בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#25 - נישט מחנך זיין די עלטערן
כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו מחנך זיין דיינע עלטערן און אויך נישט דיין ווייב'ס עלטערן; אז דיין שוויגער שטייט איין ביי דיר אין שטוב זאלסטו איר מכבד זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ. זאג איר גארנישט קיין מוסר אויף דעם וואס זי גייט מיט אפענע האר השם ישמרינו.


דער עיקר זאלסטו לעבן בשלום מיט דיין ווייב תחי'; זאג איר גארנישט אנטקעגן איר מאמע, עס טוט איר אליינס וויי אז איר מאמע האט זיך אויסגעטון איר שייטל און דריידט זיך ארום מיט אפענע האר. דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז ערליך און אפגעהיטן, זי גייט מיט א שייטל און מען זעט נישט ארויס איר האר, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה.) אז א פרוי וואס געבט אכטונג עס זאל זיך נישט ארויס זען איר האר איז זוכה צו ערליכע קינדער, צו פרנסה בשפע און צו אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - מכבד זיין דעם טאטן אפילו ווען ער שרייט
כיבוד אב ואם, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד, הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען דעם דריטן מאל 'ששה סדרי משנה'. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון משניות; משניות נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע צרות. ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט די געוואלדיגע מעלות פון לימוד משניות וואלטן אלע געלערנט משניות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה, פרשה ו): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", די גאולה וועט קומען בזכות לימוד משניות; דאס איז בכלליות און אזוי אויך קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע פרטיות'דיגן גלות, בזכות וואס ער לערנט משניות.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן נישט צו ענטפערן פאר דיין טאטע ווען ער שרייט אויף דיר; פון איין זייט ביסטו אזוי געטריי און איבערגעגעבן צו אים, שטילערהייט צאלסטו די רענט מיט די לעקטער וכו' און דו העלפסט מיט דיין גאנצע הארץ דיין מאמע זי זאל האבן כח ווייטער אויפצוציען די קינדער, דארפסטו אבער אכטונג געבן נישט צו זיין קיין מחוצף פאר דיין טאטע און אים נישט צוריק ענטפערן ווען ער שרייט אויף דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פאה פרק א, הלכה א): "יֵשׁ שֶׁהוּא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", עס איז דא אמאל א קינד וואס האלט אויס זיין טאטע, ער ברענגט אים צו עסן געשטאפטע גענז, אבער מיט דעם אלעם וועט ער גיין אין גיהנום, "וְיֵשׁ שֶּׁהוּא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", ווידעראום איז דא אמאל א קינד וואס מאכט זיין טאטע טון שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער האבן גן עדן; די גמרא פארציילט אז עס איז געווען א מעשה, "בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה מַאֲכִיל לְאָבִיו תַּרְנְגּוֹלִים פְּטוּמִים", עס איז געווען איינער וואס האט אויסגעהאלטן זיין טאטע, דער טאטע איז שוין געווען אלט, ער האט נישט געקענט ארבעטן און דער זון פלעגט אים ברענגען יעדן טאג געשטאפטע גענז, איין טאג פרעגט אים זיין טאטע: "פון וואו האסטו אזעלכע געשמאקע גענז?" האט דער זון געענטפערט מיט געשפעט: 'אלטע טאטע וואס רעדסטו אזויפיל, שווייג און עס, אפילו הונט ווען זיי עסן בילן זיי נישט, פרעג נישט קיין קשיות, עס און שוין', "נִמְצָא מַאֲכִיל אֶת אָבִיו פַּטוּמוֹת, וְיוֹרֵשׁ גֵיהִנָם", קומט אויס אז אין הכי נמי, ער געבט טאקע צו עסן דעם טאטן, אבער ער וועט גיין ביים סוף אין גיהנום, ווייל ער רעדט מיט חוצפה.


נאכדעם איז דא איינער וואס נעמט דעם טאטן צו ארבעטן שווערע ארבעט און אין דעם זכות וועט ער גיין אין גן עדן, ווי אזוי איז דאס שייך? דערציילט דארט די גמרא: "מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶּׁהָיָה טוֹחֵן בָּרֵחַיִים", עס איז געווען איינער וואס האט געארבעט שווער ביי א מיל, איין טאג האט דעם איד'ס טאטע באקומען א באפעל פונעם קעניג ער זאל קומען ארבעטן ביי אים אין פאלאץ, האט דער זון געזאגט: טאטע, נעם איבער מיין ארבעט ביים מיל און איך וועל גיין אנשטאט דיר ארבעטן ביים קעניג, אז דו זאלסט נישט ווערן פארשעמט ביים קעניג, "נִמְצָא מַטְחִינוֹ בָּרֵחַיִים, וְיוֹרֵשׁ גַּן עֵדֶן", קומט אויס אז כאטשיג ער האט געמאכט זיין טאטע ארבעטן שווער באקומט ער אבער שכר אויף דעם.


דאס זעלבע איז ביי דיין פאל, אז דיין טאטע איז נישט געזונט און ער קען נישט ארבעטן, ער ברענגט נישט קיין פרנסה, ער זיצט און שטוב וכו' און ער מיינט אז די משפחה צאלט די רענט, ער ווייסט ניטאמאל אז דו מיט דיין ברודער ארבעטן ביטער שווער צו דעקן חודש'ליך די רענט און אנדערע הוצאות, דארפסטו אבער אכטונג געבן נישט צו ענטפערן ווען ער שרייט אויף דיר, ווייל אז מען ענטפערט מיט חוצפה פאר א טאטע און אז מען רעדט מיט עזות וועט מען באקומען א גרויסער עונש.


זע צו קומען יעדן טאג אין ישיבה צו די נאכמיטאג שיעור; איך פריי זיך יעדעס מאל ווען דו קומסט אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און דו זאלסט האבן די זכיה צו וויסן אז עס איז א זכיה צו העלפן די טאטע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#23 - נישט אריינמישן אין מחלוקת צווישן עלטערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, מחלוקת, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב געוויינט ווען איך האב געליינט דיין בריוו.


קיינער אין די וועלט וועט נישט פארשטיין וואס דו גייסט אריבער; דו ביסט א יונג קינד וואס האלט אינמיטן וואקסן און דיין לעבן איז דיר אזוי פארפלאנטערט... נאר דער אייבערשטער קען דיר העלפן, נאר ער פארשטייט דעם מענטש אין א צרה. דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס דו דארפסט און פארצייל אים אלעס וואס באדערט דיר, וועסטו זען גרויסע ניסים.


דאס וואס דו שרייבסט אז דיינע עלטערן שלאגן זיך הענט און פיס, עס גייט מכות אין שטוב און דיין מאמע פרעגט דיר אויב זי זאל זיך גט'ן וכו', דו פרעגסט מיר וואס דו זאלסט איר ענטפערן; דאס בעסטע זאך פאר דיר וואלט געווען ווען דו קענסט גיין שלאפן ביי דיין באבע אז דו זאלסט נישט דארפן ווערן אריינגעדרייט אין די מחלוקת. דו האסט א וואוילע באבע אין ..., זי פירט א וואוילע שטוב איז גוט פאר דו זאלסט איינשטיין ביי איר, דארט וועסטו זען א ביישפיל פון א אידישע מאמע.


איך וועל שרייבן פאר דיין מנהלת תחי' זי זאל דאס אויסארבעטן מיט דיר, אז דו זאלסט איינשטיין ביי דיין באבע.


