בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#316 - ערב ראש חודש אלול
תהלים, אומאן, חודש אלול, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט וועלן מיר אינאיינעם זאגן יום כיפור קטן. אפילו ביי די חסידים וואס זאגן נישט א גאנץ יאר יום כיפור קטן, זאגן אבער יא ערב ראש חודש אלול, אלע טוען תשובה, עס הויבט אן ציטערן דאס הארץ, מען קומט שוין נענטער צום יום הדין.


באניי זיך אין זאגן תהלים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריקקערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים, ווייל תהלים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", אזוי ווי מען זעט אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק זיין אין זאגן תהלים.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין ניין און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; ביי אנשי שלומינו איז דער מנהג צו גיין אנגעטון ראש השנה מיט ווייסע קליידער; א ווייסע בעקיטשע אדער קיטל, אויך א ווייסע קאפל, גרייט זיך אן די ווייסע קליידער פאר ראש השנה. אויך זאלסטו מיט ברענגען דיינע קינדער, איך ברענג אלע מיינע זין פון די זעקס יאר, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי יודל פון דאשוב - וואס איז אליין געווען א גרויסער צדיק - ווען ער האט נישט געלאזט זיין זון קומען צום רבי'ן, ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט די ווערטער: "איך בין א וואונדער, א טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, וואלט ער ווען געדארפט מיט נעמען די קינדער צו מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#315 - די יארצייט פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו פון סאטמער
התחזקות, צדיקים, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו פון סאטמער. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון אין דעם טאג, מוהרא"ש זאגט, ווייל דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געראטעוועט דעם גאנצן דור, מען זאל נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די מינים ואפיקורסים. מוהרא"ש האט זיך בארימט אז ער איז א תלמיד פון דעם צדיק, און ער האט געפירט די תלמידים מיט די שיטה פון דעם הייליגן רבי'ן, פון התבדלות, און מיט די העכסטע מאס צניעות.


עס איז באוואוסט צווישן סאטמערע חסידים אז דער רבי זכותו יגן עלינו האט געלערנט אלע ספרים פון רבי'ן נאכאלץ יונגער בחור, ער איז געווען בקי אין רבינ'ס ספרים, און ער ברענגט אין זיין הייליגן ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) שטיקלעך פון רבינ'ס ספרים (שיחות הר"ן סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס אז עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויס חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוואוסט וואס עס גייט זיין.


אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...


דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן; מאך דיינע הכנות צו קומען, קוק נישט אויף קיינעם, אפילו מען וועט דיך נעמען צו צדיקים וואס וועלן דיר זאגן אז דו טארסט נישט פארן - זאלסטו קיינעם נישט צו הערן, דער רבי האט בפירוש געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד), אלעס דארף מען פאלגן דעם צדיק אויסער ווען ער זאגט נישט קומען ראש השנה צו אים, און איך דערמאן זיך א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, ווען מען האט אים געפייניגט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען האט אים גענומען צו גרויסע צדיקים וואס האבן אים געזאגט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, און מוהרא"ש האט געזאגט מיט עזות דקדושה: "אפילו דער רבי וועט מיר ברענגען מלאכים פון הימל וואס וועלן מיר זאגן איך זאל אפלאזן דעם רבי'ן - וועל איך דעם רבי'ן נישט אפלאזן, ווייל אז איך האב געטראפן א רבי וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן און צו די תורה - וועל איך אזא רבי נישט אפלאזן".


אזוי זאלסטו טון, אז מען נעמט דיך צו רבנים וכו' אז דו זאלסט נישט פארן קיין אומאן, זאלסטו געדענקען וואס רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן: "אפילו דער רבי אליין זאל מיך האקן מיט א דראנג - וועל איך פון אזא רבי נישט אוועק גיין".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#314 - פרישע מניעות פון מענטשן מיט ליצנות
התחזקות, אומאן, היכל הקודש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז מען איז שוין געקומען אין היכל הקודש, מען איז אריבער די מניעות פון די משפחה וכו', די מניעות פון חברים וכו' - הויבט זיך אן פרישע מניעות פון מענטשן בתוכינו, און דאס איז די שווערסטע מניעות; ווייל דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות נזיקין הלכה ד', אות כה): "שמעתי מאדמו"ר", איך האב געהערט פון רבי'ן, "חסיד שנפל גרוע ממשומד", אז א חסיד וואס האט זיך אפגעקילט - איז ערגער פון איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט; ווייל איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט וועט קיינער נישט אויסהערן, אבער איינער וואס זעט אויס ווי א חסיד און פון אינעווייניג איז ער פארלאשן, פול מיט ליצנות - אזא איינעם הערט מען אויס און מען קען אלעס פארלירן.


דערפאר בעט איך דיר, אז דו ביסט שוין אריבער וואס דו ביסט אריבער - זאלסטו זיך אכטונג געבן נישט צו האבן מיט מענטשן וואס רעדן ליצנות אויף צדיקים. שלמה המלך זאגט (משלי יז, יב): "פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ", עס איז בעסער זיך צו באגעגענען מיט א פארציקנדער בער, "וְאַל כְּסִיל, בְּאִוַּלְתּוֹ", ווי צו באגעגענען א נאר, א לץ, וואס שפעט און מאכט חוזק; ווייל ליצנות איז אבי אבות הטומאה, נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט דעם אייבערשטן - ווי די טומאה פון ליצנות.


מוהרא"ש זאגט, ווען צוויי מענטשן רעדן פון א דריטן - דאס איז שוין ליצנות, פון דארט דארף מען שוין אנטלויפן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִים וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", מוהרא"ש זאגט, דאס איז כפשוטו, וואס איז דאס רעדן פון א דריטן? וואס איז דאס בארעדן אנדערע? דעריבער וויל איך דיר בעטן, מיר קומען שוין נאנט צו חודש אלול, די וואך שבת בענטשט מען שוין ראש חודש אלול; זאלסטו פון פריש מקורב ווערן, גיין התבודדות, און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן גוטע חברים און איך זאל געדענקען וואס איז היכל הקודש"; ווייל היכל הקודש איז נישט דער און נישט יענער, היכל הקודש זענען די ספרים פון מוהרא"ש, די שכל פון מוהרא"ש, די עצות און חיזוק פון מוהרא"ש. אז מען לערנט יעדן טאג די בריוו, די קונטרסים און מען האט גוטע חברים מיט וועם מען איז זיך מחזק - אזא איינער פאלט נישט, אויב מען לערנט נישט די ספרים, די בריוו און קונטרסים, מען קוקט אויף דעם און מען קוקט אויף יענעם - אזא איינער קען אלעס אפלאזן.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין איין און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן; מען דארף אין אומאן אויך רחמי שמים צו אויסניצן די פלאץ ריכטיג, נישט האבן מיט לצים וואס פאררופן זיך 'ברסלב'ער חסידים וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "הַבָּא לְטַמֵּא פּוֹתְחִין לוֹ", ווער עס וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן - העלפט מען אים צו פון הימל ער זאל אוועק גיין, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"; פרעגט דער הייליגער רבי נתן, פארוואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"? זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה, אז א מענטש וויל זיך מטמא זיין - ברענגט מען אים א לץ, וואס יענער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#313 - נישט האבן מיט חברים וואס נעמען דראגס
חברים, התחזקות, אומאן, לימוד התורה, נ נח, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג נישט צו האבן מיט חברים וואס נעמען דראג"ס, ווייל מען קען ווערן אריינגעשלעפט אין דעם; מען הויבט אן א טראפ און דאס ציט אזוי שטארק אז מען קען זיך נישט ארויסזען פון דעם, ביז מען שטארבט השם ישמרינו.


עס זעט דיר אפשר אויס אינטערעסאנט אז איך שרייב דיר בכלל פון אזעלכע זאכן, אבער איך הער פון בחורים און אינגעלייט, זיי דערציילן וואס עס טוט זיך אפ אין די קאנטריס, ווי מענטשן זענען נעבעך אזוי צעבראכן און פארלוירן און מען נעמט דראגס בלי בושה, מען זוכט וואו צו אנטלויפן, מען זוכט ווי מען קען זיך אוועק נעמען די ווייטאג וכו', ווען באמת איז נישטא וואו צו אנטלויפן ווען מען האט חס ושלום א צרה; ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן קען ער אנטלויפן נאר צום אייבערשטן, נישטא ערגעץ אנדערש וואו צו גיין, אך און וויי אז מען לויפט צו דראגס, עס ווערט נאר ערגער, ווייל איינמאל מען פאלט אריין אין דראגס - איז זייער ביטער, מען פארלירט דעם מח מחשבה, ביז מען ווערט אויסגעריסן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון דעם. א איד זאגט מיר, יעצט ער האט פארלוירן זיין זון, ער איז נעבעך געשטארבן פון נעמען דראגס. עס האט זיך אנגעהויבן מיט איין מאל נעמען, נאר אויף טועם זיין, עס האט זיך אנגעהויבן בטעות, און נעבעך נעבעך אוועק פון דער וועלט אן גארנישט, אן איבערלאזן דורות.


איך בעט דיר זאלסט נישט גיין צו פארטיס וכדומה וואו מען נעמט דארט דראגס, שטערקערע מענטשן פון דיר זענען געפאלן און האבן זייער לעבן גענדיגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כג.), די ערליכע אידן פון ירושלים – "לא היו נכנסין בסעודה אלא אם כן יודעין מי מיסב עמהן", זענען נישט געגאנגען צו קיין מסיבות נאר אז זיי האבן געוואוסט ווער עס וועט זיין דארט און מיט וועם זיי וועלן זיצן ביי איין טיש; זאלסטו אויך אזוי טון, נישט גיין צו גרילס, פארטיס וכו' - אן יראת שמים.


עס איז דא א דראג וואס נעמעט אוועק אלע ווייטאג; לערנען תורה. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד.), די תורה איז סם חיים, א דראג וואס געבט לעבן; אנשטאט נעמען בלעטער און גראזן - נעם די בלעטער גמרא, זאג בלעטער גמרא וועסטו ווערן עכט פרייליך, דו וועסט זיך ליב האבן, דו וועסט נישט דארפן זוכן אנדערע זאכן זיך פרייליך צו מאכן.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין צוויי און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן. אז דיינע עלטערן ווילן נישט זאלסט פארן אויף אומאן - זאלסטו זיך נישט טענה'ן, חס ושלום זיך טענה'ן מיט עלטערן, עלטערן דארף מען מכבד זיין, עלטערן דארף מען האלטן טייער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב), "מען קריגט נישט אויף מיר, נאר מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש, און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש" - זאגט דער רבי, "אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט - קריג איך אויך"; דאס הייסט אזוי, מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, און דערפאר, יעדע טאטע און מאמע וואלטן נישט געוואלט אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים, און ליידער אין ברסלב אליין זענען דא מענטשן וואס זיי זענען גורם אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב. דער רבי זאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ע); בפרט די נייע אנשיקעניש פון "נא נח" וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, און מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט קענען מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק זאל אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין שלעכטע נאמען פארן צדיק; נאכדעם מיינען מענטשן אז דאס איז ברסלב, און צוליב דעם איז דא אזויפיל מחלוקת אויף חסידי ברסלב; זאלסטו זיך חס ושלום נישט טענה'ן מיט דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#312 - איינער איז קלוגער פון מיר, און אים פאלג איך
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען יעדן איינעם העלפן און אויסהיילן, מען דארף נאר איין תנאי, דער מענטש זאל איינערקענען 'עס איז דא איינער וואס איז קלוגער פון מיר און אים פאלג איך'. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן סז): "עִקַּר שִׁגָּעוֹן שֶׁל כָּל הַמְשֻׁגָּעִים הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁהוּא אֵינוֹ מְצַיֵּת וְשׁוֹמֵעַ לְדִבְרֵי הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל", דער עיקר פראבלעם פון די משוגעים איז ווייל ער פאלגט נישט דעם בעל שכל, ער האלט זיך קלוגער, ער האלט אז ער פארשטייט בעסער, "כִּי הַמְשֻׁגָּע", ווייל דער משוגע'נער, "אִם הָיָה שׁוֹמֵעַ וְצַיָּת לְדִבְרֵי אֲחֵרִים שֶׁהֵם הַבַּעֲלֵי שֵׂכֶל", וואלט ער זיך צוגעהערט און געפאלגט וואס די קלוגע זאגן, "בְּוַדַּאי לֹא הָיָה מְשֻׁגָּע כְּלָל", וואלט ער געווארן אויס משוגע, און אז מען טראכט אריין אין די ווערטער פון רבי'ן - איז דאס ממש אזוי; וואלט מען געפאלגט די חכמים און די צדיקים - וואלט מען געווארן אויס משוגע.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין דריי און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן; קוק נישט אויף דעם וואס די נסיעה קאסט אזויפיל געלט, ווען עס איז א לעבנ'ס פראגע וואלט א מענטש אוועק געגעבן אלעס אויף די וועלט אבי ער זאל לעבן. עס שטייט: "עוֹר בְּעַד עוֹר, וְכֹל אֲשֶׁר לָאִישׁ יִתֵּן בְּעַד נַפְשׁוֹ" (איוב ב, ד), זאגט רש"י: "כֵּן דֶרֶךְ בְּנֵי אָדָם, כְּשֶׁרוֹאֶה הַחֶרֶב בָּאָה עַל רֹאשׁוֹ, מֵגִין בִּזְרוֹעוֹ לְפָנָיו, וְכָל שֶׁכֵּן כָּל אֲשֶׁר לְאִישׁ בְּמָמוֹן, יִתֵּן", ווען א מענטש זעט אז מען וויל אים חס ושלום שטעכן אין קאפ, לייגט מען די האנט - מען זאל ענדערש צעשטעכן די האנט ווי איידער דעם קאפ וכו', און זיכער אז מען וועט זיך ראטעווען מיט געלט ווי איידער מען זאל חס ושלום געשעדיגט ווערן, און אז ראש השנה גייט מען אונז דן זיין אונזער לעבן, די לעבן פון די משפחה, און דא איז דא א רבי וואס זאגט: "איך קען יעדן איינעם העלפן" - ווי קען מען קוקן אויף געלט? ווי קען מען זאגן אז די יאר קען מען נישט פארן צוליב געלט...?


