בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#191 - פאר קיין יבנאל מתפלל זיין ביים ציון פון מוהרא"ש
תודה והודאה, אמונה, רפואה, יבנאל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרעג דעם דאקטער וואס ער איז מציע, וואס איז די בעסטע וועג פון נעמען די מעדעצין, און וואס דער דאקטער לייגט פאר - זאלן ענק טון, און זיי מחזק דיין ווייב תחי' זי זאל זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און זיין שטארק מיט אמונה אז עס וועט זיין גאר שנעל די ישועה.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן איז וויכטיג אויך צו דאנקען, מען מוז אנכאפן די שווערד פון תפילה צום פינטל, נישט בייגן - נישט רעכטס און נישט לינקס. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב) אז מען מוז סיי דאנקען און סיי בעטן.


עס איז כדאי זאלסט פארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און דארט מתפלל זיין, מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה) אז מען וועט קענען פועל'ן אלע סארט ישועות ביי זיין ציון.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#190 - מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט פארשטיין
קינדער, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, עס איז זיכער נאר לטובה; מיר ווייסן נישט, מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט פארשטיין פארוואס און פארווען, אבער מיר ווייסן אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר דיינע ליכטיגע קינדער, און שטארק דיין ווייב, זי איז אסאך מער צעבראכן וכו', פאר דיר איז דאס אויך זייער ווייטאגליך אבער פאר איר איז דאס נאך מער ווייטאגליך; זארגט נישט, איר וועט נאך האבן קינדער.


דורך דאנקען וועלן ענק זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - אין ברסלב האט מען נישט אנגענומען די סגולה פון זארגן
קינדער, שמחה, תודה והודאה, סגולות, דאגות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... שיחיו


ענק האבן קוים חתונה געהאט און שוין זענט איר באזארגט אויף קינדער; וואס דארפט איר זארגן? זארגן וועט אייך נישט העלפן, זארגן מאכט שוואך און אלט; אין ברסלב האט מען נישט אנגענומען די סגולה פון זארגן, אין ברסלב איז דא די סגולה פון שמחה, פון טאנצן, פאטשן און זינגען.


איך בעט ענק מיינע טייערע, באליבט ווי קינדער – זארגט נישט, מאכט אייך נישט משוגע מיט זארגן, זייט פרייליך, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, געבט אוועק יעדן טאג א צייט פאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און אויך אביסל צייט אויף טאנצן, און איר וועט זען גרויסע ניסים.

#188 - הדרכה פאר די חתונה
תודה והודאה, הפצה, הדרכות, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט זוכה געווען צו טרעפן א טייערע כלה פון א טייערע משפחה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, א ליכטיגע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע וואו צו לערנען הדרכה פאר די חתונה; עס איז גוט זאלסט זיך ווענדן צו האברך משה שמואל נרו יאיר, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים, ער זאל דיך מדריך זיין מיט די הלכות צו דיין חתונה; ער וועט דיך מדריך זיין אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


גיי הפצה, פארגין פאר נאך בחורים און נאך אברכים די חיים טובים וואס דער רבי געבט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#187 - אויפגעגעבן די סמארטפאון
תודה והודאה, שלום בית, טעלעפאן, טאנצן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב דערציילט אז איר לעבן איז איר געווארן א גן עדן לעבן זייט דו האסט אויפגעגעבן דיין סמארט טעלעפאן; זי זאגט זי האט שיין געלעבט מיט דיר ביז אהער אויך, אבער יעצט איז איר ממש געשמאק אין שטוב.


אויך דערציילט זי פון דיין עבודות השם; ווי דו שטייסט אויף יעדע נאכט זאגן תיקון חצות און ווי פלייסיג דו לערנסט, זי רעדט פון דיר זייער שיין. עס דערמאנט מיר וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, איך בין געווען אין צימער ביי מוהרא"ש מיט נאך איינעם, יענער האט דערציילט פאר מוהרא"ש אז זיין ווייב זאגט פאר אלעמען אז איר מאן איז גוט און ערליך, זאגט אים מוהרא"ש: "חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (מדרש משלי ה, יח) 'אשרי אדם שאשתו מעידתו', וואויל איז דעם וואס די ווייב זאגט עדות, 'מיין מאן איז אן ערליכער איד'"; די ווייב זעט דאך דעם מענטש אין אלע צייטן.


