בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#36 - איך בין דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט
התחזקות, עבודת השם, מחשבות, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין דיר אז דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט, אדער די מחשבות אז איך בין ברוגז אויף דיר, איך גיי דיר געבן א פסק, איך גיי דיר פארשעמען, איך גיי דיר ארויסווארפן וכדומה, - אלעס איז פונעם יצר הרע.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן מט) שלעכטע מחשבות – דאס איז דער יצר הרע, 'יצר' איז טייטש מאלן, מען מאלט זיך אויס, מען טראכט זיך אויס 'הרע' – איך בין שלעכט. יצר טוב מיינט, מען טראכט גוט, מען מאלט זיך אויס גוט, איך בין גוט, יעדער איז גוט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פון יעצט האסטו א נייע עבודת השם, דיין עבודת השם גייט זיין, פון היינט גייסטו טראכטן 'איך בין גוט, דער אייבערשטער האט מיך ליב, אויף מיר איז געזאגט געווארן דער פסוק (ישעיה מט, ג) 'יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר', דער אייבערשטער האט פון מיר התפארות, ער בארומט זיך מיט מיר'.


איך האלט זייער פון דיר, איך בין זייער נתפעל פון דיר, ווי שיין דו דערהאלסט זיך, דו ביסט פעלזן פעסט, דו ביסט אזוי גוט צו אלעמען, דו פארגינסט יעדן איינעם גוטע ווערטער.


שטארק זיך, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם נישט, אפילו זאל זיין וואס זאל זיין, ווער זאל זיין.


יואל בן ריצא רעכיל

#35 - אין די שניי מיט'ן אייבערשטן
הפצה, זיכוי הרבים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך מיין אז דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, וואס די קונטרסים, די בריוון – טוען; ווען דו וואלסט געוויסט נאר איין פראצענט וואס די נייע קונטרסים און גליונות טוען - וואלסטו נישט געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, דו וואלסט געארבעט מיט א שמחה ארויסצוגעבן די וועכנטליכע קונטרסים עצתו אמונה און איש אמונות וכו' וכו'.


אזויפיל בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך זאגן אז די קונטרסים איז זייער גאנצע חיות, זיי זענען אויסגעהונגערט א גאנצע וואך פאר די בריוו.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער אפטיילונג, די מעשה ווי אזוי דער רבי איז געווען באהאלטן אין זיינע יונגע יארן, ער האט זיך געמאכט ווי א פשוט'ער מענטש און שטילערהייט האט ער געדינט דעם אייבערשטן.


די מעשה איז אביסל א לענגערע מעשה, דו קענסט דאס צעטיילן פאר דריי וואכן מיט דריי בילדער, שפעטער ווען דו וועסט דרוקן אלע מעשיות פון עצתו אמונה פאר קינדער - זאלסטו דאס צאמשטעלן אינאיינעם.


"אין די שניי מיט'ן אייבערשטן"


קינדער ווער וויל זיין א צדיק?


איך פריי זיך זייער אז אלע קינדער ווילן זיין צדיקים; קינדער איר ווייסט אז מען קען זיין א צדיק און אויך שפילן, שפרינגען און טאנצן? איך וועל ענק דערציילן דעם רבינ'ס יונגע יארן.


דער הייליגער רבי האט זיך זייער אויסבאהאלטן נאך זיין חתונה, קיינער האט נישט געוויסט ווער דער רבי איז, נאר דער רבי'ס ווייב; דער רבי האט געבעטן זיין ווייב די צדקת סאשיא זי זאל נישט דערציילן פאר קיינעם פון זיין עבודות השם. דער רבי פלעגט שטילערהייט לערנען און דאווענען, ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, אויך האט ער זיך באהאלטן אויף די אנדערע זייט טייך, דארט האט ער געלערנט און געדאווענט.


געווען איז דאס אינמיטן ווינטער, עס איז קאלט, עס גייט א פראסט, די טייך אין הוסיאטן איז פארפרוירן, מענטשן גייען אויפ'ן טייך, מען נוצט די טייך פאר א וועג צו גיין פון איין שטאט צום צווייטן. עס גייט דארט אויך רבי אפרים זכרונו לברכה דעם רבינ'ס שווער און זעט ווי זיין איידעם - דער רבי - שפילט זיך מיט חברים, זיי גליטשן זיך אין די שניי, ער ווערט אזוי צעבראכן, ער קען דאס נישט אויסהאלטן, ער טראכט צו זיך: 'איך האב אים גענומען ווייל ער איז אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך האב געמיינט איך האב גענומען פאר מיין טאכטער אן ערליכער איידעם; ער לערנט נישט, ער דאווענט נישט, ער קען אפילו נישט קיין עברי'.


ביז דא לייג איין וואך. מאך א בילד ווי א בחור מיט א שטריימל גליטשט זיך אין די שניי, אין די זייט שטייען צוויי עלטערע אידן, איינער ווייסט פאר'ן צווייטן מיט די הענט, א תנועה ווי ער איז נישט צופרידן פון דעם וואס דער בחור שפילט זיך מיט די שניי.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


קינדער, איר ווייסט אבער יא דעם אמת אז עכט איז דער רבי געווען זייער ערליך, ער האט געלערנט און געדאווענט, און אפילו ווען ער האט געשפילט מיט די שניי - האט ער דאס געטון מיט'ן אייבערשטן. מען קען שפילן, שפרינגען און טאנצן, און זיין דבוק צום אייבערשטן, זאגן א גאנצע צייט: "שכוח אייבערשטער!", "איך דאנק דיר אייבערשטער"; אויב מען צעקלאפט זיך זאגט מען: "אלעס איז דער אייבערשטער!" "אלעס איז פאר מיין טובה".


קינדער טייערע, אז מיר וועלן טון וואס דער רבי האט אונז געלערנט - וועלן מיר אויך זיין גרויסע צדיקים.


חלק ב':


טייערע קינדער מיר האלטן אינמיטן דערציילן ווי אזוי דער רבי האט געדינט דעם אייבערשטן אין זיינע יונגע יארן און קיינער האט נישט געוויסט אז ער איז א צדיק, ער האט זיך געמאכט ווי א פשוט'ער מענטש.


