בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#56 - קינדער קענען נישט פארשטיין וואס דאס מיינט טאטע מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייערע דריי בריוון.


אייערע עלטערן זענען זייער וואוילע מענטשן, זיי וועלן זיכער טון וואס איז גוט פאר אייך; אז איר וועט שיין רעדן צו זיי, איר וועט זיי זאגן אז איר ווילט חתונה האבן וועלן זיי אייך נישט אפזאגן, זיי וועלן אייך העלפן האבן א גוט לעבן.


עס קען זיין אז זיי וועלן אין אנהויב זאגן אז איר זענט יונג אדער אז איר דארפט קודם ענדיגן שולע וכו', וכו'; אבער אויב איר וועט אכטונג געבן זיך נישט צו חוצפה'נען צו זיי, איר וועט שיין רעדן צו זיי איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל וועלן זיי מיט גיין מיט אייך.


קינדער ווייסן נישט וואס עלטערן מיינען, קינדער קענען נישט און וועלן נישט פארשטיין וואס דאס מיינט טאטע מאמע ביז זיי אליינס וועלן אריבערגיין מיט זייערע קינדער וכו'; מען דארף זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון די עלטערן, נישט טענה'נען מיט עלטערן און זיכער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו שרייען און רעדן מיט שפעט ווערטער. אפילו קינדער וואס האבן שווערע עלטערן און נישט נארמאלע עלטערן זענען אויך מחויב מיט כיבוד אב ואם, איז דאך זיכער אז איר וואס איר האט אזעלכע טייערע עלטערן דארפט איר אכטונג געבן אויף זייער כבוד.


שטארקטס אייך מיט אייער תהילים'ל; איך האב געדארפט קוקן אפאר מאל אינעם בריוו צי איך זע גוט, אז איר האט שוין געזאגט הונדערט און אכצן מאל ספר תהילים. נישט דא קיין סאך מיידלעך אין אייער יארגאנג וואס זאלן בכלל האבן איין מאל מסיים געווען דעם ספר תהילים; זאלט איר ווייטער זאגן תהלים און אינמיטן זאגן די הייליגע ווערטער זאלט איר בעטן פאר אייך און פאר אייער עתיד, וועט איר טרעפן א גוטע שידוך. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די איינציגסטע עצה סיי פאר א בחור און סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגער שידוך שנעל און גרינג".


בלייבטס א העלד, קוקטס נישט אין אייער חבר'טעס טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - צום אייבערשטן מעג מען רעדן אינמיטן דעם קאפיטל
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר לעבט מיט אמונה און אז איר זאגט יעדן טאג אביסל תהלים.


ווען איר זאגט תהלים זאלט איר בעטן שטילערהייט דעם אייבערשטן פאר אייער טאטע און מאמע זיי זאלן מצליח זיין אין זייערע וועגן, זיי זאלן האבן פרנסה און קענען גרינג מגדל זיין די קינדער.


ווען מען זאגט תהלים רעדט מען נישט אויס ביז מען ענדיגט דעם קאפיטל, אבער צום אייבערשטן מעג מען רעדן אינמיטן דעם קאפיטל; נישט נאר מען מעג רעדן נאר עס איז זייער געשמאק ווען מען זאגט תהלים און מען רעדט צום אייבערשטן צווישן די ווערטער אויף אידיש.


איך וועל זיך זייער פרייען אז איר וועט אמאל קומען באזוכן אונזער סקול בית פיגא און זיך מאכן נייע חבר'טעס מיט אונזערע תלמידות.

#54 - אז ס'איז דיר שווער כיבוד אב ואם וועסטו באקומען מער שכר דערויף
כיבוד אב ואם, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז עס איז דיר זייער שווער איינצוהאלטן די מצוה פון כיבוד אב ואם וועסטו באקומען מער שכר דערויף, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי מער מען מוטשעט זיך צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן אלץ מער שכר באקומט מען.


וויסן זאלסטו אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה, דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין דעם אייבערשטן אליין; ווער עס שפעט פון זיינע עלטערן באקומט א ביטערע שטראף, אזוי ווי עס שטייט (משלי ל, יז): "עַיִן תִּלְעַג לְאָב", אן אויג וואס שפעט אפ פון זיין טאטע, "וְתָבוּז לִיקֲּהַת אֵם", און דער וואס שפעט אפ פון די קנייטשן פון זיין מאמע (ווען א מענטש ווערט עלטער ווערט דער פנים פול מיט קנייטשן), "יִקְּרוּהָ עֹרְבֵי נַחַל", זאלן קומען די רויב פויגל וואס זענען גרויסע אכזרים און אים אויסשטעכן די אויגן, "וְיֹאכְלוּהָ בְנֵי נָשֶׁר", און די אָדלער זאלן אים אויפעסן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל מכבד זיין מיינע עלטערן, איך זאל זיי ליב האבן", דורכדעם וועסטו באקומען א חשק און א ווילן זיי צו מכבד זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - שרייב זיך ארויס פון אלע מעסעדזש גרופס
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, טעלעפאן, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שרייב זיך ארויס פון אלע מעסעדזש גרופס, אפילו פון די גרופ וואס רופט זיך: "ברסלב גרופ" אדער "ברסלב'ע פרויען" וכדומה; אויב איז דאס סתם בויך וויי פון יעדן איינעם זאלסטו זיך אראפשרייבן פון דעם, א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט, קאפ און מח פאר נארישקייטן.


דער אמת איז אז ווען מיר האבן געעפנט די גרופ פאר ברסלב'ע פרויען האט מען דאס געעפנט נאר פאר חסד - זיך העלפן איינער דעם צווייטן; איינער פרעגט אן עצה פונעם צווייטן, איינער פרעגט ווי אזוי מען קאכט און באקט, אדער צו מודיע זיין ווען עס איז דא שיעורים, חדר און סקול, אבער אז עס ווערט א גרופ פון אויסגעבן בויך ווייטאג איז זיכער כדאי דו זאלסט אראפגיין פונעם גראפ.


עס איז גוט צו האבן א גרופ צווישן די פרויען וואו מען שרייבט און מען פרעגט נאר פאר חסד זאכן וכדומה, אבער סתם אויסשווענדן צייט איז ממש אן עבירה; די טעקסט מעסידזשעס לאזט נישט עסן, לאזט נישט שלאפן און לאזט נישט האבן צייט פאר די מאן און קינדער.


