בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#908 - צוויי פארקערטע זאכן, דאס איז שלום
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט מצליח אין דיין עבודת השם, איך קום מיטן אייבערשטנ'ס הילף קיין ארץ ישראל, איך וועל זיין אין יבנאל, איך האף זיך צו זען מיט דיר.


געב אכטונג אויף דיין שלום בית, רעד שיין אין שטוב און הער אויס דיין ווייב ווען זי רעדט צו דיר, און אז עס איז דא זאכן וואס איינער איז פארקערט פון צווייטן - לעבט מען בשלום, מען קומט זיך דורך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאמען צוויי פארקערטע זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים. זאגט דער רבי (שם): "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים, כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען. זעט מען אז דאס איז דער עיקר פון שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם; אזוי אויך איז אין שטוב, מאן און ווייב; איינער האט אזא נאטור, און דער צווייטער האט א פארקערטע נאטור, און דאך לעבט מען אינאיינעם בשלום ובאהבה.


בנוגע ווערן א מגיד שיעור וכו'; ענדערש זאלסטו אנהויבן מיט קינדער, הויב אן מיט מלומדות, אז עס פעלט זיך אויס א במקום, זאלסטו זיין א במקום, און מיט דער צייט וועסטו זען אויב דו האסט די כוחות צו ארבעטן, לערנען מיט בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#907 - מיט קלוגשאפט קען מען מאכן דעם מאן צופרידן
שלום בית, הדרכות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף קום איך קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, איז גוט איר זאלט פרעגן אייער מאן אויב ער וויל קומען שמועסן מיט מיר, אזוי וועל איך אים קענען מחזק זיין.


עס איז וויכטיג צו וויסן אז מען קען איבערדרייען א מאן זייער גרינג דורכדעם וואס מען קוקט גוט אויף אים און מען איז אים דן לכף זכות, נאר דער פראבלעם איז, אז דער שטן פארשטעלט זיך ווי א פרומער, און די פרוי כאפט נישט אז אין איר איז יעצט דא די 'פרומע שטן', און זי אליין מאכט זיך חרוב איר שטוב.


א קלוגע פרוי וועט אכטונג געבן קיינמאל נישט ארויסווייזן פאר איר מאן אז זי איז מער קלוג אדער מער ערליך, זי וועט מיט חכמה זיך פארשטעלן ווי זי טוט דאס צוליב דאס, און זי מאכט אזוי צוליב יענץ, אבער נישט זיך ארויסשטעלן פארן מאן ווי זי איז די קלוגע און ערליכע, און ער איז דער בטלן און נישט ערליכער. די תורה זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים", א קלוגע פרוי, "בָּנְתָה בֵיתָהּ", בויט אויף איר שטוב, "וְאִוֶּלֶת", און א נארישע פרוי, "בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", מיט אירע הענט טוט זי איינווארפן איר שטוב.


אפילו עס וועט אייך אויסקומען צו גיין מיט אייער מאן צו א רב רעדן און שמועסן ווי אזוי זיך צו פירן, זאלט איר זיין קלוג און פארשטעלן די שאלה אויף זיך, נישט אויפן מאן. צום ביישפיל, א פרוי וואס איר מאן מוטשעט איר צו גיין אנגעטון פריצות'דיג און זי וויל נישט, וועט זי פרעגן ביים רב אינאיינעם מיט איר מאן אויף זיך, 'מעג איך גיין אזוי און אזוי?' אזוי געבט זי אכטונג אז איר מאן זאל זאל נישט ווערן פארשעמט, און ממילא וועלן זיי טון נאר וואס די תורה זאגט, אבער א נארישע פרוי וועט קומען און זיך אהערשטעלן ווי די גרעסטע צדיקת, און אראפמאלן איר מאן ווי א פארברעכער, איז וואס קען מען ערווארטן דא זאל זיין.


מיט אייער קלוגשאפט קענט איר מאכן אייער מאן זאט און צופרידן, און איר וועט בלייבן אנגעטון איידל און ערליך. חכמינו זכרונם לברכה (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר פרויען מער קלוגשאפט ווי פארן מאן.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#906 - געב זיך אכטונג פון זיין פארמישט מיט שלום בית
שלום בית, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג פון זיין פארמישט מיט שלום בית, רעד נישט מיט קיין פרויען, עס קען זיך ענדיגן זייער נישט גוט השם ישמרינו.


דאס וואס איך בין יא פארמישט מיט שלום בית - ווייל איך האב באקומען א קלארע באפעל פון מוהרא"ש דאס צו טון, און דאס באגלייט מיך און היט מיך, און אז די פרוי פון דיין חבר רופט דיך וויינען אז איר מאן קומט נישט אהיים, זאלסטו איר זאגן זי זאל שרייבן פאר איר מאן'ס מורה דרך, און אויך זאלסטו מחזק זיין דיין חבר ער זאל זיין מקושר מיט אן ערליכער איד, ער זאל האבן א מורה דרך אין לעבן, אבער דו זאלסט נישט ווערן פארמישט, ווייל עס קען זיך ענדיגן זייער נישט גוט.


די יאר האב איך געהערט מעשיות וואס שלום בית מאכערס זענען נעבעך אראפגעפאלן אין ביטערע מעשים השם ישמרינו, אפילו גאר חשובע וכו'. אזוי ווי דער רמב"ם פסק'נט (פרק כב מהלכות ביאה, הלכה טו), מען זאל נישט שטעלן אפילו אן ערליכער באגלייבטער מענטש זאל זיין א שומר ביי א חצר פון פרויען, "שאין אפוטרופוס לעריות", עס איז נישטא קיין שמירה פאר דעם.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, הויב אן דיין טאג מיט התבודדות, און נאכדעם גיי דאווענען, און נאכדעם אז דו האסט נאך צייט זאלסטו לערנען מקרא, משנה, גמרא, און נאכדעם גיי צו די טייערע קינדער, לייג אריין אין זיי יראת שמים, אהבת התורה, אהבת הבורא. נאכדעם גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער און מיט דעם זאל אריבערגיין דיינע יארן און טעג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#905 - האלט דיינע קינדער מיט דיר
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת אחרי קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט די הייליגע שבת, זאלסטו איבערבעטן דיין ווייב, און פון היינט און ווייטער שיין רעדן צו איר, ווייל די שכינה הקודש רוט דארט וואו מען בעט זיך איבער, און וואו עס איז דא שלום, און אז די שכינה הקדושה איז דארט - איז שוין במילא דא אלע ברכות, און מאך שיינע סעודות שבת, זינג זמירות און רעד מיט דיינע קינדער, ווייל די דיבורים וואס מען רעדט שבת האט חן און עס טוט זייער אסאך אויף.