ווער געדענקט וואו מיר האלטן אין די מעשה?


רבי אפרים זכרונו לברכה, דעם רבינ'ס שווער - זעט ווי זיין איידעם שפילט זיך מיט די שניי, ער ווערט אזוי צעבראכן, ער קען דאס נישט אויסהאלטן, ער טראכט צו זיך: 'איך האב אים גענומען ווייל ער איז אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך האב געמיינט אז איך האב גענומען פאר מיין טאכטער אן ערליכער איידעם, דערווייל לערנט ער נישט, ער דאווענט נישט, ער קען אפילו נישט קיין עברי'.


און יעצט ליינט ווייטער:


רבי אפרים זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער בעל מכניס אורח, עס פלעגן קומען צו אים גרויסע צדיקים און ער האט יעדן איינעם זייער שיין אויפגענומען. איינמאל איז אנגעקומען צו אים אין שטוב א גרויסער צדיק, א תלמיד פון הייליגן מעזריטשער מגיד זכרונו לברכה. רבי אפרים האט זיך באקלאגט פאר אים, ער האט זיך אויסגעגאסן פאר אים דאס הארץ: "איך האב דא א גרויסע פראבלעם, איך האב גענומען פאר אן איידעם אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב, אבער ער לערנט נישט! ער שפילט זיך מיט די קינדער, ער האט שוין אפילו פארגעסן די עברי, ער קען נישט ליינען בכלל!"


דער גאסט, דער גרויסער צדיק - זאגט פאר רבי אפרים: "איר מאכט א טעות! עס קען נישט זיין, עס איז זיכער נישט אמת!" דער צדיק האט מורא געהאט צו רעדן אויף אן אייניקל פון בעל שם טוב, אבער רבי אפרים, דעם רבינ'ס שווער, זאגט אים: "הלוואי זאל איך מאכן א טעות, איך זאג אייך ער קען נישט ליינען, ער האט פארגעסן די עברי, ער שפילט א גאנצן טאג מיט חברים; פרובירט אים אויס, געבט אים צו ליינען א ספר וועט איר זען אז ער קען נישט קיין עברי", דער צדיק זאגט פאר רבי אפרים: "רופט אהער אייער איידעם, איך וועל אים געבן צו ליינען".


דער רבי קומט צו גיין מיט זיין שווער, דער צדיק האלט אינמיטן זאגן משניות, ער נעמט זיין משניות און זאגט פאר'ן רבי'ן: "איך וויל הערן אויב דו קענסט ליינען די ווערטער פון משניות", ער עפנט די משניות ביי מסכת בבא קמא פרק ב משנה ג: "הַכֶּלֶב וְהַגְּדִי שֶׁקָּפְצוּ מֵרֹאשׁ הַגָּג", און ער זאגט פאר'ן רבי'ן: "זאג!" דער רבי איז געווען זייער קלוג, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל וויסן אז ער לערנט, האט ער זיך געמאכט ווי ער האט פארגעסן ווי אזוי מען ליינט, ער הייבט אן זאגן: "הַכֶּלֶב וְהַגְּדִי", די הינט מיט די ציג, "שֶׁקָּפְצוּ מַארְשׁ", וואס האבן געטאנצן א מארש; דער צדיק האט זיך זייער פארשעמט, ער האט נישט געקענט גלייבן וואס דא גייט פאר, דעם רבינ'ס שווער רבי אפרים זאגט: "איך האב אייך געזאגט אז ער האט שוין פארגעסן אפילו די עברי!"


דער צדיק נעמט דעם רבי'ן אין א זייט און זאגט אים מוסר: "דו שעמסט זיך נישט?! דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דו ביסט אן אייניקל פון דעם גרויסן צדיק רבי נחמן הוראדענקער זכותו יגן עלינו, דיין שווער האט דיר געגעבן א גרויסער נדן, אסאך געלט ביי דיין חתונה, און דו לערנסט נישט! דו האסט שוין אפילו פארגעסן די עברי!!!" און ער געבט דעם רבי'ן צוויי געזונטע פעטש אין פנים. דער רבי וויינט, דער רבי וויל נישט זאגן ווער ער איז, דער רבי וויל זיין באהאלטן, דער רבי מאכט זיך ווי ער קען נישט לערנען.


ביז דא לייג די אנדערע וואך. מאך א בילד ווי אן עלטערער איד געבט א פאטש פאר א בחור, אין דער זייט א בילד ווי א הינט מיט א ציג טאנצן א מארש; עס מוז זיין אינטערעסאנט פאר די קינדער, אזוי גייען אריין די מעשיות זייער שטארק אין זייער הארץ.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


קינדער, מיר ווייסן דעם אמת אז דער רבי האט יא געקענט ליינען, ער האט זייער פלייסיג געלערנט, געדאווענט און גערעדט צום אייבערשטן, דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל שמועסן פון אים, ער האט געוואלט זיין אויסבאהאלטן פון די וועלט; מיר לערנען זיך ארויס פון די מעשה צו רעדן צום אייבערשטן שטילערהייט, אזוי וועלן מיר זיין גרויסע צדיקים.


חלק ג:


טייערע קינדער, מיר האלטן אינמיטן דערציילן די מעשה פון הייליגן רבי'ן, ווי ער האט זיך באהאלטן אין זיינע יונגע יארן, ער האט נישט געוואלט מען זאל וויסן פון זיין עבודות השם.


קינדער, ווער געדענקט וואו מיר האלטן אין די מעשה?


לאמיר איבערגיין און קורצן פון פריער. דער רבי'ס שווער רבי אפרים האט ביי זיך א גאסט א צדיק, און יענער צדיק זעט אז דער רבי לערנט נישט, ער האט שוין אפילו פארגעסן די עברי, דער צדיק נעמט דעם רבי'ן אין א זייט און זאגט אים מוסר: "דו שעמסט זיך נישט?! דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו! דו ביסט אן אייניקל פון דער גרויסער צדיק רבי נחמן האראדענקער זכותו יגן עלינו, דיין שווער האט דיר געגעבן א גרויסער נדן, אסאך געלט ביי דיין חתונה - און דו לערנסט נישט! דו האסט שוין אפילו פארגעסן די עברי!" ער האט געגעבן דעם רבי'ן צוויי געזונטע פעטש אין פנים און דער רבי האט זייער געוויינט.


