בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#162 - יישר כח פאר'ן העלפן פאר די פלעי, מיט תפלה קען מען זיך דערהאלטן
תפילה והתבודדות, מלמדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אהער שטעלן די פלעי אזוי שיין; געב איבער אויך א דאנק פאר דיין ווייב תחי' וואס זי האט אזוי געטריי געהאלפן אז אלעס זאל קלאפן.


עס איז געווען א קידוש השם צו זען ווי יונגע מיידלעך רעדן אזוי אפען פון אמונה; די גאנצע פארשטעלונג איז געווען געשטעלט אויף איין זאך: "אמונה, אמונה, און נאכאמאל אמונה".


מיינע משפחה מיטגלידער שתחיו זענען געווען ביי די פלעי, זיי זאגן אלע: "אזאנס האבן זיי נאך נישט געזען אין זייער לעבן". איך האב א שוועסטער וואס איז געקומען צו פארן פון לעיקוואד - א וועג פון צוויי שעה מיט צו האלטן די פלעי; אלע זאגן זיי אז זייער גאנצע לעבן איז דער רבי, זייער גאנצע התחזקות איז נאר דעם רבינ'ס דיבורים.


דעריבער וויל איך דיר שטארקן דו זאלסט מיר ווייטער העלפן; סיי מיט מלמדות, סיי מיט דעם וואס דו נעמסט צוזאם די קינדער ביי שלש סעודות צו זינגען מיט זיי צוזאמען און סיי מיט יעדע זאך וואס מען דארף נאר עפעס הילף שטייסטו מיר צו מיין האנט; בעט איך דיר דו זאלסט מיר ווייטער שטיין צו הילף.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך נישט אפשוואכן; נאר מיט תפילה קען מען זיך דערהאלטן, אזוי ווי מוהרא"ש טייטשט דעם מאמר חז"ל (ברכות כו:): "אֵין עֲמִידָה אֶלָּא תְּפִילָה"; זאגט מוהרא"ש, מען קען נישט בלייבן שטיין נאר מיט תפילה, דאס הייסט: "אֵין עֲמִידָה" - מען קען זיך נישט דערהאלטן, "אֶלָּא תְּפִילָה" - נאר מיט תפילה; אז מען איז מתפלל, מען מאכט התבודדות און מען געדענקט וואס דער רבי טוט מיט אונז, מען געדענקט ווי אזוי מען האט אויסגעזען אן דעם רבי'ן, דעמאלט קען מען זיך דערהאלטן.


איך האף אז דיין ווייב וועט ממשיך זיין קומענדיגע יאר צו זיין א לערערין פאר אונזערע קינדער; איך ווייס אז עס איז שווער, אוי ווי איך ווייס... איך טו דאס שוין כמעט פופצן יאר, איך זיץ מיט קינדער און בחורים, איך ווייס גאנץ גוט ווי שווער עס איז, אבער אז מען טראכט אריין זעט מען אז די גאנצע וועלט מוטשעט זיך, עס איז נישט דא בזה העולם א מענטש וואס זאל זיך נישט מוטשען, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן איז קורץ און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; דער איינציגסטער זאך וואס מען קען טון, אז מען נעמט דעם פלאג און מען טוט דערמיט גוטע זאכן, אז מען שטעלט אויף תלמידים און תלמידות, מען איז מחזק אידישע קינדער, וועט כאטש איבער בלייבן פון דעם פלאג גוטע זאכן; א צווייטער לייגט אריין זיין פלאג אין ביזנעס וכו', פון דעם וועט גארנישט איבערבלייבן.


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#161 - קומען צום שיעור גמרא, נישט רעדן ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אויף דיר אז דו קומסט נישט אינדערפרי לערנען דעם דף גמרא; מוהרא"ש זאגט: "אז מען לערנט א בלאט גמרא אינדערפרי, דאס איז דער חיות פונעם טאג, דאס ברענגט שפע אויפן מענטש, און דאס מאכט מען זאל זיין דבוק צום אייבערשטן".


איך האב דיר שוין געזאגט א לאנגע צייט צוריק אז אויב דו וועסט זיך מקבל זיין נישט צו שמועסן ביים דאווענען פון אנהייב ביזן סוף וועסטו האבן פרנסה בריווח; זעט אויס אז שמועסן ביים דאווענען איז דיר וויכטיגער ווי אהיים ברענגען ברויט פאר דיין ווייב און קינדער. זיי נישט נאריש, נעם זיך פאר פון היינט נישט צו רעדן ביים דאווענען וועסטו זען ווי דו וועסט האבן פרנסה בריווח.


איך ווארט דיר צו זען אינדערפרי ביי די גמרא שיעור.

#160 - מ'דארף אכטונג געבן אויפ'ן געזונט
צדקה, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש פיר הונדערט און צוואנציג דאללער; בזכות די צדקה זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים על ידי פלא עליון שהיא רחמים גדולים, און דו זאלסט זיין געזונט און שטארק.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אויף דיין געזונט! צוקער איז נישט קיין קינדער שפיל; אז דער דאקטער זאגט דיר אז דו דארפסט אכטונג געבן אויף דיין געזונט, דארפסטו דאס נעמען ערנסט אן חכמות. איך רעד צו דיר איין מאל און נאכאמאל, און איך זע אז דו כאפסט נישט אין וואסערע סכנה דו געפונסט זיך. מיר האבן א מצוה פונעם אייבערשטן צו היטן אויפן געזונט (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם".


א איד איז געקומען צום רבי'ן מזכיר זיין איינער פון זיין משפחה וואס איז געווען זייער קראנק לא עלינו, האט דער רבי אים געזאגט ער זאל זאגן שיר השירים, וְאָמַר: "שֶׁכָּל הָרְפוּאוֹת שֶׁבָּעוֹלָם כֻּלָּם כְּלוּלִים בְּשִׁיר הַשִּׁירִים", ווייל אלע רפואות פון דער וועלט ליגט אין שיר השירים, "וְכֵן הָיָה שֶׁתֵּכֶף הָיָה שִׁנּוּי לְהַחוֹלֶה וְחָזַר לְאֵיתָנוֹ", דער איד האט געפאלגט דעם רבי'ן און דער חולה האט געהאט א רפואה שלימה (שיחות הר"ן, סימן רמג).

#159 - אז מ'רייניגט דעם אייבערשטנ'ס הויז ווערט מען געבענטשט
הפצה, מוסדות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו העלפסט רייניגן די ישיבה און די חדר; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:) אז ווען דער ארון איז געווען אין שטוב פון עובד אדום פלעגט ער אויסקערן דעם פלאץ וואו דער ארון איז געשטאנען און אויפוואשן ארום דעם ארון, אויף דעם ארויף האט אים דער אייבערשטער געבענטשט, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-ב ו, יב): "וַיְבָרֶךְ ה' אֶת עֹבֵד אֱדֹם וְאֶת כָּל בֵּיתוֹ"; די זעלבע זאך איז ווען מען רייניגט א פלאץ וואו מען לערנט תורה, מען געבט אכטונג עס זאל זיין ריין און צוזאמגענומען, דורכדעם איז מען זוכה זיין צו ווערן געבענטשט פונעם אייבערשטן.


זיי ממשיך מיטן העלפן טיילן עסן פאר די קינדער אינדערפרי; יעדע זאך וואס מען העלפט פארן מוסד העלפט מען זיך אליין, יעדע זאך וואס מען איז משמש דעם רבי'ן איז א זכות פאר זיך און פאר די קומענדיגע דורות.


זע צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס זאגט תהילים וועט זוכה זיין תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד; תשובה איז נישט פאסטן און תשובה איז נישט סיגופים, תשובה איז צוריק קומען צום אייבערשטן; תשובה איז צו זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, איך הייב אן פון היינט צו גיין אין שול דאווענען. העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף מיין יצר הרע".


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך; בעט אים יעדע זאך וואס דו דארפסט, וועסטו אלעס באקומען. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז מיר האבן איין אדרעס פאר אלעס וואס מיר דארפן: "זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן".


איך הער צוריק פון דיין מלמד אז דו גייסט הפצה זייער פלייסיג; וואויל איז דיר אז דו ביסט מזכה אידישע קינדער זיי זאלן וויסן פונעם רבינ'ס עצות.


