בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#964 - דיין ווייב וויל אזוי שטארק שמועסן און פארברענגען מיט דיר
שלום בית, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ...


דיין ווייב וויל אזוי שטארק זיין מיט דיר, שמועסן מיט דיר, פארברענגען מיט דיר, אבער דו האסט די קליינע מאשינקעלע וואס דו קוקסט און דו ליינסט שעות אויף שעות, נעכט אויף נעכט; ביסט ממש שיכור פון דעם.


זי בעט זיך, זי וויל דיר, זי האט דיך ליב, זי וויל א מאן, אבער דו ביסט אין א צווייטע וועלט. עס איז אזא שאד, האסט געלערנט ביי מיר, ביסט א גוטער, ביסט א וואוילער, איך בין געווען דיין שדכן און יעצט זע איך ווי אלעס צעפאלט צוליב די קליפה פון קוקן און ליינען אויפן מאשינקעלע.


ווארף אוועק די זאכן, גיי אהיים צו דיין ווייב, רעד מיט איר, פארברענג מיט איר, אזוי ווי דו האסט געלערנט ביי מיר. זיי זיך צוריק מקרב צום הייליגן רבי'ן, ווען מען איז מקורב צום צדיק אמת, צום הייליגן רבי'ן - איז אין שטוב א 'גן עדן', די שטוב איז א זיסע פלאץ, מען האט הנאה צו זיין אין שטוב, מען שפירט די שכינה אין שטוב, מען רעדט שיין מיט דרך ארץ. אז מען לעבט מיט ליבשאפט און מיט דרך ארץ - ברענגט מען די שכינה אין שטוב, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקסג): "אין די צייטן פון אברהם אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'שרה', אין די צייטן פון יצחק אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'רבקה', אין די צייטן פון יעקב אבינו האט מען גערופן די שכינה הקדושה 'רחל און לאה'", און דער רבי פירט אויס: "וכן הוא אצל כל אחד ואחד", און אזוי איז ביי יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#963 - נישט אריינמישן די עלטערן אין שלום בית פראבלעמען
שלום בית, הדרכות, גט

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט, רוב גיטין קומען פון דעם וואס די עלטערן מישן זיך אריין אין די לעבן פון די פארפאלק, עלטערן מיינען זיי טוען גוטס ווען זיי זאגן: "מיר האבן ליב אונזער קינד, מיר וועלן נישט לאזן אונזער קינד זאל ליידן", און זיי אליין באגראבן זייער קינד.


זיי מחזק די פארפאלק, געב זיי צו פארשטיין אז ווען זיי גייען אריבער אמפערייען צווישן זיך וכו' - זאלן זיי רעדן צו זייער רב, זייער מורה דרך; די ווייבל זאל זיך פארבינדן מיט איר כלה טיטשער, מנהלת, אדער א ווארעמע קלוגע טיטשער וואס וועט נישט אויפהעצן השם ישמרינו; אבער נישט לויפן צו די עלטערן, ווייל אפילו קלוגע עלטערן וואס העלפן אנדערע וכו', ווען עס קומט צו די אייגענע קינדער פארלירט מען די שכל, מען ניצט די געפיל און עס קען ארויסקומען א חורבן.


יישר כח פאר אלעס וואס ענק טוען פאר אנשי שלומנו, און פארן משמש זיין דעם רבי'ן; וויסן זאלט איר, משמש זיין דעם רבי'ן איז זייער א גרויסע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#962 - רעד צום אייבערשטן, לכל הפחות דריי פיר מינוט
שלום בית, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


פאר דו הייבסט אן דיין טאג, פאר דו לויפסט צו דיין ארבעט, פאר וואס, ווען און ווי – זאלסטו זיך ארויסזעצן הינטער דיין שטוב, (האסט דאך א שיינע גרויסע פארט"ש, פריוואט) – און רעד צום אייבערשטן, לכל הפחות דריי פיר מינוט.


ערשט זאלסטו אים דאנקען פאר אלע חסדים, צווייטנס טו תשובה, טו וידוי דברים, דערצייל נאכאמאל און נאכאמאל יעדן טאג זאכן וואס איז נישט גוט, זאכן וואס דער יצר הרע האט דיך צוגערעדט, דערציילט די נסיונות וואס דו האסט, און די דריטע מינוט זאלסט אוועק געבן צו בעטן אויף ווייטער, בעיקר אויף דעם אז דו זאלסט זיין ערליך, לערנען און דאווענען.


אויך זאלסטו האלטן שיין און טייער די מתנה פונעם אייבערשטן – דיין ווייב; דו האסט אן אשת חיל, דארפסט איר נאר געבן אסאך גוטע ווערטער, און חס ושלום אריינגיין אין טענות און ויכוחים.

#961 - מען מוז טון מער פאר די קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, שמחות, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב דיר שוין געשריבן אביסל וועגן חינוך, אבער איך דארף דיר שרייבן נאך, ווייל מיר לעבן היינט אין א דור וואס איז ממש סכנת נפשות, קינדער פאלן, קינדער גייען ארויס לתרבות רעה, מען מוז טון מער פאר די קינדער, מען מוז זיך אויפפירן אין שטוב מיט דרך ארץ, טאטע מאמע מוזן זיין דרך ארץ'דיג, זיך נישט קריגן, נישט רעדן מיאוס'ע ווערטער, נישט אוועק מאכן איינער דעם צווייטן; אזוי איז מען זוכה צו גוטע ערליכע קינדער.


געב אכטונג אז דיינע קינדער זאלן נישט האבן קיין כלים וואס מען קען זיך מחבר זיין מיט אינטערנעט רחמנא לצלן, געב אכטונג וואס פאר א כלים זענען אין שטוב, זיי נישט נאריש, זיי נישט ווי די נארישע עלטערן וואס זאגן 'נע, מיינע קינדער וועלן נישט קוקן שלעכטס, מיינע קינדער טוען נישט שלעכטס', נארישע מענטשן, זיי ווייסן נישט וואס די קינדער טוען אונטער זייער נאז אין שטוב, אונטערן רוקן, עס ברענט א פייער פון מינות וכפירה און פון ניאוף, מיר האבן היינט סיי דעם דור המבול און סיי דעם דור הפלגה, מען מוז זייער אכטונג געבן אויף די קינדער.