איך שרייב דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין לֶעבְּן, אִיךְ דַאנְק דִיר אַז אִיךְ בִּין גֶעזוּנְט אוּן אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר. אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער הֶעלְף אַז מַיינֶע עֶלְטֶערְן זָאלְן לֶעבְּן בְּשָׁלוֹם, זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט קְרִיגְן אוּן זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט שְׁלָאגְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ קֶען נִישְׁט צוּקוּקְן דִי קְרִיגֶערַייעֶן צְוִוישְׁן מַיין טַאטֶע אוּן מַאמֶע; יֶעדֶע נַאכְט קוּמֶען פָאר טַעְנֶה'רֵייעֶן אוּן קְרִיגֶערַייעֶן צְוִוישְׁן זֵיי בִּיז זֵיי שְׁלָאגְן זִיךְ רַחְמָנָא לִצְּלָן, אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן וֶוען אִיךְ זֶע וִוי זֵיי קְרִיגְן זִיךְ, אִיךְ הָאבּ לִיבּ מַיין טַאטֶע אוּן אִיךְ הָאבּ לִיבּ מַיין מַאמֶע, אִיךְ וֶוער אַזוֹי דֶערְשְׁרָאקְן, אִיךְ וֶוער מַמָּשׁ צֶערִיסְן צְוִוישְׁן זֵיי; וֶוען מַיין מַאמֶע הֵייסְט מִיר עֶפֶּעס טוּן זָאגְט מִיר מַיין טַאטֶע אַז אוֹיבּ אִיךְ גֵיי עֶס טוּן גֵייט עֶר מִיר שְׁלָאגְן, אוּן וֶוען מַיין טַאטֶע הֵייסְט מִיר עֶפֶּעס טוּן שְׁרַייט מַיין מַאמֶע אִיךְ זָאל עֶס נִישְׁט טוּן; הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער רַאטֶעוֶוע מִיר, אִיךְ וֶוער צֶערִיסְן אִינְדֶערְמִיט, אִיךְ קֶען נִישְׁט מֶער, אִיךְ הַאלְט עֶס נִישְׁט אוֹיס".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ביז דו וועסט זען דיין ישועה; ווען עס ווערט א קריגעריי אין שטוב זאלסטו נישט בלייבן שטיין דארט, נאר זע צו לויפן צום אייבערשטן וועסטו זען גרויסע נסים.


איך האב דיר געגעבן א מתנה א 'ספר תהילים'; זע צו זאגן תהילים ווייל אין דעם ליגט אלע ישועות. זאג אין א סדר יעדן טאג תהילים, אויב דו האסט צייט צו זאגן דעם 'יום תהילים' זאלסטו זאגן דעם 'יום תהלים' און אז דו האסט נישט קיין צייט זאלסטו זאגן וויפיל דו קענסט.


שרייב מיר כאטש איין מאל א וואך א בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#22 - דיין שווער מיינט נישט קיין שלעכטס
כיבוד אב ואם, פסח, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היי יאר אז פרשת אחרי גייט צוויי וואכן קען מען שוין די וואך מעביר סדרה זיין פרשת אחרי; מען קען איינטיילן די פרשה דאס צו לערנען במשך ביידע וואכן כדי מען זאל לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י.


אז דו גייסט אהיים גיין שלאפן חול המועד ביי דיר אין שטוב, זאלסטו צודעקן די חמצ'דיגע קאונטערס מיט א טישטוך אדער מיט זילבער פאפיר וכדומה - נישט צו זען די חמצ'דיגע קאונטערס, אויך די טיש זאלסטו צודעקן מיט א טישטוך.


עס דארף דיר נישט שטערן ווען דיין שווער פרעגט דיר וואו דו דאוונסט וכו' און דו דארפסט זיך נישט שעמען צו ענטפערן: "אין ברסלב"; ער מיינט דיר נישט צו טשעפען, ער פרעגט פשוט ווייל אים האט מען אויך געפרעגט ווען ער איז געווען א יונגערמאן וואו ער האט געדאוונט וכו', ער מיינט נישט גארנישט.


אויב עס שטערט דיר יא די פראגע און עס איז דיר נישט געשמאק ווען דו עסט ביי דיין שווער די סעודות און ער פרעגט ביי יעדע סעודה פון דיין ווייב: "וואו דאוונט דיין מאן?" זאלסטו טון ווי אזוי עס איז גרינגער פאר דיר און דיין ווייב, מאך נישט פון טפל עיקר. דער עיקר זאלסטו אריין כאפן יעדן טאג אביסל לערנען און יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך. זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#21 - שטארק דיך אין אמונה און אין כיבוד אב ואם
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך ווייטער מיט אמונה אינעם אייבערשטן; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; ווי אזוי איז מען זוכה צו א קלארע אמונה? דורך דעם וואס מען רעדט פון אמונה, אזוי זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן, אלץ שטערקער ווערט אין אים איינגעבאקן די אמונה.


וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן פונעם אייבערשטן וועט איר זען ניסים און וואונדער וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


בנוגע אייערע עלטערן וכו'; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי, פאה א, א) אז דער הייליגער תנא רבי טרפון, ווען ער פלעגט זען ווי זיין מאמע גייט שבת שפאצירן אין איר חצר פלעגט ער זיך אראפ לייגן אויף דער ערד און לייגן זיינע הענט אונטער אירע פיס און איר זאגן: "מאמע, טרעט אויף מיר", און אזוי איז ער געגאנגען מיט איר ביז זי איז אנגעקומען צו איר בעט. איינמאל איז רבי טרפון נישט געזונט געווארן, ווען די חכמים זענען געקומען אים מבקר חולה זיין האט זיין מאמע זיי געזאגט: "זייטס מתפלל פאר מיין זון ער זאל געזונט ווערן, ווייל ער איז מיר מכבד מער וויפיל מען דארף", האבן זיי איר געפרעגט וואס ער טוט, האט זי זיי דערציילט אז ער לייגט אונטער זיינע הענט אז זי זאל קענען גיין וכו', האבן די חכמים געזאגט: "אפילו ער זאל דיר טון טויזנט מאל טויזנט מער ווי ער טוט דיר יעצט, האט ער נאך נישט מקיים געווען די מצוה אזוי ווי עס דארף צו זיין"; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף זיין נזהר אין די מצוה.


דעריבער זאלט איר אכטונג געבן נישט צוריק צו ענטפערן פאר זיי; אפילו מען שרייט אויף אייך, אפילו מען אנערקענט אייך נישט און מען קריטיקירט אייך שטענדיג – דאך זאלט איר חס ושלום נישט ענטפערן פאר אייערע עלטערן. אין דעם זכות וואס איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן וועט אייער ברודער א חתן ווערן און אייער שוועסטער א כלה ווערן, און נאכדעם וועט איר אויך טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים ווייל אין תהילים ליגן אלע ישועות.


זייט ממשיך מיט פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן פאר מיידלעך און פרויען.

#20 - נישט מוטשען די מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


דו האסט מיר מחי' געווען מיט דיינע צוויי בריוו; איך פריי זיך צו הערן אז דו זאגסט תהילים יעדן טאג און דו גייסט שוין מסיים זיין די דריטע מאל תהלים.


דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש", אזוי ווי ווען א מענטש האט א גוטע טרינק, כאפט ער יעדע מאל נאך א טרינק און נאך א טרינק, אזוי דארף זיך א מענטש צוגעוואוינען צו זאגן תהילים און שפירן ווי יעדע קאפיטל איז ווי א געשמאקע טרינק; אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות, ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז אין תהילים ליגן באהאלטן אלע ישועות וואלט מען געזאגט אסאך תהילים יעדן טאג.


