בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי
ערשטנס ווילן מיר אייך באדאנקען בשם כל הקהל הקודש הזה אויף די גרויסע מצוה וואס איר האט זיך אונטערגענומען פון ווען די שטעטל האט זיך געגרינדעט, צו העלפן משפחות בעת שמחתם ברענגען סעודות שבת און נאכטמאל.
אין אנהויב איז די שטעטל באשטאנען פון געציילטע משפחות, איז דאס געווען גרינגער, היינט איז שוין דא קרוב צו הונדערט משפחות - איז דאס א שווערע אונטערנעמונג, דאך טוט איר דאס ווייטער מיט די גאנצע הארץ; איר אראנזשירט פון אלע משפחות ווער עס קען צושטעלן נאכטמאל און סעודות שבת, מחי' צו זיין אויסגעמאטערטע אידישע מאמעס, קימפעטארינס.
ווערט נישט אפגעשוואכט ווען מענטשן האבן טענות, מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן די ווארט וואס די וועלט זאגט: "אז דו ווילסט נישט מען זאל האבן טענות אויף דיר - טו גארנישט"; אלץ וועט זיין טענות, מען דארף דאס קענען אראפשלינגען און טון וואס איז ריכטיג פאר'ן אייבערשטן.
יעצט ווען עס קומט די זומער סעזאן און עס קומען צו גיין משפחות פון אנשי שלומינו פון איבעראל, און עס זענען שוין דא משפחות וואס בעטן מען זאל זיי אינזין האבן בעת שמחתם - זאלט איר זיי אודאי העלפן. נקוט האי כללא, געדענקט דעם כלל, אז איינער בעט הילף - דארף מען יענעם העלפן.
אונזער קהילה שטייט אויף חסד, מיר טוען חסד מיט יעדן איינעם; ווען מען טוט פאר א פרעמדן - דאס איז אמת'ע חסד. עס איז דא איינע פון די נישט כשר'ע פייגלעך מיט'ן נאמען "חסידה", פארוואס האט די פייגל אזא שיינע נאמען, א נאמען פון גוטסקייט, החסידה? ווייל די פייגל טוט שטענדיג חסד מיט אירע חבר'טעס - דערפאר האט זי באקומען אזא שיינע נאמען "חסידה"; שטעלט זיך א פראגע, נו פארוואס איז דאס א טמא'נע פייגל? אזא פייגל וואלט ווען געדארפט זיין פון די טהור'ע! ווייל זי טוט טאקע חסד, אבער זי טוט נאר פאר אירע פריינט, דאס איז נישט קיין טהור'ע פייגל; א סימן פון כשר איז טון חסד מיט יעדן איינעם.
איך שרייב אייך דאס ווייל אייער מאן האט מיר געפרעגט אין אייער נאמען וואס איז ריכטיג צו טון ווען מענטשן זאגן אייך אפ ווען איר בעט צו מאכן עסן פאר משפחות וואס זענען נישט קיין איינוואוינער, דעריבער שרייב איך אייך וואס איז ריכטיג.
איך טראכט, דאס בעסטע וואלט געווען ווען די משפחות זאלן נישט וויסן פאר וועם זיי מאכן. זייט מודיע פאר אלע משפחות אז פון היינט און ווייטער, ווער עס וויל העלפן טון חסד זאל זיך איינשרייבן ביי אייך, און ווען איינער רופט אריין בעטן הילף בעת שמחתם און איר פארשטייט אז יענער דארף טאקע הילף - וועט איר בעטן די וואלענטירן אן דעם וואס זיי זאלן וויסן ווער, וואס און פארוועם, אזוי וועט נישט זיין קיין מדברים.
הערט א שיינע מעשה פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו (הובא בדברי תורה חלק ח, אות כט). דער הייליגער צאנזער רב פלעגט האבן א ליסטע פון תלמידי חכמים, ארעמעלייט, פארוועם ער פלעגט געבן צדקה וועכנטליך. אמאל פאר יום טוב פסח האט די רעבעצין געוואלט קויפן א גרויסע פעטע אינדיק לכבוד יום טוב, עס איז אבער געווען זייער טייער, האט זי דאס נישט געקויפט, נאכדעם האט זי זיך בארעכנט אז עס איז יא ווערד, איז זי צוריק צום געשעפט קויפן די אינדיק. ווען זי איז אנגעקומען האט מען איר געזאגט אז די ווייב פונעם ארעמאן האט דאס שוין געקויפט, ווען די רעבעצין האט דאס געהערט איז זי אריין צום הייליגן צאנזער רב און דערציילט וואס דא גייט פאר, ער נעמט פון צדקה און ער קויפט זיך טייערע פלייש! ווען דער הייליגער צאנזער רב האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "אויב אזוי, אז זיי עסן אינדיק, טייערע פלייש, דארפן זיי דאך מער געלט; פון היינט וועל איך זיי געבן טאפלט יעדע וואך".
דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו ברענגט די מעשה און צייכנט צו אז דאס איז א מעשה פון חז"ל (ירושלמי פאה ח, ח): "אבא בר אבא יהב לשמואל בריה פריטין", דער צדיק אבא האט געגעבן פאר זיין זון שמואל געלט, "דיהא פליג למסכינייא", ער זאל דאס צעטיילן פאר ארעמעלייט, "נפק", ווען שמואל איז ארויס טיילן צדקה, "ואשכח חד מסכן", האט ער געזען איינע פון די ארעמעלייט, "אכל קיפר", ווי ער עסט פלייש, "ושתי חמר", און ער טרינקט וויין, "עאל ואמר קומוי אבוי", איז ער געלאפן דערציילן פאר זיין טאטע, אז מען זאל אים נישט געבן מער קיין צדקה, "אמר ליה", האט דער טאטע אים געזאגט, "הב ליה יתיר דנפשיה מרתי", פון היינט געב אים מער ווייל ער דארף מער.
זעט מען פון דעם צוויי זאכן, איינס אז די נאטור פון מענטשן איז צו קוקן שלעכט, מען פארשטייט אז אויב איינער נעמט צדקה - טאר יענער שוין מער נישט לעבן, דעריבער איז בעסער אז די וואס געבן צדקה זאלן נישט וויסן ווער עס נעמט. צווייטנס, ווי אזוי די תורה קוקט אן די זאך, ווי אזוי צדיקים קוקן אויף די זאך; אז יענער דארף מער - געב אים מער.
אין שטעטל האבן מיר גבאים וואס נעמען צוזאם געלט פאר משפחות וואס האבן נישט צו צאלן אין גראסערי וכו', האבן מיר מתקן געווען אז דער וואס טיילט אויס דאס געלט האט אן עין טובה, ער קוקט נישט אריין אין יענעמ'ס קישקעס; עס גייט צו אויף זייער אן איידעלע אופן, נישט מען זאל אנהויבן יענעם שינדן די הויט חס ושלום.
איך מיין, אז עס וועט צוגיין אויף אזא וועג, מען וועט קאכן און באקן אן וויסן ווער, וואס און ווען - וועט זיין שלום ושלוה, מען וועט נישט רעדן; די מדברים וועלן זיך דארפן זוכן א נייע פרשה פון וואס צו רעדן.
מיין טייערע ווייב תחי' קאכט יעדע וואך - שוין לאנגע יארן - פאר א משפחה אין וויליאמסבורג; זי ווייסט נישט ווער, וואס און ווען. דא אין שטאט איז דא אן ארגאניזאציע "הילף", מיין ווייב קאכט א פיינע ווארעמע מאלצייט און זי גייט מיט די קינדער דאס אפטראגן. די קינדער ווייסן שוין, יעדע מיטוואך גייט מען צו אן ארעמע משפחה טראגן עסן, מען לייגט עס אראפ ביים טיר, אן וויסן ווער, וואס און ווען. די יישר כח געבט מען זיך אליינס, און מען פריידט זיך אז מען קען בויען די וועלט, "עוֹלָם חֶסֶד יִבָּנֶה" (תהלים פט, ג).
איך בעט אייך זייער, אויב מענטשן הויבן אן בארעדן א צווייטן: "יענער איז אן אויסניצער", "יענער איז א פוילער", "יענער נעמט עדווענטעדזש" - זאלט איר שיינערהייט זאגן: "מען דארף נישט קאכן, מען דארף נישט מאכן, עס איז א חסד גרופ נאר פאר ווער עס וויל העלפן", עס זאל נישט ווערן חס ושלום צווישן די משפחות קיין פיינטשאפט.
דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח, איר ווייסט זיכער די סוד ווי אזוי מען באקומט כח; ווי מער מען טוט פאר'ן אייבערשטן - באקומט מען כח, אז מען האט אינזין דעם אייבערשטן, איז ווי מער מען טוט - אלץ מער כח האט מען.