אויך זאלסטו זיי האלטן נעבן דיר ביים דאווענען, און ווי אזוי דו דאווענסט - וועלן זיי דאווענען, אז דער טאטע שמועסט ביים דאווענען און לאכט אפ פון ערליכקייט, וואס קען מען ערווארטן פון די קינדער... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:), ווער עס האט ליב ערליכע אידן וועט האבן ערליכע קינדער, ווייל קינדער כאפן אויף ביים טאטן וואס ער האט ליב.


א גאנצע וואך האלטן די מלמדים דיינע קינדער, יעצט זומער דארפסטו זיין דער מלמד פון דיינע קינדער ביי די לאנגע פרייטאג נאכמיטאגס און לאנגע שבת נאכמיטאגס. וויסן זאלסטו, די אלע פרייע צייטן ווי שבת נאכמיטאג און פרייטאג נאכמיטאג, איז א צייט וואס קינדער קענען ווערן געשעדיגט פון מנוולים; מען האט מיר דערציילט אזויפיל מעשיות ווי מען איז געפאלן א קרבן פאר א מנוול און ווי דער לעבן איז קאליע געווארן רחמנא לצלן, און אלעס האט זיך אנגעהויבן פרייטאגס און שבתים.


ובכן בעט איך דיר האלט דיינע קינדער מיט דיר, אז דו לייגסט זיך אראפ שלאפן שבת זאלסטו זיי אויך אראפלייגן שלאפן, נישט לאזן גיין ליידיג, און אפילו זיי בלייבן אין שטוב - איז אויך נישט לכתחילה, ווייל גיין ליידיג איז א סכנה, אפילו ביי געשוויסטער וד"ל.


אזוי אויך זאלסטו רעדן מפעם לפעם מיט דיינע קינדער, זיי נאכאמאל דערמאנען אז קיינער קען זיי נישט אנרירן, און אז איינער רירט אן - זאלן זיי נישט מורא האבן צו דערציילן, זיי זאלן קומען דערציילן, און אויך זאלסטו זיי אויסלערנען נישט אנצורירן אות ברית קודש, און ווען דו וואשט דאס קינד און ווען דאס קינד גייט אין בית הכסא - זאלסטו אים מפעם לפעם דערמאנען זיך צו פירן בקדושה ובטהרה.


א פרייליכן שבת.

#904 - גיי נישט מיט חברים אין ערגעץ
חברים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען וועסטו זיך אויפוועקן פון די דמיון פון זיצן און פארברענען טעג און נעכט מיט חברים? גיי אהיים, האסט א ווייב, האסט קינדער, וואס דרייסטו זיך אינדרויסן פון שטוב? ביינאכט איז די צייט פון די נישט גוטע, גיי אהיים, אדער לערן אין שטוב אדער לייג זיך שלאפן און שטיי אויף פרי, גיי נישט ארויס ביינאכט פון שטוב פאר קיין שום זאך.


גיי נישט מיט חברים אין ערגעץ, אפילו אויף קברי צדיקים. אינגעלייט גייען מיט חברים, מען פארט אוועק פון שטוב, מען רעדט זיך איין מען פארט אויף קברי צדיקים, מען פארט לִקְבֹר את הצדיקים, באערדיגן די צדיקים, מען באגראבט די הייליגקייט וואס צדיקים זאגן מען זאל נישט זיין אן די ווייב, מען זאל האבן שמירה.


וויפיל מאל האסטו געהערט פון מוהרא"ש 'נישטא קיין חברים'; מוהרא"ש בעט אונז: 'לערנט עס נישט אויף ענקער אייגענע הויט', 'גלייבט מיר, נישטא קיין חברים', 'אויב א חבר איז עס די ווייב, מער פון דעם איז אלעס דמיון'; איך האב דאס נישט געוויסט איידער איך האב דאס געהערט פון מוהרא"ש, איך האב אויך נעבעך אוועק געגעבן די צוויי דריי יאר, פון מיין חתונה ביז מיין התקרבות - אסאך שעות פאר חברים, און מוהרא"ש האט מיך געראטעוועט, מוהרא"ש האט מיר געגעבן שכל אז אלעס איז בלאף, ביים סוף וועלן די נאנטע חברים זיך אויסדרייען זייער פנים און זיי וועלן דיך באגראבן.


גיי אהיים, גיי צו דיין ווייב, ווארף אוועק דיין סאשעל מידיע, וועק זיך אויף פון דיין חלום; וועם קוקסטו? וועם הערסטו אויס? יעדער קרעציגער און יעדער קראנקער וואס לייגט ארויס סטעטוס? זיץ אין שטוב מיט א הויפן ספרים, מען האט יעצט אנגעהויבן א נייע מסכתא, זאלסטו זיך מיט כאפן און לערנען יעדן טאג.


איך וועל קומענדיגע וואך פארן קיין ארץ ישראל, זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון. אויך דארף איך מחזק זיין אונזערע מוסדות, זיי ווארטן אויף מיר א גאנץ יאר, איך וועל דאווענען פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#903 - מען בעט פאר טאטע מאמע און פאר זיך און פאר די מאן
שלום בית, יחוד

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-מברכים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז עס איז דא ביי ענק א גוטע שלום בית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יז.): "אִישׁ וְאִשָּׁה זָכוּ", אז מאן און ווייב לעבן מיט שלום, מען האט זיך ליב, מען קריגט זיך נישט, מען זעט די מעלות ביים צווייטן – "שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶם", רוט דער אייבערשטער צווישן זיי ביידע. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (שבת י.), דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז 'שלום', דער אייבערשטער רוט דארט וואו מען קריגט זיך נישט, מען לעבט בשלום.


נאך די חתונה בעט מען דעם אייבערשטן ביי ברכת המזון: "הרחמן הוא יברך את אבי מורי ואת אמי מורתי, אותי ואת בעלי", מען בעט פאר טאטע מאמע און פאר זיך און פאר די מאן, און אז מען האט קינדער זאגט מען: "ואת זרעי", און אזוי ווייטער. מען בעט: "כמו שנתברכו אבותינו", בענטש אונז מיט די ברכה וואס די הייליגע אבות האבן געלעבט, "בכל מכל כל", זיי האבן אלעס געהאט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא יז.), די אבות הקדושים האבן שוין געהאט אויף די וועלט עולם הבא, ווייל ביי זיי שטייט זיי האבן געהאט בכל מכל כל, זיי האבן געהאט אלעס; דאס איז די מדריגה פון שפירן ווי מען האט אלעס, אפילו מען גארנישט דאך שפירט מען זיך אזוי גליקליך, מען שפירט ווי מען איז ארום גענומען מיטן אייבערשטן.