בזכות וואס דו ביסט עוסק אין הפצה וועסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


 


 

#158 - חבר'ן נאר מיט גוטע חבר'טעס, העלפן די עלטערן
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער: חבר'ט זיך נאר מיט ערליכע מיידלעך. לאזט אפ די מיידל, איר זענט נאך צו יונג צו מקרב זיין מיידלעך, זי וועט אייך שנעלער אראפ ברענגען ווי איר וועט איר אויפהייבן. א מיידל וואס שרייבט זיך מיט בחורים איז נישט קיין קלוגע מיידל, און זיכער אז זי דערציילט דאס פאר אנדערע חבר'טעס; דאס ווייזט אז זי איז נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין קליינע נאר; חבר'ט זיך נאר מיט מיידליך וואס רעדן איידל און פירן זיך איידל.


העלפט אייער מאמע; עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן אין שטוב די מאמע. נאך אביסל וועט איר חתונה האבן און איר וועט האבן קינדער, דעמאלט וועט איר אנהייבן אביסל צו פארשטיין וואס א מאמע איז, וואס א מאמע גייט אריבער מיט אירע קינדער ביז זי איז זוכה זיי צו ערציען; פיר און צוואנציג שעה א טאג איז זי פארנומען מיט די קינדער, זי קען נישט שלאפן ביינאכט ווייל די קינדער וועקן איר אויף, בייטאג איז זי פארנומען צו קאכן, באקן, רוימען, וואשן און וואס נישט; וואויל איז פאר קינדער וואס אנערקענען דאס גרויסקייט פון העלפן אין שטוב.


פאלגט מיר; זוכט נישט ארויס צו גיין ביינאכט מיט פרענדס פארברענגען וכו', ענדערש בלייבט אין שטוב העלפן אייער מאמע. איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זיי זענען מיר טיף איינגעקריצט אין הארץ.


זעט צו העלפן אין שטוב, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן שיינע ערליכע דורות.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג, און זיכער געדענקט צו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג.

#157 - ווען מ'העלפט מענטשן, דארף מען גרייט זיין צו ליידן
זיכוי הרבים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע מיינע געטרייע תלמידים וואס העלפן מיר אהערשטעלן דעם בנין אין אומאן, כל אחד בשמו הטוב יבורך.


אין די וואכעדיגע סדרה זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו (במדבר יא, טז): "וְלָקַחְתָּ אֹתָם" – ער זאל אויפנעמען די זיבעציג זקנים, זאגט רש"י אויפן פלאץ: "קָחֵם בִּדְבָרִים: 'אַשְׁרֵיכֶם שֶׁנִּתְמַנֵּיתֶם פַּרְנָסִים עַל בָּנָיו שֶׁל מָקוֹם!'", רעד צו זיי שיינע ווערטער, "וואויל איז ענק אז איר זענט זוכה צו משמש זיין דעם אייבערשטן!" זאגט ווייטער דער אייבערשטער (שם, יז): "וְנָשְׂאוּ אִתְּךָ", זאגט רש"י: "הִתְנָה עִמָּהֶם עַל מְנָת שֶׁיְּקַבְּלוּ עֲלֵיהֶם טֹרַח בָּנַי, שֶׁהֵם טַרְחָנִים וְסַרְבָנִים", נעם זיך אויס מיט זיי אז זיי זאלן וויסן אין וואס זיי גייען אריין, זיי זאלן וויסן אז זיי טוען דאס על מנת די אידן וועלן זיי מטריח זיין און ווידערשפעניגן אין זיי.


דאס גייט אן אין אלע דורות; ווען מען וויל העלפן אויפבויען מוסדות וכו' דארף מען וויסן אז מען קען נאר העלפן אויב מען איז גרייט על מנת להסקל, אז מען וועט צוריק כאפן שטיינער וכו'. ווען מען ארבעט לשם שמים דעמאלט האט מען נישט קיין חלישות הדעת וכו', אבער אויב האט מען אינזין די אייגענע אינטערעסן, דעמאלט ווערט מען גלייך צעבראכן וכו'.


דעריבער בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים, אז איר האט זיך אונטער גענומען מיר צו העלפן אין אומאן זאלט איר זיין זייער שטארק ביי זיך נישט צו ווערן צעבראכן ווען איינער זאגט א שלעכט ווארט וכו'.


עס איז באוואוסט וואס דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע קינדער ווען ער האט זיי געהייסן גיין נאך געלט: "איך בעט אייך איר זאלט נישט באקומען א שנאה אויף א איד וואס געבט נישט קיין צדקה"; דאס זעלבע בעט איך אייך: זעט עס זאל זיין אהבה צווישן אנשי שלומינו, בפרט צווישן אונז תלמידי היכל הקודש.


ווער עס איז עוסק מיט א רבים דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "באשעפער העלף מיר אז איך זאל קיינעם נישט וויי טון און קיינער זאל מיר נישט וויי טון; איך זאל נישט האבן פון קיינעם קיין חלישות הדעת און איך זאל נישט מאכן פאר קיינעם קיין חלישות הדעת".


איך דאנק אייך פארן מיר העלפן; דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט נחת פון אייערע קינדער און איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#156 - נאך די שוועריקייטן קומט גוטע צייטן
התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט האט ער מיר געשריבן אז ער איז שוין אנגעקומען קיין אמעריקע; קומענדיגע וואך וועלן זיין צוויי תלמידים אם ירצה ה' אין יבניאל, וועסטו זיי איבער געבן די אשר בנחל.


א גרויסן יישר כח, חזק ואמץ! הכל מה שעובר שם וכו', זה בשביל הבחירה והנסיון; זכור תזכור מה שרבינו אומר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): "כְּשֶׁבָּא לָאָדָם גַּדְלוּת, סִימָן שֶׁיָּבוֹא לוֹ צָרָה חַס וְשָׁלוֹם, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב (משלי טז, יח): "לִפְנֵי שֶׁבֶר גָּאוֹן", וְכֵן כְּשֶׁהוּא שָׁפָל, סִימָן שֶׁיָּבוֹא לְכָבוֹד גָּדוֹל, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב (שם טו, לג): "וְלִפְנֵי כָבוֹד עֲנָוָה"; וכמו כן מה שחזר מוהרא"ש כל הזמן, כתוב בתורה (בראשית א, ה): "וַיְהִי עֶרֶב",  ואחר כך "וַיְהִי בֹקֶר"; ומאי טעמא עיזי מסגן ברישא והדר אימרי? אמר ליה: כברייתו של עולם - דברישא חשוכא, והדר נהורא (שבת עז.).


והחלום שסיפר אדל לר' נתן שראה רבינו רוצה להכנס לבית המדרש וכו'.


שטארק דיך ברודער!

#155 - די גרעסטע זאך איז צו העלפן נאך א איד ווי שנעלער
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן אז דו האסט זיך אריין געלייגט צו מאכן עס-די קארדס פון דרשות און ניגונים פאר די מפיצים כדי צו מחזק זיין אידישע קינדער.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", ווער עס העלפט א צווייטן איד וועט געראטעוועט ווערן פון עבירות; עס ברענט א פייער, מענטשן ווערן פארברענט יעדע רגע, בחורים און מיידלעך גייען נעבעך אראפ פון אידישן וועג יעדע סקונדע; נאר דער הייליגער רבי קען זיי מחזק זיין און שטארקן זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן.


