בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1086 - מען קען נישט צווינגען א ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך האב נישט געקענט ענדיגן רעדן מיט דיר נעכטן נאכן שיעור; איך בין געלאפן צו א משפחה שמחה.


מען קען נישט צווינגען א ווייב וכו'; אז דו ווילסט פועל'ן ביי דיין ווייב וכו' קענסטו איין זאך טון: "רעדן שיין", איין מאל און נאכמאל, און נאכמאל, מער פון דעם קען מען נישט.


מיט כח וועסטו נישט אנקומען, עס וועט נאר ווערן ערגער.


איך זע ווי דו וויינסט, איך האב זייער רחמנות אויף דיר; אבער איך מוז דיר זאגן אז דו האסט אויך אסאך זאכן אויף וואס צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אז דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט דיר וועט דער אייבערשטער דיר באגיסן מיט נאך חסדים. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: ווען א מענטש דאנקט שטענדיג דעם אייבערשטן; ווען מען פרעגט אים: "וואס מאכסטו?" "וואס הערט זיך?" ענטפערט ער: "ברוך השם, געלויבט דעם אייבערשטן", דאן זאגט דער אייבערשטער: "קוק אן דעם מענטש, ער האט גארנישט אין לעבן, און ער איז אזוי פרייליך און אזוי דאנקבאר; איך וועל אים ווייזן וואס מיינט גוט, און מען געבט אים א גוט לעבן".


פרעג איר אויב זי וויל קומען צוזאמען מיט דיר זיך דורך שמועסן ביים ראש ישיבה, אויב זי וויל וועל איך מאכן צייט און אויב זי וויל נישט וועט דער אייבערשטער דיר העלפן דורך א צווייטע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1085 - טאטי, ראטעווע מיר
קינדער, הפצה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב זיך מחי' געווען מיט דיין בריוו.


פון אלעס וואס דו שרייבסט מיר אינעם בריוו, פון דיינע שיעורים וכו' וכו' - האב איך דאס מערסטע הנאה פון דיין הפצה, אז דו פארשפרייסט פאר נאך אידן די זיסע עצות פון רבי'ן. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מזכה זיין נאך א איד צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראהביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראהביטש געענפערט: "ער לייגט אריין שטארקע כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י הקדוש נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראהביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים"; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.


נעכטן האב איך געהאט א משפחה חתונה, קומט צו צו מיר א איד און גיסט זיך אויס זיין הארץ, אז זיין זון איז אים פארפאלן געווארן, ער האט אפגעלאזט אלעס השם ישמרינו, בתוך הדברים דערציילט ער מיר אז עס איז אריבער א לאנגע צייט וואס ער האט נישט געוויסט וואו דער זון געפונט זיך, זיי זענען געווען צוקריגט פאר א לאנגע צייט, איין טאג באקומט ער א טעלעפאן רוף, זיין זון וויינט: "טאטי, ראטעווע מיר, איך בין ארום גענומען מיט פופצן פאליציי אפיצירן, רעד צו זיי"; עפעס האט ער זיך פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ. דער איד זאגט מיר: "עס איז אריין אין מיר אזא רחמנות, איך האב אים געהאלפן זיך ארויסדרייען פון דעם פלאנטער, איך האב אים געשיקט געלט וכו'"; דער איד זאגט מיר: "איך ווייס נישט וואס איז געשען מיט מיר, מיר זענען געווען אזוי צוקריגט, פלוצלינג ווען איך האב געהערט פון אים ווי ער וויינט "טאטי, ראטעווע מיר", האב איך באקומען אזא רחמנות אויף אים, אז איך האב פארגעסן פון זיינע שלעכטע מעשים".


פרעג איך דיר, שטעל זיך פאר דאס רחמנות וואס דער אייבערשטער האט אויף אונז; ווען מיר פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, א בחינה ווי מיר זענען צוקריגט, און פלוצלינג געבט דער איד א שריי: "טאטי, ראטעווע מיר", ווי דער אייבערשטער האט רחמנות אויף אונז, העלפט אונז און געבט אונז וואס מיר דארפן.


בעט איך דיר מיין טייערע ליבער ... נרו יאיר, שטארק זיך ווייטער מיט'ן פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן; די ספרים ברענגען אריין א האפענונג אין מענטשן וואס זענען שוין מייאוש און צעבראכן, ווען מען לערנט די ספרים און קונטרסים געבט מען זיך א דערמאן אז מען האט א טאטע און מען געבט א שריי: "טאטי, ראטעווע מיר", דעמאלט וועקט זיך אויף די רחמנות פונעם אייבערשטן און מען באקומט אלע גוטע זאכן.


עס פעלט נישט אויס זאלסט ברענגען קיין אמעריקא סידי'ס; דא אין ישיבה מאכט מען אליינס סידי'ס, דער עיקר זאלסטו דאס פארשפרייטן דארט וואו דו וואוינסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1084 - מאך זיכער אז אלע קאמפיוטערס זענען גוט געפילטערט
מוסדות, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.


איך האף אז דו שטייסט אויף דעם אז אלע קאמפיוטערס אין אפיס; סיי אין ישיבה, און סיי אין סקול זאלן זיין געפילטערט מיט א שטארקע פילטער און אויך די קאמפיוטער'ס אין שטעטל, אז די אלע וואס ארבעטן אין אפיס און די וואס ארבעטן מיט הדפסה זאלן נישט צוקומען אריין צו פאלן אין שלעכטע פלעצער השם ישמרינו.


