', פרעג איך אים: "פאריאר ווען דו ביסט אהיים געקומען האט דיין ווייב דיך נישט אפגעווארט מיט א ווארעמע טעלער זופ, פארוואס גייסטו צוריק אהיים?" זאגט ער: "וואס הייסט, איך גיי אהיים צו מיין היים"; זאג איך אים: "דאס איז די סיבה פארוואס איך שטיי איין אין בנין היכל הקודש אין אומאן, ווייל דאס איז מיין היים, און אויב די עסן איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים, און אז די בעט איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים"; 'היכל הקודש' איז מיין היים, און איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער, מיינע דורות, זאלן אויך אזוי שפירן, אז היכל הקודש איז זייער היים.


אן א שיעור מענטשן זענען געקומען זיך באדאנקען פאר די חיזוק פון די שיעורים, גליונות און ספרים. אין עירפארט האט מיר א איד א מגיד שיעור א תלמיד חכם דערציילט, אז זיין זון איז אין א חבורה אין א כולל אין סאטמער, וואס דער ראש הכולל א גרויסער תלמיד חכם - האט אים געזאגט פאר זיין חתונה אז ער מוז לערנען די קונטרסים פון דער ראש ישיבה אויף שלום בית, און נאך אפאר וואכן האט ער אים געפרעגט אויב ער האט דאס שוין געלערנט און ווען ער האט געזאגט ניין, האט דער ראש הכולל ארויסגענומען פון בוזעם טאש א קונטרס "מכבד זיין די ווייב", און אים געזאגט: "דו זאלסט דאס לערנען, וועסטו האבן אמת'ע שלום בית", דאס איז א ראש הכולל פון די גרעסטע כוללים פון סאטמער.


צום גדלי'


זונטאג צום גדלי' אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויפן באן, אום איינס אזייגער זענען מיר אנגעקומען קיין פשעמישל און פון דארט געפארן קיין ליזענסק, און אום צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען אין ליזענסק. איך בין גלייך געלאפן צום ציון, איך האב געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען.


דריי אזייגער זענען מיר געפארן צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מנחה אין עירפארט און געליינט אין די תורה ויחל.


אויפן פליגער איז צוגעקומען א מנהל פון א שיינע גרויסע חדר אין מאנסי און זאגט מיר: "ווען איך וויל וויסן ווער אויפן פליגער איז פון היכל הקודש און ווער נישט האב איך צוויי סימנים, ווען איך הער איינעם זאגן 'שכוח אייבערשטער' - איז דאס מיין סימן אז דער איז היכל הקודש, און ווען איך זע איינעם מיט א ספר אין האנט און מישט דפים - איז דאס מיין סימן אז דער איז אין היכל הקודש".


אויפן וועג אהיים אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן רבי יונה דער דיין, מיר האבן געשמועסט כמעט די גאנצע וועג, אכט ניין שעה - וויכטיגע זאכן ווי אזוי צו העלפן אנשי שלומינו.


חסדי השם מיר זענען אנגעקומען נעכטן נאכט צען אזייגער געזונטערהייט מיט די קינדער און מיט די פעקלעך און מיט אלע תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן.


די יאר וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין יום הקדוש און סוכות אין שטעטל. זונטאג חול המועד וועלן מיר מאכן א סעודה לכבוד דעם רבינ'ס הילולא אינאיינעם מיט א הכנסת ספר תורה, און אסרו חג סוכות, מוצאי שבת - פאר איך צוריק קיין וויליאמסבורג אנהויבן א פרישע זמן מיט די ישיבה, די אכצנטע יאר ישיבה, ווייטער טון די צוואה פון רבי'ן: "איר זאלט אנטרינקען ביימער".


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#294 - זיי פרייליך אז דו ביסט געווען אין אומאן
שמחה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר זענען שוין אהיים געקומען בשלום פון אומאן, מיר דארפן נאך קומען צו זיך פון די לאנגע נסיעה. די לעצטע פאר יאר פון ווען עס איז דא די מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינא און מען קען נישט פארן גלייך קיין אוקריינא, מען דארף גיין פון איין לאנד צום צווייטן - איז די נסיעה שווערער, און מיט דעם אלעם זענען אנשי שלומינו נישט מוותר אויף די נסיעה, מען פארט צום רבי'ן מיט מסירות נפש.


זיי פרייליך אז דו ביסט געווען אין אומאן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי אים ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר; אויך די וואס זענען נישט אנגעקומען קיין אומאן (די יאר זענען אסאך פון אנשי שלומינו בני ארץ ישראל אפגעהאלטן געווארן און נישט געקענט אנקומען קיין אומאן) - דארפן זיך אויך זייער פרייען, די זענען אויך געווען אין אומאן.


איך האב אסאך צו דערציילן פון אונזער שיינע ראש השנה, איך דארף אבער קומען צו מיינע כוחות, איך דארף זיך נאך אפרוען.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#293 - נישט אפלאזן דאס ווילן, בענקן און גליסטן צו זיין אן ערליכער איד
תפילות אויף אידיש, שלום בית, התחזקות, עבודת השם, רצונות, בזיונות, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער, איך ווארט שוין אייך צו טרעפן און ענק קענען באגריסן, און אפילו קענען רעדן מיט יעדן איינעם אפאר ווערטער פערזענליך; בעיקר די בחורים פון אונזער ישיבה, זיי האב איך זייער ליב, איך ווארט זיי צו טרעפן.