שטארק זיך מיט דיין עבודות השם, לייג צו נאך א וויכטיגע זאך אין דיין עבודות השם, לייג צו יעדן טאג טאנצן, קענסט דאס מאכן פריוואט ביי דיר אין שטוב; צינד אן הויך מוזיק און טאנץ: 'שכוח באשעפער אז איך בין א איד'.


א גוט שבת.

#186 - זיין א שותף מיטן אייבערשטן
קינדער, תודה והודאה, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז מיט דיר? וואס איז די שאלה בכלל?! אז דער אייבערשטער געבט דיר א מתנה - דארפסטו טאנצן פאר שמחה, אז דו ביסט געוואויר געווארן אז דיין ווייב ווארט למזל טוב און עס איז נישט געווען מיט ענקער הסכמה - דארפט איר טאנצן פאר שמחה; דאס ווייסטו וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "שלשה שותפין יש באדם, הקדוש ברוך הוא ואביו ואמו", קומט אויס אז די חדשים וואס מען ווארט איז מען אין א שותפות מיטן אייבערשטן, און אז ענק האבן נישט געוואלט גיין מיט א שותפות מיטן אייבערשטן און דער אייבערשטער האט ענק בעל כרחך אריינגעשלעפט אין א שותפות - דארפן ענק טאנצן פאר שמחה און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דאס ווייסטו אודאי וואס דער הייליגער זוהר זאגט (פרשות שמות, דף ג): "תְּלָתָא אִינּוּן דְּדַחְיָין שְׁכִינְתָּא מֵעָלְמָא, וְגַרְמִין, דְּדִיוּרֵיהּ דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא לָא הֲוֵי בְּעָלְמָא, וּבְנִי נָשָׁא צַוְוחִין וְלָא אִשְׁתְּמַע קַלֵּיהוֹן", עס איז דא א זינד וואס דאס מאכט אלע צרות אויף די וועלט און עס האלט צוריק אלע תפילות, און אפילו מען שרייט און מען וויינט, מען פאסט און מען מאכט אלע סגולות - איז דער זינד אזוי הארב אז דאס ברענגט אלע צרות און מען קען נישט מבטל זיין די צרות; אויב חס ושלום מען ציט זיך ארויס פון די שותפות אינמיטן די חדשים השם ישמרינו. ליידער ביי די אומות העולם, ביי די ליבעראלע, זיי זענען אזוי געמיין אז רצח'ענען און הרג'ענען רחמנא לצלן איז ביי זיי מותר, און זיי זענען גאר וואס שטעלן זיך ארויס צו זיין די העפליכע, השם ישמרינו, זאלסטו חס ושלום נישט טראכטן פאר איין רגע עפעס צו טון.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו און דיין ווייב זענען כביכול שותפים מיטן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - זיין גרייט פארן מאן
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, איר האט א טייערער ערליכער מאן מיט ליכטיגע קינדער, איר זענט געזונט, אייער משפחה איז געזונט, דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו אייך; זאלט איר אים נישט אויפהערן דאנקען.


א פרוי וואס איז גרייט פאר איר מאן און טוט די ווילן פונעם מאן, זוכט נישט זיך ארויסצודרייען – קען מען זיך נישט פארשטעלן איר שכר, מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א תענוג און נחת רוח דער אייבערשטער האט, די שכינה הקדושה קומט אין שטוב און מען האט אלע ברכות.

#184 - איך האב געזונטע ערליכע קינדער, ווער איז רייכער פון מיר?
קינדער, תודה והודאה, געלט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע, פלעגט זאגן פאר יעדן איינעם: "איך בין די רייכסטע"; ווען איך בין אריינגעקומען צו איר – האט זי מיר געזאגט: "איך בין די רייכסטע, איך האב געזונטע ערליכע קינדער, ווער איז רייכער...?"


זינגט אויך דעם ניגון: "איך בין די רייכסטע, איך האב געזונטע ערליכע קינדער"; דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער שיינע גארטן, טייערע ליכטיגע קינדער, דאס איז די גרעסטע פארמעגן.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, די ראשי תיבות פון 'עשיר' איז: ע'ינים, ש'ינים, י'דים, ר'גלים; איינער וואס האט אויגן, ציינער, הענט און פיס – איז רייך, און אז מען האט האט א דאך איבערן קאפ, מיט הייצונג, מיט ליכטיגע קינדער – איז מען טאקע רייך.


