בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#91 - לאז זיך נישט נאך, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך
תפילה והתבודדות, שמחה, שידוכים, הפצה, עבודת השם, לימוד התורה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שרייב דיר דעם בריוו אין מירון, ביים הייליגן רבי שמעון בר יוחאי.


שטארק זיך ברודער, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך, לאז זיך נישט נאך, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך. א שידוך האט נישט מיט קיינעם, נאר מיטן אייבערשטן.


גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין און לערן דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, על פי סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), "שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדרן וממילא יבין".


זארג נישט, האב נישט מורא, זיי פרייליך; גיי ארום מיט א שמייכל, אויך זאלסטו עוסק זיין בהפצה.


נאכאמאל, זארג נישט וועגן א שידוך, בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד. זאג אים ווי שווער עס איז דיר, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, און ווי דער יצר הרע ברענט אין דיר וכו' וכו' - וועסטו ברענגען דעם אייבערשטנ'ס רחמנות צו דיר, און דו וועסט האבן דיין שידוך.


 

#90 - דיין שידוך איז אנגעשריבן אין הימל, א שאד צו זארגן
שידוכים, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען די הייליגע תורה און פיר זיך מיט יראת שמים. זארג נישט פאר דיין שידוך, דיין שידוך איז אנגעשריבן אין הימל; א שאד צו זארגן.


דו טו דיינס, דו לערן, דאווען און טו חסד מיט יעדן איינעם.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך זייער.


 

#89 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#88 - נישט אלעס איז געלט; האסט א משפחה, ווען וועסטו קוקן אויף זיי?
חינוך הילדים, עבודת השם, משפחה, פרנסה, געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער הייליגער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יא), דער מענטש פון וואלד (דאס איז דער צדיק) - האט געזאגט פארן אמת'ן בן מלך (דאס איז דער איד וואס ווייסט נישט זיינע כוחות און פון וואו ער שטאמט): "הער אויף נאכלויפן דיינע עבירות, האסט שוין גענוג געארבעט", עיין שם.


ביי דיר איז אויך אזוי, האסט שוין גענוג געארבעט ביטער שווער, וואס דארפסטו צוריק גיין ארבעטן ביטער שווער? נישט אלעס איז געלט; האסט א משפחה, ווען וועסטו קוקן אויף זיי? ענדערש ארבעט פאר דיר און אין די איבריגע צייט זאלסטו לערנען און דאווענען, און מחנך זיין דיינע קינדער.


נאך אביסל גייען מיר אלע אוועק פון די וועלט, און וואס וועט בלייבן פון אונז? נאר חינוך הילדים און תורה ותפילה.


 

#87 - ווען מ'גרייט זיך אויף פסח, דארף מען בעטן דעם אייבערשטן צו זיין פרייליך
שמחה, עבודת השם, פסח, חומרות, סיפורי מעשיות, מדריגות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


יעצט ווען מען גרייט זיך אויף דעם הייליגן יום טוב פסח - דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין זיך צו פרייען מיט די מצוות, זיך פרייען מיט דעם וואס מען איז באשאפן א איד, זיך פרייען מיט די אמונה און נישט מאכן פון טפל עיקר, מאכן חומרות און פארגעסן פון די מצוה אליינס.


דער רבי האט נישט געהאלטן פון חומרות. דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "ווען איך בין געווען יונג און איך האב דעמאלט נישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' - בין איך אויך אריינגעפאלן אין דעם טעות, ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח בין איך געווארן פארלוירן, איך האב נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז מיר בייגעפאלן נאך חומרות, ביז איין מאל האב איך געטראכט 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח? ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?'" דעמאלט איז געווען דער סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט קיין עצה, ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער דורכאויס גאנץ יום טוב עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, "האב איך געטראכט 'די בעסטע וואסער וואלט ווען געווען קוואל וואסער', ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ", אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


איך בעט דיר זייער, זיי פרייליך און מאך פרייליך אין שטוב. ווייל ווען א מענטש איז פרייליך - פארברענט ער אלע קליפות און זיי קענען נישט האבן קיין שליטה אויף אים; ווייל די גאנצע זאך פונעם סמ"ך מ"ם איז עצבות און מרה שחורה, וויינען און קלאגן, זיי קענען נישט דערליידן פרייליכקייט, און ביים אייבערשטן שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", עס הערשט א שמחה; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוט נישט ביי איינעם וואס איז טרויעריג, נאר ביי א מענטש וואס איז פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך - איז ער ביי די קדושה, און אזוי אויך פארקערט; ווען א מענטש איז בעצבות איז ער ביי די טומאה.


בעט דעם אייבערשטן די איין תפילה: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין פרייליך, מאך מיך פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה, איך וויל זוכה זיין צו האבן א שטארקע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל דיך שפירן, אזוי וועל איך זיין פרייליך"; בעט נאר אויף שמחה, דאס וועט דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות.


דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט (עיין הקדמת ספר חרדים) אז ער איז צוגעקומען צו אלע זיינע מדריגות נאר צוליב דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט די מצוות פונעם אייבערשטן, אפילו מען זאל אים געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וואלט ער נישט אוועק געגעבן קיין שום מצוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.


 

#86 - דער אייבערשטער האט א תענוג פון יעדע מצוה וואס דו טוסט
התחזקות, חסידות ברסלב, עבודת השם, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר און איך טראכט אסאך פון דיר, איך ווארט צו הערן ווי דו שטארקסט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות און וואו דו האלסט מיט דיינע שיעורים כסדרן.


טייערער ברודער, דער אייבערשטער האט דיך ליב און ער האט א תענוג פון יעדע מצוה וואס דו טוסט, זאלסטו זיך פרייען מיט דיינע גוטע מעשים. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלט): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִשְׁתַּעֲשֵׁעַ בָּהּ", דער אייבערשטער האט א פארגעניגן, "אַף אִם נַעֲשֵׂית עַל יְדֵי קָטָן שֶׁבִּקְטַנִּים", אפילו פון וואס גאר קליינע מענטשן ווי אונז טוען, "וּבְלִי כַּוָּנָה וּשְׁלֵמוּת הָרָאוּי לְהַמִּצְוָה", אפילו מיר טוען דאס אן כוונה און נישט ווי עס דארף צו זיין, "עִם כָּל זֶה יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מֵהַמִּצְוָה", מיט דעם אלעם האט דער אייבערשטער א גרויסע פארגעניגן פון די מצוה.


טייערער ברודער, בינד זיך צו צום רבי'ן. מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועט דיר דאס מאכן פאר א גרויסער צדיק.


איך בענק נאך דיר.


 

#85 - אפילו ביסט נישט מצליח צו טון אסאך, זאלסטו בענקען, וועלן און האפן
התחזקות, עבודת השם, רצונות, סיפורי צדיקים, חומש רש"י, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בענק צום אייבערשטן, דאס וועט דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות. אפילו דו זעסט ווי עס גייט דיר נישט, דו ביסט נישט מצליח צו טון אסאך - דאך זאלסטו בענקען, וועלן און האפן, אזוי וועסטו זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות.


עס איז באוויסט ביי אנשי שלומינו, אז ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן, ער איז געקומען צום רבי'ן און געזען דעם ספר שבחי האריז"ל - האט ער געבעטן דעם רבי'ן אויב ער קען דאס בארגן, האט דער רבי געזאגט: "יא", און דער רבי האט געשמייכלט און געזאגט: "אבער זאלסט נישט זיין ווי די חסידים וואס בארגן א ספר און פארגעסן עס צוריק צו געבן".


