בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#431 - לאז דיך נישט נארן
לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו), דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו איינער וואס לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט, ער לויפט צווישן מענטשן, קיינער ווייסט נישט וואס ער האט אין האנט, יעדער מיינט אז ער האט עפעס וואס עס איז אינטערעסאנט פאר אים, און אלע לויפן אים נאך, צום סוף עפנט ער אויף זיין האנט, און מען זעט אז ער האט גארנישט אין האנט; אזוי פאפט ער אויס יעדן איינעם, מען לויפט אים נאך א גאנץ לעבן, ביז ווען מען גייט אוועק פון דער וועלט קוקט מען זיך אן, און מען זעט אז מען האט ליידיגע הענט, און מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דער שיחה גייט בעיקר ארויף אויף זיך נישט לאזן נארן מיט נאכלויפן א מנהיג, ווייל מען קען אמאל נאכלויפן איינעם א גאנץ לעבן, און ביים סוף עפנט מען אויף די האנט און מען דערזעט זיך מיט ליידיגע הענט.


ווי אזוי ווייסט מען אויב מען נארט זיך אדער נישט? מען דארף שטענדיג זיך בודק זיין און זיך פרעגן 'וואס האב איך אין מיינע הענט?' מען דארף זיך אלץ בודק זיין אויב מען ווערט נישט אפגענארט; אן תורה, אן תפילה - איז אלעס געפאפט, אלעס אפגענארט.


דעריבער וויל איך דיר זייער בעטן לאז דיך נישט נארן, כאפ אריין יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיטן תרגום, טייל עס איין לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, אזוי ווען עס קומט סוף וואך וועסטו האבן געענדיגט די פרשה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יַשְׁלִים אָדָם פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגוּם, שֶׁכָּל הַמַשְׁלִים פַּרְשִׁיוֹתָיו עִם הַצִּבּוּר, מַאֲרִיכִים לוֹ יָמָיו וּשְׁנוֹתָיו", דאס איז א סגולה פאר אריכות ימים, און דאס ראטעוועט א מענטש פון אלעם שלעכטס.


די וואך פרשת ויקהל פקודי ענדיגן מיר סדר שמו"ת; וואו ביסטו? ווי האלסטו אין דער וועלט? וואלסטו געפאלגט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט צו טון, וואלסטו זוכה געווען צו ענדיגן סדר שמו"ת; ברודער וועק זיך אויף, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, "שֶׁלֹא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", די וועלט זאל אייך נישט אפנארן, "כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", ווייל די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן. הייב יעצט אן מעביר סדרה זיין, און לערן תורה, מאך זיך שיעורים כסדרן אין אלע חלקים פון די תורה; מאך זיך א שיעור אין משניות, גמרא, שלחן ערוך און אין דעם רבינ'ס ספרים.


אין די תורה ליגט אלע סגולות; אז דו וועסט לערנען תורה וועסטו נישט פארגאפט ווערן פאר יעדע נייע זאך. יעדע שטיק צייט קומט א נייע טפשות וואס בלאזט, און מענטשן פאלן פאר דעם, מענטשן לאזן זיך נארן; איך בעט דיר, געב זיך אכטונג מען זאל דיך נישט אפנארן מיט סגולות וכו' וכו', 'אין סגולה כתורה', נישטא נאך א סגולה ווי די הייליגע תורה, מענטשן ווערן זייער פארגאפט פאר מענטשן וואס זאגן עתידות, נשמות, תיקונים, נאטורן וכו' וכו'; אלעס איז נארישקייטן, נאר תורה איז אמת, נאר תפילה איז אמת, נאר די סגולות פון צדיק וואס ברענגט דיך צום אייבערשטן און צו קיום התורה - איז אמת.


היינט וועט זיין א שיעור, קום צום שיעור, באניי זיך, עס קומט שבת החודש, עס קומט דעם רבינ'ס יום הולדת, עס קומט חודש ניסן, די חודש פון די גאולה, א צייט וואס מען קען ווערן אויסגעלייזט - יעדער פון זיינע פראבלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#430 - די תורה וועט אפהיטן און אפוואשן
לימוד התורה, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


ליבער ברודער, הארציגער חבר, די שבת וואס מען ליינט די פרשה פון פרה אדמה, וואס מיר זענען מקיים "ונשלמה פרים שפתינו" - איז א גוטע צייט דו זאלסט זיך באנייען, דו זאלסט אנהייבן לערנען תורה, ווייל די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה ד, ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה", אז מען נעמט אויף זיך די עול תורה, זאגט דער אייבערשטער, "מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתָם מִיְמֵיכֶם", רעכן איך ענק אזוי ווי איר וואלט קיינמאל נישט געזינדיגט; זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות, הייב אן מסכת ברכות און גיי אין א סדר א פרק נאך א פרק, און ווען דו ענדיגסט מסכת ברכות זאלסטו אנהייבן מסכת פאה; אזוי זאלסטו גיין ווייטער ביז דו ענדיגסט סדר זרעים און נאכדעם הייב אן סדר מועד, לערן א פרק נאך א פרק ביז דו ענדיגסט סדר מועד, אזוי זאלסטו טון, גיי א סדר נאך א סדר, ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה, און נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאכאמאל מסכת ברכות, אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן, און אפילו דו פארשטייסט נישט אלעס, זאלסטו זיך נישט אפהאלטן פון ווייטער לערנען, שפעטער וועסטו עס פארשטיין, ווייל אזוי גייט די וועג פון לערנען, אין אנהייב פארשטייט מען נישט גלייך, נאר שפעטער נאכן לערנען אסאך איז מען זוכה צו פארשטיין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.): "לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר", ערשט זאל מען לערנען אפילו מען פארשטייט נישט אלעס, און שפעטער וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ש"ס, הייב אן מסכת ברכות, לערן א בלאט נאך א בלאט, דאס וועט דיך אפוואשן פון אלע שלעכטס, און אפילו איינער איז זייער ווייט פארזינקען אין די טומאה, אפילו בעלי ראתן וואס האבן א שרץ אין קאפ; דאס זענען מחשבות פון ניאוף און פון כפירות ואפיקורסות, מיט דעם אלעם האט דער הייליגע אמורא רבי יהושע בן לוי געזאגט (כתובות עז:): "איך האב נישט מורא אנצוכאפן די סארט מענטשן און לערנען מיט זיי תורה", די תורה וועט זיי אלע אפהיטן און זיי אפוואשן ביז זיי וועלן אלע זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#429 - זיך אנזעטיגן ביינאכט מיט די הייליגע תורה
שמחה, לימוד התורה, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס איז כדאי דו זאלסט גיין יעדע פארנאכטס צום דיין'ס שיעור, לערנען א בלאט גמרא. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יד.): "כָּל הַמַּשְׂבִּיעַ עַצְמוֹ מִדִּבְרֵי תּוֹרָה", ווער עס זעטיגט זיך אן מיט לערנען תורה ביינאכט, "וְלָן", ער גייט שלאפן זאטערהייט מיט די הייליגע תורה - "אֵין מְבַשְּׂרִין אוֹתוֹ בְּשׂוֹרוֹת רָעוֹת", וועט זיך נישט חלומ'ען שלעכטע חלומות.


