בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1061 - נישט ליינען קיין מאגאזינען
צדיקים, מאגאזינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אויף וואס דו שרייבסט מיר אז דו פאלגסט מוהרא"ש זכרונו לברכה, דו ליינסט נישט קיין שום מאגעזין, נישט קיין חילוק היימישע, נישט היימישע, אדער להבדיל גוי'שע; דו נעמסט עס נישט אריין אין דיינע הענט.


וואויל איז דעם וואס האט א צדיק און פאלגט אים מיט יעדע זאך, בפרט מיט זאכן וואס האט צו טון מיט יסודות אין לעבן, יסודות אין אידישקייט, און ליינט נישט קיין שום צייטונג און קיין שום מאגעזין; אזוי וועט ער זיין צוגעקלעבט זיין גאנץ לעבן צום אייבערשטן.


דורכאויס שבת ווען דו האסט צייט זאלסטו אדער זאגן תהילים, אדער ליין אשר בנחל, די שיינע בריוו וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן אונז צו מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1060 - זיי מחזק דיין מאן ער זאל קומען צו די שיעורים
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענטש אייך איר זאלט האבן א גוטע שלום בית, דער אייבערשטער זאל רוען ביי אייך אין שטוב.


דיין מאן נרו יאיר איז שוין זייער לאנג נישט געקומען צו די שיעורים, א שאד אז ער קומט נישט זיך מחזק זיין מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן, בפרט די עצות אין שלום בית; ווער עס נעמט די עצות פון רבי'ן דער לעבט א זיסע לעבן, א גן עדן לעבן.


זיי מחזק דיין מאן נרו יאיר ער זאל קומען צו די שיעורים; איך וועל אים מחזק זיין ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אייך. זאג אים אז איך האב געזאגט ער דארף נישט מורא האבן פון מיר, איך וועל אים זייער מקרב זיין.


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער, זיי זענען זייער וואויל אין חדר און אין סקול.

#1059 - פארוואס גייט דיר אלעס שווער?
צרות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט ווער דו ביסט, אבער עס קומט דיר אסאך קרעדיט אז דו האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן. מיט אלע דיינע שווערע מצבים וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאך אלץ אריבער טאג איין טאג אויס, מיט דעם אלעם האלסטו אזוי שיין דיין שטוב, דו בויסט דיין שטוב צוזאמען מיט דיין אשת חיל מיט דיינע זיבן קינדערלעך.


דאס וואס דו פארשטייסט נישט פארוואס אלעס גייט דיר אזוי שווער; דו שפירסט נישט ווי מען הערט אויס דיינע תפילות און געבעטן, דו שפירסט ווי מען שטופט דיר אוועק, דו טאפסט א וואנט וכו'; וויסן זאלסטו אז דער הייליגער רבי ענטפערט דיין פראגע, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען א מענטש וויל ווערן אן ערליכער איד, ער שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", אבער דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך, דעמאלט וועט ער אלעס אריבער גיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס זענען נאר פארהאן.


דאס איז דיין שיינקייט און דאס האט דער אייבערשטער ליב; דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך, ער גייט נישט אוועק פון די אמונה אזא איינער איז באליבט אויבן אין הימל.


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, לאז נישט אפ התבודדות; זיי ממשיך מיט דיינע תפילות ובקשות ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.

#1058 - ווען דאס קינד שמייכלט זיך אונטער, מיינט דאס נישט חוצפה
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', טיטשער אין בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א תלמידה שמייכלט זיך אונטער מיינט עס נישט חוצפה; עס איז זייער גרינג צו מאכן יעדע תלמידה פאר א מחוצפת, אבער ווען מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז אין רוב פעלער איז נישט קיין חוצפה, בפרט ווען א קינד שמייכלט זיך אונטער ווען די טיטשער שרייט וכדומה, מיינט עס רוב מאל נישט חוצפה. עס זענען דא קינדער וואס זייער ריעקשן איז אז אנשטאט וויינען שמייכלען זיי.


