בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#178 - א בחור וואס וויל נישט פאלגן, דארף איך אוועקשיקן
חברים, סמארטפאון, טעלעפאן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער אז דו האסט א חבר מיט א נישט גוטע טעלעפאן, דו גייסט מיט אים כלומר'יש צו קברי צדיקים און דו זיצט שעות און קוקסט אין זיין טעלעפאן.


איך וויל דיר זייער בעטן, אויב דו ווילסט ממשיך זיין בלייבן ביי אונז אין ישיבה - זאלסטו מער נישט גיין מיט דעם בחור.


ביי אונז אין ישיבה אין אמעריקע האב איך אוועקגעשיקט די אלע בחורים וואס ווילן נישט פאלגן מוהרא"ש. יעדע שטיק צייט קומען בחורים אין ישיבה, נישט אויף צו אננעמען און פאלגן וואס מוהרא"ש זאגט, נאר זוכן א פלאץ וואו מען קען זיין אן קיין עול; די אלע האב איך יעצט אוועקגעשיקט.


איך האף דו וועסט אננעמען וואס איך זאג דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#177 - פארוואס טראכסטו אז קיינער איז נישט אינטערעסירט אין דיר?
אמונה, התחזקות, ישיבה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארוואס זאלסטו זאגן קיינער דארף דיך נישט, קיינער טראכט נישט פון דיר און קיינער אינטערעסירט זיך נישט אין דיר? דער אייבערשטער איז ביי דיר, מיט דיר און נעבן דיר; דער אייבערשטער האט דיך זייער ליב, דער אייבערשטער מאכט אלעס פאר דיר.


ווער אטעמט אין דיר? ווער זעט אין דיר? ווער הערט און רעדט אין דיר? דער אייבערשטער! פון דעם אליינס דארפסטו ווערן משונה פרייליך.


איך בין זיך זייער מחי' אין ישיבה דעם זמן, מיר האבן גאר טייערע בחורים, עס זענען געבליבן נאר בחורים וואס ווילן לערנען און דאווענען, מיר רעדן אין ישיבה נאר פון רבי'ן. נעכטן איז געווען א שיינע שיעור, מען האט אסאך גערעדט פון אמונה, פון וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר אזוי ווי פרויען און פשוטי עם וואס גלייבן בתמימות ופשיטות.


גיי התבודדות, גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן; עס וועט דיר גוט ווערן, וועסט אנהויבן שפירן אז דו ביסט נישט אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#176 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין דעם בנין 'היכל ראזענבערג' אין שטעטל
צדקה, מוסדות, הכרת הטוב, שטעטל, סיום, ישיבה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין דעם בנין פאר די ישיבה פאר זומער, און פארן עס ענדיגן בויען, עס שיין מאכן; אזוי ווי עס פאסט פאר א מקום תורה.


איך וויל א נאמען געבן דעם בנין: 'היכל ראזענבערג', און די אלע טויזנטער פרקים משניות און הונדערטער בלעטער גמרא וואס מען וועט לערנען אין דעם בנין - וועט זיין פאר דיר א זכות, עס וועט דיר צוניץ קומען בזה ובבא.


איך בעט דיר זייער, אויב דו קענסט צואיילן די ארבעט, עס זאל שוין זיין גרייט אויף פרשת חקת בלק, (די יאר קומט מען אין קעמפ א וואך פריער); מיר דארפן שוין די פלאץ פאר מאנטאג פרשת חקת בלק.


יעצט אז מען מאכט עס לויטן געזעץ - דארף מען זיך שוין נישט באהאלטן וכו'; איז כדאי צו לייגן פענסטערס פון די אנדערע זייט, עס זאל זיין ליכטיג און געשמאק צו לערנען, עס זאל זיך נישט שפירן ווי מען איז פארשפארט.


אז דו קומסט נישט אן צו ענדיגן די ארבעט - איז נישט געפערליך צו האבן רויע ווענט, אבער די פלאר איז מיר זייער וויכטיג עס זאל זיין געענדיגט. פאריאר זומער האב איך זיך ממש געשטיקט די אטעם פון די שטויב, עס איז מיר זייער שווער צו געבן שיעורים אז עס איז פארשטויבט. איך וויל זייער זאלסט דאס ענדיגן מיט סערעמיק טיילס, די גלאנציגע; וואס מען קען גוט וואשן און עס האלט נישט קיין שטויב.


