בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#147 - איך וויל ארויסקומען אין שטעטל צו זיין ביי דיין סיום הש"ס
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, סיום, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין מאמע תחי', זי שרייבט אז דו ביסט זייער וואויל, דו העלפסט איר; דו העלפסט יעדן איינעם אין שטעטל, אלע זענען זיך מחי' מיט דיר; דו האסט גאלדענע מידות.


זי שרייבט אז איינער פון דיינע געשוויסטער האבן דיך אנגעגאסן מיט זייפיגע וואסער און דו האסט גארנישט צוריק געטון, דו ביסט ווייטער געווען פרייליך; איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן אויף דיר.


איך ווארט דו זאלסט מיר מודיע זיין ווען דו ווילסט מאכן די סיום הש"ס; איך וויל ארויסקומען אין שטעטל צו זיין ביי דיין סיום הש"ס.


איך בעט דיר זייער זאלסט יעדן טאג אביסל גיין אין פעלד רעדן צום אייבערשטן. יעצט ווען דו ביסט יונג, אז דו וועסט דאס טון יעדן טאג - וועט דאס ווערן א חלק פון דיין לעבן, עס וועט דיר זיין גרינגער צו טון דיין גאנץ לעבן; א לעבן מיט רעדן צום אייבערשטן - איז אן אנדערע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#146 - מישט נישט אריין קיינעם אין אייער לעבן
קינדער, כיבוד אב ואם, רפואה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט פרעגן וואס עס גייט זיין וכו', וועגן עין הרע.


אז איר האט יא געפרעגט און איר ווייסט וואס עס גייט זיין וכו' – זאלט איר נישט רעדן פון דעם מיט קיינעם; דאס רעדט מען נישט אפילו מיט עלטערן.


נעמט א תהלים און בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג אז אלעס זאל זיין גוט און גרינג.


מישט נישט אריין קיינעם אין אייער לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#145 - ביי דיינע עלטערן אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, דרך ארץ, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קריג זיך נישט מיט דיינע עלטערן, ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך פירן אזוי ווי זיי ווילן. דו קענסט גיין אין ישיבה מיט א הוט און רעקל, און אויך ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו גיין מיט א הוט אין רעקל; יעצט ווען דו ביסט ביי זיי אין שטוב זאלסטו זיך נישט קריגן מיט זיי.


אויך אז עס שטערט דיינע עלטערן ווען דו ברענגסט אהיים אזויפיל ספרים - זאלסטו נישט אהיים ברענגען אזויפיל ספרים, האלט דיינע ספרים אין ישיבה און נאך דיין חתונה וועסטו האבן א שיינע ספרים שטוב אנגעפולט מיט ספרים.


אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן, דו וועסט רעדן צו זיי אזוי ווי מען רעדט צו א רבי, מיט גרויס דרך ארץ; דו וועסט זיך נישט טענה'ען מיט זיי - וועלן זיי אויך מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן מיט'ן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמובא בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי זאגט דארט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן, און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", עיין שם.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין. זוך א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#144 - מען טאר נישט פארטרייבן קיין שום מענטש פון א שמחה
כיבוד אב ואם, מחלוקת, שלום, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל.


זאג דיין ווייב תחי' זי זאל נישט זיין בייז אויף מיר אז איך האב נישט געלאזט ארויסטראגן איר טאטע פון די שמחה. מען טאר נישט פארטרייבן קיין שום מענטש פון א שמחה, אפילו א פיינט, כל שכן א טאטע מאמע - זאלן זיי זיין ווער זיי זאלן זיין.