זייער גוט טוסטו אז דו מוטשעסט נישט דיינע עלטערן זיי זאלן אויסגעבן געלט פאר נארישקייטן; יעדע שטיק צייט איז דא ביי מיידלעך אן אנדערע סארט שפיל. איין טאג גיפט קארד'ס, איין טאג פרעשעס פרינצעס, היינט איז דאס טייערע נעפקינ'ס; מען געבט אויס געלט פאר נארישקייטן, דעריבער טוסטו זייער גוט אז דו נעמסט נישט קיין געלט פון דיינע עלטערן פאר דעם.


דאס וואס דו פרעגסט אז אסאך מאל דארפסטו ענדיגן דיינע שיעורים אין תהילים, דאווענען וכו' און דיין מאמע זאגט דיר דו זאלסט שוין גיין שלאפן, וואס דו זאלסט טון; אודאי זאלסטו פאלגן דיין מאמע, ווייל כיבוד אב ואם איז פון די חמורות שבחמורות; דאס איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין אים אליינס; דעריבער זאלסטו זייער אכטונג געבן צו פאלגן וואס דיינע עלטערן זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - רעדלעך אויף די שיך איז נישט צניעות פאר א גרויסע מיידל
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיינע טיטשערס אז דו פירסט זיך אויף ערליך און דו האלסט מיט אלעס וואס מען לערנט אין בית פיגא; מיט דיין גוטע התנהגות מאכסטו א נחת רוח פאר דיינע עלטערן. עלטערן ווארטן צו זען און צו הערן אז זייערע קינדער פירן זיך ערליך מיט דרך ארץ, אין דעם זכות וועסטו אויך זוכה זיין אז דיינע קינדער וועלן זיך פירן ערליך און דיר מאכן א נחת רוח.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין צניעות; יעצט אז דו ביסט שוין א בת מצוה מיידל זאלסטו נישט פארן אין גאס מיט רעדלעך אויף די שיך (Jets), דו ביסט שוין א גרויסע מיידל דארפסטו אכטונג געבן זיך צו פירן איידל.


זע ארויס צו העלפן דיין מאמע מיט די שטוב ווירטשאפט; כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "אֵלּוּ דְּבָרִים שֶׁאָדָם אוֹכֵל פֵּירוֹתֵיהֶן בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהַקֶּרֶן קַיֶּמֶת לּוֹ לָעוֹלָם הַבָּא: כִּיבּוּד אָב וָאֵם וְכוּ'", דער אייבערשטער באצאלט שכר פאר די מצוה פון כיבוד אב ואם סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט; און דאס וועט דיר צוריקומען ביי דיינע קינדער, ווייל אזוי ווי א מענטש פירט זיך מיט זיינע עלטערן אזוי וועלן זיינע קינדער זיך פירן מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#18 - א שידוך האט נישט צו טון צי מען האט א געהעריגע משפחה אדער נישט
כיבוד אב ואם, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א שידוך האט נישט צו טון צי מען האט א געהעריגע משפחה אדער נישט, אויך האט עס נישט צו טון צי די עלטערן האבן געלט אדער נישט, א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן מיט דיין אמונה אינעם אייבערשטן, זאלסט גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און האט פאר דיר א גוטע שידוך אויב דו וועסט זיך דערהאלטן און ווייטער לערנען און דאווענען.


זיי מחזק דיין מאמע תחי'; זי איז א וואוילע פרוי און איז אסאך אריבער אין איר לעבן צרות יגון ואנחה, יעצט דארפסטו איר ברענגען נאר נחת און איר שטארקן. וויפיל דו זארגסט זיך פאר דיין שידוך – נאך אסאך מער וויינט זי פאר דיר; זאלסט איר שטארקן און פרייליך מאכן, אין דעם זכות וועסטו האבן א שיין לעבן.


...

#17 - ווי מער מניעות, אלץ מער איז מען מקבל פון צדיק
כיבוד אב ואם, משפחה, מניעות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין די זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


נעם זיך נישט צום הארצן די גאנצע פרשה וואס דו גייסט אריבער מיט דיין טאטע וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפה): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת, כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד וְכוּ', וְהוּא צָרִיךְ לְהִתְיַגֵּעַ וְלִטְרֹחַ מְאֹד לְשַׁבְּרָם, כָּל אֵלּוּ הַיְגִיעוֹת וְהַטְּרָחוֹת שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת, הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם, כִּי עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה, כִּי עַל יְדֵי הַיְגִיעוֹת שֶׁבַּתְּחִלָּה נַעֲשֶׂה הַכְּלִי וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב, אלץ מער איז מען זוכה צו מקבל זיין פונעם צדיק; די מניעות זענען כלים לקבל השפע של הצדיק.


פון היינט אן זאלסטו וויסן אז דו האסט א נייע משפחה, דיין משפחה באשטייט פון: "דו, דיין ווייב און קינדער"; אוודאי דארפסטו פרובירן ווייטער צו מכבד זיין דיין טאטע און מאמע, אבער אז דיין טאטע וויל נישט רעדן צו דיר האט דאס גארנישט צו טון מיט דיר. דו פראביר אים צו רופן, און אז ער וויל נישט רעדן צו דיר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל שוין שיקן אליהו הנביא זאל ברענגען שלום אויף דער וועלט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (משנה עדיות ח, ז): "אֵלִיָּהוּ בָא ... לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם".


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה; ווען דו צינדסט די מנורה זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש ווי פאר נישט לאנג צוריק ביסטו געווען אן אפגעריסענער בחור א מצפה לשלחן חבירו וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה לב:) אז "עוֹלָם חָשַׁךְ בַּעֲדוֹ". און יעצט האסטו ברוך ה' אן אשת חיל מיט ליכטיגע קינדער, דו האסט וואו אהיימצוגיין, דו האסט מיט וועם צו שמועסן און דו האסט א ווארימע הויז, דעריבער זאלסטו זינגען און טאנצן "להודות ולהלל לשמך הגדול על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך".


...

#16 - לערנען פלייסיג איז כיבוד אב ואם
כיבוד אב ואם, אומאן, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


ווי אויך וויל איך דיר דאנקען פארן מיר העלפן צוזאמשטעלן געלט איך זאל קענען ארויסגיין פון די חובות וואס איך האב פונעם בנין אין אומאן; איך וואונטש דיר דו זאלסט טרעפן דיין זיווג בקרוב בזכות די מצוות צדקה.


... היקר והנחמד, איך האב זייער הנאה אז דו האסט געביטן דיין סדר היום, דו קומסט אינדערפרי און מען זעט דיר מער און בית המדרש, ווי אויך אז דו לערנסט גמרא מיט משניות. אין דעם זכות וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


זיי מכבד דיין טאטע, אבער פון דער אנדערער זייט זאלסטו געדענקען וואס "כבד את אביך" מיינט; "כבד את אביך" מיינט אז דו וועסט לערנען פלייסיג, דאווענען, האבן יראת שמים און גוטע מידות.


א פרייליכן חנוכה.


פון דיין ראש ישיבה.


...

