בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#570 - מאך אסאך התבודדות אויב דו זאלסט דארט קויפן א דירה
תפילה והתבודדות, שלום בית, מוסדות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איידער דו ווילסט זיך אריינלייגן צו קויפן א דירה אין טבריה - זאלסטו אהין גיין מיט דיין ווייב אויף א שבת. גיי קוקן אויב עס איז בכלל אינטערעסאנט די פלאץ פאר ענק און מאך אסאך התבודדות וואס צו טון, אויב דו זאלסט דארט קויפן א דירה, אויב נישט; אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. התבודדות קלארט אויס, מען ווייסט וואס מען האט צו טון.


מיר האבן זייער גוטע מוסודות דארט. עס איז נאך קליין, בבחינת והיה ראשיתך מצער, נאך אביסל וועט זיין ואחריתך ישגא מאוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#569 - געב אכטונג אויף דיין ווייב, שטיי ווייט פון מנוולים
שלום בית, משפחה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיין ווייב, זי זאגט אז איינע פון דיינע ברידער פירן זיך נישט אויף איידל, זי שפירט נישט רואיג ביי דיין טאטע אין שטוב. בעט איך דיר, געב אכטונג אויף איר. שטיי ווייט פון מניוולים, האב שייכות מיט די ערליכע איידעלע געשוויסטער.


איך האב דיר געגעבן א טייערע ווייב, א טייער קינד, זאלסטו איר האלטן טייער און חשוב.


אויך בעט איך דיר, דארט וואו מען רעדט ניבול פה - פון דארט זאלסטו אנטלויפן, ווייל עס איז זייער ביטער ביים סוף. ניבול פה הרג'עט סיי דער וואס רעדט און אויך די וואס הערן; אלע וואס געפונען זיך וואו מען רעדט ניבול פה - ליידן.


שרייב מיר יעדע וואך כאטשיג איין בריוו.


 

#568 - אז דיר איז יעצט שווער, זיץ נישט אין שטוב מיט אן אראפגעלאזטע נאז
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צרות, שלום בית, התחזקות, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


...


דער הייליגער זוהר זאגט (הקדמה, ד.) עס גייט ארויס א בת קול יעדן טאג פון הימל און זאגט: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא, מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר", ווער פון ענק איז זוכה צו מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער - זיס, דער וועט זוכה זיין צו עולם הבא; ווייל נאר דאס איז ביים אייבערשטן חשוב, צו זען ווי מיר צעבראכענע צעהאקטע מענטשעלעך שטארקן זיך און מען איז פרייליך, אזוי ווי מיר זאגן ביי די ימים נוראים ביים דאווענען "וְאָבִיתָ תְהִילָה מִגּוּשֵׁי עָפָר" (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א' סימן ד', אות ט), עס גייט ארויף א לויב צום אייבערשטן פון מענטשעלעך וואס זענען שטיקער בלאטע.


טייערער ברודער, געב אכטונג אז דיין שטוב זאל נישט אריינפאלן אין א קטנות הדעת. אז דיר איז יעצט שווער זאלסטו נישט זיצן אין שטוב מיט אן אראפגעלאזטע נאז, עס קען חס ושלום אראפווארפן די גאנצע שטוב. מאך זיך פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער.


הלוואי זאלסטו גיין התבודדות יעדן אינדערפרי, זיך גוט אויסרעדן און אויסוויינען צום אייבערשטן, וועט דיר אלעס גיין גרינגער.


געב אכטונג אויף דיין שטוב, ביתו זה אשתו (יומא ב.).


 

#567 - דו דארפסט שטארקן דיין ווייב אז אלעס איז נאר פאר ענקער טובה
שלום בית, התחזקות, צדקה, רפואה, משניות, לימוד התורה, חובות, גמרא, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אויף וואס האט פאסירט און יעצט דארפסטו זיין דער וואס שטארקט זיך, דו דארפסט שטארקן דיין ווייב אז אלעס איז נאר פאר ענקער טובה. איר וועט נאך זוכה זיין צו געזונטע קינדער. מען טאר נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דער אייבערשטער טוט נאר גוטס, עס איז זיכער געווען נאר פאר ענקער טובה.


לערן יעדן טאג חומש מיט תרגום און צוויי פרקים משניות מיטן בלאט גמרא.


געב צדקה יעדן טאג, אבער מאך נישט קיין חובות, בארג נישט קיין געלט צו געבן צדקה. געב זיך אכטונג פון חובות, ווייל חובות הרג'עט דעם מענטש.


