בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#30 - רעד צו דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ
בחור, כיבוד אב ואם, צדקה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב, מברכים החודש, כ"ב כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חוצפה זיך נישט צו דיין מאמע; וואס זי זאגט דיר זאלסטו טון מיט שמחה וועט זי דיר נישט זיין קיין מניעה פאר ברסלב. רעד צו דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ, וואס זי זאגט דיר זאלסטו טון מיט זריזות און פרייליכקייט. דו דארפסט נישט דערציילן אז דו הערסט די שיעורים וכו', הער ווייטער די חיזוקים און זיי זיך מחזק מיט דעם פאר דיר אליינס.


עס איז זייער א גוטע זאך צו גיין נאך געלט, בפרט אז דיין ישיבה פארלאנגט דאס פון יעדן בחור, דארפסטו האבן הכרת הטוב פאר די ישיבה וואו דו לערנסט און גיין נאך געלט. ביי אונז אין ישיבה דארף יעדער בחור גיין נאך געלט; נישט נאר חנוכה נאר אויך א גאנץ יאר, און אלע תלמידי הישיבה גייען יעדע נאכט נאך געלט, זיי פארשפרייטן די קונטרסים און ספרים פון מוהרא"ש און בעטן צדקה. זאלסטו אויך גיין נאך געלט פאר דיין ישיבה.


מוהרא"ש ברענגט פונעם סאטמארער רבי'ן זכותו יגן עלינו אז גיין נאך געלט איז א תיקון פאר כריתות ומיתות בית דין; ווען א מענטש גייט נאך געלט נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים קשים ומרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - נעם אריין דעם אייבערשטן פאר א שותף אין דיין ביזנעס
תפילה והתבודדות, פרנסה, אמונה, צדקה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן מיט דיין נייע ביזנעס, דו זאלסט מצליח זיין און האבן גרויס שפע.


נעם אריין דעם אייבערשטן פאר א שותף אין דיין ביזנעס וועסטו האבן הצלחה; ווי אזוי נעמט מען אריין דעם אייבערשטן פאר א שותף? יעדע זאך וואס דו ווילסט טון בנוגע די ביזנעס זאלסטו זיך דורך שמועסן מיט אים, אזוי ווי צוויי שותפים ווען זיי ווילן עפעס טון אינעם ביזנעס רעדט מען זיך דורך אויף יעדע פרט ופרט, און נאר אזוי קויפט מען סחורה און מען פארקויפט סחורה וכו', וכו'; אזוי און נאך מער זאלסטו זיך דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף יעדע פרט ופרט אויף פראסט אידיש, אזוי ווי מען רעדט מיט א חבר.


נאך א וויכטיגע זאך, ווי אזוי מען האט הצלחה אינעם געשעפט – אז מען געבט צדקה, מען מעשר'ט די רווחים און מען געבט אראפ פאר'ן שותף זיין חלק. אזוי ווי צוויי שותפים דארפן זיך טיילן מיט די רווחים, אזוי דארף מען אראפגעבן די חלק מעשר פאר צדקה, דאס איז די חלק פאר'ן אייבערשטן.


אז דו וועסט זיין שטארק אין די צוויי זאכן, דו וועסט יעדע זאך דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; דו וועסט אים פרעגן פאר דו מאכסט א געשעפט: "רבונו של עולם, זאל איך מאכן דעם געשעפט?" "איז דאס גוט פאר מיר?" "וועל איך מצליח זיין?" און אזוי ווייטער; און דו וועסט געבן צדקה – וועסטו האבן גרויס הצלחה.


שרייב מיר ווען דו מאכסט א סיום משניות אדער א סיום מסכתא, וועסטו מיר מחי' זיין.

#28 - זיי ממשיך צו געבן "פרנס החודש" פאר די רענט
צדקה, רענט, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע, אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי יצ"ו, און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ממשיך זיין מיט די צדקה פאר די ישיבה וואס דו פלעגסט געבן ברוח נדיבה א פרנס החודש, אדער אנהייבן געבן די צדקה פאר וכו'.


אוודאי זאלסטו ממשיך זיין מיט'ן "פרנס החודש" פאר די ישיבה, העלפן דעקן די גרויסע הוצאות פון רענט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט קיינמאל נישט פארגעסן דיין עבר, זאלסט שטענדיג געדענקען דאס ערשטע מאל ווען דו ביסט ארויפגעקומען אין ישיבה וואס דו האסט דא באקומען, וועט דיר זיין א פשוט'ע זאך וואו דיין צדקה זאל גיין.


איך חזר זיך יעדן טאג וואס דער רבי האט מיר געגעבן און וואס מוהרא"ש האט געטון מיט מיר, דאס געבט מיר כח צו טון און טון און טון אן ערווארטן אז איינער זאל מיר זאגן יישר כח, א דאנק וכו', וכו'. ווען מען געדענקט וואס דער רבי געבט אונז דעמאלט איז גוט.


איך האב דיר ליב.

