בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#327 - העלף מיך ארויסקריכן פון מיינע חובות
חינוך הילדים, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ערשטנס דאנק איך דיר פארן זיין מיין זון ...'ס מלמד יעצט אין די זומער וואכן, מיין זיין ... נרו יאיר קומט אהיים אזוי פרייליך, ער דערציילט אזויפיל פון חדר, איך זע אז דו לייגסט אריין אין די קינדער אסאך יראת שמים.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך מאך די חשבונות פון די לעצטע זיבן יאר וואס דו טוסט קאמפיינען, האסטו מיר געהאלפן ברענגט צדקה פאר די קהילה א חשבון פון אכט טויזנט פיר הונדערט זעקס און פערציג דאלער, איך דאנק דיך זייער דערפאר, און איך בעט דיר: אנא! העלף מיך ארויסקריכן פון מיינע חובות, גיי נאך געלט מיט דיין גאנצע הארץ, די חובות זענען נישט מיינע, דאס איז חובות פון אויפבויען די קהילה און די מוסדות.


נאכאמאל, יישר כח פאר זיין אזא גוטע מלמד.

#326 - אין הימל איז חשוב ווער עס דערהאלט זיך מיט אמונה
אמונה, התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס, אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע ניסיונות, און אז מען דערהאלט זיך, מען בלייבט שטארק מיט אמונה אינעם אייבערשטן – איז מען זייער חשוב אין הימל, ווייל אין הימל קוקט מען אנדערש ווי מען קוקט דא, דארט איז געלט נישט חשוב, דארט איז הייזער, אינוועסטמענט, כבוד, מעכטיגקייט – בכלל נישט אויף וואס מען קוקט; דארט קוקט מען נאר אויף דעם, אויף ווער עס האט זוכה געווען צו בלייבן ביי די אמונה, ווער עס האט זיך דערהאלטן אין אלע צרות ויסורים.


קומענדיגע וואך מאך איך א דרייוו אז די גאנצע קהילה זאל ארויסגיין פון די באקוועמליכע לעבן און גיין נאך געלט פאר די קהילה און מוסדות, איך ווייס אז עס זענען דא וואס זאגן אז דאס האט נישט באמת מיטן ראש ישיבה וכו' וכו', עס איז נישט אמת, די קאמפיין איז מיך ארויס צו בעילן פון מיינע חובות וואס איך בארג פאר די קהילה און מוסדות.


איך זע אז במשך די פריערדיגע אכט יאר האסטו זייער ווארעם געהאלפן, דו האסט געברענגט איבער פינף און פופציג טויזנט דאלער נאר פון די קאמפיינס אליין, אויסער וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי, איך האף די יאר וועסטו מיר ווייטער העלפן בכל לב ובכל נפש.


א גרוס פון דיין זון, איך זע אים יעדן פארטאגס לערנען מיט התמדה דא אין שול.

#325 - גיין נאך געלט, העלפן די מוסד און די קהילה
צדקה, מוסדות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א קאנטראקטער קען ביים בויען הייזער זיין א גרויסער מפיץ, אז מען רעדט איידל, מען רעדט שיין, און ווען די בעלי בתים שרייען בלייבט מען רואיג און געלאסן, ביז אלע הייבן אן זען אז דא איז דא א קאנטראקטער א ברסלב'ער חסיד וואס רעדט איידל און רעדט אלץ פונעם אייבערשטן – דאס איז די גרעסטע הפצה.


קומענדיגע וואך וועט זיין די יערליכע קאמפיין, איך זע אז דו האסט די פריערדיגע יארן פלייסיג געארבעט, אלע יארן אינאיינעם האסטו געברענגט א חשבון פון דריי און צוואנציג טויזנט דאלער; איך בין דיך זייער דאנקבאר, איך האף אז די יאר וועסטו אויך גיין נאך געלט, העלפן די מוסד און די קהילה.


גיי יעדן טאג זיך מתבודד זיין, הייב אן מיט תודה והודאה, דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים, אז דו ביסט באשאפן געווארן א איד, און פאר דיין התקרבות לרבינו, און פאר דיין שידוך, פאר דיינע קינדער, פאר דיין פרנסה וכו', נאכן דאנקען זאלסטו מאכן צייט פאר תשובה און וידוי דברים, דערצייל דעם אייבערשטן וואס דו האסט געטון, און בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין, און נאכדעם זאלסטו בעטן אויף ווייטער, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נד.): "נותן הודאה על שעבר וצועק על העתיד", ערשט דאנקט מען און נאכדעם בעט מען.

