בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#58 - חבר זיך נישט מיט בחורים וואס רעדן ניבול פה
קדושה, בחור, חברים, משניות, ישיבה, ניבול פה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


                        יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך, חבר זיך נישט מיט בחורים וואס רעדן מנוולות; קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן".


אויף דיין פראגע צי דו זאלסט טוישן ישיבה; עס איז נישטא וואו צו לויפן, אין אלע ישיבות - ליידער - רעדן בחורים ניבול פה. חבר זיך מיט איידעלע בחורים וואס האבן אין זיך בושה, זיי רעדן נישט ניבול פה. אין אלע ישובות איז דא אזוי און אזוי; איך בין זיכער אז עס איז דא ביי ענק אין ישיבה איידעלע בחורים וואס האבן אין זיך די מדה פון אידישע קינדער, זיי זענען בישנים (יבמות עט.).


שטארק זיך בלימוד משניות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת"; מיט משניות וועלן מיר ארויסגיין פון גלות, סיי דער גרויסער גלות און סיי יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט און וואס משניות טוט פאר'ן מענטש, מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", דאס איז ראשי תיבות 'משנ"ה'; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.


בפרט אין די בחור'ישע יארן וואס דער יצר הרע האלט אין איין מכשיל זיין אין פגם הברית; וויפיל מען וויל זיין גוט און מען מאכט אפ ביי זיך אז מען גייט שוין מער נישט טון קיין נארישקייטן, מיט דעם אלעם האלט זיך דער יצר הרע אין איין מתגבר זיין אויפ'ן מענטש, ער ווארפט אים אראפ אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאות זרע לבטלה, דארף ער לערנען אסאך משניות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז דער שיחה גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות. אפילו איינער וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.


זיי נישט קיין בטלן און נוץ אויס דיינע יונגע יארן; וואס מען לערנט אין די יונגע יארן דאס בלייבט אויף א גאנץ לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ"; קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - אין ישיבה וועסטו באקומען נאר גוטע זאכן
לימוד התורה, מוסדות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זיי מיר מודיע אויב דו קענסט שאפן א באס, מיר מאכן א שבת התוועדות פאר תלמידות בית פיגא אין שטעטל, אם ירצה ה' שבת פרשת ויצא; לאז מיר וויסן וויפיל עס קאסט און צי דו קענסט זיי ארויפטראגן פרייטאג און צוריק ברענגען זונטאג.


זיי נישט מותר אויף א טאג אן לערנען דיינע שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא און הלכה.


אויך זאלסטו ארויפקומען אין ישיבה; איך בענק נאך דיר, איך ווארט אויף דיר, דו וועסט באקומען נאר גוטע זאכן אין ישיבה.


 

#56 - מ'דארף נישט מאכן די חתונה אין ישיבה
שידוכים, מחלוקת, חתונה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זאג פאר'ן מחותן ... נרו יאיר אז פון מיין זייט קען ער חתונה מאכן זיין טאכטער אין א זאל; איך זוך נישט צו מאכן קיין מחלוקת, איך האב אים נאר געוואלט העלפן. אז די אנדערע צד פארפירט, ער סטראשעט אז ער גייט פארברענען די ישיבה, ער גייט מיר ארעסטירן - זאל ער עס מאכן אין א זאל.


נישט אז איך האב מורא, פארקערט, איך בין צוגעוואוינט צו האנדלען מיט אזעלכע מעשיות, נאר עס פעלט נישט אויס קיין מחלוקת, וד"ל.


שטארק זיך, דו מאך נאך שידוכים; ווי מער דו קענסט מאכן שידוכים זאלסטו מאכן נאך און נאך, דאס איז די גרעסטע מצוה - מאכן שידוכים.


איך האף דו וועסט אים איבערגעבן די שליחות, ער זאל טון וואס איז גוט פאר אים, ער דארף נישט קומען מאכן די חתונה אין ישיבה.


 

#55 - אין ישיבה קען מען מאכן שמחות נאר אויפ'ן פשוט'סטן אופן
ישיבה, אידיש געלט, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דארפסט פארשטיין, מיר איז נישט גרינג מען זאל מאכן שמחות אין ישיבה, מיר וואלט אסאך גרינגער געווען ווען מען מאכט שמחות ערגעץ אנדערש; דאס אנגרייטן, דאס אוועקרוימען - ליגט אויף מיר אליינס, די אחריות עס זאל נישט שטערן די חדר און די סקול - ליגט אויף מיר און דאס צושטעלן די סעודה ליגט אויך אויף מיר. מיר איז אסאך גרינגער מען זאל נישט מאכן קיין שמחות אין ישיבה, איך האב זיך אוועק געגעבן נאר כדאי אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן אן חובות, אז אנשי שלומינו זאלן קענען גיין צו זייערע שמחות געזונטערהייט און הנאה האבן פון זייערע שמחות.


מען קען מאכן שמחות אין ישיבה; חתונות, שבע ברכות, בר מצוה, קידוש, שלום זכור וכדומה - נאר בתנאי אז מען מאכט עס פשוט בתכלית הפשטות.


דערפאר, אויב דו ווילסט בר מצוה מאכן אין ישיבה דארף דאס זיין זייער פשוט (וואס מענטשן רופן נעבעכדיג), אז דו ווילסט חתונה מאכן אין ישיבה דארף דאס זיין זייער פשוט; קענסט רופן צו די סעודה דיינע עלטערן, דיין ווייב'ס עלטערן, דיינע געשוויסטער, דיין ווייב'ס געשוויסטער און דיינע קינדער. אז דו ווילסט בר מצוה מאכן אין ישיבה איז די זעלבע זאך, קענסט רופן צו די סעודה דיינע עלטערן, דיין ווייב'ס עלטערן, דיינע געשוויסטער, דיין ווייב'ס געשוויסטער און דיינע קינדער; אז דו האסט חברים, אז דיין ווייב האט חבר'טעס - קענען זיי קומען וואונטשן מזל טוב, מיר שטעלן נישט צו קיין סעודה פאר חברים און אזוי ווייטער.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מאכן דיינע שמחות אין ישיבה און איך וועל זיך זייער פרייען אויב דו ווילסט מאכן מער ווי פשוט אז דו וועסט עס מאכן אין א זאל; איך בעט דיר, פרעג מיר נישט יעדע פאר מינוט אויב מען קען מאכן אזוי, אויב מען קען מאכן אזי; אויב מען וויל מאכן אין ישיבה דארף עס זיין מיט א אידישן טעם, פשוט און איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#54 - אנגרייטן עסן פאר די חתונות אין ישיבה
חתונה, ישיבה, אידיש געלט, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פרעג דיין ווייב אויב זי קען מיר העלפן אנגרייטן עסן פאר די חתונות; אם ירצה ה' דעם ווינטער גייט זיין א שיינע פאר חתונות פון אנשי שלומינו, פרשת חיי שרה וועט פארקומען די זעכצנסטע חתונה אין בית המדרש.


איך וויל זייער עס זאל ווייטער גיין אויף דעם אופן ווי אזוי מוהרא"ש האט איינגעפירט, עס זאל זיין גענצליך בחנם, עס זאל נישט קאסטן קיין איין פרוטה פאר ביידע מחותנים.


בעט דיין ווייב תחי' זי זאל צאמנעמען אלע משפחות, יעדן פרעגן וואס מען קען מאכן; אז יעדער וועט אנטייל נעמען, איינער וועט מאכן א קוגל, איינער אביסל פלייש וכדומה, וועט עס קענען ווייטער גיין אויף דעם אופן און אלע וועלן הנאה האבן בעת שמחתם.


אינעם זכות פון העלפן חתן כלה, העלפן מחותנים חתונה מאכן אן חובות, העלפן דעם רבי'ן - וועט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.

#53 - נישטא קיין העכערע, נענטערע, חשוב'ערע; אלץ איז דמיונות
שידוכים, ישיבה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי שיין אייער לעבן איז מיט'ן הייליגן רבי'ן.


איך וויל פאררעכטן איין ווארט פון אייער בריוו; וואס מיינט איר מיט די ווערטער: "העכערע אין היכל הקודש", פארוואס זאלט איר מיינען אז עס זענען דא העכערע פון אייך? נישטא קיין העכערע, נענטערע, חשוב'ערע; אלץ איז דמיונות, היכל הקודש איז א פלאץ וואס יעדער איינער קען זיין די נענסטע, די העכסטע און די חשוב'סטע. ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, ווער עס פירט זיך בתמימות ובפשיטות דער איז חשוב, נאנט און הויך.


קען מען דען וויסן ווער איז העכער? נענטער? חשוב'ער? איך זע אסאך זענען זיך טועה אין דעם, בפרט פרישע מקורבים, מען קוקט אויף די וואס זענען שוין דא יארן כאילו זיי זענען חשוב, נאנט און הויך. עס האט נישט צו טון ווי לאנג מען איז שוין דא, עס קען זיין א פרישער מקורב וואס פאלגט דעם רבי'ן דער איז מער ווי אלטע וכו'.


