בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#41 - איך האב פאר אייך נייעס, נישטא וואו צו אנטלויפן
צרות, שלום בית, התחזקות, עבודת השם, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס איר סטראשעט אז איר גייט אנטלויפן פון אידישקייט, איר גייט נישט היטן יום טוב פסח, איר שרייבט מען האט געמאכט איר זאלט פיינט האבן אידישקייט; איך האב פאר אייך נייעס, נישטא וואו צו אנטלויפן! אויב איר וועט אפלאזן אידישקייט וועט אייך נישט בעסער ווערן דאס לעבן, ווער עס לויפט אוועק פון די אידישע וועג - לויפט צום טויט. אזוי ווי דער חכם מכל אדם זאגט (משלי יד, יב): "יֵשׁ דֶּרֶךְ יָשָׁר, לִפְנֵי אִישׁ", עס איז דא א וועג וואס זעט אויס פאר'ן מענטש ווי א גוטע וועג, "וְאַחֲרִיתָהּ, דַּרְכֵי מָוֶת", אבער דער סוף איז טויט.


וויסן זאלט איר, אידישקייט מאכט נישט שווער דאס לעבן, דאס לעבן פאר זיך איז זייער א שווערע זאך; כל זמן מען לעבט אן אמונה איז דאס לעבן א שרעקעדיגע זאך, א ביטערע זאך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "עַל כָּרְחֲךָ אַתָּה חַי", מען לעבט געצווינגענערהייט; מען פרעגט נישט דעם מענטש וואס פאר א לעבן ער וויל, א שווערע לעבן אדער א שלעכטע לעבן, דאס איז עס, דאס לעבן איז א שווערע זאך; נאר אויב מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם לעבן - דעמאלט ווערט דאס לעבן זיס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים, אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג; אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


איך ווייס נישט פארוואס איר סטראשעט מיר, וואס בין איך אייך שולדיג? וואס ווילט איר פון מיר? עס ליגט אין אייערע הענט בוחר צו זיין ווי אזוי אייער לעבן זאל זיין. איר קענט אנטלויפן, אבער דוד המלך זאגט (תהלים קלט, י): "גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", אויך דארט וואו מען אנטלויפט דערגרייכט דעם אייבערשטנ'ס הענט; דער אייבערשטער איז איבעראל, נישטא וואו אוועק צו לויפן, איר האט איין ברירה, איר קענט לויפן צו אים, איר קענט נעמען די עצה פון רבי'ן, אויפזוכן גוטס אין לעבן און דאנקען פאר די גוטס.


דער רבי זאגט, נישטא קיין לעבן (לקוטי מוהר"ן, שם): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים; איין עצה איז דא, אויפזוכן דאס גוטס און דאנקען אויף דעם.


אידישקייט מאכט מען זאל האבן יענע וועלט. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, טז): "הָעוֹלָם הַזֶּה דּוֹמֶה לִפְרוֹזְדוֹר בִּפְנֵי הָעוֹלָם הַבָּא", די וועלט איז אזוי ווי אן אריינגאנג צו א גרויסע שיינע זאל, "הַתְקֵן עַצְמְךָ בַפְּרוֹזְדוֹר, כְּדֵי שֶׁתִּכָּנֵס לַטְּרַקְלִין", אז מען גרייט זיך אן ביים אריינגאנג, דעמאלט וועט מען האבן א שיינע פלאץ אויבן אינעם שיינעם זאל; אידישקייט איז נישט קיין ביטערע זאך, אידישקייט איז וואס מען נעמט מיט זיך מיט אויף יענע וועלט.


ווער איז אייך עפעס שולדיג? ווער קומט אייך עפעס? נעמט אריין אין זיך די ווערטער: "קיינער קומט מיר גארנישט", וואס איר באקומט איז א מתנה; וועט איר נישט האבן קיין יסורים, עס וועט אייך נישט נמאס ווערן אייער לעבן. אז אייער מאן רעדט שיין צו אייך - איז דאס א מתנה פון גאט ברוך הוא, און אז ער רעדט נישט שיין צו אייך - איז דאס אויך פון גאט; בייגט איין אייער קליינע קעפעלע צום אייבערשטן - וועט אייך אלעס גוט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - העלפן די ווייב מיט די קינדער, איז עבודת השם
קינדער, שלום בית, רפואה, עבודת השם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין שפאצירן מיט דיין ווייב; אין די טעג וכו' איז זייער וויכטיג צו גיין שפאצירן. עס איז געזונט אין אלע וועגן, סיי פאר'ן גוף און סיי פאר'ן נפש; גיין שפאצירן האט נישט מיט הרחקות וכו'.


ווער נישט פארלוירן אז דיין ווייב האט נישט קיין כח, אזוי גייט עס ווען מען האט א קינד; עס נעמט אביסל צייט די פרוי זאל צוריקקומען צו די כוחות. נישט אומזיסט האט דער רבי געזאגט מען זאל העלפן אין שטוב, מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער, נאכן ליידן אזויפיל צער פון עיבור און לידה וגידול הילדים (שיחות הר"ן, סימן רסד).


דער מאן דארף העלפן די ווייב זי זאל צוריק באקומען שנעל אירע כוחות, דיין ווייב'ס געזונט ווענדט זיך אין דיר; אז דו וועסט איר מוטיגן און העלפן מיט די שטוב ארבעט, דו וועסט איר מחזק זיין - וועט זי שנעל צוריקקומען צו די כוחות.


דאס איז עבודת השם; העלפן די ווייב מיט די קינדער - איז עבודת השם. איך בין אזוי אויפגעוואקסן, מיין טאטע שליט"א האט זיין גאנץ לעבן נאר געלערנט, פון פארטאגס ביז ביינאכט, און ווען ער איז אהיים געקומען האט ער זיך ארויפגעצויגן די ערמל און געוואשן די געשיר, געבאדן די קינדער, אלעס געטון אין שטוב צו העלפן מיין מאמע, און נאכן העלפן איז ער גלייך צוריק צו די גמרא, געלערנט אין שטוב אויפ'ן קול. און אזוי פיר איך זיך, נאכן זיין א גאנצן טאג מיט די בחורים, ווען איך קום אהיים הויב איך אן פון פריש ארבעטן מיט די קינדער, דאס איז די זעלבע עבודת השם.