#15 - מ'דארף נישט גיין צו יעדע חנוכה מסיבה
כיבוד אב ואם, חנוכה, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו האסט הנאה געהאט פון די דיבורים וואס מיר האבן גערעדט נעכטן נאכט כ"א כסליו אין קרית יואל, אזוי אויך אז דיין ווייב תחי' איז ארויס קלאר וואס ענק האבן צו טון בענין די חנוכה מסיבות.


אז עס קומט ענק אן שווער צו גיין צו מסיבות ווייל ענק האבן קליינע קינדער אין שטוב, און די מסיבה שלעפט זיך אריין ביז שפעט אויף דער נאכט וואס דאס איז גורם אז די קינדער גייען ארויס פון זייער געווענליכן סדר היום וכו', און דאס קלאפט אויס שווער אויף ענק – דארפן ענק נישט גיין.


ווער נישט דערשראקן ווען מען זאגט דיר: "דו צעברעכסט די משפחה", מיט דעם וואס דו קומסט נישט צו די מסיבות וכו', מאך זיך נישט צו טון פון דיינע געשוויסטער וואס טיידלען מיט די פינגער אויף ענק אז ענק מאכן צער פאר טאטע און מאמע מיטן זיך נישט באטייליגן ביים "משפחה שבת"; ווייל אויב איינער פון די משפחה מאכט אפ אז מען מוז אוועקפארן אויף שבת וכו', מיינט דאס נאכנישט "כיבוד אב ואם".


דיין כיבוד אב ואם זאל זיין אז דו זאלסט יעדן טאג גיין אין בית המדרש דאווענען שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין; דאס איז אונזער כיבוד אב ואם! אז דו העלפסט ארויס דיין ווייב זיך פארען מיט די קינדער – דאס איז כיבוד אב ואם.


א גוט שבת.

#14 - וואס קען א מיידל טון לכבוד איר ווערן "בת מצוה"?
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט צופרידן פון די סקול - 'בית פיגא'.


דער סקול הייסט אויפן נאמען פונעם הייליגן רבינ'ס מאמע - די הייליגע צדיקת פיגא. זי איז געווען א טאכטער פון די גרויסע צדיקת אדל וואס איז געווען א טאכטער פון הייליגן צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


דער רבי האט געוואלט מען זאל אים רופן אויף זיין מאמע'ס נאמען - "רבינו נחמן בן פיגא", אנדערש ווי מען פירט זיך געווענליך אז נאכן פטירה רופט מען ביי דעם טאטענ'ס נאמען. ווייל זיין מאמע האט אריין געלייגט אין אים אסאך יראת שמים; זי פלעגט גיין יעדן טאג מיטן רבי'ן צום ציון פון איר זיידע דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, דארט האט זי געבעטן דעם אייבערשטן אז דער רבי זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד.


דו פרעגסט וואס דו קענסט מקבל זיין יעצט ווען דו ווערסט צוועלף יאר, דו ווערסט א בת מצוה; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע אינגלעך בעפאר זייער 'בר מצוה' אז זייער ערשטע מצוה וואס זיי זאלן טון איז די מצוה פון "כיבוד אב ואם". בשעת די סעודת בר מצוה פלעגט מוהרא"ש זאגן פארן בר מצוה בחור'ל ער זאל אנגיסן א גלעזל טרינקען פאר זיין טאטע, כדי צו מקיים זיין די מצות עשה פון (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ"; דאס זעלבע איז ביי א מיידל, אז דו ווערסט יעצט מחויב במצות זאלסטו זיך פארנעמען אכטונג געבן צו מכבד זיין דיינע עלטערן און מורא האבן פון זיי, זאלסט שטענדיג זיין גרייט צו העלפן דיין טאטע מאמע מיט אלעס וואס זיי דארפן.


געווענליך זוכן זיך קינדער ארויס צו דרייען פון זיין אין שטוב, מען לויפט שטענדיג שפילן מיט די שכנים אדער אינדרויסן פון שטוב; מען דארף טאקע שפילן און מען דארף פארברענגען מיט חבר'טעס, עס איז זייער געזונט זיך אויס צו געבן מיט שפילן וכדומה, אבער מען דארף געדענקען אז אויב די מאמע בעט מען זאל בלייבן אין שטוב העלפן דארף מען אלעס לייגן אין די זייט און בלייבן אין שטוב.


ביי אונז אין סקול שיקט מען נישט אהיים קיין 'היים ארבעט' נאר ווייל מיר ווילן אז די קינדער זאלן העלפן די מאמע מיט איר ארבעט; אונזער 'היים ארבעט' איז העלפן די מאמע אין שטוב.


איך פריי מיר זייער אז דו האסט שוין מסיים געווען צוויי מאל תהילים און דו גייסט שוין ענדיגן נאכאמאל תהילים, אלע ישועות ליגן אין ספר תהילים; אבער אויב די מאמע בעט מען זאל איר העלפן דארף מען צומאכן דעם תהילים און העלפן די מאמע.

#13 - מכבד זיין די עלטערן אפילו ווען מ'האט פון זיי בזיונות
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט שטארק נזהר אין די מצוה פון כיבוד אב ואם אפילו דו האסט גרויסע בזיונות פון זיי השם ירחם.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה ג.) אז מען האט געפרעגט ר' אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם?" ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן, האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין?!" וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייטס פרעגן דמה בן נתינה. "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שיך איז אראפ געפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפ געבויגן אויפצוהויבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפ בייגן און זיך מצער זיין.


בזכות דעם וואס דו ביסט מכבד דיינע עלטערן וועסטו זוכה זיין בקרוב צו א גוטע שידוך; ביז דו טרעפסט דיין שידוך זאלסטו זיך מחזק זיין מיט אלע כוחות, טראכט נישט אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן פון דיר ווייל יעדער איינער האט זיינע שווערקייטן. איינער האט בזיונות פון די עלטערן, ביים צווייטן זעט אויס פון אינדרויסן ווי אלעס קלאפט, אלע מיינען דאס זענען שיינע עלטערן אבער שטילערהייט ליידן די קינדער נעבעך וכו'; דעריבער קוק נישט אויף א צווייטן נאר דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס גוטס וואס ער טוט מיט דיר. נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך.


זאג יעדן טאג דעם 'יום תהילים'; אינעם ספר תהילים ליגן אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#12 - ווי אזוי צו האנדלען מיט עלטערן וועלכע האבן א סמארט פאון
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, סמארטפאון, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


זי פרעגט וואס זי זאל טון אז איר זענט זייער מקפיד אויפצוציען אייער שטוב על פי תורה און איר ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין סמארט-פאון, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, אבער וואס זאל מען טון ווען די עלטערן קומען אין שטוב מיט זייער סמארט-פאון און ווייזן פאר די קינדער בילדער וכו', צי מען מעג זאגן פאר די עלטערן זיי זאלן נישט ארויס נעמען זייער סמארט-פאון בשעת די קינדער זענען דארט, און פארלאנגען פון זיי אז זיי זאלן נישט ווייזן פאר די קינדער אויף די סמארט-פאון בילדער פון משפחה וכדומה לזה.