געדענק, קינדער זענען קינדער; מען דארף האבן צו זיי אסאך סבלנות און קוקן אויף זיי מיט א גוט אויג. ווען קינדערן שפירן די ליבשאפט פון זייער טיטשער וועלן זיי אלעס טון וואס די טיטשער זאגט.


דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט א תלמידה וואס כאפט שווער אויף די עברי, און בשעת דו האסט געהאט א נסיון פון א קלייד וואס איז נישט געווען אזוי צניעות'דיג האסטו שטילערהייט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער, איך טו נישט אן די קלייד וואס איז נישט אזוי צניעות'דיג ובזכות דעם זאלסטו העלפן מיין תלמידה זי זאל פארשטיין און אויפכאפן די עברי", און זייט די מעשה האט די תלמידה אנגעהויבן אויפכאפן גרינגער די עברי. די מעשה האט מיר זייער באנומען, צו זען ווי דו לעבסט מיט דיינע תלמידות, עס גייט דיר באמת אן אז זיי זאלן מצליח זיין און פארשטיין דאס לערנען, אז דו ביסט גרייט בייצושטיין נסיונות פאר זייער הצלחה.


איך פריי זיך צו האבן אזא טיטשער ביי אונז אינעם מוסד.

#1057 - אנצינגען פאר די קינדער נאר ערליכע טעיפס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


אזוי ווי דו האסט איבער גענומען די טרענספארטעישן פונעם מוסד, בעט איך דיר זייער זאלסט רעדן צו אלע דרייווערס זיי זאלן נישט אנצינדן קיין שום מוזיק נאר ערליכע היימישע זינגערס.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא, וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווער עס הערט ניגונים פון א נישט ערליכע זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, ווידער אויב הערט מען ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם. געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט איז דא סידי'ס פון ערליכע אידן, וואס זינגען חסידי'שע ווארימע ניגונים, דאס מעג מען אנצינדן פאר די קינדער.


אויך איז דא היינט אסאך מעשה טעיפס פון ערליכע מגידים ווי זיי דערציילן די פרשה אדער מעשיות פון נ"ך און פון חז"ל - דאס זאלסטו אנצינדן פאר די קינדער; קינדער זענען זייער ריין און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף זיי אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דאס בעסטע איז אז דו זאלסט אנגרייטן אויפ'ן באס און אין יעדע ווען א קאלעקשן פון ניגונים און מעשיות וואס נאר דאס קען מען אנצינדן בשעת מען טראגט און מען ברענגט די קינדער.


אין דעם זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין בקרוב צו ווערן א חתן, אויפשטעלן שיינע ליכטיגע דורות.

#1056 - מאך נישט קיין חובות, מאך פרייליך אין שטוב
שמחה, חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע נעמען אן הלואה וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות; נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וּמוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ אוֹ לִבְנֵי בֵּיתוֹ בְּמַלְבּוּשִׁים מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לְהַחֶנְוָנִי אוֹ לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך אליין ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן; אז דו דארפסט יעצט האבן פינף טויזנט דאללער זאלסטו נישט נעמען אן הלואה נאר זאלסט גיין נאך געלט וועסטו ביז אפאר טעג מאכן די גאנצע סכום.


בנוגע דיין קינד וואס קען נישט איינשלאפן וכו'; אסאך קינדער האבן דעם פראבלעם, בעיקר קלוגע שארפע קינדער האבן דעם פראבלעם ווען זייער מח לויפט אין מחשבות וכו'. זע אז דיין קינד זאל ליינען קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן, לערן אים אויס ער זאל קישן די מזוזה פאר'ן גיין אין בעט און בעטן ביי די מזוזה ער זאל האבן גוטע חלומות און גוטע מחשבות וועט ער קענען גוט איינשלאפן.


בנוגע דיין ווייב וכו'; דאס ווענדט זיך אין איר, א שאד זי זאל לעבן אונטער א מאסקע, א שאד זי זאל זיך פייניגן וכו'; זיי איר מחזק זי זאל אויסטון איר מאסק און אנהייבן לעבן נאטורליך אזוי ווי איר עכטע וועג איז. זי זאל נאר טראכטן פונעם אייבערשטן, נאר געפעלן פאר'ן אייבערשטן.