האב רחמנת אויף דיין ווייב, נעם איר שפאצירן און העלף איר אין שטוב; וועט זי צוריק באקומען אירע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - אז מען הויבט אן א גוטע זאך, דארף מען זיין שטארק דאס אנצוהאלטן
התחזקות, עבודת השם, התנגדות, עקשנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "וְצָרִיךְ לִהְיוֹת עַקְשָׁן גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, לִבְלִי לְהָנִיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, דְּהַיְנוּ מְעַט מִקְצָת עֲבוֹדָתוֹ שֶׁהִתְחִיל, אַף אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה", ווען עס קומט צו עבודת השם, צו דינען דעם אייבערשטן - דארף מען זיין א גרויסער עקשן; אז מען הויבט אן טון עפעס א גוטע זאך - דארף מען זיין זייער שטארק דאס אנצוהאלטן, נישט אפלאזן, "וּזְכֹר דָּבָר זֶה הֵיטֵב, כִּי תִּצְטָרֵךְ לָזֶה מְאֹד, כְּשֶׁתַּתְחִיל קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, כִּי צָרִיךְ עַקְשָׁנוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, לִהְיוֹת חָזָק וְאַמִּיץ, לֶאֱחֹז עַצְמוֹ לַעֲמֹד עַל עָמְדוֹ".


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך נישט צעברעכן פון יעדן נאר און טיפש; דו זאלסט זיין שטארק מיט דיינע שיעורים כסדרן, נישט קוקן ווער עס לאכט.


מוהרא"ש האט געמאכט א שיינעם ניגון און מיר געבעטן דאס צו זינגען מיט די בחורים יעדן טאג; דא האסטו די ווערטער, קוק הייליגע ווערטער פון א צדיק:


"כַּךְ וְכַּךְ דָאס אִיז דֶעם רֶבִּינְ'ס זַאךְ, דֶער ס"מ קֶען שְׁפְּרִינְגֶען בִּיזְן דַאךְ.


וַוייל אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת זֵייעֶר אַסַאךְ,


גִיבּ אִיךְ פוּן אִיהְם אַ גְרוֹיסְן לַאךְ,


אִיךְ קוּק נִישְׁט וָואס יֶעדֶער טִיפֵּשׁ טוּט מִיט דִי הַאנְט אַ מַאךְ,


דָאס אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת אַסַאךְ.


וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם, וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם,


אִיךְ וַוייס אַז נָאר מִשְׁנַיוֹת וֶועל אִיךְ מִיט מִיר מִיטְנֶעמֶען.


אוּן דָאס וֶועט מִיךְ פוּן אַלֶעם בֵּייזְן בַּאשִׁיצְן,


אוּן אִין קֵבֶר וֶועלְן אַלֶע שְׁרָצִים, אוּן וֶוערִים, אוּן אַלֶע מַלְאֲכֵי חַבָּלָה,


פוּן מִיר זִיךְ אַוֶועקְפִּיצְן.


אוּן כָאטְשׁ זֵיי וֶועלְן מִיט זֵייעֶרֶע בֵּייזֶע צֵיינֶער אוֹיף מִיר טוּעֶן קְרִיצְן,


אָבֶּער עֶס וֶועט זֵיי שׁוֹין גָארְנִישְׁט נוּצְן.


וָוארוּם דִי פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעלֶערְנְט,


וֶועלְן מִיר פוּן זֵיי בַּאשִׁיצְן.


אוּן אִיךְ וֶועל וֶוערְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס אָפְּגֶעהִיטְן.


אוּן אִין גַן עֵדֶן וֶועל אִיךְ צוּזַאמֶען מִיט דִי צַדִיקִים זִיצְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - אלט טאר מען נישט זיין
עבודת השם, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין אזוי לאנג נישט געזען, איך האף דו ביסט נאך מקורב צום הייליגן רבי'ן.


אמאל פלעגן מיר זיך זען כאטשיג איינמאל א וואך, ליל שישי; היינט ווען מען קומט זיך צוזאם באזונדער אין קרית יואל, מאנסי, לעיקוואד, ליבערטי; ענק זעען מיר אבער איך זע ענק נישט, עס קען אויסקומען א לאנגע צייט זיך נישט צו זען.


איך האף דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא און מדרש. דו ביסט זיך מתבודד, דו גייסט דאווענען די דריי תפילות מיט מנין; איך ווארט צו הערן פון דיר, איך ווארט צו הערן פון די תלמידים, חברים.


שטארק זיך ברודער, באניי זיך, ווער פריש מקורב. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן סימן נא): "אלט טאר מען נישט זיין; נישט קיין אלטער חסיד, נישט קיין אלטער למדן", נישט אלט, נאר כסדר זיך באנייען.


 

#37 - שלאף און עס, נאר היט די צייט
שלאפן, חינוך הילדים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, היטן די צייט, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם בחור; דו זיי אים נאר מחזק, זארג נישט פאר וכו'.


בנוגע דיין זון נרו יאיר; דו דארפסט אים מחנך זיין, אים זאגן אז מען רעדט נישט אזוי צו א טאטע, מען זאגט נישט אזוי פאר א מאמע; חינוך איז א שווערע עבודה, אבער עס צאלט זיך אויס, מען זעט הערליכע ערליכע פירות.


בנוגע אויפשטיין וכו'; עס זענען דא מענטשן וואס דארפן מער שלאף, צעברעך זיך נישט מיט דעם. ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות, יעדע נאכט איז ער פארשלאפן - יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן.


ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, נאכדעם וואס דער גוי האט אים אויפגעוועקט האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט'; פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין, אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט. ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה, ער האט געבעטן דעם גוי ער זאל נישט אוועקגיין פון זיין שטוב ביז ער קומט ארויס. פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט"; פלעגט ר' בער טאקע אויפשטיין ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווילאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.


ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".


זעט מען פון דעם, אז מען קען נישט נאכמאכן א צווייטן; איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער. פארגעס נישט, דעמאלט איז מען געגאנגען שלאפן פרי, נישט אזוי ווי היינטיגע טעג וואס מען בלייבט אויף ביז שפעט.


דער עיקר זאלסטו אויסנוצן די צייט וואס דו ביסט יא אויף; שלאף וויפיל דו דארפסט און עס וויפיל דו דארפסט, העיקר ווען דו ביסט אויף זאלסטו נישט מסיח דעת זיין פון אייבערשטן, זאלסט לערנען אדער דאווענען אדער טון מצוות און גמילות חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - איך בין דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט
התחזקות, עבודת השם, מחשבות, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין דיר אז דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט, אדער די מחשבות אז איך בין ברוגז אויף דיר, איך גיי דיר געבן א פסק, איך גיי דיר פארשעמען, איך גיי דיר ארויסווארפן וכדומה, - אלעס איז פונעם יצר הרע.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן מט) שלעכטע מחשבות – דאס איז דער יצר הרע, 'יצר' איז טייטש מאלן, מען מאלט זיך אויס, מען טראכט זיך אויס 'הרע' – איך בין שלעכט. יצר טוב מיינט, מען טראכט גוט, מען מאלט זיך אויס גוט, איך בין גוט, יעדער איז גוט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פון יעצט האסטו א נייע עבודת השם, דיין עבודת השם גייט זיין, פון היינט גייסטו טראכטן 'איך בין גוט, דער אייבערשטער האט מיך ליב, אויף מיר איז געזאגט געווארן דער פסוק (ישעיה מט, ג) 'יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר', דער אייבערשטער האט פון מיר התפארות, ער בארומט זיך מיט מיר'.