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר גערעדט פון נישט אפלאזן די רצון צו זיין אן ערליכער איד; כל זמן מען וויל נאך זיין אן ערליכער איד, אפילו מען זעט ווי די מלחמה ווערט שווערער און שווערער, אויב לאזט מען נישט אפ דאס וועלן, בענקען און גליסטן צו זיין גוט – וועט מען ביים סוף מצליח זיין. דאס איז וואס די תורה זאגט אונז (דברים כא, י): "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ", אויב דו וועסט גיין אין מלחמה – "וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ", וועט דער אייבערשטער דיר העלפן, דו וועסט אויספירן.


דעם הייליגן רבינ'ס מדה איז נצח, דער רבי האט געזאגט: "נצחתי ואנצח, איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן", דער רבי שטארקט אונז מיר זאלן נישט אפלאזן דאס ווילן, בענקן און גליסטן - צו זיין אן ערליכער איד.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, שווייגט אפ אין שטוב, נעמט אן די בזיונות, ענטפערט נישט, סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", שווייגט אפ אויף די בזיונות; נישטא נאך א זאך וואס זאל אויסזויבערן דעם מענטש - ווי אפשווייגן אויף א בזיון; אז מען איז זוכה מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט, מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם – איז מען זוכה צו תשובה, צו בחינת אקי"ה, צו בחינת כבוד אלוקי צו כ', כתר (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


געדענקט, מיר פארן צום רבי'ן; דארפן מיר פארן מיט ריינע מוחין, מיט שלום בית. דער רבי האט געזאגט: "ווי ווייגט זיך צו קומען צו מיר איינער מיט שלעכטע געדאנקען?!" דער רבי האט נישט געוואלט זיין ביים טיש מיט דעם איד וואס האט נישט געהאט שלום בית; אז מיר קומען צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן און קומען מיט שלום בית.


גייט אהיים און בעטס ענק איבער, און אז זאכן שטערן דיר און זאכן באדערן דיר, זאלסטו גיין אין א ליידיגע פעלד, א ליידיגע פלאץ און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס ברענט אין מיר כעס, עס ברענט אין מיר כבוד, עס ברענט אין מיר נצחון, עס ברענט אין מיר טפשות, העלף מיר, ראטעווע מיר, איך וויל זיין ערליך, נעם ארויס פון מיר די שלעכטע בלוט".


לייגט אוועק אלע מניעות, קומט אלע צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה.


א פרייליכן שבת, א כתיבה וחתימה טובה.
.

#292 - אוועקגיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, אומאן, ראש השנה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו שרייבסט מיר, איך וויל האבן מיט דיר א קשר, און מיט די הילף פון באשעפער דיר העלפן אוועק שטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע די טענות וואס דו האסט אויף מרת..., אז זי לערנט דיין ווייב דיך צו מאכן שפירן ווי א שמאטע, דו ווילסט איר אנרופן וכו'; איך ווייס נישט אויב עס איז א גוטע עצה, ענדערש זאלסטו מיר שרייבן אדער דערציילן וואס דיין ווייב טוט נישט גוט צוליב מרת ..., וואס זי מאכט דיר שאדן, און איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף איר עס איבערגעבן און זען וואס מען קען בעסער מאכן, זי איז נישטא צו העצן פרויען אויף מענער, זי איז דא נאר צו העלפן אוועק שטעלן שטיבער זיך פירן מיט שלום און שלוה.


אויף דיין פראגע אויב דו גייסט קענען יוצא זיין ביי אונזער קיבוץ אין אומאן תקיעת שופר, היות מען רופט אויס פאר די תקיעות אז ווער עס האט איינעם פיינט זאל ארויסגיין פון בית המדרש; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אזוי געטון און אזוי טוט מען ביי אונזער מנין, אויב מען האט איינעם פיינט קען מען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר, מען מוז ארויסנעמען אלע פיינטשאפט פון הארץ, יעדן איינעם ליב האבן און אויף יעדן איינעם רחמנות האבן.


אויב דו שפירסט נאכאלץ אז דיין ווייב קוועטשט דיך אויס מיט אירע געוויינען, כהיום (נישט אלטע זאכן) - זאלסטו מיר עס שרייבן און איך וועל איר מחזק זיין זי זאל דאס נישט טון, זי זאל דיך נישט צעקוועטשן און צעדרוקן.


אויף דיין פראגע וויפיל מאל מען זאל גיין צו עלטערן אויף שבתים; ווען מען איז יונג, מען האט נאכנישט קיין גרויסע ווירטשאפט - איז גוט צו גיין צו עלטערן מער אפט, ווייל שפעטער מיט די צייט ווען די משפחה צואוואקסט זיך - איז שווער דאס פארן און קומען.


בנוגע רעדן מיט א שוויגער וכו'; דארפסט נישט רעדן מיט דיין שוויגער, איך רעד אויך נישט מיט מיין שוויגער. אז מען גייט צו א סעודה באדאנקט מען זיך, מען זאגט שכוח, און ווען מען קומט אריין אין שטוב באגריסט מען, אזוי אויך ביי א שמחה ווינטשט מען מזל טוב, אבער אזוי דורכן יאר פעלט נישט אויס צו רעדן.


