בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#161 - די שיינקייט פון א בחור וואס ארבעט, אבער לערנט אויך יעדן טאג
בחור, משניות, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערראשט פון דיר, פון דיין התמדה; דו לערנסט אזוי פלייסיג משניות, דו האלסט שוין יעצט ביים מסיים זיין די זעכציגסטע מאל גאנץ "ששה סדרי משנה".


וואו אין די וועלט זעט מען אזא זאך ביי א בחור וואס איז נישט אין ישיבה? דו ארבעסט, רוב טאג ביסטו פארנומען ביי די ארבעט און דו נעמסט אראפ יעדן טאג אביסל צייט גורס צו זיין אכצן פרקים משניות; וואו אין די וועלט זעט מען אזוינס? אפילו ביי ישיבה בחורים קען מען נישט טרעפן בחורים זאלן האבן אזא השגה, צו לערנען אזוי סאך משניות.


שטארק זיך, גיי אן מיט ח"י פרקים משניות; דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן פון גן עדן. דער הייליגער חיד"א זכותו יגן עלינו זאגט (מדבר קדמות מערכת א, אות נא) בשם דער מדרש תלפיות, אז אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום, און ווער עס האט געלערנט משניות שלעפט ער ארויס פון די מלאכי חבלה און טראגט אים אריין אין גן עדן.


איך בעט פאר דיין שידוך, איך האב נישט פארגעסן פון דיר.


זומער וועל איך זיין בעזרת השם אין שטעטל, איך האף דיר צו זען.

#160 - טון די שידוך מיט שמחה
שידוכים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פרוביר צו מאכן א שידוך פאר דיין ברודער אבער דיין מאמע איז נאכנישט אינגאנצן איינשטימיג, זי טענה'עט 'וואס דארף מען נעמען די ערשטע שידוך וואס מען טראגט אן?' זי וויל זיך קלויבן; אפשר קענסטו רעדן צו איר שיינערהייט זיך זאל זיך נישט וועלן, זי זאל נעמען די מתנה פונעם אייבערשטן און טון די שידוך מיט שמחה.


בנוגע וכו'; רעד נישט צו קיינעם, דאס איז א סוד. א סוד בלייבט א סוד נאר אז קיינער ווייסט נישט. רעד נישט פון דעם, ווען די פרשה וועט אריבערגיין וועלן מיר קענען רעדן, מען וועט נאך אלעס דערציילן אין פריידן, לעת עתה האט מען גע'מסר'ט, די מוסרים זענען נאנטע, דארף מען שטארק אכטונג געבן.


לערן יעדן טאג די פיר שיעורים: מקרא, משנה, גמרא און מדרש, דאס איז אנטקעגן די פיר וועלטן: אצילות, בריאה, יצירה און עשיה, דאס ברענגט א גרויסע ליכטיגקייט.

#159 - אנשטאט לויפן צו אלקאהאל, לויף צו די תורה
צרות, לימוד התורה, משקה המשכר

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ווען דו וואלסט געוויסט וואס פאר א פנים א שיכור טראגט - וואלסטו נישט צוגערירט צום משכה המשכר. דו האסט זיך אזוי פארשעמט, אלע קינדער זענען דיר נאכגעלאפן, זיי האבן געשריגן: "שיכור! שיכור!" דער גאנצער עולם האט זיך אזוי געשעמט פאר דיר.


איך בעט דיר, פון היינט אן און ווייטער ריר נישט אן קיין וויין און ברוינפן; איך וויל דיר ברענגען א גוטע שידוך, אבער אז דו וועסט טרינקען און זיך וואלגערן אין ישיבה וועט דיר קיינער נישט נעמען. אנשטאט לויפן צו אלקאהאל - לויף צו די תורה; לויף צו די אונגארישע וויין פון רבי'ן, די חיזוק פון רבי'ן - דאס וועט דיר אוועקנעמען דיינע ווייטאגן און פראבלעמען.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ליבער ברודער, שטארק זיך אין אמונה, חזר זיך אמונה, דאס וועט דיר שטארקן דיינע נערוון דו זאלסט קענען אלעס אריבערגיין. חזר זיך אויפ'ן קול די דרייצן אני מאמין'ס, דו זאלסט חזר'ן דעם ערשטן אני מאמין אן א שיעור מאל, אז דער אייבערשטער פירט אלעס און דער אייבערשטער טוט אלעס, און דער אייבערשטער טוט נאר וואס איז גוט; אפילו מיר פארשטייען נישט, מיר זעען נישט דאס גוטס - דאך גלייבן מיר אז אלעס איז לטובה.


איך ווייס אז דו ביסט א גוטער בחור, דו ווילסט נישט זיין שלעכט, דו ביסט פשוט זייער צעבראכן - דערפאר לויפסטו צום טרינק; גלייב מיר, עס וועט דיר נישט העלפן, אז דו וועסט אנטלויפן צו די תורה - דאס וועט דיר העלפן!