איך האלט זייער פון דיר, איך בין זייער נתפעל פון דיר, ווי שיין דו דערהאלסט זיך, דו ביסט פעלזן פעסט, דו ביסט אזוי גוט צו אלעמען, דו פארגינסט יעדן איינעם גוטע ווערטער.


שטארק זיך, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם נישט, אפילו זאל זיין וואס זאל זיין, ווער זאל זיין.


יואל בן ריצא רעכיל

#35 - אין די שניי מיט'ן אייבערשטן
הפצה, זיכוי הרבים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך מיין אז דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, וואס די קונטרסים, די בריוון – טוען; ווען דו וואלסט געוויסט נאר איין פראצענט וואס די נייע קונטרסים און גליונות טוען - וואלסטו נישט געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, דו וואלסט געארבעט מיט א שמחה ארויסצוגעבן די וועכנטליכע קונטרסים עצתו אמונה און איש אמונות וכו' וכו'.


אזויפיל בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך זאגן אז די קונטרסים איז זייער גאנצע חיות, זיי זענען אויסגעהונגערט א גאנצע וואך פאר די בריוו.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער אפטיילונג, די מעשה ווי אזוי דער רבי איז געווען באהאלטן אין זיינע יונגע יארן, ער האט זיך געמאכט ווי א פשוט'ער מענטש און שטילערהייט האט ער געדינט דעם אייבערשטן.


די מעשה איז אביסל א לענגערע מעשה, דו קענסט דאס צעטיילן פאר דריי וואכן מיט דריי בילדער, שפעטער ווען דו וועסט דרוקן אלע מעשיות פון עצתו אמונה פאר קינדער - זאלסטו דאס צאמשטעלן אינאיינעם.


"אין די שניי מיט'ן אייבערשטן"


קינדער ווער וויל זיין א צדיק?


איך פריי זיך זייער אז אלע קינדער ווילן זיין צדיקים; קינדער איר ווייסט אז מען קען זיין א צדיק און אויך שפילן, שפרינגען און טאנצן? איך וועל ענק דערציילן דעם רבינ'ס יונגע יארן.


דער הייליגער רבי האט זיך זייער אויסבאהאלטן נאך זיין חתונה, קיינער האט נישט געוויסט ווער דער רבי איז, נאר דער רבי'ס ווייב; דער רבי האט געבעטן זיין ווייב די צדקת סאשיא זי זאל נישט דערציילן פאר קיינעם פון זיין עבודות השם. דער רבי פלעגט שטילערהייט לערנען און דאווענען, ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, אויך האט ער זיך באהאלטן אויף די אנדערע זייט טייך, דארט האט ער געלערנט און געדאווענט.


געווען איז דאס אינמיטן ווינטער, עס איז קאלט, עס גייט א פראסט, די טייך אין הוסיאטן איז פארפרוירן, מענטשן גייען אויפ'ן טייך, מען נוצט די טייך פאר א וועג צו גיין פון איין שטאט צום צווייטן. עס גייט דארט אויך רבי אפרים זכרונו לברכה דעם רבינ'ס שווער און זעט ווי זיין איידעם - דער רבי - שפילט זיך מיט חברים, זיי גליטשן זיך אין די שניי, ער ווערט אזוי צעבראכן, ער קען דאס נישט אויסהאלטן, ער טראכט צו זיך: 'איך האב אים גענומען ווייל ער איז אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך האב געמיינט איך האב גענומען פאר מיין טאכטער אן ערליכער איידעם; ער לערנט נישט, ער דאווענט נישט, ער קען אפילו נישט קיין עברי'.


ביז דא לייג איין וואך. מאך א בילד ווי א בחור מיט א שטריימל גליטשט זיך אין די שניי, אין די זייט שטייען צוויי עלטערע אידן, איינער ווייסט פאר'ן צווייטן מיט די הענט, א תנועה ווי ער איז נישט צופרידן פון דעם וואס דער בחור שפילט זיך מיט די שניי.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


קינדער, איר ווייסט אבער יא דעם אמת אז עכט איז דער רבי געווען זייער ערליך, ער האט געלערנט און געדאווענט, און אפילו ווען ער האט געשפילט מיט די שניי - האט ער דאס געטון מיט'ן אייבערשטן. מען קען שפילן, שפרינגען און טאנצן, און זיין דבוק צום אייבערשטן, זאגן א גאנצע צייט: "שכוח אייבערשטער!", "איך דאנק דיר אייבערשטער"; אויב מען צעקלאפט זיך זאגט מען: "אלעס איז דער אייבערשטער!" "אלעס איז פאר מיין טובה".


קינדער טייערע, אז מיר וועלן טון וואס דער רבי האט אונז געלערנט - וועלן מיר אויך זיין גרויסע צדיקים.


חלק ב':


טייערע קינדער מיר האלטן אינמיטן דערציילן ווי אזוי דער רבי האט געדינט דעם אייבערשטן אין זיינע יונגע יארן און קיינער האט נישט געוויסט אז ער איז א צדיק, ער האט זיך געמאכט ווי א פשוט'ער מענטש.


ווער געדענקט וואו מיר האלטן אין די מעשה?


רבי אפרים זכרונו לברכה, דעם רבינ'ס שווער - זעט ווי זיין איידעם שפילט זיך מיט די שניי, ער ווערט אזוי צעבראכן, ער קען דאס נישט אויסהאלטן, ער טראכט צו זיך: 'איך האב אים גענומען ווייל ער איז אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך האב געמיינט אז איך האב גענומען פאר מיין טאכטער אן ערליכער איידעם, דערווייל לערנט ער נישט, ער דאווענט נישט, ער קען אפילו נישט קיין עברי'.


