בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#211 - ווען מען איז מקורב צום אמת'ן צדיק, שפירט מען א טעם גן עדן
צדיקים, חסידות ברסלב, לימוד התורה, משיח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבינ'ס עצות, מיר זענען מקורב צום צדיק אמת. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רנב): "כְּשֶׁמְּקֹרָבִים לְצַדִּיק הָאֱמֶת", ווען מען איז זוכה מען איז מקורב צום אמת'ן צדיק, "טוֹעֲמִים טַעַם גַּן עֵדֶן", שפירט מען דעם טעם פון גן עדן, מען האט א זיס לעבן, עס איז שוין ימות המשיח. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רסו): "כָּל מַה שֶּׁמָּשִׁיחַ יַעֲשֶׂה טוֹבוֹת לְיִשְׂרָאֵל", אלעס וואס משיח וועט טון מיט אידישע קינדער, "אֲנִי יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", קען איך שוין טון, איין חילוק איז דא, "שֶׁמָּשִׁיחַ יִגְזֹר אֹמֵר וְיָקוּם", משיח וועט הייסן טון וועט מען פאלגן, "אֶצְלִי עֲדַיִן יֵשׁ בְּחִירָה", ביי מיר איז נאך דא די בחירה.


איך זע אז דו ביסט פעלזן פעסט מיט דיינע שיעורים כסדרן, שטענדיג זע איך דיך מיט א משניות וכדומה. איך האף דו ביסט אויך שטארק מיט תפלה והתבודדות, זיך קובע זיין א צייט צו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג א מינוט צוויי, דריי. די עצה פון התבודדות און די דרך הלימוד - דאס האלט דעם מענטש ביים אייבערשטן, ביי די תורה וועג.


שטארק זיך אין די עצות - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.

#210 - ווען דו האסט פארלוירן דיין נאנטער חבר, שטארק דיך מיט אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, משניות, לימוד התורה, תכלית, נשמה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט פארלוירן דיין נאנטער חבר, דו ביסט אזוי צעשוידערט, דו קענסט זיך נישט צאמנעמען - זאלסטו חס ושלום נישט פארלירן דיין אמונה.


פרעג נישט קיין קשיות; א איד פרעגט נישט קיין קשיות. מוהרא"ש זאגט, גוים פרעגן אלץ קשיות, אזוי ווי עס שטייט (תהלים עט, י): "לָמָּה" - פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - זאגן גוים; א איד שטארקט זיך באמונה אינעם אייבערשטן.


גרייט זיך אן מיט תורה ותפילה, נאר דאס נעמט מען מיט. קוק מיט דיינע אויגן, וואס האט דיין חבר יעצט? וואס האט ער מיט גענומען מיט זיך? נאר מצוות און גוטע מעשים; זיין תפילין, זיין ציצית, זיין שמירת שבת און חסד.


... בלייב פרייליך און לערן דיינע שיעורים; לערן ח"י פרקים משניות. אויב דו ווילסט עפעס טון גוטס פאר דיין חבר'ס נשמה - זיי מזכיר זיין נאמען ביים לערנען משניות, דאס איז די גרעסטע זאך פאר א נשמה, "משנה" איז די אותיות "נשמה".


דיין ראש ישיבה.

#209 - נאך א שווערע טאג ארבעט, גייט מען אין שול לערנען
סיום, פרנסה, מוהרא"ש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתך תחי'


איך האב זייער הנאה געהאט נעכטן נאכט ביים סיום מסכת מועד קטן ביי ענק אין שטוב.


עס איז געווען א שיינע סיום, א שיינע חבורה אינגעלייט און בחורים וואס לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא מיט א מגיד שיעור, מיין זון הרב ... נרו יאיר. וואס איז שענער פון דעם, צו זען אינגעלייט, אפגעמאטערט נאך אגאנצן טאג ארבעטן - זאלן קומען אין שול לערנען, דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ה:): "שְׁלשָׁה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בּוֹכֶה עֲלֵיהֶם בְּכָל יוֹם", אויף דריי מענטשן וויינט דער אייבערשטער כביכול יעדן טאג, דער ערשטער פון זיי: "עַל מִי שֶׁאֶפְשָׁר לַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה וְאֵינוֹ עוֹסֵק", דער וואס קען לערנען תורה און לערנט נישט; אויף אזא איינעם דארף מען וויינען, נעבעך, וואס האט מען פונעם לעבן אן תורה? נאר תורה בלייבט פונעם מענטש, נאר תורה וועט איבערבלייבן פון די גאנצע פלאגעניש.


איך פריי זיך אז דו גייסט צום שיעור גמרא יעדן טאג, מוהרא"ש פריידט זיך, אלע צדיקים פרייען זיך.


איך ווייס נישט אויב איך האב אייך שוין דערציילט, מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט אויף ענק אז איך ראטעווע ענק, איך האב דעמאלט נישט געהאט קיין ספעציעלע שייכות מיט ענק, ערשט שפעטער נאכן פטירה פון מוהרא"ש האבן מיר זיך מער און מער באקענט, און היינט פארשטיי איך די ווערטער, די רוח הקודש פון מוהרא"ש; מוהרא"ש האט פאראויס געזאגט וכו'.


זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, דאס וועסטו מיטנעמען מיט זיך אויף די וועלט און יענע וועלט.

#208 - דער עיקר זאלסטו זיך פארלייגן אויף משניות און גמרא
תפילה והתבודדות, שלאפן, משניות, לימוד התורה, גמרא, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע אויפבלייבן ביינאכט וכו'; ענדערש גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, לערן דיינע שיעורים כסדרן און זיי זיך מתבודד. אינדערפרי האט מען א קלארע מח, מען קען מער אנקומען אינדערפרי.


דער עיקר זאלסטו זיך פארלייגן אויף משניות און גמרא, די צוויי שיעורים זאל זיין דיין עיקר. מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל זען אין ישיבה ביי די בחורים זיי זאלן לערנען וואס מער משניות און גמרא, משניות איז מזכך די נשמה און גמרא פארברענט דעם שטן.


גיי שפאצירן אביסל און זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן; דערצייל אים דיינע שוועריקייטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד; התבודדות ברענגט צו די העכסטע דרגות.


געב א גרוס פאר דיין טאטע נרו יאיר, אויך פאר דיין ברודער ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#207 - משניות היט אפ פון מלאכי חבלה וואס ווילן אוועקשלעפן פונעם אייבערשטן
משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לימוד משניות. דער חיד"א זכר צדיק לברכה ברענגט בשם מדרש תלפיות (עמוד מא): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם"; ווען א מענטש קומט ארויף אויבן אין הימל קומען די מלאכי חבלה און ווילן אים אריינשלעפן אין גיהינום, קומט אשר בן יעקב און פרעגט דעם מענטש צי ער האט געלערנט משניות, אויב האט דער מענטש געלערנט משניות טראגט ער אים אריין אין גן עדן.


דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אז אשר בן יעקב זעט אז א מענטש וואס האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער זוכה זיין צו גן עדן; דאס איז נישט נאר לאחר הפטירה, דאס איז נאך יעצט ווען מען לעבט; ווען א מענטש לערנט משניות היט עס אים אפ פון די מלאכי חבלה וואס ווילן אים אוועקשלעפן פונעם אייבערשטן.


הויב אן מיט איין פרק משניות, מיט די צייט וועסטו באקומען א טעם אין לערנען, נאכדעם וועסטו צולייגן נאך פרקים משניות; דו וועסט שוין גארנישט דארפן. דער רבי האט געזאגט אמאל פאר איינעם (שיחות הר"ן סימן יז): "כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", אז די תורה באווייזט זיך איר פנים, די תורה ווייזט ארויס די ליבשאפט - דעמאלט דארף דער מענטש גארנישט, מען דארף נישט קיין עולם הבא, מען דארף נאר די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#206 - פופציג מאל ששה סדרי משנה
שלום בית, סיום, משניות, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן ערב שבת דיין הודעה אז דו האסט מסיים געווען די פופציגסטע מאל ששה סדרי משנה.


איך בין אזוי פרייליך, איך האב אזויפיל נחת צו זען ווי דו לערנסט אזוי פלייסיג; דו ביסט ממשיך יעצט נאך דיין חתונה, דו לערנסט ווייטער פלייסיג - אזוי ווי אלס בחור אין ישיבה.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך דערמאן זיך ווען מען פלעגט זאגן פאר מוהרא"ש סיומים – פלעגט מוהרא"ש מיר זאגן: "מיר האבן זיך נישט צו שעמען פון קיין שום פלאץ"; בחורים און אינגלייט זאלן לערנען מיט אזא התמדה, מיט דעם וואס מען ארבעט, מען העלפט אין שטוב – כאפט מען ארויס פרקים משניות, דפים גמרא וכו' וכו'.


לאמיר טאנצן: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אשר בנחל שם גורלינו!"


 

#205 - א מענטש וואס איז צעבראכן פון אלע זייטן, קומט אן אין קדשי קדשים
התחזקות, סיום, לימוד התורה, גמרא, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שבת ביי שלש סעודות האבן מיר פארגעלערנט שיחות הר"ן, סימן יט; דער רבי זאגט: "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה", אפילו מענטשן וואס זענען זייער ווייט פון קדושה, "עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", וואס טוען עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועלן זיי לערנען יעדן טאג תורה, וועט די תורה זיי ארויסנעמען פון זייערע עבירות.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען תורה. דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו (שמות כה, ח): "וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם", איך וויל רוען צווישן אידן; די ערשטע זאך מאכט מיר אן ארון, אינעם ארון זאלט איר אריינלייגן די תורה.


מיר געפונען ביי די ארון, אלע זייטן האט עס מידות שבורות, צעבראכענע מאסן, אמתיים וחצי, אמה וחצי; די מפרשים זאגן פשט (עיין בעל הטורים), דאס קומט אונז ווייזן אז די תורה האלט זיך נאר ביי א מקום נמוך, ביי אין עניו.


מיט די הקדמות פון רבי'ן קען מען זאגן נאכמער, אפילו א מענטש וואס איז צעבראכן פון אלע זייטן, א מענטש וואס קען נישט זיין מסודר מיט א סדר, פון אלע זייטן איז ער צעבראכן, נישט מסודר, א כלי נשבר; אויב לייגן מען אריין די תורה אין דעם צעבראכענעם כלי – ווערט דאס די ארון הקודש, דאס קומט אן אינעם הייליגסטן פלאץ – אין קדשי קדשים! נישט קיין אונטערשייד ווער מען איז, "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד", אפילו דער וואס איז ווייט פון קדושה, אויב לערנט מען די הייליגע תורה - איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלעם שלעכטס און מען איז זוכה צו אלע קדושות.


די וואך זענען מיר מסיים מסכת מועד קטן, מען הייבט אן ערב שבת קודש מסכת חגיגה. ליל שישי וועט פארקומען די סיום. איך האף דו ביסט מסיים די מסכתא, און אויב נישט – זאלסטו כאטשיג אנהויבן מסכת חגיגה; א שאד עס זאל אריבערגיין א טאג אן לערנען די הייליגע גמרא.

#204 - דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן
שלום בית, משניות, אומאן, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, סדר היום, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב תחי' זאגט דיר בפה מלא אז דו קענסט פארן קיין אומאן - קענסט שוין יעצט דינגען א בעט; וואס נאך דארפסטו? נאר דאנקען דעם אייבערשטן און בעטן יעדן טאג דו זאלסט טאקע קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה די יאר און אלע יארן; דו, דיינע דורות און אלע אידן.


בתחילת התקרבותי ווען עס איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות צו פארן אויף ראש השנה, איך פלעג דערציילן פאר מוהרא"ש מיינע מניעות, פלעגט מוהרא"ש מיר פרעגן: "וואס זאגט דיין ווייב? דיין ווייב איז מסכים זאלסט פארן?" ווען איך פלעג ענטפערן פאר מוהרא"ש: "מיין ווייב איז מיט מיר, זי וויל איך זאל גיין צום רבי'ן" - פלעגט מוהרא"ש מיר זאגן אלע יארן די זעלבע זאך: "זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה און איר ווייטער מכבד זיין", אזוי ווי דער רבי לערנט אונז מען זאל מכבד זיין די ווייב.


העיקר שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג מקרא - שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י. פארלייג זיך אויף לימוד חומש רש"י. מוהרא"ש זאגט בשם דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה; אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים אויף דעם לשון וואס שטייט אין מחבר (סימן רפה, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י; אז דאס אליינס מאכט א מענטש ער זאל ווערן א ירא שמים. אזוי אויך זאגט מוהרא"ש בשם דעם הייליגן צדיק רבי ישכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".


נאכדעם זאלסטו לערנען א שיעור אין משניות; מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארומען, ווען מען זעט א אינגערמאן אדער א בחור מיט א משניות, זאגט מען גלייך אויף אים: "דו ביסט א תלמיד היכל הקודש". מוהרא"ש האט געלייגט זייער א שטארקע דגוש אויף לימוד משניות, ווייל דורך לערנען משניות וועלן מיר ארויסגיין פון גלות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצֵא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה".