#158 - איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די קאמפיין עס זאל זיין מיט הצלחה
צדקה, לימוד התורה, תכלית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו שטייסט אים צו די האנט, דו העלפסט אים מיט די קאמפיין וואס מיר מאכן די יאר, קאמפיין "א וועלט פון חיזוק". איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די קאמפיין זאל זיין מיט הצלחה, דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


דאס איז די ערשטע גוטע גריס וואס איך הער אויף דיר, א צווייטע גרוס הער איך אויף דיר, אז דו קומסט אין שול, אין היכל הקודש בארא פארק ביינאכט לערנען דעם בלאט גמרא; דאס איז מיר נאך א גרעסערע שמחה, צו הערן אז דו לערנסט תורה. דאס איז דאך מיין שטרעבן, אז די תלמידים און חברים וואס מיר זענען זיך מחזק מיט די עצות פון רבי'ן - זאלן געדענקען פון תכלית, ארויסכאפן יעדן טאג לערנען די הייליגע תורה.


איך פלאג זיך אזוי מיט יעדן בחור ביז איך מאך אים חתונה, נאר צו קענען הערן אז ער לערנט און דאווענט.


גיי אן מיט'ן שיעור גמרא - וועסטו אלעס פאררעכטן.

#157 - איך בעט דיר פון טיפעניש פון מיין הארץ זאלסט זיך קובע זיין א שיעור
לימוד התורה, תכלית, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער פון די טיפעניש פון מיין הארץ: זיי זיך קובע א שיעור, אדער אינדערפרי אדער ביינאכט אין בית המדרש - צו לערנען גמרא. איך וויל אזוי שטארק אז אלע אינגעלייט אין שטעטל זאלן קומען אדער אינדערפרי אדער ביינאכט - לערנען, אדער מיט א חברותא אדער זיצן ביים שיעור גמרא.


נאר דאס וועט פון אונז איבערבלייבן, דאס ביסל תורה ותפלה, דאס ביסל התבודדות, די מקוה וואס מען טובל'ט זיך, די פרוטות פאר צדקה, שבתים און ימים טובים; נאר דאס וועט פון אונז בלייבן.


איך בעט דיר טייערער ברודער, שרייב מיר יעדע וואך א טעקסט מעסידזש, אן אימעיל אדער א בריוו - וואס דו לערנסט און וויפיל דו לערנסט; איך וויל אזוי שטארק דו זאלסט נישט זיין אן ארימאן - נאקעט פון תורה, נאקעט פון תפלה.


שרייב מיר אויב דו גייסט צו א שיעור, אדער אויב דו האסט א חברותא - וועסטו מיר מחי' זיין.

#156 - די הצלחה פון א שטאט איז די וואס לערנען תורה בהתמדה
כולל, שטעטל, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער פאר די כולל אינגעלייט אז איך בין זייער איבערגענומען פון ענקער התמדה. ווען איך קוק אינעם סקרין זע איך ווי איר לערנט פלייסיג, איך האלט מיט דא אין ישיבה ווי פלייסיג איר לערנט.


דאס איז ביי מיר דער יסוד פונעם שטעטל; נישט די הייזער, נישט דאס איז די הצלחה פון שטעטל, די הצלחה פון א שטאט איז די וואס לערנען תורה בהתמדה, די בויען די שטעטל.


איך האף דו פאלגסט מיר מיט'ן לערנען דעם דף מיט א חברותא, קוק זיך פאר אינדערפרי דעם בלאט גמרא און שפעטער זאלסטו דאס פארלערנען פאר א צווייטן; דאס וועט דיר עפענען דעם קאפ, דו וועסט קענען די גמרא קלאר, ווייל תורה וואס מען לערנט מיט אנדערע – בלייבט איינגעקריצט.


 

#155 - נעם זיך פאר צו דאווענען ווי עס דארף צו זיין פון אנהייב ביזן סוף
תפילה והתבודדות, לימוד התורה, קבלה טובה, יונגע יארן, בר מצוה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער תלמיד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל דיר שרייבן וואס דו זאלסט זיך פארנעמען לכבוד דיין געבורטסטאג, דו ביסט געווארן יעצט צען יאר.


נעם זיך פאר צו דאווענען אזוי ווי עס דארף צו זיין, פון אנהייב דאווענען ביזן סוף – זאלסטו נישט רעדן מיט קיינעם, אויב א חבר הייבט אן רעדן מיט דיר – זאלסטו זיך מאכן טויב און שטום, רעד נישט קיין איין ווארט מיט א צווייטן. אויב דו ענדיגסט פאר'ן בעל תפלה – זאלסטו בלייבן שטיל, אדער רעדן צום אייבערשטן.


אויך זאלסטו נישט ארויסקוקן פון סידור דורכאויס די גאנצע שמונה עשרה, קוק נאר אין סידור, ווייל מען טאר נישט ארויסקוקן ביי שמונה עשרה.


זיי נישט בייז אז איך שרייב דיר נישט צוריק, איך בין זייער פארנומען; איך קום נישט אן צו ענטפערן איין פראצענט פון די בריוו וואס איך באקום. איך ליין דיינע בריוו, שרייב מיר נאך, שרייב מיר כאטשיג איין בריוו יעדע וואך.


זיי ממשיך מיט דיין עבודת השם יתברך, גיי יעדן טאג התבודדות און לערן דיינע שיעורים כסדרן. דו האסט נאך פונקט דריי יאר ביז דיין בר מצוה, קענסט זוכה זיין צו גיין צו דיין בר מצוה מיט כל התורה כולה און הונדערטער שעות התבודדות.