ווען א מענטש איז צעבראכן איז נישט דא קיין צייט צו ווארטן ביז ער טרעפט חיזוק ווייל ער קען אין איין מינוט ענדיגן זיין לעבן; מיר געפונען אין די גמרא (תענית כא.) אז דער הייליגער צדיק דער תנא נחום איש גמזו איז געווען בלינד און איז געלעגן אין בעט אן קיין הענט אן קיין פיס, האבן זיינע תלמידים אים געפרעגט: "רַבִּי, וְכִי מֵאַחַר שֶׁצַּדִּיק גָּמוּר אַתָּה, לָמָּה עָלְתָה לְךָ כָּך?!" רבי, פארוואס האט דאס פאסירט מיט אייך? האט ער זיי געענטפערט: "איך האב געבעטן דעם אייבערשטען אז דאס זאל פאסירן צו מיר", איך האב געבעטן דעם אייבערשטן: "עֵינַי שֶׁלֹא חָסוּ עַל עֵינֶיךָ - יִסּוֹמוּ", מיינע אויגן וואס האבן נישט רחמנות געהאט אויף די אויגן פון דעם ארימאן זאלן בלינד ווערן, "יָדַיי שֶׁלֹא חָסוּ עַל יָדֶיךָ - יִתְגַּדְּמוּ", מיינע הענט וואס האבן נישט רחמנות געהאט אויף די הענט פונעם ארימאן זאלן ווערן אפגעהאקט, "רַגְלַיי שֶׁלֹא חָסוּ עַל רַגְלֶיךָ - יִתְקַטְּעוּ", מיינע פוס וואס האבן נישט רחמנות געהאט אויף דעם ארימאנס פוס זאלן ווערן אפגעהאקט, "וְלֹא נִתְקָרְרָה דַּעְתִּי, עַד שֶׁאָמַרְתִּי כָּל גּוּפִי יְהֵא מָלֵא שְׁחִין", און איך האב זיך נישט בארואיגט ביז ווי לאנג איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז מיין גאנצע גוף זאל ווערן פול מיט קרעץ; ווייל איינמאל ווען איך בין געווען אונטערוועגנס האבנדיג מיט מיר דריי אייזלען אנגעפילט מיט עסן, טרינקען און אלע גוטע זאכן, האט מיר אפגעשטעלט אן ארימאן און געבעטן עסן, "אָמַרְתִּי לוֹ הַמְתֵּן, עַד שֶׁאֶפְרוֹק מִן הַחֲמוֹר", האב איך אים געזאגט ער זאל אויס ווארטן ווי לאנג איך וועל זיך מסדר זיין, "לֹא הִסְפַּקְתִּי לִפְרוֹק מִן הַחֲמוֹר עַד שֶׁיָּצְתָה נִשְׁמָתוֹ", דער ארימאן איז אבער געווען אזוי הונגעריג אז ער איז געשטארבן ווארטענדיג אויף עפעס עסן; זעט מען פון דעם אז ווען א מענטש דארף עסן און מען פארזוימט זיך קען יענער שטארבן.


כל שכן ווען עס קומט צו חיזוק; אויב מען האלט צוריק פון א מענטש חיזוק קען דער מענטש חס ושלום ענדיגן זיין לעבן. דעריבער לייג ארויף אויף יעדע דרשה א נאמען, די זעלבע נאמען אזוי ווי מען לייגט דאס ארויס אויף "קול ברסלב", אז יעדער איינער זאל קענען טרעפן חיזוק אויף דעם ענין וואס ער זוכט יעצט חיזוק. זייער גוט אז דו נעמסט דיין ווייב תחי' זי זאל דיר העלפן מיט הפצה; אין דעם זכות וועט איר האבן ליכטיגע קינדער בתורה ועבודה וגמילות חסדים.


גוט אז דו זאגסט מיר אז האברך ... נרו יאיר העלפט דיר; איך וועל אים אויך שרייבן אפאר חיזוק ווערטער. אונז דארפן מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געלאזט צוואה: "צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די גאנצע וועלט".


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די רענט פאר די חדשים פעברוערי און מארטש למספרם צוויי הונדערט און פערציג דאללער; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#154 - אנטשולדיגט זיך פאר'ן נישט קומען צו א שמחה
שמחה, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן אז זה הקטן גדול יהיה, כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט אנגעקומען נישט צום וואכט-נאכט און נישט צום ברית.


איך האב געוואלט קומען סיי צום וואכט-נאכט און סיי צום ברית; צום וואכט-נאכט בין איך נישט אנגעקומען, ווייל איך האב גערופן האברך מאור בנזרי נרו יאיר צו מיר פאר נאכטמאל; ער איז זיך מוסר נפש צו דרוקן די ספרים אין ארץ ישראל און ער דרוקט א יאר מיליאנען קונטרסים - בלי גוזמא. מיר האבן זיך מחזק געווען ווי גליקליך מיר זענען אז מוהרא"ש האט אונז איבער געלאזט א גרויסע ירושה צו דרוקן די ספרים, ביז דערווייל געב איך א קוק אויפן זייגער און עס איז חצות... ווען מען רעדט פון רבי'ן פארגעסט מען וואו מען געפונט זיך, מען קען רעדן פון רבי'ן א גאנצע נאכט, למעשה צופרי בין איך אויפגעשטאנען מיט א קאפ וויי און איך האב נישט געקענט קומען צום ברית.


איך וואונטש דיר מיט מיין גאנצע הארץ א ברכת מזל טוב פאר דיר און דיין ווייב תחי' וואס ביידע העלפט איר די מוסד אזוי געטריי; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו מגדל זיין אייערע קינדער און זוכה זיין צו זען פון זיי אידיש נחת, אמן.


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די רענט פאר די חדשים ... למספרם ...; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


איך בין זיכער אז דו לערנסט אודאי ווייטער דיינע שיעורים יעדן טאג; מקרא, משנה, גמרא און מדרש, דאס וועט בלייבן פון אונז אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#153 - א דאנק פאר'ן שיקן ספרים
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר די ספרים וואס דו שיקסט מיר; דו ביסט מיר מחי' מיט די חלקים אשר בנחל וואס דו שיקסט מיר.


עס דארף זיין יעצט אין יבניאל א תלמיד הישיבה, האברך ... נרו יאיר; דו קענסט עס אים איבער געבן. איך ווארט אויף יעדע פרישע חלק אשר בנחל וואס קומט ארויס, דאס איז מיין לעבן.


איך האב נעכטן געהאט א גרויסע גאסט פון יבניאל ביי מיר אין שטוב, האברך מאור בנזרי נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי' זיי זענען געקומען צו מיר אויף נאכטמאל; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די זכות וואס מיר האבן צו קענען דרוקן די ספרים פון מוהרא"ש. ער האט מיר דערציילט ווי אזוי עס ארבעט מיט די מפיצים אין יבניאל, אויך האט ער מיר דערציילט אז דו ביסט זייער שטארק אין הפצה - מבוקר עד הערב, אשריך ואשרי חלקך.


בעט פאר מיר ביים ציון: יואל בן ריצא רעכיל; איך זאל האבן כח און סייעתא דשמיא מיט די תלמידים און אין אלעס וואס מיר טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#152 - ארויסהעלפן אין די מוסדות
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פדיון נפש פאר דעם בנין אין אומאן; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר אלע דינים על ידי פלא עליון, זאלסט מיר מבשר זיין בקרוב גוטע בשורות.


איך וויל דיר בעטן א טובה; דער שליח חב"ד פון ... הרה"ג ר' ... שליט"א האט מיר געפרעגט צו מיר קענען נוצן בעטן, מאטראצן, טישן און בענקלעך, וכדומה, פאר די ישיבה אדער פארן קעמפ. ער האט געהאט א ישיבה, אבער יעצט איז עס פארמאכט, וויל ער מנדב זיין אלע חפיצים וואס איז אים געבליבן - פאר אונזער ישיבה. אויב דו קענסט שאפן א וועג עס צו ברענגען פון ... קיין ניו יארק, רעכן אויס אויב עס לוינט זיך צו דינגען א טראק וכו', אויב יא פארבינד זיך מיט אים.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות וואס דו האסט מיטן העלפן די מוסדות און העלפן פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך מענטשן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "גְּדוֹלָה שִׁמּוּשָׁהּ יוֹתֵר מִלִּמּוּדָהּ"; ווער רעדט נאך פון משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן. דאס דארף זיין אונזער גאנצע חיות, אז מיר קענען נאך א טאג זיין א שמש פארן רבי'ן.


געב איבער פאר דיין ווייב א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס זי העלפט די מוסד.

#151 - אכטונג געבן אויף די מיידלעך
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו געבסט אכטונג אויף דיינע קינדער זיי זאלן זיך פירן מיט יראת שמים - ובפרט אויף דיינע טעכטער. מיידלעך דארפן מער שמירה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, סימן ה): "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", א מיידל דארף מער שמירה ווי א אינגל; בפרט היינטיגע טעג וואס עס איז דא אסאך פריצות, דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער פון ווען זיי זענען נאך גאר קליין אז זיי זאלן זיך פירן מיט צניעות.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף דיינע פראגעס:


א) בנוגע צי א מיידל מעג פארן מיט א בייק (טו-ווילער); עס איז נישט קיין צניעות פאר א גרויסע מיידל צו פארן מיט א טו-ווילער און אויך נישט מיט קיין ראלער-בלעידס; ווי יונגער מען געוואוינט זיי צו זיך צו שפילן מיט די סארטן שפילערייען וואס געהערן צו זיי, אלץ ווייניגער קאפ וויי וועט מען האבן שפעטער וד"ל.