און יעצט ליינט ווייטער:


רבי אפרים זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח, עס פלעגן קומען צו אים גרויסע צדיקים און ער האט יעדן איינעם זייער שיין אויפגענומען. איינמאל איז אנגעקומען צו אים אין שטוב א גרויסער צדיק, א תלמיד פון הייליגן מעזריטשער מגיד זכרונו לברכה. רבי אפרים האט זיך באקלאגט פאר אים, ער האט זיך אויסגעגאסן פאר אים דאס הארץ: "איך האב דא א גרויסע פראבלעם, איך האב גענומען פאר אן איידעם אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב, אבער ער לערנט נישט! ער שפילט זיך מיט די קינדער, ער האט שוין אפילו פארגעסן די עברי, ער קען נישט ליינען בכלל!"


דער גאסט, דער גרויסער צדיק - זאגט פאר רבי אפרים: "איר מאכט א טעות! עס קען נישט זיין, עס איז זיכער נישט אמת!" דער צדיק האט מורא געהאט צו רעדן אויף אן אייניקל פון בעל שם טוב, אבער רבי אפרים, דעם רבינ'ס שווער, זאגט אים: "הלוואי זאל איך מאכן א טעות, איך זאג אייך ער קען נישט ליינען, ער האט פארגעסן די עברי, ער שפילט א גאנצן טאג מיט חברים; פרובירט אים אויס, געבט אים צו ליינען א ספר וועט איר זען אז ער קען נישט קיין עברי", דער צדיק זאגט פאר רבי אפרים: "רופט אהער אייער איידעם, איך וועל אים געבן צו ליינען".


דער רבי קומט צו גיין מיט זיין שווער, דער צדיק האלט אינמיטן זאגן משניות, ער נעמט זיין משניות און זאגט פאר'ן רבי'ן: "איך וויל הערן אויב דו קענסט ליינען די ווערטער פון משניות", ער עפנט די משניות ביי מסכת בבא קמא פרק ב משנה ג: "הַכֶּלֶב וְהַגְּדִי שֶׁקָּפְצוּ מֵרֹאשׁ הַגָּג", און ער זאגט פאר'ן רבי'ן: "זאג!" דער רבי איז געווען זייער קלוג, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל וויסן אז ער לערנט, האט ער זיך געמאכט ווי ער האט פארגעסן ווי אזוי מען ליינט, ער הייבט אן זאגן: "הַכֶּלֶב וְהַגְּדִי", די הינט מיט די ציג, "שֶׁקָּפְצוּ מַארְשׁ", וואס האבן געטאנצן א מארש; דער צדיק האט זיך זייער פארשעמט, ער האט נישט געקענט גלייבן וואס דא גייט פאר, דעם רבינ'ס שווער רבי אפרים זאגט: "איך האב אייך געזאגט אז ער האט שוין פארגעסן אפילו די עברי!"


דער צדיק נעמט דעם רבי'ן אין א זייט און זאגט אים מוסר: "דו שעמסט זיך נישט?! דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דו ביסט אן אייניקל פון דעם גרויסן צדיק רבי נחמן הוראדענקער זכותו יגן עלינו, דיין שווער האט דיר געגעבן א גרויסער נדן, אסאך געלט ביי דיין חתונה, און דו לערנסט נישט! דו האסט שוין אפילו פארגעסן די עברי!!!" און ער געבט דעם רבי'ן צוויי געזונטע פעטש אין פנים. דער רבי וויינט, דער רבי וויל נישט זאגן ווער ער איז, דער רבי וויל זיין באהאלטן, דער רבי מאכט זיך ווי ער קען נישט לערנען.


ביז דא לייג די אנדערע וואך. מאך א בילד ווי אן עלטערער איד געבט א פאטש פאר א בחור, אין דער זייט א בילד ווי א הינט מיט א ציג טאנצן א מארש; עס מוז זיין אינטערעסאנט פאר די קינדער, אזוי גייען אריין די מעשיות זייער שטארק אין זייער הארץ.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


קינדער, מיר ווייסן דעם אמת אז דער רבי האט יא געקענט ליינען, ער האט זייער פלייסיג געלערנט, געדאווענט און גערעדט צום אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל שמועסן פון אים, ער האט געוואלט זיין אויסבאהאלטן פון די וועלט; מיר לערנען זיך ארויס פון די מעשה צו רעדן צום אייבערשטן שטילערהייט, אזוי וועלן מיר זיין גרויסע צדיקים.


חלק ג:


טייערע קינדער, מיר האלטן אינמיטן דערציילן די מעשה פון הייליגן רבי'ן, ווי ער האט זיך באהאלטן אין זיינע יונגע יארן, ער האט נישט געוואלט מען זאל וויסן פון זיין עבודות השם.


קינדער, ווער געדענקט וואו מיר האלטן אין די מעשה?


לאמיר איבערגיין און קורצן פון פריער. דער רבי'ס שווער רבי אפרים האט ביי זיך א גאסט א צדיק, און יענער צדיק זעט אז דער רבי לערנט נישט, ער האט שוין אפילו פארגעסן די עברי, דער צדיק נעמט דעם רבי'ן אין א זייט און זאגט אים מוסר: "דו שעמסט זיך נישט?! דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו! דו ביסט אן אייניקל פון דער גרויסער צדיק רבי נחמן האראדענקער זכותו יגן עלינו, דיין שווער האט דיר געגעבן א גרויסער נדן, אסאך געלט ביי דיין חתונה - און דו לערנסט נישט! דו האסט שוין אפילו פארגעסן די עברי!" ער האט געגעבן דעם רבי'ן צוויי געזונטע פעטש אין פנים און דער רבי האט זייער געוויינט.


און יעצט ליינט ווייטער:


דער צדיק דער גאסט וואס האט געגעבן פאר'ן רבי'ן צוויי פעטש גרייט זיך אהיים צו פארן, ער פארט ארויס פון הוסיאטין, ער זיצט אין וואגן און עפעס הערט ער, ער בעט דעם בעל עגלה זאל אפשטעלן די וואגן, ער הערט איינעם וויינען, דער בעל עגלה ווערט דערשראקן און ער שטעלט אפ די וואגן.


זיי הערן ביידע א וויינעדיגע קול, א זיסע קול; זיי גייען אראפ פון וואגן און גייען נאך דעם קול, דער צדיק זאגט פאר'ן בעל עגלה: "עס הערט זיך א קול ווי איינער דאווענט", פלוצלונג זעען זיי א איד אין וואלד אנגעטון מיט טלית און תפילין דאווענט מיט א ברען, מיט א פלאקער; דער איד וויינט, דער איד בענקט, דער איד זאגט די ווערטער פון פסוקי דזמרה מיט אזא הארציגקייט.