קויפן פאר די קינדער מתנות - נישט דאס מאכט מען זאל זיין א גוטע טאטע, א גוטע מאמע, קושן און האלזן קינדער - דאס איז נישט געבן ליבשאפט, וואס יא? אכטונג געבן אויף די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, זיי אויסלערנען ווי זיך צו פירן, זיי אויסלערנען ברכות, זיי אויסלערנען דרך ארץ, דאווענען, לערנען, מידות טובות; דאס איז גוטע עלטערן.


גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, ערשט דאנק אים אז דו האסט חתונה געהאט, און דאנק אים פאר יעדן קינד באזונדער, און נאכדעם זאלסטו זיך צואוויינען צו אים ווי א קליין קינד, בעט אים פאר יעדן קינד, בעט פאר זיי מיט די נעמען אז זיי זאלן זיין ערליך, זיי זאלן חתונה האבן יונג און ריין, זיי זאלן לעבן מיט אמונה, מיט די תורה, בעט פאר אלע; נישט נאר פאר די קינדער וואס שיינען נישט אזוי שטארק, בעט פאר די וואס זענען די בעסטע אין כיתה פינקט אזוי ווי דו בעטסט פאר די אנדערע, ווייל עס גייען אריבער יארן און אויף די קינדער וואס מען האט געוויינט, מען האט געבעטן דעם אייבערשטן - די זענען מצליח, די שיינען אויף, ווייל מען האט זיי איבערגעגעבן פארן אייבערשטן, מען האט געזאגט: "אייבערשטער איך קען זיך קיין עצה נישט געבן מיט דאס קינד", און פארשטייט זיך אז תפילה מאכט ניסים.


די וואך זונטאג איז געווען א חתונה אין ישיבה, און אם ירצה ה' קומענדיגע וואך זונטאג איז דא נאך א חתונה אין ישיבה, און אזוי אויך זונטאג פרשת חיי שרה וועט זיין א חתונה אין ישיבה. מוהרא"ש האט אונז געראטעוועט פון קראנק ווערן פון חובות, מוהרא"ש האט אונז געראטעוועט פון מאכן שמחות מיט פיין און פלאג. איך זע מיינע חברים מאכן חתונה, זיי געבן אויס געלט פאר גארנישט און פאר נישט, די דמיון נעבעך שפילט אין זיי אז מען וועט קוקן אויף זיי ווי שיינע לייט און זיי בארגן און דרייען זיך ארום אן א קאפ השם ישמרינו, זיי האבן נישט קיין הנאה פון די שמחה אליינס, מוהרא"ש האט מיט מסירות נפש אונז געראטעוועט פון דעם, עס איז כדאי דו זאלסט קומען צו יעדע חתונה אין ישיבה, ברענג אויך דיין ווייב, זאלן זיי זען ווי די גאנצע זאך איז א דמיון, מען דארף נישט קיין זאל, מען דארף נישט קיין בענד, מען דארף נישט קיין עכטע בלומען, מען קען זיין משונה פרייליך פון די חתונה אליינס, די חתן כלה דארפן נישט די אלע זאכן ארום, זיי האבן אמת'ע שמחה פון די חתונה אליינס, הלואי זאלן אנדערע קהילות דאס נאכמאכן, ראטעווען אידישע קינדער פון די שרעקליכע צרה פון לעבן מיט חובות און נישט קענען הנאה האבן פון אייגענע שמחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#960 - מתקן זיין דעם נפש רוח ונשמה מכל סוג ופגם
שלום בית, שלום

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן וואס דו זאלסט טון עס זאל מתקן זיין דיין נפש רוח ונשמה מכל סוג ופגם.


נעם פאר דיר די עבודה פון מחזק זיין אנדערע; מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט, מיט אויסהערן, מיט געבן דעם גוטן געפיל ווי מען איז אינטערעסירט אין יענעם, בפרט אנשי שלומינו וואס דארפן גאר אסאך חיזוק, בבחינת: "כָּל הַגָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ" (סוכה נב.).


מוהרנ"ת איז דאך געווען אזא גרויסער מתמיד, ער האט אזויפיל געלערנט, דאך האט ער געהאט א הנהגה אז ווען איינער איז געקומען צו אים האט ער געמאכט א קנייטש דארט וואו ער האט געהאלטן, פארמאכט די ספר און יענעם אויסגעהערט און יענעם געגעבן חיזוק. מוהרנ"ת האט מקבל געווען פון רבי'ן אז דאס איז העכער פון אלצדינג, מחיה זיין און מחזק זיין נשמות ישראל.


אויך זאלסטו שטארקן דיין ווייב, איר פרייליך מאכן; זי איז זייער א טייער קינד, זאלסט איר געבן וואס זי דארף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#959 - אהיימברענגען א גוטע זאך פאר די ווייב
שלום בית, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געפרעגט וואס דו קענסט זיך מקבל זיין, א גוטע זאך לכבוד דיין געבורטס טאג.


זיי זיך מקבל אז ווען דו וועסט זיין ביי א שמחה, א פארטי וכדומה - זאלסטו אהיים ברענגען א גוטע זאך פאר דיין ווייב. דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך, די גוטע קבלה געפינען מיר אין די גמרא ביים הייליגן רבי חייא (יבמות סג.): "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ", פלעגט ער דאס שיין איינפאקן, "וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", און עס אהיים געברענגט פאר איר. די גמרא זאגט, ער האט געזאגט אז ער טוט דאס ווייל "שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", זי ציט אויף מיינע קינדער צו לערנען די הייליגע תורה, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות; דאס זאלסטו זיך פארנעמען לכבוד דיין געבורטס טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#958 - שעצן דעם מאן, נישט קיין חילוק וואס ער איז
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


נאכדעם וואס ענק זענען געווען ביי מיר און איך האב געזען אז די מצב אין שטוב איז נישט גוט, ענקער שלום בית איז זייער זייער נישט גוט. איך האב שפעטער גערעדט מיט אייער מאן, ער האט געוויינט צו מיר אז ער וויל אזוי שטארק האלטן די שטוב מיט די זיסע ליכטיגע קינדער, זיי זאלן נישט ווערן פארוואגלט; וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט פרובירן צו טוישן איין זאך פון אייך, די וועג ווי אזוי איר רעדט צו אים, און אפילו ער טוט געפערליכע זאכן - זאלט איר רעדן בדרך כבוד, אזוי וועט מען קענען ראטעווען די שטוב.