פארשטייט זיך אז מען קען נישט מחנך זיין מיט שרייען און שלאגן וכו', דאס מאכט נאר ערגער, דאס מאכט אז קינדער זאלן אנטלויפן פון שטוב השם ירחם; מען דארף שיין רעדן, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז די ווערטער גייען אריין אין הארץ.


דאס איז פשוט אז נאר ווען טאטע און מאמע זענען איינשטימיג איבער א נושא קען מען דאס פועל'ן, אבער אז דער טאטע זאגט יא און די מאמע זאגט ניין, אדער פארקערט - די טאטע זאגט ניין און די מאמע זאגט מען מעג יא, דעמאלט קען מען נישט פועל'ן ווייל די קינדער ווערן צעמישט.


דערפאר איז זייער וויכטיג אז עלטערן זאלן האבן א דעת תורה וועם זיי פרעגן זייערע ספיקות ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, ווייל עס איז דא כסדר שאלות בפרט ביי חינוך הבנים והבנות צי מען מעג דאס צי מען מעג יענץ; אזוי וועלן ביידע זיין מיטן זעלבע דעה, דעמאלט וועלן זיי קענען מצליח זיין מיט די קינדער.


ב) בנוגע אנטון פאר קינדער טייערע קליידער וכו'; עס איז זיכער בעסער זיי אנצוטון מיט נישט קיין טייערע קליידער. אפילו מען באקומט דאס פון א צווייטן בחנם איז אויך נישט כדי זיי צו צוגעוויינען צו גיין אנגעטון מיט טייערע קליידער.


ג) בנוגע דיין טאכטער וואס שפילט זיך מיטן שכנ'ס אינגל וכו'; דאס דארפסטו טון מיט גרויס חכמה, דו דארפסט איר שיין מסביר זיין אז זי זאל זיך שפילן מיט מיידלעך, ווייל מיידלעך שפילן מיט מיידלעך, און אינגלעך שפילן מיט אינגלעך. זאג איר: "יעצט ביסטו שוין א גרויסע מיידל זאלסטו שפילן מיט די מיידלעך, נאר קליינע קינדער שפילן זיך אינגלעך און מיידלעך, דו ביסט שוין גרויס וכו'".


שמועס דיך דורך מיט דיין ווייב תחי' ווי אזוי איר זאלט זיך באגיין מיט דעם; איין זאך בעט איך דיר: "טו עס נישט ווילד"; געדענק וואס דער רבי האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה א) ווען דער שני למלכות איז אנגעקומען צום שטאט וואו די בת מלך איז געווען, זאגט דער רבי: "ער איז געגאנגען צו א גביר וכו', ווייל מען דארף זיך דארטן פארזוימען, ווייל מען מוז זען מיט חכמה און שכל מען זאל איר ארויס נעמען (ווי אזוי ער האט איר ארויס גענומען האט דער רבי נישט דערציילט) אבער צום סוף האט ער איר ארויס גענומען, אמן סלה".


טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז אן תפילה נוצט נישט גארנישט; מען קען וויסן אלע עצות און אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן - קען מען גארנישט טון. מען דארף אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן ערליכע קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מוהרא"ש האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, זאגנדיג: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


דערפאר זאלסטו אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער, געזונטע קינדער און קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט.

#150 - ווי אזוי צו קויפן מתנות פאר קינדער
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און איך האב הנאה צו הערן אז די פרויען צוזאמקום בלאזט אריין אין אייך א פרישע חיות אנצוגיין ווייטער מיט די ווירטשאפט פון א אידישע מאמע; דער רבי האט דיבורים און התחזקות אויפצולעבן יעדן איינעם.


בנוגע צי עס איז גוט צו קויפן א קעמרע פאר א מיידל; עס איז נישט קיין פראבלעם אז א מיידל זאל האבן א קעמרע, נאר וואס יא, יעדע איבעריגע זאך וואס מען וויל געבן פאר א קינד דארף דער קינד דאס פארדינען און מען דארף דאס אויסנוצן צו העלפן דעם קינד אויסארבעטן זיינע שלעכטע מידות.


יעדער איינער ווערט געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן און די צייט אויסצוארבעטן די מידות איז ווען מען איז יונג, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא, רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶּבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז יונג.


עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער זיך אויסארבעטן זייערע שלעכטע מידות און איינע פון די וועגן צו העלפן א קינד אויסארבעטן די נישט גוטע מידות, איז דורך באלוינען; למשל אז דער קינד דארף א געוויסע זאך וואס איז נישט א זאך וואס מען מוז האבן, קען מען אים העלפן אויסארבעטן א געוויסע מידה און נאך א שטיק צייט וואס מען זעט ווי דער קינד פרובירט זיך צו שטארקן אויף דער מידה געבט מען אים די פארדינטע מתנה.


דער עיקר דארף מען האבן תפילה; אז איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע דורות זאלט איר בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף ערליכע דורות, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט דעמאלט איז א גרויסע עת רצון צו פועל'ן גרויסע ישועות, דאן זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט, אדער אין סיי וואסערע געלעגנהייט:


"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר מיין מאן און קינדער - פאר יעדן איינעם באזונדער; איך בעט דיר טאטע זיסער, געב מיר ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן נאר גיין אין די וועגן פון די תורה. די אינגלעך זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים יִרְאֵי אֱלֹקִים, און די מיידלעך זאלן אויסוואקסן ערליכע צניעות'דיגע פרויען וואס וועלן אויך אויפשטעלן הייליגע דורות.


הייליגער באשעפער! מיין גאנצע לעבן איז נאר צו טון דיין ווילן, מיין גאנצע שטרעבן איז נאר צו ערציען א דור פון קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך וואס וועלן זיין ערליכע אידן מאמינים בה'; זיי וועלן גיין אין די וועגן פון די תורה און זיין דבוק צו דיר און צו די צדיקים. העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי; זיי זאלן אלע חתונה האבן אינגערהייט און זיי זאלן אלע האבן א שיין לעבן.


אייבערשטער איך דארף גארנישט אין מיין לעבן - נאר ערליכע קינדער; איך געב אלעס אוועק אבי מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיין מאן ער זאל קענען ברענגען גרינג פרנסה, מיר זאלן זיך נישט דארפן מוטשען. געב אונז שפע, געב אונז שכל מיר זאלן איינעם דעם צווייטן מכבד זיין.


העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיין כבוד וועגן, בפרט רבינו נחמן בן פיגא און רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותם יגן עלינו.


רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך מיר ליכטיג און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן.


הייליגער באשעפער העלף מיר, בזכות דעם וואס איך גיב נאך און איך קריג מיך נישט זאלסטו מיר אויך נאך געבן און אויסהערן מיינע תפילות".

#149 - וואס טוט מען מיט א שווערע פרוי?
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר אוועק געשיקט נעכטן וכו'; איך האב געהאט זייער א שווערע טאג. אנגעהויבן פאריגע וואך דאנערשטאג האט די שטאט פארמאכט א חלק פונעם סקול, די אויבערשטע שטאק האט נישט קיין סי-או, ממילא לאזן זיי דאס נישט נוצן פאר קינדער וכו', אזוי אז מיר זענען יעצט פארנומען צו זוכן א פלאץ פאר די קינדער. בנוסף צו דעם איז געווען כמעט א שריפה ביי די עליוועטער; די ווייער האבן אנגעהויבן ברענען, עס האט אנגעהויבן קומען רויך און די פייער לעשער זענען געקומען און מיר האבן געדארפט ארויס טראגן אלע קינדער, אין אזא צייט דארפסטו אליינס פארשטיין אז עס איז נישט קיין צייט צו רעדן.


עס איז נישט גרינג צו פירן א מוסד, אבער אז מען קוקט אויף די אנדערע זייט וואס מען טוט אויף - לוינט זיך אלע שוועריקייטן אבי מחנך צו זיין קינדער מיט אמונה אינעם אייבערשטן.


איך זאג דיר נאכאמאל: "זיך גט'ן איז נישט קיין עצה"; בפרט אז דו האסט טייערע קינדער, ווי אזוי קענסטו דאס טון פאר זיי?! אז דו זאלסט נעמען א ביקס און זיי שיסן חס ושלום וועט זיי נישט זיין אזוי שלעכט ווי אויב דו גייסט זיך גט'ן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס קינדער גייען אריבער ווען עלטערן גט'ן זיך; די ערגסטע זאך וואס עלטערן קענען טון פאר זייערע קינדער איז זיך גט'ן השם ישמרינו.


