בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#38 - מיר האבן געטראפן דעם פך שמן וואס דערלייכט אונזערע אויגן
תודה והודאה, חנוכה, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וישב, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חנוכה איז א צייט פון הלל והודאה, פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


ווען דו זיצט ביי די לעכט זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט, בפרט אויף די חסד אז מיר האבן זוכה געווען צו טרעפן דעם פך שמן; אין אזא טונקלקייט, אין א דור וואס עס איז דא אזויפיל טומאה, אזויפיל נסיונות, האבן מיר דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים - די שמן טהור.


דורך די פך שמן קענען מיר אנצינדן די מנורה; מיר קענען באלייכטן אונזערע ז' נרות, די אויגן, אויערן, נאז און מויל (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כא).


 

#37 - לאמיר זיך מחזק זיין מיט די גוטע זאכן וואס מיר האבן
תודה והודאה, חנוכה, הפצה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב-מברכים טבת, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, טייערע חברים פון ירושלים שיחיו


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן; שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב) אז חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (נוסח ועל הניסים): "וְקָבְעוּ שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה אֵלּוּ לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל".


יעדער איינער גייט אריבער וואס ער גייט אריבער, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט שווערע נסיונות, אבער אז מען קוקט גוט, מען זוכט דעם באשעפער'ס חסדים - קען מען טרעפן אין די טונקל א שיין.


דאס לערנען מיר פון חנוכה; אלעס איז געווען טמא, נאר איין קריגל אויל איז געבליבן ריין, פון דעם האט מען געמאכט דעם יום טוב.


אז מען טראכט אריין וואס וואלט געווען ווען די חשמונאים וואלטן נישט געווען ברסלב'ע חסידים, זיי וואלטן געמאכט אנשטאט א יום טוב - א תענית, עס ווייזט זיך אויס אז די חשמונאים זענען געווען ברסלב'ע חסידים, זיי האבן געלעבט מיט 'אזמרה' (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - געזוכט די נקודה טובה און פון דעם געמאכט אן עסק.


טייערע חברים, לאמיר זיך מחזק זיין מיט די גוטע זאכן וואס מיר האבן, לאמיר זינגען: "וּמִנוֹתָר קַנְקַנִּים...", לאמיר נישט קוקן אויף וואס מיר זענען אראפגעפאלן. אפילו די יוונים, דער יצר הרע - האט מיר מטמא געמאכט, ער האט מיר אראפגעווארפן אין פגם הברית רחמנא לצלן, איך בין איין שטיק טמא, איך היט נישט מיינע אויגן, איך האב שמוציגע געדאנקען - דאך זוך איך אין מיר א גוטע נקודה, פון דעם מאך איך אן עסק.


טייערע ברידער, לאמיר ראטעווען אנדערע אידן, לאמיר ראטעווען אונזערע ברידער; מיר דארפן עוסק זיין אין 'הפצה', יעדער דארף טראכטן 'וואס קען איך טון צו ראטעווען א צווייטן?'


די וועלט איז אנגעפילט מיט אזויפיל נסיונות; רבי נתן האט געזאגט: "עזרא הסופר גייט פון דער וועלט און אזויפיל טריף פסול פארמערט זיך, איין בלעטל פון רבי'ן וועט אלעס ראטעווען"; אזוי ווי רש"י זאגט (פרשת וישב; בראשית לז, א): "הַפֶּחָמִי תָמַהּ, אָנָה יִכָּנֵס כָּל הַפִּשְׁתָּן הַזֶּה", וואס טוט מען מיט אזויפיל פראבלעמען? קומט דער פיקח, דער מפיץ און זאגט: "איין פונק, איין ספר, איין קונטרס, גליון - פון רבי'ן פארברענט אלע קליפות און משחיתים".


טייערע ברידער, איר פארט "זאת חנוכה" קיין יבנאל, בעטס פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל, איך זאל האבן כח און קענען ווייטער ממשיך זיין.


א פרייליכן שבת און א ליכטיגער חנוכה.

#36 - חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט קומט חנוכה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב) אז חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (על הניסים): "וקבעו שמונת ימי חנוכה אלו להודות ולהלל".