#27 - חיזוק פאר א תלמידה אין בית פיגא
צניעות, צדקה, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי ניו יארק יצ"ו.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


1) וואויל איז דיר אז דו זאגסט תהלים יעדן טאג; אין תהלים ליגן אלע ישועות און רפואות.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): "אֲמִירַת תְּהִלִּים מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כְּאִלּוּ אֲמָרָם דָּוִד הַמֶּלֶךְ בְּעַצְמוֹ. כִּי הוּא אֲמָרָם בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ, וְהָרוּחַ הַקֹּדֶשׁ מֻנָּח בְּתוֹךְ הַתֵּבוֹת, וּכְשֶׁאוֹמְרָם הוּא מְעוֹרֵר בְּרוּחַ פִּיו אֶת הָרוּחַ הַקֹּדֶשׁ, עַד שֶׁנֶּחֱשָׁב כְּאִלּוּ אֲמָרָם דָּוִד הַמֶּלֶךְ עָלָיו הַשָּׁלוֹם בְּעַצְמוֹ", דוד המלך האט געשריבן דעם ספר תהלים מיט אזא רוח הקודש אז יעדער מענטש וואס זאגט תהלים שפירט ווי דער קאפיטל מיינט אים.


דערפאר ווען דו האסט איבעריג צייט זאלסטו די ערשטע זאך נעמען דעם ספר תהלים און זאגן דעם "יום", נאכדעם אז דו האסט נאך צייט קענסטו זאגן דעם "תיקון הכללי".


2) דאס וואס דו שפירסט זיך מחוץ למחנה וכו'; וויסן זאלסטו אז מען קען זיצן אין בית פיגא סקול אבער מען איז נישט דארט, ווידעראום קען מען זיין טויזנט מייל אוועק פון בית פיגא אבער מען איז "אין" בית פיגא.


איך זאג שטענדיג פאר די בחורים און אינגעלייט וואס ווילן קומען אין ישיבה און זיי האבן מניעות: "איר זענט מער 'אין' ישיבה ווי אסאך וואס דרייען זיך צווישן די פוס"; דער עיקר איז די מח מחשבה, אז מען טראכט פונעם אייבערשטן, מען טראכט פון רבי'ן, פון רבינ'ס עצות און פון רבינ'ס מענטשן – דעמאלט געפונט מען זיך צווישן זיי.


היינט צו טאגס קען מען הערן אלע שיעורים פון ישיבה און פון סקול אויפ'ן טעלעפאן און זיין מער צוגעבינדן און באהאפטן ווי וכו'.


3) שיק אריין דיין פושקע, מיט די געלט וועל איך דרוקן אשר בנחל און איך וועל דיר צוריק שיקן א ליידיגע פושקע.


 4) בנוגע אז דו ווילסט אזוי שטארק חתונה האבן; דאס איז א סימן פון א געזונטע מיידל, אלע געזונטע מיידלעך ווילן חתונה האבן. נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין באשערטע זיווג.


5) אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט זיך פארנעמען פאר די נייע יאר וכו'; נעם זיך פאר אז דו וועסט קיינמאל נישט ארומגיין אין שטוב אן שטרומפ אדער טייץ, אפילו ווען קיינער איז נישט דארט.


6) די בעסטע עצה אנצוהייבן דעם טאג מיט שמחה, אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אינדערפרי: "אייבערשטער מאך מיך פרייליך, מאך מיר אין א גוטע גוסטע; העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל האבן כח פרייליך צו מאכן אלע אנדערע".


7) איך האף צום אייבערשטן צו טרעפן נאך א טיטשער, אזוי וועט דיר זיין גרינגער מיט די קינדער. א האלבע טאג וועסטו לערנען מיט זיי אידיש און די צווייטע טיטשער וועט לערנען סוף טאג ענגליש.


איך פאר יעצט צום רבי'ן, דארט וועל איך מזכיר זיין אלע דיינע בקשות און אלע דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#26 - צוזאמנעמען צדקה פאר אלע צוועקן
צדקה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי; דו העלפסט מיר דעקן די שווערע הוצאות פון די ישיבה. דו האסט אראפגענומען פון מיר דעם לחץ – זו הדחק צו קענען צאלן חודש'ליך די רענט פאר'ן בנין הישיבה, אין דעם זכות וועסטו זען נחת דקדושה ביי דיינע דורות.


עס דארף דיר נישט שטערן אז לעצטנס זענען דא נאך יונגעלייט וואס נעמען צוזאם געלט פון אנשי שלומינו פאר דעם בנין אין אומאן, פאר הדפסה, פאר'ן כולל וכו' וכו'. דו קענסט אוודאי די מעשה פונעם סאטמערער רבי'ן זכותו יגן עלינו וואס האט געבעטן א רב אין וויליאמסבורג צו מאכן שבת אן אפיל אין זיין בית המדרש פאר א צדקה צוועק, און דער רב האט זיך אנטזאגט דערפון, ער האט געזאגט אז ער קען נישט מאכן דעם שבת אן אפיל ווייל פאריגע וואך שבת איז שוין געווען אן אפיל פאר א צווייטע צדקה צוועק און מען קען נישט בעטן יעדע וואך פונעם עולם געלט, האט דער רבי זכותו יגן עלינו געזאגט: "עס איז פונקט פארקערט, ווי מער מען בעט פאר צדקה, מען געוואוינט צו דעם עולם צו געבן – אלץ מער געבט מען, און ווי מער מען געבט אכטונג נישט צו בעטן – אלץ ווייניגער געבט מען".