וואס קען מען טון אז מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס? עס איז שוין דריי וואכן וואס זיי באקומען נישט זייער געהאלט.


איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מיר זאלן קענען באצאלן צייטליך; אויב איז דא עפעס מיט וואס איך קען דיר העלפן איינקאסירן די געלט בין איך גרייט צו טון, ווייל עס זענען דא מלמדים וואס האבן נישט אויף שבת.


א גוט שבת.

#1083 - אן עצה צו קענען איינשלאפן
חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ; אלע דיינע טיטשערס - סיי די אידישע טיטשערס און סיי די ענגלישע טיטשערס - זאגן אז דו ביסט א בעלת דרך ארץ.


נאר א מיידל וואס פירט זיך מיט דרך ארץ איז א ברסלב'ע מיידל, ווייל ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ די ערשטע זאך. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם".


אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט טון אז דו קענסט נישט איינשלאפן; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תלא): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִישֹׁן וְאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן", ווען מען וויל שלאפן און מען קען נישט איינשלאפן, "הָעֵצָה לָזֶה לְבַל לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ כָּל כַּךְ לִישֹׁן", איז די עצה מען זאל זיך נישט דרוקן איינצושלאפן, "כִּי כָּל מַה שֶׁמַכְרִיחַ עַצְמוֹ יוֹתֵר לִישֹׁן, מִתְגַבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר מְנִיעוֹת הַשֵּׁנָה", ווייל ווי מער מען דרוקט זיך איינצושלאפן אלץ מער קען מען נישט איינשלאפן, "וְעִנְיַן זֶה גַם בְּכָל הַדְבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם לִבְלִי לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ בְּיוֹתֵר", און אזוי איז מיט יעדע זאך וואס מען וויל טון, זאל מען זיך נישט דרוקן דוקא צו טון די זאך, "כִּי כָּל מַה שֶׁמַכְרִיחִין עַצְמוֹ בְּיוֹתֵר לְאֵיזֶה דָּבָר, מִתְגַבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר הַהֵפֶךְ דַּיְקָא", ווייל ווי מער מען דרוקט זיך צו טון די זאך אלץ מער גייט עס נישט.


זיי שטארק מיט דיין צניעות, שעם זיך נישט פון קיינעם; מיט דיין צניעות וועסטו זוכה זיין צו באקומען אן ערליכער חתן, א בחור מיט יראת שמים און גוטע מידות און קענען אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.

#1082 - אז מ'איז מקנא א צווייטן עסט מען זיך אויף לעבעדיגערהייט
קנאה, יענער, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך.


דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט דריי עקן, ער פלעגט דאס נעמען און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז; וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז; וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צוזאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריין געקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף די וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן. אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


קוק נישט אויף א צווייטן, דער אייבערשטער האט פון יעדן איינעם אן אנדערע נחת רוח, אז דו קומסט אן צו זאגן נאר אביסל תהילים, דו לערנסט שוין אזוי לאנג אין סקול און דו האסט נאר געענדיגט איין מאל ספר תהילים זאלסטו זיך מחי' זיין מיט די איין מאל תהילים; זאלסט זאגן וואס דער הייליגער תם האט געזאגט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך".


זאג אביסל תהילים; יעדעס ווארט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.

#1081 - ארייננעמען אין זיך אז קיינער קען מיר גארנישט טון
פחדים, שלאפן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר געפונען אז דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי האט מורא געהאט ביינאכט (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי), פלעגט ער זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁדַּי, יִתְלוֹנָן. אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹהַי אֶבְטַח בּוֹ", דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


דאס זאלסטו טון יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן, זאלסט ליינען קריאת שמע און אריין נעמען אין דיר אז קיינער קען דיר גארנישט טון; דער אייבערשטער היט דיר, דער אייבערשטער איז מיט דיר, וועסטו מער נישט מורא האבן פון קיינעם נישט.


פאר דו גייסט שלאפן זאלסטו אנגרייטן נעגל וואסער, און גלייך אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף זאלסטו אפגיסן נעגל וואסער וועט אוועק גיין אלע פחדים פון דיר.


וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש, וועסטו עס באקומען.

#1080 - זיך מוסר נפש זיין צו ליב האבן איינער דעם אנדערן
שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס וואוינען אין שטעטל הי"ו.


זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געקומען צו אייך אין שטעטל היינט אינדערפרי אזוי ווי געפלאנט; איך בין פארשלאפן, איך האב זיך דערוועקט אביסל שפעט.


איך האב זייער שטארק געוואלט זיין די וואך מיט ענק, מיטהאלטן די כולל בוקר, מיט האלטן די מנין שחרית און בעיקר זיין אין חדר און אין סקול, מחזק זיין די מלמדים און טיטשערס; איך האף דעם קומענדיגן וואך צו קומען גלייך אנהייב וואך.