 

#566 - נעם נישט קיין געסט וואס דיין ווייב וויל נישט
כיבוד אב ואם, שלום בית, הכנסת אורחים, אידישע שטוב, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו אן אשת חיל, האסט אן איידעלע ווייב. זאלסט איר אויסהערן ווי צו מאכן און פירן וכו', כל אשר תאמר שמע בקולה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י:): "הָאִשָּׁה מַכֶּרֶת בְּאוֹרְחִין", א פרוי דערקענט געסט; און אז זי זאגט דיר נישט נעמען וכו' - זאלסטו נישט נעמען, ווייל אז מען רעדט ניבול פה - איז דאס א סכנה פאר די גאנצע שטוב.


שפיר זיך נישט שולדיג אז דו נעמסט נישט די ... פאר געסט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יח, ד): "כָּל שֶׁהוּא רַחֲמָן עַל אַכְזָרִים", ווער עס האט רחמנות אויף ווער עס האט נישט קיין דעת, "לַסּוֹף נַעֲשֶׂה אַכְזָר עַל רַחְמָנִים", וועט ער ביים סוף זיין אן אכזר אויף וועם מען דארף רחמנות האבן; דעריבער זאלסטו אכטונג געבן אויף דיין שטוב, עס זאל זיין נאר ערליכע געסט.


ווען דיינע עלטערן קומען צו דיר אין שטוב - זאלסטו זיצן פון דער זייט, זעץ דיין טאטע אויבן אן און ער זאל פירן און פראווען.


 

#565 - שוין חתונה געהאט צוויי און צוואנציג יאר און ס'שפירט זיך ווי שנה ראשונה
שלום בית, צדיקים, אמונת חכמים, חתונה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן, ווי דיין לעבן איז דיר אזוי שיין און אז דיין ווייב זאגט דיר אז זי שפירט - זייט ענקער התקרבות צום רבי'ן - ווי איר זענט אינמיטן ענקער שבע ברכות.


ביי מיר איז אויך אזוי, איך בין שוין חתונה געהאט איבער צוויי און צוואנציג יאר און עס שפירט זיך ווי שנה ראשונה. מיטן רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק - איז דער לעבן א זיסע חלום, מיט די שטארקע אמונה וואס דער רבי געבט אונז איז דער לעבן אזוי גוט.


זאלסט האבן א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#564 - א ווייב וויל א מאן זאל איר אויסהערן און פארשטיין
שלום בית, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א ווייב וויל א מאן זאל איר אויסהערן און פארשטיין, גארנישט מער און גארנישט ווייניגער.


דיין ווייב ווארט א גאנצן טאג דו זאלסט אהיימקומען - דיר צו קענען דערציילן איר טאג, איר פלאג, איר ווייטאג וכו' וכו'; דארפסטו האלטן קאפ אויף דעם. אפילו דו ארבעטסט שווער, ביסט אויסגעמוטשעט, דיינע אויגן קלעבן זיך צו - דארפסטו איר אויסהערן און פרובירן פארשטיין אירע שמחות און בכיות, און איר מחזק זיין; געבן גוטע ווערטער, שטארקן מיט אמונה.


טייערער ברודער, רבי נתן האט געזאגט, ער וואלט געדארפט שרייבן נאך א סעט ליקוטי הלכות נאר אויף שלום בית, אויף דברים שבינו לבינה. ברוך ה' מיר האבן זוכה געווען צו ספר אשר בנחל, מוהרא"ש האט געשריבן נישט איין סעט, נישט אכט סעטס; איבער צוויי הונדערט בענדער חיזוק אויף שלום בית, אויף ווי אזוי מען לעבט אין שטוב, מכבד זיין די ווייב און איר העלפן וכו' וכו'.


 

#563 - עלטערן דארפן מיטארבעטן מיט די מחנכים פאר די טובה פון די קינדער
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער מלמד פון דיין זון ... נרו יאיר זאגט מיר, ער מוטשעט זיך מיט אים; סיי מיט דרך ארץ, סיי מיט דאווענען. איך וויל דיר בעטן, סיי דו און סיי דיין ווייב - זאלן זיך שטענדיג אינטערעסירן ביים מלמד און מיט-ארבעטן מיט אים; א שאד אז די שיינע קינדער יארן פון דיינע קינדער זאלן אריבערגיין אזוי.


חינוך הבנים והבנות איז נישט גרינג, עס איז אן עבודה קשה, אבער עס לוינט זיך, עס צאלט זיך אויס.


איך בעט דיר און אויך דיין ווייב, לאמיר ארבעטן אינאיינעם. איר האט טייערע קינדער; ... נרו יאיר איז א גוט קינד, אנגעפילט מיט ענערגיע, איך האב אים זייער ליב; עס איז א שאד אז די יארן זאלן אריבערגיין אזוי.