און יעצט ליינט ווייטער:


דער צדיק דער גאסט וואס האט געגעבן פאר'ן רבי'ן צוויי פעטש גרייט זיך אהיים צו פארן, ער פארט ארויס פון הוסיאטין, ער זיצט אין וואגן און עפעס הערט ער, ער בעט דעם בעל עגלה זאל אפשטעלן די וואגן, ער הערט איינעם וויינען, דער בעל עגלה ווערט דערשראקן און ער שטעלט אפ די וואגן.


זיי הערן ביידע א וויינעדיגע קול, א זיסע קול; זיי גייען אראפ פון וואגן און גייען נאך דעם קול, דער צדיק זאגט פאר'ן בעל עגלה: "עס הערט זיך א קול ווי איינער דאווענט", פלוצלונג זעען זיי א איד אין וואלד אנגעטון מיט טלית און תפילין דאווענט מיט א ברען, מיט א פלאקער; דער איד וויינט, דער איד בענקט, דער איד זאגט די ווערטער פון פסוקי דזמרה מיט אזא הארציגקייט.


דער צדיק ווערט דערשראקן, ער שפירט ווי ער גייט חלש'ן, ער דערקענט דעם מענטש, ער שרייט: "אוי, וויי איז מיר, איך האב געגעבן דעם מענטש צוויי פעטש?!?!" ער כאפט שוין וואס גייט פאר, דאס איז דער רבי, רבי אפרים'ס איידעם, דער אייניקל פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, ער פארשטייט שוין אז דער רבי האט זיך געמאכט ווי ער קען נישט קיין עברי, עכט איז ער א באהאלטענער צדיק! ער וויינט צום רבי'ן: "זיי מיר מוחל, פארגעב מיר!" דער רבי זאגט אים: "איך בין דיר מוחל מיט מיין גאנצע הארץ נאר אויב דו זאגסט מיר צו אז דו גייסט קיינעם נישט דערציילן, ווי לאנג איך לעב, וואס דו האסט דא געזען..."


(מיר ווייסן די מעשה ווייל דער צדיק האט געלעבט לענגער פון רבי'ן, ער איז אמאל איינשטאנען ביי חייקל, דער חזן פון רבי'ן, דעמאלט האט ער דערציילט די מעשה).


ביז דא לייג די אנדערע וואך, מאך א בילד ווי מען זעט דעם רבי'ן אין וואלד מיט טלית און תפילין, ער שטייט ביי א בוים, ער דאווענט און וויינט, פון די זייט שטייט דער רב, דער בעל עגלה, די פערד און וואגן, זייער פנים איז דערשראקן.


לייג נאך די שטיקל מעשה:


אזוי איז דער רבי אויסגעוואקסן דער הייליגער רבי, ער האט געדאווענט און געלערנט, ער איז געגאנגען התבודדות, געבעטן דעם אייבערשטן, געוויינט צום אייבערשטן - ביז ער איז געווארן דער הייליגער רבי.


אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, מיר וועלן רעדן צום אייבערשטן, מיר וועלן זינגען צום אייבערשטן, מיר וועלן אים דאנקען אויף אלעס - וועלן מיר ווערן גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער מענידזשער, האברך היקר לי ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו ארבעטסט זייער געטריי, דו ארבעטסט איבער דיינע כוחות אנצוגרייטן די עסן פאר די קינדער.


איך וויל דיר מחזק זיין מיט ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר מחזק געווען. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעטסט דיין גאנץ לעבן אין א געשעפט וואס פארקויפט בעקיטשעס און דו גייסט אוועק פון די וועלט, דו קומסט פאר'ן בית דין של מעלה, מען פרעגט דיר, וואס האסטו געטון, און דו ענטפערסט וכו', וועט מען דיר פרעגן: 'זיבעציג יאר געשניטן סחורה?! זיבעציג יאר געשטאנען אין קלייט?!' אבער יעצט וועסטו זאגן 'זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער'".


דאס זעלבע זאג איך דיר, טייערער ברודער, בלייב מיט די עבודת הקודש, בלייב דיין גאנץ לעבן מיר העלפן אויפשטעלן מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער מיט אמונה ויראת שמים.


אויך בעט איך דיר, שמייכל צו יעדן קינד, גרוס יעדן קינד. דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין שמייכל, איין גוט ווארט - טוט מיט א צווייטן; קען זיין דאס געבט אים ווילן צו לעבן.


 

#33 - אויבן אין הימל קוקט מען צו וועם לויפט דער מענטש בעת צרה
חנוכה, אמונה, התחזקות, עבודת השם, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג אהיים פון א נסיעה, מיר זענען געפארן מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. איך זיץ יעצט אין עירפארט, איך האב אביסל צייט, וועל איך דיר שרייבן אביסל חיזוק.


וויסן זאלסטו, אויבן אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מענטש. דא קוקט מען ווער עס האט געלט, ווער עס האט כבוד, ווער עס האט א פאלאץ, א טייערע קאר וכו' וכו', מען מאכט אן עסק פון די זאכן, אבער אויבן אין הימל איז אן אנדערע וועלט, אויבן קוקט מען ווער עס דערהאלט זיך, מען קוקט צו וועם לויפט דער מענטש בעת צרה; דער וואס איז שטארק אין אמונה, דער וואס פארלירט זיך נישט ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל - דער איז זייער חשוב.


אויך איז חשוב יעדע מצוה, יעדע ווארט תורה, בפרט ווען מען איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה און מען כאפט אריין אביסל תורה, א פרק משניות, א בלאט גמרא, א קאפיטל תהלים - איז דאס זייער חשוב.


עס קומט א צייט וואס מען זעט דאס שיינקייט פון די תורה ותפלה, דעמאלט בלייבט נאר דאס איבער.


יעצט קומען די הייליגע חנוכה טעג, די טעג זענען געשטעלט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; זאלסטו זיך באנייען און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר.