א בחור האט מיר דערציילט אז נישט לאנג צוריק איז ער געווען ביי א באווארפן, דער חתן קומט פון א צעבראכענע שטוב פול מיט מחלוקות. דער טאטע האט נישט געגעבן קיין געלט פאר די חתונה און עס איז געווארן א שרעקליכע פייער אז ער טאר נישט קומען. למעשה איז ער געקומען צום דאווענען און מען האט אויסגערופן אז דער חתן גייט נישט עולה זיין לתורה ביז דער טאטע גייט ארויס פון שול; הנשמע כזאת?! ווי איז דאס געהערט געווארן ביי אידישע קינדער ארויס צו טראגן פון א שמחה א צווייטער איד?! על זה דוה לבנו, דער בית המקדש איז דאך חרוב געווארן צוליב אזא מעשה, צוליב קמצא בר קמצא.


זאג דיין ווייב, אז זי שפירט זי קען זיי נישט רופן צו די קומענדיגע שמחה - איז איין זאך, אבער אוועקשיקן איז א זאך וואס א איד טאר נישט טון, און אויב די שמחה וועט זיין ביי אונז אין היכל הקודש - וועל איך נישט ארויסשיקן און פארשעמען.


זיי נישט בייז אויף מיר, איך טו נאר וואס די תורה זאגט.


קענסט איר ווייזן דעם בריוו.

#143 - ענדערש קומען אויף יום טוב פסח צו די עלטערן
כיבוד אב ואם, שבת התוועדות, חדר, פסח, יום טוב, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קום מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גלייך נאך פורים קיין ארץ ישראל, עס גייט זיין די מציבה שטעלן פאר מיין זיידע אין מירון; איך וועל מאכן צייט פאר ענק.


בנוגע קומען קיין אמעריקע יעצט אויף שבת צום סיום אדער אויף פסח; ענדערש זאלן ענק קומען אויף יום טוב פסח צו דיינע עלטערן.


שטארקט אייך, האלטס אן די תלמוד תורה היכל הקודש, זה הקטן גדול גדול גדול יהיה; עס וועלן ארויסקומען גרויסע צדיקים פון אונזער חדר היכל הקודש ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#142 - דאווענען מיט הכנעה און דרך ארץ ווי פאר א קעניג
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די מנהלת תחי' האט מיר געזאגט אז איר זענט אן אויסנאם וואוילע מיידל, איר פירט זיך מיט "דרך ארץ", איר בענטשט אויפ'ן קול און איר דאווענט מיט הכנעה; דאס מאכט מיך זייער פרייליך, איך וויל אזוי שטארק הערן נאר גוטע גרוסן אויף אלע תלמידות.


זאגט פאר אייערע חבר'טעס זיי זאלן זיך נישט נאריש מאכן ביים דאווענען; ווען מען דאווענט דארף מען זיין מיט הכנעה אזוי ווי מען בעט להבדיל פון א קעניג, מיט'ן פולסטן דרך ארץ, איז דאך זיכער ווען מיר קומען צום אייבערשטן דארף דאס זיין מיט הכנעה.


זייט מכבד אייערע עלטערן; איר האט גאר טייערע עלטערן, געבט א גרוס אייערע עלטערן.

#141 - לאזט אפ די דמיונות, טראכטס פונעם אייבערשטן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, קאמפלימענטס, מדות טובות, מחשבות, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איר פירט זיך אויף זייער וואויל; איך באקום אזעלכע גוטע גרוסן אויף אייער אויפפירונג, איר זענט ערליך און איידל. איך האב שוין גערעדט מיט אייערע חשוב'ע עלטערן פון א גוטע שידוך פאר אייך, א בחור א ירא שמים מיט גוטע מידות.


האלטס אייך שטארק, גייט אן מיט אייער גוטע וועג; געבט גוטע ווערטער פאר אנדערע מיידלעך און העלפט אייער מאמע - וועט איר שיין מצליח זיין אין לעבן.


טראכטס נישט קיין נארישקייטן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנ) אמאל טראכט א מענטש א דמיון און נאכדעם מיינט ער שוין אז עס איז אזוי געווען; לאזט אפ די דמיונות, טראכטס פונעם אייבערשטן. אלעס וואס מען טראכט איז דמיון, נאר די מחשבות פון אמונה איז מציאות, רעאליטעט, שכל'דיג.