#154 - לאז אפ דיין טעלעפאן און פארברענג מיט דיין ווייב
שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז זי איז זייער צעבראכן, דו האסט נישט מיט איר וכו'; זי ווארט דיר אפ יעדע נאכט, זי ווארט דו זאלסט אהיים קומען צייטליך, זי וויל זיין מיט דיר, אבער דו קומסט אהיים שפעט, דו בלייבסט שמועסן אין שול, און ווען דו קומסט שוין אהיים, מאכסטו זיך ווי דו האסט נישט קיין כח, לויפסט אריין אין בעט; זי האלט עס נישט אויס, זי זאגט אז זי שפירט ווי דו האסט חתונה געהאט מיט א צווייטן, מיט דיין טעלעפאן.


איך געדענק ווי שטארק דו האסט געוואלט חתונה האבן, דו האסט נישט אויסגעהאלטן צו זיין א בחור; יעצט אז דו האסט שוין חתונה געהאט, דו האסט באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אן אשת חיל - פארוואס זאלסטו זיך פירן ווי א בחור? פארוואס זאלסטו נישט אהיים גיין צו דיין ווייב גלייך נאך מעריב? און אז דו לערנסט דעם שיעור זאלסטו גלייך אהיים גיין נאכן שיעור!


דיין ווייב זאגט אז דו קומסט אהיים שפעט און דו זאגסט דו האסט נישט קיין כח, דו גייסט שלאפן, אבער ווילאנג דו שפילסט מיט'ן טעלעפאן האסטו כח; דאס באדערט איר זייער, זי וויינט פון דעם.


איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן אז אונזער שטעטל זאל זיין א פלאץ פון שלום, א פלאץ וואו אלע לעבן מיט יראת שמים. איך געב אוועק זייער אסאך פאר די שטעטל, איך וויל אזוי שטארק אז אלע איינוואוינער פון שטעטל זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן אין שטוב; די שטוב זאל זיין זויבער, די שטוב זאל זיין ריין.


טייערער ברודער, איך האב דיר ליב, איך וויל דיין גוטס, אפשר דאך וועסטו אנהייבן צוריק פונדאסניי אפלאזן אלע נארישקייטן; אנשטאט קוקן אין טעלעפאן ספארט"ס, ווי די באלי פילט אהער און אהין - קענסטו קוקן אין די הייליגע תורה; אין א משניות, אין די גמרא. קענסט קוקן אויף דיין ווייב; זי ווארט דו זאלסט קוקן אויף איר, זי פרובירט אזוי שווער זיך אהער צו שטעלן שיין פאר דיר, אבי דו זאלסט איר געבן די גוטע ווערטער, און דו לויפסט צוריק צו די נארישע געימס, נארישע ספארט"ס.


געב זיך א דערמאן ווי שווער עס איז דיר געווען צו זיין אליינס, געב זיך א דערמאן וויפיל סגולות דו האסט געטון צו קענען טרעפן דיין שידוך, און יעצט אז דו האסט חתונה געהאט - דארפסטו ווייטער בויען די שטוב אינאיינעם מיט דיין ווייב.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#153 - לערנען יעדן טאג תורה מיט א שטארקייט
סיום, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל חומש, אביסל משניות און כאטשיג א בלאט גמרא.


דעם זונטאג נאכט בין איך געווען אין בלומינגראוו פאר א סעודה לכבוד פסח שני און בעיקר פאר א סיום, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש האט מסיים געווען די צווייטע מאל הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה, דאס איז אינאיינעם צוויי הונדערט און צוויי מאל. איך בין געווארן אזוי פרייליך צו זען די שכל פון אנשי שלומינו; אנשטאט זיין פארנומען מיט הבלים, זענען זיי פארנומען מיט תכלית; מען גרייט זיך אן מיט אסאך תורה, דאס וועט מיט גיין אויף יענע וועלט.


זאלסט זיך באשטומען מיט א שטארקייט צו עפענען יעדן טאג די הייליגע משניות און די הייליגע גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דאס וועט דיר באגליקן.

#152 - העלף דיין טאכטער זיין וואויל און גוט
חינוך הילדים, שידוכים, לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב באקומען א באריכט פון חדר אין שטעטל, איך האב א גוטע גרוס פון דיין זון ... נרו יאיר.


דער מלמד שרייבט מיר אז ער האט געלערנט פרשת טהרה 122 פרקים משניות און פיר בלאט גמרא, און אין פרשת אחרי-קדושים האט ער געלערנט 105 פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא.


איך פריי זיך זייער אז ער האט באקומען א חשק צו לערנען.


דיין טאכטער ... תחי' איז זייער א קלוגע מיידל, א שארפע מיידל; זי האט אבער לעצטנס אנגעהויבן זיך אונטער צו לאכן פון די טיטשער, זי איז נישט שלעכט, זי איז וואויל, אבער דאס שטערט זייער שטארק די סדר פון סקול. אפשר קענסטו איר ווייזן דעם בריוו, זאג איר אז איך בעט איר זייער זי זאל אויסארבעטן איר נאטור, זי זאל זיין די מיידל וואס פאלגט, די מיידל וואס קאאפערירט, אלע זאלן איר נאכמאכן.


בנוגע די שידוך; איך האב גוטע נייעס, איך וועל רעדן מיט דיר פנים אל פנים.

#151 - איך בין זייער איבערגענומען פון אייערע קינדער
לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב, ליבערטי


איך וויל אייך איבערגעבן א גרוס פון אייערע טייערע קינדער; דער מלמד האט מיר געשיקט א באריכט פון די תלמוד תורה, וויפיל זיי לערנען, יעדער פאר זיך - על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן.


