בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#130 - די חומרות ווארפט אריין אין מרה שחורה
עבודת השם, חמרות ופרישות, קבלה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך טראכט אפשר האסטו זיך באליידיגט פון מיר אז איך האב דיר געשריבן זאלסט זיך אפלאזן פון דיינע חכמות המדומות וכו', פון חומרות ופרישות.


איך שרייב דיר דאך נאר די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, ווי ער האט אונז געלערנט צו אפלאזן די חכמות פון זיך אפשיידן וכו', נישט לעבן מיט די ווייב וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודות השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


ליבער ברודער, באניי זיך, פריש זיך אויף מיט די רבינ'ס עצות און התחזקות. לערן אסאך לקוטי מוהר"ן, אן דעם רבינ'ס ספרים אז מען לערנט קבלה - איז א גרויסע סכנה, ווייל אן תפילה והתבודדות קען מען זיך זייער אפנארן. מוהרא"ש זאגט, דאס איז וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "השרוי בלא אישה", דער וואס האט נישט קיין תפילה והתבודדות, "אישה יראת ה' הוא תתהלל" (משלי לא, ל), איז "שרוי בלא שמחה, בלא חומה", אן אלע גוטע זאכן, ווייל נאר מיט תפילה והתבודדות קען מען זוכה זיין צו דביקות בה'.


איך האב אסאך צו רעדן צו דיר, איך האף נאר אז דו ווילסט אננעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#129 - די געפיל וואס דו שפירסט, ווי קיינער דארף דיך נישט
תפילה והתבודדות, התחזקות, עבודת השם, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי נישט צעבראכן פון די אלע חלישות הדעת וואס גייט אריבער אויף דיר, מען פרובירט אויס יעדן איינעם פון הימל מיט שווערע ביטערע נסיונות. די געפיל וואס דו שפירסט, ווי קיינער דארף דיך נישט, און ווי דו וועסט שוין סיי נישט ווערן א צדיק - דאס האבן אלע צדיקים געשפירט בתחילת התקרבותם, דער רבי אליין האט אויך געהאט דעם געפיל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן מח): "שָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר", איך האב געהערט פון א אמת'ן צדיק וואס האט געזאגט, (מיר האבן געהערט פון מוהרא"ש אז דאס איז דער רבי אליין), "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה", אויב וואלט ער געהאט איינעם - נישט קיין חילוק ווער דער מענטש איז - וואס זאל אים זאגן, "בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ", ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן: "אָחִי", ברודער, "חֲזַק", שטארק זיך, "וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", און דערהאלט זיך - "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט איך זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", ער האט אויך געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, און קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער.


ברודער טייערער שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, און אז דו שפירסט ווי מען שטופט דיך אוועק פון אלע היכלות, מען לאזט דיר נישט אריין בהיכל הצדיקים - זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זיך גוט גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן: "פתחו לי שערי צדק, עפן מיר די טיר רבונו של עולם, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל זיין מיט דיר"; לאז נישט נאך די הייליגע זאך פון התבודדות, ביי דעם דארף מען עקשנות, נישט אפלאזן דעם אייבערשטן, נישט אוועק גיין פונעם אייבערשטן, אפילו ווען מען טרייבט אוועק וכו' וכו'.


מארגן וועט זיין דער וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין די נייע בארא פארקער שול, מען האט זיך געדארפט אריבערציען צו א נייע פלאץ, וועט דארט זיין דער שיעור מיט קביעות מזוזה.


דעם שבת קודש וועל איך זיין אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#128 - אז מען ברעכט דאס דורך, איז מען זוכה צו שיינע זאכן
כולל, עבודת השם, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער מיין טייערער זון, שטארק זיך בלימוד התורה, קום אין כולל צייטליך און בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין צו פארשטיין דאס לערנען און ליב האבן צו לערנען.


אנהויב איז שווער, אנהויב שפירט מען נישט א שטארקע הנאה, אבער אז מען ברעכט דאס אדורך - איז מען זוכה צו שיינע זאכן.


