בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - נישטא וואס צו טון פאר א שידוך, נאר תפלה
שידוכים, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין שוועסטערס שידוך.


זייער קלוג האסטו געטון אז דו האסט פארגעשלאגן פאר דיינע עלטערן אז זיי זאלן אויסהערן שידוכים פאר דיינע שוועסטערס בשעת וואס דו האסט נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן דיין זיווג; איין שוועסטער האט שוין חתונה געהאט, יעצט איז נאך א שוועסטער א כלה געווארן, און אם ירצה ה' יעצט וועט קומען דיין רייע צו טרעפן דיין שידוך.


אחי היקר, עס איז נישט דא וואס צו טון ווען עס קומט צו טרעפן א שידוך – נאר תפילה, נאכאמאל תפילה, נאכאמאל תפילה און ווארטן און האפן לישועת ה'.


איך בעט דיר טייערער ברודער קום אין ישיבה; האלט זיך יונג און פריש. איך ווארט יעדן טאג אויף דיר, קוק נישט אויף דעם אז עס איז נאר געבליבן יונגע בחורים, קום צו מיר און קוק נישט אויף קיינעם; ווילאנג דו האסט חיזוק פון דיין ראש ישיבה זאל דיר גארנישט אנגיין.


איך בין יעצט אין הימל העכער די וואלקענעס; איך שרייב דיר פונעם עראפלאן אויפן וועג קיין אומאן צום רבינ'ס ציון וואו איך וועל דאווענען פאר דיר, אבער האלט זיך שטארק.


איך דאנק דיר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.


...

#10 - איך פריי מיך ווען איך זע דיר אין ישיבה
הפצה, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין יעצט אין הימל העכער די וואלקענעס אויפן וועג קיין ארץ ישראל.


איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה ביי מוהרא"ש; איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש ווי פלייסיג דו גייסט הפצה.


טייערער ... נרו יאיר, איך פריי מיך זייער שטארק יעדעס מאל ווען איך זע דיר אין ישיבה.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


...

#9 - כאטש ביסט נישט אין ישיבה, קום ארויף צו א שיעור
פרנסה, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך פריי מיך זייער צו זען דיין נאמען צווישן די וואס העלפן חודש'ליך די ישיבה; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך בענק מיך נאך דיר...; איך פארשטיי אז דו ביסט ארויס פון ישיבה און דו ביסט געגאנגען ארבעטן וכו', מיט דעם אלעם וועל איך זיך זייער פרייען דיר צו זען אמאל ביי א שיעור.


דו ווייסט דאך וואס מיר רעדן ביי די שיעורים; נאר שיינע עצות און ווארימע דיבורים וואס העלפט דעם מענטש אינעם טאג טעגליכן לעבן.


דיין ראש ישיבה.


...

#8 - קום אמאל ארויף אין ישיבה
ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


 איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך בענק מיר צו דיר און צו הערן וואס דו מאכסט; איך האב דיר ליב טייערער ... נרו יאיר.


קום אמאל ארויף אין ישיבה; אמאל פלעגסטו זיך אריבערכאפן אינמיטן טאג ביי לאנטש, דו פלעגסט ארויף קומען אין ישיבה זאגן אביסל תהלים, עס האט געהאט אלע טעמים.


... טייערער, שטארק דיר און זיי שטאלץ מיט דיין אידישקייט – וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן.


דיין ראש ישיבה.


...

#7 - דיין זון זאל מיט לערנען הלכות שבת
ישיבה, הלכה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר הר"ר ... שליט"א.


א גרוס פון דיינע טייערער ליכטיגע קינדער, בפרט דיין זון הבחור ... נרו יאיר; ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער דאווענט ערליך און ער לערנט פלייסיג.


איך האב אויפגענומען א מגיד שיעור וועלכער זאל פארלערנען הלכה, יעצט לערנט מען הלכות שבת – די סימנים הקטנים; איך האב זייער שטארק חשק אז דיין זון זאל מיט לערנען די הלכות. איך מאך דאס בתורת התנדבות, נאכדעם וואס דער מגיד שיעור האט מיר געזאגט אז ער קען נאר פארלערנען אויב ס'איז בתורת התנדבות, ווייל אויב איז א מוז פאר אלע בחורים צו קומען הייבט זיך אן "מעשה ישיבה" און מען קען שטערן ביים שיעור.


איך האב שוין געשריבן פאר דיין ווייב תחי' אז זי זאל מחזק זיין דיין זון ... נרו יאיר ער זאל זיין פון די וואס באטייליגן זיך ביים הלכה שיעור, עס נעמט אינגאנצן א דריי פערטל שעה.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


יישר כח.