א שאד צו בלאפן און פאפן מענטשן ווען די מענטשן קענען גארנישט העלפן און גארנישט שלעכטס טון, אלעס איז דער אייבערשטער.


וועגן איר טאטע זכרונו לברכה; זי זאל מחנך זיין די קינדער על דרך התורה והיראה וועט דאס זיין לטובת נשמתו. אז זי האט אים מוחל געווען איז גוט, זי דארף נישט מורא האבן וכו'.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; זע עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, דאס איז דער עיקר, עס זאל זיין שמחה אין שטוב; דאס איז דיין ארבעט, ווען דו קומסט אהיים זאלסטו טאנצן מיט דיינע קינדער; צינד אן מוזיק און טאנץ ניגונים פון תודה והודאה צום אייבערשטן. אז עס איז דא שמחה אין שטוב דעמאלט האט מען הצלחה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶּׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶּה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך איז מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1055 - וועגן חברים, און פארשידענע הלכות
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


דו האסט נישט גוט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט ביי די שיעור. קודם כל א ראש ישיבה איז נישט קיין חבר, צווייטנס, מען מיינט נישט צו זאגן אז ווען מען ליידט פון אנדערע זאל מען נישט דערציילן פאר חברים, אודאי דארף מען דערציילן, נאר מען האט גערעדט אז אויב מען האט געטון נארישקייטן אינעם עבר איז נישט כדאי דאס צו דערציילן פאר אנדערע, ווייל שפעטער וועט יענער דיר באגראבן מיט דאס וואס מען האט פארציילט, אבער אז איינער רודפ'ט דיר דארפסטו דערציילן.


בנוגע שניידן די נעגל פון די פיס אויף א סדר; דאס וואס מיר זענען מקפיד ווען מען שערט די נעגל נישט צו שערן איינס נאכן צווייטן וכו', דאס איז נאר ווען מען שניידט די נעגל פון די הענט, אבער ווען מען שערט די נעגל פון די פיס דארף מען נישט מקפיד זיין (עיין ספר זכרון חלק ב', סימן לו בשם החזון איש זצ"ל).


בנוגע צי מען מעג עסן נאך קריאת שמע שעל המטה און ברכת המפיל; ענדערש זאלסטו עסן און טרינקען פאר דו ליינסט קריאת שמע, ווייל אזוי איז די הלכה (אורח חיים, סימן רלט, סעיף א) אז מען זאל נישט עסן און טרינקען נאך קריאת שמע, אבער אז דו ווערסט הונגעריג אדער דורשטיג נאכן ליינען קריאת שמע און זאגן המפיל מעגסטו עסן און טרינקען.


בנוגע מאכן די האר שבת; מען טאר נישט מאכן שבת די האר ווייל מען קומט צו רייסן האר. שבת איז שיין פאר א מיידל נישט געמאכטע האר, שיין איז וואס דער אייבערשטער זאגט און וואס די תורה זאגט.


עס איז זייער גוט צו פרעגן יעדע ספק וואס מען האט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (נדה כז.) אז רב פפא האט געפרעגט עפעס פון די חברים אין ישיבה און זיי האבן געלאכט, האט רב פפא געזאגט: "אֲפִילוּ כִּי הָא מִילְּתָא לֵימָא אִינִישׁ וְלָא נִשְׁתּוֹק קַמֵּיהּ רַבֵּיהּ", אפילו אזא שאלה זאל מען פרעגן, אפילו אלע לאכן פון דיר, ווייל עס שטייט (משלי ל, לב): "אִם נָבַלְתָּ", אז מען איז זיך מבזה אויף תורה, מען פרעגט יעדע זאך אפילו מען ווערט פארשעמט, "בְהִתְנַשֵּׂא", וועט מען ביים סוף גרויס ווערן, "וְאִם זַמּוֹתָ", אבער אויב איז מען שטיל, מען שעמט זיך צו פרעגן, דעמאלט "יָד לְפֶה", וועט מען נישט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1054 - ס'איז נארמאל מורא צו האבן
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגטס נישט וכו', עס איז א נארמאלע זאך מען זאל מורא האבן און טראכטן וואס גייט זיין און ווי שטארק איז די ווייטאג וכו'; אלע גייען דאס אריבער פאר'ן האבן די ערשטע קינד, אזוי ווי מיר זאגן די ערשטע טאג סליחות פאר'ן אייבערשטן: "חָלִים כְּמַבְכִּירָה מֵעֶבְרַת מַשָּׂאֶךָ", מיר ציטערן פונעם יום הדין אזוי ווי א פרוי ציטערט ווען זי גייט האבן איר ערשטע קינד; דאס איז דער סדר העולם, מען האט זייער מורא.


