בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#78 - א צדקה קאסע טאר נישט געפירט ווערן דורך א יחיד
צדקה, הדפסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס נישט פארוואס ער איז אזוי פאר'עקשנ'ט און ער וויל זיך נישט לאזן הערן, און נאכמער וואונדער איך זיך אויף דיר, וויפיל איך האב דיר געבעטן זאלסט רעדן צו אים און אים מחזק זיין - האסטו זיך אלץ ארויסגעדריידט און יעצט האט פאסירט וואס האט פאסירט.


איך זאג דיר קלאר נאכאמאל וואס איך האלט, נישטא אזא זאך א יחיד זאל זיצן מיט געלט פון צדקה; זיי נישט קיין אויבער חכם, איך ווייס וואס איך זאג, מענטשן געבן גרויס געלט צו דרוקן די ספרים און גליונות, בפרט דעם ספר אשר בנחל; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן זיינע בריוו - וועט זען גרויסע ישועות. אז מען שטעלט אויף א קרן הדפסה, מען נעמט צאם געלט - דארף זיין אפאר מענטשן וואס קוקן דורך די חשבונות. דו געדענקסט וואס מוהרא"ש אליינס האט זיך צאמגעליטן ביזן לעצטן טאג פון זיין לעבן, וויפיל מענטשן האבן אים בא'גנב'עט מיט מיליאנען שקלים, נישט סתם מענטשן, נאנטע מענטשן וועם מוהרא"ש אליינס האט געשטעלט.


איך בין קיינעם נישט חושד אויף גניבה, איך וויל פשוט עס זאל נישט פאסירן וואס האט פאסירט ביי מוהרא"ש און וואס האט שיעור נישט פאסירט ביי אונז אין ישיבה, עס האט געפעלט א האר אז דאס זאל פאסירן יארן צוריק ביי אונז אין ישיבה, דער אייבערשטער האט אונז געהיטן; דעריבער האב איך אויפגענומען אפאר אינגעלייט אין ארץ ישראל זיי זאלן זיין אחראי אויף די געלט וואס מענטשן זענען תורם צו דרוקן די ספרים און קונטרסים.


געב איבער פאר אלע וואס העלפן דרוקן זיי זאלן ווייטער העלפן מיט'ן דרוקן און עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון אונזערע הענט.


און אז מען רעדט שוין וויל איך אז די חברי הנהלה פון קרן הדפסה זאלן פון צייט צו צייט איבערגיין די חשבונות און זען וואס טוט זיך אין באנק; נישטא אזא זאך א יחיד זאל זיצן ביים שיסל, זאל ער זיין דער גרעסטער מענטש.


אך און וויי פאר א צדקה קאסע וואס ווערט געפירט דורך א יחיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - מיט'ן העלפן די מוסדות, האסטו א גלייכע חלק אין אלע גוטע זאכן
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה ירושלים עיר הקודש


 


לכבוד ...


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אונזערע מוסדות אין אמעריקע, מוסדות היכל הקודש; דו האסט א גלייכע חלק אין אלע גוטע זאכן וואס עס קומט ארויס פון דעם הייליגן פלאץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט דיין גאנץ לעבן בלייבן געטריי צום הייליגן רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה.

#76 - מיר זוכן מלמדים וואס טויגן צו קינדער, נישט צו די עלטערן
מלמדים, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת ויגש, א' טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע דער מלמד פון דיין זון נרו יאיר; אסאך עלטערן זאגן מיר אז ווען מען רעדט צו אים לאזט ער נישט אויסרעדן, ער באווייזט זיך אז ער פארשטייט בעסער. מיר זוכן נישט מלמדים וואס פארשטייען צו עלטערן, מיר זוכן מלמדים וואס טויגן צו די קינדער.


איך האב שוין גערעדט כמה פעמים מיט אים, ער זאל אויסהערן אלע עלטערן; איך וועל נאכאמאל רעדן צו אים. ער איז א גוטער מלמד, ער ארבעט ביטער שווער מיט די קינדער, ער שלאגט נישט, ער פארשעמט נישט און ער קלאפט נישט די קינדער, ער בויט זיי אויף; הלוואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע מלמדים, די איינע חסרון מאכט אים נישט ווייניגער.