איך האב ביי מיר אפאר בריוו פון אונזער זיידע ר' חיים מענדל כהן עליו השלום, ווי ער שרייבט פאר איינע פון די טעכטער (קען זיין גאר פאר ...): "עס איז דא א פאלשע טעות ביי פרויען, אז דאס ענין פון האלטן בכבוד דעם מאן - איז שייך נאר ווען ער איז א באוואוסטער תלמיד חכם און אן אנגעזעענער פערזאן אין גאס, וואס מענטשן געבן אים כבוד, אבער אז איר גורל איז צו האבן א מאן אן איש פשוט וכו', פאר אזא מאן האלט נישט די פרוי וויכטיג אים צו געבן א געהעריגן כבוד, אדער ווי דער רמב"ם הייסט, ער זאל זיין חשוב ביי איר ווי א שר אדער א מלך אין שטוב.


אזא השקפה איז פאלש, די פרוי דארף פארשטיין אז דעם כבוד וואס די תורה פארלאנגט פון איר זי זאל געבן איר מאן - ווערט נישט געמאסטן לויט די חשיבות פון איר מאן, קען ער זיין סיי וואס א נידריגע מדריגה ער איז, ליגט אויף די פרוי דער פליכט אים מכבד זיין און אים שעצן - נישט וועגן קיין שום זאך - נאר ווייל ער איז איר מאן, און די פרוי פון אזא מאן וועט זוכה זיין צו די זעלבע שכר וואס א פרוי וואס האט א צדיק מפורסם פאר א מאן, ווייל די פרוי דארף וויסן און זיין קלאר אז דאס חשיבות פון די פרוי מעסט זיך נאר לויט ווי זי האלט בכבוד איר מאן; מעג די פרוי זיך האלטן פאר א צדיקת, פאר א קלוגע, א געבילדעטע, א מיוחסת; אויב זי איז נישט נוהג כבוד פאר איר מאן, סיי וואס א נידריגע מדריגה ער איז קעגן איר - איז די פרוי אפגעזען ביי יעדן, און אלע אירע צדקות און פעיגקייטן גייט אין רויעך וכו'".


איך שיק אייך א קאפי פונעם בריוו פון אונזערע זיידע ר' חיים מענדל, איך האף צום אייבערשטן עס וועט זיין פאר אייך א חיזוק.


איך וועל רעדן מיט אייער מאן, איך וועל אים מחזק זיין ער זאל גארנישט טוישן פון די מסורה, ער זאל נישט אוועק גיין קיין ריר פון וואס מען האט זיך געפירט ביי אונזערע עלטערן, ער זאל נאר נעמען פון ברסלב די חיזוק און שכל, איך וועל אים זאגן ער זאל זינגען שלום עליכם שטייעדיג נישט זיצעדיג, און זיצן ביי די סעודה מיט א שטריימל, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#957 - הייליגער באשעפער, איך וויל שלום אין שטוב
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שבת קודש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת זאלסטו נאר זיין בשמחה און נישט מאכן קיין עסק אויב די שטוב איז נישט מסודר אדער די עסן איז נישט לויט דיין טעם; פארגעס נישט אז ערב שבת ווילן די קליפות נאר איין זאך, עס זאל ווערן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב; זאלסט דאס זיי נישט נאכגעבן.


איך האב דיר שוין אסאך געשריבן, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל, איך וויל דו זאלסט וויסן אז מען מוז האבן שלום בית, נאר מיט שלום בית האט מען ריינע מוחין, נאר מיט שלום בית קען מען זיין הייליג, און דער סמ"ך מ"ם טוט אלעס אבי עס זאל ווערן א ריס צווישן מאן און ווייב, בפרט ווען עס קומט די הייליגע טעג.


גיי אביסל התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל שלום אין שטוב, איך וויל רעדן שיין אין שטוב, איך וויל זען דאס גוטס אין שטוב, ראטעווע מיך פון די קליפות וואס מאכן מיך נערוונדיג און גערעגט, העלף אונז מיר זאלן זיך ליב האבן, מיר זאלן לעבן בשלום".


גיי התבודדות, גיי שריי אויס דיין הארץ, דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה, רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א פריינד, וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם און פאלגט דעם רבי'ן; גייט התבודדות, שמועסן מיטן אייבערשטן.


א פרייליכן שבת.



 

#956 - אויסגעבן געלט מיט שמחה פאר מצות
חינוך הילדים, שלום בית, יום טוב, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום א', י"ג תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האסט געקויפט עפעס א שיינע מתנה פאר דיין ווייב? קויף א שיינע זאך פאר דיין ווייב לכבוד יום טוב, און געב איר אפאר דאלער זי זאל זיך קענען קויפן קליידער וכדומה, און בעיקר זאלסט העלפן אין שטוב מיט די קינדער; ווארט נישט עס זאל זיך צערייסן חס ושלום אירע נערוון, איינמאל נערוון צערייסן זיך - איז שוין ביטער, העלף איר מיט די קינדער, מאך עס מיט שמחה.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט קארגן אויף מצוות, קויף די שענסטע ד' מינים און קויף פאר דיינע קינדער ד' מינים; קרעכץ נישט ווען עס קומט צו טון מצוות, עס זאל דיר נישט באנק טון אז די יום טוב קאסט געלט, פאר אלעס איז דא געלט; פאר א קאר, פאר א הויז, פאר מעבל, פאר שיינע זאכן, און אז מיר האבן די זכיה צו קענען טון די מצוות פונעם אייבערשטן - דארף מען זיך פרייען און מיט די גאנצע הארץ אויסגעבן געלט.


מען קען זען אין די בריוו ווי מוהרא"ש שרייבט פאר די וואס ברענגען אים אן אתרוג, מען האט געוואלט ברענגען מתנות, שרייבט מוהרא"ש אז פאר א מצוה דארף מען באצאלן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (שמות, קכח.) אויפן פסוק (שמות כה, ב): "'וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי', הַאי מַאן דְּבָעֵי לְאִשְׁתַּדְּלָא בְּמִצְוָה, וּלְאִשְׁתַּדְּלָא בֵּיהּ בְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אִצְטְרִיךְ דְּלָא יִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ בְּרֵיקָנַיָּיא וּבְמַגָּנָא, אֶלָּא אִצְטְרִיךְ לֵיהּ לְבַר נָשׁ לְאִשְׁתַּדְּלָא בֵּיהּ כַּדְקָא יֵאוֹת כְּפוּם חֵילֵיהּ", ווען א מענטש טוט א מצוה דארף מען באצאלן געלט פאר די מצוה, דורכדעם איז מען זוכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, עיין שם.