#324 - אזא פרייליכע זומער פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


קודם כל קום איך דיר א גרויסן יישר כח פארן אהערשטעלן אזא פרייליכע זומער פאר אונזערע קינדער, מיינע קינדער ... און .. נרם יאר קומען אהיים אזוי פרייליך און צופרידן, פול מיט יראת שמים, פול מיט מידות טובות; געבענטשט זאלסטו זיין, און דו זאלסט האבן כח צו קענען טון מיט די קינדער, מיט די תלמידים, מער און מער.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך א קאמפיין פאר די קהילה און מוסדות, איך זע אז אין די פארגאנגענע יארן האסטו אויך קאמפיינט און דו האסט צאמגענומען צדקה געלט, און אלעס אינאיינעם איז די סכום פינף טויזנט צוויי הונדערט און צוויי דאלער.


איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן גיין נאך געלט, און אפילו עס איז שווער און נישט אזוי זיס – וועסטו מיר העלפן, נישט נאר יוצא צו זיין, מיר העלפן בויען דעם רבינ'ס מוסדות וואס מאכט ליכטיג די וועלט.

#323 - דער עולם איז זיך מחי' מיט די שיינע הערליכע שאלות
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דער עולם איז זיך מחי' מיט די שיינע הערליכע שאלות וואס דו פרעגסט יעדן אינדערפרי ביים גמרא שיעור, דיין זכות איז גרויס.


קומענדיגע וואך מאך איך א קאמפיין פאר די קהילה און מוסדות, איך מאך די חשבונות פון די לעצטע זעקס יאר וואס דו טוסט קאמפיינען, זע איך אז דו האסט געברענגט אלעס אינאיינעם א חשבון פון קרוב צו צען טויזנט דאלער (9,045), איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן גיין נאך געלט, מיך העלפן ארויסגיין פון מיינע חובות, עס איז נישט מיינע חובות, עס איז חובות פון די קהילה און מוסדות.

#322 - איך בין זייער דאנקבאר, איך וועל דאס שטענדיג געדענקען
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די געשמאקע ווארעמע פלעי גרופ, מיין טאכטער ... תחי' איז זייער צופרידן, און בעיקר איז מיין ווייב צופרידן, מיר זענען דיר זייער דאנקבאר אויף דעם, און ביטע איבערגעבן פאר דיין ווייב תחי' א פערזענליכע דאנק.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך פרשת ראה מאך איך נאכאמאל די יערליכע אנשי חיל קאמפיין, איך קוק צוריק די לעצטע זיבן יאר האסטו מיר זייער ווארעם געהאלפן קאמפיינען, אז איך רעכן זיי צאם קומט אויס אז דו האסט געברענגט די הערליכע סכום פון זעכצן טויזנט פינף הונדערט איין און פופציג דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך וועל דאס שטענדיג געדענקען, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן קאמפיינען בכל לב ונפש, מיר העלפן בויען דעם רבינ'ס זאך און ליכטיג מאכן די וועלט.

#321 - פארוואס נישט העלפן איינמאל א יאר ביים קאמפיין?
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך אנשליסן מיט אלע וואס געהערן אין די קהילה, מיטן גיין נאך געלט און בעטן באקאנטע און משפחה פאר די קהילה און די מוסדות.


איך מאך מיר די חשבונות ווער עס העלפט מיר, און ווער עס העלפט די פלאץ; איך זע נישט דיין נאמען, פון אלע יארן זע איך אז איין יאר האסטו געברענגט דריי הונדערט זעקס און פערציג דאלער.


איך וויל אויסזאגן א סוד, די צדקה געלט גייט נישט פאר מיר, דאס גייט צו בויען די קהילה און די מוסדות וואו דיינע קינדער און אייניקלעך לערנען.


איך ווייס נישט פארוואס איך נעם עס אזוי פערזענליך ווען איך זעט ווי מענטשן וואס ניצן די מוסדות און די קהילה – קומען נישט די פאר טעג א יאר העלפן מיט גיין נאך געלט.


איך האף אז די יאר וועסטו יא נעמען א טייל אינעם קאמפיין.

#320 - איך גיי נאך געלט פאר ברסלב
הפצה, צדקה, מוסדות, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך בין איבערגעגאנגען די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר, אלע קאמפיינס אינאיינעם האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה א חשבון פון כמעט זיבעצן טויזנט דאלער (16,516).


איך בין דיר זייער דאנקבאר, איך האף אז די יאר וועסטו מיר העלפן קאמפיינען, איך וויל נישט אז דו זאלסט אריינלייגן דיינע אייגענע געלט, ברוך ה' א גאנץ יאר געבסטו מעשר און חומש, און נאך אסאך מער, יעצט וויל איך אויסדרוקליך דו זאלסט גיין נאך געלט, זאלסט יעדן זאגן: "איך גיי נאך געלט פאר ברסלב"; איך וויל דו זאלסט האבן די תיקון פון גיין נאך געלט, איך האף דו וועסט טון מיין ווילן.