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט, און וואס עס טוט פאר'ן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", וואס דאס איז ראשי תיבות "מִשְׁנָה"; אז א מענטש זאגט משניות - נעמט דאס אים ארויס פון שאול תחתית.


דיין דריטע שיעור זאל זיין אין גמרא; מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט בשם הרב הקדוש רבי יהושע'לע בעלזער זכותו יגן עלינו וואס ער האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן טאט'ן דער הייליגער שר שלום זכותו יגן עלינו: "אז מען לערנט א דף גמרא מיט רש"י, איז עס מסוגל פאר הצלחה"; און ער האט געזאגט אז ער האט געזען אסאך מענטשן וואס זיי זענען אין זייערע יונגע יארן געלעגן טיף אין שאול תחתית רחמנא לצלן, און זיי האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, דורכדעם זענען זיי ארויסגעגאנגען פון זייער פלאנטער, זיי האבן זיך געקענט שטארקן אויף זייערע ביטערע נסיונות וכו' און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך לויף אריין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#203 - קומען פון אייגענעם ווילן לערנען דעם בלאט גמרא, איז זייער חשוב
סיום, לימוד התורה, גמרא, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד די חשוב'ע קינדער וואס לערנען דעם בלאט גמרא מיט הרב ... שליט"א, קרית ברסלב ליבערטי.


איר זאלט וויסן איך פריי זיך זייער שטארק אז איר לערנט יעדן טאג דעם בלאט גמרא. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן; יעצט איז ענקערע שענסטע צייט פון דאס לעבן.


דאס וואס איר קומט מרצונכם הטוב לערנען דעם בלאט גמרא - איז ביי מיר זייער חשוב. איך לערן אויך מיט קינדער יעדן טאג די בלאט גמרא; איך לערן יעדן טאג אין ישיבה פאר די בחורים דעם בלאט גמרא, עס קומען אריין פון חדר אפאר קינדער, זיי ווילן לערנען דעם בלאט גמרא.


פרעגט ענקער מגיד שיעור אויב איז שייך צו מאכן קומענדיגע וואך א סיום מסכת מועד קטן פאר די קינדער וואס לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא; אדער זאלט איר קומען קיין וויליאמסבורג, אדער וועל איך קומען צו ענק - ווי אזוי עס קומט אויס גרינגער פאר ענק. אויך בעטס דעם מגיד שיעור ער זאל אנגרייטן איינס אדער צוויי קינדער זאלן געבן א דרשה ביים סיום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#202 - קוקן גוטס אויף זיך אליינס
שמחה, שלום בית, התחזקות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, שיעורים כסדרן, נסים, נקודות טובות, עצות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים חודש אדר א', כ"ו שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געבענטשט דעם שבת - חודש אדר, די יאר האבן מיר צוויי אדר'ס. די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.): "מִשֶּׁנִּכְנַס אֲדָר מַרְבִּין בְּשִׂמְחָה"; די יאר האבן מיר צוויי חדשים צו פארמערן מיט שמחה, ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? ווי אזוי ווערט מען פרייליך? א מענטש זאגט: 'אדרבה, איך וויל זיין פרייליך, אבער איך בין אזוי צעבראכן פון וואס עס גייט אויף מיר אריבער, פון וואס איך לייד אלץ, אפגערעדט פון מיינע נסיונות, מיינע נפילות וואו דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ, ווי אזוי קען איך זיין פרייליך?'


דער ענטפער איז, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו קוקן אויף זיך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב; חלק ב', סימן י): "זוך אויף אין זיך גוטע נקודות, זוך גוטס אין זיך אליינס; זיי זיך מחי' מיט דעם וואס דו ביסט א איד, שלא עשני גוי!"


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק, א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג). דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק, וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) - האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחזק זיין, נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך, וואס מיר זענען טאקע גארנישט - דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: 'ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד!'


אז דו וועסט גוט אריינקוקן אין זיך וועסטו זען אז דו ביסט נישט אזוי שלעכט, דו ביסט אנגעפילט מיט אזויפיל גוטס; 'ברוך ה' פיאות האב איך, א בארד האב איך, איך לייג טלית און תפילין, איך גיי מיט ציצית, איך עס כשר'ס, איך האב א מזוזה' - די אלע זאכן מאכן פרייליך.


ווער רעדט נאך אז מען איז זוכה, מען לערנט אביסל חומש רש"י יעדן טאג, - דאס איז דאך ממש א פארמעגן! מען לערנט משניות, גמרא - דאס מאכט פרייליך, "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב (תהלים יט, ט)", מען ווערט פרייליך, מען ווערט אויסגעלייזט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין", ווער איז אויסגעלייזט? "אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", נאר דער וואס לערנט תורה.


שטארקט אייך טייערע חברים, לאמיר זיך שטארקן מיט די שיעורים כסדרן, לאמיר זיך שטארקן מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן; די עצה פון קוקן גוטס אויף זיך אליינס, פון זיך אליינס ליב האבן, פון זיך מחי' זיין מיט אונזערע דריי עקיגע דאווענען. דער הייליגער תם פלעגט נעמען זיין שיך וואס האט געהאט א פנים ווי דריי עקן, ער האט זיך אזוי מחי' געווען דערמיט, ער האט זיך געזינגען (ספורי מעשיות, מעשה ט', מחכם ותם): "מיין טייערע שיכעלע, מיין ליבער שיכעלע, מיין וואוילע האניגדיגע שיכעלע", ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט: "אז דער דאווענען איז אזוי ווי דריי עקן, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען אפלעבן א לעבן מיט א שיך מיט דריי עקן, און זיך אזוי מחי' זיין און זיך אזוי פרייען און האבן א פרייליכע לעבן, מער ווי דער וואס פאלט אין חכמות".


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען אין אפאר וואכן ארום קיין ארץ ישראל, איך וועל באזוכן ביי אייך אין שול. איך בענק שוין זייער, איך ווארט שוין זייער אייך צו טרעפן, צו הערן פון יעדן איינעם זיינע סיומים, צו הערן יעדנ'ס מופתים; די עכטע מופתים - וואס מען האט באקומען פון רבי'ן.