זיי נישט קיין בטלן, נוץ אויס די חנוכה טעג מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן.


ווען דו צינדסט אן די הייליגע ליכט זאלסטו זיך מתבודד זיין ביי די ליכט; טראכט אריין די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. ביסט געווען ביז נישט לאנג צוריק א פלג גוף, א צעבראכענער בחור, קיינער האט נישט געוואוסט פון דיר, קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף דיר, יעצט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער.


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, "להודות ולהלל לשמך הגדול, על נסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך".


א ליכטיגן חנוכה.


 

#35 - א סדר פאר חנוכה
מקוה, תודה והודאה, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דא האסטו א סדר פאר חנוכה.


זע צו ענדיגן ארבעטן צייטליך, זאלסט קענען צינדן די ליכט אין צייט, גלייך נאך מעריב.


אז דו קענסט כאפן א טבילה פאר'ן צינדן - מה טוב ומה נעים.


בשעת'ן צינדן די מנורה קומט אראפ א גרויסע ליכטיגקייט, עס איז א גרויסע עת רצון, מען קען פועל'ן גרויסע ישועות. זינג די זמירות ביי די ליכט און זיי זיך מתבודד; דער עיקר זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס, נישט לאנג צוריק ביסטו געווען איינער אליין און היינט האסטו א שיינע משפחה, א טייערע ווייב מיט א ליכטיגער זון.


מיר פירן זיך אז מען טוט אן בגדי שבת ביים צינדן.


אינדערפרי זאלסטו זאגן הלל מיט חיות, מיט שמחה; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד, "מקימי מעפר דל" ער האט מיר אויפגעהויבן פון "אשפות", ביז ער האט מיר געברענגט "להושיבי עם נדיבים" - צום הייליגן רבי'ן.

#34 - דאנקט אויף יעדעס קינד באזונדער וועט איר זען גרויסע וואונדער
תודה והודאה, רפואה, רעדן

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


פארלירט אייך נישט, זארגט נישט; א שאד צו זארגן, דער אייבערשטער טוט אלעס, ער מאכט אלצדינג.


דערציילט נישט פאר קיינעם, עס פעלט נישט אויס צו רעדן; בכלל דארף מען מחנך זיין די שטוב, אלע קינדער - נישט צו רעדן איבריגע רייד, נישט שמועסן מיט חברים פריוואטע שטוב זאכן.


אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדעס קינד באזונדער וועט איר זען גרויסע וואונדער, עס וועט פלוצלונג קומען א רפואה שלימה, אלע וועלן זיין געזונט און שטארק.

#33 - שרייב ביים סוף פונעם תהלים ווען און וויפיל מאל דו האסט געענדיגט
תודה והודאה, תהלים, נסים

בעזרת ה' יתברך


            יום ב' פרשת תולדות, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אויב איר ווילט דער אייבערשטער זאל מאכן מיט ענק ניסים זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן מאכט דער אייבערשטער נאך און נאך ניסים.


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר און דיין מאן; איך קוק ענק זייער ארויף, ביי מיר זענט איר זייער חשוב.


ווען דו האסט אביסל צייט זאלסטו זאגן תהילים; פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהילים" און ווען דו ענדיגסט ספר תהילים זאלסטו דאס אויפשרייבן ביים לעצטן בלעטל - ווען דו האסט געענדיגט און דעם וויפילטן מאל.

#32 - נאר לויבן און דאנקען, און בעטן אויף ווייטער
קינדער, תודה והודאה, רפואה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין אזוי פרייליך פאר די גוטע נייעס, דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל אריבערגיין בנקל ובנחת, דיין ווייב זאלן האבן כח, אלעס זאל אנקומען גרינג.


יעצט בלייבט נאר איבער איין זאך, דו און דיין ווייב זאלן יעדן טאג דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט ענק און איר זאלט בעטן און בעטן אויף ווייטער.


כל זמן איר קענט דאס פארהוילן פון אנדערע - זאלט איר דאס באהאלטן, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


זיי זיך קובע צו לערנען פאר'ן דאווענען; קום אין בית המדרש לערנען, די גאנצע טאג איז אן אנדערע טאג ווען מען הייבט אן מיט תורה ותפילה.