גיי התבודדות יעדן טאג, דאנק און לויב דעם אייבערשטן און בעט פאר די קינדער.


אויך זאלסטו העלפן דיין ווייב.


 

#562 - טשעפע נישט דיין ווייב און מאך נישט חוזק פון אירע מנהגים
שלום בית, דרך ארץ, סיום, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, מנהגים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טשעפע נישט דיין ווייב און מאך נישט חוזק פון אירע מנהגים, פיר זיך מיט דרך ארץ, דאס איז די גרעסטע הפצה. ווייל דו טראגסט דעם רבינ'ס נאמען, אלע קוקן אויף דיר און זאגן 'קוק ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך, קוק ווי שיין זייער לעבן איז', און חס ושלום אז מען איז אן עזות פנים, מען פירט זיך מיט חוצפה צו אנדערע און עלטערע - ווערט דער הייליגער רבי פארשעמט.


מוהרא"ש פלעגט יעדן ערב פסח מאכן א סיום אויף מסכת תמיד. עס איז א קליינע שיינע גרינגע מסכתא, עס נעמט נישט לאנג דאס דורך צו לערנען. איך פיר זיך אויך אזוי, ערב פסח אינדערפרי לערן איך די מסכתא און איך בין דאס מסיים.


איך האב זוכה געווען צו זיין איין מאל ערב פסח ביי מוהרא"ש, שנת תשס"ט, דעמאלט זענען מיר געפארן מיט מוהרא"ש צום אטלאנטיק אושען מאכן די ברכה אינדערפרי ביים נץ החמה און נאכדעם זענען מיר געפארן דאווענען שחרית ביי מוהרא"ש אין בית המדרש, האב איך געזען נאכן דאווענען ווי מוהרא"ש לערנט מסכת תמיד און איז דאס מסיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#561 - אזוי שיין געווען אין שטעטל די הכנות צום פסח
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, צדקה, קעמפ, שטעטל, סיום, ראש ישיבה, שמחות, פירושים, פסח, שבת הגדול, נערווען, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געפארן אין שטעטל אויף יום טוב, איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור. איך האב זייער הנאה דא, איך דערמאן זיך וואס רבי נתן האט געזאגט נאכן בודק חמץ זיין, ער שפירט שוין א שטיקל טעם פון פסח נאך בדיקת חמץ. איך שפיר שוין יעצט א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו, מען לעבט מיט אמונה, מען לעבט מיט העלפן איינער דעם צווייטן; עס איז עפעס אן אנדערע וועלט, עס איז ממש חוץ לישוב, דער פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט פירן זיינע מענטשן (עיין ספורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה).


פרייטאג בין איך געווען אין חדר, איך האב געלערנט מיט די עלצטע כיתה און געדאווענט מיט זיי. איך האב מסיים געווען צוויי מאל ששה סדרי משנה, (איך האב געהאט איבערגעלאזט א משנה פון איין מאל פריער), נאכדעם האבן מיר געדאווענט אינאיינעם.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שטוב פון הרב ר' יעקב לעזער שליט"א צו א סיום מסכת נזיר. ער לערנט מיט די קינדער יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קינדער וואס ווילן לערנען נאך חדר בהתנדבות לבם. עס איז געווען אזוי שיין צו זיצן מיט די קינדער און זען די ליכטיגקייט אויף זייערע פנימ'ער.


נאכדעם האט מען אויסגעטיילט פון בית התבשיל - פאר א גרויס חלק שטעטל - קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי פאר פסח. דאס קומט צו באדאנקען די טייערע איבערגעגעבענע גבאים פון בית התבשיל וואס זיי האבן אויסגעטיילט אזויפיל געלט פאר אנשי שלומינו פאר יום טוב. מיך האט מען געבעטן עס אויסצוטיילן, די גבאים ווילן אפילו נישט וויסן ווער באקומט און וויפיל מען באקומט. זיי ברענגען די געלט און מער פון דעם ווילן זיי נישט, זיי האבן מיר געבעטן איך זאל דאס אויסטיילן. מען זאגט מיר יישר כח, אבער עס האט גארנישט מיט מיר, דער יישר כח קומט פאר די גבאים.