די ניגון וואס דו זינגסט אז זי איז א שווערע פרוי וכו'; דאס איז די לעבן, אז מען האט נישט קיין געדולד קען זיך יעדע מענטש גט'ן כאטשיג צען מאל א טאג. זיי נישט נאריש זיך אפצורעדן כאילו דו האסט א שווערע פרוי, מען דארף זיך בלויז אביסל איינבייגן די גאוה, דורכדעם ווערט אלעס גוט; הלואי זאלסטו אויסהערן וואס איך זאג דיר.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר.

#148 - זיך גט'ן איז נישט די עצה
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג אייך נאכאמאל: "גט'ן איז נישט די עצה!" אז איר וועט נעמען א ביקס און שיסן אייערע קינדער וועט איר זיי נישט אזוי שלעכטס טון ווי אויב איר וועט זיך גט'ן.


עס איז זייער גרינג צו וויינען און שרייען וכו' און זיך מאכן פאר א רחמנות, אבער באמת פארשטיי איך אייער מאן פארוואס ער וויל נישט אהיים קומען וכו'; איר זענט זיך אליין שולדיג, איר פירט זיך נישט אויף ווי א ווייב דארף זיך אויפפירן. קיין איין מאן דארף נישט א פרוי א קריטיקירער; מיט דעם וואס איר שאפט אויף אים מאכט איר אז ער זאל פאלן וואו ער פאלט רחמנא לצלן, ער באקומט נישט אין שטוב וואס א מאן דארף וכו', גייט ער זוכן עבירות רחמנא לצלן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי סנהדרין כח:): ר' לוי האט גע'דרש'נט זעקס חדשים דעם פסוק (מלכים-א כא, כה): "רַק לֹא הָיָה כְאַחְאָב אֲשֶׁר הִתְמַכֵּר לַעֲשׂוֹת הָרַע בְּעֵינֵי ה'", עס איז נישט געווען אזא רשע ווי אחאב וואס האט געטון אזוי פיל שלעכטס אנטקעגן דעם אייבערשטן, "אָתָא לְגַבֵּי בְּלֵילְיָא אָמַר לֵיהּ מַה חָטִית לָך וּמַה סְרָחִית קֳדָמָך", איז אחאב אים געקומען אין חלום און געפרעגט: וואס ווילסטו פון מיר און וואס האסטו קעגן מיר אז דו דרש'נסט נאר די ערשטע חלק פונעם פסוק, "אִית לָך רֵישֵׁיהּ דִפְסִיקָא, וְלֵית לָך סוֹפֵיהּ, אֲשֶׁר הֵסַתָּה אֹתוֹ אִיזֶבֶל אִשְׁתּוֹ", קוק וואס שטייט אינעם סוף פונעם פסוק, אז מיין ווייב האט מיר אנגעהעצט צו טון עבירות, זיי מיר דן לכף זכות אז איך האב געהעאט א שלעכטע ווייב! "עָבַד דָּרַשׁ לֵיהּ שִׁיתָּא יַרְחִין לִשְׁבָח רַק לֹא הָיָה כְאַחְאָב אֲשֶׁר הֵסַתָּה אֹתוֹ אִיזֶבֶל אִשְׁתּוֹ", האט ר' לוי גע'דרש'נט נאך זעקס חדשים לשבח אויף אחאב און אים דן געווען לכף זכות.


פון דא זעט מען אז אפילו אחאב וואס ער איז פון די (סנהדרין צ.): "שְׁלֹשָׁה מְלָכִים וְאַרְבָּעָה הֶדְיוֹטוֹת שֶׁאֵין לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", איז דאס ווייל ער האט געהאט א ווייב וואס האט אים חרוב געמאכט.


זעט מען פון דעם די כח וואס א פרוי האט; אז איר וועט זיך טוישן דעמאלט קענט איר ערווארטן אז ער וועט זיך טוישן, אבער אז איר ווילט בלייבן ווי אזוי איר זענט זאג איך אייך שוין אז איר וועט ליידן אייער גאנץ לעבן.


זייטס נישט ברוגז ווי אזוי איך שרייב אייך, איך וויל נאר ראטעווען אייער שלום בית און ראטעווען אייערע קינדער.


אפשר איז כדאי איר זאלט רעדן מיט אן ערליכע פרוי זי זאל אייך מסביר זיין ווי אזוי מען רעדט צו א מאן, ווייל די וועג ווי אזוי איר פירט זיך אויף צו אייער מאן איז נישט אידיש.

#147 - א פרוי וואס שערט זיך די האר, וועט האבן אלע ישועות
צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


עש"ק פ' במדבר – ערב חג השבועות, ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר גייט זיך אפשערן די האר נאך אייער חתונה, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, איר וועט האבן וואוילע ערליכע קינדער און דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך אין שטוב; אזוי זאגט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי אין זוהר הקדוש (פרשת נשא, דף קכה): "א שטוב וואו מען זעט ארויס די האר פון די פרוי, ברענגט דאס אן ארעמקייט אין שטוב, און דאס איז גורם אז די קינדער זאלן נישט זיין ערליך", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן.


דער הייליגער דברי חיים זכותו יגן עלינו האט גע'חלש'ט ווען ער האט געהערט אז זיין טאכטער האט זיך נישט אפגעשארן איר האר נאך איר חתונה; וויפיל מען האט אים פראבירט צו דערוועקן האט ער זיך נישט דערוועקט, האט מען אים געזאגט אז זי גייט זיך אפשערן נאכדעם וואס זי פארט צו א צווייטע לאנד, ווייל דארט וואו זיי האבן געוואוינט האט מען נישט געטארט חתונה האבן, האבן זיי געטראכט אז מען וועט מאכן די חתונה שטילערהייט און די כלה וועט זיך נישט אפשערן איר האר ביז זי פארט אוועק צו א צווייטע לאנד, אבער דער צאנזער רב האט זיך פון דעם אויך נישט דערוועקט. למעשה ווען די כלה האט געזען ווי איר טאטע דער הייליגער צאנז'ער רב זכותו יגן עלינו דערוועקט זיך נישט איז זי אריין אין א צימער און זיך אליין אפגעשוירן איר האר, זי האט גענומען איר האר און דאס אריין געלייגט אין איר טאטעס הענט און געזאגט: "טאטע, איך האב מיך אפגעשוירן", הערנדיג דאס האט ער זיך גלייך אויפגעוועקט און צוריק געקומען צום באוואוסטזיין; ווייל די צדיקים האבן געזען וואסערע צרות דאס ברענגט אויפן מענטש, איז פון גרויס שרעק האט ער גע'חלש'ט.


דערפאר אז איר שרייבט מיר אז איר גייט זיך אפשערן מאכט איר מיר גרויס נחת, און מוהרא"ש האט גרויס נחת אויבן אין הימל צו זען ווי זיינע תלמידות פירן זיך הייליג און טייער.


זעט צו זאגן תהילים יעדן טאג; בעטס דעם אייבערשטער איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער און צו א שיינע לעבן.

#146 - שטארק זיך, דו וועסט טרעפן דיין שידוך
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


עש"ק פ' במדבר – ערב חג השבועות, ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די גאנצע זאך פון שידוכים איז א פארבארגענע זאך, עס איז פארהוילן פון אלעמען, דאס ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיטן באשעפער.


בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך; איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א הייליגע שטוב און א ערליכער שטוב. איר זאלט זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן נאר טון דעם אייבערשטנס ווילן.


דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו אלעס גוטס; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די איינציגסטע עצה סיי פאר א בחור און סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגער שידוך שנעל און גרינג".


יעצט יום טוב שבועות איז די יארצייט פון דוד המלך; זעט צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים און בשעת איר זאגט די קאפיטלעך תהילים זאלט איר זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, אים דאנקען אויף אלעס גוטס וואס ער טוט מיר אייך, און אויך בעטן אויף ווייטער אלעס וואס איר דארפט.


א פרייליכן יום טוב.

#145 - מיט א "תפלה צעטל" וועסטו געהאלפן ווערן
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר שטייען יעצט ערב יום טוב שבועות די יום טוב פון מתן תורה ווען משה רבינו איז ארויף אויפן בארג סיני נעמען די תורה פאר אונז אידן. דער אייבערשטער האט אים געזאגט ער זאל קודם גיין צו די פרויען און נאכדעם צו די מענער, אזוי ווי עס שטייט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; "בית יעקב" דאס מיינט מען די פרויען, און "בני ישראל" דאס זענען די מענער. לכאורה, פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל קודם רעדן צו די פרויען און ערשט נאכדעם צו מענער? ווייל פרויען האבן א שטערקערע אמונה ווי מענער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן - וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן – גלייבן; דערפאר האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל קודם רעדן צו די פרויען, ווייל די תורה קען מען נאר מקבל זיין אז מען האט א שטארקע אמונה.


