בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#338 - נאר ערליכע הכשרים לכתחילה שבלכתחילה
כיבוד אב ואם, כשרות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


אז ביי דיינע עלטערן אין שטוב עסט מען אלעס, יעדע זאך וואס האט אידישע אותיות איז כשר - זאלסטו דאס נישט נאכמאכן, דו זאלסט אוועקשטעלן דיין שטוב לויט די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט; עסן נאר ערליכע הכשרים וואס איז לכתחילה שבלכתחילה.


ווען דו גייסט צו דיינע עלטערן זאלסטו זיין א טייל פון די פאמיליע, דארט זאלסטו נישט פראווען קיין מעשיות, ענינים, אבער ביי דיר אין שטוב זאלסטו נאר קויפן עסן וואס האבן הכשרים פון ערליכע רבנים.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות און אסאך בלעטער גמרא, וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב דיך זייער ליב.

#337 - די גרויסקייט פון זאגן קדיש נאך עלטערן
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ברוך דיין האמת, יעצט האב איך געהערט אז דיין טאטע איז נפטר געווארן, איך וויל דיך מנחם זיין פונדערווייטנס מיט די בריוו. איך ווינטש דיר: "המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, זאלסט מער נישט וויסן פון קיין צער און ווייטאג", און אז דו ווילסט מאכן א נחת רוח פאר דיין טאטעס נשמה - זאלסטו זאגן קדיש.


בזה העולם האט מען נישט קיין אנונג ווי גרויס קדיש איז, ווי א נשמה איז זיך מחי' מיט א קדיש, ווי עס טראגט ארויף די נשמה העכער און העכער. הער א מעשה, א שרעק פון א מעשה וואס דער הייליגער צדיק רבי יוסף חיים זאננענפעלד, דער ירושלים'ער רב זכותו יגן עלינו האט דערציילט.


אין די שטאט פרעשבורג האט געוואוינט א רייכע משפחה, די פרוי איז געקומען צו די הנהלת הישיבה זאגן אז זי וויל מאכן א געשעפט מיט די ישיבה, זי וועט געבן חודש'ליך גרויס געלט פאר די ישיבה בתנאי אז מען וועט אוועק שטעלן אין ישיבה איינער וואס זאל שטענדיג זאגן קדיש פאר די אלע נשמות וואס האבן נישט ווער עס זאגט פאר זיי א קדיש, און אזוי ווי מען האט דאס אפגערעדט האט די ישיבה אוועקגעשטעלט א בחור וואס פלעגט זאגן יעדן טאג קדיש לטובת די נשמות. ביז איין טאג איז איר מאן נפטר געווארן און וויבאלד ער האט געפירט די געשעפטן, האבן די געשעפטן אנגעהויבן גיין מטה מטה, עס איז נישט געווען ווער זאל זיך פארנעמען מיט די ענינים, ביז זי האט פארמאכט די געשעפטן, די פרוי האט נישט געהאט מער געלט, צו דעם אלעם האט זי געהאט צוויי טעכטער וואס האבן געדארפט שידוכים און עס איז נישט געווען קיין געלט. די פרוי האט געהאט א שטארקע אמונה, זי האט זיך נישט פארלוירן, זי איז אנגעגאנגען מיט איר לעבן אן קיין געלט, איין זאך האט איר זייער געבאדערט, אז זי האט נישט מער קיין געלט צו געבן פאר די ישיבה אנצוהאלטן איר גוטע מנהג לטובת די נשמות. זי איז אריבער צו די הנהלת הישיבה און געבעטן מיט איר גאנצע הארץ, זי האט געוויינט אז זי האט אלעס פארלוירן, זי האט נישט קיין פרוטה פאר זיך אליין, דאך בעט זי זייער מען זאל אנהאלטן די גוטע מנהג, מען זאל ווייטער זאגן קדיש לטובת די נשמות וואס האבן נישט קיין קדיש זאגער. די הנהלת הישיבה האט איר צוגעזאגט אז מען וועט ווייטער ממשיך זיין מיט די מנהג פון זאגן קדיש פאר די נשמות, זי איז ארויס מיט גרויס פרייד, זי האט געזאגט צו זיך 'זיכער וועט דער אייבערשטער מיר העלפן איך וועל טרעפן שידוכים און האבן געלט פאר זייער נדן'.