שטארקט אייך און געבט אכטונג אויף א צווייטנ'ס כבוד, איר זאלט זיך מוסר נפש זיין צו ליב האבן איינער דעם אנדערן. האלט פאר אייערע אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט געשריבן אפאר טעג פאר'ן הסתלקות. מוהרא"ש האט דאס געשריבן אין שפיטאל ווען ער איז געווען זייער שוואך, דא האט איר דעם לשון וואס מוהרא"ש שרייבט דארט: "דָּבָר אֶחָד שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶתְכֶם בַּקָּשָׁה אַחֲרוֹנָה מֵחַיֵּי", איך בעט אייך די לעצטע בקשה פון מיין לעבן, "שֶׁתַּחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך נישט קריגן, "לָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶּׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת", מיין גאנצע ווילן איז אז עס זאל זיין שלום צווישן אנשי שלומינו, ווייל פון מחלוקת קומט ארויס נאר צרות. ביים סוף פון די בריוו שרייבט מוהרא"ש נאכאמאל: "הַחְזִיקוּ אֶת עַצְמְכֶם בְּיַחַד וְאַף פַּעַם לֹא לְהִתְעָרֵב בְּשׁוּם מַחְלוֹקֶת שֶׁרַק יֵשׁ בָּעוֹלָם", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און זיך קיינמאל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת וואס איז דא אויף די וועלט.


 אז איר וועט האלטן די ווערטער פאר אייך וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#1079 - ווי אזוי געראטעוועט צו ווערן פון פחדים ביינאכט
פחדים, שלאפן, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר געפונען אז דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי האט מורא געהאט ביינאכט (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי), פלעגט ער זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁדַּי, יִתְלוֹנָן. אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹהַי אֶבְטַח-בּוֹ", דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


דאס זאלסטו טון יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן, זאלסט ליינען קריאת שמע און אריין נעמען אין דיר אז קיינער קען דיר גארנישט טון; דער אייבערשטער היט דיר, דער אייבערשטער איז מיט דיר, וועסטו מער נישט מורא האבן פון קיינעם נישט.


פאר דו גייסט שלאפן זאלסטו אנגרייטן נעגל וואסער, און גלייך אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף זאלסטו אפגיסן נעגל וואסער וועט אוועק גיין אלע פחדים פון דיר.


בנוגע דעם נישט צניעות'דיגן בילד וואס דו האסט געזען און עס גייט דיר נישט ארויס פון קאפ וכו', מאך נישט קיין עסק דערפון וועט עס פון זיך אליינס אוועק גיין.


וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש.

#1078 - זאל מען מאכן חדר ווען ס'גייט א שניי?
חינוך הילדים, שטעטל, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראג צי מען זאל מאכן חדר אין שטעטל ווען עס גייט א שניי.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט מבטל זיין קיין איין איינציגסטע טאג פון חדר, אפילו מען וועט דיר בעטן הילף צו בויען דעם בית המקדש, זאלסט קומען מיט די קינדער העלפן שלעפן זאכן צום בית המקדש – זאלסטו נישט גיין (רמב"ם, פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב), נאר בלייבן מיט די קינדער לערנען די הייליגע תורה און זיכער ווען עס רעגנט, עס איז גליטשיג אדער עס שנייט זאלסטו מקיים זיין דעם (תהלים נה, טו): "בְּבֵית אֱלֹקִים נְהַלֵּךְ בְּרָגֶשׁ", רָגֶ"שׁ איז ראשי תיבות: ר'עגן, ג'ליטש, ש'ניי.


ביז דערווייל ווען מיר זענען נאכנישט מסודר מיט טראנספארטעישן, מיר האבן נאכנישט קיין באס און מען נעמט די קינדער מיט קארס – אויב עס גייט א שניי זאלט איר מודיע זיין פאר די עלטערן אז עס איז נישט דא קיין טראנספארטעישן, ווייל עס איז א גרויסע אחריות. נאר די עלטערן זאלן אליינס ברענגען די קינדער זייער פארזיכטיג, און מיט'ן אייבערשטנס הילף ווען מיר וועלן האבן א באס וועלן מיר קענען נעמען די קינדער, אפילו אין שווערע וועטערס.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; איך בין דיר מקנא אז דו זיצט מיט הייליגע קינדער, ריינע קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא וואס אין זייער זכות שטייט די וועלט, און בזכות וואס עס איז דא דעם (בראשית כז, כב): "הַקֹּל קוֹל יַעֲקֹב", מען הערט קינדער לערנען, זאגן חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה סה, כ): איז נישט דא קיין "יָדַיִם יְדֵי עֵשָׂו", האבן די אומות העולם נישט קיין שליטה.


פון דיין ראש ישיבה.

#1077 - האלט דיין ווייב חשוב און טייער
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האף אז דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט; אז דיין ווייב וועט שפירן אז זי איז חשוב ביי דיר וועט זי דיר לאזן גיין און קומען וכו', וכו'; אבער אז דו וועסט איר נישט דארפן, זי וועט שפירן ווי זי איז דאס לעצטע זאך ביי דיר, וועט זי נישט אפקויפן וואס אימער דו וועסט טון פאר איר. וויפיל דו וועסט נאר פרובירן איר צו העלפן וועט זי שפירן ווי דו טוסט דאס אלעס נאר מיט די כונה צו קענען אנטלויפן פון שטוב וכו'.