רבי נתן איז אריבער דעם ספר אפאר מאל און צו מארגנס האט ער דאס צוריק געברענגט. דער רבי פרעגט אים: "וואס האסטו געזען אינעם ספר?" זאגט רבי נתן: "צוויי זאכן. איינס, דער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי חיים וויטאל אז אינעם היינטיגן דור קען א מענטש צוקומען צו די מדריגה פון רבי עקיבא מיט מיעוט פעולות, מיט ווייניג טון", האט זיך דער רבי אנגערופן: "יא יא, מיט ווייניג טון אבער מיט אסאך בענקען", און דער רבי פרעגט אים: "וואס איז די צווייטע זאך?" זאגט רבי נתן: "עס שטייט אינעם ספר, ווי מער דער אריז"ל האט אויסגעלויבט זיין תלמיד רבי חיים וויטאל - אלץ מער איז ער געווארן ביי זיך כלא כלום, ווי גארנישט, און עס איז אים געווען א וואונדער פארוואס זיין רבי רעדט פון אים", דער רבי האט דאס געהערט, ער האט געקוקט אויף רבי נתן און אים גארנישט געזאגט.


עס איז דא אסאך צו רעדן פון דעם, איך יאג זיך, איך דארף לויפן צו די בחורים. דער עיקר וויל איך זאלסט ארויסנעמען פון דעם סיפור דאס וואס דער רבי האט געזאגט: "מען קען זוכה זיין צו קומען צו גרויסע מדריגות דורך ווייניג טון אבער דורך אסאך בענקען".


די וואך גייען מיר ענדיגן ספר שמות. די וואך גייט צוויי פרשיות, ויקהל און פקודי, איז גוט שוין היינט זונטאג אנצוהייבן מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל, איינגעטיילט לויט די וואך. אז מען לערנט יעדן טאג חומש, תרגום מיט רש"י - איז מען זוכה צו רוח הקודש, מען ווערט געראטעוועט פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#84 - קער נעמען פון פראבלעמען איז נישט קיין חסרון אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, רפואה, עבודת השם, אומאן, סיפורי צדיקים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט קומט הייליגע טעג, מען קען פועל'ן ישועות שלא כדרך הטבע. פורים איז א צייט וואס (ירושלמי מגילה פרק א', הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט צום אייבערשטן מיט א געבעט - געבט מען אים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש דערציילט, אין אומאן זענען געווען צוויי צדיקים פון אנשי שלומינו, ביידע האבן געהאט שטארקע ציין ווייטאג, איינער פלעגט גיין יעדן טאג צום רבינ'ס ציון וויינען אז זיין ציין טוט אים וויי און דער אנדערער איז געגאנגען צום ציין דאקטער און די ווייטאג איז אים אוועקגעגאנגען, ער האט געזאגט: "אין די צייט וואס איך בעט מיין ציין זאל מיך נישט וויי טון - קען איך בעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין נאנט צו אים און אים דינען".


דערפאר זאלט איר נישט טראכטן אז איר האט נישט קיין אמונה, איר קענט נעמען ווייטאמינען און איר זאלט גיין צו וכו', עס איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#83 - פרוביר אויס א וואך צייט אן דעם טעלעפאן אין שטוב, און זע דער חילוק
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שלום בית, עבודת השם, קאמפיוטער, טעלעפאן, לימוד התורה, יראת שמים, פורים, שושן פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרוביר דו אליינס אויס א וואך צייט נישט אריין צו ברענגען דיין טעלעפאן אין שטוב און זאג מיר ווי אזוי דיין שלום בית וועט זיין? זאג מיר דו נאך א וואך צייט נישט האבן אין שטוב דעם סמארטפאון, טעבלעט וכדומה - ווי אזוי דיין קשר מיט די קינדער וועט ווערן? דיין יראת שמים?


איך בין שוין הייזעריג פון דיר זאגן נאכאמאל און נאכאמאל; איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, אויף דיין ווייב און קינדער. זיי ווארטן אויף דיר, זיי ווילן הערן עפעס פון דיר, דו ביסט אבער נישט ביי זיך, דו ביסט איינגעטינקען אינעם טעלעפאן, מיט סטעטוס, מיט געימס וכו'.


מיין ליבער ברודער, שוין צייט זיך אויפצואוועקן, הויב אן לעבן, הויב אן לעבן עכט. מאך זיך שיעורים אין חומש, משניות, גמרא ועוד און גיי דאווענען אלע דריי תפילות מיט מנין, ובעיקר זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


רעד צום אייבערשטן אין אידיש, בעט אים: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין אנהויבן לערנען און דאווענען? ווען וועל איך שוין זיין צוגעקלעבט צו דיר און נישט צום טעלעפאן? רבונו של עולם, עס קומען יעצט אזעלכע שיינע הייליגע טעג און איך ליג אין אזעלכע נארישקייטן, איך ליג אין דמיון, איך היט נישט מיינע אויגן, איך היט נישט מיין מח, העלף מיר שוין".


פורים נאכמיטאג זעקס אזייגער וועט זיין א סעודה אין ישיבה. מען וועט טאנצן, דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס לערנט אונז א גאנץ יאר די הייליגע אמונה, מיר זאלן נאר גיין צום אייבערשטן און נאר צו אים זיך צו ווענדן.


אויך שושן פורים וועט זיין א סעודה אין ישיבה אום זעקס אזייגער נאכמיטאג. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "שושן פורים איז אויך פורים".


הלואי זאלסטו ליינען דעם בריוו, דאס ארייננעמען אין דיר און מקיים זיין וואס דא שטייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - נעגל וואסער וועט דיך אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס
עבודת השם, נעגל וואסער, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך צו דיר, איך ווארט אזוי שטארק צו הערן פון דיר, איך פלעג זיך זייער פרייען צו הערן פון דיר; פון דיין לערנען און פון דיין דאווענען.


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג אביסל חומש מיט'ן תרגום - איינגעטיילט לויט די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער - וועסטו זייער מצליח זיין.


אויך זיי שטארק מיט זיך אפגיסן נעגל וואסער אינדערפרי ביים בעט, אויך דיינע קינדער זאלסטו אפגיסן אינדערפרי; וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.

#81 - מען דארף טון, און וויפיל מען קומט אן איז גוט
לערערין, חינוך הילדים, עבודת השם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, טז): "לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, וְלֹא אַתָּה בֶּן חוֹרִין לְהִבָּטֵל מִמֶּנָּה", עס איז זייער וויכטיג צו וויסן די ביידע זאכן, פון איין זייט 'די ארבעט ליגט נישט אויף דיר צו ענדיגן', און פון די אנדערע זייט 'ביסטו נישט פריי פון נישט טון'; מען דארף טון, און וויפיל מען קומט אן - איז גוט.


לערנט מיט די קינדער הלכות וויפיל איר קענט אנקומען, און אז איר ענדיגט נישט - איז גארנישט, זיי וועלן שוין לערנען ווייטער די קומענדיגע יארן.