אויפן וועג ארויס פון די ישיבה קומט איר אנטקעגן אן עלטערער איד מיט א ווייסע בארד און ער באגריסט איר, ער קומט נאנט צו איר און פרעגט איר: "וואס מאכט איר? וואס טוט איר?" זי האט אים געענטפערט: "איך פלאג זיך זייער, נישטא קיין געלט, מיינע צוויי טעכטער ווערן עלטער"; דער איד פרעגט איר: "וויפיל געלט דארפט איר האבן פאר אייערע צוויי טעכטער זיי צו קענען חתונה מאכן?" דער איד נעמט ארויס פון טאש א טשעק בוך און פרעגט די פרוי: "זאגט די סכום וויפיל איר דארפט"; די פרוי ענטפערט וויפיל געלט, און דער איד זאגט איר: "היות עס איז א גרויסע סכום וויל איך אויך נעמען צוויי בחורים פון ישיבה פאר עדים, מען זאל נישט קענען זאגן עס איז פאלש"; דער איד איז אריין אין ישיבה, גערופן צוויי בחורים, ער האט זיי געבעטן זיי זאלן גוט קוקן ווי ער חתמ'עט דעם באנק טשעק, אויך האט ער געבעטן פון די בחורים א שטיקל פאפיר, און אויף דעם נאכאמאל גע'חתמ'עט, און זיי געגעבן די שטיקל פאפיר זיי זאלן קענען געדענקען די חתימה, און ער האט געזאגט פאר די פרוי זי זאל גיין מארגן צו דעם און דעם באנק און ארויסנעמען די סכום געלט.


די גאנצע מעשה איז געווען זייער וואונדערליך פאר די פרוי, 'וואס האט דער איד מיך בכלל באגרוסט? און וואס האט ער מיר געגעבן אזא גרויסע סכום געלט?' די פרוי איז אויפגעשטאנען אינדערפרי און גלייך געגאנגען צום באנק, דער ממונה פון באנק האט געזען די טשעק מיט די חתימה איז ער אריינגעלאפן צום באנקיר און אים געוויזן די טשעק, דער באנקיר איז אראפגעפאלן פון בענקל און גע'חלש'ט, עס איז געווארן א מהפיכה, א טומל און א געשריי, מען האט ערשט איינגעשפארט די פרוי אין א שטוב מיט א שומר, און מען האט פרובירט צו דערמינטערן דעם באנקיר. נאך אפאר מינוט איז ער געקומען צו זיך, ער האט גערופן די פרוי און איר אויסגעפרעגט, זאגט מיר די מעשה פינקטליך ווי אזוי עס איז געווען, די פרוי האט דערציילט די גאנצע מעשה: "איך בין געגאנגען אין גאס, אן עלטערער איד מיט א ווייסע בארד האט מיך באגרוסט און מיך געפרעגט וואס איך מאך, און ווען איך האב אים דערציילט ווי איך מוטשע זיך מיט מיינע טעכטער האט ער מיר געגעבן דעם טשעק און געהייסן קומען דא", דער איד האט איר אויסגעפרעגט ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און מען האט גערופן די בחורים און אלע האבן אלעס דערציילט, ביז דער באנקיר הויבט אן דערציילן: "דער איד איז מיין טאטע, ער איז שוין אוועק פון די וועלט צען יאר צוריק, און די נאכט האב איך זיך גע'חלומ'ט ווי מיין טאטע קומט צו מיר און זאגט מיר 'זייט דו ביסט אוועק פון די אידישע וועג און דו האסט חתונה געהאט מיט א גוי'אישע פרוי, און דו האסט אויפגעהערט זאגן קדיש נאך מיר - האב איך מער נישט קיין מנוחה אויבן אין הימל, מיין נשמה האט נישט קיין רו, ביז די פרוי האט געמאכט די זאך מיט די ישיבה אז זיי זאלן זאגן קדיש פאר אלע נשמות וואס האבן נישט קיינעם וואס זאגט קדיש נאך זיי, דאס האט מיר צוריק געברענגט מיין מנוחה און איך זאג דיר אז מארגן וועט די פרוי קומען אין באנק בעטן געלט, זאלסטו איר געבן די סכום געלט זי זאל קענען חתונה מאכן אירע צוויי טעכטער'".


דער באנקיר דערציילט: "זייט ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי האב איך דערציילט פאר מיין ווייב די חלום, זי האט מיך אויסגעלאכט, אבער יעצט זע איך אז די חלום איז אמת".


דער באנקיר האט תשובה געטון, זיין ווייב - די גוי'אישע פרוי - האט זיך מגייר געווען, און דער ירושלימ'ער רב האט אויסגעפירט: "איך בין געווען איינער פון די צוויי בחורים וואס האבן געזען די מעשה מיט די אויגן".


אויך פלעגט דער גאון רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה דערציילן די מעשה. זאלסטו זאגן קדיש פאר דיין טאטע, דאס וועט אים מאכן א נחת רוח און אים ברענגען צו זיין רו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#336 - גרויסקייט פון ארייננעמען עלטערע עלטערן אין שטוב
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין מקנא דיין זכות אז דו האסט אריינגענומען דיין שווער צו דיר אין שטוב; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


אויך זאלסטו זאגן פאר דיין ווייב תחי' אז איר זכות איז זייער זייער גרויס, נישטא עפעס גרעסערס פון ארייננעמען עלטערן אין שטוב, אן אלטע טאטע, אן אלטע מאמע – וואס קענען נישט גיין און קומען, וואס דארפן צוקומען צו הילף פון די קינדער.


