בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#329 - גיין ביים יארצייט צום טאטנ'ס ציון, אפילו ס'איז שווער
כיבוד אב ואם, יארצייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען עס קומט די ערשטע יארצייט פון דיין טאטע עליו השלום איז ריכטיג זאלסט זיך אריבער כאפן קיין לאנדאן צו זיין אויף די יארצייט ביי זיין ציון; קוק נישט אויף די געלט פון די טיקעט, ווייל אין די טאג פון די יארצייט קומט די נשמה אראפ, און די קינדער און אייניקלעך קענען זיך אויסבעטן און זען ישועות.


זאלסט זיך ארויפווארפן אויפן ציון און וויינען: "טאטע טאטע איך בין אזוי פארקלעמט, טאטע טאטע איך דארף ישועות מיט פרנסה, נחת פון די קינדער, און ישוב הדעת, שלוות הנפש, שמחת החיים"; זאלסט דארט וויינען און שרייען: "טאטע טאטע העלף מיר".


דיין טאטע איז דאך אריבער די גיהנום פון די נאציס ימח שמם, צדיקים האבן געזאגט אז די וואס זענען אריבער די גיהנום די וועלן נישט דארפן נאכאמאל גיין אין גיהנום, דיין טאטע קען דיר העלפן.


טו עס פאר דיר, פאר דיין טאטע און פאר דיינע קינדער...

#328 - ווען דער טאטע טשעפעט און מאכט חוזק
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין טאטע טשעפעט דיך, ער מאכט חוזק פון דיר - זאלסטו אים ווייטער מכבד זיין. חס ושלום זיך מתחצף זיין צו אים, זיי מקבל באהבה וואס קומט אויף דיר, בפרט פון א טאטע און א מאמע. דארפסט נישט אויפהייבן יעדע מאל די טעלעפאן, קענסט אויסלעשן די טעלעפאן און לערנען און דאווענען מיט התמדה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#327 - עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר פרויען, כשרות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


 ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז אייער צניעות איז אזוי הייליג און טייער אין הימל, עס ברענגט ישועות סיי פאר ענק און סיי פאר די גאנצע וועלט, ווייל בזכות די פרויען וואס גייען אנגעטון איידל און באשיידן - ווערט די וועלט אפגעהיטן פון שלעכטס.


אויף אייער פראגע וואס צו טון ווען ענק גייען צו אייער שווער און מען געבט דארט פלייש וואס איז נישט למהדרין מן המהדרין וכו', וואס זאלן ענק טון; ענק קענען עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן, אז די עלטערן זאלן נישט ווערן וויי געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#326 - העלפן די מאמע איז די גרעסטע מצוה און גרעסטע סגולה
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייערע עלטערן אז איר זענט א גוט קינד, איר העלפט און איר פירט זיך איידל, און ווען איר האט איבריגע צייט – זאגט איר תהילים.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, דאס איז די גרעסטע מצוה, דאס איז די גרעסטע סגולה, און מען איז גורם א שמחה אין אלע עולמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#325 - נישט דערשרעקן קינדער מיט א חי'
פחדים, כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט וכו'; מען טאר נישט זאגן פאר קינדער "א קאץ גייט קומען", "א הונט גייט קומען", דאס איז א גרויסע סכנה; קוק אין ספר קב הישר וואו ער שרייבט דארט די גרויסע סכנה פון זאגן פאר א קינד אז א חי' גייט קומען (עיין ספר של"ה שער האותיות אות ד, סימן לב).


אז מען וויל די קינד זאל נישט נעמען פון פריזער קעיק וכו', קען מען אויסלערנען די קינדער, און זאגן נאכאמאל און נאכאמאל נישט צו עפענען אליין די פריזער, דאס איז די וועג, אבער חס ושלום דערשרעקן מיט א קאץ, מיט א הונט...


ובנוגע די פראגע וואס מען טוט אז מען גייט צו עלטערן און די באבע ווייזט פאר די אייניקלעך ווידיאוס, קליפס וכו'; דאס איז זייער א הייקעלע פראגע, ווייל עלטערן דארף מען זייער מכבד זיין, און עס איז נישט שייך מוסר צו זאגן, די ריכטיגע וועג איז, זאגן איידל און שיין אז די קינדער זענען נישט צוגעוואוינט צו דעם, זיי ווערן דערשראקן, זיי קענען נישט נאכדעם אויסהערן אין חדר, אבער חס ושלום זאגן מוסר פאר עלטערן.

