בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#252 - לערנען מיט די בחורים צו זיין נאנט צום אייבערשטן
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


עס איז שפעט ביינאכט, איך בין זייער אפגעמאטערט פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל, איך בין נאך כמעט נישט געשלאפן פון שבת, דאך שפיר איך אז איך מוז דיר שרייבן פון אונזער ישיבה אין ירושלים.


איך בין היינט געווען מיט די בחורים, פארברענגט מיט זיי, זיך מער באקאנט געמאכט אינאיינעם מיט זייער מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, איך וויל דיר זאגן, די ישיבה איז שענער ווי אונזער ישיבה אין אמעריקע, די בחורים זענען איידל, איינס ביי איינס, פיל מיט גוטע מידות און יראת שמים, זיי האבן זייער א שטארקע געפיל צום מגיד שיעור, זיי האבן א שטארקע דרך ארץ און פאלגן.


איך האלט עס איז גוט דו זאלסט מיט אים רעדן, בבחינת ומקבלין דין מן דין, דו קענסט פון אים הערן ווי, ווען און ווי אזוי צו רעדן מיט דיינע תלמידים, און אויך ער קען פון דיר הערן, און אז מען וועט ארבעטן אינאיינעם קען מען זייער פיל אויפטון, מען קען אויפבויען א הייליגע מיליטער פארן אייבערשטן און פאר די תורה, דורך לערנען מיט די בחורים 'לכתחילה אריבער', זיין נאנט צום אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, און די זיסע האניג'דיגע סדר דרך הלימוד פון לערנען די הייליגע תורה, אפילו נאר זאגן די ווערטער אן פארשטיין, און יראת שמים, קדושת הברית און מידות טובות.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#251 - האלט זיך שטארק, אפילו נאכ'ן ארויסגיין פון ישיבה
בחור, התחזקות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האלט זיך מיט אלע דיינע כוחות צו בלייבן שטארק, בלייבן דינען דעם אייבערשטן, דאווענען און לערנען. אפילו עס איז דיר זייער שווער, דו ווילסט אזוי שטארק א שידוך, דו ווילסט חתונה האבן; דאך זאלסטו זיין שטארק ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן.


עס איז גוט, אפילו יעצט ווען דו ביסט ארויס פון ישיבה, ביסט געגאנגען ארבעטן – אז דו זאלסט קומען יעדן טאג צום שיעור התחזקות. מוהרא"ש האט מיר געזאגט, אפילו די בחורים וואס גייען ארבעטן זאלן בלייבן מקושר צו די ישיבה, קומען נאכן ארבעט צום שיעור התחזקות; אזוי וועסטו האבן אלע גוטע זאכן וואס מען איז זוכה ווען מען איז מקושר צום רבי'ן.

#250 - מיטהאלטן די טעגליכע בריוו
בריוו, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


א שאד אז דו שיקסט נישט פאר די גבאים אין ירושלים די טעגליכע בריוו, א שאד אז די אינגעלייט וואס קומען אריין אין שול טעגליך זאלן נישט קענען מיט האלטן יעדן טאג וואס שטייט אין די בריוו.


אויך איז דא אין שול די ישיבה, טייערע ליכטיגע בחורים וואס ווארטן אויף א ווארט, אויף אן אטעם; זאלן זיי זען יעדן טאג וואס זיי האבן צו טון.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.

#249 - ס'איז נישט כדאי צו קומען קיין אמעריקע
בחור, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס קומען קיין אמעריקע ווען עס איז דא גוטע ישיבות אין ארץ ישראל און בפרט אין יבנאל? עס איז נישט פשוט צו קומען קיין אמעריקע, מילא א בחור וואס האט דא א זיידע און באבע וואו איינצושטיין - איז עפעס אנדערש, אבער אז נישט - איז נישט כדאי צו קומען, עס לוינט נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#248 - צושטעלן דארמעטארי נאר פאר בחורים וואס האלטן מיט
מלמדים, ישיבה

 בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מודיע פאר די חתנים פון ארץ ישראל זיי זאלן נישט קומען קיין אמעריקע, עס האט נישט קיין זין צו קומען קיין אמעריקע ווען מיר האבן א גאר גוטע ישיבה אין ירושלים מיט א גאר גוטער מגיד שיעור און א מדריך לחתנים וואס וועט זיי אנגרייטן פאר די חתונה.


אויך זאלסטו נישט געבן קיין בעט צו שלאפן אין דארמיטארי פאר די בחורים וואס קומען נישט אין ישיבה, איך וויל פארמאכן די דירות וואו די בחורים שלאפן, ווען רוב פון די בחורים זענען נישט געקומען אין ישיבה א גאנץ ווינטער. עס איז א גרויסע אחריות, איך וויל דו זאלסט שטיין אויף דעם און זיין אחראי אויף דעם, נאר געבן א בעט פאר די בחורים וואס קומען יעדן טאג אין צייט צו שחרית.