 

#31 - א מענטש וואס לויבט און דאנקט, שפירט דעם גן עדן נאך אויף די וועלט
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דאנק דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיר דיר; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער כח באקומט מען.


יעצט בשעת דו ווארטסט למזל טוב דארפסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, דאס וועט דיר געבן כח, אלעס וועט זיין בנקל ובנחת.


וואויל איז דעם מענטש וואס לויבט און דאנקט, דער שפירט דעם גן עדן נאך אויף די וועלט.


 

#30 - דאנקטס דעם אייבערשטן אז איר האט זוכה געווען חתונה צו האבן
תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... און ... שיחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים וואס ער האט געטון מיט אייך; פאר נישט לאנג צי לאנג צוריק זענט איר געווען אזוי צעבראכן און פארלוירן. דו ביסט געווען א בחור און געווארט אויף א שידוך, און ... תחי' - ביסט געווען א פארלוירענע מיידל און געווארט אויף דיין שידוך, איר האט אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן, און יעצט אז איר ביידע טייערע האבן חתונה געהאט דארפט איר טאנצן פאר שמחה.


טאנצט אינאיינעם: "יודו לה' חסדו", "חסדי ה' כי לא תמנו", "טוב להודות לה'", "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו".


ווי מער איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן - אלץ מער וועט איר זען ישועות אין אייער לעבן.


איך האב ענק זייער ליב, איר זענט מיר איינגעקריצט אין הארץ.

#29 - יישר כח פאר'ן צושטעלן א שיינע סוכה פאר'ן בית המדרש
תודה והודאה, הכרת הטוב, בית המדרש, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן אזוי שיין ארויסהעלפן אין ישיבה מיט וואס עס פעלט זיך אויס.


א באזונדערע דאנק פאר'ן זארגן מיר זאלן האבן א שיינע סוכה; איך האב געהאט א הערליכע יום טוב מיט אנשי שלומינו, יעדע נאכט האבן מיר זיך מחזק געווען און געטאנצן לאנגע שעות אין די סוכה, אויך דאנק איך דיר פאר'ן אוועקלייגן די סוכה; וואס דו מאכסט און טוסט - טוסטו בשלימות, דו מאכסט נישט האלבוועגס, נאר מיט די גאנצע הארץ.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר; פאר א יאר צוריק האסטו נאכנישט גע'חלומ'ט אז דו וועסט האלטן ווי דו האלסט יעצט, ווי מער דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו באקומען נאך און נאך גוטס.


 

#28 - ווי מער מען דאנקט דעם באשעפער אלץ נענטער ווערט מען צו אים
תודה והודאה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר; ווי מער מען דאנקט דעם באשעפער אלץ נענטער ווערט מען צו אים, מען שפירט דעם זיסן טעם וואס מען שפירט אין גן עדן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא - לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז די זיסקייט פון עולם הבא, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


איך האף אז דו מאכסט אלע הכנות פאר אומאן, ווייל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיך די גרעניץ עפענען און מיר וועלן זיין ביים רבי'ן ראש השנה, פועל'ן ישועות פאר אונז און פאר אלע אידן.


טובל זיך יעדן טאג אין מקוה וועסטו מבטל זיין אלע דינים.

#27 - דאס לעבן אויף די וועלט איז געוואנדן אינעם מענטש
תודה והודאה, צרות, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


איר שרייבט: "מיין לעבן איז איין שטיק ליידן צרות" און איר פרעגט אויב אייער גאנצע לעבן וועט ווייטער זיין איין שטיק צרות; דאס ווענדט זיך אין אייך. עס ווענדט זיך ווי אזוי איר וועט נעמען אייער לעבן, ווי אזוי איר וועט קוקן אויפ'ן לעבן.


איך ווייס נישט צופיל פון אייער לעבן, אבער דאס וואס איר שרייבט, איר רעכנט אויס וואס איר האט געליטן - מיין איך אז איר זענט נישט גערעכט; דער אייבערשטער זאל אייך באהיטן פון ליידן, איר זאלט קיינמאל נישט וויסן וואס מיינט ליידן, וואס מיינט צרות.