וואס איז א מופת? א מופת איז, אז מען קוקט זיך אן און מען געבט א טראכט: 'ווער בין איך געווען? ווי אזוי האב איך אויסגעזען? איך ווייס דאך יא ווער איך בין, איך האב געטראפן דעם רבי'ן, דער רבי האט מיך געברענגט צו אזעלכע שיינע זאכן; איך האב שיעורים, איך בין זיך מתבודד, איך האב שלום בית', שלום בית איז די גרעסטע מופת פון רבי'ן; 'איך ענטפער נישט אין שטוב, איך שלינג אראפ ווען זי זאגט מיר'; אוי איז דאס א מופת, נאר דער רבי קען באווייזן אזעלכע מופתים, נעמען א מענטש און אים מאכן נישט ענטפערן... 'איך ווייס דאך יא ווער איך בין, און קוק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר'.


א אינגערמאן פון ענקער חבורה האט מיר געשריבן די וואך אזא שיינע מופת, איך מוז אייך שיקן א קליינע שטיקל פון די בריוו:


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי אויס, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן, אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


איך דארף מקצר זיין, איך מוז אהיים לויפן העלפן מיין ווייב.


א פרייליכן ליכטיגן שבת און א גוטן חודש.

#201 - ווען דו לערנסט, זאלסטו ארויסזאגן די ווערטער
התחזקות, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; אפילו עס איז דיר שווער - דאך זאלסטו ווייטער אנגיין מיט דעם. אזוי איז ווען מען דינט דעם אייבערשטן, אין אנהויב שפירט מען א שווערע טעם, אבער מיט דער צייט ווערט עס אזוי זיס און געשמאק, מען וויל שוין גארנישט, מען דארף שוין גארנישט; מען וויל נאר בלייבן מיט די טעם פון לערנען און דאווענען.


ווען דו לערנסט - זאלסטו ארויסזאגן די ווערטער. דער רבי זאגט (ספר המדות אות לימוד, סימן טז): "הַלּוֹמֵד בְּקוֹל רָם מַאֲרִיךְ יָמִים, וְתַלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ", ווער עס לערנט אויפ'ן קול - וועט לאנג לעבן, און די תורה וועט זיך ביי אים האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#200 - זיך שטארקן פונדאסניי מיט לימוד התורה
תשובה, משניות, התחדשות, לימוד התורה, יענער, חלישות הדעת, תעניתים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו


די וואך פרשת יתרו, ווען מיר ליינען די פרשה פון קבלת התורה, - איז א צייט וואס מיר באקומען פרישע כוחות צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, אזוי ווי צדיקים זאגן (של"ה הקדוש בתחילת מסכת פסחים; ועוד): "קְרִיאָה מְעוֹרֵר אֶת הַזְּמַן", ווען מען ליינט אין די תורה די פרשת השבוע - וועקט זיך אויף די אלע זאכן וואס האט דעמאלט פאסירט, און מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו דעם.


איך וויל ענק בעטן איר זאלט זיך שטארקן פונדאסניי מיט לימוד התורה. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען תורה, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה - אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט. קוקט אריין די ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט - זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


איך בעט אייך מיינע טייערע ליבע ברידער, מיר דארפן זיך באנייען מיט לימוד משניות, א תלמיד היכל הקודש איז נאר דער וואס זאגט פרקים משניות; משניות וואשט אפ אלע עבירות און עס שלעפט ארויס פון שאול תחתית.


מוהרא"ש זאגט, די שיחה פון כך וכך פון הייליגן רבי'ן מיינט לימוד משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס פאלט נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


מען דארף נישט פאסטן און מאכן סיגופים. מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה ד, ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


טייערע ליבע ברידער, קוקט נישט אויף אנדערע; ווערט נישט צעבראכן פון אנדערע און ווערט נישט מבולבל פון אנדערע. מוהרא"ש זאגט, די עשרת הדברות שטייט בלשון יחיד (שמות כ, ב): "אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ", איך בין דיין באשעפער, עס שטייט נישט "אֱלֹקֵיכֶם", ענקער באשעפער; "לֹא יִהְיֶה לְךָ", עס זאל נישט זיין צו דיר, אלעס שטייט בלשון יחיד - צו דיר; דאס ווייזט אונז אז מען קען נאר מקבל זיין די תורה אויב מען נעמט די תורה פאר זיך, מען קוקט נישט אויף אנדערע.


בפרט ווען עס קומט צו נאנטע חברים, תלמידי היכל הקודש; אז מען האט נישט די הקדמה - קען מען באקומען חלישות הדעת. 'דער באקומט א שמייכל, יענער באקומט א שיינע בריוו, דער דריטער איז אזוי נאנט און איך באקום גארנישט; נישט קיין בריוו, נישט קיין שמייכל, נישט גארנישט'; דארף מען זיך שטארקן און נישט ווערן צעפאלן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים; זיי זענען אזוי צעבראכן, קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט קיין בחור; איך דארף גיין פארלערנען, בלייבזשעט מיר געזונט.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#199 - לערן יעדן טאג א בלאט גמרא
סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; סיי דו לערנסט די הייליגע תורה און סיי דו ביסט זיך מתבודד, דו רעדסט צום אייבערשטן.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא. מיר הייבן אן די וואך פרייטאג א נייע מסכתא, מסכת מועד קטן; כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג א בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא; אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


זיי זיך נישט מבלבל אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, פאלג דעם רבי'ן, זאג די ווערטער פון די גמרא. דער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר לערנען און זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; מען דארף נישט גלייך פארשטיין, און במשך די צייט וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין.


איך בענק זיך אויך זייער צו דיר, איך האף בקרוב זיך נאכאמאל צו זען מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#198 - פארן צום צדיק איז נישט קיין ביטול תורה
קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוהרא"ש, לימוד התורה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט אויב דו זאלסט נעמען דיינע קינדער קיין יבנאל ביים יארצייט קומענדיגע וואך, אפשר איז דאס ביטול תורה?


דער ענטפער איז יא, נעם דיינע קינדער; ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן נה): "טוֹב לְבַלּוֹת זְמַן רַב, בִּשְׁבִיל שָׁעָה אַחַת שֶׁיִּתְקָרֵב לַצַּדִּיק", עס איז גוט אוועקצוגעבן אסאך צייט צו קומען צום צדיק.


זיי מיר מזכיר ביים ציון, יואל בן רייצא רעכיל


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#197 - די גרעסטע נחת פאר א טאטע, צו זען זיין קינד מיט א משניות
משניות, לימוד התורה, נחת, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו לערנסט משניות, דו האסט זיך געמאכט א חשבון אז דו וועסט לערנען יעדן טאג א פרק משניות - וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן ששה סדרי משנה לכבוד דיין בר מצוה, חודש אלול תשפ"ג.