וויסן זאלט איר אז כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע מצוה און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די כבוד פון די עלטערן. דער רמב"ם שרייבט (פרק ה' מהלכות ממרים, סימן טו): "כָּל הַמְבַזֶּה אָבִיו אוֹ אִמּוֹ אֲפִילוּ בִּדְבָרִים וַאֲפִלּוּ בִּרְמִיזָה הֲרֵי זֶה אָרוּר מִפִּי הַגְּבוּרָה, שֶׁנֶּאֱמַר (דברים כז, טז): 'אָרוּר מַקְלֶה אָבִיו וְאִמּוֹ'", אויב מען פארשעמט עלטערן אפילו נאר מיט ווערטער, אדער אפילו נאר ברמיזה - איז מען שוין פארשאלטן פונעם אייבערשטן; נאך מער ווערט געברענגט (ספר חרדים פרק ט, סימן לה): "שֶׁאֲפִלּוּ אִם מְבַזֶּה אוֹתָם בְּלִבּוֹ בִּלְבָד, הֲרֵי הוּא בִּכְלָל אָרוּר זֶה", אפילו מען לאכט זיך אויס פון עלטערן בלויז במחשבה, איז מען שוין אויך פארשאלטן פונעם אייבערשטן, עיין שם; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט מיט עלטערן צו רעדן צו זיי בדרך כבוד, מיט דרך ארץ און הכנעה.


וואויל איז אייך אז איר נעמט נישט אריין אין אייער שטוב קיין שום כלי וואס ערליכע אידן נעמען נישט אריין אין שטוב, איר ווילט אויפצוען ערליכע אידישע דורות, אבער פון די אנדערע זייט דארפט איר וויסן אז דער שטערקסטער חינוך פאר די קינדער איז זיי ווייזן ווי מען שעצט די עלטערן; קינדער קען מען נישט אויסשפילן, קינדער ווייסן אלעס און כאפן אלעס אויף. אפילו ווען מען פירט זיך מער אפגעהיטן פון די עלטערן וכו' טאר מען נישט רעדן צו זיי מיט חוצפה און זלזול, מען טאר נישט אוועק מאכן די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר זיי און פאר אלע אידן אז אלע זאלן תשובה טון און זיך פירן על דרך התורה.


אז איר וועט מכבד זיין אייערע עלטערן און פון די אנדערע זייט וועט איר ווייטער זיין שטארק מיט אייער וועג פון חינוך וכו' וועלן אייערע עלטערן אליינס האבן שכל נישט צו קומען צו אייך מיט דעם וכו', זיי וועלן אייך שעצן און אפילו במשך די צייט אייך נאכמאכן.


איך האף אז איר וועט זיין א מבין דבר מתוך דבר צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


א גמר חתימה טובה.

#11 - געב אכטונג אויף כיבוד אב, אפילו ווען דיין טאטע שרייט אויף דיר
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מכבד דיין טאטע און ווער נישט באליידיגט אז ער שרייט אויף דיר; עס איז נישט געפערליך ווען א טאטע זאגט פאר א קינד וואס צו טון. דו זיי אים ווייטער מכבד אפילו ער שרייט אויף דיר אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער וכו', און אז דו וועסט אים ווייטער מכבד זיין וועט זיך ביים סוף אלעס איבערדרייען לטובה.


וואס דארפסטו מער פון ר' נתנ'ס טאטע, ווי ער האט גע'רודפ'ט ר' נתן עד לחרמה; ער האט אים נישט אריין געלאזט ביי זיך אין שטוב און ער האט נאר געוואלט אז זיין שניר - ר' נתנ'ס ווייב - זאל זיך גט'ן פון אים... און שפעטער האט זיך אלעס איבערגעדרייט, אזוי ווייט אז ער פלעגט אים רופן מיט א 'ר'' רבי נתן, און ר' נתן פלעגט אים זאגן: "טאטע, רוף מיר נישט 'ר'", האט ער אים געזאגט: "פון דיר האב איך דאס מערסטע נחת".


עס זענען דא צענדליגע מעשיות ביי ברסלב'ע חסידים וואס אין אנהייב האבן זיי געהאט שרעקליכע רדיפות פון זייערע עלטערן און משפחה, מען האט זיי ארויס געווארפן פון שטוב, מען האט זיי נישט גערופן צו קיין שמחות און נישט געגאנגען צו זייערע שמחות, אבער ביים סוף האט זיך אלעס איבערגעדרייט לטובה, ווען זיי האבן געזען די דרך ארץ ווי זיי זענען זיי מכבד און די נחת וואס זיי האבן פון זיי.


בפרט אז דו האסט שוין גרויסע קינדער דארפסטו זייער אכטונג געבן אויף כיבוד אב ואם, ווייל קינדער פירן זיך אזוי ווי זיי זעען ביי די עלטערן; ווען קינדער וואקסן אויף אין א שטוב וואו מען איז מכבד די עלטערן, מען רעדט שיין אויף די עלטערן, מען רעדט שיין צו די עלטערן - וועלן זיי אויך מכבד זיין זייערע עלטערן, אבער אז זיי זעען ווי מען לאכט זיך אויס אונטערן ריקן פון זיידי און באבי, מען מאכט ליצנות און מען שפעט אפ אונטערן ריקן, דאן וועלן זיי אויך אהיים גיין און חוזק מאכן פון דיר.


האב נישט מורא אז דיינע עלטערן רעדן צו דיינע קינדער אנטקעגן דיר, דאס איז סתם דמיונות; ממה נפשך - איז דא וואס צו רעדן אויף דיר, אז דו דאווענסט נישט, דו לערנסט נישט, דארף מען זיי דאס נישט דערציילן ווייל זעע זעען דאס אליינס, איז נישט דא וואס צו רעדן אויף דיר, דאס הייסט אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו לערנסט, דו דאווענסט און דו ביסט מכבד דיין ווייב, איז וואס דארפסטו מורא האבן אז מען רעדט אויף דיר, וואס איז דא צו רעדן אויף דיר?! און אפילו מען וועט רעדן אויף דיר וועלן דיינע קינדער וויסן ביי זיך אז זיי האבן א טאטע וואס איז אן ערליכער איד.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה פלעגט מען סטראשען אז מען וועט מיר מסר'ן פאר די פאליציי; יעדן שני וחמישי פלעגן קומען פאליציי אין ישיבה. זענען געווען חברים וואס האבן מורא געהאט און געלאפן צו מוהרא"ש דערציילן וואס טוט זיך אין ישיבה און אלעס וואס די עסקנים ווארפן א פחד און א מורא, האט מוהרא"ש געזאגט מיט א שמייכל: "וואס וועט מען אריין שרייבן אינעם פאליס ריפארט, אז יואל הייסט זאגן משניות?!" דאס הייסט ממה נפשך, האט איינער פוטער אויפן קאפ, ער פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, וועט דער אמת ארויס קומען פריער אדער שפעטער, און אז נישט - וואס איז שייך צו רעדן?


דאס וואס דו גייסט אריבער אז דיינע עלטערן רודפ'ן דיר אז דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן - דאס גייט אריבער אויף יעדן מקורב. דאס האט נישט צו טון מיט דיר און נישט מיט זיי, זיי זענען וואוילע מענטשן און זיי ווילן נאר דאס גוטס ביי דיר, דאס איז פשוט מעשה בעל דבר; דער ס"מ האט פיינט דעם רבי'ן און נאכמער האט ער פיינט מוהרא"ש און זיינע תלמידים, מאכט ער א שלעכטע נאמען און פארשפרייט לשון הרע'ס וכו', וואס אז עלטערן הערן דאס ווילן זיי נישט אז זייערס א קינד זאל אנקומען צו א פלאץ וואס מען הערט אזעלכע לשון הרע'ס.


דעריבער זאלסט זיך נישט נעמען צום הארצן אז מען רודפ'ט דיר און עס זאל דיר נישט אנגיין דאס וואס דו ביסט אראפגעקוקט ביי די משפחה; דו זאלסט זיי מכבד זיין מיט דיין גאנצע כח - ביז מסירת נפש, וועסטו זען אז נאך א שטיק צייט וועט אלעס אריבערגיין און דו וועסט פאראייניגט ווערן מיט דיינע עלטערן.