בנוגע צי מען מעג עסן פרייטאג צו נאכטס נאך ליכט צינדן; ווען א פרוי מאכט די ברכה "להדליק נר של שבת" - איז זי מקבל שבת, דעריבער דארף די פרוי קודם אנצינדן די ליכט און נאכדעם מאכן די ברכה, ווייל ווי נאר זי מאכט די ברכה ווערט ביי איר שבת, דערפאר טאר זי נישט צינדן די ליכט נאך די ברכה; און אז מען האט מקבל שבת געווען און מען וויל עסן דארף מען קודם מאכן קידוש, מען טאר נישט עסן פאר מען הערט קידוש, דעריבער אויב איז מען הונגעריג און מען קומט נישט אן צו עסן פאר ליכט צינדן זאל מען טראכטן בשעת מען צינדט די ליכט אז מען איז נישט מקבל שבת, אזוי קען מען עסן נאך ליכט צינדן, און שפעטער בשעת מען דאווענט דעמאלט איז מען מקבל שבת.


בנוגע יום טוב, איז נישט קיין שאלה צי מען מעג עסן ווייל מען צינדט אן די ליכט ביי די סעודה.


בנוגע די קאפ צודעק; אפילו מען שערט זיך אפ דארף מען נאך אלץ אכטונג געבן אז די קאפ זאל זיין צוגעדעקט, און די שכר פאר דעם איז קינדער צדיקים.


בנוגע פאלגן עלטערן; פריוואט ביי דיר קענסטו זיך פירן אויף דיין וועג, און אין געגנווארט פון זיי זאלסטו פרובירן פאלגן און טון ווי אזוי זיי בעטן דיר.


בנוגע לאזן דעם שבת טישטוך ביז זונטאג אינדערפרי; עס איז דא אזא מנהג צו לאזן דער ווייסן טישטוך ביז זונטאג אינדערפרי, דאס איז מסוגל לפרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, זיי וועלן זיין ברסלב'ע חסידים, ערליכע אידן.

#52 - מאך א פלאן ווען דער גורל וועט פארקומען
כיבוד אב ואם, צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר,


איך ווייס נישט צי דו ווייסט וואס פאר א גרויסע נס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, דו האסט באקומען א מתנה, אן אשת חיל פון הימל; דארפסטו זען צו האלטן טייער די מתנה און נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם.


בנוגע די גורל ראפעל וכו'; איך וויל זייער שטארק מען זאל מאכן דעם גורל, אז מען מאכט א ראפעל דארף מען מאכן דעם גורל, מען קען נישט סתם אפשטופן, מען דארף מקיים זיין וואס מען האט צוגעזאגט און ווער עס וועט ארויסקומען דער געווינער דער וועט באקומען דאס געלט.


בעט איך דיר, מאך א פלאן ווען דער גורל וועט פארקומען, ווייל איך בין נישט רואיג ווילאנג מיר וועלן דאס מקיים זיין.


קוק זיך אום אויף דיינע עלטערן, בפרט יעצט ווען אלע זענען איינגעשפארט אין שטוב דארף מען זיין מער פארזיכטיג מיט עלטערן, צו מאכן זיכער אז זיי האבן אלעס און אלעס איז גוט מיט זיי.


איך האב דיר ליב.

#51 - זיך אויפפירן שיין אינדערהיים ווען ס'איז נישטא קיין חדר
כיבוד אב ואם, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נוצט אויס די צייט, אפילו עס איז נישט דא קיין חדר, אלע חדרים זענען פארשלאסן און פארשפארט - דאך לערנסטו אסאך גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געגעבן אזא זיסע וועג צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), אפילו מען האט נישט קיין חברותא מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - דאך לערנט מען, מען זאגט די הייליגע ווערטער פון די גמרא.


זע צו רעדן שיין צו דיין טאטע מאמע; כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה, עס איז אזוי גרויס אז די תורה גלייכט צו מכבד זיין עלטערן צו מכבד זיין דעם אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מכילתא פרשת יתרו, פרשה ח): דער אייבערשטער זאגט: "מען דארף מורא האבן פון מיר און מיר מכבד זיין", אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער אז מען דארף מורא האבן פון די עלטערן און זיי מכבד זיין.


שרייב מיר נאך, איך האב ליב ווען דו שרייבסט מיר.

#50 - וואס צו טון פאר'ן טאטע'ס נשמה
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הַמָּקוֹם יְנַחֵם אוֹתָךְ בְּתוֹךְ שְׁאָר אֲבֵלֵי צִיּוֹן וִירוּשָׁלָיִם, איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין צער.


איר פרעגט וואס איר זאלט טון פאר אייער טאטע'ס נשמה, איר זענט זייער באזארגט וואס עס טוט זיך מיט זיין נשמה; ווען רבי נתן האט געפרעגט דעם רבי'ן וואס ער זאל טון פאר זיין מאמע'ס נשמה אז זי זאל האבן עליה, האט אים דער רבי געזאגט: "זאג די ברכה פון אשר יצר מיט כוונה"; זעט מען פון דעם אז אויבן אין הימל איז זייער חשוב און זייער הייליג יעדע ברכה וואס מען מאכט מיט כוונה, יעדע מצוה איז זייער חשוב, בפרט א אידישע פרוי וואס איר גאנצע לעבן באשעפטיגט זי זיך נאר מיט מצוות, טאג און נאכט איז זי פארנומען מיט די קינדער, זיי אויפציען צו זיין ערליכע אידן - דאס איז די גרעסטע זאך פאר די נשמה פון די עלטערן.


יעדע גוטע זאך וואס קינדער טוען האבן די עלטערן'ס נשמה אן עליה פון דעם; דעריבער זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט אייער עבודת השם, איר זאלט אויפברענגען אייערע קינדער מיט ליבשאפט און ווארעמקייט צום אייבערשטן און צו די תורה, וועט אייער טאטע רוען אין גן עדן.