ער האט מיר אויך געשיקט א בילד ווי אזוי דו זיצט מיט א משניות און דו לערנסט מיט אזא געשמאק.


דיין טאטע פריידט זיך אזוי שטארק! ער שרייבט מיר אז דאס איז זיין גרעסטע נחת, עס איז מער פון זיין געלט, מער פון אלעס! צו זען זיין קינד מיט א משניות; אויך איך פריי זיך זייער.


איך האב נעכטן געגעבן א שיעור אין לשון הקודש ווייל דיין טאטע האט מיר געזאגט אז דו פארשטייסט נישט קיין אידיש, דו הערסט די לשון הקודש שיעורים.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיין לערנען און דאווענען; אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן. בעט אים וואס דו דארפסט, רעד צו אים אזוי ווי דו רעדסט צו א גוטער חבר, דערצייל אים אלעס; קענסט אים דערציילן פריוואטע זאכן, דערצייל אים אלעס וואס טוט זיך אין דיין לעבן וכו', פון דיינע עלטערן וכו' - וועסטו האבן שטארקייט צו זיין אן ערליכער איד.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מיר שרייבן א בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#196 - א גוטע ביזנעס דיל מיט מעכטיגע רווחים
פרנסה, לימוד התורה, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב דו האסט צייט צו רעדן, איך וויל מיט דיר עפעס דורכרעדן.


איך האב א גוטע ביזנעס דיל פאר דיר, א פלאץ וואו דו וועסט קענען מאכן מעכטיגע רווחים. דער דיל איז אויב דו וואלסט אריינגענומען ביי דיר אין די ביזנעס א אינגערמאן וואס זיצט אין לערנט, און אים געבן וועכנטליך א געהאלט.


דער דיל ארבעט אזוי, ער לערנט בהתמדה רבה, לכל הפחות צוועלף שעה א טאג, נישט איינער וואס הייסט ער לערנט, נאר א מתמיד, איינער וואס נוצט אויס די צייט, דו געבסט אים א געהאלט כאילו ער ארבעט פאר דיר, און וואס באקומסטו? דו באקומסט די שכר אויבן אין הימל פון זיין תורה.


דאס ווערט אנגערופן א יששכר זבולון געשעפט; זבולון האלט אויס יששכר, אזוי קען יששכר לערנען. אזוי פסק'נט דער רמ"א (יורה דעה סימן רמו, סעיף א): "וְיָכוֹל אָדָם לְהַתְנוֹת עִם חֲבֵרוֹ שֶׁהוּא יַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה, וְהוּא יַמְצִיא לוֹ פַּרְנָסָה, וַיְּחַלֵּק עִמּוֹ הַשָּׂכָר", מען קען זיך אויסנעמען מיט א צווייטן אז יענער זאל לערנען און איך וועל יענעם אויסהאלטן, און מען טיילט זיך אויבן אין הימל מיט די שכר; ווייל אן זבולון איז נישטא קיין יששכר. אזוי ווי דער הייליגער זוהר הקדוש פרעגט (ויחי רמא:): "אַמַּאי אַקְדִּים בְּבִרְכָאן זְבוּלוּן לְיִשָּׂשכָר תָּדִיר", פארוואס רעכנט די תורה אויס זבולון פאר יששכר? "וְהָא יִשָּׂשכָר אִשְׁתַּדְּלוּתֵיהּ בְּאוֹרַיְיתָא", יששכר איז דאך דער וואס לערנט תורה, "וְאוֹרַיְיתָא אַקְדִּים בְּכָל אֲתַר", די תורה קומט פאר אלעס, "אַמַּאי אַקְדִּים לֵיהּ זְבוּלוּן בְּבִרְכָאן", פארוואס רעכנט מען ערשט אויס זבולון ביי די ברכות? "אֲבוֹי אַקְדִּים לֵיהּ", יעקב אבינו ביים בענטשן זיינע קינדער רעכנט אויס ערשט זבולון, "משֶׁה אַקְדִּים לֵיהּ", משה רבינו ווען ער האט געבענטשט די שבטים רעכנט ער אויס ערשט זבולון און נאכדעם יששכר, "אֶלָּא זְבוּלוּן זָכָה עַל דְּאֲפִיק פִּתָּא מִפּוּמֵיהּ, וְיָהַב לְפוּמֵיהּ דְּיִשָּׂשכָר", נאר זבולון האט ארויסגענומען ברויט פון זיין מויל און געגעבן פאר יששכר, "בְּגִינֵי כָּךְ אַקְדִּים לֵיהּ בְּבִרְכָאן", דעריבער האט ער זוכה געווען צו ווערן געבענטשט ערשט, "מֵהָכָא אוֹלִיפְנָא", פון דא זעען מיר, "מַאן דְּסָעִיד לְמָרֵיהּ דְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס מאכט זאט מענטשן וואס לערנען תורה, "נָטִיל בִּרְכָאן מֵעֵילָא וְתַתָּא", ווערט געבענטשט אויבן און אונטן, "וְלָא עוֹד", נישט נאר דאס, "אֶלָּא דְזָכֵי לִתְרֵי פָּתוֹרֵי", נאר ער איז זוכה צו באקומען צוויי מאל שכר, "מַה דְּלָא זָכֵי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", אנדערע מענטשן זענען נישט זוכה צו דעם, "זָכֵי לְעוּתְרָא דְיִתְבָּרַךְ בְּהַאי עַלְמָא", ער ווערט געבענטשט מיט א רייכקייט אויף די וועלט, "וְזָכֵי לְמֶהֱוֵי לֵיהּ חוּלָקָא בְּעַלְמָא דְאָתֵי", און ער ווערט געבענטשט מיט א רייכקייט אויף יענע וועלט, "הֲדָא הוּא דִכְתִיב", אזוי ווי עס שטייט, "זְבוּלוּן לְחוֹף יַמִּים יִשְׁכּוֹן, וְהוּא לְחוֹף אֳנִיּוֹת, כֵּיוָן דִּכְתִיב לְחוֹף יַמִּים, אַמַּאי וְהוּא לְחוֹף אֳנִיּוֹת", וואס איז די טאפלטער לשון? "אֶלָּא, לְחוֹף יַמִּים, בְּעַלְמָא דֵין", נאר איין לשון איז א ברכה אויף די וועלט, "לְחוֹף אֳנִיּוֹת, בְּעַלְמָא דְאָתֵי", די צווייטע לשון איז א ברכה פאר יענער וועלט, "כְּמָא דְאַתְּ אָמֵר, 'שָׁם אֳנִיּוֹת יְהַלֵּכוּן וְגו'', דְּתַמָּן הוּא נְגִידוּ דְעַלְמָא דְאָתֵי".