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון לערנען מיט אידישע טעכטער הלכות שבת, בזכות לערנען מיט אידישע קינדער זאלט איר האבן נחת ביי אייערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - א מלמד דארף האבן א געפיל צו מלמדות
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל נישט זיין ברוגז אז דו לאזט אפ די מלמדות, איך וועל נישט האבן קיין שום שווערע הארץ; אויב איז דיר די מלמדות אן אפקומעניש - איז ענדערש אפלאזן. ווייל א מלמד וואס האט נישט די געפיל צו מלמדות - איז א שאד זיין צייט און א שאד די צייט פון די קינדער; נאר מיט א געפיל איז דא הצלחה, אן געפיל קען מען קאליע מאכן, שרייען און געבן שארפע בייסיגע מוסר וכו' וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז האסט דאס דורכגעשמועסט מיט ...; וואס ווייסט ער פון מלמדות צו זאגן? שמועס עס דורך מיטן מנהל ר' יצחק.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות; זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, זיי ממשיך מיט התבודדות און בעיקר מיט שמחה. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך - האט הצלחה; דורך שמחה קען מען אנקומען צו די העכסטע דרגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#79 - דער אייבערשטער וויל אונזער האלבע ארבעט
עבודת השם, תשובה, בלבולים, מדריגות, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


די וואך איז שבת שקלים, מען ליינט די פרשה וואס דער אייבערשטער זאגט פאר משה רבינו ער זאל זאגן פאר אלע אידן יעדער זאל געבן א מחצית השקל, לכפר על בני ישראל.


מיר קענען האבן שטארקע חיזוק פון די מצוה פון מחצית השקל. דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן נישט ברענגען א גאנצע שקל נאר א האלבע, ווייל געווענליך וויל מען זיין גוט - נאר אז מען קען זיין אינגאנצן גוט, אויב וועט מען נאר קענען זיין אביסל גוט - וויל מען בכלל נישט אנהויבן, עס איז נישט אינטערעסאנט. אבער דער אייבערשטער וויל יא מען זאל טון וואס מען קען, דער אייבערשטער וויל אונזער האלבע ארבעט. מיר זענען נישט קיין מלאכים, מיר זענען מענטשן מיט שווערע ביטערע נסיונות; דער אייבערשטער ווארט צו זען ווי מיר פרובירן עפעס צו טון גוטס, ווי מיר טוען עבודת השם האלבוועגס; דאס איז דער מחצית השקל.


קוקט אריין אין די ווערטער פון דער הייליגער רבי נתן, פייערדיגע ווערטער, וויכטיגע ווערטער. ער זאגט (לקוטי הלכות תרומות ומעשרות הלכה ג, אות ג): "כִּי בְּוַדַּאי אִם נִתְפֹּס אֵיזֶה אָדָם שֶׁהוּא בִּכְלַל יִשְׂרָאֵל שֶׁלֹּא נִזְרְקָה בּוֹ אֶפִּיקוֹרְסוּת וּמִינוּת, אִם נִשְׁאַל אוֹתוֹ אִם הוּא חָפֵץ בִּתְשׁוּבָה, לַחֲזֹר לַה' יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל יָשִׁיבוּ פֶּה אֶחָד שֶׁרוֹצִים מְאֹד מְאֹד לָשׁוּב לַה' יִתְבָּרַךְ, וּמִתְגַּעְגְּעִים לָזֶה מְאֹד מְאֹד יָמִים וְשָׁנִים", אז מען וועט פרעגן א מענטש, נישט קיין חילוק ווער זאל נאר זיין, איינער וואס איז נישט קיין מין, קיין אפיקורס, אויב וועט מען אים פרעגן: זאג מיר ר' איד, דו ווילסט תשובה טון? דו ווילסט זיין ערליך? וועלן אלע דיר ענטפערן: יא, זיכער! מען וועט ענטפערן: וואס איז די פראגע? ווער וויל דען נישט זיין גוט?! "וְגַם אִם נִשְׁאַל אוֹתוֹ אִם רוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֵיזֶה דָּבָר בִּשְׁבִיל ה' יִתְבָּרַךְ כְּדֵי לָשׁוּב אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, כְּגוֹן לִלְמֹד דַּף גְּמָרָא אוֹ לִתֵּן פְּרוּטָה לִצְדָקָה אוֹ לֵילֵךְ לִטְבֹּל בְּמִקְוֶה וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה, מִדְּבָרִים הַמְקַדְּשִׁין אֶת הָאָדָם, בְּוַדַּאי יָשִׁיב בְּפֶה מָלֵא הֵן, כִּי בְּוַדַּאי אֲנִי מְרֻצֶּה לַעֲשׂוֹת בְּכִפְלַיִם", און אז מען וועט אים פרעגן: ווילסט עפעס טון צו זיין גוט? ווילסט לערנען א בלאט גמרא, אדער געבן א פרוטה פאר צדקה? ווילסט גיין אין מקוה, אדער אנדערע גוטע זאכן וואס מאכט הייליג און ברענגט נאנט צום אייבערשטן? וועט יעדער זאגן בפה מלא: יא, אודאי איך בין גרייט צו טון טאפלט אפילו, "וּבִלְבַד שֶׁיּוֹעִיל לִי", נאר מיט איין תנאי, אז עס וועט מיר העלפן. "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ שֶׁכָּל זֶה אֵינוֹ מוֹעִיל לִי", ווייל איך ווייס אז די זאכן וועט מיר נישט העלפן, "לְפִי עֹצֶם רִבּוּי הַפְּגָמִים וְהַחֲטָאִים שֶׁפָּגַמְתִּי נֶגְדּוֹ יִתְבָּרַךְ", איך האב דאך אזויפיל געזינדיגט פארן אייבערשטן, וועט מיר דאס אלעס נישט העלפן, "וּמֵחֲמַת זֶה שֶׁנִּדְמֶה לוֹ שֶׁכָּל זֶה לֹא יוֹעִיל לוֹ", און דערפאר וואס עס דאכט זיך אים אז עס וועט אים נישט העלפן, "עַל כֵּן אֵינוֹ עוֹשֶׂה כְּלָל", טוט ער גארנישט. "וְיֵשׁ שֶׁנָּפְלוּ כָּל כָּךְ בְּדַעְתָּם עַד שֶׁאֵינָם יְכוֹלִים אֲפִלּוּ לִלְמֹד דַּף גְּמָרָא אוֹ פֶּרֶק מִשְׁנָיוֹת, מֵחֲמַת שֶׁיּוֹדְעִים שֶׁצְּרִיכִים לַעֲשׂוֹת הַרְבֵּה מְאֹד, וּמֵחֲמַת זֶה אֵינָם עוֹשִׂים כְּלָל", עס זענען דא וואס זענען נעבעך אזוי געפאלן אז זיי עפענען נישט קיין גמרא און משניות, ווייל זיי ווילן טון אסאך - דעריבער טוען זיי גארנישט.