אין אן עלעוועיטער איז נישטא קיין יחוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#902 - די חסד פון הייליגן צדיק רבי ישעיה פון קערעסטיר זי"ע
שלום בית, צדיקים, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון דער הייליגער צדיק רבי ישעיה פון קערעסטיר זכותו יגן עלינו. דער צדיק איז געווען א גרויסער חידוש אין די מצוה פון חסד, הכנסת אורחים; מיר דארפן זיך לערנען און גיין אין די וועגן פון דעם צדיק צו טון חסד. די ערשטע פלאץ וואו אנצוהויבן חסד - איז אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, מען דארף רעדן מיט דרך ארץ אין שטוב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:), דער וואס נעמט פאר זיין טאכטער אן עם הארץ - איז אזוי ווי ער וואלט ווען געגעבן זיין טאכטער פאר א פארציקנדע לייב; ווייל אן יראת שמים, אן תורה - איז מען א פארציקנדע חיה אין שטוב.


אז מען הערט אזויפיל מעשיות פון דעם גרויסן צדיק ווי ער האט אלעס אוועק געגעבן צו טון חסד - דארפן מיר זיך לערנען נאכצוטון דעם צדיק, טון חסד. היינט איז די מצוה צו טון חסד אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, רעדן שיין, רעדן מיט דרך ארץ, זיך פירן מיט יראת שמים, שטענדיג געבן גוטע ווערטער און איבערבעטן.


בפרט אז דו ביסט מקורב צום רבי'ן, דו פאררופסט זיך א תלמיד היכל הוקדש, ווייסטו אודאי אז ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט פארטריבן פון זיך אויב מען האט נישט געהאט קיין שלום בית, אויך מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער צו מאכן שלום בית, זאלסטו זיך פארנעמען צו רעדן שיין און זיך פירן שיין, זיך פירן ווי די ערליכע אידן פירן זיך, וואס רעדן מיט דרך ארץ, מיט שלום און ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#901 - שלום בית איז נאכאמאל רעדן שיין
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת שמיני, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט דאס שיין אויסשמועסן מיט דיין ווייב, אז דו האסט מורא צו ברענגען אין שטוב איינעם מיט א גאָן, און אז זי וויל לאדענען די שוואגער, איר שוועסטער מיט איר מאן אויף שבת - קען מען זיי שיין זאגן אז ענק האבן מורא פון געווער, ענק ווילן בעטן מען זאל איבערלאזן די געווער, און נאר אזוי קומען.


אונזער געווער איז תפילה והתבודדות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב): "עִקַּר כְּלֵי זֵינוֹ שֶׁל מָשִׁיחַ הוּא הַתְּפִלָּה", משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה, "וְכָל מִלְחַמְתּוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה", אלע זיינע מלחמות, "וְכָל הַכְּבִישׁוֹת שֶׁיִּכְבֹּשׁ", אלעס וואס משיח וועט אייננעמען, "הַכֹּל מִשָּׁם", אלעס וועט זיין מיט תפילה; זיין געווער, זיין שווערד, זיין בויגן – וועט זיין תפילה. אזוי ווי עס שטייט (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט רש"י, מיט תפילה און בקשה; מיר דארפן נישט קיין אנדערע סארט געווער.


געדענק, שלום בית איז רעדן שיין איינער צום אנדערן, און מיט אסאך געדולד און נאכאמאל רעדן און נאכאמאל האבן אסאך געדולד; נאר אזוי קען מען האבן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#900 - אנא ה', העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן
תפילות אויף אידיש, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


דא האט איר א תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיט מיר, איך דאנק דיך פאר מיין מאן, איך דאנק דיך פאר אלעס.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן, איך ווייס נישט וואס צו טון, יעדעס מאל מיין מאן טוט עפעס אנדערש פון ווי אזוי איך האב געטראכט - ווער איך זייער נערוועז, און נאכדעם רעד איך צו אים זייער נישט שיין, איך פליק, און שטעך אים, איך רעד זייער מיאוס צו אים.


אנא ה' ראטעווע מיך, איך זאל נישט ווערן נערוועז פון אים ווען ער טוט אנדערש ווי איך טראכט, איך זאל נישט ווערן צוקאכט און צוהיצט ווען ער טוט זאכן וואס איז אנדערש ווי איך האב זיך פארגעשטעלט.


ראטעווע מיך אייבערשטער איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן, איך זאל אים נישט וויי טון, און אויב חס ושלום איך גיי אריין אין די שלעכטע מצב רוח, איך הויב אים אן זאגן קריטיק - זאל איך אים נישט אינגאנצן צעברעכן, ווייל יעדע מאל דאס פאסירט הער איך נישט אויף אים צו דערגיין די יארן - ביז ער הויבט אן וויינען, און ערשט דעמאלט כאפ איך זיך ווי שלעכט איך בין.


אנא ה' העלף מיר צו קומען צו אמת'ע שלום בית, העלף מיר צו קומען צו אמת'ע ליבשאפט, ווי אזוי קען מען אנקומען צו דעם? איך וויל אזוי שטארק באקומען די שיינע זיסע צוקערדיגע שלום בית לעבן וואס מען איז זוכה ביים מקורב ווערן צום צדיק, איך בין אבער נאך זייער ווייט פון דעם.


אנא השם העלף מיך אייבערשטער איך זאל זוכה זיין צו אויסאיידלען מיינע מידות, און אפילו זאכן ווערן געטון אנדערש ווי איך וויל - זאל מיך עס נישט אנגיין, עס זאל מיר נישט באדערן, ווייל אין א שטיק צייט ארום ווען איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, וועלן דאך אלע סיי ווי טון אנדערש ווי איך וויל, איז פארוואס די פאר יאר וואס איך לעב זאל איך מיך אויפעסן מיינע טעג און יארן אז מען טוט און מען מאכט אנדערש ווי איך וויל?


אנא השם, איך וויל זוכה זיין עס זאל מיר גארנישט אנגיין, ווייל די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (סוטה ה.), ווער וועט אויפשטיין תחיית המתים? 'מי שנעשה שכן לעפר בחייו', ווער עס איז ביים לעבן אזוי ווי נאכן שטארבן, ער לעבט מיט די כוונה אז נאכדעם וואס איך וועל שטארבן וועלן אלע דאך סיי ווי טון ווי זיי ווילן, מען וועט טון פארקערט פון מיר, איז יעצט ווען מען טוט אנדערש - גייט מיך נישט אן, איך לעב יעצט אזוי ווי איך וואלט שוין געווען אין קבר, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן און צו אלעמען, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#899 - פטור ווערן פון די מייז פונעם קאמפיוטער
שלום בית, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברענג נישט אהיים די טעלעפאן, און אפילו ביי די ארבעט זאלסטו האבן א שטארקע פילטער אויף דיינע כלים. היינט איז די יארצייט פון הייליגן צדיק רבי ישעי' מקערעסטיר זכותו יגן עלינו, ווילסט אודאי בזכות דעם צדיק זען א ישועה, איז די ערשטע זאך דארף מען אוועק ווארפן די שלעכטע כלים, די וועלט זאגט, אז מען הענגט א בילד פון דעם צדיק אנטלויפן די מייז; קען מען אויך פטור ווערן פון די מייז פונעם קאמפיוטער און ווערן אן ערליכער איד.