שטארקט זיך מיט אמונה און תפילה; בעטס דעם אייבערשטן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת. תפילה איז זייער א שטארקע זאך, עס דריידט איבער דעם טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; בעטס דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען בעטן דעם אייבערשטן.


איך שיק אייך א תפילה וואס איר זאלט בעטן יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".

#1053 - נישט ארויפציען די פרייז פון דירות אין שטעטל
שטעטל, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים וואס וואוינען אין שטעטל הי"ו.


אזוי ווי עס איז דא וואס קויפן דירות פון די גוים העכער די פרייז וואס מיר האבן באשטימט מיט די חברי הנהלה, און מיט דעם ציען זיי ארויף די פרייזן, (די וואך אליינס זענען פארקויפט געווארן אפאר דירות פאר העכער די פרייז).


וויל איך ענק בעטן מיינע טייערע תלמידים שיחיו איר זאלט נישט פארלוירן ווערן, איר זאלט בשום אין אופן נישט קויפן אדער דינגען פאר מער פון די פרייז וואס מיר האבן באשטימט, און אלע וואס קויפן פאר טייער וועלן נישט קענען מאכן אויף אונזער חשבון געלט; מען זאל זיי לאזן שטיין ליידיג ביז זיי וועלן דאס דארפן פארקויפן אדער פארדינגען לויט די פרייז וואס די חברי הנהלה באשטומען.


איך האף אז איר וועט טון מיין רצון, איר וועט מיר העלפן בויען דעם שטעטל מען זאל קענען לעבן דארט רואיג אן חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


ווער עס וויל קויפן אדער דינגען א דירה און זיין א חלק אין די קהלה דארף רעדן מיט די אינגעלייט: ...,  ..., ... און ...

#1052 - האב נישט מורא פון קיינעם
פחדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל אייך היטן פון אלעם שלעכטס.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי'; האטס קיין מורא נישט פון ... ער קען אייך גארנישט טון. ער קען נאר דערשרעקן, און אך און וויי אז מען ווערט דערשראקן פון א בשר ודם.


געדענקטס, דער אייבערשטער איז מיט אייך, האטס קיין מורא נישט; אויב מען ווערט דערשראקן פון מענטשן וכו' איז ביטער, אבער אז מען געדענקט אז דער אייבערשטער איז מיט'ן מענטש, דעמאלט פאלן אוועק אלע שלעכטע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל אייך היטן פון שלעכטס, עס זאל זיין יתפרדו כל פועלי און.

#1051 - נוץ אויס דיין כח הנגינה צו מקרב זיין אידישע קינדער
ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זיך זייער געפרייט צו הערן נאך א סיום מסכתא פון דיר, דו האסט מסיים געווען מסכת סוטה. דו לערנסט ש"ס כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, יעצט זאלסטו גיין ווייטער צו מסכת גיטין, קידושין און אזוי ווייטער.


איך בעט דיר זייער, איך ווייס אז דו ביסט זייער פארנומען, דאך בעט איך דיר זייער, אזוי ווי דער אייבערשטער האט דיר מזכה געווען מיט א ספעציעלע חוש הנגינה, דארפסטו דאס אויסנוצן צו מקרב זיין אידישע קינדער צו די אמונה. מיר וויל יעצט ארויסגעבן נאך א סידי, "טאנץ מיט אמונה - חלק ד'", אבער מיר ווילן עס נישט מאכן אן דיר; ווען מען הערט די פריערדיגע חלקים זעט מען א גרויסע חילוק פון די דריטע חלק וואס דו האסט געמאכט – ביז די ערשטע צוויי חלקים.