#49 - א פראבלעמאטישער שווער וואס שטערט די שלום בית
כיבוד אב ואם, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט א טייערער מאן נרו יאיר, ער איז געזונט און שטארק, זארגטס נישט וכו'; עס איז דא איין פראבלעם, ער האט א שרעקליכע פחד פון זיין טאטע. עס איז נישט זיין פראבלעם, עס איז זיין טאטע וואס ווארפט א שרעקליכע פחד השם ישמרינו.


איך וועל רעדן צו אים, איך וועל אים מדריך זיין ווי אזוי ער זאל זיך אויפפירן; עס איז אן הייקעלער ענין, פון איין זייט דארף ער אכטונג געבן אויף די כבוד פון זיין טאטע'ן, פון די אנדערע זייט קענט איר נישט ליידן דערפון, און אז זיין טאטע הערט נישט אויף רעדן צו אים אנטקעגן אייך דארף מען זען מיט חכמה וואס מען טוט דא.


דערפאר בעט איך אייך איר זאלט אים נאר שטארקן; איר האט באקומען אן אויסנאם מאן, ער איז טייער און ליכטיג, ער איז פשוט דערשראקן, ער ווייסט נישט ווי אזוי מען עסט דאס וכו'; ער האט געהערט זייער אסאך שיעורים אין ישיבה פון כיבוד אב ואם, ער ווייסט נישט וואס צו טון, ער שפירט ממש פארלוירן וכו'; איך וועל אים לערנען פריוואט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן.


איר זאלט אים נאר הייבן און געבן גוטע ווערטער; רעדטס נישט צו אים אנטקעגן זיין טאטע, ווי נישט ווי דארפט איר פארשטיין אז א טאטע איז א טאטע, עס איז נישט גוט איר זאלט רעדן דירעקט אנטקעגן זיין טאטע, עס וועט אים וויי טון; אפילו ער האט אייך מער ליב און ער וויל נאר אייך וכו', דאך איז א טאטע א טאטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#48 - די מצוה פון כיבוד אב ואם געבט נישט אוועק פאר קיינעם
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר בלייבן שבת אין שטוב; קומטס נישט אין שטעטל, בלייבטס מיט אייער שווער און שוויגער אז אייער מאן זאל קענען העלפן זיין טאטע.


איך קען אייך שוין זאגן וואס איך גיי רעדן שבת אין שטעטל, איך גיי רעדן פון "כיבוד אב ואם", פון דאס גרויסקייט פון העלפן טאטע מאמע, שווער און שוויגער.


אז עס קומט אייך אונטער די מצוה פון כיבוד אב ואם, זאלט איר דאס נישט אוועק געבן פאר קיינעם נישט; ביי מצוות און מעשים טובים טאר מען נישט זיין קיין מסתפק במיעוט, מען דארף וועלן נאך און נאך. כאפטס די מצוה פאר אייך און אייער מאן וועט איר זוכה זיין צו די האבן די וועלט און יענע וועלט.

#47 - גרויסע מיידלעך פארשטעלן זיך נישט אום פורים
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון דיינע טיטשערס און פון די מנהלת תחי', שטארק זיך ווייטער מיט דיינע גוטע וועגן.


בנוגע זיך פארשטעלן פורים; אז דו ווערסט צוועלף יאר אום תענית אסתר דארפסטו זיך שוין נישט פארשטעלן, דאס קענסטו איבערלאזן פאר דיינע קליינע ברידערס און שוועסטערס.


אויפ'ן וועג אהיים פון סקול, אויפ'ן באס - זאלסטו זיך אפרוען פון דיין טאג, אזוי וועסטו האבן כח צו העלפן דיין מאמע מיט וואס זי דארף. אז אנדערע מיידלעך רעדן זייערע זאכן וכו', דארף עס דיר נישט אנגיין, דו רו זיך אפ זאלסט האבן כח צו העלפן דיין מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - אזעלכע וואוילע עלטערן וואס געבן זיך אוועק פאר אידישע קינדער
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, הפצה, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט עלטערן וואס געבן זיך אוועק פאר אידישע קינדער, זיי העלפן טאג און נאכט אנדערע מענטשן זיי זאלן האבן א שיינע לעבן; עס איז נישט אזוי ווי דו מיינסט אז מענטשן נעמען אוועק דיינע עלטערן פון דיר, און ווען נישט די מענטשן וואלסטו מער געקענט פארברענגען און שמועסן מיט זיי, דאס איז נישט אמת, נאר ווען זיי וואלטן נישט געהאלפן מענטשן וואלטן זיי געווען באשעפטיגט מיט הבלי עולם הזה.


קינדער פון אנדערע משפחות האבן גארנישט מיט זייערע עלטערן, די עלטערן זענען פאריאגט און פארפלאגט צו ברענגען געלט, די גאנצע קאפ ליגט אין געלט; מען טראכט וואו מען קען מאכן נאך א דאללער, וואו מען קען זיך בויען א נאמען וכו', און אנדערע שטותים; ווידער דיינע עלטערן געבן זיך אוועק זייער לייב און לעבן פאר אנדערע מענטשן זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו לעבן, זיי ברענגען דורכדעם נענטער און נענטער משיח צדקינו.


איך האף אז דו וועסט גיין אין די וועגן פון דיינע חשוב'ע עלטערן; דו וועסט זיין א גרויסע מפיצה, דו וועסט זיין א ביישפיל פון א תלמידה פון אונזער סקול "בית פיגא". דו וועסט גיין אין די וועגן פון די ערליכע פרויען, די גרויסע העלדן פון כלל ישראל וואס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן פאר'ן אייבערשטן, צו מקרב זיין אידישע קינדער.


דו ווייסט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט, די סיבה פארוואס דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אזוי ליב געהאט זיין טאכטער אדל (דעם רבינ'ס באבע) און איר שטענדיג אויסגערימט, ווייל די הייליגע צדקת איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א בענקעניש צום אייבערשטן און געטראכט: 'וואס קען איך טון צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן?' דאס זאל זיין דיין גאנצע ווילן און שטרעבן, צו העלפן נאך אידן זיי זאלן קענען לעבן די זיסע לעבן וואס מיר לעבן.


איך קוק ארויס און איך ווארט מיט געדולד צו זען וואס גייט אויסוואקסן פון דיר.


שרייב מיר נאך, שרייב מיר לכל הפחות יעדע וואך; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן אלע דיינע שאלות.