איך זע אז אייער זון, הבחור ... נרו יאיר האט געלערנט במשך די צוויי וואכן, פרשת טהרה און פרשת אחרי-קדושים - א חשבון פון 156 פרקים משניות און 96 בלעטער גמרא, און אייער זון הילד ... נרו יאיר, האט געלערנט 31 פרקים משניות און 138 בלעטער גמרא.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייערע קינדער; פון זייער התמדה, פון זייער ערנסטקייט, ווי זיי נוצן אויס זייערע יונגע יארן מיט תכלית, מיט תורה ותפלה.


אויך זאגט דער מלמד אז זיי זענען זייער וואויל, זייער דרך ארץ'דיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נאר נחת פון זיי און פון אלע אייערע קינדער און אייניקלעך.

#150 - אין שול קומט נישט קיין בילדער
חינוך הילדים, בית המדרש, לימוד התורה, אחדות, בילדער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ד' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים


איך האב געזען בילדער פונעם סיום מסכת שקלים; איך פריי זיך זייער אז איר האלט זיך אינאיינעם, איר שטארקט זיך בלימוד התורה, איר קענט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אז מיר וועלן זיך האלטן באחדות, מיר וועלן זיך ליב האבן.


איך זע אז איר האט אויפגעהאנגען אין שול בילדער פון מוהרא"ש; לדעתי זאלסטו אראפנעמען די בילדער, אין שול קומט נישט קיין בילדער. ביי אונז אין ישיבה איז נישטא קיין בילדער, נישט פון מוהרא"ש און נישט פון אנדערע צדיקים; אין חדר און אין סקול ביי די קינדער לייגן מיר יא בילדער פון צדיקים, אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט בשם דעם חזון איש זכרונו לברכה אז מען זאל לייגן אין חדר און אין סקול בילדער פון צדיקים כדי די קינדער זאלן באקומען יראת שמים, אבער אין בית המדרש איז נישט קיין פלאץ פאר בילדער.


געב איבער א גרוס פאר ר' ... נרו יאיר, איך באקום גרוסן פון זיין שיעור אז ער לערנט שיין פאר יעדן טאג דעם בלאט גמרא; איך פריי זיך אז אין אלע שולן היכל הקודש איז דא שיעורים אינעם בלאט גמרא. ברוך השם עס זענען דא אסאך תלמידי הישיבה וואס לערנען פאר דעם בלאט גמרא; יעצט האט מען געמאכט ביי אונז נאך א שיעור, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט אין ישיבה דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#149 - איך בין פרייליך צו הערן אז דו לערנסט פלייסיג
תפילה והתבודדות, משניות, אומאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אומאן


דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו האסט יעצט געענדיגט די דריטע מאל ששה סדרי משנה; איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו לערנסט אזוי פלייסיג, דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט התמדת התורה.


לערן ווייטער משניות; משניות איז א הייליגע זאך, עס מאכט הייליג; אז דו וועסט לערנען אסאך משניות וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


בעט דיין טאטע זאל דיר נעמען צום רבינ'ס ציון, דארט זאלסטו זאגן תהילים און זיך מתבודד זיין. אויך בעט איך דיר א פריוואטע טובה, זאלסט בעטן פאר מיר ביים רבינ'ס ציון, מיין נאמען איז יואל בן ריצא רעכיל; בעט פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט די ישיבה און מיט אלעס ארום, קיינער זאל מיר נישט שטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#148 - עס טוט זיך א פרישקייט אין אלע הינזיכטן
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, מוסדות, התחדשות, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים שיחיו


איך ווארט א גאנצע וואך איינער פון אייך זאל בכלל בעטן פאר א בריוו, למעשה היינט איז שוין ערב שבת און קיינער פון אייך האט נישט געבעטן פאר א בריוו, וועל איך אייך שרייבן אומגעבעטן, ווייל איך טראכט א גאנצע וואך פון אייך, איך בענק זיך נאך אייך.


איך האף צום אייבערשטן אז איר זענט זיך נאך ווייטער מחזק; קען זיין איר בעט נישט פאר א בריוו, איר מיינט אז איך בין פארנומען, איר מיינט אז איך בין דערשראקן, עס גייען ארום פאלשע קלאנגען אז עפעס טוט זיך וכו' וכו'.


איך וועל אייך דערציילן וואס טוט זיך; עס טוט זיך אזוי, מיר האבן אנגעהויבן נאך א זמן אין ישיבה מיט א שטארקע פרישקייט, עס איז שוין די דרייצנסטע יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו זיצן מיט בני הנעורים, אריינלייגן אין זיי די שכל פון רבי'ן מיט מוהרא"ש'ס וועג, עס זענען צוגעקומען פרישע תלמידים, די בחורים לערנען מיט א שטארקע התמדה ח"י פרקים משניות, אויך לערנט מען אסאך גמרא.


נאך א זאך טוט זיך יעצט; די חדר, סיי אין וויליאמסבורג סיי אין קרית יואל און אין קרית ברסלב - גייט אן מיט א שטארקייט, די מלמדים לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים, מיר האבן מלמדים וואס איז נישטא אין די וועלט, זייער לעבן איז אמונה, אזוי קענען זיי דאס אריינלייגן אין די קינדער.


