בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1027 - דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו זיצט ביי מוהרא"ש ביים טיש, דו ביסט אין היכל הקודש - דארפסטו זיך טוישן די וועג ווי אזוי דו פירסט זיך, די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב מיט דיין ווייב; א ברסלב'ער אינגערמאן רעדט נישט אזוי, א ברסלב'ער אינגערמאן רעדט איידל מיט דרך ארץ.


רעד שיין צו דיין ווייב, פיר זיך ערליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים  מט:), נאר אן ערליכער איד רעדט שיין, איז מפייס, בעט איבער וכו'; אן יראת שמים פירט מען זיך ווי א חי' רעה, מכה - מען טוט וויי, מען שטעכט, מען מאכט ווייטאג, מען מאכט וויינען השם ישמרינו.


וויפיל האט דער רבי אונז אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב; שלום בית איז ביים רבי'ן געווען א יסוד אין לעבן, רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הִזְהִיר לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין און האלטן טייער די ווייב, ווייל די ווייבער ליידן אין לעבן זייער אסאך צער, זיי האבן גרויסע יסורים פון די קינדער, צער העיבור, צער הלידה און צער גידול בנים.


מוהרנ"ת דערציילט (שם, סימן רסג), איינער האט אים דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, האט דער רבי געזאגט אז דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1026 - שריי צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר
שלום בית, חמרות ופרישות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב צער פון וואס דו האסט מיר דערציילט, אז דו ביסט נאך אין מצרים, בבחינת 'וירא את ענינו, זה פרישות דרך ארץ' וכו', ענק לעבן נישט ווי די תורה זאגט, און אז דיין ווייב זאגט אז א חבר'טע האט איר געזאגט אז די צער און ווייטאג קומט פון לעבן כדרך כל הארץ וואס עס איז נישט אמת, עס איז ליגנט.


זיי זיך מחזק מיט תפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען האלטן דיין שטוב, די שטוב זאל נישט צעפאלן חס ושלום, גיי אין פעלד שריי צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט קענען זיין אפגעהיטן במחשבה דיבור ומעשה, נישט אראפפאלן חס ושלום.


איך וועל אויך מתפלל זיין פאר ענקער שטוב עס זאל בלייבן גאנץ, עס זאל נישט חס ושלום צעפאלן.

#1025 - די צוויי זאכן זענען די סוד פון שלום בית
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל, מאנרא


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


דו פרעגסט ווי אזוי מען מאכט אן אפוינטמענט צו קומען רעדן, דו ווילסט הדרכה אויף שלום בית, דו ווילסט פירן דיין שטוב ריכטיג.


קענסט זיך פארבינדן מיטן מגיד שיעור ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר; יעדע זונטאג איז די צייט וואס מען קען קומען רעדן.


אז דו ווילסט פירן דיין שטוב ריכטיג און האבן שלום בית, זאלסט נעמען דעם כלל: "טענה נישט מיט דיין ווייב", און נאך א זאך: "געב כסדר גוטע ווערטער"; די צוויי זאכן זענען די סוד פון שלום בית. מוהרא"ש זאגט, נישטא אזא זאך 'טענה'ן מיט די ווייב', מיט די ווייב טענה'ט מען נישט, זאל זיין וואס זאל זיין, מיט די ווייב פארברענגט מען, מען רעדט, מען שמועסט, מען געבט גוטע ווערטער, און מען הערט אויס אירע קרעכצן, אירע מחשבות וכו'.


קענסט קומען רעדן, אבער אז דו וועסט שטיין אויף די זאכן, דו וועסט חזר'ן די בריוו – וועסטו נישט דארפן קומען, די שטוב וועט שיינען און לייכטן, עס וועט זיין אמת'ע שלום בית.


גיין יעדן טאג ארויף צום ציון פון רבי'ן זכותו יגן עלינו (מסאטמער), גיס אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, זיי זיך דארט מתבודד, זאג אביסל תהלים – וועסטו האבן ישוב הדעת, וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.

#1024 - קנעכט פארן אייבערשטן, באפרייטע מענטשן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ...


אייער מאן האט גערעדט מיט מיר, (ער איז נישט געקומען רעדן מיט מיר, נאר נאכדעם וואס איך האב אים געזען ווי זיין פנים איז טרויעריג, און אים אויסקוועטשן אז ער מוז דערציילן וואס גייט פאר), אז מען איז אפגעטיילט וכו', מיט א תירוץ וכו'; איך בין זיכער מיטן הילף פונעם אייבערשטן אז נאר דורך שלום בית וועט קומען די ישועה, און נאר דורך לעבן באהבה וכו' – וועט קומען די רפואה, און אלע אינפעקשנס וועלן אויסגעהיילט ווערן.


איך האב אסאך צו רעדן, (בכתב איז נישט שייך); וואויל איז אונז אידן וואס מיר טוען די מצוות פונעם אייבערשטן, מיר הערן נישט אויס די לינקע אפיקורסי'שע דעות וואס זאגן 'מען דארף קוקן אויף זיך'. פסח האבן אלע אידן געגעסן מרור, אפילו עס האט געברענט און געציפט, און אזוי אויך מיט אלע מצוות; מיר טוען דאס נאר ווייל מיר זענען קנעכט פארן אייבערשטן, און אזוי זענען מיר אמת'ע בני חורין, באפרייטע מענטשן.


בזכות וואס ענק וועלן לעבן באהבה, אחוה, שלום ורעות וועט קומען אלע ברכות וישועות.