זיי ממשיך מיט לימוד משניות; ווען דו האסט אן איבעריגע מינוט זאלסטו אריין כאפן נאך א פרק און נאך א פרק, דאס וועט דיר אריינברענגען א שטארקע ישוב הדעת אז דו וועסט נישט ווערן צעפאלן פון יעדע קלייניקייט וואס גייט אריבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#10 - קינדער מאכן נאך די עלטערן
כיבוד אב ואם, צניעות, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביז דערווייל שיקטס אייער אינגל אין די ... חדר און אייער מיידל אין זייער מיידל שולע; אז אייערע קינדער וועלן זען ווי טאטע מאמע פירן זיך מיטן רבינ'ס וועג וועלן זיי אויך וועלן זיין ברסלב'ע אידן. דער עיקר זעט עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת ביי אייך, עס זאל זיין שלום.


אז מען מאכט א פריוואטע קליינע סווימינג פאל פאר די קליינע קינדער איז נישט קיין פראבלעם אז זיי זאלן שווימען צוזאמען.


בזכות וואס איר זענט מכבד אייערע עלטערן, איר העלפט זיי אינעם טאג טעגליכן לעבן און איר וואוינט מיט זיי מיט אזא איבערגעגעבנקייט וועט איר זוכה זיין צו די ברכות וואס די תורה געבט פאר די מצוה (שמות כ, יא): "לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ".

#9 - ווי אזוי צו רעדן מיט א מאמע
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער מאמע פרעגט איך וואס צו טון און זי איז זיך שואל עצה מיט אייך, דעמאלט זאלט איר זי זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו גט'ן נאכאמאל, אבער אז זי רעדט זיך סתם אויס צו אייך, זי דערציילט אייך וואס זי גייט אריבער מיט איר צווייטע מאן און אז זי גייט זיך גט'ן נאכאמאל, זאלט איר חס ושלום איר נישט זאגן וואס צו טון, ווייל כיבוד אב ואם איז זייער א הארבע זאך; א שאד מען לערנט נישט מיט קינדער און בחורים די הארבקייט פון כיבוד אב ואם, ווי מען דארף אכטונג געבן אויף טאטע און מאמע.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א טייערע מאן און ליכטיגע קינדער; ווען אייערע עלטערן רעדן זיך אויס פאר אייך זאלט איר אלץ פרובירן אריין צו דרייען אינעם שמועס פון אייערע קינדער - ווי זיס זיי זענען און ווי וואויל זיי פירן זיך, דאס וועט זיי בארואיגן, עס וועט זיי צו געבן א שטיק געזונט ווען זיי וועלן זען ווי זייערע קינדער און אייניקליך גייען בדרך התורה.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז ... תחי' מיט איר מאן נרו יאיר זענען זיך מחזק אין אידישקייט; דאס איז נאר בזכות די תפילות וכו'. זייט ווייטער ממשיך מיט תפילה, בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט זוכה זיין צו מגדל זיין אלע אייערע קינדער, זיי זאלן זיין ערליכע אידן דבוק צום אייבערשטן און צו צדיקים.

#8 - פאררעכטן נאר זיך אליין
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב געליינט דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז מיר טוט דאס נאך אסאך מער וויי; ווי קען א קינד זיך אזוי אויפפירן צו אייגענע טאטע מאמע?! וויי און ביטער איז פאר א קינד וואס פירט זיך מיט עזות צו די עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנָּם", אן עזות פנים וועט האבן דעם גיהנום אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


נעם דיר נישט צום הארצן ווי אזוי דיין שוועסטער פירט זיך וכו', קוק נאר אויף דיר; דו זיי מכבד דיינע עלטערן מיטן גרעסטן מאס כבוד. דיינע עלטערן זענען טייערע מענטשן, זיי זענען גרויסע בעלי חסד, זיי העלפן אלעמען; אויך מיר העלפן זיי זייער געטריי.


מיר קענען נישט פאררעכטן די וועלט, מיר קענען בלויז זיך אליינס פאררעכטן - אזוי וועט די וועלט פארראכטן ווערן. אזוי ווי דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט סוף ימיו: "אין מיינע יונגע יארן האב איך געמיינט אז איך וועל פאררעכטן די וועלט, שפעטער האב איך געזען אז איך קען נישט פאררעכטן די גאנצע וועלט האב איך געטראכט 'כאטשיג מיין שטאט וועל איך פאררעכטן', שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן האב איך געזען אז איך קען נישט פאררעכטן מיין שטאט, האב איך געטראכט 'איך וועל פאררעכטן מיין משפחה', אבער ווען איך בין נאך מער עלטער געווארן האב איך געזען אז איך קען נישט קיינעם פאררעכטן, איך וועל פרובירן מיך אליינס צו מתקן זיין".


דיין מאמע'ס הארץ איז געלעכערט פון ווייטאג, זאלסטו זען אנצופילן די לאך פון דיין מאמע'ס הארץ; זע צו רעדן מיט דרך ארץ, אפילו מען שרייט אויף דיר ענטפער נישט צוריק.


אז דו וועסט זיך שיין אויפפירן וועט זי האבן נחת פון דיר, און דו וועסט זיך איינקויפן עולם הבא.


זאג נישט גארנישט פאר דיין שוועסטער; בעט דעם אייבערשטן אז עס זאל שוין אראפ קומען א רוח טהרה פון אויבן, אליהו הנביא זאל קומען שלום מאכן צווישן קינדער און עלטערן, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כד): "וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים, וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם", במהרה בימינו.

#7 - חבר'ן נאר מיט גוטע חבר'טעס, העלפן די עלטערן
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער: חבר'ט זיך נאר מיט ערליכע מיידלעך. לאזט אפ די מיידל, איר זענט נאך צו יונג צו מקרב זיין מיידלעך, זי וועט אייך שנעלער אראפ ברענגען ווי איר וועט איר אויפהייבן. א מיידל וואס שרייבט זיך מיט בחורים איז נישט קיין קלוגע מיידל, און זיכער אז זי דערציילט דאס פאר אנדערע חבר'טעס; דאס ווייזט אז זי איז נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין קליינע נאר; חבר'ט זיך נאר מיט מיידליך וואס רעדן איידל און פירן זיך איידל.


העלפט אייער מאמע; עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן אין שטוב די מאמע. נאך אביסל וועט איר חתונה האבן און איר וועט האבן קינדער, דעמאלט וועט איר אנהייבן אביסל צו פארשטיין וואס א מאמע איז, וואס א מאמע גייט אריבער מיט אירע קינדער ביז זי איז זוכה זיי צו ערציען; פיר און צוואנציג שעה א טאג איז זי פארנומען מיט די קינדער, זי קען נישט שלאפן ביינאכט ווייל די קינדער וועקן איר אויף, בייטאג איז זי פארנומען צו קאכן, באקן, רוימען, וואשן און וואס נישט; וואויל איז פאר קינדער וואס אנערקענען דאס גרויסקייט פון העלפן אין שטוב.


פאלגט מיר; זוכט נישט ארויס צו גיין ביינאכט מיט פרענדס פארברענגען וכו', ענדערש בלייבט אין שטוב העלפן אייער מאמע. איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זיי זענען מיר טיף איינגעקריצט אין הארץ.