אויך זאלסטו ליינען די בריוו פון עצתו אמונה; אלע בריוו זענען געשריבן פאר דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - זיי מכבד טאטע מאמע אפילו זיי זענען קעגן ברסלב
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז פאר דיין טאטע שטערט ברסלב איז דאס נישט דיין פראבלעם; דו זיי מכבד דיין טאטע און מאמע, און אז עס שטערט זיי אז דו פארסט קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון איז דאס נישט קיין חסרון אין כיבוד אב ואם. אז מען וויל נישט רעדן מיט דיר קענסטו מתפלל זיין אז עס זאל ווערן שלום, און אז זיי רעדן יא צו דיר, נאר עס איז נישט מיט ווארעמקייט וכו', מען רעדט צו דיר אן א שמייכל, דארפסטו ווייטער רעדן מיט זיי און גיין צו זיי אויף שבתים און שמחות.


מיר קענען גארנישט טון אז מענטשן רעדן כל דבר אסור אויפ'ן הייליגן רבי'ן; אזוי מוז זיין און אזוי וועט זיין ביז משיח וועט קומען. ווייל דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפ געקומען אויף די וועלט האט דער ס"מ געשריגן: "רבונו של עולם, אויב דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיר באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "דער נשמה מוז אראפ קומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, און זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפ גיין, מיר האבן שוין אן עצה".


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט (בספר נהרי אפרסמון, שם): "וואס איז זייער עצה, וואס זיי האבן זיך געטראפן? לאכן - מען לאכט פונעם רבי'ן, און מען שפעט אפ פון א ברסלב'ער חסיד"; מען שפעט פון רבי'ן, מען רעדט כל דבר. דאס איז די סיבה פארוואס עלטערן ווערן דערשראקן ווען זיי הערן אז זייער קינד דריידט זיך אין ברסלב און פארט קיין אומאן וכדומה.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


איך האף דו וועסט ארויסנעמען פונעם בריוו א וועג ווי אזוי זיך צו פירן מיט דיינע עלטערן.

#44 - געב קארטלעך נאר פאר מיידלעך און פרויען
כיבוד אב ואם, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, שידוכים, אמונה, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע פראגעס.


צום ערשט בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות, חזר'ט דיך די אמונה ווייל אמונה מאכט שטארק; ווי מער מען האט אמונה אלץ מער שטערקער איז מען.


דער הייליגער רבי איז דאס מסביר מיט א שיינע משל (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קנה) אזוי ווי ווען מען פלאנצט איין א ווייצל אין ערד, אויב מען פלאנצט עס אין א גוטע ערד דעמאלט וואקסט עס זייער שיין, עס ווערט נישט געשטערט פון קיין שום ווינט, דינערן און בליצן, "מֵחֲמַת שֶׁיֵּשׁ כֹּחַ הַצּוֹמֵחַ וְכֹחַ הַגּוֹדֵל, עַל כֵּן אֵינוֹ מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", ווייל עס האט א כח וואס מאכט איר וואקסן, קיין שום זאך קען דאס נישט אפשטעלן, אבער אז מען לייגט דאס ווייצל אין ערד וואס איז נישט גוט צו וואקסן, ווערט דאס קערענדל פארפוילט. "וֶאֱמוּנָה הִיא בְּחִינַת כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ", אזוי איז מיט אמונה, אמונה איז א זאך וואס געבט כח פאר'ן מענטש אנצוגיין אין לעבן, עס מאכט דעם מענטש זאל וועלן וואקסן. אזוי ווי עס שטייט (אסתר ב, ז): "וַיְהִי אוֹמֵן אֶת הֲדַסָּה", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מדרש תהלים כב, כג): מרדכי האט אויפגעצויגן אסתר המלכה; דער פסוק באציט זיך מיט דאס ווארט 'אמונה' פאר די ווארט 'אויפברענגען'.


נאך זאגן חז"ל (שבת לא.): "אֱמוּנָה זֶה סֵדֶר זְרָעִים", זאגט דער רבי, ווען א מענטש האט אמונה האט ער א כח פון וואקסן און ווערן גרעסער, "אֲזַי אֵין מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", קיין שום זאך קען אים נישט שטערן, "וְאֵינוֹ יָרֵא מִשּׁוּם אָדָם", ער האט נישט קיין שרעק פון קיין שום מענטש, "וְשׁוּם דָּבָר", און פון קיין שום זאך. "וּמִתְפַּלֵּל בַּחִיּוּת", אז מען האט אמונה דאווענט מען מיט א געשמאק, "כָּרָאוּי", אזוי ווי מען דארף דאווענען. "וְנוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק", מיט אמונה פארט מען צום צדיק, "כִּי אֵינוֹ מִתְיָרֵא וּמִתְפַּחֵד מִשּׁוּם עִנְיָן שֶׁבָּעוֹלָם", ווייל מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און קיין שום מענטש אויף די וועלט, "אֲבָל כְּשֶׁיֵּשׁ חִסָּרוֹן בָּאֱמוּנָה אֲזַי אֵין לוֹ כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ וַאֲזַי הוּא נִרְקָב מַמָּשׁ, כְּמוֹ הַחִטָּה הַנַּ"ל", אבער ווען מען האט נישט קיין אמונה דעמאלט האט מען נישט קיין כוח אנצוגיין, מען וואקסט נישט, מען ווערט פארפוילט ממש אזוי ווי א קערענדל וואס פוילט אין נישט גוטע ערד.


זאלסטו זיך חזר'ן אמונה, זינג זיך דעם ניגון: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם, - דער אייבערשטער איז איבעראל און אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז נישט דא קיין שום מציאות אויסער דעם אייבערשטן, אין יעדע איינציגסטע תנועה געפונט זיך דער אלופו של עולם"; דורכדעם וועסטו זיין שטארק און מצליח זיין אין לעבן.


בנוגע הפצה וכו', זיי ממשיך צו געבן קארטלעך פאר אלעמען; פארשטייט זיך נאר פאר מיידלעך און פרויען. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", אברהם אבינו האט מגייר געווען מענער און שרה אמינו האט מגייר געווען פרויען.