אויך טוט זיך יעצט, די סקול בית פיגא גייט ווייטער אן, מען גרייט אן די תלמידות וואס דאס לעבן איז; זיי זאלן מכבד זיין די עלטערן, זיי זאלן דאנקען יעדע זאך דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, עס בויט זיך א שטעטל לשם ולתפארת; מיר האלטן שוין נאנט צו זעכציג משפחות וואס לעבן א באשיידענע לעבן, אלע לעבן מיט'ן אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, מיר ענדיגן יעצט נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן; עס זענען דא אזויפיל פרישע מקורבים וואס ווילן זיין אינאיינעם ראש השנה מיט תלמידי היכל הקודש, ענדיגט מען יעצט אויפבויען נאך א שטאק.


נאך טוט זיך, עס ווערן געדרוקט וועכנטליך צענדליגער טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות אין אלע שטעט; תלמידי היכל הקודש גיין אן מיט הפצה, מען פארשפרייט דאס אין אלע שול'ן. אסאך שול'ן ווארפן דאס אוועק, א טייל לייגן די גליונות אין בית הכסא מיט זלזול, א טייל צערייסן דאס, אבער מיר קענען נישט קוקן אויף דעם, מיר דארפן טון וואס מיר דארפן טון, וואס דער רבי האט אונז געהייסן, מיר פארשפרייטן ווייטער די הייליגע זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, און אז מען ווארפט דאס אוועק וועלן פון די מיסט מקורב ווערן פרישע מקורבים; מיר אליינס האבן דא גרויסע מפיצים וואס זענען מקורב געווארן פון קונטרסים אין שמות, פון גליונות אין בית הכסא.


מער פון דעם טוט זיך נישט, עס טוט זיך אפשר ביי מענטשן וואס האבן נישט דעם סדר דרך הלימוד און לעבן נישט מיט זכרון פון עלמא דאתי; ביי זיי טוט זיך עפעס אין מח, מען רעדט וכו' וכו', אבער ביי תלמידי היכל הקודש טוט זיך נאר פון תכלית.


מיר ענדיגן די וואך מאנטאג, ראש חודש אייר - מסכת שקלים און מען הייבט אן מסכת יומא, איך בעט אייך טייערע חברים, זייט נישט קיין בטלנים, כאפט איך מיט מיט'ן באן, עס פארט א רכבת יעדן טאג פון מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; א שאד מען זאל נישט זיין אויף די רכבת, אויף די באן. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען מצליח זיין ארויסכאפן אביסל גוטס יעדן טאג, אפילו די פארנומענע טעג; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דאף זאגן די ווערטער; בעט איך אייך טייערע ברידער, עפנט די הייליגע גמרא יעדן טאג און לערנט גמרא, משניות און דעם רבינ'ס ספרים, וועט איר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.


ועל כולם גייט אביסל התבודדות, גייט אביסל צו מאמע רחל מזמן לזמן, כאפט אייך אריבער צו שמואל הנביא, שמעון הצדיק; ביי די פלעצער איז דאך אזוי גוט זיך מתבודד זיין; בעטס אויך פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל, איך דארף אסאך תפילות.


א פרייליכן שבת.

#147 - איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט לערנען דעם בלאט גמרא
לימוד התורה, גמרא, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט יום טוב פסח אין שטעטל. איך האב דיר אביסל באטראכט, איך האב געזען אין דיר יראת שמים; דו דאווענסט אזוי ווי מען דארף דאווענען, דו שמועסט נישט, דו האלסט דיינע זונען נעבן דיר, אויך האב איך געזען ווי דו ביסט קובע עתים לתורה.


שטארק זיך, גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת ה'. איך וויל דיר נאכאמאל בעטן און מחזק זיין זאלסט לערנען דעם בלאט גמרא; אדער אינדערפרי ביים שיעור פון הר"ר ..., אדער נאך מנחה מעריב ביים שיעור פון הר"ר ..., אדער זאלסטו נעמען א חברותא און לערנען דעם בלאט גמרא. איך וויל אזוי שטארק דער שטעטל זאל זיין א מקום פון תורה און תפלה.


איך האף צום אייבערשטן צו זיין יום טוב שבועות אין שטעטל.


 

#146 - די משניות, די מסכתות און די פרקים, וועט דיר באגלייטן בזה ובבא
משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קען זיך נישט בארואיגן פון וואס דו האסט מיר דערציילט היינט, דו האסט געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי הונדערט און דריי און צוואנציגסטע מאל; וואו אין די וועלט איז דא אזא זאך, א אינגערמאן זאל זוכה זיין צו לערנען און חזר'ן אזוי סאך מאל מאל ששה סדרי משנה...


 די משניות, די מסכתות און די פרקים – וועט דיר באגלייטן בזה ובבא; דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס, דאס וועט דיר ברענגען צו אלעס גוטס; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך האב דיר זייער ליב.

#145 - העלפן אין שטוב איז נישט קיין ביטול תורה
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מעג בעטן דעם מאן זאל העלפן אין שטוב, אז מען בעט דעם מאן ער זאל העלפן - איז דאס נישט ביטול תורה; איר זענט נישט מבטל זיין תורה מיט דעם וואס איר בעט אים הילף.


עס איז דא א מצוה פון לערנען און אויך איז דא א מצוה פון מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה; ווען מען העלפט אין שטוב, מען ציט אויף אן ערליכער שטוב - איז דאס אויך תורה, עס איז קיום התורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#144 - איך האף אז דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן
לימוד התורה, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך הער אז דו האסט זיך אוועק געצויגן פון דא, דו ביסט געגאנגען קיין ...; וויל איך דיר ווינטשן, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה, זאלסט האבן גרויס שפע און זאלסט האבן נחת פון דיינע ליכטיגע קינדער, אמן.