#32 - לאז נישט אפ דיין עבודות השם, אפילו דו שפירסט זיך אזוי אויסגעלאשן
התחזקות, עבודת השם, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט אפלאזן דיין עבודות השם, אפילו דו שפירסט זיך אזוי אויסגעלאשן, דו שפירסט נישט די ברען פון אמאל, די געשמאק פון אנהייב. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלינג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט, און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


זיי ממשיך מיט לערנען און דאווענען, בעיקר זאלסטו זיך שטארקן אין תפילה והתבודדות; ווער עס איז שטארק אין די הנהגה וועט קיינמאל נישט פאלן, מען בלייבט אייביג צוגעבינדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#31 - שמחה איז מסוגל פאר פרנסה
שמחה, סגולות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר.


איך בעט דיר זייער, זיי פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך קומט ער אן צו די העכסטע מדריגה. מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו (חדושי הרמ"ל, פרשת ויצא), די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "שַׁעֲרֵי דְּמָעוֹת לֹא נִנְעֲלוּ", אלע טירן ווערן פארשפארט אויסער די טירן פון טרערן; זאגט דער צדיק, אפילו די טירן פון טרערן ווערן נישט פארשפארט - דאך איז אבער דא טירן, מען דארף טרעפן די טירן; נישט יעדער איינער קען וויינען, עס זענען דא מענטשן וואס וויינען נישט אזוי שנעל; זאגט דער צדיק, אויף שמחה איז נישטא קיין טירן, מען דארף נישט ווארטן איינער זאל עפענען, איינער זאל פארשפארן, נאר תיכף ומיד ווען א מענטש איז פרייליך - איז ער שוין ביים אייבערשטן אליינס.


שמחה איז מסוגל פאר פרנסה; מוהרא"ש זאגט, די שם פון פרנסה, חת"ך – איז די סופי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'"; אויך איז דאס די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; ווייל אז מען איז פרייליך – האט מען פרנסה.


לאמיר טאנצן: "אשרינו, מה טוב חלקינו, שזכינו להתקרב לרבינו!"

#30 - זיי ממשיך פאלגן דעם רבי'ן, וועסטו האבן די גן עדן אויף די וועלט
חברים, שידוכים, התחזקות, עבודת השם, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


הער נישט אויס דעם צעדרייטן שכן וואס רעדט צו דיר, ער איז א גרויסער נאר און א טיפש, ווער נישט דערשראקן פון אים. איך זאג דיר דו וועסט שיין חתונה האבן, דו וועסט יא האבן שלום בית, דו וועסט האבן א זיסע לעבן.


דו זיי ממשיך פאלגן דעם רבי'ן, דאווען אלע דריי תפילות מיט מנין, לערן דיינע שיעורים כסדרן יעדן טאג און זיי זיך מתבודד, זאג פאר'ן באשעפער וואס דו האסט באקומען ביים רבי'ן, דערצייל דעם אייבערשטן וואס אויף דיר איז אריבער, נאר פאר'ן אייבערשטן דערצייל עס, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, מען זאל דיר נישט אוועק שלעפן פון רבי'ן.


ווי אזוי וועסטו אויסקוקן אז דו לאזט אפ דעם רבי'ן? אזוי ווי דער שכן וואס צעברעכט בחורים, אזוי קוקט מען אויס.


דו זיי ממשיך מיט דיין עבודת השם – וועסטו שיין חתונה האבן, דו וועסט האבן די גן עדן אויף די וועלט.

#29 - די קאפ זאל זיין אין גוטע זאכן
עבודת השם, פרנסה, תכלית, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט א וואוילע ווייב און א געזונט ליכטיג קינד; דארפסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער דיר שענקען נאך גוטס.


זע אז דיין קאפ זאל זיין אין גוטע זאכן, דאס הייסט, אפילו דו דארפסט זיין פארנומען צו ברענגען פרנסה, זאל דיר דיין קאפ זיין אין תכלית. אדער זאלסטו זיך מתבודד זיין, אדער עוסק זיין אינמיטן ארבעט מיט הפצה; ווען דו טרעפסט איינעם געב יענעם א ספר וכדומה, אדער בענק צום בית המדרש; ווארט צו קענען לערנען און דאווענען.


עס קען זיין א מענטש א מענטש האט געארבעט כל ימיו און ווען ער קומט ארויף אין הימל זעט מען ווי דער מענטש האט זיין גאנץ לעבן געלערנט און געדאווענט, ווייל ער האט געוואלט, געבענקט און געגליסט צו דעם; איז דאס אזוי ווי ער האט דאס געטון.


 

#28 - צייל נישט די טעג, יעדע מינוט הויב אן פונדאסניי
עבודת השם, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, געב נישט אויף; אז מען פאלט אראפ הייבט מען זיך אויף, מען בלייבט נישט ליגן אויף דער ערד. געדענק, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אז דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", גלייב אויך אז דו קענסט פאררעכטן.


אמאל מיינט דער מענטש אז ער דינט דעם אייבערשטן, אבער באמת דינט ער זיך, ער וויל קענען זאגן "שוין זעקס חדשים וואס 'איך' זינדיג נישט", "שוין פערצן חדשים וואס איך בין נישט פוגם", און ווען מען פאלט אראפ נאכדעם קען מען זיך נישט ליידן, מען וויל זיך נישט קענען; מען וויל נישט דאווענען, מען וויל נישט לערנען; ווייל ביז אהער האט ער זיך געדינט, וואלט ער געדינט דעם אייבערשטן - וואלט ער ווייטער געדינט דעם אייבערשטן, די עבירה וואלט אים נישט אראפגעווארפן, ער וואלט תשובה געטון. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר, אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן".


ברודער, דאס איז נישט אונזער וועג, צו ציילן די טעג וויפיל טעג מען איז שטארק, וויפיל טעג איך בין נישט פוגם; אונזער וועג איז יעדן טאג, יעדע מינוט אנהייבן פונדאסניי זיין גוט.

#27 - עס איז כדאי אויסצוווארטן די ישועה
בחור, שידוכים, ישועות, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, ווארט אויס אויף דיין ישועה, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק מיט דיין אידישקייט, מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין אמונה און מצוות.


נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן, דו וועסט ווערן אן אדם השלם, עס איז כדאי צו ווארטן, עס וועט דיר זיין אזוי גוט און זיס; ווייל וויסן זאלסטו, נאר מיט אמונה האט מען א גוט לעבן, נאר מיט די תורה האט מען א זיס לעבן. דער רבי זאגט זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה - חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה, זיין לעבן איז א לעבן; אלעס איז גוט, אלעס איז אזוי געשמאק, מען שפירט שוין דא בזה העולם א טעם גן עדן.


איך האף אז דו וועסט נישט אנטלויפן פאר שלחן עורך, דו וועסט זיך שטארקן, גארנישט אפלאזן פון דיינע גוטע זאכן, פון דיין עבודת השם.


דיין ראש ישיבה.

#26 - זיי מסביר פאר דיין ווייב אז די בארד און פיאות איז דער עיקר אידישקייט
שלום בית, עבודת השם, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? חס ושלום אנרירן די בארד און פיאות.


אז דיין ווייב איז נישט וויליג מיט דיין בארד, זי וויל דו זאלסט עס שניידן, זי האט נישט ליב דיין בארד - זאלסטו איר שיינערהייט געבן צו פארשטיין וואס א בארד איז; אז די פרנסה, די שפע - קומט דורך די בארד, און אז מען שניידט די בארד - שניידט מען די פרנסה.


געב איר צו פארשטיין אז די בארד און פיאות זענען אן עיקר פאר אידישע קינדער, קען זיין זי מיינט אז דאס איז א חסידי'שע זאך; ווען מען זעט אזויפיל מענטשן זענען מזלזל אין דעם, קען זיך דאכטן אז עס איז נאר א מנהג. ליין איר פאר די ווערטער וואס אונזער הייליגער צדיק רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת, וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי, כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די הייליגע בארד און פיאות, "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל, תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ, חַס וְשָׁלוֹם, מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דער וואס וויל אראפווארפן פון זיך די אידישע וועג, ער וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, די ערשטע זאך מיט וואס ער גייט קעגן דעם אייבערשטן – איז אז ער שניידט זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל די גאנצע הייליגקייט פון א איד איז אנגעהאנגען אין בארד און פיאות.


לערן מיט איר די שטיקל לקוטי הלכות וועט זי שוין אנדערש קוקן אויף די זאך, קוק די ווערטער פון הייליגן רבי נתן וואס ער זאגט אויב מען רירט צו אפילו איין האר פונעם בארד: "אוֹי לְמִי שֶׁנּוֹגֵעַ, חַס וְשָׁלוֹם, לְהַשְׁחִית שַֹעֲרָה אַחַת מֵהַדִּיקְנָא קַדִּישָׁא וְהַפֵּאוֹת בִּשְׁאָט נֶפֶשׁ וּבְזָדוֹן וּבְמַעַל", וויי פאר'ן מענטש וואס רייסט אויס במזיד אפילו איין האר פונעם בארד, "אוֹי לוֹ וְאוֹי לְנַפְשׁוֹ", וויי פאר אים, וויי פאר זיין נשמה, "כִּי עוֹקֵר עַצְמוֹ וְנַפְשׁוֹ מֵאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", מיט דעם רייסט ער זיך אוועק פונעם הייליגן באשעפער, "וְאֵין לוֹ חֵלֶק בְּתוֹרַת מֹשֶׁה", ער האט נישט קיין חלק אין תורת משה, "אוֹי לְנַפְשָׁם כִּי גָּמְלוּ לָהֶם רָעָה", וויי פאר זיי אז זיי ברענגען זיך די שלעכטס, "וּבִשְׁבִיל זֶה נִתְפַּשְּׁטָה בַּעֲווֹנוֹתֵינוּ הָרַבִּים מְאֹד חָכְמַת הַפִּילוֹסוֹפְיָה וְהָאֶפִּיקוֹרְסוּת בִּמְדִינַת אַשְׁכְּנַז וּסְבִיבוֹתֵיהֶם, שֶׁפָּרְקוּ מֵעֲלֵיהֶם בְּאֵלּוּ הַדּוֹרוֹת עֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם לְגַמְרֵי וְהִשְׁלִיכוּ זְקָנָם וְרֹב הַפֵּאוֹת וּמְלֻבָּשִׁים בְּמַלְבּוּשֵׁיהֶם וְכַנַּ"ל".


שלום בית איז נישט טון אלעס וואס די ווייב וויל, שלום בית איז נישט דער וואס גייט נאך זיין ווייב; שלום בית איז רעדן שיין צו די ווייב, אויסהערן די ווייב, געבן גוטע ווערטער, זי זאלן שפירן ווי מען פארשטייט איר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#25 - די גרויסקייט פון א מענטש מעסט זיך איז זיין גוטן ווילן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, עבודת השם, שאלות, ספיקות, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס דארף אייך נישט שטערן אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, נישט דורך פרעגן שאלות ווערט מען א תלמידה. אז איר זעט אז איר האט נישט וואס צו פרעגן, מיינט נישט אז איר זענט ווייניגער תלמידה פון די וואס פרעגן.


ביי מוהרא"ש איז אויך אזוי געווען, עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן יעדן טאג געהאט צו פרעגן שאלות און ספיקות און עס זענען געווען אנשי שלומינו וואס האבן געהאט אפשר איינמאל א יאר א שאלה צו פרעגן; נישט דאס איז קובע אויב מען איז א תלמידה אדער נישט.


ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א תלמידה בית פיגא? ווי אזוי ווערט מען גערעכנט א ברסלב'ער חסיד? אז מען וויל זיין גוט, אז מען בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, איך וויל טון דיין ווילן"; אזוי מעסט מען דאס גרויסקייט פונעם מענטש, מען זעט זיין הארץ, זיין ווילן, זיין בענקשאפט.


איר זענט א חשוב'ע תלמידה, קלאפט זיך נישט אראפ, איר זענט זייער חשוב. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן שיין צו יעדעם, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט רעדן גוטע ווערטער צו יעדן איינעם.

#24 - נעם נישט קיין ארבעט וואס וועט דיר שטערן פון לערנען און דאווענען
קברי צדיקים, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


בנוגע צי דו זאלסט אננעמען די ארבעט וכו'; לדעתי זאלסטו דאס נישט אננעמען. דו ביסט א איד, דארפסט דאווענען און לערנען, דו ביסט נישט קיין עבד כנעני.