עס איז אינו דומה א בעל הבית וואס ארבעט א גאנצע טאג און האט א שיעור ווי ער לעבט מיט דעם און פארפאסט דאס נישט, צו איינער וואס איז נאר פארנומען מיט די ארבעט וכו'.


נאר בלייב נישט שמועסן מיט קיינעם, ווען די שיעור ענדיגט זיך זאלסטו אהיים גיין שלאפן. אויפן וועג אהיים זאלסטו זיך מתבודד זיין, גיי איבער דיין טאג מיטן אייבערשטן, דאנק אים אויף אלע גוטע זאכן, און בעט אים איבער אויף וואס דו דארפסט אים איבערבעטן, און בעט אים אויף להבא.


אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיין פרייליך און פרייליך מאכן אין שטוב, טאנץ מיט דיינע קינדערלעך און מאך מיט זיי ווערטלעך; דאס עפנט זייערע מוחות זיי זאלן וואקסן געזונט און קלוג.

#428 - אנטלויפן פון זיך אליין
לימוד התורה, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס דו שפירסט כסדר ווי דיין קאפ פלאצט דיר, דו ווילסט אנטלויפן פון דיר וכו'; דאס אלעס קומט ווייל דיין נפש איז הונגעריג פאר תורה, דיין נפש וויל אנטלויפן צום אייבערשטן, דיין נשמה איז הונגעריג פאר תורה; דו קענסט זיך דאס אליינס איבערצייגן, אז דו וועסט לערנען תורה יעדן טאג, דו וועסט לערנען חומש – שניים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך צו ענדיגן די פרשה, און אפאר פרקים משניות מיט אפאר שורות גמרא – וועסטו ווערן צופרידן מיט זיך, און דיין ווייב וועט זיין צופרידן, אלעס וועט גוט ווערן.


ליבער ברודער, זיי זיך מוסר נפש צו לערנען תורה יעדן טאג, מאך זיך א קביעות צו לערנען אין שטוב איידער דו גייסט שלאפן. אנשטאט סירטשן אויפן טעלעפאן, טעבלעט וכו' – נעם די הייליגע תורה, דאס וועט דיר געבן חיות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ח): "עיקר רוח החיים הוא בהתורה", דער עיקר לעבעדיגע גייסט – ליגט אין די תורה; וואויל איז דעם מענטש וואס לערנט תורה.

#427 - בין הזמנים קענסטו מער לערנען ווי א גאנצע זמן
לימוד התורה, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי, שבת החודש, מברכין ניסן, כ"ד אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


טייערער ליבער תלמיד, יעצט אין די טעג פון 'בין הזמנים' קענסטו זוכה זיין נאך מער צו לערנען ווי א גאנצע זמן. מאך זיך א ציל וואס דו ווילסט לערנען און ענדיגן, דאווען שחרית פרי, עס פת שחרית און זעץ זיך לערנען בהתמדה רבה; הייב אן מיט לערנען משניות, לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר מטהר זיין דיין נשמה, עס שטייט פון צדיקים אז משניות רייניגט די נשמה, 'משנה' איז די אותיות 'נשמה' (באר היטב אורח חיים הלכות השכמת הבוקר, סעיף קטן ו), אין אנהייב וועסטו נישט פארשטיין יעדע ווארט, אבער קוק נישט אויף דעם, דו זאג די ווערטער, דאס וועט דיך רייניגן פון אלע שלעכטס, משניות נעמט אראפ אלע פלעקן וואס איז איינגעגעסן אינעם מעענטש.


נאכדעם זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין ש"ס, לערן בלעטער גמרא, דאס וועט פארברענען אלע קליפות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד), 'תלמוד' באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין עבירות, און אז מען לערנט תלמוד בבלי, מען לערנט גמרא - פארברענט מען אלע קליפות.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען, און דער רבי זאגט דארט ווייטער אז אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, און ביים סוף וועט מען פארשטיין; מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט אז דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו', אבער אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#426 - ראטעווע מיך פון המן און פון עמלק
תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט פורים, וועלן מיר זוכה זיין צו ממתיק זיין אלע דינים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן י), דורך טאנצן און פאטשן ווערן נמתק אלע דינים; ווייל ווען מען איז פרייליך, מען נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן, מען שטעלט זיך פאר ווי די גאנצע וועלט איז איין שטיק אלקות, אלעס איז אייבערשטער, קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין אדער פון א טעות חס ושלום, אלעס איז מיט א פינקטליכע חשבון – דעמאלט ווערן בטל אלע דינים, ווייל דאס אליינס איז דינים; דאס פארגעסן פון אמונה – איז דינים, דאס ברענגט אלע פראבלעמען.