וויסן זאלט איר, דאס לעבן אויף די וועלט איז געוואנדן אינעם מענטש; אז מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען חזר'ט אמונה, מען ווייסט אז 'אלעס וואס גייט אריבער איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער מאכט אלעס פאר מיין גוטס' - דעמאלט איז דאס לעבן זיס און געשמאק, אבער אז מען לעבט מיט טבע, מקרה און מזל - דעמאלט איז זייער ביטער.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט): "אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא אויף די וועלט איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער איז פול מיט יסורים". אפילו די גרויסע עשירים זענען פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג. שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן.


הייבטס אן קוקן אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. איר זענט געזונט און שטארק, איר זענט נישט אין שפיטאל; איר האט אלע אברים גאנץ, דאנקטס אים אויף אייערע אויגן, אייערע אויערן, נאז, מויל, הענט און פיס; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די ראשי תיבות פון עשי"ר: ע'ינים, ש'ינים, י'דים און ר'גלים, אז מען האט די אברים גאנץ איז מען רייך.


איך דערמאן זיך א מעשה וואס איך האב געהאט. איך בין געווען ביי א חתונה פון אן אייניקל פון מוהרא"ש און איך בין געווען זייער צעבראכן (דעמאלט זענען געווען מענטשן וואס האבן געזוכט צו רעדן צו מוהרא"ש קעגן די ישיבה וכו'), איך האב געטאנצן מיט אלעמען אבער אינעווייניג טיף אין מיין הארץ בין איך געווען זייער צעבראכן, פלוצלונג קומט אריין א איד אינעם רינג און כאפט מיר אן, איך וויל אים אנכאפן אבער איך טרעף נישט זיינע פינגער, איך דריי זיך אויס, איך קוק און איך זע אז עס איז נישטא קיין פינגער, נאר איין פינגער האט ער; איך האב געשפירט ווי איך קען עס נישט נעמען, איך האב געוואלט ארויסגיין פונעם רינג אבער איך האב אים נישט געוואלט פארשעמען. איך בין געבליבן ווייטער טאנצן און איך הייבן אן טראכטן: 'איין מינוט, וואס גייט פאר מיט מיר? פארוואס בין איך צעבראכן?! איך האב דאך מיינע צען פינגער'; איך האב געשפירט ווי דער אייבערשטער האט מיר געשיקט דעם מענטש מיר אויפצואוועקן פון שלאף, איך זאל אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן. אזוי האב איך געטון, איך האב אנגעהויבן טאנצן זייער פרייליך.


דאס זעלבע זאג איך אייך, איר האט חתונה געהאט און נאך אביסל האט איר שוין ליכטיגע קינדער; איר זענט געזונט און אייער מאן איז געזונט, "וואס פעלט אייך?" איין זאך פעלט אייך, איר זאלט אנהייבן קוקן אויף דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך; איר זאלט נעמען דעם תהילים און אנהייבן לויבן דעם אייבערשטן, זינגען די געזאנג וואס דוד המלך האט געזינגען ווען ער איז אריבער ביטערע שווערע צרות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - אז מ'דאנקט דעם אייבערשטן אויף די גוטס, ווערט גרינגער די שוועריקייטן
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת-בלק, ז' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר געשריבן אז איר מוטשעט זיך זייער פון ווען איר האט אנגעהויבן ווארטן וכו' און איר ליגט אין בעט שוין פאר לאנגע וואכן מיט שטארקע יסורים; ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


וויסן זאלט איר אז עס איז דא א וועג זיך גרינגער צו מאכן מען זאל נישט דארפן אזוי שטארק ליידן; אויב מען נעמט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי".


דער רבי געבט אונז א וועג פון טראכטן; מען זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט, דעמאלט ווערט גרינגער און מען קען דערטראגן פיל מער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה): דוד המלך איז אריבער זייער שווערע צרות אין לעבן; ער האט נישט געהאט קיין טראפ מנוחה אין זיין לעבן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות נה:): "כָּל שְׁנוֹתָיו שֶׁל דָוִד לֹא רָאָה חֲלוֹם טוֹב", דוד המלך האט אפילו נישט געהאט איין גוטע חלום אין זיין לעבן; דאך האט ער שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן. אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים א צרה האט ער געזוכט אין די צרה עפעס גוטס. ער האט געזינגען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר אז 'בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי'; איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