"וְעַל זֶה כְּבָר הִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, אַל תִּצְדַּק הַרְבֵּה וְאַל תִּרְשַׁע הַרְבֵּה. כִּי מֵחֲמַת שֶׁרוֹצֶה לִהְיוֹת צַדִּיק הַרְבֵּה כַּנַּ"ל. עַל כֵּן הוּא רָשָׁע הַרְבֵּה חַס וְשָׁלוֹם כַּנַּ"ל", אויף דעם שרייט שלמה המלך, זוך נישט צו זיין אסאך צדיק, און טו נישט קיין סאך שלעכטס; ווייל איינס איז תלוי אין די אנדערע, וויבאלד מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט. "כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הָיָה רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה כָּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹעֵר בְּלִבּוֹ כַּנַּ"ל. וּלְקַדֵּשׁ עַצְמוֹ בְּכָל הַקְּדֻשּׁוֹת וְלַהֲפֹךְ פָּנָיו מֵהָעוֹלָם הַזֶּה לְגַמְרֵי וְכוּ' וְכוּ' וְיוֹתֵר וְיוֹתֵר", אודאי און אודאי דארף א מענטש ברענען צום אייבערשטן און וועלן זיין דער גרעסטער צדיק וואס איז שייך, זיך אינגאנצן אויסדרייען דעם פנים פון די נארישע וועלט, "אֲבָל אַף עַל פִּי כֵן וְכִי מָאן דְּלָא יָכוֹל לְמֶעֱבָד כֹּלָּא מִצְוָה פַּלְגָּא מִצְוָה נָמֵי לָא לֶעֱבָד", אבער אז עס גייט נישט אינגאנצן - זאל מען שוין גארנישט טון? "וְכִי מִפְּנֵי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַרְוִיחַ כָּל מַה שֶּׁיְּכוֹלִין לְהַרְוִיחַ בְּזֶה הָעוֹלָם אִם כֵּן לֹא יַרְוִיחַ כְּלָל וְגַם יַפְסִיד חַס וְשָׁלוֹם מַה שֶּׁיַּפְסִיד רַחֲמָנָא לִצְלָן רַחֲמָנָא לִצְלָן", און אז מען קען נישט פארדינען אלעס - זאל מען פארלירן אלעס?! דאס איז די זאך פון מחצית השקל; קענסט נישט טון אסאך - טו האלב.


רבי נתן שרייבט פייער: "כִּי עִקַּר הַתְּשׁוּבָה הוּא לֵב נִשְׁבָּר, וּמֵאַחַר שֶׁאָדָם יוֹדֵעַ שֶׁפָּגַם כָּל כָּךְ הוּא מְחֻיָּב לִהְיוֹת מְרֻצֶּה שֶׁיַּעֲשֶׂה מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה בִּשְׁבִיל ה' יִתְבָּרַךְ, וְאַף עַל פִּי כֵן לֹא יִזְכֶּה כִּי אִם לְמַדְרֵגָה הַפְּחוּתָה מְאֹד", א מענטש דארף זיין גרייט תשובה צו טון און דינען דעם אייבערשטן אפילו ער וועט נישט קענען אנקומען צו שלימות, "וְאִם לֹא יִזְכֶּה עַל יְדֵי כָּל עֲבוֹדָתוֹ כִּי אִם לְמַעֵט עָנְשׁוֹ בַּגֵּיהִנֹּם קְצָת, גַּם כֵּן כְּדַאי לְבַלּוֹת כָּל יָמָיו בַּעֲבוֹדַת ה' בִּשְׁבִיל זֶה לְבַד", און אפילו ער וועט נאר קענען אראפנעמען פון זיך איין קליינע ברי פון גיהנום - איז נאכאלץ כדאי צו דינען דעם אייבערשטן זיין גאנץ לעבן, "כִּי צַעַר אֶחָד בַּגֵּיהִנֹּם רֶגַע אַחַת עוֹלֶה יוֹתֵר מִכָּל הָעוֹלָם הַזֶּה כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל איין ברי אין גיהנום איז מער ווייטאגליך פון אלע ווייטאג פון די וועלט.


דאס איז געווען די סיבה פארוואס ירבעם בן נבט איז אוועקגעפאלן. ווען דער אייבערשטער האט אים געזאגט: "חֲזֹר בְּךָ וַאֲנִי וְאַתָּה וּבֶן יִשַׁי נְטַיֵּל בְּגַן עֵדֶן", טו תשובה און איך, דו און דוד המלך וועלן מיר צוזאמען שפאצירן אין גן עדן, האט ער געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי בָּרֹאשׁ", ווער וועט זיין דער ערשטער - איך צי דוד המלך? האט אים דער אייבערשטער געענטפערט: "בֶּן יִשַׁי בָּרֹאשׁ", דוד המלך וועט זיין בראש, האט ער נישט געוואלט תשובה טון.


פרעגט רבי נתן: "וְלִכְאוֹרָה הַדָּבָר תָּמוּהַּ, כִּי הֲלֹא יָרָבְעָם הָיָה חָכָם גָּדוֹל. וְאֵיךְ יַעֲלֶה עַל דַּעְתּוֹ לִשְׁאֹל אֶת ה' יִתְבָּרַךְ מִי בָּרֹאשׁ", עס איז זייער שווער צו פארשטיין, ירבעם בן נבט איז דאך געווען א גרויסער חכם, ווי קומט צו אים צו פרעגן אזא שאלה: ווער וועט זיין בראש? אודאי וועט דוד המלך זיין דער ערשטער, "וְכִי יִהְיֶה חוֹטֵא נִשְׂכָּר, הֲיַעֲלֶה עַל הַדַּעַת שֶׁאַחַר שֶׁהִרְשִׁיעַ כָּל כָּךְ יִהְיֶה גָּדוֹל יוֹתֵר מִדָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם, שֶׁעָבַד אֶת ה' יִתְבָּרַךְ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה מְאֹד מְאֹד כָּל יָמָיו" ווייל ווי קען מעגליך זיין אז א מענטש וואס האט זיין גאנץ לעבן געזינדיגט - זאל זיין העכער פון א צדיק וואס האט זיך א גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פארן אייבערשטן? ענטפערט דער הייליגער רבי נתן אז דער פשט איז אזוי, ווען דער אייבערשטער איז געקומען צו ירבעם בן נבט ער זאל תשובה טון - איז ער תיכף געווארן זייער צופלאמט און געוואלט וויסן צי ער וועט קענען צוקומען צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווייט אז ער זאל נאך זיין גרעסער פון דוד המלך, "נִמְצָא שֶׁלֹּא דִּבֵּר שְׁטוּת גָּמוּר כִּי לֹא עָלָה עַל דַּעְתּוֹ שֶׁיִּהְיֶה בְּחִנָּם גָּבֹהַּ מִדָּוִד", ער האט נישט געמיינט צו פרעגן צי ער וועט זיין אומזיסט העכער פון דוד המלך, "רַק שֶׁשְּׁאֵלָתוֹ הָיָה שֶׁהָיָה רוֹצֶה לַעֲבֹד אֶת ה' יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ עַד שֶׁיַּעֲלֶה בְּמַדְרֵגָה יוֹתֵר מִדָּוִד", נאר ער האט געוואלט וויסן, אויב ער וועט תשובה טון און דינען דעם אייבערשטן, צי ער קען נאך זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגה, "וְזֶהוּ בְּוַדַּאי אֶפְשָׁר וְאֶפְשָׁר", און דאס איז זיכער מעגליך, "כִּי כָּל אָדָם אֲפִלּוּ פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל יָכוֹל לַעֲלוֹת לְמַדְרֵגוֹת גְּבוֹהוֹת מְאֹד", ווייל אפילו א מענטש וואס האט זייער אסאך געזינדיגט, ער איז נעבעך א פושע ישראל, אויב טוט ער תשובה קען ער זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִין לַעֲמֹד", א בעל תשובה קומט אן אויף א העכערע פלאץ אויבן אין הימל ווי די צדיקים; מיט דעם אלעם האט ער נישט געטון ריכטיג, ווייל מען קען נישט אנהענגען די תשובה אין דעם 'נאר אז מען קען נאך זוכה זיין וכו'', דעריבער האט אים דער אייבערשטער געענטפערט פארקערט ווי ער האט געוואלט הערן, אז דוד המלך וועט זיין העכער פון אים, "כִּי הוּא מְחֻיָּב לִהְיוֹת מְרֻצֶּה לָשׁוּב אֲפִלּוּ אִם לֹא יִזְכֶּה רַק לְמַדְרֵגָה קְטַנָּה מְאֹד", ווייל מען דארף זיין גרייט תשובה צו טון אפילו מען וועט זוכה זיין צו קומען צו א קליינע מדריגה, "וְאִם יִהְיֶה מְרֻצֶּה לְכָךְ בְּוַדַּאי ה' יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו", און אויב דער מענטש איז גרייט אויף דעם, ער וויל גארנישט, נאר דעם אייבערשטן - וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אים, "וּבִרְבוֹת הַיָּמִים אִם יִהְיֶה חָזָק בְּדַעְתּוֹ לְבַל יַנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ, אֲפִלּוּ אִם יַעֲבֹר עָלָיו מָה, יוּכַל לִזְכּוֹת לַעֲלוֹת מִדַּרְגָּא לְדַרְגָּא וְלִקְנוֹת חַיֵּי עוֹלָם וְיִזְכֶּה לְמַה שֶּׁיִּזְכֶּה, אַשְׁרֵי לוֹ".