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#311 - הויב היינט אן לערנען גמרא
אומאן, הדרכות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו זיין שטארק מיט לערנען יעדן טאג גמרא, ווען מען לערנט די הייליגע גמרא ווערן די קליפות ומשחיתים פארברענט, זיי ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא. מוהרא"ש ברענגט אן א שיעור מאל אין די בריוו די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה ד, ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה, דאס מיינט ווען מען הויבט אן זאגן די ווערטער פון די תורה, מען נעמט א גמרא און מען זאגט די ווערטער פון די גמרא - "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


הויב היינט אן לערנען גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן בעלזא רב, הרב הקדוש רבי אהרן זכותו יגן עלינו, מיר האבן דא ביי אונז אין שטעטל אן אייניקל פונעם גבאי פון הרב הקדוש מבעלזא זכותו יגן עלינו, זאגט ער מיר אלץ אז זיין זיידע דער גבאי האט אלץ געזאגט אז ווען מען פלעגט זאגן פארן רב א גוטע וואך, האט דער רב געענטפערט: "א גוטע וואך איז א בלאט גמרא"; אן גמרא קען מען נישט לעבן א גוטע וואך.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין פינף און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן, מען דארף אין אומאן אויך רחמי שמים צו אויסניצן די פלאץ ריכטיג, נישט טרעפן קיין לצים; די וואס דרייען זיך אין ברסלב און פאררופן זיך ברסלב און שפעטן פון די דרך הלימוד און מאכן ליצנות פון צדיקים. איך ווייס נישט דיינע פלענער וואו דו גייסט איינשטיין אין אומאן, ביי אונז אין בנין איז שוין נישטא קיין פלאץ; אלע בעטן אין אלע שטאקן זענען אנגעפולט, איך בעט דיך זייער, גיי נישט ביי די לצים, גיי נישט ביי די וואס שפעטן פון מוהרא"ש, ווייל וואס וועסטו טון אז עס וועט אריינגיין אין דיר ליצנות? וועסטו שוין נישט קענען לערנען און דאווענען, וועסט ווערן אפגעשניטן.


איך געדענק מיינע ערשטע יארן ווי מען האט נאכנישט געהאט קיין אייגענע ד' אמות, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן זיך געוואלגערט אומעטום, און איך בין געווען אין קרית ברסלב אויף די גאס פושקינא, און מען האט געשפעט פון מיר ראש השנה אז איך בין נישט יוצא די קיבוץ, נאר די וואס דאווענען אין קלויז זענען יוצא די קיבוץ, עס איז מיר געווען גוט שווער, ברוך השם במשך די יארן האבן מיר געמאכט אייגענע דירות נאר מיט תלמידי היכל הקודש, די באהאלטענע צדיקים פון דור, אזוי האבן מיר נישט געהערט אין די הייליגע טאג ראש השנה ליצנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#310 - די אייגענע קינדער גייען א גאנג
חינוך הילדים, אומאן, טעלעפאן, אידישע שטוב, אינטערנעט, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען טאר נישט האבן אין שטוב קיין שום זאך וואס מען קען קוקן אויף דעם ווידיאו, מאוויס, קליפס; צענדליגער שטיבער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריינגעברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'; די אייגענע קינדער זענען געגאנגען א גאנג דורכדעם וואס די עלטערן האבן זיך געהאלטן קלוגער פון די רבנים.


מען טאר נישט האבן אין שטוב די כלים וואס זענען זיך מתחבר צום אינטערנעט, עס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. איך בעט דיר זייער, מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, פאלג מיך, פאלג מוהרא"ש, פאלג די צדיקים, זיי נישט קיין אויבער חכם וואס דו וועסט דערנאך אליין דערלייגן, טראג ארויס פון דיין שטוב אלע כלים וואס מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, און וואס מען קען זען מאוויס; די כלים רייסן אויס יעדעס פינטעלע יראת שמים.


איך וועל דיר דערציילן, אז ווען מיר האבן געעפנט די חדר האבן מיר נישט געוואוסט די הארבקייט פון ווייזן פאר קינדער קליפס, אמאל האט דער מנהל געוויזן פאר די קינדער א קליפ, (נישט דער מנהל פון יעצט, דעמאלט איז געווען א בחור דער מנהל), פארוואס האט ער דאס געטון? ווייל מיר האבן נישט געהאט קיין פלאץ וואו צו שפילן, מען פלעגט גיין יעדע מיטאג אין גאס שפילן, און דעמאלט, יענע טאג - האט גערעגנט, און די קינדער האבן געטאנצן אויף דעם מנהל'ס קאפ, האט ער געטראכט ער וועט זיי ווייזן עפעס א קליפ, און מוהרא"ש האט זיך פון דעם דערוויסט, און מוהרא"ש האט אונז געשריבן א שארפע בריוו מיר זאלן אראפנעמען זיין נאמען פון די חדר, ער וויל נישט עס זאל שטיין מער אויף אונזער חדר "בנשיאות מוהרא"ש שליט"א", נאר אויב מיר נעמען זיך פאר אז מיר וועלן מער נישט ווייזן פאר קינדער קיין קליפס, נאר אזוי קען מען לאזן זיין נאמען, (פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך דאס מקבל געווען און דער נאמען פון מוהרא"ש איז געבליבן).


מען טאר נישט ווייזן פאר קינדער קיין שום ווידיאו, מאווי, אדער קליפ; א קינד טאר נישט קוקן קיין שום זאך אויפן קאמפיוטער, טעלעפאן, אייפאד, אייפעד וכדומה, א קינד'ס מח פארנעמט גאר אנדערש ווען ער קוקט אויפן סקרין, ווי אן ערוואקסענער מענטש; אפילו כשר'ע זאכן, למשל פארשטעלונגען, אדער קליפס וואס היימישע ארגאניזאציעס שטעלן ארויס פאר צאמנעמען געלט; דאס אלעס איז גוט פאר ערוואקסענע מענטשן, אבער נישט פאר קינדער. זייער מח קען דאס נישט נעמען, זיי בלייבן פאר'מח'ט און פאר'חלומ'ט נאכן קוקן אויפן סקרין, און נאכדעם קומען זיי אין חדר אן א קאפ, די מלמדים זעען גלייך אויף א קינד צי ביי זיי אין שטוב איז דא א קאמפיוטער.


איך בעט דיר מאך נישט חוזק פון די גדרים וסייגים, ווייל די אלע וואס מאכן חוזק פון די רבנים וואס האבן דאס גע'אסר'ט, די מאכן חוזק פון זיך אליין; שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, און אויב מאכסטו ליצנות, מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; דאס זאלסטו גוט ארייננעמען אין דיין קאפ: "וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין; אז א מענטש פאלגט וואס צדיקים זאגן, וואס ערליכע אידן זאגן, טוט ער פאר קיינעם נישט קיין טובה, נאר פאר זיך אליין, ער וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. און ווען א מענטש מאכט ליצנות פון די ווערטער פון א צדיק - מאכט ער פון זיך ליצנות, נישט פונעם צדיק".


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין זעקס און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן, איך פריי זיך אז מיר פארן מיט א טשארטער, אזוי וועלן די קינדער זיין אויפן וועג אפגעהיטן פון קוקן מאוויס. איך בעט אלע וואס פארן מיט גרופעס זאלן אכטונג געבן אויף די קינדער, און אויב דו זיצט אין ביזנעס קלאס - זאלסטו נישט לאזן דיינע קינדער אויף הפקר; אדער זאלסטו זיי מיט נעמען, אדער זאלסטו זיי לייגן נעבן אן ערליכער מענטש וואס וועט אכטונג געבן אויף זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#309 - מען מוז רעדן פון קדושה צו די קינדער
קדושה, חינוך הילדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען מוז רעדן צו קינדער פון קדושה, נאר אזוי וועלן זיי אויפוואקסן ערליך און ריין. רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן וויסן אז קיינער קען זיך נישט שפילן מיט זייער קערפער, קיינער קען זיי נישט אנרירן אין פריוואטע פלעצער, אפילו די אייגענע געשוויסטער; מען קען היינט נישט וויסן וכו', מען דארף אנגרייטן די קינדער זאלן וויסן אז די זאך פון זיך באהאלטן און זיך שפילן מיט א צווייטנס קערפער - איז א סכנה.


מען מוז רעדן פון קדושה צו די קינדער. דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט קלאר געזאגט פאר זיינע מלמדים זיי זאלן רעדן צו די קינדער אפענע דיבורים פון שמירת הברית, און עס איז דא א באקאנטע שמועס אסיפת מלמדים וואס מען הערט דעם רבי'ן זאגן פאר די מלמדים אז מען מוז רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, און דעמאלט האבן געוויסע גע'טענה'ט אז מען זאל נישט רעדן צו די קינדער פון שמירת הברית, מיטן טענה, אז מען וועט רעדן צו די קינדער וועלן זיי וויסן וכו', האט דער הייליגער רבי געקלאפט אין טיש און געזאגט אז מען דארף יא רעדן, און אז מען רעדט נישט ווייסן נישט די קינדער בכלל פון וואס זיך צו היטן.


ביי יענע אסיפה האט ער דערציילט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין תנא דבי אליהו (פרק יח), אליהו הנביא האט דערציילט: איך האב אמאל אנגעטראפן א מלמד וואס האט געהאט זייער אסאך תלמידים - בערך צוויי הונדערט תלמידים; נאך א יאר בין איך צוריק געקומען צו די שטאט פון דעם מלמד, ווען איך האב אויפגעזוכט דעם מלמד זיך צו קענען טרעפן מיט אים האט מען מיר געזאגט אז דער מלמד איז שוין געשטארבן צוזאמען מיט זיין ווייב און קינדער, אזוי אויך זענען אלע זיינע תלמידים געשטארבן. האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו וויינען 'פארוואס דער מלמד מיט זיין משפחה, מיט די תלמידים, זענען אלע געשטארבן', ביז עס איז געקומען צו מיר א מלאך פון הימל און מיר געפרעגט: "אליהו, פארוואס וויינסטו?" האב איך אים געזאגט, "צי דען זאל איך נישט וויינען, אז די אלע זענען געשטארבן...?" האט מיר דער מלאך געזאגט: "וויין נישט אליהו, זיי האבן געטון שמוציגע מעשים, זיי האבן געטון עבירות איינער מיטן צווייטן, זיי האבן פוגם געווען באות ברית קודש דעריבער זענען זיי אלע געשטארבן יונג"; האט דער רבי זכותו יגן עלינו מסאטמער אויסגעפירט פאר די מלמדים: "דא זעט מען דער חיוב וואס מלמדים האבן צו רעדן צו קינדער פון וואס מען דארף זיך דערווייטערן".