שבת הגדול איז געווען הערליך שיין, איך האב געדאווענט אלע תפילות אין בית המדרש אונטער מיין שטוב און די סעודות האב איך געגעסן ביי מיין זון הרב שלמה. ביי מיר אין שטוב איז שוין גע'כשר'ט און איבערגעדעקט אלע קאונטערס גרייט צו קאכן פאר פסח. נאך די סעודה זענען געקומען אנשי שלומינו, אויך דער דיין שליט"א; עס איז געווען זייער שיינע שמועסן, שמועסן פון תכלית, שמועסן פון אמונה.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט ספר פעולת הצדיק, פון וואס דער רבי זאגט דער עיקר תכלית אויף די וועלט איז נאר מען זאל רעדן צום אייבערשטן, כידבר איש אל רעהו. עס איז געווען א הערליכע שמועס, אפשר וועט איינער פון די צוהערער דאס אפשרייבן.


ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט סיפורי מעשיות (מעשה יג) פון דעם בעטלער מיט די הויקער וואס האט זיך בארימט אז ער האט די זאך פון מיעוט המחזיק את המרובה; מיר האבן גערעדט אז ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, ער איז ביי זיך מיעוט, ער איז זיך מבטל צום אייבערשטן - באקומט מען כוחות צו קענען אנגיין אין לעבן, אפילו עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות; מען איז מחזיק את המרובה, מען קען דערהייבן די שטוב, די ווייב, די קינדער, אלעס אלעס; ווייל מען איז ביי זיך גארנישט.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", ווען עס קומט א נייעם טאג, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, "וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איך געב איבער פארן אייבערשטן אלע מיינע קינדער און אלע וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אלעס זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל, "וְזֶה טוֹב מְאֹד", און דאס איז זייער א גוטע זאך, ווייל אזוי קען מען זיין רואיג אז אלעס וואס פירט זיך, אלעס וואס פאסירט - איז אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת אדער יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


מוצאי שבת האבן מיר געלערנט דעם בלאט בבלי און ירושלמי.


היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית מיט די קינדער פון כיתה ט', איך בין געזיצן מיט זיי און געלערנט סדר דרך הלימוד. עס איז אזוי געשמאק אין חדר, מען שפירט דארט אן אויר הזך והנח, איך בין געפארן מיט די באס; איך האב הנאה צו זען ווי מען ברענגט די קינדער צום תלמוד תורה.


נאכדעם בין געגאנגען מיטן מענידזשער אליעזר אין מחנה אילן החיים. איך האב אים געוויזן זאכן וואס מען דארף אנגרייטן פארן זומער הבא עלינו לטובה, איך האב געוויזן ווי אזוי איך וויל ער זאל גרעסער מאכן די שול פאר די קינדער וואס גייען דארט לערנען דעם קומענדיגן זומער, אויך די מחיצה ביי די שווים באסיין, און נאך זאכן.


רוב טאג האב איך געהאלפן אין שטוב אנגרייטן צום פסח.


איך בעט דיר זייער, העלף דיין ווייב און מאך איר נישט משוגע יעדע מאל מיט א צווייטע משוגעת. איך טראכט צו מיר, אז זי וואוינט נאך מיט דיר - איז דאס א נס, א צווייטער וואלט שוין לאנג אנטלאפן.


האסט נערווען? גיי אין א זייט און שריי: "הייליגער באשעפער, נעם ארויס מיינע נערווען, מאך מיך געזונט, מאך מיך פרייליך וכו' וכו'".


מזל טוב פאר די שידוך פון אליעזר שלמה נרו יאיר, א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא, אן אייניקל פון הרב רבי יצחק שליט"א. איך האף צו קענען מאכן נאך און נאך שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#560 - וועק דיך אויף פון דיין דמיון פון חברים, פארברענג מיט דיין ווייב
חברים, שלום בית, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען וועסטו זיך שוין אפלאזן פון דיין קטנות הדעת? וואו גייסטו? מיט וועם פארברענגסטו?! האסט א ווייב אן אשת חיל, א מתנה פון הימל, וואס גייסטו מיט חברים? פארסט וויקעישאן מיט חברים?! גיי מיט דיין ווייב, פארברענג מיט איר; וואס איז מיט דיר, ווען וועסטו שוין קומען צום שכל?!


איך בעט פאר דיר עפעס א נס זאל געשען, דו זאלסט זיך אויפוועקן פון דיין דמיון פון חברים; באלד וועט עס געשען און דו וועסט זיך נישט קענען מוחל זיין פארוואס דו האסט אוועקגעגעבן דיין ווייב, דיינע קינדער פאר ...


בעט דו אויך דעם אייבערשטן פאר דיר, דו זאלסט זיך נישט לאזן נארן.


מארגן ענדיגן מיר מסכת נזיר; ווי גליקליך איז דער מענטש וואס לערנט יעדן טאג די הייליגע תורה, די הייליגע גמרא; ווי גליקליך איז דעם וואס האט א צדיק וואס לאזט נישט אפ, ער לאזט נישט שלאפן, ער מאנט און פארלאנגט.