בזכות די צדקה, די צען טויזנט דאלער וואס דו האסט מיר געברענגט – זאלסטו זען א גרויסע ישועה; דו, דיין ווייב און קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק און זען ליכטיגע דורות.

#75 - עס איז שוין צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן
צדקה, מוסדות, הדפסה, בית המדרש, היכל הקודש, לאנדאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש לאנדאן ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך אינאיינעם מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, איר נעמט זיך צוזאמען איינמאל א וואך זיך מחזק זיין מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האף איר וועט נישט זיין קיין בטלנים און אנהייבן אויך דאווענען אינאיינעם; עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן.


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו פון לאנדאן, געבט אייערע צדקות פאר די גבאים אין לאנדאן. מיר האבן צוויי געטרייע גבאים, הר"ר יחיאל הורוויץ נרו יאיר און הר"ר שמואל אליעזר פערל נרו יאיר; געבט זיי ענקערע צדקות.


עס זענען דא צווישן אייך וואס מיינען אז ווען מען געבט צדקה צו דרוקן אין אמעריקע אדער אין ארץ ישראל - איז דאס שטערקערע צדקה, עס איז נישט אזוי, מען דארף האבן אין יעדן שטאט א קרן הדפסה; זאלט איר געבן צדקה פאר די לאנדאנער קרן הדפסה.


בלי נדר וועל איך מאכן ביי אונז א מגבית פאר די קרן הדפסה פון לאנדאן צו העלפן ענקער בית הדפוס זיך שטעלן אויף די פיס.


איך בעט אייך זייער, גייט ארויס פון אייער קטנות; שוין צייט אנצוהייבן מיט א בית המדרש, נאכדעם וועט מען קענען עפענען מוסדות התורה.


חנוכה איז די פאסיגע צייט צו מייסד זיין א בית המדרש, חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן די הייליגע בריוו אשר בנחל; חנוכה איז די ריכטיגע צייט אנצוצינדן די ליכט פון רבי'ן עס זאל שיינען אין גאנץ לאנדאן.


א ליכטיגן פרייליכן חנוכה.

#74 - העלפן משפחות נצרכים זאלן האבן עסן לשבת ולחול
צדקה, בית התבשיל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן פה קערעסטיר, אצל ציון הרב הקדוש רבי ישעי' בן רבי משה זכותו יגן עלינו


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ה' עליהם יחיו


האברך היקר ... נרו יאיר מקרית ברסלב איז עוסק אין די גרויסע מצוה פון העלפן משפחות נצרכים זאלן האבן עסן לשבת ולחול.


אנא, עפנט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצוה. ובזכות די מצוה זאלט איר האבן שפע, ברכה והצלחה.


החותם למען המצוה ביים ציון פון הרב הקדוש זכותו יגן עלינו וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה.

#73 - טו די סגולה פון רבי'ן צו האבן קינדער
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית, הפצה, צדקה, סגולות, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, קערעסטיר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


פארליר זיך נישט, דו וועסט האבן קינדער. טו די סגולה פון רבי'ן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; טו די צוויי עצות, געב דיינע צדקות צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות ביי ענק אין שטאט און מאך פרייליך דיין ווייב. רעד שיין צו איר, דערציילט נישט דיין מאמע פריוואטע זאכן צווישן דיר און דיין ווייב; אז דיין מאמע זוכט אריינצוקריכן אין פריוואטע זאכן - זאלסטו זיך מיט חכמה ארויסדרייען.


גיי אריבער יעדן טאג צום ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו, זיי זיך דארט מתבודד, בעט דעם אייבערשטן פאר קינדער, בעט דעם אייבערשטן אין אידיש, דיין שפראך; דערצייל אים אויס דיין הארץ.

#72 - דער בנין וואס דו האסט מנדב געווען, דאס וועסטו מיטנעמען מיט דיר
צדקה, תכלית, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב היינט געזען בילדער פון די ארבעט ביים בנין התלמוד תורה. איך בין אזוי פרייליך צו זען ווי די ארבעט גייט שנעלער ווי איך האב זיך פארגעשטעלט.