דאס וועט זיין א פריוואטע זאך צווישן דיר און יענער תלמיד חכם; דאס וועט זיין א גוטער געשעפט, נאר רווחים, כולו רווחים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#195 - ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון לצים
שלום בית, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, וויכוחים, מוהרא"ש, לימוד התורה, לצנות, תמימות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ווען מען לערנט די פרשה, פרשת בשלח; ווי די תורה דערציילט וואס האט זיך געטון מיט די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, זעט מען א שרעקעדיגע זאך, א זאך וואס מען קען נישט פארשטיין, מוהרא"ש פלעגט רעדן פון דעם יעדעס יאר ביים ליל שישי שיעור.


די תורה זאגט (שמות יג, יז): "וְלֹא נָחָם אֱלֹקִים דֶּרֶךְ אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים כִּי קָרוֹב הוּא", דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אריינטראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די לאנד פלשתים, ווייל עס קען זיין אז די אידן וועלן צוריקגיין קיין מצרים; עס איז זייער שווער, ווי קען זיין די אידן זאלן וועלן צוריקגיין קיין מצרים? נאכן לערנען די סדרות פון פרשת שמות וארא ווי די תורה דערציילט די שרעקליכע פיין וואס די אידן האבן געליטן אין מצרים, מען האט זיי געפייניגט מיט שרעקליכע גזירות, זיי האבן געוויינט און געשריגן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויסגעהערט זייערע תפילות און געשיקט משה רבינו זאל זיי אויסלייזן, ווער זאל וועלן צוריקגיין צו שלעק? ווער זאל וועלן מען זאל אריינווארפן זיינע קינדער אין וואסער? מען זאל שלאגן מיט מכות רצח?!


פלעגט מוהרא"ש זאגן: די פלשתים זענען געווען גרויסע לצים, ליצנות פארשטעלט אלעס; דו קענסט אריינברענגען אינעם מענטש גילוי אלקות, קענסט אים ווייזן די גרעסטע זאכן, מיט דעם אלעם, אויב קומט א לץ - קען ער יענעם אוועקרייסן פון דעם אלעם! לצנות איז שטערקער פון אלעמען! דעריבער האט דער אייבערשטער נישט געוואלט טראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די פלשתים ווייל מיט לצנות וועלן זיי באווייזן חוזק צו מאכן פון משה רבינו און פונעם אייבערשטן; דערפון דארפן מיר ארויסלערנען אכטונג צו געבן פון לצים.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי! כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט, פול מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס"; מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לעבן, מען הערט די וואונדערליכע עצות פון רבי'ן, מען האט חיזוק אנצוגיין אין לעבן, מען האט כח אריבערצוגיין אלע שוועריקייטן, שוועריקייטן פון פרנסה, שוועריקייטן מיט א ווייב, מיט קינדער, שוועריקייטן פון וכו' וכו', - ביז עס קומט דער קליינער הענטעלע און פארשטעלט אלעס, מען טרעפט א לץ, ער פרעגט: "וואו דרייסטו זיך?" נאכן ענטפערן: "איך דריי זיך אין היכל הקודש", מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול, דער מענטש באקומט פון דעם חלישות הדעת, דער קליינער מאך מיט די האנט פארשטעלט אלעס, אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד!" און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "געוואלד!"


מוהרא"ש פלעגט זיך וואונדערן, ווי קען זיין א מענטש זאל אפלאזן די הערליכע לעבן וואס ער האט געפונען ביים רבי'ן צוליב א מאך מיט די האנט? צוליב א דריי מיט די נאז, ווי קען זיין אזא זאך?! עס האט דאך נישט קיין שכל! דו געדענקסט דאך ווי אזוי דו האסט געטראכט, ווי אזוי דו האסט געלעבט, בעסער געזאגט נישט געלעבט; ווי אזוי איז געווען דיין גוסטע? דיין שלום בית, דיין כיבוד אב ואם, דיין מהלך מחשבה, און וואס נישט... און ווען דו האסט געטראפן דעם הייליגן רבי'ן האט זיך געגעבן א דריי איבער אלעס לטובה, וואס זאלסטו אפילו קוקן אויף די קליינע הענטעלע? וואס זאלסטו קוקן אויף יענעמ'ס נאז ווי אזוי ער מאכט א פאקס?


רבי נתן זאגט, ליצנות איז אבי אבות הטומאה; ווייל עס נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלקות פונעם מענטש ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועקגיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, שנאמר (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


טייערע חברים פרישע מקורבים, שטארקט אייך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, הן בתורה; יעדער איינער פון אייך מיט זיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה וכו' וכו'. הן בתפילה והתבודדות, און מיט שמחה, און געבט אכטונג אין שטוב מכבד זיין די ווייב, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט.


טענה'ט נישט מיט קיינעם און שטייט נישט אין ווארט מיט לצים - וועט איר האבן א חיים טובים. מוהרא"ש האט מיר געזאגט הונדערטער מאל: "יואל, מאך נישט די טעות וואס איך האב געמאכט, טענה נישט מיט קיינעם"; מוהרא"ש האט געזאגט: "אין אנהייב האב איך געמיינט אז אויב איך וועל צוריק טענה'ן, איך וועל אויפווייזן, איך וועל מסביר זיין - וועלן זיי אננעמען, ביים סוף האב איך געזען אז עס א שאד די צייט, הנצחון אינו סובל את האמת, עס איז נישט כדאי צו ענטפערן, נאר טון וואס מען האט צו טון".


די שמחה ביי אונז איז זייער גרויס אז מען האט געעפנט א חדר אין ירושלים; מיר האבן אזוי געעפנט אונזער חדר שנת תש"ע מיט געציילטע קינדער. דעמאלט איז דאס געווען דער גרעסטער חוזק; נישט חוזק פון די גאס, חוזק פון היכל הקודש! קיינער האט נישט אריינגעשיקט די קינדער, איך האב געפרעגט מוהרא"ש אויב איך קען אויפהענגען א צעטל אין בארא פארק שול ביי מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט די שליסל פון די בולעטי"ן באר"ד וואו מען הענגט די צעטלעך, מוהרא"ש האט געעפנט די טיר און מיט א שמייכל מיר געהייסן אריינלייגן די צעטל, מוהרא"ש האט פארראכטן צוויי ווערטער; איך בין געווען זיכער אז אלע גייען אריינלייגן די קינדער, איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט, אלע האבן געלאכט...


איך האב אויף קיינעם נישט געקוקט, איך האב סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, איך האב געדארפט א מוסד פאר מיינע קינדער; היינט קוק איך צוריק, זאג איך איין ווארט: "שכוח אייבערשטער!"