פרייטאג הויבן מיר אן מסכת סוטה, א שיינע גרינגע קורצע מסכתא, מיין ליבער ברודער, קום צוריק, באניי זיך, נעם א גמרא און לערן יעדן טאג א בלאט, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער, וועסט האבן א טעם אין דיין לעבן.


דיין ראש ישיבה וואס וויל אזוי שטארק נאר דיין גוטס.


 

#559 - טשעפע נישט דיין ווייב וועסטו ארויסגיין פון חובות און האבן פרנסה בשפע
שלום בית, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


ווען דו ביסט געווען ביי מיר זונטאג מיט דיין ווייב און זיך באקלאגט אויף דיינע חובות, אז וויפיל דו פרובירסט צו מאכן און שאפן נאך געלט - בלייבסטו אלץ אינעם גרוב פון חובות; איך האב פאר דיר אן ענטפער, איך האב נישט געוואלט רעדן צו דיר פון דעם אין פארנט פון דיין ווייב, וואס דארף זי הערן ווי איך געב דיר מוסר, איך האב אבער פאר דיר אן ענטפער.


אויב דו נעמסט זיך פאר נישט צו טשעפען דיין ווייב - זאג איך דיר צו אז דו וועסט ארויסגיין פון אלע דיינע חובות, דו וועסט האבן פרנסה בשפע, דו וועסט האבן אן אייגענע הויז וכו' וכו'.


א ווייב טאר מען נישט טשעפען, און אז מען האט זוכה געווען צו א ווייב מיט ספיקות - מאכט מען נישט שפאס פון איר, מען טאר נישט טשעפען, און אז מען האט זוכה געווען צו א ווייב וואס וויינט, שרייט און בייסט - טאר מען נישט טשעפען און זאגן: "גיי וויין!" "יעצט גייסטו וויינען אזוי ווי דיין מאמע?" וכו' וכו'.


איך דארף מקצר זיין, איך גיי זאגן יום כיפור קטן. איך מאך מיט דיר א געשעפט, אז דו וועסט מער נישט אוועקמאכן, אראפקלאפן דיין ווייב - קומט שפע מיט עשירות.


א פרייליכן פסח.


 

#558 - שווייג אפ אויף אלע וואס שפעטן און שרייען אויף דיר
כיבוד אב ואם, שלום בית, בזיונות, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן ביים פסח'דיג מאכן מיינע ספרים טרעף איך א בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ווינטער אין יאר תשס"ט (אשר בנחל חלק קעח, מכתב מ"ז אלף, רנו) ווען מען האט געווארפן פאשקעווילן אויף מיר אין וויליאמסבורג. מוהרא"ש ברענגט אינעם בריוו די ווערטער פון ספר נתיב מצוותיך וואס דער הייליגער קאמארנער זכותו יגן עלינו זאגט (נתיב מצוותיך שביל התורה שביל ב', אות ב'): "ווען איך וואלט ווען געווען אין די צייטן פון רבי יונתן אייבשיץ וואלט איך אים געזאגט, ברודער ברודער, שווייג אפ אויף אלע וואס שפעטן און שרייען אויף דיר"; מוהרא"ש פירט אויס: "איך בעט דיר אויך, שווייג אפ, מאך זיך נישט וויסנדיג, גיי ווייטער אן מיט דיין הייליגע ארבעט".


דאס זעלבע בעט איך דיר, שווייג אפ, ענטפער נישט ווען מען שרייט וכו', סיי דיינע עלטערן און סיי דיין ווייב; שווייג. דער רבי זאגט: "עִקַּר הַתְּשׁוּבָה", די עיקר תשובה איז, "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ", מען באקומט בזיונות, "יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", און מען ענטפערט נישט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


פסח נוצט מען נישט קיין בשמים נעגלעך מען ניצט הדסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#557 - אכטונג געבן עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב
קדושה, שלום בית, פירושים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג אויף דיין שלום בית. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט בשם רבי נתן: "ווען מען האט שלום בית - איז דאס א תיקון הברית, און פארקערט חס ושלום, אז עס איז נישטא קיין שלום בית - איז דאס פגם הברית"; זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין נאר שלום אין שטוב, בעט איבער דיין ווייב, וועסטו געראטעוועט ווערן פון שלעכטס.