דאס איז מחצית השקל: געב האלב, טו האלב, קענסט נישט טון די גאנצע? דארפסט נישט טון דאס גאנצע; וואס קענסטו יא טון? וויפיל קענסטו יא טון?


א פרייליכן שבת.

#78 - יעדן איינעם גייט גוט, נאר איך לייד
התחזקות, עבודת השם, קנאה, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, ל"ג שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


קוקט נישט אויף קיינעם, זייט נישט מקנא קיינעם; יעדער איינער האט זיך זיין פעקל צרות. פון אינדרויסן זעט מען דאס נישט, פון אינדרויסן קען זיך דאכטן אז 'יעדן איינעם גייט גוט, אויסער איך לייד', אבער דער הייליגער רבי זאגט אונז קלאר אז יעדער ליידט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "שֶׁכָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים, וְאֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה, וַאֲפִילּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", עס איז נישטא וועם מקנא צו זיין, עס איז נאריש מקנא צו זיין. מוהרא"ש זאגט, אלע מחלוקות, אלע קריגערייען וואס איז דא צווישן מענטשן, משפחה וכדומה - איז קנאה, נאכדעם גייט עס צו שנאה, ביז רציחה רחמנא לצלן, די אותיות פון שקר; עס הויבט זיך אן מיטן מיטלסטן אות ק'נאה, נאכדעם ש'נאה, ביז ר'ציחה. און דער מענטש איז איין שטיק צער זיין גאנצע לעבן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה, עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן - ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף נאך די פטירה, אז אויב א מענטש האט קיינעם נישט מקנא געווען - וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו.


אזוי אויך ביים לערנען, דאווענען און עבודת השם - טאר מען נישט מקנא זיין א צווייטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד) יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גרוס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול און אבא אמנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".


מיר דארפן זיך לערנען פונעם תם. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם חכם און תם (ספורי מעשיות, מעשה ט) דער תם איז געווען א שוסטער און ער האט זיך נישט געקענט דערלערנען ווי אזוי מען מאכט שיינע שיך, ער פלעגט מאכן א שיך וואס האט געהאט דריי עקן, עס האט נישט אויסגעזען ווי א שיך, דאך - פארציילט דער רבי - פלעגט דער תם נעמען זיין שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, און געזאגט: "וואס פאר א שיינע שיך האב איך געמאכט, ווי זיס איז מיין שיך, ווי האניג'דיג איז מיין שיך, וואס פאר א צוקערדיגע שיך, א וואוילע שיך", זיין ווייב - ווען זי פלעגט הערן ווי איר מאן דער תם איז זיך אזוי מחי' מיט זיין שיך און ער לויבט זיין שיך אזוי שטארק - פלעגט זי אים פרעגן: "אויב איז עס יא אזוי, פארוואס נעמען אנדערע שוסטערס אסאך מער געלט ווי דו נעמסט פאר דיין שיך?" פלעגט איר דער תם ענטפערן: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז זיין מעשה און דאס איז מיין מעשה, און וואס דארף מען רעדן פון א צווייטן, לאמיר זען וויפיל איך פארדין מִיַּד לְיַד וכו'"; דא ליגט דער סוד פון מצליח זיין אין לעבן, א מענטש זאל זיך מחי' זיין מיט זיך; אפילו ער האט א פנים ווי א שיך מיט דריי עקן - דאך זאל ער דאנקען דעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער האט אים אזוי באשאפן.


דאס איז סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות פסח ט, אות כב) אזוי ווי א מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן און מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער - זאגט רבי נתן – דארף א מענטש זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון זיינע ערליכע חברים, ווען ער זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, און 'איך זע אויס אזוי ווי איך זע אויס וכו'', "וְכָל זֶה אִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר בִּכְתָב, רַק כָּל אֶחָד יָבִין בְּעַצְמוֹ כְּפִי עִנְיָנָיו, וּכְנֶגֶד כָּל מִינֵי מְנִיעוֹת וַחֲלִישׁוּת הַדַּעַת שֶׁבָּעוֹלָם צְרִיכִין לֵילֵךְ בַּדֶּרֶךְ הַנַּ"ל, בִּבְחִינַת אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם, לַחֲשֹׁב כְּאִלּוּ הוּא יְחִידִי בָּעוֹלָם".


א פרייליכן שבת.

#77 - אריינלייגן ווארעמקייט אין די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לייג אריין אין די קינדער זיי זאלן דאווענען אויפ'ן קול און זיך שאקלען ביים דאווענען, זיי זאלן נישט שמועסן מיט חברים ביים דאווענען.


איך וויל זאלסט אריינלייגן ווארעמקייט אין די קינדער, זיי זאלן זיין ווארעם צו די מצוות, נישט קאלט און טון די מצוות מיט א קאלטקייט. זיי זאלן דאווענען מיט א ברען, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט. ווען דער רבי איז געקומען אין ברסלב וואוינען, האט ער געזאגט: "איך וויל צוריק מחדש זיין די וועג ווי אזוי די אמאליגע חסידים האבן געדאווענט, מיט א פייער און א פלאקער".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - מען קען נישט אויספאפן קינדער, זיי טוען וואס די עלטערן האבן ליב
קינדער, צניעות, שמחה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, סגולות, תהלים, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, וואס קען מען טון זוכה זיין צו קינדער צדיקים? דער רבי זאגט דורך צניעות באקומט מען גוטע קינדער (ספר המדות אות בנים, סימן ט).


אויך דארף מען דאס ליב האבן; מען קען נישט גיין אנגעטון איידל און ליב האבן פריצות, מען קען נישט אויספאפן די קינדער, די קינדער טוען וואס די עלטערן האבן ליב; אז די עלטערן האבן ליב אידישקייט, זיי האבן ליב איידל, זיי האבן ליב באשיידן, עס איז דא א שמחה ביים טון די מצוות - וועלן די קינדער ליב האבן איידלקייט און טון מצוות.


זאגט יעדן טאג תהילים. מה טוב ומה נעים אויב איר קענט זאגן דעם יום תהילים, און אז נישט - זאגט וויפיל איר קענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - משניות לייטערט אויס די נשמה, מען ווערט א גרויסער צדיק
שידוכים, עבודת השם, משניות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וארא, ט"ו שובבי"ם, ערב ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר'ן מסיים זיין ששה סדרי משנה די צוואנציגסטע מאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין און טרעפן א גוטע שידוך.