עס קומט פורים, ווי אזוי גרייט מען זיך אויף אזא הייליגע יום טוב? דורך שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך פון המן און פון עמלק, ראטעווע מיך פון זייער טומאה, זיי ווילן מיך אוועק נעמען פון אמונה, זיי ווילן מיך מטמא זיין מיט טבע, מקרה, מזל, און מיט ניאוף, טאטע ראטעווע מיך" וכו' וכו'.


יעצט ווען עס קומען אזעלכע הייליגע טעג איז א צייט זיך צו באנייען אין לימוד התורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח.): "הדור קבלוה", די אידן האבן נאכאמאל מקבל געווען די תורה בימי מרדכי מיט ליבשאפט; איז יעצט א גוטע צייט צוריק אנהייבן לערנען משניות און גמרא אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), צו לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#425 - לערנען תורה ברענגט חן און שלום בית
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו גייסט ביינאכט לערנען דעם בלאט גמרא ביים דיין'ס שיעור, מאכסט מיר אזא נחת, ווייל מען קען נישט אן לערנען תורה; אדער איז מען אין כולל, אדער איז מען א מלמד, און אז מען ארבעט – דארף מען האבן א שיעור תורה, מען זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט מיט די שווערע נסיונות וואס בוזשעוועט אין גאס; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (פעולת הצדיק, סימן תתלד), עס וועט קומען א מבול פון מינות וכפירה וכו', און די שול – דאס איז תיבת נח, וואס ווער עס איז אין איר – ראטעוועט זיך פון אלע בייזע ווינטן און שטורעמישע וואסערן.


אז דו וועסט גיין צום שיעור וועט דיין ווייב פרייליך ווערן, ווייל דער מענטש וואס לערנט תורה באקומט א חן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א), און אז עס איז דא חן – איז דא שלום בית.

#424 - אין מוהרא"ש'ס ספרים וועסטו טרעפן מורא'דיגע חיזוק
התחזקות, לימוד התורה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור אין מוהרא"ש'ס ספרים און קונטרסים, בפרט אין ספר הקדוש אשר בנחל, דארט וועסטו טרעפן מורא'דיגע חיזוק, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע יסורים און צרות, און די בריוו פון אפשר בנחל דאס איז מחי' ממש מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, איך אליינס בין זיך מחי' מיט אשר בנחל, דאס איז מיין חיזוק, דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין אין לעבן.


העיקר לערן יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום, אזוי וועסטו ענדיגן יעדע וואך פרשת השבוע. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות, משנה איז די חשבון פון פרנסה (385), און א בלאט גמרא; וועסטו האבן חיות אין לעבן, וועסט נישט דארפן זוכן אונטערטעינמענט מיט וואס זיך צו אונטערהאלטן, ווייל די תורה הקדושה געבט אמת'ע חיות, עס געבט א רוח חיים פארן מענטש, מען שפירט א טעם אינעם לעבן.


איך האב הנאה יעדע מאל באזונדער ווען דו קומסט צו די ליל שישי שיעורים, צו זען אז דו האסט נאך דיין חיות פון הייליגן רבי'ן, און אז דו קומסט איבער אלע מניעות וכו'.

#423 - לערן תורה, וועסטו ליב האבן אידישקייט
לימוד התורה, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


זע צו לערנען שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, אזוי וועסטו ליב האבן צו זיין א איד, דו וועסט ליב האבן אידישקייט, דו וועסט ליב האבן די בארד און פאות, וועסט ליב האבן דיין ווייב'ס צניעות, און אזוי ווייטער; ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א): "עַל יְדֵי הַתּוֹרָה נִתְעַלֶּה הַחֵן וְהַחֲשִׁיבוּת שֶׁל יִשְׂרָאֵל", אז מען לערנט תורה קומט צוריק די חן צו די אידן, דאס איז ביים מענטש אליין, אז מען זעט אז מען האט ליב חס ושלום די וועג פון די פעלקער השם ישמרינו, "וְהַחֵן הוּא אֶצְלָם", די חן איז ביי זיי, מען האט ליב די וועג ווי אזוי די גוים גייען אנגעטון, מען האט ליב אן אפגעשוירענעם בארד, און פריצות רחמנא לצלן, געבט דער רבי אן עצה, צו לערנען תורה.


זאג יעדן טאג משניות און זאג תהלים, און וואש אפ דיין פנים מיט דיינע טרערן מיט תפילות והתבודדות צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער העלף, איך וויל זיין אן ערליכער איד, נאר ליב האבן די תורה און די צדיקים און גיין אין זייערע וועגן".


קום צו די שיעורים דאנערשטאג נאכט און זע אז דיין ווייב זאל גיין צו די פרויען שיעורים, עס איז אזוי וויכטיג, עס איז די יסוד פון אלעס.

#422 - א געדולדיגער מענטש
סבלנות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דארפסט זיך זייער שטארקן צו זיין א געדולדיגער מענטש, זיך נישט פארלירן, און ווען דו זעסט זאכן גייען נישט ווי דו ווילסט וכו' – זאלסטו זיך נישט אויפרעגן, ווייל אויב מען האלט זיך צוריק פון ווערן בכעס – איז מען זוכה צו קומען צו די העכסטע פלאץ, צו עולם האצילות, אפילו מען ליגט אין מדור הקליפות וכו', דורך זיך איינהאלטן און זיך נישט אויפרעגן, דורך זיין בטל ומבוטל צום אין סוף ברוך הוא; בפרט אין שטוב אויף די ווייב טאר מען נישט האבן קיין טענות און תרעומות, און אז זאכן באדערן, זאכן שטערן, דארף מען זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן.