#324 - אוועקגעבן א ניר פאר א טאטע
כיבוד אב ואם, רפואה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט אוועק געבן א ניר פאר דיין טאטע; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט אז מען דארף נישט געבן א ניר פאר א פרעמדער מענטש, אבער פאר א טאטע איז זיכער גוט צו געבן, און אז דו האסט זיך בודק געווען און דו קענסט געבן לעבן פאר דיין טאטע זאל זיין געזונט – איז זיכער א גוטע זאך דו זאלסט עס טון.


גנב'ע אראפ יעדן טאג אפאר מינוט פאר התבודדות, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און טון מצוות, בעט אים פאר דיין לעבן, פאר דיין ווייב, פאר דיין משפחה, שמועס מיט אים אין דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דער רבי זאגט דורך התבודדות קומט מען צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, צו דביקות להשם יתברך.

#323 - רופט אייערע עלטערן יעדן טאג, אפילו ס'איז שווער
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס אז עס קומט אייך אן שווער צו רופן אייער מאמע וכו'; וועט איר באקומען מער שכר, אזוי ווי דער תנא זאגט (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", און איר וועט זיך מיט דעם מער דערנענטערן צום אייבערשטן.


מענטשן ווייסן נישט צו שעצן עלטערן ביז מען ווערט אליין פארעלטערט, און דעמאלט איז שוין שפעט. אינגעלייט און יונגע ווייבלעך לייגן נישט צו קאפ צו רופן עלטערן, באזוכן עלטערן, מחי' זיין עלטערן, און שפעטער רייסט עס אין הארץ, אבער עס איז שוין צו שפעט.


רופט אייערע עלטערן יעדן טאג, בפרט אייער מאמע תחי', און ווערט נישט באליידיגט אז זי זאגט אייך וואס צו טון, ווייל מוסר פון א מאמע איז אזוי גוט, ובזכות וואס איר וועט מכבד זיין אייער מאמע וועט איר זען וואונדער פונעם אייבערשטן, מיט ישועות.

#322 - נישט ווערן אריינגעשלעפט אין מחלוקת צווישן עלטערן
כיבוד אב ואם, התחזקות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דיינע עלטערן קריגן זיך און עס זעט אויס ווי עס גייט זיין א גט, און דו ביסט אינדערמיט, דו ביסט יונג, דו ביסט א יונגער בחור, און אלע שלעפן דיך זאלסט זיין אויף זייער זייט.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א געזונטע ערליכע שטוב, מיט ליבשאפט אן קיין קריגערייען.


געב אכטונג נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין די מחלוקת צווישן די עלטערן, דו זיי מכבד ביידע, און אז מען פרובירט דיך אריינצודרייען צו נעמען א צד - זאלסטו מיט חכמה יעדן אויסהערן און יעדן איינעם געבן גערעכט, ביידע זאלן שפירן ווי דו ביסט מיט זיי, און מיט חכמה זיך ארויסדרייען.


איך האף דו וועסט קענען אריבערגיין די וואסער. אין לעבן דארף מען אריבערגיין אסאך וואסערן, מען פרובירט אויס מיט די זיבן וואסערן וואס דער רבי דערציילט ביי די מעשה פון די בערגער און דעם ארעמאן (ספורי מעשיות, מעשה י'); וואויל איז דעם מענטש וואס שווימט אריבער די וואסערן, ער דערהאלט זיך מיט אמונה, ער בלייבט שטארק נישט אפצולאזן דעם אייבערשטן און די הייליגע תורה.


שרייב מיר נאך, איך וויל זיין נאנט מיט דיר, איך האב דיך זייער ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#321 - נישט זיין קיין מחוצף, אבער נישט ווערן צעדרוקט
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


דאס גיין צו דיין שווער ווען ער שרייט און שלאגט און ווארפט א פחד – איז בכלל נישט קיין כיבוד אב ואם, דאס איז נישט געזונט, דאס איז א סכנה פאר דיר און בעיקר פאר דיין ווייב, עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שלחן ערוך אז אין אזא פאל דארף מען זיך אוועק ציען אין א צווייטע פלאץ. איך וואלט דיר געזאגט צי זיך אוועק פון די שטאט, און אזוי וועסטו קענען מקיים זיין כיבוד אב ואם.


ווי קען זיין אזא זאך, איינער וואס פאררופט זיך כלומר'יש א רב – זאל זיך אזוי אויפפירן צו זיינע אייגענע ווייב און קינדער... שרייען, שלאגן, סטראשען, צעברעכן כלים רחמנא לצלן.


דעריבער בעט איך דיר, האב נישט קיין שרעק פון קיינעם, נאר פונעם אייבערשטן זאלסטו זיך שרעקן, און געב אכטונג אויף דיין ווייב און קינדער, זיי זאלן נישט ווערן צעדרוקט און געפייניגט.