מען ענדיגט מארגן מסכת סוטה און מען הויבט אן מסכת גיטין, א שאד אז דו לערנסט נישט יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#175 - וואויל איז דעם וואס איז נישט צוגעבינדן צום טעלעפאן
שלום בית, קעמפ, סיום, טעלעפאן, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, דף גמרא, שבועות

בעזרת ה' יתברך


       יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פארן סיום מסכת כלאים ירושלמי, און מזל טוב פארן מארגנדיגע סיום מסכת סוטה, און די גרעסטע מזל טוב פארן אנהייבן מסכת גיטין; יעצט בזמן וואס מען גרייט זיך אויף קבלת התורה - הויבסטו אן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


שבועות וועל איך זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף אין קרית ברסלב, איך וועל דאווענען אלע תפילות אינעם בית המדרש אויף האשקי גאס.


אויך אם ירצה ה' זומער הבא עלינו לטובה וועל איך זיין מיט די בחורים אין שטעטל; די יאר הויבט זיך אן די קעמפס מיט א וואך פריער, מען הויבט אן פרשת חקת בלק. איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו געבן שיעורים במשך די זומער וואכן אין 'היכל ראזענבערג'.


איך האב געמאכט א נייע זאך אין ישיבה, איך וויל דו זאלסט וויסן, מען קען נישט קומען אין ישיבה נאר מיט א ריינעם טעלעפאן. איך בעט זיך שוין ביי די בחורים א לאנגע צייט, יעצט האב איך געדארפט טון למעשה, איך האב געדארפט אוועק שיקן סיי בחורים און סיי אינגעלייט וואס דרייען זיך דא אין ישיבה; מען קען נישט קומען אין ישיבה מיט א טעלעפאן.


איך שרייב דיר דאס פאראויס, זאלסט וויסן אז איך מיין דיך אויך; מען קען נישט קומען אין ישיבה מיט א טעלעפאן.


איך האב נעכטן געשמועסט ביי די שיעור מיט די בחורים, זיי זאלן וויסן, וואס דיין ווייב וועט נאר פרובירן צו טון זי זאל זיין אינטערעסאנט פאר דיר, ווי אזוי זי וועט זיך אנטון, ווי שיין זי וועט זיך מאכן - וועט זי נישט קענען קאמפיטן מיטן טעלעפאן. אז דו וועסט האבן א טעלעפאן וועט דאס זיין מער אינטערעסאנט, און זי וועט ווארטן זאלסט געבן א בליק אויף איר און איר געבן אויפמערקזאמקייט, די שטוב וועט צעפאלן.


וואויל איז דעם וואס איז נישט צוגעבינדן צום טעלעפאן, ער איז צוגעבינדן צום אייבערשטן און צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#174 - מען קען ארבעטן און זיין גוט צוגעבינדן צו די ישיבה
בחור, עבודת השם, פרנסה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעמען א זשאב, מיינט נישט אפלאזן די ישיבה.


מען קען זיין אין ישיבה און גארנישט האבן מיט די ישיבה, און מען קען ארבעטן און זיין גוט צוגעבינדן צו די ישיבה און צו דער ראש ישיבה.


דארפסט נישט זיצן אין ישיבה, נעם א גוטע דשאב. אז דו ווילסט - קענסטו מיך פרעגן איידער דו נעמסט א דשאב, עס זאל זיין אן ערליכע פלאץ מיט ערליכע ארבעטערס. אינדערפרי וועסטו דאווענען מיט מנין, און ארבעטן פלייסיג, און ווען דו וועסט האבן צייט - זאלסטו אריינכאפן א פרק משניות און א קאפיטל תהלים, אזוי וועסטו בלייבן צוגעבינדן אין ישיבה.