#140 - מיט חכמה קען מען שלום מאכן צווישן די מאמע און שוויגער
כיבוד אב ואם, מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, סיפורי צדיקים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


משפחת ... שתחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט חכמה קענט איר אלעס צוריק דרייען, נעמט די טריק פון אהרן הכהן. די הייליגע חכמים דערציילן (אבות דרבי נתן יב, ג) ווי אזוי אהרן הכהן פלעגט שלום מאכן צווישן צוויי פיינט, ער האט געזאגט פאר איינעם: "דיין חבר וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר אבער ער שעמט זיך פון וואס עס איז געווען, ער האט חרטה, ער זאגט א גאנצן צייט, הלוואי ווען ער קען ווען צוריק דרייען", נאכדעם איז אהרן הכהן געגאנגען צום צווייטן מיט די זעלבע מעשה, אים אנגערייצט אז יענער וויל שלום מאכן, יענער האט חרטה, ער שעמט זיך פון דיר, נאכדעם ווען די ביידע האבן זיך געטראפן זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויפ'ן צווייטן, זיך געהאלזט און געקושט, און געווארן נאנטע חברים.


אזוי זאלט איר טון, ווען איר רעדט מיט אייער מאמע זאלט איר זי זאגן ווי שטארק אייער שוויגער שעמט זיך אז זי איז נישט געקומען וכו', און ווען אייער מאן רעדט צו זיין מאמע זאל ער אריינווארפן גוטע ווערטער פון אייער מאמע.


באלד קומט פורים, מאכט א שפיצל, מאכט צוויי שיינע משלוח מנות'ער; ווען איר גייט צו אייער מאמע זאלט איר זאגן: "איך קום פון מיין שוויגער, זי שיקט דיר די שיינע משלוח מנות", און ווען איר גייט צו אייער שוויגער זאגט איר: "דאס איז פון מיין מאמע"; אזוי וועט איר זיין בבחינת אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום.


אזוי אויך ווען איינער רעדט שלעכט אדער מאכט חוזק - זאל מען דאס חס ושלום נישט איבערזאגן. ווען איר רעדט מיט אייער מאמע און זי זאגט עפעס א שלעכט ווארט - זאלט איר עס נישט טראגן ווייטער, אפילו אייער מאן דארף דאס נישט הערן. פאר אייער מאן זאגט: "מיין מאמע רעדט זייער שיין פון דיינע עלטערן און אוודאי פון דיר", און ווען אייער שוויגער זאגט עפעס א קרום ווארט - שלינגט עס אראפ.


דאס האב איך געלערנט פון מיין טייערע מאמע, זי פלעגט אונז אלץ זאגן: "האסט א גוט ווארט אויף א צווייטן - זאג עס איבער פאר יענעם, האסט א שלעכט ווארט - שלינג עס אראפ"; מיין מאמע תחי' זאגט אז זי האט דאס געלערנט פון איר מאמע, מיין באבע רחל לאה עליה השלום. מיין מאמע תחי' זאגט, איך לייג צו נאך שטערקער: "האסט א שלעכט ווארט - שלינג עס אראפ, אפילו דו דערשטיקסט זיך"; ענדערש טשאו"ק זיך, ווי איידער טראגן א נישט גוטע ווארט.


 איין גוט ווארט קען מאכן א שלום, און איין שלעכט ווארט מאכט מחלוקות, און אלע צרות קומט פון מחלוקות, אלע קראנקהייטן קומט פון מחלוקות. אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יד): "כִּי כָּל הַחוֹלַאַת בָּאִין עַל יְדֵי בְּחִינַת מַחֲלֹקֶת", אלע קראנקהייטן קומען פון קריגערייען.


אין דעם זכות פון מאכן וואס אהרן הכהן האט געמאכט - וועט איר זוכה זיין צו זען א גרויסע ישועה, איר וועט זען באשיינפערליך ווי דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע נסים.