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין זיבן אין דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן, און אז דו ברענגסט מיט דיינע קינדער זאלסטו אכטונג געבן אויף זיי ווי מען געבט אכטונג אויף די לעבן. עס קומען אין אומאן אלע סארט מענטשן, אלע וואס דארפן תיקונים, מען טאר נישט לאזן די קינדער דארט אויף הפקר, מען מוז האבן פאר זיי א ריינע פלאץ, א ריינע ד' אמות, דעריבער שטעלן מיר שמירה ביי אונזער בנין, אז נאר די אנשי שלומינו וואס מיר קענען זיי - קענען זיין אין בנין, פרעמדע קענען נאר זיין ביים דאווענען, און איך וויל דיר טאקע בעטן זאלסט נישט אויסשפילן די שומרים ווייל דו טוסט זיך אליין אפ, די שומרים זענען געשטעלט צו היטן אויף אונזערע קינדער, זיי נישט קיין אויבער חכם און אוועק שטופן א שומר און אריינברענגען דיינע געסט, דיינע חברים. אויסער דעם וואס איז גניבה, דער בנין איז א פריוואטע פלאץ, נאר ביים דאווענען קען מען קומען אויך נאר אין שול, איך האף דו וועסט טון וואס איז ריכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#308 - טרעט נישט איין טריט אוועק פון די צדיקים
צניעות, שלום בית, אומאן, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב גוטע ווערטער אין שטוב, לויב אויס דיין ווייב, אויך זאלסטו איר אויסרימען מיט איר איידלקייט, מיט איר צניעות, און חס ושלום איר אראפרייסן מיט איר ערליכע לבוש, און זיכער ווען עס קומט צו די הייליגע זאך פון זיך אפשערן - זאלסטו איר שעצן און איר אויסלויבן. ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב; זאלסטו איר אויסלויבן און אויסרימען.


אנטלויף פון חכמות, פיר זיך מיט תמימות, זע אז דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף צדיקים, דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף תמימות, טרעט נישט איין טריט אוועק פון די צדיקים. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות; "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם, וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אסאך רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט מיט זייערע טעותים איז אלעס געקומען ווייל זיי האבן גענוצט זייער חכמה; קודם רעדט מען אויף צדיקים, נאכדעם גייט מען ארויף צו די פריערדיגע דורות, מען לאכט אפ פון זיי, מען מיינט אז מען פארשטייט בעסער, מען האלט זיך קלוגער, אבער ביים סוף זעט מען דעם חילוק פון דער וואס האט געפאלגט וואס צדיקים זאגן און דער וואס איז געגאנגען מיטן אייגענעם שכל.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה; אין אכט אין דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן, אז דו ווילסט דיין ווייב זאל דיך נישט שטערן פון קומען ראש השנה צום רבי'ן - זאלסטו איר מכבד זיין און זיך אויפפירן ווי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף, מיט דרך ארץ, רעד צו איר שיין, טשעפע איר נישט, וועט זי דיר נישט אפהאלטן פון קומען צום רבי'ן. מוהרא"ש זאגט, דער שופר בלאזט ראש השנה גוט ווייל א גאנץ יאר ליגט זי אין ארון הקודש, אזוי אויך אז א גאנץ יאר רעדט מען שיין צו די ווייב, מען קריגט זיך נישט מיט איר און מיט די שווער און שוויגער - וועט מען נישט מאכן קיין סקאנדאל ווען דו וועסט פארן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#307 - אלע עצות איז טשאדעלע באדעלע
פחדים, אמונה, אומאן, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו זוכסט עצות פאר זעלבסט זיכערקייט (סעלפ-קאנפידענס), אז דו זוכסט עצות ווי אזוי פטור צו ווערן פון די פאניק אטאקעס - זאלסטו וויסן אז אלע עצות וואס מען וועט דיר געבן, אויסער אמונה - איז טשאדעלע באדעלע. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דער רבי רעדט פון גייסטישע קרענק, 'יסורי הנפש' וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. דער רבי זאגט: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", ליידט ער נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


זינג זיך די ניגון וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט אויף די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מוהרא"ש האט דאס געמאכט ווען ער פלעגט גיין אין וואלד אין זיינע יונגע יארן רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אין וואלד, פון די חיות וכו', עס איז אים געווען שווער אין אנהויב, האט ער זיך אונטערגעזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


אזוי זאלסטו טון, זינג זיך די ווערטער, און זינג זיך נגוני אמונה, זינג צו זיך: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, דער אייבערשטער היט מיך, קיינער קען מיר גארנישט טון, עס וועט זיין גוט', חזר אמונה וועלן אוועק גיין די פאניק אטאקעס, ווייל ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה - לעבט ער רואיג.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין ניין אין דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן; פארגעס נישט צו דאווענען אויף דעם יעדן טאג, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אנקומען בשלום מיט דיינע פעקלעך און אלעס זאל אריבער גיין גרינג. אמת טאקע, מען קומט אפ גרויסע זאכן מיט טלטול הדרך, דער רבי זאגט טאקע (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "כִּי אִי אֶפְשָׁר לְקַבֵּל מֵהָרַב כִּי אִם עַל יְדֵי טְרָחוֹת וִיגִיעוֹת", מען קען נישט מקבל זיין פון רבי'ן ווען מען קומט ראש השנה נאר אויב מען איז אריבער פלאג און מוטשעניש, אבער מען דארף האבן תפילה, ווייל נאר מיט תפילה קומט מען אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#306 - מאכן די פלענער פאר אומאן ראש השנה
אומאן, ראש השנה, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שוין דיינע פלענער צו זיין אין אומאן ראש השנה ביים רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "רֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי", און עס איז מיר א וואונדער אויף מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, "וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", פארוואס זאלן זיי נישט רעדן צו אלעמען מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר" קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מאכן א כרוז אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה, נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


וואו גייסטו איינשטיין ראש השנה? געב זיך אכטונג צו זיין מיט ערליכע מענטשן. אויך זאלסטו זיך אכטונג געבן נישט צו זיין צווישן לצים וואס וועלן דיר אוועק מאכן די לימודים פון היכל הקודש, ווייל מען קען פארלירן די תמימות און אפלאזן דאס לערנען אויפן סדר דרך הלימוד און אפלאזן דאס תמימות; צוליב דעם האבן מיר געבויט דעם בנין אין אומאן, ווען מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "געב אכטונג וואו די בחורים פון ישיבה וועלן זיין אין אומאן, זיי זאלן נישט זיין מיט די לצים וואס מאכן חוזק און א געשפעט פון היכל הקודש".


קומענדיגע וואך פרשת עקב וועט זיין ביי אונז א וואך וואס אלע אנשי שלומינו וועלן גיין נאך געלט, איך פארלאנג פון יעדן איינעם אן אויסנאם, זאל גיין נאך געלט. מען קען נישט זיין אין די קהילה נאר אז מען איז עוסק אין גיין נאך געלט, סיי מיט רופן באקאנטע, און סיי מיטן גיין אין שולן, אין הייזער וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#305 - איינער אליין, און דערהאלט זיך אזוי שיין
בחור, התחזקות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערע ... נרו יאיר


איך באוואונדער דיך ווי דו דערהאלסט זיך, ביסט איינער אליין, אן משפחה, און אזוי לאנג ווארטסטו אויף דיין שידוך און דו ביסט שטאלץ מיט דיין בארד און פיאות, דו ביסט שטאלץ מיט דיין אידישקייט, דו דאווענסט די דריי תפילות יעדן טאג, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן; איך באוואונדער דיך.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך ווייטער האלטן שטארק, זאלסט נישט אפלאזן פון דיינע גוטע מעשים.


איך האף צו זיין דיין שדכן און דיך באגלייטן דיין לעבן ווי א טאטע און ווי א מאמע.


מען פארט שוין כמעט צום רבי'ן אויף ראש השנה, וועלן מיר זיך קענען אויסגיסן דאס הארץ און אראפלייגן ביים ציון די שווערע זעק און פעק און אהיים ברענגען נאר ישועות.

#304 - פרעג נישט קיינעם, קום ראש השנה צום רבי'ן
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שוין דיינע פלענער אויף ראש השנה צו קומען צום הייליגן רבי'ן, פרעג נישט קיינעם, הער נישט קיינעם אויס, הער אויס נאר דעם רבי'ן וואס האט געהייסן קומען צו אים; אלע שאלות זאלסטו פרעגן דעת תורה, אבער ביי דעם איז נישטא קיינעם וועם צו פרעגן, און אפילו דיין משפחה שלעפט דיר צו דעת תורה וכו' - זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ. טענה נישט וכו', און טו וואס דו האסט צו טון, אויב דו ווייסט וואס איז גוט פאר דיר און פאר דיין נשמה, ווייל דער רבי האט קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יד) אלעס זאל מען פאלגן א צדיק אויסער ווען ער זאגט נישט קומען ראש השנה צו אים, דאס פאלגט מען אים נישט.


ביים רבי'ן איז געווען, ווען רבי אהרן דער רב פון ברסלב איז געקומען צום רבי'ן ערב דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט אים רבי נתן געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#303 - אראפגענומען סטעטוס, בזכות די שיעורים
אומאן, ראש השנה, נייעס, סטאטוס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיך זייער דערפרייט מיט די גוטע נייעס אז דו קוקסט מער נישט קיין סטעטוס וכדומה, דו האסט אראפגענומען די זאכן פון דיין טעלעפאן, דו שרייבסט מיר אז דאס קומט בזכות פון די אלע שיעורים וכו'; איך האב זיך זייער מחזק געווען ווייטער צו געבן שיעורים, איבערגעבן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ווי מען קען זוכה זיין צו א זיסע האניגדיגע לעבן אז מען היט זיך די אויגן.


נאך אביסל פארן מיר צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ביים רבי'ן וועלן מיר זוכה זיין צו אלע תיקונים, און אפילו עס איז שווער די נסיעה וכו', האט דאך שוין דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תד), יא עסן, נישט עסן, יא שלאפן, נישט שלאפן, יא דאווענען וכו', העיקר קומען קיין אומאן לקבל את התיקונים.

#302 - בלייב מיט דיין ווייב ראש השנה
דרך ארץ, אומאן, ראש השנה, בית המדרש, שמחות, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


די יאר ווען דו ווארטסט א שמחה אויף ראש השנה – זאלסטו בלייבן מיט דיין ווייב. דארפסט פארשטיין, דיין ווייב איז זייער באזארגט און נישט רואיג, זי דארף דיך האבן מיט איר, זאלסטו בלייבן מיט איר. זאלסט זיך מקשר זיין מיטן רבי'ן, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "גם בתמימות אסור להיות שוטה", א נאר טאר מען נישט זיין, מען דארף וויסן אז יעדע זאך האט איר צייט.


זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. קום אין שול מיט הוט און רעקל מיט דרך ארץ, אויך מיט שיך, נישט מיט סליפערס, אויך זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג גמרא.

#301 - באצאלן מענטשן צו קענען פארן קיין אומאן?
צדקה, אומאן, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע אוועקשטעלן א פאנדעישן, געלט פאר מענטשן צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; מוהרא"ש איז נישט געווען פון דעם קיין חסיד, קוק נאך אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ח, מכתב תתקלז), ווי מוהרא"ש זאגט דארט אז דער רבי דארף נישט קיין באצאלטע סאלדאטן, עיין שם.