א מחוצף זאלסטו נישט זיין, אבער געב אכטונג נישט צו ווערן צעדרוקט פון נישט געזונטע מענטשן.

#320 - נאר א מעלה צו גיין בעסער, איידעלער און מער באשיידן
כיבוד אב ואם, צניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר מעגט גיין מיט וכו', אז מען טוט זיך אן מער פרום פון די עלטערן - איז דאס נישט קיין שום חסרון, אדרבה דאס איז כיבוד אב ואם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין זוהר פרשת בחוקותי, דף קטו:) ווער עס וויל באמת מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם זאל לערנען תורה און טון גוטע מעשים, וואס דאס איז די גרעסטע כבוד פאר די עלטערן, ווייל מענטשן זאגן: "אשרי לאב ואם שגידלו בן כזה", וואויל זענען די עלטערן וואס האבן געבוירן אזא קינד, און אזוי אויך ביי טעכטער; אז מען גייט אנגעטון איידל און באשיידן איז דאס די גרעסטע כבוד פאר די עלטערן, עס איז נאר א מעלה צו גיין בעסער, איידעלער און מער באשיידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#319 - זיך אננעמען פאר היכל הקודש
כיבוד אב ואם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פיר זיך אויף מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן און צו דיין ווייב'ס עלטערן, און אז דו גייסט צו זיי אויף שבתים וכדומה און זיי זאגן דיר ווערטער וועגן ברסלב, וועגן היכל הקודש וכו' - זאלסטו בלייבן שטיל מיט דרך ארץ, זאלסט חס ושלום נישט ענטפערן.


בכלל איז גוט זאלסט מיט קיינעם נישט טענה'ען וועגן רבי'ן און וועגן היכל הקודש. מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט מען זיך גענומען אויף א ברסלב'ער חסיד, מען האט חוזק געמאכט פון הייליגן רבי'ן, און דער ברסלב'ער חסיד האט נישט געענטפערט, ער איז געבליבן שטיל, גייט איינער צו אים און פרעגט אים: "איך פארשטיי נישט, ווען מען וואלט געשפעט פון מיין רבי וואלט איך זיך אנגענומען, וואס איז דאס אז דו בלייבסט שטיל?!" זאגט דער ברסלב'ער חסיד: "מיין רבי איז זייער באקאנט אין הימל, איך דארף זיך נישט אנעמען פאר אים, פון הימל וועט מען זיך אנעמען, מיין רבי, דער הייליגער רבי - איז גאר גוט באקאנט אין הימל"; טענה נישט מיט קיינעם, און אז מען פרעגט דיר וואס איז פשט אהער, וואס איז פשט פון דאס, זאלסטו געבן א שמייכל און ווייטער טון וואס דו האסט צו טון.


אז דו ווילסט זיך אננעמען פאר היכל הקודש זאלסטו עוסק זיין אין עבודת השם, נעם א משניות און זאג אפאר פרקים, נעם א גמרא און זאג בלעטער גמרא, גיי התבודדות, גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן; דאס איז היכל הקודש נישט עפעס אנדערש.


היינט נאכט איז דא א וויכטיגע שיעור פאר אלע פרויען פון אנשי שלומינו, איך וויל דו זאלסט אהיים גיין פרי אז דיין ווייב זאל קענען קומען צייטליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#318 - טאטע און מאמע זאלן קומען צו די חתונה
כיבוד אב ואם, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער, החתן ... נרו יאיר


דיין טאטע וויל זייער שטארק מיט האלטן דיין חתונה; ער שרייבט מיר, ער בעט מיר - איך זאל רעדן צו דיר וכו'.


איך וויל דיר בעטן זאלסט טון וואס דו האסט געלערנט און לאדענען דיין טאטע צו דיין חתונה, דו קענסט נישט און טארסט נישט נעמען קיין שום שטעלונג אין די מחלוקת צווישן טאטע מאמע, דו דארפסט לאדענען סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, ביידע זאלן קומען צו די חתונה, און דו זאלסט זאגן פאר דיין מאמע זי דארף פארשטיין אז זי קען נישט טון זאכן אפצושטעלן דיין טאטע זאל זיין ביי דיין שמחה.