דאס וואס דו שרייבסט אז צווישן אנשי שלומינו זענען דא וואס מאכן דיר נערוועז און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ענדערש אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש וכו'; טייערער ברודער, היינט איז עס דאס, מארגן איז עס א צווייטע זאך, אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה, וואס וועסטו טון ווען דו וועסט ווערן היימיש אין יענעם שול און דארט וועלן דיר זאכן אנהויבן באדערן? וואו וועסטו דעמאלט גיין? די עכטע עצה איז - קוקן אויף יעדן מיט רחמנות אויגן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, יעדער טראכט אנדערש, און יעדער איז הייליג, יעדער איד איז א קינד ביים אייבערשטן, און אז זאכן באדערן און זאכן שטערן - דארף מען זיך אליין אויסוואשן מיט הייסע טרערן, מען דארף גיין אין פעלד און וויינען צום אייבערשטן, מען זאל זיך אזוי אויסלייטערן ביז מען האט יעדן איינעם ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#291 - דאווענען אין אומאן וואו מען שפירט זיך מער באקוועם
אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער הרב ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו ביסט מער באקוועם צו דאווענען אין אומאן ביי ... מנין - זאלסטו דארט גיין דאווענען, דאווען אין אומאן וואו דו ביסט מער באקוועם און וואו דו האסט מער ישוב הדעת, אויך אויב אונזער בנין איז דיר נישט אזוי באקוועם וכו' וכו' - זאלסטו טון וואס קומט דיר אויס גוט.


מוהרא"ש האט אלע יארן געזאגט מען זאל נישט מאכן קיין עסק וואו מען דאווענט אין אומאן, דער עיקר איז - קומען צום רבי'ן קיין אומאן, און וואו מען שפירט זיך מער באקוועם - דארט זאל מען דאווענען. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד): "יא עסן - נישט עסן, יא שלאפן - נישט שלאפן, יא דאווענען - נישט דאווענען, דער עיקר מען זאל זיין ביי מיר אויף ראש השנה".


דארפסט נישט דאווענען ביי מיר, איך האב נישט קיין חלישות הדעת פון די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#290 - וואלסטו געוואוסט וואס צרות מיינט, וואלסטו געטאנצן קאדאטשקע
צרות, שלום בית, התחזקות, אומאן, טעלעפאן, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אין די בריוו: "מען פרעגלט מיר אויס פון הימל פון אלע זייטן"; איך מיין דו ווייסט נישט וואס מיינט פרעגלען, וואלסטו געוויסט וואס מענטשן גייען אריבער, וואלסטו געוויסט וואס פאר א צרות עס איז דא אויף די וועלט - וואלסטו געטאנצן קאדאטשקע בייטאג און ביינאכט, וואלסט געזאגט און געשריבן: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר, דער אייבערשטער געבט מיר נאר גוטס".


דו ווייסט נישט וואס צרות מיינט, ווייל אז די ווייב וויינט א האלבע נאכט - איז דאס נישט דיך פרעגלען פון הימל; וואס איז אז די ווייב וויינט? וואס איז אז די ווייב שרייט? דאס איז נישט קיין פרעגלען, דאס איז נישט קיין צרות; דאס איז די לעבן, און דאס איז די פליכט אויפן מאן, פרייליך מאכן די ווייב, דאס איז נישט קיין פרעגלען. און אז דו גייסט יעצט אריבער א שווערע צייט מיט פרנסה - איז נאך אויך נישט עק וועלט, און אז דו דארפסט באצאלן גרויסע קנסות פאר די קאמפעני וכו' וכו' - איז אויך נישט עק וועלט; דאך ביסטו געזונט, דאך ביסטו חתונה געהאט, און נאך טויזנטער גוטע זאכן וואס דו האסט.


פארליר זיך נישט, באלד קומט גרויס שפע, דו טו נאר דיינס מיט גרויס עקשנות, דו קום אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט די גרעסטע עקשנות, זאל זיין וואס זאל זיין. לאז דיין טעלעפאן אין קאר, פלאג זיך אויס פון די גאנצע וועלט, דאווען צום באשעפער, דאנק אים און בעט אים ער זאל דיר העלפן, זאלסט האבן פרנסה בריווח.


בנוגע אומאן וכו'; מוהרא"ש האט אמאל געזאגט פאר א שנה ראשונה אינגערמאן ער זאל בלייבן וכו', מוהרא"ש האט געוויזן וואס די הייליגע חכמים זאגן (עיין יומא פה:): "מוטב שיחלל שבת אחת וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#289 - אפילו מען טראכט נאר פון זיין גוט, וועט מען אלעס פאררעכטן
צדיקים, תשובה, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט לערנען מיט בחורים די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה, יראת שמים און מידות טובות; איך ווייס עס איז דיר שווער.