 

#183 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט געבן יעדן קינד אסאך גוטע ווערטער
תודה והודאה, שלום בית, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז זייער וויכטיג ווען מען האלט ביים חתונה מאכן קינדער – צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד און יעדע אייניקל, ווייל ווי מער מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן – ווערט אלעס שענער און בעסער.


נאך א וויכטיגע זאך, ווען דו רעדסט מיט דיין זון – געדענק אים צו זאגן יעדע מאל א גוט ווארט אויף זיין ווייב, און ווען דו רעדסט מיט דיין שנור – זאלסטו איר יעדע מאל זאגן ווי דאנקבאר דו ביסט דעם אייבערשטן פאר אזא שנור.


עס איז אזוי וויכטיג פאר יונגע פארפעלקער צו הערן די זיסע ווערטער ווי: "האסט א וואוילע ווייב", "האסט א טייערער מאן".


בעט דעם אייבערשטן זאלסט געבן יעדן קינד אסאך גוטע ווערטער.

#182 - איינער שפירט אזוי גוט און פרייליך, און דער אנדערער שפירט גארנישט
תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, סיפוק

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א רחמנות אויף מענטשן, מען זוכט די פלאץ אין די וועלט וואו מען איז פרייליך; די מענטשן פון ניו יארק פארן קיין פלארידע – און די מענטשן פון פלארידע קומען זיך אפרוען קיין ניו יארק. נאכדעם פרובירט מען צו פארן דארט, און נאכדעם דארט... ווען דער רבי איז אונז מגלה אז אלעס איז אין הארץ. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצא): "עִקַּר הַרְגָּשַׁת תַּעֲנוּג, הַכֹּל הוּא בַּלֵּב", אלע פארגענוגן איז אין הארץ, איינער קען זיצן נעבן זיין חבר, איינער שפירט אזוי גוט, אזוי פרייליך, אזוי דערהויבן און דער אנדערער שפירט גארנישט.


מען דארף נאר פאלגן דעם רבי'ן, גיין שפאצירן מיטן אייבערשטן, זיך אויסרעדן צו אים און אים דאנקען טאג נאך טאג, ביז מען הויבט אן שפירן אלע שלש מאות ועשרה עולמות, טעם גן עדן.


שרייב מיר אויב דו גייסט יעדן טאג התבודדות, וואו? ווילאנג?

#181 - הער אויף קריטיקירן דיין ווייב, געב איר נאר גוטע ווערטער
תודה והודאה, שלום בית, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הער אויף קריטיקירן דיין ווייב, רעד נישט צו איר פון צניעות, רעד נישט צו איר פון זיך שערן די האר און פון זיך פארבן די אויגן; דו געב איר נאר גוטע ווערטער, די אנדערע זאכן וועט פון זיך אליינס נאכקומען. אז דער מאן געבט נאר גוטע וועטער, ער האט באמת ליב זיין ווייב און זעט אין איר נאר גוטס - קען ער מיט סבלנות און תפילה אלעס טוישן.


לאז אפ, זאג נישט קיין מוסר, קריטיקיר נישט; דו זאלסט איין זאך טון - נאר גוטע ווערטער, נאר זוכן גוטס.


איך האף דו וועסט מיך פאלגן, דו וועסט אויפהערן זיין פארנומען מיט איר אידישקייט; אנשטאט זיין פארנומען מיט אירע זאכן - זאלסטו זיין פארנומען מיט תודה והודאה לשם יתברך אז דו האסט א ווייב, א וואוילע ווייב, אן איידעלע ווייב, אפילו מיט די אויגן און מיט די האר איז זי זייער אן ערליכע, זאלסט איר גארנישט זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#180 - דייקא דורך הלל והודאה קומט מען צו די העכסטע תיקון
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת, דער אייבערשטער איז אזוי גרויס, ער וועט דיר העלפן, עס וועט דיר בעסער ווערן; דו דארפסט נאר גיין צו אים און זיך פארלאזן אויף אים.


דער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם: "האסט שוין היינט געקוקט אויפן הימל?" דער רבי האט פארשטאנען אז יענער איז אזוי אריינגעטון אין געלט אז עס ווערט אים שלעכט פון טראכטן אזוי סאך פון געלט; האט אים דער רבי געגעבן אן עצה, געב א קוק צום הימל - וועסטו קומען צו גדלות המוחין.


