בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - איך האב זייער געוואלט זיין ביי דיין סיום
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט געווען נעכטן ביי דיין סיום אויף ששה סדרי משנה.


איך בין געפארן נעכטן באקן מצות פאר מיין טאטע שליט"א; גלייב מיר, איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביים סיום. דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלעס, איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה און חדר מיט מסירת נפש ממש, און יעדעס מאל א תלמיד הישיבה פארציילט מיר אז ער מאכט א סיום מסכתא געבט דאס מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט מיין ארבעט.


איך בין נישט געווען אין ישיבה נעכטן א גאנצן טאג ווייל איך האב געהאלפן מיין טאטע שליט"א באקן מצות; איך האף אז דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך בין נישט געווען ביי דער סיום, איך וועל עס דיר אם ירצה ה' באצאלן ביי א צווייטע געלעגנהייט.


יעצט הייב אן נאכאמאל ששה סדרי משנה און גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, אזוי זאלסטו לערנען דיין גאנץ לעבן. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט דאך זאלסטו ווייטער לערנען און זאגן די ווערטער, ביז דער אייבערשטער וועט דיר עפענען דיין קאפ און דו וועסט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


קוק וואס דער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן  - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער רבי האט זיך אבער נישט באגנוגנט מיט וואס ער לערנט, ער האט אויך געוואלט קענען זוהר און כתבי אריז"ל, ער האט אלץ קינד געוואלט פארשטיין קבלה, "וְכֵן בְּלִמּוּד זוֹהַר וְכִתְבֵי הָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הָיָה בּוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה עַד שֶׁזָּכָה לְהָבִין", עיין שם, האט ער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט ביז ער האט אלעס פארשטאנען.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון תפילה; אויב א מענטש איז אן עקשן בעבודת השם, וועט ער זוכה זיין אנצוקומען צו גרויסע זאכן.


זע צו העלפן אין שטוב אנגרייטן דעם הייליגן יום טוב פסח.

#3 - א קינד דארף נישט פארענטפערן די עלטערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; נאך אביסל וועט איר טרעפן א גוטן שידוך. איך ווייס זייער גוט וואס גייט אריבער אויף אייך וכו', איך בעט זייער אסאך פאר אייערע עלטערן וכו' און אז אייער טאטע זאל ארויס קריכן פון זיינע פראבלעמען וכו', מיר דארפן גלייבן אז מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


איר זאלט ווייטער מכבד זיין אייערע עלטערן און איר זאלט זיין שטאלץ מיט זיי; איר דארפט זיך נישט שעמען פון אייערע חבר'טעס מיט אייער טאטע, שעמען דארפן מיר זיך נאר פונעם אייבערשטן, מיר דארפן זען אז אונזערע מעשים זאלן זיין גוט און פיין. זייער אסאך קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן, ווייל זיי שפירן עפעס אן התחייבות צו פארענטפערן זייערע מעשים וכו', דאס קומט פון נישט זיין דורכגעטראכט וכו'. איר זאלט זיין שטאלץ מיט זיי ווי אזוי זיי זענען, ובזכות כיבוד אב ואם וועט איר זוכה זיין צו האבן א שיינע לעבן.


מוהרא"ש האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה אויף איינער פון די גדולים בזמנינו (צוליב כבוד המשפחה פארצייל איך די מעשה אן דעם נאמען); ווען דער גדול איז געווען א קינד האט ער געליטן שרעקליכע בזיונות פון זיין טאטע. זיין טאטע איז געווען א באקאנטער שיכור אין ירושלים, ער פלעגט זיך אנטרינקען און ליגן אויפן גאס וכו'. יעדעס מאל ווען ער האט געזען זיין טאטע ליגן אויפן גאס אנגעטרינקענערהייט וכו' אנגעבראכן וכו' פלעגט ער אהיים נעמען זיין טאטע און אים געלייגט אין בעט מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ. ער האט נישט געקוקט אויף די אלע וואס פלעגן לאכן וכו', ער האט געוואוסט ביי זיך 'דאס איז מיין טאטע און איך דארף אים מכבד זיין'; מער פון דעם האט אים נישט אינטערעסירט. ביז ער איז אויסגעוואקסן א גרויסער גדול, דער אייבערשטער זאל אים געבן אריכת ימים ושנים.


זעט מען פון דעם אז ווען א קינד האט שכל און ווייסט ביי זיך: "דאס זענען מיינע עלטערן; איך שעם זיך נישט מיט זיי, עס אינטערסירט מיר נישט וואס זיי טון און איך וועל זיי אייביג זיין געטריי", דאן איז מען זוכה צו א שיינע לעבן.


זאגטס אביסל תהילים יעדן טאג; בעטס פאר אייך און פאר אלע אידן, מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויס צו גיין יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות און מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן דורך משיח צדקינו במהרה בימינו.

#2 - מזל טוב פאר דיין סיום
כיבוד אב ואם, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע זון אלחנן חיים נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו באפלייסט זיך אין לערנען די הייליגע תורה. מזל טוב פארן מסיים זיין די צוויי און פערציגסטע מאל מסכת תענית; איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיינע זון לערנען מיט התמדה רבה.