בזכות די גרויסע מצוה זאלן ענק האבן נחת ביי ענקערע קינדער, און האבן הצלחה בכל ענינים.

#335 - דן זיין לכף זכות די טשעפערייען
כיבוד אב ואם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


גייט צו אייערע עלטערן, און אז זיי פירן זיך קאלט צו אייך וכו' צוליב אייער התקרבות צום רבי'ן – זאלט איר ווייטער גיין צו זיי, און ווייטער העלפן.


וויסן זאלט איר, אייערע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, זיי האבן געהערט שרעקליכע לשון הרע אויף היכל הקודש, און זיי ווילן נישט אז די קינדער זייערע זאלן זיין אין אזא פלאץ.


איך ווייס אז דאס איז זייער נישט איינגענעם, צו גיין און זיין ביי די עלטערן ווען זיי איגנארירן און זיי ענטפערן ממש וואס זיי מוזן און פירן זיך קאלט וכו', דאך זאלט איר ווייטער גיין און זיי דן זיין לכף זכות. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), דורכדעם וואס מען שווייגט אפ אויף די בזיונות דורך טרעפן אין די וואס טשעפען און פארשעמען - א צד זכות, "שאינו חייב כל כך במה שמבזה אותו", אז ער איז נישט שולדיג אויף דעם וואס ער טשעפעט, "כי לפי דעתו וסברתו", ווייל לויט זיין קוק ווינקל, לויט זיין פארשטאנד, "נדמה לו", האלט ער, "שראוי לו לבזות אותו", אז מען איז מחויב צו פארשעמען וכו'; "על ידי זה", דורכדעם, "נעשה בחינת 'כתר'", ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן, מען ווערט א קרוין פארן אייבערשטן און מען איז זוכה צו כבוד אלקי, צו תשובת עולם הבא און צו אדם לשבת על הכסא.

#334 - עלטערן וואס האבן צער פון ברסלב
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס טוט זייער וויי ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן און די עלטערן וואס זענען נאכנישט מקורב האבן צער און זיי וויינען אז מען גייט אוועק פון די מסורה, און מען וויל נאר ברענגען נחת פאר די עלטערן, עס טוט שרעקליך וויי, בפרט ווען מען דערהערט די באגריף פון 'עלטערן', דער צדיק וועקט אויף און לערנט ווי צו קוקן אויף עלטערן, ווי זיי צו מכבד זיין וכו', און ווען מען זעט ווי די עלטערן וויינען און ווען די עלטערן זאגן קלאר אז וועגן דיר ווערן מיר אלט און שוואך, דאס רייסט ביים הארץ, דאס איז א שרעקליכע צער.


עם כל זה, מיט דעם אלעם זאלסטו זיך זייער שטארקן, דו זיי ווייטער מכבד מיט די גרעסטע כבוד, און ווען זיי הויבן אן קרעכצן און וויינען היתכן דו גייסט אוועק פון די מסורה וכו' – זאלסטו זאגן מיט דרך ארץ: "טאטע איך האב זיך גארנישט אוועק גערירט פון די מסורה, אויב עפעס איז די אלע מסורה זאכן וכו' און מנהגים וכו' געווארן נאך שטערקער", "מאמע איך גיי נישט אוועק פון ענק, איך נעם סך הכל חיזוק פון רבי'ן"; דאס מעגסטו זאגן און מער פון דעם זאלסטו נישט זאגן, נאר זיי מקיים דעם פסוק "ומשמה ודומה ומשא", צדיקים טייטשן, מען דארף קענען הערן און שווייגן און פארנעמען...

#333 - מ'ווערט נישט קלוגער מיט'ן אוועקמאכן די פריערדיגע דור
כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב הנאה פון דיין עבודת השם, ווי דו פירסט זיך, פון דיין לערנען און דאווענען ויראת השם.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט רעדן צו דיינע עלטערן מיט די גרעסטע כבוד און עהרע, און אויך צו דיין שווער און שוויגער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, צו רעדן צו עלטערן מיט די גרעסטע דרך ארץ.


אויך צו דיין שווער און שוויגער זאלסטו שיין רעדן, און מאך נישט נאך די אינגעלייט וואס בארעדן ביי די חברים די שווער און שוויגער, זיי ווילן זיך מאכן וויכטיג און גרויס, און מיינען אז אזוי ווערט מען א ברי'; מען ווערט נישט קלוגער ווען מען מאכט אוועק די פריערדיגע דור.