אז דו ווילסט עוסק זיין אין צדקה - זאלסטו העלפן די מוסד וואו דו שיקסט דיינע קינדער. איך שטיי און פלאג זיך אזוי שטארק צו קענען צאלן די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע פאר 'דיין' מוסד, 'דיינע' קינדער'ס מלמדים; איז וואס זאלסטו נישט העלפן דיין אייגענע מוסד.


זעט אויס מען דארף האבן א זכי' צו העלפן בויען דעם רבינ'ס חדר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#300 - וואס פאר א מתנות וועט מען ברענגען פאר'ן רבי'ן
עבודת השם, אומאן, ראש השנה, שיעורים כסדרן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען דארף שוין מאכן פלענער צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. אין ספר חיי מוהר"ן איז דא א גאנצע קאפיטל איבער דאס גרויסקייט פון קומען קיין אומאן אויף ראש השנה; דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן. "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם",און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה, שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ רֹאשׁ הַשָּׁנָה, לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


אויך דארף מען מאכן פלענער וואס פאר א מתנות מען וועט ברענגען פארן רבי'ן, וויפיל סעטס משניות, וויפיל סעטס ליקוטי מוהר"ן. אנשי שלומינו פירן זיך, ווען מען קומט צום רבי'ן זאגט מען דעם רבי'ן אלע סיומים וואס מען האט זוכה געווען צו לערנען די יאר. זאלסטו זיך צופלייסן מיט דיינע שיעורים כסדרן, מאך זיך א ציל אנצוקומען צו ענדיגן כל התורה כולה, טייל עס איין אין פופצן שיעורים, מוהרא"ש האט געמאכט די סדר, די פופצן שיעורים.


די ערשטע שיעור זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי. די צווייטע שיעור זאלסטו לערנען יעדן טאג אביסל נ"ך. די דריטע שיעור זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות, אויב דו קענסט לערנען אכצן פרקים - מה טוב ומה נעים ווי גוט און ווי זיס; ווייל גורס זיין ח"י פרקים משניות איז אזוי שטארק, אז מען הרג'עט דעם יצר הרע, און מען ווערט אינגאנצן ריין.


די פערטע שיעור זאלסטו לערנען יעדן טאג בבלי, די פיפטע שיעור תלמוד ירושלמי, די זעקסטע שיעור תוספתא, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, זוהר הקדוש, תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן און ליקוטי הלכות; דאס זענען די פופצן שיעורים וואס מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן לערנען יעדן טאג.


בנוסף לזה דארפסטו געדענקען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כז), אפילו א מענטש מוז אלץ טון אין עבודת השם, מען מוז אסאך לערנען, מען מוז אסאך דאווענען און טון אסאך מצוות און מעשים טובים, און אזוי אויך אנדערע עבודת השם, דארף מען אבער וויסן אז מען קען נישט ווערן דערשראקן און צעדרוקט ווען מען זעט אין הייליגע ספרים די אלע שווערע עבודות, מען טאר נישט ווערן פארלוירן און טראכטן 'ווען וועל איך דאס קענען טון?' מען גייט רואיג, שטייטליך, צוביסליך, נישט ווערן אנגעצויגן און דערשראקן פון די סאך עבודות השם און דאס אלעס וועלן מקיים זיין אויף איין מאל, דאס ברענגט מען זאל גארנישט טון, אזוי ווי ווען עס פאסירט א פייער חס ושלום, פון פארלוירנקייט און צעטומלטקייט כאפט מען ארויס פון די פייער נישט וויכטיגע זאכן, אזוי דארף מען זיך פירן בעבודת השם, מען דארף זיין רואיג און טון נאך אביסל און נאך אביסל, און אז מען קען גארנישט טון אין עבודת השם טאר מען זיך אויך נישט פארלירן, מען זאל ווייטער בענקען, וועלן און האפן צום אייבערשטן, ווייל דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס האפן צום אייבערשטן - איז זייער זייער חשוב, דער אייבערשטער וויל אונזער הארץ, מיר זאלן האפן צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#299 - יעדער איינער זאל האבן א חלק אינעם נייעם תלמוד תורה בנין
צדקה, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת שמיני, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אונזערע שיינע מוסדות מיט די רענט קאמפיין.


אויב דו קענסט מיר זיין א שליח צו באצאלן די לעצטע צוויי חובות וואס איך האב געבארגט צו קענען קויפן די קעמפ 'אילן החיים', איך האב געבארגט פון ... צוואנציג טויזנט און פון ... פערציג טויזנט, ביידע פון זיי זע איך מער נישט, איך מיין אז ביידע פון זיי האבן מער נישט קיין דירעקטע שייכות וכו'. איך געב דיר זעכציג טויזנט דאלער דו זאלסט זיי באצאלן און פון זיי צוריק נעמען די שטרות.


אויך וויל איך דיר בעטן, אויב איז דא איבריגע געלט אין דיין קאסע; עס איז מיר אונטערגעקומען צו קויפן יעצט א שטח נעבן אונזער בנין אין אומאן, מיר ווילן שוין אנהויבן בויען א נייעם בנין פאר אנשי שלומינו צו קענען איינשטיין בהרחבה ווען מען קומט אין אומאן אויף ראש השנה. אויב דו קענסט געבן דרייסיג טויזנט דאלער פאר ... נרו יאיר פאר די שטח.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט אנהויבן פאנדרעיזן פאר די נייע בנין התלמוד תורה אין שטעטל, מיר האפן בקרוב ממש אנצוהויבן בויען. איך וויל אז אלע אנשי שלומינו, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל - זאל האבן א חלק אינעם תלמוד תורה בנין וואו אונזערע קינדער וועלן נתחנך ווערן מיט תורה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#298 - פארשפילן די קינדער מיט יראת שמים
חינוך הילדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט זומער זמן ווען די קינדער זענען מער פארשפילט - דארף מען זיי פארשפילן מיט עבודת השם. ווען דו גייסט מיט די קינדער א שפאציר - זאלסטו מיט זיי שמועסן פון יראת שמים און פון סיפורי צדיקים, דאס וועט זיי בלייבן זייער גאנץ לעבן, די מעשיות וואס קינדער הערן פון צדיקים - איז אזוי שטארק, עס פלאקערט אויף זייער הארץ פאר עבודת השם יתברך.


זיי מודיע פאר אנשי שלומינו זאלן ארויסנעמען א בעט ביי אונזער בנין פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, ווייל די יאר זענען דא נייע מקורבים וואס ווילן קומען ביי אונזער בנין, און די אלע וואס זענען שוין געווען האבן א זכות צו באקומען זייער בעט פון פאריאר, אבער דער זכות קען מען נאר האבן ביז יעצט, אזוי קען מען ארויסגעבן בעטן פאר די פרישע מקורבים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#297 - זיין אינאיינעם מיט תלמידי היכל הקודש ביים רבינ'ס ראש השנה
אומאן

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך אזוי שטארק צו דיין בריוו, איך האב זיך זייער געבענקט צו הערן פון דיר. איך געדענק ביי מוהרא"ש ווען עס איז געקומען צו אים אן אייניקל פון רבי'ן איז ער געווארן זייער פרייליך צו רעדן און שמועסן מיט אים, אמאל בין איך געווען ביי מוהרא"ש אין בית המדרש און מוהרא"ש האט גערעדט אזוי פריינטליך מיט איינעם, מען האט געקענט אנזען אז מוהרא"ש איז עפעס מער פרייליך צו יענעם, מוהרא"ש רופט מיך צו און זאגט מיר: "דאס איז אן אייניקל פון רבי'ן".


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט נעמען א בעט אין אומאן ביי אונזער בנין, עס קאסט אסאך געלט און דו האסט נישט קיין וועג ווי צו האבן; אודאי איז כדאי צו בארגן געלט צו זיין אינאיינעם מיט תלמידי היכל הקודש ביים רבינ'ס ראש השנה, נעם שוין א בעט ווילאנג עס איז נאך דא, און זארג נישט פאר די הוצאות, דיין זיידע דער הייליגער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך האב שוין אויסגעזארגט פאר די שפעזן צו קומען צו מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#296 - די שווערע נסיעה פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל קיין אומאן
אומאן, הדרכות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס צער הערנדיג וואס דו גייסט אריבער פון די שווערע נסיעה וואס דו און נאך אסאך אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אריבער די יאר ביים פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אז מען האט מבטל געווען די נסיעות די לעצטע מינוט, און זייער אסאך זענען געבליבן אין ארץ ישראל, און אסאך זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס און נישט געקענט אנקומען צום רבי'ן.


האסט זייער גוט געטון אז דו האסט גענומען די פאר טיקעטס פאר דיר און פאר דיינע קינדער; אזוי וואלט איך אויך געטון, אז מען איז מבטל נסיעות און מען האט נאר א מספר מצומצם - קען מען נישט האבן קיין טענות, עס איז פארשטענדליך אז מען כאפט פאר זיך און פאר די קינדער א וועג צו קומען צום רבי'ן, און אז מען טשעפעט דיך און מען פארשעמט דיך - זאלסטו דאס מקבל זיין באהבה און דאס אננעמען פאר כפרת עוונות; אזוי גייט דאס לעבן, ווער עס טוט פאר אנדערע דארף זיין גרייט צו כאפן בזיונות און קללות וכו' וכו'.


דאס זאל דיך נישט אפשטעלן פון העלפן אנשי שלומינו פאר די קומענדיגע יאר צו קומען צום רבי'ן, און יעדן טאג זאלסטו בעטן אז דו, דיינע קינדער, דיין משפחה און אלע אידן - זאלן קענען קומען ראש השנה הבא עלינו לטובה צום רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#295 - סדר הנסיעה אומאן ראש השנה תשפ"ה
תפילה והתבודדות, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, חסידות ברסלב, נסיעה, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, משמש דעם רבי'ן, מנהגים, דן לכף זכות, פדיון נפש, מוהרנ"ת ז"ל, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין נעכטן נאכט צוריק געקומען פון הייליגן רבינ'ס ראש השנה, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שיין אונזער יום טוב איז געווען; די דאווענען, די שמחה, די אחדות, די הייליגע אטמאספער, די שמחות און די בכיות; ווען די אנשי המלך טרעפן זיך אינאיינעם, דאס קען מען נישט אראפשרייבן, דאס דארף מען אליין מיטהאלטן.


עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב דיך נישט געזען, איך ווייס נישט אויב דו ביסט געווען אין אומאן נאר ביסט נישט געקומען ביי אונז אין היכל הקודש, אדער בכלל נישט געקומען; איך קען נישט פארשטיין, וואס איז דא מורא צו האבן צו רעדן אין שטוב פון רבי'ן? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט פון רבי'ן'? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט צו די קינדער פון ברסלב'? שלום בית מיינט נישט אז וואס די ווייב זאגט –טוט מען, דאס מיינט זיין א שמאטע, דאס האט גארנישט מיט שלום בית, אז די ווייב זאגט 'רעד נישט פון ברסלב' - זאגט מען פאר די ווייב: "מיין טייערע ווייב, איך האב דיך זייער ליב, און פארוואס זאלסטו מיר זאגן איך זאל נישט רעדן פון רבי'ן? איך וויל יא רעדן פון רבי'ן און איך וויל יא זאגן פאר די קינדער אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן און קען יעדן איינעם מתקן זיין, א רבי וואס האט אזעלכע גוטע עצות פאר יעדע פרט אין לעבן".