דעריבער זאל דיר נישט שטערן אז מען נעמט צוזאם געלט פאר נאך צוועקן וכו', עס וועט נאר העלפן אז די יונגעלייט זאלן טראכטן פון תכלית, צו אינוועסטירן די געלט אין צדקה.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז אמאל געקומען א מגיד אין א שטאט צו מאכן אפאר דאללער, ער האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון געלט; וואס מען קען אלץ טון מיט געלט, די מצוה פון צדקה וכו', וכו'. נאך די דרשה האט ער געווארט מען זאל אים העלפן מיט גרויסע סכומים, אבער דער עולם האט נישט געגעבן וואס ער האט געהאט ערווארטעט. שפעטער איז געקומען א צדיק און גערעדט דיבורי אמונה, דיבורי תכלית פון תורה ותפלה און נאכ'ן שיעור האט אים דער עולם באווארפן מיט געלט... דער מגיד האט זיך זייער געוואונדערט וואס דא גייט פאר, פארוואס פאר אים וואס ער האט אזוי שטארק ארומגערעדט פון דאס גרויסקייט פון געלט האט מען נישט געגעבן קיין גרויסע סכומים, ווידעראום פאר'ן צדיק וואס האט בכלל נישט גערעדט פון געלט האט מען געברענגט גרויסע סכומים.


האט אים דער צדיק דאס געגעבן צו פארשטיין: "דו האסט גערעדט פון געלט; וואס מען קען אלץ טון מיט געלט, ממילא האט זיך יעדער געמאכט אזא חשבון: 'אויב געלט איז אזוי חשוב וועל איך דאס האלטן טייער און נישט מזלזל זיין דערין', אבער איך האב נאר גערעדט פון תכלית, תורה ותפלה, האט דער עולם פארשטאנען אז געלט איז נישט און עס איז א שאד דאס אוועקצולייגן".


פארשטיי גוט די מעשה נישט צו מאכן אן עסק פון געלט; דו בעט אלעמען ווער עס וויל האבן די זכי' צו אינוועסטירן אין אן אייביגן געשעפט וואס ברענגט אייביגע רווחים, וועסטו מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - יישר כח פאר'ן צושטעלן א נאכטמאל ארויסצוהעלפן די כולל
צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט זיך מתנדב געווען צו מאכן א נאכטמאל ארויסצוהעלפן אונזער כולל, און איר שרייבט מיר אז איר האט שוין געזען א גרויסע ישועה מיט אייער זון נרו יאיר.


דאס איז נאך גארנישט וואס איר וועט נאך זען; איר וועט בקרוב זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך אין זכות פון העלפן די חשוב'ע כולל יונגעלייט זיי זאלן קענען לערנען בהתמדה רבה.


איך הער כסדר גריסן פון מענטשן וואס קומען אין כולל, זיי זאגן אלע פה אחד אז מען זעט כמעט נישט אזא מקום תורה וואו אלע אברכים לערנען בהתמדה רבה א גאנצן טאג בלי הפסק כלל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער בזכות המצוה הזאת.


פון ענקער ראש ישיבה.

#24 - יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן דעם רבי'ן, איז א גרויסע זכות
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... וזוגתו ... שיחיו.


איך דאנק אייך זייער פאר'ן אהער שטעלן די פרויען פארטי אין קרית יואל פאר אונזערע מוסדות; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן דעם רבי'ן, בפרט די מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, איז א גרויסע זכות; א זכות וואס בלייבט אויף אייביג, דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געבטס איבער א יישר כח פאר אלע פרויען וואס האבן געהאלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה.

#23 - פרויען פארטי אין קרית יואל
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... וזוגתו ... שיחיו.


איך האב ערהאלטן ענקער בריוו.


איך דאנק אייך זייער פאר'ן אהער שטעלן די פרויען פארטי אין קרית יואל פאר אונזערע מוסדות; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן דעם רבי'ן, בפרט די מוסדות וואס זענען מגלה ומפרסם די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, איז א גרויסע זכות; א זכות וואס בלייבט אויף אייביג, דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


געב איבער א יישר כח פאר אלע פרויען וואס האבן געהאלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה.

#22 - כ'האף דו וועסט ווייטער צאמנעמען געלט פאר די כולל
לימוד התורה, צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן מיר העלפן צוזאמשטעלן געלט צו קענען באצאלן אלע כולל יונגעלייט אין צייט.


ברוך ה' עס איז אריבער דער צווייטער זמן אין כולל און מיר האבן געקענט באצאלן אלע יונגעלייט אין צייט.