#1023 - מען פירט זיך נישט אזוי צו א מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט גערעכט, איר זענט נישט אייער מאן'ס פאליציי מאן אים איינצוטיילן וואס ער מעג טון און וואס ער מעג נישט טון; דאס איז נישט ריכטיג.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט א רחמנות, אייער מאן שלאגט אייך און ער שפארט אייך איין אין א צימער וכו'; מען טאר נישט שלאגן, א איד טוט נישט אזוי צו זיין ווייב; אבער איר האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, איר פירט זיך אויף צו אים נישט ווי מען דארף; מען קען נישט אוועק כאפן א קאמפיוטער, מען קען נישט ווארפן טעלערס אויפן מאן ווען ער זיצט ביים קאמפיוטער, איר שרייבט אז איר סטראשעט אים, איר זאגט אים ער זאל ארויסגיין פון שטוב דארט קוקן אויפן קאמפיוטער; זייט מיר מוחל, מען רעדט נישט אזוי צו א מאן, און קיינער האט נאכנישט אויסגעפירט מיט די וועג, און דאס איז די סיבה פארוואס ער איז אריין אין אזא כעס.


אז איר ווילט א ריינע שטוב האט איר איין עצה, שטילערהייט וויינען צום אייבערשטן, טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, בעטן און בעטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א ריינע הייליגע שטוב, געב מיר ערליכע קינדער, הייליגע קינדער, העלף מיר אין שטוב זאל נאר זיין קדושה וטהרה, עס זאל נישט זיין קיין כלים וואס מען קען זען עבירות און טומאה".


אז איר ווילט א ריינע שטוב דארפט איר מיט אלע כוחות רעדן שיין צו אייער מאן, און אז ער טוט זאכן וואס איר ווילט אנדערש - דארף מען נאכאלץ שיין רעדן, און אז ער האט די קאמפיוטער און ער איז פאר'כישופ'ט צו דעם - דארף מען נאכאלץ שיין רעדן; נאר מיט ליבשאפט, זיך אויסשמועסן, און אז מען פועל'ט נישט - זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1022 - מחזק זיין די פרוי אויף שלום בית אינדערהיים
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר זענט באשעפטיגט מיט מחזק זיין אידישע קינדער, זיי פרייליך מאכן און זיי ברענגען צו זיין נאנט צום אייבערשטן.


ביטע אויב איר קענט מחזק זיין די תלמידה ... תחי', זי זאל זיך נישט נאכלאזן אין שטוב פארן מאן, זי זאל זיך שיין מאכן פארן מאן; דאס דארף מען לערנען מיט אידישע טעכטער, זיי זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון גיין אנגעטון אין שטוב פארן מאן שיין, ריין, מיט טעם און חן; "אַל תִּהְיוּ כְּסוּס" (תהלים לב, ט), א איד איז נישט ווי א פערד; א פערד - אין גאס באצירט מען איר, און אין שטאל ליגט זי שמוציג; א איד איז פארקערט, אין גאס זוכט מען נישט צו ציען פרעמדע אויגן און אין שטוב איז מען שיין באצירט.


עס איז א גרויסע מצוה איר צו מחזק זיין, ווייל זי מיט איר מאן זענען צוויי טייערע מענטשן, און ער באקלאגט זיך אז זי שטעלט זיך נישט אהער וכו' וכו'.


נאכאמאל, איר דארפט זיך זייער פרייען אז אייער לעבן גייט אריבער מיט זאכן וואס וועלן בלייבן אויף אייביג, מיט מחזק זיין אידישע טעכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1021 - איינבייגן דעם קאפ, און שלינגען
שלום בית, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, כ"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד מיט דרך ארץ אין שטוב צו דיין ווייב, דאס איז א סימן פון יראת שמים, דער וואס רעדט שיין און איידל איז אן ערליכער איד. אויך זאלסטו זיך פירן הייליג וכו', חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:), מען זאל נאר נעמען אן איידעם אן ערליכער איד, איינער וואס לערנט און דאווענט, ווייל דער עם הארץ פירט זיך ווילד, אזוי ווי ביי די אומות העולם וואס די פרוי איז נישט מער ווי א שמאטע, מען פייניגט איר, מען באצווינגט איר און מען שלאגט איר פאר די אייגענע הנאה השם ישמרינו; להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי אידישע קינדער וואס היטן די תורה, זיי פירן זיך איידל און הייליג, נישטא קיין צווינגען, נישטא קיין ווארפן א שרעק השם ישמרינו.


טשעפע נישט דיין ווייב, און אז דו ווערסט געטשעפעט פון איר זאלסטו נישט צוריק טשעפען, "ישמע בזיונו ידום וישתוק" (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו), האב רחמנות אויף איר, רעד ווייך, רעד הארציג. די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.) א פרוי וויינט שנעל; פרויען זענען מער הארציג, מער געפיליש, און אויב מען מאכט זיי וויינען - קען מען באקומען א גרויסע שטראף.


ברודער מיר זיצן דאך ביים רבי'ן, מיר זענען אין רבינ'ס חדר און מיר זיצן ביים טיש פון מוהרא"ש וואס האט אזוי שטארק פארלאנגט פון אונז שלום בית; עס איז נישט געווען קיין שיעור וואס מוהרא"ש זאל אונז נישט מוסר'ן און מחזק זיין אז מיר זאלן זיך איינבייגן דעם קאפ, מיר זאלן שלינגען, מיר זאלן נישט צוריק טענה'ן און נישט צוריק ענטפערן.