דערפאר בעט איך דיר זייער, לאז אלעס אפ; נעם דיר אריין אין קאפ דאס וואס איך זאג דיר: דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן מיט אן אשת חיל, מיט ליכטיגע קינדער - דארפן זיי זיין דאס ערשטע ביי דיר, דאס איז א זאך וואס מען דארף שפירן, מען קען דאס נישט מאכן וכו'. אז דו וועסט האלטן דיין ווייב חשוב און טייער וועט זי דאס גלייך שפירן, אז דו וועסט שמייכלען צו איר, דו וועסט רעדן שיינע ווערטער, איר באגיסן מיט גוטע הארציגע ווערטער, דעמאלט וועט זי גארנישט דארפן, דו וועסט קענען קומען און גיין וכו', וכו'.


איך בעט דיר זייער זאלסט ארבעטן אויף דעם; זאלסט שטענדיג געדענקען די חסדים פונעם אייבערשטן וואס ער האט דיר געגעבן א מתנה אן אשת חיל, וואס ציט אויף אן ערליכע שטוב.


אין שטוב לעש אויס דיין טעלעפאן, אפילו די כשר'ע טעלעפאן; זארג נישט, די וועלט וועט זיך אן עצה געבן אן דיר...


פון דיין ראש ישיבה.

#1076 - יישר כח פאר'ן מיר העלפן באצאלן די חובות
שידוכים, אמונה, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן באצאלן די חובות אין וואס איך בין אריינגעפאלן; איך דארף יעצט באצאלן ניינציג טויזנט דאללער, איך ווייס נישט פון וואו איך וועל עס באצאלן ווען עס איז הכיס ריק ואין בו.


מיין גאנצע נחמה איז "כי אליך עינינו", מיינע אויגן קוקן צום אייבערשטן; ווען איך קוק אויף צוריק זע איך אז עס איז א שאד צו זארגן, דער אייבערשטער וואס האט מיר געהאלפן ביז אהער וועט מיר זיכער העלפן ווייטער. אז דו וועסט זיין דער גוטער שליח וועסטו זוכה זיין, און איז נישט וועט א צווייטער זוכה זיין, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט מיר העלפן.


שטארק זיך, האב נישט מורא, דו וועסט טרעפן דיין זיווג. דער אייבערשטער ווארט צו הערן א תפלה פון דיר, ער וויל הערן דיין קול, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים ב, יד): "הַרְאִינִי אֶת מַרְאַיִךְ, הַשְׁמִיעִינִי אֶת קוֹלֵךְ כִּי קוֹלֵךְ עָרֵב וּמַרְאֵיךְ נָאוֶה", דיין קול איז זיס.


פאלג דעם רבי'ן; גיי אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט און בעט: "רבונו של עולם, איך וויל זיין א איד, איך וועל חתונה האבן און זיין אן אדם השלם"; זאג עס איבער אן א שיעור מאל.

#1075 - וויפיל מאל דו פאלסט נאר, הויב זיך צוריק אויף
קדושה, בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל בעט איך דיר זאלסט נישט זיין ברוגז אויף מיר אז עס נעמט אזוי לאנג ביז איך שרייב דיר צוריק אויף דיין בריוו, זיי מיר דן לכף זכות, איך בין זייער פארנומען, איך קום פשוט נישט אן צו ענטפערן אויף אלע בריוון.


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק זיך מיט אלע דיינע כחות נישט צו ווערן צעפאלן, אפילו דער יצר הרע האלט דיר אין איין אראפ ווארפן, ער ווארפט דיר אראפ אין פגם הברית, אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – איין מאל און נאכאמאל און אן א שיעור מאל, דאך זאלסטו צוריק קומען צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים.


מוהרא"ש שרייבט (ארך אפים פרק ד', סבלנות לבחור): עס איז דא א מלאך הקדוש "עזריאל" וואס ער איז געשטעלט אין הימל ארויפצוטראגן די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס וויינען און שרייען און בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין חתונה צו האבן און אזוי ארום ניצול ווערן פון עבירות. עס איז דא אין דעם גרויסע סודות וואס מען קען נישט אנטפלעקן, ווער דער מלאך איז און וואס זיין זאך איז (קוק עס נאך).


בעט איך דיר טייערער ליבער ..., זיי זיך נישט מייאש, הייב אן פונדאסניי, הייב אן נאכאמאל זיין אן ערליכער איד, און אפילו דו וועסט דארפן אנהייבן טויזנט מאל זאלסטו מאכן טויזנט התחלות, דער רבי האט דערציילט אז אין זיינע יונגע יארן האט ער געמאכט טויזנט התחלות אין איין טאג.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זיך יעדן טאג מתבודד זיין מיט דעם:


"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויפיל איך פרוביר צו זיין גוט ווער איך נאר מער און מער דערווייטער פון דיר. טאטע זיסער, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי ווייט פארקראכן פון דיר, העלף מיר איך זאל אפלאזן מיינע שלעכטע מעשים.


הייליגער באשעפער, איך האב א שטיקל לימוד זכות אויף מיר, נישט חס ושלום א תירוץ אויף וואס איך טו, נאר א שטיקל לימוד זכות. עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך און ריין ווילאנג איך בין אליין. איך וויל חתונה האבן, איך וויל א ווייב וואס זאל מיר אפהיטן פון שלעכטס, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אזוי לאנג אליינס, נישט אז דאס איז א תירוץ אויף מיינע מעשים. איך ווייס אז איך בין שולדיג, איך זאג דיר צו טאטע זיסער אז איך גיי מער נישט טון קיין שלעכטס, איך בעט דיר העלף מיר".