דו אליינס האסט דריי פון דיינע קינדער וואס זיצן אין כולל און לערנען מיט התמדה; איז כדאי דו זאלסט ארויף גיין אינמיטן טאג כאפן א בליק וואס מיינט התמדת התורה, וועסטו האבן מער חשק ממשיך צו זיין ווייטער צו צוזאמנעמען געלט מיר ווייטער צו העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 


 

#21 - יישר כח פאר'ן געבן חלות און מזונות
הכרת הטוב, צדקה

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן געבן יעדע וואך חלות און מזונות פאר די משפחות הנצרכים ביי אונז אין די קהילה מיט אזא נדיבת לב און ברייטע האנט.


מיר האבן אין אונזער קהילה משפחות וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן, פאר זיי טיילט מען אויס יעדע וואך חלות און מזונות וכו' וכו' פון וואס דו געבסט פון דיין בעקעריי.


דו ווייסט דאך וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט.): "אֵין בּוֹדְקִין לִמְזוֹנוֹת"; דאס הייסט, ביי יעדע זאך איז שייך אפצונארן מענטשן און זיך מאכן ווי מען דארף געלט וכו', אבער אנדערש איז ווען עס קומט צו עסן, וואס ווען איינער זאגט: "איך בין הונגעריג", קען ער דיר נישט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א שמחת פורים.


 

#20 - יישר כח פאר'ן געבן פיש און פלייש
הכרת הטוב, צדקה

ומשלוח מנות איש לרעהו


 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן כסדר געבן פרישע עסן פאר משפחות הנצרכים ביי אונז אין די קהילה מיט אזא נדיבת לב און ברייטע האנט.


מיר האבן אין אונזער קהילה משפחות וואס האבן נישט אויף שבת צו מאכן, פאר זיי טיילט מען אויס יעדע וואך פיש און פלייש און אלעס ארום וכו' וכו' פון וואס דו גיבסט מיט אזא ברייטע הארץ.


דו ווייסט דאך וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט.): "אֵין בּוֹדְקִין לִמְזוֹנוֹת"; דאס הייסט, ביי יעדע זאך איז שייך אפצונארן מענטשן און זיך מאכן ווי מען דארף געלט וכו', אבער אנדערש איז ווען עס קומט צו עסן, וואס ווען איינער זאגט: "איך בין הונגעריג", קען ער דיר נישט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א שמחת פורים.


 

#19 - מאך אן התעוררות צווישן די אינגעלייט צו העלפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן
אומאן, צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר אויף דעם וואס דו העלפסט מיר מיט'ן בנין אין אומאן; סיי פאר דאס וואס דו האסט מיר געהאלפן דעם ווינטער איך זאל קענען באצאלן אביסל חובות און סיי וואס דו האסט זיך יעצט אונטער גענומען צו העלפן ענדיגן דעם בנין כדי מיר זאלן קענען זיין דארט דעם קומענדיגן ראש השנה שנת תש"פ הבא עלינו לטובה מיט אלע באקוועמליכקייטן.


געב איבער פאר אלע יונגעלייט אז זיי זאלן זיך אונטער נעמען אלע צוזאמען צו העלפן ענדיגן דעם בנין; אפילו די יונגעלייט וואס האבן שוין געגעבן זייער חלק אינעם בנין זאלן גיין צוזאמנעמען געלט. נעם נישט פון די יונגעלייט זייער אייגענע געלט וואס זיי האבן נישט, נאר רעד צו זיי זיי זאלן גיין נאך געלט, בפרט יעצט ווען עס קומען די טעג פון פורים און אידן עפענען די טירן צו געבן צדקה זאלן אלע תלמידים זיך אונטער נעמען צו גיין צוזאמנעמען געלט צו העלפן ענדיגן דעם בנין.


איך ווייס נישט צי דו ווייסט, אבער דאס יאר קומען שוין א גאנצע כיתה פון קינדער קיין אומאן פון כתה ב'; דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו, אז יעדעס קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר, וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; דערפאר פירן זיך תלמידי היכל הקודש צו ברענגען די קינדער יעדן ראש השנה צום רבי'ן אין אומאן פון די זיבן יאר און ווייטער; מען קוקט נישט אויף קיין געלט, טרחה וכו', מען וויל פשוט מחנך זיין די קינדער זיי זאלן לעבן מיטן רבי'ן.


דערפאר דארפן מיר האבן א ריינע אפגעהיטענע פלאץ וואו מען קען לאזן די קינדער ארום גיין ראש השנה, מען קען נישט ברענגען קינדער קיין אומאן אן קיין השגחה. דעריבער האב איך זיך מוסר נפש געווען און אריין געשפרינגען אין הונדערטער טויזנטער דאללער חובות אז מיר זאלן האבן א ריינע אפגעהיטענע פלאץ וואו צו זיין מיט די קינדער.


זאלסטו מאכן אן התעוררות צווישן די יונגעלייט זיי זאלן אלע העלפן ענדיגן דעם בנין; אין דעם זכות וועסטו טרעפן בקרוב דיין זיווג און אויפשטעלן א שטוב מיט ערליכע קינדער.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע יונגעלייט.