איך האף אז דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); היינט הייבט מען אן א נייעם ספר, 'ספר ויקרא', א נייע סדרה; כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג אביסל חומש, משניות און בעיקר זאלסטו נישט פארפעלן צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא - וועסטו האבן הצלחה.

#143 - ווען מען לערנט נ"ך וועקט מען זיך אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן
לימוד התורה, נ"ך

בעזרת ה' יתברך


אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער חתן ...


דער הייליגער רבי האט געזאגט אז נ"ך איז זיין מוסר ספר; ווען מען לערנט נ"ך וועקט מען זיך אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


זאלסט האבן הצלחה


פון דיין ראש ישיבה

#142 - לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל
מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ה' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


מזל טוב אז דו האסט מסיים געווען מאה פעמים ואחד מסכת תענית.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים", עס איז נישט גלייך דער וואס לערנט זיין פרק הונדערט מאל, "לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", צו דעם וואס לערנט זיין פרק הונדערט און איין מאל.


יעצט אז דו האסט שוין א גאנצע מסכתא אין דיין האנט - זאלסטו נעמען א צווייטע מסכתא און דאס חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט דאס אויך מסיים זיין מאה פעמים ואחד.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן א בריוו פאר אלע תלמידי הישיבה געציילטע שעה פאר זיין הסתלקות, מען זאל לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל לטובת נשמתו; ווער עס וועט דאס טון וועט ער א טובה טון אויבן אין הימל.


שטארק זיך; איך וואונטש דיר זאלסט טרעפן בקרוב ובניקל דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, ליכטיגע אידישע דורות.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.

#141 - מסכת תענית הונדערט און איין מאל
שידוכים, סגולות, סיום, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


אשריך ואשרי חלקיך אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן מסכת תענית הונדערט און איין מאל; דו האסט געטון די סגולה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געזאגט, מען זאל לערנען אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, יעדן טאג, די מסכתא, אזוי אויך אין די פערציג פון די ימי השובבי"ם יעדן טאג די גאנצע מסכתא - דורכדעם וועט מען טרעפן די ריכטיגע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן שנעל און גרינג דיין שידוך און אויפשטעלן א אידישע ליכטיגע שטוב, ערליכע אידישע דורות.


ביז דיין שידוך קומט אן און נאך דיין שידוך, דיין גאנץ לעבן - זאלסטו נישט אפלאזן די הייליגע תורה; לערן ש"ס כסדרן איין מאל און נאכאמאל, דאס ברענגט דעם מענטש נאנט צום אייבערשטן. דער אייבערשטער, די תורה און דער איד - איז איין זאך, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (זוהר הקדוש אחרי, עג.): "קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אוֹרַיְתָא וְיִשְׂרָאֵל חַד"; נאר דורך תורה קען דער איד זיין ביים אייבערשטן.


דיין ראש ישיבה.

#140 - אז עס איז נישטא וואס צו העלפן, זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, לימוד התורה, יונגע יארן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנטריאל


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


א מחי' צו הערן דיינע שיעורים אין נ"ך, משניות, גמרא, הלכה - משנה ברורה און תהלים; וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס די צייט. אנשטאט זיצן ביי לימודי חול - לערנסטו סדר דרך הלימוד, דו בטל'סט נישט קיין צייט.


איך האף אז דו העלפסט אויך אין שטוב; העלפן די מאמע איז זייער א גרויסע מצוה. אז דו קומסט אהיים פריער פון אלע קינדער, דו גייסט נישט צו לימודי חול - זאלסטו פרעגן דיין מאמע וואס דו קענסט העלפן אין שטוב, און אויב זי זאגט דיר אז עס איז נישטא וואס צו העלפן - זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין התבודדות; מאך א קביעות יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט. גיי אריין אין דיין צימער, פארמאך די טיר און רעד צום אייבערשטן אפאר מינוט, בעט אים וואס דו דארפסט; דער עיקר זאלסטו אים בעטן דו זאלסט זיין א צדיק.


שיק א גרוס פאר דיינע עלטערן.

#139 - די בלעטער גמרא וועלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן בזה ובבא
לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זוכה געווען היינט צו לערנען און ענדיגן הונדערט און איין מאל מסכת תענית.


די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ט:) אויפ'ן פסוק (מלאכי ג, יח): וְשַׁבְתֶּם וּרְאִיתֶם בֵּין צַדִּיק לְרָשָׁע, בֵּין עֹבֵד אֱלֹהִים לַאֲשֶׁר לֹא עֲבָדוֹ, "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", מען וועט זען דער אונטערשייד פון דער וואס האט זוכה געווען צו לערנען א מסכתא הונדערט און איין מאל.


יעצט זאלסטו נעמען נאך א מסכתא און דאס לערנען איין מאל און נאכאמאל, ביז דו וועסט דאס אויך ענדיגן מאה פעמים ואחד.