מוהרא"ש זאגט, מען זעט ביי די סדר פון די קערה אז מען לייגט די "חסה" אנטקעגן די מידה פון "יסוד", וואס קומט דאס אונז ווייזן? אז ווען א מענטש איז זוכה אפצוהיטן מידת ה'יסוד' - איז דער אייבערשטער 'חס' אויף אים, מען היט אים אפ פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#556 - פרעגן יעדע זאך פון א דיין
תפילה והתבודדות, שלום בית, שאלות, הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע שאלה וואס דו האסט - זאלסטו פרעגן, שעם זיך נישט צו פרעגן. זיי נישט מזלזל אין הלכות טהרה וכו', פסק'ן זיך נישט אליינס, זיי נישט מדמה מילתא למילתא; אז מען האט דיר איינמאל גע'פסק'נט כשר - קענסטו נישט אליינס פסק'נען, פרעג יעדע שאלה דעם דיין.


אויך זאלסטו פרעגן דעם דיין ווי אזוי צו כשר'ן דיין קאך, זאלסט חס ושלום נישט נכשל ווערן מיט איסור חמץ.


ווען מען רוימט אויס די חמץ זאלסטו נישט פארגעסן פון די חמץ אין מח, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו האבן א ריינעם מח מחשבה, נישט האבן קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#555 - לאז שוין אפ די מחלוקת, קנאה און שנאה, הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן
שמחה, תודה והודאה, שלום בית, מחלוקת, שבת קודש, קנאה, שלום, ביקור חולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי אזוי מען איז מקבל שבת - אזוי וועט מען מקבל זיין די נשמה ווען מען וועט נפטר ווערן; אז מען איז מקבל שבת מיט שמחה, מיט ליבשאפט - וועט מען אויפנעמען די נשמה אויך מיט שמחה און ליבשאפט, סיי דער מאן און סיי די ווייב. און חס ושלום אז מען איז בעצבות און מרה שחורה - איז וויי און ביטער בזה ובבא. אזוי זאגט דער הייליגער זוהר (תיקוני זוהר, דף כג): "מָאן דִּמְקַבְּלִין אוּשְׁפִּיזִין", ווער עס נעמט אויף די געסט, "דְּאִינוּן נִשְׁמָתִין יְתֵרִין", דאס מיינט מען די נשמה יתירה, "דְּאִינוּן מַרְכִּיבִין עֲלַיְיהוּ בְּעֶרֶב שַׁבָּת", וואס קומט צום מענטש יעדן ערב שבת - "בְּאַנְפִּין צְהוּבִין", מיט א ליכטיגע פנים, "בְּחֶדְוָה", מיט פרייד, "בְּעִנּוּגָא", מיט א פארגעניגן - "בְּהַאי עָלְמָא", אויף די וועלט. "כַּד נִשְׁמָתָא וְרוּחָא וְנַפְשָׁא נָפִיק מִן גּוּפֵיהּ מֵהַאי עָלְמָא", ווען עס וועט קומען די צייט וואס זיין נשמה וועט ארויפגיין פון די וועלט - "הָכִי מְקַבְּלִין לוֹן בְּעָלְמָא דְאָתֵי", אזוי וועט מען איר מקבל זיין אויף יענע וועלט, "וְאִתְּמַר בְּהוֹן", אויף דעם שטייט אין פסוק (תהלים פד, ד) "גַּם צִפּוֹר מָצְאָה בַיִת וכו'".


על כן זאלסטו זיך אנגרייטן גענוג פרי, גיי אין מקוה אין צייט, זיי גרייט אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט אן די שבת ליכט. העלף ארויס אז עס זאל זיין רואיג אין שטוב, און עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין כעס און קיין מחלוקות.


נעכטן נאכט נאכן שיעור בין איך געווען מבקר חולה זיין א אינגערמאן. ווען איך בין געזיצן דארט האב איך געטראכט נאר פון דיר, דו ביסט אזא רחמנות, דו הערסט נישט אויף קרעכצן, דו פירסט חשבונות מיט דעם און מיט יענעם; וואלסטו געזען וואס פאסירט מיט א מענטש, וואלסטו געזען וואס איך האב נעכטן געזען... א אינגערמאן געזונט און שטארק, יונגער פון דיר, וואס פירט א ביזנעס, ער איז מצליח מער פון דיר און פון איין טאג אויפ'ן צווייטן קען ער זיך נישט רירן, ער ליגט איינגעפאלן, א פחד דאס צו זען, די דאקטורים שרעקן אים אן מיט דאס ערגסטע, איך האב נאר געוואלט זיך אויפשטעלן און דיר אנרופן זאלסט אריבערקומען זען וואס גייט פאר. איך זאג דיר נאכאמאל: "איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, דו כאפסט נישט וואס דאס לעבן איז; לאז שוין אפ די מחלוקות, לאז שוין אפ די קנאה שנאה, הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און נעם אויף דעם גאסט - דעם שבת קודש - מיט שמחה".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.