הלוואי זאלסטו צוריק אנהייבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום – מעביר סדרה זיין יעדן טאג די פרשה פון די וואך, איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, און אויך א שיעור אין משניות, זאגן פרקים משניות, און אויך זאגן יעדן טאג תהילים, און אפאר בריוון פון אשר בנחל; אויף די שיעורים זאלסטו זיך פארלייגן וועסטו ווערן מער און מער געדולדיג, דו וועסט קענען סובל זיין ווען זאכן גייען נישט ווי דו ווילסט, און ווען זאכן ווערן געטון נישט ריכטיג.


די בריוו שרייב איך דיר אלס שדכן, איך בין געווען יארן צוריק דיין שדכן און איך וויל בלייבן שדכן, איך וויל דיין שטוב זאל בלייבן, און נאר דורך זיין בטל ומבוטל צום אייבערשטן קען מען האבן שלום בית.

#421 - מאך א שיינע סיום אינדערהיים מיט די קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט זענען מיר מסיים מסכת זבחים, מאך א סיום אין שטוב, ווייז פאר דיין ווייב און דיינע קינדער וואס איז חשוב; זיץ מיט דיינע קינדער, לייג א שיינע טישטוך און שיינע כלים, און זאג זיי מיט שמחה אז דו האסט מסיים געווען נאך א מסכתא, און דערצייל זיי אז יעדע מאל מען איז מסיים א מסכתא באקומט מען אין הימל א גאנצע וועלט (הקדמת תיקוני זוהר, דף יד:),  דערצייל זיי וואס עס איז דא אין א וועלט, וויפיל קארס, וויפיל עראפלאנען, העליקאפטערס, שיפן און סאבמארינען, און אויך סייבער טראקס וכו' וכו', אלעס פאר ווער עס לערנט גמרא; עס וועט אריינגיין אין זייערע ביינער, זיי וועלן אויך וועלן לערנען.


שריי נישט אויף דיין ווייב, רעד שיין צו איר, און אז זי איז דיך מבזה זאלסטו חס וחלילה ענטפערן, און חס וחלילה האלטן א רוגזה; מאך דעם רבינ'ס תיקון שובבי"ם מיט שווייגן, מיט "ישמע בזיונו ידום וישתוק", דאס איז א שווערערע תיקון ווי פאסטן משבת לשבת; ווען מען הערט א בזיון און מען ענטפערט נישט, מען האט ליב די ווייב אזוי ווי פריער, מען מאכט נישט קיין עסק פון דעם. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו), אז דער עיקר פון תשובה איז שווייגן און נישט ענטפערן, דאס איז בעיקר אין שטוב ווען מען זאגט און מען הייסט און מען פארלאנגט וכו' וכו' - נישט צו ווערן פארלוירן, נאר שיין רעדן צו די ווייב אזוי ווי מען רעדט צו די חשוב'סטער מענטש.


לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, זאל עס זיין דער גרעסטער און דער בעסטער וכו' וכו'; ביסט געקומען אין היכל הקודש זאלסטו זיך חזר'ן 'פארוואס און פארוועם בין איך געקומען? נישט צו בערל, נישט צו שמערל, נישט צו חאצקל און נישט צו גרונם'; און אז זאכן שטערן דיר, זאכן באדערן דיר זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און אים בעטן דו זאלסט נישט האבן קיין קשיות אויף צדיקים און דו זאלסט נישט מרוחק ווערן פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#420 - מאך א סיום מסכת זבחים פאר דיין משפחה
חינוך הילדים, לימוד התורה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך, מאנטאג פרשת וארא, זענען מיר מסיים מסכת זבחים; הלואי הייבסטו אויך אן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און עס זאל ווערן א חלק פון דיין טאג אזוי ווי אנטון תפילין, דו גייסט נישט שלאפן אן לערנען דעם בלאט גמרא, ווייל מוהרא"ש ברענגט פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (סוף ספר יש נוחלין, אות כה): "לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי אנטון תפילין יעדן טאג".


אז דו וועסט לערנען תורה, דו וועסט לערנען גמרא - וועסטו אלעס פאררעכטן, די תורה וועט דיך היטן, די תורה וועט זיך אננעמען פאר דיר. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (חגיגה טו:), אז די טאכטער פון אחר [- דער תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס] איז געקומען צו רבינו הקדוש און זי האט אים געבעטן: "רֶבִּי, פַּרְנְסֵנִי", רבי געבט מיר עפעס עסן, האט רבינו הקדוש איר געפרעגט: וועמענ'ס טאכטער ביסטו? האט זי גענטפערט: "בִּתּוֹ שֶׁל אַחֵר אֲנִי", איך בין א טאכטער פן אחר, האט רבינו הקדוש געזאגט מיט וואונדער: "עֲדַיִן יֶשׁ מִזַּרְעוֹ בָּעוֹלָם?" ער האט נאך קינדער דא אויף די וועלט? עס שטייט דאך (איוב יח, יט): "לֹא נִין לוֹ וְלֹא נֶכֶד בְּעַמּוֹ וְאֵין שָׂרִיד בִּמְגוּרָיו", עס וועט נישט בלייבן קיין קינדער און אייניקלעך פון דעם רשע! האט זי זיך אנגערופן צו רבינו הקדוש און אים געבעטן: "זְכֹר לְתוֹרָתוֹ וְאַל תִּזְכֹּר מַעֲשָׂיו", איך בעט דעם רבי'ן זאל געדענקען די תורה וואס ער האט געלערנט און נישט געדענקען זיינע שלעכטע מעשים; ווען זי האט דאס ארויס געזאגט איז אראפגעקומען א פייער פון הימל און פארברענט דאס בענקל פון רבינו הקדוש, זיך אנצונעמען פאר אים, האט רבינו הקודש זייער געוויינט און געזאגט: "וּמַה לַמִתְגַנִין בָּהּ כָּךְ, לַמִשְׁתַּבְּחִין בָּהּ עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה", מה דאך ווען א רשע לערנט תורה קומט די תורה און נעמט זיך אן פאר אים, איז דאך אודאי און אודאי ווען א איד וואס גלייבט אינעם אייבערשטן לערנט תורה - וועט זיך זיכער די תורה אננעמען פאר אים.