איך וויל נאר דיין גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#173 - עס האט נישט מיט מיר, ער פאלגט מיך אויך נישט
כיבוד אב ואם, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב איבער דיין מאמע תחי' און אויך פאר די ישיבה - אז איך האב זיך געבעטן צו דיין ברודער ער זאל צוריק גיין אין ישיבה, ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיר. איך ווייס נישט וואס ער האט געוואלט פון מיר די אלע טעג אין מירון; ער איז געשטאנען טעג און נעכט אינדרויסן פון מיין אכסניא, איך האב אים געזאגט: "גיי אהיים, גיי אין ישיבה", ער האט מיך נישט אויסגעהערט.


זאג פאר די ישיבה אז דאס האט נישט מיט מיר, ער פאלגט מיך אויך נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#172 - מען קען טאקע נישט לעבן אן דעם רבינ'ס עצות
שלום בית, חסידות ברסלב, דרשות, ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, ליכטיגע אידישע דורות, לשם ולתפארת.


יעצט ווען דו גרייטסט זיך צו די חתונה, דו גייסט אויפבויען דיין שטוב - וועסטו זיך קענען באנוצן מיט די הונדערטער און טויזנטער דרשות וואס דו האסט געהערט און געלערנט אין ישיבה במשך די פופצן יאר פון ווען דו ביסט אריין אין ישיבה שנת תשס"ט, ביז יעצט, תשפ"ג און ווייטער, די שיינע עצות, שכל און חיזוק ווי צו לעבן מיט א ווייב; צו זיין א סבלן און א וותרן. די שכל ווי צו רעדן מיט א ווייב; פאָרלייגן וואס מען וויל און וואס מען טראכט אז עס איז גוט, און אז די ווייב וויל נישט - זאל מען נישט ווערן אויסער זיך, נאר מיט א שמייכל, מיט ליבשאפט - טון רצון השם.


אויב האסטו געטראכט ביז אהער אז מען קען נישט לעבן אנעם רבי'ן - וועסטו יעצט זען אז מען קען טאקע נישט לעבן אנעם רבינ'ס עצות.


א פרייליכן יום טוב.


 

#171 - עס ווענדט זיך אין דיך אויב דיין ווייב זאל דיר לאזן פארן קיין אומאן
תפילה והתבודדות, שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין מיט תפילות צום רבינ'ס ראש השנה, מען גרייט זיך שוין מיט די פלענער ווען צו פארן און ווי אזוי צו פארן.


אז דו ווילסט דיין ווייב זאל דיך לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, דאס ווענדט זיך אין דיר; אז דו וועסט איר העלפן, דו וועסט רעדן שיין צו איר, דו וועסט איר מכבד זיין - וועט זי דיך לאזן פארן צום רבי'ן.


מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש", זאגט מוהרא"ש: "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה - ווענדט זיך דאס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז די ווייב זעט א גאנץ יאר ווי שיין מען פירט זיך, זי זעט וואס א ברסלב'ער חסיד איז, מען לערנט יעדן טאג תורה, מען לעבט מיט'ן אייבערשטן - דאן וועט זי נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיז:) "בלאזן שופר איז א חכמה, נישט קיין מלאכה"; עס גייט נישט מיט כח, עס דארף גיין מיט חכמה; אז מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דער שופר ליגט אין ארון קודש - דעמאלט דארף מען נישט קיין כח צו בלאזן דערמיט, עס איז נישט קיין שווערע ארבעט, עס געשעט אליינס.


די ישיבה האט זיך אנגעהויבן מיט א פרישקייט, שכח אייבערשטער אשר שמת חלקי מיושבי בית המדרש, מיר גייען יעצט ענדיגן די פופצנטע יאר ישיבה, מה אשיב לה', כל תגמולוהי עלי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#170 - מעביר סדרה זיין יעדן טאג, און באנייען די שיעור אין גמרא
לימוד התורה, ישיבה, גמרא, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך גייט צוויי פרשיות, פרשת אחרי און פרשת קדושים. הויב אן פון היינט מעביר סדרה זיין, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. לערן די פרשה מיט רש"י; צדיקים זאגן אויף דעם וואס דער מחבר זאגט: "וירא שמים יקרא תרגום וגם פרוש רש"י", אז דער ירא שמים זאל לערנען אויך רש"י, זאגן צדיקים, אז מען ווערט א ירא שמים דורך לערנען רש"י.