#332 - מיט אסאך תפילה קען מען אויסבעטן אן ערליכער חתן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אייערע עלטערן זענען געווען היינט ביי מיר, האב איך געטראכט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער און שיקן די בריוו מיט זיי.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר א גוטע ערליכע געזונטע פרייליכע בא'טעמ'טע מאן, בעטס אים יעדן טאג אויף דעם. א שידוך איז נישט א זאך וואס מען קען זיך וועלן אדער קויפן מיט געלט, א שידוך קומט פונעם אייבערשטן; און מיט תפילה, מיט אסאך תפילה – קען מען אויסבעטן אן ערליכער חתן, א חתן א תלמיד חכם, מיט גוטע מידות, מיט יראת שמים און מיט שכל.


איך הער פון אייערע עלטערן אז איר האט גוטע חבר'טעס פון בית פיגא, גוטע חבר'טעס איז זייער וויכטיג, ווייל אפילו מען איז שוין מקורב צום צדיק, מען איז מקושר צום רבי'ן – דארף מען נאכאלץ האבן א גוטע חברותא. די הייליגע חכמים זאגן (תענית ז.): "וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", פון א גוטע חבר קען מען מער מקבל זיין פון א רבי, פארשטייט זיך אלעס בזכות דעם רבי'ן.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג די אני מאמין; זאגט עס מיט די טייטש, דאס וועט אויפבויען אין אייך א שטארקע אמונה.


אויך זאלט איר העלפן אין שטוב, העלפט אייער מאמע. איר האט גאר חשוב'ע עלטערן; סיי אייער טאטע נרו יאיר און סיי אייער מאמע תחי' זענען זייער חשוב און זייער ספעציעל פאר מיר.

#331 - הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיינע געפילן נעמען מיך אזוי איבער פון די נעכטיגע סיום ביי דיר אין שטוב, ווי דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה; ווי קען זיין עפעס שענערס פון דעם, פון לערנען און ענדיגן אזויפיל מאל משניות, דאס איז די גרעסטע עשירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ט:) אויפן פסוק (מלאכי ג, יח): "'וְשַׁבְתֶּם וּרְאִיתֶם בֵּין צַדִּיק לְרָשָׁע, בֵּין עֹבֵד אֱלֹקִים לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ', אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", עס איז נישט גלייך דאס גרויסקייט פון דער וואס לערנט א פרק הונדערט מאל צו דער וואס לערנט א פרק הונדערט און איין מאל; דעמאלט וועט מען זען די גרויסקייט פון לערנען הונדערט און איין מאל משניות.


איך בין געווארן זייער איבערגענומען ווען דו האסט גערעדט און דו האסט דערציילט די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ווי אזוי דיין משפחה האט זיך אזוי שיין אויפגעשטעלט וכו' וכו', בלייבט נאר איבער די איין זאך, תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים. גיי יעדן טאג התבודדות, דיינע ליפן זאלן נאר לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים, וועסטו זוכה זיין צו ישועות און צו ניסים.


אויך בין איך זייער איבערגענומען פון דיין כיבוד אב ואם, ווי שיין דו לעבסט מיט דיינע עלטערן, ווי דו האסט זיי אין שטוב מיט אזא דרך ארץ, זיי לעבן ביי דיר אין שטוב מיט די גרעסטע כבוד.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט נאר זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך, ערליכע אידישע דורות.

#330 - פת שחרית ווען מ'קען נישט פארנעמען ברויט
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, פת שחרית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע עסן פת שחרית וכו'; ביי אייך איז אנדערש, ווייל אז מען ווערט שוואך און די מאגן טוט וויי ווען מען עסט ברויט – איז פארקערט, זאל מען נישט עסן ברויט, נאר יוצא זיין פת שחרית מיט אזא עסן וואס דער מענטש קען פארנעמען, וואס די מאגן טוט פארדייען.


בנוגע גיין באזוכן עלטערן; עס פעלט נישט אויס צו גיין אינמיטן טאג וכו', אפילו ווען דער מאן ארבעט אלע טעג – קען מען גיין פארנאכטס. מען לייגט שלאפן די קליינע קינדער און מען בעט די עלטערע קינדער אכטונג צו געבן און מען כאפט זיך אריבער פאר א פופצן צוואנציג מינוט, מען שמועסט אביסל מיט טאטע מאמע, מען דערציילט זיי נחת פון די אייניקלעך, און אזוי קען מען דאס טון טעגליך (ווען מען וואוינט אין די זעלבע שטאט), און וועכנטליך (ווען מען וואוינט אין שטאט נעבן די אנדערע).

#329 - גיין ביים יארצייט צום טאטנ'ס ציון, אפילו ס'איז שווער
כיבוד אב ואם, יארצייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען עס קומט די ערשטע יארצייט פון דיין טאטע עליו השלום איז ריכטיג זאלסט זיך אריבער כאפן קיין לאנדאן צו זיין אויף די יארצייט ביי זיין ציון; קוק נישט אויף די געלט פון די טיקעט, ווייל אין די טאג פון די יארצייט קומט די נשמה אראפ, און די קינדער און אייניקלעך קענען זיך אויסבעטן און זען ישועות.