...

#6 - איך קען נישט יעצט פארן קיין ארץ ישראל
תפילה והתבודדות, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גלייב מיר, איך וויל אסאך מער ווי דיר גיין קיין ארץ ישראל; איך בענק און גליסט צו זיין אין ארץ ישראל און זוכה זיין צו אמונה, אריכות אפים, קדושת הברית און צו אלע מדריגות וואס דער רבי שרייבט וואס מען איז זוכה ווען מען איז אין ארץ ישראל (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קנה; ועוד). אויך בענק איך זייער צו מוהרא"ש'ס ציון, איך וויל זייער שטארק אהין גיין מתפלל זיין.


באמת האב איך געהאט בדעה צו פארן יעצט קיין ארץ ישראל, אבער איך קען נישט אוועק גיין פון די ישיבה. מוהרא"ש האט מיר געגעבן א שליחות צו לערנען מיט בחורים, יעצט זענען מיר אריין אין א נייע יאר, די עלפטע יאר פון ישיבה; עס זענען אריין געקומען אסאך נייע תלמידים און איך קען זיי יעצט נישט איבער לאזן.


טייערער ... נרו יאיר, דו וואוינסט דאך נעבן "מערת אליהו", דארט האבן מיר זיך געטראפן דאס ערשטע מאל פאר דריי יאר צוריק ווען איך בין געפארן קיין חיפה מיט די בחורים זיי ווייזן דעם הייל וואו אליהו הנביא האט זיך באהאלטן פון די עובדי הבעל אינעם הר הכרמל, דארט האט ער אויס געשריגן פאר אלע געצן דינער (מלאכים א יח, לט): "ה' הוא האלקים!" דארפסטו זיך שטארקן מיטן רעדן צום אייבערשטן; דאס האט אונז דער הייליגער רבי אויסגעלערנט, אז א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט נאר דעם אייבערשטן; ווי מער מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן ווערט מען מער און מער אויסגעלייטערט.


זיי מתפלל אז איך זאל זוכה זיין צו קומען בקרוב קיין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - יישר כח פאר'ן העלפן די קאמפיין פאר די ישיבה
הכרת הטוב, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ... הי"ו


ראשית כל וויל איך אייך דאנקען פארן העלפן דעם "טשערעדי קאמפיין" עס זאל געקרוינט ווערן מיט הצלחה.


דער אייבערשטער האט געהאלפן אז די קאמפיין האט געהאט א דאפעלטע הצלחה און עס איז אריין געקומען דאפעלט ווי מען האט זיך גערעכנט; דאס איז נאר בזכות וואס איר האט ארויס געהאלפן מיט אלע אייערע כוחות.


איר געדענקט דאך אודאי ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה וואסערע רדיפות מיר זענען דעמאלט אויסגעשטאנען; מען האט אייך גע'רודפ'ט אויף די עבירה אז איר האט אונז פארדינגען א פלאץ פאר די ישיבה. און יעצט האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס ווערן נתרבה די תלמידים, אזוי ווייט אז מיר האבן שוין נישט קיין פלאץ פאר די קינדער.


איך דאנק אייך פארן העלפן אז די קאמפיין זאל זיין מיט הצלחה; סיי וואס איר האט געהאלפן בגוף אז איר האט זיך אנגעשטרענגט עס זאל זיין מיט הצלחה, סיי מיט די דרשות וואס איר האט דערביי געבעטן דעם עולם אנטייל צו נעמען אין די צדקה ובעיקר פארן געבן פאר יעדע פרוטה דאפעלט.

#4 - סטראשען וועט גארנישט העלפן
תפילה והתבודדות, שלום בית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די הודעה.


זאג פאר דיין שוואגער אז מיר זאל ער נישט סטראשען מיט פאליציי; איך בין דאס אלעס אריבער שוין פאר צען יאר צוריק. ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה פלעגן עלטערן קומען מיט פאליציי ארויס נעמען זייער קינד (דאס איז פארגעקומען אין דיינע יארן, ווען דו האסט דא געלערנט), זאל דיין שוואגער קומען מיט פאליציי ארויס נעמען זיין בחור.