אז עס פאלט אייך ביי א שידוך זאלט איר דאס אויסשמועסן מיט אייער מאן; אייער מאן איז א תלמיד פון ישיבה, ער ווייסט וואס הייסט א תלמיד הישיבה און ווער איז סתם אין די ביכער פאררעכנט אלץ א תלמיד וכו'.


געט איבער פאר ... תחי' אז איך וועל איר אנטראגן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - אפילו דו ארבייטס, קום ארויף הערן אביסל חיזוק
פרנסה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב שוין א לאנגע צייט נישט געהערט פון דיר, אמאל פלעגסטו ארויף קומען פון צייט צו צייט אין ישיבה שעפן אביסל לעבן, אביסל שטארקייט צו קענען אנגיין מיט'ן דינען דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "זע די בחורים וואס קענען נישט זיצן אגאנצן טאג אין ישיבה זאלן גיין ארבעטן, אבער זיי זאלן האבן ווייטער שייכות מיט די ישיבה".


טייערער ... נרו יאיר, קום ארויף אמאל הערן אביסל פערל ווערטער פון רבי'ן; חיזוק אויף לערנען, חיזוק אויף דאווענען און אזוי ווייטער.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט נאך דיר.

#51 - טראץ די אלע שוועריקייטן, וועסטו צום סוף טרעפן דיין שידוך
שידוכים, התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר.


שטארק זיך זייער מיט אמונה פשוטה, גלייב וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוָּלָד", פערציג טעג איידער מען ווערט געבוירן, "בַּת קוֹל יוֹצֵאת וְאוֹמֶרֶת", גייט ארויס א בת קול פון הימל און זאגט, "בַּת פְּלוֹנִי לִפְלוֹנִי", דער וועט חתונה האבן מיט דעם.


איך ווייס דיין צער, ווי שטארק דו וויינסט און ווי דו פייניגסט זיך אז דו ביסט נאך אלץ אליינס; שוין אזויפיל יאר וואס דו מיינסט און ווארסט 'אט אט ווער איך א חתן' און עס איז נאכאלץ נישט געקומען, ביסט שוין ארויס מיט מיידלעך וכו' און ביים סוף איז פון אלעס גארנישט געווארן.


נעם די עצה פונעם הייליגן רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א שטילע פלאץ און גיס זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך; ביז דו וועסט טרעפן דיין שידוך.


איך פריי זיך ווען דו קומסט אין ישיבה, יעדעס מאל איך זע דיר פריי איך זיך.

#50 - צוריק אין ישיבה מיט א חיות
שידוכים, עבודת השם, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט צוריק אין ישיבה מיט א חיות און א ברען; דו לערנסט בהתמדה רבה, דו דאווענסט מיט חיות און דו פירסט זיך מיט גוטע מדות.


איך בין זיכער אז דו וועסט שנעל טרעפן א גוטע, ערליכע, געזונטע, קלוגע מיידל און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


איך האב דיר זייער ליב, איך האלט זייער פון דיר.

#49 - יעדער זאל זיין א חלק פון די קהלה
אחדות, ישיבה, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זיך זייער געפריידט אז דו ביסט געקומען יום כיפור אין שטעטל, האסט מיר אראפגענומען א שטיין פון הארץ. ווייל ווי נישט ווי ביסטו מיר איינגעקריצט אין הארץ; ביסט מיר א נאנטע תלמיד. האסט געלערנט אלע יארן אין ישיבה, האסט מיטגעהאלטן אלע צייטן - די שווערע און די גוטע, די הפגנות, די פאליציי, די גלות ליידן - יעדע זמן אין אן אנדערע שול וכו'. און אויך האב איך דיר געברענגט דיין שידוך וכו', וכו', און יעצט ווען איך גיי א טריט ווייטער, איך בוי א שטעטל אויפ'ן רבינ'ס נאמען, פריי איך זיך צו זען אז די תלמידים שטייען מיר צו די האנט. איך זוך נישט אז אלע זאלן קומען דארט וואוינען, נאר פשוט אלע זאלן זיין א חלק פון יעדע תנועה אין די קהילה.


יעצט אז דו ביסט געקומען אויף יום הקדוש האסטו מיר זייער פרייליך געמאכט.


איך דאווען פאר דיר יעדן טאג און איך ווארט אויף דיין הצלחה.


איך האב דיר ליב.

#48 - א גרויסן יישר כח פאר'ן ריין מאכן די ישיבה
ישיבה, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ריין מאכן די ישיבה; איך קוק פון דער זייט ווי דו רוימסט די ישיבה מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


אלע יארן אין ישיבה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די בחורים וואס האבן גערייניגט די פלאץ האבן שיין חתונה געהאט. וועסטו אויך גלייך נאכן זומער טרעפן א גוטע שידוך, נאר בזכות דעם וואס דו רייניגסט דעם פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#47 - חודש אלול איז א צייט צו טרעפן שידוכים
בחור, שידוכים, תהלים, ישיבה, קעמפ, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע בחורים, תלמידי ישיבת תפארת התורה שיחיו.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.


מיר זענען שוין אריין אין חודש אלול וואס איז א צייט פון טרעפן א שידוך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'. זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז אלול און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון דעם רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


זע צו זאגן תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים, ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה - דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה זענען אלע עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ", דערפאר איז א גרויסע זאך שטענדיג עוסק צו זיין אין זאגן תהילים.


קומענדיגע וואך מיטוואך ענדיגן מיר קעמפ און מאנטאג פרשת כי תבוא הייבן מיר אן צוריק ישיבה אין שטאט; איך האף אז דו וועסט ווייטער קומען לערנען און דאווענען, בלייבן באהאפטן מיט תלמידי היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#46 - איך דארף תלמידים מיט גוטע מדות
מדות טובות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


געבענטשט זאלסטו זיין מיט דיין גוטע נאטור ווי דו געבסט אכטונג אויף אנדערע בחורים, דו האסט גענומען דעם נייעם בחור שלאפן נעבן דיר; איך בין זייער איבערגענומען פון דיינע גוטע מידות.


אזעלכע תלמידים ווי דיר דארף איך; אזעלכע תלמידים וויל איך האבן אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#45 - אז דו פארשעמסט א צווייטן, קענסטו נישט זיין אין ישיבה
מדות טובות, ישיבה, בושה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


עס טוט מיר זייער וויי אז איך דארף דיר שרייבן דו זאלסט אהיים פארן פון קעמפ, איך וויל נישט דו זאלסט בלייבן לערנען ביי מיר אין ישיבה.


יעצט זע איך ווער דו ביסט; איך האב נעכטן געבעטן איינער פון די בחורים זאל אנגרייטן א בעט פאר א נייער בחור וואס איז געקומען אין ישיבה לערנען; א צעבראכענער בחור, א בחור וועם מען האט אסאך געפייניגט. אנשטאט דו זאלסט רחמנות האבן און אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן, האסטו געשריגן אויף יענעם בחור: "ברענג מיר נישט דעם משוגענעם נעבן מיר", דו האסט פארשעמט א בחור ברבים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין פְּנֵי חֲבֵרוֹ בָּרַבִּים אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א צווייטן ברבים האט נישט קיין חלק אין עולם הבא.


דער דארמעטארי איז נישט דיין שטוב, דאס איז מיינס; אויב דו ווילסט נישט שלאפן נעבן איינעם קענסטו אהיים פארן.


איך זע אז דו האסט נאך אסאך צו ארבעטן אויף דיר, דו ביסט נאכנישט גרייט חתונה צו האבן.


פאק דיינע פעק און זוך דיר א צווייטע ישיבה.

#44 - צו האבן א גוטע שלום בית, דארף מען זיין א וותרן אין שטוב
שלום בית, מוהרא"ש, יבנאל, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו וואס וואוינען אין יבנאל עיר ברסלב.


איך בעט אייך איר זאלט געדענקען וואס איר האט געלערנט אין ישיבה, מיט דעם זאלט איר לעבן. איר וואוינט אין אזא הייליגע שטאט, א שטאט וואס מוהרא"ש האט געבויט מיט בלוט און שווייס, א פלאץ וואס מוהרא"ש האט אוועק געגעבן דערפאר זיינע טעג און יארן - זאלט איר לעבן מיט די לימודים.


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך וויל זייער שטארק קומען קיין יבנאל צו מוהרא"ש; איך האב יעצט פרובירט צו באקומען רשות פון די מדינה של גיהנום, איך ווארט אויף א תשובה, איך האף בקרוב צו זיין מיט ענק.


אין ישיבה איז יעצט הויך יום טוב; אלע בחורים זיצן און לערנען, מען ענדיגט יעדן טאג מסכת תענית - פערציג טעג אין איין צי, פון ט"ו באב ביז ראש השנה הבא עלינו לטובה, אלע טוען די סגולה פון מוהרא"ש בתמימות ובפשיטות.