איך בעט דיר זייער, דיין טאטע האט נישט גארנישט אין לעבן, נאר דו רעדסט מיט אים, און אלעס בזכות דיין התקרבות צום רבי'ן וואס לערנט אונז ווי זיך צו פירן, טון וואס די הייליגע תורה זאגט. זאלסטו לאדענען דיין טאטע און ער זאל דיך אונטערפירן אונטער די חופה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#317 - וואס איז דען מער טייער ווי א מאמע?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לכבוד פסח זאלסטו מאכן א מעשה פאר די קינדער פון דאס גרויסקייט פון מכבד זיין א מאמע, נישט פארשעמען א מאמע, ווייל אין די טעג דארף מען אסאך חיזוק אויף דעם.


מאל די מעשה ווי דער הייליגער בעלזער רב דער שר שלום זכותו יגן עלינו, האט אכטונג געגעבן אויף זיין מאמעס כבוד, און ווען זי האט איינגעטינקען די מצה אין די זופ - האט ער ווייטער געגעסן פון די טעלער.


די חסידים שטייען און קוקן, דער רבי עסט פון די זופ; ווי קען זיין אזוינס? זי האט דאך איינגעטינקען אין די זופ מצה, דער רבי איז דאך אלץ זייער שטארק מקפיד נישט צו עסן געבראקטס, ווי קען זיין אזוינס?!


דער הייליגער בעלזער רב זכותו יגן עלינו, דער שר שלום, זיצט פסח נעבן זיין מאמע, דער צדיק האלט זיין מאמע זייער טייער, ער זעצט איר נעבן זיך, און ער עסט מיט איר פון איין טעלער. וואס איז דען דא עפעס גרעסער ווי א מאמע? וואס איז דען מער טייער ווי א מאמע? די מאמע האט איינגעטינקען די מצה אין די זופ און דער רבי זאגט נישט קיין ווארט, ער עסט ווייטער די זופ מיט די מאמע פון איין טעלער.


די תלמידים וואונדערן זיך זייער, ווי קען זיין אזוינס? דער רבי איז דאך זייער מקפיד נישט צו עסן קיין געבראקטס, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מקפיד געווען, די מצה זאל נישט אנרירן קיין וואסער.


דער רבי געבט זיי צו פארשטיין: "נישט עסן קיין געבראקטס איז א גוטער מנהג, און מיר דארפן דאס היטן, אבער די מצוה פון מכבד זיין א מאמע איז נאך מער הייליג, דאס שטייט אין די הייליגע תורה, אז מען דארף זייער מכבד זיין א מאמע".


טייערע קינדער, מיר גייען שוין זייער אכטונג געבן אויף אונזער מאמע, מיר גייען פאלגן און רעדן שיין, און קיינמאל נישט וויי טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#316 - בזכות העלפן די מאמע, קומט א זיסע און גוטע לעבן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאמע תחי', זי שרייבט, זי מיינט אז קיין איין מאמע האט נישט אזא טאכטער וואס העלפט מיט אזא גוטע געפיל און מיט אזא שמחה - אזוי ווי אייך, זי שרייבט אז איר האט אפגעקאכט עסן פאר די גאנצע יום טוב פסח, און געהאלפן אזוי סאך, און ווען אייער מאמע האט אייך געזאגט איר קענט גיין שפילן - האט איר זי געזאגט אז איר ווילט מיט נעמען די קליינע קינדער זיי זאלן איר נישט שטערן, זי זאל זיך קענען אפרוען, איר זארגט נאר פאר איר זי זאל האבן כח און נאר ווי איר קענט איר עפעס העלפן.


אויך שרייבט אייער מאמע אז ביים איינקויפן קליידער ווילט איר אלץ גיין איידל אנגעטון און איר פארלאנגט נישט קיין טייערע קליידער, איר זענט צופרידן מיט וואס זי געבט אייך.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייך, איר מאכט א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן, און בזכות וואס איר העלפט אייער מאמע זאלט איר האבן א זיסע און גוטע לעבן, איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און האבן ערליכע געזונטע דורות און איר זאלט זיין געזונט און שטארק.


זעט אויך אין סקול, אין בית פיגא - צו זיין פון די קינדער וואס העלפן די טיטשערס און די מנהלת מיטן זיין דרך ארץ'דיג, און ווען מען לערנט אדער מען טוט זאכן וואס די קינדער האבן נישט קיין נערווען – זאלט איר זיין פון די קינדער וואס זענען דא צו העלפן בויען בית פיגא און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#315 - עס דערקענט זיך די חינוך פון בית פיגא
כיבוד אב ואם, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון משפחת ... שיחיו, זיי קענען זיך נישט גענוג באדאנקען פאר די חינוך פון בית פיגא. זיי שרייבן אז חול המועד ווען זיי זענען אנגעקומען צו א פארעם און געזען אז עס איז צו טייער און געזאגט פאר די מיידלעך אז מען גייט אהיים - האבן די קינדער נישט געגעבן קיין איין קרעכץ, זיי האבן געזאגט: "אונזער טיטשער האט אונז געלערנט נישט צו מוטשען די עלטערן".