עס איז דא א טעות ביי אנשי שלומינו וואס עס מיינט שלום בית, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אזויפיל גערעדט צו אונז פון שלום בית, פון זיך נישט טענה'ען, פון נישט וויי טון די ווייב, איז געווארן א טעות אז מען האט מורא פון די ווייב, מען לאזט זיך טרעטן, מען באהאלט זיך; נישט דאס האט מוהרא"ש געמיינט, אויסדריקליך נישט דאס, מוהרא"ש זאגט מען טאר נישט וויי טון די ווייב, דאס מיינט אז מען טאר נישט רעדן צו איר נישט שיין, מען טאר נישט גיין פארברענגען מיט חברים און איר לאזן אליין אין שטוב, מען טאר נישט טשעפען, אבער אז זי וויל נישט איר מאן זאל גיין דאווענען אין ברסלב ווייל זי האט געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן, און זי וויל נישט מען זאל הערן שיעורים וואס געבן לעבן און ברענגען נענטער צום אייבערשטן - דארף מען נישט טון וואס זי זאגט, מען דארף רעדן און רעדן מיט איר שיינערהייט, ווארעם און הארציג: "מיין טייערע ווייב איך האב דיך ליב, און איך גיי צום רבי'ן ווייל דער רבי געבט מיר לעבן, און איך וויל דו זאלסט מסכים זיין צו שיקן די קינדער אין חדר און אין בית פיגא וואס גרייט אן וואס לעבן איז, א פלאץ וואס מען לייגט נישט אריין די קינדער אין א פאלשע לעבן פון געפעלן פאר אנדערע, מען לערנט מיט די קינדער די אמונה, אזוי הייליג און אזוי געזונט".


איך וויל דיר שרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל פון אונזער נסיעה צום הייליגן רבי'ן.


די יאר בין איך געפארן פון פאר שבת, ווייל עס איז מיר זייער שווער אנצוקומען אין אומאן אן איבערנעכטיגן איין נאכט פאר ליל זכור ברית, ווייל פון ליל זכור ברית הויבט זיך אן ביי מיר א שווערע עבודה פון אויפנעמען מענטשן און דאווענען, תקיעות און געבן דרשות וכו' וכו', און היות די נסיעה איז גאר לאנג, מען דארף פארן צו אן אנדערע מדינה און נאכדעם זיך שלעפן צענדליגער שעות - בין איך געפארן פריער.


איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג פרשת נצבים וילך פארנאכטס, איך מיט מיינע קינדער נחמן נתן, יצחק דוד, הערשל און יוסף, מיט נאך אפאר אינגעלייט וואס גרייטן אן די סעודות מיט די בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן; העניך אינדיג, יחזקאל סאמעט, שלמה יאקאבאוויטש, מושי איינהארן, לייבי אפפעל, אברהם אליהו פרידריך מיט נאך צוויי דריי בחורים.


די וועג איז געווען מיט גרויסע חסדים, און מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי אין ווארשע, מיר האבן געדאווענט שחרית אין עירפארט, און פון דארט זענען מיר געפארן אפאר שעה מיט א באס קיין ליזענסק, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אין ליזענסק.


מיר זענען געגאנגען אין מקוה און זיך געגרייט אויף שבת, פרייטאג צו נאכטס האבן מיר געדאווענט מנחה און קבלת שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. איידער איך בין ארויסגעפארן בין איך זיך געגאנגען געזעגענען ביי מיין טאטן קארלסבורגער רב שליט"א, איך האב אים געפרעגט אויב מען קען דאווענען שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אויב עס איז בבחינת מירון און אומאן וואס מען גייט אויך שבת צום ציון, האט ער מיר געזאגט: "אודאי", ער האט מיר דערציילט מעשה רַב, פון מיין זיידע רבי יחזקאל רוטה זכותו יגן עלינו, אז ער האט אזוי געטון; ער איז געווען שבת פרה אין ליזענסק, א וואך פאר ער איז נסתלק געווארן, און ער האט געדאווענט ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו מנחה און קבלת שבת און געטאנצן דארט לכה דודי, אזוי ווי אין מירון, אויף דעם סמך האבן מיר אויך אזוי געטון; געדאווענט ביים ציון און געטאנצן לכה דודי מיט גרויס שמחה, עס איז געווען אזוי ליכטיג, מען האט געשפירט אזוי גליקליך אז אפילו מיר זענען ווי אזוי מיר זענען, ווי סאך מיר דארפן נאך פאררעכטן אונזער לעבן, אבער בכח הצדיקים וועלן מיר נישט פארפאלן גיין, איך קען דיר נישט מסביר זיין די געפילן וואס מען האט דארט געשפירט.


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען אז בזכות הצדיקים וועט עפעס בלייבן פון אונז. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקצד), עס איז געווען א צדיק וואס איז געווען ביי זיך זייער צעבראכן, ער האט אלץ געטראכט אז ער וועט נישט האבן קיין תיקון, ער האט געטראכט אז ער איז פון די כיתה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "יורדין לגיהנם", מען וועט זיי לייגן אין גיהנום, "ונידונין בה י"ב חודש", פאר צוועלף חדשים, "לאחר י"ב חודש", און נאך צוועלף חדשים, "גופן כלה", וועט די קערפער ווערן אויס, "ונשמתן נשרפת", און מען וועט פארברענען זייער נשמה, "ורוח מפזרתן", און עס וועט קומען א ווינט און אויסשפרייטן די אש "תחת כפות רגלי צדיקים", אינטער די פיס פון די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כא): "ועסותם רשעים כי יהיו אפר תחת כפות רגליכם", די אש וועט גיין אונטער די פיס פון די צדיקים; האט דער צדיק זיך זייער מחי' געווען, אז כאטשיג וועט די אש פון זיין קערפער זיין אין גן עדן אונטער די פיס פון צדיקים, דער צדיק האט געזאגט: "נישט - וועט שוין נישט זיין פון מיר", עפעס וועט יא איבערבלייבן.


דער רבי האט דאס דערציילט פאר רבי נתן אים צו לערנען אז אפילו די גרויסע צדיקים זענען ביי זיך אויך זייער צעבראכן און זיי דארפן זיך זייער מחזק זיין, און זיך זייער שטארקן, און רבי נתן פירט אויס (שם): "וְהַנִּרְאֶה מִדְּבָרָיו", ווי עס זעט מיר אויס, "שֶׁכַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים הֶחֱיָה עַצְמוֹ בָּזֶה", אז דער הייליגער רבי האט זיך אליין מחזק געווען מיט דעם, "וְנִתְרַצָּה גַּם לָזֶה", און ער איז געווען גרייט אפילו אויף דעם, "שֶׁאֲפִילּוּ אִם חַס וְשָׁלוֹם יִהְיֶה כָּךְ", אז אפילו עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, "הוּא מְרֻצֶּה לַעֲסֹק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בַּמֶּה שֶׁיּוּכַל", איז ער ווייטער גרייט צו בלייבן דינען דעם אייבערשטן מיט וואס ער וועט נאר קענען, "לַחֲטֹף כָּל יְמֵי חַיָּיו", אריינכאפן גוטע זאכן ווי לאנג ער לעבט, "וַה' הַטּוֹב יַעֲשֶׂה עִמּוֹ מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה כִּרְצוֹנוֹ הַטּוֹב", און אז דער אייבערשטער וועט וועלן מאכן מיט אים וואס ער וועט וועלן - איז ער גרייט; ווייל נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו בלייבן שטארק אין עבודת השם, אויב מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


אין אנהויב ביים אנקומען צום ציון אין ליזענסק בין איך געווען פארהאקט און פארמאכט, איך האב קוים געקענט עפענען מיין מויל ארויס זאגן א ווארט, איך האב געבעטן איין זאך: "באשעפער מאך מיך פרייליך, באשעפער מאך מיך פרייליך", ביז בחמלת השם אינמיטן דאווענען איז געווארן אזוי ליכטיג, איך בין געווארן זייער פרייליך.


די סעודות האבן מיר געגעסן באזונדער, די עסן איז געווען מיט די הכשר פון כדתיא, עס איז געווען זייער שיין צוגעשטעלט, מיר האבן נישט געמאכט קיין לאנגע סעודה, מיר זענען געווען אפגעמאטערט פון די וועג.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין מקוה און געלערנט מיינע שיעורים פאר אפאר שעה, אויך די אנדערע חברים האבן געלערנט יעדער איינער די שיעורים כסדרן; חומש, משניות, גמרא, תיקנים וכו', עס איז אזוי שיין צו זען ווי יעדער איינער פון אנשי שלומינו האט זיך א זעקל ספרים, יעדער איינער איז זיך מחי' מיט זיינע אוצרות. מיר האבן געדאווענט אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען, מיר האבן געהאט אונזער ספר תורה, די ערשטע ספר תורה וואס איך האב געקויפט פאר די קהילה פאר פופצן יאר צוריק.


שבת נאכמיטאג האב איך געווארט ביז מען וועט עפענען די ציון, דער גבאי אין ליזענסק פארשפארט יעדן שבת פון פארטאגס ביז פינף אזייגער דעם בית החיים, ווייל עס קומען צו פארן טוריסטן, אידישע אפשטאמיגע צום בית החיים, און עס איז חילול שבת, דעריבער פארמאכט ער דעם בית החיים. איך האב געלערנט ביים פענסטער פון מיין שטוב און געקוקט יעדע פאר מינוט ווען דער גבאי וועט עפענען דעם בית החיים, און ווען איך האב אים געזען עפענען די בית החיים בין איך נאכאמאל אריבער צום ציון הקדוש, איך האב מתפלל געווען, געזאגט תהילים און זיך אביסל מתבודד געווען.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין די דירה, געגעסן שלש סעודות, געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה. מוצאי שבת זענען מיר ארויסגעפארן די לאנגע נסיעה מיט א באס פאר לאנגע לאנגע שעות, די נסיעה איז געווען א שווערע נסיעה, ביים גרעניץ האט מען אונז אויפגעהאלטן פאר צוויי שעה, מיר האבן זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגן זמירות.


מיר האבן זייער געוואלט אנקומען אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו נאך פארן עלות השחר זאגן סליחות, און ווען מיר האבן געזען אז מיר וועלן אנקומען נאכן עלות - האבן מיר געזאגט סליחות אויפן באס, איך האב געהאט א שטארקע התעוררות ביי סליחות, ווי מיר בעטן זיך ביים אייבערשטן זאל אונז געבן א גוט יאר און אונז נישט משפט'ן לויט אונזערע מעשים.


א האזינו


מיר זענען אנגעקומען אין מעזיבוז אביסל פארן נץ החמה, מיר האבן זיך גלייך געשטעלט דאווענען שחרית, א טייל פון אונזער חבורה זענען קודם געגאנגען אין מקוה, איך בין גלייך געגאנגען דאווענען ותיקין, נאכן דאווענען האב איך מעביר סדרה געווען, נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. עס איז געווען דארט אסאך מענטשן, איינער האט דארט אנגעצינדן הויך אויף זיין טעלעפאן שיינע ווארעמע הארציגע מוזיק, די הארציגע ווארעמע ניגון וואס מען פירט די צדיקים אין 'גן עדן', עס איז דא א יש אומרים אז דער הייליגער בעל שם טוב האט געמאכט דעם ניגון, די ניגון האט מיר צעריסן דאס הארץ, איך האב זיך געקענט גוט אויסוויינען ביים צדיק, מאכן וידוי דברים, און בעטן פאר מיר און פאר אידישע קינדער.


אן א שיעור בחורים זענען צוגעקומען אין מעזיבוז זיך באדאנקען פאר די שיעורים און ספרים וואס געבט זיי חיות און לעבן, אויך איז א בחור צוגעקומען צו מיר פרעגן אן עצה וואס צו טון, ער פלעגט זיך מחי' זיין מיטן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ער האט געהערט די שיעורים און זיך גענומען לערנען משניות פאר א לאנגע צייט, ער האט געשפירט אזא זיסקייט אין לעבן, און במשך די גאנצע צייט איז ער געווען ריין פון עבירות, ביז זיין ראש ישיבה האט אים געגעבן צו פארשטיין אז די זקנים אין ברסלב זאגן אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך, און זאגן משניות, זאגן גמרא - איז נאר פאר שוואכע, עס איז נאר א בדיעבד, "ביז איך האב אפגעלאזט דעם דרך הלימוד און יעצט איז מיר אלעס פארלאשן, איך פאל און פאל..." איך האב אים געזאגט: "גיי צוריק צו דיין משפיע און זאג אים 'שכוח פארן מיר אפשניידן מיין חיות, שכוח פארן מיר צונעמען מיין לעבן'".