אז דו דארפסט שוין זיין אויפ'ן טראק זעקס אזייגער פארטאגס – ווען וועסטו גיין אין מקוה? ווען וועסטו דאווענען? ווען וועסטו קענען עפענען א ספר? נעם נישט אן אן ארבעט וואס דו דארפסט שוין ארבעטן זעקס אזייגער פארטאגס; ווארט, דער אייבערשטער וועט דיר געבן א פרנסה קלה ונקיה.


הייב אן דיין טאג ווי א איד, די ערשטע זאך גיי אין מקוה, נאכדעם זאלסטו אדער זיך קובע זיין לערנען דיינע שיעורים, אדער גיין דאווענען און נאכדעם אביסל לערנען. עס פת שחרית, פת שחרית איז מסוגל אויף יראת שמים און אויף הצלחה (בבא מציעא קז:), נאכדעם זאלסטו גיין ברענגען פרנסה.


יעצט איז די שענסטע יארן דיינע, די יונגע יארן, די ימי הבחרות נאך די חתונה - איז די שענסטע צייט פונעם לעבן.


זיי קלוג, גיי ארויף צום ציון פון הייליגן סאטמאר רבי זכר צדיק לברכה איינמאל א טאג, זיי זיך דארט מתבודד, זאג אפאר קאפיטלעך תהלים – וועסטו זען גרויסע ישועות.

#23 - דער סוד פון הצלחה פונעם נייעם בית המדרש
שטעטל, עבודת השם, בית המדרש, אחדות, הצלחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מתפללים אין בית המדרש עצתו אמונה, קרית ברסלב ליבערטי


איך פריי זיך זייער פאר'ן פתיחת בית המדרש, דער דריטער בית המדרש אין שטעטל; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין, עס זאל זיין א מקום פאר השראת השכינה, עס זאל ארויסגיין א ליכטיגקייט פון דארט פאר די גאנצע שטעטל און פאר די גאנצע וועלט.


די סוד פון ענקער הצלחה ליגט אין ענקערע הענט; אז איר וועט זיך ליב האבן - וועט איר מצליח זיין, אז איר וועט זוכן דאס גוטס איינער אויפן צווייטן - וועט דער אייבערשטער רוען צווישן אייך.


וויסן זאלט איר, יעדער מענטש האט א וועג ווי אזוי ער טראכט, נישטא קיין איין מענטש וואס זאל טראכטן אייניג מיט א צווייטן; אויב אזוי איז נישט מעגליך מען זאל קענען מאכן א שול פון אסאך מענטשן, ווייל יעדער טראכט דאך אנדערש, אבער אויב איז דא איין פלאץ וואו אלע טראכטן אייניג און דאס איז ביי אלעמען דער עיקר - דעמאלט קען מען זיך פאראייניגן און האבן הצלחה; אויב אלע ווילן טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אלע קומען אין שול מיט איין כונה, מען וויל דאנקען דעם אייברשטן און בעטן דעם אייבערשטן – דעמאלט איז יא שייך עס זאל זיין הצלחה, ווייל אין דעם פרט זענען אלע אייניג, אנדערש איז ווען מען פארגעסט פונעם עיקר, מען הייבט אן טראכטן פון כבוד און געלט, דעמאלט הייבט זיך אן מחלוקות.


בפרט אז מיר בויען א שטאט על שם רבינו, מיר ווילן א פלאץ וואו מיר וועלן מחנך זיין אונזערע קינדער אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, מיט די יסודות וואס מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט, דעמאלט וועט איר זייער שטארק מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - האסט געמאכט א גוטע טריט אין לעבן, גענומען גוטע חברים
חברים, תיקוני זוהר, עבודת השם, ארץ ישראל, לצנות, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דו האסט געמאכט א גוטע טריט אין לעבן, דו האסט זיך געטוישט מקצה אל הקצה, דו פירסט זיך מיט יראת שמים; דיין דאווענען איז שיין, דיין לערנען איז אויסנאם. בעיקר האסטו גענומען גוטע חברים, תמימות'דיגע; האסט זיך אפגעשאקלט פון ליצנות, אשריך ואשרי חלקיך.


איך בין יעצט אויפ'ן עראפלאן, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל; איך וועל זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין מירון ל"ג בעומר און שבת פרשת אמור. אז מען האט שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי א גאנץ יאר - איז ל"ג בעומר גאר אנדערש; ווי אזוי האט מען שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי? אז מען לערנט זוהר און תיקונים.


יעצט איז א גוטע צייט צו מאכן אן התחלה, אנהייבן לערנען דעם הייליגן ספר תקוני זוהר; דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע עבירות, עס רייניגט און הייליגט.

#21 - לאמיר אנהייבן מיט גוטע קליינע זאכן
עבודת השם, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון אזא רבי; דער רבי האט אזעלכע זיסע עצות אז אפילו מיר פראסטע מענטשן קענען אויך אנקומען צו שיינע זאכן.


די זיסע עצה פון טון קליינע גוטע זאכן, דאס קענען מיר דאך טון, קלייניקייטן קען מען אלץ טון, אפילו מען איז פארמאטערט - קען מען טון קלייניקייטן, איין פרק משניות קען יעדער זאגן, נאר מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט.


מוהרא"ש ברענגט, רבי לוי יצחק זכרונו לברכה פלעגט זאגן, דייקא די פון אנשי שלומינו וואס האבן געלעבט מיט דעם, זיי האבן געוויסט אז איין קליינע גוטע זאך איז חשוב - זיי האבן זייער מצליח געווען, ביז זיי האבן געטון אסאך.


ברודער טייערער, ליבער חבר; לאמיר אנהייבן מיט גוטע קליינע זאכן, וועלן מיר אנקומען צו גרויסע ליכטיגקייטן.


 

#20 - מ'קען כאטש האבן א ווילן צו זיין גוט
עבודת השם, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטש ליב האבן אן ערליכער איד; לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".


די פאר ווערטער זענען זייער טיפע ווערטער, זייער שטארקע ווערטער; דאס קענען מיר יא טון, מיר קענען האבן א ווילן צו זיין גוט.


איך האף אז דו האסט נאך דעם ווילן אזוי ווי אין די צייט ווען דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן.