אנשטאט ער זאל גיין מיט פאליציי צו די ישיבה פון וואו מען האט ארויס געווארפן זיין בחור, וואס דאס איז אנטקעגן די געזעץ, ווייל על פי חוק המדינה טאר מען נישט אוועק שיקן א תלמיד אינמיטן זמן וכו'; קומט ער מיר סטראשען און מיר דערשרעקן מיט פאליציי... זאג אים וואס חושי הארכי האט געזאגט פאר אבשלום אויף זיין טאטע דוד המלך (שמואל-ב יז, ח): "אַתָּה יָדַעְתָּ אֶת אָבִיךָ וְאֶת אֲנָשָׁיו כִּי גִבֹּרִים הֵמָּה וּמָרֵי נֶפֶשׁ הֵמָּה כְּדֹב שַׁכּוּל בַּשָּׂדֶה, וְאָבִיךָ אִישׁ מִלְחָמָה"; איך בין דאס אלעס שוין אריבער, עס איז נישט דא קיין געזעץ אז איך דארף ארויס שיקן א בחור וואס זעצט זיך אריין אין בית המדרש.


שטארק דיר צו דאווענען שחרית מנחה מעריב מיט מנין און דאווען מיט א סידור פון אינעווייניג; צדיקים האבן געטייטשט, עס שטייט אין די מגילה (אסתר ט, כה): "אָמַר עִם הַסֵּפֶר יָשׁוּב מַחֲשַׁבְתּוֹ הָרָעָה"; אז מען דאווענט אין א סידור איז דאס א סגולה אז מען זאל מכוון זיין פירוש המילות און אלע פרעמדע מחשבות זאלן אוועק גיין. אז דו וועסט דאווענען מיט מנין וועסטו האבן פרנסה בשפע.


פארגעס נישט צו העלפן אין שטוב; לאז דיר אפ פון אלע כלומר'ישע חברים. ווען דו ענדיגסט ארבעטן גיי גלייך אהיים און ווען דו גייסט דאווענען מנחה מעריב בלייב נישט אין גאס שמועסן מיט חברים, דאס איז אלעס א בלויזער דמיון, ווייל א מענטש האט קיינעם נישט בזה העולם, א מענטש איז איינער אליין; נאר דאס וואס ער ציט אויף זיינע קינדער על דרך התורה דאס וועט אים איבער בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - מיט תהלים און התבודדות, באקומט מען אלע ישועות
תפילה והתבודדות, תהלים, ישיבה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק איך האב הנאה דיר צו זען ווי דו כאפסט זיך ארויף אין ישיבה יעדן טאג ווען דו האסט לאנטש און דו זאגסט תהילים.


וויסן זאלסטו אז אין תהלים ליגן אלע ישועות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; ר' נתן פלעגט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים', אז מען זאגט יעדן טאג דעם יום ענדיגט מען יעדע וואך גאנץ תהילים.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין ערליך; ער וויינט צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ!" דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים; דער אייבערשטער איז אים מוחל און נעמט אים צוריק.


איך פריי מיר צו הערן אז דו העלפסט די מוסד און דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין דעם זכות זאלסטו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


יעדעס מאל דו האסט אפאר פרייע מינוט אדער א טאג וואס דו ארבעטסט נישט קום ארויף אין ישיבה, טינק דיך איין אינעם רבינ'ס קוואל. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; אז מען קומט צו א פלאץ וואו מען רעדט נאר פון רבי'ן איז מען זוכה צו שיינע זאכן, אלע פלעקן און אלע עבירות ווערן אפגעוואשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - אז מ'טוט תשובה איז מען זייער חשוב ביים אייבערשטן
אמונה, שבת קודש, תשובה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב דו ביסט ביים אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן  (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים - שָׁם אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמֹד", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דערפאר, אז דו האסט אנגעהויבן היטן שבת קודש, וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות וואס דו האסט עובר געווען, ווייל ווען מען היט שבת איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות (שבת קיח:).


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען קומען לערנען אינעם הייליגן רבינ'ס ישיבה, וואס דאס איז באמת א 'ישיבה', אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): פארוואס רופט מען א ישיבה מיטן נאמען 'ישיבה'? "כְּשֶׁיֵּשׁ רַבִּי אֲמִתִּי עִם תַּלְמִידִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְקַבֵּץ וְנִתְלַקֵּט חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה", ווייל דער אמת'ער צדיק לערנט מיט זיינע תלמידים אמונה, ער לייגט איין אין זיי אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, "וְעַל כֵּן נִקְרָא לִמּוּד הָרַב עִם הַתַּלְמִידִים יְשִׁיבָה, עַל שֵׁם קִבּוּץ חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה, כִּי הָרַב הוּא מַשְׁגִּיחַ עַל חֶלְקֵי הָאֱמוּנָה שֶׁל כָּל אֶחָד וְאֶחָד, וּלְהַעֲלוֹתָם", אזוי ווי עס שטייט (תהלים קא, ו): "עֵינַי בְּנֶאֱמְנֵי אֶרֶץ לָשֶׁבֶת עִמָּדִי" 'לָשֶׁבֶת עִמָּדִי' איז 'יְשִׁיבָה', עיין שם; זעט מען אז אויב עס איז דא א פלאץ וואו מען לערנט מיט תלמידים אמונה - דאס איז א ישיבה, אבער אז מען לערנט נישט קיין אמונה מיט די תלמידים איז דאס נישט קיין ישיבה. כאטשיג עס שטייט אויפגעשריבן אויפן בנין "ישיבה ..." אבער א ישיבה איז נאר וואו מען לייגט אריין אמונה אין די תלמידים.