אזוי זאלט איר אויך טון, זוכטס אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך און דאנקטס אים אויף יעדן פרט ופרט; דאנקטס אים אז איר זענט חתונה געהאט און אז איר האט זוכה געווען צו א געטרייער מאן, א וואוילער מאן; דאנקטס אים אז איר ווארט א קינד, דאנקטס אים אז איר זענט געזונט קענענדיג זיין אין שטוב; נאכדעם זאלט איר בעטן שיינערהייט דעם אייבערשטן מיט רחמנות.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה, פון דעם וועט איר שוין אליינס קענען צולייגן אייערע אייגענע ווערטער פון הארץ:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן און פאר מיין געטרייער מאן, איך דאנק דיר אז איך בין געזונט און מיין מאן איז געזונט; איך דאנק דיר אז איך ווארט למזל טוב, איך בעט דיר זייער, העלף מיר אז איך זאל זיין אינגאנצן געזונט, עס איז מיר שווער צו ליגן אין בעט און זיך נישט אזוי גוט שפירן; הייליגער באשעפער, איך גלייב אז אלעס איז פאר אונזער טובה, איך נעם אן אלעס וואס דו ברענגסט מיר, איך האב נישט קיין שום קשיות און שאלות. איך בעט דיר, העלף מיר אז איך זאל אריבער גיין די חדשים פון ווארטן גרינגערהייט, איך זאל האבן גרינגערהייט און איך זאל האבן געזונטע קינדער, ערליכע דורות".


פרובירטס מיט אלע כוחות זיך פרייליך צו מאכן וועט דאס אייך אינגאנצן אויסהיילן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, נאר שמחה איז די רפואה פאר אלע קרענק".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - גיי אין א שטילע געסל און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל בעט איך דיר איבער אז איך האב דיר נישט גלייך צוריק געשריבן, עס איז מיר כמעט אוממעגליך צו ענטפערן גלייך אויף אלע צענדליגער בריוו וואס קומען אן טעגליך.


איך וועל שרייבן א בריוו פאר דיין ווייב, איר צו שטארקן און ענטפערן אירע פראגעס.


דיר בעט איך זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה; נעם אריין אמונה אין דיר וועט דיר גרינגער ווערן דיין לעבן. ווי מער מען חזר'ט זיך איין אז 'אלעס איז דער אייבערשטער, גארנישט קען צו מיר פאסירן נאר אז דער אייבערשטער הייסט; מיין געלט, מיין געזונט, מיינע קינדער, מיין ווייב, מיין אלעס - אלעס איז דער אייבערשטער', דעמאלט איז אלעס גרינגער.


פאלג די עצה פון רבי'ן און גיי אביסל שפאצירן; כאפ א שפאציר אליינס און שמועס מיט'ן אייבערשטן. גיי אין א שטילע געסל און שמועס זיך אויס דיין הארץ אויף אידיש, זאג פאר'ן אייבערשטן אלע דיינע ווייטאגן, דערצייל אים אלעס וואס שטערט דיר און פארשטייט זיך דער עיקר זאלסטו אים אנהייבן דאנקען אויף יעדע פרט אין דיין לעבן, וועסטו זען פלוצלינג א נייע וועלט פאר דיר, אלעס וועט ווערן גוט, אלעס וועט ווערן פיין; די צער וועט אוועק גיין.


שרייב מיר נאך; איך וועל פרובירן דיר צו ענטפערן פון היינט און ווייטער גלייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - נעם אן די מתנות פון אייבערשטן
פחדים, קינדער, תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב יעצט געהערט די גוטע נייעס, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח און אלעס זאל אריבערגיין גרינג.


האטס נישט מורא, איר וועט זיך קענען אן עצה געבן מיט די קינדער; איר האט א געטרייער מאן, ער וועט אייך העלפן איר זאלט זיך קענען אפרוען און איר זאלט האבן כח אויף ווייטער.


איר ווייסט וויפיל פרויען ווארטן אויף קינדער? איר ווייסט וויפיל פרויען וויינען און טוען אלע סגולות צו האבן נאך א קינד און נאך א קינד? און אייך האט דער אייבערשטער דאס געגעבן אזוי שנעל און יעצט האט איר שוין נאכאמאל גוטע נייעס, בעט איך אייך, נעמטס דאס אן אזוי ווי מען נעמט אן א שיינע מתנה.