חיזוק קענען אלע קומען הערן, צו די נאכמיטאג שיעור קענען אלע קומען, אבער געבן א בעט - איז נאר פאר בחורים וואס קומען צו שחרית, וואס ליינען קריאת שמע אין צייט, דאווענען אין צייט, און פילן אן רוב טאג מיט תורה, תפילה והפצה.


אזוי אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיין ממונה זומער ווען מיר וועלן זיין אין שטעטל, געבן אש"ל נאר פאר בחורים וואס האבן מיט געהאלטן א גאנץ יאר אלע סדרים.


אזוי אויך וויל איך דיר בעטן, די שעות וואס דו ביסט מלמד פון ניין אזייגער ביז דריי - זאלסטו נישט עוסק זיין אין קיין שום פרעמדע זאך, אפילו אין קהילה ענינים; דיין קאפ, הארץ אין מח - זאל זיין ביי די קינדער, זיי אנפילן מיט תורה, תפילה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#247 - בלייב אין ישיבה, וועט דיר גוט זיין
בחור, התחזקות, משניות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר וויי אז דו ווילסט אוועק גיין פון אונזער ישיבה, דו שרייבסט אז דו זעסט נישט קיין שום סיבה פארוואס דו זאלסט זיין אין ישיבה; ליבער ברודער, טייערער הארציגער חבר, גיי נישט אוועק פון ישיבה, בלייב אין ישיבה, און דאס וואס דו שרייבסט אינעם בריוו אז דו שפירסט ווי דו פאלסט, דאס איז נישט די ישיבה; דאס איז די נסיונות וואס גייט אריבער אויף יעדן איינציגסטן מענטש, און מה-דאך ביים רבי'ן אין ישיבה שפירסטו אזוי צעפאלן, ווי אזוי וועסטו זיך שפירן אן די ישיבה... אן די חיזוק, אן די עצות.


טייערער ליבער ... איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און לאז זיך נישט נאך. מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג משניות, לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, און אויך זאלסטו לערנען אסאך בלעטער גמרא, ש"ס כסדרן, דאס וועט דיך מאכן פרייליך, עס וועט דיך מאכן פאר א באפרייטער מענטש. ווייל וויסן זאלסטו, דינען דעם אייבערשטן איז טאקע אין אנהויב שווער און אן א טעם, אבער אז מען איז אן עקשן, מען ברעכט עס דורך, מען איז שטארק מיט דעם, ווערט שפעטער אזוי זיס, און ווען מען ווערט עלטער, ווען מען קען שוין גארנישט טון מיטן לעבן - דעמאלט איז אזוי זיס פאר דעם ערליכן איד וואס האט אלע יארן געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פב:): "שֶׁכָּל אוּמָנוּת שֶׁבָּעוֹלָם אֵין עוֹמְדוֹת לוֹ אֶלָּא בִימֵי יַלְדּוּתוֹ", אלע סארט ארבעט ברענגט געלט אין די יונגע יארן, "אֲבָל בִּימֵי זִקְנוּתוֹ הֲרֵי הוּא מוּטָל בָּרָעָב", אבער אין די עלטערע יארן, ווען מען קען מער נישט ארבעטן - גייט מען אויס פאר הונגער, "אֲבָל תּוֹרָה אֵינָה כֵּן", אבער די תורה איז נישט אזוי, "עוֹמֶדֶת לוֹ לְאָדָם בְּעֵת יַלְדוּתוֹ, וְנוֹתֶנֶת לוֹ אַחֲרִית וְתִקְוָה בְּעֵת זִקְנוּתוֹ", דער וואס לערנט תורה - העלפט עס לעבן אין די יונגע יארן און אין די עלטערע יארן; דאס בלייבט מיטן מענטש, דאס נעמט מען מיט.


אסאך בחורים און אינגעלייט לאזן אפ דאס לערנען און דאווענען ווייל עס שמייכלט נישט צו זיי אין אנהויב, און זיי לויפן צו עולם הזה, וואס אין אנהויב שמייכלט עס, אבער שפעטער איז אזא רחמנות אויף דער וואס לערנט נישט און דינט נישט דעם אייבערשטן. מען ווערט דערביטערט און דעפרעסט, מען לויפט צו סמים השם ישמרינו. איך בעט דיר, בלייב יא אין ישיבה, וועסט לערנען און דאווענען און העלפן מיט וואס מען דארף, און ביז א קורצע צייט וועסטו טרעפן א גוטע זיסע שידוך און אויפשטעלן אן ערליכע שיינע שטוב, האבן די וועלט מיט יענע וועלט אינאיינעם.


שרייב מיר נאך בריוו, איך וויל האבן מיט דיר שייכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#246 - אז מען קומט אין צייט, קען מען בלייבן שלאפן אין דארמיטארי
שלאפן, ישיבה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן די הודעה.