דער צדיק ווערט דערשראקן, ער שפירט ווי ער גייט חלש'ן, ער דערקענט דעם מענטש, ער שרייט: "אוי, וויי איז מיר, איך האב געגעבן דעם מענטש צוויי פעטש?!?!" ער כאפט שוין וואס גייט פאר, דאס איז דער רבי, רבי אפרים'ס איידעם, דער אייניקל פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער פארשטייט שוין אז דער רבי האט זיך געמאכט ווי ער קען נישט קיין עברי, עכט איז ער א באהאלטענער צדיק! ער וויינט צום רבי'ן: "זיי מיר מוחל, פארגעב מיר!" דער רבי זאגט אים: "איך בין דיר מוחל מיט מיין גאנצע הארץ נאר אויב דו זאגסט מיר צו אז דו גייסט קיינעם נישט דערציילן, ווי לאנג איך לעב, וואס דו האסט דא געזען..."


(מיר ווייסן די מעשה ווייל דער צדיק האט געלעבט לענגער פון רבי'ן, ער איז אמאל איינשטאנען ביי חייקל, דער חזן פון רבי'ן, דעמאלט האט ער דערציילט די מעשה).


ביז דא לייג די אנדערע וואך, מאך א בילד ווי מען זעט דעם רבי'ן אין וואלד מיט טלית און תפילין, ער שטייט ביי א בוים, ער דאווענט און וויינט, פון די זייט שטייט דער רב, דער בעל עגלה, די פערד און וואגן, זייער פנים איז דערשראקן.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


אזוי איז דער רבי אויסגעוואקסן דער הייליגער רבי, ער האט געדאווענט און געלערנט, ער איז געגאנגען התבודדות, געבעטן דעם אייבערשטן, געוויינט צום אייבערשטן - ביז ער איז געווארן דער הייליגער רבי.


אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן רעדן צום אייבערשטן, מיר וועלן זינגען צום אייבערשטן, מיר וועלן אים דאנקען אויף אלעס - וועלן מיר ווערן גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער מענידזשער, האברך היקר לי ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו ארבעטסט זייער געטריי, דו ארבעטסט איבער דיינע כוחות אנצוגרייטן די עסן פאר די קינדער.


איך וויל דיר מחזק זיין מיט ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר מחזק געווען. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעטסט דיין גאנץ לעבן אין א געשעפט וואס פארקויפט בעקיטשעס און דו גייסט אוועק פון די וועלט, דו קומסט פאר'ן בית דין של מעלה, מען פרעגט דיר, וואס האסטו געטון, און דו ענטפערסט וכו', וועט מען דיר פרעגן: 'זיבעציג יאר געשניטן סחורה?! זיבעציג יאר געשטאנען אין קלייט?!' אבער יעצט וועסטו זאגן 'זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער'".


דאס זעלבע זאג איך דיר, טייערער ברודער, בלייב מיט די עבודת הקודש, בלייב דיין גאנץ לעבן מיר העלפן אויפשטעלן מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער מיט אמונה ויראת שמים.


אויך בעט איך דיר, שמייכל צו יעדן קינד, גרוס יעדן קינד. דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין שמייכל, איין גוט ווארט - טוט מיט א צווייטן; קען זיין דאס געבט אים ווילן צו לעבן.


 

#33 - אויבן אין הימל קוקט מען צו וועם לויפט דער מענטש בעת צרה
חנוכה, אמונה, התחזקות, עבודת השם, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג אהיים פון א נסיעה, מיר זענען געפארן מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. איך זיץ יעצט אין עירפארט, איך האב אביסל צייט, וועל איך דיר שרייבן אביסל חיזוק.


וויסן זאלסטו, אויבן אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מענטש. דא קוקט מען ווער עס האט געלט, ווער עס האט כבוד, ווער עס האט א פאלאץ, א טייערע קאר וכו' וכו', מען מאכט אן עסק פון די זאכן, אבער אויבן אין הימל איז אן אנדערע וועלט, אויבן קוקט מען ווער עס דערהאלט זיך, מען קוקט צו וועם לויפט דער מענטש בעת צרה; דער וואס איז שטארק אין אמונה, דער וואס פארלירט זיך נישט ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל - דער איז זייער חשוב.


אויך איז חשוב יעדע מצוה, יעדע ווארט תורה, בפרט ווען מען איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה און מען כאפט אריין אביסל תורה, א פרק משניות, א בלאט גמרא, א קאפיטל תהלים - איז דאס זייער חשוב.


עס קומט א צייט וואס מען זעט דאס שיינקייט פון די תורה ותפלה, דעמאלט בלייבט נאר דאס איבער.


יעצט קומען די הייליגע חנוכה טעג, די טעג זענען געשטעלט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; זאלסטו זיך באנייען און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר.

#32 - לאז נישט אפ דיין עבודות השם, אפילו דו שפירסט זיך אזוי אויסגעלאשן
התחזקות, עבודת השם, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט אפלאזן דיין עבודות השם, אפילו דו שפירסט זיך אזוי אויסגעלאשן, דו שפירסט נישט די ברען פון אמאל, די געשמאק פון אנהייב. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט, און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


זיי ממשיך מיט לערנען און דאווענען, בעיקר זאלסטו זיך שטארקן אין תפילה והתבודדות; ווער עס איז שטארק אין די הנהגה וועט קיינמאל נישט פאלן, מען בלייבט אייביג צוגעבינדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#31 - שמחה איז מסוגל פאר פרנסה
שמחה, סגולות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר.


איך בעט דיר זייער, זיי פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך קומט ער אן צו די העכסטע מדריגה. מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו (חדושי הרמ"ל, פרשת ויצא), די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "שַׁעֲרֵי דְּמָעוֹת לֹא נִנְעֲלוּ", אלע טירן ווערן פארשפארט אויסער די טירן פון טרערן; זאגט דער צדיק, אפילו די טירן פון טרערן ווערן נישט פארשפארט - דאך איז אבער דא טירן, מען דארף טרעפן די טירן; נישט יעדער איינער קען וויינען, עס זענען דא מענטשן וואס וויינען נישט אזוי שנעל; זאגט דער צדיק, אויף שמחה איז נישטא קיין טירן, מען דארף נישט ווארטן איינער זאל עפענען, איינער זאל פארשפארן, נאר תיכף ומיד ווען א מענטש איז פרייליך - איז ער שוין ביים אייבערשטן אליינס.


שמחה איז מסוגל פאר פרנסה; מוהרא"ש זאגט, די שם פון פרנסה, חת"ך – איז די סופי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'"; אויך איז דאס די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; ווייל אז מען איז פרייליך – האט מען פרנסה.


לאמיר טאנצן: "אשרינו, מה טוב חלקינו, שזכינו להתקרב לרבינו!"