 

#18 - הלואי זאלסטו מיר קענען העלפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן
אומאן, צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין חשבון אז דו גייסט מיר העלפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן, דו שרייבסט מיר אז דו האסט א ליסט פון הונדערט יונגעלייט וואס אז יעדער זאל געבן טויזנט דאללער קען מען ענדיגן פארמאכן דעם דאך עס זאל נישט אריין רעגענען, אזוי אויך ענדיגן די וואסער, בית כסא און לעקטער.


איך דאנק דיר זייער פאר דיין ווילן מיר צו העלפן; אפשר אז דו וועסט בעטן וועסטו קענען פועל'ן, ווייל איך האב געבעטן פאר צוויי יאר צוריק - זומער תשע"ח - פון אלע תלמידים זיי זאלן זיך משתתף זיין 'איינמאל' מיט'ן סכום פון טויזנט דאללער פארן בנין אין אומאן; וואס מיינסטו, ניטאמאל האלב האבן געגעבן, אפשר דו וועסט קענען פועל'ן.


זיי געזונט און שטארק.

#17 - יישר כח פאר'ן אוועקגעבן דעם שטוב צו מאכן א טיי אוונט
הכרת הטוב, צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע ענינים.


איך דאנק אייך פאר'ן אוועק געבן אייער שטוב צו מאכן דעם "טיי אווענט" פאר אונזער חשוב'ע כולל.


אינעם זכות פון העלפן די כולל יונגעלייט לערנען תורה זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער, אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן תלמידי חכמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים, "הֲווּ לֵיהּ בְּנִין רַבָּנָן" וועט זוכה זיין צו קינדער תלמידי חכמים, "דְמוֹקִיר רַבָּנָן", ווער עס איז מכבד תלמידים חכמים, "הֲווּ לֵיהּ חַתְנְוָותָא רַבָּנָן", וועט האבן איידעמער תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט אלעס גוטס אינעם זכות פון מאכן אייער שטוב א אכנסיא פאר תלמידי חכמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:): "הַמְאָרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס נעמט אריין א תלמוד חכם אין זיין שטוב און דער וואס געבט אוועק זיין שטוב פאר א מסיבה אז תלמידי חכמים זאלן האבן א שטוב – "וּמַאֲכִילוֹ וּמַשְׁקֵהוּ וּמְהַנֵּהוּ מִנְּכָסָיו, עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה" – וועט אים דער אייבערשטער היטן פון אלעם שלעכטס און געבן אלעס גוטס.

#16 - די גרויסע זכות פון העלפן די ישיבה
צדקה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... תחי'.


א גרויסן דאנק פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די צדקה זאלט איר זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע וועגן.


איך שפיר ווי איך דארף אייך שרייבן אז עס איז שוין א לענגערע צייט וואס אייער מאן העלפט מיר מיט אזא געטריישאפט, ער נעמט צוזאם פון אלע תלמידים חודש'ליך געלט צו קענען צאלן די רענט פון די בנין הישיבה וואס קאסט מיר לעת עתה פופצן טויזנט דאללער א חודש, און צוגאב צו דעם - די רענט פון די סקול וואס קאסט פיר טויזנט דאללער.


איר ווייסט דאך אוודאי וויפיל בחורים זענען געראטעוועט געווארן דא אין ישיבה און וויפיל משפחות זענען אויפגעשטעלט געווארן בזכות די ישיבה; ווען איך וואלט געהאט די לחץ אויף מיין קאפ צו דארפן צאלן דאס אלעס וואלט איך נישט געקענט געבן די שיעורים און שרייבן די בריוון.


איר מיט אייער מאן נרו יאיר נעמען א חלק אין אלע גוטע זאכן וואס ווערן געטון דא אין ישיבה וכו'.


איך וואונטש אייך איר זאלט נאר האבן גליק און נחת פון אייערע קינדער, מיט אלעס גוט'ס.


א גריס פון אייער מאן נרו יאיר, ווען ער ארבעט נישט כאפט ער זיך אריין אין ישיבה מיט א חומש, א משניות וכו'.

#15 - צדקה ברענגט גרויסע וואונדער
צדקה, ישועות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... תחי'.


איך האב אייך שוין אסאך געשריבן וועגן אייער מאן נרו יאיר, ווי שטארק איך פריי זיך אים צו זען אין ישיבה לערנען און דאווענען; ווען ער האט א פרייע מינוט צווישן איין ארבעט אינעם צווייטן כאפט ער זיך ארויף אין ישיבה צו לערנען און דאווענען.


איך בעט יעדן טאג פאר אייך און פאר אייער מאן אז איר זאלט זוכה זיין צו הצלחה.


ווען איר דארפט עפעס אדער עפעס טוט אייך וויי וכו' זאלט איר גיין צום פושקע און אריינלייגן צדקה; איר זאלט לייגן די פרוטות מיט ביידע הענט און דערביי בעטן דעם אייבערשטן וואס איר דארפט וועט איר זען גרויסע וואונדער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות תפלה, סימן מה; אות צדקה, סימן כז): "עַל יְדֵי צְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם תְּפִילָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווען מען גיבט צדקה מיט ביידע הענט ווערן אנגענומען די תפילות.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלט איר זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע וועגן.