בעט איך דיר אויב דו קענסט ארויסכאפן אביסל צייט צו קומען זינגען מיט די בחורים און אינגעלייט; אויך איך בין גרייט צו זינגען מיט דיר ווען דו האסט אביסל צייט. ווייל מיט נגינה קען מען אויסהיילן די בת מלך, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יג, מז' בעטלערס): "און איך הייל זי".


אלעס איז גרייט, די מוזיק איז אויך גרייט; מען ווארט אז דו זאלסט העלפן מיט דיין חוש הנגינה.


איך ווארט צו הערן אויב דו וועסט העלפן.


דיין ראש ישיבה.


 

#1050 - רבונו של עולם, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן
בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


אז דו ווילסט א שידוך זאלסטו יעדן טאג גיין אביסל התבודדות; זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן.


אין אנהייב וועט דיר דאס זיין שווער, בפרט ווען איינער איז א פארמאכטער מענטש בטבע, אים איז שווער זיך צו עפענען. דאך זאלסטו דאס טון מיט עקשנות יעדן טאג, ביז דו וועסט זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.


איך שרייב דיר א קליינע תפלה אז עס זאל דיר זיין גרינגער אנצוהייבן רעדן צום אייבערשטן, אבער בעיקר זאלסטו רעדן דיינע אייגענע דיבורים:


"רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, איך וויל טרעפן מיין זיווג און אנהייבן לעבן א הייליגע ריינע לעבן.


הייליגער באשעפער, איך בין צעבראכן אויף פיצ-פיצליך, איך בין א שברי כלי; איך האב קיינעם נישט אויף די וועלט, איך בין איינער אליינס. איך האב נישט קיין משפחה, איך האב גארנישט. אייך זאך האב איך, נאר דיר אייבערשטער און דיין תורה; אנא ה' הושיעה נא, איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר".


טייערער ליבער ... נרו יאיר, גיי אביסל שפאצירן צווישן די ביימער, צווישן די פעלדער, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג בקרוב.


איך בעט און איך דאוון פאר דיר יעדן איינציגסטן טאג, בפרט ביי פתיחת הארון; דעמאלט בעט איך זייער אסאך פאר דיר און פאר אלע תלמידים.


...

#1049 - בארגן פאר גוים אויף רבית
שאלות, פרנסה, אידיש געלט, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע צי מען מעג בארגן פאר גוים אויף רבית, דיינע חברים רעדן דיר אן זאלסט פארבארגן געלט אויף גרויסע רווחים.


אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן קנט, סעיף א): "וְהָאִדָּנָא מוּתָּר בְּכָל עִנְיָן, לְהַלְווֹת לְעוֹבֵד כּוֹכָבִים", מען מעג פארבארגן אויף רבית פאר גוים.


דו האסט מיר נישט געפרעגט צי דו זאלסט עס טון אדער נישט, האסט מיר געפרעגט די גלאטע הלכה, ענטפער איך דיר וואס די הלכה איז. וואלסטו מיר געפרעגט צי דו זאלסט מאכן די אינוועסטמענט וואלט איך דיר געראטן אז נישט.


דאס בעסטע פאר דיר איז, מאך התבודדות; פרעג דעם אייבערשטן וואס דו האט צו טון.


אין ברסלב האט מען זייער אכטונג געגעבן פון געבן עצות; מען האט קיינמאל נישט געזאגט פאר א צווייטן וואס צו טון. אפילו ווען יענער האט געפרעגט וכו', האט מען זיך אלץ ארויסגעדרייט. עס זענען דא אסאך סיפורים וואס האבן זיך אפגעשפילט ביים רבי'ן און ביי רבי נתן, אז מען האט קיינמאל נישט פאר יענעם טו יא, טו נישט; מען האט נאר מרמז געווען וכו', און בעיקר נאר געשטופט צו גיין צום אייבערשטן.