איך הער אז די בחורים אין ישיבה וואס שלאפן אין קווארטיר קומען שפעט אין ישיבה, זיי דאווענען נישט מיט מנין וכו'; וויל איך דיר בעטן זאלסט רעדן מיט אלע בחורים וואס שלאפן אין קווארטיר און זיי זאגן קלאר אז נאר אויב מען קומט צייטליך אין ישיבה - קען מען ווייטער ממשיך זיין צו שלאפן אין קווארטיר.


קריג זיך נישט מיט זיי, אבער זיי שטארק מיט דעם; נאר אז מען קומט אין צייט קען מען בלייבן שלאפן אין דארמיטארי, און נאר אז מען האלט די דירה ריין און ציכטיג.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, די ארבעט איז שווער אבער עס איז זיס. אנדערע ארבעטן אויך שווער און ביטער, מיר דארפן זיך זייער שטארקן אז דאס איז אונזער פלאג און מיה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#245 - א גרויסע זכי' צו זיין א שמש אין מירון
ישיבה, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פארן העלפן מיינע עלטערן אין מירון דעם פארגאנגענעם וואך, שבת פרשת בא. מיין מאמע תחי' האט מיר דערציילט אז דו ביסט געווען שבת אין מירון און געהאלפן מיט די הכנסת אורחים, טיילן עסן און רוימען, זי האט מיר געפרעגט אויב איך האב דיר געזאגט צו גיין.


עס איז א גרויסע זכי' צו זיין א שמש אין מירון ביים תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, לאנגע יארן האב איך זוכה געווען צו זיין א שמש אין מירון, איך פלעג קאכן די עסן, טיילן די עסן און רייניגן פאר די געסט וואס קומען קיין מירון.


מיינע עלטערן זענען דארט פאר נאך צוויי שבתים, און אז דו האסט די מעגליכקייט צו גיין העלפן - וועל איך זיך זייער פרייען.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים אין די הייליגע תורה. איך הער פונעם מגיד שיעור רבי משה שמואל נרו יאיר אויף דיר נאר גוטע גריסן, ווען מען דאווענט – דאווענסטו, ווען מען לערנט – לערנסטו, און ווען מען דארף עפעס העלפן - ביסטו דערביי מיט די גאנצע חיות און פרישקייט.


איך האף צום אייבערשטן בקרוב וועסטו ווערן א חתן און אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#244 - נעם בחורים פון ישיבה צו העלפן בויען און פאררעכטן
משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן שטיין צו די רעכטע האנט פונעם מנהל, דער מנהל איז מיר זייער געטריי.


א באזונדערע שכוח אז דו נעמסט די בחורים פון ישיבה זאלן העלפן; דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען מחזק זיין און אויפבויען די בחורים, אז מען מאכט זיי משמש זיין דעם רבי'ן, מען געבט זיי גוטע ווערטער; דאס געבט זיי זעלבסטזיכערקיייט און דאס היט זיי פון שלעכטס.


יעדע מאל דו פאררעכסט עפעס אין די מוסד זאלסטו דאס נישט מאכן אליין, נעם א בחור (פארשטייט זיך מיטן איינמעלדן פארן מגיד שיעור, און מיט רשות). איך וועל דיר זייער מכיר טובה זיין אויף די פרט, נאכמער ווי דאס העלפן אליין; העלפן איז אויך זייער זייער חשוב, אבער דאס מיט נעמען א בחור מיט זיך און אים אויפבויען דורך אים מאכן חשוב, אים ווייזן ווי ער קען און ווי ער טויג - דאס איז עולה על הכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#243 - רייכערט נישט
ישיבה, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דער משגיח ר' בעריש קרויס נרו יאיר אז ענק פירן זיך מיט יראת שמים און ענק גייען שלאפן צייטליך, און בעיקר אז ענקער שטוב איז זויבער. איך געדענק מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די בחורים וואס זענען געשלאפן ביי אים אין ישיבה אז מען קען זען די יראת שמים לויט די ריינקייט; אז די בעט איז ריין - איז די קאפ ריין, אז די צימער איז ריין - איז די הארץ ריין.


רייכערט נישט; א שאד אז ווען מען איז יונג, מען האט נישט די ריכטיגע פארשטאנד, הויבט מען אן רייכערן, און שפעטער ווען מען זעט שוין איין ווי עקלדיג און ווי נישט שכל'דיג עס איז, איז מען שוין צוגעבינדן, און עס איז שווער אפצולאזן; הויבט נישט אן מיט דעם.


זיי שטארק מיט זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דעם יום תהלים און אסאך בלעטער גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#242 - דערצייל מיר גוטע גריסן פון די תלמידים
משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, י"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך דאנק דיר פארן העלפן מיט די ישיבה מיט לייגן שלאפן די בחורים. יעדע זאך וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א נצחיות, דאס איז אונזער גרעסטע תיקון אויף שובבי"ם, אז מיר קענען העלפן דעם רבי'ן.