#319 - פינף הונדערט דאלער פאר קרן הדפסה, לכבוד די שמחה
אמונה, הפצה, צדקה, משיח

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת דברים, חזון, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער לייבי ראטה נרו יאיר, פאנדרעיזער פון אונזער בית הדפוס דחסידי ברסלב


האסט אוודאי געהערט די פרייליכע נייעס אז איך האב א שידוך געטון מיט מיין טייערער זון החתן הרב נחמן נתן נרו יאיר, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, איך בין אזוי פרייליך אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן און מיר האבן זיך געקענט משדך זיין מיט די חשוב'ע משפחה פון אנשי שלומינו, אונזער טייערער גבאי פון שטעטל.


לכבוד די שמחה שיק איך דיר פינף הונדערט דאלער פאר די קרן הדפסה, צו דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, די עצות פון הייליגן רבי'ן, די קונטרסים פון מוהרא"ש, די גליונות און אזוי ווייטער.


ביי אנשי שלומינו איז אנגענומען אז ווען מען האט א צרה פארבינדט מען זיך מיטן בית הדפוס און מען איז מנדב פינף הונדערט דאלער פאר די הייליגע ספרים אשר בנחל, עצתו אמונה און אזוי ווייטער, אבער איך מיין אז דאס איז א שטיקל טעות; אוודאי ווען מען האט א צרה דארף מען לויפן צו די סגולה פון דרוקן די הייליגע ספרים, טון די סגולה וואס מוהרא"ש האט געזאגט, אז ווער עס וועט מנדב זיין פאר אשר בנחל, ווער עס וועט העלפן דרוקן די קונטרסים - וועט זען א גרויסע ישועה, אבער מען דארף נישט ווארטן אויף א צרה; אז דער אייבערשטער העלפט אז עס איז דא א שמחה אין די משפחה - דעמאלטס איז די פאסיגע צייט צו מנדב זיין פאר די קרן הדפסה, און האבן א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, האבן א חלק אין די גאולה, א חלק מיט ביאת משיח, שיבוא במהרה בימינו אמן.

#318 - איבער פיר מיליאן דאלער חובות
צדקה, מוסדות, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערע ליבער ארי פיש נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר זייער בעטן אויב דו קענסט מיר אויך די יאר מאכן די יערליכע אנשי חיל קאמפיין, מיך ארויסצובעילן פון מיינע חובות וואס איך בין אריין פאר אונזער קהילה און אונזערע מוסדות.


איך ליג יעצט מיט חובות פון איבער פיר מיליאן דאלער; שטעל זיך פאר אז דו קומסט געלט פאר מענטשן, דו ביסט שולדיג פינף טויזנט דאלער, אדער לאמיר זאגן צען טויזנט דאלער; ווי אזוי שפירסטו אין דיין מח? שפירסט ווי עפעס דריקט? יעצט טראכט ווי אזוי און וואס טוט זיך אין מיין מח ווען איך קום חובות פון איבער פיר מיליאן דאלער פאר מענטשן; נישט פאר מיינע געברויכן נאר צו בויען די קהלה.


דערפאר בעט איך דיר, טו מיר א טובה און ווארעם אן די טייערע אנשי שלומינו אז אלע זאלן אנטיילנעמען און גיין נאך געלט, און זיך אנשליסן אין דעם יערליכן קאמפיין מיך ארויסצובעילן פון מיינע חובות, איך וויל דירעקט נישט נעמען די געלט פון אנשי שלומינו פערזענליך, איך וויל אז די תלמידים און די חברים זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט. ווען מען גייט נאך געלט ווערט מען אינגאנצן מתוקן, עס איז דער גרעסטער תיקון פאר אלע נישט גוטע מעשים וואס מען האט געטון.


מוהרא"ש זאגט אין אשר בנחל צענדליגער מאל אז גיין נאך געלט, צאמנעמען צדקה פארן הייליגן רבינ'ס זאך - איז מתקן אלע עבירות.


לאז מיר וויסן וואס איך קען ארויסהעלפן אז די קאמפיין זאל זיין מיט הצלחה, און דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קענען פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, אלע זאלן וויסן פון די ליכטיגע עצות, ווי אזוי מען קען לעבן דא אויף די וועלט און די קאפ זאל זיין ביים אייבערשטן, די קאפ זאל טראכטן פונעם אייבערשטן, מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן. האבן א פרייליכע שטוב, האבן שלום בית, האבן געדולד צו די קינדער און לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#317 - יישר כח פאר'ן העלפן דעם יערליכן קאמפיין "נשי חיל"
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן

מרת ... תחי'

א גרויסן יישר כח פארן אריין לייגן אזויפיל הארץ און כח אינעם יערליכן קאמפיין "נשי חיל", פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש דחסידי ברסלב, פארן מחזק זיין די פרויען זיי זאלן אלע עוסק זיין אין די מצוה פון גיין נאך געלט פאר אונזערע מוסדות.