מאך א שיינע סוכה, באציר עס מיט די שענסטע נוי סוכה, לייג אריין דיין הארץ אין די מצוות; דיינע קינדער וועלן דאס נאכמאכן, זיי וועלן אויך מאכן שיינע סוכות. טראכט וואס וועט זיין אין יאר תת"ו, אין צוואנציג יאר ארום ווען עס וועלן זיין שווערע נסיונות. געב א גוטע חינוך פאר דיינע קינדער, ווייז זיי אז יום טוב איז די שענסטע זאך פאר דיר, וועלן זיי זיין גוטע ערליכע פרומע אידן.


והעיקר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הטעימנו נא טעם סוכה, רבונו של עולם געב מיר א טעם אין די סוכה. רבונו של עולם, העלף מיר אז די הייליגע אושפיזין זאלן קומען צו מיר אין די סוכה, רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין א גאנץ יאר ארומגענומען מיט די שכינה הקדושה".דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#955 - שיינע ווערטער פאר די ווייב
קדושה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לעבסט מיט דיין ווייב מיט ליבשאפט און שלום, און אלעס איז גוט, אזוי ווי אמאל.


מוהרנ"ת האט געזאגט, ער וואלט ווען געדארפט שרייבן בענין שלום בית, בינו לבינה – אן א שיעור; ווייל מיט שלום בית האט מען ריינע מוחין, מיט לעבן מיט ליבשאפט וכו' – ווערט מען געראטעוועט פון עבירות, מען לעבט בטהרה.


עס איז אבער וויכטיג צו וויסן אז דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סג.): "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", אז די ווייב ראטעוועט פון עבירות, דאס איז נישט וואס מען זאגט איר ווען מען וויל פועל'ן וכו', דאס קען צומאל ערגער מאכן, דאס קען מאכן שפירן ווי מען איז גארנישט ווערד פארן מאן, מען איז נאר ווערד פאר שמירה. אויך קען מען טראכטן 'אוי וויי, איך לעב מיט א מאן וואס איז נישט ערליך' וכו'.


דאס וואס די גמרא זאגט – דאס זאגט מען פארן מאן, ער זאל אוועק קוקן פון אלעס וואס באדערט און טראכטן פונעם עיקר; אז מען איז חתונה געהאט איז מען ערליך און אפגעהיטן, איז שוין דיינו, אבער פאר די ווייב ניצט מען אנדערע דיבורים, בפרט אז מען וויל איר מפייס זיין זי זאל אנהויבן רעכענען וכו', און גיין וכו' – ניצט מען שיינע ווערטער, רייכע ווערטער, ליבשאפט ווערטער וכו'.


גלייב מיר, איך קען מאריך זיין, דיר שרייבן צענדליגער בלעטער, אבער מפני הצניעות איז נישט שייך צו שרייבן מער, איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#954 - לכבוד די נייע יאר זיך מקבל זיין צו גריסן יעדן
שלום בית, שלום

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


מאך אביסל צייט יעדן טאג צו שמועסן מיט דיין ווייב, דערצייל איר שיינע זאכן פון וואס דו האסט געלערנט, דערצייל איר אגדות חז"ל. אויך זאלסטו איר דערציילן פון די חיזוק וואס דו האסט געשמועסט מיט אנשי שלומינו, דאס איז נישט אין די איסור וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "אַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה, בְּאִשְׁתּוֹ אָמְרוּ, קַל וָחֹמֶר בְּאֵשֶׁת חֲבֵרוֹ", מען זאל נישט פארמערן שמועסן מיט א פרוי, אפילו נישט מיט די אייגענע ווייב; די הייליגע חכמים מיינען צו זאגן מען זאל נישט צעברעכן די ווייב, איר דערציילן דורכפעלער, בלבולים און ספיקות וכו', אדער אויב מען האט חלישות הדעת, ווייל דאס קען איר זייער צעברעכן, דאס קען גורם זיין צו "וְסוֹפוֹ יֹורֵשׁ גֵּיהִנּוֹם", אבער חיזוק, אגדות חז"ל, און שיינע זאכן וואס מען האט געשמועסט אין שול – דאס איז א גרויסע מצוה.


אויך זאלסטו זיך אומקוקן אויף אנשי שלומינו, זיי באגריסן, זיי פארגינען א שמייכל. לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך מקבל זיין יעדן איינעם גריסן א גוט מארגן, יעדן גריסן א גוטן טאג, א גוטן אווענט וכו'.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "יקדים לו שלום", מען זאל זיין דער וואס באגריסט ערשט א צווייטן; מי יתן אז צווישן אנשי שלומינו זאל מען דאס נישט קענען מקיים זיין, ווייל אלע וועלן אנהייבן גריסן, מען וועט נאר קענען צוריק גריסן.

#953 - דער מאן איז אין אן ארגאניזאציע פון חסד
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסד

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר דארפט זיך פרייען אז אייער מאן גייט אין אן ארגאניזאציע פון חסד, אפילו עס וועט גיין אויפן חשבון פון זיין אין שטוב, אזוי וועט ער זיין באשעפטיגט מיט גוטע זאכן. ווייל וויסן זאלט איר, יעדער מענטש דארף האבן א זאך ווי דארט איז ער א 'יש', א זאך, אנערקענט וכו', דאס הייסט אויסער זיין ווייב, זיין משפחה, זיין ארבעט, זיינע שיעורים – דארף ער האבן א זאך וואס ער טוט און מאכט און איז אנערקענט, און אויב נישט – קען מען טון נישט גוטע זאכן חס ושלום.


איז גוט אז אייער מאן זאל זיך אנשליסן צו טון גוטע זאכן, חסד, העלפן מענטשן וכו', אפילו ער וועט ארויסגיין פון שטוב וכו'; ווי איידער זיצן מיטן טעלעפאן מרה שחורה'דיג און דערשלאגן, קוקן מאוויס, קליפס, סטעטוס, פאדקעסט וכו', און ווערן א קנעכט פאר די קליפות רחמנא לצלן.


