בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - דאנק דעם באשעפער אויף דיינע ציין, וועסטו נישט האבן קיין ציין ווייטאג
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


בנוגע דאס וואס דו מוטשעסט זיך - דו און דיין ווייב - מיט די ציינער; מען דערציילט פון א גרויסער צדיק פון פריערדיגן דור אז זייענדיג אינעם עלטער פון ניינציג יאר האט ער אמאל געוויזן פאר זיינע תלמידים זיינע ציינער און געזאגט: "איך האב אלע מיינע ציינער און איך בין קיינמאל נישט געווען ביים ציין דאקטער; איך בין דאס תולה ווייל איך האב זיך צוגעוואוינט יעדן טאג צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר מיינע ציינער. איך פלעג זאגן: 'איך דאנק דיר אייבערשטער פאר מיינע ציינער, אז איך האב שיינע ציינער, געזונטע ציינער צו עסן און צו רעדן', דעריבער האט מיר דער אייבערשטער געהאלפן אז איך זאל האבן מיינע אייגענע ציינער ביז די ניינציג יאר".


דעריבער זאלסטו פון היינט דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע דיינע געזונטע ציינער וואס ער האט דיר געגעבן, וועט דיר דער אייבערשטער העלפן אז דו וועסט פטור ווערן פון דיינע ציין ווייטאג.


האלט מיט דיר שטענדיג ספרים, קונטרסים, סידיס וכו', אז ווען דו טרעפסט א איד זאלסטו האבן ביי דיר סחורה אים מחי' צו זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - דאנק דעם אייבערשטן, וועט ער דיר העלפן ווייטער
תודה והודאה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 218 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


מיין טייערער ... נרו יאיר, שטארק דיך בעבודתך הקדושה; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט דיר און וואס ער טוט מיט דיר יעצט, אזוי וועט ער דיר ווייטער מאכן ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה


יואל בן ריצא רעכל

#1 - דרך ארץ איז די וויכטיגסטע זאך, דאנקען דעם אייבערשטן פאר די עסן
תודה והודאה, מדות טובות

  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן גוטע גריסן אויף אייך פון אייערע לערערינס, זיי געבן מיר איבער אז איר פירט זיך אויף מיט דרך ארץ.


וויסן זאלט איר אז דרך ארץ איז דער וויכטיגסטער זאך ביי אידישע קינדער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶך אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות, בפרט ביי דעם הייליגן רבי איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך ווייטער אויפפירן מיט דרך ארץ און איר זאלט פאלגן אייערע לערערינס, אזוי וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט זיין באליבט ביי אלעמען.


ווען איר עסט זאלט איר זען צו מאכן א פאר ברכה און א נאך ברכה, אויך זאלט איר דאנקען אויף אידיש אויף יעדע עסן וואס איר האט געגעסן; זאגט "שכוח אייבערשטער פאר די און די עסן".


דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן רלז): "ווען איך בין געווען א קליין קינד פלעג איך דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס איך האב געגעסן, איך האב מיר נישט באגנוגט מיט ברכת המזון"; אזוי זאלט איר טון יעדעס מאל איר עסט אדער טרינקט, געדענקט צו מאכן א פאר ברכה און א נאך ברכה און נאכדעם זאגט אין אידיש: "שכוח אייבערשטער פאר ..."


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.