#139 - לאז מיך אפ, איך דארף נישט קיין עזות פנימ'ער ביי מיר
כיבוד אב ואם, בזיונות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


...


איך האב נאר בזיונות פון דיר; דו פאררופסט זיך אז דו ביסט א תלמיד הישיבה און מיט דיינע עלטערן פירסטו זיך אויף ווי א ציגיינער, דיינע עלטערן דארפן קומען צו מיר אז איך זאל רעדן צו דיר, מיט יעדע זאך וואס זיי ווילן מאכן וכו', דו הערסט זיי נישט אויס, זיי האבן קיין שום ווארט ביי דיר, און אלץ מיט מיין נאמען "ראש ישיבה", "ראש ישיבה", "ראש ישיבה"; יעדע זאך וואס זיי ווילן מאכן וכו' קומסטו זיי איינטיילן מיט דער ראש ישיבה אהער, דער ראש ישיבה אהין, איך האב אזעלכע בזיונות.


איך בין שוין הייזעריג פון רעדן אזויפיל דרשות פון כיבוד אב ואם.


טו מיר א טובה, זוך דיר א צווייטער ראש ישיבה; לאז מיך אפ, איך דארף נישט קיין עזות פנימ'ער ביי מיר.

#138 - מען טאר נישט טענה'ען מיט איינעם וואס איז אראפגעפאלן
כיבוד אב ואם, שידוכים, תהלים, וויכוחים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האלט זיך שטארק, ווער נישט צעבראכן; דיין מאמע זאלסטו ווייטער מכבד זיין. טענה נישט מיט איר, בפרט אין אידישקייט, זי איז נעבעך אראפגעפאלן השם ישמרינו; מען טאר נישט טענה'ען מיט איינעם וואס איז אראפגעפאלן, פון אלעס קענסטו און זאלסטו רעדן מיט איר - אויסער פון די אידישע וועג, ווייל אז מען רעדט און מען טענה'ט - קען דאס שאטן דעם מענטש.


זיי שטארק, דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך, עס וועט דיר גארנישט שאטן דאס אז דיינע עלטערן זענען צעטיילט. בחורים און מיידלעך וואס קומען פון צעבראכענע שטובער לעבן מיט שרעק, זיי טראכטן 'מיר וועלן נישט חתונה האבן ווייל מיר קומען פון צעבראכענע שטובער'; עס איז נישט אזוי, א שידוך האט נישט צוטון אויב מען קומט פון א גאנצע שטוב אדער פון א צעבראכענע שטוב, א שידוך האט מיט'ן אייבערשטן, א שידוך האט מיט זיך אליינס; א גוטער בחור, א גוטע מיידל וואס לעבן מיט יראת שמים, מיט גוטע מידות - טרעפן זייער שידוך.


זאג דעם יום תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#137 - ווי קען א איד הויבן הענט אויף א טאטע?
כיבוד אב ואם, צרות, תשובה, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די הייליגע תורה זאגט (שמות כא, טו): "וּמַכֵּה אָבִיו וְאִמּוֹ מוֹת יוּמָת", איינער וואס שלאגט טאטע מאמע - דארף מען הרג'נען מיט מיתת חנק; מער פון דעם האב איך נישט וואס צו שרייבן, איך קען נישט גלייבן אז א אינגערמאן וואס זיצט אין כולל זאל צוקומען צו אזא זאך - שלאגן א טאטע מכות רצח.


פאריגע וואך האסטו מיר געשריבן ווי שווער עס גייט דיר וכו' וכו', יעצט שרייבסטו מיר אז דו האסט זיך נישט געקענט איינהאלטן, דו האסט געגעבן דיין טאטן מכות רצח; שומו שמים! ווי קען א איד צוקומען צו דעם? ווי קען א איד שלאגן א טאטע?! אלעס וואס דו וועסט וועלן ענטפערן - איז נישט אינטערסאנט; אפילו דיין טאטע שלאגט דיין מאמע מיט דיין זיידע וכו' וכו' - איז דאס נישט קיין היתר צו שלאגן א טאטע.