אז דו זעסט ביי די בחורים שיינע זאכן, מידות טובות, ותרנות, יראת שמים - שרייב מיר און דערצייל מיר. עס איז אזוי געשמאק צו הערן גוטע גריסן אויף תלמידים וואס זענען אזוי ווי קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#241 - די בחורים זאלן קומען אין ישיבה אנגעטון איידל
קדושה, ישיבה, הדרכות, קליידער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... שליט"א


זע אז די בחורים אין ישיבה זאלן קומען אין ישיבה אנגעטון איידל, אלע זאלן קומען מיט איידעלע שיך, מיט איידעלע קליידער.


איך וואונדער זיך ווען איך זע בחורים און קינדער פון אנשי שלומינו פון איידעלע שטיבער - טוען זיך אן אזוי אינטערעסאנט, זיי קומען אין ישיבה מיט ארבעט'ס קליידער, ארבעט'ס שיך; איך וויל דו זאלסט זיי לערנען וואס איז ריכטיג.


יעצט שובבי"ם זאלסטו רעדן צו די בחורים פון קדושת הברית, מאך זיכער ווען דו רעדסט זאלן אלע זיין, ביים רעדן פון קדושת היסוד טאר קיינער נישט פעלן, רעד צו זיי מיט א רשפי אש שלהבת-יה, זיי זאלן וויסן מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, דער אייבערשטער האט זייער פיינט זימה (סנהדרין צג.), און מען זאל נישט קוקן וכו' וכו'.


אשרינו אז אונזער פלאג און מיה איז אויף נצחיות.

#240 - דאס ביסל זיצן אין ישיבה, וועט דיר העלפן פאר'ן לעבן
בחור, שידוכים, ישיבה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט מער נישט אין ישיבה; דאס ביסל וואס מען קען זיצן אין ישיבה, ביז די חתונה, קען מען זיך אנזאפן אזויפיל חכמת החיים, אזויפיל עצות און חיזוק פארן לעבן.


קום צוריק, איך ווארט אויף דיר, איך וויל דיר אנטראגן א גוטע שידוך, דיינע טייערע עלטערן ווילן דיך שוין א חתן מאכן, א שאד דאס ביסל צייט וואס דו קענסט נאך הערן די שיינע דיבורים פון רבי'ן – זאלסטו דאס פארפאסן.


איך האף דו ביסט שטארק אין לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מיר האבן דאך געמאכט א געשעפט, אז דו וועסט יעדן טאג לערנען דעם בלאט גמרא און דו וועסט קומען צום סיום הש"ס מיט א ווייב און א קינד; איך האף דו ביסט שטארק אין דעם.


אויך זאלסטו נישט מוותר זיין אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין דוקא.



 

#239 - די שליסל צו זיין א פרייליכער איד און א צדיק
שמחה, שידוכים, מאוויס, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב צוגעזאגט פאר אלע בחורים וואס שלאפן אין דארמיטארי, אויב וועט נישט אריינקומען כלים וואס מען קען זען אויף דעם מאוויס, קליפס וכדומה - וועלן אלע דירות ווערן ליידיג די יאר, אלע וועלן חתנים ווערן און חתונה האבן, יעצט הער איך אז דו קוקסט מאוויס אין דארמיטארי, וויל איך דיר בעטן, אדער זאלסטו דאס צעברעכן און מיר ברענגען צעבראכענערהייט, אדער זאלסטו שוין ארויסגיין און זיך זוכן א צווייטע אכסניא, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן די שטארקקייט צו תשובה טון און ווערן אן ערליכער איד.


קוקן מאוויס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט מער דעפרעסט און מער פארלוירן, קוקן עבירות איז אזוי שלעכט, מען פאלט אין גראבע עבירות, מען פארלירט אלעס. די שליסל צו זיין א פרייליכער איד און א צדיק - איז שמירת עיניים, זיך היטן די אויגן; אז מען היט זיך די אויגן האט מען אלעס גוטס, און אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען אלעס; מען פארלירט די שידוך, מען פארלירט די שלום בית, מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט אלעס.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דיין באשלוס איז.

#238 - אויפשטיין טאג נאך טאג נאך חצות?
ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווי קען זיין אזא זאך מען זאל נישט דאווענען שחרית אין צייט? ווי קען זיין אזא זאך אויפשטיין טאג נאך טאג נאך חצות?!


איך בין נישט מסכים צו האבן תלמידים אין ישיבה וואס לעבן בהפקירות און שטייען אויף נאך חצות.


אדער טוישסטו זיך, דו ביסט מקבל עול מלכות שמים, דו לייגסט זיך צייטליך, דו דאווענסט שחרית מנחה מעריב אין צייט, וועסטו קענען ממשיך זיין אין ישיבה, אז נישט – קענסטו נישט ווייטער זיין דא.