די בלעטער גמרא וועלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן בזה ובבא, עס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס; עס וועט דיר ברענגען נענטער און נענטער צום אייבערשטן, עס וועט דיר אפוואשן פון אלע דיינע פגמים און דיר מתקן זיין מיט א גאנצע תיקון.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, זארג נישט פאר דיין שידוך, ביי מיר איז קלאר אז דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב; איך זע ווי דו שטארקסט זיך מיט אלע כוחות איינער אליין, דו ביסט כסדר מנצח דעם יצר הרע, דו ברעכסט דורך אלע פינסטערנישן. דו ביסט א גרויסער חידוש, רוב בחורים וואס האבן די שווערע נסיונות, די שטוב איז צעפאלן - האבן נישט די כוחות, זיי אליינס פאלן אינמיטן זייער מלחמה, און דו ביסט אנדערש, דו האסט יא כח, דו שלאגסט זיך איינער אליינס; איך בין זיכער אז דו וועסט מצליח זיין.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#138 - אנשטאט זיך טענה'ן, זאלט איר אריינכאפן נאך א משנה, נאך א בלאט גמרא
חסידות ברסלב, לימוד התורה, מוהרנ"ת ז"ל, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע חברים, אנשי שלומינו פון בני ברק, ה' עליהם יחיו.


חמשה עשר בשבט איז די יום הולדת פון רבי נתן; אנשי שלומינו פלעגן זיך צאמקומען מיט רבי נתן מאכן א סעודה, דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מתנה אז מיר האבן אזא תלמיד ווי רבי נתן.


בדרך כלל מאכט מען נישט קיין עסק ביי אידן פון א יום הולדת, דאס איז ווייל מען ווייסט נישט וואס וועט זיין מיט דעם מענטש, אפשר וועט ער חרוב מאכן די וועלט, אפשר וועט ער שעדיגן די וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה מח, א) אויפ'ן פסוק (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", א גוטע נאמען גייט ווייטער ווי גוטע בשמים, "וְיוֹם הַמָּוֶת מִיּוֹם הִוָּלְדוֹ", און דער טאג וואס מען שטארבט איז בעסער פונעם טאג וואס מען ווערט געבוירן; זאגן די הייליגע חכמים א משל, ווען א שיף פארט ארויס פונעם פָּארט אנגעפילט מיט סחורה, דעמאלט פייפט מען נישט מיט טראמפייטערס, ווייל מען ווייסט נישט צי דער שיף וועט אנקומען אדער נישט, אבער ווען מען זעט אז דער שיף קומט אן בשלום צום פָּארט, דעמאלט קומט מען מיט טראמפייטערס, מען שאלט און מען פריידט זיך מיט גרויס שמחה.


דאס זעלבע איז ווען א מענטש ווערט געבוירן, מען ווייסט נאכנישט וואס וועט זיין מיט אים, צי ער וועט צוגעבן צו די וועלט אדער פארקערט, דערפאר מאכט מען נישט קיין 'יוֹם הֻלֶּדֶת', מה שאין כן ביי א יארצייט, מאכט מען אן עסק און מען מאכט א יארצייט סעודה, אבער א צדיק וואס מאכט ליכטיג די וועלט - דאנקט מען דעם אייבערשטן אויף דעם טאג וואס דער צדיק איז אראפגעקומען אויף די וועלט.


איר זענט אלע פרישע מקורבים, בעט איך אייך זייער, געבט אכטונג מען זאל אייך נישט פארפירן; איך וויל איר זאלט וויסן וואס איז ביים רבי'ן דער עיקר.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ב): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי", איך בעט דיר מיין ליבער איידעם, "שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְּמָרָא וּפוֹסֵק", זע צו לערנען יעדן טאג גמרא און הלכה, "שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִקָּר", מאך נישט פון נישט וויכטיגע זאכן אן עיקר, "רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא", האב מורא פונעם אייבערשטן, "כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", פאר דעם זענען מיר באשאפן געווארן; פון די קליינע בריוו וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם רבי יוסקא, זעט מען וואס דער רבי וויל פון אונז; נאר תורה, תפילה ויראת שמים, דער רבי וויל מיר זאלן לערנען, מיר זאלן האבן שיעורים בכל התורה כולה.