איך פלעג הערן דרשות ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וועגן שלאגן טאטע מאמע; איך פלעג זיך וואונדערן: 'וואס? מוהרא"ש דארף רעדן פון שלאגן טאטע מאמע? ווי קען זיין אזא זאך?!' בכלל שלאגן א איד - ווי קען זיין? נאר פאר'ן אויפהייבן די הענט, פאר'ן וועלן שלאגן - זאגט שוין די תורה רשע! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "אמר ריש לקיש, המגביה ידו על חבירו, אף על פי שלא הכהו נקרא רשע שנאמר 'ויאמר לרשע למה תכה רעך'; למה הכית לא נאמר, אלא למה תכה, אף על פי שלא הכהו נקרא רשע", פון דא לערנט מען ארויס אז אפילו מען האט נאכנישט געשלאגן - נקרא רשע.


יעצט אז דו שרייבסט מיר דו האסט גענומען דיין טאטע און אים געגעבן גע'הרג'טע מכות - דערמאנט דאס מיר די דרשות פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ווי ער האט דערציילט די מעשה מיט'ן יד אבשלום. אבשלום, דוד המלך'ס זון האט אויפגעשטעלט א יד אין ירושלים, עס זאל בלייבן א זכרון פון אים. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער קיסר נאפאליאן איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און ער האט געזען דעם יד אבשלום האט ער געפרעגט וואס דאס איז, ווען מען האט אים געזאגט אז דאס האט אבשלום אויפגעשטעלט האט ער געזאגט: "א האנט וואס האט געשלאגן א טאטע - טאר נישט בלייבן", און ער האט געהייסן מען זאל עס אראפברעכן. מען זעט היינט נאר דער בנין, אבער די האנט איז אראפגעהאקט. מוהרא"ש פלעגט אויספירן: "אפילו א גוי פארשטייט דאס, אז א האנט וואס שלאגט א טאטע - דארף מען אפהאקן".


טו תשובה, אז נישט וועט דיר זיין זייער ביטער.

#136 - איך וויל נישט מען זאל זיך טשעפען אין בית פיגא
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל איר שרייבט מיר א בריוו.


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים און העלפט אייער מאמע.


אויב מען טשעפעט אייך אין סקול זאלט איר זאגן פאר אייערע טיטשערס; איך וויל נישט מען זאל זיך טשעפען אין בית פיגא.

#135 - מיט גוטע מידות און אויסהערן די טיטשערס, וועט איר מצליח זיין
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, מדות טובות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר האט ליב סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס און איר הערט זיך צו אלעס וואס מען לערנט.


אז איר וועט זיך ווייטער פירן מיט אייערע גוטע מידות און אויסהערן אייערע טיטשערס - וועט איר זייער שיין מצליח זיין.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג שפילן וכו'; שבת שפילט מען נישט מיט שניי, מען קען צוקומען צו חילול שבת.


אויף אייער פראגע וועגן הויזן וכו'; טוט נישט אן קיין הויזן, הויזן איז פאר אינגלעך, מיידלעך טראגן קליידער; הויזן איז פריצות פאר מיידלעך.


אויף די פראגע וכו'; טוט אן די קלייד וואס אייער מאמע זאגט אנצוטון.


וואס איר דארפט בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך.

#134 - מען דארף גיין אביסל צו די עלטערן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט הנאה אין שטעטל.


בנוגע אייערע עלטערן וכו'; איך פארשטיי אז אייך איז בעסער און געשמאקער צו בלייבן אין שטוב, אבער דאך, אז אייערע עלטערן רופן אייך, זיי ווילן איר זאלט קומען וכו' - איז כדאי צו גיין; מען קען דאס איינטיילן, זיין אביסל און שטוב און זיין אביסל ביי זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#133 - מען דארף מכבד זיין די עלטערן, אבער נישט ארומגיין מיט שרעק
פחדים, כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ער קען זאגן פאר זיין טאטע אז איר ווילט אזוי, און איר האט ביידע געפרעגט דעת תורה (מען דארף נישט זאגן וועם), און דעת תורה זאגט אז דאס איז נישט קיין ירידה אין אידישקייט, און שלום על ישראל.