אזוי און נאך מער זאלסטו טענה'ן מיט'ן אייבערשטן, וועט קומען דער הייליגער מלאך און ארויף נעמען דיינע תפילות, און דו וועסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


דיין ראש ישיבה.

#1074 - ווי שעמט זיך נישט א איד צו רעדן צו אידן אנטקעגן די תורה
צניעות, צדיקים, שערן די האר, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


ניסי ניסים אז דו ביסט פטור געווארן פונעם מניוול פון מאנסי וואס האט גערעדט צו דיר און דיין מאן אנטקעגן די תורה, ער האט חוזק געמאכט פון זיך אפשערן די האר; ווי שעמט זיך נישט א איד צו רעדן צו אינגעלייט און ווייבער אנטקעגן די תורה, אנטקעגן די הייליגע זוהר.


דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס".


ווארף אוועק אלע פריצות'דיגע קליידער, טראג עס ארויס פון דיין שטוב און פון די שטאט וואו דו וואוינסט, ווייל אויף די אלע קליידער רוען די שדים ורוחות רעות וואס מאכן צרות פאר מענטשן, אזוי וועסטו פטור ווערן פון אלעם שלעכטס.


אז דו פאררופסט זיך ברסלב'ע חסידים, איר פאררופט זיך תלמידי היכל הקודש, וואס דארפט איר גיין צו אנדערע נעמען השקפות? איר האט דאך א ברונעם פון מים חיים, פיינע פרישע קוואל וואסער פונעם נַ'חַל נֹ'בֵעַ מְ'קוֹר חָ'כְמָה (משלי יח, ד) – דער הייליגער רבי וואס איז מרומז אין די ראשי תיבות פון דעם פסוק; וואס קוועלט אזעלכע שיינע עצות און חיזוק פאר'ן לעבן, וואס דארפסט נעמען (ירמיהו ב, יג): "לַחְצֹב לָהֶם בֹּארוֹת בֹּארֹת נִשְׁבָּרִים", אזוי ווי דער נביא קלאגט שוין, "אֹתִי עָזְבוּ, מְקוֹר מַיִם חַיִּים", איר האט מיר איבער געלאזט, פיינע וואסער, און איר זענט געגאנגען טרינקען פון שמוציגע וואסער.


מוהרא"ש פלעגט זאגן: "ווען ווערט א קעלבל קרעציג? ווען זי זייגט פון צוויי קוען"; אז איר זענט תלמידים פון מוהרא"ש, וואס גייט איר צו א טיפוש, א משוגע'נעם אין מאנסי וואס פארנארט מענטשן און רעדט אנטקעגן די תורה און אנטקעגן צדיקים.


 


 

#1073 - א פרייליכע אטמאספער צווישן די קינדער
שמחה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארקטס אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון זיין א טיטשער אין בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן די שכר פון לערנען מיט קינדער, זיי אויפצוען על דרך התורה.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן אסאך בריוון ווי אזוי צו פירן די ישיבה; שטענדיג האט מיר מוהרא"ש באטאנט די נקודה, אז איך זאל זען עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער צווישן די בחורים. ווייל שמחה איז די הצלחה; אז עס איז דא שמחה איז דא מוחין, עס עפנט די מח, אזוי קען מען מקבל זיין וואס מען לערנט.


דעריבער זאלט איר זען צו טאנצן יעדן טאג מיט די קינדער (מיט א באשטימטע צייט) און זיי כסדר געבן גוטע ווערטער, וועט איר האבן גרויס הצלחה.

#1072 - די גרויסקייט פון אוועק שטעלן א מנין אין רבינ'ס בית המדרש
חסידות ברסלב, בית המדרש, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דאווענען מיט מנין איז זייער גרויס און זייער וויכטיגע, אבער וויסן זאלסטו אז נאך גרעסער און נאך וויכטיגער איז אוועק שטעלן א מנין אין רבינ'ס בית המדרש.


אז דו וועסט זיין שטארק צו קומען יעדן טאג אינדערפרי מיט נאך אפאר חברים דאווענען אין צייט וועסטו זען אז ביז א קורצע צייט וועט איר האבן א גרויסע מנין, און דער זכות וועט זיין דיינס.


דעריבער, אז דו שטייסט אויף שפעט וכו', דעמאלט זאלסטו זוכן א מנין וכו', אבער אז דו ווילסט קובע זיין א מנין זאלסטו נישט קוקן אויף דעם וואס עס איז נישט דא פונקט מנין יעדן טאג, נאר שטיין ביים עמוד מיט אן עקשנות יעדן טאג אין צייט, וועסטו זען אז דו וועסט האבן גרויס מנין.


איך שרייב דיר דאס פון נסיון; איך בין דאס אריבער ווען מען האט אויפגעמאכט דעם בית המדרש אין וויליאמסבורג, מען האט זיך זייער געמוטשעט מיט מנין. דעמאלט האב איך אנגעהויבן דאווענען אין צייט אפילו אן מנין, יעדן שבת אינדערפרי אום ניין אזייגער בין איך געשטאנען ביים עמוד איינער אליינס ביז נשמת, אמאל ביז ברכו און אמאל ביז שמונה עשרה. ביז א קורצע צייט איז געווען א שיינע קביעות'דיגער מנין.