זאלסט זיך ארויפווארפן אויפן ציון און וויינען: "טאטע טאטע איך בין אזוי פארקלעמט, טאטע טאטע איך דארף ישועות מיט פרנסה, נחת פון די קינדער, און ישוב הדעת, שלוות הנפש, שמחת החיים"; זאלסט דארט וויינען און שרייען: "טאטע טאטע העלף מיר".


דיין טאטע איז דאך אריבער די גיהנום פון די נאציס ימח שמם, צדיקים האבן געזאגט אז די וואס זענען אריבער די גיהנום די וועלן נישט דארפן נאכאמאל גיין אין גיהנום, דיין טאטע קען דיר העלפן.


טו עס פאר דיר, פאר דיין טאטע און פאר דיינע קינדער...

#328 - ווען דער טאטע טשעפעט און מאכט חוזק
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין טאטע טשעפעט דיך, ער מאכט חוזק פון דיר - זאלסטו אים ווייטער מכבד זיין. חס ושלום זיך מתחצף זיין צו אים, זיי מקבל באהבה וואס קומט אויף דיר, בפרט פון א טאטע און א מאמע. דארפסט נישט אויפהייבן יעדע מאל די טעלעפאן, קענסט אויסלעשן די טעלעפאן און לערנען און דאווענען מיט התמדה רבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#327 - עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר פרויען, כשרות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


 ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז אייער צניעות איז אזוי הייליג און טייער אין הימל, עס ברענגט ישועות סיי פאר ענק און סיי פאר די גאנצע וועלט, ווייל בזכות די פרויען וואס גייען אנגעטון איידל און באשיידן - ווערט די וועלט אפגעהיטן פון שלעכטס.


אויף אייער פראגע וואס צו טון ווען ענק גייען צו אייער שווער און מען געבט דארט פלייש וואס איז נישט למהדרין מן המהדרין וכו', וואס זאלן ענק טון; ענק קענען עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן, אז די עלטערן זאלן נישט ווערן וויי געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#326 - העלפן די מאמע איז די גרעסטע מצוה און גרעסטע סגולה
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא בני ברק


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייערע עלטערן אז איר זענט א גוט קינד, איר העלפט און איר פירט זיך איידל, און ווען איר האט איבריגע צייט – זאגט איר תהילים.


זעט צו העלפן אייער מאמע, עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע, דאס איז די גרעסטע מצוה, דאס איז די גרעסטע סגולה, און מען איז גורם א שמחה אין אלע עולמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#325 - נישט דערשרעקן קינדער מיט א חי'
פחדים, כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט וכו'; מען טאר נישט זאגן פאר קינדער "א קאץ גייט קומען", "א הונט גייט קומען", דאס איז א גרויסע סכנה; קוק אין ספר קב הישר וואו ער שרייבט דארט די גרויסע סכנה פון זאגן פאר א קינד אז א חי' גייט קומען (עיין ספר של"ה שער האותיות אות ד, סימן לב).


אז מען וויל די קינד זאל נישט נעמען פון פריזער קעיק וכו', קען מען אויסלערנען די קינדער, און זאגן נאכאמאל און נאכאמאל נישט צו עפענען אליין די פריזער, דאס איז די וועג, אבער חס ושלום דערשרעקן מיט א קאץ, מיט א הונט...


ובנוגע די פראגע וואס מען טוט אז מען גייט צו עלטערן און די באבע ווייזט פאר די אייניקלעך ווידיאוס, קליפס וכו'; דאס איז זייער א הייקעלע פראגע, ווייל עלטערן דארף מען זייער מכבד זיין, און עס איז נישט שייך מוסר צו זאגן, די ריכטיגע וועג איז, זאגן איידל און שיין אז די קינדער זענען נישט צוגעוואוינט צו דעם, זיי ווערן דערשראקן, זיי קענען נישט נאכדעם אויסהערן אין חדר, אבער חס ושלום זאגן מוסר פאר עלטערן.

#324 - אוועקגעבן א ניר פאר א טאטע
כיבוד אב ואם, רפואה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט אוועק געבן א ניר פאר דיין טאטע; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט אז מען דארף נישט געבן א ניר פאר א פרעמדער מענטש, אבער פאר א טאטע איז זיכער גוט צו געבן, און אז דו האסט זיך בודק געווען און דו קענסט געבן לעבן פאר דיין טאטע זאל זיין געזונט – איז זיכער א גוטע זאך דו זאלסט עס טון.


גנב'ע אראפ יעדן טאג אפאר מינוט פאר התבודדות, שמועס זיך אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען און טון מצוות, בעט אים פאר דיין לעבן, פאר דיין ווייב, פאר דיין משפחה, שמועס מיט אים אין דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דער רבי זאגט דורך התבודדות קומט מען צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, צו דביקות להשם יתברך.