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן אויף אידיש; איר זאלט זיך מאכן א תפילה צעטל וואו איר זאלט אראפ שרייבן אלעס וואס איר דארפט, אלעס וואס באדערט אייך און אלע נאטורן וואס איר דארפט פארעכטן. איר זאלט דאס פאר קיינעם נישט ווייזן, דאס זאל זיין צווישן אייך אינעם באשעפער; יעדן טאג זאלט איר ארויסנעמען דעם צעטל און בעטן דעם אייבערשטן, ביז איר וועט זען די ישועה. נאכדעם זאלט איר מאכן א סימן ביי יעדע זאך וואס איר זענט שוין געהאלפן געווארן; אזוי זאלט איר טון במשך אייער גאנצע לעבן, וועט איר זען מיט אייערע אויגן באשיינפערליך ווי ווייט מען קומט אן מיט תפילה.


וואויל איז אייך אז איר זאגט תהילים; אלע ישועות ליגן אין ספר תהילים.


נאך אביסל וועט איר טרעפן אייער שידוך.

#144 - לערן פלייסיג, און היט דיינע אויגן
בחור, לימוד התורה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי פלייסיג דו לערנסט; אויך האב איך הנאה דיר צו זען אין ישיבה לערנען.


אסאך מאל קום איך אריין פארטאגס אין ישיבה, די בית המדרש איז נאך ליידיג, און נאר דו זיצט און לערנסט; דאס איז מיין גרעסטע נחת און פרייד - צו זען ווי מיינע תלמידים לערנען די הייליגע תורה.


נעם דעם דף גמרא וואס מיר לערנען יעדן טאג און חזר דאס אפאר מאל איבער, אזוי וועט מקוים ווערן ביי דיר (פסחים נ.): "אַשְׁרֵי מִי שֶׁבָּא לְכַּאן וְתַּלְמוּדוֹ בְּיָדוֹ"; ווען מען וועט ענדיגן די מסכתא וועסטו האבן די מסכתא אין דיין האנט.


יעצט ווען מיר געפונען זיך אין די זומער טעג דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ווען מען גייט אין גאס; מען דארף זיך שטענדיג היטן די אויגן, אבער יעצט אין די זומער טעג זאלסטו מער אכטונג געבן ווען דו גייסט אין גאס נישט אויפצוהייבן דיינע אויגן. דו ביסט נאך א יונגער בחור, דו ביסט נאך ריין; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף דיינע ריינע אויגן וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


פאר דו גייסט ארויס אין גאס זאלסטו לייגן דיין האנט אויף די מזוזה און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער! העלף מיר איך זאל נישט נכשל ווערן מיט קיין איין שלעכטע קוק; געב מיר כח זיך צו היטן מיינע אויגן".


ווייז דעם בריוו פאר דיין ברודער ... נרו יאיר, זאג אים ער זאל מיר אויך שרייבן.

#143 - מ'דארף ארייננעמען נאך ארבייטער פאר די הדפסה
הפצה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחקותי, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע הנהלה פון "קרן הדפסה היכל הקודש" כל אחד בשמו הטוב יבורך


לויט ווי איך פארשטיי פון די מיטינג איז דער פראבלעם אז מען קען נישט נאכיאגן מיט די ארבעט; צוליב וואס עס פארמערן זיך מפיצים כן ירבו, און אויך אז מען דרוקט כסדר מער און מער קונטרסים, ספרים, גליונות און בריוו וכו'.


דערפאר דארפט איר אליינס פארשטיין אז כדאי מען זאל קענען נאכקומען מיט די ארבעט און די מפיצים זאלן האבן גענוג ספרים, קונטרסים און סידיס וכו', דארף מען אריין נעמען נאך בחורים און אינגעלייט צו צעטיילן די ארבעט פאר נאך מענטשן.


מען דארף צעטיילן די ארבעט פאר נאך חברים; מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה דארפן מיר זיך צעטיילן דערמיט.


איך מיין אז פון היינט אין ווייטער זאל מען אראפנעמען סיי דעם 'בית נצחי' און סיי 'עצתו אמונה' פון האברך ... נרו יאיר. אויך האב איך געשריבן פאר ... נרו יאיר ער זאל איבערנעמען די 'עס-די קארדס'; איך ווארט צו הערן פון אים צי ער נעמט זיך אונטער עס זאל זיין שטענדיג גרייט פאר די מפיצים 'עס-די קארדס' אנגעפילט מיט חיזוק, דרשות און ניגונום.


אויך די סידי'ס דארף מען איבערגעבן פאר א צווייטן, אזוי וועט מען קענען אנקומען מיט די ארבעט.


אפשר איז כדאי דאס צו מודיע זיין פאר אלע תלמידי היכל הקודש; ווייל עס זענען דא אינגעלייט וואס וואלטן גערן גענומען אויף זיך צו העלפן בגוף, בממון ובטירחה, נאר קיינער ווייסט פשוט נישט ווי שטארק מען מוטשעט זיך וכו'. עס וואלטן זיכער געקומען אינגעלייט און בחורים העלפן מיט וואס זיי קענען נאר כדאי צו פארשפרייטן דעם רבי'ן אויף דער וועלט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט מחשיב זיין אלע מפיצים; א מפיץ איז ביי אונז קודש קדשים און מען קען זיך נישט ווארפן מיט זיי. גענוג וואס זיי גייען אריבער בזיונות פון מענטשן וואס זענען מזלזל אין זיי; מענטשן האלטן זיך אונטער מיט מפיצים, מענטשן מיינען אז א מפיץ האט נישט קיין בלוט.


על כל פנים, מיר דארפן זען אז די מפיצים זאלן זיין צופרידן ביים באשטעלן ספרים און ביים קויפן ספרים. עס איז נישט געפערליך צו מאכן שעות ווען צו קויפן ספרים, ווייל דאס פארשטייט יעדער איינער אז מען קען נישט עפענען דעם בית הדפוס שפעט ביינאכט ווען א מפיץ דערמאנט זיך אז ער דארף ספרים, מען דארף מאכן שעות ווען מען קען קויפן ספרים, אבער דאס דארף צו גיין מיט דרך ארץ און מיט ליבשאפט.


מיר זענען שלוחים פון מוהרא"ש און מיר זענען ממשיך וואס מוהרא"ש האט געטון ביי זיין לעבן, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיגט חזר'ן, מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) אז רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בן יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינע רמז, א'נ'ן' איז די ראשי תיבות "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


מיר דארפן מקיים זיין וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס עס וועט זיין צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און זיכער נישט די וואס זענען עוסק אין הפצה.


איך בעט אייך מיינע טייערע תלמידים, הנהלת קרן הדפסה היכל הקודש כל אחד בשמו הטוב יבורך: מען זאל זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט צו א מפיץ; אפילו עס איז שווער, יעדער מפיץ פארלאנגט עפעס אנדערש וכו', דאך זאל מען וויסן אז איינער וואס גייט ארויס אויף הפצה דער איז מער פון א צווייטן. ווען איך קוק אויף מיינע תלמידים זענען אלע פון זיי זייער חשוב און טייער ביי מיר, אבער ווען איך זע א בחור אדער אינגערמאן גייט ארויס פון זיין וועג, ער פארשעמט זיך פאר א צווייטן איד, ער שוויצט פאר א צווייטן איד - דער איז אן ענין אחר לגמרי.


מען דארף געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך - אזוי דארף מען זיך פירן מיט אים; א מפיץ וואס גייט פרייטאג נאכמיטאג ארום אין שולן לייגן גליונות מיט איין כוונה, צו מחי' זיין אידישע קינדער, בשעת ער וואלט אויך געקענט יעצט זיצן אין שטוב עסן קיגל און פערפעל, אדער זיצן אין שטוב און טועם זיין פון יעדן מאכל צי עס איז גרייט פאר שבת, ער איז אבער מוותר דערויף און אנשטאט דעם קלעטערט ער אין היצן און אין קעלט פאר אנדערע אידן; דארף מען רעדן מער מיט שעצונג צו אים.