בזכות די גרויסע מצוה פון צדקה זאלן ענק זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות, צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן גיין בדרך התורה, און זיין דבוק צו צדיקים און גיין אין זייערע וועגן.

#316 - לכבוד די גרויסע נס זאלסטו געבן צדקה פאר'ן "בית הדפוס"
התחזקות, הפצה, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ברוך רופא חולים, ברוך ה' דו ביסט אהיים געקומען פון שפיטאל, ניסים ונפלאות מאכט דער אייבערשטער, דו דארפסט בענטשן ברכת הגומל אז דו ביסט ניצול געווארן פון די קאר עקסידענט, דו ביסט ארויס מיטן לעבן (אפשר בזכות וואס דו ביסט געקומען מאכן פאריגע וואך די לעקטער אין חדר פאר די קאך אז די הונדערטער קינדערלעך זאלן האבן עסן, פרישטאג און מיטאג; בזכות לימוד תורה פון תינוקות של בית רבן האסטו געהאט די נס).


לכבוד די גרויסע נס זאלסטו מנדב זיין צדקה פארן "בית הדפוס", צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים לזכות את הרבים, און אויך זאלסטו אליינס פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און גליונות אין שולן, און אויך ביי די הייזער (באנגעלאוס), אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים זאגן (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי האט געהאט די נס האט ער גלייך געזאגט אז ער מוז טון פארן רבי'ן, אזוי ווי יעקב אבינו, עיין שם.

#315 - איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין איבערגעשטרענגט
שלום בית, התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך בין בכלל נישט ברוגז אויף דיר, דאס וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט אזוי ווייל איך רעד נישט געהעריג צו דיר; חס ושלום, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, איך בין איבערגעשטרענגט מיט די חובות וכו', דאס נעמט מיר אוועק מיין מח, דאס איז גורם אז איך זאל פארזען וכו' און נישט שמייכלען וכו'.


יעצט גייט זיין די יערליכע קאמפיין "אנשי חיל"; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, העלפן די מוסדות און די קהילה וואס האט דיר אזוי געהאלפן, און דו וועסט מיר העלפן גרינגער מאכן די ארבעט.


איך האב דיך ליב, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אין משניות. זאג יעדן טאג פרקים משניות, און זאג בלעטער גמרא. אויך איז וויכטיג דו זאלסט האבן א חברותא, אדער קומען צום שיעור גמרא; דאס וועט דיר געבן שמחה, דו וועסט באקומען א שטארקע געשמאק אין דיין טאג טעגליכן לעבן, אויך דיין שלום בית וועט אויפשיינען, ווייל דער וואס לערנט תורה – דער איז פרייליך און איז מצליח.


בלייב שטארק מיט דיינע פרינציפן פון נישט האבן א סמארטפאון, און א טעבלעט וכדומה, און קלאפ ארויס די נארישע מחשבות אז איך בין ברוגז וכו'.

#314 - איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל געשען א נס
צדקה, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ח' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער הארציגער יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס קען איך טון, איך בין אין שווערע חובות, איך האב נישט די מעגליכקייט צו שיקן געלט פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, איך שעם זיך זייער, איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל געשען א נס, און איך האף אז דער פאנדרעיזער ר' אהרן וועבערמאן וועט קענען העלפן שאפן די געלט.


מיינע אויגן זענען געוואנדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#313 - א גוטער גבאי צדקה פאר אונזערע מוסדות
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אפשר האסטו עפעס א געדאנק ווער עס קען זיין א גוטער גבאי צדקה פאר אונזערע מוסדות? אמאל פלעגסטו טראגן די עול פון שאפן געלט פאר די מוסדות; לעצטנס, די לעצטע פאר יאר – ביסטו מער נישט עוסק אין דעם, האסט אוועק שפאצירט...


אפשר האסטו א געדאנק וועם מיר זאלן אויפנעמען פאר דעם? די מוסד וואקסט בלי עין הרע, און "אין הקומץ משביע את הארי, ואין הבור נתמלא מחולייתו", די חובות וואקסן מער און מער, איך ווער צעדריקט, עס נעמט מיר אוועק מיינע כוחות, מיין מח – פון קענען טון פאר די בחורים און פאר די קהילה, מיר מוזן שאפן א פאנדרעיזער וואס זאל צאמנעמען צדקה, סיי פון אנשי שלומינו און סיי פון אינדרויסן, איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן מיט דעם.