בעט איך דיר זייער מיין הארציגער ליבער ברודער, פרעג דעם אייבערשטן צי דו זאלסט מאכן דעם עסק; שמועס מיט אים אויס אלע צדדים וועסטו זוכה זיין צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די ישיבה חודש'ליך אזוי געטריי.


 

#1048 - דער וואס וועט גיין הפצה וועט אלץ האבן געלט
הפצה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


ברוך ה' אז דיין טאכטער איז שוין אהיימגעקומען פון שפיטאל, דער אייבערשטער זאל איר שיקן א גאנצע רפואה.


קוקנדיג אויף דיר זע איך וואס מוהרא"ש האט געזאגט און געשריבן אלע יארן: "דער וואס וועט גיין הפצה וועט אלץ האבן געלט"; דיין גאנצע עסק איז הפצה, דו האסט נישט קיין אנדערע פרנסה, דאך האסטו מער געלט פון אנדערע אינגעלייט און נאך אביסל וועסטו האבן אן אייגענע דירה אין שטעטל.


אינגעלייט קומען זיך באקלאגן אז זיי האבן נישט פון וואו צו ברענגען פרנסה; ווען זיי וואלטן זיך נישט געפוילט און עוסק געווען אין פארשפרייטן די אמונה פאר אנדערע, וואלטן זיי געהאט שפע אין שטוב.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף דיינע ליכטיגע קינדער, זרע ברך ה'; נעם מיט דיין גרויסע אינגל ער זאל דיר העלפן מפיץ זיין, אזוי וועט ער מחונך ווערן צו טון פאר אנדערע, צו טון פאר'ן אייבערשטן – פארשפרייטן פאר אלעמען "לְהִתְוַדֵּעַ וּלְהִגָּלוֹת כִּי הוּא מֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ".

#1047 - הפצה אויף אלע סארט וועגן
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיינע זכותים אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו דרוקסט די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט צוזאמגענומען פון רבי'ן צו מחזק זיין אידישע קינדער. בפרט די בריוון פון עצתו אמונה וואס מענטשן זענען זיך זייער מחי' דערמיט; די מפיצים געבן איבער אז מען צעכאפט דאס וועכנטליך אין די צענדליגער טויזנטער.


די וועלט רוקט זיך פאראויס וכו', דארפן מיר זיין גרייט מיט הפצה אויף אלע וועגן; איך וויל זייער שטארק מאכן אן עפפ אז מען זאל קענען גרינג אנקומען צו די ספרים, בריוון און שיעורים אויפ'ן טעלעפאן. האברך היקר ... נרו יאיר זאגט אז מען קען מאכן א שיינע גרינגע עפפ פאר דרייסיג טויזנט דאללער. מען וועט קענען זען פון די גאנצע וועלט די קונטרסים, ספרים, גליונות און שיעורים גרינגערהייט.


אפשר קענסטו מאכן אן התעוררות ביי די תלמידים, ווער עס וויל נעמען א חלק אין דעם זכות הרבים לדורות; א שאד עס זאל זיך אפהאלטן צוליב געלט.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב און קינדער; יעדן טאג ווען דו קומסט אהיים פון ארבעט זאלסטו טאנצן מיט דיין גאנצע משפחה: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו".


איך האב דיר ליב אן א שיעור.

#1046 - בחורים ווילן אויסקוקן קיל
בחור, התחזקות, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


יעדעס מאל דו קומסט אין ישיבה מאכסטו מיר פרייליך; ווען דו האסט אביסל פרייע צייט זאלסטו ארויף קומען אין ישיבה לערנען אביסל דיינע שיעורים כסדרן און זיך מחזק זיין מיט די חיזוק פון פון הייליגן רבי'ן.


זיי שטארק מיט דיין בארד און פיאות; דו מאכסט א קידוש השם מיט דיין צלם אלקים. ליידער זעט מען אזויפיל בחורים, בני הנעורים וואס שניידן זיך די בארד און פיאות; מען וויל אויסקוקן בעסער, מען וויל אויסקוקן קיל (קאאל), מען ווייסט נישט אז אויב מען שניידט די בארד שניידט מען די פרנסה און אז מען שניידט די פיאות שניידט מען אפ דעם שכל.