#323 - רופט אייערע עלטערן יעדן טאג, אפילו ס'איז שווער
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס אז עס קומט אייך אן שווער צו רופן אייער מאמע וכו'; וועט איר באקומען מער שכר, אזוי ווי דער תנא זאגט (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", און איר וועט זיך מיט דעם מער דערנענטערן צום אייבערשטן.


מענטשן ווייסן נישט צו שעצן עלטערן ביז מען ווערט אליין פארעלטערט, און דעמאלט איז שוין שפעט. אינגעלייט און יונגע ווייבלעך לייגן נישט צו קאפ צו רופן עלטערן, באזוכן עלטערן, מחי' זיין עלטערן, און שפעטער רייסט עס אין הארץ, אבער עס איז שוין צו שפעט.


רופט אייערע עלטערן יעדן טאג, בפרט אייער מאמע תחי', און ווערט נישט באליידיגט אז זי זאגט אייך וואס צו טון, ווייל מוסר פון א מאמע איז אזוי גוט, ובזכות וואס איר וועט מכבד זיין אייער מאמע וועט איר זען וואונדער פונעם אייבערשטן, מיט ישועות.

#322 - נישט ווערן אריינגעשלעפט אין מחלוקת צווישן עלטערן
כיבוד אב ואם, התחזקות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דיינע עלטערן קריגן זיך און עס זעט אויס ווי עס גייט זיין א גט, און דו ביסט אינדערמיט, דו ביסט יונג, דו ביסט א יונגער בחור, און אלע שלעפן דיך זאלסט זיין אויף זייער זייט.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א געזונטע ערליכע שטוב, מיט ליבשאפט אן קיין קריגערייען.


געב אכטונג נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין די מחלוקת צווישן די עלטערן, דו זיי מכבד ביידע, און אז מען פרובירט דיך אריינצודרייען צו נעמען א צד - זאלסטו מיט חכמה יעדן אויסהערן און יעדן איינעם געבן גערעכט, ביידע זאלן שפירן ווי דו ביסט מיט זיי, און מיט חכמה זיך ארויסדרייען.


איך האף דו וועסט קענען אריבערגיין די וואסער. אין לעבן דארף מען אריבערגיין אסאך וואסערן, מען פרובירט אויס מיט די זיבן וואסערן וואס דער רבי דערציילט ביי די מעשה פון די בערגער און דעם ארעמאן (ספורי מעשיות, מעשה י'); וואויל איז דעם מענטש וואס שווימט אריבער די וואסערן, ער דערהאלט זיך מיט אמונה, ער בלייבט שטארק נישט אפצולאזן דעם אייבערשטן און די הייליגע תורה.


שרייב מיר נאך, איך וויל זיין נאנט מיט דיר, איך האב דיך זייער ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#321 - נישט זיין קיין מחוצף, אבער נישט ווערן צעדרוקט
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


דאס גיין צו דיין שווער ווען ער שרייט און שלאגט און ווארפט א פחד – איז בכלל נישט קיין כיבוד אב ואם, דאס איז נישט געזונט, דאס איז א סכנה פאר דיר און בעיקר פאר דיין ווייב, עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שלחן ערוך אז אין אזא פאל דארף מען זיך אוועק ציען אין א צווייטע פלאץ. איך וואלט דיר געזאגט צי זיך אוועק פון די שטאט, און אזוי וועסטו קענען מקיים זיין כיבוד אב ואם.


ווי קען זיין אזא זאך, איינער וואס פאררופט זיך כלומר'יש א רב – זאל זיך אזוי אויפפירן צו זיינע אייגענע ווייב און קינדער... שרייען, שלאגן, סטראשען, צעברעכן כלים רחמנא לצלן.


דעריבער בעט איך דיר, האב נישט קיין שרעק פון קיינעם, נאר פונעם אייבערשטן זאלסטו זיך שרעקן, און געב אכטונג אויף דיין ווייב און קינדער, זיי זאלן נישט ווערן צעדרוקט און געפייניגט.


א מחוצף זאלסטו נישט זיין, אבער געב אכטונג נישט צו ווערן צעדרוקט פון נישט געזונטע מענטשן.

#320 - נאר א מעלה צו גיין בעסער, איידעלער און מער באשיידן
כיבוד אב ואם, צניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר מעגט גיין מיט וכו', אז מען טוט זיך אן מער פרום פון די עלטערן - איז דאס נישט קיין שום חסרון, אדרבה דאס איז כיבוד אב ואם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין זוהר פרשת בחוקותי, דף קטו:) ווער עס וויל באמת מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם זאל לערנען תורה און טון גוטע מעשים, וואס דאס איז די גרעסטע כבוד פאר די עלטערן, ווייל מענטשן זאגן: "אשרי לאב ואם שגידלו בן כזה", וואויל זענען די עלטערן וואס האבן געבוירן אזא קינד, און אזוי אויך ביי טעכטער; אז מען גייט אנגעטון איידל און באשיידן איז דאס די גרעסטע כבוד פאר די עלטערן, עס איז נאר א מעלה צו גיין בעסער, איידעלער און מער באשיידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#319 - זיך אננעמען פאר היכל הקודש
כיבוד אב ואם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פיר זיך אויף מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן און צו דיין ווייב'ס עלטערן, און אז דו גייסט צו זיי אויף שבתים וכדומה און זיי זאגן דיר ווערטער וועגן ברסלב, וועגן היכל הקודש וכו' - זאלסטו בלייבן שטיל מיט דרך ארץ, זאלסט חס ושלום נישט ענטפערן.