בנוגע בלייבן שבת אין שטוב וכו'; בלייב אין שטוב העלפן דיין מאמע, אין דעם זכות וועלן דיינע קינדער דיך מכבד זיין. טראכט אריין אביסל טיפער, ווילסטו דען נישט אז אין יארן ארום ווען דו וועסט האבן גרויסע קינדער אז זיי זאלן בלייבן מיט דיר אין שטוב דיר העלפן? איז דאך זיכער אז דו זאלסט זיין אין שטוב העלפן דיין מאמע, אפילו עס איז דיר שווער.


בנוגע רעדן מיט מרת ... תחי'; עס איז זייער גוט זאלסט זיך מחזק זיין מיט איר, א גוטע חבר איז פון די זאכן וואס חז"ל זאגן אז מען דארף דאס האבן אין לעבן צו קענען זיין א איד. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ט): "אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם?" וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן, "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, חָבֵר טוֹב", רבי יהושע זאגט ער זאל זיך נעמען א גוטער חבר; ווייל אז מען האט א גוטער חבר קען מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן, דו דארפסט נישט מורא האבן אז זי וועט דערציילן פאר אנדערע דיינע מיטמאכענישן, זי איז א וואוילע פרוי.


בנוגע גיין צו די פאליציי וכו'; איך האב דיר שוין פון לאנג געשריבן וואס צו טון, פון דעסטוועגן וועל איך נאכאמאל ענטפערן אז אנדערע זאלן אויך וויסן ווי אזוי זיך צי פירן אין אזא פאל השם ישמרינו. אויב מען ווערט באצוואונגען פון א מניוול רחמנא לצלן דארף מען גיין צו די פאליציי דאס דערציילן און יענעם איינשפארן אין תפיסה אן קיין רחמנות; אפילו אלע שרייען אז מען טאר נישט דארף מען דאס טון. אין אייער פאל, ווי איר שרייבט אז דאס איז נאר א חשש בעלמא וכו', יענער האט אייך בחסדי השם נישט געטשעפעט, ער האט זיך טאקע אויפגעפירט נישט שיין וכו' אבער בחמלת השם האט ער נישט אויסגעפירט זיינע שלעכטע מחשבות, זאלט איר אפלאזן די מעשה.


זאג פאר די פרוי וואס לויפט דיך נאך וכו' אז זי זאל זיך אפטשעפען פון דיר; זי האט מיר אויך געשריבן א גאנצע מגילה, סך הכל וויל זי אייך נוצן פאר איר אייגענע אינטערעסע, זי וויל אים איינשפארן וכו'; דאס האט נישט מיט אייך.


בנוגע וואס נאך דו קענסט טון צו צואיילן דיין שידוך; העלף דיין מאמע, האב רחמנות אויף איר; העלף איר מיט שמחה, העלף איר מיט חיות, וועסטו צוריק באקומען שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, אזוי ווי חז"ל זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּרוֹתֵיהֶם בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לוֹ לָעוֹלָם הַבָּא; כִּבּוּד אָב וָאֵם", אויף כיבוד אב ואם באצאלט דער אייבערשטער שכר נישט נאר אויף יענע וועלט, נאר אויך אויף דער וועלט.


זיי ממשיך מיט'ן זאגן תהילים; יעדע קאפיטל תהילים וואס דו זאגסט געבט צו פאר דיין שידוך.


נאכאמאל בעט איך דיר, שטארק זיך מיט אמונה וועט דיר אלעס גיין גרינגער.

#43 - וואס מיידלעך קענען טון אין די ליידיגע צייט
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קריאת שמע, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אינעם בריוו אז אסאך מאל שפירסטו זיך אליינס אויף די וועלט, דו פרעגסט וואס דו קענסט טון.


די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון איז העלפן דיין מאמע, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן די מאמע מיט די שטוב ווירטשאפט, נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און דו וועסט אויך האבן קינדער, ערשט דעמאלט וועסטו כאפן וואס איז א מאמע, דעמאלט וועסטו פארשטיין ווי אויסגעמוטשעט א מאמע איז מיט די שטוב ארבעט. דעריבער זאלסטו שטענדיג העלפן דיין מאמע; ווען דו שפירסט זיך ליידיג און אומעטיג פרעג דיין מאמע: "וואס קען איך טון?" מאך די וועש, אדער די געשיר, אדער רוים צוזאם די שטוב, אדער קאך און באק וכו' וכו'.


אויך זאלסטו זאגן אביסל תהילים; פרוביר צו זאגן דעם יום תהילים און זיי זיך מתבודד, בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס דו דארפסט, בעיקר זאלסטו אסאך בעטן פאר דיין שידוך און פאר דיינע קומענדיגע דורות.


אויך קענסטו רעדן מיט חבר'טעס; היינט איז זייער גרינג צו זיין פארבינדן מיט גוטע חבר'טעס דורך רעדן אויפן טעלעפאן, זיי מחזק אנדערע וועסטו אליינס ווערן מחוזק.


בנוגע הערן מוזיק בשעת מען ליינט קריאת שמע; דו קענסט הערן מוזיק בשעת דו ליינסט קריאת שמע. געב אכטונג צו הערן נאר מוזיק פון ערליכע בעלי מנגנים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון נישט אן ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווידער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - רעד צו דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ
כיבוד אב ואם, בחור, צדקה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חוצפה זיך נישט צו דיין מאמע; וואס זי זאגט דיר זאלסטו טון מיט שמחה וועט זי דיר נישט זיין קיין מניעה פאר ברסלב. רעד צו דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ, וואס זי זאגט דיר זאלסטו טון מיט זריזות און פרייליכקייט. דו דארפסט נישט דערציילן אז דו הערסט די שיעורים וכו', הער ווייטער די חיזוקים און זיי זיך מחזק מיט דעם פאר דיר אליינס.


עס איז זייער א גוטע זאך צו גיין נאך געלט, בפרט אז דיין ישיבה פארלאנגט דאס פון יעדן בחור, דארפסטו האבן הכרת הטוב פאר די ישיבה וואו דו לערנסט און גיין נאך געלט. ביי אונז אין ישיבה דארף יעדער בחור גיין נאך געלט; נישט נאר חנוכה נאר אויך א גאנץ יאר, און אלע תלמידי הישיבה גייען יעדע נאכט נאך געלט, זיי פארשפרייטן די קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש און בעטן צדקה. זאלסטו אויך גיין נאך געלט פאר דיין ישיבה.