היינט אינדערפרי ביים זאגן תיקונים האב איך זיך זייער מחי' געווען מיט וואס רבי שמעון איז מגלה, דאס גרויסקייט פון זיין מקושר צום צדיק און דאס גרויסקייט פון תשובה; אפילו מען טראכט נאר פון זיין גוט - וועט מען אלעס פאררעכטן. דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקון לב, דף עו ע"ב): "וְאִם הוּא צַדִּיק אִתְּמַר בֵּיהּ (משלי כד, טז) 'כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם'", אויב איז דער צדיק אנגעקומען אין גיהנום - וועט ער יא ארויסגיין פון דארט, "אָמַר לֵיהּ רַבִּי אֶלְעָזָר", האט רבי אליעזר געפרעגט זיין טאטן, רבי שמעון בר יוחאי: "וְאִם הוּא צַדִּיק אַמַּאי נָחִית תַּמָּן", וואס זוכט בכלל דער צדיק אין גיהנום? א צדיק גייט נישט אין גיהנום! זאגט רבי שמעון בר יוחאי: "אֶלָּא בְּגִין לְאַפָּקָא מִתַּמָּן כָּל נַפְשָׁא וְנַפְשָׁא", דער צדיק גייט אין גיהנום ארויס צו נעמען די נשמות, "מֵאִלֵּין דְּהִרְהֲרוּ בִתְיוּבְתָּא", וואס האבן געטראכט פון תשובה, די נשמות וואס האבן געוואלט תשובה טון, "וּמֵתוּ בְקַצְרוּת שְׁנִין", און זענען אוועק פון דער וועלט איידער זיי האבן תשובה געטון - "וְאִיהוּ טָרַח בְּגִינֵיהּ", קומט דער צדיק און מוטשעט זיך פאר זיי, ער איז זיי מתקן; קומט אויס פשט אין די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי, אז מען רעדט נישט פונעם צדיק אליין, נאר "וְאִם הוּא צַדִּיק" אויב איז מען מקושר צום צדיק, "אִתְּמַר בֵּיהּ (משלי כד, טז) 'כִּי שֶׁבַע יִפּוֹל'", אפילו ער וועט פאלן זיבן מאל - "צַדִּיק וָקָם", וועט אים דער צדיק מתקן זיין.


דער צדיק לאזט זיך אראפ אין די טיפסטע בלאטעס, אין די הייסטע גיהנום'ס - צו מתקן זיין אלע נשמות. אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרב) פשט אין די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות כח:) רבי יוחנן - איידער ער איז נסתלק געווארן - האט ער געוויינט, די תלמידים האבן אים געפרעגט: "רבי, פארוואס וויינסטו?" האט ער געזאגט: "יֵּשׁ שְׁנֵי דְּרָכִים לְפָנַי, אֶחָד לְגַן עֵדֶן וְאֶחָד לְגֵּיהִנּוֹם, וְאֵינִי יוֹדֵעַ בְּאֵיזֶה דֶּרֶךְ מוֹלִיכִין אוֹתִי", עס איז דא צוויי וועגן, איינס פירט צום 'גן עדן' און איינס צום 'גיהנום', איך ווייס נישט וואו מען וועט מיך פירן; פרעגט דער רבי, ווי איז שייך רבי יוחנן זאל האבן א ספק אויב מען וועט אים פירן אין גיהנום? זאגט דער רבי, פארקערט, רבי יוחנן האט געוויינט אויב ער איז נישט גענוג גרויס צו קענען גיין אין גיהנום מתקן זיין די נשמות, ווייל – "הַצַּדִּיק הַגָּדוֹל מוֹלִיכִין אוֹתוֹ אַחַר מוֹתוֹ דֶּרֶךְ הַגֵּיהִנּוֹם, כְּדֵי לְהַעֲלוֹת מִשָּׁם נְשָׁמוֹת כַּיָּדוּעַ", דער גרויסער צדיק - ווען ער ווערט נסתלק - פירט מען אים צום גיהנום ער זאל מתקן זיין די נשמות, דאס האט רבי יוחנן מורא געהאט, אויב אים וועט מען דארט פירן וכו', עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#288 - גיי אין אומאן וואו דו ביסט באקוועם, אבער אין א פלאץ פון יראת שמים
התחזקות, אומאן, ראש השנה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. "ביי מיר איז דער עיקר ראש השנה" - זאגט דער רבי, "און גלייך מוצאי ראש השנה בייג איך צו מיינע אויערן צו הערן ווי דער שמש קומט שוין איבער א יאר קלאפן, וועקן צו סליחות, ווייל מיין זאך איז נאר ראש השנה" (שיחות הר"ן, סימן רטו).


"מיין פייערל וועט שוין טליען און ברענען ביז משיח וועט קומען" - האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט), און וויפיל די מתנגדים וועלן דאס שטערן - וועט עס נישט העלפן, "וואו איך וועל גיין, וואו מען וועט מיך פארטרייבן, וועל איך דארט מאכן ברסלב'ער חסידים" - האט רבי נתן געזאגט ווען מען האט אים פארטריבן פון זיין היים שטאט, פון ברסלב.


ובכן זאסטו נישט מורא האבן פון קיינעם, אפילו מען סטראשעט דיך מיט וכו' - זאלסטו זיך אנכאפן אין רבי'ן און זיך גוט צובינדן, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, שם): "איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן", און דער רבי האט געזאגט: "וואו איך וויל טרעטן וועל איך פאררעכטן".


פאק זיך איין אויפן וועג א זעקל ספרים, מען גייט פארן קרוב צו דרייסיג שעה; זאלסטו האבן וואס צו טון אויפן וועג. זאלסט עוסק זיין מיט דיין חיים טובים, און יעדע טריט נענטער צו אומאן זאלסטו זיך פרייען, און דאנקען דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא.


מאך נישט פון עיקר - טפל און פון טפל - עיקר, דער עיקר איז קומען קיין אומאן; וואו צו דאווענען, וואו איינצושטיין - דאס איז נישט דער עיקר, וואו דו ביסט באקוועם - זאלסטו גיין, נאר בתנאי אז עס איז א פלאץ פון יראת שמים, א פלאץ פון תמימות ופשיטות, א פלאץ פון אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#287 - שכר לימוד איז א חיוב צו באצאלן
שכר לימוד, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. די גאנצע וועלט שרייט: "המלך", אבער די הכתרה איז וואו? די הכתרה איז אין אומאן; "פון היכל קן ציפור וועל איך אראפקומען צו ענק" - האט דער רבי געזאגט, "און אפילו אויף די גאנצע וועג וואלט געווען אויסגעלייגט שארפע מעסערס" - זאגט רבי נתן - "וואלט איך געטרעטן אויף די מעסערס אנצוקומען צום רבינ'ס ראש השנה".