היינט נאכט צינדן מיר די לעצטע ליכטל, היינט נאכט זאת חנוכה איז די גמר פון אלע תיקונים פון גאנץ חודש תשרי. עס שטייט פון צדיקים אז גאנץ תשרי זענען מיר פארנומען מיט בעטן דעם אייבערשטן, מען פאסט, מען זאגט סליחות, מען וויינט, מען שרייט, דארף מען ווארטן ביז חנוכה גייט אריבער, חנוכה איז א צייט פון דאנקען, און דיקא דורך הלל והודאה קומט מען צו די העכסטע תיקון.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#179 - הערליכער קיבוץ אנשי שלומינו שבת חנוכה אין שטעטל, קרית ברסלב
תודה והודאה, שטעטל, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיר האבן געהאט א הערליכער קיבוץ אנשי שלומינו דעם שבת חנוכה אין שטעטל, קרית ברסלב. עס זענען געווען אסאך געסט, אויך די בחורים פון ישיבה זענען געווען.


שבת האב איך געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש, נאך די סעודה זענען זיך צוזאמגעקומען אנשי שלומינו, מען האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן הויבט ער אן שפירן אביסל פון די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן, אין עולם הבא.


טייערער ברודער, כאפ אריין גוטע זאכן, ווייל נאר דאס בלייבט. מען נעמט גארנישט מיט אויף יענע וועלט, נאר די תורה, תפילה און גמילות חסדים. א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, ווען מען גייט אוועק פון די וועלט נעמט מען מיט נאר די פרקים משניות, בלעטער גמרא, פסוקים תהילים, און די ווערטער וואס מען האט ארויסגערעדט צום אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ".

#178 - א ברסלב'ע געים צו שפילן יעדן טאג אינדערהיים
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר און ... תחי'


יעצט חנוכה איז א צייט פון לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט ענק, יעדע קינד איז דאך א באזונדערע נס, ענקערע קינדער שיינען, זיי זענען ליכטיג און טייער.


עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען ענק ביידע וועלן שפילן יעדן טאג די ברסלב'ע געים. מאן און ווייב זאגן איינער נאכן צווייטן שכוח אייבערשטער פאר דאס, שכוח אייבערשטער פאר יענץ, ביז זעכציג סעקונדעס. למשל, דער מאן הויבט אן: "שכוח אייבערשטער פאר מיין ווייב", זאגט די ווייב: "שכוח אייבערשטער פאר מיין מאן", זאגט דער מאן: "שכוח אייבערשטער מיר האבן זיך ליב", זאגט די ווייב: "שכוח אייבערשטער מיר זענען געזונט", און אזוי ווייטער, ביז איין מינוט, און אויב איינער בלייבט שטיל ווערט מען אאוט, און די געים הויבט זיך נאכאמאל אן.


הלוואי זאלט איר שפילן די שפיל יעדן טאג, וועט איר שפירן טעם עולם הבא.


 

#177 - כי טוב ה', ווייל דער אייבערשטער איז גוט
תודה והודאה, קבלה טובה, חתונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


מזל טוב פאר ענקער חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א בנין עדי עד, און איר זאלט זוכה זיין צו דורות ערליכע אידן.


לכבוד די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט מיט ענק געמאכט וואלט געפאסט זיך פארצונעמען א גוטע זאך, א קבלה טובה; טראכטס אינאיינעם וואס וואלט געווען א גוטע זאך זיך פארצונעמען.


איך מיש זיך נישט ביי אנדערע, און זיכער נישט ווען מען פרעגט מיך נישט, אבער אויב איר ווילט וויסן וואס איך האב פארצולייגן; איך טראכט די בעסטע קבלה פאר ענק איז זיך פארנעמען, אז ביידע פון ענק זאלן יעדן טאג זאגן קאפיטל ק', "מזמור לתודה", און די לעצטע פסוק זאלט איר זאגן אויך אין אייער שפראך, אין אידיש: "'כי טוב ה', ווייל דער אייבערשטער איז גוט, 'לעולם חסדו', גוטס וואס בלייבט אויף אייביג, נישט אויף צייטווייליג, 'ועד דור ודור', און אויף אלע דורות, 'אמונתו', איז זיין באגלייבטקייט, דער אייבערשטער איז גוט".


א ליכטיגן חנוכה.