מיט די ישיבה העלפסטו מיר זייער שיין, איך האב זייער הנאה ווי דו ביסט מקרב און מחזק אלע בחורים; זע ווי מער זיין מיט די בחורים, שמועסן, פארברענגען און שפאצירן מיט זיי, אויך זאלסטו שפילן אינדיק מיט וועם עס פעלט אויס. דער הייליגער רבי האט דערציילט די מעשה מיטן בן מלך וואס איז משוגע געווארן, און געזאגט: "איך בין א טערקי", מען האט נישט געוואוסט וואס צו טון, מוסר האט נישט געהאלפן, קנס האט נישט געהאלפן, ביז דער חכם – דאס איז דער צדיק – איז געקומען און געזאגט: "איך בין אויך אן אינדיק, איך בין אויך א טערקי", ער האט מיט אים ארום געשפילט, ביז ער האט אים צוריק געברענגט צום טאטן, צום קעניג – דער מלך מלכי המלכים, הקדוש ברוך הוא, והבן למעשה.

#312 - שיינע חלוקות אינעם "בית התבשיל"
צדקה, מוסדות, בית התבשיל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך פארן אהער שטעלן אזעלכע שיינע חלוקות אינעם "בית התבשיל" מידי שבוע בשבוע, די גאנצע שטעטל איז זיך מחי', אויך הער איך אז עס קומען מענטשן פון די נייע סקווירא שטעטל פון סוואן לעיק, עס איז אזא מצוה וואס ענק טוען, דו האסט נישט קיין השגה וויפיל משפחות זענען זיך מחי', וויפיל משפחות לעבן אויף די עסן; וואס מען נעמט פון בית התבשיל האט מען – און מער האט מען נישט, נישטא קיין געלט צו גיין אין גראסערי...


בנוגע די אלע עסן וואס מען טיילט; איך וויל דו זאלסט אדער פרעגן יעדע זאך דעם דיין שליט"א, אויף יעדע הכשר אויב דאס איז גוט, און אויף וואס ער זאגט נישט – איז נישט, אדער זאל מען מודיע זיין אז עס איז נישט אונטער אונזער הכשר, און יעדער איינער זאל אליין בוחר זיין אויב דאס איז לויט די הכשר סטאנדארט וואס מען עס ביי אים אין שטוב, אזוי ווי אין גראסערי וכו'.


איך זאג נישט וועלכע וועג ענק זאלן נעמען, דאס האט מיט די וועד פון בית התבשיל, אבער דאס זאג איך יא, ענק מוזן נעמען א וועג, אדער – אדער, ווייל מענטשן אין די קהילה מיינען אז אלעס וואס מען טיילט – איז מיט מיין הכשר...

#311 - פלאג צו בויען מוסדות, נעמט אוועק פלאג אין ביזנעס
צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אזא שאד אז דו האסט אפגעלאזט דאס העלפן די מוסדות, איך האב דיר שוין כמה פעמים געזאגט אז ווי מער דו וועסט נעמען די עול פון די מוסדות – וועסטו נישט האבן אן עול אין דיין ביזנעס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ג, ה): "כָּל הַמְקַבֵּל עָלָיו עֹל תּוֹרָה", ווער עס נעמט אויף זיך די עול פון לערנען תורה און פון העלפן מוסדות התורה – "מַעֲבִירִין מִמֶּנּוּ עֹל מַלְכוּת וְעֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ", נעמט מען אוועק פון אים די פלאגעניש פון פרנסה און פון צאלן מיסים וארנוניות, און פארקערט, "וְכָל הַפּוֹרֵק מִמֶּנּוּ עוֹל תּוֹרָה נוֹתְנִין עָלָיו עוֹל מַלְכוּת וְעוֹל דֶּרֶךְ אֶרֶץ".


יעדער מענטש האט א מאס וויפיל ער דארף זיך פלאגן, און יעדן ראש השנה שרייבט מען אפ וויפיל מען זאל זיך די יאר הבא עלינו לטובה דארפן מוטשען, 'החכם עיניו בראשו', לייגט ער אריין די עמל אין 'עמל של תורה', און מען ווערט געראטעוועט פון זארגן אייגענע זארג, אשרי לו, ווייל 'אדם לעמל יולד', א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן, און אפילו דער רייכסטער מענטש קען זיך נישט ארויס דרייען פון דארפן ליידן, און זיך פלאגן, און פון זיך שטענדיג זארגן, נאר די עצה איז דא; אויפטוישן די זארג, פלאג, ווייטאג – פאר תורה.