אויך זאלסטו באנייען דיין שיעור אין גמרא. מאך זיך צוויי שיעורים, איין שיעור ש"ס כסדרן פון אנהויב און נאך א שיעור, לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא; אויב האסטו צייט זאלסטו לערנען ביידע שיעורים, און אז נישט - זאלסטו לערנען כאטשיג דעם בלאט גמרא. מוהרא"ש ברענגט פונעם חיד"א אין ספר שם הגדולים (מערכת ספרים, אות ת) פון הגאון מוה"ר רבי שעפטל, א זון פון דעם הייליגן של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז לימוד גמרא דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן תפילין.


היינט האבן מיר אנגעהויבן נאך א זמן ישיבה, מיט די זעלבע פרישקייט ווי דער ערשטער זמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#169 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#168 - איך נעם נישט דעם זמן קיין בחורים פון ארץ ישראל
בחור, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קום נישט קיין אמעריקע, נישטא גארנישט אין אמעריקע, בלייב אין ארץ ישראל. נעם אן ארבעט און לערן שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און דריי זיך מיט אנשי שלומינו. די בחורים וואס קומען פון ארץ ישראל זענען דא פארוואגלט; איך נעם נישט דעם זמן קיין בחורים פון ארץ ישראל.


געב איבער אויך פאר ... ער זאל נישט קומען קיין אמעריקא. ער זאל אויך נעמען אן ארבעט, און לערנען שיעורים כסדרן על פי סדר הלימוד פון רבי'ן, און דאווענען מיט אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#167 - אז דו וועסט נישט אויפגעבן אויף דיך אליין, וועסטו מצליח זיין
לימוד התורה, ישיבה, יאוש, ארץ ישראל, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קום נישט צוריק קיין אמעריקע, בלייב אין ארץ ישראל. ווייל די לעצטע צוויי זמנים ביסטו בכלל נישט געקומען אין ישיבה דורכ'ן טאג. ביסט אויף גאנצע נעכט, איך ווייס נישט וואס דו טוסט אין די נעכט, קומסט בכלל נישט אן אין ישיבה; וויל איך נישט דו זאלסט צוריק קומען.


דאס וואס דו שרייבסט מיר איך זאל נישט אויפגעבן אויף דיר; דאס האט נישט מיט מיר, דאס דארפסטו זיך אליינס בעטן, דו אליינס זאלסט נישט אויפגעבן אויף דיר; אז דו וועסט זיך נישט מייאש זיין, דו וועסט נישט אפלאזן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן - וועסטו מצליח זיין.


איך האף דו וועסט פאלגן און נישט קומען. אויך זאלסטו איבערגעבן פאר הבחור ... ער זאל נישט קומען קיין אמעריקע; נישט דו און נישט ער זאלן קומען.


זוך דיר מיט וואס צו זיין פארנומען דורכ'ן טאג און לערן דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט שנעל טרעפן דיין שידוך.


 

#166 - אייער זון זאל נישט קומען אין ישיבה
ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע מצורע, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין נעכטן נאכט צוריק געקומען פון פוילן, איך האב ערשט היינט אינדערפרי געזען אייער בריוו.


ענק קענען איבערגעבן פאר אייער זון אז איך האלט אויך אזוי, ער זאל נישט קומען אין ישיבה. ער האט מיך נישט געפרעגט, אויב קומט ער וועל איך אים זאגן ער זאל צוריק אהיים פארן.


 

#165 - קריג זיך נישט מיט דיין טאטע
כיבוד אב ואם, חברים, בחור, שידוכים, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, קריג זיך נישט מיט דיין טאטע. דיין טאטע וויל נישט קיין שלעכטס, ער איז דיר מער נאנט פון די חברים. לאז זיך נישט פארדרייען פון די חברים וואס שלעפן דיך ארויס פון שטוב ביינאכט, זיי קוועטשן אויס פון דיר געלט; זיי זענען חברים פאר דיין געלט, גארנישט מיט דיר.


קום אין ישיבה, לערן דיינע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות מיט דפים גמרא. נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך, אבער נאר אז דו וועסט זיך דערהאלטן, בלייבן ערליך און ריין, מיט דרך ארץ.


שרייב מיר צוריק - וועסטו מיך מחי' זיין.