זיי שטארק און בייג זיך נישט פאר קיינעם; בלייב אן ערליכער איד, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב און אויפשטעלן ערליכע דורות.


... נרו יאיר, איך האב דיר זייער ליב; געדענק וואס איך האב דיר געזאגט, אז דו וועסט בלייבן אין ישיבה וועסטו טרעפן דיין שידוך. בלייבן אין ישיבה מיינט מען אפילו מען ארבעט וכו', אבער מען קומט ארויף לערנען און נעמען חיזוק.


דיין ראש ישיבה.


 


 

#1045 - דו זאלסט פארשפרייטן די הייליגע עצות אין גאנץ ארץ ישראל
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די הייליגע זיסע עצות פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל.


געב א קוק, וואס האט אברהם אבינו געטון? "וְהוּא יֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם (בראשית יח, א)", ער איז געזיצן אינדרויסן, ער האט געזוכט מענטשן מיט וועם ער וועט קענען טון חסד, געבן עסן און זיי מקרב זיין צו די אמונה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן: (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים" די מצוה פון הכנסת אורחים איז גרעסער "מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה", פון מקבל זיין די שכינה; אזוי ווי מיר געפינען אז אברהם אבינו האט געזאגט פאר'ן אייבערשטן (בראשית יח, ג): "אַל נָא תַעֲבֹר מֵעַל עַבְדֶּךָ" איך גיי ארויס פאר אפאר מינוט צו מקרב זיין מענטשן; טראכט אריין, ווען דו האלסט ביי אזא מדריגה אז דער אייבערשטער אליינס קומט צו דיר אין שטוב, וואס וואלסטו געטון? וואלסט נישט געגאנגען צו קיינעם, נישט גערעדט מיט קיינעם נאר געבליבן אין שטוב, אבער די תורה לערנט אונז אנדערש, די תורה לערנט אונז אז הפצה איז א גרעסערע זאך ווי זיצן אין שטוב מיט די שכינה, אברהם אבינו איז געווען אלט און שוואך נאכן זיך מל'ן, דאך איז ער געלאפן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי האזינו, פיסקא שיג): "עַד שֶׁלֹּא בָּא אָבִינוּ אַבְרָהָם לָעוֹלָם, כִּבְיָכוֹל לֹא הָיָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מֶלֶךְ אֶלָּא עַל הַשָּׁמַיִם בִּלְבָד, וְכוּ', אֲבָל מִשֶּׁבָּא אָבִינוּ אַבְרָהָם לָעוֹלָם - הִמְּלִיכוֹ עַל הַשָּׁמַיִם וְעַל הָאָרֶץ", ביז אברהם אבינו איז געקומען האט דער אייבערשטער געהייסן אלקי השמים (בראשית כד, ז), אלע האבן געוויסט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, נאר ער איז אויבן ווייט ווייט אין הימל, אבער אברהם אבינו איז געקומען און ער האט אריין געברענגט די אמונה אין אלעמען, ביז מען האט געוויסט אז עס איז אלקי הארץ (שם כד, ג).


שטארק זיך ווייטער מיט די הייליגע עבודה פון הפצה, קוק נישט אויף די וואס שפעטן אפ פון דעם; דו זאלסט פארשפרייטן די הייליגע עצות אין גאנץ ארץ ישראל לארכה ולרחבה וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות.


איך ווייס נאך נישט פונקטליך ווען איך וועל זיין אין ארץ ישראל; איך וועל דיר לאזן וויסן ווען איך וועל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1044 - נעם צוזאם די אינגעלייט כאטש איינמאל א חודש
חברים, התחזקות, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב יעצט א שליח קיין ארץ ישראל, שרייב איך דיר אפאר ווערטער.