מוהרא"ש ברענגט פונעם סאטמארער רבי'ן זכותו יגן עלינו אז גיין נאך געלט איז א תיקון פאר כריתות ומיתות בית דין; ווען א מענטש גייט נאך געלט נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים קשים ומרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - פרעג דיין מאמע זי זאל דיר זאגן וואס איז ריכטיג
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי ווייטער צו דיין באבע און פיר זיך מיט דרך ארץ אזוי ווי דו לערנסט אין "בית פיגא"; ווען דיין באבע רעדט זאלסטו נישט איבער האקן נאר אויסהערן מיט כבוד, און פארשטייט זיך ווען דו ענטפערסט איר זאל עס זיין מיט גרויס דרך ארץ. אז דיינע קאזינס רעדן מיט שאנד און שפאט זאלסטו זיי נישט נאכמאכן, דו גיי דיר דיין וועג ווי אזוי דו לערנסט אין "בית פיגא".


בנוגע די קלייד וואס איז קורץ און דו ווילסט וויסן אויב מען קען גיין מיט דעם ביי א חתונה נאר צווישן פרויען; עס איז שווער צו ענטפערן ווען מען זעט עס נישט פון דער נאנט; פרעג דיין מאמע, זי זאל דיר זאגן אויב דאס איז צניעות'דיג, זי איז אן ערליכע פרוי, זי וועט דיר לערנען פונקטליך ווי אזוי צו גיין אנגעטון איידל.


ווען מען וואשט געשיר און מען באדט קינדער קען מען ארויף ציען די ערמל עס זאל נישט נאס ווערן.


דו קענסט אלעס דערציילן פאר דיין מאמע, דו דארפסט זיך נישט באהאלטן פון איר; זי איז זייער א קלוגע ערליכע פרוי, זי וועט דיר נאר העלפן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות
כיבוד אב ואם, סקול, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו זאגסט תהילים, און נאך מער פריי איך זיך צו הערן פון דיינע טיטשערס אז דו ביסט דרך ארץ'דיג; דרך ארץ איז די וויכטיגסטע זאך ביי אידישע קינדער, אן דרך ארץ קען מען נישט זוכה זיין צו לערנען תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות, בפרט ביים הייליגן רבי'ן איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


זע צו העלפן דיין מאמע, ווייל כיבוד אב ואם איז דער גרעסטער מצוה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


איך וועל אם ירצה ה' זיין אין שטעטל דעם קומענדיגן וואך זונטאג; איך וויל זייער שטארק רעדן מיט די מיידלעך פון די עלסטע קלאס. געב איבער פאר אלע תלמידות פון דיין קלאס אז זיי זאלן קומען זונטאג אינדערפרי צען אזייגער צו די שטוב פון די טיטשער מרת ... תחי', ווייל איך וויל רעדן מיט אייך.

#39 - מיט כח קומט מען אין ערגעץ נישט אן, עס וועט נאר ווערן ערגער
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, שלום בית, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך האב נישט געקענט ענדיגן רעדן מיט דיר נעכטן נאכן שיעור, איך בין געלאפן צו א משפחה שמחה.


איך ווייס אויך דאס הארבקייט פון אייגענע האר; איך בין געזיצן ביי מוהרא"ש יארן לאנג און געהערט ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה וויינט און בעט זיך ביי די פרויען זיי זאלן זיך אפשערן זייער האר, אבער מיט כח וועט דאס נישט גיין.


געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן: מען קען נישט צווינגען א ווייב וכו'; אז מען וויל פועל'ן ביי די ווייב איז דא איין וועג: "רעדן שיין", מער פון דעם קען מען נישט. דאס האט מוהרא"ש געלערנט מיט אונז און גע'חזר'ט אלע יארן, "מיט כח קומט מען אין ערגעץ נישט אן, עס וועט נאר ווערן ערגער".


גלייב מיר, איך ווייס דאס הארבקייט פון אייגענע האר; ברוך ה' ביי אונז אין סקול אין "בית פיגא" שערן זיך אלע תלמידות די האר. מיר גייען אין די וועגן פון די הייליגע צדיקים, מיר האבן נישט צו טון מיט חכמים וואס פארשטייען בעסער פון די הייליגע צדיקים; אבער אז דיין ווייב האט זיך בארעכנט אז זי וויל נישט מער שניידן די האר וכו', קענסטו נאר טון תפילה, און חס ושלום זיך קריגן.


דעריבער בעט איך דיר מיין טייערע ליבער חבר, נעם די עצה פון רבי'ן; גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, האסט דאך א באקוועמע קאר, פאר מיט דיין קאר צו א שטילע פלאץ, שטעל דיין קאר אין א זייט, צינד אן א ווארעמע ניגון וואס עפנט די הארץ און גיס זיך אויס דיין הארץ, בעט דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דו דארפסט, זאג אים אלעס אויס, זאג אים דיינע ווייטאגן, וועסטו זען גרויסע נסים.


הער אויף רעדן צו דיינע קינדער אנטקעגן דיין שווער; מען טאר נישט זאגן פאר קינדער: "זיידי איז א שגץ!" אז דו וועסט ווייטער אזוי רעדן וועסטו ביים סוף אלעס פארלירן, אלע וועלן לאכן פון דיר. פיר נישט קיין מלחמות מיט קיינעם נישט, דו זאלסט שיין רעדן צו דיינע קינדער וועלן זיי טון דיין ווילן.


איך פארשטיי זייער גוט דיין ווייטאג; מיין נישט אז איך נעם זיך אן פאר דיין ווייב, איך נעם זיך אן מער פאר דיר, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - זאגן תורה פאר מענטשן איז א גרויס אחריות
כיבוד אב ואם, זיכוי הרבים, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש.


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


בנוגע מכבד זיין עלטערן ווען זיי קומען אויף שבת; עס ווענדט זיך, ביי דיר אין שטוב זאלסטו אפטרעטן פאר זיי, לאז זיי פירן די סעודה; זעץ דיין טאטע אדער שווער אויבנאן, זיי זאלן פירן די סעודה. זיי זאלן די ערשטע מאכן קידוש און אויפשניידן די גרויסע חלה א. א. וו.