דעריבער זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען קומען לערנען ביים הייליגן רבינ'ס ישיבה; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


ביז דערווייל פרוביר זיך צו שטארקן מיט אלע כוחות; רעד נישט קיין ניבול פה חס ושלום און טשעפע נישט קיינעם אזוי וועסטו זיך איינקויפן א גוטע נאמען, און דו וועסט טרעפן דיין זיווג בקרוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווילסט טאקע א בחור פון ישיבה?
שידוכים, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני-ב, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב דו ווילסט א וואוילער בחור פאר דיין טאכטער, דו ווילסט א בחור וואס לעבט מיטן אייבערשטן, דו ווילסט איינער וואס וועט מכבד זיין דיין טאכטער און זיך פירן מיט יראת שמים - ווייסטו אליינס וואס דו האסט צו טון; דו קענסט ארויף קומען אין ישיבה און איך וועל דיר אנטראגן א בחור וואס וועט דיר נאר ברענגען נחת.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין זוכה געווען במשך די צען יאר וואס די ישיבה שטייט צו האבן א חלק אין איבער הונדערט שידוכים און איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר ווייטער העלפן איך זאל קענען זיין א גוטער שליח צו מאכן שידוכים מיין גאנץ לעבן, ווייל עס גייט מיר אין לעבן צו העלפן בחורים און מיידלעך זיי ארויס צו נעמען פון זייער תפיסה.


דער רבי האט פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן פד) ער האט געפרעגט אין הימל וואס וועט זיין זיין פרנסה? האט מען אים געענטפערט: "דו וועסט זיין א שדכן"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "פארוואס האט דאס דער רבי אונז דערציילט? ווייל דער רבי וויל מיר זאלן אים נאכמאן מיט אלע זיינע זאכן; מיר זאלן נאר עוסק זיין אין אויפשטעלן אידישע שטובער פארן אייבערשטן".


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך בין נישט קיין שדכן פאר געלט וואס דרייט אויס זיין רוקן אין די סעקונדע וואס דער שידוך ווערט; ביי מיר איז נישט אזוי, איך לאז נישט אפ מיינע תלמידים. מיינע תלמידים זענען ביי מיר ווי מיינע אייגענע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; דאס איז נישט סתם א גוט ווארט וואס מען זאגט פארן מלמד: "שפיר זיך גוט ווייל עס איז כאילו ילדו", נאר דאס איז אויך אן התחייבות. מען זאגט פארן מלמד: "געב אכטונג אויף יענעמס קינד אזוי ווי דו וואלסט ווען אכטונג געגעבן אויף דיין קינד; ווען דו לערנסט מיט א תלמיד טראכט: 'כאילו ילדו'".


דו שרייבסט מיר אז דו ביסט געקומען זוכן א בחור פאר דיין טאכטער, דו האסט זיך אוועק געשטעלט אונטן פון ישיבה און געזען בחורים רייכערן וכו', בחורים מיט טעלעפאנס וכו'; מיר זעט אויס ווי דו ווילסט מיר סתם טשעפען, אנדערש קען איך נישט טראכטן וואס דו ווילסט. דערפאר וויל איך דיר מודיע זיין אז מיר קען מען נישט טשעפען; איך וועל ווייטער מחזק זיין בחורים, און אויב דיין בחור וועט אנקומען אין א מצב וואס ער וועט נישט האבן קיין ישיבה וועל איך אויף אים אויך רחמנות האבן, אזוי ווי דער בערגערס זון האט געזאגט פארן קיסר ווען ער האט אים געפרעגט: "אויב דער קיסר וועט דיר אונטער קומען וואס וועסטו טון מיט אים?" האט ער אים געזאגט: "איך וואלט אים מפרנס געווען אזוי ווי איך בין דיר מפרנס (עיין סיפורי מעשיות מעשה י, פון דער בערגער און דער ארימאן)".


איך האב נישט קיין צייט צו קיין נארישקייטן; זאל דיר דער אייבערשטער העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן און זאלסט בקרוב טרעפן א גוטע שידוך פאר דיין טאכטער.