מוהרא"ש איז געקומען צו אונז אין ישיבה זומער שנת תשע"א, דעמאלט איז געווען אז זייער אסאך וואס האבן זיך געדריידט אין היכל הקודש האבן פרובירט צו רעדן שלעכטס צו מוהרא"ש אויף די ישיבה, דעמאלט איז מוהרא"ש געקומען אין קעמפ און געזאגט די בחורים: "איך זאג צו אלע וואס וועלן לערנען און ענדיגן יעדן טאג גאנץ מסכת תענית וועלן טרעפן זייער שידוך", און אזוי איז טאקע געווען, יענעם יאר האבן חתונה געהאט צענדליגער בחורים. אזוי טוען די בחורים יעדעס יאר, מען פאלגט א צדיק, מען טוט די סגולה און מען זעט גרויסע ניסים.


פארוואס שרייב איך ענק דאס? איך וויל אייך דערציילן א מעשה וואס איז שייך צו דעם ענין. א אינגערמאן דערציילט מיר, ער מוטשעט זיך מיט שלום בית און ער איז געווען ביים שיעור ווען מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים די סגולה פון מסכת תענית, איז ער צוגעגאנגען פרעגן מוהרא"ש אויב ער וועט זאגן פערציג טעג מסכת תענית צי ער וועט האבן א בעסערע שלום בית? האט אים מוהרא"ש געזאגט מיט א שמייכל: "מענדל מענדל, א אינגערמאן וואס וויל האבן א גוטע שלום בית דארף זיין א וותרן אין שטוב".


דאס וויל איך ענק בעטן, איר זאלט מוותר זיין אין שטוב; איר זאלט נישט מקפיד זיין ווען די עסן איז נישט גרייט וכדומה, איר דארפט קוקן גוט אויף די ווייב און איר האלטן טייער. זייט נישט קארג מיט גוטע ווערטער, געבט אן א שיעור גוטע ווערטער וועט איר זוכה זיין אז די שכינה וועט רוען ביי אייך.


ווען איר זענט ביים ציון בעטס פאר מיר: יואל בן ריצא רעכיל, איך זאל האבן כח ווייטער מיט די תלמידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - יעדער האט שווערע טעג, די קונץ איז זיך צו דערהאלטן און נישט אנטלויפן
בחור, שידוכים, התחזקות, צרות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר ווי דו דערהאלסט זיך אזוי שיין, דו נוצט אויס די טעג און וואכן מיט תורה און תפילה; אסאך פון דיינע חברים האבן זיך נישט געקענט דערהאלטן, זיי האבן אפגעלאזט די אלע שיינע לימודים וואס מען לערנט אין היכל הקודש און דו ביסט נאך פריש, דו לערנסט יעדן טאג דיינע שיעורים און דו פירסט זיך מיט יראת שמים.


איך בעט דיר זייער טייערער ... זאלסט נישט אנטלויפן פאר שלחן עורך; דו קענסט די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט מיט'ן גוי וואס האט זיך פארשטעלט ווי א איד צו קענען עסן ביי אידן פסח ביינאכט, ביז ער האט געגעסן די מרור און ער האט זיך אויפגערעגט און אנטלאפן פון סדר.


שפעטער האט מען אים געזאגט: "א שאד דו האסט נישט אראפגעשלינגען דעם כזית מרור, וואלסטו געהאט א פיינע סעודה", האט דער רבי געזאגט, יעדער איינער האט זיין צייט ווען מען געבט אים צו עסן דעם כזית מרור; א טייל האבן א קליינע כזית, אנדערע האבן א גרעסערע שיעור, אבער יעדער איינער גייט אריבער שווערע טעג, מרור טעג; די קונץ איז ווער עס קען זיך דערהאלטן, ווער עס אנטלויפט נישט, ווער עס האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער ווייסט און גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה, נאר פאר זיין גוטס, נאר פאר זיין תכלית און תיקון.


דעריבער בעט איך דיר טייערער ..., דראפע זיך און דערהאלט זיך; סוף הכבוד לבוא, אחר הרע יבוא הטוב, דו וועסט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן שיינע דורות; ווען? מיט וועם? ווי אזוי? דאס לאז איבער פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#42 - בחורים זאלן נישט האבן טעלעפאונס וואס מען קען קוקן דערויף מאוויס
קדושה, ישיבה, מאוויס, עבירות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, ט' באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל נישט בחורים זאלן האבן אין ישיבה טעלעפאונס וואס מען קען קוקן דערויף מאווי"ס, קליפ"ס וכדומה לזה.


דו העלפסט מיר מיט די בחורים, זאלסטו זיי זאגן אז מען קען נישט זיין אין ישיבה און אין קעמפ מיט א טעלעפאן וואס מען קען זען דערויף עבירות.


איך בוי די פלאץ מיט מסירות נפש, עס קומט מיר נישט אן גרינג; איך שפיר יעדן טאג ווי דאס איז עס. בעט איך דיר זאלסט מיר העלפן מיט דעם, ווען דו זעסט א בחור מיט א טעלעפאן וואס מען קען זען אויף דעם עבירות זאלסטו אים שיינערהייט זאגן אז מען קען נישט זיין אין ישיבה מיט עבירות.


איך האב דיר געבעטן אינמיטן די קינות זאלסט גיין אין די דירה וואו די בחורים שלאפן, איך האב געדארפט ענדיגן די שיעור ווייל איך האב נישט געהאט קיין מנוחה דערפון.

#41 - זיכער מאכן אז דער בחור האט א מורה דרך
שידוכים, ישיבה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו מאכסט שידוכים, דאס איז זייער א גרויסע מצוה.


אז דו מאכסט שידוכים מיט תלמידי הישיבה דארפסטו זיין געווארנט ווען די עלטערן פון די מיידל קומען צו דיר און בעטן דיר אז זיי ווילן א תלמיד הישיבה - וועם דו טראגסט אן; ווייל נישט יעדער וואס דריידט זיך אין ישיבה איז א תלמיד, דו ווייסט דאך אז די טירן פון ישיבה זענען אפן, עס קומען דא בחורים פון איבעראל, אלע קומען נעמען חיזוק; דערפאר, אז עלטערן ווילן פאר זייער טאכטער א תלמיד הישיבה, א בחור וואס פרעגט יעדע זאך און פאלגט - קענסטו נישט נעמען אבי ווער וכו'.


אז מען רעדט שוין פון דעם זאלסטו וויסן אז דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן, אז דער בחור זאל האבן א מורה דרך, איינער וואס לערנט אים אויף טריט און שריט ווי אזוי זיך צו פירן; אן א מורה דרך לעבט מען בהפקירות.


איך זע מענטשן פרעגן זיך נאך פאר א שידוך אלע סארט פראגעס אויפ'ן בחור, בשעת מען דארף ווען פרעגן נאר איין פראגע, צי דער בחור האט איינעם וועם ער הערט אויס, דעמאלט דארף מען מער גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - יום כיפורים און תשעה באב פאסטן די מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, ישיבה, קעמפ, תעניתים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט בייז אז איך ענטפער נישט גלייך דיינע שאלות; איך האב אזויפיל אויפ'ן קאפ, די קעמפ איז נאך נישט מסודר, מיר זוכן ווי צו שאפן עסן פאר די בחורים.


מיר האבן געטראפן א פלאץ פאר די בחורים צו שלאפן; איינער פון די משפחות אין שטעטל האבן מסכים געווען אריין צו נעמען די בחורים אין בעיסמענט, מען ענדיגט יעצט אריין לייגן די בית הכסא'ס, מיר האפן אז די בחורים זאלן שוין ארויס קומען וואס פריער.


בנוגע מיידלעך זאלן פאסטן וכו'; יום כיפורים און תשעה באב פאסטן די מיידלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - האסט מיר דערפרייט אז דו האסט פארמאכט דיין "סטעטוס"
תפילה והתבודדות, סמארטפאון, ישיבה, סאשעל מידיא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו ווייסט נישט ווי שטארק דו האסט מיר דערפרייט דעם שבת נאכמיטאג ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו האסט פארמאכט דיין סטעטו"ס, דו האסט געכאפט א גוטע קיצל פונעם בריוו פאריגע וואך (מכתב יומי - יום ג' פרשת במדבר, כה אייר) ווי איך פרעג דיר: 'אויב דו דארפסט טאקע האבן דיין טעלעפאן, וויל איך וויסן אויב דו דארפסט אויך טאקע קוקן סטעטו"ס, איך בין זייער נייגעריג צו הערן אויב דו דארפסט עס טאקע'; האסט מיר ממש מחי' געווען, איך האב באקומען פרישע כוחות.