 

#554 - וואו איז דיין אידיש הארץ, פארוואס טשעפעסטו דיין ווייב?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שעם זיך, וואו איז דיין אידיש הארץ? וואו איז דיין שכל?! אז דיין ווייב וויינט, זאגסטו איר: "ביסט פונקט ווי דיין מאמע?!" אז דיין ווייב איז נישט קלאר וואס צו טון, זי איז פול מיט ספיקות - שטעכסטו איר מיט שפאס?! זאסט איר: "יעצט פירסטו זיך ווי דיין מאמע!" "יעצט גייסטו וויינען א גאנצע נאכט אזוי ווי דיין מאמע?" אזוי רעדט א איד?!


איך בין אזוי פארשעמט אז דו פירסט זיך אזוי אויף, בעט שוין איבער דיין ווייב און גיי אין פעלד שרייען: "רבונו של עולם, וואס טו איך מיט מיינע שלעכטע בלוט? וואס טו איך מיט מיינע פארדארבענע מידות? וואס וועט דא זיין? וואו איז מיין שכל? איך פליק און שטעך אן קיין רחמנות"


גיי שריי אויס דיינע הייסע שלעכטע בלוט.


 

#553 - דאווען מיט מנין און טשעפע נישט דיין ווייב, וועסטו האבן שפע
שלום בית, תשובה, פרנסה, דאווענען, פסח, מנין, יום כיפור קטן, ערב ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש חודש ניסן איז א צייט פון תשובה. מיר זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן, אבער היינט ערב ראש חודש ניסן, און ערב ראש חודש אלול - זאגן אלע יום כיפור קטן, בעט איך דיר זייער זאלסט זיך בארעכענען און תשובה טון, סיי אויף בין אדם למקום און סיי אויף בין אדם לחבירו. נעם זיך פאר צו דאווענען מיט מנין און נישט טשעפען דיין ווייב; ביי די צוויי זאכן דארפסטו א גרויסער תיקון, דו דאווענסט טאג איין טאג אויס ביחידות, און דו פליקסט און שטעכסט דיין ווייב; די צוויי זאכן נעמט אוועק די שפע.


איך שרייב דיר דאס, עס איז מיר נישט גרינג. איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און אנהויבן דאווענען מיט מנין אלע דריי תפילות און נישט נעמען דעם טעלעפאן ביים דאווענען, און זיך פארמאכן דאס מויל אין שטוב, נישט ענטפערן; וועסטו האבן גרויס שפע, דו וועסט נישט זיין קיין נצרך לבריות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#552 - העלפן דעם מאן זאל מצליח זיין אין לערנען, איז א גרויסע מצוה
כולל, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


העלפט אייער מאן אויפשטיין פרי, וועקט אים אויף; אזוי וועט ער קענען זיין אין כולל. ווען דער מאן בעט די ווייב הילף אויפצושטיין אין צייט - איז דאס נישט קיין שלעכטע זאך, דאס איז א גרויסע טובה פאר ביידע.


מיטן העלפן דעם מאן אין עבודת השם - ווערט מען נישט א משגיח אדער א פאליס לעדי - ווי איר רופט עס, העלפן דעם מאן זאל מצליח זיין אין לערנען - דאס איז א גרויסע מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.) אין די שכר וואס די פרויען העלפן דעם מאן גיין לערנען און ווארטן אפ דעם מאן ווען ער קומט אהיים פון לערנען - דאס איז די שכר, די גן עדן פאר זיי; שרייען אויפ'ן מאן, אראפקוקן דעם מאן ווען ער איז נאכנישט אויסגעארבעט - דאס איז נישט גוט.


וועקט אויף אייער מאן אינדערפרי, העלפט אים קומען אין כולל אין צייט, דאס וועט אים פרייליך מאכן. ווייל ווען מען שטייט אויף פרי, מען דאווענט פרי, מען איז צייטליך אין כולל - איז מען אין א גוטע גוסטע, און פארקערט, ווען מען שטייט אויף שפעט, מען קומט שפעט - איז מען צעבראכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#551 - ענדערש גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס לערנען
שלאפן, שלום בית, סיפורי צדיקים, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער זון הרב ... שליט"א


ענדערש גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דינען דעם אייבערשטן, ווי איידער בלייבן אויף שפעט ביינאכט. גלייך נאך מעריב גיי אהיים און גיי שלאפן, אלע דיינע שיעורים זאלסטו לערנען פארטאגס און במשך דעם טאג.