#14 - טיי אוונט פאר'ן כולל היכל הקודש
צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלן ענק האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך דאנק אייך פאר'ן אוועק געבן אייער שטוב צו מאכן דעם ערשטן "טיי אווענט" פאר'ן כולל "היכל הקודש".


ביי די טיי אווענט האב איך זיך דערמאנט וואס הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט פרייטאג צו נאכטס ביים טיש ווען עס איז געווען א גרויסער עולם און מען האט זיך געשטופט: "איך האף אז מוצאי שבת ביים דינער וועט אויך זיין אזא געדרענג", און ער האט דערביי געטייטשט דעם מדרש (עיין תנא דבי אליהו רבא, פרק יז): "בְּשָׁעָה שֶׁאָמְרוּ יִשְׂרָאֵל נַעֲשָׂה וְנִשְׁמָע", איז דאך געווען א מורא'דיגע געדרענג, "מִיָּד אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה", מען זאל ברענגען געלט צו בויען דעם משכן, איז גלייך געווארן פלאץ ווייל יעדער איז זיך צולאפן, ודפח"ח; האב איך געטראכט אז ביי אלע שיעורים קומט צו לויפן אן עולם, אבער ווען מען בעט הילף פאר'ן מוסד ווערט ליידיג.


עס איז טאקע געווען אינגאנצן א מנין וכו', אבער פאר מיר מיינט עס אסאך; צו זען די פאר תלמידים וואס האבן ארויסגעוויזן זייער הארץ מיר צו העלפן.


אדרבה, גיי ארויף אין כולל קוקן ווי די יונגעלייט לערנען בהתמדה רבה, אזאנס וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש.

#13 - וועגן כשרות, צניעות, ליכט צינדען
כשרות, חיזוק פאר פרויען, צניעות, צדקה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט העכסט צופרידן פון די מלמדים פון אייערע זון און פון די טיטשערס פון אייערע טעכטער; איר אנערקענט די ארבעט וואס זיי לייגן אריין אין די קינדער.


מיר האבן זייער געטרייע מלמדים און טיטשערס וואס לייגן אריין זייער גאנצע הארץ אין די קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער האבן די ריכטיגע מלמדים און טיטשערס וואס וועלן אויפברענגען אונזערע קינדער בדרך התורה.


בנוגע הכשרים וכו'; זייער גוט טוט איר אז איר האט געמאכט א קבלה נאר צו עסן פלייש פון קהילת סאטמאר. מוהרא"ש שרייבט אזוי אין שאלות ותשובות ברסלב (מכתב שנא): "פה בארצות הברית ההכשר הכי טוב בבשר, זה מקהילת סאטמאר וכו'", דא אין אמעריקא איז סאטמאר'ע פלייש א גוטע הכשר; און ווען עס קומט צו אנדערע עסן זאלט איר אויך אכטונג געבן וואס איר נעמט אריין אין שטוב, ווייל וואס מען עסט ווערט נאכדעם איבערגעדרייט פאר בלוט פונעם מענטש, און אז איר ווילט וויסן וואס פאר א הכשר איז א גוטע הכשר און וואס נישט - זאלט איר פרעגן אייער דיין אדער מורה דרך.


בנוגע אייער שאלה, אז ווען מען קלאפט ביי אייך אין שטוב פאר צדקה שיקט איר אייערע קינדער געבן צדקה מיט א קארטל פון חיזוק יומי וואו עס שטייען די נומערן צו הערן 'קול ברסלב', און איר ווילט וויסן צי אין פאל די קינדער זענען נישט דארט און איר אליינס געבט צדקה, צי עס איז צניעות מיט צו געבן מיט'ן נדבה א קארטל וכו'; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, מיר אלע דארפן עוסק זיין אין הפצה, אבער א פרוי זאל עוסק זיין אין הפצה נאר ביי פרויען, דעריבער איז נישט כדאי ווען איר געבט צדקה מיט צו געבן וכו' נאר ווען איר שיקט אייערע קינדער צום טיר אדער דורך אייער מאן נרו יאיר.


בנוגע אז איר צינדט שבת ליכט פריער פונעם זמן הדלקת הנרות און איינער האט אייך געזאגט אז דאס איז א שאלה; אשריך ואשרי חלקיך אז איר צינדט שוין אן די שבת ליכט פרי, אזוי האט זיך געפירט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און אזוי האט מען זיך געפירט ביים רבי'ן, מען האט געצינדן די שבת ליכט צוויי שעה פאר נאכט, דאס קומט אויס בערך א האלבע שעה פאר אונזער זמן וואס איז צוואנציג מינוט פאר די שקיעה; איר זאלט ווייטער צינדן פרי די שבת ליכט אפילו עס זענען דא פוסקים וואס האלטן אז מען קען נישט צינדן אזוי פרי, אבער עס זענען דא פוסקים וואס זאגן שוין אז מען קען צינדן אפילו פארן פלג המנחה (עיין שאלות ותשובות ארץ צבי, סימן קיג); בפרט היינט אז עס איז דא לעקטער אין יעדע שטוב איז דאך ניכר אז די ליכט צינדט מען פאר שבת. דערפאר זאלט איר ווייטער אפווארטן דעם שבת גענוג פרי און ווייטער אנהאלטן אייער גוטע מנהג.