זעט צו העלפן אין שטוב, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן שיינע ערליכע דורות.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג, און זיכער געדענקט צו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג.

#6 - די גרעסטע כיבוד אב ואם איז ווען מ'פירט זיך ערליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און גוטע מידות וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען ביי אלעמען; אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", עס איז בעסער פארן מענטש א גוטע נאמען מער ווי די בעסטע שמעקעדיגע אויל, ווייל אפילו מען זאל לייגן אויף זיך גוטע שמעקעדיגע אויל וועלן נאר די מענטשן וואס שטייען ארום דעם מענטש שפירן דעם אויל וכו', אבער א גוטע נאמען גייט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן; אויך וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייערע עלטערן מיט דעם וואס איר וועט זיך פירן מיט גוטע מידות.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט יעדן טאג תהלים; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש", אזוי ווי ווען א מענטש האט א גוטע טרינק, כאפט ער יעדע מאל נאך א טרינק און נאך א טרינק, אזוי דארף א מענטש זיך צוגעוואוינען צו זאגן תהילים און שפירן ווי יעדע קאפיטל איז ווי א גוטע טרינק; אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות, ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות וואלט מען געזאגט אסאך תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - שטארק דיך אין כיבוד אב ואם, און זיי מקרב יעדן איינעם
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך אויף דער וועלט ווי מכבד זיין טאטע מאמע; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; וואויל איז דיר אז דו העלפסט אזוי שיין מאמי, אנשטאט ארויס צו לויפן צו די שכנים שפילן וכו' בלייבסטו אין שטוב העלפן, מיט דעם מאכסטו א נחת רוח פארן אייבערשטן.


נאך אביסל וועסטו אליינס זיין א מאמע פון א שטוב מיט קינדער, דעמאלט וועסטו זען וואס א מאמע גייט אריבער, דעמאלט וועסטו אנהייבן כאפן וואס איז אריבער אויף דיין מאמע תחי', און דעמאלט וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער בזכות וואס דו האסט אזוי שיין געהאלפן דיינע עלטערן, דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט געהאט שכל צו העלפן אלץ קינד.


וויסן זאלסטו אז נישט אלע קינדער זענען אזוי ווי דיר, ליידער זענען דא קינדער וואס כאפן נישט וואס עלטערן זענען, זיי לויפן ארויס צו שכנים שפילן און זיי לאזן איבער זייער אפגעמאטערטע מאמע אין שטוב וכו'; בדרך כלל כאפן נישט קינדער ווי חשוב עס איז צו העלפן די עלטערן, אבער דו העלפסט אזוי שיין אין שטוב ווי מאמי זאגט מיר אז זי וואלט זיך נישט געקענט אן עצה געבן אן דיר; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


זע צו מקרב זיין אלע מיידלעך וואס זענען בטבע פארמאכט וכו'; זוך זיי אויף און מיט זיי זאלסטו שפילן. אסאך מאל מיינט מען אויף א מיידל אז זי איז פשוט שטיל, אבער קיינער טראכט נישט וואס ליגט אונטער איר שטילקייט, קיינער זעט נישט איר צעבראכענע הארץ, ווי זי שעמט זיך אז זי האט נישט מיט וועם צו שמועסן, דעריבער זאלסטו אייביג מקרב זיין מיידלעך וואס זיצן אין די זייט וועט דער אייבערשטער דיר אויך מקרב זיין, ווייל (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך אויף, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


פון דיין טאטע וואס האט דיר זייער ליב.

#4 - איך האב זייער געוואלט זיין ביי דיין סיום
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט געווען נעכטן ביי דיין סיום אויף ששה סדרי משנה.


איך בין געפארן נעכטן באקן מצות פאר מיין טאטע שליט"א; גלייב מיר, איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביים סיום. דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלעס, איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה און חדר מיט מסירת נפש ממש, און יעדעס מאל א תלמיד הישיבה פארציילט מיר אז ער מאכט א סיום מסכתא געבט דאס מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט מיין ארבעט.


איך בין נישט געווען אין ישיבה נעכטן א גאנצן טאג ווייל איך האב געהאלפן מיין טאטע שליט"א באקן מצות; איך האף אז דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך בין נישט געווען ביי דער סיום, איך וועל עס דיר אם ירצה ה' באצאלן ביי א צווייטע געלעגנהייט.


יעצט הייב אן נאכאמאל ששה סדרי משנה און גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, אזוי זאלסטו לערנען דיין גאנץ לעבן. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט דאך זאלסטו ווייטער לערנען און זאגן די ווערטער, ביז דער אייבערשטער וועט דיר עפענען דיין קאפ און דו וועסט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


קוק וואס דער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן  - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער רבי האט זיך אבער נישט באגנוגנט מיט וואס ער לערנט, ער האט אויך געוואלט קענען זוהר און כתבי אריז"ל, ער האט אלץ קינד געוואלט פארשטיין קבלה, "וְכֵן בְּלִמּוּד זוֹהַר וְכִתְבֵי הָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הָיָה בּוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה עַד שֶׁזָּכָה לְהָבִין", עיין שם, האט ער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט ביז ער האט אלעס פארשטאנען.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון תפילה; אויב א מענטש איז אן עקשן בעבודת השם, וועט ער זוכה זיין אנצוקומען צו גרויסע זאכן.


זע צו העלפן אין שטוב אנגרייטן דעם הייליגן יום טוב פסח.

#3 - א קינד דארף נישט פארענטפערן די עלטערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; נאך אביסל וועט איר טרעפן א גוטן שידוך. איך ווייס זייער גוט וואס גייט אריבער אויף אייך וכו', איך בעט זייער אסאך פאר אייערע עלטערן וכו' און אז אייער טאטע זאל ארויס קריכן פון זיינע פראבלעמען וכו', מיר דארפן גלייבן אז מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


איר זאלט ווייטער מכבד זיין אייערע עלטערן און איר זאלט זיין שטאלץ מיט זיי; איר דארפט זיך נישט שעמען פון אייערע חבר'טעס מיט אייער טאטע, שעמען דארפן מיר זיך נאר פונעם אייבערשטן, מיר דארפן זען אז אונזערע מעשים זאלן זיין גוט און פיין. זייער אסאך קינדער שעמען זיך מיט זייערע עלטערן, ווייל זיי שפירן עפעס אן התחייבות צו פארענטפערן זייערע מעשים וכו', דאס קומט פון נישט זיין דורכגעטראכט וכו'. איר זאלט זיין שטאלץ מיט זיי ווי אזוי זיי זענען, ובזכות כיבוד אב ואם וועט איר זוכה זיין צו האבן א שיינע לעבן.


מוהרא"ש האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה אויף איינער פון די גדולים בזמנינו (צוליב כבוד המשפחה פארצייל איך די מעשה אן דעם נאמען); ווען דער גדול איז געווען א קינד האט ער געליטן שרעקליכע בזיונות פון זיין טאטע. זיין טאטע איז געווען א באקאנטער שיכור אין ירושלים, ער פלעגט זיך אנטרינקען און ליגן אויפן גאס וכו'. יעדעס מאל ווען ער האט געזען זיין טאטע ליגן אויפן גאס אנגעטרינקענערהייט וכו' אנגעבראכן וכו' פלעגט ער אהיים נעמען זיין טאטע און אים געלייגט אין בעט מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ. ער האט נישט געקוקט אויף די אלע וואס פלעגן לאכן וכו', ער האט געוואוסט ביי זיך 'דאס איז מיין טאטע און איך דארף אים מכבד זיין'; מער פון דעם האט אים נישט אינטערעסירט. ביז ער איז אויסגעוואקסן א גרויסער גדול, דער אייבערשטער זאל אים געבן אריכת ימים ושנים.