איר זענט נישט די ערשטע פרוי וואס איז געקומען בעטן אז איר מאן זאל נישט זיין אין א חסד ארגאניזאציע און איך האב זיי געזאגט אז זיי זענען נישט גערעכט, לדעתי דארפן זיך פרויען פרייען אז דער מאן איז א וואלענטיר צו טון חסד, ווייל עולם חסד יבנה, ובזכות די אינגעלייט וואס טוען חסד שטייט די וועלט, און מוהרא"ש זאגט, בזכות די הצלה אינגעלייט, שומרים אינגעלייט און חברים, חסד, מצילי אש וכדומה – וועט משיח קומען במהרה בימינו.

#952 - קויף א מתנה פאר דיין ווייב אז זי לאזט דיר גיין אויף אומאן
שלום בית, התחזקות, אומאן, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו קויפן א מתנה פאר דיין ווייב אז זי לאזט דיר גיין צום רבי'ן. זאלסט וויסן עס זענען דא פרויען וואס עסן אויף דעם מאן'ס קישקעס, זיי לאזן נישט פארן קיין אומאן, עס זענען דא וואס סטראשען מיט א גט; זאלסטו איר קויפן א מתנה און איר איבערלאזן מיט געלט, זי זאל זיך קענען פרייליך מאכן אין די טעג וואס דו ביסט אוועק פון שטוב.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך נישט פארלירן יעצט ווען דו דארפסט האבן געלט און דו האסט נישט, נעם די עצה וואס מוהרא"ש האט דערציילט. אין ירושלים איז געווען א באוואוסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שול'ן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים רבי בנציון: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר", דער איד קוקט אן דעם רבי בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים רבי בנציון: "איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר", והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#951 - א געבעט אויף שלום בית ביי די שבת ליכט
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן די בריוו.


אויב איר ווילט אמת'ע שלום בית זאלט איר בעטן ביים צינדן די שבת ליכט א געבעט אויף שלום בית.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן א): "נֵרוֹת שֶׁל שַׁבָּת מַרְבִּין שָׁלוֹם", די שבת ליכט ברענגט שלום; איז דעמאלט א פאסיגע צייט צו בעטן אויף דעם, דא האט איר א קליינע תפלה צו בעטן ביים צינדן די ליכט:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין מאן מיר זאלן זיין בשלום, מיר זאלן זיך ליב האבן, מיר זאלן זען נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן; הייליגער באשעפער, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס וויל צעברעכן אונזער שטוב, ער מאכט מיר טראכטן כאילו עפעס פעלט מיר, ער מאכט עס זאל מיר שטערן זאכן אויף מיין מאן וואס דארף עכט נישט אנגיין, ער וויל נאר אפקילן אונזער ליבשאפט; העלף מיר טאטע, מאך רוען די שכינה ביי אונז".


הצלחה רבה.

#950 - קינדער פון צעטיילטע שטובער זענען א גרויסע רחמנות
שלום בית, אומאן, גט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, יבנאל


וואס מאכסטו עפעס? וואס מאכן דיינע קינדער? ווי אזוי גייט דיר אלעס?


דו ווייסט אז די שענסטע זאך וואס א טאטע קען געבן פאר זיינע קינדער, איז דאס אנהאלטן די שטוב זאל נישט צעפאלן, און זיך מוסר נפש זיין פאר שלום, ווייל קינדער וואס קומען פון צעטיילטע שטובער זענען א גרויסע רחמנות, איינער וואס איז דאס נישט אריבער וועט דאס קיינמאל נישט וויסן און פארשטיין; די ווייטאג, די שרעק, די נישט זיכערקייט - וואס די קינדער גייען אריבער.


נאך צוויי וואכן פארן מיר קיין אומאן צום רבי'ן, דארפסטו געדענקען אז צום רבי'ן קען מען קומען נאר מיט שלום בית. מוהרא"ש דערציילט, דער רבי איז אמאל געזעצן יום טוב שבועות ביים טיש מיט אנשי שלומינו, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט בלייבן זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה. וואס איז געווען די מעשה? דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש; אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית. ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין א טיפע גרוב.


דו ווייסט בעסער פון מיר וואס מוהרא"ש האט געוואלט, דו ביסט געבוירן אין יבנאל ביי מוהרא"ש, ביסט געוואקסן אויפן שויס פון מוהרא"ש, מוהרא"ש האט דיך געהאדעוועט; דו ווייסט אז שלום בית איז געווען אויף וואס מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך זייער שטארקן צו האבן שלום בית, ווייל דער סמ"ך מ"ם לאקערט אויף דיר, ער וויל דיר אלעס צונעמען, דורך דיר צעברעכן דיין שטוב.


איך ווארט דיך צו זען אין אומאן מיט שלום בית.


דער אייבעשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#949 - בעט איבער דיין ווייב היינט ערב שבת
שמחה, שלום בית, שבת קודש, תשובה, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ראה, מברכים אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת בענטשט מען ראש חודש אלול. עס כאפט א פחד און א ציטער, מען גייט אונז אלע משפט'ן אויף דעם קומענדיגן יאר, 'מי יחיה' ווער וועט לעבן, און אזוי ווייטער; וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים מארגן? מוהרא"ש ברענגט די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תנחומא שמיני, ב): "אֵין הַשִּׂמְחָה מַמְתֶּנֶת לָאָדָם, לֹא כָּל מִי שֶׁשָּׂמֵחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר", מוהרא"ש בעט זיך ביי אונז, זיי פרייליך, שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין? זיי פרייליך היינט, און אז עס איז דיר שווער, עס גייט אריבער אויף דיר שוועריקייטן - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך, וועסטו פרעגן פרייליך מיט וואס? פרייליך מיט וואס גייט זיין, גלייב אז עס וועט זיין גוט, און מיט דעם זאלסטו אויסבארגן שמחה. אזוי ווי די מעשה גייט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה; ער איז געווען זייער א פרייליכער איד'ל, שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל, אפילו ער איז געווען אן עני ואביון. ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, האסט דאך גארנישט?" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