זיי ממשיך צו לערנען משניות; משניות לייטערט אויס די נשמה, מען ווערט א גרויסער צדיק.

#74 - מיט אמונה קען מען אלעס פאררעכטן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, חינוך הילדים, אמונה, הפצה, יבנאל, עבודת השם, שבת קודש, תשובה, אומאן, בית המדרש, מוהרא"ש, מנוולים, תעניתים, חדר, דאווענען, שובבי"ם, חמשה עשר בשבט

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת בשלח, כ"ו שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


שלום וברכה מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען יעצט אין די לעצטע צוויי וואכן פון שובבי"ם, מיר וויל אלע זוכה זיין צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן. פאסטן קענען מיר נישט, סיי מיר האבן נישט קיין כח צו פאסטן, און אפילו אויב מיר האבן יא כח - האט דער רבי אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצא) מיר זאלן נישט פאסטן; איז וואס זאלן מיר טון צו מתקן זיין וואס מיר דארפן מתקן זיין?


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מיט אמונה קען מען אלעס פאררעכטן; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך 'אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא גארנישט אויסער אים; דומם, צומח, חי, מדבר, הכל לכל איז ער' - איז אים דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות און ער איז זוכה צו אלע תיקונים.


שטארקט זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, דאס וועט אייך מתקן זיין. דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה וועט דער אייבערשטער דיך מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות; רעד צום אייבערשטן, בעט אויף אמונה, בעט: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו א קלארע לויטערע אמונה? הייליגער באשעפער ווען וועל איך שוין זוכה זיין דיך צו שפירן, דיך צו זען און נאר פון דיר טראכטן, הייליגער באשעפער איך וויל נאר דיר, איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, הייליגער באשעפער איך וויל נכלל ווערן אין דיר"; אזוי איז מען זוכה צו אלע תיקונים.


דעם קומענדיגן וואך האבן מיר חמשה עשר בשבט, ראש השנה פאר די ביימער; זאלט איר מאכן א סעודה אין שטוב, יעדער איינער מיט זיין משפחה מיט די קינדער. געבט אייך אפ מיט די קינדער, לאזט נישט די קינדער אויף הפקר, קינדער זענען אזוי ווי ביימער; אז מען פלאנצט זיי, מען באוואסערט זיי - וואקסן שינע ביימער, קומען שיינע דורות, ווידעראום אז די גאנצע קאפ ליגט אין געלט - וואס קען מען שוין ערווארטן פון די קינדער? וועלן די קינדער אויך נאכלויפן געלט.


ביי אונז אין אמעריקע שרעקט אן די נייעס אז די וואך שבת גייט זיין גאר א שטארקע פראסט, פרעגט מיך איינער אויב ער דארף גיין דאווענען אין שול מיט מנין אדער ער קען בלייבן אין שטוב, האב איך אים געזאגט: "מילא דו זאגסט דו קענסט נישט גיין ארבעטן ווייל עס איז זייער קאלט - איז איין זאך, אבער דאווענען? אז דו וועסט נישט גיין דאווענען ווייל עס איז קאלט, וועלן דיינע קינדער זאגן זיי איז קאלט יעדע וואך, זיי וועלן בכלל נישט גיין אין שול".


פארשטייט זיך, עס דארף גיין מיט שמחה; דאס וויכטיגסטע זאך איז - זיין פרייליך ביים טון מצוות, טון מצוות מיט א חיות, מיט א לעבעדיגקייט; יעדע טריט צום שול, ווען דו גייסט מיט דיינע קינדער - זאלסטו זיי זינגען "ווי גליקליך זענען מיר, מיר זענען פון די אויסדערוועלסטע פאלק, קינדער פון אייבערשטן, מיר גייען דאווענען צום אייבערשטן! די אומות העולם האבן נישט וואס מיר האבן".


אזוי אויך ווען עס קומט צו טון מצוות זאלסטו זינגען פרייליכע טענער, נישט גיהנום טענער 'אויב מען טוט נישט אזוי און אזוי גייט מען אין גיהנום'; לאז אפ די גיהנום, שבת איז נישטא קיין גיהנום, שבת איז נאר דא גן עדן.


יעצט איז פונקט א יאר פון אונזער חדר היכל הקודש אין ירושלים, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, אז מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט אמונה, מיט יראת שמים, מיט קדושה. פאר דעם פרט אליינס, אז מיר קענען לערנען אונזערע קינדער זאלן רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן - איז דאך שוין אלעס כדאי; אז די קינדער זאלן הערן במשך זייערע יארן, פון קינדער-גארטן ביז די חתונה הונדערטער טויזנטער מאל: 'עס איז דא א באשעפער', 'רעד צום באשעפער', 'דער אייבערשטער האט דיך ליב', 'דיינע מצות מאכן א רעש אין הימל', 'יעדע ווארט וואס דו רעדסט צום אייבערשטן הערט מען אין אלע וועלטן', און דאס גלייכן.


אזוי אויך אז מען רעדט צו די קינדער זיך צו היטן פון מניוולים. ליידער רעדט מען נישט, און דארט וואו מען רעדט שוין יא, רעדט מען אונטער די נאז, אז קיין שום קינד האט נישט קיין אנונג וואס מען רעדט. אבער ביי אונז, ביים רבינ'ס חדר - רעדט מען יא, מען זאגט די קינדער: "היט זיך פון מניוולים", "היט זיך פון לייגן די הענט אויפ'ן אות ברית קודש".


וואס זאל איך אייך זאגן מיינע טייערע ברידער, איך בין דער חתן מלמד אין אמעריקע פאר אונזערע חתנים, די קינדער וואס קומען פון רבינ'ס חדר גייען צו די חתונה מיט א ריינעם העמד. אזוי ווי דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז) די וואס וועלן קומען צו אים פאר די זיבן - וועלן חתונה האבן מיט א ריין העמד, דאס מיינט אן פוגם זיין באות ברית קודש; פאר דעם אליין איז שוין כדאי.


איך בעט אייך מיינע טייערע חברים, אויך די וואס שיקן נאכנישט די קינדער ביים רבינ'ס חדר זאלן רעדן צו די קינדער אין שטוב מזמן לזמן פון קדושה, זיי מדריך זיין נישט צו לייגן די הענט אויפן אות ברית קודש, און ווען מען זעט א קינד דארף אין בית הכסא און ער כאפט זיך אן, דארף מען גלייך זאגן "נישט לייגן די הענט", אים מדריך זיין, עס זאל ווערן ביי אים א טבע שני צו זיין אפגעהיטן. דער דור פאלט און פאלט, היינט דארף מען רעדן צו די קינדער נאכמער ווי אמאל, ווייל עס זענען היינט דא אזעלכע מעשיות וואס איז נישט געווען אמאל.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר אויך עפענען בקרוב א חדר אין בני ברק, איך דארף נאר צוגרייטן די ריכטיגע מענטשן וואס זאלן זיין געשטעלט אויף דעם.