 

#164 - אלע בחורים זאלן אהיימגיין אויף פסח, אום פסח עסט מען נישט ביי אנדערע
כיבוד אב ואם, בחור, ישיבה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


איך וויל בעטן אלע בחורים זאלן אהיימגיין אויף יום טוב פסח, אויך די בחורים וואס האבן זיך איינגעוואוינט צו עסן ביי אנשי שלומינו - זאלן אלע אהיימגיין פאר פסח; פסח איז א צייט וואס די עלטערן געבן איבער די אמונה פאר די קינדער, פסח גייט מען נישט עסן ביי אנדערע, מען מישט זיך נישט פסח מיט קיינעם; איך נעם אויך נישט קיין געסט.


אפילו עס איז נישט אזוי געשמאק צו זיין אין שטוב ביי די עלטערן - דארף מען גיין. טראכט פון דיר און פון דיינע קינדער, זיי וועט אויך נישט זיין געשמאק צו קומען צו דיר, ווי אזוי וועסטו זיך שפירן?


יעצט איז די ישיבה פארמאכט, אלע דארפן אהיימגיין העלפן. ישיבה הויבט זיך אן אם ירצה ה' זונטאג פרשת אחרי קדושים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#163 - קום נישט פון ארץ ישראל קיין אמעריקע אויף פסח
בחור, שידוכים, הפצה, לימוד התורה, ישיבה, ראש ישיבה, פסח, ארץ ישראל, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביטע רעד מיט ..., ער שרייבט מיר אז ער קומט מארגן קיין אמעריקע. קודם כל יעצט איז נישטא קיין ישיבה, אלע בחורים זענען אהיים העלפן אנגרייטן דעם יום טוב. צווייטנס, וואו וועט ער זיין יום טוב? פסח איז מען נאר אין שטוב, מען גייט נישט צו פרעמדע עסן, פסח מישט מען זיך נישט; אדער עסט מען ביי די עלטערן אדער עסט מען אין שטוב מיט די ווייב, איך נעם נישט קיין בחורים צו מיין סדר, איך בין נישט קיין אדמו"ר; איז וואו וועט ער זיין יום טוב?


עס איז דא איינער וואס פארדריידט אים דעם קאפ אז דאס איז מניעות און מען דארף מבטל זיין די מניעות, בעט איך דיר, רעד צו אים אז ער זאל נישט קומען, זיכער נישט יעצט פאר יום טוב, און אפילו נאך יום טוב זאל ער נישט קומען, א שאד איבערלאזן ארץ ישראל; א שאד ווען ער קען עוסק זיין בתיקונו של עולם אין הפצה, זאל ער נישט קומען קיין אמעריקע. איך האב דא ארץ ישראל'דיגע בחורים, זיי וואלגערן זיך, יעדע שבת דארפן זיי זוכן וואו צו עסן, עס איז נישט פשוט.


ביטע רעד מיט אלע בחורים, זיי מחזק די בחורים זיי זאלן קומען אין שול דורכ'ן טאג לערנען שיעורים כסדרן און פארנאכטס גיין הפצה. זאג זיי איך האלט מיט יעדע פרט ביי זיי, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין זייער שדכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#162 - אנטלויפן פון א ישיבה וואו מען רעדט ניבול פה
חברים, קדושה, חינוך הילדים, בחור, פרנסה, ישיבה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז די פראגע, אודאי זאל ער אוועקגיין פון די ישיבה; אז די בחורים רעדן טאג און נאכט ניבול פה - זאל ער פון דארט אנטלויפן!


ליידער ווערט מקוים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן, וואס וועט זיין איידער משיח צדקינו וועט קומען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה מב:): "בעקבות משיחא ... בית וועד יהיה לזנות", די ישיבות וועלן זיין א פלאץ פאר עבירות; ליידער ווערט דאס מקוים, מען רעדט צווישן די בחורים עבירות, ניבול פה, רחמנא לצלן.


ענדערש זאלסטו נעמען דיין זון מיט דיר צו די ארבעט ווי איידער ער זאל זיך דרייען צווישן בחורים וואס רעדן ניבול פה.