פארשטייט זיך אז איר זאלט אויסנוצן די הייליגע מינוטן ביי די שבת ליכט צו בעטן פאר אייערע קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן, ווייל די תפילות וואס מען בעט ווען מען צינדט אן די שבת ליכט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פאר די פרויען אז רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, טַאטֶע זִיסֶער! גֶעבּ מִיר אַ שֵׁיינֶע שַׁבָּת אוּן אַ שֵׁיינֶע לֶעבְּן. אַ לֶעבְּן מִיט שָׁלוֹם, אַ לֶעבְּן מִיט לִיבְּשַׁאפְט; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְקוּמֶען מִיט מַיין מַאן אוּן אִיךְ זָאל אִים שֶׁעצְן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶער אוֹיס מַיין גֶעבֶּעט, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִּיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן ...'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִּי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער, איר זאלט זיי מגדל זיין אינאיינעם מיט אייער מאן געזונטערהייט.

#12 - ווען מ'העלפט א צווייטן, קען מען נישט ווארטן אויף כבוד
צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען אויף דעם וואס דו טיילסט אויס עסן פאר אנשי שלומינו; דו גייסט ארום צוזאמנעמען פון שמחות די איבעריגע עסן, אזוי אויך איבעריגע חלות מיט מזונות פון בעקערייען און פון טעיק-אוטס און דו טיילסט דאס אויס פון אנשי שלומינו. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן אויך טון פאר אנדערע אידן.


אז דו האסט זיך אונטער גענומען צו העלפן אידן דארפסטו וויסן פון פאראויס אז דאס ברענגט נישט קיין כבוד. פארקערט, מען וועט האבן אויף דיר טענות און מען וועט דיר מבזה זיין, אנשטאט געבן א יישר כח וועט מען דיר קריטיקירן; ממילא דארפסטו אפמאכן וואס דו ווילסט, אויב ווילסטו כבוד זאלסטו שוין אפלאזן די גאנצע ארבעט, ווייל כבוד האט מען נישט פון העלפן אידישע קינדער; אויב ווילסטו די מצוה אליינס, דו ווילסט העלפן אידישע קינדער - דעמאלט חזק ואמץ בכל כוחך.


געב אכטונג אז די מצוה זאל נישט גיין אויף דיין ווייב'ס חשבון; איך האב גערעדט מיט איר און זי האט געזאגט אז זי פריידט זיך מיט דעם אז דו טראגסט און ברענגסט עסן פאר אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - א טובה טון א צווייטן, נאר דאס בלייבט פונעם מענטש
הפצה, צדקה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין זכות פון די מצוה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין אומאן; איך בין היינט געווען אין יבניאל ביי דיין ברודער האברך ... נרו יאיר, ער האט צוגעגרייט א פרישטאג פאר מיר און פאר מיין משפחה. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי אים אין שטוב, זיין גאנצע לעבן איז הפצה.


הלוואי זאלסטו אויך עוסק זיין אין הפצה; מיר לעבן נישט אויף צו לאנג, די גאנצע לעבן פון א מענטש איז א קארגע זיבעציג יאר, און דאס ביסל יארן וואס מיר לעבן איז פול מיט עגמת נפש און יסורים. וואס בלייבט אבער יא פונעם גאנצן מענטש? א טובה וואס מען האט געטון פאר א צווייטן איד, דאס וואס מען האט אריינגעשיינט אין א צווייטן איד אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וכו'.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין אז דו זאלסט עוסק זיין אין הצפה, אזוי וועסטו אויך האבן שפע און דו וועסט קענען ארויס גיין פון דיינע חובות.


ווי לאנג נעמט צו לערנען איין פרק משניות? צוויי מינוט, דריי מינוט; נו פארוואס זאלסטו נישט ארויסכאפן אינמיטן דיינע געשעפטן א פרק צוויי, דורכדעם וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דיין ראש ישיבה.


...

#10 - איך בין מקנא דיין זכות פון טיילן עסן פאר אנשי שלומינו
צדקה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר באדאנקען פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך מוז דיר זאגן אז איך בין מקנא דיין זכות פון טיילן עסן פאר אנשי שלומינו, אינגעלייט וואס האבן נישט קיין געלט אויף שבת צו מאכן, דו ברענגסט זיי חלות, פיש און פלייש וכו.


וואויל איז דיר! אין דעם זכות פון געבן עסן פאר ארעמעלייט וועסטו קיינמאל נישט וויסן וואס עס מיינט ארעמקייט.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אנגרייטן עסן פאר יום ב' שמות ווען עס גייט אם ירצה ה' פארקומען א חתונה אין ישיבה, אז עס זאל זיין עסן בשפע.


אויך זאלסטו פרעגן דעם מחותן - האברך ... נרו יאיר - אויב ער דארף עסן פאר די "שבת שבע ברכות".


נאכאמאל, מיט די מצוה בין איך דיר מקנא; יהי חלקי עמך.


מיט ליבשאפט.


...