אין שול איז אביסל אנדערש; אין שול זאלסט זיי מכבד זיין מיט א שיינע עליה, כל אחד לפי כבודו, אויב זיי זענען בעלי תפילה זאלסטו זיי מכבד זיין מיט א ברעטל. ביי שלש סעודות זאגט מען נישט פאר ביי אונז "ה' מלך" וגו', איז נישט שייך זיי צו מכבד זיין מיט דעם, קענסט זיי מכבד זיין מיט ברכת המזון.


לגבי זאגן תורה, דאס איז שוין א גרויסע אחריות, ווייל עס זענען דא אזויפיל צעבראכענע מענטשן וואס ווארטן צו קומען אין היכל הקודש הערן אפאר ווערטער וואס זאל זיי טראגן ווייטער אין לעבן, זיי זאלן קענען ציען נאך א וואך; דארף מען גוט אריינטראכטן צי מען קען מכבד זיין איינעם צו זאגן א שיינע דבר תורה ווען עס זענען דא אידן וואס ווארטן צו הערן "חיזוק" נישט א "שיינע תורה".


איך בעט דיר זייער, "אם קטן אתה בעיניך, ראש שבטי ישראל אתה"; האלט זיך נישט קליין און געב פאר קיינעם נישט די מייק צו רעדן, בפרט פאר די וואס מאכן סתם א לאָך אין קאפ מיט תורת לאקשן וכו', פילאזאפיע וכו'; אויב דו האסט נישט קיין דיבורים זאלסטו פארליינען בריוון פון די אידישע "אשר בנחל", דאס איז נאך אלץ בעסער ווי סתם תורות און פילאזאפיע.

#37 - נישט דערציילן פאר'ן קינד לשון הרע אויף איר טאטע
קינדער, כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די הודעה.


עס טוט זייער וויי צו הערן אזעלכע שרעקליכע מעשיות; עס איז אזוי שרעקעדיג ווען מען הערט ווי מענטשן וואס שטעלן זיך אהער ווי שיינע מענטשן זאלן שטילערהייט טון אזעלכע רשעות השם ישמרינו. עס איז נישט דא וואס צו טון, מיר קענען נאר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם ביטערן גלות, עס זאל שוין זיין (ישעיהו יא, ט): "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים".


בנוגע דערציילן פאר'ן קינד; איר זאלט חס ושלום נישט דערציילן פאר'ן קינד אלע פאליטיק און לשון הרע אויף איר טאטע, וואס וועט איר האבן פון דעם אז זי וועט וויסן וואס דער טאטע האט געטון מיט איר מאמע עליה השלום? זי דארף אים דאך סיי ווי מכבד זיין, דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן מענטש אז ער מכבד זיין די עלטערן, אפילו די עלטערן פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין. איך פארשטיי אייך זייער גוט, איר שפירט ווי איר ווילט שרייען אין די גאסן מען זאל וויסן אז מען האט דא געפייניגט אן אומשולדיגע מענטש און מען האט איר אזוי דערביטערט ביז זי איז נעבעך אוועק פון די וועלט; אבער וואס וועט איר האבן ווען די קינדער וועלן דאס וויסן? עס וועט ארויס קומען פון דעם נאר עגמת נפש.


אז איר ווילט טון א טובה פאר אייער שוועסטער'ס נשמה זאלט איר נאר אויפבויען אירע קינדער; איר זאלט קיינמאל נישט רעדן צו זיי שלעכטס אויף א צווייטן און זיכער נישט אויף זייערע עלטערן, וועלן זיי אויפוואקסן ערליכע אידן און זיי וועלן מאכן א נחת רוח פאר זייער מאמע.

#36 - קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער טאכטער ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זאגן קרבנות הנשיאים וכו'; דער עיקר זאלסטו זאגן תהילים, ווען דו האסט איבעריגע צייט זאלסטו זאגן אביסל תהילים. דו דארפסט נאך נישט זאגן "מציאות הזיווג", יעצט זאלסטו זאגן תהילים. פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם גאנצן יום תהילים אזוי וועסטו ענדיגן יעדע וואך דעם גאנצן ספר תהילים, און אז דו קענסט נישט זאגן יעדן טאג דעם גאנצן יום תהילים זאלסטו זאגן אין א סדר וויפיל דו קענסט.


אז דו זעסט א מיידל איז שטיל, זי רעדט נישט מיט אנדערע און זי האט נישט מיט קיינעם - זאלסטו זיין איר חבר'טע, זאלסט רעדן מיט איר, שפאצירן מיט איר און גיין מיט איר. זאלסט שטענדיג זוכן וועם דו קענסט אויפלעבן, געב א שמייכל פאר יעדן איינעם.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק, כִּי הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", מחי' זיין א מענטש איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זייער א גרויסע זאך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפ'ן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. און ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער.


איך בעט דיר זייער זאלסט העלפן רייניגן די סקול; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן דעם רבי'ן, בפרט מיט'ן רייניגן די סקול, אן ארבעט וואס קיינער וויל נישט טון. בעט איך דיר זאלסט מיר העלפן מיט'ן רייניגן די סקול און זאלסט איבער געבן פאר די אנדערע מיידלעך וואס העלפן רייניגן אז זיי טוען זייער א הייליגע ארבעט. איך וויל זייער שטארק נישט האבן קיין גוים אין סקול, און דער לענדלער שרייט אז אויב עס וועט נישט זיין ריין וועלן מיר מוזן נעמען א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די מיידלעך.


יישר כח פאר'ן העלפן מאמי; מאמי זאגט מיר אלץ אז דו העלפסט איר ווי א מלאך פון הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - רעדן שיין צו יעדן איינעם
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זע צו רעדן שיין צו יעדן איינעם, סיי צו די וואס זענען אין דיין יארגאנג, סיי צו די עלטערע מיידלעך און אויך צו יונגערע מיידלעך, - וועסטו זיך מאכן א גוטע נאמען און אלע וועלן דיר ליב האבן.