איך האב גערעדט צו אייער מאן און איך וועל אים ווייטער מחזק זיין ער זאל אייך שטיין צו די האנט, ער זאל אייך העלפן; איך ווייס אז ער וועט אייך העלפן, ער איז א צדיק, ער איז מער ווי אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - ווען מ'דאנקט דעם אייבערשטן ווערט ברייט דער מח
תודה והודאה, שלום בית, הפצה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחקותי, כ' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יעצט ווען עס איז אריבער א יאר פון דיין חתונה דארפסטו זיך שטארקן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט דיר ביז אהער.


ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן ווערט אים זייער ברייט זיין מח, מען גייט ארויס פון אלע קטנות'ן, מען איז ממתיק אלע דינים און מען איז זוכה צו גרויסע ניסים.


זיי מכבד דיין ווייב תחי' וועסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן ובפרט אין פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", ווער עס איז מכבד די ווייב וועט ווערן רייך.


שטארק זיך אין הפצה; זיי ממשיך צו מאכן שיינע זאכן צו פארשפרייטן פאר נאך אידישע קינדער די עצות פון רבי'ן.


איך האב דיר זייער ליב.

#22 - אז מ'דאנקט דעם אייבערשטן, לעבט מען אין גן עדן
קינדער, תודה והודאה, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


צום אלעם ערשט א גרויסן יישר כח פאר די בעטן און קאוטש וואס דו האסט מיר געשאנקען א מתנה; דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן בכפלי כפליים.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; שטארקט אייך צוזאמען מיט די נסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט ענק. מאך זיך א קביעות צו טאנצן יעדן טאג אין שטוב מיט דיין משפחה ניגונים פון הודאה, ווי צום ביישפיל: "טוֹב ה' לַכֹּל וְרַחֲמָיו עַל כָּל מַעֲשָׂיו", אדער: "יוֹדוּ לַה' חַסְדּוֹ", אדער: "הַכֹּל יוֹדוּךָ"; ניגונים וואס שרייען אויס אז דער אייבערשטער איז גוט, אז דער אייבערשטער איז געלויבט.


ווי מער א מענטש לעבט מיט תודה והודאה, לעבט ער שוין יעצט אויף די וועלט אין "גן עדן", אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וִימֵי הוֹדָאָה זֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", ווער עס דאנקט דעם אייבערשטן שפירט דעם עולם הבא, "כִּי כָּל מַה שֶׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען אנערקענט אז אלעס איז דער אייבערשטער, "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", אלץ נענטער איז מען צו אים.


איך וויל אז דיין מצוה אין שטעטל זאל זיין הכנסת אורחים; יעדן שבת זאלסטו קוקן אין שול אויב עס איז דא געסט און זיי מסדר זיין ביי אנשי שלומינו זיי זאלן האבן וואו צו עסן, בפרט די בחורים וואס קומען מזמן לזמן זאלן האבן וואו צו עסן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו נאך קינדער.

#21 - זאלסטו שטענדיג געדענקען די חסדי השם יתברך
תודה והודאה, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


יעצט איז דא א אינגערמאן וואס פארט קיין ארץ ישראל, שיק איך דיר א בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "לְעוֹלָם אֲפִילוּ בַּעַל הַנֵּס אֵינוֹ מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער וואס האט נסים אנערקענט גארנישט די נס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים; איך האף אז דו ביסט יא מכיר דעם נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ער האט דיר גענומען פון וואו דו ביסט געווען וכו', - להושיבי עם נדיבים, עם נדיבי עמו; דו האסט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אזא אשת חיל, נאך אביסל ביסטו שוין א טאטעלע, זאלסטו שטענדיג געדענקען די חסדי השם יתברך, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


האסט מיר מחי' געווען מיט'ן שרייבן אז דו האסט ארויסגעטראגן פון שטוב אלע כלים וואס מען קען זען דערויף ווידיאו"ס און מאווי"ס; אז דו וועסט זיך ווייטער אזוי פירן וועסטו האבן זרע ברך ה'.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#20 - זוכה זיין צו נאך קינדער
קינדער, תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דארפסט גארנישט טון וכו'; דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף דיינע ליכטיגע קינדער, מער פון דעם דארפט איר גארנישט טון.