אפילו די ווייב שרייט - איז נאכנישט עק וועלט, מען טאר נישט ווערן צעפאלן ווען די ווייב שרייט און מען כאפט אריין בזיונות וכו', מען דארף דן זיין לכף זכות און זוכן מיט חכמה וואס מען קען טון איר צו בארואיגן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1020 - וואס האט מען פון א שידוך אן שלום בית?
שלום בית, מנהגים, שבת החודש, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אונזער מנהג איז צו ליינען מיט א ספר תורה נאך שחרית - אין די ערשטע צוועלף טעג פון חודש ניסן - די פרשה פון די נשיאים, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות חיתון, סימן ו), עס איז מסוגל אויף א שידוך; דאס מיינט מען אויך אינגעלייט וואס האבן שוין חתונה געהאט, א שידוך איז שלום בית, ווייל וואס האט מען פון א שידוך אן שלום בית?


ביים רבי'ן איז געווען א יסוד אין עבודת השם צו האבן שלום בית, דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, איר האלטן טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד).


דער צדיק רבי מאיר'ל פרימישלאנער זכותו יגן עלינו זאגט אויפן פסוק (במדבר ז, כ): "כף אחת", איין בייג – "עשרה זהב", ברענגט עשירות, דאס איז וואס איז וויכטיג ביי א שידוך און ביי שלום בית, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "נְחֵית דַּרְגָּא נְסֵיב אִיתְּתָא", בייג איין דיין קאפ און האב חתונה; נאר אז מען בייגט איין דעם קאפ פארן אייבערשטן, מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער; מיין שידוך, מיין משפחה, מיין לעבן - אלעס אלעס איז נישט קיין מקרה, נישטא קיין פערצופאל, אלעס איז פונעם אייבערשטן - איז מען זוכה צו 'עשרה זהב', קומען צו די העכסטע דרגא, די צענטע דרגא.


מאך א פרישע התחלה פון דעם שבת החודש צו רעדן שיין אין שטוב; אפילו מען רעדט נישט שיין צו דיר, זאלסטו ווייטער רעדן שיין. אז מען איז מכבד די ווייב מיט די כוונה, ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן - דעמאלט איז גוט, און אפילו די ווייב פארלירט זיך און זידלט אן - איז מען ווייטער מכבד מען רעדט ווייטער שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1019 - קיינמאל זאלסטו נישט בלאזן אדער איגנארירן דיין ווייב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב, הער איר אויס, זי פאלט פון די כוחות פון די ארבעט מיט די קינדער, די קינדער פאלגן איר, נישט זי האט נישט די כוחות אנצוגיין; זאלסטו איר אויסהערן, און שמייכל צו איר, און שטארק איר, און לייג צו א האנט מיט די קינדער; דאס וויל יעצט דער אייבערשטער פון דיר, דאס איז יעצט דיין עבודת השם.


אז דו האסט גארנישט אין שטוב, די שאפעס זענען ליידיג, און דו קומסט געלט פאר מענטשן, דו זונקסט אין חובות - זאלסטו גיין אין א ווינקל, אין א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו זיך אויסוויינען פארן אייבערשטן; די ערשטע זאך זאלסטו תשובה טון, בעט איבער דעם אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר פארגעבן אויף אלעס און זאג פארן באשעפער אז דו האסט אוועק געדרייט די שפע עס זאל גיין צו די קליפות מיטן פוגם זיין בברית, מיט הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און יעצט האסטו פארלוירן די שפע, בעט: "הייליגער באשעפער איך טו תשובה, איך האב באמת חרטה אויף אלעס וואס איך האב געטון, איך גיי שוין זיין גוט, איך בעט דיר געב מיר שפע אז איך זאל קענען באצאלן מיינע חובות און קענען מפרנס זיין מיין שטוב".


אויך זאלסטו נישט זיין באליידיגט ווען דיין ווייב טוט נישט פינקטליך אזוי ווי דו ווילסט, זיי איר דן לכף זכות, זי האט אויך געפילן און זי האט אויך א מיינונג, און אז זי טוט נישט אזוי ווי דו ווילסט - איז נישט עק וועלט.


קיינמאל זאלסטו נישט בלאזן אדער איגנארירן דיין ווייב, דאס איז דאך דיין ווייב וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן; אז דו בלאזט אויף איר, דו איגנארירסט איר - איז דאס כפוי טובה.


גיי שוין אהיים און בעט איבער דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1018 - מען דארף גיין צו א גרעסערע דירה
שלום בית, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען קען נישט וואוינען אין א דירה מיט א קינד ווען עס איז ניטאמאל דא פלאץ פאר א וויג, און די קינד שלאפט איין נאכט מיט די טאטע און איין נאכט מיט די מאמע; דאס איז נישט געהערט געווארן, דאס איז נישט ריכטיג.


מען דארף שוין גיין צו א גרעסערע דירה; זארגט נישט, דער אייבערשטער געבט פרנסה, ער געבט וואס מען דארף, אז מען דארף א גרעסערע דירה האט מען פאר א גרעסערע דירה.


אז ענק וועלן האבן א גרעסערע דירה וועט אלעס זיין גרינגער, די שלום בית, די חינוך הבנים, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1017 - נישט שלעכט, נאר איבערגעשטרענגט
שלום בית, התחזקות, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין ווייב זאגט אז עפעס איז מיט איר געשען, זייט זי האט געהאט דאס קינד – פארלירט זי זיך, זי שרייט אויף דיר, און זי ווייסט נישט וואס איז געשען מיט איר; זי וויינט, זי זאגט אז עכט וויל זי נישט שרייען, עכט וויל זי רעדן שיין, איידל און הארציג, אבער זי פארלירט זיך, און נאכדעם פארלירסטו זיך, און אזוי גייט עס שוין אן פאר א שטיק צייט.