עס איז כדאי פאר דיר צו לערנען די תורה אין לקוטי מוהר"ן (חלק ב, סימן קיט), וואו דער הייליגער רבי שמועסט אויס די זאך, ווי אלע ליידן יסורים, אפילו די גרויסע עשירים, אפילו די העכסטע מיניסטארן, אלע ליידן, און עס איז נאר דא איין וועג זיך צו ראטעווען פון די צרות און ווייטאג, דורך לערנען תורה און העלפן אויפבויען מוסדות התורה, עיין שם.

#310 - צוויי מיליאן דאלער הלוואות פאר'ן נייעם בנין
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן שאפן הלוואות פון צוויי מיליאן דאלער צו קענען קויפן דעם נייעם בנין פאר אונזערע קינדער זיי זאלן האבן וואו צו לערנען.


ברוך ה' פאר מיין לעבן בארג איך נישט; האב איך – איז גוט, און אז נישט – איז אויך גוט; נישטא אזא זאך בארגן, אבער פאר די מוסד האב איך נישט קיין צוויי ברירות, מיר דארפן האבן בנינים פאר די קינדער, די חדר און סקול וואקסן, כן ירבו.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אנווארעמען אלע אנשי שלומינו אנטייל צו נעמען די יאר אינעם יערליכן אנשי חיל קאמפיין, אלע זאלן מיר העלפן בויען די מוסדות און אלעס וואס א קהילה דארף צו האבן.

#309 - נאר דאנקען און לויבן
אמונה, התחזקות, צדקה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מוהרנ"ת פלעגט זאגן, ווען א מענטש קרעכצט, ער רעדט זיך אפ, זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער אויף וואס צו קרעכצן, און ווען א מענטש דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, און אויף יעדע זאך זאגט ער: "ברוך השם", "געלויבט דער אייבערשטער" וכו' – זאגט מען אין הימל אז מען וועט אים געבן נאך מער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען און לויבן, און דאס איז וואס מען וויינט עד היום יעדע יאר תשעה באב, ווייל מען האט געקרעכצט, מען האט זיך אפגערעדט אויפן אייבערשטן.


על כן זאלסטו זיך זייער שטארקן נאר צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער אוועק נעמען פון אונז די טעג פון בין המצרים, ער וועט אונז געבן נאר גוטס, פון הימל וועט מען זאגן: "קוקט דעם איד וואס האט גארנישט, ער האט צרות ויסורים, און דאך דאנקט ער דעם אייבערשטן, לאמיר אים געבן נאך גוטס"; מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קלו, א): "הוֹדוּ לַה' כִּי טוֹב", דאנק דעם אייבערשטן, זאג שטענדיג 'כי טוב', דער אייבערשטער איז גוט, דורכדעם וועט זיין "כִּי לְעוֹלָם חַסְדּוֹ", וועסט שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים; ווייל דורך דאנקען דעם אייבערשטן זעט מען וואונדערליכע ישועות און רפואות, מען זעט אפענע ניסים.

#308 - די בעסטע סגולה – לערנען תורה
התחזקות, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ז' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן פון דיר צען טויזנט דאלער פאר צדקה, דער אייבערשטער זאל דיר געבן געזונט און נחת ביי דיינע קינדער בזכות די צדקה.


שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט – זאלסטו לערנען בהתמדה רבה; לערנען תורה טוט אויסלייטערן דעם מענטש, לערנען תורה טוט מתקן זיין דעם מענטש; מענטשן זוכן תיקונים, סגולות וכו', און פון די בעסטע סגולה – לערנען תורה, זאגן די אותיות התורה – איז מען אזוי ווייט.


פארלייג זיך אויף לימוד ח"י פרקים משניות, 'משנה' איז די אותיות 'נשמה', 'משנה' איז ראשי תיבות ה'עלית מ'ן ש'אול נ'פשי, עס ציט ארויס פון שאול תחתית, פון גיהנום; אפילו מען איז אין גיהנום, מען ברענט זיך אין עבירות, מען האט פיל פוגם געווען השם ירחם; דורך משניות ווערט אלעס פארראכטן.

#307 - ראטעווען די יוגנט
חינוך הילדים, הפצה, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ז' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


עס איז יעצט ארויס פון דרוק דריי נייע קונטרסים: "קעמפ" – א קונטרס פאר בחורים ווי אזוי אויסצוניצן די טעג אין 'קעמפ'; "קאנטרי" – א קונטרס פאר אינגעלייט וואס פארן אין 'קאנטרי', און א קונטרס "מיידל קעמפ" – פאר עלטערן וואס שיקן זייער טאכטער אין קעמפ, וויכטיגע זאכן וואס אנצוזאגן; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט נעמען פון קרן הדפסה די קונטרסים און דאס פארשפרייטן אין אלע קאנטריס און אין אלע קעמפס, ווייל די נסיונות וואס גייט אריבער אויף בני הנעורים איז זייער גרויס, און נאר די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן טוט זיי ראטעווען.