איך וויל זאלסט באצאלן שכר לימוד, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד איז א חיוב צו באצאלן. נישטא קיין תירוץ נישט צו באצאלן, עס איז נישט אמת אז מען האט נישט קיין געלט צו באצאלן, ווייל פאר אלעס אנדערש איז דא געלט; ענדערש זאג 'עס איז מיר נישט אינטערעסאנט צו צאלן שכר לימוד, עס איז מיר נישט חשוב מיינע קינדער'ס לערנען'.


פון אפיס פרעגט מען מיר אויב מען זאל ארויפגיין מיט שכר לימוד, זיי זאגן מען מוז עפעס זען צו טון מען זאל קענען צאלן די איינגעשטעלטע. מען מוז צאלן שכר לימוד, גלייב אין די ווערטער פון חכמינו זכרונם לברכה (ביצה טז.): "כָּל מְזוֹנוֹתָיו שֶׁל אָדָם קְצוּבִים לוֹ מֵרֹאשׁ הַשָׁנָה וְעַד יוֹם הַכִּפּוּרִים", ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל מען וועט פארדינען און וויפיל מען וועט פארלירן, "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת וְהוֹצָאַת יוֹם טוֹב", אויסער די געלט וואס מען געבט אויס פאר שבת און יום טוב, "וְהוֹצָאַת בָּנָיו לַתַּלְמוּד תּוֹרָה", און די געלט וואס מען צאלט אז די קינדער זאלן לערנען תורה, "שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ", ביי דעם, אויב מען געבט אויס ווייניגער - פארדינט מען ווייניגער, "וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ", און אויב געבט מען אויס מער - פארדינט מען מער.


על פי הלכה איז א טאטע מחויב צו זיצן און לערנען מיט זיינע קינדער, עס איז א מצות עשה, "וְשִׁנַּנְתָּם לְבָנֶיךָ" (דברים ו, ז), אויב מען דינגט א מלמד און מען באצאלט אים - איז מען אויך יוצא די מצוה, אבער אז מען לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - איז מען מבטל די מצוות עשה.


מיר וועלן זיך זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#286 - וועסט זיך אויפפירן שיין צו דיין ווייב, וועט זי דיר שיקן קיין אומאן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער אז דו גייסט אריבער שווערע ביטערע מניעות פון שטוב, דו ווייסט נישט וואס צו טון.


איין זאך קען איך דיר זאגן ליבער ברודער, אויב דו וועסט זיך אויפפירן שיין צו דיין ווייב, אזוי ווי א תלמיד היכל הקודש פירט זיך אויף; דו וועסט רעדן שיין מיט דרך ארץ, דו וועסט העלפן, דו וועסט מכבד זיין אירע עלטערן - וועט זי דיר שיקן קיין אומאן, זי וועט דיר נישט לאזן בלייבן ראש השנה אין שטוב.


דו גיי אין א ווינקל און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, דא איז דא א רבי וואס קען מיך מתקן זיין, א רבי וואס זאגט 'אלע מוזן קומען צו אים', א רבי וואס פארשטייט מיך, א רבי וואס קען מיר העלפן, און דא איז דא אזעלכע התנגדות, אזעלכע מניעות, הייליגער באשעפער מאך א נס אז מיין ווייב זאל מיך נישט צוריק האלטן פון פארן קיין אומאן, מיין ווייב זאל מיך שיקן מיט שמחה, מיין ווייב זאל האבן כח צו בלייבן אין שטוב מיט קינדער", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען.


פארליר זיך נישט; ווייז איר דעם בריוו, און זאג איר דו וועסט פארן קיין אומאן נאר אויב זי איז מסכים, און איך בין זיכער אז דו וועסט רעדן שיין און ווייך - וועט זי דיך שיקן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#285 - קויף א שיינע מתנה פאר דיין ווייב אז זי שיקט דיך קיין אומאן
שלום בית, אומאן, ראש השנה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קום צום רבי'ן מיט זכותים, מיט מזכה זיין אידישע קינדער צוריק צו קומען צום אייבערשטן. די מפיצים פארנעמען די ערשטע א פלאץ ביים רבי'ן; דאס וויל דער רבי פון אונז, מיר זאלן טון פאר אידישע קינדער.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות אויבן אין הימל; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א איד וואס ברענגט צוריק פארבלאנזשעטע נשמות צום אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:) 'תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא' קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, 'אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא' דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. 'וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי' ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, 'וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי' און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, 'כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי', קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, 'עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ' ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מיר פארן שוין קיין אומאן, קויף א שיינע מתנה פאר דיין ווייב אז זי שיקט דיך קיין אומאן, זי מאכט דיר נישט דעם טויט אזוי ווי אנדערע. מוהרא"ש האט מיר געזאגט - ווען איך בין געפארן מיין ערשטע יאר קיין אומאן ראש השנה שנת תשס"ו - איך זאל קויפן א שיינע מתנה פאר מיין ווייב אז זי איז נישט קיין אפהאלט אויף די נסיעה.