איך בין געווארן זייער צעקאכט הערנדיג דאס, איך האב זיך פארגענומען דארט אז איך וועל מער רעדן קעגן די לצים, די זקנים. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט רעדן קעגן די לצים - וועט דיין ארבעט זיין אומזיסט, דו וועסט רעדן הונדערט דרשות פון דרך הלימוד, און עס וועט קומען איין לץ, איין פארעך און געבן איין מאך מיט די האנט א תנועה פון ביטול, און געבן א לאך, און די תלמידים וועלן אלעס אפלאזן".


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ברסלב צום הייליגן רבי נתן, דארט האב איך זיך אויך געקענט גוט אויסוויינען. איך האב געבעטן דארט אז איך וויל זוכה זיין צו זען נאר גוטס ביי יעדן איינעם, נישט זען גארנישט קיין שלעכטס. איך האב געזאגט פאר רבי נתן: "דו האסט אונז אנטפלעקט די סוד אז אויב מען זעט עפעס שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אז מען זעט שלעכטס איז א סימן אז מען האט נישט געהאט קיין התבודדות, אדער ווייניג התבודדות", אויך האב איך געבעטן רבי נתן זאל זיין פאר מיר א מליץ יושר, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז ער וויל ליגן ביים טיר פון בית החיים, אז אלע נפטרים וואס מען וועט ברענגען צום בית החיים זאל מען אריבער פירן זיין קבר און ער וועט זיי דן זיין לכף זכות און זיין א מילץ יושר פאר זיי, האב איך געבעטן דארט: "זיי פאר מיר אויך א מליץ יושר, און פאר אלע אידן".


ביי רבי נתן איז גאר אנדערש, ווייל רבי נתן האט געהאט א הארץ פאר יעדן איד, ער האט געזאגט: "איך קען מלמד זכות זיין אויף יעדן איד", רבי נתן האט פארשטאנען אלעמען און געהאט א הארץ פאר אלעמען, דארט ביי זיין ציון ווען מען מאכט השתטחות קען מען זיך גוט אויסבעטן און אויסוויינען.


ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מען אונז געהייסן אויספאקן אלע פעקלעך, דער עולם איז שוין געווען אזוי אויסגעמאטערט, מען האט זיך אין אנהויב אנגעהויבן קריגן מיט די פאליציי אז מיר גייען נישט אראפנעמען די פעקלעך, אבער נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז עס איז נישטא קיין ברירה און אויסגעמוטשעטערהייט האט יעדער אראפגעשלעפט די זעק און פעק און אריבער די מאשינען זיך בודק זיין און מען איז אריבער, און מיט שמחה איז מען אנגעקומען, מען האט געזינגען: "אומאן אומאן ראש השנה, אשרינו מה טוב חלקינו".


נאכן פארן לאנגע שעות האבן זיך אלע אינגעלייט גענומען צו די ארבעט מיט אזא געטריישאפט; מן הבוקר עד הערב, אין א הייסע קאך, ווערנדיג אנגעגאסן און אנגעשמירט מיט די עסן, אן ווערן באצאלט, נאר מיט איין כוונה 'העלפן אנגרייטן די בנין פאר די הונדערטער אידן וואס קומען צום רבי'ן, צוריק טון פאר די קהילה וואס האט געגעבן לעבן'.


ישראל פוקס האט אונז אפגעווארט מיט פיינע עסן, מיט א גוטע פרישטאג און מיט א גוטע נאכטמאל, ער האט אונז זייער געהאלפן מיט די הכשר, ער איז געווען אונזער משגיח אין קאך.


ב האזינו


מאנטאג אינדערפרי בין איך געפארן מיט העניך צום באנק ערלעדיגן פאפירן אז דער בנין אין אומאן זאל זיין לעגאל, איך האב מיט גענומען א קליינע ספר תיקונים, און במשך וואס מען האט דארט געדארפט ווארטן האב איך אריינגעכאפט אסאך בלעטער תיקונים, איך האב זיך מחי' געווען מיטן סדר דרך הלימוד. איך האב געטראכט 'וויי פאר די וואס ווייסן נישט פונעם סדר דרך הלימוד, וואס טוען זיי ווען מען דארף זיצן שעות אין אפיס און ווארטן וכו' וכו'? אזויפיל טייערע צייט ווערט פארברענט, און ווען מען ווייסט פון רבינ'ס דרך הלימוד, פון רבינ'ס וועג, לערנען אפילו אן פארשטיין, אפילו נאר זאגן די ווערטער - קען מען אזויפיל אריינכאפן, אזויפיל זיך איינקויפן גוטס בזה העולם'.


אויפן וועג צוריק פון באנק בין איך געגאנגען צום ציון, מען האט נישט אריינגעלאזט נאר ווער עס צאלט שטייער, איך האב געצאלט די פערציג דאלער און אריין צום ציון מיט אזא שמחה. אלע יארן ווען איך קום צום רבינ'ס ציון הויב איך אן גלייך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, אבער וואס געשעט, נאך צוויי דריי קאפיטלעך עפנט זיך אויף מיין הארץ און איך הויב אן רעדן, זיך מתוודה זיין און זיך גוט אויסוויינען, און נאכדעם דארף איך נאכאמאל אנהויבן זאגן די תיקון הכללי. די יאר האב איך געטראכט אז איך הויב בכלל נישט אן זאגן די תיקון הכללי, ערשט וועל איך נעמען שלום ביים רבי'ן און דערציילן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ און זיך מתוודה זיין, און נאכדעם וועל איך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


איך האב זיך אויסגעוויינט און אויסגעשמועסט אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איך האב געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות, און נאכדעם האב איך זוכה געווען צו קומען נאנט צום קבר און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהילים מיט די תפילה פון רבי נתן, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים.


איך האב אהיים שפאצירט און זיך ווייטער מתבודד געווען, עס איז דאך אזוי מחי'דיג ווען מען קען גיין א שפאציר און רעדן צום אייבערשטן, דאס איז דאך די ברכה וואס דער אייבערשטער געבט (רש"י ויקרא כו, יב): "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן", איך וועל שפאצירן מיט ענק אין גן עדן, דאס איז ווען מען שפאצירט און מען איז זיך מתבודד; דאס איז טעם עולם הבא, טעם גן עדן, דאס איז וואס די צדיקים זענען זוכה אין גן עדן, ונהנים מזיו השכינה.


ג האזינו


דינסטאג פארטאגס זענען שוין אנגעקומען רוב עולם, מען האט זיך אזוי געפרייט איינער צום צווייטן, די שמחות איז געווען אין לשער. איך בין צוריק געפארן נאכאמאל צום באנק ערלעדיגן אז דער בנין זאל זיין לעגאל, זיי האבן געדארפט נאך פאפירן, און ברוך ה' מען האט עס געקענט ערלעדיגן.


אויפן וועג אהיים פון באנק האב איך געבעטן דעם דרייווער ער זאל מיך אראפלייגן ביים גאס שלום עליכם, איך בין צוגעגאנגען צום ציון זיך נאכאמאל מתוודה געווען, נאכאמאל אריינגעכאפט א תיקון הכללי, מיט התבודדות, מיט דעם יום תהילים. אויך האב איך זיך פארגעקוקט צוויי בלאט גמרא, און צוריק שפאצירט צום בנין.


אויפן וועג אהיים האב איך געטראכט 'וואס טו איך אויב ווילדע הינט וועלן קומען?' איך האב זיך גלייך דערמאנט פון רבינ'ס ווערטער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן י): "כְּשֶׁתִּשָּׂא אֶצְלְךָ אֲבָנִים הַנִּמְצָאִים עַל פְּנֵי הַשָּׂדֶה", אז דו וועסט מיט נעמען שטיינדלעך פון פעלד, "תִּנָּצֵל מֵחַיּוֹת רָעוֹת", וועסטו ווערן געראטעוועט פון די ווילדע חיות; איך האב אויפגעהויבן אפאר קליינע שטיינדלעך, און אזוי איז טאקע געווען, עס זענען געקומען צו לויפן ווילדע הינט, האב איך געווארפן פון די שטיינער אויף זיי, זענען זיי אלע אנטלאפן; שפעטער איז געקומען א יונגער שגץ און געווארפן אין מיין ריכטונג א שטיין, ברוך השם עס איז נישט געפאלן אויף מיר.


פאר מנחה מעריב האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און אביסל געשמועסט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן ראש השנה, און ווי אזוי מען זאל אויסניצן די טעג אין אומאן און נישט ווארטן אויף געפילן וכו', נאר טון בתמימות ופשיטות.


מיר האבן געהאט א וַואך נאכט, דער מדפיס, און גבאי פון ירושלים שמעון עוזר נרו יאיר האט געהאט א קינד און ער איז געקומען צו פארן צום רבי'ן, ער האט געמאכט א שליח הגאון רבי משה בראנדסרפער שליט"א זאל מאכן דעם ברית. פאר מענטשן איז דאס א מאדנע זאך אז מען פארט אוועק פון א ברית פון א קינד, מען מאכט א שליח, אבער אז מען טראכט אריין, אלע וואס נעמען א מוהל און מאכן נישט אליין די מילה, מאכן זיי א שליח דעם מוהל, און אז מען דארף זיך אליין מל'ען, אזוי ווי עס שטייט (דברים י, טז): "וּמַלְתֶּם אֵת עָרְלַת לְבַבְכֶם", איז דאך "הוא קודם".


ליל זכור ברית


ביי חצות הלילה האבן מיר געזאגט סליחות. אברהם הערש דער גבאי פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי האט פארגעזאגט סליחות, ער דאווענט זיס און ווארעם, נאך סליחות האבן מיר געמאכט פדיון נפש.


איך וויל אנדערש מאכן פון די קומענדיגע יאר שנת תשפ"ו הבא עלינו לטובה, מען זאל זאגן סליחות ערב ראש השנה פארטאגס, נישט ביי חצות, מכמה טעמים. קומענדיגע יאר ווען די עלות השחר אין אומאן וועט זיין האלב זעקס - וועלן מיר זאגן סליחות האלב פינף, און נאכדעם דאווענען שחרית ותיקין, און נאכדעם מאכן פדיון נפש.


ערב ראש השנה


נאך שחרית האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און עס איז ווייטער געווען פדיון נפש. אזוי זאגט דאך דער רבי (שיחות הר"ן, סימן ריד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.


עס איז געווען חדר פאר אלע קינדער, די געטרייע מלמדים האבן געדאווענט און געלערנט מיט די קינדער און זיי גענומען צום ציון, איך האב גערעדט צו די קינדער אפאר ווערטער איידער זיי זענען געגאנגען צום ציון, איך האב זיי דערציילט ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפן בית החיים ביי די קברים פון די עלטערן וכו', איינמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביי דעם קבר פון איר טאטע, זי האט געשריגן: "טאטע! טאטע!" מיט א וויינעדיגע קול, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט ווייטער געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


ראש השנה


די לעצטע תפילה פונעם פארגאנגענעם יאר, תפילת מנחה - בין איך געווען דער בעל תפילה, און צו מערב איז אברהם הערש צוגעגאנגען. ער האט זייער הארציג געדאווענט, אויך די תפילה פון 'אחות קטנה' האט ער געזאגט מיטן נוסח ווי מען פלעגט זאגן ביי מוהרא"ש, זייער א הארציגע נוסח, עס האט מיר אזוי צעריסן דאס הארץ, איך האב קוים געקענט זאגן די ווערטער פון זיך שטיקן מיט געוויין.


נאכן דאווענען האבן מיר זיך געווינטשן לשנה טובה מיט אזא ליבשאפט, מיט די גאנצע הארץ. מען האט געזען וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; דאס קען מען זען ראש השנה ביים קיבוץ, די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו, יעדער מיט אזא ליבשאפט צום צווייטן.


מען האט נישט געמאכט קיין לאנגע סעדות, מען איז געגאנגען שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין פארטאגס. ביידע טעג ראש השנה זענען מיר אויפגעשטאנען פיר דרייסיג, געלאפן אין מקוה און געלערנט שיעורים כסדרן, נאכדעם האבן מיר געלערנט א בלאט גמרא אינאיינעם, און אום זעקס אזייגער זענען מיר געגאנגען צום ציון, אפאר הונדערט אידן איינאיינעם, געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען.