בעט דיין ווייב זי זאל אנגרייטן פאר קומענדיגע וואך, מאנטאג נאכט פרשת וארא א סעודה ביי דיר אין שטוב, מאנטאג זענען מיר מסיים מסכת זבחים. מאך א סיום פאר דיין משפחה; דו מיט דיין ווייב מיט די קינדער, ברעג אריין אין שטוב א ליבשאפט צו תורה, דיינע קינדער זאלן זען אז תורה איז חשוב; מען רעדט אלץ פון געלט און פון שיינע קארס, יעצט זאלסטו רעדן פון לערנען גמרא, און שלעפ אריין דיינע עלטערע קינדער זיי זאלן אויך אנהייבן לערנען יעדן טאג גמרא, זיי זאלן אנהייבן מסכת מנחות, זאג זיי צו עפעס פארן לערנען תורה.


(אפילו דו האסט נאר געזאגט די ווערטער קענסטו אויך מסיים זיין, עס איז א געהעריגע סיום, בלי שום ספק).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#419 - תורה שלעפט ארויס פון די ערגסטע פלעצער
לימוד התורה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט אז מען איז אין די טעג פון שובבי"ם מען קען פאררעכטן אלעס, מען קען פאררעכטן אויך די עבירות וואס איז זייער שלעכט און זייער גרויס. דער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז די טעג זענען זייער מסוגל תשובה צו טון און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט (ספר שפת הנחל, תורה א): "וקבלה בידי אנ"ש", עס איז מקובל ביי אנשי שלומינו, "שהחוק קבוע הזה, לקבוע את עצמו ללמוד בכל יום כך וכך", אז ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה פון זיך באשטימען יעדן טאג צו לערנען א באשטימטע שיעור, "שזה סובב על ח"י פרקים משניות בכל יום", אז דער רבי האט געמיינט דאס זאגן אכצן פרקים משניות, "אשר האמירה בעלמא מועילה מאד מאד", וואס אפילו נאר דאס זאגן איז אזוי הייליג אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון די בלאטע און פון די טומאה, און אפילו דער מענטש האט געזינדיגט אין פגם הברית און ער קען נישט ארויסגיין פון די שלעכטע געוואוינהייט, וועט ער פון דעם אויך פטור ווערן דורך לערנען תורה; אזוי ווי רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#418 - אז מען ווארט אויס, ווערט דאס לערנען זיס
כולל, לימוד התורה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט נישט אפלאזן דאס לערנען. וויסן זאלסטו, אין אנהייב איז דאס לערנען אן טעם, אבער אז מען ווארט אויס, מען בלייבט לערנען – ווערט עס זיס, ביז מען וויל דאס מער נישט אפלאזן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יז), ווען מען הייבט אן שפירן די זיסקייט פון די תורה דארף מען שוין מער נישט קיין עולם הבא, מען וויל נאר די תורה אליין.


אויסער דיינע שיעורים וואס דו לערנסט אין כולל זאלסטו לערנען יעדן טאג מקרא איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, לערן שנים מקרא ואחד תרגום פון די וועכנטליכע פרשה; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, און אויך זאלסטו לערנען משנה, לערן אכצן פרקים משניות יעדן טאג, אויך זאלסטו לערנען די בלאט גמרא פונעם טאג. קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת וארא הייבן מיר אן מסכת מנחות; כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג די בלאט גמרא, אויך זאלסטו זאגן די יום תהלים יעדן טאג.


דאווען אלע דריי תפילות מיט מנין, לעש אויס די טעלעפאן ביים דאווענען, דאווען מיט א סידור אויף איין פלאץ, דאווען מיט מנין.


איך האב דיך ליב.

#417 - מען קען נישט לעבן אין א פיצקעלע דירה
שטעטל, לימוד התורה, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, דזשערזי סיטי


איך פריי זיך זייער אז דו און דיין ווייב ווילן קומען וואוינען אין שטעטל פאר די חינוך פון ענקערע קינדער, ענק ווארטן אויף א דירה וכו'.


ביז דערווייל זאלן ענק זיך אריבערציען צו א גרעסערע דירה דארט וואו ענק וואוינען, מען קען נישט לעבן אין א פיצקעלע דירה, געב אכטונג אויף דיין ווייב זי זאל נישט ווערן איבערגעשטרענגט; א אידישע מאמע דארף האבן א געזונטע מח, א ברייטע דירה – צו קענען מחנך זיין די קינדער.


בנוגע וואס האט פאסירט זומער וכו'; איך בעט דיר איבער, אויף מיר גייט אויך אריבער וואס גייט אריבער, איך האף דו וועסט מיר פארגעבן און מיר וועלן צוריק באנייען אונזער קשר.


זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט די "יום תהילים", דאס מאכט זויבער און ריין, און אויך פרייליך; וועסט שפירן אנגעפילט.

#416 - בלייב אין שטוב ביינאכט
שלום בית, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


האסט מיר דערציילט אז מען האט דיך אפגעזאגט פון דיין דזשאב וכו'; איך בין גרייט צו מאכן א געשעפט מיט דיר, זאלסט זיך מקבל זיין נישט ארויסצוגיין ביינאכט פון שטוב, וועסטו טרעפן א גוטע פרנסה, מער בריווח און גרינגער ווי דאס וואס דו האסט געהאט ביז אהער.


טייערער ברודער, בלייב אין שטוב ביינאכט, גיי נישט ארויס פון שטוב, און אז דו קענסט נישט שלאפן – פון לעבן יארן מיט א פארדרייטע סדר היום, שלאפן בייטאג און אויפזיין ביינאכט – קענסטו לערנען אין שטוב, אבער חס ושלום ארויסגיין פארברענען די נעכט אינדרויסן פון שטוב; וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק, אן ערליכער איד.


יעצט חנוכה זאלסטו זיך באנייען אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא, ענדיג משניות יעדע חודש און ש"ס לכל הפחות איין מאל א יאר.