וואס זאל איך דיר זאגן, האסט גענומען פאר דיר א גוטן מקח. אלע צדקות זענען הייליג, אלע צדקות זענען וויכטיג, אבער דו האסט געכאפט א גוטער ביינדל, א גרויסער מוציא; די זכות פון תורה פון תינוקות של בית רבן - דאס איז העכער אלעס!


דער בנין וואס דו האסט מנדב געווען מיט אלע צוגעהערן - דאס האסטו, דאס איז דיינס, דאס וועסטו מיטנעמען מיט דיר, דאס וועט דיך ראטעווען פון חבוט הקבר ומדינה של גיהנום.


די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן, און ווער עס העלפט קינדער זאלן האבן א פלאץ וואו צו לערנען, זאלן האבן עסן, עס זאלן זיין מלמדים - דער אינוועסטירט אין גוטע פלעצער.


איך בין דיר מקנא מיט דעם.

#71 - פילע אידישע שטיבער שטייען דורך די גליונות און בריוו
ישועות, הפצה, צדקה, סגולות, בריוו, עצתו אמונה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יא, זיכער; אז דו וועסט געבן צדקה צו דרוקן די גליונות און די נייע ספרים עצתו אמונה - וועסטו האבן א ישועה.


די הבטחה וואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט, אז ווער עס וועט נעמען א חלק אין דרוקן אשר בנחל וועט זען ישועות, דאס גייט אויך ארויף אויף די גליונות און קונטרסים. וואס שטייט אין די גליונות? וואס שטייט אין די נייע ספרים? עס שטייט נאר ווערטער, שכל און חיזוק פון מוהרא"ש, אזויפיל אידן זענען זיך מחזק מיט דעם, אזויפיל אידישע שטובער שטייען בזכות דעם, אזויפיל קומען צוריק צום אייבערשטן בזכות דעם, וואס איז בכלל די פראגע?


וואויל איז דעם וואס נעמט א חלק אין דרוקן די גליונות מידי שבת בשבתו; די גליונות מאכן אזא מהפכה אין די וועלט, עס איז נאכנישט געווען אזא הפצה אין ברסלב אזוי ווי די הפצה מיט די גליונות. אלע ליינען דאס, אלע ווארטן אויף דעם; מענטשן גייען פון שול צו שול זוכן א גליון, מען ווערט צוגעקלעבט צו דעם, בפרט צו די בריוו פון עצתו אמונה, איש אמונות; מענטשן זאגן אז דאס לעבט זיי אויף, דאס איז זיי אזוי מחזק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#70 - עס איז א גרויסע זכות צו בויען א מקוה טהרה
מקוה, צדקה, שטעטל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די סכום פון $25,000 פאר די מקוה טהרה וואס מיר בויען יעצט אין שטעטל, דאס איז א גרויסע זכות צו בויען א מקוה טהרה.


ביז יעצט דארפן די משפחות אוועק פארן צו א מקוה, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ווען די מקוה וועט פערטיג ווערן וועט זיין אסאך גרינגער פאר אלעמען.


בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו געבענטשט ווערן מיט ברכה והצלחה און נחת פון די קינדער.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וויפיל דו לערנסט יעדן טאג און דיינע סיומים - וועסטו מיר מחי' זיין; יעדעס מאל איך הער א סיום ביי אנשי שלומינו - געבט דאס מיר כח.


 


 

#69 - זע צו דרייוון לויט די געזעץ
קינדער, צדקה, מוסדות, דרייוון, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו דרייוון לויט די געזעץ, נישטא קיין חכמות ביים דרייוון, בפרט ווען מען פירט קינדער – מוז מען זיין זייער פארזיכטיג.


געב צדקה פאר דו הייבסט אן פארן; בעט א תפלה, זאג תפילת הדרך; צופרי זאג דאס מיט די ברכה און נאכדעם זאג די תפילה אן די חתימה, אזוי זאגט מוהרא"ש.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן.


 


 


 

#68 - געב נישט דיין גאנצע געלט, מ'וועט שאפן געלט פאר די מקוה
צדקה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פארוואס בעטסטו נישט געלט? פון וואו זאל איך וויסן אז דו לייגסט אויס טויזנטער דאלער, דיין אייגנס, און יעצט האסטו נישט קיין ברויט אין שטוב?