בעט דעם אייבערשטן דיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר זיי; דיינע קינדער זאלן האבן גוטע חברים, ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#161 - זאל מען קנס'נען בחורים וואס האבן זיך פארשטעלט פורים מיט א טישורט?
חינוך הילדים, בחור, אמונה, ישיבה, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס זאלסטו קנס'נען אלע בחורים וואס האבן זיך פארשטעלט פורים מיט א טי-שערט? מאך נישט קיין עסק פון די זאכן. דער עיקר לייג אריין אין די בחורים אמונה, רעד צו זיי פונעם אייבערשטן, רעד צו זיי פון השגחה פרטית, מעשיות פון תפילה; עס איז נאריש זיך צו שטעלן אויף די זאכן.


א שאד אז מען נעמט אומוויסנדע מענטשן פאר משגיחים וואס מאכן פון טפל עיקר און פון עיקר טפל, מען שטעלט זיך אויף אזעלכע נארישע זאכן אין די צייט וואס בחורים פאלן אין עבירות, זענען פוגם בברית רחמנא לצלן; וואלט מען ווען געדארפט רעדן פון קדושה און פון תשובה, נישט פון גיין א כאלאט און מיט א צוגעמאכטע רעקל.


איך בעט דיר זייער, לייג אריין אין די בחורים א ליבשאפט צום אייבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה. שמועס מיט זיי ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדן איינציגסטן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#160 - א פרייליכע גיסטע ביי די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון לערנען תורה מיט די קינדער. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד, אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב.


איך הער צוריק גוטע גרוסן פון די עלטערן, ווי צופרידן זיי זענען פון דיין איבערגעגעבנקייט. אויך האבן מיר כמה מענטשן דערציילט, זיי האלטן מיט ווי דו ווארטסט אפ די קינדער, דו שטייסט ביים טיר און באגרוסט יעדן איינציגסטן קינד ביים נאמען מיט א הויכע פרייליכע: "גוט מארגן!" עטליכע האבן מיר געזאגט אז עס טוישט אויך זייער מאָ"ד, עס מאכט זיי פרייליך; איז דאך זיכער אז די קינדער ווערן פרייליך און אויפגעלעבט.


מוהרא"ש פלעגט מיר שטענדיג מחזק זיין אויף די איינע זאך, ער האט מיר אלץ געזאגט די זעלבע ווערטער: "זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער צווישן די בחורים", ווייל וואו עס איז דא שמחה איז דא קדושה.


יהי חלקי עמכם.

#159 - יעצט איז די צייט זיך צו באנייען
בחור, שלום בית, התחזקות, צדקה, מוסדות, שטעטל, התחדשות, בית המדרש, חסד, סיפורי צדיקים, ישיבה, יאוש, פורים, שבת זכור

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען יעצט אין זייער הייליגע טעג, עס קומט יעצט די הייליגע פורים טעג, עס אז א צייט וואס מען קען זיך באנייען; "קִיְּמוּ וְקִבְּלוּ הַיְּהוּדִים" (אסתר ט, כז), זאגן די הייליגע חכמים (שבת פח.): "הַדוּר קִבְּלוּהָ בִּימֵי אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", מען איז יעצט מקבל נאכאמאל די תורה; פארקערט וואס המן האט גע'טענה'עט (אסתר ג, ח): "יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מגילה יג:) ווען המן האט פארגעשלאגן פאר אחשורוש צו הרג'ענען די אידן האט אחשורוש מורא געהאט, "אמר ליה מסתפינא מאלקיו", ער האט געזאגט איך האב מורא פונעם אייבערשטן, "דלא ליעביד לי כדעבד בקמאי", ער זאל נישט טון מיט מיר אזוי ווי ער האט געטון מיט אלע אנדערע וואס האבן געטשעפעט מיט די אידן, "אמר ליה ישנו מן המצות", האט המן געזאגט, דארפסט נישט מורא האבן, די אידן זענען אלט פון טון מצוות; דאס זאגט המן, דאס זאגט עמלק; אבער דער הייליגער רבי שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "גִיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ! קַיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען!" הויב אן פונדאסניי.


קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, זיי מותר, געב נאך; ביסט א ברסלב'ער חסיד - דארפסטו טון וואס דער רבי האט געזאגט. ווען בחורים פלעגן קומען צום רבי'ן פלעגט דער רבי אוועק שיקן, דער רבי פלעגט זאגן: "קום צוריק מיט א טלית". ווייל זוכה זיין צו טהרת המח והמחשבה איז נאר אז מען איז אן אדם השלם, מען איז חתונה געהאט. אויך האט דער רבי פארטריבן די וואס האבן נישט געהאט קיין שלום בית, ווייל ביים רבי'ן איז געווען זייער וויכטיג טהרת המח והמחשבה.


על כן בעט איך דיר זייער, לאז אפ די אלע מצוה'לעך וואס דו טוסט; לויף נישט אוועק פון שטוב מיטן אויסרייד אז דו גייסט טון חסד מיט דעם און מיט יענעם, בלייב אין שטוב, העלף דיין ווייב מיט די קינדער.


דעם שבת זאלסטו גיין אין שול, עס איז א חיוב צו הערן די קריאה פון שבת זכור, פון מחיאת עמלק. איך האב געזאגט אין שטעטל, אלע וואס דאווענען אין די שולן וואס מאכט זיך מזמן לזמן אז עס איז נישטא קיין מנין - דארפן די וואך מער אכטונג געבן עס זאל זיין מנין, און אז עס איז נישטא קיין מנין - דארף מען גיין צו א שול מיט מנין הערן די קריאה, עס איז א מצות עשה, און עס איז כדאי צו ברענגען די קינדער אפילו מען דארף גיין א ווייטע וועג.


איך וויל דיר בעטן, היות די בחורים אין ישיבה העלפן מיר זייער, זיי גייען פורים צאמנעמען געלט פון די וואס האבן א געפיל צו די ישיבה; אויב דו ווייסט פון חברים, משפחה און באקאנטע וואס נעמען אויף געלט גייערס און האבן א געפיל - זאלסטו זיך פארבינדן מיט שמעון פיש נרו יאיר, וועסטו מיר זייער העלפן.


עס קומט יעצט פסח מיר דארפן באצאלן די איינגעשטעלטע אויך דארף איך באצאלן חובות וואס איך האב געבארגט פאר די מוסד. בעט איך דיר, אויב דו קענסט העלפן מיט ברענגען אדרעסן - איז דאס זייער חשוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - יעדע זאך וואס מען טוט פאר די ישיבה איז א געוואלדיגע זכות
תפילה והתבודדות, הפצה, צדקה, מוסדות, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, ישיבה, ראש ישיבה, דאווענען, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן. אויבן אין הימל איז זייער חשוב יעדע ווארט וואס א איד זאגט פאר'ן אייבערשטן, אלע מלאכים זענען מקנא. בעט פאר אלעס וואס דו דארפסט, פאר אלעס וואס דרוקט דיך פריוואט; שעם זיך נישט, דערצייל אלעס.


גיי אין שול יעדן טאג דאווענען שחרית מנחה מעריב; אין דעם ליגט דיין הצלחה, דיין פרנסה, דיינע קינדער; אלעס.


איך ווייס נאכנישט וועגן פורים, אויב איך וועל אויפנעמען ביי מיר אין שטוב; איך וויל און איך ווארט זיך צו טרעפן פורים מיט מיינע תלמידים, איך פריי זיך אז דו וועסט מיר ברענגען משלוח מנות; אבער אז אלע בלייבן אין שטוב - איז נישטא קיין פלאץ.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די בחורים מיט אדרעסן וואו זיי וועלן קענען גיין פורים און מען וועט זיי געבן צדקה פאר די ישיבה. יעדע זאך וואס דו טוסט פאר די ישיבה איז א גרויסע זכות פאר דיר און פאר דיינע דורות.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט די בחורים וואס גייען הפצה און גייען צאמנעמען צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#157 - הערליך שיינע חתונה אין ישיבה, א גרויסע הפצה
אמונה, הפצה, פרנסה, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן איז געווען נאך א חתונה אין ישיבה, עס איז געווען הערליך שיין, עס איז געווען א גרויסע הפצה. ביי חתונות קומען משפחה וואס וואלטן קיינמאל נישט ארויפגעקומען אין ברסלב, און אלע לשון הרע'ס צעפאלט; אלע דמיונות וואס מען דמיונ'ט אויף ברסלב, אלעס צעפאלט, מען ווערט געכאפט אין שאק, מען זעט א ריינע הייליגע פלאץ.