בעט איך דיר זייער זאלסט אויסווארטן מיט סבלנות, זאלסט געדענקען אז באמת האט דיין ווייב דיך ליב, זי וויל נישט שרייען אויף דיר, זי איז פשוט איבערגעשטרענגט, און מיט תפילה און מיט לערנען תורה וועט זיך אלעס צוריק קערן אזוי ווי עס איז געווען.


באניי זיך מיט דיינע גוטע זאכן מיט וואס דו פלעגסט זיין שטארק; מיט דאווענען די דריי תפילות אין שול, און מיט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא וכו'. אויך זאלסטו נישט האבן א טעלעפאן וואו מען קען זען ליצנות און דרשות של דופי השם ישמרינו, וועט די שכינה רוען צווישן ענק.

#1016 - בעט דעם אייבערשטן דיין שטוב זאל זיין ערליך
חינוך הילדים, שלום בית, לבוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע וכו'; אוודאי איז בעסער אנצוטון די קינדער אזוי ווי מען גייט ביי ערליכע אידן וכו', אבער אז דיין ווייב קען דאס נאכנישט נעמען, זי שטעלט זיך אויף דעם אז דיין זון זאל גיין מיט וכו' – זאלסטו נישט איבער רייסן, נאר ווארט מיט געדולד און מיט תפילה וועט זי ארויסגיין פון די קטנות, זי וועט אנהייבן ליב האבן די וועג ווי אזוי די ערליכע קינדער גייען אנגעטון.


דער עיקר זאלסטו זיך נישט מייאש זיין פון תפילה, בעט דעם אייבערשטן אז דיין שטוב זאל זיין ערליך, דיין שטוב זאל זיין געבויט פארקערט פונעם גוי, א אידישע לבוש איז זייער הייליג, און נאר בזכות וואס די אידן האבן אין מצרים נישט משנה געווען די וועג ווי אידן קליידן זיך – זענען זיי ארויס פון מצרים, און בזכות דעם וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות.


מיט סבלנות און מיט ליבשאפט – קומט מען אן זייער ווייט, און זיכער מיט תפילה קומט מען אן זייער ווייט.

#1015 - סיי גיין צו עלטערן, און סיי אהיימגיין
כיבוד אב ואם, שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן נעכטן געשמועסט וכו'; עס איז א שווערע מעשה, ווייל כיבוד אב ואם איז העכער אלעס, אבער אז דיין שלום בית צעפאלט – איז אויך נישט קיין עסק; און אז דיינע עלטערן ווילן דו זאלסט קומען טאג איין טאג אויס, זיצן דארט אן קיין זייגער, און וויפיל דו גייסט צו זיי ווילן זיי נאך און נאך, און דיין ווייב וויל זיין אין שטוב מיט דיר פריוואט; דארפסטו מיט חכמה מאכן ביידע, סיי גיין צו זיי און סיי אהיים גיין.


איך טראכט אז דו זאלסט גיין איין מאל א וואך צו זיי מיט דיין ווייב פאר נאכטמאל, אדער פאר שבת, און די איבריגע נעכט זאלסטו עסן אין שטוב, זיין מיט דיין ווייב.


אויך קענסטו אויסארבעטן צו גיין צו זיי אינמיטן טאג, נישט אויפן חשבון פון דיין ווייב, דעמאלט קענסטו זיי העלפן, פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן, און שמועסן וכו' וכו'.


זיי נזהר צו גיין יעדן טאג אין מקוה, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדינים, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", מקוה איז ממתיק די דינים, און זיי נזהר צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.

#1014 - לערנען תורה ברענגט חן און שלום בית
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך אז דו גייסט ביינאכט לערנען דעם בלאט גמרא ביים דיין'ס שיעור, מאכסט מיר אזא נחת, ווייל מען קען נישט אן לערנען תורה; אדער איז מען אין כולל, אדער איז מען א מלמד, און אז מען ארבעט – דארף מען האבן א שיעור תורה, מען זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט מיט די שווערע נסיונות וואס בוזשעוועט אין גאס; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (פעולת הצדיק, סימן תתלד), עס וועט קומען א מבול פון מינות וכפירה וכו', און די שול – דאס איז תיבת נח, וואס ווער עס איז אין איר – ראטעוועט זיך פון אלע בייזע ווינטן און שטורעמישע וואסערן.


אז דו וועסט גיין צום שיעור וועט דיין ווייב פרייליך ווערן, ווייל דער מענטש וואס לערנט תורה באקומט א חן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א), און אז עס איז דא חן – איז דא שלום בית.

#1013 - מיט תפילה און סבלנות, און מיט אסאך ליבשאפט
שלום בית, הדרכות, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; וויסן זאלסטו, מען קען נישט באצווינגען א ווייב, סך הכל וואס מען קען – מען קען רעדן שיין, מען קען בעטן שיין, מען קען איר אויסלויבן מיט גוטע ווערטער און איר בעטן מיט שיינעם: "די זאך וואס דו טוסט שטערט מיך", מען קען זאגן: "אז דו וועסט נישט מאכן די נעגל וכו' – וועל איך דיך זייער מכיר טובה זיין", אבער צווינגען קען מען נישט.


שמירן נעגל, אפילו נאר אויף די פיס – איז נישט קיין זאך וואס איז גוט, עס ברענגט טומאה, עס ברענגט דינים, עס איז זייער א גרויסע סכנה; דאס זאג איך דיר.