בעט איבער דיין ווייב היינט ערב שבת, טרייב ארויס דעם סמ"ך מ"ם פון שטוב. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כא, דף נז.): "אִם הוּא עָצִיב בְּחוֹלָא" אויב איז מען א גאנצע וואך טרויעריג, "דִּיְהֵא חָדֵי בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען שבת זיין פרייליך, "וְאִם אִית לֵיהּ קְטָטָה בְחוֹלָא" און אויב מען האט זיך געקריגט דורכאויס די וואך, "עִם בַּר נַשׁ" מיט א צווייטן, "אוֹ עִם אִתְּתֵיהּ" אדער מיט די ווייב, "דִּיְהֵא לֵיהּ שְׁלָמָא עִמָּהּ בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען זיך שבת איבערבעטן און לעבן בשלום, "וּבְדָא לֵית רְשׁוּ לְקָרְבָא לְסַם הַמָּוֶת חֲלָלָה, וּלְבַעֲלָהּ דְּאִיהוּ אֵל אַחֵר חִלּוּל שַׁבָּת" ווייל אז מען איז שבת בשלום און מען איז פרייליך שבת, קענען די קליפות נישט האבן קיין שליטה אויפן מענטש, "וּבְגִין דָּא אָמְרוּ קַדְמָאֵי, 'אִם יִשְׂרָאֵל הֲווֹ מְקַיְּימִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ, מִיָּד הֲווֹ נִגְאָלִין'" דעריבער זאגן די הייליגע חכמים, אויב אידן היטן אפ שבת אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז פרייליך און מען קריגט זיך נישט - ווערט מען אויסגעלייזט.


א גוט שבת.



 

#948 - אין די זיסע טעג פון אלול קען מען באקומען שלום בית
שלום בית, אומאן, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט גייען מיר אריין אין די זיסע טעג פון אלול, היינט קען מען זוכה זיין צו שלום בית, מען קען אלעס פאררעכטן, די זיסע אלול טעג איז דאך אזוי גוט, מען קען אין די טעג זוכה זיין צו שידוכים און צו שלום בית. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז): "דַּע, שֶׁכַּוָּנַת אֱלוּל הֵם תִּקּוּן לִפְגַם הַבְּרִית", חודש אלול איז מסוגל צו פאררעכטן פגם הברית, "וְלִפְעָמִים, מֵחֲמַת זֶה הַפְּגָם יוּכַל לְאַבֵּד אֶת זִוּוּגוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁנָּטָה מִזִּוּוּגוֹ קָשֶׁה לוֹ לִמְצֹא אֶת זִוּוּגוֹ", ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית פארלירט ער זיין שידוך, "וַאֲפִילּוּ אִם יִמְצָא אֶת זִוּוּגוֹ, תִּהְיֶה לוֹ מְנַגֶּדֶת וְלא תִּהְיֶה נוֹטָה אַחַר רְצוֹנוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין זיין שידוך, ער האט שוין חתונה געהאט, וועט זיך זיין ווייב קריגן מיט אים וכו'; זאגט דער רבי: "וְחֹדֶשׁ אֱלוּל שֶׁאָז יְכוֹלִין לְתַקֵּן זֶה", חודש אלול קען מען פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בפגם הברית, "אֲזַי מוֹצֵא זִוּוּגוֹ, וְהִיא אֵינָהּ כְּנֶגְדּוֹ, רַק כִּרְצוֹנוֹ", ממילא איז מען דעמאלט זוכה צו טרעפן דעם שידוך; זאגט דער רבי אז דאס איז מרומז אין די ווערטער וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט אים באפוילן צו גיין זוכן א שידוך פאר יצחק אבינו, ער האט אים געזאגט (בראשית כד, ח): "וְ'אִם לֹ'א "תֹאבֶה הָאִשָּׁה" לָ'לֶכֶת אַ'חֲרֶיךָ", די ראשי תיבות פונעם פסוק איז 'אלול' און אינמיטן שטייט די ווערטער: "תֹאבֶה הָאִשָּׁה", דאס קומט אונז ווייזן אז אלול איז מסוגל צו טרעפן א שידוך; ווייל אז מען טוט תשובה, מען געבט זיך אונטער צום אייבערשטן און מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די רצון השם, איז מען זוכה צו טרעפן א שידוך און מען איז זוכה צו האבן שלום בית.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין פינף און צוואנציג טעג פארן מיר קיין אומאן; אין אומאן זאלסטו זיך נישט דרייען אין די גאסן און נישט גיין אין מארק, מען דארף רחמי שמים מען זאל נישט פאלן דארט. ווייל די אוקריינער און די רוסן זענען שרעקליך געמיין, און דער צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז די רוסן זענען די ערגסטע פון אלע פעלקער אין די תאוה השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


א גוטן חודש.

#947 - נאר דאס שיין רעדן, דאס מאכט חשוב
תיקוני זוהר, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דו פארלייג זיך עס זאל זיין שלום בית, רעד שיין, ווייך און הארציג, און ווי שענער דו וועסט רעדן – וועסטו ווערן מער חשוב און מער קעניג, די אנדערע זאכן; ווער זאל ערשט אריינגיין אין שטוב, דו אדער דיין ווייב, אדער ווער זאל שטיין רעכטס און ווער לינקס ביים שפאצירן – דאס איז נישט קובע, דאס איז נישט מְשַׁנֶּה, נאר דאס שיין רעדן – דאס מאכט חשוב, און דאס מאכט זיין ווי א קעניג, (שיין רעדן מיינט נישט געמאכט וכו', ווי מען רעדט ביי א שפיל [פלעי], שיין רעדן מיינט מיט דרך ארץ, מיט כבוד).


מאך זיך א שיעור אין זאגן תיקונים. א איד איז געקומען צום הייליגן אריז"ל בעטן א תיקון פאר שרעקליכע עבירות פון נשג"ז רחמנא לצלן, האט אים דער אריז"ל געזאגט ער זאל זאגן יעדן טאג פינף בלאט תיקוני זוהר.

#946 - א פרוי האט ליב צו מאכן און טון פאר'ן מאן
שלום בית, עבודת השם, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם יתברך, שטארק זיך מיט לערנען און דאווענען, נאר דאס בלייבט, אלעס אנדערש איז נאר צייטווייליג, כאפ אריין לערנען יעדן טאג חומש און משניות, אויך לערן גמרא והלכה; אז דו פארשטייסט נישט זאלסטו זאגן די ווערטער, ביים סוף וועסטו פארשטיין.