זעט מען פון דעם אז ווען א קינד האט שכל און ווייסט ביי זיך: "דאס זענען מיינע עלטערן; איך שעם זיך נישט מיט זיי, עס אינטערסירט מיר נישט וואס זיי טון און איך וועל זיי אייביג זיין געטריי", דאן איז מען זוכה צו א שיינע לעבן.


זאגטס אביסל תהילים יעדן טאג; בעטס פאר אייך און פאר אלע אידן, מיר זאלן שוין זוכה זיין ארויס צו גיין יעדער איינער פון זיין פריוואטע גלות און מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן דורך משיח צדקינו במהרה בימינו.

#2 - מזל טוב פאר דיין סיום
כיבוד אב ואם, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע זון אלחנן חיים נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו באפלייסט זיך אין לערנען די הייליגע תורה. מזל טוב פארן מסיים זיין די צוויי און פערציגסטע מאל מסכת תענית; איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיינע זון לערנען מיט התמדה רבה.


איך האב זייער הנאה צו לערנען מיט דיר יעדן טאג דעם דף גמרא, איך בין מיר מחי' זיך פארצוקוקן דעם דף גמרא מיט דיר. די דף גמרא שיעור איז ביי מיר מיין חשוב'סטע שיעור, ווען איך ענדיג פארלערנען דעם דף גמרא שיעור אינדערפרי שפיר איך ווי איך האב שוין אפגענומען מיין טאג מיט דעם, מען שפירט ווי אן אנדערער מענטש נאכן לערנען דעם דף גמרא.


הלואי זאלסטו איבער חזר'ן דעם דף גמרא יעדן טאג כמה וכמה פעמים אז דו זאלסט דאס גוט געדענקען.


זע אהיים צו קומען צייטליך גלייך נאך חדר אז מאמי זאל נישט דארפן טיילן נאכטמאל א גאנצע נאכט.

#1 - מען דארף אויסלערנען פאר קינדער דרך ארץ
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יואל נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסידזש.


איך זע אז דו ווייסט נישט וואס חינוך איז, און דו ביסט דיר אליין שולדיג; אז א קינד זאל ביי די ניין יאר רעדן צו א טאטע מיט אזא חוצפה, איז א סימן אז די עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי מען איז מחנך די קינדער. דער רבי זאגט זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "צָרִיך לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶך אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען דעם קינד דרך ארץ ווען ער איז נאך יונג; זייער אסאך עלטערן זענען זיך טועה מיט דעם וואס זיי טראכטן אז חינוך הייבט זיך אן שפעטער ווען די קינדער זענען שוין גרעסער, עס איז נישט אזוי, חינוך הייבט זיך אן ווען מען איז נאך גאר יונג.


א מענטש ווערט באשאפן מיט שלעכטע נאטורן, און מען דארף דאס אויסארבעטן; עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער אויפוואקסן געזונט. ווי קען זיין אז א קינד פון ניין יאר זאל רעדן מיט אזא חוצפה צו זיין טאטע?! עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אז עס איז דא אזא זאך בכלל, דאס איז נאר ווייל דו ביסט אים נישט מחנך, דו מיינסט אז מיט דעם וואס דו מוסר'סט אים נישט, וועט ער דיר ליב האבן. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂך שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד, זאגט אים מוסר, און ווער עס זאגט נישט קיין מוסר, איז א סימן אז ער האט פיינט זיין קינד.


דאס וואס דו זאגסט מיר אז דו פירסט זיך מיט דיינע קינדער אזוי ווי מוהרא"ש האט געלערנט, מען זאל גיין בדרכי נועם און מען זאל האבן סבלנות וכו', דאס רעדט מען ווען דער קינד האט עפעס צעבראכן, דער קינד האט עפעס אויסגעגאסן, דער קינד טאנצט, דער קינד שפרינגט - אויף דעם דארף מען האבן סבלנות, אבער ווען א קינד רעדט צו די עלטערן מיט חוצפה, דארף מען אים באשטראפן, און אויב מען מאכט זיך נישט וואוסענדיג וועלן די קינדער ארויס גיין לתרבות רעה רחמנא לצלן.


ווען עס קומט צו דרך ארץ, טאר מען קיינמאל נישט נאכגעבן. ווען דער טאטע זעט ווי דער קינד פאלגט נישט די מאמע, דארף דער טאטע זיך שטעלן זייער שטארק אויף דעם, און אויסלערנען דעם קינד אז מען דארף פאלגן מאמי; ווער רעדט נאך אויב דער קינד האט זיך מתחצף געווען פאר די מאמע אדער טאטע, דארף מען אים מחנך זיין אז מען טאר נישט צוריק ענטפערן פאר א טאטע אדער מאמע.


די הייליגע חכמים לערנען אונז (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה"; דאס איז א' ב' פון חינוך. א קינד דארף וויסן אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט, נישט דא קיין ויכוחים, נישט דא קיין הסברים און נישט דא קיין טעמים, ווען א קינד פרעגט: "פארוואס דארף איך דאס טון?" איז דא איין תירוץ: "ווייל טאטע מאמע האבן אזוי געזאגט", אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען; וואויל איז פאר עלטערן וואס זענען מחנך די קינדער ווען זיי זענען יונג.


דריי שנעל צוריק דעם זייגער, ווייל נאך אביסל איז שוין שפעט. איינמאל די קינדער ווערן גרויס דעמאלט איז שוין אן אנדערע מעשה; אויב מען האט מחנך געווען די קינדער פון ווען זיי זענען יונג קען מען זיי נאך אפשר ווייטער מחנך זיין, אבער אז מען וועקט זיך אויף און מען וויל אנהייבן מחנך זיין פערצן יעריגע קינדער, דאס איז שוין נישט אזוי פשוט, דעמאלט קען מען שוין נישט וכו'.


מען טאר נישט מורא האבן צו פארלאנגען פון קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ; א טאטע דארף אויסלערנען פאר זיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט טאר מען נישט אריין רעדן, א טאטע דארף מחנך זיין זיינע קינדער אז ווען דער טאטע קומט אריין אין שטוב דארף מען זיך אויפשטעלן.


עס זענען דא עלטערן וואס טראכטן: 'עס פאסט מיר נישט צו פארלאנגען פון מיינע קינדער זיי זאל מיר מכבד זיין, עס זעט אויס ווי לכבוד עצמו אני דורש'; עס איז נישט אזוי, ווייל ווער דען זאל אויסלערנען פארן קינד ווי אזוי זיך צו פירן?


עס קומט מיר אויס צו שמועסן מיט בחורים, און אסאך מאל שטיי איך און איך וואונדער זיך, זעענדיג ווי קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט די א-ב פון כיבוד אב ואם, א-ב פון דרך ארץ; עס זעט אסאך מאל אויס ווי די קינדער זענען עזות פנימ'ער, עס איז אבער נישט אזוי, די קינדער זענען נישט שולדיג אז זייערע עלטערן האבן זיי נישט מחנך געווען.


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס איך שרייב דיר; איך וויל רעדן מיט דיר און דיין ווייב אויב מעגליך פערזענליך.


א פרייליכן חנוכה.