וואס דארף מען אזוי מורא האבן?! מען דארף נאר מורא האבן פונעם אייבערשטן! מען דארף מכבד זיין די עלטערן און מקיים זיין אלע הלכות פון מורא און פון כיבוד, אבער ארום גיין מיט שרעק - איז נישט געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#132 - גיין צו די חתונה אן אויסקוועטשן צענדליגער טויזנטער דאלער פון די עלטערן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית, אידיש געלט, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


אייער חתן ... נרו יאיר לערנט זייער פלייסיג אין ישיבה, אויך פירט ער זיך מיט זייער גוטע מידות, ער גרויסט זיך נישט אויף אנדערע, ער רעדט שיין צו אלעמען. איך פריי זיך פאר ענק, איר וועט אינאיינעם האבן א גוטע זיסע לעבן.


קלוג זענט איר אז איר גייט צו אייער חתונה אן אויסקוועטשן צענדליגער טויזנטער דאלער פון אייער טייערער טאטע נרו יאיר, הלואי אלע כלות זאלן זיך אזוי פירן. עלטערן וואלטן זיך געווינטשן צו האבן א כלה א תלמידה בית פיגא וואס דארף גארנישט; וואס איז צופרידן מיט א קלייד פון גמ"ח, פאלשע בלומען, חתונה אין בית המדרש; די עלטערן קענען זיך מיט פרייען מיט די גאנצע הארץ.


אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן זאגן: "שכוח אייבערשטער פאר מיין שיינע לעבן".

#131 - טו אלעס אז דו זאלסט האבן שלום בית
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר זאלסטו זען וואס דו קענסט טון אז דיין ווייב זאל זיין מיט דיר; עס פעלט נישט אויס גיין דאווענען דארט וכו', דאס איז נישט כיבוד אב ואם וכו'; אבער טו אלעס אז דיין ווייב זאל זיך נישט אפשיידן פון דיר.


דיינע בריוו וואס דו שרייבסט מיר אז דיין ווייב איז אפגעשיידט פון דיר שוין פאר אפאר חדשים האבן מיר צעריסן מיין הארץ, איך האלט דאס נישט אויס; טו אלעס אז דו זאלסט האבן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#130 - ווי מער מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, באקומט מען א שטערקערע אמונה
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו ליינען דיינע בריוו.


רעד צום אייבערשטן; בעט אים יעדע זאך אויף דיין שפראך, שמועס מיט אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער חבר. ווי מער מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן - באקומט מען א שטערקערע אמונה, מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך, נאר פונעם אייבערשטן.


רעד שיין צו דיין טאטע מאמע, רעד מיט דרך ארץ; אויך מיט אנדערע זאלסטו רעדן מיט דרך ארץ. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#129 - איך האף איר זאגט נאך תהלים
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה מחנה בית פיגא


איך האף איר גייט נאך אן מיט די שיינע לימודים וואס איר האט געלערנט זומער, איך האף איר זאגט נאך תהלים.


העלפט אייערע עלטערן, און וואס איר דארפט בעטס פונעם אייבערשטן, אויף אייער שפראך - אין אידיש.

#128 - געוואלד און געשריגן, פארוואס איז דער הייליגער רבי אזוי פארשעמט?
תפילות אויף אידיש, כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, משפחה, בזיונות, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


מזל טוב פאר'ן אפשערן פון דיין זון נחמן נתן נרו יאיר, דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א צדיק, זאלסט זען נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער, צוזאמען מיט דיין ווייב.


איך הער זאגן אז דיין טאטע נרו יאיר האט נישט געוואלט אפשערן דיין זון, ער איז נאכאלץ ברוגז אויף זיין נאמען, עס שטעכט אים די נאמען נחמן נתן, דו האסט צער פון דעם.