וועסט זיך אודאי וואונדערן: 'וואס גייט גייט אן דעם ראש ישיבה וואס איך טו? וואס באדערט דעם ראש ישיבה אז איך קוק סטעטו"ס?' וואס זאל איך דיר זאגן, דו וועסט דאס סיי ווי נישט פארשטיין; איך האב געלערנט מיט דיר אין ישיבה אסאך יארן, איך האב אזויפיל אוועק געגעבן אז דו זאלסט זיין אן ערליכער איד. דו וועסט קיינמאל נישט וויסן וויפיל מסירות נפש ליגט אונטער די אלע יארן וואס דו לערנסט אין ישיבה; אלעס טו איך נאר ווייל איך וויל דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, דו זאלסט האבן א גוט לעבן. און ווען איך זע ווי אינגעלייט ווערן צוגעקלעבט צום טעלעפאן און ווי מען קילט זיך אפ פון יראת שמים איז דאס זייער שווער פאר מיר, אבער ווען איך הער אזא גוטע נייעס אז דו האסט פארמאכט דיין טעלעפאן פון נארישקייטן - געבט דאס מיר כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די הייליגע ארבעט.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות; גיי שפאצירן אביסל יעדן טאג, שמועס זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן. דו וואוינסט אין שטעטל, אזא ריינע פלאץ, אזא געשמאקע פלאץ; נוץ אויס די פעלדער און וועלדער פאר תפילה והתבודדות, וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד און אויפציען ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - אכטונג געבן אויף די ישיבה'ס געלט
ישיבה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט אכטונג געבן אויף די ישיבה'ס געלט, זאלסט נישט באשטעלן מער עסן וויפיל מען דארף; די בחורים וואס רייניגן די ישיבה זאגן מיר אז זיי דארפן אוועק ווארפן יעדן טאג פעקלעך ברויט און נאך אנדערע עסן.


עס טוט מיר זייער וויי ווען מען ווארפט אוועק עסן, סיי אלס דער איסור פון בל תשחית און סיי אויף די אידיש געלט, צדקה געלט – וואס גייט לאיבוד; איך האב דיר שוין אפאר מאל געבעטן דו זאלסט אכטונג געבן אויף די געלט פון ישיבה, איך ווייס נישט פארוואס דו פאלגסט נישט.


אז דו ווילסט מיר העלפן מיט'ן אנגרייטן עסן דארפסטו אכטונג געבן עס זאל נישט גיין לאיבוד קיין איין פרוטה פון ממון הקדש.

#37 - מ'דארף זיך זייער שטארקן זיך צו קענען דערהאלטן ביים הייליגן רבי'ן
חסידות ברסלב, שידוכים, התחזקות, תפלות אויף אידיש, ישיבה, התחדשות, מניעות, תכלית, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דא שרייבט צו דיר דיין "אלטער" ראש ישיבה.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר; איך פרעג זיך אלץ נאך ביי אנשי שלומינו צי דו קומסט דאווענען צווישן זיי, צי דו האסט נאך שייכות מיט'ן רבי'ן, אזוי ווי דו האסט געהאט אין דיינע יונגע יארן.


דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים האט מיר איינער פון דיינע "נייע" חברים אריין געמורמלט אין אויער אין דיין נאמען אז דו בענקסט זיך צו דער "אלטער" ראש ישיבה, דו זאגסט אז דער ראש ישיבה איז שוין נישט וואס ער איז געווען אמאל. יענער אינגערמאן, דיין "נייע" חבר (וואס לויט ווי איך געדענק האסטו נישט געהאט מיט אים און מיט די אנדערע "נייע" חברים קיין שייכות אין ישיבה) – האט מיר נישט אפגעלאזט, א לאנגע צייט האט ער מיר געשריגן אין אויער אז דיין הארץ איז צעריסן, דיין הארץ איז צעפליקט, דו ווייסט נישט וואס איז געשען מיט'ן ראש ישיבה, ער איז שוין נישט דער "אלטער" ראש ישיבה.


טייערער ליבער הארציגער ברודער ... נרו יאיר, עס קען זיין אז דו דרייסט זיך נישט אזוי סאך אין ישיבה, דערפאר מיינסטו אז דער "אלטער" ראש ישיבה איז שוין נישט דא, וויל איך דיר מודיע זיין אז דער ראש ישיבה זיצט אין ישיבה פון שנת תשס"ט עד היום הזה, און וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זיין גאנץ לעבן טון וואס מוהרא"ש האט אים געהייסן טון, מחזק זיין בחורים און אינגעלייט מיט אמונה פשוטה.


טייערער ברודער, איך וועל דיר זאגן צו וואס איך בענק זיך; איך בענק זיך צו מיין טייערער "אלטער" תלמיד ... וואס האט זיך "יא" געטוישט (איך האף אז דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך), איך בענק זיך צו מיין תלמיד וואס האט געברענט צום אייבערשטן, צו מיין תלמיד וואס האט געהאט שמירת עיניים, צו מיין תלמיד וואס האט נישט געהאט קיין שמוץ טעלעפאן ה' ישמרינו, איך בענק זיך צו מיין תלמיד וואס האט זיך מוסר נפש געווען יעדן טאג צו גיין אין מקוה און דאווענען מיט מנין, איך בענק זיך צו די תמימות, די אמונה, די זויבערקייט וכו', וכו'.


טייערער ..., פארוואס זאלסטו פארשווארצט ווערן זיבעציג יאר בזה העולם מיט נארישקייטן? וואס בלייבט דען פונעם מענטש? געב א קוק וואס גייט פאר יעצט אויף דער וועלט, ווער האט געקענט פאראויס טראכטן וואס וועט פאסירן? מען זעט אפן אז דער גאנצער מענטש מיט די גאנצע געלט איז איין גרויסער דמיון, נאר דאס אידישקייט בלייבט, נאר דאס נעמט מען מיט.


איך וויל דיר מחזק זיין אזוי ווי אמאל אין די "אלטע" גוטע צייטן ווען דער ראש ישיבה איז נאך געווען דער "אלטער" ראש ישיבה. הייב זיך אויף, באניי זיך, הויב אן גיין אויף די וועג פון רבי'ן, די וועג פון "התבודדות", וואס דאס איז די "אלטע" וועג; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך פיר אייך אויף א 'נייעם' וועג וואס איז אן 'אלטע' וועג פון אברהם, יצחק און יעקב וואס האבן געלעבט מיט די וועג פון התבודדות".


גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, זאלסט פארמאכן דיין טעלעפאן, זאלסט זיין אינגאנצן אליין און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, זאג אים: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט פאר'תכל'עווען מיינע יארן מיט נארישקייטן, העלף מיר איך זאל האבן דעם געפיל צו רבי'ן, איך זאל האבן דעם געפיל צו צדיקים אזוי ווי אין אנהויב פון מיין התקרבות. רבונו של עולם, איך וויין צו דיר, איך פרעג זיך אליין: וואס גייט פאר? וואס איז געשען מיט מיר? אמאל פלעג איך ליב האבן תמימות'דיגע חברים, איך פלעג זיין א תמים, איך האב געאטעמט דעם רבי'ן, געאטעמט יראת שמים, פארוואס היינט האב איך נישט דעם געפיל? פארוואס לאך איך זיך אויס וכו', וכו'?"


פאלג מיר טייערער "אלטער" חבר, פיר זיך מיט דעם וועג וועסטו זיך אויפפרישן, דו וועסט זיין פריש, דו וועסט האבן דעם זיסן טעם אין לעבן וואס דו האסט געשפירט אמאל.


יעצט בשעת איך שרייב דיר כאפ איך זיך אז דו ביסט גערעכט, איך האב זיך יא געטוישט, איך בין נישט דער "אלטער" ראש ישיבה, איך דערמאן זיך ווי אמאל, יארן צוריק, פלעג איך זיך אנדערש פירן מיט תלמידים, ווען א תלמיד האט זיך געפירט נישט ווי עס דארף צו זיין פלעגט אים דער ראש ישיבה זאגן וואס ער האט אים געהאט צו זאגן, דער ראש ישיבה פלעגט זיין זייער שארף, אן קיין פשרות; אבער לעצטנס, די לעצטערע יארן האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מער שמייכלען און נישט זאגן וואס עס ליגט אויפ'ן הארץ.


איז יעצט אז איך הער פון דיינע "נייע" חברים אז דיין הארץ איז צעריסן, דו בענקסט זיך צו די אמאליגע צייטן, צו די "אלטע" צייטן; וועל איך דיר צוליב טון, איך וועל דיר זאגן וואס ליגט מיר דיר צו זאגן און אויפהערן שמייכלען און שווייגן.


געדענקסט ווען משניות איז געווען א טייל פון דיין קערפער? א טייל פון דיין נשמה? פארוואס זאלסטו דאס אראפלייגן און אפלאזן דיין נשמה?! געדענקסט ווען דו האסט זיך מוסר נפש געווען צו קומען רעדן מיט אנשי שלומינו? פארוואס זאלסטו זיך נישט דרייען מיט חברים וואס לעבן מיט'ן רבי'ן און מיט די עצות פון רבי'ן?!