 

#19 - איין טאג אין די יונגע יארן איז מער ווי אסאך יארן אויף דער עלטער
שלאפן, עבודת השם, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט קענסטו זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן אזוי ווי עס דארף צו זיין; האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל, אן איידעלע ערליכע פרוי, זי וועט דיר זיין פאר אן עזר דו זאלסט קענען לערנען און דאווענען.


זע צו האבן א סדר היום, גיי שלאפן צייטליך; בעסער אז דו גייסט שלאפן פרי און שטייסט אויף פארטאגס לערנען און דאווענען. געדענק די ווערטער פון הייליגן זיידן דער ישמח משה זכותו יגן עלינו וואס ער שרייבט פאר זיין זון, אונזער זיידע רבי אלעזר ניסן זכותו יגן עלינו: "שָׁעָה אַחַת בִּימֵי הַבַּחֲרוּת - כְּשָׁנָה שְׁלֵמָה בִּימֵי הָעֲמִידָה חָשׁוּב", איין טאג אין די יונגע יארן איז מער ווי אסאך יארן אויף דער עלטער.


דיין טאטע, דיין ראש ישיבה

#18 - ווי מער מען רעדט פון רבי'ן, אלץ מער הרהורי תשובה האט מען
חברים, חסידות ברסלב, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


ברענג אריין צווישן די בחורים מען זאל רעדן פון רבי'ן; זוך אויף גוטע חברים וואס האבן א געפיל אין רבי'ן.


מוהרא"ש זאגט, דעם רבינ'ס ווערטער איז אזוי ווי שמעקעדיגע בשמים; ווי מער מען באטאפט עס - אלץ א בעסערע און שטערקערע גערוך קומט ארויס, אזוי אויך - זאגט מוהרא"ש - ווי מער מען רעדט פון רבי'ן, אלץ מער הרהורי תשובה האט מען.


דריי זיך מיט בחורים תמימים, בחורים וואס טרינקען דעם רבינ'ס ווערטער; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס תמימות קען צוברענגען, צו וואס פאר א גרויסע מדריגות.

#17 - אויסשווענקען דאס מויל יעדן אינדערפרי
ריינקייט, עבודת השם, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף נקיות; מען מוז יעדן טאג אינדערפרי אויסשווענקען דאס מויל.


עס ווערט געברענגט אין הלכה (אורח חיים סימן ד, סעיף יז) מען זאל אויסשווענקען די מויל יעדן אינדערפרי - "מפני הרירים שבתוך הפה"; בפרט אז מען גייט מיט ברעיסע"ס מוז מען האבן מיט זיך א בערשטל, יעדעס מאל מען עסט עפעס דארף מען אויספיצן די ציין, אז נישט איז מען עובר אויף דעם לאו פון (ויקרא יא, מג): "אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשֹׁתֵיכֶם"; אז מען רעדט מיט אנדערע און מען האט עסן ביי די ציינער איז דאס זייער שלעכט, עס פארעקלט.


מען ווערט נישט מער עובד ה' אז מען איז נאכגעלאזט און מען ווערט נישט ווייניגער עובד ה' אז מען גייט אנגעטון ריין און מען געבט אכטונג אויף זיך.


דו גייסט חתונה האבן, זאלסטו מער אכטונג געבן די מויל זאל זיין ריין און די קליידער זאלן זיין ריין.


איך זע איך דארף דאס אויך זאגן; אזעלכע פשוט'ע זאכן ווייסט מען אויך נישט.


 

#16 - פון וואו נעמסטו די שטארקייט ווען דיין משפחה מאכט חוזק פון דיר
שידוכים, התחזקות, עבודת השם, משפחה, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך שטיי און איך שטוין פון וואו דו נעמסט די שטארקייט צו בלייבן אן ערליכער איד בשעת דיין משפחה מאכט חוזק פון דיר, אלע אינאיינעם לאכן און שפעטן; דאס אלעס ווארפט דיר נישט אראפ, דו האלסט זיך שטארק מיט אמונה.


טייערער ליבער ..., האלט זיך ווייטער שטארק, די שוועריקייטן וועלן אריבערגיין, באלד וועסטו חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן אידישע דורות און פון די וואס שפעטן וועט גארנישט בלייבן.


שרייב מיר יעדע מאל דו ענדיגסט א מסכתא און ווען דו ענדיגסט משניות.


איך האב דיר זייער ליב, איך בעט פאר דיר; איך האף צו זיין דיין שדכן.

#15 - דער וועג צו ווערן אן ערליכער איד
תפילה והתבודדות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, וויליאמסבורג.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דיין בריוו; דו פרעגסט ווי אזוי מען איז זוכה צו ווערן אן ערליכער איד. דאס איז א סימן אז דו וועסט ווערן אן ערליכער איד, ווייל דער עיקר איז דער ווילן, אז מען וויל זיין אן ערליכער איד; דאס וועט דיר ברענגען צו ווערן אן ערליכער איד.


נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ, אין א ליידיגע שטוב און רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן י): "גַם הָיָה מַטְמִין עַצְמוֹ עַל גַּבֵּי בֵּית אָבִיו תַּחַת הַגָּג", ער האט זיך באהאלטן אין בוידעם ביי זיין טאט'ן אין שטוב, "שֶׁהָיָה שָׁם כְּמוֹ חֶדֶר בִּמְחִיצָה שֶׁל קָנִים שֶּׁמַּחֲזִיקִין שָׁם תֶּבֶן וּמִסְפּוֹא" דארט איז געווען א באזונדערע שטוב וואו מען האט געהאלטן שטרוי פאר די בהמות, "וְשָׁם הָיָה מַטְמִין עַצְמוֹ", דארט פלעגט זיך דער רבי באהאלטן, "וְהָיָה אוֹמֵר תְּהִלִּים", ער פלעגט דארט זאגן תהלים, "וְהָיָה צוֹעֵק בְּלַחַשׁ לְהַשֵׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיְזַכֵּהוּ לְקָרְבוֹ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", און שרייען צום אייבערשטן אז דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אים, ער זאל ווערן אן ערליכער איד.