אויך זאלסטו מאכן צייט צו שמועסן און פארברענגען מיט דיין ווייב. האסט א מתנה פון הימל, אן אשת חיל; זאלסטו שמועסן און פארברענגען מיט איר.


נאכאמאל, ביינאכט זאלסטו גארנישט טון. מוהרא"ש דערציילט איינע פון די שיינע זאכן וואס ער האט געזען ביי הרב החסיד רבי לוי יצחק בענדער זכר צדיק לברכה; נאך מעריב האט מוהרא"ש אים באגלייט ביזן שטוב, ער האט געוואלט הערן שיחות, און ווען ער איז אנגעקומען צו זיין שטוב האט רבי לוי יצחק געשמייכלט און אים געזאגט: "א גוטע נאכט". מוהרא"ש זאגט, דאס אליינס איז ביי אים געווען א לימוד, והבן למעשה.


 

#550 - מיר וועלן אם ירצה ה' עפענען א חדר היכל הקודש אין בני ברק
שלום בית, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין ווייב זאגט דיר זי איז מסכים וכו'; אויב אזוי, אז דיין ווייב איז מיט דיר בלב שלם - וועלן מיר עפענען אם ירצה ה' אלול אונזער חדר היכל הקודש אין בני ברק, און איך שטעל דיך אלס שליח פאר די הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#549 - אפהאלטן פון שלאגן די קינדער מיט כעס
חינוך הילדים, שלום בית, כעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב איר מעגט אפהאלטן אייער מאן פון שלאגן וכו'; אודאי זאלט איר פרובירן צו באשיצן די קינדער, ווייל ווען מען גייט אריין אין כעס, מען פארלירט די שכל - קען דאס זיין זייער שעדליך, און אז אייער מאן גייט אריין אין א כעס, עד כדי כך צו שלאגן מיט שטעקנס די קינדער - זאלט איר זיי באשיצן.


איך וועל אים מחזק זיין ער זאל דאס מער נישט טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#548 - עס איז נישט חסרון אמונה צו וויינען ווען עפעס טוט וויי
תודה והודאה, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קשיות, וויינען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט חסרון אמונה צו וויינען ווען עפעס טוט וויי. עס איז נארמאל און געזונט צו וויינען ווען מען האט ווייטאג, דאס מיינט נישט חסרון אמונה; חסרון אמונה איז ווען מען ווערט ברוגז חס ושלום אויפ'ן אייבערשטער, מען האט קשיות אויף די אמונה; וויינען איז נישט חסרון אמונה, עס מעג וויי טון.


שטארקט זיך, דאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה אז איר האט א מאן א תלמיד חכם אן ערליכער איד, טאנצט פאר שמחה אז איר האט זוכה געווען צו דעם, און אפילו עס קומט אייך צו וויינען אז מען האט זיך נארוואס געענדיגט רייניגן און שוין נאכאמאל וכו' - זאלט איר וויינען שטילערהייט, און ווען אייער מאן קומט אהיים - זאלסטו זיך אפוואשן די טרערן און מאכן א שמייכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#547 - מען מעג זאגן ליגנט כדי עס זאל זיין שלום
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, שלום, שייטל, טיכל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זאל גיין צו דיינע עלטערן אזוי ווי זי גייט אין שטוב. אפילו די וואס גייען מיט א שייטל - גייען אין שטוב מיט א טיכל; זאל זי אזוי גיין, אזוי וועלן זיי איר אויפנעמען שיין.


עס איז וויכטיג זאלסט וויסן וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות אמת, סימן ב): "מֻתָּר לְשַׁנּוֹת בִּדְבַר הַשָּׁלוֹם", מען מעג זאגן ליגנט כדי עס זאל זיין שלום; זאג פאר דיינע עלטערן ווי שטארק דיין ווייב האט זיי ליב, און פאר דיין ווייב זאלסטו זאגן אז דיין מאמע האט איר ליב און זי בענקט זיך צו איר, אזוי וועט ווערן שלום.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן דיר און דיינע עלטערן; מיט תפילה וועסטו פועל'ן ניסים גלויים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#546 - געב גוטע ווערטער
קאמפלימענטס, אמונה, שלום בית, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר שווער צו שרייבן פון דברים שבינה לבינו, אז מיר וועלן זיך טרעפן וועל איך רעדן מיט דיר פנים בפנים.


דו געב גוטע ווערטער, און דיין קאפ, דיין מח מחשבה - זאל טראכטן פון באשעפער, און ווען דו האסט איבריגע צייט זאלסטו גורס זיין נאך א פרק משניות און נאך א פרק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.