אזוי איז געווען אין אלע דורות, ברסלב'ע חסידים האבן געלערנט און געלערנט מיט א גרויסע התמדה; ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) דעמאלט לערנט מען אן א שיעור, מען האט אלץ געוויסט אז די וואס לערנען אסאך בלעטער גמרא - זענען ברסלב'ע. רבי נתן שרייבט אין א בריוו (עלים לתרופה, מכתב קעד): "גַּם פֹּה נִמְצָא מִתְנַגֵּד אֶחָד", עס געפונט זיך דא א מתנגד, "שֶׁבְּנוֹ הִתְחִיל קְצָת לְהִתְקָרֵב לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵנוּ, וְלָמַד הַרְבֵּה גְּמָרָא וּפוֹסְקִים", וואס זיין זון איז מקורב צו אנשי שלומינו און ער האט אנגעפאנגען צו לערנען פלייסיג, "וְעַתָּה, מַכְרִיחִים אוֹתוֹ אַנְשֵׁי בְּלִיַּעַל, הַמְכַנִּים עַצְמָם בְּשֵׁם חֲסִידִים, וּמוֹנְעִים אוֹתוֹ בְּעַל כָּרְחוֹ מִלִּלְמֹד גְּמָרָא וּפוֹסְקִים, וְאוֹמְרִים שֶׁטּוֹב יוֹתֵר לְדַבֵּר עִמָּהֶם", די מתנגדים רעדן אים אפ פון לערנען גמרא ופוסקים, זיי זאגן אים אז ער זאל ענדערש פארברענגען מיט זיי ווי צו לערנען, "וְאָבִיו צָעַק עַל בְּנוֹ הַנַּ"ל, אֲנִי נוֹתֵן לְךָ לֶאֱכֹל עַל מְנָת שֶׁלֹּא תִּלְמַד רַק דַּף גְּמָרָא אֶחָד בְּכָל יוֹם, לֹא יוֹתֵר! כִּי מִי שֶׁלּוֹמֵד כָּל הַיּוֹם הוּא בְּרֶסְלְבֶר וְכוּ'", זיין טאטע שרייט אויף אים ער זאל אויפהערן צו לערנען אזוי סאך, ווייל ווער עס לערנט אסאך איז א ברסלב'ער, און דער טאטע זאגט אים אז ער גייט אים אויפהערן געבן עסן אויב לערנט ער מער ווי איין דף גמרא; זאגט רבי נתן א מורא'דיגער לשון: "הַכְּלָל, שֶׁאֵין הַמִּתְנַגְּדִים עוֹמְדִים לִמְנֹעַ מִלִּלְמֹד סִפְרֵי רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, רַק פְּנִימִיּוּת כַּוָּנַת הָרַע שֶׁבְּלִבָּם הוּא לְבַטֵּל מִיִּשְׂרָאֵל כָּל הַתּוֹרָה כֻּלָּהּ, כִּי יָדוּעַ לָכֶם מַעֲשֵׂי בְּנֵי הַנְּעוּרִים, בִּפְרָט בַּדּוֹר הַזֶּה, וְאֵין שׁוּם הַצָּלָה כִּי אִם עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, וְאֵין מִי שֶׁיַּכְנִיס לִמּוּד הַתּוֹרָה וְקִיּוּם הַתּוֹרָה בָּעוֹלָם כְּמוֹ אֲדוֹנֵנוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, עַל יְדֵי אֲמִתַּת דְּרָכָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁגִּלָּה עַל יָדֵינוּ, וּבִסְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", די מתנגדים ווילן נישט אז מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים, זיי ווילן אויסרייסן די גאנצע תורה; ווייל עס איז אייך באוויסט די מעשי בני הנעורים פונעם דור, און עס איז נישט דא קיין שום וועג זיי צו ראטעווען נאר דורך לימוד התורה, און עס איז נישט דא ווער עס זאל אריינברענגען לימוד התורה נאר דער הייליגער רבי.


ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבי'ן און לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן, איז זוכה ביז א קורצע צייט צו ענדיגן כל התורה כולה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "נִכְסַפְתִּי מְאֹד לְהַמְשִׁיךְ אֶת הָעוֹלָם אֶל עֲשִׂיָּה, שֶׁיִּהְיֶה חִיּוּב אֵצֶל כָּל אֶחָד וְאֶחָד לִלְמוֹד כָּךְ וְכָךְ, בְּכָל יוֹם וְלֹא יַעֲבֹר, וְכַיּוֹצֵא", דער רבי האט זייער געוואלט אריינברענגען אין מענטשן אז מען זאל לערנען יעדן טאג און דער רבי האט געזאגט (שם): "שֶׁאֲפִילוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְדוּשָׁה מְאֹד, שֶׁנִלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, אַף עַל פִּי כֵּן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָדוֹל כָּל כַּךְ, עַד שֶׁיְכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חוֹק קָבוּעַ וְחִיוּב חָזָק לִלְמוֹד בְּכָל יוֹם וְיוֹם כַּךְ וְכַּךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָדוֹל מְאֹד", אפילו איינער וואס איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון די תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן צי עס גייט אויך ארויף אויף איינעם וואס איז אריינגעפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס (חיי מוהר"ן, סימן תקעג)"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען, ווייל תורה איז די עצה אז מען זאל ווערן נאנט צום אייבערשטן.


ליידער אין ברסלב אליינס מאכט מען חוזק פונעם סדר דרך הלימוד; מען רעדט פון טפל זאכן, מען דערציילט שיחות פון זקנים וכו' וכו', אבער אין היכל הקודש איז דער שיחה איינע פון די עיקרים אין ברסלב'ע חסידות.


איך בעט אייך זייער, טענה'ט נישט מיט קיינעם; אנשטאט טענה'ן זאלט איר אריינכאפן נאך א משנה, נאך א בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#137 - איך האף דו אינוועסטירסט אין גוטע פלעצער וואס ברענגען זיכערע פארדינסטן
תפילה והתבודדות, לימוד התורה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף אז דו אינוועסטירסט אין גוטע פלעצער, אין פלעצער וואס וועט דיר ברענגען זיכערע פארדינסטן; אז מען גייט יעדן טאג אין שול דאווענען - דאס איז זיכערע רווחים, אז דו וועסט עפענען די גמרא, בלעטערן די הייליגע גמרא - דאס איז זיכערע פארדינסטן, די חומש און משניות - דאס איז זיכערע פארדינסטן.


איך בעט דיר זייער, נעם אן די פאר ווערטער; מאך די ריכטיגע חשבונות, נעם זיך צאם, זע עס זאל עפעס איבערבלייבן, ווייל נאר דאס וועט איבערבלייבן; נאר תורה ותפלה.


פון דיין ראש ישיבה.