אויך ווען זיי זענען געווען ביי זייער זיידע און דער זיידע האט נאר געוואלט קיצלען וכו', הערן זיי ווי זי זאגט פאר די זיידע: "איך האב נישט ליב ווען מען קיצלט מיך און ווען מען רירט מיך אן".


דאס איז אביסל איר זאלט וויסן און הערן וואס בית פיגא טוט מיט אונזערע קינדער.


מיר זענען אייך זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס מיר ווייסן וואס איר טוט און פאר אלעס וואס מיר ווייסן נישט וואס מען טוט מיט אונזערע טעכטער, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען ווייטער טון מיט אונזערע טעכטער און נחת פון אייערע קינדער.

#314 - געהאלפן אנגרייטן דעם יום טוב אזוי געטריי
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן א גאר שיינע גרוס אויף דיר פון דיין טאטע, אז דו האסט געהאלפן אנגרייטן דעם יום טוב אזוי געטריי. האסט געהאלפן קאכן, האסט געהאלפן מיט אלעס וואס מען האט נאר געדארפט, און אויך אין יעדע איבריגע מינוט האסטו געלערנט בהתמדה רבה.


איך האף צום אייבערשטן צו קומען קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר און זיין מיט די בחורים פון אונזער ישיבה, און ענק דערציילן פון הייליגן רבי'ן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#313 - רופן און רעדן מיט'ן טאטן יעדן טאג
כיבוד אב ואם, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט רופן דיין טאטע יעדן טאג. דיין טאטע איז אן עלנדער, ער האט נישט קיינעם, די אנדערע קינדער רעדן נישט מיט אים, נאר דו מיט די שכל און הדרכה פון הייליגן רבי'ן, וואס איז אונז מחזק צו מקיים זיין אלע מצוות און לייגן אלע אייגענע נגיעות אין דער זייט - ביסטו דער איינציגסטער קינד וואס רעדט מיט אים, וויל איך דיר בעטן און מחזק זיין זאלסט אים רופן יעדן טאג, שמועסן אביסל מיט אים.


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג מיט די טלית ותפילין נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#312 - די מניעות מאכט חשק
כיבוד אב ואם, התחזקות, מניעות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס איז א ווייטאגליכע מעשה, ווען דיין טאטע אליין איז אנטלאפן פון שטוב אלס בחור און געקומען לערנען ביי מוהרא"ש מיט עזות דקדושה, און ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, ער האט געקוקט וואס איז גוט פאר זיין נשמה, פאר זיין תכלית, פאר זיין נצחיות, און יעצט ווען ענק האבן געוואלט קומען לערנען אין ישיבת היכל הקודש לאזט מען נישט; די וואונדער איז נאך מער, ווען דיין טאטע נרו יאיר לעבט אויף די התחזקות פון וואס מען לערנט דא ביי אונזער חדר, אבער ביז די קינדער.


דער הייליגער רבי האט דאס שוין געזאגט: "איך בין א וואונדער, א טאטע פארט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, און ווען זיין זון וויל קומען - לאזט ער אים נישט קומען". דאס איז געווען ווען דעם רבינ'ס תלמיד ר' יודל פון דאשוב וואס איז געווען א גרויסער צדיק האט נישט געלאזט זיין זון קומען צום רבי'ן, און ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט די ווערטער: "איך בין א וואונדער, א טאטע קומט צו מיר, גלייבט ער דאך אין מיר, וואלט ער ווען געדארפט מיט נעמען די קינדער צו מיר; ניין, די קינדער נישט".


יעצט זעסטו קלאר אז דאס נישט לאזן קומען איז נישט קיין שכל, עס איז א זאך וואס מקורבים, תלמידים - מוזן אריבערגיין, ווייל נאר אזוי קען מען מקבל זיין פון צדיק, נאר אז עס איז דא א חשק, און חשק ווערט נאר דורך מניעות, און אזוי קענען דיר מעיד זיין אן א שיעור מענטשן וואס זיי זענען אריבער פון די עלטערן ביים קומען צום רבי'ן, בכלל נישט קיין שכל, דאס איז נאר להגדיל החשק, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סו).