נעם מיט שמירה פארן וועג, נעם מיט ספרים פאר די מפיצים. רוף אריין צו קרן הדפסה בעטן א פעקל ספרים מיט צו נעמען קיין אומאן, די ספרים וואס מען נעמט מיט פאר הפצה - איז א שמירה פאר די רענצלעך אז עס זאל אנקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#284 - לכבוד די נייע יאר, זיך אפשערן די האר נאך די חתונה
שערן די האר, אומאן, ראש השנה, קבלה טובה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל זייער אז אלע ווייבער וואס זענען אין אונזער קהילה - זאלן זיך שערן די האר. מוהרא"ש האט געבויט די קהילה, און דאס איז געווען ביי אים פון די שטארקע יסודות, אז מען זאל זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; דארף מען אים פאלגן.


דער הייליגער זוהר שרייבט זייער שארף, אז א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר און מען זעט דאס ארויס - וועט אין דעם שטוב זיין דחקות ועניות, מען וועט זיך זייער מוטשען מיט די קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


לכבוד דעם נייעם יאר זאל מען זיך מקבל זיין די זאך אין צניעות, מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן". עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


די ערשטע געלעגנהייט וואס מען קען - גייט מען אריבער צום ציון (אז מען קען קודם גיין אין מקוה - מה טוב ומה נעים). מען גייט צום ציון מיט כבוד, אנגעטון מיט דרך ארץ אזוי ווי עס פאסט. מען געבט א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא און מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און נאכן זאגן די תיקון הכללי זאגן מיר די תפילה פון רבי נתן. מוהרא"ש זאגט, די תיקון הכללי איז די אפעראציע, דער רבי מאכט אן אפערעציע ארויס צו נעמען די שלעכטע בלוטן, די עבירות, און די תפילה פון רבי נתן איז דאס אפוואשן די בלוט מיט די אייטער.


ביים ציון עסט מען נישט און מען טרינקט נישט, דער ציון איז נישט קיין פלאץ פון פארברענגען וכו'; דער ציון איז קודש קדשים, מען דארף דאס היטן מיט די גרעסטע כבוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#283 - איין תירוץ איז דא; אז דער רבי זאגט קומען, קומט מען
אומאן, ראש השנה, מנהגים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן, אין די בריוו, ביי די דאטום פון פרשת כי תבוא - שרייבט ער: "לסדר 'כי תבוא לאומאן'", ווייל מען גרייט זיך שוין צום גרויסן נסיעה צום הייליגן רבי'ן, יעדער איינער צעברעכט זיינע שוועריקייטן וואס ווילן אפהאלטן זיין נסיעה צום רבי'ן. אזוי ווי רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה זינגט אינעם ליד שיר ידידות: "שׁוֹמְרִים זֹאת תַּלְמִידָיו, מִדֵּי שָׁנָה בְּשָׁנָה לְהִתְרָאוֹת לְפָנָיו, שׁוֹבְרִים עַל זֶה מְנִיעוֹת עֲצוּמוֹת, כִּי זֶה תִּקוּנָם הַמְּיֻחָד לִפְנֵי יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת".


שפרינג אריבער אויף דיינע בלבולים, נישטא קיין תירוצים אויף דיינע קשיות. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו), וועגן קומען אויף ראש השנה: "וועט זיין נאך א קשיא", ווייל נאר אזוי קען מען קומען; מיט נאך א קשיא און מיט נאך א קשיא, און איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


מיר גייען ראש השנה אנגעטון ווייס; פאק זיך איין א ווייסע בעקיטשע אדער א ווייסע קיטל. אויך איז גוט צו קומען צום רבי'ן מיט נייע קליידער; א נייע העמד, מיט נייע אונטער וועש, און א נייע טלית קטן מיט א נייע קאפל. מוהרא"ש האט זיך אזוי געפירט, און אזוי פיר איך זיך.


איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט קומען - קומט מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#282 - מיט עקשנות דקדושה קומט מען אן צו גאר שיינע זאכן
תפילה והתבודדות, התחזקות, שטעטל, עבודת השם, אומאן, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען הערליך שיין, שבת מיט אנשי שלומינו איז מעין עולם הבא.


שבת אינדעפרי האבן מיר געלערנט די מעשה פון די חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), דער רבי דערציילט אז די עלטערן פון די צוויי קינדער האבן פארלוירן זייער געלט; מיר האבן גערעדט וויפיל צרות מענטשן האבן פון געלט, און נאכאלץ לויפט מען דאס נאך, און די איינציגסטע וועג געראטעוועט צו ווערן פון גליסטן געלט - איז דורך דעם צדיק.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מיט די לשון וואס דער רבי זאגט (שם): "אוּן דֶער סֵדֶר פוּן דִי מְשָׁרְתִים, אַז פְרִיר מוּז מֶען זַיין אֵיין אוּנְטֶער מְשָׁרֵת, אוּן מֶען מוּז טָאן שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט, אוּן מִנֶעמְט וֵויינִיג שְׂכִירוּת, דֶערְנָאךְ וֶוערְט מֶען עֶרְשְׁט אֵיין אֵייבֶּער מְשָׁרֵת"; אז דאס גייט ארויף אויך ברוחניות, ביי עבודת השם איז אין אנהויב זייער שווער, בבחינת אונטער משרת, קוים וואס מען קומט אן צו טון עפעס, בבחינת מען באקומט ווייניג שכירות, דאך אז מען דערהאלט זיך, מען טוט ווייטער, מען לאזט נישט אפ, מען געבט נישט אויף - איז מען זוכה צו ווערן אן אויבער משרת.