מאך פרייליך דיין ווייב און געב צדקה, וועסטו זוכה זיין צו נאך קינדער; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים?" וואס זאל מען טון צו האבן קינדער, "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", מען זאל געבן צדקה, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און פרייליך מאכן די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#19 - מיט אמונה איז אלעס גוט
תודה והודאה, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה אינעם אייבערשטן, וועט דיר דאס לעבן זיין זיס און האניג'דיג.


ווען א מענטש ווייסט קלאר אז אלעס אויף די וועלט טוט דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן – איז אים אלעס גוט; ער ווייסט אז אלעס איז לטובתו, אויך דאס אז מען פארשטייט נישט די טובה איז אויך דער אייבערשטער, דעמאלט איז גרינגער צו נעמען דאס שלעכטס.


געב א קוק דיינע ליכטיגע קינדער וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן און אזא טייערע מאן נרו יאיר, בלייבט דיר איבער נאר איין זאך: "תודה והודאה" – דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער.


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן פאר דיר און דיין מאן; דיין מאן העלפט מיר זייער אסאך, ער העלפט מיר מיט א געטריישאפט, אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#18 - דאנק דעם אייבערשטן אויף די ניסים ונפלאות פון די גאנצע יאר
תודה והודאה, ראש השנה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


נאך אזא יאר וואס איז אריבער אויף דיר, אזויפיל נסים ונפלאות וואס דו האסט געהאט; ביסט אפאר מאל געווען אין שפיטאל, געלעגן אויפ'ן טיש וואו מען האט דיר אפערירט, און יעצט ביסטו געזונט און שטארק.


יעצט ווען מיר שטייען נאכאמאל פאר ראש השנה ווען מען גייט אפשרייבן א נייע בלעטל, מי יחיה, מי בקיצו; וואונטש איך דיר א געזונטע יאר ברמ"ח איברים ושס"ה גידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפציען דיינע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט דיין אשת חיל און האבן א זיס ליכטיג יאר.


איך וואונדער זיך אויב דו גייסט נאך אן מיט דיינע לימודים אזוי ווי אמאל; דו פלעגסט מיר אלעמאל דערציילן דיינע סיומים מיט א שמייכל און א חיות, אבער עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך הער נישט פון דיינע סיומים. בכלל פלעגן מיר האבן אמאל מער שייכות, איך וואונדער זיך צי דו האסט געהאט חלישות הדעת פון מיר וכדומה, אדער פשוט איז אלעס גוט נאר איך פון מיין זייט בין איך מער פארנומען.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#17 - עס איז מיט גרויס חסדים
שמחה, תודה והודאה, צרות, רפואה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אם ירצה ה' מארגן פאר איך מיט אלע תלמידים קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה; איך וועל בעטן פאר אייך און פאר אייערע קינדער בפרטיות.


שטארקטס אייך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און ווייל מען איז נישט פרייליך.


פון איין זייט האט איר זייער א גרויסע צרה וכו', אבער ווען איר וועט קוקן און זוכן מיט א ברסלב'ע אויג וועט איר זען: "עס איז מיט גרויס חסדים"; איר ווייסט וואס פאר א שווער לעבן רבי נתן האט געהאט, מען האט אים גע'רודפ'ט זיין גאנץ לעבן - אפילו אין ברסלב האט מען אים גע'רודפ'ט, אויך האט ער געהאט צרות מיט אלע זיינע קינדער, מיט דעם אלעם פלעגט ער אלץ זאגן: "עס איז מיט גרויס חסדים", ער האט נאר געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן; נאר געזוכט צו מחזק זיין נאך א איד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#16 - דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט אין לעבן
צניעות, תודה והודאה, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער תלמידים ... נרו יאיר וזוגתך תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז אלעס איז אין ארדענונג ביי אייך.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך, די וואך האבן מיר אין די סדרה די פרשה פון ביכורים, די מצוה פון "הכרת הטוב", צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים זאגן אויף יעדע פרט אין לעבן: "יישר כח!" "יישר כח אייבערשטער! איך בין נישט קיין כפוי טובה".