מיין טייערער ..., זאג יעדן טאג דעם יום תהילים, זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין מיט א סידור, אן שמועסן ביים דאווענען.


איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - אט איז מען א מלאך, אט איז מען א גלח
התחזקות, עבודת השם, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות נישט צו אויפגעבן אויף דיין עבודת השם. דער רבי איז געווען אמאל ביי א חתונה און דער בדחן האט זיך פארשטעלט צו פרייליך מאכן חתן כלה, ער האט זיך פארשטעלט ווי א רבי; ער האט געמאכט תנועות, געפראוועט, דערנאך איז דער בדחן ארויס און צוריק געקומען אנגעטון מיט שווארצע קליידער ווי א גלח, און דער גאנצער עולם האט געלאכט. האט דער רבי געזאגט: "אט איז מען א מלאך, אט איז מען א גלח"; דער רבי האט ארויסגענומען פון יעדע זאך א לימוד אויף התחזקות פאר עבודת השם, אז מען דארף זיך זייער שטארקן און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, ווייל אט ברענט א מענטש צום אייבערשטן, מען שפירט נאנט צום אייבערשטן, דורך התקרבות לצדיק בענקט מען צום אייבערשטן, און אט איז מען א גלח, מען פאלט אראפ, מען ווערט א חסיד שנפל, וואס איז גרוע ממשומד; מען קילט זיך אפ, מען ווערט קלוג, מען האלט אז מען פארשטייט בעסער פון רבי'ן, השם ישמרינו.


"איך האב דריי סארט מענטשן וואס קומען צו מיר" - האט דער רבי געזאגט, "איינער קומט הערן מיינע תורות, ער האט ליב מיינע שיינע תורות, די טיפקייט, די וועג ווי עס איז געבויט, א צווייטער סארט מענטש קומט עסן קויליטש, און נאכדעם האב איך מענטשן וואס איך בין זיי איינגעבאקן אין הארץ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - נאר אז מען איז צייטליך, קען מען מצליח זיין
כולל, עבודת השם, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן שיינע גריסן אויף דיר, אז דו דאווענסט מיט יראת שמים, דאווענסט אויף איין פלאץ מיט א סידור, אן קיין שמועסן; איך בין אזוי פרייליך דאס אלעס צו הערן, אויך דערציילן מיר די כולל אינגעלייט אז דו לערנסט מיט התמדה. איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין זוכה צו זען מיינע קינדער לערנען און דאווענען.


זע צו זיין צייטליך אין כולל, איינע פון די סודות פון מצליח זיין איז זיין מיט א סדר צייטליך. אויך זאלסטו זאגן פאר אלע אינגעלייט אז איך וויל זייער אלע זאלן זיין צייטליך, און נאר אז מען איז צייטליך – קען מען מצליח זיין.


גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, זאגט דעם יום תהלים, נאכדעם זאלסטו לערנען ח"י פרקים משניות; תהילים און משניות זאלן זיין דיינע ערשטע שיעורים.


פון דיין טאטע וואס בעט פאר דיר.

#125 - מיט חברים א שאד צו רעדן, מיט די ווייב דארף מען רעדן
שלום בית, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך אין דיין עבודת השם, נוץ אויס דיינע יונגע יארן צו לערנען און דאווענען, די יונגע יארן – אז מען נוצט אויס אויף תורה און עבודת השם – קען מען זוכה זיין אסאך מער ווי אויף דער עלטער, איין טאג אלס אינגערמאן איז ווי א גאנצע יאר אויף דער עלטער.


אויך זאלסטו מאכן צייט יעדן אויף דער נאכט צו שמועסן מיט דיין ווייב, דו האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל, זי איז פול מיט געטליכקייט, זי איז נישט פארנומען מיט נארישקייטן, איר קאפ איז ביים אייבערשטן, זי וויל אבער אביסל חיזוק פון דיר, און אויפמערקזאמקייט. גרייט זיך אן עפעס וואס צו שמועסן, דערצייל איר דיין סדר היום, ווי דיין טאג איז געווען.


מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט, עס טוט אים וויי אז ער האט נאך די חתונה נישט געוואוסט ווי וויכטיג עס איז צו שמועסן אביסל מיט די ווייב, נאך די חתונה האט ער זייער פלייסיג געלערנט, און ווען זיין ווייב האט אים עפעס געפרעגט, האט ער געענטפערט: "נא נא", אזוי ווי מען ענטפערט אינמיטן דאווענען וואו מען קען נישט אויסרעדן, מען ווייזט מיטן פינגער אויפן מויל און מען ברומט "נא נא"; מוהרא"ש האט געזאגט: "וואלט איך געהאט די ספרים אשר בנחל – וואלט איך געוואוסט פון התמדה, און אז די ווייב קומט שמועסן – שמועסט מען, אזוי קען מען נאכדעם נאך מער לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות צט.): 'בטולה של תורה, זהו קיומה'".


איך האב זוכה געווען אסאך יארן צו משמש זיין מיין גרויסע זיידע זכותו יגן עלינו אין מירון, זיין התמדה איז דאך געווען אין לשער, ער האט נישט מבטל געווען קיין רגע פון לערנען, ער האט זיך נישט אריינגעלייגט אין בעט, ער האט נאר אביסל געדרימלט אויפן בענקל, ער איז געזיצן שעות און געלערנט די הייליגע תורה, דאך האט ער יעדן טאג געמאכט צייט צו רעדן מיט מיין באבע עליה השלום, דעמאלט איז נאכנישט געווען סעלפאונס, אויך אין אונזער דירה אין מירון איז נישט געווען קיין טעלעפאן, זענען מיר געגאנגען צום טעלעפאן; אינדרויסן פון די מערה איז געווען א טעלעפאן, א פאבליק טעלעפאן, מען האט אריינגעלייגט געלט און גערופן קיין אמעריקע, און מיין זיידע האט געפרעגט מיין באבע וואס זי מאכט, און ער האט אלץ געהאט עפעס צו דערציילן, פון די וועטער און דאס גלייכן, און פון דארט איז ער צוריק געגאנגען לערנען.


מיט חברים איז א שאד צו רעדן, אבער מיט די ווייב – דארף מען רעדן, בפרט מיט א ווייב וואס איז דיר אזוי געטריי און וויל נאר רוחניות, דארפסטו זיכער רעדן.


 


 

#124 - קיינער בלייבט נישט מיט די געלט
עבודת השם, תכלית, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא) "די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן", קיינער בלייבט נישט מיט די געלט, מען מיינט א גאנצן צייט 'יעצט פארדין איך, יעצט מאך איך געלט', "וּלְבַסּוֹף כְּשֶׁבָּאִין לְחֶשְׁבּוֹן", נאכדעם ווען מען רעכנט אויס, "אֵין נִשְׁאָר בְּיָדָם כְּלוּם", זעט מען זיך אן קיין געלט.


נאר דינען דעם אייבערשטן – דאס איז תכלית, גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, לערנען בכל יום מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש, וספרי רבינו, און זיך מתבודד זיין, דערציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, אלעס וואס דער יצר הרע מאכט משוגע בדיבור, במעשה, במחשבה; נאר דאס איז תכלית.


טייערער ברודער, אשרינו שיש לנו רבי וואס איז אונז מחי' ומחזק, און וועקט אונז אויף פון שלאף.

#123 - ווער נישט צעבראכן פון וואס גייט אריבער
התחזקות, עבודת השם, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, ווער נישט צעבראכן פון וואס גייט אריבער וכו' וכו'. דער רבי האט אונז דערציילט אז אלע צדיקים האבן געשפירט די זאך, אז מען איז זיי מרחק, מען דארף זיי נישט, און אויב וואלטן זיי זיך נישט מחזק געווען מיט אלע כוחות – וואלטן זיי נישט זוכה געווען צו ווערן צדיקים. זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט תורה ותפילה, גיי אין פעלד, שריי צום אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב עפעס א וויכטיגע זאך צו רעדן מיט דיר, איך וויל זאלסט מיר העלפן אין שטעטל מיט עפעס גאר וויכטיג, איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים.