די וואך איז די יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איר זענט דאך סמוך ונראה, קענט איר אויסרעכענען צו זיין ביים ציון אינעם טאג פונעם יארצייט; דאווענען דארט פאר זיך, פאר די משפחה און פאר אלע אידן, איר וועט מיר אויך אודאי מזכיר זיין, איר קענט דערציילן איין גוטע זאך דעם אייבערשטן וואס איך האב ענק מזכה געווען, און בעטן איך זאל האבן כח און קענען אויספירן אלע מיינע פלענער.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל אייך שרייבן אן אנדערע מאל מער באריכות. איך בעט אייך נאר איין זאך, זייט אייך מקבל לכבוד דעם יארצייט פון מוהרא"ש צו עוסק זיין יעדן טאג אין הפצה; מיר מוזן מכיר טובה זיין מוהרא"ש, ער האט זיך מוסר נפש געווען, אלעס אוועקגעגעבן אז מיר זאלן וויסן פון רבי'ן מיר זאלן האבן דעם חיים טובים, דארפן מיר דאס ווייטער געבן פאר נאך אידן.


מענטשן קריכן א גאנץ יאר אויף גראדע ווענט, און בפרט יעצט שובבי"ם, מען ווייסט נישט וואס צו טון, מען מיינט אז תיקון שובבי"ם איז לערנען שעות רצופות, אדער פרישות אין שטוב, און מען ווערט אנגעגעסן פון דעם און מען לאזט אלעס אפ. דארפן מיר פארשפרייטן אז תיקון שובבי"ם איז גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען, תיקון שובבי"ם איז לערנען אביסל חומש מיט'ן תרגום איינגעטיילט יעדן טאג לפי די פרשה, תיקון שובבי"ם איז זיך פרייען מיט די מצוות וואס מען טוט, זיך פרייען מיט די תפילין, מיט די ציצית, מיט שבת קודש, תיקון שובבי"ם איז זיין א ותרן אין שטוב, זיך פירן מיט די ווייב מיט סבלנות, תיקון שובבי"ם איז נישט האבן קיין קשיות אויף די אמונה, וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער איז נאר גוט, "טוֹב ה' לַכֹּל" (תהילים קמה, ט), דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, און וואס מיר גייען אריבער - דאס איז נאר גוטס; דאס איז תיקון שובבי"ם.


איך האף דער בריוו וועט אייך געבן אביסל חיזוק, איר וועט זיך אלע באנייען און אנהייבן פון פריש גיין הפצה.


א פרייליכן שבת.

#73 - ביי רוחניות דארף מען אלץ שטרעבן אויף נאך און נאך
שטעטל, עבודת השם, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק הרואה, הלכה ה, לפי גירסת העין יעקב): "כל ברכיא טבין", אלע ברכות זענען גוט, "וברכיא דאורייתא בישין", און ביי די תורה איז דאס נישט גוט, פשט איז, ביי אלע וועלטליכע זאכן איז גוט ווען מען איז צופרידן, אויסער ביי תורה און מצוות, דארט איז נישט גוט צו זיין צופרידן, דארט דארף מען וועלן נאך און נאך, ווייל וויפיל מען לערנט און וויפיל מצוות מען טוט - דארף מען אלץ שטרעבן אויף נאך און נאך. נאר ביי גשמיות'דיגע זאכן דארף מען זיין צופרידן, ביי אייגענע גשמיות'דיגע געברויבן זאגן די הייליגע חכמים (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר, הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", אבער ביי תורה - "וברכיא דאורייתא בישין", איז נישט גוט דאס צופרידנקייט, מען דארף טון נאך און נאך אן אויפהער; והבן למעשה.


שטארק זיך טייערער ... נרו יאיר, "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", האסט אנגעפאנגען העלפן בויען די שטעטל - זאלסטו נישט אפלאזן די מצוה, נאר ווייטער בויען - מיט די זעלבע פרישקייט - אונזער שטעטל, בעיקר עס זאל זיין הייזער פאר אנשי שלומינו פאר ביליג. און אויך די מוסדות, מען זאל באצאלן צייטליך די איינגעשטעלטע.

#72 - א מענטש איז נישט קיין מאשין, אנצושטעלן צו טון יעדן טאג די זעלבע
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, עבודת השם, קבלה טובה, תעניתים, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א גוטע געדאנק זיך פארצונעמען לכבוד אייער יום הולדת צו זאגן דעם "יום תהילים" יעדן טאג.


איר דארפט נישט טראכטן וואס וועט זיין אויב איר וועט פארגעסן וכדומה, נעמט זיך אויס צו טון די גוטע קבלה בלי נדר, און אז איר פארגעסט איין טאג, אדער איר זענט פארנומען און איר קומט נישט אן – איז גארנישט.


א מענטש איז נישט קיין מאשין, א מאשין קען מען אנשטעלן צו טון יעדן טאג דאס זעלבע, א מענטש פרובירט צו טון דאס בעסטע, און אז מען קען נישט, מען קומט נישט אן, און די טאג איז אריבער אן די גוטע קבלה – וועט מען פונדאסניי פרובירן.


אייער טאטע האט מיך געפרעגט אויב מיידלעך פאסטן עשרה בטבת; ביי אונז פאסטן די מיידלעך יום הכיפורים און תשעה באב, די אנדערע תעניתים פאסט מען נישט.


אויך וויל איך אייך בעטן, זוכט אויף צווישן די מיידלעך אין אייער קלאס מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס און חבר'ט זיך מיט זיי, ווייל אז מען געבט אכטונג אויף די צעבראכענע הערצער, מען דערפריידט זיי, דעמאלט צאלט דער אייבערשטער צוריק דעם מענטש מיט אסאך גוטס.


 

#71 - מיר ווילן און שטרעבן צו האבן ערליכע קינדער
קינדער, שידוכים, עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט, דיין יראת שמים, און בעיקר דיין כיבוד אב ואם. יעצט זאגט מיר מאמי תחי' אז דיין מגיד שיעור הרב אלחנן חיים שליט"א זאגט איר ווי פלייסיג דו לערנסט; סיי די גמרא שיעור און סיי די הלכה שיעור, און אויך ביינאכט גייסטו לערנען די גמרא שיעור מיט די אברכים.


דאס איז אונזער ווילן, דאס איז אונזער רייכטום; מיר ווילן נישט קיין שיינע הויז, מיר וויל נישט קיין פארמעגן, מיר ווילן און שטרעבן צו האבן ערליכע קינדער, ערליכע דורות לה' ולתורתו.


פיר זיך ווייטער אויף די גוטע וועג און דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך.

#70 - טרייב ארויס די שלעכטע מחשבות, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב
שידוכים, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


ווען עס קומען אריין מחשבות אז דו גייסט נישט חתונה האבן, דו גייסט נישט טרעפן קיין שידוך – זאלסטו דאס ארויסטרייבן, שריי: "צֵא טָמֵא! גיי ארויס טמא'נע מחשבה!" ווייל די מחשבות זענען פון די סטרא אחרא; דו האסט א שידוך, דו וועסט חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, דארפסט זיך נאר דערהאלטן און אויסווארטן.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, גיי אן מיט דינען דעם אייבערשטן, זיי נישט מוותר אויף די וויכטיגע זאכן, גיס אפ נעגל וואסער ביים בעט, גיי אין מקוה, טובל זיך א טבילה פאר'ן רבי'ן - רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים, דריי תפילות מיט מנין, און לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, משנה, גמרא והלכה, און זיי זיך מתבודד. זיי נישט מוותר אויף די נקודות.


נאכאמאל, א שידוך האט נישט מיט א נאמען, געלט, כבוד וכו' וכו'; א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן.