בנוגע צי מען זאל לייגן די ספרים אין געשעפטן וכו'; איך וועל אייך דערציילן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן. פאר זיבן יאר צוריק האט מען אנגעהויבן דרוקן אין ישיבה "אשר בנחל" אין אידיש, איז געגאנגען האברך ... נרו יאיר און דאס אריין געגעבן ביי עטליכע ספרים געשעפטן. נאכדעם איז ער געגאנגען פרעגן מוהרא"ש צי דאס איז א גוטע זאך, האט אים מוהרא"ש געזאגט אזוי: "אונזער זאך איז נישט אין קיין געשעפטן; אונזער זאך איז ביי די טירן, אין די שולן, אין געשעפטן אדער אויפן גאס, אונזער זאך איז מיד ליד, ווי לאנג מען וועט פארקויפן אין די געשעפטן הונדערט ספרים וועט גיין אין די זעלבע צייט ביי די טירן וכו' מיליאנען ספרים"; אז איר ווילט זיך דאס איבערצייגן גייט אריבער צו ... ספרים געשעפט, וואס ער האט א שאנק מיט ברסלב'ע ספרים, וועט איר זען ווי דארט ליגן דריי בענדער "אשר בנחל" וואס מען האט געדרוקט פאר זיבן יאר צוריק מיט די ווייכע דעקלעך, עס ליגט נאך אויפן זעלבן פלאץ וואו מען האט עס אריין געשטעלט; א גאנצע שמיטה איז שוין אריבער זינט דעמאלט, און אין די זעלבע צייט האט מען שוין פארשפרייט הונדערטער טויזנטער ספרי "אשר בנחל".


דאס זעלבע זאג איך אייך: אונזער זאך איז צוצושטעלן ספרים, קונטרסים און סידיס פאר מפיצים וואס גייען אין די הייזער, שול'ן, געשעפטן און אויפן גאס; יעדער איינער איז בארעכטיגט צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס זאך אויף וואסערע אופן ער וויל, און מיר דארפן זיך האלטן ווייטער אויף דעם וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעשטעלט.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן איר זאלט האבן די ריכטיגע דעת צו וויסן וואס איר טוט, איר זאלט געדענקען וועמען איר זענט משמש, איר זאלט האבן די זכיה צו קענען בלייבן שמשים פארן רבי'ן און איר זאלט האבן די כח (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", נישט צעבראכן ווערן וכו'.


איך וועל רעדן צו האברך ... נרו יאיר ער זאל ענדיגן אויסשטעלן יעדע וואך דעם קונטרס "עצתו אמונה" עס זאל זיין גרייט צו דרוקן, כדי עס זאל זיין גרינגער פאר די הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע ענינים.

#142 - ביי מחלוקת פארלירן אלע זייטן
מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו דעם כלל אין לעבן: "ווען דו זעסט צוויי מענטשן קריגן זיך, לייג נישט אריין דיין קאפ צווישן זיי, ווייל דו וועסט נאכדעם ליידן פון ביידע און דו וועסט זיין שולדיג פאר אלעמען".


שלמה המלך זאגט (משלי כו, יז): "מַחֲזִיק בְּאָזְנֵי כָלֶב עֹבֵר, מִתְעַבֵּר עַל רִיב לֹּא לוֹ", ווען א מענטש מישט זיך אריין אין א פרעמדע מחלוקת איז ער צוגעגליכן צו איינער וואס כאפט אן א הינט ביי זיינע אויערן; דו פארשטייסט אליין אז ווען איינער דערנענטערט זיך צו א הונט און ציט אים זיינע אויערן וועט ער כאפן א ביס פונעם הונט, אזוי אויך אויב דו וועסט זיך אריינמישן אין די מחלוקה וועט נאכדעם די גאנצע מחלוקה פאלן אויף דיר.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות נו.): רבא איז געזיצן אין בית המדרש, פלוצלינג האט ער געהערט א געשריי, צוויי בלינדע מענטשן האבן זיך געקריגט, איז רבא צוגעגאנגען און אפגעטיילט איינער פונעם צווייטן, האבן זיי זיך גענומען שלאגן רבא; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט כדאי צו זיין פארמישט אין א קריגעריי. געדענק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז א קלוגער מענטש.


מיט דעם וואס דו וועסט זיך פירן ווי עס דארף צו זיין וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן, דו וועסט זיי צוגעבן יארן צום לעבן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים - רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער היילן אויס די עלטערן; לאז אפ דיינע געשוויסטער וכו' וועט דיר דער אייבערשטער העלפן אז דו וועסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.


זע צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים; אלע ישועות ליגן אין תהילים, ווער עס זאגט תהילים ווערט זיין אמונה שטארק. עס ליגט א גרויסע קדושה אין די ווערטער פון תהילים, און ווען מען זאגט תהילים איז אזוי ווי דוד המלך האט דאס געזאגט.


וואויל איז דעם מענטש וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות, ער טרינקט אפאר קאפיטלעך תהילים יעדן טאג (שיחות הר"ן, סימן כג); וועט אים גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#141 - יום הולדת פון מוהרא"ש, ביי קברי צדיקים ווערט מען געהאלפן
קברי צדיקים, צדיקים, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז זייער א גרויסער טאג, עס איז היינט דער יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


ביי אידן מאכט מען נישט קיין עסק פון א יום הולדת; די איינציגסטע מאל וואס מיר געפונען אין די תורה וועגן א יום הולדת איז ביי פרעה, אזוי ווי עס שטייט (בראשית מ, כ): "יוֹם הֻלֶּדֶת אֶת פַּרְעֹה"; דעריבער מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין יום הולדת, דאס איז ביי סתם מענטשן; אבער ביי צדיקים וואס האבן געטוישט די וועלט צום גוטן מאכט מען יא אן עסק פון זייער יום הולדת. מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים אז מען האט זוכה געווען צו האבן א צדיק וואס זאל אונז ברענגען צו תורה, תפילה און מעשים טובים.


וויפיל מיר זאלן נאר רעדן פון מוהרא"ש איז דאס ווי א טראפל וואסער אינעם גרויסן ים; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער, ער האט נאר געוואלט אז נאך א איד זאל זיין נאנט צום אייבערשטן, און איז שטענדיג ארום געגאנגען מיט א רצון צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן.


איך בין היינט פארטאגס געווען ביים ציון פון האדמו"ר מליובאוויטש זכותו יגן עלינו און פון זיין שווער דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי דער ריי"ץ זכותו יגן עלינו וואו איך האב אסאך געדאוונט פאר דיר; איך האף אז דו וועסט בקרוב זען גרויסע ניסים אין דיין לעבן.


איך וואלט דיר גע'עצה'ט זאלסט אויך אזוי טון; גיי צו קברי צדיקים מתפלל זיין, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא עוֹשֶֹה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכַך", ווען מען גייט מתפלל זיין ביי קברי צדיקים העלפט דער אייבערשטער, אפילו דער מענטש איז נישט ראוי מען זאל אים ענטפערן; עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט זיך אריבער צו כאפן קיין קווינס צום ציון פון אדמור"י ליובאוויטש זכותם יגן עלינו, פארטאגס נעמט דאס א קנאפע פינף און צוואנציג מינוט. אדער כאפ זיך אריבער קיין מאנרא צום ציון פון סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו - וועסטו זיכער זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.


איין זאך בעט איך דיר: פארליר זיך נישט און געב נישט אויף; זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס פאר דיר, טראכט נישט אנטקעגן די אמונה. אנשטאט דו זאלסט זיך אויפעסן א גאנצן טאג צוליב דיין צרה און זוכן וועם צו באשולדיגן אין דיין פראבלעם; איין מינוט באשולדיגסטו זיך אליינס; די קומענדיגע מינוט באשולדיגסטו דיין ווייב, א מינוט נאכדעם באשולדיגסטו דיין שדכן וכו'; ענדערש נוץ אויס די צייט צו חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#140 - אויב מ'נעמט נישט אן די קינדער, מוז מען אליין עפענען נאך מוסדות
מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיין ביזנעס, בזכות די צדקה וואס דו האסט געגעבן.


איך האב נעכטן געהערט אז דו האסט געוואלט איינשרייבן דיין טאכטער אין ... פארן זומער, און זיי האבן דיר געזאגט אז זיי נעמען נישט אן קיין קינדער פון ברסלב; אפילו דיין מיידל איז אינגאנצן צוויי יאר אלט.