רעד שיין צו דיין ווייב און העלף איר מיט די קינדער, העלף אין שטוב, און אז זי וועט יא וועלן שמירן וכו' – זאלסטו חס ושלום נישט וויי טון, נאר ווייטער ליב האבן, און ווייטער זיין בשלום און מיט ליבשאפט, נאר איין זאך, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף אונזער שטוב זאל זיין געבויט אויף די צדיקים, איך און מיין ווייב זאלן ביידע טון וואס צדיקים זאגן און זיך פירן אין די וועג פון צדיקים"; מיט תפילה און סבלנות און מיט אסאך ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


דיין ציל אין שטוב זאל זיין איין זאך, שלום און אהבה.

#1012 - העלפן די ווייב אריינברענגען דעם שבת
שלום בית, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ארבעט נישט ערב שבת נאך חצות, מען מאכט נישט קיין געלט נאך חצות, קום אהיים חצות, לאז איבער די כישוף אין אפיס, ברענג נישט אהיים די טעלעפאן ערב שבת, (הלוואי א גאנצע וואך, אבער לכל הפחות ערב שבת נישט), זאלסט העלפן דיין ווייב אריינברענגען דעם שבת, לאז איר נישט פאלן פון אירע כוחות, מאך נישט נאך די פליטעס (כלומר'ישע עובדים) – וואס קומען אהיים פרייטאג די לעצטע מינוט ביים זמן; מוהרא"ש זאגט, דעמאלט איז די צייט פון די שדים, פון די מזיקין; חכמינו זכרונם לברכה (אבות ה, ו) אז דעמאלט – ערב שבת בין השמשות – זענען זיי באשאפן געווארן.


האב רחמנות אויף דיין ווייב, העלף איר. מעגסט שבת אינדערפרי אויפשטיין געבן פאר די קינדער עסן וכו', אז דיין ווייב זאל קענען אביסל שלאפן נאכן אויפשטיין א גאנצע וואך צו די קינדער, נאכן פאלן פון די כוחות, לאז איר נישט זיין א 'שמאטע', האב רחמנות אויף איר.


"יוֹדֵעַ צַדִּיק נֶפֶשׁ בְּהֶמְתּוֹ", דער צדיק, דער ערליכער איד – איז א שטיק רחמנות, ער ווייסט וואס זיין ווייב וויל, וואס די קינדער דארפן, אפילו וואס זיינע בהמות דארפן, "וְרַחֲמֵי רְשָׁעִים", און דאס רחמנות פון די רשעים – "אַכְזָרִי", איז אכזריות'דיג, ער מאכט זיך ווי ער האט רחמנות אין גאס, און אין די צייט איז ער אן אכזר אין שטוב (משלי יב, י).


הלוואי הלוואי וועסטו מיך פאלגן, וועסטו נישט דערלייגן; לאז זיך אפ פון מענטשן – חברים, גיי אהיים העלף דיין ווייב, וועט דיר גאר גוט זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1011 - די דמיון פון חברים
חברים, שלום בית, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, טייערער חבר, לאז דיך אפ פון די דמיון 'חברים', מוהרא"ש האט אונז ארויסגענומען פון דמיון, מוהרא"ש האט אונז געעפנט די אויגן, מיר זאלן נישט פארברענען אונזערע טעג, אונזער יארן, מיט כלומר'ישע חברים, מוהרא"ש זאגט: "אויב א חבר, אויב איז דא א חבר – איז דאס די ווייב"; זי איז דיר געטריי, זי העלפט דיר מגדל זיין די קינדער.


עס וויינט מיר מיין הארץ פארוואס איך קען צוריק הערן אויף מיינע תלמידים ווי זיי זענען פאר'שיכור'ט מיט חברים, פאר'שיכור'ט מיט די טעלעפאן; די ווייב פאלט פון די כוחות, זי האט פיצלעך קינדער, זי איז א שמאטע, דער מאן איז אין זיין וועלט מיט זיינע כלים, טעלעפאן, טעבלעט וכו', רבונו של עולם, וואס וועט דא זיין...?


מען קוקט אונז אן ווי די שוואכע פון ברסלב, ווייל ביי אונז רעדט מען טאג און נאכט פון שלום בית וכו'; הער אויס טייערער ברודער, אנטלויפן פון שטוב קיין מירון וכו', איז מען נישט קיין קל, מען איז א שוטה און אן אכזר, (אז מען האט א ווייב מיט קינדער), אנטלויפן פון שטוב איז נישט עבודת השם, עס איז פשוט זיין א שלעכטער, ווייל מוהרא"ש האט אונז געלערנט דעם רבינ'ס זאך, מען זאל העלפן די ווייב, העלפן מיט די קינדער, העלפן מיט גוטע ווערטער, (איך געדענק גאר גוט, איידער מיין התקרבות ווי אזוי מען איז אין די דמיון וכו' וכו').


הלוואי זאל איך האבן די זכי' צו קענען דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, מען זאל נישט מבטל זיין די טעג און די יארן מיט די דמיון פון חברים, מען זאל זיין אין שטוב העלפן די ווייב, מחזק זיין די ווייב, אזוי האט מען הייליגע מוחין, דאס איז אן אמת'ע ערליכע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1010 - שרעקליכע פרעסטן, ווארעמע שטוב
חברים, שלום בית, טעלעפאן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס האט זיך אראפגעלאזט שרעקליכע פרעסטן, שוין יארן וואס איז נישט געווען אזעלכע פרעסטן, מען דארף זען אז אין שטוב זאל זיין ווארעם, אין שטוב זאל מען זיך ליב האבן, בפרט ביי אנשי שלומינו וואס דער רבי האט אזויפיל גערעדט און געווארנט מיר זאלן אכטונג געבן אין שטוב, מכבד זיין די ווייב, העלפן מיט די קינדער.