#415 - העלפן דעם רבינ'ס שול
משמש דעם רבי'ן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכין החודש, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב


איך הער פונעם משמש ר' ישראל פוקס נרו יאיר אז דו העלפסט רייניגן די מקוה און אויך וואשסטו די האנטוכער, איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח פארן העלפן דעם רבינ'ס שול, מען קען זוכה זיין צו זייער שיינע זאכן דורכן רייניגן דעם רבינ'ס שול. דאס ווייסטו אודאי אז מוהרא"ש פלעגט דאס טון אין די יונגע יארן, ער פלעגט קומען אין די ברסלב'ע שול אין בארא פארק און געוואשן די פלאר מיט די בית הכסא'ס און זיך מתבודד געווען בשעת מעשה, גערעדט און געזינגען צום אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, ווען ער פלעגט רייניגן דעם בית המדרש האט ער געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל קענען אריינברענגען דעם רבי'ן אין די וועלט.


הייב אן דיין טאג מיט אכצן פרקים משניות און א יום תהילים און זיבן בלאט גמרא, זאג די ווערטער פון די תורה, וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#414 - רבונו של עולם, דו ווייסט אלעס
לימוד התורה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


מאך זיך א קביעות יעדן טאג פאר א שטיק צייט, אפילו נאר אפאר מינוט – צו רעדן צום אייבערשטן. זוך דיר א שטילע פלאץ, לעש אויס דיין טעלעפאן און שמועס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, און אפילו דו וועסט נישט האבן קיין דיבורים – זאלסטו זיצן און בענקען צום אייבערשטן, און זאגן: "אייבערשטער דו ווייסט אלעס"; זאג איבער נאר די ווארט 'אייבערשטער דו ווייסט אלעס'.


דאס איז מרומז אין פסוק (תהילים קלט, ד): "כִּי אֵין מִלָּה בִּלְשׁוֹנִי", ווען איך האב נישט קיין ווערטער וואס צו רעדן ביי התבודדות, די מויל איז פארמאכט, פארשלאסן, זאל מען זאגן די ווערטער: "הֵן ה' יָדַעְתָּ כֻלָּהּ, רבונו של עולם דו ווייסט אלעס", און אז מען זאגט איבער פעמים אין מספר, וועט דער אייבערשטער העלפן, עס וועט אריינקומען גוטע דיבורים, "ויפתח פיו, ויוכל לפרש שיחתו" (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צו).


מיר האבן געעפנט א כולל בוקר אין שטעטל צו לערנען א שעה פארן דאווענען, פון זעקס אינדערפרי ביז זיבן – ח"י פרקים משניות, יום תהילים און חומש רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך. וואויל איז דער וואס הייבט אן די טאג מיט אזעלכע ליכטיגקייטן.

#413 - דאנקען און דאנקען, נישט אויפהערן צו דאנקען
תודה והודאה, חנוכה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, דזשערזי סיטי


מזל טוב פאר די צוויי שמחות, פאר דיין נייע געבוירענע אינגל למזל טוב, און פאר די אפשערן פון דיין זון, אים מאכן פיאות; דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און דו זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים, מיט פיל נחת, אינאיינעם מיט דיין ווייב.


יעצט קומט די חנוכה טעג, זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר. נישט לאנג צוריק ביסטו געווען א צעבראכענער בחור, האסט געמיינט אז דו וועסט שוין אזוי בלייבן, אליין, און בזכות דיין התקרבות צום רבי'ן האסטו זוכה געווען צו א שידוך, און צו א שטוב מיט ליכטיגע קינדער; דארפסטו דאנקען און דאנקען, נישט אויפהערן צו דאנקען דעם אייבערשטן.


חנוכה איז א צייט וואס די אור הגנוז ווערט נתגלה, וואו ווערט עס נתגלה? אין די הייליגע תורה; זאלסטו זיך אויפוועקן פון שלאף, הייב אן צוריק לערנען חומש – איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, שנים מקרא ואחד תרגום, אויך זאלסטו לערנען משניות און זאגן תהילים, ווייל די פאר יאר וואס מען טויגט צו מאכן געשעפטן איז נאר אביסל, און וואס וועט זיין נאכדעם? עס בלייבט גארנישט איבער, נאר תורה.

#412 - זיך צוריק באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה
חנוכה, לימוד התורה, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, חנוכה איז א לשון פון זיך באנייען, זיך באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה; וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך צוריק באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה, בפרט מיט לימוד משניות, אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), נעם א משניות און הייב אן זאגן כסדרן א פרק נאך א פרק, קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער פון תורה ביז מען ווערט אויסגערייניגט און זויבער און מען הייבט אן פארשטיין; זאג א פרק נאך א פרק, פרוביר זאגן יעדן טאג ח"י פרקים, אכצן פרקים משניות; דאס וועט דיך רייניגן פון אלע שמוץ, עס וועט אויסלייטערן דיין קערפער, דיין מח און דיין נשמה.


טייערער ברודער, יעצט חנוכה ווערט אנטפלעקט די אור הגנוז, די אור פון צדיק אמת, וואס לאזט זיך אראפ צו אונז אלע וואס מיר זענען אין דיוטא התחתונה, מיר זענען אזוי נידריג, מיר זענען געפאנגען ביי די קליפות, במקום רשות הרבים, למטה מעשרה טפחים, און שיינט אריין אין אונז די אור הגנוז, מיר זאלן אויך זוכה זיין צו קענען זוכה זיין צו כל המדריגות, דורך לערנען די הייליגע תורה, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, זוהר הקדוש ותיקונים וכו' וכו', צו שפאצירן בכל התורה כולה, מען דארף נאר זוכה זיין אוועק צו ווארפן די שכל און פאלגן דעם צדיק האמת, און די אור התורה – "מחזירן למוטב", וועט אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פאלגט בתמימות ובפשיטות, וועט ער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.