#9 - דרוקן די ספרים ברענגט גרויסע וואונדער
רפואה, צדקה, הדפסה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו זוכה זיין צו האבן א רפואה שלימה און מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך שרייב דיר פונעם עראפלאן, פון העכער די וואלקענעס פארנדיג קיין ארץ ישראל מיט מיין ווייב תחי' מתפלל זיין ביי מקומות הקדושים, וואו איך וועל בעטן פאר דיר דו זאלסט האבן א גאנצע רפואה.


האברך ... נרו יאיר האט מיר מודיע געווען אין ערפארט אז מען האט דיר אריבערגעפירט צום ... שפיטאל; דער אייבערשטער זאל העלפן דיין מכה זאל זיך אויסהיילן און זאלסט קענען אהיים גיין צו דיין ווייב און קינדער בקרוב.


עס איז כדאי דו זאלסט מנדב זיין געלט פאר הדפסה; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז אויב מען וועט דרוקן די הייליגע ספרים וועט מען זען גרויסע וואונדער.


פארבינד זיך מיט "קרן הדפסה".


פון דיין ראש ישיבה.


...

#8 - זיי ממשיך צוזאמנעמען געלט פאר'ן כולל
לימוד התורה, צדקה, כולל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין צו גיין נאך געלט פאר אונזער כולל.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין כולל זען ווי פלייסיג די אינגעלייט לערנען; זיי הייבן אן דעם טאג מיטן דף גמרא. אזוי האט מוהרא"ש אויסגעשטעלט דעם סדר היום אינעם כולל אין יבניאל, מען זאל אנהייבן מיט דעם דף גמרא, דאס לערנט מען פון צען ביז עלף אזייגער, נאכדעם לערנט מען הלכות שבת; פארמיטאג לערנט מען שכירות וקבלנות און אמירה לעכו"ם ביז איינס אזייגער, דערנאך פון צוויי ביז פיר לערנט מען די סימנים הקטנים פון הלכות שבת. אז עס מאכט זיך דיר א טאג וואס איז נישט דא קיין ארבעט איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן זען ווי פלייסיג די אינגעלייט לערנען.


דער כולל איז מיר ווי א מתנה פונעם אייבערשטן פארן אנגיין מיט די ישיבה טראץ אלע שוועריקייטן.


יעצט האט מען צוגעלייגט נאך א לימוד פון פינף ביז זעקס אזייגער; דעמאלט לערנט מען יורה דעה חלק ב' - הלכות טהרה.


איך וויל יעצט אריין ברענגען נאך אינגעלייט וואס זאלן לערנען הלכה און גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.

#7 - מ'קען נישט טיילן גרויס צדקה, ווען מ'איז שולדיג געלט פאר מענטשן
חובות, צדקה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


האברך ... נרו יאיר האט מיר דערציילט אז דו ביסט אים שולדיג געלט און דו מאכסט חוזק פון אים; יעדן טאג זאגסטו אים אן אנדערע תירוץ זיך ארויסצודרייען פון אים. היתכן דו נעמסט געלט און דו טוסט חסד מיט דעם, ווען דאס איז נישט דיין געלט? די געלט קומסטו פאר מענטשן.


באמת דארף איך מיר נישט אריין מישן, ווייל וואס האט דאס מיט מיר וכו' אבער ער האט מיר געזאגט אז דו בארגסט געלט צו בויען די מוסד וכו', טענה'ט ער אז אז דאס איז זיין געלט און ער פארפירט אז איך דארף זען עס זאל נישט ווייטער אנגיין אזוי.


איך האב דיר שוין כמה פעמים געזאגט: צדקה איז זייער א גרויסע מצוה ווען דאס איז אייגענע געלט אבער נישט ווען דאס איז יענעמס געלט; דו פארשטייסט אליינס אז אויב וועט איינער גנב'נען געלט כדי צו קענען געבן צדקה איז דאס אן עבירה.


אז מען האט חובות איז מען פטור פון מעשר און פון חומש, און הגם צדקה איז מען טאקע מחיוב צו געבן, אבער דאס קען מען מקיים זיין מיט א פרוטה יעדן טאג, אבער ווי קען מען געבן צדקה ווען מען קומט פאר מענטשן געלט?!


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל דיר נתרחב ווערן, דו זאלסט האבן שפע צו באצאלן דיינע חובות און קענען טון חסד אן א שיעור.

#6 - איך קען יעדן העלפן, חוץ אן עזות פנים
צדקה, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ אין שטוב צו דיינע עלטערן און אין שולע צו דיינע טיטשערס. ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות דרך ארץ; דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, חוץ אן עזות פנים"; פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה – גיהנום, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם".


ווען דו לייגסט צדקה אין פושקע זאלסטו לייגן די געלט מיט ביידע הענט און בעטן דעם אייבערשטן פאר הצלחה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדקה, סימן כז): "יִתֵּן לִצְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם, וְיִהְיֶה תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", מען זאל געבן צדקה מיט ביידע הענט, וועט אנגענומען ווערן די תפילה.


פאלג אלעס וואס דיינע טיטשערס און מנהלת הייסן.