אז מען ווייסט די הקדמה אין לעבן, מען ווייסט אז אזוי גייט עס, אזוי שפירט מען, און אז אלע צדיקים וואס האבן זוכה געווען צו קומען צו זייערע מדירגות - זענען קודם געווען בבחינת אונטער משרת, און מיט עקשנות דקדושה זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות - קען מען אויך זוכה זיין צו קומען צו גאר שיינע זאכן.


שבת ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט שיחות הר"ן (סימן רלב), וואו דער רבי זאגט: "הָעִקָּר הוּא הַדִּבּוּר" דער עיקר איז ניצן דעם דיבור; בעטן דעם אייבערשטן צו קענען זיין ערליך, "שֶׁעַל יְדֵי הַדִּבּוּר יְכוֹלִין לִכְבֹּשׁ הַכֹּל וּלְנַצֵּחַ כָּל הַמִּלְחָמוֹת" און מיטן מויל קען מען איבערקומען אלע מלחמות, "אַף עַל פִּי שֶׁיְּכוֹלִין לְהִתְבּוֹדֵד בְּמַחֲשָׁבָה" מען קען אויך מיטן מחשבה זיך מתבודד זיין, "אֲבָל הָעִקָּר הוּא הַדִּבּוּר" אבער דער עיקר איז ארויס צו זאגן מיטן מויל די תפילות ובקשות. מיר האבן גערעדט אויף וואס די תורה זאגט (דברים כא, י): "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ", אז דו וועסט ארויסגיין מלחמה האלטן מיט דיין פיינט, דאס מיינט מען דעם סמ"ך מ"ם וכת דיליה וואס די זענען די גרעסטע פיינט פונעם מענטש, זאלסטו ניצן די עצות פון די צדיקים וואס האבן מגלה געווען ווי אזוי מען קען זיי מנצח זיין, דורכן ניצן די מויל, דורך רעדן צום אייבערשטן, און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "לְעִנְיַן מַה שֶּׁקָּשָׁה עַל הָאָדָם לְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ" דאס וואס עס איז אזוי שווער זיך צו אויסרעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן, "אוֹ לִפְנֵי הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים מַה שֶּׁבְּלִבּוֹ" אויך דאס וואס עס קומט אן אזוי שווער צו דערציילן פאר צדיקים אלע שוועריקייטן וואס גייט איבער, "וְכָל זֶה מֵחֲמַת בּוּשָׁה וּכְבֵדוּת שֶׁלּוֹ" עס איז אזוי שווער און אזוי פארשעמט, "שֶׁאֵין לוֹ עַזּוּת דִּקְדֻשָּׁה" מען האט נישט די שטארקקייט וואס מען דארף צו האבן ווען מען וויל זוכה זיין צו קדושה, "בְּוַדַּאי הוּא שְׁטוּת גָּדוֹל" דאס איז א גרויסע נארישקייט, "כִּי הֲלֹא הוּא רוֹצֶה לִכְבֹּשׁ בְּדִּבּוּרוֹ מִלְחָמָה חֲזָקָה שֶׁהוּא מִלְחֶמֶת הַיֵּצֶר" ווייל אז ער וויל מנצח זיין דעם יצר הרע, און מיטן רעדן און בעטן דעם אייבערשטן, און מיטן זיך דורכרעדן מיט צדיקים - וועט ער זיי קענען מנצח זיין, "וְעַכְשָׁו" און יעצט, "כְּשֶׁהוּא סָמוּךְ לַדָּבָר" ווען ער האלט שוין אזוי נאנט, "וְלִכְבֹּשׁ וּלְשַׁבֵּר חוֹמוֹת וְלִפְתֹּחַ שְׁעָרִים עַל יְדֵי הַדִּבּוּר" ער גייט שוין אט אט צעברעכן די פעסטע מויערן און עפענען די טירן, "וּבִשְׁבִיל מְנִיעָה קַלָּה מֵחֲלִישׁוּת דַּעְתּוֹ וְכַיּוֹצֵא יִמָּנַע חַס וְשָׁלוֹם מִלְּדַבֵּר" זאל ער זיך צוריק האלטן? "כִּי הֲלֹא הַמְּנִיעָה הַזֹּאת נֶחֱשֶׁבֶת לִסְתִימָה שֶׁל קוּרֵי עַכָּבִישׁ כְּנֶגֶד הַחוֹמוֹת שֶׁרוֹצֶה לְשַׁבֵּר בְּדִבּוּרוֹ" עס איז אזוי ווי א גיבור וואס נעמט איין ריזיגע פעסטונגען און ווען ער זעט אויפן טיר א שפינען וועבאכץ, און ער גייט צוריק - איז דאס א נארישקייט און א טפשות, אזוי אויך ווען מען וויל זוכה זיין צו זיין א צדיק און מען האלט זיך צוריק פון זיך מתבודד זיין; ווייל דער עיקר נצחון איז דורכן דיבור.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין אוהל מתפלל זיין, איך האב מיט גענומען מיינע קינדער מתפלל זיין פאר א גוט יאר. איך האב געזאגט דעם יום תהלים און זיך מתבודד געווען, און ברוך ה' זיך געקענט אביסל אויסגיסן דאס הארץ.