קודם כל זאלסטו אפשטעלן דאס בויען די מקוה, איך לאז דיר נישט ווייטער בויען בשום אין אופן; דו האסט געשאפן א נדבן פאר דרייסיג טויזנט דאלער, וועט מען דארפן שאפן א נדבן פאר די נאך דרייסיג טויזנט דאלער; פארוואס זאלסטו לייגן דיין לעצטע פרוטות און נישט קענען אהיים ברענגען ברויט?


די מקוה טהרה ביי האברך ... נרו יאיר – באצאל איך, אבער איך קען נאר באצאלן אז דו זאגסט מיר ווען דו דארפסט. איך האב אפגעמאכט מיט די בחורים, די אלע בחורים וואס גייען נאך געלט, זיי העלפן מיר בויען די מוסד – וועל איך גיין מיט זיי אויף א שבת, און מיט די געלט וועל איך ענדיגן די מקוה.


פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן ארויסגיין פון די חובות און קענען נאך אסאך טון פאר'ן באשעפער.

#67 - נעם צוזאמען צדקה פאר משפחות פון אנשי שלומינו אויף יום טוב
צדקה, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר


גיי נאך געלט, נעם צוזאמען צדקה פאר משפחות פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט אויף יום טוב.


איך בין אלע מיינע יארן פון אלס יונגער בחור, פון מיין בר מצוה - אלץ געגאנגען נאך געלט, ביז איך האב געעפנט די ישיבה, דעמאלט האב איך מער נישט געקענט גיין צווישן מענטשן, איך האב געדארפט זיין באהאלטן צוליב די מחלוקות, אבער אזוי פלעג איך אלץ גיין נאך געלט; אזוי האט מיר זיידי זכרונו לברכה מחנך געווען, ער האט מיר געמוטשעט כסדר איך זאל גיין נאך געלט.


אז מען גייט נאך געלט איז מען זיך מתקן מיט די גרעסטע תיקונים, בפרט ווען מען ווערט מבוזה, מען כאפט א בזיון; דאס איז א גרויסע זאך פאר תיקון הנפש.


די צוויי טויזנט דאלער וואס דו האסט צאמגעשטעלט איז אויסגעגאנגען אין מינוטן, משפחות האבן זיך מחי' געווען. איך דארף נאך געלט, יעצט פאר יום טוב דארף איך העלפן אנשי שלומינו וואס האבן נישט ווי אזוי אריינצוברענגען דעם יום טוב.


בזכות מצוות צדקה זאלסטו זוכה זיין צו א זיס לעבן.


 

#66 - מיר דארפן ענדיגן דעם בנין אין אומאן
צדקה, הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אין עירפארט אויפ'ן וועג אהיים פון הייליגן רבי'ן, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן ראש השנה. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁהָיָה אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה, "רָאוּי לִשְׂמוֹחַ מְאֹד כָּל הַשָּׁנָה", דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו האסט געהאלפן אין אומאן; מיט'ן צושטעלן די שאטל מען זאל קענען גיין און קומען פונעם בנין ביז'ן ציון און צוריק און פאר'ן העלפן מיט די עליות, מיט'ן אויסרופן וכו' וכו'.


עס איז אריינגעקומען בערך צוואנציג טויזנט דאלער פון עליות און נדרים און נדבות, איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט דאס נאכגיין, זיך פארבינדן מיט אלע וואס האבן געקויפט, ווייל איך דארף האבן דאס געלט צו קענען ענדיגן דעם בנין.


איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו ענדיגן דעם בנין די יאר, ווייל מיר דארפן שוין אנהייבן פלאנירן צו בויען דעם צווייטן בנין, דער בנין איז שוין קליין, האסט דאך געזען וואס האט זיך געטון, וויפיל פרישע מקורבים עס זענען געקומען און פון אנשי שלומינו אליינס וואס ברענגען די קינדער. די קינדער אליינס האבן אויפגענומען איבער הונדערט בעטן, קומענדיגע יאר קומען צו נאך מער קינדער, מיר דארפן ענדיגן דעם בנין און שוין אנהייבן בויען א גרויסער בית המדרש וואס זאל זיין גענוג גרויס פאר אלע תלמידי היכל הקודש.