היינט איז געווארן א צרה, מען קען זיין אין שטוב און מען איז נישט אין שטוב; די גוף איז אין שטוב, און די מח מחשבה, נשמה איז אין די אנדערע עק וועלט – דורך זיצן אויף די כלים, קוקן נייעס, שפילן געימס, זען ליצנות, הערן מענטשנ'ס בויך וויי; ווען די אויסגעקוועטשטע ווייב, אויסגעקוועטשט ווי א שמאטע פון ברענגען קינדער, אויפשטיין יעדע פופצן מינוט צו די קינדער, האדעווען קינדער וכו' וכו', און זיין א געטרייע ווייב, עושה רצון בעלה וכו' וכו', און זי ווארט איר מאן זאל איר העלפן, איר אויסהערן, איר געבן א שמייכל, איר טראגן, איר ברענגען, און די כלים האבן א מאגנעט, עס ציט דעם מענטש אויס פון די וועלט.


די עצה איז התבודדות; נאר דורך התבודדות קען מען געראטעוועט ווערן. איך וועל דיר דערציילן עפעס פריוואט, דער סמ"ך מ"ם איז געקומען צו מיר בהקיץ, מיר געברענגט אין שטוב א קליינע קאמפיוטער, א לעפטאפ, איך זאל קענען אויפטון, קענען שרייבן ספרים... שרייבן בריוון... פאר א שטיק צייט האב איך נישט געכאפט, נאר נאך התבודדות, דורך וויינען צום אייבערשטן איך זאל מיך נישט נארן, איך זאל וויסן וואס איז ריכטיג, האב איך עס ארויסגענומען פון שטוב, ברוך השם.


די אלע וואס לויפן אוועק פון שטוב, זיי גייען מיט חברים, מען גייט אין שוויץ, און אפילו קברי צדיקים, די אלע זענען אין דמיון, די אלע זענען א גרויס רחמנות.


נישטא קיין חברים, נאר דער צדיק איז אן אמת'ער חבר, ער וויל אונזער גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1009 - בוי אויף דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועלן מיר זיך צאמנעמען צו די יארצייט פון מוהרא"ש, זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש האט אונז שטענדיג מחזק געווען אויף שלום בית, מוהרא"ש האט אונז געלערנט נישט זיך טענה'ן מיט די ווייב, נאר מכבד זיין און רעדן שיין. עס איז נישט געווען א שיעור וואס מוהרא"ש זאל אונז נישט חזר'ן די שיחה פון רבי'ן (שיחות הר"ן סימן רסד), מיר זאלן האלטן חשוב די ווייב און רעדן שיין צו איר; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אויפבויען דיין ווייב, מאך איר פאר א זאך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי"; מוהרא"ש זאגט אז ווען ווערט די פרוי איינס מיט איר מאן? נאר ווען דער מאן מאכט איר פאר א כלי, ער בויט איר אויף, ער דערהייבט איר און ער שטארקט איר, דעמאלט ווערט זי איינס מיט איר מאן.


ליבער ברודער בוי אויף דיין ווייב, געב איר גוטע ווערטער, זיי נישט קיין אויבער חכם און טראכט 'עס פעלט נישט אויס פאר מיר די זאך', נאר נעם די בריוו, דאס איז וויכטיג פאר דיר, מען מוז האבן חיזוק אויף דעם, מען מוז געבן גוטע ווערטער, ווייל עס גייט אריבער שווערע ביטערנישן אויף די פרוי, פון וואס זי ליידט אלץ וכו' וכו', מען מוז איר אויפבויען.


איך דארף לויפן צו די בחורים זיי ווארטן אויף חיזוק, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1008 - לויף אהיים און העלף דיין ווייב
חברים, שלום בית, שובבי"ם, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט שובבי"ם ווען מען פאררעכט דעם חטא פון פגם הברית דארף מען אויך פאררעכטן די חטא פון בין אדם לחבירו, ובפרט אין שטוב; לאמיר זיך בארעכענען, רחמנות האבן אויף די אויסגעמוטשעטע פרוי וואס רוט נישט קיין מינוט פאר אונזערע קינדער; איר צו העלפן, איר צו געבן גוטע ווערטער, איר מחזק זיין וכו'.


מען כאפט זיך נישט, מען איז אריין געטון מיט חברים וכו', דאס איז דמיון, ווייל חברים טוישן זיך, חברים האלטן זיך פאר טעג, מען טוישט חברים ווי מען טוישט בגדים, אבער די ווייב וואס זי איז די מאמע פון דיינע קינדער, מיט איר שטעלט מען אוועק שיינע דורות; איר לאזט מען אין שטוב מיט די ארבעט, מען לויפט צו חברים, מען לויפט טון חסד, מען איז פאר'שיכור'ט מיט די טעלעפאן, טעבלעט וכו' וכו'.


איך וויין צו דיר, האב רחמנות אויף דיין ווייב, און אויף דיינע דורות, מאך זיך שעות וואס דו ארבעטסט, למשל פון ניין ביז פינף, אדער ביז זעקס, און נאך די צייט פארמאך די טעלעפאונס; מאך נישט, רעד נישט, טו נישט; לויף אהיים און העלף דיין ווייב, העלף לייגן שלאפן די קינדער, (איך לייג שלאפן יעדע נאכט מיינע קינדער, איך בין נאך אזוי פארנומען ווי דיר), און גיי דאווענען, גיי לערנען.