וְ'אָמַרְתָּ לִ'פְנֵי י' אֱ'לֹהֶיךָ (דברים כו, יג); איך זאג פאר'ן אייבערשטן מיין גאנצע עבר פון וואו איך קום, וואס בין איך דען פאר מיר אליינס אן דעם צדיק? אלעס וואס איך האב איז נאר חסדים פונעם אייבערשטן, אז ער האט אונז געגעבן די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז און פאר אונזערע דורות.


בנוגע אייער ניכטע וכו'; עס איז דא א וועג פון זיך אנטון "נישט צניעות'דיג", נאכדעם איז דא אן ערגערע וועג, וואס דאס איז "פריצות'דיג"; אויב גייט זי אנגעטון "פריצות'דיג", דאן קען זי נישט איינשטיין ביי ענק, אבער אז זי גייט "נישט אזוי צניעות'דיג" דעמאלט איז כדאי איר צו מקרב זיין, דורכדעם וועט זי צוביסלעך שטייטעלעך צוריק קומען צו די וועג פונעם אייבערשטן.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה.

#15 - דורך התבודדות קען מען זיך שטענדיג באנייען
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער חבר ... נרו יאיר.


איך בענק זיך זייער צו דיר.


איך האף אז דו ביסט שטארק מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, עס איז ביי דיר פריש און ניי; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אלט טאר מען נישט זיין"; דורך התבודדות קען מען זיך שטענדיג באנייען, אז מען שמועסט אויס יעדן טאג מיט'ן אייבערשטן: 'ווי אזוי האב איך אויסגעזען פאר איך האב זיך דערוויסט פון רבי'ן', מען גייט איבער די גאנצע געשיכטע ווי אזוי מען האט געלעבט פאר מיר האבן זיך דערוויסט פון רבי'ן און וואס מען טוט יעצט אז מ'האט דעם רבי'ן – בלייבט די התקרבות שטענדיג פריש.


די וואך האבן מיר די פרשה פון ביכורים, די תורה זאגט (דברים כו, יא): "וְשָׂמַחְתָּ בְכָל הַטּוֹב", זאלסטו זיך פרייען מיט די גוטס, "אֲשֶׁ"ר נָתַ"ן", דא איז מרומז מוהרא"ש מיט רבי נתן, "לְ'ךָ י' אֱ'לֹקֶיךָ וּ'לְבֵיתֶךָ", - דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גוטס, וואס מיר האבן באקומען אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.


פון דיין חבר וואס האט דיר זייער ליב און בענקט זיך זייער.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#14 - דן זיין לכף זכות דעם שכן
תודה והודאה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר גערופן וכו', זי האט געוויינט און זיך אפגערעדט אויף וכו'.


איך בעט דיר זייער, זיי איר מחזק זי זאל נישט ווערן אויסער זיך פון וואס עס האט פאסירט, אז זי וועט קוקן מיט "רחמנות אויגן" אויף זיי וועט איר דאס נישט באדערן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח) אז ווען מען איז מהפך כעס צו רחמנות איז מען זוכה אראפצונעמען פון זיך אלעס שלעכטס און דער אייבערשטער געבט פאר דעם אסאך גוטס; זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב זי זאל נישט זיין בכעס אויף אייער שכן, זי זאל זיי דן זיין לכף זכות, קוקן אויף זיי מיט א גוטע אויג.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט אויסהערן דיין ווייב און איר מחזק זיין; פארגעס נישט די נס וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון און ער טוט ווייטער, דו ביסט געווען א "היימלאזער בחור", "אפגעריסן" און "אפגעשליסן", האסט גארנישט געהאט אויף די וועלט און יעצט האסטו א שיינע משפחה כן ירבו.


אזוי אויך זאלסטו זיך שטארקן צו מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות; זינג זמירות, דערצייל פאר דיינע קינדער שיינע מעשיות און זאלסט חס ושלום נישט שלאגן די קינדער שבת. שבת טאר מען נישט שרייען, שבת דארף מען זיין בשמחה – נאר טאנצן, נאר שפרינגען.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.