ווי עס זעט אויס דארפן מיר בויען גאר א גרויסער בית המדרש לויט די וואוקס פון די קהילה.


א גוט געבענטשט יאר.

#65 - איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די קאמפיין עס זאל זיין מיט הצלחה
צדקה, לימוד התורה, תכלית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו שטייסט אים צו די האנט, דו העלפסט אים מיט די קאמפיין וואס מיר מאכן די יאר, קאמפיין "א וועלט פון חיזוק". איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די קאמפיין זאל זיין מיט הצלחה, דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


דאס איז די ערשטע גוטע גריס וואס איך הער אויף דיר, א צווייטע גרוס הער איך אויף דיר, אז דו קומסט אין שול, אין היכל הקודש בארא פארק ביינאכט לערנען דעם בלאט גמרא; דאס איז מיר נאך א גרעסערע שמחה, צו הערן אז דו לערנסט תורה. דאס איז דאך מיין שטרעבן, אז די תלמידים און חברים וואס מיר זענען זיך מחזק מיט די עצות פון רבי'ן - זאלן געדענקען פון תכלית, ארויסכאפן יעדן טאג לערנען די הייליגע תורה.


איך פלאג זיך אזוי מיט יעדן בחור ביז איך מאך אים חתונה, נאר צו קענען הערן אז ער לערנט און דאווענט.


גיי אן מיט'ן שיעור גמרא - וועסטו אלעס פאררעכטן.

#64 - זוך דיר וועגן וואס דו קענסט טון אז דו זאלסט בלייבן מקושר צום רבי'ן
צדקה, צדיקים, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיר, איך זע ווי שיין דו פירסט זיך; סיי דיין דאווענען, סיי דיין לערנען און דיין שלום בית; דו געבסט מיר כח מיט דיין שיינע התנהגות.


פאריאר האסטו זייער שטארק ארויסגעהאלפן ביים קאמפיין, עס איז געווען א גרויסע הצלחה; וויל איך דיר בעטן אויב דו וועסט מיר העלפן די יאר ביים קאמפיין. איך נויטיג זיך אין גרויס געלט, די מוסד וואקסט גרעסער און גרעסער, מיר דארפן הילף צו קענען אנגיין. בעט איך דיר, פארבינד זיך מיט האברך ... נרו יאיר, ער האט שוין חזקה, שוין אלע יארן האט ער גענומען אויף זיך די יערליכע קאמפיין, דאס איז אונזער דינער השנתי, פרעג אים וואס דו קענסט אים העלפן.


האסט חתונה געהאט - דארפסטו זיך אריינשטופן צוריק אין ישיבה; זוך דיר וועגן וואס דו קענסט טון אז דו זאלסט בלייבן מקושר צום רבי'ן, בלייבן א שמש פאר'ן רבי'ן, באדינען דעם רבי'ן; ווייל וואס מען טוט אויף די וועלט - טוט מען אויף יענע וועלט, ווער עס איז מקורב צו א צדיק אויף די וועלט - וועט זיין מקורב צום צדיק אין עולם העליון, אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם".

#63 - א גבאי צדקה דארף קוקן גוט אויף יעדן איינעם
צדקה, זכותים, בין אדם לחבירו, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל בית התבשיל קרית ברסלב


איך האב הנאה אז דו נעמסט אן וואס איך זאג דיר, דו שרייבסט מיר איך זאל דיר שרייבן ווייטער ווי אזוי זיך צו פירן; וועל איך דיר שרייבן א וויכטיגע זאך וואס דו וועסט קענען נוצן און אויך אלע גבאי צדקה.


ווען מען גייט נאך געלט דארף מען אסאך רחמים מען זאל נישט קוקן אדער טראכטן שלעכטס אויף אידישע קינדער; מען דארף צומאכן די אויגן און די אויערן נישט טראכטן שלעכטס אויף די וואס געבן נישט, און נישט אויסהערן די וואס האבן אלץ שיינע סברות וואס צו זאגן.


צדיקים האבן געזאגט, פארוואס האט מען צוויי טאשן? איינס אריינצולייגן די געלט וואס מען נעמט צאם, און די אנדערע טאש פאר די בזיונות.