#176 - ווי מער מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן ווערט מען מער גליקליך
תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט זייער טייערע קינדער, אייער איידעם איז א גאר חשוב'ער אינגערמאן, און אייערע בחורים זענען זייער ליכטיג; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אייערע קינדער, טרעפן גוטע שידוכים און מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן; ווי מער מען דאנקט און מען לויבט אים ווערט מען מער גליקליך, מען הויבט אן שפירן טעם גן עדן אויף די וועלט.


כתיבה וחתימה טובה.

#175 - רעדן דריי מינוט צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, וידוי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעדן אינדערפרי איידער איר הויבט אן די שטוב ארבעט זאלט איר באשטומען א צייט פון דריי מינוט פאר התבודדות. נעמט א זייגער, לייגט עס אויפן טיש אין פארנט פון אייך, און רעדט פאר דריי מינוט צום אייבערשטן.


צעטיילט די דריי מינוט אויף דריי; די ערשטע מינוט זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און מיט אייער מאן און קינדער; די צווייטע מינוט זאלט איר אים איבערבעטן אויף אלעס וואס מען טוט נישט וואס מען דארף; אין די דריטע מינוט זאלט איר אים בעטן אז די טאג זאל זיין גוט און שיין, אן קיין צער, אן קיין מחלוקת.


מיר בעטן סוכות: "'הושענא', העלף מיר, 'שלש שעות', איך זאל קענען רעדן צו דיר צעטיילט אין דריי מינוט"; ווייל ווער עס טוט אזוי, ער איז זיך מתבודד, ער דאנקט, ער איז זיך מתוודה און ער בעט אויף ווייטער – דער לעבט א 'גן עדן' לעבן.


א גריס פון אייער מאן, ווען איך זע אים – האב איך נחת.

#174 - תהילים ברענגט ישועות, תהילים ברענגט רפואות
תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים, איר האט געענדיגט די פערטע מאל ספר תהילים; תהילים ברענגט ישועות, תהילים ברענגט רפואות.


וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, אויך זאלט איר אים דאנקען אויף אלעס גוטס וואס ער מאכט מיט אייך.


יעדעס מאל איר ענדיגט ספר תהילים - זאלט איר מיר שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#173 - חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען עס קומט די הייליגע חנוכה טעג – דארפן מיר זיך אויפוועקן און אנהויבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און אלע ניסים וואס ער טוט מיט אונז. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "ימי חנוכה הם ימי הודאה", חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן, און ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן, און מען הויבט אן שפירן די זיסע טעם פון עולם הבא.


זע צו ענדיגן ארבעטן פרי אז דו זאלסט קענען דאווענען מעריב ביים זמן און גלייך נאך מעריב אנצינדן די הייליגע חנוכה ליכט, (אז דו קענסט כאפן א מקוה – מה טוב ומה נעים). נאכן צינדן זאלסטו טאנצן מיט דיין משפחה, ברענג אריין א שמחה; אזוי וועט אויף דיר שיינען די אור הגנוז וואס ווערט נתגלה אין די חנוכה טעג.

#172 - דאנק דעם אייבערשטן ביי די הייליגע חנוכה ליכט
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיר גייען שוין כמעט צינדן די הייליגע חנוכה ליכט, וויל איך דיר זייער בעטן זאלסט אהיים קומען צייטליך, דאווענען מעריב ביים זמן און גלייך אהיים גיין אנצינדן די הייליגע ליכט.


ווען דו צינדסט אן די הייליגע ליכט זאלסטו זיצן פאר כאטשיג א האלבע שעה. קוק אויף די ליכט און דאנק דעם אייבערשטן פאר די ניסים וואס ער האט מיט דיר געמאכט, בעיקר פאר די גרויסע נס אז דו ווייסט פון רבי'ן און פון זיינע עצות, זאג: "איך דאנק דיך אייבערשטער אז איך ווייס פון רבי'ן, איך דאנק דיך פאר אלע חסדים און ניסים".


אויך זאלסטו זינגען אביסל זמירות, וועט אויף דיר שיינען די אור הגנוז וואס ווערט נתגלה בימי חנוכה.

#171 - מאכן פלעסטיק סערדזשערי, דאס קינד זאל נישט זיין אנדערש פון יעדן
תודה והודאה, רפואה, תפילות פון פרויען, אפעראציע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן דעם בילד פון אייער קינד; לדעתי זאלט איר יא מאכן פלעסטיק סערדזשערי. ערשטנס עס איז א מיידל, צווייטנס עס איז אויפן פנים; דארפן די עלטערן זארגן אז דאס קינד זאל נישט אויסזען אנדערש פון יעדעם.