דיין "נייער" חבר זאגט מיר אז איר טוט זיך צאמקומען, איך האב אים געזאגט אז איך האב הנאה וכו', אבער דיר זאג איך אז ווען מען קוקט אויף די חבורה קלעבט איינער מיט'ן צווייטן ווי עס קלעבן באנדלעך צום וואנט; הלוואי זאלסטו מאכן חבורות, זיך מחזק זיין מיט דיינע "אלטע" חברים און רופן דיין "אלטער" ראש ישיבה, וועסטו הערן פון אים די זעלבע דיבורים וואס דו האסט געהערט פאר יארן צוריק.


געדענקסט אוודאי ווער עס האט מקרב געווען דעם הייליגן רבי נתן צום הייליגן רבי'ן, עס איז געווען א וואוילער איד א גרויסער סוחר – ר' ליפא וועלכער האט געוואוינט אין נעמירוב, רבי נתן מיט זיין חבר רבי נפתלי האבן געזען ווי שיין ער דאווענט, מיט אזא זיסקייט, אזוי ווי איינער רעדט צו א חבר און בעט זיך ביי אים ער זאל אים העלפן. זיי זענען געוואויר געווארן אז ער איז א תלמיד פון רבי'ן זענען זיי געקומען און מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. יארן שפעטער איז ר' ליפא נתרחק געווארן און אפגעלאזט דעם רבי'ן. איינמאל האט רבי נתן באגעגנט דעם ר' ליפא און אים געפרעגט: "ליפא! עמנו הייתם! ביסט דאך געווען צוזאמען מיט מיר ביים רבי'ן, וואו ביסטו היינט?!" האט אים ר' ליפא געזאגט אז דער רבי האט אים פארשעמט.


וואס איז געווען די מעשה? ר' ליפא איז געווען אונטערוועגנס צו א יריד, אויפ'ן וועג האט ער געטראכט אז ער גייט זיך אפשטעלן און זיין אויף שבת ביים רבי'ן, מוצאי שבת ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה ווייל ער האט שוין געוואלט פארן צום יריד פארדינען געלט. דער רבי האט דאך אלעס געוואוסט ברוח הקודש, ער האט געשפירט אז ר' ליפא'ס קאפ איז נישט דא, עס איז ערגעץ ווייט אוועק, ביים מאכן געלט, האט אים דער רבי געזאגט הויך: "געלט איז אזא שטארקע אויגן פארבלענדעניש, עס לאכט און שמייכלט צום מענטש אין די יונגע יארן און ביים סוף הרג'עט עס דעם מענטש"; ר' ליפא האט זיך זייער פארשעמט, ער איז אוועק געגאנגען און מער נישט צוריק געקומען. אויף אים האט דער רבי געזאגט די שיחה (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי", איך וואונדער זיך, "אֵיךְ מַשְׁלִיכִים", ווי אזוי קען א מענטש איבערלאזן, "חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", אזא טייערע באליבטע חבורה וכו', וכו'.


טייערער ברודער, טייערער תלמיד, טייערער חבר, דו ווייסט ווי שטארק דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט פיינט דעם רבי'ן? ער שטייט און לאקערט טאג און נאכט אויף יעדן איינעם פון אונז, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אִינְהוּ נְפִישִׁי מִינָן", זיי [די קליפות] זענען מער פון אונז, "וְקָיְימִי עֲלַן", און זיי שטייען אויף אונז "כִּי כִּסְלָא לְאוּגְיָא", אזוי ווי זאמד ארום א גרוב; אזוי שטייט דער סמ"ך מ"ם און לאקערט אויף יעדן פון אונז אים צו מרחק זיין פון רבי'ן, ער באווייזט זיך צו יעדן איינעם אויף אן אנדערע וועג. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע וועגן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט'ן יצר הרע קומט ער צו מיר מיט א נייע וועג וואס איך האב נישט געקענט אויסטראכטן פון פאראויס".


דער יצר הרע האט מורא ווען מען לעבט מיט א צדיק, ווייל דער וואס לעבט מיט א צדיק לעבט; לעבן מיינט אז מען לעבט א לעבעדיגע לעבן, מען האט ליב די תורה, מען פריידט זיך צו גיין דאווענען, מען פריידט זיך פאר שבת, מען פריידט זיך פאר יום טוב וכו', וכו'; מען פארברענגט נישט די יארן מיט נארישקייטן, מען געבט נישט אוועק די טייערע צייט אויף צו קוקן אין טעלעפאן וכו', וכו'; דעריבער זוכט דער יצר הרע אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן, יעדן איינעם מיט א צווייטע וועג.


בעט איך דיר טייערער תלמיד, חזר זיך וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב): "לִפְעָמִים בָּא לָאָדָם הִרְהוּר תְּשׁוּבָה, וְנַעֲשֶׂה בְּאוֹתוֹ שָׁעָה אִישׁ כָּשֵׁר", אמאל כאפט זיך אריין א גוטע געדאנק, א גוטע מחשבה אין א מענטש; דער מענטש וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך, "וְאַחַר כָּךְ רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת עֻבְדָּא בַּאֲשֶׁר שֶׁנִּתְעוֹרֵר לִבּוֹ לִתְשׁוּבָה בְּכֵן רוֹצֶה לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", ער איז מחליט אז ער פארט צום צדיק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁנּוֹסֵעַ", נאכדעם ווען ער פארט שוין צום צדיק, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע, וְנוֹפֵל מִתְּשׁוּקָתוֹ שֶׁהָיָה לוֹ תְּחִילָה", איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים און ער מאכט אז דער מענטש זאל פארלירן דעם חשק, "וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁבָּא לְהַצַּדִּיק", נאכדעם ווען דער מענטש איז שוין ביים צדיק, "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר", איז זיך דער יצר הרע מתגבר אויף אים נאכמער, "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", און ער פארלירט דעם גאנצן חשק.


דאס איז וואס מען זעט כסדר און דאס איז מיין נסיון, ווייל דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו האבן די ישיבה שוין צוועלף יאר, פון שנת תשס"ט; עס קומען אריין בחורים, מען צינדט זיי אן, זיי הייבן אן ברענען און פלאקערן צום אייבערשטן, צום צדיק און צו די תורה, זיי שלאגן זיך מיט אלע מניעות וכו', וכו'; ביז שפעטער ווען מען איז זוכה אז מען קומט שוין צום צדיק, ווען דער רבי עפנט די טיר, דאס איז ווען מען האט חתונה, ווייל פאר די חתונה לאזט נישט דער רבי קומען; ביים רבי'ן האבן בחורים נישט געהאט קיין מקום, דער רבי פלעגט זאגן פאר בחורים: "דו וועסט צוריק קומען מיט א טלית".


קומט אויס אז ווען א בחור וועט מקורב, ער וויל, ער בענקט און גלוסט צו זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט, דער יצר הרע מוטשעט אים מיט שווערע נסיונות; ער פאלט אריין אין ביטערע שווערע עבירות, אין פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט האט ער דעם חשק. אבער שפעטער ווען ער האט חתונה, פלוצלינג: "מִתְגַּבֵּר עָלָיו הַיֵּצֶר הָרָע עוֹד יוֹתֵר", שטארקט זיך דער יצר הרע און עס פאסירט דאס ערגסטע זאך וואס קען פאסירן פאר'ן מענטש - "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", ער פארלירט דעם גאנצן חשק.


דאס איז וואס מען זעט און מען האט געזען אלע יארן אין היכל הקודש; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג זאגן, א בחור האט א געפיל צום רבי'ן ווייל ער דארף חיזוק, שפעטער ווען מען האט חתונה הייבט זיך אן אלעס פון פריש, מען דארף נאכאמאל מקורב ווערן, מען דארף פון פריש וועלן זיין ערליך.


מיין נסיון איז אז מען שטייט און מען איז מחזק בחורים, מען געבט אוועק די לעבן, די ווייב, די קינדער און די געזונט, אלעס, אלעס פאר אנדערע, און שפעטער ווארט מען צו זען פירות, אבער עס פאסירט וואס דער רבי זאגט: "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", מען פארלירט די חשק, מען קילט זיך אפ וכו'; און אין די זעלבע צייט קומען פרישע בחורים, זיי בעטן חיזוק, זיי ווילן אוועק נעמען די צייט, די ווייב און די קינדער, און עס קומט אריין מחשבות: 'לאז אפ', 'פארמאך די טיר', 'א שאד די צייט'; דעמאלט דארף איך זיך שטארקן און נישט צוהערן די מחשבות, נאר פון פריש נעמען פרישע תלמידים און אנהייבן פונדאסניי.