#30 - זיי ממשיך פאלגן דעם רבי'ן, וועסטו האבן די גן עדן אויף די וועלט
חברים, שידוכים, התחזקות, עבודת השם, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


הער נישט אויס דעם צעדרייטן שכן וואס רעדט צו דיר, ער איז א גרויסער נאר און א טיפש, ווער נישט דערשראקן פון אים. איך זאג דיר דו וועסט שיין חתונה האבן, דו וועסט יא האבן שלום בית, דו וועסט האבן א זיסע לעבן.


דו זיי ממשיך פאלגן דעם רבי'ן, דאווען אלע דריי תפילות מיט מנין, לערן דיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג און זיי זיך מתבודד, זאג פאר'ן באשעפער וואס דו האסט באקומען ביים רבי'ן, דערצייל דעם אייבערשטן וואס אויף דיר איז אריבער, נאר פאר'ן אייבערשטן דערצייל עס, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, מען זאל דיר נישט אוועק שלעפן פון רבי'ן.


ווי אזוי וועסטו אויסקוקן אז דו לאזט אפ דעם רבי'ן? אזוי ווי דער שכן וואס צעברעכט בחורים, אזוי קוקט מען אויס.


דו זיי ממשיך מיט דיין עבודת השם – וועסטו שיין חתונה האבן, דו וועסט האבן די גן עדן אויף די וועלט.

#29 - די קאפ זאל זיין אין גוטע זאכן
עבודת השם, פרנסה, תכלית, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט א וואוילע ווייב און א געזונט ליכטיג קינד; דארפסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער דיר שענקען נאך גוטס.


זע אז דיין קאפ זאל זיין אין גוטע זאכן, דאס הייסט, אפילו דו דארפסט זיין פארנומען צו ברענגען פרנסה, זאל דיר דיין קאפ זיין אין תכלית. אדער זאלסטו זיך מתבודד זיין, אדער עוסק זיין אינמיטן ארבעט מיט הפצה; ווען דו טרעפסט איינעם געב יענעם א ספר וכדומה, אדער בענק צום בית המדרש; ווארט צו קענען לערנען און דאווענען.


עס קען זיין א מענטש א מענטש האט געארבעט כל ימיו און ווען ער קומט ארויף אין הימל זעט מען ווי דער מענטש האט זיין גאנץ לעבן געלערנט און געדאווענט, ווייל ער האט געוואלט, געבענקט און געגליסט צו דעם; איז דאס אזוי ווי ער האט דאס געטון.


 

#28 - צייל נישט די טעג, יעדע מינוט הויב אן פונדאסניי
עבודת השם, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, געב נישט אויף; אז מען פאלט אראפ הייבט מען זיך אויף, מען בלייבט נישט ליגן אויף דער ערד. געדענק, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


אמאל מיינט דער מענטש אז ער דינט דעם אייבערשטן, אבער באמת דינט ער זיך, ער וויל קענען זאגן "שוין זעקס חדשים וואס 'איך' זינדיג נישט", "שוין פערצן חדשים וואס איך בין נישט פוגם", און ווען מען פאלט אראפ נאכדעם קען מען זיך נישט ליידן, מען וויל זיך נישט קענען; מען וויל נישט דאווענען, מען וויל נישט לערנען; ווייל ביז אהער האט ער זיך געדינט, וואלט ער געדינט דעם אייבערשטן - וואלט ער ווייטער געדינט דעם אייבערשטן, די עבירה וואלט אים נישט אראפגעווארפן, ער וואלט תשובה געטון. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר, אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן".


ברודער, דאס איז נישט אונזער וועג, צו ציילן די טעג וויפיל טעג מען איז שטארק, וויפיל טעג איך בין נישט פוגם; אונזער וועג איז יעדן טאג, יעדע מינוט אנהייבן פונדאסניי זיין גוט.

#27 - עס איז כדאי אויסצוווארטן די ישועה
בחור, שידוכים, ישועות, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, ווארט אויס אויף דיין ישועה, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק מיט דיין אידישקייט, מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין אמונה און מצוות.


נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן, דו וועסט ווערן אן אדם השלם, עס איז כדאי צו ווארטן, עס וועט דיר זיין אזוי גוט און זיס; ווייל וויסן זאלסטו, נאר מיט אמונה האט מען א גוט לעבן, נאר מיט די תורה האט מען א זיס לעבן. דער רבי זאגט זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה - חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה, זיין לעבן איז א לעבן; אלעס איז גוט, אלעס איז אזוי געשמאק, מען שפירט שוין דא בזה העולם א טעם גן עדן.


איך האף אז דו וועסט נישט אנטלויפן פאר שלחן עורך, דו וועסט זיך שטארקן, גארנישט אפלאזן פון דיינע גוטע זאכן, פון דיין עבודת השם.


דיין ראש ישיבה.

#26 - זיי מסביר פאר דיין ווייב אז די בארד און פיאות איז דער עיקר אידישקייט
שלום בית, עבודת השם, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? חס ושלום אנרירן די בארד און פיאות.


אז דיין ווייב איז נישט וויליג מיט דיין בארד, זי וויל דו זאלסט עס שניידן, זי האט נישט ליב דיין בארד - זאלסטו איר שיינערהייט געבן צו פארשטיין וואס א בארד איז; אז די פרנסה, די שפע - קומט דורך די בארד, און אז מען שניידט די בארד - שניידט מען די פרנסה.


געב איר צו פארשטיין אז די בארד און פיאות זענען אן עיקר פאר אידישע קינדער, קען זיין זי מיינט אז דאס איז א חסידי'שע זאך; ווען מען זעט אזויפיל מענטשן זענען מזלזל אין דעם, קען זיך דאכטן אז עס איז נאר א מנהג. ליין איר פאר די ווערטער וואס אונזער הייליגער צדיק רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת, וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי, כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די הייליגע בארד און פיאות, "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל, תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ, חַס וְשָׁלוֹם, מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דער וואס וויל אראפווארפן פון זיך די אידישע וועג, ער וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, די ערשטע זאך מיט וואס ער גייט קעגן דעם אייבערשטן – איז אז ער שניידט זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל די גאנצע הייליגקייט פון א איד איז אנגעהאנגען אין בארד און פיאות.