איך האב דיך זייער ליב.

#122 - מען פאלט און מען הייבט זיך
שמחה, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


העיקר מה שקורין "זיך דערהאלטן"; העיקר ווען עס גייט איבער - דערהאלט מען זיך; מען טאנצט און מען זינגט צום אייבערשטן. אזוי ווי די מעשה גייט, אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק, און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן - דעמאלט וועל איך הנאה האבן".


מארגן וועט זיין די ליל שישי שיעור אין לעיקוואד, אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש, איך דארף מחזק זיין די לעיקוואד אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - לייג אלע עבודות אין דער זייט און נעם זיך צו הפצה
הפצה, עבודת השם, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך בענק זיך זייער צו די מעסעדזש וואס דו פלעגסט מיר שיקן וועכנטליך יעדע ערב שבת, א חשבון וויפיל גליונות און קונטרסים דו האסט אויסגעטיילט אין די שולן און אין ישיבות אין לעיקוואד. איך ווייס נישט וואס איז געשען, אויב דו האסט אפגעלאזט הפצה, אדער נאר די מעסעדזש שיקסטו נישט.


ברודער, לאז נישט אפ די הפצה; וואס וואלטן מיר געטון אויב מוהרא"ש וואלט אפגעלאזט די הפצה, ער וואלט געטון עבודת השם אן הפצה, ווי וואלטן מיר געווען? ווי וואלטן מיר אויסגעזען...


לייג אלע עבודות אין דער זייט און נעם זיך צו הפצה; קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן.

#120 - שמייכלט און שמייכלט, זיך אפרוען און ווייטער שמייכלען
שמחה, חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן ... נרו יאיר איז א טייערער אינגערמאן, איר זענט גליקליך אז איר האט זוכה געווען צו א טייערע מתנה פון באשעפער.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אזא מתנה, און איר זאלט זיין זייער פרייליך.


וויינט נישט ווען אייער מאן זעט, ער זאגט מיר ער קען עס נישט נעמען, ער ווערט זייער דערשראקן. וויינט נאר שטילערהייט צום אייבערשטן, און ווען אייער מאן קומט אהיים – זאלט איר שמייכלען און נאר זיין פרייליך.


שמייכלט און שמייכלט, און ווען איר האט שוין נישט קיין כח צו שמייכלען – זאלט איר זיך אפרוען און שמייכלען; דאס איז דער עיקר עבודת השם ביי פרויען, צו זיין פרייליך, שמייכלען צום מאן.

#119 - יעצט נאך די חתונה זאלסטו אויסנוצן די צייט פאר תורה ותפלה
עבודת השם, חתונה

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר


איך הער זייער שיינע גריסן אויף דיר פון דיין עבודת השם, פון דיין לערנען און פון דיין דאווענען; איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, זה חלקי מכל עמלי.


יעצט נאך די חתונה קענסטו ווערן א גרויסער צדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:): "הַלוֹמֵד תּוֹרָה בְּטָהֳרָה", ווי אזוי קען מען לערנען תורה מיט ריינע מחשבות? "נוֹשֵׂא אִשָּׁה, וְאַחַר כָּךְ לוֹמֵד תּוֹרָה", אז מען האט חתונה; יעצט נאך די חתונה זאלסטו אויסנוצן די צייט פאר תורה ותפלה, און פאר התבודדות – וועסטו זוכה זיין צו גרויסע מדריגות.


איך בענק זיך זייער צו דיר, און די גוטע גריסן אויף דיר – דאס בארואיגט מיך.


דיין טאטע דיין ראש ישיבה.

#118 - בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אויך זוכה זיין צו ווערן א צדיק
תפילה והתבודדות, עבודת השם, משניות, גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו לערנסט זייער פלייסיג, און יעצט האסטו זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט די הייליגע תורה.