ברענג נישט אהיים שלעכטע כלים, נישט קיין טעלעפאן, נישט קיין טעבלעט, נישט קיין קאמפיוטער; די שטוב זאל זיין ריין, א מקדש מעט, א מקום צו מגדל זיין די קינדער פארן אייבערשטן.


אויך זאלסטו שיין רעדן אין שטוב. דער רבי האט דאך אונז אזויפיל אנגעזאגט און אזויפיל געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'. און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#898 - וואס קומען די פייגלעך דערמאנען?
שלום בית, רמזים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע וואס מיינט דאס אז פייגלעך קומען קלאפן אויף דיין טיר אינדערפרי; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נו:), ווער עס חלומ'ט זיך פון פייגלעך, איז דאס א סימן פון שלום, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעי' לא, ה): "כְּצִפֳּרִים עָפוֹת כֵּן יָגֵן ה' צְבָקוֹת", דאס איז וואס די פייגלעך קומען דיר לעצטנס קלאפן אין דיינע פענסטער, דיר צו דערמאנען אז אפילו עס איז דיר שווער, דו ביסט געדרוקט אין פרנסה וכו' וכו' - זאלסטו זיך נישט פארלירן, נאר געדענקען וואס די טויבעלע האט געזאגט פאר נח: "עס איז מיר גוט אפילו א ביטערע בלעטל ווען איך ווייס אז דאס קומט פונעם אייבערשטן, ווי צו האבן כל טוב און מיינען אז דאס אלעס קומט פון דעם און פון יענעם".


אויך קומט אונז די פייגלעך דערמאנען מיר זאלן ניצן אונזער רעדן אויף גוטע זאכן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ג): "כִּי הִנֵּה קוֹל הַנְּגִינָה" וַוייל דִי זַאךְ פוּן נִיגוּנִים, "נִמְשֶׁכֶת מִן הַצִּפֳּרִים" קוּמְט פוּן דִי פֵייגְלֶעךְ; דִי פֵייגְלֶעךְ טוּעֶן שְׁטֶענְדִיג קְוִויטְשְׁקֶען, פַייפְן אוּן זִינְגֶען. "כִּדְאִיתָא בַּמִּדְרָשׁ" אַזוֹי וִוי עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין מֶדְרָשׁ (וַיִּקְרָא רַבָּה, פָּרָשָׁה טז): "מִפְּנֵי מָה מְצֹרָע" פַארְוָואס דַארְף אַ קְרֶעצִיגֶער מֶענְטְשׁ, "טָהֳרָתוֹ תְּלוּיָה" זִיךְ רֵיינִיגְן – "בִּשְׁתֵּי צִפֳּרִים חַיּוֹת טְהוֹרוֹת" מִיט פֵייגְלֶעךְ? "יָבוֹא קַלַּנְיָא" זָאל קוּמֶען אַ פֵייגְל וָואס קְוִויטְשְׁקֶעט – "וִיכַפֵּר עַל קַלַּנְיָא" אוּן פַארְצֵייעֶן אוֹיף קְוִויטְשְׁקֶען; "כִּי נִלְקָה" וַוייל מֶען וֶוערְט קְרֶעצִיג, "מֵחֲמַת קוֹלוֹ" דוּרְךְ זִינְדִיגְן מִיטְן קוֹל, "שֶׁדִּבֵּר לָשׁוֹן הָרָע" וָואס עֶר הָאט גֶערֶעדְט שְׁלֶעכְטֶע רֵייד, "וְכָתוּב בַּזֹּהַר" אוּן עֶס שְׁטֵייט אִין זוֹהַר (וַיִּקְרָא נג:): "שֶׁהַשְּׁתֵּי צִפֳּרִים הַנַּ"ל" אַז דִי צְוֵויי פֵייגְלֶעךְ וָואס מֶען בְּרֶענְגְט פַארְן מְצוֹרָע זִיךְ צוּ רֵיינִיגְן – "יוֹנְקִים מֵאֲתַר דִּנְבִיאִים יַנְקִין" זֵיי הָאבְּן אַ שַׁיְיכוּת מִיט נְבוּאָה; דֶער קְרֶעצִיגֶער מֶענְטְשׁ וֶוערְט גֶעשְׁטְרָאפְט מִיט קְרֶעץ וַוייל עֶר הָאט גֶערֶעדְט שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן, לָשׁוֹן הָרָע, רְכִילוּת אוּן לֵיצָנוּת וְכוּ', אוּן אַז עֶר וִויל זִיךְ רֵיינִיגְן, זָאגְט דִי תּוֹרָה - מֶען זָאל אִים בְּרֶענְגֶען צְוֵויי פֵייגְלֶעךְ, אִים צוּ וַוייזְן אוּן זָאגְן: 'קוּק וָואס דוּ הָאסְט גֶעטוּן מִיט דַיין רֶעדְן אוּן טְרַאכְטְן, מִיט דַיינֶע צְוֵויי פֵייגְלֶעךְ; אוֹיבּ וָואלְסְטוּ גֶענוּצְט דַיין דִּבּוּר אוּן מֹחַ - דִי צְוֵויי פֵייגְלֶעךְ - פַאר גוּטֶע זַאכְן, וָואלְסְט גֶעזִינְגֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, גֶערֶעדְט אוּן גֶעלוֹיבְּט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן - וָואלְסְטוּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ דִי מַדְרֵיגָה פוּן נְבוּאָה, צוּ חַיוֹת טְהוֹרוֹת, לֶעבֶּעדִיגֶע פֵייגְלֶעךְ, וָואס יֶעדֶער מֶענְטְשׁ קֶען זוֹכֶה זַיין צוּ קוּמֶען צוּ דִי מַדְרֵיגָה'. אַזוֹי וִוי אֵלִיָהוּ הַנָבִיא זָאגְט (תַּנָא דְבֵי אֵלִיָהוּ רַבָּא, פֵּרֶק ט): "מֵעִיד אֲנִי שָׁמַיִם וָאָרֶץ" אִיךְ נֶעם עֵדוּת דִי הִימְל אוּן עֶרְד, "בֵּין אִישׁ וּבֵין אִשָּׁה" סֵיי אַ מַאן אוּן סֵיי אַ פְרוֹי, "בֵּין עֶבֶד וּבֵין שִׁפְחָה" סֵיי אַ קְנֶעכְט אוּן סֵיי אַ דִינְסְט, "שֶׁהַכֹּל לְפִי מַעֲשֶׂה הָאָדָם, כֵּן נִמְשָׁךְ עָלָיו הַנְּבוּאָה" - קֶענֶען זוֹכֶה זַיין צוּ נְבוּאָה דוּרְךְ זֵייעֶרֶע גוּטֶע מַעֲשִׂים; בִּפְרַט אַז מֶען זִינְגְט נִיגוּנִים צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן - קֶען מֶען זוֹכֶה זַיין צוּצוּקוּמֶען צוּ זֵייעֶר אַ הוֹיכֶע פְּלַאץ.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, עס איז א גרויסע מצוה צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב, עס איז דא מענטשן וואס עס קומט זיי אן זייער שווער צו זאגן אפאר שיינע ווערטער, און אז עס גייט אריבער א טאג אן געבן א גוט ווארט - הויבט אן ווערן פראבלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#897 - די ערשטע פאר יאר דארף מען אסאך אינוועסטירן אין שלום בית
שלום בית, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אריינברענגען דעם פסח, מיר געבן קומחא דפסחא מיטן באצאלן מיינע מצות; דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט שפע און מיט נחת פון דיינע קינדער.