דאס איז נאך א קליינע נסיון; נאכדעם איז דא א שטערקערע נסיון, עס איז זייער שווער צו טראכטן וואס צו טון דערצו. דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו מאכן שידוכים; דו נעמסט א טייערע וואוילע אומשולדיגע מיידל וואס וויל א ברסלב'ער בחור, זי וויל לעבן די שיינע זיסע לעבן אזוי ווי דער הייליגער "תם" האט געלעבט, און איך בין זיך מוסר נפש צו מאכן שידוכים; איך צוקריג זיך מיט אלעמען אבי צו מאכן א שידוך, און עס גייט אריבער א שטיק צייט און די ווייב הייבט אויף שטילערהייט א טעלעפאן און וויינט: "ראש ישיבה, מיין מאן איז נישט דער 'אלטער' מאן מיט וועם איך האב חתונה געהאט, ער האט זיך געטראפן 'נייע' חברים וואס שלעפן אים אין נישט גוטע פלעצער, ראש ישיבה – וויינט זי – צוליב דעם האב איך זיך געדארפט מוטשען צו באקומען א ברסלב'ער בחור וכו', וכו'?!" פון דעם ווערט מיר דאס הארץ זייער צעריסן און איך שטיי פאר א גרויסע נסיון ווען עס קומט נאך א מיידל און בעט: "ראש ישיבה, איך וויל די שיינע לעבן וואס איך הער ביי די שיעורים, איך וויל לעבן די זיסע לעבן פונעם תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' - מחכם ותם) וואס האט געשפירט אלע טעמים אין זיין ברויט און אלע טעמים און זיין וואסער וכו', וכו'", עס קומט אריין אין מחשבה: 'פארוואס זאל איך מאכן שידוכים ווען שטילערהייט וויינען פרויען, נאכדעם וואס זייערע מענער זענען אנגעקומען צו דאס וואס דער רבי זאגט: "וְאוֹבֵד כָּל חִשְׁקוֹ", די חשק, די גלוסטונג, די ווילן – האט זיך אויסגעלאשן?' וואס טו איך? איך גיי שטילערהייט צום אייבערשטן און וויין צו אים, איך וויין פאר אלע תלמידים, פאר אלע שידוכים און פאר אלע מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, איך בין מחזק שטילערהייט די ווייבער (פארוואס שטילערהייט? ווייל זיי האבן מורא וכו') אז זיי זאלן דאווענען און האבן סבלנות, זיי זאלן ווארטן און ווארטן און ווארטן און ווארטן אויף די ישועה פונעם אייבערשטן.


איך האב נאכנישט אנגעהויבן שרייבן וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, איך שרייב דיר אביסל זאלסט וויסן וואס גייט אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם בין איך פרייליך, רוב טאג בין איך זייער פרייליך חוץ ווען איך גיי אביסל התבודדות דעמאלט וויין איך צום אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל גיין אויפ'ן אמת'ן וועג, העלף מיר איך זאל זיך נישט נארן, דער רבי זאגט ((שיחות הר"ן, סימן נא): 'די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן'; אפשר בין איך דער נאר פון וועם דער רבי רעדט? אפשר נאר איך זיך? רבונו של עולם איך וויל נאר דיר; איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר זען דיר, איך וויל נאר הערן דיר, העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן קיין איין רגע פון דיר; אפילו אלע רעדן פון דעם און פון יענעם זאל איך געדענקען אז דו ביסט מחי' ומהוה די גאנצע בריאה".


ליבער ברודער, עס בענקט צו דיר דיין "אלטער" ראש ישיבה וואס וויל טרעפן דעם "אלטן" תלמיד ... וואס פלעגט בלעטערן דעם משניות און גמרא; די משניות און גמרא האט געלעבט, עס איז געווען מיט א נשמה, מיט א הארץ. מאך אויך התבודדות, גיי אין א ווינקעלע און רעד צום אייבערשטן, וויין צו אים; אז דו קענסט נישט וויינען, דער הארץ איז דיר פארשטאפט פון הערן אזויפיל נארישקייטן, פון אויסהערן גוים טמאים – זייערע דיעות און עצות, צי אין ביזנעס צי סתם זאכן, זאלסטו רעדן קאלטע טרוקענע ווערטער ביז דער קוואל וועט זיך עפענען; עס וועט נישט גיין אין איין טאג און נישט אין איין וואך, דו וועסט דארפן גראבן און גראבן אזוי ווי מען גראבט א קוואל, מען גראבט און גראבט, אסאך מאל דארף מען גראבן גאר טיף ביז מען טרעפט וואסער; אזוי איז מיט רעדן צום אייבערשטן, א מענטש ווארט צו גיסן טרערן, אבער אסאך מאל שפירט מען פארלאשן און פארקלאפט, איז די עצה צו גראבן און גראבן, רעדן טריקענע ווערטער.


זאג: "רבונו של עולם, עס איז מיר פינסטער, איך בין פארלאשן, האב רחמנות אויף מיר", וועסטו מיט די צייט זוכה זיין צו קענען רעדן און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן.


איך האף אז נאכן ליינען דעם בריוו וועסטו זיך טרעפן מיט דיין "אלטער" ראש ישיבה, דו וועסט אנהייבן בענקען צו די תמימות'דיגע יארן. דו געדענקסט אוודאי דיין ראש ישיבה אז ער האט ליב תמימות, איך האב נישט ליב קיין לצנות, עד כדי כך אז ווען איך הער פון איינעם לצנות הייב איך זיך אן עקלען פון אים, איך עקל זיך פון לצנות, פון חוזק מאכן פון תמימים. דערפאר האב איך דיר אזוי ליב געהאט אלע יארן, ווייל איך האב ליב געהאט דיין תמימות. איך האף אז דו האסט דאס נאך אין דיר, עס איז נאך זיכער אין דיר, קען זיין אז עס איז פארדעקט געווארן מיט אסאך זאמד; מיט קוקן און הערן גוים טמאים, ערלים, פארשטאפטע הערצער – רעדן, זיך ווערטלען און זאגן עצות, מיט דעם אלעם גלייב איך אז מען קען טרעפן אונטער די זאמד דעם מים חיים, דער נחל נובע מקור חכמה.


איך דארף שוין לויפן צו מיינע בחורים, זיי ווייסן נישט פון "אלטע" ראש ישיבה – "נייער" ראש ישיבה, זיי דארפן חיזוק.


איך האף דיר נאך צו שרייבן מער באריכות.


דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר און בענקט צו דיר.

#36 - דער ראש ישיבה האט זיך גארנישט געטוישט, מ'דארף זיך נאר באנייען און זיך האלטן צוזאמען‎
חסידות ברסלב, תשובה, אחדות, ישיבה, תמימות, שטעטל, התחדשות, תלמיד

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר,


דעם פארגאנגענעם יום טוב פורים ווען דו ביסט געווען אביסל אנגעטרונקען האסטו גערעדט צו מיר זייער פארווייטאגט וכו', וכו'; איך וויל דאס אויסשמועסן מיט דיר און דאס אויסקלארן כדי ארויס צו נעמען דיין ווייטאג.


וויסן זאלסטו אז איך האב דיר זייער ליב און איך האב ליב אלע מיינע תלמידים; ביי מיר זענען אלע אייניג, אלע טייער. דו האסט מיר אריינגעזאגט אין אויער נעמען פון תלמידים וואס זענען זייער אנגעווייטאגט אויף מיר, זיי טענה'ן אז זיי האבן שוין נישט די זעלבע "אלטע" ראש ישיבה וכו', וכו'.


איך ווייס נישט וואס דאס מיינט; ווייל אויב בין איך אנדערש פון אמאל קען מען דאך נישט זיין פארווייטאגט, עס האט נישט מיט מיר, איך בין דאך אנדערש; נאר איך מיין אז עס איז מער א געפיל זאך וואס פאסירט מיט אסאך תלמידים נאך די חתונה ווען מען ווערט אריינגעשלעפט אין דעם עול פון ברענגען פרנסה, דער גאנצער קאפ און מח לויפט נאך געלט, און ווען מען דערמאנט זיך פון די דיבורים פון ישיבה איז דא אסאך מאל וואס מען ווערט צעריסן ביי זיך; אדער ווען מען קויפט זיך א גלאנציגע טעבלעט אדער א סמארטפאון און מען ווערט אריינגעשלעפט אין דעם מער און מער, און מען דערמאנט זיך פון רבי'ן, דעמאלט הייבט מען אן זיך צו שפירן צעריסן. אנשטאט זיך אויפוועקן און שרייען: 'וואו בין איך אויף דער וועלט?!' איז גרינגער צו זאגן: "אמאל איז געווען א ראש ישיבה", "אמאל איז געווען א מוהרא"ש", "אמאל איז געווען גוטע צייטן".