#237 - לערנען הלכה מיט די בחורים
כיבוד אב ואם, ישיבה, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט לערנען מיט די בחורים הלכה; הלכות ברכות, הלכות תפילה, ווי אזוי זיך צו פירן טאג טעגליך, און ווען עס קומט א יום טוב - זאלסטו לערנען די הלכות פון די יום טוב; חנוכה לערן מיט זיי הלכות חנוכה, פורים לערן מיט זיי הלכות פורים, און אזוי ווייטער.


אז דו פארסט ממילא אריבער די שטוב פון דיינע עלטערן - זאלסטו יעדן טאג ארויפגיין צו דיין מאמע איר באגריסן, איר פרייליך מאכן מיט א מעשה, מיט א גוט ווארט. היינטיגע טעג - ווען אלע האבן א קאר - איז אזוי גרינג צו טון די מצוה פון כיבוד אב ואם, און אפילו מען וואוינט אביסל ווייט - דארף מען כאטשיג איין מאל א חודש אריבערגיין צו די עלטערן, און אז מען וואוינט נאנט - כאטשיג איין מאל א וואך, און אז מען וואוינט אין די זעלבע שטאט, די זעלבע געגנט - דארף מען גיין יעדן טאג צו זיי.


זיי מחי' דיין מאמע. דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:): "בזמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו, אמר הקדוש ברוך הוא, מעלה אני עליהם כאילו דרתי ביניהם וכבדוני", ווער עס איז מכבד טאטע מאמע איז אזוי ווי מען איז מיך מכבד; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום" (בבא מציעא לב.), עס איז די זעלבע זאך ווי מכבד זיין טאטע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#236 - ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, באקומט שוין אויך א גוט לעבן
תפילות אויף אידיש, התחזקות, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געדענק, אפילו מען איז בבחינת הידים ידי עשיו, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות, מען האט מקלקל געווען רחמנא לצלן - דארף מען ניצן דעם קול, עס זאלן ווערן קול יעקב, רעדן צום אייבערשטן, דעמאלט איז מען זוכה צו באקומען אלע ברכות. מען דארף שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין ערליך, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נישט מיין לעבן זאל מיר אריבערגיין מיט אזעלכע נארישקייטן". 


זונטאג און אויך מאנטאג וועט זיין חתונות אין ישיבה, מען זעט די כח הצדיק, די כח פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אזויפיל גערעדט און געשריבן פון די זאך, און יעצט ווערט דאס אויסגעפירט דורך אנשי שלומינו; מען מאכט פשוט'ע שמחות, מען געבט נישט אויס געלט פאר די פאר שעה פון די חתונה, מען לעבט מיט א חשבון, מען לעבט מיט שכל, דער צדיק געבט שכל; עס איז כדאי זאלסט קומען זען מיט די אויגן די שמחות, ווי פרייליך די מחותנים זענען, ווי פרייליך חתן כלה זענען, די חתונה האט א אידישע טעם, מען שפירט א טעם, מען שפירט אן עכטע שמחה, נישט קיין געמאכטע, נישט קיין געבארגטע, נישט קיין פאלשע. מיר האבן פאלשע בלומען מיט עכטע שמחה, נישט עכטע בלומען וואס מען צאלט אזויפיל געלט און ביז אפאר שעה ווארפט מען דאס אוועק אין די מיסט, בשעת מען האט נארוואס געבארגט געלט און מען האט נישט פון וואו צו באצאלן, השם ישמרינו.


דאס איז פון די קליינע זאכן וואס דער רבי געבט אונז; דאס איז אויסער די שכל, חיזוק און עצות פאר עבודת השם וואס דער רבי געבט אונז, די קלארע ריינע אמונה, די דביקות בשם, די שמחה פון טון מצוות און די תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן לנצח נצחים – אויסער דעם געבט אונז דער רבי אויל צו שמירן די רעדער, שכל צו מאכן פשוט'ע שמחות, שכל ווי אזוי צו לעבן, נישט לעבן פאר אנדערע, נישט נאכמאכן אנדערע.


דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען א סוחר וואס האט פארקויפט דיאמאנטן און טייערע שטיינער, אמאל קומט איינער צו אים און בעט צו קויפן נייע רעדער פאר זיין וואגן, זאגט אים דער סוחר: "איך פארקויף דיאמאנטן נישט קיין רעדער", זאגט אים דער איד: "איך האב געהערט פון מיין חבר ער האט באקומען דא נייע גוטע שטארקע רעדער", זאגט דער סוחר: "יענער האט איינגעקויפט ביי מיר טייערע צירונג, האב איך אים געגעבן אויך גוטע רעדער אויף אהיים צו פארן, איך בין נישט קיין סוחר פאר רעדער, איך פארקויף דיאמאנטן", און דער רבי האט אויסגעפירט: "איך פארקויף תורה, תפילה און תכלית, אויב איינער קומט צו מיר און פאלגט מיר, געב איך אים שוין אויך גוטע רעדער - בני חיי ומזוני, ער זאל קענען לעבן א שיין לעבן".