לערן מיט איר די שטיקל לקוטי הלכות וועט זי שוין אנדערש קוקן אויף די זאך, קוק די ווערטער פון הייליגן רבי נתן וואס ער זאגט אויב מען רירט צו אפילו איין האר פונעם בארד: "אוֹי לְמִי שֶׁנּוֹגֵעַ, חַס וְשָׁלוֹם, לְהַשְׁחִית שַֹעֲרָה אַחַת מֵהַדִּיקְנָא קַדִּישָׁא וְהַפֵּאוֹת בִּשְׁאָט נֶפֶשׁ וּבְזָדוֹן וּבְמַעַל", וויי פאר'ן מענטש וואס רייסט אויס במזיד אפילו איין האר פונעם בארד, "אוֹי לוֹ וְאוֹי לְנַפְשׁוֹ", וויי פאר אים, וויי פאר זיין נשמה, "כִּי עוֹקֵר עַצְמוֹ וְנַפְשׁוֹ מֵאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", מיט דעם רייסט ער זיך אוועק פונעם הייליגן באשעפער, "וְאֵין לוֹ חֵלֶק בְּתוֹרַת מֹשֶׁה", ער האט נישט קיין חלק אין תורת משה, "אוֹי לְנַפְשָׁם כִּי גָּמְלוּ לָהֶם רָעָה", וויי פאר זיי אז זיי ברענגען זיך די שלעכטס, "וּבִשְׁבִיל זֶה נִתְפַּשְּׁטָה בַּעֲווֹנוֹתֵינוּ הָרַבִּים מְאֹד חָכְמַת הַפִּילוֹסוֹפְיָה וְהָאֶפִּיקוֹרְסוּת בִּמְדִינַת אַשְׁכְּנַז וּסְבִיבוֹתֵיהֶם, שֶׁפָּרְקוּ מֵעֲלֵיהֶם בְּאֵלּוּ הַדּוֹרוֹת עֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם לְגַמְרֵי וְהִשְׁלִיכוּ זְקָנָם וְרֹב הַפֵּאוֹת וּמְלֻבָּשִׁים בְּמַלְבּוּשֵׁיהֶם וְכַנַּ"ל".


שלום בית איז נישט טון אלעס וואס די ווייב וויל, שלום בית איז נישט דער וואס גייט נאך זיין ווייב; שלום בית איז רעדן שיין צו די ווייב, אויסהערן די ווייב, געבן גוטע ווערטער, זי זאלן שפירן ווי מען פארשטייט איר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#25 - די גרויסקייט פון א מענטש מעסט זיך איז זיין גוטן ווילן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, עבודת השם, שאלות, ספיקות, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, נישט דורך פרעגן שאלות ווערט מען א תלמידה. אז איר זעט אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, מיינט נישט אז איר זענט ווייניגער תלמידה פון די וואס פרעגן.


ביי מוהרא"ש איז אויך אזוי געווען, עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן יעדן טאג געהאט צו פרעגן שאלות און ספיקות און עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן געהאט אפשר איינמאל א יאר א שאלה צו פרעגן; נישט דאס איז קובע אויב מען איז א תלמידה אדער נישט.


ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א תלמידה בית פיגא? ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א ברסלב'ער חסיד? אז מען וויל זיין גוט, אז מען בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, איך וויל טון דיין ווילן"; אזוי מעסט מען דאס גרויסקייט פונעם מענטש, מען זעט זיין הארץ, זיין ווילן, זיין בענקשאפט.


איר זענט א חשוב'ע תלמידה, קלאפט זיך נישט אראפ, איר זענט זייער חשוב. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו יעדעם, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן גוטע ווערטער צו יעדן איינעם.

#24 - נעם נישט קיין ארבעט וואס וועט דיר שטערן פון לערנען און דאווענען
קברי צדיקים, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


בנוגע צי דו זאלסט אננעמען די ארבעט וכו'; לדעתי זאלסטו דאס נישט אננעמען. דו ביסט א איד, דארפסט דאווענען און לערנען, דו ביסט נישט קיין עבד כנעני.


אז דו דארפסט שוין זיין אויפ'ן טראק זעקס אזייגער פארטאגס – ווען וועסטו גיין אין מקוה? ווען וועסטו דאווענען? ווען וועסטו קענען עפענען א ספר? נעם נישט אן אן ארבעט וואס דו דארפסט שוין ארבעטן זעקס אזייגער פארטאגס; ווארט, דער אייבערשטער וועט דיר געבן א פרנסה קלה ונקיה.


הייב אן דיין טאג ווי א איד, די ערשטע זאך גיי אין מקוה, נאכדעם זאלסטו אדער זיך קובע זיין לערנען דיינע שיעורים, אדער גיין דאווענען און נאכדעם אביסל לערנען. עס פת שחרית, פת שחרית איז מסוגל אויף יראת שמים און אויף הצלחה (בבא מציעא קז:), נאכדעם זאלסטו גיין ברענגען פרנסה.


יעצט איז די שענסטע יארן דיינע, די יונגע יארן, די ימי הבחרות נאך די חתונה - איז די שענסטע צייט פונעם לעבן.


זיי קלוג, גיי ארויף צום ציון פון הייליגן סאטמאר רבי זכר צדיק לברכה איינמאל א טאג, זיי זיך דארט מתבודד, זאג אפאר קאפיטלעך תהלים – וועסטו זען גרויסע ישועות.

#23 - דער סוד פון הצלחה פונעם נייעם בית המדרש
שטעטל, עבודת השם, בית המדרש, אחדות, הצלחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מתפללים אין בית המדרש עצתו אמונה, קרית ברסלב ליבערטי


איך פריי זיך זייער פאר'ן פתיחת בית המדרש, דער דריטער בית המדרש אין שטעטל; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין, עס זאל זיין א מקום פאר השראת השכינה, עס זאל ארויסגיין א ליכטיגקייט פון דארט פאר די גאנצע שטעטל און פאר די גאנצע וועלט.


די סוד פון ענקער הצלחה ליגט אין ענקערע הענט; אז איר וועט זיך ליב האבן - וועט איר מצליח זיין, אז איר וועט זוכן דאס גוטס איינער אויפן צווייטן - וועט דער אייבערשטער רוען צווישן אייך.


וויסן זאלט איר, יעדער מענטש האט א וועג ווי אזוי ער טראכט, נישטא קיין איין מענטש וואס זאל טראכטן אייניג מיט א צווייטן; אויב אזוי איז נישט מעגליך מען זאל קענען מאכן א שול פון אסאך מענטשן, ווייל יעדער טראכט דאך אנדערש, אבער אויב איז דא איין פלאץ וואו אלע טראכטן אייניג און דאס איז ביי אלעמען דער עיקר - דעמאלט קען מען זיך פאראייניגן און האבן הצלחה; אויב אלע ווילן טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אלע קומען אין שול מיט איין כונה, מען וויל דאנקען דעם אייברשטן און בעטן דעם אייבערשטן – דעמאלט איז יא שייך עס זאל זיין הצלחה, ווייל אין דעם פרט זענען אלע אייניג, אנדערש איז ווען מען פארגעסט פונעם עיקר, מען הייבט אן טראכטן פון כבוד און געלט, דעמאלט הייבט זיך אן מחלוקות.