די תפילות זענען געווען זייער הארציג, זייער שיין. ביי תקיעת שופר האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט האלטן קליין און טראכטן 'וואס וועט שוין אויסמאכן מיינע תפילות? וואס וועט שוין אויפטון מיינע ווערטער?' ענדערש זאל מען זיך האלטן קליין ווען עס קומט צו בויען א הויז, דארט זאל מען טראכטן 'וואס מען איך דען ווערד צו בויען אזוי שיין? מאכן אלע מאדערנע זאכן, וואס פעלט עס אויס? איך בין דאך אן איש פשוט, איך ווייס גארנישט, איך בין דען ווערד?' און אויך ווען מען קויפט א קאר און מען קען קויפן א קאר פאר דרייסיג טויזנט אדער זעכציג זיבעציג טויזנט, און דער מוכר רעדט איין מען זאל נעמען די טייערע און באצאלן צוביסליך פאר זעקס זיבן יאר, דעמאלט זאל מען טראכטן 'בין איך דען ווערד? איך בין דאך א חוטא ופושע', נישט ווען עס קומט צו דאווענען און צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר כלל ישראל, דארט טאר מען נישט זיין קיין עניו.


עס איז געווען א גרויסע התעוררות ביי תקיעת שופר, מען האט געשפירט ווי אלע אנשי שלומינו טוען תשובה, אלע זענען זיך מקבל צו זיין גוט. אויך האב מיר דערמאנט מען זאל ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ.


תשליך זענען מיר געגאנגען אינאיינעם א וועג פון צוואנציג מינוט, מען האט געטאנצן נאך תשליך "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", די שמחה איז געווען זייער גרויס.


מנחה האט אברהם הערש געדאווענט, און צווישן מנחה מעריב האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", און (שם, סימן תצא): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה הוּא בְּוַדַּאי אֵין צָרִיךְ לְהִתְעַנּוֹת כְּלָל", ווער עס האט זוכה געווען צו זיין ביי מיר ראש השנה דארף נישט פאסטן מער, "מֵאַחַר שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל ער איז געווען ביי מיר ראש השנה.


מיר האבן געדערט פון טון וואס דער רבי וויל, פון זיך מתבודד זיין יעדן טאג אפילו פאר אפאר מינוט, ווייל נאר דאס קען העלפן; אנשטאט גיין צו דעם און צו יענעם - זאל מען זיך ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן דאס הארץ אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי דער יצר הרע לאזט נישט אפ, און ווארפט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, און נאר דורך התבודדות, נאר דורך שרייען צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך: "טאטע העלף מיר, טאטע ראטעווע מיר" - קען מען זיך אויפהייבן און נישט אפלאזן.


מערבית האט אברהם הערש געדאווענט.


צווייטע טאג ראש השנה


אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פארקילט, איך האב נישט געהאט קיין קול, איך האב געזאגט פאר אברהם הערש דער גבאי אין שטעטל ער זאל זיך גרייטן צו דאווענען, אבער אנשי שלומינו האבן דאס געהערט האבן זיי געבעטן דעם אייבערשטן, און וואונדער האט פאסירט, אינמיטן פסוקי דזמרא פרעגט מיר אברהם הערש וואס איז געבליבן, זאג איך אים: "איך מיין א נס האט פאסירט, די קול איז צוריק געקומען".


די יאר האט מען צוגעלייגט אסאך זאכן אינעם בנין, מער באקוועם געמאכט. העניך נרו יאיר האט זייער שווער געארבעט אז אלעס זאל זיין גוט און באקוועם, מען האט געענדיגט די מקוה, און מען האט געענדיגט נאך א שטאק.


אויך האט מען געבויט א גרויסע שאטער וואו צו עסן, עס האט צוגעגעבן הרחבת הדעת. די גבאים פון די רענט קאמפיין האבן דאס צוגעשטעלט, זיי גייען צאמנעמען פון אנשי שלומינו די געלט פאר דעם.


מנחה האט געדאווענט הרב רבי דניאל בוים שליט"א, ער איז געקומען מיט א חבורה תלמידים צו הערן די שיעור. ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן דארף מען טון וואס דער רבי לערנט אונז; צו זיין פרייליך אז מיר זענען אידן און מיט די מצוות. עס זענען געקומען מיט רבי דניאל מענטשן וואס האבן נישט פארשטאנען אידיש, האב איך אביסל גערעדט אין לשון הקודש.


שבת שובה


קבלת שבת האט געדאווענט מרדכי היימליך, ביי באו בשלום האט מען געטאנצן און געפאטשט מיט א שטארקע שמחה. די סעודות זענען געווען זייער געשמאק, די עסן האט געהאט אלע טעמים.


די יאר האט מען צעטיילט די ארבעט, מען האט אראפגענומען ארבעט פון העניך מיט יחזקאל סאמעט, זיי צוויי זענען מער ווייניגער ממונה איבער אלעם, און אונטער זיי זענען אריינגעקומען א גאנצע שטאב געטרייע אינגעלייט, אהרן שלמה שווארץ מיט יודי פריינד, מיט נאך אינגעלייט און בחורים, זיי האבן אויסגעטיילט די עסן.


לייבי ליבערמאן האט צוגעשטעט די קאווע, נח הערש מיט נאך חברים האבן אפגערוימט די סעודות, יואל משה האט גערייניגט פארנט פונעם בנין, אפרים שמעון האט מסדר געווען די מקוה, און צוויי חשוב'ע בחורים מלמדים, מרדכי איידליס און שלום אלי' פעלבערבוים האבן גערייניגט די אריינגאנג צום בית המדרש. אברמי פיש מיט נאך אפאר געטרייע אינגעלייט און בחורים האבן גערייניגט און צוגעגרייט די בית המדרש. נחמן נתן קרויס האט פארקויפט די זיצן, און שלמה יאקאבאוויטש מיט אברהם אליהו פרידריך האבן געקאכט אין איין קאך די פליישיגע עסן, און מען האט געבויט די יאר נאך א קאך פאר די פארעווע עסן, דארט האבן געקאכט מושי איינהארן מיט לייבי אפפעל און נאך בחורים און חתנים. נישטא אינעם בנין קיין איין באצאלטע ארבעטער, אלעס ארבעט פארן רבי'ן מיט די גאנצע הארץ. אויך די בעל תפילה און בעל תוקע דאווענען און בלאזן נאר צו באצאלן פארן רבי'ן פארן געבן אזעלכע עצות, שכל און חיזוק פארן לעבן.


נאך די סעודה האבן מיר געזינגען זמירות שבת אינעם נייעם שאטער, לכתחילה האט געהייסן עס וועט זיין א באטע מיט א דרשה, אבער איך האב נישט געהאט קיין קול, זענען מיר געבליבן זינגען אלע זמירות ביי די סעודה.


אויך איז פארגעקומען א שלום זכור ביי האברך הלל ווייס, ער מיט זיין טאטע און שווער, אלע זענען געקומען קיין אומאן, און ער האט געשטעלט א שליח אונזער מוהל רבי אהרן פון מאנרא צו מאכן די ברית.


שבת אינדערפרי


איך האב נישט געהאט קיין כח צו גיין צום ציון, איך בין געווען שטארק פארקילט, איך האב געטרינקען טיי מיט האניג. צוביסליך האב איך געקענט רעדן מיטן קול, איך האב געקענט פארלערנען דעם בלאט גמרא. נאכן פארלערנען האבן בחורים און אינגעלייט געמאכט זייערע סיומים, מען האט אויסגעלייגט די מתנות וואס אנשי שלומינו ברענגען צום רבי'ן, אויך קינדער האבן מסיים געווען.


שחרית האט געדאווענט דער מגיד שיעור פון ירושלים משה שמואל, מוסף האט געדאווענט איינער פון די נייע גבאים פון אונזער מאנסי שול. מיר האבן אויפגענומען נייע גבאים, ווייל אלע גבאים פון מאנסי האבן זיך אוועקגעצויגן קיין שטעטל, קיין ליבערטי.


נאכן דאווענען האבן מיר פארגעלערנט סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם חכם און תם און מחזק געווען די אינגעלייט אויף שלום בית; מען זאל נישט לעבן מיט קיין חומרות, און מען זאל געבן גוטע ווערטער, און נישט מיינען אז אויב מען איז ארויס פון שטוב איז מען מער חשוב.


נאך די סעודה בין איך געגאנגען צום ציון מיט מיינע קינדער, מיר האבן געזאגט די תיקון הכללי, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען, און זיך געזעגנט מיטן רבי'ן מיט גרויס בענקעניש.


אויפן וועג צום ציון און אויף צוריק איז געווען שיינע שיחות מיט אנשי שלומינו, פאריאר האט דער גבאי פון בני ברק, דער וואס שרייבט אפ די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים - אפגעשריבן אלע שיינע שמועסן פון די וועג וואס מיר שפאצירן צום און פון ציון, איך האף די יאר וועט ער דאס אויך אפשרייבן.


שלש סעודות


מנחה האט געדאווענט דער גבאי פון בני ברק יואל לעווי נרו יאיר. שלש סעודות האבן מיר גערעדט פונעם זיסן דרך הלימוד, עס זענען ארויפגעקומען קינדער און בחורים וואס האבן מסיים געווען - איינער ש"ס, א צווייטער חצי ש"ס, א דריטער משניות, און אזוי ווייטער.


מיר האבן גערעדט איבער די סכנה פון רעדן מיט פרומע לצים, די וואס זעען אויס עובד'יש, די וואס רעדן בשם זקנים, אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך. איך האב זיך געבעטן ביי אנשי שלומינו: "זייט נישט קיין אויבער חכמים, רעדט נישט מיט קיין לצים, עס זאל ענק נישט אינטערעסירן וואס די זקנים זאגן, דא ביי אונזער מנין, ביי אונזער בנין, זענען געווען פאריאר אינגעלייט וואס האבן געלעבט מיט די עצות, שכל און התחזקות פון רבי'ן, און די יאר זעט מען זיי נישט צוליב וואס זיי האבן יא געדערט מיט פרומע לצים".


דיר בעט איך אויך, פריש זיך אויף און דריי זיך נאר מיט תלמידי היכל הקודש וואס האבן תמימות, נעם זיך חברים וואס האבן תמימות, וואס די שיחות פון רבי'ן איז זיי אינטערעסאנט, וואס די ווערטער פון מוהרא"ש לעבט זיי אויף, חברים וואס דערציילן מעשיות פון תפילה, חברים וואס לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה, תהילים, דעם רבינ'ס ספרים, ועוד ועוד, חברים וואס לערנען אשר בנחל, וואס האבן חיות פון אשר בנחל, און דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין, אבער נישט מורא האבן, און ווייטער מאכן חבורות ביי דיר אין שטוב פון אנשי שלומינו, און מאך דיין ווייב פאר א חסידות'טע, ווייל עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "איך וויל ענק זאלן מאכן ענקערע ווייבער חסידות'טעס"; ווייל אויב די ווייב ווערט צוגעצויגן צום רבינ'ס דיבורים קען מען אסאך פארדינען.


מוצאי שבת גלייך נאך הבדלה האב איך זיך געוואשן מלוה מלכה און זיך איינגעפאקט, און מיר זענען געפארן צום באן. די יאר זענען מיר געפארן מיטן באן פון אומאן גלייך קיין פוילן, קיין פשעמישל. די באן האט געהאט בעטן, מען האט זיך געקענט אראפלייגן און זיך אויסרוען. די וועג איז פאר מיר געווען די גרינגסטע וועג, גרינגער ווי פארן מיט א באס, מיט א קאר; ווייל ווי באקוועם קען זיין דאס פארן איבער צען שעה זיצנדיג? זאל זיין די קאר, די ווען - מיט באקוועמע זיצן, איז דאס גוט פאר צוויי דריי שעה, אבער אז מען פארט צען צוועלף שעה - איז די גרינגסטע אז מען קען זיך אראפלייגן.