מען קען אמאל טראכטן, דער איז א קמצן, דער איז א חי', דער געבט גארנישט, דער געבט אפאר פרוטות וכו'; דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן מען זאל אלץ קוקן גוט און דן זיין אלעמען לכף זכות.


מענטשן גייען אריבער שווערע צייטן, מענטשן האבן שווערע ביטערע צרות; רוב מאל ווייסט דאס קיינער נישט, רוב מענטשן שפילן א שפיל, אלע מיינען אז עס גייט זיי גוט; זיי האבן געלט, זיי האבן שלום בית, זיי האבן כל טוב, ווען באמת איז דאס א שפיל, און ווען דער גבאי צדקה קומט בעטן געלט און יענער געבט גארנישט, דארף דער גבאי צדקה בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע וואס געבן נישט ער זאל זיי קענען דן זיין לכף זכות, ער זאל יענעם געבן א שמייכל און בעטן פאר יענעם ער זאל האבן שפע.


איך שרייב דיר ווייל דו האסט מיר געשריבן איך זאל דיר זאגן וואס צו פאררעכטן. זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט דיין חסד, סיי מיט'ן בית התבשיל, סיי מיט העלפן אלע וואס דארפן הילף און מיט'ן רייניגן דעם בית המדרש, און ווער עס העלפט דיר און ווער עס העלפט דיר נישט - ביידע זאלן זיין דיינע פריינט, אלע זאלן באקומען א שמייכל פון דיר.

#62 - דו גיי דיין וועג, מאך נישט קיין עסק פון אנדערע
צדקה, חסד, סיפורי צדיקים, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל בית התבשיל קרית ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; אנשי שלומינו זענען דיר זייער דאנקבאר פאר דיין געטרייע ארבעט פון צושטעלן עסן פאר די גאנצע שטאט.


עס זאל דיר אבער נישט וויי טון ווען איינער דארף נישט און וויל נישט נעמען פון די עסן, אדער אויב איינער פון די גבאים נעמען נישט; דו גיי דיין וועג, דו טו גוטס און ווער עס דארף נישט - דארפסטו נישט מאכן קיין עסק דערפון.


דו ווייסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אלץ געזאגט פאר זיינע הייליגע קינדער זיי זאלן גיין נאך געלט, אין די זעלבע צייט האט ער זיי געבעטן זיי זאלן נישט ווערן קיין שונאי ישראל, נישט פיינט האבן אידן; וואס איז די שייכות איינס מיט'ן צווייטן? נאר בדרך כלל, די אלע וואס טוען חסד ווערן אזוי אריינגעטון אין עולם החסד, זיי פארגעסן אז עס איז דא נאך מענטשן; מען פארגעסט אז עס איז דא נאך מידות, עס איז דא חסד, גבורה, תפארת וכו', בשעת מען נעמט צאם געלט און מען זעט איינער געבט נישט ווערט מען גערעגט אויף די מענטשן; דאס האט ער זיי געבעטן, זיי זאלן ווייטער ליב האבן אידישע קינדער.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, קוק נישט אויף קיינעם; גיי דיין וועג און האב יעדן ליב, וועסטו זייער מצליח זיין.

#61 - געבן צדקה פאר א פלאץ וואס פארשפרייט אמונה, איז גאר א גרויסע מצוה
מקוה, צדקה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון געבן צדקה פאר אונזער ישיבה; עס איז דא אסאך צדקות, אלע זענען חשוב; אבער אז מען געבט צדקה פאר א פלאץ וואס פארשפרייט אמונה, א פלאץ וואס לערנט אינגעלייט לעבן בשלום ובאהבה מיט א ווייב און קינדער וכו' וכו', - איז די מצוה זייער גרויס.


שרייב מיר דיינע שיעורים, דיינע סיומים - וועסטו מיר מחי' זיין.


זיי מקפיד אויף מקוה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", מקוה איז המתקת הדין; נאכן זיך טובל'ן שפירט מען ווי מען ווערט א נייער מענטש.