וועק זיך אויף פון דיינע דמיונות, ביסט דאך א קלוגער, ביסט דאך נישט קיין קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1007 - א נס אז דו האסט אן ערליכע איידעלע ווייב
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו אן איידעלע ווייב, איך האף דו האלסט דאס טייער, איך האף דו געבסט איר גוטע ווערטער אז זי איז ערליך און איידל.


זיי נישט מקנא דיינע געשוויסטער, איך ווייס אז נישט אלע דיינע געשוויסטער גייען אנגעטון ערליך און איידל, און חס ושלום זאלסט זאגן דיין ווייב זי זאל זיי נאכמאכן חס ושלום, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צג.): "אלקיהם של אלו שונא זימה", דער אייבערשטער האט פיינט זימה, עס זעט אויס ווי די וואס גייען אנגעטון ווי אזוי זיי ווילן – זיי האבן א לעבן, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר, די יונגע יארן גייען אריבער, און עס בלייבט גארנישט פון זיי השם ישמרינו, די גאנצע משפחה צעפאלט.


דו האסט א נס אז דו האסט אן ערליכע איידעלע ווייב, זאלסט איר אויסלויבן, זאלסט איר דאנקען פארן זיין איידל, אזוי קומט די שכינה אין שטוב, אזוי האט מען געזונטע קינדער, און מען איז זוכה צו אלע ברכות.


לערן יעדן טאג חומש – איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, און לערן משניות כסדרן, אפילו נאר זאגן די ווערטער, אויך גמרא זאלסטו לערנען.

#1006 - א קלוגע ברסלב'ע ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי זייער גוט אייער ווייטאג, איר האט אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן, אויפבויען א ריינע הייליגע שטוב, און למעשה האט אייער מאן אין שטוב די כלים וואס טויגן נישט; א טעלעפאן, טעבלעט, לעפטאפ, און נישט נאר פאר זיך, פאר זיין ארבעט קוקט ער וכו', ער נעמט די קינדער און ווייזט זיי זאכן, נייעס, און דזשאוקס, און אייער הארץ פלאצט פון ווייטאג, איר שרייבט אז איר קענט מער נישט, איר שפירט ווי איר ברעכט אונטער.


איך בעט אייך זייער, חס ושלום אונטערברעכן, דער אייבערשטער שיקט נישט קיין נסיון נאר פאר די וואס קענען דאס ביישטיין, און אז מען האט אייך געברענגט די שידוך, מוז זיין אז איר האט די כוחות צו האבן א שיינע איידעלע שטוב.


לדעתי זאלט איר נישט רעדן מיט אייער מאן פון די נושא, זייט אים געטריי, פירט זיך מיט אים מיט ווארעמקייט און מיט ליבשאפט, נאר שטילערהייט ווען קיינער זעט נישט זאלט איר זיך אויסגיסן אייער הארץ צום אייבערשטן, און אים בעטן א מתנת חנם עס זאל אריינגיין א רוח טהרה אין אייער מאן, און ביידע פון ענק זאלן אינאיינעם אויפשטעלן די שטוב מיט יראת שמים.


איך ווייס זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו, מעשיות ווי ביי אייך, מעשיות וואס דער מאן האט געכאפט א שטיקל גליטש, און נאר בזכות די קלוגע ברסלב'ע ווייב וואס האט שטילערהייט געבעטן דעם אייבערשטן פאר אן ערליכע שטוב, עס זאל אריינגיין א רוח טהרה אין אים, און מיט סבלנות, מיט ווארעמקייט, מיט דן זיין לכף זכות – זענען זיי געווארן ערליכע אידן, גרויסע צדיקים.


(אגב, אז מען רעדט פון דן זיין לכף זכות, וואס איז די ווארט 'לכף'? כף איז טייטש א לעפל, איך האב געזען פון איינע פון די גורע רבי'ס, עס איז דא א שיך לעפל, אמאל ווען מען קען נישט אנטון א שוך, עס איז צו קליין, באניצט מען זיך מיט דעם, מען קוועטשט אריין די פוס אין די שוך, זאגט ער, דאס מיינט דן זיין לכף זכות, מען זאגט נישט דן זיין לזכות, ווייל אמאל קען מען ממש נישט דן זיין לזכות, עס שטומט נישט, דארף מען דן זיין לכף, מען דארף נעמען א שיך לעפל אריינצוקוועטשן לזכות).


איך בעט אייך בכל לשון של בקשה, קוקט גוט אויף אייער מאן, ער איז ליכטיג, ער איז טייער, עס גייט אריבער יעצט וואס גייט אריבער, און אז איר וועט אים שטיין צו די רעכטע האנט, איר וועט אים נאר זיין ווארעם און ליבליך, נישט זיין דער משגיח, נישט זיין ווי א מאמע, נאר ווי א ווארעמע ליכטיגע ווייב, וועט ער צוריק קומען, ער וועט אלעס אפלאזן, ער וועט נאך ווערן מער ערנסט ווי אייך.


הערט פרייליכע ניגונים, פרייליך מוזיק, זינגט און טאנצט, די קינדער זאלן גארנישט וויסן און גארנישט מיט האלטן, זיי זאלן נישט ווערן דערשראקן און אומזיכער, (איר זאלט היטן אלע הלכות מיט די גרעסטע מאס יראת שמים).