מענטשן האבן ליב א פרייליכער מענטש, א פאזיטיווער מענטש, איינער וואס איז שטענדיג פרייליך, און מען ציט זיך אוועק פון א זויערער מענטש; דארפסטו שטענדיג ארום גיין מיט א שמייכל און רעדן שיין צו יעדן איינעם, שטענדיג זאלסטו טראכטן: 'וואס קען איך טון פאר מיין חבר'טע?' וועסטו זען ווי אלע וועלן זיך וועלן חבר'ן מיט דיר.


איך האף אז דו זאגסט נאך תהילים יעדן טאג; ווען דו ביסט מסיים תהילים זאלסטו מיר שרייבן די וויפלטע מאל דו האסט מסיים געווען.


בנוגע האבן א קעמרע; פרעג דיין טאטע מאמע וואס זיי זאגן, אויב דו דארפסט שוין האבן אן אייגענע קעמרע, און וואס זיי זאגן דאס זאלסטו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#34 - עס איז נישט צום גלייבן אז עלטערן זאלן שלאגן די אייגענע קינדער מכות רצח
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות זיך צו דערהאלטן, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


איך האב נישט קיין מנוחה פון דאס אלעס וואס דו האסט מיר דערציילט, וואס דו גייסט אריבער אין שטוב וכו' וכו'; עס איז נישט צום גלייבן אז עלטערן זאלן שלאגן די אייגענע קינדער מכות רצח, איך האף צום אייבערשטן אז דאס וועט מער נישט פאסירן, אויב יא ווייסטו וואס דו האסט צו טון, זאלסט נעמען דיין טאשקע און אוועק גיין פון שטוב.


זייער גוט טוסטו אז דו דערציילסט קיינעם נישט וואס דו גייסט אריבער, נאר דו גייסט ארום מיט א שמייכל, אלע מיינען אז דו ביסט די גליקליכסטע וכו', קיינער קען נישט חלומ'ן ווי צעבראכן און צעבלוטיגט דיין הארץ איז אין דיר. זאלסט דערציילן פאר'ן אייבערשטן דיין צעבראכענע הארץ, רעדן צום אייבערשטן געבט א מורא'דיגע שטארקייט, מען קען אריבער טראגן שווערע ביטערע נסיונות און נישט צעפאלן ווערן.


איך האב באקומען ערב ראש השנה ביים רבינ'ס ציון אין אומאן א ליסטע פון אלע תלמידות בית פיגא פון ארץ ישראל, איך האב דיין נאמען, איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


זיי ממשיך צו זאגן תהלים.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#33 - די עלטערן זענען ברוגז אז דו גייסט קיין ברסלב
כיבוד אב ואם, שלום בית, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער פארנדיג צום רבי'ן אויף ראש השנה.


עס טוט מיר אזוי וויי, ממש עס רייסט מיר ביים הארץ וואס דו גייסט אריבער מיט דיין משפחה; זיי ווילן נישט רעדן מיט דיר און זיי וויל נישט האבן מיט דיר, מיט דיין ווייב און קינדער. אלעס צוליב דעם גרויסן חטא אז דו ביסט א ברסלב'ער, דו פארסט קיין אומאן אויף ראש השנה און פאר'ן שיקן די קינדער אין די ברסלב'ע מוסדות.


וואס זאלן מיר טון אז דער רבי איז אזוי פארשעמט; מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, כאילו ביי אונז איז א פלאץ פון הפקרות און קלות ראש, ווען באמת איז דאס פונקט פארקערט. ווי יעדער פרישער מקורב דערציילט ווי אזוי דער הייליגער רבי האט אים געטוישט דאס לעבן צו א לעבן מיט אמונה, א לעבן מיט חשבון הנפש און א לעבן מיט תכלית פון תורה ותפלה, וכו', וכו'.


דער רבי האט שוין דאס געזאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אוּן קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", מען רעדט אויף דעם מענטש כל דבר אסור און אויף יענעם קריגט מען, זאגט דער רבי: "אויף יענעם קריג איך אויך".


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט זיין צעבראכן; זיי מחזק דיין ווייב, קודם איז שוין אביסל גרינגער ווען אירע עלטערן רעדן שוין יא מיט ענק, נאך אביסל וועלן דיינע עלטערן רעדן מיט דיר און עס וועט זיך אלעס איבערדרייען לטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.

#32 - נישט רעדן צו עלטערן מיט חוצפה
כיבוד אב ואם, שמחה, רפואה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט צו עלטערן נישט צו רעדן מיט חוצפה. ווען עלטערן האבן טענות וכו'; זיי שרייען און פארפירן, דארף מען בלייבן שטיל, מען דארף שטיין מיט גרויס דרך ארץ און הכנעה, אויסהערן וואס זיי האבן צו זאגן און חס ושלום נישט ענטפערן, מען דארף וויסן אז אויב מען ענטפערט איז דאס חוצפה אפילו ווען מען איז גערעכט.


דארפאר בעט איך אייך זייער, פון היינט און ווייטער זאלט איר קיינמאל נישט ענטפערן אייער טאטע מאמע ווען זיי געבן אייך מוסר וכו'; איר זאלט אויסהערן מיט הכנעה און זיי מכבד זיין. עלטערן מעגן זאגן פאר די קינדער וואס זיי האבן צו זאגן, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ווען איר וועט חתונה האבן און האבן קינדער וועט איר אויך זאגן פאר אייערע קינדער מוסר וכו'; ווי אזוי וועט אייך שמעקן ווען אייער קינד וועט עפענען א מויל אויף אייך? ווי אזוי וועט איר דאס נעמען ווען אייער קינד וועט האלטן אנדערש פון וואס איר זאגט?


אז מען האט מצער געווען די עלטערן דארף מען זיי איבער בעטן; מען דארף נישט ווארטן אויף יום הכיפורים איבער צו בעטן עלטערן, אויב מען ווייסט ביי זיך אז מען האט זיך נישט אויפגעפירט מיט דרך ארץ צו די עלטערן דארף מען זיי גלייך איבער בעטן.


בנוגע וואס מען טוט פאר פימפלס וכו'; פימפלס קומט פון עצבות און מרה שחורה, אז איר ווילט פטור ווען פון די פימפלס זאלט איר זיך שטארקן צו זיין פרייליך, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און זיך אנשטרענגען אוועק צו נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט פון עצבות און מרה שחורה. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.