יעצט אז דו האסט געענדיגט ששה סדרי משנה זאלסטו אנהויבן א שיעור אין גמרא תלמוד בבלי, הויב אן מסכת ברכות, גיי אין א סדר א בלאט נאך א בלאט. כאפ נישט די ווערטער, זאג שטייטלעך, זאג ארויס יעדע ווארט אויפן קול, אזוי וועסטו ווערן א גרויסער צדיק, ווייל דער הייליגער רבי זאגט אז מען זאגט גמרא און מען זאגט משניות - ווערט מען א גרויסער צדיק.


אויך זאלסטו טון די הייליגע זאך וואס דער רבי האט אונז געהייסן טון (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה; צו), זאלסט רעדן יעדן טאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן. זוך א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, אדער אין דיין שלאף צימער, אדער ביינאכט אין בעט אונטער דיין דעק, אדער אין א ווינקל, און רעד צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן זאלסט נישט פאלגן די יצר הרע, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אויך זוכה זיין צו ווערן א צדיק.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, איינס - לערנען יעדן טאג אביסל גמרא אפילו אן פארשטיין, און די צווייטע זאך - רעדן יעדן טאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


געב א גרוס פאר דיין טייערע טאטע.


ער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#117 - רעד, שריי, וויין און שמועס, קרעכץ זיך אויס צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, שובבי"ם, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרוביר אויס דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות, דיין גאנצע לעבן וועט דיר ווערן זיס. גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ אדער א שטוב, אדער אין פעלד, אדער אין דיין קאר, לעש אויס דיין טעלעפאן און רעד זיך אויס פאר אפאר מינוט צום אייבערשטן, שמועס מיט אים, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי דער יצר הרע ברענגט שווערע ביטערע נסיונות; רעד, שריי, וויין און שמועס, קרעכץ זיך אויס צום אייבערשטן; איך זאג דיר אלעס וועט זיך טוישן, עס וועט דיר גרינגער ווערן, וועסט שפירן דעם אייבערשטן, וועסט שפירן ער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.


אין אנהויבן וועט עס זיין אביסל שווער, אבער עקשן זיך, לאז נישט אפ, און אז דו האסט נישט קיין ווערטער וואס צו רעדן – זאלסטו זאגן: "רבונו של עולם" – אן א שיעור מאל, ביז דו וועסט דורכברעכן און דו וועסט האבן ווערטער.

#116 - איך האב שוין א ווייסע בארד און איך וויל נאכאלץ ווערן אן ערליכער איד
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין זייער לאנג נישט געהערט פון דיר און דיך נישט געזען, איך האף דו ביסט נאך צוגעבינדן צום רבי'ן און דו ביסט שטארק אין דיין עבודת השם, דו לערנסט תורה און דו רעדסט צום אייבערשטן.


אמאל ווען רבי נתן איז געווען אין אומאן האט ער געהערט רבי משה ב"ר אברהם דאווענען מיט גרויס דביקות, רבי נתן האט זייער הנאה געהאט. א צייט שפעטער ווען רבי נתן איז נאכמאל געווען אין אומאן – האט ער באמערקט רבי משה דאווענט שוין נישט אזוי ווארעם, האט אים רבי נתן געפרעגט: "משה, דו ביסט אראפגעפאלן? הער מיך אויס, נעם זיך צוריק צו עבודת השם, גלייב מיר, איך האב שוין א ווייסע בארד און איך וויל נאכאלץ ווערן אן ערליכער איד".


טייערער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


איך בענק מיך צו דיר.

#115 - נאר אז מען איז זיך מתבודד, קען מען זיך דערהאלטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, עבודת השם, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט אונז דערציילט אז רבי נתן האט געזאגט: "נאכן וויסן אלעס ווי זיך צו קענען קריגן מיטן יצר הרע, נאכן וויסן אלע עצות – קומט ער מיט א נייעם וועג, א פרישע נסיון, א פרישע בלבול, און מען דארף פונדאסניי רחמי שמים אים צו בייקומען".