שטארק זיך און מאך פרייליך דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָּׁה בַּעְלָהּ מְשַֹמְחָהּ", מען דארף פרייליך מאכן די ווייב; בפרט ווען מען האלט נאך די חתונה, די ערשטע פאר יאר דארף מען זייער אסאך אינוועסטירן אין שלום בית, עס גייט אריבער עליות און ירידות, מען דארף זיך האלטן שטארק און נאר עוסק זיין אין שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#896 - פאררעכטן גלייך זאכן אין שטוב
שלום בית, פרנסה, היטן די צייט, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זע אז אין שטוב זאל נישט זיין קיין צמצום, זע עס זאל זיין א ברייטקייט, ווען עס קומט צו לעבנ'ס זאכן; ברויט, מילך וכדומה - זאלסטו נישט קארגן, זאלסט זען עס זאל זיין אין שטוב עסן און טרינקען פאר דיין ווייב און קינדער.


אויך אלעס וואס דיין ווייב דארף האבן אין שטוב - זאלסטו גלייך מאכן, אז זי בעט דיר זאלסט איבערטוישן די לעקטער, עס איז איר טונקל אין שטוב - זאלסטו נישט זאגן מארגן מארגן, און אזוי וועט זיך עס ציען וואכן וכו'. דער מאן איז רוב טאג נישט אין שטוב קען ער טראכטן אז עס איז נישט וויכטיג, אבער פאר די פרוי וואס איז אין שטוב און פארעט זיך מיט די ווירטשאפט - איז דאס זייער וויכטיג.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אויפשטיין פרי און דאווענען מיט די ערשטע מנין, לערנען דיינע שיעורים אינדערפרי, אזוי וועסטו קענען ברענגען פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#895 - הכנסת כלה וואס איז ריין צדקה
תודה והודאה, שלום בית, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער מאכט מיט דיר אזעלכע גרויסע חסדים, דארפסטו אים נאר לויבן און דאנקען אז דו האלסט שוין ביים יונגסטן קינד. אלע קינדער האסטו אזוי שיין חתונה געמאכט און אלע פירן זיך בדרך התורה והיראה, אלע זענען מקורב ומקושר צום הייליגן רבי'ן, דארפסטו אים נאר דאנקען און לויבן.


יעצט אז דו גייסט חתונה מאכן דיין קינד און דיין ווייב בעט דיר געלט איינצוקויפן פאר די כלה שטאפיר - זאלסטו זיך נישט שעמען צו בעטן פון אנשי שלומינו ווער עס וויל דיר העלפן מיט הכנסת כלה. ביי אונז אין די קהלה מאכט מען נישט קיין נארישקייטן, דאס צאמנעמען הכנסת כלה איז ריין צדקה, הכל בכל מכל כל דארף מען צען טויזנט דאלער צו קענען איינרישן, איינקויפן פאר די כלה - אלעס וואס זי דארף; זאלסטו בעטן פון אנשי שלומינו ווער עס וויל דיר העלפן.


געב דיין ווייב כבוד, עס קומט איר גרויס כבוד, זי איז דיר געטריי דיין גאנץ לעבן מיט מסירות נפש, זי איז אן אשת חיל, רעד צו איר ווי מען רעדט צו א קעניג.


אז דו ווילסט ניצן דעם בריוו פאר המלצה קענסטו ווייזן דעם בריוו פאר אנשי שלומינו, זיי זאלן דיר העלפן מיט הכנסת כלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#894 - מען דרוקט דיר צום וואנט, מען קוועטשט דיר, מען דערווערגט דיר
שלום בית, התחזקות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב גרויס צער און ווייטאג פון הערן וואס דו גייסט אריבער, דאס מערסטע טוט מיר וויי אז דו טראכסט מחשבות פון זיך גט'ן, דו ווילסט אנטלויפן השם ישמרינו.


טייערער ... וואס זאל איך דיר זאגן, נישטא וואו צו אנטלויפן, עס וועט דיר נישט זיין בעסער אז דו וועסט אנטלויפן; אויב יעצט מיט דיין ווייב און קינדער איז דיר ביטער, אויב וועסטו צעברעכן די משפחה וועט דיר זיין ביטער ביטער שלעכט, איך וויל נישט טראכטן ווי ביטער עס וועט דיר דעמאלט זיין.


וואס איז יא די עצה? זאלסט זיך פארבעסערן דיינע מעשים, זאלסט אויפשטיין פרי קומען אין שול זיך טובל'ן אין מקוה און דאווענען מיט מנין און מיט א סידור, און זיך קובע זיין שיעורים כסדרן; חומש - איינגעטיילט לויט די וואך, משניות און גמרא, אויך תהלים, אזוי ווי דו פלעגסט לערנען אלס בחור. נאכדעם זאלסטו גיין צו די ארבעט ברענגען פרנסה, און ווען דו קומסט אהיים פון די ארבעט - זאלסטו זיך נישט טענה'ן מיט דיין ווייב, און אויב זי הויבט אן דיך באשולדיגן און באזידלען - זאלסטו איר נישט ענטפערן, זאלסט דאס אננעמען פאר כפרת עוונות, און פארנאכטס זאלסטו קומען אין שול לערנען גמרא; אין שטעטל איז דא אפאר שיעורים פונעם דף, זאלסטו גיין צו א שיעור.