היינט זאגט מען יום כיפור קטן.


די וואך שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#235 - א זכי' אהערצושטעלן די חתונות אין ישיבה בחינם
ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


בשם די גאנצע קהילה טוען מיר זיך באדאנקען פאר ענק פארן אהערשטעלן די חתונות אין ישיבה, אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן פאר בחינם, זיי זאלן זיך קענען פרייען מיט אמת'ע פרייד, עס זאל זיי נישט דרוקן חובות השם ישמרינו.


געב איבער פאר דיין ווייב זי זאל וויסן די גרויסע זכי' פון העלפן משמש זיין דעם רבי'ן, יעדע זאך וואס מען העלפט די קהילה וואס טראגט דעם רבינ'ס נאמען – איז זייער חשוב, ובפרט אז מען העלפט אנשי שלומינו צוקענען לעבן אן חובות, לעבן אן ווערן צעדרוקט און צעקוועטשט פון לעבן פאר אנדערע, אויסגעבן און בארגן געלט – פאר אנדערע, ה' ישמרינו.


קומענדיגע וואך וועט זיין נאך צוויי חתונות, און דעם ווינטער קומט נאך חתונות. די יאר וועט זיין די אכציגסטע חתונה אין שול; אכציג חתונות מיינט הונדערט זעכציג מחותנים, זיי געהאלפן גיין צו זייער קינד'ס חתונה אן קיין חובות, אן קיין דאגות, נאר מיט שמחה.


דאס דארף ענק געבן כח און מוט – ווייטער ממשיך זיין מיט די גרויסע מצוה.



 

#234 - א בחור האט נישט וואס צו פארן קיין ארץ ישראל
בחור, פרנסה, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ווייסט אז איך בין דערקעגן פון פארן קיין ארץ ישראל, א בחור האט נישט וואס צו פארן קיין ארץ ישראל; איך ראט דיר זאלסט בלייבן אין אמעריקע. זוך דיר א פרנסה, מאך זיך א סדר היום, שיעורים אין תורה און אויך פרנסה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ, שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן".


די אלע וואס רעדן דיך צו זאלסט פארן אויף ארץ ישראל און אויסניצן די צייט פון - ווי זיי רופן עס - "מאכן א לעבן" - די זענען נישט דיינע גוטע פריינד, די ווילן דיר נאר זען אוועק פון די אויגן, אזוי אויך די עלטערן וואס זענען גרייט צו צאלן טויזנטער דאלער פארן קינד ער זאל פארן אויף ארץ ישראל - דאס איז קודם אוועק פון די אויגן, דאס איז נישט ריכטיג.


ריכטיג איז זאלסט זיך מאכן אן ערנסטע סדר היום; דאווענען מיט מנין, לערנען שיעורים כסדרן, מקרא משנה גמרא וכו', און נעמען אן ארבעט, און ווארטן ביז דער אייבערשטער וועט העלפן וועסט טרעפן דיין שידוך.


בנוגע ארבעט וכו'; ווארט נישט ביז מען וועט דיך רופן צו ארבעטן פארן קעניג, נעם וואס פאר אן ארבעט מען טראגט אן, זיי נישט נאריש, זיי קלוג, "איזהו חכם, המכיר את מקומו" (עיין אבות ו, ו), ווער איז קלוג? דער וואס ווייסט זיין מצב, ער ווייסט דעם אמת אז 'איך בין גארנישט מיט נישט, אלעס איז נאר חסדי המקום'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#233 - א לעבעדיגע לעבן
תודה והודאה, התחדשות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א פרישע סדרה, פרשת חיי שרה, שרה האט געלעבט; צדיקים לעבן, און אלע וואס זענען צוגעקלעבט צו זיי לעבן א לעבן. אז מען רעדט צום אייבערשטן יעדן טאג, מען דאנקט אים און מען בעט אים אויף אלעס וואס מען דארף - דאס איז לעבן, "לֹא הַמֵּתִים יְהַלְלוּ קָהּ", דער וואס דאנקט נישט דעם אייבערשטן איז א טויטער, "וַאֲנַחְנוּ נְבָרֵךְ קָהּ", מיר וועלן דאנקען דעם אייבערשטן, אנהויבן לעבן א לעבן וואס די הייליגע צדיקים געבן אונז, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


לערן יעדן טאג אביסל פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אפילו נאר אפאר מינוט - וועסט ווערן א נייער מענטש. דו קענסט דאך די מעשה מיטן בענקל, א איד האט אמאל געברענגט א בענקל פארן רבי'ן פאר א מתנה, האט אים דער רבי געפרעגט: "וויפיל צייט האט דיר גענומען צו מאכן דעם בענקל?" האט ער געענטפערט: "א האלבע יאר", האט אים דער רבי געפרעגט: "דו האסט געארבעט א גאנצן טאג במשך א האלבע דאס צו מאכן?" האט ער געענטפערט: "ניין, יעדן טאג א שעה צייט האב איך געבויט דעם בענקל", האט זיך דער רבי אנגערופן: "אזוי! דו האסט מיר אינזין געהאט א האלב יאר אלע טאג א שעה..." דער רבי האט מער הנאה געהאט פון דעם פרט אז דער איד האט געטראכט פון אים - מער ווי ער האט הנאה געהאט פונעם בענקל אליין; דאס אליין אז מען טראכט פון א צדיק - ברענגט פארן מענטש אלע ישועות.