איך האב זייער הנאה צו לערנען מיט דיר יעדן טאג דעם דף גמרא, איך בין מיר מחי' זיך פארצוקוקן דעם דף גמרא מיט דיר. די דף גמרא שיעור איז ביי מיר מיין חשוב'סטע שיעור, ווען איך ענדיג פארלערנען דעם דף גמרא שיעור אינדערפרי שפיר איך ווי איך האב שוין אפגענומען מיין טאג מיט דעם, מען שפירט ווי אן אנדערער מענטש נאכן לערנען דעם דף גמרא.


הלואי זאלסטו איבער חזר'ן דעם דף גמרא יעדן טאג כמה וכמה פעמים אז דו זאלסט דאס גוט געדענקען.


זע אהיים צו קומען צייטליך גלייך נאך חדר אז מאמי זאל נישט דארפן טיילן נאכטמאל א גאנצע נאכט.

#1 - מען דארף אויסלערנען פאר קינדער דרך ארץ
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסידזש.


איך זע אז דו ווייסט נישט וואס חינוך איז, און דו ביסט דיר אליין שולדיג; אז א קינד זאל ביי די ניין יאר רעדן צו א טאטע מיט אזא חוצפה, איז א סימן אז די עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער. דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיך לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶך אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; זייער אסאך עלטערן זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי טראכטן אז חינוך הייבט זיך אן שפעטער ווען די קינדער זענען שוין גרעסער, עס איז נישט אזוי, חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז נאך גאר יונג.


א מענטש ווערט באשאפן מיט שלעכטע נאטורן, און מען דארף דאס אויסארבעטן; עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער אויפוואקסן געזונט. ווי קען זיין אז א קינד פון ניין יאר זאל רעדן מיט אזא חוצפה צו זיין טאטע?! עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אז עס איז דא אזא זאך בכלל, דאס איז נאר ווייל דו ביסט אים נישט מחנך, דו מיינסט אז מיט דעם וואס דו מוסר'סט אים נישט, וועט ער דיר ליב האבן. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


דאס וואס דו זאגסט מיר אז דו פירסט זיך מיט דיינע קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט געלערנט, מען זאל גיין בדרכי נועם און מען זאל האבן סבלנות וכו', דאס רעדט מען ווען דער קינד האט עפעס צעבראכן, דער קינד האט עפעס אויסגעגאסן, דער קינד טאנצט, דער קינד שפרינגט - אויף דעם דארף מען האבן סבלנות, אבער ווען א קינד רעדט צו די עלטערן מיט חוצפה, דארף מען אים באשטראפן, און אויב מען מאכט זיך נישט וואוסענדיג וועלן די קינדער ארויס גיין לתרבות רעה רחמנא לצלן.


ווען עס קומט צו דרך ארץ, טאר מען קיינמאל נישט נאכגעבן. ווען דער טאטע זעט ווי דער קינד פאלגט נישט די מאמע, דארף דער טאטע זיך שטעלן זייער שטארק אויף דעם, און אויסלערנען דעם קינד אז מען דארף פאלגן מאמי; ווער רעדט נאך אויב דער קינד האט זיך מתחצף געווען פאר די מאמע אדער טאטע, דארף מען אים מחנך זיין אז מען טאר נישט צוריק ענטפערן פאר א טאטע אדער מאמע.


די הייליגע חכמים לערנען אונז (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה"; דאס איז א' ב' פון חינוך. א קינד דארף וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, נישט דא קיין ויכוחים, נישט דא קיין הסברים און נישט דא קיין טעמים, ווען א קינד פרעגט: "פארוואס דארף איך דאס טון?" איז דא איין תירוץ: "ווייל טאטע מאמע האבן אזוי געזאגט", אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען; וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג.


דריי שנעל צוריק דעם זייגער, ווייל נאך אביסל איז שוין שפעט. איינמאל די קינדער ווערן גרויס דעמאלט איז שוין אן אנדערע מעשה; אויב מען האט מחנך געווען די קינדער פון ווען זיי זענען יונג קען מען זיי נאך אפשר ווייטער מחנך זיין, אבער אז מען וועקט זיך אויף און מען וויל אנהייבן מחנך זיין פערצן יעריגע קינדער, דאס איז שוין נישט אזוי פשוט, דעמאלט קען מען שוין נישט וכו'.


מען טאר נישט מורא האבן צו פארלאנגען פון קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ; א טאטע דארף אויסלערנען פאר זיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט טאר מען נישט אריין רעדן, א טאטע דארף מחנך זיין זיינע קינדער אז ווען דער טאטע קומט אריין אין שטוב דארף מען זיך אויפשטעלן.


עס זענען דא עלטערן וואס טראכטן: 'עס פאסט מיר נישט צו פארלאנגען פון מיינע קינדער זיי זאל מיר מכבד זיין, עס זעט אויס ווי לכבוד עצמו אני דורש'; עס איז נישט אזוי, ווייל ווער דען זאל אויסלערנען פארן קינד ווי אזוי זיך צו פירן?


עס קומט מיר אויס צו שמועסן מיט בחורים, און אסאך מאל שטיי איך און איך וואונדער זיך, זעענדיג ווי קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט די א-ב פון כיבוד אב ואם, א-ב פון דרך ארץ; עס זעט אסאך מאל אויס ווי די קינדער זענען עזות פנימ'ער, עס איז אבער נישט אזוי, די קינדער זענען נישט שולדיג אז זייערע עלטערן האבן זיי נישט מחנך געווען.


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך שרייב דיר; איך וויל רעדן מיט דיר און דיין ווייב אויב מעגליך פערזענליך.


א פרייליכן חנוכה.