דער אייבערשטער האט אויף דיר רחמנות, מאכט ער דו זאלסט צוריק קומען צו אים; נאך דיין חתונה ביסטו געווען שטארק מיט דיין עבודת השם און צוביסליך האסטו זיך נאכגעלאזט, יעצט דרוקט מען דיר צום וואנט, מען קוועטשט דיר, מען דערווערגט דיר; אז דו זאלסט צוריקקומען צום אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כא, ה), דער אייבערשטער ווארט צו הערן ווי מען רופט אים, ווי מען שרייט צו אים, מאכט דער אייבערשטער עס זאלן קומען אויפן מענטש אזעלכע זאכן ביז דער מענטש געבט א קוויטשקע צום אייבערשטן.


איך בין פארנומען אוועק צו לייגן די פסח כלים, איך וועל רעדן צו דיר שפעטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#893 - קויף פאר דיין ווייב די סארט קערידזש וואס זי וויל
שלום בית, התחזקות, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


קויף פאר דיין ווייב די סארט קערידזש וואס זי וויל האבן. דארפסט פארשטיין, א קערידזש איז פאר א פרוי אזוי ווי א קאר, עס קען אויסקוקן ווי אן איבריגע זאך און ווי מען געבט אויס איבריגע געלט, אבער עס לוינט זיך און עס איז וויכטיג, און אז די ווייב בעט א קערידזש דארף מען איר דאס געבן.


גיי יעדן טאג צווישן די ביימער שמועסן מיטן אייבערשטן. דאנק אים פאר אלע ניסים און חסדים וואס ער האט געטון מיט דיר, און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#892 - רעד צו איר ווי א קעניג רעדט צו א קעניגן
קינדער, תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקרא, ה' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דיין ווייב האט פארלוירן צוויי מאל וכו' - זאלסטו מער אכטונג געבן אויף אירע געפילן, דער עיקר זאלסטו רעדן שיין און הארציג. אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד" דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער אויף דעם, "לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים" צו צעשטערן די שלום בית ביי אינגעלייט, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה" אזוי קען ער נאכדעם אריינכאפן די אינגעלייט און די יונגע פרויען אין זיין נעץ, זיי צו מאכן זינדיגן, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד" ווייל ער לאקערט אויף דעם זייער שטארק, "לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם" זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


פסח זאגן מיר די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אונז, "עבדים היינו לפרעה במצרים", און אז מען טראכט צוריק, מען איז געווען א בחור א פלג גוף, מען איז געווען אזוי דערביטערט אליין, נישט פרייליך, "ויוציאנו ה' אלוקינו משם", און דער אייבערשטער האט מיך חתונה געמאכט, היינט ביסטו אן אדם השלם, יעצט דארפסטו נאר זען אז די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק דורך שלום און דורך ליבשאפט.


רעד שיין צו דיין ווייב, בפרט יעצט ווען זי האט צוויי מאל נאכאנאנד פארלוירן וכו' דארפסטו רעדן צו איר ווי א קעניג רעדט צו א קעניגן, וועלן ענק שפירן טעם גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#891 - דיין ווייב ווארט אויף דיין שמייכל און גוט ווארט
שלום בית, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקרא, ה' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פארגעס נישט די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ביסט נישט לאנג צוריק געווען א היימלאזער בחור אן קיין משפחה, אן גארנישט, און יעצט האסטו באקומען א טייערע ווייב, און דו האסט שוין א שטוב מיט קינדער, זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן, נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דיין ווייב דארף פון דיר נאר איין זאך, זי דארף דיינע גוטע ווערטער, זי דארף דיין הארץ. דער פראבלעם איז נאר אז דו מיינסט דו ביסט נישט גענוג ווערד און אז דיין ווייב דארף נישט דיינע גוטע ווערטער, אבער אין ווארהייט ווארט זי א גאנצן טאג ווען דו קומסט שוין אהיים און דו וועסט איר געבן א שמייכל און א גוט ווארט. איז אפשר זאלסטו ליינען דעם בריוו יעדן טאג, דאס וועט דיר דערמאנען אז דו ביסט יא חשוב און אז דיינע גוטע ווערטער זענען פאר איר זייער וויכטיג.


אויך זאלסטו דאווענען מיט מנין, אויך זאלסטו דאווענען וואס פריער, דאס ערשטע זאך אינדערפרי גיי דאווען, לאז איבער אלעס וואס דארף ווערן ערלעדיגט אויף נאכן דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#890 - זאגן גוטע ווערטער ווען עס קומט זיך נישט?
שלום בית, חנופה

בעזרת ה' יתבר - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, זאלסט טוישן דיין וועג, און אננעמען וואס מיר האבן גערעדט נעכטן; דו זאלסט געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב. איך ווייס אז דו ביסט א גוטער מענטש און דו טוסט אלעס אין שטוב, אבער אז מען געבט נישט גוטע ווערטער, מען רעדט נישט שיין - פאלט די ווערד פון אלעס וואס מען טוט.


דו זאגסט דו ביסט אן איש אמת, דו קענסט נישט זאגן שיינע ווערטער ווען דו האלסט אז עס קומט נישט וכו'. וויל איך דיר בעטן זאלסט אפלאזן די עמעסע וועג און נעמען די אמת וואס די הייליגע תורה זאגט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (הובא באורחות צדיקים שער החניפות, החניפות הראויה): "ויחניף אדם לאשתו משום שלום בית", א מענטש זאל יא חנפ'נען זיין ווייב, און אפילו מען טאר נישט חנפה'נען, חניפה איז זייער א הארבע זאך; דאך, א ווייב דארף מען יא חנפה'נען, ווייל נאר אז מען האט א גוטע שלום בית - קען מען זיין אן ערליכער איד.


איך בעט דיר זייער, נעם אן מיינע ווערטער. איך וויל גארנישט, איך האב נישט דא קיין אינטערעס, איך וויל נאר אז דיין שטוב זאל נישט צעפאלן, דו און דיין ווייב מיט ענקערע קינדער זאלן האבן א שטוב, א משפחה, און דאס גייט נאר אז מען רעדט שיין און מען געבט גוטע ווערטער. רעד נישט סארקאסטיש, נישט צו דיין ווייב און נישט צו קיינעם. סארקאסטיש איז ליצנות, סארקאסטיש איז נישט א וועג ווי אזוי מען רעדט צו א צווייטע איד.


אז דו וועסט געבן פאר דיין ווייב גוטע ווערטער וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#889 - עצות פאר א גוטע שלום בית
שמחה, תודה והודאה, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


איך וועל רעדן צו אייער מאן ער זאל זיך פירן שיין צו אייך און אייך פרייליך מאכן.


אבער איך וויל איר זאלט וויסן אז די עצה צו האבן א גוט לעבן ליגט אין אייערע הענט, עס האט נישט צוטון מיט אייער מאן, עס האט נישט מיט קיינעם, עס האט נאר מיט אייך. איר דארפט אריינעמען אין זיך אמונה, חזר'ן אמונה, וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז נעבן אייך, מיט אייך און ביי אייך, דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער געבט דעם מענטש אלעס, די מאן, קינדער, שידוכים, פרנסה, אלעס אלעס איז פונעם אייבערשטן, עס איז נישט דער און נישט יענער, נישט דער מאן קען עפעס טון, נישט די קינדער קענען עפעס מאכן, עס איז אלעס דער אייבערשטער.