זיי מחזק דיין ברודער ער זאל מתפלל אויף קענען קומען לערנען ביים רבי'ן אין ישיבה, מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#311 - כיבוד אב ואם איז זייער הייליג
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי שיין צו הערן אז איר ליינט יעדע נאכט קריאת שמע שעל המיטה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח:) ווער עס גייט שלאפן אן קריאת שמע איז אזוי ווי ער שלאפט אין א גוי'אישע בעט, און דער וואס ליינט קריאת שמע איז אפגעהיטן פון אלע מזיקין (ברכות ה.).


ליינט יעדע נאכט קריאת שמע ביז כי אתה ה' מחסי. און ווען איר וועט עלטער ווערן וועט איר זאגן די גאנצע קריאת שמע.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, דער אייבערשטער האט ליב ווען מען איז מכבד א מאמע, ווען מען העלפט א מאמע. כיבוד אב ואם איז זייער הייליג, עס איז אזוי ווי מען איז מכבד דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיהֶם כְּאִלּוּ דַּרְתִּי בֵּינֵיהֶם וְכִבְּדוּנִי", ווען מען איז מכבד טאטע מאמע - זאגט דער אייבערשטער, איז עס אזוי ווי מען איז מיך מכבד. די הייליגע חכמים זאגן (שם לא:), אויפן הייליגער אמורא רב יוסף וואס איז געווען בלינד, ער האט נישט געקענט זען ווען זיין מאמע קומט אריין ער זאל זיך אויפשטעלן פאר איר, נאר ווען ער האט געהערט די קול פון אירע פיס טריט האט ער געוואוסט זיך אויפצושטעלן און געזאגט: "אֵיקוּם מִקַּמֵּי שְׁכִינָה דְּאָתְיָא", איך גיי זיך אויפשטעלן פאר די כבוד פון די שכינה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#310 - מקבל זיין לכבוד די שידוך צו העלפן די מאמע וואס מער
כיבוד אב ואם, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער שידוך, איך קען זייער גוט אייער חתן, ער איז זייער א וואוילער, זייער אן ערליכער, מיט יראת שמים און מיט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן אויפשטעלן אן ערליכע שטוב מיט ערליכע געזונטע קינדער, ענקער שטוב זאל זיין א פלאץ פאר די שכינה צו רוען, און ענק זאלן ענקער גאנץ לעבן בלייבן צוגעבינדן צום הייליגן רבי'ן.


יעצט לכבוד די שידוך זאלט איר זיך מקבל זיין א גוטע זאך, די בעסטע קבלה איז - העלפן די מאמע אין שטוב וואס מער; העלפן א מאמע איז אזוי גרויס, ווען מען העלפט א מאמע מאכט מען א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#309 - מען זאגט פאר קינדער וואס צו טון, פון ליבשאפט
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, טערעפי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע וועג ווי אזוי איר וועט קענען ארויסנעמען אייער ווייטאג פון זיך וכו', איז דורך שמועסן יעדן טאג מיטן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס מען ליידט און אלעס וואס גייט אריבער.


אייערע עלטערן האבן אייך זייער ליב, און אפילו זיי זאגן אייך ווי אזוי איר זאלט זיך אנטון, און ווי אזוי איר זאלט זיך פירן - האבן זיי אייך נאכאלץ ליב. איר דארפט זיי פארשטיין, דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט חתונה האבן, איר וועט האבן קינדער, וועט איר זען אז ווען מען זאגט פאר קינדער ווי זיך צו פירן איז דאס נישט פון שלעכטקייט, דאס קומט פון ליבשאפט.


איר זאלט מכבד זיין אייערע עלטערן, ענטפערט נישט, און אויב עלטערן געבן א פסק - הערט מען אויס מיט דרך ארץ, מען טאר נישט ענטפערן פאר עלטערן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט שנעל טרעפן אייער שידוך, בעטס פאר א גוטער מאן וואס וועט אייך נישט טשעפען, א מאן מיט גוטע מידות, א מאן מיט יראת שמים וואס וועט לעבן מיט אמונה; מיט תפילה וועט איר דאס באקומען.


זייט אייך מחזק מיט גוטע חבר'טעס, ווי למשל מרת ... און מרת ...


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#308 - זיך יעדן טאג אפגיסן נעגל וואסער ביים בעט
כיבוד אב ואם, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין אזוי פארוואונדערט אז דו ביסט נישט מקפיד אויף נעגל וואסער; דו קומסט דאך פון אזא חשוב'ע שטוב, דו האסט אזעלכע טייערע עלטערן, וואס זענען אזוי ערליך און הייליג; עס פאסט פאר דיר דו זאלסט אויך אפגיסן נעגל וואסער און זיין הייליג.