באניי זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, בעיקר אין לימוד משניות און גמרא. מיר האבן אינעם היינטיגן דף (בבא בתרא, דף קמה), די גמרא זאגט אויפן פסוק (משלי טו, טו): "כָּל יְמֵי עָנִי רָעִים", אלע טעג פונעם ארעמאן זענען שלעכט, "וְטוֹב לֵב" און דער וואס האט א גוטע הארץ - "מִשְׁתֶּה תָמִיד", ער שפירט זיין גאנץ לעבן ווי ער זיצט ביי א מסיבה וואו מען טרינקט, ער איז אלץ פרייליך, די גמרא זאגט צוויי שיטות ווער עס איז ביי די בחינה פון 'וטוב לב משתה תמיד', איין שיטה איז דער וואס לערנט משניות, משניות איז א גרינגע לימוד, דער וואס לערנט משניות איז שטענדיג פרייליך, נאך א שיטה זאגט די גמרא, דאס איז דער וואס לערנט גמרא, דער איז אלץ פרייליך, ווייל גמרא מאכט פרייליך; מיר נעמען אן ביידע שיטות, נאר אזוי איז מען פרייליך.


די ישיבה גייט אן אזוי ווי די ערשטע יאר און נאך שענער, איך זיץ מיט די בחורים מהבוקר עד הערב, מען לערנט פלייסיג, מען רעדט נאר דעם רבינ'ס דיבורים, איך פרוביר צו טון וואס דער בערגער'ס זון האט געטון (סיפורי מעשיות, מעשה י), אפילו מען האט אזויפיל מאל שוין פארווארפן צוויי הונדערט מייל נאכן דערציילן דעם סוד ווי אזוי מען קען באקומען די בת קיסר, און נאכן ווערן - פון די אלע וועם מען האט געהאלפן - פארווארפן צוויי הונדערט מייל - איז ער געגאנגען פון פריש און דערציילט פאר פרישע תלמידים נאך מער עצות און נאך מער וועגן ווי אזוי מען קען זוכה זיין באקומען די בת קיסר, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#232 - ווי מער שלעכטס מען רעדט, אלץ מער שידוכים ווערן
שידוכים, מאוויס, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט אין ישיבה, דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן, משניות און גמרא, איך האב זייער הנאה.


אויך בין איך זייער איבערגענומען פון דיינע גוטע מידות, פון דיין צוגעלאזנקייט צו אלע בחורים.


דו זיי ממשיך צו קומען אין ישיבה, דו וועסט בקרוב זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מבטיח געווען פאר די בחורים אין ישיבה אז אלע וועלן טרעפן גוטע שידוכים. ווען מוהרא"ש פלעגט קומען אין ישיבה פלעגט ער חזר'ן די הבטחה, אז אלע בחורים אין ישיבה וועלן גוט חתונה האבן, און אזוי איז, צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים, די ישיבה שטייט שוין קרוב צו צוואנציג יאר און שלעכטע מענטשן זוכן נאר צו רעדן שלעכט, און ווי מער שלעכטס מען רעדט – אלץ מער שידוכים ווערן.


קוק נישט קיין מאוויס, אפילו וואס דו טראכסט אז עס איז נישט שלעכט, קוק נישט גארנישט, האלט ריין דיינע אויגן.

#231 - קומען יעדן טאג אין ישיבה
בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין אזוי פרייליך צו הערן פון דיר אז דו לערנסט יעדן טאג חומש, משניות און גמרא; אז מען לערנט תורה ווערט מען פרייליך און גליקליך.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען יעדן טאג אין ישיבה, און אפילו דו ארבעסט און דו העלפסט דיינע עלטערן, דאך איז וויכטיג צו קומען אין ישיבה הערן אביסל יראת שמים און חיזוק פון די מגידי שיעורים, אין שטעטל ישיבה איז דא טייערע מגידי שיעורים מיט אזויפיל הארץ, איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען אין ישיבה אין שטעטל אפילו פאר אפאר מינוט, מקבל זיין פון די שיינע חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#230 - וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר שוין געבן דיין שידוך
בחור, שידוכים, ישיבה, התבודדות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט אין ישיבה לערנען און דאווענען, איך האף צו זיין דיין שדכן בקרוב.