ווי נאר מען נעמט אין זיך אריין די אמונה, מען הייבט אן גלייבן אז קיין שום זאך פאסירט פון זיך אליין, אלעס איז פונעם אייבערשטן - ווערט ליכטיג, און אוי וויי, ווי ביטער און פינסטער עס ווערט ווען מען רעדט זיך איין אז דאס וואס מען גייט אריבער איז פון א בשר ודם, עס ווערט אזוי שלעכט, מען פאלט אריין אין א דעפרעסיע, און פון דעם קומט השם ישמרינו א נערווען צאמבראך רחמנא לצלן.


איך בעט אייך זייער, נעמט די ערשטע אני מאמין פון די דרייצן אני מאמין און זאגט דאס אן א שיעור מאל יעדן טאג; זינגט צו אייך הויך אויפן קול די ערשטע אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין" איך גלייב, "בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה" מיט מיין גאנצע הארץ, "שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ" אז דער אייבערשטער, "הוּא בּוֹרֵא" ער באשאפט, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים" אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ" און ער אליין, "עָשָׂה" האט געטון, "וְעוֹשֶׂה" און טוט אלעס אויף דער וועלט, "וְיַעֲשֶׂה" און וועט ווייטער אלעס טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים" אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט; איר וועט זען עס וועט אייך ווערן גוט, איר וועט שפירן אויסגעלייזט.


אז איר וועט גיין צו א שלום בית מאכער וועט יענער מאכן פון אייך א געשפעט, יענער וועט מיט וויינען מיט אייך און אין די זעלבע צייט ארויסשלעפן שווערע געלטער וואס ענק האבן נישט, און וואס וועט אייך יענער קענען העלפן? ווען ער קען זיך אליין נישט העלפן, און אויב חס ושלום איר וועט אנקומען צו איינעם מיט לינקע פארדארבענע השקפות, וואס וועט אייך צו רעדן צו וואוינען אליין, אן א מאן, וועט זיין אויף אייך א ביטערע רחמנות, און אפגערעדט אויף אייערע טייערע זיסע קינדער. עס וועט ווערן ט' באב, עס וועט חרוב ווערן די דריטע בית המקדש, ענקער שיינע משכן ה' וועט חרוב ווערן. איך ווייס מעשיות פון פרויען וואס האבן געוויינט זייער גאנץ לעבן און זיך אויפגעגעסן פון גארנישט און נישט, פאר יעדן איינעם בארעדט זייער מאן, און דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף די מענטשן, און זיי אוועק גענומען פון די וועלט, דעמאלט האבן זיי זיך אויפגעוועקט און וויינען היינט, אוי וויי, א שאד, מיר האבן געהאט אזא וואוילער מאן און מיר האבן אים נישט געהאלטן טייער.


איך בעט אייך זייער, נעמט א פאפיר מיט א בליי און שרייבט אראפ אפאר גוטע זאכן אויף אייער מאן, אויך שרייבט אפאר גוטע זאכן אויף אייך און אויף אייערע קינדער, און נעמט אייך יעדן טאג צוויי מינוט אין א שטילע פלאץ און שמועסט אויס די צעטל מיטן אייבערשטן, רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינד און זאגט אים שכוח פאר די גוטע זאכן, און פרובירט אלץ צוצולייגן נאך א גוטע זאך און נאך א גוטע זאך, און דאנקט דעם אייבערשטן; דאס וועט ארויסטרייבן די עצבות און אריינברענגען אן אמת'ע פרייד אין הארץ, ביז די נערווען וועט ווערן אזוי שטארק, מען וועט שפירן א זיסקייט אין לעבן.


נעמט אן די ווערטער פון דעם בריוו, וועט אייער לעבן ווערן איין שטיק גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#888 - זי שפירט זיך ווי א שמאטע
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין ווייב האט איבערגעלאזט א הודעה אז עס איז איר זייער שווער, זי שפירט זיך ווי א שמאטע, זי שפירט זיך ווי זי איז גארנישט ווערד.


ווי איך פארשטיי פון אירע ווערטער איז זי זייער איבערגעשטרענגט און נישט פרייליך. וויל איך דיר בעטן דו זאלסט איר שטארקן, זאלסט מאכן צייט פאר איר, רעדן מיט איר, און איר פרייליך מאכן. דער עיקר זאלסטו איר אויסהערן, און אז זי שרייט דיך אן - זאלסטו דאס נישט נעמען פערזענליך, זאלסט איר איבערבעטן, און נישט אויפווייזן אז דו ביסט גערעכט, זאלסט איר געבן גערעכט, חס ושלום טענה'ען, חס ושלום אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, נאר געב גוטע ווערטער, און בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שמחה אין שטוב און שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#887 - אז דו וועסט די צוויי זאכן טון, וועסטו האבן גרויס שפע
שלום בית, פרנסה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


צוויי זאכן וויל איך דיר בעטן און דאס וועט זיין דיין ישועה, ערשטנס זאלסטו אנהויבן דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד): "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", עוג מלך הבשן איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן. זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח), די דריי תפילות ווערן אנגערופן מחנה ישראל, דאס שטארקט דעם מענטש צו בלייבן ביים אייבערשטן, עוג מלך הבשן וויל אוועק נעמען דעם איד פונעם אייבערשטן, פון מחנה ישראל, "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", פרסי איז א לשון פון דאווענען די דריי תפילות, דאס איז מחנה ישראל, ער ווארפט ארויף א בארג אויף די דריי תפילות, און ווי נאר מען לאזט אפ דאס דאווענען דריי מאל יעדן טאג - גייט מען אוועק פון אידישקייט, ובכן וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיך אויף דעם מוסר נפש זיין, צו קומען יעדן טאג אין שול.


צווייטנס, דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין מער ווי דו ביסט זיך אליין מכבד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "והמכבדה יותר מגופו", דער וואס איז מכבד זיין ווייב מער ווי זיך אליין, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אֹהָלֶיךָ, ווייל דאס איז די ווילן פונעם אייבערשטן, צו מכבד זיין די ווייב און רעדן שיין צו איר, איר אויסהערן, איר געבן די גוטע געפיל, זי זאל זיין די טייערסטע זאך.


אז דו וועסט די צוויי זאכן טון - וועסטו האבן גרויס שפע, און דו וועסט אויפשטעלן ערליכע דורות פארן אייבערשטן.