איך האב געבעטן די צוויי אינגעלייט אלי' און משולם, וואס שטעלן צו די וועג פאר אנשי שלומינו אלע יארן צו פארן צום רבי'ן, אז אויב קומענדיגע יאר וועט נאכאלץ זיין פארמאכט קיעוו, מען וועט זיך נאך דארפן אריינשלעפן קיין אומאן פון אן אנדערע מדינה - זאלן זיי נאכאמאל מאכן די באן מיט די בעטן, ווייל איך בין שוין געפארן מיט אלע וועגן, און דאס איז די גרינגסטע און געשמאקסטע וועג; אז מען קען זיך אראפלייגן, די ביינער ווערן נישט אזוי צעבראכן.


אויפן וועג אהיים האב איך געפרעגט א אינגערמאן וואו ער גייט שלאפן און עסן ווען ער קומט אהיים, קוקט ער מיך אן מיט אפענע אויגן 'וואס איז די פראגע? אודאי אין שטוב', פרעג איך אים: "פאריאר ווען דו ביסט אהיים געקומען האט דיין ווייב דיך נישט אפגעווארט מיט א ווארעמע טעלער זופ, פארוואס גייסטו צוריק אהיים?" זאגט ער: "וואס הייסט, איך גיי אהיים צו מיין היים"; זאג איך אים: "דאס איז די סיבה פארוואס איך שטיי איין אין בנין היכל הקודש אין אומאן, ווייל דאס איז מיין היים, און אויב די עסן איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים, און אז די בעט איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים"; 'היכל הקודש' איז מיין היים, און איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער, מיינע דורות, זאלן אויך אזוי שפירן, אז היכל הקודש איז זייער היים.


אן א שיעור מענטשן זענען געקומען זיך באדאנקען פאר די חיזוק פון די שיעורים, גליונות און ספרים. אין עירפארט האט מיר א איד א מגיד שיעור א תלמיד חכם דערציילט, אז זיין זון איז אין א חבורה אין א כולל אין סאטמער, וואס דער ראש הכולל א גרויסער תלמיד חכם - האט אים געזאגט פאר זיין חתונה אז ער מוז לערנען די קונטרסים פון דער ראש ישיבה אויף שלום בית, און נאך אפאר וואכן האט ער אים געפרעגט אויב ער האט דאס שוין געלערנט און ווען ער האט געזאגט ניין, האט דער ראש הכולל ארויסגענומען פון בוזעם טאש א קונטרס "מכבד זיין די ווייב", און אים געזאגט: "דו זאלסט דאס לערנען, וועסטו האבן אמת'ע שלום בית", דאס איז א ראש הכולל פון די גרעסטע כוללים פון סאטמער.


צום גדלי'


זונטאג צום גדלי' אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויפן באן, אום איינס אזייגער זענען מיר אנגעקומען קיין פשעמישל און פון דארט געפארן קיין ליזענסק, און אום צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען אין ליזענסק. איך בין גלייך געלאפן צום ציון, איך האב געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען.


דריי אזייגער זענען מיר געפארן צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מנחה אין עירפארט און געליינט אין די תורה ויחל.


אויפן פליגער איז צוגעקומען א מנהל פון א שיינע גרויסע חדר אין מאנסי און זאגט מיר: "ווען איך וויל וויסן ווער אויפן פליגער איז פון היכל הקודש און ווער נישט האב איך צוויי סימנים, ווען איך הער איינעם זאגן 'שכוח אייבערשטער' - איז דאס מיין סימן אז דער איז היכל הקודש, און ווען איך זע איינעם מיט א ספר אין האנט און מישט דפים - איז דאס מיין סימן אז דער איז אין היכל הקודש".


אויפן וועג אהיים אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן רבי יונה דער דיין, מיר האבן געשמועסט כמעט די גאנצע וועג, אכט ניין שעה - וויכטיגע זאכן ווי אזוי צו העלפן אנשי שלומינו.


חסדי השם מיר זענען אנגעקומען נעכטן נאכט צען אזייגער געזונטערהייט מיט די קינדער און מיט די פעקלעך און מיט אלע תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן.


די יאר וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין יום הקדוש און סוכות אין שטעטל. זונטאג חול המועד וועלן מיר מאכן א סעודה לכבוד דעם רבינ'ס הילולא אינאיינעם מיט א הכנסת ספר תורה, און אסרו חג סוכות, מוצאי שבת - פאר איך צוריק קיין וויליאמסבורג אנהויבן א פרישע זמן מיט די ישיבה, די אכצנטע יאר ישיבה, ווייטער טון די צוואה פון רבי'ן: "איר זאלט אנטרינקען ביימער".


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#294 - זיי פרייליך אז דו ביסט געווען אין אומאן
שמחה, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר זענען שוין אהיים געקומען בשלום פון אומאן, מיר דארפן נאך קומען צו זיך פון די לאנגע נסיעה. די לעצטע פאר יאר פון ווען עס איז דא די מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינא און מען קען נישט פארן גלייך קיין אוקריינא, מען דארף גיין פון איין לאנד צום צווייטן - איז די נסיעה שווערער, און מיט דעם אלעם זענען אנשי שלומינו נישט מוותר אויף די נסיעה, מען פארט צום רבי'ן מיט מסירות נפש.


זיי פרייליך אז דו ביסט געווען אין אומאן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי אים ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר; אויך די וואס זענען נישט אנגעקומען קיין אומאן (די יאר זענען אסאך פון אנשי שלומינו בני ארץ ישראל אפגעהאלטן געווארן און נישט געקענט אנקומען קיין אומאן) - דארפן זיך אויך זייער פרייען, די זענען אויך געווען אין אומאן.


איך האב אסאך צו דערציילן פון אונזער שיינע ראש השנה, איך דארף אבער קומען צו מיינע כוחות, איך דארף זיך נאך אפרוען.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#293 - נישט אפלאזן דאס ווילן, בענקן און גליסטן צו זיין אן ערליכער איד
תפילות אויף אידיש, שלום בית, התחזקות, עבודת השם, רצונות, בזיונות, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך בענק זיך זייער, איך ווארט שוין אייך צו טרעפן און ענק קענען באגריסן, און אפילו קענען רעדן מיט יעדן איינעם אפאר ווערטער פערזענליך; בעיקר די בחורים פון אונזער ישיבה, זיי האב איך זייער ליב, איך ווארט זיי צו טרעפן.


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר גערעדט פון נישט אפלאזן די רצון צו זיין אן ערליכער איד; כל זמן מען וויל נאך זיין אן ערליכער איד, אפילו מען זעט ווי די מלחמה ווערט שווערער און שווערער, אויב לאזט מען נישט אפ דאס וועלן, בענקען און גליסטן צו זיין גוט – וועט מען ביים סוף מצליח זיין. דאס איז וואס די תורה זאגט אונז (דברים כא, י): "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ", אויב דו וועסט גיין אין מלחמה – "וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ", וועט דער אייבערשטער דיר העלפן, דו וועסט אויספירן.


דעם הייליגן רבינ'ס מדה איז נצח, דער רבי האט געזאגט: "נצחתי ואנצח, איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן", דער רבי שטארקט אונז מיר זאלן נישט אפלאזן דאס ווילן, בענקן און גליסטן - צו זיין אן ערליכער איד.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, שווייגט אפ אין שטוב, נעמט אן די בזיונות, ענטפערט נישט, סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", שווייגט אפ אויף די בזיונות; נישטא נאך א זאך וואס זאל אויסזויבערן דעם מענטש - ווי אפשווייגן אויף א בזיון; אז מען איז זוכה מען שווייגט אפ, מען ענטפערט נישט, מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם – איז מען זוכה צו תשובה, צו בחינת אקי"ה, צו בחינת כבוד אלוקי צו כ', כתר (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


געדענקט, מיר פארן צום רבי'ן; דארפן מיר פארן מיט ריינע מוחין, מיט שלום בית. דער רבי האט געזאגט: "ווי ווייגט זיך צו קומען צו מיר איינער מיט שלעכטע געדאנקען?!" דער רבי האט נישט געוואלט זיין ביים טיש מיט דעם איד וואס האט נישט געהאט שלום בית; אז מיר קומען צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן און קומען מיט שלום בית.


גייט אהיים און בעטס ענק איבער, און אז זאכן שטערן דיר און זאכן באדערן דיר, זאלסטו גיין אין א ליידיגע פעלד, א ליידיגע פלאץ און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס ברענט אין מיר כעס, עס ברענט אין מיר כבוד, עס ברענט אין מיר נצחון, עס ברענט אין מיר טפשות, העלף מיר, ראטעווע מיר, איך וויל זיין ערליך, נעם ארויס פון מיר די שלעכטע בלוט".


לייגט אוועק אלע מניעות, קומט אלע צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה.


א פרייליכן שבת, א כתיבה וחתימה טובה.
.

#292 - אוועקגיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, אומאן, ראש השנה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו שרייבסט מיר, איך וויל האבן מיט דיר א קשר, און מיט די הילף פון באשעפער דיר העלפן אוועק שטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע די טענות וואס דו האסט אויף מרת..., אז זי לערנט דיין ווייב דיך צו מאכן שפירן ווי א שמאטע, דו ווילסט איר אנרופן וכו'; איך ווייס נישט אויב עס איז א גוטע עצה, ענדערש זאלסטו מיר שרייבן אדער דערציילן וואס דיין ווייב טוט נישט גוט צוליב מרת ..., וואס זי מאכט דיר שאדן, און איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף איר עס איבערגעבן און זען וואס מען קען בעסער מאכן, זי איז נישטא צו העצן פרויען אויף מענער, זי איז דא נאר צו העלפן אוועק שטעלן שטיבער זיך פירן מיט שלום און שלוה.


אויף דיין פראגע אויב דו גייסט קענען יוצא זיין ביי אונזער קיבוץ אין אומאן תקיעת שופר, היות מען רופט אויס פאר די תקיעות אז ווער עס האט איינעם פיינט זאל ארויסגיין פון בית המדרש; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אזוי געטון און אזוי טוט מען ביי אונזער מנין, אויב מען האט איינעם פיינט קען מען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר, מען מוז ארויסנעמען אלע פיינטשאפט פון הארץ, יעדן איינעם ליב האבן און אויף יעדן איינעם רחמנות האבן.


אויב דו שפירסט נאכאלץ אז דיין ווייב קוועטשט דיך אויס מיט אירע געוויינען, כהיום (נישט אלטע זאכן) - זאלסטו מיר עס שרייבן און איך וועל איר מחזק זיין זי זאל דאס נישט טון, זי זאל דיך נישט צעקוועטשן און צעדרוקן.


אויף דיין פראגע וויפיל מאל מען זאל גיין צו עלטערן אויף שבתים; ווען מען איז יונג, מען האט נאכנישט קיין גרויסע ווירטשאפט - איז גוט צו גיין צו עלטערן מער אפט, ווייל שפעטער מיט די צייט ווען די משפחה צואוואקסט זיך - איז שווער דאס פארן און קומען.


בנוגע רעדן מיט א שוויגער וכו'; דארפסט נישט רעדן מיט דיין שוויגער, איך רעד אויך נישט מיט מיין שוויגער. אז מען גייט צו א סעודה באדאנקט מען זיך, מען זאגט שכוח, און ווען מען קומט אריין אין שטוב באגריסט מען, אזוי אויך ביי א שמחה ווינטשט מען מזל טוב, אבער אזוי דורכן יאר פעלט נישט אויס צו רעדן.


דאס וואס דו שרייבסט אז צווישן אנשי שלומינו זענען דא וואס מאכן דיר נערוועז און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ענדערש אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש וכו'; טייערער ברודער, היינט איז עס דאס, מארגן איז עס א צווייטע זאך, אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה, וואס וועסטו טון ווען דו וועסט ווערן היימיש אין יענעם שול און דארט וועלן דיר זאכן אנהויבן באדערן? וואו וועסטו דעמאלט גיין? די עכטע עצה איז - קוקן אויף יעדן מיט רחמנות אויגן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, יעדער טראכט אנדערש, און יעדער איז הייליג, יעדער איד איז א קינד ביים אייבערשטן, און אז זאכן באדערן און זאכן שטערן - דארף מען זיך אליין אויסוואשן מיט הייסע טרערן, מען דארף גיין אין פעלד און וויינען צום אייבערשטן, מען זאל זיך אזוי אויסלייטערן ביז מען האט יעדן איינעם ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.