#411 - עפעס אינעווייניג איז נישט פרייליך
שמחה, שלום בית, לימוד התורה

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דאס וואס דו זאגסט אז דו שפירסט אז דו ביסט נישט מסודר, עפעס אינעווייניג איז נישט פרייליך, עס מאכט דיר נישט גוט וכו' וכו'.


דאס איז וויל עס פעלט דיר לערנען תורה, דו דארפסט זיך מאכן א שיעור אין חומש, משניות און תהילים – וועסטו גלייך זען און שפירן א חילוק, וועסט ווערן פרייליך; ווייל תורה מאכט פרייליך.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, זיי זיך קובע צו לערנען אין שול אינדערפרי חומש, משניות און תהילים.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען אין שטוב; ווייל וואס מאכט פרייליך די פרויען? זיי האבן נישט קיין חיוב צו לערנען תורה, זיי ווערן פרייליך ווען אין שטוב גייט א קול תורה, אז דער מאן לערנט תורה אין שטוב – ווערן זיי פרייליך, די גאנצע שטוב ווערט פרייליך.


שרייב מיר ווען דו לערנסט און וויפיל דו לערנסט.


 

#410 - אויסער די חברותות, אויך זאגן תורה אן פארשטיין
סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס דערפרייט מיר דאס הארץ צו הערן אז דו קומסט אין שול יעדן טאג דאווענען און לערנען, האסט גענומען צוויי חברותות, דו לערנסט די הייליגע תורה, דאס איז דעם רבינ'ס ווילן געווען, אריינברענגען אין אונז א גליסטעניש צו לערנען און צו טון אסאך מצוות מיט א פשטות, אן קיין חכמות.


אויסער די שיעורים וואס דו האסט מיט דיינע חברותות – זאלסטו אויך לערנען פאר דיר אליין, גורס זיין פרקים משניות מיט בלעטער גמרא אפילו אן קיין פארשטאנד, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), ווייל אז מען לערנען נאר מיט פארשטאנד און מיט א חברותא, קומט אויס אפאר הונדערט טעג א יאר וואס מען לערנט נישט, אז מען רעכנט צאם אלע שבתים און ימים טובים פון יאר, און ערבי שבתים – איז שוין איבער הונדערט טעג, און נאכדעם אלע אנדערע טעג וואס מען האט טרדות, איז אלעס צוזאמען גאר אסאך טעג, מה שאין כן אז מען לערנט באופן גירסא, דאס טוט מען אלע טעג, כולל שבתים, ערב שבת, און אזוי ווייטער.


אינדערפרי נאך ברכת התורה זאלסטו זיך קובע זיין צו זאגן די דרייצן אני מאמין, זאג עס מיט די טייטש, עס זאל דיר ווערן איינגעקריצט אין די ביינער די אמונה בה' ובמשה ובנביאים.

#409 - א קליינע משניות, מיט שלום בית
שלום בית, היכל הקודש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען זיך דרייען אין ברסלב, און אויך אין היכל הקודש, און מען פארגעסט וואס דער עיקר איז און וואס איז דער טפל; וואס דארפסטו מער, דעם רבינ'ס איידעם, וואס איז דא נענטער פון קינדער, דאך שרייבט אים דער רבי (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


זע עס זאל דיר נישט אריבערגיין דיין טאג אן לערנען מקרא, משנה, גמרא וכו' אויפן סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן סימן עו). דער רבי האט געזאגט: "איך האב גענומען דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע"; ביי חסידים איז דער עיקר 'תפילה', און ביי די ליטווישע איז דער עיקר 'תורה', און דער רבי האט גענומען ביידע - סיי תורה און סיי תפילה, וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן דער עיקר, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שם, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם", וואס האט א מענטש צו טון אויף די וועלט? "אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל, וְלִלְמֹד, וּלְהִתְפַּלֵּל", נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


וואו דו גייסט זאלסטו מיט נעמען דיין קליינע משניות'ל, מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען: "ווען מען זעט איינעם מיט א משניות זאגט מען גלייך אויף אים 'ער באלאנגט ביי היכל הקודש'"; זע צו האבן דיין משניות ווי דו גייסט נאר, מען זאל זיך קענען בארימען מיט דיר אז דו ביסט א תלמיד היכל הקודש.


אויך זאלסט אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו דיין ווייב, רעד שיין צו איר, רעד צו איר מיט די גרעסטע כבוד און דרך ארץ, דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז שטענדיג דערמאנט, מיר זאלן נישט פארגעסן ווי מיר האבן אויסגעקוקט איידער מיר האבן חתונה געהאט, ווי צעבראכן מען איז געווען, ווי מען האט שוין אויפגעגעבן אז מען וועט נאך אמאל חתונה האבן און האבן א שטוב.


געב אכטונג זי זאל נישט וויינען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען זאל זייער אכטונג געבן נישט טשעפען די ווייב, "מִתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל א פרוי וויינט שנעל, פרויען זענען זייער געפיליש, זייער הארציג, וויינען זיי שנעלער.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור. ביים שיעור וועלן מיר רעדן פון וואס שטייט אינעם בריוו, פון לערנען און רעדן שיין אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#408 - קובע זיין א צייט צו לערנען, דאס דארף יעדער טון
משניות, היכל הקודש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה קרית ברסלב


שבת ווען מיר האבן גערעדט פון לערנען אכצן פרקים משניות און זאגן א יום תהלים, און אז אפילו א מנהל און דער וואס איז עוסק אין הפצה - דארף לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, און אז נישט ווערט מען דערווייטערט פון היכל הקודש, מען הייבט אן האבן בלבולים וכו' וכו'; האסטו מיך געפרעגט אז דו האסט געזען א בריוו אין עצתו אמונה פאריגע וואך וואו עס שטייט אז ענדערש יא טון פאר די קהילה, פאר די מוסד, ווייל דאס מערסטע קען מען לערנען זעכציג מינוט א שעה, אבער אז מען בויט א חדר, מען בויט א ישיבה, א כולל, א מוסד, א קהילה - קען מען לערנען אין איין שעה מער ווי זעכציג מינוט.