אזוי זאלסטו טון; זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און רעד צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, אויך זאלסטו זאגן תפילות און בקשות. דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, שם) ווען ער איז געווען א קינד האט ער אסאך גערעדט צום אייבערשטן, ער האט געזוכט אין אלע ספרים וואו עס איז דא תפילות, בקשות און תחינות. דער רבי האט געזאגט: "שֶׁכָּל הַמִּינֵי בַּקָּשׁוֹת שֶׁבָּעוֹלָם שֶׁנִּמְצָאִים בְּאֵיזֶה סֵפֶר שֶׁיִּהְיֶה הַמָּצוּי בֵּינֵינוּ, הַכֹּל כַּאֲשֶׁר לַכֹּל, לֹא הִנִּיחַ שׁוּם תְּחִנָּה וּבַקָּשָׁה שֶׁלּא אֲמָרָהּ כַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים", יעדע תפילה און בקשה וואס איז דא אין ספרים האט ער געזאגט זייער אסאך מאל, "הֵן תְּהִלִּים, וְסֵפֶר שַׁעֲרֵי צִיּוֹן, וְהַבַּקָּשׁוֹת הַנִּדְפָּסִים בְּהַסִּדּוּרִים הַגְּדוֹלִים וּשְׁאָר מִינֵי בַּקָּשׁוֹת וּתְחִנּוֹת", סיי תהילים, סיי די תפילות פון ספר שערי ציון און אלע תפילות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, "וַאֲפִילּוּ הַתְּחִנּוֹת הַנִּדְפָּסִים בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז", אויך די אידישע תחינות, "כֻּלָּם לֹא הִנִּיחַ מִלְּאָמְרָם", קיין שום תפילה האט ער נישט אויסגעלאזט, אדרבה, ער האט געזוכט ווי מער צו זאגן און בעטן דעם אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, צו לערנען וכו'. און רבי נתן פירט אויס די שיחה: "וְזֶהוּ הָעִקָּר, מַה שֶּׁהוֹעִיל לוֹ לִזְכּוֹת לְמַה שֶּׁזָּכָה", דורך דעם האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - זיך שטארקן אפילו ווען מ'שפירט נישט קיין טעם און חשק
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האף אז דו שטארקסט זיך בעבודת ה' מיט לערנען און דאווענען; קוק נישט אויף דעם צי דו האסט א טעם און א חשק, דו לערן און דאווען אפילו אן א טעם.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד וואס מען קען ארויסנעמען פון די אנגייענדיגע קאראנע וויירוס, זייער אסאך מענטשן האבן פארלוירן די טעם און ריח, זיי שפירן נישט קיין טעם און שמעקן נישט קיין שום שמעק, דאך האט זיך קיינער נישט אפגעהאלטן פון עסן, יעדער ווייסט אז מען דארף עסן, מען קען נישט אנגיין אין לעבן אן עסן, אוודאי וויל מען שפירן א טעם אין די עסן, אבער דאס נישט שפירן א טעם האלט נישט אפ וכו'.


אזוי איז מיט לערנען און דאווענען, מען דארף וויסן אז מען דארף לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, מען דארף דאווענען דריי מאל א טאג; אוודאי וויל יעדער שפירן א טעם אין לערנען, א טעם אין דאווענען, אבער מען קען נישט ווארטן אויף א טעם, מען דארף דינען דעם אייבערשטן אין יעדן פאל.


שטארק זיך; געדענק וואס די בת מלך האט געזאגט פאר'ן שני למלכות (סיפורי מעשיות, מעשה א): "דו קענסט מיר נישט ארויסנעמען פון די נישט גוטע, נאר אז דו וועסט א גאנץ יאר, ווען דו האסט נאר צייט, זאלסטו בענקען און וועלן און האפן מיר ארויס צו נעמען פון די נישט גוטע, אזוי וועסטו מיר ארויסנעמען".


זאג פאר'ן אייבערשטן דיינע רצונות, דיין ווילן, דיין בענקשאפט, ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט.

#13 - צוריק אין ישיבה מיט א חיות
שידוכים, עבודת השם, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך אז דו ביסט צוריק אין ישיבה מיט א חיות און א ברען; דו לערנסט בהתמדה רבה, דו דאווענסט מיט חיות און דו פירסט זיך מיט גוטע מדות.


איך בין זיכער אז דו וועסט שנעל טרעפן א גוטע, ערליכע, געזונטע, קלוגע מיידל און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


איך האב דיר זייער ליב, איך האלט זייער פון דיר.

#12 - ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט אז דו קומסט נישט אן אין ערגעץ
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ב תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ברודער ... נרו יאיר, ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט פארלוירן אז דו שפירסט ווי דו קריכסט אויף די גראדע ווענט, אזוי ווי דו שרייבסט "איך פיל זיך עפעס אויסגעטרוקנט און דערווייטערט".


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט לאזן דערווייטערן; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך די ערליכע אידן טועה, ווען זיי זעען ווי זיי פרובירן צו זיין גוט און ערליך און פלוצלינג פאלט מען אראפ אין א ירידה, עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, זאגט דער רבי - "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אז באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו', אבער מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


ליבער ... נרו יאיר, איך בעט דיר זייער ווער נישט צעבראכן פון דעם וואס דו זעסט אז עס גייט אריבער אסאך צייט און דו מוטשעסט זיך און דו קומסט נישט אן, דו שפירסט ווי דו טאפסט א וואנט וכו' וכו', ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען מען וויל ווערן אן ערליכער איד, דער מענטש שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, ער האט שטארקע ראיות אז מען דערווייטערט אים; אבער - פירט דער רבי אויס: "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דאן וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס איז נאר פארהאן.


טראכט נישט אז דאס אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נישט אריבער געגאנגען אויף אלע צדיקים; יעדער איינער דארף אריבער גיין דעם נסיון פאר מען עפנט אים אויף די טיר. דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט אים נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט, און אז קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּא, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען פארביי אסאך יארן און ער האט נאך אלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך. "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלֹא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודת השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


איך בין זייער פארנומען אין די יעצטיגע טעג, דאך האב איך דיר געשריבן ווייל איך האב דיר ליב; מיין הארץ איז געקניפט מיט דיין הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.