די וואך קומט אויס דער יארצייט פון מוהרא"ש, גייט קיין יבנאל צום ציון, גייט מיט אייערע קינדער; עס איז נישט קיין ביטול תורה, גיין צו א ציון פון א צדיק איז קיום התורה.


זייט אויך מתפלל פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל; דערציילט פאר'ן אייבערשטן איין גוטע זאך וואס איר האט באקומען דורך מיר, עס זאל זיין א זכות פאר מיר.


אויך זאלט איר מאכן א סעודה ביי אייך אין שול, זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, די וועג וואס ער האט אונז אויסגעפלאסטערט, די שכל וואס ער האט אונז געגעבן.


א פרייליכן שבת.

#194 - ווער עס טוט פאר אנדערע אידן, דער באקומט א ברכה אין זיין צייט
בחור, התחזקות, זיכוי הרבים, לימוד התורה, חסד, היטן די צייט, חבורות, תחנון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן פון די חבורה פון די בחורים אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


בנוגע אויב דו זאלסט לערנען מיט יונגערע בחורים בחברותא, מען בעט דיר מטעם הישיבה דו זאלסט דאס טון, נאר דו ביסט מסופק אויב דו זאלסט דאס אננעמען אדער נישט; וואס איז בכלל די פראגע? אודאי זאלסטו לערנען מיט יונגערע בחורים; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה, דו האסט גוטע כשרונות, דו האסט שטאף, דו האסט א געפיל צו אנדערע - זאלסטו דאס זיכער טון.


זארג נישט וועגן דיינע שיעורים כסדרן, דו וועסט נאר באקומען דורך דעם א ברכה אין דיין צייט; ווער עס טוט פאר אנדערע אידן - דער באקומט א ברכה אין זיין צייט. פרוביר דאס אויס, איבערצייג זיך, זאג פאר די ישיבה אז דו ביסט גרייט צו לערנען מיט יונגערע, שוואכערע וכדומה.


בלאז אריין אין זיי א חיות; דער עיקר וואס פעלט ביי בחורים איז אמונה אין זיך אליינס. "לְהוֹדִיעַ לִבְנֵי הָאָדָם גְּבוּרֹתָיו" (תהלים קמה, יב), טייטשן צדיקים, מען דארף מודיע זיין פאר מענטשן זייערע כוחות וואס ליגט באהאלטן אין זיי; עס וועט דיר גארנישט שאטן, דו וועסט האבן גענוג צייט פאר דיינע אייגענע שיעורים.


ביי שחרית זאגט מען ביי נפילת אפים "לדוד אליך ה" (קאפיטל כה), ביי מנחה זאגט מען רחום וחנון.


געב א גרוס פאר אלע חברים, איך בענק זיך שוין זייער צו ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#193 - פארדינגען א דירה פאר די פרייז וואס די הנהלה האט יעצט קובע געווען
שטעטל, הכנסת אורחים, אידיש געלט, לימוד התורה, גמרא, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואס מאכסטו עפעס טייערער ... ?


איך ווארט צו הערן פון דיר, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך בעט פאר דיר יעדן טאג און איך טו וואס איך קען פאר דיין שידוך, איך האף צום אייבערשטן צו זיין דער גוטער שליח, דיין שדכן - בקרוב.


בנוגע דיין דירה וכו'; משפחת ר' ... נרו יאיר ווילן זייער שטארק קומען וואוינען אין שטעטל. איך דארף דיר נישט זאגן ווער זיי זענען, זיי זענען זייער חשוב'ע מענטשן, זיי זענען פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן געעפנט די מוסדות היכל הקודש אין ארצות הברית.


זיי זאגן מיר אז זיי וואלט זייער געוואלט דינגען דיין דירה, אבער זיי זאגן מיר אז זיי זענען צווישן דיר און די הנהלה; זיי זענען מסכים צו צאלן די פרייז וואס דו בעטסט, אבער די הנהלה לאזט נישט הייבן די פרייז, מען וועט נישט ארייננעמען די קינדער זייערע אין מוסד.


דעריבער פרעג איך דיר אויב דו וואלסט מסכים געווען זיי צו פארדינגען דיין דירה פאר די פרייז וואס די הנהלה האט יעצט קובע געווען - וועסטו מאכן א גרויסע טובה סיי פאר זיי און סיי פאר די גאנצע שטעטל. זיי וועלן אסאך צו געבן צום שיינקייט פון שטעטל, אויך וועט דאס זיין א זכות פאר דיר, עס איז א בחינה פון הכנסת אורחים, אויך וועלן אלע אויסהערן די הנהלה; באמת, די הנהלה, זיי פאר זיך - ווילן גארנישט, זיי זענען דא צו טון מיין ווילן, צו קענען האבן א שיינע שטעטל, א פלאץ וואו מען קען וואוינען רואיג און צופרידן.


די וואס העצן קעגן די הנהלה - די זענען מענטשן וואס זענען אנגעווייטאגט אויף זיך אליינס; אזוי איז איבעראל אין אלע קהילות קדושות בישראל, די העצערס זענען ביטערע מענטשן, מענטשן אן שלום בית, מענטשן וואס ווילן נישט לעבן.


שטארק זיך בלימוד חומש ותרגום בכל יום, אויך לערן משניות, און אויף א דף גמרא זאלסטו זיך מוסר נפש זיין, דאס זאל זיין ביי דיר א חק קבוע, אזוי ווי הנחת תפילין. גמרא איז פייער פאר'ן סמ"ך מ"ם, עס פארברענט אים, ער קען נישט נעמען לערנען גמרא, אלעס וועט ער לאזן טון אבי נישט עפענען די גמרא.


א פרייליכן שבת.

#192 - וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה
שלום בית, לימוד התורה, שיעורים כסדרן, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון הרב ... נרו יאיר


דיין ווייב שיקט כסדר בילדער ווי דו לערנסט אין שטוב, זי שרייבט אז זי האט נישט עפעס בעסערס אין לעבן ווי צו זען ווי דו לערנסט אין שטוב דיינע שיעורים כסדרן; זי שרייבט אז דאס איז איר גרעסטע פארגענוגן, צו זען ווי דו לערנסט.


וואויל איז דיר, וואויל איז דיין חלק אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט תורה. מענטשן מיינען, ווען מען רעדט פון די גרויסקייט פון די בחור'ישע יארן, אז דאס מיינט אלס בחור פאר די חתונה, א טייל האלטן זיך צוריק פון חתונה מאכן די קינדער יונג ווייל זיי ווילן אז די קינדער זאלן האבן לענגערע בחור'ישע יארן, זיי ווייסן נישט וואס בחור'ישע יארן מיינט.