דאס וואס דו בעטסט נישט פון דיין ווייב עסן, קליידער וכו' – איז לדעתי א טעות; ווייל א פרוי האט ליב צו מאכן און טון פארן מאן, ווען די פרוי קאכט און באקט פארן מאן – מאכט דאס א שטארקע קשר און עס מאכט שלום בית, אויך אז די ווייב מאכט די קליידער, זי וואשט וכו', זי איז מסדר דעם מאן'ס קליידער – מאכט דאס שלום בית.


עס איז נישט ריכטיג ווען דיין ווייב פרעגט דיר: "וואס דארפסטו פאר נאכטמאל?" – צו ענטפערן: "איך וויל דיך נישט מטריח זיין, מאך גארנישט"; דאס טוט וויי פאר די פרוי, ווייל זי וויל זיין נאנט, דאס איז נישט קיין טירחא, אזוי אויך מיט די קליידער; דאס מיינט נישט אז מען איז מטריח.


איך וויל דיר בעטן, מהיום והלאה, אז דיין ווייב פרעגט דיר: "וואס קען איך דיר מאכן?" זאלסטו יא זאגן וואס דו באגערסט, און זאלסט איר יא בעטן צו מאכן קליידער וכו', דאס וועט מאכן ענקער קשר שטערקער און נענטער.


קאנטראלירן מיינט ווען די פרוי איז נישט ביי די כוחות, זי זאגט: "היינט האב איך נישט קיין כח צו מאכן עסן, היינט וועלן מיר עסן ירקות און פירות וכדומה", און דער מאן ווארפט א שרעק, אז זי טוט דאס אן כח; דאס איז א קאנטראלער השם ישמרינו, אבער גיין לכתחילה זיך אלעס מאכן, אייגן, אליין – דאס איז נישט ריכטיג.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מיט לערנען, מיט דאווענען; לערן יעדן טאג די הייליגע תורה, און זיי מקפיד אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין דוקא; וועסטו זוכה זיין צו קומען צו גאר שיינע זאכן, עס וועט שיינען אויף דיר די זיסע איינגענעמע ליכטיגקייט פון שכינתו יתברך.

#945 - א שרעקעדיגע חלום אין גן עדן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט, חלומות, גן עדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


...


די שרעקעדיגע חלום אייערע ווי אלע זיצן אין גן עדן ביים שבת טיש, אלע מיט שיינע לייכטער און איר זיצט אין די זייט אנגעטון וואכנדיג מיט נישט שיינע לעכט; מיט דעם ווייזט מען אייך ווי טרויעריג עס איז אין הימל ווען מען נעמט נישט אויף דעם שבת פרייליך. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט, פינקט אזוי ווי א פרוי צינדט די שבת לעכט – אזוי איז מען מקבל איר נשמה אויבן אין הימל, און דאס וואס האט פאסירט פאריגע שבת, איר האט נישט געדעקט טיש און נישט געצינדן די שבת לעכט אין די שיינע לייכטער, נאר געצינדן בעצבות צוויי קליינע טרעוול לעכט; האט מען אייך גלייך געוויזן די שרעקעדיגע חלום ווי אזוי עס וועט אויסזען אין הימל.


נעמט זיך פאר פון דעם שבת צו צינדן ליכט מיט שמחה און מיט שיינע לייכטער און שיין אנגעטון, און אפילו חס ושלום אויב עס וועט זיין זאכן וואס וועלן אייך מאכן בעצבות ומרה שחורה – וועט איר נישט וויי טון דעם שבת, איר וועט נישט ניצן די מצוה פון צינדן שבת לעכט פאר א סטראשע, און אויב חס ושלום עפעס שלעכט וועט פאסירן צווישן אייך און אייער מאן (עס זאל נישט פאסירן) – וועט איר נישט פארשעמען די שבת ליכט, וועט איר אויך זוכה זיין צו זיצן אין גן עדן מיט די שיינע שבת קליידער און מיט די שיינע לעכט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן, טוט אלעס פאר אייער שלום בית, און אז איר ווערט וויי געטון פון אייער מאן – זאלט איר דערציילן אייער ווייטאג פארן אייבערשטן; טוט נישט גארנישט, מאכט נישט די זאכן וכו', עס העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער, גייט אביסל התבודדות, דערציילט דעם אייבערשטן אייערע געפילן, און בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך פרייליך מאכן און די שכינה הקדושה זאל רוען אין שטוב.


איך וועל ענק ווייטער מחזק זיין, איך וועל רעדן צו אייער מאן ער זאל אהיים קומען צייטליך, און ווען ער קומט אהיים זאל ער אוועק לייגן די טעלעפאן, ער זאל אייך אויסהערן און רעדן שיין צו אייך, אבער אייך בעט איך איר זאלט מיט אלע כוחות רעדן ווייך, און אלע מאל מאכן א שמייכל; דאס וועט אים ציען צו אייך.

#944 - נעם ארויס דיין ווייב, טראג איר, ברענג איר, נעם איר
שלום בית, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האף דו פירסט זיך שיין צו דיין ווייב, האב רחמנות אויף איר. איך האב דיר שוין אסאך געשריבן זאלסט ארויסנעמען דיין ווייב, זאלסט איר טראגן אין גראסערי איינקויפן, זי זיצט אין שטוב איינגעשפארט כאלמנה.


איך בעט דיר, דו העלפסט אזויפיל מענטשן, דו מאכסט חסד א גאנצן טאג; מאך אויך חסד מיט איר, זי איז א לב נשבר, זי איז זייער נאנט צום אייבערשטן. טראג איר, ברענג איר, נעם איר; דאס איז דיין תיקון, מיט דעם וועסטו אלעס מתקן זיין, דורך מהפך זיין כעס צו רחמנות. ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד): "עיקר עבודת הצדקה לשבר האכזריות", דארט וואו עס איז שווער, דארט וואו מען וויל נישט – דארט דארף מען מהפך זיין לרחמנות.

#943 - א ווייב מעג זאגן
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין ווייב ווארט אויף דיר, דיין ווייב דארף דיין הילף, דיין ווייב דארף דיין שמייכל, דיין ווייב ווארט זאלסט איר פרעגן: "ווי אזוי איז געווען דיין טאג?" "וואס מאכסטו?" "ווי אזוי שפירסטו זיך?"


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן שלום בית, בעט אים דו זאלסט ליב האבן צו זיין אין שטוב, זאלסט שפירן ווי א קנס יעדע מאל דו דארפסט ארויסגיין צו א שמחה וכדומה, נישט ווי יעצט ווי דו שפירסט זיך גע'קנס'עט ווען דו דארפסט בלייבן אין שטוב.