איין עצה איז דא פאר יעדע פרישע נסיון און יעדע פרישע חלישות הדעת: תפילה והתבודדות; צוריק אנהויבן מיט די ערשטע און לעצטע עצה פון בעטן דעם אייבערשטן פשוט'ע ווערטער: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע, ראטעווע מיך פון ווערן אלט און קאלט, באניי מיך, זיי מיך פון פריש מקרב צו דיר. העלף מיר איך זאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן, איך זאל בלייבן פריש אין היכל הקודש, איך זאל זיך נישט לאזן שטערן פון די בלבולים און חלישות הדעת".


נאר אז מען איז זיך מתבודד – קען מען זיך דערהאלטן.

#114 - א פשוט'ער איד, דינען דעם אייבערשטן בשמחה
עבודת השם, פשטות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


מענטשן מיינען אז מען דארף טון גרויסע עבודות, גרויסע זאכן, דער רבי לערנט אונז אנדערש, דער רבי לערנט אונז אז ביים אייבערשטן איז חשוב ווי פשוט'ער, דער רבי האט זייער ליב געהאט די פראסטע אידן וואס ווייסן נישט און פארשטייען נישט קיין סאך, נאר וואס טוען למעשה, די וואס זאגן תהילים, די וואס זאגן תחינות ובקשות.


עס איז געווען א איד אין ברסלב וואס פלעגט זאגן תהילים און אסאך תחינות און מעמדות, און דער רבי האט אים זייער מקנא געווען (עיין חיי מוהר"ן, סימן תק"כ).


בעט דעם אייבערשטן צו זיין א פשוט'ער איד, צו דינען דעם אייבערשטן בשמחה.

#113 - וואויל זענען די פרויען וואס טוען די ווילן פונעם אייבערשטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, ט) אויף וועלכע פרוי פאסט דעם טיטל "אשה כשרה"? "העושה רצון בעלה", די פרוי וואס טוט דעם מאנ'ס ווילן; דאס מיינט מען די פרוי וואס שפירט נישט קיין טעם אין לעבן אינאיינעם וכו', עס איז איר שווער דאס חתונה געהאטע לעבן, עס איז איר שלעכט די גאנצע זאך; דאך טוט זי דעם מאנ'ס ווילן, ווייל דאס איז רצון השם יתברך - פאר די פרוי פאסט די טיטל 'אשה כשרה'.


וואויל זענען די פרויען וואס טוען די ווילן פונעם אייבערשטן, זיי היטן זייער מאן פון שלעכטס; וועלן זיי זוכה זיין צו נחת פון זייערע דורות און צו א שיינע ליכטיגע "גן עדן".

#112 - אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד
עבודת השם, היכל הקודש, בריוו, ספרי ברסלב, לקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב זיך זייער געפרייט צו דיין בריוו.


עס איז טאקע אזוי, עס איז זייער וויכטיג צו שרייבן בריוו; עס איז א וועג ווי מען קען אנהאלטן א קשר, זיין פארבינדן אין היכל הקודש.


ווי דו ווייסט אודאי לאקערט דער סמ"ך מ"ם זייער שטארק אויף יעדן תלמיד היכל הקודש, ער וויל אים אויסרייסן און אוועקנעמען פון די פלאץ; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו בלייבן אין היכל רבינו, סיי בזה העולם און אויף יענע וועלט.


דו שרייבסט מיר איך זאל דיר העלפן מיט אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד; מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, וואס זאל איך דיר זאגן, דו האסט דעם רבינ'ס ספרים; מאך זיך שיעורים אין זיי - וועסטו זוכה זיין צו קומען צו שיינע זאכן. לערן יעדן טאג ליקוטי מוהר"ן - וועסטו אנהויבן אזוי שטארק בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


אויך לערן די שיחות פון הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פארן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - הויב אן נאכאמאל זיין ערליך, ביסט היינט ניי געבוירן
התחזקות, עבודת השם, התחדשות, סדר דרך הלימוד, יאוש, תמימות, שכחה

 


בעזרת ה' יתברך - היום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הויב אן נאכאמאל זיין ערליך; אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן אזויפיל מאל און עס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט פון אלע פרישע התחלות - זאלסטו יעצט אנהויבן פון ניי; פארגעס וואס איז געווען, טראכט 'איך בין היינט ניי געבוירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פון דאס ניי".