#60 - אנגרייטן די לוח ברסלב לשנת תשפ"ב
צדקה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן אזוי געטריי די רענט קאמפיין, מען זאל קענען באצאלן רענט חודש'ליך פאר די ישיבה, חדר, סקול, בית הדפוס, כולל, בית המדרש, חתונה זאל וכו' וכו'.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אנגרייטן די לוח ברסלב לשנת תשפ"ב. גרייט אן אלע זמנים, שיעורים און התחזקות, געב אכטונג די חיזוק זאל ליגן אויף די ריכטיגע פלאץ. יעצט זע איך אין די לוח פון היי יאר אז עס האט א גרויסע טעות, די חיזוק ליגט אפגערוקט פיר עמודים; למשל, יעצט א וואך נאך פסח דארף שטיין חיזוק פון ספירה, אנשטאט דעם שטייט חיזוק אויף הכנות לפסח.


זיי געזונט.


 

#59 - די בעסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון פחדים, איז חזר'ן אמונה
פחדים, צדקה, תהלים, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון פחדים - איז חזר'ן אמונה; ווי מער מען חזר'ט זיך די פשוט'ע אמונה אלץ מער גייען ארויס די פחדים.


חזר'ט אייך די פשוט'ע אמונה; זאגט פאר זיך: "קיינער קען מיר גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער; דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ער היט מיר, ער איז מיט מיר"; דאס וועט ארויסנעמען פון אייך אייערע פחדים.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג; דאס וועט זיין א טובה פאר אייער טאטע'ס נשמה. אויך זאלט איר געבן יעדן טאג אפאר פרוטות פאר צדקה לטובת נשמתו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - אכטונג געבן פאר וועמען מ'געבט צדקה
צדקה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע מצוה צו העלפן חברים וואס דארפן הילף, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן פארוועם מען געבט צדקה.


אמאל מיינט מען אז די צוועק איז חשוב, די צדקה איז גרויס - ווען עס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): אָמַר יִרְמְיָהוּ לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם [אֲפִילוּ] בְּשָׁעָה שֶׁכּוֹפִין אֶת יִּצְרָן וּמְּבַקְשִׁין לַעֲשׂוֹת צְדָקָה לְפָנֶיךָ, הַכְשִׁילֵם בִּבְנֵי אָדָם שֶׁאֵינָן מְּהוּגָנִין", ירמיהו הנביא האט געשאלטן די מענטשן פון ענתות וואס האבן אים שלעכטס געטון, זיי זאלן געבן צדקה פאר מענטשן וואס זענען נישט ראוי.


אין דיין פאל זאלסטו זייער אכטונג געבן, בפרט ווען דער מענטש פאר וועמען דו נעמסט צאם געלט איז א חסיד שנפל, ער שרייבט שטילערהייט א בוך קעגן חסידים. פאר דיר און פאר דיינע חברים מאכט ער זיך ווי א רחמנות, ער שטעקט אויס זיין פוס אזוי ווי דער דבר אחר שטעקט אויס זיינע פיס צו ווייזן עס איז געשפאלטן. זאלסטו זייער אכטונג געבן, דו וועסט זיין א מסייע לעוברי עבירה פון חילול השם.


איך האף דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן פון יעצט.


 


 

#57 - איידער דו הייבסט אן פארן, געב א פרוטה פאר צדקה
צדקה, דרייוון, סיפורי צדיקים, שולד געפילן, תפלת הדרך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן; קלאפ ארויס פון דיר די שולד געפילן, דו ביסט נישט שולדיג אין די מעשה, דאס איז פון הימל, דאס האט נישט מיט דיר.


איך וועל גיין אינאיינעם מיט דיר מנחם אבל זיין די משפחה, איך וועל נישט לאזן דו זאלסט אונטערגיין; דאס האט גארנישט מיט דיר, דאס איז פון הימל אנגעשריבן.


זיי זיך מקבל, יעדעס מאל דו גייסט אריין אין קאר אדער באס, איידער דו הייבסט אן פארן - צו לייגן א פרוטה לצדקה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר מען גייט ארויס אויפ'ן וועג זאל מען געבן צדקה.