בכלל איז גוט זאלסט מיט קיינעם נישט טענה'ען וועגן רבי'ן און וועגן היכל הקודש. מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט מען זיך גענומען אויף א ברסלב'ער חסיד, מען האט חוזק געמאכט פון הייליגן רבי'ן, און דער ברסלב'ער חסיד האט נישט געענטפערט, ער איז געבליבן שטיל, גייט איינער צו אים און פרעגט אים: "איך פארשטיי נישט, ווען מען וואלט געשפעט פון מיין רבי וואלט איך זיך אנגענומען, וואס איז דאס אז דו בלייבסט שטיל?!" זאגט דער ברסלב'ער חסיד: "מיין רבי איז זייער באקאנט אין הימל, איך דארף זיך נישט אנעמען פאר אים, פון הימל וועט מען זיך אנעמען, מיין רבי, דער הייליגער רבי - איז גאר גוט באקאנט אין הימל"; טענה נישט מיט קיינעם, און אז מען פרעגט דיר וואס איז פשט אהער, וואס איז פשט פון דאס, זאלסטו געבן א שמייכל און ווייטער טון וואס דו האסט צו טון.


אז דו ווילסט זיך אננעמען פאר היכל הקודש זאלסטו עוסק זיין אין עבודת השם, נעם א משניות און זאג אפאר פרקים, נעם א גמרא און זאג בלעטער גמרא, גיי התבודדות, גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן; דאס איז היכל הקודש נישט עפעס אנדערש.


היינט נאכט איז דא א וויכטיגע שיעור פאר אלע פרויען פון אנשי שלומינו, איך וויל דו זאלסט אהיים גיין פרי אז דיין ווייב זאל קענען קומען צייטליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#318 - טאטע און מאמע זאלן קומען צו די חתונה
כיבוד אב ואם, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער, החתן ... נרו יאיר


דיין טאטע וויל זייער שטארק מיט האלטן דיין חתונה; ער שרייבט מיר, ער בעט מיר - איך זאל רעדן צו דיר וכו'.


איך וויל דיר בעטן זאלסט טון וואס דו האסט געלערנט און לאדענען דיין טאטע צו דיין חתונה, דו קענסט נישט און טארסט נישט נעמען קיין שום שטעלונג אין די מחלוקת צווישן טאטע מאמע, דו דארפסט לאדענען סיי דיין טאטע און סיי דיין מאמע, ביידע זאלן קומען צו די חתונה, און דו זאלסט זאגן פאר דיין מאמע זי דארף פארשטיין אז זי קען נישט טון זאכן אפצושטעלן דיין טאטע זאל זיין ביי דיין שמחה.


איך בעט דיר זייער, דיין טאטע האט נישט גארנישט אין לעבן, נאר דו רעדסט מיט אים, און אלעס בזכות דיין התקרבות צום רבי'ן וואס לערנט אונז ווי זיך צו פירן, טון וואס די הייליגע תורה זאגט. זאלסטו לאדענען דיין טאטע און ער זאל דיך אונטערפירן אונטער די חופה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#317 - וואס איז דען מער טייער ווי א מאמע?
כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לכבוד פסח זאלסטו מאכן א מעשה פאר די קינדער פון דאס גרויסקייט פון מכבד זיין א מאמע, נישט פארשעמען א מאמע, ווייל אין די טעג דארף מען אסאך חיזוק אויף דעם.


מאל די מעשה ווי דער הייליגער בעלזער רב דער שר שלום זכותו יגן עלינו, האט אכטונג געגעבן אויף זיין מאמעס כבוד, און ווען זי האט איינגעטינקען די מצה אין די זופ - האט ער ווייטער געגעסן פון די טעלער.


די חסידים שטייען און קוקן, דער רבי עסט פון די זופ; ווי קען זיין אזוינס? זי האט דאך איינגעטינקען אין די זופ מצה, דער רבי איז דאך אלץ זייער שטארק מקפיד נישט צו עסן געבראקטס, ווי קען זיין אזוינס?!