אז דו וועסט אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט טראכטן: 'איך בין היינט ניי געבוירן' - וועסטו זייער מצליח זיין, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


נעם א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, ווארט נישט אויף סוף וואך, שטופ נישט אפ אויף מארגן; היינט הויב אן לערנען חומש, אויך זאלסטו היינט לערנען א פרק משניות און א בלאט גמרא. דער רבי זאגט, ווער עס לערנט יעדן טאג די לימודים - ווערט ביים סוף געזונט, מען ווערט ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#110 - מען שטייט אויף פארטאגס לערנען, דאס געבט מיר כוחות
שטעטל, עבודת השם, לימוד התורה, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער צוריק גוטע גריסן אויף דיר און אויפן שטעטל, אז דו און נאך אינגעלייט זיצן פארטאגס פינף אזייגער אין שול און מען לערנט פלייסיג, איך בין זייער פרייליך, און דאס געבט מיר פרישע כוחות ווייטער צו טון.


ווי דו ווייסט איז די שטעטל נישט געווען קיין גרינגע זאך אויפצושטעלן, און וויפיל דו ווייסט – ווייסטו נאכנישט אלעס; עס עפנט זיך נישט קיין שטעטל אזוי גרינג... עס ליגט אין דעם אסאך פלאג און מי, און מיין גאנצע כוונה איז – אויפשטעלן א מקום תורה ויראת שמים, א פלאץ וואס מען וועט לעבן אויף די וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איז דאס אז דו שטייסט אויף פארטאגס און נאך אינגעלייט, און מען זיצט און מען לערנט א צוויי שעה פארן דאווענען – איז מיר א גרויסע נחת און געבט מיר אסאך כוחות.


 

#109 - צעבראכן און צעריסן אויף פיצ-פיצליך, און ער גייט אן אין עבודת השם
הכרת הטוב, חסידות ברסלב, עבודת השם, ישיבה, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברודער שטארק זיך, גיי אן מיט דיין עבודות השם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "כְּשֶׁאֲנִי רוֹאֶה אֵיזֶה עֲבוֹדַת ה' בְּעָנִי שֶׁבַּעֲנִיִּים", ווען איך זע ביי אן ארעמאן ווי ער דינט דעם אייבערשטן, "שֶׁהוֹלֵךְ בְּכוֹבַע קָרוּעַ וּמַלְבּוּשִׁים קְרוּעִים וּמִנְעָלִים קְרוּעִים", מיט זיין צעריסענע הוט, זיינע צעריסענע קליידער און צעריסענע שיך, "הוּא יָקָר אֶצְלִי עַד מְאֹד", איז דאס ביי מיר זייער טייער; ווייל ווען א מענטש איז צעבראכן און צעריסן אויף פיצ-פיצליך, און ער גייט אן אין עבודת השם - דאס איז וואס דער רבי וויל פון אונז, און דאס איז דעם רבינ'ס גרעסטע הנאה.


די ישיבה גייט אן מיט א פרישקייט. ווער עס קומט אריין אין ישיבה קען נישט קומען צו זיך ווי פריש די ישיבה איז; אלע לערנען, אלע דאווענען, עס זעט אויס ווי די ערשטע יאר ישיבה ווען מיר האלטן שוין ביי זיבעצן יאר.