האסט אזא טייערע טאטע און מאמע, איך האף אז דו שעצט זיי מיט די גרעסטע מאס כבוד. גיי ארויס פון די קטנות הדעת פון זיך שעמען מיט האבן פשוט'ע עלטערן, און פון היינט און ווייטער זאלסטו זיך יעדן טאג אפגיסן נעגל וואסער ביים בעט, דאס וועט ברענגען אויף דיר חן און דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד.


איך וויל דיר מאכן א גוטע שידוך, איך וויל אבער דו זאלסט זיין זייער זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#307 - רופן אדער אריבערגיין יעדן טאג צו די מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך אז איר און אייער מאן לעבן אינאיינעם בשלום און מיט ליבשאפט און אלעס איז פיין, איך האב אסאך געבעטן פאר ענקער הצלחה און איך בעט נאכאלץ ענק זאלן זוכה זיין צו האבן אמת'ע שלום בית.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט רופן אייער מאמע תחי' יעדן טאג, און אפילו אריבערגיין יעדן טאג צו איר, איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע נחת רוח וואס מען מאכט פארן אייבערשטן ווען מען איז מכבד א מאמע, מען רעדט מיט א מאמע, מען גייט באזוכן א מאמע; די לעבן איז דאך אזוי זיס און אזוי איינגענעם אז מען טוט שעצן א מאמע.


דעריבער זאלט איר זיך קובע זיין יעדן טאג אריבערגיין צו אייער מאמע, און אז איר קומט נישט אן - זאלט איר כאטשיג רופן אויפן טעלעפאן און איר מאכן נחת, און אין דעם זכות וועט איר זען ניסים, איר וועט זוכה זיין צו א פולע שטוב מיט געזונטע ערליכע קינדער און אייניקלעך.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין; זאגט עס מיט טייטש, דאס וועט אייך געבן א שטארקע אמונה מיט אסאך כח.


דא האט איר די דרייצן אני מאמין מיט די טייטש:


1) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא בּוֹרֵא עֶר בַּאשַׁאפְט, וּמַנְהִיג אוּן פִירְט, לְכָל הַבְּרוּאִים אַלֶע בַּאשֶׁעפֶענִישְׁן. וְהוּא לְבַדּוֹ אוּן עֶר אַלֵיין, עָשָֹה הָאט גֶעטוּן, וְעוֹשֶֹה אוּן טוּט אַלֶעס אוֹיף דֶער וֶועלְט, וְיַעֲשֶֹה אוּן וֶועט וַוייטֶער אַלֶעס טוּן, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אַלֶעס וָואס פַּאסִירְט.


2) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא יָחִיד עֶר אִיז אֵיינֶער, וְאֵין יְחִידוּת אוּן עֶס אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אַ זַאךְ וָואס זָאל זַיין אֵיינְס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אַזוֹי וִוי דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וָואס אִיז אֵיינְס. וְהוּא לְבַדּוֹ אוּן עֶר אַלֵיינְס, אֱלֹקֵינוּ אִיז אוּנְזֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָיָה עֶר אִיז אֵייבִּיג גֶעוֶוען, הֹוֶה עֶר אִיז שְׁטֶענְדִיג דָא, וְיִהְיֶה אוּן וֶועט אֵייבִּיג זַיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, אֵינוֹ גוּף אִיז נִישְׁט קַיין קֶערְפֶּער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף אוּן עֶר הָאט נִישְׁט קַיין שׁוּם זַאךְ וָואס הָאט צוּטוּן מִיט אַ קֶערְפֶּער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל אוּן מֶען קֶען אִים נִישְׁט צוּגְלַייכְן צוּ קַיין שׁוּם זַאךְ.


4) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא רִאשׁוֹן עֶר אִיז דֶער עֶרְשְׁטֶער, וְהוּא אַחֲרוֹן אוּן עֶר וֶועט זַיין דֶער לֶעצְטֶער.


5) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, לוֹ לְבַדּוֹ נָאר צוּ אִים אַלֵיין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דַארְף מֶען בֶּעטְן, וְאֵין רָאוּי אוּן עֶס אִיז נִישְׁט וֶוערְד, לְהִתְפַּלֵּל צוּ בֶּעטְן, לְזוּלָתוֹ פוּן קֵיינֶעם אַנְדֶערְשׁ.


6) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אַז אַלֶע וֶוערְטֶער פוּן דִי נְבִיאִים זֶענֶען אֱמֶת'דִיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אַז דִי נְבוּאָה פוּן מֹשֶׁה רַבֵּינוּ, הָיְתָה אֲמִתִּית אִיז אֱמֶת'דִיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים אוּן אַז מֹשֶׁה רַבֵּינוּ אִיז גֶעוֶוען דִי טַאטֶע פוּן אַלֶע נְבִיאִים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו פַאר דִי וֶועלְכֶע זֶענֶען גֶעוֶוען פַאר אִים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו אוּן פַאר אַלֶע וָואס זֶענֶען גֶעקוּמֶען נָאךְ אִים.


8) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אַז דִי גַאנְצֶע תּוֹרָה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וָואס מִיר הָאבְּן הַיינְט, הִיא הַנְּתוּנָה הָאט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעגֶעבְּן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פַאר מֹשֶׁה רַבֵּינוּ.


9) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אַז דִי תּוֹרָה וָואס מִיר הָאבְּן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וֶועט נִישְׁט פַארְטוֹישְׁט וֶוערְן, וְלֹא תְהֵא אוּן עֶס וֶועט נִישְׁט זַיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קַיין אַנְדֶערֶע תּוֹרָה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


10) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם וֵוייסְט אַלֶעס וָואס מִיר טוּעֶן אוּן וָואס אַנְדֶערֶע טוּעֶן, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם אוּן אַלֶעס וָואס מִיר טְרַאכְטְן אוּן וָואס אַנְדֶערֶע טְרַאכְטְן, שֶׁנֶּאֱמַר אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אַלֶע הֶערְצֶער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' אוּן עֶר וֵוייסְט אַלֶעס וָואס מֶען טוּט.


11) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, גּוֹמֵל טוֹב בַּאצָאלְט שְׂכַר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פַאר דִי וָואס טוּעֶן דִי מִצְוֹת, וּמַעֲנִישׁ אוּן עֶר בַּאשְׁטְרָאפְט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו דִי וָואס פָאלְגְן נִישְׁט זַיינֶע מִצְוֹת.


12) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אַז מָשִׁיחַ וֶועט קוּמֶען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ אוּן אֲפִילוּ עֶס נֶעמְט שׁוֹין אַזַא לַאנְגֶע צַייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מִיט דֶעם וַוארְט אִיךְ יֶעדְן טָאג, שֶׁיָּבוֹא אַז עֶר זָאל קוּמֶען.


13) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים אַז עֶס וֶועט זַיין תְּחִיַּת הַמֵּתִים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ וֶוען דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט דָאס טוּן, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים אוּן עֶס וֶועט דֶערְהוֹיבְּן וֶוערְן זַיין נָאמֶען פַאר אֵייבִּיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#306 - דער עיקר פונעם מוסד איז די ווארעמקייט און ליבשאפט
כיבוד אב ואם, מוסדות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער נישט אויסער זיך ווען דיינע עלטערן רעדן צו דיר וועגן דיינע קינדער, אז אונזערע מוסדות איז נישט גוט, מאך נישט קיין עסק דערפון; עלטערן מעגן זאגן, עלטערן הערט מען אויס מיט דרך ארץ, און מען גייט התבודדות, מען שמועסט אויס מיטן אייבערשטן אלע צדדים און מען טוט וואס איז ריכטיג.


בנוגע וכו'; מיר מאכן נישט אין בית פיגא קיין עסק פון יום הולדת, עס מאכט נישט גוט צווישן די קינדער, עס הויבט אן ווערן קאנקורענט.


בנוגע די צעטלעך אויף די פרשה וכו'; נישט דאס איז דער עיקר, דער עיקר איז די ווארעמקייט און ליבשאפט וואס די לערערינס לייגן אריין אין יעדן קינד, און דאס נישט מאכן קיין דרוק צווישן די קינדער, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן, אז די קינדער זאלן גיין פרייליך, אהיים קומען פרייליך און עס זאל זיין שם שמים שגור על פיהם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#305 - איך קען נישט ענטפערן וואו צו גיין וואוינען
כיבוד אב ואם, דירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס מען פארלאנגט איר זאלט איבערלאזן אייער מאמע, אייער משפחה, און גיין וואוינען וכו'; אזוי גייט עס ביי אסאך פון די רבי'שע משפחות, מען פארלאנגט פון די קינדער און אייניקלעך מען זאל אלעס אוועקלייגן אין דער זייט אבי צו בויען די שול וכו', מען פארלאנגט מען זאל קומען דינען די שול, דינען די רעביסטעווע אויפן חשבון פון שלום בית און אויפן חשבון פון חינוך הבנים, אלץ אבי עס זאל זיין א כבוד פאר די הנהגה וכו'.


איך קען נישט ענטפערן פאר א צווייטן וואו צו גיין וואוינען, דאס קען קיינער נישט זאגן, איין עצה איז דא, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און נאכאמאל בעטן און זיך לאזן פירן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.