גיי יעדן טאג א שפאציר מיט התבודדות, אפילו פאר צוויי דריי מינוט נאר, און שמועס מיטן אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט פארברענגען דיינע יארן מיט נארישקייטן, דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#886 - האלטן טייער די ווייב, איר אויסהערן, איר טראגן און ברענגען
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדן איינעם העלפסטו, יעדן איינעם הערסטו אויס, יעדן איינעם געבסטו היטשעס, און ווען דיין ווייב וויל רעדן מיט דיר - הערסטו איר נישט אויס, און ווען זי בעט דיר א וועג זאלסט איר טראגן און ברענגען - מאכסטו איר דעם גיהנום; ביסט נארמאל? ביסט א געזונטער?!


ביסט א גאנצער מאכער אין שול, מאכסט און טוסט, עס קען אויסזען ווי דו ביסט ממש א גאלדענער מענטש, אבער אין שטוב איז אן אנדערע מעשה, דארט הערסטו נישט, זעסט נישט, מאכסט א געשפעט, איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש קען זיך אזוי אויפפירן, און די גרעסטע וואונדער איז, אז דו פאררופסט זיך א תלמיד פון מוהרא"ש. איך מיין דו ביסט פון די "חבורת קויליטש", ווי דער רבי האט געזאגט: "איך האב דריי סארט מענטשן וואס קומען צו מיר, עס זענען דא מענטשן וואס קומען עסן קויליטש (בארכעס), עס זענען דא וואס קומען הערן מיינע תורות, און נאכדעם האב איך מענטשן וואס איך בין איינגעקריצט אין זייער הארץ"; צו זיין פון די דריטע חבורה דארף מען אסאך לערנען דעם רבינ'ס ספרים.


מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש אשר בנחל, וועסטו זען וואס מוהרא"ש לערנט אונז; מיר זאלן האלטן טייער די ווייב, איר אויסהערן, איר טראגן און איר ברענגען. שלמה המלך זאגט (משלי יב, י): "יוֹדֵעַ צַדִּיק נֶפֶשׁ בְּהֶמְתּוֹ", דער ערליכער איד ווייסט וואס זיין ווייב און קינדער דארפן, אפילו אויף די בהמות האט ער רחמנות, "וְרַחֲמֵי רְשָׁעִים אַכְזָרִי", און די רחמנות פון רשעים איז אכזריות'דיג, ווייל זיי האבן רחמנות דארט וואו מען דארף נישט רחמנות האבן; ער לויפט אוועק פון שטוב ווען די ווייב דארף הילף, צו די ווייב און די אייגענע קינדער פירט ער זיך ווי אן אכזר, השם ישמרינו.


גיי יעדן טאג אין פעלד און שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל רעדן שיין צו מיין ווייב און קינדער, איך וויל סבלנות, אויסהערן מיין ווייב און קינדער, איר העלפן, איר טראגן און ברענגען, איך ווער אזוי נערוועז וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#885 - ווען עלטערן רעדן צום מאן קעגן זיין ווייב
שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א טאטע און א מאמע דארף מען מכבד זיין, זאל זיין וואס זאל נאר זיין, ווייל אזוי האט דער אייבערשטער אונז באפוילן, און אז די מצוה קומט אן שווער - וועט די שכר זיין גרעסער.


אז דיין טאטע רעדט צו דיר קעגן דיין ווייב - זאלסטו האבן שכל און דאס נישט איבערזאגן אין שטוב, און אז דיין ווייב רעדט צו דיר שלעכטס וועגן דיינע עלטערן - זאלסטו מיט שכל דאס נישט קיינעם דערציילן; זיי ווי אהרן הכהן וואס האט אויסגעדרייט און ארומגעדרייט - אבי עס זאל זיין שלום (אבות דרבי נתן יב, ג).


מען דארף נישט אלעס דערציילן, בפרט פאר עלטערן און פאר א ווייב, דארט דארף מען זיין זייער פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין פייער. אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ביים הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע פון נאדבורנא זכותו יגן עלינו, ווען זיין מאמע פלעגט אריינקומען צו אים אין צימער רעדן צו אים שלעכטס אויף זיין ווייב, האט דער הייליגער רבי מרדכי'לע זכותו יגן עלינו איר אויסגעהערט מיט דרך ארץ און כבוד, און נאכן ענדיגן רעדן, ווען זי איז ארויסגעגאנגען, האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. שפעטער קומט אריין די רעביצין און הויבט אן שרייען: "דיין מאמע איז דא געווען, וואס האט זי געוואלט? דיין מאמע איז א שלעכטע, א ביטערע, איך בין אסאך בעסער פון איר", זי האט געשריגן און געשריגן; ווידער האט איר דער הייליגער רבי מרדכי'לע אויסגעהערט און געשאקלט מיטן קאפ, און ווען זי איז ארויס פון צימער האט ער גענומען זיין קאפל, דאס אויסגעשאקלט און זיך צוריק געזעצט לערנען. דער גבאי האט דאס אלעס אונטערגעהערט, האט ער געפרעגט: "רבי, פאר די מאמע געבט דער רבי גערעכט און פאר די ווייב געבט דער רבי גערעכט?" האט דער צדיק געזאגט: "דו ביסט אויך גערעכט..." אים צו לערנען דער טיפער לימוד פון טון אלעס אויף דער וועלט אבי עס זאל זיין שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#884 - פארנאכטס איז קריטיש וויכטיג צו זיין אין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ווען דו קומסט אהיים און דו הערסט ווי דיין ווייב שרייט אויף די קינדער, דער קינד איז א שלעכטער אין דער קינד איז א מחוצף, יעדער איז שלעכט, און דאס מאכט דיך טראכטן שלעכט אויף איר, אז זי קלאפט די קינדער; זאלסטו גלייך איבערנעמען די לייצעס און העלפן מיט וואס דו קענסט נאר אז זי זאל קומען צו זיך, דאס שרייען אויף די קינדער איז פון זיין זייער איבערגעשטרענגט.


די צייט פון פארנאכטס איז קריטיש וויכטיג צו זיין אין שטוב העלפן די ווייב מיט די קינדער. אז דו ווילסט שמועסן און זיך אויסלופטערן - זאלסטו דאס טון אין אנדערע צייטן, נישט פארנאכטס ווען די שטוב איז איבערגעקערט, אלע קינדער דארפן אויף איין מאל יעדער עפעס אנדערש, אלעס פליט, און אלע שרייען און וויינען; זאלסטו אהיים לויפן און איבערנעמען די לייצעס ביז דיין ווייב קומט צו זיך.


יעצט ווען מען האט נאר קליינע קינדער - איז אביסל שווער, און מיט דער צייט ווערט אלעס גרינגער, די קינדער וואקסן אונטער, מען פארלאנגט פון זיי יעדער זאל עפעס העלפן, ווערט אלעס גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.