די קונטרסים האט מיך דער דער אייבערשטער מזכה געווען צו שרייבן נאכן זיצן מיט בחורים און אינגעלייט, און הערן וואס גייט אריבער אויף זיי; פון אינדרויסן זעט אויס ווי אלעס איז פיין, און פון אינעווייניג איז דא אזעלכע געפערליכע נסיונות, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט און וואס נאר די עצות פון הייליגן רבי'ן, די רחמנות פון רבי'ן – קען זיי ראטעווען.


אינדערפרי זאלסטו לערנען דיינע שיעורים בכל התורה כולה און נאך מנחה זאלסטו עוסק זיין נאר אין הדפסה; טראכט נישט פון געלט, בעט צדקה און געב א שיינע מתנה; גיי נישט מיט קיינעם אין ויכוחים.


ביים גיין הפצה זאלסטו טראכטן נאר פונעם אייבערשטן, פון די פיר שמות ע"ב, ס"ג, מ"ה און ב"ן; יו"ד ה"י וי"ו ה"י, יו"ד ה"י וא"ו ה"י, יו"ד ה"א וא"ו ה"א, יו"ד ה"ה ו"ו ה"ה, פון אויבן אראפ און פון אונטן ארויף; אזוי וועסטו ציען צו דיר די זיסע געשמאקע לויטערע ליכטיגקייט פון די שכינה הקדושה.

#306 - איך האף אז די יאר וועט די קאמפיין מצליח זיין
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד די חשוב'ע פרויען פאראיין פון "נשי חיל", וואס טוען וואלענטירן פאר אונזער יערליכן קאמפיין


דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט ברכות און ישועות פאר דאס וואס ענק לייגן אריין ענקער צייט און כח אז די יערליכע קאמפיין זאל זיין מיט גרויס הצלחה; איך האף אז די יאר וועט די קאמפיין מצליח זיין, און איך וועל ענדיגן מיט אלע חובות וואס איך האב פון בויען אונזער שיינע הייליגע קהילה, קהילת היכל הקודש, און מיר וועלן ווייטער קענען אנגיין מיט אונזערע מוסדות און אלעס וואס א קהילה דארף.


א גרויסן יישר כח פאר יעדן איינעם פערזענליך.

#305 - שמירה עליונה אז די זומער זאל אריבער גיין גוט
חינוך הילדים, צדקה, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, (חקת בא"י), ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אזוי שטארק אז דו קומסט ביי אונז אין קאנטרי 'אילן החיים', דו וועסט זיין מיט אנשי שלומינו במשך דעם זומער; איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט מיר העלפן זען אז אין אונזער קאנטרי 'אילן החיים' זאל זיין ליבשאפט צווישן די משפחות און עס זאל זיך פירן מיט יראת שמים.


עס איז זייער גוט און געזונט פאר די קליינע קינדער צו גיין זומער אין קאנטרי צווישן די ביימער און גראז, עס איז געזונט סיי בגשמיות; די קינדער שפילן זיך אין די פעלדער מיט די ביימער און גראז, די קינדער געבן זיך אויס אויף א געזונטע וועג, און אויך ברוחניות איז דאס גאר גוט; ווייל אין קאנטרי איז די לופט ריין, עס איז נישטא קיין שלעכטע זאכן, מען זעט נאר הימל און ערד, די נאטור פונעם אייבערשטן, די שיינע בלויע הימל מיט די געשמאקע גרינע גראז, מען זעט נישט קיין שלעכטע זאכן וואס טוט אוועק נעמען די יראת שמים מיט די אמונה.


אויך פאר די עלטערן אליינס איז דאס גוט, מען קען זיך אביסל אנשעפן פרישע כוחות צו קענען ווייטער אויפציען די קינדער מיט שמחה און מיט ישוב הדעת.