#1071 - קביעת עתים לתורה
שטעטל, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו ביסט קובע עתים לתורה, דו לערנסט פארטאגס אין כולל בוקר הלכות טהרה; טור בית יוסף און שלחן ערוך מיט אלע נושאי כלים. אויך לערנסטו ביינאכט גמרא, דו האלסט מיט דעם דף גמרא וואס מיר לערנען.


איך האף צו קומען באזוכן אין שטעטל לכל הפחות איינמאל א וואך, סיי ענק צו מחזק זיין און סיי איך זאל האבן חיזוק. ווען איך גיי צו אייך אין שטעטל ווער איך זייער איבערגענומען פון אייך, צו זען אזא שיינע חבורה טייערע משפחות וואס לעבן מיט די לימודים וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט – מיט אזא אחדות, מיט אזא ליבשאפט.


א גרוס פון דיין טאכטער; פאריגע וואך דאנערשטאג בין איך געווען אויף א באזוך אין חדר און אין סקול, וואס זאל איך דיר זאגן, מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיין שום מוסד אין די וועלט.


די קינדער וואקסן אויף על טהרת הקודש, זיי לעבן מיט אמונה. די מיידלעך זענען זייער צניעות'דיג, ממש ווי אזוי מוהרא"ש האט געוואלט.

#1070 - נישט דערציילן פאר'ן קינד לשון הרע אויף איר טאטע
קינדער, כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די הודעה.


עס טוט זייער וויי צו הערן אזעלכע שרעקליכע מעשיות; עס איז אזוי שרעקעדיג ווען מען הערט ווי מענטשן וואס שטעלן זיך אהער ווי שיינע מענטשן זאלן שטילערהייט טון אזעלכע רשעות השם ישמרינו. עס איז נישט דא וואס צו טון, מיר קענען נאר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם ביטערן גלות, עס זאל שוין זיין (ישעיהו יא, ט): "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים".


בנוגע דערציילן פאר'ן קינד; איר זאלט חס ושלום נישט דערציילן פאר'ן קינד אלע פאליטיק און לשון הרע אויף איר טאטע, וואס וועט איר האבן פון דעם אז זי וועט וויסן וואס דער טאטע האט געטון מיט איר מאמע עליה השלום? זי דארף אים דאך סיי ווי מכבד זיין, דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן מענטש אז ער מכבד זיין די עלטערן, אפילו די עלטערן פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין. איך פארשטיי אייך זייער גוט, איר שפירט ווי איר ווילט שרייען אין די גאסן מען זאל וויסן אז מען האט דא געפייניגט אן אומשולדיגע מענטש און מען האט איר אזוי דערביטערט ביז זי איז נעבעך אוועק פון די וועלט; אבער וואס וועט איר האבן ווען די קינדער וועלן דאס וויסן? עס וועט ארויס קומען פון דעם נאר עגמת נפש.


אז איר ווילט טון א טובה פאר אייער שוועסטער'ס נשמה זאלט איר נאר אויפבויען אירע קינדער; איר זאלט קיינמאל נישט רעדן צו זיי שלעכטס אויף א צווייטן און זיכער נישט אויף זייערע עלטערן, וועלן זיי אויפוואקסן ערליכע אידן און זיי וועלן מאכן א נחת רוח פאר זייער מאמע.

#1069 - לאז נישט די שלעכטע מחשבות פונעם יצר הרע דיר צעברעכן
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט דיר זייער, קלאפ זיך נישט אראפ; לאז נישט די שלעכטע מחשבות פונעם יצר הרע דיר צעברעכן. דו ביסט זייער א וואוילע פרוי, דו ביסט א גרויסע צדיקת.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפלה וואס איך האב דיר געשריבן; בעט אים יעדן טאג ער זאל דיר העלפן ארויסגיין פון די געוואוינהייט צו קוקן מאווי"ס וועסטו מיט די צייט פטור ווערן פון דעם.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט דיר געגעבן, א מתנה פון הימל, א טייערער מאן, רעד שיין צו אים און זיי אים מכבד. האלט טייער און חשוב דיין מאן, ווייל נישט יעדער איז זוכה צו אזא מאן, זאלסטו אים שעצן. און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו זען נחת ביי דיינע קינדער, דו וועסט זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


לייג אוועק אלע בריוון וואס איך שרייב דיר און פון צייט צו צייט זאלסטו דאס איבערגיין און זיך איבערפרישן דערמיט.

#1068 - סגולה קעגן "עין הרע"
סגולות, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענע מיידעלע! דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל אויסוואקסן א גרויסע צדיקת, זי זאל אריין ראטן אין דעם נאמען וואס זי האט; "פיגא", נאכ'ן רבינ'ס מאמע. און עס זאל זיך ציען הייליגע דורות פון איר.


מוהרא"ש שרייבט א סגולה קעגן "עין הרע", אז מען זאל אויסגיסן זאלץ ביים אריינגאנג פון שטוב; דאס נעמט אוועק די עין הרע פון אלע מענטשן אין שטוב.