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט ווייטער מכבד זיין דיינע עלטערן, נאך נישט קיין עסק פון דעם, מאך מיט חכמה, קיינער זאל נישט כאפן אויב ער שערט יא אדער נישט, רעד נישט פון דעם, מאך נישט קיין עסק פון דעם, ביים סוף וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה.


פאר'ן אייבערשטן קענסטו זיך יא צואוויינען, און דו זאלסט וויינען; זאג פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם, קוק ווי פארשעמט דער רבי איז, מיין טאטע וויל נישט אפשערן מיין זון ווייל ער טראגט דעם רבינ'ס נאמען; רבונו של עולם, געוואלד און געשריגן, פארוואס איז דער הייליגער רבי אזוי פארשעמט?!"


זיי שטארק!

#127 - וויסן ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי איז עס חוצפה; אז אייערע עלטערן זאגן אייך עפעס צו טון קענט איר נישט אנהויבן בעטן הויך אויפ'ן קול: "באשעפער העלף איך זאל נישט דארפן טון וואס מיין טאטע זאגט, אדער וואס מיין מאמע זאגט"; מען קען בעטן דעם אייבערשטן שטילערהייט, אבער הויך אויפ'ן קול זיי צו ווייזן אז מען וויל נישט טון וואס זיי בעטן - איז נישט קיין דרך ארץ.


אז דו ווערסט צעדרוקט פון טראכטן אז מען דארף בעטן אויף יעדע זאך און דאס מאכט אייך איר זאלט בכלל נישט בעטן, זאלט איר מאכן פון דעם אליינס א תפילה, בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט ווערן צעדרוקט, איך זאל נישט האבן קיין פרעשור פון תפילה והתבודדות; העלף מיר איך זאל האבן ישוב הדעת, איך זאל זיך קענען אויסשמועסן מיט דיר און וויסן ווי אזוי צו בעטן אויף יעדע זאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת
כיבוד אב ואם, שלום בית, תהלים, מחלוקת, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו פירסט דיין שטוב בקדושה ובטהרה, דו און דיין ווייב גרייטן אן נעגל וואסער, איר גייט נישט אראפ פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; דאס איז די פונדאמענט פון א ריינע שטוב.


בנוגע דיין שווער און שוויגער וואס קריגן זיך און דיין ווייב ווערט אריינגעמישט; זאג דיין ווייב אז זי זאל זיך נישט מישן, זי זאל שטיין פון די זייט. עס איז זייער ווייטאגליך פאר קינדער צו זען ווי עלטערן קריגן זיך, עס איז דא א גרויסע יצר הרע זיך אריין צו מישן; מען דארף אבער טון וואס דער אייבערשטער זאגט און חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת.


דו זאלסט זאגן יעדן טאג אביסל משניות און גמרא, און דיין ווייב זאל זאגן אביסל תהלים, און ביידע פון ענק זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף ענקער פשוט'ע שפראך אלעס וואס איר דארפט; וועט איר האבן א גן עדן לעבן אויף די וועלט.


 

#125 - האט נאך אביסל סבלנות, נאך אביסל וועט זיין גוט
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב געליינט אייער פארווייטאגטע בריוו; איר שרייבט זייער שרעקעדיגע ווערטער, איר ווילט ענדיגן אייער לעבן, איר קענט נישט אויסהאלטן די ווייטאג פון אייער מאמע; אייער טאטע שרייט און פארשעמט איר ווען אלע קינדער הערן, עס איז נישטא קיין איין נארמאלע שמועס צווישן זיי.