קודם האט מיר דאס זייער וויי געטון און איך האב נישט געהאט קיין מנוחה דערפון; איך האב געמאכט התבודדות: "רבונו של עולם, וואס זענען מיר אזוי אפגע'פסל'ט? פארוואס זאלן מיר זיין אזוי פארשעמט? פארוואס זאל מען נישט אנעמען א קליין קינד פון צוויי יאר אלט אין דעי קעמפ פארן זומער ווייל זי גייט אין בית פיגא?"


איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט ווערן צעבראכן דערפון; קוק זיך אן, דו האסט געלערנט ביי זיי אין ישיבה און דו ביסט געווען דארט פון די גרויסע לומדים, ווי וואלסטו היינט געווען ווען דו טרעפסט נישט דעם הייליגן רבי'ן? וואס וואלט דיר יענער מפורסם געקענט העלפן? דו ביסט א אינגערמאן וואס דארף לויפן ארבעטן מבוקר עד ערב צו קענען שפייזן דיין משפחה, ווען נישט דעם דרך הלימוד וואלסטו געלערנט א אידיש ווארט? ווען נישט דעם רבינ'ס התחזקות ווי אזוי זיך צו פירן מיט א שווער און שוויגער, מיט טאטע מאמע, ווי אזוי זיך צו פירן מיט א ווייב, ווי וואלסטו געשטאנען היינט?! טאנץ פאר שמחה אז דו ווייסט פונעם הייליגן רבי'ן.


די גאנצע מחלוקת אויף ברסלב איז ליידער מעשה בעל דבר; דער ס"מ האט זייער מורא פונעם רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז ווי נאר א מענטש ווערט געוואויר פון רבי'ן, א מענטש הייבט אן הערן דעם רבינ'ס עצות און חיזוקים - איז אויס וועלט; אלע וועלן אפלאזן זייערע נארישקייטן און אלע וועלן זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


דער רבי האט א וועג פאר יעדן איינציגסטן איד צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי האט א שפראך צו אלע געפאלענע נשמות; דאס איז די סיבה פארוואס דער ס"מ האט זיך אזוי פארלייגט אויפן רבי'ן.


ר' נתן איז אמאל אריין געקומען צום רבי'ן און געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק, דער רבי האט זיך אנגערופן צו ר' נתן: "אזאנס אויס צו טראכטן אויף מיר, אזאנע לשון הרע'ס וואס מען דערציילט אויף מיר רחמנא לצלן?" ר' נתן האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער רבי וויינט איז ער ארויס פון שטוב. האט ר' נתן שפעטער דערציילט: "דעמאלט האט איך נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט אזוי, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער זאגט?" אבער שפעטער ווען דער רבי איז אוועק פון דער וועלט און ער האט געוואלט אריין ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די וועלט און עס האט זיך אנגעהויבן א שרעקליכע התנגדות, מען האט אים גע'רודפ'ט מיט שרעקליכע רדיפות, האט ר' נתן דעמאלט געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט אזוי געוויינט, נישט ווייל יענער האט גערעדט אויף אים, נאר ווייל ער האט געזען אז דורך די מחלוקת און דורך די לשון הרע וואס מען רעדט אויף אים וועלן מענטשן נישט מקורב ווערן צו אים און עס וועט זיין זייער שווער אריין צו ברענגען אין מענטשן די ליכטיגע עצות".


יעצט זע איך א סימן פון הימל אז איך זאל בלייבן אויפן זומער מיט די חדר און מיידל סקול אין שטאט; הגם רוב משפחות פארן אוועק אין די קאנטרי און עס בלייבן אינגאנצן איבער אפאר משפחות, וועל איך זיך אבער אנשטרענגען צו בלייבן אפן אפילו פאר צוויי דריי משפחות; איך וועל אם ירצה ה' אויסארבעטן אז דיין טאכטער זאל קענען בלייבן לערנען זומער אין בית פיגא.


באמת איז די גאנצע מיידל סקול וואס מיר האבן צו פארדאנקען די ... מוסד; זיי האבן ארויסגעווארפן א מיידל ווייל איר ברידער לערנט ביי אונז אין ישיבה, דעמאלט האט מוהרא"ש מיר געשריבן א בריוו אז מיר זאלן עפענען א מיידל סקול.


פון בזיונות קען מען נישט אנטלויפן, אויב עס איז באשערט אריבערצוגיין שוועריקייטן דארף מען דאס אריבערגיין; וואויל איז דעם וואס זיינע בזיונות זענען פארן אייבערשטן, אונזערע בזיונות זענען אז מיר זענען ברסלב'ע חסידים.


איך געדענק ווען מען האט מיר ארויסגעווארפן פון ... ישיבה האט מיר מוהרא"ש מחזק געווען מיט די ווערטער: "אַשְׁרֶי שֶׁנִתְפַּסְתָּ עַל דִּבְרֵי תּוֹרָה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן וועגן גוטע זאכן, און מוהרא"ש האט מיר דערציילט: "יעצט האט מען ארויס געווארפן א מנהל פון א גרויסע ישיבה נאכדעם וואס מען האט אים געכאפט מיט עבירות; ער פלעגט נעמען יונגע ריינע בחורים און זיי באצוואונגען מיט עבירות רחמנא לצלן. ברוך השם אז דיר האט מען ארויסגעווארפן ווייל דו האסט מזכה געווען בחורים מיט לימוד משניות וכו'".


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער.

#139 - מ'מוז זיך שטארקן אין הדפסה און הפצה
הפצה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע הנהלה פון "קרן הדפסה היכל הקודש" כל אחד בשמו הטוב יבורך.


וואויל איז ענקער חלק אז איר זענט זוכה צו מקיים זיין בשלימות די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, מיר זאלן דרוקן און דרוקן זיינע ספרים.


מוהרא"ש שרייבט עטליכע מאל אין זיין צוואה אז ער איז מבטיח אז ווער עס וועט האבן א חלק אין דרוקן זיינע ספרים וועט זען גרויסע ניסים ביי זיין לעבן.


אזוי ווי עס פארמערט זיך די ארבעט אין בית הדפוס, און אין הקומץ משביע את הארי, ווייל געלויבט דעם אייבערשטן עס קומען צו מער און מער מפיצים און מען דארף זיי צושטעלן ספרים, קונטרסים, סידיס, גליונות, וכו' וכו', דארף מען זען וואס מען טוט ווייטער אז עס זאל זיך נישט אפשטעלן די הדפסה פאר קיין איין רגע, דעריבער וויל איך בעטן אויב איך קען האבן א מיטינג מיט אייך דעם קומענדיגן וואך.


איך ווארט אויף אן ענטפער.

#138 - ארויסהעלפן צוגרייטן די פלעי
חינוך הילדים, מוסדות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די מיידלעך פון סקול גייען אם ירצה ה' מאכן א פארשטעלונג נאך שבועות און מען דארף אנגרייטן פאר זיי די פראפס וכו'; וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן אז די פלעי זאל זיין מיט הצלחה. אלעס וואס מען דארף האבן פאר די פלעי זאלסטו זיי צושטעלן, אזוי וועסטו מיר גרינגער מאכן מיין ארבעט; איך וועל איבער געבן פאר די מנהלת אז אלעס וואס זי דארף פאר די פלעי זאל מען דיר רופן, און איך וועל דיר געבן געלט איינצוקויפן פאר די פלעי.


די מיידלעך גייען פארשטעלן איינע פון די מעשיות פון סיפורי מעשיות; די גאנצע כונה פונעם פלעי איז אז די קליינע קינדער, די גרויסע מיידלעך און אזוי אויך די עלטערן זאלן לעבן מיטן רבינ'ס מעשיות און זיי זאלן אויפוואקסן מיט די שכל פון רבי'ן.


פאריאר האב זיי פארגעשטעלט די מעשה פונעם "בעל תפילה" (מעשה יב), פאר צוויי יאר צוריק האבן זיי פארגעשטעלט די מעשה פונעם "חכם און תם" (מעשה ט), די מעשיות וועלן די קינדער שטענדיג געדענקען.


לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה; טאנץ מיט זיי: "אלעס איז דער אייבערשטער" און לייג אריין אין זיי יראת שמים.


יעצט איז זומער ווען עס איז אזוי שווער צו האבן שמירת עינים, דארפסטו אלס מלמד אסאך רעדן מיט זיי ווארעמע ווערטער וועגן דאס גרויסקייט פון זיך היטן די אויגן, און אז מען היט זיך די אויגן איז מען זוכה צו פארשטיין די הייליגע תורה און מען איז זוכה צו די ליכטיגקייט פון די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.