זאג פאר דיין מאן נרו יאיר, ער זאל אויסגיסן זאלץ אינדרויסן פון שטוב, סיי ביי ענק אין שטוב און סיי ביי דיין מאמע'ס שטוב, דארט וואו דו רוסט זיך אפ וכו', וועסטו ניצול ווערן פון אלעם שלעכטס.


דאנק און לויב אן אויפהער דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קומען צו דיינע כחות און האבן כח ווייטער צו העלפן אין סקול בית פיגא און מיט הפצה.

#1067 - מ'דארף מאכן נאך סידי'ס פון ניגוני אמונה
ניגונים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


די מפיצים זאגן אז עס איז נישט דא מער קיין סידי'ס פון ניגוני אמונה, ניגוני תשובה, דרשות וכו', עס איז ממש א שאד מען זאל נישט מאכן נאך סידי'ס פאר "הפצה".


די סידי'ס זענען מחי' אידישע קינדער, און אפילו די אלע וואס נעמען נישט די קונטרסים און ספרים וכו', וועלן יא נעמען סידי'ס, ווייל א סידי פון ניגונים דארפן אלע.


בעט איך דיר זייער, נעם אפאר בחורים זאלן זיך איינטיילן דורכ'ן טאג צו מאכן קאפיס פון סידי'ס אז די מפיצים זאלן שטענדיג האבן מיט וואס צו גיין הפצה.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט, נישט יעדער איז זוכה צו האבן אזא זכות, עוסק צו זיין אין דרוקן ספרים וואס פארשפרייטן אמונה, מגלגלין זכות על ידי זכאי.


פון דיין ראש ישיבה.

#1066 - דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן דרוקן דעם ערשטן חלק "עצתו אמונה"
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן דרוקן דעם ערשטן חלק "עצתו אמונה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן גרויס שפע, זאלסט ווייטער האבן די זכות צו העלפן דרוקן אלע אנדערע חלקים.


דיין ראש ישיבה.

#1065 - סגולות וואס זאל העלפן פאר די ווייב
חיזוק פאר פרויען, סגולות, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע וואס מען קען טון אז עס קומט אן זייער נאנט די צייט פון דיין ווייב תחי' וכו'.


נעם די עצות פון רבי'ן, קוק אין ספר המדות (אות נדה, סימן א) וואו דער רבי זאגט: "אִשָּׁה שֶׁהִיא מְרֻבָּה בְּדָמִים", א פרוי וואס האט אסאך דמים, געבט דער רבי אסאך עצות.


איינע פון די עצות – זאגט דער רבי – "גַּם בַּעְלָהּ יִלְמַד מַסֶּכֶת נִדָּה", איר מאן זאל לערנען מסכת נדה.


יעצט האלטן מיר אינמיטן מסכת נדה, זאלסט לערנען יעדן טאג א בלאט כסדרן, וועט דער אייבערשטער דיר העלפן זי וועט צוריק באקומען איר סדר וכו', זי וועט האבן דעם סדר העולם וכו'.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב.


איר זענט ביי מיר זייער באליבט.

#1064 - פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס
שידוכים, שלום בית, חתן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע טייערע כלה ... תחי'.


מזל טוב פאר אייער שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט אהבה, אחוה, שלום וריעות. דער אייבערשטער זאל רוען צווישן אייך.


בנוגע אויב חתן כלה זאלן רעדן צווישן זיך; מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן צווישן זיך, און אז די עלטערן זענען נישט מסכים דארף מען דאס מאכן מיט חכמה וד"ל.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זאגן דאס פאלגענדע פאר אלע חתנים און כלות. די תורה זאגט (בראשית ב, כד): "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ וְדָבַק בְּאִשְׁתּוֹ", לכאורה איז שווער, ווי קען מען זאגן פאר חתן כלה זיי זאלן אפלאזן זייערע עלטערן ווען די גרעסטע מצוה איז כיבוד אב ואם?! חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצוה פון כיבוד אב ואם (ירושלמי פאה א, א): "חֲמוּרָה שֶׁבַּחֲמוּרוֹת", וואס איז פשט אז מען זאגט פאר חתן כלה: "לאזט אפ אייערע עלטערן?" נאר דאס מיינט מען צו זאגן מען זאל נישט אריין מישן די עלטערן אינעם לעבן.


א פאר-פאלק דארף וויסן: "עַל כֵּן יַעֲזָב אִישׁ אֶת אָבִיו וְאֶת אִמּוֹ" - מישט נישט אריין אייערע עלטערן אין ענקער לעבן און קיינמאל זיך נישט אפרעדן פאר זיי. אמת, זאכן דארפן זיך מסדר זיין וכו', אבער מישט נישט אריין די עלטערן און קרעכצט נישט צו זיי, פאר עלטערן דערציילט מען נאר גוטס און מען ברענגט זיי נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


 

#1063 - קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער טאכטער ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זאגן קרבנות הנשיאים וכו'; דער עיקר זאלסטו זאגן תהילים, ווען דו האסט איבעריגע צייט זאלסטו זאגן אביסל תהילים. דו דארפסט נאך נישט זאגן "מציאות הזיווג", יעצט זאלסטו זאגן תהילים. פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם גאנצן יום תהילים אזוי וועסטו ענדיגן יעדע וואך דעם גאנצן ספר תהילים, און אז דו קענסט נישט זאגן יעדן טאג דעם גאנצן יום תהילים זאלסטו זאגן אין א סדר וויפיל דו קענסט.