אויב דו בלייבסט דא די יאר, דו קענסט נישט פארן קיין אומאן - ביטע לאז מיר וויסן, ווייל איך וויל זייער שטארק איבערלאזן א מנין אין שטעטל, איך וויל אזוי שטארק עס זאל זיין אלע תפילות און תקיעת שופר אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#281 - מיט אמונה לעבט מען א זיסע לעבן, אן זארג, און אן שרעק
אמונה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס לייגט אין אונז אריין די ריינע אמונה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן" ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד" אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל" מען דארף האבן אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים" נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן.


א מענטש מיט אמונה לעבט א זיסע לעבן, ער לעבט אן זארג, ער לעבט אן שרעק, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, קיין שום זאך פירט זיך נישט אליין, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַך כְּלָל, פאר אזא מענטש איז אלעס פיין און אלעס גוט.


אומאן נייעס: די גבאים אין אומאן ארבעטן זייער פלייסיג אנצוגייטן דעם בנין אויף צו קענען מקבל פנים זיין אלע אנשי שלומינו וואס קומען צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה, מען האט גרעסער געמאכט די מקוה, אויך האט מען געבויט א שאטער וואו מען וועט עסן די סעודות, אויך האט מען אנגעגרייט אין אלע שטיבער שענק אז די שטיבער זאלן זיין מער מסודר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#280 - ווען אנשי שלומינו העלפן די מוסדות, איז דאס מיר זייער חשוב
מוסדות, אומאן, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך דאנק דיר פארן העלפן די מוסדות אין ירושלים מיטן ברענגען עסן פאר די קינדערלעך; יעדע זאך וואס מען העלפט, אפילו עס זעט אויס ווי א קלייניקייט - אויבן איז דאס א גרויסע זאך.


ווען אנשי שלומינו העלפן די מוסדות; מען טוט, מען באקט, מען קאכט, מען פאררעכט - איז דאס מיר זייער חשוב, עס מאכט גרינגער די ארבעט זעענדיג אז עס איז דא געפיל און הארץ.


איך האף צום אייבערשטן די יאר וועסטו קענען צעברעכן די אייזערנע מניעות פון די גרויסע מענטשן מיט די גרויסע ביימער מיט די טויזנטער בלעטלעך און קומען צום גאלדענעם בארג מיטן זילבערנעם שלאס, צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#279 - ביים רבינ'ס ציון קען מען פועל'ן ישועות למעלה מדרך הטבע
שידוכים, משניות, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, אפילו עס איז דיר ביטער שווער, דו ווארסט אויף דיין שידוך, דו ביסט אזוי שטארק צעבראכן, דו פרעגסט 'מאין יבוא עזרי? פון וואו וועט קומען מיין הילף?' זאלסטו זיך נישט מייאש זיין, דו וועסט טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב.


שטארק זיך מיט לימוד משניות, פארפעל נישט צו זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער.


משניות איז מזכך ומטהר די נפש רוח ונשמה, אפילו דער וואס איז אראפגעפאלן אין בלאטע, אויב וועט ער פאלגן דעם רבי'ן, ער וועט לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה אפילו בלי הבנה כלל, וועט ער במשך הזמן ווערן א גרויסער ערליכער איד. דער רבי זאגט (שם, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מיר פארן יעצט קיין אומאן צום רבי'ן, ביים רבינ'ס ציון קען מען זיך עקשנ'ען און פועל'ן ישועות און רפואות למעלה מדרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#278 - געב ענדערש דיין צדקה פאר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש
צדקה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט אויב עס איז דא אן ענין צו באצאלן פאר אנדערע טיקעטס צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן; מוהרא"ש זאגט: "דער רבי דארף נישט קיין געדינגענע סאלדאטן"; ענדערש זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און פאר די מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם דעם הייליגן רבי'ן, וואס ברענגט אריין דעם אייבערשטן אין די וועלט.


געב דיין צדקה פאר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש, מיר האבן היינט אין דריי שטעט מוסדות; אין ירושלים, בני ברק און טבריה; סיי א אינגל חדר און א מיידל שולע, און מיר נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה הטמאה, מיר דארפן יעדע חודש האבן ניסים צו קענען באצאלן די געטרייע מלמדים און טיטשערס, דארט זאלסטו געבן דיינע צדקות; און אויך אנווארעמען אנשי שלומינו זאלן געבן זייערע צדקות פארן רבי'ן, פאר בויען די הייליגע מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם די ריינע אמונה.


שטארק זיך בלימוד התורה, לערן משניות, גמרא, און ווען דו ענדיגסט זאלסט נאכאמאל אנהויבן, ווייל נאר תורה מאכט פרייליך, תורה מאכט צופרידן, דורך זאגן די ווערטער פון די תורה באקומט מען כח זיך צו קענען האלטן אין אלע צייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מועד קטן יב.): "רבי יהודה אומר עושה לו לימודים בשביל שלא יחמיץ", בדרך אפשר קען מען זאגן, 'רבי יהודה אומר' אז א איד זאגט די ווערטער פון די תורה, 'עושה לו לימודים' מאכט ער זיך אזעלכע לימודים, 'שלא יחמיץ' נישט צו פארפאלן ווערן ביי די טומאה; חמץ רופן די הייליגע חכמים אן (ברכות יז.): "שאור שבעיסה" זאגט רש"י: "יצר הרע שבלבבנו המחמיצנו", דער יצר הרע וואס מאכט אונז זויער; מען קען זוכה זיין ניצול צו ווערן פון אים און נישט פארפאלן ווערן אין די טומאה, דורך 'רבי יהודה אומר', אז דער אידעלע זאגט ווערטער פון תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.