דער עיקר דארפן די עלטערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האט א געזונט קינד, און אויך אסאך בעטן אויף ווייטער, אז די קינד און אלע קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


איר ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש זאגט, אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ס, טז): "כָּל יָמִים שֶׁהָיְתָה שָׂרָה קַיֶּמֶת הָיָה נֵר דּוֹלֵק מִלֵּילֵי שַׁבָּת וְעַד לֵילֵי שַׁבָּת, וְכֵיוָן שֶׁמֵּתָה פָּסַק אוֹתוֹ הַנֵּר, וְכֵיוָן שֶׁבָּאת רִבְקָה חָזַר", ביי שרה און ביי רבקה האט די ליכט פון שבת געברענט א גאנצע וואך; ביי די וועלט איז אנגענומען אז מען בעט פאר גוטע קינדער ביים צינדן די שבת ליכט, אבער די הייליגע אמהות האבן א גאנצע וואך געבעטן דעם אייבערשטן, זיי האבן געטון וואס מען טוט ביי די ליכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#170 - צוויי עצות צו קענען אנהויבן לעבן פונדאסניי מיט ליבשאפט און שלום
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, צרות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות, נקודות טובות, עצות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווי ווייטאגליך איז צו הערן אייער לעבנ'ס געשיכטע; אזויפיל פיין, אזויפיל ווייטאג וואס איר זענט אריבער אין אייער לעבן, איר האט אזוי ארויסגעקוקט צו האבן א מאן וואס וועט אייך געבן ליבשאפט און אינאיינעם בויען א ווארעמע שטוב, און עס איז פינקט פארקערט...


איך קען אייך געבן צוויי שיינע עצות וואס וועט צוריק אוועק שטעלן אייער שטוב, ווי די שענסטע שנה ראשונה וואס איז דא אין די וועלט.


ערשטנס, איר זאלט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות זיך אנשטרענגען צו שעצן אייער מאן; דאס איז נישט קיין זאך וואס מען קען זיך מאכן, דאס איז א זאך וואס דארף זיין פון הארץ, מיט אמת. איר זאלט אים אויפהערן נאכקוקן און נאכזוכן, זוכט אויף אין אים א ברעקעלע גוטס, א פינטעלע גוטס; טראכטס פון דעם און דאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם - וועט צוביסליך פון די פינטלעך און ברעקלעך - ווערן איין שטיק גוטס.


צווייטנס, "תפילה והתבודדות"; איר זאלט יעדן טאג נעמען אפאר מינוט אליינס מיטן אייבערשטן, אים דערציילן די גאנצע געשיכטע וואס איר האט געשריבן אינעם בריוו, און נאך מער; נישט טראכטן אין קאפ די צרות וואס איר זענט אריבער און וואס איר גייט אריבער, נאר ארויסזאגן מיטן מויל פארן אייבערשטן אויף אייער שפראך, און אז איר רעדט בעסער אין ענגליש - זאלט איר דאס זאגן אויסדריקליך אין ענגליש, און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן אייך און עס זאל געשען ניסים.


איך זאג אייך צו, אז איר וועט טון די צוויי עצות - וועט איר אנהויבן אייער לעבן פונדאסניי מיט די גרעסטע ליבשאפט און שלום. איך ווייס אז עס איז נישט גרינג; נאכן ליידן אזויפיל, און נאכן ארויסקוקן אזוי לאנג אויף א זיסע לעבן, און נאכן האבן געווען ביי איבער צוועלף טערעפיסטן, מערידזש קאונסלינג, ענערדזשי, און דיינים - זענט איר שוין מיואש, איר טראכט 'וואס קען שוין ווערן פון אונזער שטוב?' אבער דער אייבערשטער איז זייער זייער גרויס, עס קען פאסירן א נס אין די קומענדיגע רגע, אלעס קען ווערן אזוי זיס, און בכח די צדיקים מיט זייערע עצות קען מען געהאלפן ווערן.