דאס וואס דיין ווייב זאגט דיר זאכן ווי זיך צו פירן און דו שפירסט ווי דו האסט נאך א מאמע וכו'; דאס דארפסטו אויסוויינען ביים אייבערשטן, דאס איז א תוצאה פון דיינע קינדער יארן ווען מען האט דיר טאג און נאכט נאר געזאגט. א ווייב מעג זאגן, דאס מיינט נישט אז זי איז א מאמע. בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן שלום בית און הער דעם קול פון צדיק, וועסטו בודאי האבן שלום בית.

#942 - זאג נאר איין זאך, זיי מיר מוחל
שלום בית, איבערבעטן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


נעם די שכל וועט דיר גוט זיין:


ווען די ווייב זאגט דיר אז זי איז וויי געטון געווארן פון דיר וכו', זאלסטו איר נישט אנהייבן מסביר זיין פארוואס דו האסט עס געטון, און וואס דו האסט געמיינט וכו' וכו', ווייל דאס וועט נאר ערגער מאכן. אז זי זאגט: "דו האסט מיך וויי געטון" – איז דא איין זאך און נאר איין זאך צו זאגן: "זיי מיר מוחל", און אז זי זאגט: "יעדע מאל טוסטו דאס צו מיר, און נאכדעם מאכסטו זיך אזוי בא'טעמ'ט און דו בעטסט איבער, יעדע מאל טוסטו דאס" – הייבט מען נישט אן שפילן מיט אירע געפילן, נאר מען בעט נאכאמאל איבער, און אז זי זאגט ווייטער: "דו ווייסט ווי שטארק דו טוסט מיך וויי וכו' וכו'", זאגט מען נאכאמאל: "איך בעט דיר, זיי מיר מוחל".


דו ביסט טאקע זייער קלוג, אבער ביסט נישט קלוגער פון מוהרא"ש, אז מוהרא"ש זאגט 'נישט טענה'ן מיט די ווייב, נישט אריינגיין אין ויכוחים, א ווייב דארף מען מכבד זיין, איר געבן גערעכט' – איז דאס אזוי, און אז דער הייליגער רבי זאגט קלאר (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב), מען זאל אכטונג געבן נישט טענה'ן מיט די ווייב, נאר איבערבעטן און געבן גערעכט – איז קיינער נישט קלוגער פון דעם.


איך וויל זייער דו זאלסט האבן שלום בית, איך וויל זייער האבן נחת פון ענק. זאלסט מאכן א פלאץ פאר די שכינה, און דאס קען מען נאר אז מען בייגט איין די קאפ, מען זוכט נישט צו זיין גערעכט.


מוהרא"ש זאגט, דאס איז פשט אין רבינ'ס ווערטער (שם חלק א' סימן ו', אות ב): "לית כבוד", מען קען נישט זוכה זיין צו כבוד אלקים, צו שפירן דעם אייבערשטן, צו זיין ארומגענומען מיט די שכינה – "בלא כ"ף", אן די אות כ' וואס ווייזט אויף כפיפה, איינגעבויגן; נאר אז מען בייגט איין די קאפ, די 'כבוד עצמו', דורך איבערדרייען 'דָם' צו 'דֹם', מען זאל אפשווייגן אויף בזיונות, און ווען די ווייב שרייט מיאוס'ע ווערטער, "משוגע'נער", "צעדרייטער", "נאַר" – זאל מען נישט מדקדק זיין על בזיון כבודו.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין העלפן מיט ווייב מיט די קינדער.

#941 - ווילדע זאכן העלפט נישט פאר שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין גרייט צו זיצן מיט ענק וויפיל שעה מען דארף נאר צו מאכן ביי ענק שלום בית, אבער איין זאך מוז זיך אויפהערן; מען קען נישט צונעמען דעם מאן'ס קליידער און די שליסל פון זיין קאר, מען קען נישט טון די זאכן, און ווער רעדט נאך צערייסן די כתובה; די זאכן קענען נישט געטון ווערן, דאס מאכט נישט בעסער, דאס מאכט נאר ערגער.


אז דער מאן קומט אהיים שפעט איז טאקע נישט גערעכט, אבער מען קען נישט טון די זאכן, און אז דער מאן קומט אהיים און ער איז צוגעקלעבט צו זיין טעלעפאן און ער הערט נישט ווען מען רופט אים, ער קלעבט צו זיין טעלעפאן - קען מען נאכאלץ נישט שלאגן, שטופן, אויסשפארן וכו'; דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער.


איך בין גרייט צו העלפן, איך דארף עס טון פשוט פאר מיין געזונט, איך ווער קראנק פון דעם, צו זען מיינע תלמידים ותלמידות זיך אזוי אויפפירן. איך בין גרייט צו זיצן מיט ענק וויפיל שעה עס וועט אויספעלן, אבער איין זאך, די זאכן מוזן זיך ענדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#940 - די משפחה טשעפעט וועגן ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך קען נישט קומען צו זיך הערנדיג ווי דיין ווייב תחי' ווערט אזוי שטארק געטשעפעט פון איר משפחה צוליב דעם וואס זי נעמט חיזוק פון הייליגן רבי'ן, ווי קענען מענטשן זיין אזוי שלעכט? ווי קענען ברידער און שוועסטער זיין אזוי שלעכט? צו טשעפען א שוועסטער וכו' וכו'.


יעצט ווען זי גייט דאס אריבער זאלסטו זיין מער ליבליך און מער ווארעם, ווייל עס איז זייער ווייטאגליך ווען א משפחה האקט אפ קשר וכו'.


שטארק זיך און שטארק איר, עס וועט אריבערגיין, יארן גייען אריבער, מען ווערט עלטער, מען קוקט זיך ארום אויף די קינדער און אייניקלעך; אפילו ווען אלע קינדער און אייניקלעך בלייבן בדרך התורה, דאך זעט מען א גרויסע חילוק צווישן די קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן רבינ'ס עצות און מיט זיינע וועגן, די כיבוד אב ואם איז גאר אנדערש, די דרך ארץ איז מער, די חינוך הבנים והבנות איז כרחוק מזרח למערב; ביים סוף זענען אלע מודה אז דאס מערסטע נחת האט מען פון די ברסלב'ע קינדער און אייניקלעך.