איך געדענק ביי די חתונה פון מיין זון הרב שלמה נרו יאיר, מיין זיידע קארלסבורג'ער רב זכרונו לברכה האט זיך באטייליגט און ער איז געווען אזוי פרייליך, ער האט מיך צוגערופן אינמיטן טאנצן זאגן: "מען שפירט דא א ריח טהרה", ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל.


איך בעט דיך זייער, רעד זיך נישט איין פאר איין רגע אז דיין פרנסה איז געוואנדן אין פלוני אלמוני; דיין פרנסה ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט. דעריבער איז א שאד צו זיין דערשראקן און פארלוירן, פארלאז זיך אויפן אייבערשטן, און מיט שמחה וועסטו האבן גרויס שפע.


מארגן נאכט וועט זיין א סעודה אין ישיבה לכבוד די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. די סעודה וועט זיין פינקטליך אכט אזייגער, איך וועל אם ירצה ה' רעדן פינקטליך ניין אזייגער, ווייל מיין שוואגער מאכט חתונה, וועל איך מוזן אוועק גיין צען אזייגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#156 - די בחורים זאלן העלפן און זיך פירן מיט דרך ארץ
בחור, תיקוני זוהר, התחזקות, ריינקייט, ישיבה, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מגיד שיעור בישיבתינו הקדושה בירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז די בחורים פירן זיך מיט דרך ארץ. לערן זיי אויס אזוי ווי דו האסט געזען אין ישיבה, לערן אויס די בחורים צו העלפן רייניגן, לערן זיי אויס זיך צו פירן מיט דרך ארץ.


איך האב זייער הנאה צו זען דיינע חידושי תורה וואס דו ביסט מחדש אויף תיקונים, בפרט אז די חידושים זענען אויף לעובדה ולמעשה; עס איז מחזק. קוק אביסל פריער (דף קיח.) ווי דער הייליגער זוהר אז מגלה אזעלכע גרויסע סודות, אז יעדער איינער קען תשובה טון. "וְאַף עַל גַּב דְּקַיִ"ן אִיהוּ זוּהֲמָא, יָכִיל לְמֶעֱבַד נָקִ"י", אפילו קין וואס קומט פון אזא שמוץ - קען תשובה טון און ווערן אינגאנצן ריין; קי"ן איז די זעלבע אותיות ווי נק"י, נישט קיין חילוק ווער זאל זיין - קען תשובה טון, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - פארוואס ביסטו אזוי געפאלן ביי דיר?
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארוואס לאזטו זיך אזוי נאך? פארוואס ביסטו אזוי געפאלן ביי דיר?! דער אייבערשטער איז דאך מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר; אלעס וואס פאסירט איז דאך נאר פונעם אייבערשטן, און אז עס איז פונעם אייבערשטן - איז דאס זיכער גוט; איז פארוואס זאלסטו זיך אזוי נאכלאזן?!


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות. גיי אין א ווינקל און זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן אין דיין אייגענע שפראך, בעט אים ער זאל אויף דיר רחמנות האבן, ער זאל דיך ארויסנעמען פון דיין פלאנטער און דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים ער זאל אננעמען דיין תשובה.


איך זיץ מיט די בחורים אזוי ווי אלע יארן, פון אינדערפרי ביז אויף דער נאכט. ברוך ה' עס זענען דא פרישע מקורבים, זייער פיינע בחורים. איך פרוביר עוסק זיין אין שידוכים, איך וועל דיר נאך שרייבן, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#154 - איך ווארט זאלסט שוין צוריקקומען אין ישיבה
ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, שוין א גאנצע וואך וואס איך זע דיך נישט אין ישיבה. איך הער זאגן אז דו שפירסט זיך נישט אזוי גוט, וואונטש איך דיר א רפואה שלימה.


שטארק זיך, זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן, שמועס מיט אים. בעט אים פאר אלעס וואס דו באגערסט, בעיקר אויף זיין אן ערליכער איד, אויף זיין הייליג.


אויך לערן דיינע שיעורים כסדרן.


איך ווארט זאלסט שוין צוריקקומען.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.