דער הייליגער בעלזער רב זכותו יגן עלינו, דער שר שלום, זיצט פסח נעבן זיין מאמע, דער צדיק האלט זיין מאמע זייער טייער, ער זעצט איר נעבן זיך, און ער עסט מיט איר פון איין טעלער. וואס איז דען דא עפעס גרעסער ווי א מאמע? וואס איז דען מער טייער ווי א מאמע? די מאמע האט איינגעטינקען די מצה אין די זופ און דער רבי זאגט נישט קיין ווארט, ער עסט ווייטער די זופ מיט די מאמע פון איין טעלער.


די תלמידים וואונדערן זיך זייער, ווי קען זיין אזוינס? דער רבי איז דאך זייער מקפיד נישט צו עסן קיין געבראקטס, אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מקפיד געווען, די מצה זאל נישט אנרירן קיין וואסער.


דער רבי געבט זיי צו פארשטיין: "נישט עסן קיין געבראקטס איז א גוטער מנהג, און מיר דארפן דאס היטן, אבער די מצוה פון מכבד זיין א מאמע איז נאך מער הייליג, דאס שטייט אין די הייליגע תורה, אז מען דארף זייער מכבד זיין א מאמע".


טייערע קינדער, מיר גייען שוין זייער אכטונג געבן אויף אונזער מאמע, מיר גייען פאלגן און רעדן שיין, און קיינמאל נישט וויי טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#316 - בזכות העלפן די מאמע, קומט א זיסע און גוטע לעבן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאמע תחי', זי שרייבט, זי מיינט אז קיין איין מאמע האט נישט אזא טאכטער וואס העלפט מיט אזא גוטע געפיל און מיט אזא שמחה - אזוי ווי אייך, זי שרייבט אז איר האט אפגעקאכט עסן פאר די גאנצע יום טוב פסח, און געהאלפן אזוי סאך, און ווען אייער מאמע האט אייך געזאגט איר קענט גיין שפילן - האט איר זי געזאגט אז איר ווילט מיט נעמען די קליינע קינדער זיי זאלן איר נישט שטערן, זי זאל זיך קענען אפרוען, איר זארגט נאר פאר איר זי זאל האבן כח און נאר ווי איר קענט איר עפעס העלפן.


אויך שרייבט אייער מאמע אז ביים איינקויפן קליידער ווילט איר אלץ גיין איידל אנגעטון און איר פארלאנגט נישט קיין טייערע קליידער, איר זענט צופרידן מיט וואס זי געבט אייך.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייך, איר מאכט א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן, און בזכות וואס איר העלפט אייער מאמע זאלט איר האבן א זיסע און גוטע לעבן, איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און האבן ערליכע געזונטע דורות און איר זאלט זיין געזונט און שטארק.


זעט אויך אין סקול, אין בית פיגא - צו זיין פון די קינדער וואס העלפן די טיטשערס און די מנהלת מיטן זיין דרך ארץ'דיג, און ווען מען לערנט אדער מען טוט זאכן וואס די קינדער האבן נישט קיין נערווען – זאלט איר זיין פון די קינדער וואס זענען דא צו העלפן בויען בית פיגא און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#315 - עס דערקענט זיך די חינוך פון בית פיגא
כיבוד אב ואם, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון משפחת ... שיחיו, זיי קענען זיך נישט גענוג באדאנקען פאר די חינוך פון בית פיגא. זיי שרייבן אז חול המועד ווען זיי זענען אנגעקומען צו א פארעם און געזען אז עס איז צו טייער און געזאגט פאר די מיידלעך אז מען גייט אהיים - האבן די קינדער נישט געגעבן קיין איין קרעכץ, זיי האבן געזאגט: "אונזער טיטשער האט אונז געלערנט נישט צו מוטשען די עלטערן".


אויך ווען זיי זענען געווען ביי זייער זיידע און דער זיידע האט נאר געוואלט קיצלען וכו', הערן זיי ווי זי זאגט פאר די זיידע: "איך האב נישט ליב ווען מען קיצלט מיך און ווען מען רירט מיך אן".


דאס איז אביסל איר זאלט וויסן און הערן וואס בית פיגא טוט מיט אונזערע קינדער.


מיר זענען אייך זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס מיר ווייסן וואס איר טוט און פאר אלעס וואס מיר ווייסן נישט וואס מען טוט מיט אונזערע טעכטער, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען ווייטער טון מיט אונזערע טעכטער און נחת פון אייערע קינדער.

#314 - געהאלפן אנגרייטן דעם יום טוב אזוי געטריי
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן א גאר שיינע גרוס אויף דיר פון דיין טאטע, אז דו האסט געהאלפן אנגרייטן דעם יום טוב אזוי געטריי. האסט געהאלפן קאכן, האסט געהאלפן מיט אלעס וואס מען האט נאר געדארפט, און אויך אין יעדע איבריגע מינוט האסטו געלערנט בהתמדה רבה.


איך האף צום אייבערשטן צו קומען קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר און זיין מיט די בחורים פון אונזער ישיבה, און ענק דערציילן פון הייליגן רבי'ן וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.