גיי יעדן טאג התבודדות, וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר שוין געבן דיין שידוך, בעט אים איבער, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין. דערצייל אים ווי שווער דיינע נסיונות זענען, ווי דער יצר הרע ברענט אין דיר און ווארפט דיך אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


שמועס אויס בפרטי פרטיות ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט; מיט די שטילע ווערטער וועסטו מאכן א רעש און א טומל אין הימל, די שטילע ווערטער פון התבודדות איז אטעם באמבעס, עס וועט אראפנעמען פון דיר אלע דינים און אלע מקטריגים.


זאג פארן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, קיינער פארשטייט מיך נישט, איך וויל אזוי שטארק זיין א צדיק, נישט פוגם זיין, און איך האלט אין איין אראפפאלן, העלף מיר, געב מיר מיין שידוך, געב מיר א ריינע לעבן".


זיי פרייליך מיט אלע כוחות.


 

#229 - אן עבירה איז שרעקליך הארב, אבער מען קען תשובה טון
קדושה, שטעטל, תשובה, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן אז די ישיבה אין שטעטל האט זיך אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה, און אז דו לייגסט אריין אין די בחורים יראת שמים און מידות טובות, אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, וואס האט אונז איבערגעגעבן די לימודים פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט רעדן צו די בחורים פון שמירת אות ברית קודש, רעד צו זיי מיט רשפי אש שלהבת, רעד צו זיי ווי גליקליך די לעבן איז ווען מען איז אפגעהיטן, און ווי מען ליידט און מען ליידט אין לעבן אויב מען איז פוגם בברית, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן; מען ווערט פארארעמט, מען ווערט א שלעכטער, א נערוועזער, און מען ווערט דערווייטערט רחמנא לצלן.


ווען דו רעדסט צו זיי פון שמירת אות ברית קודש, ווי הארב דאס איז - זאלסטו בחדא מחתא רעדן פון תשובה, אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול, בחורים זאלן נישט ווערן מיואש אויף וואס איז געווען לשעבר; אלץ ווען מען רעדט פון די חומר הענין - דארף מען געבן א וועג לתשובה. אזוי ווי מיר געפינען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עבודה זרה י:) אנטונינוס האט געשיקט פאר רבינו הקדוש א גרינצייג וואס הייסט גרגירא, רבינו הקדוש האט פארשטאנען אז אנטונינוס וויל אים עפעס דא שיקן א סוד, עפעס א שאלה. רבינו הקדוש האט פארשטאנען אז אנטונינוס'ס טאכטער וואס הייסט גירא האט געטון אן עבירה און איר טאטע אנטונינוס וויל וויסן וואס צו טון, האט רבינו הקדוש צוריק געשיקט א גרינצייג כוסברתא, רש"י זאגט, כוס מיינט שחט, ברתא טאכטער; האט אנטונינוס צוריק געשיקט א גרינצייג כרתי, צו מרמז זיין אז מיינע קינדער וועלן דאך פארשניטן ווערן, האט רבינו הקדוש צוריק געשיקט א גרינצייג חסא, האב רחמנות אויף איר. די ראשונים פרעגן אויף רש"י, וואס איז פשט, אויב האט רבינו הקדוש געהאלטן אז מען דארף איר באשטראפן - וואס האט ער צוריק געצויגן? זיי זאגן אנדערע פשטים אין די גמרא. איך האב געטראכט לויט ווי מוהרא"ש לערנט אונז, לויט ווי מען זעט אין די בריוו, ווי מוהרא"ש ענטפערט ווען מען פרעגט אים אז מען איז נכשל געווארן אין עבירות, ערשטנס איז דאס זייער שארף, כוסברתא, אז מען טוט די עבירה באקומט מען אן עונש, מען שטארבט, נאכדעם וויל מען דאך נישט אוועק שטופן דעם מענטש, עס זאל ווערן כרתי, ענדיגט מען מיט חסא, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#228 - די בחורים זאלן האבן נאר ריינע טעלעפאנען
טעלעפאן, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיינע מעסידזשעס.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מגיד שיעור פאר בחורים, דו לערנסט מיט זיי תורה און יראת שמים, רוב טאג גייט אריבער מיט הייליגע ארבעט, איך בין מתפלל פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין מיט יעדן איינציגסטן תלמיד.


איך וויל דיר בעטן, איך וויל נישט די בחורים זאלן האבן טעלעפאונס וואס מען קען זען דערויף ווידיא, א טעלעפאן אהיים צו רופן - קענען זיי האבן, אבער נישט מער פון דעם.


זע אז אונזערע ד' אמות זאלן זיין ריינע, די בחורים קענען נישט האבן קיין טעלעפאן וואס מען קען שיקן בילדער און ווידיא.


פיר די ישיבה מיט הארץ, באנעם זיך צו יעדן תלמיד מיט געפיל.


ווייז דעם בריוו פאר אלע תלמידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.