איך קען קוים ווארטן צו באקומען די בריוו וואו עס שטייט ברוך מתיר אסורים, ווי איר זענט אויסגעלייזט, ווי אלעס איז צוריק אין פלאץ; נאר מיט דעם רבינ'ס עצות מיט תפילה, אמונה, סבלנות – איז מען זוכה צו די ישועה.

#1005 - מען דארף ארויסגיין אינדערפרי פון שטוב
שלום בית, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר לערנען א וויכטיגע זאך פאר שלום בית, נישט אלע אינגעלייט ווייסן דערפון.


זיצן אין שטוב מיט די ווייב טאג און נאכט – איז א סכנה, די שלום בית קען צעפאלן, מען דארף ארויסגיין אינדערפרי פון שטוב, אדער גיין אין כולל, אדער ארבעטן, און פארנאכטס צוריק אהיים גיין, אויב מען זיצט אין שטוב טאג און נאכט – איז דאס א סכנה, עס קען חס ושלום ווערן אויס ליבשאפט, דאס הייסט, אויב ווען די ווייב גייט צו די ארבעט זעט זי איר תכשיט נאך שלאפן, אדער זיך דרייען וכו', און ווען זי קומט אהיים פון ארבעט שלאפט נאך איר תכשיט אדער דרייט ער זיך און פרייט זיך, קען דאס ברענגען נישט גוטס.


איך בעט דיר זייער, שטיי אויף פרי און גיי אין מקוה, גיי אין שול דאווענען, און נאכן דאווענען – אדער כולל אדער ארבעט, טו עפעס, גיי נישט ליידיג, און אז דיין ווייב קומט אהיים פון ארבעט פינף אזייגער, זאלסטו איר נישט נאכלויפן, לאז איר האבן אפאר מינוט פאר זיך צו אטעמען (בכלל איז נישט גוט נאכצולויפן די ווייב, ענדערש זאל זי נאכלויפן דעם מאן), און אז זי קומט אהיים פריער – זאלסטו נישט אהיים לויפן, לאז איר אטעמען, לאז איר ווארטן אפאר מינוט אויף דיר.


זיי שטארק מיט אכצן פרקים משניות, און זאג דעם יום תהלים, און לערן אסאך ספר עצתו אמונה.

#1004 - רעדן שיינע ווערטער
שלום בית, חמרות ופרישות, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שבת איז געווען זייער שיין אין ישיבה, מיר האבן געלערנט ביי ספורי מעשיות די מעשה פונעם בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה יב), פון די נארישע כיתות, יעדער מיט זייערע סברות, און פון די כתה פונעם דברן, דער וואס רעדט צו זיך אליין וכו'; מיר האבן זיך זייער מחזק געווען צו ניצן דעם דיבור פאר גוטע זאכן, צו מחזק זיין אנדערע, און זיכער טאטע מאמע, און כל שכן די ווייב.


מיר האבן גערעדט פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:), מען זאל נישט נעמען אן איידעם אן עם הארץ, ווייל ער פירט זיך אויף ווי א לייב וואס איז "דורס ואוכל, ואין לו בושת פנים", אזוי אויך דער עם הארץ "אין לו בושת פנים", און ווי דער רבינו תם לערנט פשט (תוספות שם, דבור המתחיל 'מה ארי דורס ואוכל'), דער עם הארץ איז נישט מפייס, ער בעט נישט איבער, ער געבט געבט נישט גוטע ווערטער; מיר האבן זיך מחזק געווען אז דאס איז דער אונטערשייד פונעם ערליכער איד און דער עם הארץ, דאס רעדן שיינע ווערטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:), רבי יוחנן זאגט, ווען נישט די תורה וואלטן מיר זיך געלערנט דרך ארץ און איידלקייט פונעם הינדל, "שמפייס", וואס רעדט שיינע ווערטער; זעט מען אז דאס איז דרך ארץ, דאס איז קדושה – דאס מפייס זיין, און נישט ווי די וואס מיינען אז מען ווערט מער דורכדעם וואס מען לויפט אוועק פון שטוב, מען אנטלויפט קיין מירון וכדומה, נאר דאס רעדן שיינע ווערטער; דאס איז דער חילוק פונעם עם הארץ און להבדיל די דרך התורה.


ברודער אנטלויף פון די וועג פון פרישות, וואס זעט אויס אזוי דערהויבן, און נאכדעם פאלט מען אין עבירות רחמנא לצלן כידוע, לערן הלכה, היט הלכה; אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן, אבער לייג נישט צו.


איך וואלט ווען געדארפט מאריך זיין, אבער עס איז נישט שייך.

#1003 - פארן וואקאציע
שלום בית, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אויף דיין פראגע וועגן פארן וואקאציע וכו'; קענסט פארן אויף וואקאציע, ספעציעל אז דיין ווייב בעט דאס, זי זאגט אז זי דארף עס פאר איר געזונט, פאר איר מח, קענסטו גיין וואקאציע.


געב נאר אכטונג עס זאל זיין איידל און פריוואט, מאך נישט נאך די אינגעלייט וואס זייער לעבן, זייער פריוואטע לעבן – ווערט פאבליק; אלעס איז בילדער, אלעס ווערט ארויסגעלייגט ברבים, אלע חברים האלטן מיט וכו' וכו'; איז אז דו גייסט וואקאציע מיט דיין ווייב – זאל דאס זיין מיט איידלקייט, פריוואט.


אויך זאלסטו וויסן אז פונעם אייבערשטן קען מען נישט אוועק פארן, און אז מען פארט וואקאציע דארף דאס זיין אין א פלאץ מיט א שול, מיט א מקוה, מיט כשר'ע עסן וכו' וכו'.