מען דארף האבן א שמירה עליונה אז די זומער זאל אריבער גיין גוט, מען זאל פארן געזונטערהייט און צוריק קומען געזונטערהייט מיט די גאנצע משפחה. די בעסטע סגולה איז תפילה; בעט דעם אייבערשטן איידער ענק פארן ארויס אין קאנטרי אז מען זאל פארן געזונט און צוריק אהיים קומען געזונט. ווען דו פארסט ארויס מיט דיין משפחה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן מיט אלע קינדער אז אלעס זאל זיין בשלום, זאג תפילת הדרך און געב צדקה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך חלק א, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", איידער דו גייסט אין וועג - זאלסטו געבן צדקה; עס איז גוט צו האלטן א פושקע אין קאר, און יעדע מאל מען פארט מיט די קאר - זאל מען לייגן א פרוטה לצדקה און זאגן תפילת הדרך. מוהרא"ש זאגט, אפילו מען פארט אין שטאט זאל מען זאגן תפילת הדרך אן זאגן די שם ביי די ברכה, אזוי איז מען זיכער אז מען האט א שמירה אויפן וועג.


אויך זאלסטו ניצן די סגולה פון 'תודה והודאה'; מאך זיך א צייט יעדן טאג צו דאנקען דעם אייבערשטן, דאס וועט ברענגען גרויסע ניסים פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט, אז ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים - עפנט ער אויף א פענסטער אין הימל פאר נאך ניסים; זאלסטו יעדן טאג זיך אראפנעמען אפאר סעקונדעס צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די חסדים; פאר דיין משפחה, פאר דיין פרנסה און אזוי ווייטער; וועסטו האבן א שמירה דעם גאנצן זומער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#304 - בעטן צדקה, אן קיין רחמנות
הפצה, צדקה, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אשר בער אינדארסקי נרו יאיר


יישר כח פארן אראפנעמען די עול פון דארפן דאגה'נען פאר די רענט פאר די ישיבה און פאר די נייע בנינים וואס דו מיט דיין שיתוף שבתי מארקוס נרו יאיר זארגן און שאפן די געלט, ענק העלפן מיר איך זאל זיך אביסל קענען צאמנעמען מיין מח צו לערנען מיט די בחורים און צו טון מיט די אינגעלייט וכו' וכו'.


שוין נישט קיינעם, האב נישט מורא צו בעטן פון אלעמען צדקה, אדרבה, וואס מער דו וועסט בעטן צדקה און מען וועט דיר געבן, מיט דעם טוסטו זיי שוינען, דאס איז די עכטע רחמנות; מוהרא"ש דערציילט, אין אומאן האט מען צאמגענומען צדקה פארן קלויז, און דארט איז געווען אן ארעמאן וואס האט גארנישט געהאט און מען האט נישט געוואלט צוגיין צו אים בעטן צדקה, ווייל ער פלעגט געבן אלעס וואס ער האט פארמאגט... מען האט אים געשוינט...


ווען דער ארעמאן, דער ברסלב'ער חסיד האט געזען ווי מען וויל נישט נעמען פון אים איז ער געקומען צו די גבאי צדקה און געוויינט: "האטס רחמנות אויף מיר, איך האב טאקע גארנישט, איך האב נאר די איין רענדל, האטס רחמנות אויף מיר, נעמט עס פון מיר, איך וויל עפעס מיט נעמען אויף יענע וועלט, איך דארף רחמנות, וואס וועט זיין מיט מיין נשמה..."


אזוי זאלסטו קוקן אויף אנשי שלומינו, האב רחמנות, נעם וואס מער צדקה, דאס איז די עכטע רחמנות.

#303 - דיין טאטע שעפט נחת פון דיר
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב לעצטנס געטראפן אפאר מאל דיין טאטע נרו יאיר, און מיט טרערן אין די אויגן האט ער מיר געזאגט אז דו מיט דיין משפחה איז זיין גרעסטע נחת, און ער דאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט אנגעקומען קיין ברסלב, ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, ער האט מיר געדריקט מיין האנט מיט אזא שטארקע ליבשאפט, און מיך מחזק געווען אנצוגיין ווייטער מיט מחזק זיין די קהילה.


וואס זאל איך דיר זאגן, נישטא קיין גרעסערע הפצה, נישטא קיין גרעסערע וועג שיין צו מאכן דעם רבינ'ס נאמען ווי ווען קינדער פירן א שיינע שטוב, א פרייליכע געזונטע שטוב, און די עלטערן קוקן און זעען די שיינע נחת און זאגן בפה מלא אז די ברסלב'ע קינדער זענען זיי אזוי שיין מכבד, און די ברסלב'ע קינדער זענען אזוי דרך ארץ'דיג.


אמאל דארף מען ווארטן אפאר יאר, אמאל שנעלער און אמאל לענגער, אבער ביים סוף ענדיגט זיך דאס. אזוי ווי ביי מוהרנ"ת, וואס זיין טאטע האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, און ביים סוף האט ער אים געזאגט: "דו ביסט מיך די מערסטע מכבד" וכו'.


זאג יעדן טאג תהלים, בעט פאר דיינע דורות זיי זאלן אלע זיין הייליג און ערליך.