אז דו זעסט א מיידל איז שטיל, זי רעדט נישט מיט אנדערע און זי האט נישט מיט קיינעם - זאלסטו זיין איר חבר'טע, זאלסט רעדן מיט איר, שפאצירן מיט איר און גיין מיט איר. זאלסט שטענדיג זוכן וועם דו קענסט אויפלעבן, געב א שמייכל פאר יעדן איינעם.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק, כִּי הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", מחי' זיין א מענטש איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זייער א גרויסע זאך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפ'ן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. און ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער.


איך בעט דיר זייער זאלסט העלפן רייניגן די סקול; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן דעם רבי'ן, בפרט מיט'ן רייניגן די סקול, אן ארבעט וואס קיינער וויל נישט טון. בעט איך דיר זאלסט מיר העלפן מיט'ן רייניגן די סקול און זאלסט איבער געבן פאר די אנדערע מיידלעך וואס העלפן רייניגן אז זיי טוען זייער א הייליגע ארבעט. איך וויל זייער שטארק נישט האבן קיין גוים אין סקול, און דער לענדלער שרייט אז אויב עס וועט נישט זיין ריין וועלן מיר מוזן נעמען א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די מיידלעך.


יישר כח פאר'ן העלפן מאמי; מאמי זאגט מיר אלץ אז דו העלפסט איר ווי א מלאך פון הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1062 - פרויען צוזאמקום איבעראל וואו עס וואוינען אידן
חיזוק פאר פרויען, שאלות, דרשות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מזכה את הרבים; אייער זכות איז זייער גרויס מיט דעם וואס איר געבט זיך אפ יעדע חודש צו מאכן די פרויען צוזאמקום ביי אייך אין שטוב, מיט דעם מאכט איר ליכטיג פאר אזויפיל שטובער. די פרויען קומען אהיים פונעם צוזאמקום מיט פרישע כוחות הנפש אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט, זיין א גוטע ווייב און א רואיגע מאמע פאר די קינדער. דאס אלעס גייט אויף אייער זכות מיט דעם וואס איר שטרענגט זיך אן חודש'ליך צו מאכן די פרויען צוזאמקום.


מיר האבן אנגעהויבן פאר אפאר יאר צוריק צו מאכן אין וויליאמסבורג חודש'ליך א פרויען צוזאמקום; ווער האט עס געגלייבט אז היינט איז שוין דא איבער צען פלעצער אין די וועלט וואו פרויען קומען זיך צוזאם חודש'ליך. נעכטן איז געווען אין וויליאמסבורג, מאנרא, מאנסי, ליבערטי, זשערזי סיטי, ירושלים, בית שמש, צפת, ביתר און אויך אין ענגלאנד אין קענווי איילענד. און דאס איז נאך גארנישט, עס וועט נאך זיין אז אין יעדע פלאץ וואו אידן וואוינען וועט זיין א חודש'ליכע צוזאמקום פאר פרויען.


בנוגע די פרוי וואס רעדט צו אייך פריוואטע זאכן וכו'; איר קענט איר שיינערהייט ענטפערן: "די זאכן רעד איך נאר מיט מיין מאן און מיט מיין מורה דרך וכו'", אויב זי רופט אייך אן אויפהער און איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו', זאלט איר איר שיינערהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל זאכן, איך קען אייך געבן נומערן פון אנדערע וואס וועלן אייך קענען העלפן וכו'". עס קען זיין אז די פרוי האט זיך יעצט דערוויסט פון רבינ'ס וועג, זי איז איבערגענומען מיט פרייד זיך צו באקענען מיט ברסלב'ע פרויען און זי שפירט ווי זי וועט קענען באקומען אן עצה אויף וואס זי ליידט וכו', זי וויל רעדן מיט איינעם זאכן וואס ליגט איר אויפ'ן הארץ שוין פאר לאנגע יארן, דעריבער רופט זי אייך אן א שיעור מאל. אויב איר ווילט נישט רעדן מיט איר, אדער איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו' זאלט איר איר שיינעהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל פון ברסלב, איך קען אייך געבן נומערן מיט וועם צו רעדן איר זאלט קענען פרעגן אלע אייערע פראגעס".


מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק סבלנות לקרב רחוקים): "ווען איינער קומט צו דיר און בעט חיזוק און דו האסט נישט קיין דיבורים פאר יענעם, זאלסטו אים שיקן צו איינעם פון אנשי שלומינו וואס וועט יענעם קענען מחזק זיין און העלפן. נישט חס ושלום יענעם אוועק שיקן אן רעדן מיט יענעם, אדער אן געבן פאר יענעם אן אדרעסס וואו יענער וועט קענען רעדן מיט איינעם וואס וועט אים מחזק זיין".


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט די פרויען צוזאמקום יעדע חודש ביי אייך אין שטוב; מען וועט מפרסם זיין אויף די פרויען האטליין יעדעס מאל ווען עס איז דא א צוזאמקום, אזוי וועלן אלע פרויען וויסן וואו צו קומען נעמען אביסל פרישע לופט.