אויך זאלסטו זאגן תפלת הדרך; עס זענען דא וואס זענען מקיל ביי דעם, זיי זאגן דאס נאר ווען מען פארט א ווייטע נסיעה, מוהרא"ש האט אבער זייער מקפיד געווען מען זאל אלץ זאגן תפלת הדרך איינמאל א טאג מיט א ברכה, און יעדעס מאל מען פארט אין יענעם טאג, אפילו אין שטאט - זאל מען זאגן דעם יהי רצון און ענדיגן: "ברוך אתה שומע תפלה", אן די שם ומלכות.


צינד אן מעשיות פון צדיקים וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


 

#56 - די זכות מנדב צו זיין די חודש'ליכע הוצאות פון לעקטער
צדקה, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וויפיל עס קומט אויס די חודש'ליכע הוצאה פון לעקטער אין ישיבה; ווי איך פארשטיי ווילט איר מנדב זיין נר למאור און זוכה זיין אין דעם זכות.


ווינטער קומט עס אויס ביילייפיג אכצן הונדערט דאלער און זומער קומט עס אויס אביסל מער, אן ערך פון צוויי און צוואנציג הונדערט דאלער. די לעקטער איז כולל די ישיבה, תלמוד תורה, כולל, בית המדרש, הדפסה און נאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן, אין זכות פון העלפן לימוד התורה פון תינוקות של בית רבן זאלט איר זען גרויסע ניסים, רפואות און ישועות.

#55 - העלף ארויס דעם חתן איינצוקויפן פאר זיין חתונה
צדקה, מוסדות, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די מוסד. א דאנק פאר'ן איבערנעמען די טראנספארטעישן; דו טראגסט די אחריות אז אלע זאלן זיין צייטליך און אכטונג געבן אויף די נכסים פון ישיבה, אלע עלטערן באדאנקען זיך פאר'ן מאכן טראנספארטעישן אין די טאג פון די שניי.


איך וויל דיר בעטן זאלסט העלפן דעם חתן ... נרו יאיר ער זאל קענען איינקויפן פאר זיין חתונה. ער האט חתונה אין צוויי וואכן ארום ואין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה, ער וואלט ווען געקענט האבן היינט אוועקגעלייגט געלט אזוי ווי אנדערע בחורים וואס זארגן פאר זיך און גייען ארבעטן, למעשה האט ער זיינע אלע יארן נאר געזארגט פאר די מוסד, אנגעהויבן מיט'ן זיין א מלמד, שפעטער געדרייווט, ועל כולם די לעצטע צוויי יאר, זייט מען האט געעפנט די שטעטל - האט ער זיך אוועקגעגעבן כל כולו פאר'ן שטעטל.


זע עס זאל זיין בדרך כבוד.


 

#54 - צדקה אין די בָּנֵינוּ פושקע
חינוך הילדים, צדקה, ליכט צינדן, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד נשות אנשי שלומינו שתחיו


בעפארן ליכט צינדן, ווען איר געבט צדקה, זאלט איר אינזין האבן אונזערע קינדער; מיר זאלן קענען צאלן די מלמדים און טיטשערס, זיי זאלן האבן ישוב הדעת, זיצן רואיג מיט די קינדער, לערנען מיט זיי און אריינלייגן אין זיי יראת שמים און מידות טובות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): "פְּרוּטָה וּפְרוּטָה מִצְטָרֶפֶת לְחֶשְׁבּוֹן גָדוֹל", איין פרוטה און נאך א פרוטה נעמען זיך צוזאמען אויף א גרויסע חשבון, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן", צדקה איז אזוי ווי א פאנצער, א פאנצער איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך אייזן, דאס מאכט אז די פייל זאל נישט אריינגיין אינעם מענטש; די אלע פרוטות נעמען זיך צאם און ווערט א גרויסער פאנצער צו באשיצן דעם מענטש.


נעמט אהיים א פושקע פונעם גבאי, האברך אהרן פיש נרו יאיר; ער העלפט מיר צאלן די מלמדים און טיטשערס פון אונזערע מוסדות היכל הקודש פון וויליאמסבורג, מאנרא און קרית ברסלב ליבערטי; ער האט עס געגעבן א נאמען "בָּנֵינוּ" - אונזערע קינדער.


מיר וועלן אלעס טון אז אונזערע קינדער זאלן באקומען דאס בעסטע חינוך.