נעכטן בין איך געווען אין מאנסי, רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל קיין אמעריקע, עס איז געווען א מסיבה פאר זיינע הייליגע מוסדות. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך קום אזויפיל הכרת הטוב פאר רבי יצחק שליט"א, ער האט מיר אלע יארן אזוי מחזק געווען; ווען איך בין אריבער מיינע שווערע יארן אין היכל הקודש וכו' וכו' האט רבי יצחק שליט"א מיך זייער מחזק געווען. איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש, עס איז ממש וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי תלמידי היכל הקודש זעט מען עס; איין ווארט קען מען זאגן: "אשרינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - אלע גוטע מעשים וואס דער מאן טוט בטהרה, איז די פרוי'ס זכות
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן נרו יאיר זאגט, עס איז אים אסאך גרינגער צו דינען דעם אייבערשטן, פון פאריגע וואך ווען איר האט אנגעהויבן לעבן מיט אים וכו', קומט אויס אז אלע זיינע גוטע מעשים; זיין תורה, זיין תפילה, אלעס וואס ער טוט יעצט בטהרה – איז אייער זכות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה, כָּל שֶׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", א פרוי וואס טוט די ווילן פונעם מאן (דא רעדט מען ווען מען וויל נישט לעבן מיטן מאן, מען טוט נאר זיין ווילן און מען גייט קעגן די אייגענע ווילן) – איז מען אן אשה כשרה.


ביי די ליכט, ווען איר צינדט די שבת ליכט – זאלט איר בעטן פאר אייערע דורות און אויך פאר דעם פרט, עס זאל אייך זיין גרינג צו לעבן די חתונה געהאטע לעבן מיטן מאן מיט שמחה.

#107 - טשעפע נישט דיין ווייב, אפילו זי עסט דיר אויף דיינע קישקעס
שמחה, שלום בית, עבודת השם, סבלנות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טשעפע נישט דיין ווייב, אפילו זי עסט דיר אויף דיינע קישקעס. איך האב איר געשריבן א בריוו, זי איז גרייט זיך צו טוישן, ווארט מיט סבלנות, עס גייט נישט אין איין מינוט.


מיין טייערע ברודער, וואס וועט שוין זיין ווען דיין ווייב וועט לעבן מיט דיר אזוי ווי דו ווילסט וכו' וכו'? וועסטו נאכאלץ בלייבן הונגעריג וכו' וכו', דו וועסט וועלן עפעס אנדערש, און אז זי וועט דיר נאכגעבן - וועסטו ווייטער בלייבן הונגעריג וכו' וכו'. רבי נתן האט געזאגט: "די וועלט איז נישט און מען קען איר נישט באקומען, תורה תפילה איז יא און מען קען איר יא באקומען", די וועלט מאכט נישט זאט, אלעס אויסער תורה ותפילה - מאכט נישט זאט, ווען מען האט דאס נישט מיינט מען 'דאס פעלט' און 'נאך דאס פעלט', אבער באמת ווערט מען נאר זאט, פרייליך און צופרידן - פון תורה ותפילה. נאר אז דו וועסט זיך קובע זיין שיעורי תורה; א שיעור אין גמרא, א בלאט גמרא יעדן טאג, א פרק משניות וכו' וכו' - וועסטו זיין זאט, צופרידן און פרייליך.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - וועק זיך אויף, גיי אין שול, טו אן תפילין, און גיי מיט א טלית קטן
חינוך הילדים, עבודת השם, תשובה, דאווענען, מנין, תפלין, ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, וועק זיך אויף, הויב אן צוריק צו דינען דעם אייבערשטן; גיי אין שול יעדן טאג, טו אן די הייליגע תפילין, אויך גיי מיט א טלית קטן.


זאלסט זיך מוסר נפש זיין צו גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות, שחרית, מנחה און מעריב. דער הייליגער זוהר זאגט (וירא, דף קה.), אויפן פסוק (בראשית יח, לב): "לֹא אַשְׁחִית בַּעֲבוּר הָעֲשָׂרָה", אויב א איד קומט אין שול דאווענען מיט מנין, זאגט דער אייבערשטער 'איך וועל אים נישט שטראפן בדינו של גיהנום, 'בעבור העשרה', בזכות דאווענען מיט מנין".


נאך אביסל גייסטו מאכן פיאות פאר דיין זון נרו יאיר, און אים אנטון א טלית קטן; דארף דער טאטע גיין מיט א טלית קטן, אז די קינדער זאלן זיין גוטע אידן.


שרייב מיר צוריק אויב דו גייסט שוין צוריק אין שול דאווענען און אנטון תפילין.


דיין ראש ישיבה וואס ליב דיך.