טייערער ליבער ..., לדעתי האט זיך די ישיבה נישט גערירט קיין משהו פון ווען עס האט זיך געעפנט; די יסודות פון ישיבה: "סדר דרך הלימוד", "התבודדות ותפלה", "שמירת הברית", "שמחה", "חשבון הנפש", "שמחת המצות" – דאס איז געבליבן דער פונדאמענט, און יעדער תלמיד הישיבה איז חקוק בפנימיות לבבי לטוב, בפרט די תלמידים וואס האבן מיר געהאלפן לייגן דעם גרינד פאר די ישיבה, זיי זענען ביי מיר נאך מער חשוב.


דו דארפסט פארשטיין אז איך האב היינט מער זאכן וואס ליגט אויף מיר ווי אמאל, דאס מאכט אז איך זאל זיין באגרעניצט אין צייט; עס קומט אויס אז אויב איך זע נישט און איך הער נישט פון איינעם - וואס אמאל ווען עס איז געווען אין ישיבה נאר פופציג בחורים, אויב איינער איז נישט געקומען וכו' האב איך געהאט די צייט אים נאכצולויפן און מפייס זיין וכו', אבער היינט קום איך פשוט נישט אן צו וואס איך דארף אנקומען מיט די חדר, סקול, ישיבה, כולל, הדפסה, ובעיקר שאלות וואס איך דארף ענטפערן פאר תלמידים וכו', וכו'; דאס געט אן הרגשה פאר געוויסע וואס קומען נישט אן צו קומען אין ישיבה – ווי כאילו מען דארף זיי נישט.


אין אמת'ן אריין וואס דארף איך דאס בכלל שרייבן? נאר עס שטערט מיר און עס טוט מיר וויי אז דו און נאך אינגעלייט זענען פארווייטאגט פון זאכן וואס איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פשט.


אז מען רעדט זיך שוין דורך וועל איך דיר זאגן מיין ווייטאג, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו עפענען א שטעטל, קרית ברסלב - ליבערטי; פארוואס זאלן זיין תלמידים וואס זאלן מיר זוכן צו באגראבן און העצן, חוזק מאכן טאג און נאכט פון דעם? פארוואס זאלן זיין איינצעלנע וואס האבן פיינט די משפחות וואס וואוינען דארט? וואס זאל אנגיין אז עס זענען דא משפחות קלעצער, נארישע מענטשן וואס זענען ארויס געגאנגען וואוינען אין א מדבר? איינער האט איינעם באצווינגען אהין צו גיין וואוינען?! וואס זאל אנגיין אז עס זענען דא מענטשן אן שכל וואס דארפן פרעגן יעדע זאך דעם ראש ישיבה? פארוואס דארף דאס שטערן? פארוואס ווען איר נעמט זיך צוזאם וכו' האט איר נישט עפעס אנדערש וואס צו רעדן נאר חוזק מאכן פון שטעטל מענטשן?!


איך טראכט אז דאס אלעס איז ווייל מען ווערט צעריסן ביי זיך, מען שפירט אז "אוֹי לִי מִיִצְרִי", פון איין זייט שלעפט דער יצר הרע צו שלעכטס און עס איז זייער שווער זיך צו מתגבר זיין, "אוֹי לִי מִיוֹצְרִי", און אויב מען וועט זיך נישט מתגבר זיין און זיך לאזן פונעם יצר הרע וועט מען דארפן אפגעבן דין וחשבון פאר'ן אייבערשטן; פון איין זייט האב איך וכו', וכו', און פון די אנדערע זייט איז דא א רבי וואס מאָנט, וואס קיצלט און לאזט נישט שלאפן.


איך האף אז דו ביסט נישט ברוגז אז איך שרייב דיר; איך וויל נאר גוטס, איך וויל נאר שלום; איך האב ליב צו זיצן מיט תלמידים וואס האבן נישט מיט א צווייטן, זיי מאכן נישט חוזק פון אנדערע, מען גייט זיך די אייגענע וועג, מען לעבט זיך די אייגענע לעבן; דאס איז וואס איך וויל און דאס איז מיין שטרעבן.


דער שטעטל קרית ברסלב איז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף א פאקט; דאס וועט זיין א שיינע גרויסע שטאט וואו מען וועט מחנך זיין די קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט; קיינער דארף נישט אהין קומען וואוינען, די מוסדות אין וויליאמסבורג בלייבט אפן און עס וועט זיך ווייטער בויען און בליען. בלייבט איבער די קשיא וואס דער רבי האט געפרעגט די אינגעלייט וואס זענען געווען מיט אים אויפ'ן שיף אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, "מַה טּוֹב וּמַה נָעִים שֶׁבֶת אַחִים גַּם יָחַד, אַף עַל פִּי שֶׁלֹא יֵדַע אֶחָד עִקַּר כַּוָּנַת חֲבֵרוֹ", וואס דארף מען זיך קריגן? וואס ווילט איר פון מיר? איך וויל אייך נישט זאגן פארוואס איך פאר קיין ארץ ישראל (פעלת הצדיק, סימן רי).


איך מאך דיר פאר א שליח; היות דו ביסט געקומען צו מיר בשליחות פון אנדערע, דארפסטו צוריק געבן די שליחות. זאג אלעמען אז דער ראש ישיבה זיצט אין סקילמען סטריט מהבוקר עד הערב און ווער עס וויל טרעפן זיין "אלטע" ראש ישיבה קען קומען שמועסן און נעמען חיזוק פון אים. ווער עס ווערט נישט נערוועז צו הערן נאכאמאל: "עס איז דא א באשעפער", "א מעשה פון תפלה" - זאל קומען און ער וועט דאס הערן; שוין פיר און צוואנציג זמנים לטובה, פון תשס"ט וואס מען הערט די זעלבע דיבורים.


ווער עס וויל שיקן די קינדער אין די מוסדות וואס קוקן אויפ'ן עתיד, אין די מוסדות וואו מען לערנט אויס די קינדער וואס דאס לעבן איז, זאל קומען; מען וועט אים מקרב זיין און אזוי אויך די קינדער, און ווער עס האלט אז מיר געבן נישט קיין ריכטיגע חינוך קען שיקן זיינע קינדער וואו זיין הארץ באגערט.


ברוך ה' עס זענען פארהאן אסאך פיינע מוסדות וואו מען קען שיקן די קינדער, בפרט א מוסד וואס מען באלאנגט נישט צו זייער חסידות, וואס אין א געוויסע זין איז גרינגער צו שיקן דארט די קינדער, ווייל מען שפירט נישט אן אחריות צו פארענטפערן יעדע פראבלעם אינעם מוסד און אז מען הערט איינעם קרעכצן אויפ'ן מוסד איז עס גרינגער צו נעמען ווי ווען מען שיקט אינעם מוסד וואו מען געהערט און מען הערט אינגעלייט זיך אפרעדן, וואס דעמאלט דארף מען העלפן אונטערברענגען דעם מוסד ווייל מען שפירט אז עס איז נישט די זעלבע אלטע מוסד וכו', וכו'.


דער עיקר דארפן מיר געדענקען צו פאלגן דעם רבי'ן, גיין התבודדות; וויינען און שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל גיין בדרך האמת; איך וויל זיך נישט נארן בזה העולם; רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? אפשר מיין איך אז איך ווייס, אז איך פארשטיי; אפשר דארף איך תשובה טון?"


דאס דארפן מיר וויינען און שרייען צום אייבערשטן יעדן טאג ביז דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן זוכה זיין צו זיין מקורב צום רבי'ן מיט אן אמת'ן אמת, מען וועט לעבן מיט תכלית, מען וועט אריינכאפן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, אביסל משניות, גמרא און הלכה וכו', וכו'; מען וועט האבן מיט וואס צוריק צו גיין צום אייבערשטן.


אלס גוטער פריינט דיינער בעט איך דיר זייער זאלסט געדענקען צוליב וואס מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, נאר צוליב דעם אז ער זאל אונז מתקן זיין און אונז ברענגען צו אלע גרויסע מדריגות. מיר זענען נישט די וואס דארפן זארגן פרעמדע זארג; מיר דארפן זארגן פאר אונזער נצחיות.


איך קען דיר דערציילן אביסל וואס איך האב מיט געלעבט די פאר יאר וואס איך בין געווען ביי מוהרא"ש, איך האב געזען אינגעלייט וואס זענען געווען זייער נאנט וכו' און פלוצלינג זענען זיי אוועק געפאלן פון היכל הקודש, נאר צוליב דעם וואס זיי האבן געטראגן פרעמדע זארג; זיי האבן פרובירט צו פארענטפערן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו טאג און נאכט, זיי האבן געוואלט בויען א נאמען. אזוי ווי דער זוהר הקדוש (בראשית כה:) שמועסט אויס דעם חטא פונעם דור הפלגה (בראשית יא, ד): "נַעֲשֶׂה לָּנוּ שֵׁם וכו', אז זיי האבן געוואלט בויען בתי כנסיות און בתי מדרשות זיך צו מאכן א נאמען, נישט פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן. ווידער די אלע וואס זענען געקומען זיך היילן דעם גוף ונפש, די אלע וואס זענען געזיצן אִישׁ תַּחְתָּיו, אַל יֵצֵא אִישׁ מִמְּקֹמוֹ, זיי זענען געזיצן אויף זייער פלאץ, זיי האבן מצליח געווען און זוכה געווען צו גרויסע מדריגות.


בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, לאמיר אינאיינעם זיך שטארקן מיט'ן רבינ'ס עצות, לאמיר לעבן מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, לאמיר זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן. לאמיר לעבן ווי דער הייליגער תם און געדענקען וואס ער פלעגט זאגן צום חכם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם): "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר צוגעברענגט און קוק צו וואס דיינע חכמות האבן דיר צוגעברענגט"; נישט חוזק מאכן פון אנשים תמימים, אנשים פשוטים וואס רעדן אסאך פון רבי'ן, נישט ווערן נערוועז פון חברים וואס רעדן אסאך פון תפלה; געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט) עס איז א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער קען נישט זיין אן ערליכער איד אז ער זאל נישט חוזק מאכן פון ערליכע אידן.


באמת שרייב איך דעם בריוו פאר מיר אליין, איך אליין וויל זיך אויפפרישן צו זיין א תם און ליב האבן ערליכע אידן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטש ליב האבן אן ערליכער איד, לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".


איך האב דיר ליב, איך האב ליב אלע תלמידים פון ישיבה און אלע אידן; איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן טון און איך דארף פאר קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון וואס איך טו.


דער אייבערשטער איז מיין עדות אז איך האב גארנישט פון זיין אין ישיבה די צוועלף יאר; איך האב נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט פון דעם. דו געדענקסט ווען מען האט מיר ארויסגעווארפן פון די פריערדיגע ישיבה מיט בזיונות נאר צוליב דעם וואס איך האב דיר מקרב געווען און נאך אנדערע - צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט האט מיר מוהרא"ש געבעטן צו עפענען א ישיבה און שפעטער א חדר, א סקול, א בית הדפוס און אזוי ווייטער נאך זאכן וואס איך קען נישט דערציילן, דאס טו איך ווייטער מיט פלאג און שווייס; איך פריי זיך צו קענען באדינען דעם רבי'ן, און ווי לאנג איך לעב בעט איך דעם אייבערשטן אז איך זאל קענען ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן.


שטארק זיך ברודער, זיי ממשיך מיט די חבורות. פורים ווען דו ביסט געווען אנגעטרונקען האסטו מיר דערציילט אז דו מאכסט מסיבות מיט חברים תלמידי הישיבה; איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נעמסט זיך צוזאם מיט חברים, איך האף נאר אז ביי די מסיבות רעדט מען פון רבי'ן, מען רעדט פון תפלה און פונעם אייבערשטן; דעמאלט זאלסטו ווייטער ממשיך זיין. אבער אז מען רעדט פון לצנות, מען שפעט אפ פון אנדערע וכו', וכו' – איז דאס נישט גוט, דאס איז א סכנה. עס קען פאסירן וואס עס האט פאסירט מיט קרח ועדתו, זיי האבן אויך געמאכט חבורות, זיי האבן חוזק געמאכט גאנצע נעכט פון תורת משה רבינו ביז זיי זענען געווארן אויס, חוץ איינער פון זיי, און בן פלת וואס זיין ווייב האט אים געראטעוועט (במדבר רבה יח, טו), זי פלעגט אים זאגן: "וואס גייט דיר אן ווער, וואס און ווען? לאמיר לעבן אונזער לעבן, לאמיר לעבן אן אמת'ער לעבן".


איך וועל דיר נאך שרייבן מער וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ; יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך דארף זיך אביסל צולייגן, איך דארף שוין באלד לויפן אין ישיבה.


א גוטע נאכט.

#35 - איך וויל נישט האבן שייכות מיט צייטונגען און מאגאזינען
אומאן, חינוך הילדים, פחדים, ישיבה, גמרא, מאגאזינען, קאראנע וויירוס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, כ"ה ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב בכלל נישט גערעדט מיט זיי וועגן די גאנצע באשרייבונג; זיי לויפן מיר שוין נאך א לאנגע צייט אז זיי ווילן מאכן אן אינטערוויו מיט מיר אדער מיט איינעם פון די קהילה, איך האב זיי אלעמאל איגנארירט, איך וויל נישט האבן צו טון מיט זיי און מיט קיין שום מאגאזין. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל שטיין ווייט פון צייטונגען און מאגאזינען און קיינמאל נישט רעדן מיט זיי.


דאס וואס זיי שרייבן בשמי אז מען זאל נישט ברענגען קינדער קיין אומאן אויף ראש השנה - איז נישט אמת; מיר אלע ברענגען די קינדער קיין אומאן אלע יארן אויף ראש השנה. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיךְ גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


איך בין נישט געווען אין ישיבה פאר צוויי וואכן, איך בין געווען אין שטעטל; יעצט האב איך געזען דיין בריוו וואו דו פרעגסט ווי אזוי מען כשר'ט דעם קאך לכבוד פסח, איך האף אז דו האסט געהאט א פרייליכע יום טוב.


אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים וועסטו נישט מורא האבן פון קיין שום זאך, די נייעס וועט דיר נישט דערשרעקן; אזוי ווי רבי נתן האט געזאט ווען מען פלעגט אים פרעגן ווי אזוי ער האט די כוחות צו זיין שטארק ווען אלע קריגן אויף אים, פלעגט ער זאגן: "דער רבי האט מיר געגעבן אזויפיל שיעורים צו לערנען אז איך האב נישט קיין צייט צו הערן וואס מען רעדט אויף מיר און וואס מען דערשרעקט מיר".


איך דערמאן זיך יעצט, ווען איך האב געעפנט די ישיבה און עס איז אריבער אויף מיר שווערע זמנים פון די וואס האבן געוואלט פארמאכן די ישיבה, האב איך דעמאלט געלערנט זייער אסאך משניות און גמרא, איך פלעג לערנען יעדן טאג א סדר משניות נאר צוליב דעם, אז איך זאל נישט ווערן אפגעשוואכט פון די אלע שוועריקייטן.


דאס זאלסטו טון; אנשטאט זיצן מיט'ן טעבלעט און קוקן וואס יעדער גאווערנאר זאגט און וואס יעדע פאליטישן ווארנט - נעם ענדערש די הייליגע גמרא און זאג א בלאט נאך א בלאט, וועט ביי דיר מקוים ווערן: "שֶׁשַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי בֵּית הַמִּדְרָשׁ וְלֹא שַׂמְתָּ חֶלְקֵנוּ מִיּוֹשְׁבֵי קְרָנוֹ"ת", דו וועסט נישט האבן מיט קאראנע און נישט באקומען די קאראנע, ובעיקר וועסטו ניצול ווערן פון די שרעק און דמיונות פון די קאראנע וכו', וכו'.


וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין מגע ומשא מיט קיין שום צייטונג און מאגאזין, ער נעמט זיין שכל און ער לופטערט זיך אויס מיט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - עלטערן זאלן הרג'נען אן אייגן קינד בלויז צוליב לערנען ברסלב'ע ספרים?!
קדושה, בחור, צרות, ישיבה, משפחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט מיט געגאנגען מיט אים אין געריכט, להציל עשוק מיד עושקו; זאג דעם בחור אז ער זאל נישט גיין שלאפן ביי די גוים, ער קען חס ושלום פארלירן זיין נשמה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כב.; שלחן ערוך יורה דעה סימן קנג) אז מען טאר זיך נישט מייחד זיין מיט א נישט איד, ווייל זיי זענען חשוד אויף טון עבירות רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן. ענדערש זאל ער גיין שלאפן ביי זיין זיידע און אויב זיין זיידע וויל אים אויך נישט ארייננעמען צוליב די גרויסע עבירה אז ער איז א ברסלב'ער; זאל ער שלאפן אין א בית המדרש, ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


ווער קען גלייבן אזא זאך?! ווער קען זיך פארשטעלן אז היינט ווען קינדער פאלן אוועק פון דרך התורה, בחורים ווארפן אוועק זייער תפילין, מיידלעך פאלן אוועק פון אידישקייט - זאלן עלטערן זיין אזוי בלינד און הרג'נען זייער אייגן קינד צוליב די עבירה פון לערנען ברסלב'ע ספרים?! עלטערן זאלן לייגן זייער קינד צווישן היימלאזע טונקעלע גוים!


דאס איז דער גלות; אויף דעם דארפן מיר וויינען צום אייבערשטן ער זאל אונז שוין אויסלייזן פון דעם גלות, פון די שנאת חינם אז מען האט זיך פיינט איינער דעם צווייטן, מען קען זיך נישט דערליידן.


א גוט שבת.