דער עיקר זאלט איר אויפהערן נאכקוקן אייער מאן. ווען ער קומט נישט אהיים זאלט איר טראכטן מיט אלע כוחות אז ער איז אין שול, ער לערנט, און אז עס ווערט שפעט און איר ווערט מיד זאלט איר אים שיקן א שיינע הודעה, ווי למשל: "א גוטע נאכט, איך גיי שוין שלאפן", שרייבט אים: "איך האב געהאט זייער א שיינע טאג, איך האף דו אויך"; לויפט אים נישט נאך: "וואו ביסטו?" "ווען קומסטו?" ווייל אין אזא מצב וואס די שטוב האלט ביים צעפאלן, היה לא תהיה - דארף מען נעמען אן אנדערע וועג.


ווען ער קומט שוין יא אהיים זאלט איר נאר שמייכלען; וויינען וויינט מען נאר ווען קיינער זעט נישט, מען וויינט נישט פארן מאן און נישט פאר קינדער, נאר פארן אייבערשטן וויינט מען, נאר ווען קיינער זעט נישט; דעמאלט דארף מען זיך גוט אויסוויינען.


ווען מען זיצט ביים טיש מיט די קינדער זאגט הויך: "קינדער לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אזא גוטע טאטע וואס מיר האבן", און אים געבן נאר גוטע ווערטער. אפילו עס דארף ווען זיין פארקערט, ער זאל אייך געבן גוטע ווערטער; איך זאג אייך עס וועט נאך קומען, אויב איר וועט זיין שטארק מיט די צוויי עצות, שעצן דעם מאן, און דאווענען און וויינען צום אייבערשטן - קומט א גרויסער נס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#169 - באהאנדלען די ליים קרענק
תודה והודאה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויב איז דא באהאלטן אין איר קערפער ליים - דארף מען דאס באהאנדלען, ווייל ליים קען מאכן שאדן - וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן. איך וועל דאווענען פאר איר געזונט און פאר ענקער הצלחה.


העיקר דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, דאס ברענגט ישועות.





 


 





 

#168 - זוכן אן ארבעט וואס די מויל איז פריי צו שעפשען תפילות צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פב.): "לעולם ילמד אדם את בנו אומנות נקיה וקלה", א מענטש זאל לערנען זיין זון א ריינע גרינגע ארבעט, "ויתפלל למי שהעושר והנכסים שלו", און ער זאל דאווענען וכו'.


מען קען זאגן פשט, 'ויתפלל' גייט אויף ארויף, א מענטש זאל אויסלערנען זיין זון אזא סארט ארבעט וואס ביים ארבעטן קען מען נוצן די מויל צו רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן. אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, מען זאל זוכן לכתחלה אן ארבעט וואס די מויל איז פריי און עס קען שעפשען תפילות צום אייבערשטן, 'אומנות נקיה וקלה ויתפלל', א ריינע גרינגע ארבעט וואס מען קען דערביי דאווענען, והבן למעשה.


דיין ארבעט איז זיין אן עלעקטערישן, דראט ארבעט, מיט די הענט דרייסטו דראטן; קענסטו נוצן די מויל אויף תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.

#167 - נישט בעטן קיין געלט ביים מדריך זיין חתנים וכלות
תודה והודאה, חתונה, שמחות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר ווילט געבן חתן הדרכה פאר אייער זון החתן נרו יאיר, ווי אזוי מען לערנט אין היכל הקודש - קענט איר זיך ווענדן צום מגיד שיעור האברך משה שמואל נרו יאיר, מגיד שיעור אין היכל הקודש אין ירושלים; ער לערנט מיט אונזערע חתנים פון ארץ ישראל, ער לערנט פינקטליך וואס מוהרא"ש האט געזאגט צו לערנען, אן צולייגן אן אראפנעמען.


בנוגע באצאלן וכו'; מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט מען זאל נישט בעטן קיין געלט ביים מדריך זיין חתנים וכלות, דעריבער בעט ער נישט קיין געלט, אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל נישט געבן; עס איז ריכטיג צו געבן עפעס, ווייזן אז מען איז מכיר אין די ארבעט וואס ער טוט.


גייט צו די חתונה מיט די ריכטיגע הכנות, מיט תודה והודאה - וועט איר שפירן ביי די שמחה א שטארקע שמחה מיט א העכערקייט; נאר אז מען דאנקט און לויבט - קען מען נעמען די שמחה אזוי ווי מען דארף, אז נישט - דארף מען זיך אנטרינקען מיטן ביטערן טראפ; גייט קוקן ווי אזוי מחותנים זענען ביי זייערע קינדער'ס חתונות, אלע זענען אנגעטרינקען פון גרויס צער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.