די גרויסקייט פון די יונגע יארן איז דוקא מיט א ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב:): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר - נוֹשֵׂא אִשָּׁה וְלוֹ בָּנִים", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו לערנען תורה בקדושה ובטהרה? אז מען האט חתונה.


דערפאר בעט איך דיר מיין טייערער זון, נוץ אויס דיינע יונגע בחור'ישע יארן, לערן תורה; לייג צו נאך און נאך שיעורים. בעט דעם דיין שליט"א ער זאל מאכן מיט דיר נאך און נאך שיעורים, וועסטו זוכה זיין צו עולם הזה ועולם הבא.

#191 - מ'דארף זיך טרעפן פערזענליך פון צייט צו צייט
חברים, התחזקות, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר, און אויך דיך שוין לאנג נישט געזען.


לעצטנס, זייט מען קען מיט האלטן די וועכנטליכע ליל שישי שיעור פון מאנרא, מאנסי, לעקוואד, שטעטל - קומט אויס אז מען זעט זיך נישט פאר לאנגע וואכן. דו זעסט מיך ביי די שיעורים, אבער איך זע דיך נישט.


איך בענק זיך צו דיר; אפשר וואלט כדאי געווען מזמן לזמן זאלסטו יא אריינקומען, ווייל אינו דומה ראי' לראי', עס איז גאר אנדערש ווען מען זעט זיך פנים בפנים ווי מען זעט וכו'.


העיקר שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; מאך זיך א פלאן צו ענדיגן כאטשיג איינמאל אין לעבן כל התורה כולה.

#190 - טאטי גייט יעצט לערנען, טאטי גייט צום שיעור
חינוך הילדים, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט יעדע נאכט צום גמרא שיעור, די גרעסטע זאך פאר חינוך הבנים והבנות איז גיין צו שיעורי תורה.


ווען קינדער זעען א גוטע זאך ביי זייער טאטע - מאכן זיי דאס נאך; טון צו דער זאך איז מער פון זאגן, הייסן און באפעלן.


ווען דו גייסט ארויס פון שטוב דאווענען אדער לערנען - זאלסטו דאס זאגן פאר די קינדער, גיי נישט סתם ארויס פון שטוב אן זאגן וואו דו גייסט; צום ביישפיל: "טאטי גייט יעצט לערנען; פאלג מאמי, מאך ריין די שטוב", אדער זאג: "טאטי גייט צום שיעור; ליין קריאת שמע און גיי שלאפן".


עס איז זייער וויכטיג די קינדער זאלן הערן כסדר: 'טאטי גייט לערנען', 'טאטי גייט דאווענען', 'טאטי גייט צום דיין', 'טאטי געבט צדקה'; אזוי וואקסן זיי אויף גאר אנדערש.

#189 - חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת
כיבוד אב ואם, שלום בית, תהלים, מחלוקת, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו פירסט דיין שטוב בקדושה ובטהרה, דו און דיין ווייב גרייטן אן נעגל וואסער, איר גייט נישט אראפ פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; דאס איז די פונדאמענט פון א ריינע שטוב.


בנוגע דיין שווער און שוויגער וואס קריגן זיך און דיין ווייב ווערט אריינגעמישט; זאג דיין ווייב אז זי זאל זיך נישט מישן, זי זאל שטיין פון די זייט. עס איז זייער ווייטאגליך פאר קינדער צו זען ווי עלטערן קריגן זיך, עס איז דא א גרויסע יצר הרע זיך אריין צו מישן; מען דארף אבער טון וואס דער אייבערשטער זאגט און חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת.


דו זאלסט זאגן יעדן טאג אביסל משניות און גמרא, און דיין ווייב זאל זאגן אביסל תהלים, און ביידע פון ענק זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף ענקער פשוט'ע שפראך אלעס וואס איר דארפט; וועט איר האבן א גן עדן לעבן אויף די וועלט.


 

#188 - לויף נישט נעמען סתם אבי אן ארבעט, ווער נישט יענעמ'ס עבד כנעני
הפצה, פרנסה, לימוד התורה, גמרא, דאווענען, מעביר סדרה, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע די דזשאב וכו'; עס איז נישט כדאי, דו וועסט טרעפן בעסערס; זיי נישט באזארגט, ווער נישט פארלוירן, לויף נישט נעמען סתם אבי אן ארבעט, ווער נישט יענעמ'ס עבד כנעני. אויך, וואס פעלט דיר אויס צו ארבעטן מיט נסיונות, עס איז נישט ווערד דאס לעבן אז מען פאלט אראפ רחמנא לצלן.


דאווען די דריי תפילות מיט מנין דיקא, זיי זיך מוסר נפש צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש און תרגום פונעם טאג; זונטאג ביז שני, מאנטיג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו לערנען משניות און לכל הפחות א בלאט גמרא - וועסטו זען ווי אזוי דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים, דו וועסט האבן פרנסה בריווח, דו וועסט האבן גרויס שפע.


אויך בעט איך דיר זייער, זיי ממשיך מיט הפצה; ברענג אריין די זיסע עצות פון רבי'ן אין די וועלט אויף דיין וועג.


 

#187 - א גרויסער יצר הרע ביי בחורים צו פארברענען צייט
בחור, משניות, לימוד התורה, יונגע יארן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ירושלים מיט אנשי שלומינו, זיך באקענען פון דער נאנט מיט ענק אלע; איך האף דו האסט אויך הנאה געהאט.


איך האף דו האסט פארשטאנען די שיעורים אין אידיש, מיר האבן גערעדט ביי שלש סעודות בעיקר פון די צוויי הויפט נקודות פון רבי'ן, די זאך פון רעדן צום אייבערשטן און פון דעם סדר דרך הלימוד.


שטארק זיך, נוץ אויס די יונגע יארן. בטל נישט קיין צייט; עס איז דא א גרויסער יצר הרע ביי בחורים צו פארברענען צייט, מען קען שמועסן שעות אויף שעות פון גארנישט מיט נישט, אלע בחורים האבן די יצר הרע; דעריבער בעט איך דיר זייער, ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו לויפן צו די תורה, נעם א משניות און זיי גורס פרקים משניות כסדרן, אויך מאך זיך א שיעור אין ש"ס כסדרן דיקא, קוק נישט אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט אדער נישט.


דער רבי זאגט מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט - זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאכדעם ברענגט רבי נתן אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.; עבודה זרה יט.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.