דארט רעדט מען נישט פון קובע זיין א צייט צו לערנען, דארט רעדט מען פון איינער וואס וויל א גאנצן טאג לערנען וכו', איינער וואס בויט די מוסד און די קהילה וויל זיך אריינזעצן אין כולל וכו'; דאס איז עפעס אנדערש, אבער קובע זיין א צייט צו לערנען - דאס דארף יעדער טון, אלע דארפן לערנען חומש, משניות, גמרא, מדרש וכו'.


שטארק דיך מיט לערנען יעדן אינדערפרי אכצן פרקים משניות. אז דו וועסט אויפשטיין פארטאגס לערנען אכצן פרקים משניות און זאגן דעם יום תהלים און גיין א שפאציר מיטן אייבערשטן, זיך אויסוויינען און זיך אויסרעדן - וועסטו האבן משונה'דיגע הצלחה אין חדר, עס איז גאר אנדערש ווען מען גייט צו די ארבעט נאכן האבן געלערנט, געדאווענט, זיך מיישב געווען 'מה תכלתי ומה חובתי בעולמי?'


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#407 - נישט האבן מיט חברים וואס נעמען דראגס
חברים, התחזקות, אומאן, לימוד התורה, נ נח, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג נישט צו האבן מיט חברים וואס נעמען דראג"ס, ווייל מען קען ווערן אריינגעשלעפט אין דעם; מען הויבט אן א טראפ און דאס ציט אזוי שטארק אז מען קען זיך נישט ארויסזען פון דעם, ביז מען שטארבט השם ישמרינו.


עס זעט דיר אפשר אויס אינטערעסאנט אז איך שרייב דיר בכלל פון אזעלכע זאכן, אבער איך הער פון בחורים און אינגעלייט, זיי דערציילן וואס עס טוט זיך אפ אין די קאנטריס, ווי מענטשן זענען נעבעך אזוי צעבראכן און פארלוירן און מען נעמט דראגס בלי בושה, מען זוכט וואו צו אנטלויפן, מען זוכט ווי מען קען זיך אוועק נעמען די ווייטאג וכו', ווען באמת איז נישטא וואו צו אנטלויפן ווען מען האט חס ושלום א צרה; ווען א מענטש גייט אריבער שוועריקייטן קען ער אנטלויפן נאר צום אייבערשטן, נישטא ערגעץ אנדערש וואו צו גיין, אך און וויי אז מען לויפט צו דראגס, עס ווערט נאר ערגער, ווייל איינמאל מען פאלט אריין אין דראגס - איז זייער ביטער, מען פארלירט דעם מח מחשבה, ביז מען ווערט אויסגעריסן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון דעם. א איד זאגט מיר, יעצט ער האט פארלוירן זיין זון, ער איז נעבעך געשטארבן פון נעמען דראגס. עס האט זיך אנגעהויבן מיט איין מאל נעמען, נאר אויף טועם זיין, עס האט זיך אנגעהויבן בטעות, און נעבעך נעבעך אוועק פון דער וועלט אן גארנישט, אן איבערלאזן דורות.


איך בעט דיר זאלסט נישט גיין צו פארטיס וכדומה וואו מען נעמט דארט דראגס, שטערקערע מענטשן פון דיר זענען געפאלן און האבן זייער לעבן גענדיגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כג.), די ערליכע אידן פון ירושלים – "לא היו נכנסין בסעודה אלא אם כן יודעין מי מיסב עמהן", זענען נישט געגאנגען צו קיין מסיבות נאר אז זיי האבן געוואוסט ווער עס וועט זיין דארט און מיט וועם זיי וועלן זיצן ביי איין טיש; זאלסטו אויך אזוי טון, נישט גיין צו גרילס, פארטיס וכו' - אן יראת שמים.


עס איז דא א דראג וואס נעמעט אוועק אלע ווייטאג; לערנען תורה. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עירובין נד.), די תורה איז סם חיים, א דראג וואס געבט לעבן; אנשטאט נעמען בלעטער און גראזן - נעם די בלעטער גמרא, זאג בלעטער גמרא וועסטו ווערן עכט פרייליך, דו וועסט זיך ליב האבן, דו וועסט נישט דארפן זוכן אנדערע זאכן זיך פרייליך צו מאכן.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין צוויי און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן. אז דיינע עלטערן ווילן נישט זאלסט פארן אויף אומאן - זאלסטו זיך נישט טענה'ן, חס ושלום זיך טענה'ן מיט עלטערן, עלטערן דארף מען מכבד זיין, עלטערן דארף מען האלטן טייער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב), "מען קריגט נישט אויף מיר, נאר מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש, און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש" - זאגט דער רבי, "אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויג נישט - קריג איך אויך"; דאס הייסט אזוי, מענטשן ווייסן נישט וואס ברסלב איז, מענטשן מיינען אז דאס איז א פלאץ פון משוגעים, און דערפאר, יעדע טאטע און מאמע וואלטן נישט געוואלט אז זייער קינד זאל זיך דרייען אויף א פלאץ פון משוגעים, און ליידער אין ברסלב אליין זענען דא מענטשן וואס זיי זענען גורם אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב. דער רבי זאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייערע דיבורים זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך דערווייטערן פונעם צדיק (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ע); בפרט די נייע אנשיקעניש פון "נא נח" וואס זיי זענען מבזה דעם רבי'ן, און מענטשן מיינען אז דאס איז ברסלב, און זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן נישט קענען מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק זאל אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין שלעכטע נאמען פארן צדיק; נאכדעם מיינען מענטשן אז דאס איז ברסלב, און צוליב דעם איז דא אזויפיל מחלוקת אויף חסידי ברסלב; זאלסטו זיך חס ושלום נישט טענה'ן מיט דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.