עס שטעכט מיר זייער אין מיין הארץ צו הערן וואס איר גייט אריבער; איך האב נישט געוויסט ווי ווייט עס גייט, איך האב נישט געוויסט ווי שטארק אייער מאמע ליידט; איך בעט אייך זייער, האט נאך אביסל סבלנות, נאך אביסל וועט איר חתונה האבן, איר וועט שוין נישט דארפן מיטהאלטן די קריגערייען פון אייערע עלטערן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען אן ערליכער חתן, אן ערליכער מאן וואס וועט זיין גאנץ לעבן שיין רעדן צו אייך, בעטס דעם אייבערשטן פאר אן ערליכער מאן; מיט תפילה וועט איר דאס באקומען, בעטס אן א שיעור אויף אן ערליכע לעבן.


מיר געפונען, לאה האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן זי זאל חתונה האבן מיט א צדיק. דער הייליגער זוהר זאגט (ויחי, רכג.): "לֵאָה כָּל יוֹמָהָא, הֲוַת בְּפָרָשַׁת אוֹרְחִין קַיָּימָא", לאה פלעגט גיין התבודדות, "וּבָכַת", און זי האט געוויינט צום אייבערשטן, "בְּגִינֵיהּ דְּיַעֲקֹב, כַּד שָׁמְעַת דְּאִיהוּ צַדִּיקָא", זי האט געוויינט אז זי וויל חתונה האבן מיט דער צדיק יעקב, "וּצְלוֹתָא אַקְדָמַת לֵיהּ", ביז זי האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אים, "רָחֵל לָא נָפְקַת לְאוֹרְחִין לְעַלְמָא, בְּגִינֵי כָּךְ זָכְתָה לֵאָה לְאִתְקַבְּרָא עִמֵּיהּ", רחל האט נישט געדאווענט אויף דעם, דעריבער האט לאה זוכה געווען אויך צו ליגן אין מערת המכפלה מיט יעקב אבינו, ווייל זי האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן צו חתונה האבן מיט דעם צדיק.


בעטס אויף אן ערליכן מאן, נאר ערליכע אידן האבן שלום בית; אויב איז דא יראת שמים - דעמאלט רעדט מען שיין צו די ווייב, מען האט זיך ליב; ווידעראום דער וואס האט נישט יראת שמים - פייניגט די ווייב, טשעפעט די ווייב. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו באקומען א מאן וואס האט שייכות מיט א צדיק, א מאן וואס פאלגט א צדיק; דעמאלט איז דאס לעבן זיס.


איר זאלט מכבד זיין אייער טאטע און אייער מאמע; אויב מען קריגט זיך זאלט איר זיך נישט אריינמישן, נאר בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט קריגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - בעטס דעם אייבערשטן יעדע זאך, וועט איר זען גרויסע ניסים
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי'


נעמט די מתנה דעם ספר תהלים און זאגט יעדן טאג אביסל תהלים.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): תהלים איז א מִשְׁעֶנֶת, אן אנלאנער; תהלים העלפט אין אלע צייטן, תהלים געבט כח.


אויך זאלט איר רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, בעטס אים יעדע זאך וואס איר דארפט – וועט איר זען גרויסע ניסים.


בעטס אויך פאר אייערע טייערע עלטערן, זיי זאלן האבן נאר נחת.


פון דער ראש ישיבה.          

#123 - אייבערשטער היט מיך פון שלעכטס
פחדים, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, מזוזה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


איך הער זייער גוטע גרוסן אויף אייך, אייערע טיטשערס זאגן אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ, איר זענט צניעות'דיג און איידל; איר מאכט מיר אסאך נחת, אויך האבן אייערע עלטערן נחת פון אייך.


וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן זען מען גרויסע ניסים.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע.


שפילט זיך מיט גוטע מיידלעך און חבר'ט זיך נאר מיט גוטע מיידלעך; איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס פאלגן וואס די טיטשער זאגט.


בעפאר איר גייט שלאפן זאלט איר קושן די מזוזה און בעטן ביי די מזוזה: "אייבערשטער היט מיך פון שלעכטס"; דעמאלט וועט איר נישט מורא האבן פון גארנישט.


פון דער ראש ישיבה.