#69 - ווער עס האט אמונה, דער דינט דעם אייבערשטן מיט יעדע זאך
שמחה, אמונה, עבודת השם, נסיעה, משניות, גמרא, ראש ישיבה, לשון הרע, ארץ ישראל, מעביר סדרה, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ אונטער די גוטע געפיל פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם וואך, איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט ענק. די אמעריקאנער פרעגן וואס איך זאג צו די ארץ ישראל'דיגע תלמידים, זיי זאגן, זיי שפירן אז דער ראש ישבה איז מער פרייליך דארט.


דער אמת איז, איבעראל איז דא מעלות און מעלות, אבער איין זאך וואס איך זע ביי אייך מער ווי אין אנדערע פלעצער, עס איז דא אסאך מער תמימות ביי אייך; דאס איז א שטארקע זאך פאר'ן התקרבות צום רבי'ן. דעם רבינ'ס זאך קען מען נעמען נאר מיט גרויס תמימות, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט. "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט: "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", אז זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוט'ע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוט'ערהייט און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דאס זע איך ביי אייך, עס איז דא א שטארקע תמימות, און דאס האב איך ליב, ווייל דורך תמימות ופשיטות קומט מען צו האבן א קלארע אמונה, וואס דאס איז ביים רבי'ן געווען מער פון אלעם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז אמונה גאר א גרויסע זאך, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", דער עיקר אמונה איז ווען מען גלייבט אן קיין חכמות, אן קיין חקירות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר", נאר מיט א פראסטקייט, "כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן פירן זיך, מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס.


איך בין געווען אויפ'ן וועג צוריק צום לופטפעלד האט מען מיר געזאגט אז מען קען שוין אריינגיין אינעם בני ברק'ער שול, (קוים וואס מען האט זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם שול אויף רחוב ירושלים, זענען שוין די שכנים געלאפן צום בית דין מיט א גיוואלד, אז מען זאל אונז נישט אריינלאזן דארט ווייל מיר זענען נישט ערליך; וויי גיוואלד, וואס מען ליידט פון לשון הרע, וויי גיוואלד וואס מען רעדט אלץ אויף צדיקי אמת וואס זענען זיך מוסר נפש צו אויסלייזן די שכינה הקדושה און עס אריינברענגען אין די וועלט; אויף זיי רעדט מען לשון הרע מיט הוצאת שם רע), בין איך געפארן אהין מחזק זיין די שול.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פו) אויף די וואכעדיגע פרשה (שמות ו, ט): "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל מֹשֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", אידישע קינדער האבן נישט געוואלט אויסהערן משה רבינו - מקוצר רוח, זאגט דער רבי דאס איז ווייניג אמונה; אז מען האט נישט קיין אמונה דארף מען טון עבודות קשות, ווייל ווער עס האט אמונה, ער ווייסט און גלייבט אז יעדע פינטל וואס מען טוט איז חשוב ביים אייבערשטן - דער דארף נישט פאסטן, דער דינט דעם אייבערשטן מיט יעדע זאך, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָעֵהוּ", מיט יעדע זאך זאלסטו וויסן דעם אייבערשטן, נאר אן אמונה מיינט מען אז מען מוז טון עבודות קשות, דאס זאגט דער רבי, מִקֹּצֶר רוּחַ, אז מען האט נישט אמונה - וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה - דארף מען שווער ארבעטן.


טייערע ברידער, טייערע חברים, לאמיר אנהויבן טון די עצות פון רבי'ן, אנהויבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש, מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך. אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח) דער גר"א זכר צדיק לברכה האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אז מען גייט אויף דעם וועג - ענדיגט מען די סדרה יעדע וואך.


אויך זאלט איר לערנען אביסל משניות; משניות מאכט דעם מענטש פריי, מען גייט ארויס פון אלע קטנות הדעת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות.


ועל כולם לערנט אביסל גמרא, מיר גייען ענדיגן די וואך מסכת נדרים, מיר הייבן אן מסכת נזיר. בעט איך אייך, כאפט אייך מיט, א שאד עס זאל אריבערגיין א טאג אן לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


והעולה על הכל לאמיר אנהויבן זיין פרייליך, זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, זיך פרייען מיט דעם אז מיר זענען אידן; דורך התבודדות ותפילה קומט מען צו שמחה.


איך בענק שוין, איך וויל שוין קומען נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - די וועלט איז דער גיהנום אליינס
צרות, התחזקות, הפצה, עבודת השם, לימוד התורה, מנהגים, תעניתים, דאווענען, מוהרנ"ת ז"ל, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדער איינער מוטשעט זיך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים, אויך די גרויסע עשירים זענען פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, "קְצַר יָמִים", דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג, "וּשְׂבַע רֹגֶז", און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו", דאס גאנצע לעבן, "כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


וואויל איז דעם מענטש וואס לערנט יעדן טאג און גייט אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, דאס וועט בלייבן; "נאר דאס איז יא און מען קען עס באקומען". היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכרונו לברכה, ער פלעגט זאגן: "די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט באקומען, תורה ותפילה איז יא און מען קען איר קריגן". די וועלט איז נישט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם", דא איז דער גיהנום אליינס, "כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל יעדער איז פול מיט יסורים.


היינט נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען דאנקען דעם אייבערשטן אויף רבי נתן, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט רעדן פון רבי נתן אזוי גרויס און אזוי הויך. מוהרא"ש האט געזאגט: "דער חידוש איז רבי נתן"; דער רבי, דאס איז א זאך וואס מיר ווייסן נישט און פארשטייען נישט, למעלה מהשגתינו, רבי נתן איז דער חידוש, און נאר דורך אים ווייסן מיר פון רבי'ן און מיר האבן אונזער גוטע לעבן.


דער עיקר דארפן מיר צוהערן די לעצטע ווערטער וואס רבי נתן האט אונז געזאגט איידער זיין הסתלקות: "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט, (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, רבי נתן האט מרמז געווען אויף זיך אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר) און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי עס איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'".


מארגן פאסטן מיר, פרויען פאסטן נישט עשרה בטבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#67 - אידישקייט איז נישט געוואנדן אין טעם, און געפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חנוכה, עבודת השם, געפילן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


צינד אן געפיל, צינד אן טעם; אידישקייט איז נישט געוואנדן אין טעם, און געפיל, אידישקייט איז - פאלגן דעם אייבערשטן, טון רצון השם; אז דער אייבערשטער הייסט צינדן די מנורה - צינדט מען די מנורה.


אודאי פרובירט מען צו מאכן אלעס מיט א טעם, מיט געפיל, אבער אז אלעס איז פארלאשן, אלעס איז טינקל, נישטא קיין שום טעם פון חנוכה - צינדט מען די מנורה אזוי ווי די הלכה איז, למטה מעשרה טפחים, אין די נידעריגסטע מדריגה. און אז מען שפירט זיך אויסגעשפיגן פון קדושה, אויסגעשפיגן פון חנוכה - צינדט מען די מנורה אזוי ווי די הלכה, אין רשות הרבים אינדרויסן פון די קדושה, און אז עס איז אלעס טינקל - צינדט מען די מנורה ווי די הלכה, ביינאכט ווען עס איז טינקל.


נעם די עצה פון רבי'ן, גיי אין א ווינקל און קרעכץ ארויס א ווארט, זאג: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין א איד? איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, איך האלט אין איין פאלן, איך קען נישט מער, איך זע נישט קיין וועג ווי אזוי איך קען צוריק קומען צו זיין ערליך און הייליג, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר".


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.