בפרט אז מיר בויען א שטאט על שם רבינו, מיר ווילן א פלאץ וואו מיר וועלן מחנך זיין אונזערע קינדער אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, מיט די יסודות וואס מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט, דעמאלט וועט איר זייער שטארק מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - האסט געמאכט א גוטע טריט אין לעבן, גענומען גוטע חברים
חברים, תיקוני זוהר, עבודת השם, ארץ ישראל, לצנות, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דו האסט געמאכט א גוטע טריט אין לעבן, דו האסט זיך געטוישט מקצה אל הקצה, דו פירסט זיך מיט יראת שמים; דיין דאווענען איז שיין, דיין לערנען איז אויסנאם. בעיקר האסטו גענומען גוטע חברים, תמימות'דיגע; האסט זיך אפגעשאקלט פון ליצנות, אשריך ואשרי חלקיך.


איך בין יעצט אויפ'ן עראפלאן, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל; איך וועל זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין מירון ל"ג בעומר און שבת פרשת אמור. אז מען האט שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי א גאנץ יאר - איז ל"ג בעומר גאר אנדערש; ווי אזוי האט מען שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי? אז מען לערנט זוהר און תיקונים.


יעצט איז א גוטע צייט צו מאכן אן התחלה, אנהייבן לערנען דעם הייליגן ספר תקוני זוהר; דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע עבירות, עס רייניגט און הייליגט.

#21 - לאמיר אנהייבן מיט גוטע קליינע זאכן
עבודת השם, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון אזא רבי; דער רבי האט אזעלכע זיסע עצות אז אפילו מיר פראסטע מענטשן קענען אויך אנקומען צו שיינע זאכן.


די זיסע עצה פון טון קליינע גוטע זאכן, דאס קענען מיר דאך טון, קלייניקייטן קען מען אלץ טון, אפילו מען איז פארמאטערט - קען מען טון קלייניקייטן, איין פרק משניות קען יעדער זאגן, נאר מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט.


מוהרא"ש ברענגט, רבי לוי יצחק זכרונו לברכה פלעגט זאגן, דייקא די פון אנשי שלומינו וואס האבן געלעבט מיט דעם, זיי האבן געוויסט אז איין קליינע גוטע זאך איז חשוב - זיי האבן זייער מצליח געווען, ביז זיי האבן געטון אסאך.


ברודער טייערער, ליבער חבר; לאמיר אנהייבן מיט גוטע קליינע זאכן, וועלן מיר אנקומען צו גרויסע ליכטיגקייטן.


 

#20 - מ'קען כאטש האבן א ווילן צו זיין גוט
עבודת השם, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטש ליב האבן אן ערליכער איד; לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".


די פאר ווערטער זענען זייער טיפע ווערטער, זייער שטארקע ווערטער; דאס קענען מיר יא טון, מיר קענען האבן א ווילן צו זיין גוט.


איך האף אז דו האסט נאך דעם ווילן אזוי ווי אין די צייט ווען דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן.


 

#19 - איין טאג אין די יונגע יארן איז מער ווי אסאך יארן אויף דער עלטער
שלאפן, עבודת השם, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט קענסטו זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין; האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל, אן איידעלע ערליכע פרוי, זי וועט דיר זיין פאר אן עזר דו זאלסט קענען לערנען און דאווענען.


זע צו האבן א סדר היום, גיי שלאפן צייטליך; בעסער אז דו גייסט שלאפן פרי און שטייסט אויף פארטאגס לערנען און דאווענען. געדענק די ווערטער פון הייליגן זיידן דער ישמח משה זכותו יגן עלינו וואס ער שרייבט פאר זיין זון, אונזער זיידע רבי אלעזר ניסן זכותו יגן עלינו: "שָׁעָה אַחַת בִּימֵי הַבַּחֲרוּת - כְּשָׁנָה שְׁלֵמָה בִּימֵי הָעֲמִידָה חָשׁוּב", איין טאג אין די יונגע יארן איז מער ווי אסאך יארן אויף דער עלטער.


דיין טאטע, דיין ראש ישיבה

#18 - ווי מער מען רעדט פון רבי'ן, אלץ מער הרהורי תשובה האט מען
חברים, חסידות ברסלב, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ברענג אריין צווישן די בחורים מען זאל רעדן פון רבי'ן; זוך אויף גוטע חברים וואס האבן א געפיל אין רבי'ן.


מוהרא"ש זאגט, דעם רבינ'ס ווערטער איז אזוי ווי שמעקעדיגע בשמים; ווי מער מען באטאפט עס - אלץ א בעסערע און שטערקערע גערוך קומט ארויס, אזוי אויך - זאגט מוהרא"ש - ווי מער מען רעדט פון רבי'ן, אלץ מער הרהורי תשובה האט מען.


דריי זיך מיט בחורים תמימים, בחורים וואס טרינקען דעם רבינ'ס ווערטער; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס תמימות קען צוברענגען, צו וואס פאר א גרויסע מדריגות.

#17 - אויסשווענקען דאס מויל יעדן אינדערפרי
ריינקייט, עבודת השם, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף נקיות; מען מוז יעדן טאג אינדערפרי אויסשווענקען דאס מויל.


עס ווערט געברענגט אין הלכה (אורח חיים סימן ד, סעיף יז) מען זאל אויסשווענקען די מויל יעדן אינדערפרי - "מפני הרירים שבתוך הפה"; בפרט אז מען גייט מיט ברעיסע"ס מוז מען האבן מיט זיך א בערשטל, יעדעס מאל מען עסט עפעס דארף מען אויספיצן די ציין, אז נישט איז מען עובר אויף דעם לאו פון (ויקרא יא, מג): "אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשֹׁתֵיכֶם"; אז מען רעדט מיט אנדערע און מען האט עסן ביי די ציינער איז דאס זייער שלעכט, עס פארעקלט.


מען ווערט נישט מער עובד ה' אז מען איז נאכגעלאזט און מען ווערט נישט ווייניגער עובד ה' אז מען גייט אנגעטון ריין און מען געבט אכטונג אויף זיך.


דו גייסט חתונה האבן, זאלסטו מער אכטונג געבן די מויל זאל זיין ריין און די קליידער זאלן זיין ריין.


איך זע איך דארף דאס אויך זאגן; אזעלכע פשוט'ע זאכן ווייסט מען אויך נישט.