עס פעלט נישט אויס צו קומען קיין אמעריקע צום שבת התוועדות; איך וועל אם ירצה ה' קומען צו ענק בקרוב. איך האב נאכנישט קיין פונקטליכע פלאן, אבער איך וויל זייער שטארק קומען קיין ארץ ישראל זוכה זיין צו אלעס גוטס וואס מען איז זוכה דורך ארץ ישראל.


געב איבער פאר אלע תלמידים אז איך וועל אם ירצה ה' קומען צו ענק זיך מחזק זיין מיט די גרויסע מתנה צו וואס מיר האבן זוכה געווען, צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך ווייטער מיט הפצה; הלוואי זאלסטו מסדר זיין ביי די אינגעלייט מען זאל זיך צוזאמנעמען צוויי מאל אדער כאטש איינמאל א חודש, און איך וועל אייך געבן א שיעור. היינט מיט די פארגעשריטענע וועגן קען מען זיצן אין איין עק וועלט און רעדן און זען אין די אנדערע זייט וועלט.


לערן זיך פון דיין ווייב תחי' ווי זי מאכט פאר די פרויען די צוזאמקום וכו', זאלסטו דאס מאכן פאר די אינגעלייט.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט נאך דיר.

#1043 - שטארקטס אייך צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נשמות ישראל
שידוכים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי'.


איך האב יעצט א שליח וואס פארט קיין ארץ ישראל, שרייב איך אייך אפאר ווערטער.


שטארקטס אייך און זייטס ממשיך מיט אייער עבודת הקודש, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נשמות ישראל. דאס דארף זיין אונזער גאנצע מח מחשבה, אונזער גאנצע שטרעבן – אז מיר קענען משמש דעם הייליגן רבי'ן מיט'ן פארשפרייטן פאר נאך אידן זיינע לימודים, עצות, חיזוק און הדרכה.


ווער עס לערנט אשר בנחל, די בריוון וואס מוהרא"ש האט געשריבן וועט זען ווי מוהרא"ש שרייבט הונדערטער טויזנטער מאל: "מיין גאנצע לעבן איז איין זאך: משמש זיין דעם רבי'ן, פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר די גאנצע וועלט".


געבטס א גרוס פאר אייער זון הילד הנחמד ... נרו יאיר.


בנוגע די כלה ... תחי', לדעתי איז זי אין א גרויסע סכנה, זי זאגט אז זי וויל זיך נעמען דאס לעבן. זאלט איר רעדן מיט איר און איר מחזק זיין; אויב זי וויל אפלאזן דעם שידוך זאל זי דאס טון וואס שנעלער, ווי איידער עס זאל חס ושלום פאסירן עפעס שלעכטס, וד"ל.


איך האף בקרוב צו קומען קיין ארץ ישראל פאר אפאר טעג.

#1042 - זיי שטארק צו גיין יעדן טאג אין מקוה
מקוה, קברי צדיקים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


יעצט האב איך א שליח קיין ארץ ישראל, שרייב איך דיר א קליין בריוועלע.


איך בענק זיך זייער נאך דיר טייערער ... נרו יאיר; איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין, אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת.


איך באקום כסדר גוטע גרוסן אויף דיר ווי שיין דו פירסט זיך מיט דיינע גוטע מידות; דו מאכסט א קידוש השם, א גוטע נאמען פאר די ישיבה, ווען מען זעט ווי שיין דו פירסט זיך סיי צו דיין ווייב, צו דיין שווער און שוויגער און צו אלעמען.


זיי שטארק צו גיין יעדן טאג אין מקוה; זאלסט זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, זאלט זיין וואס זאל זיין – אין מקוה זאלסטו גיין, מיט דעם וועסטו ממתיק זיין אלע דינים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, המתקת הדינים, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין".


 איך דארף א טובה פון דיר; ווען דו גייסט צו מקומות הקדושים, דו כאפסט זיך אריבער קיין מירון, צפת, טברי' און בפרט קיין יבנאל, זאלסט בעטן פאר מיר, בפרט ביים ציון פון מוהרא"ש – איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די תלמידים וכו'.


דיין ראש ישיבה וואס בענקט נאך דיר.

#1041 - זיי נישט קארג צו געבן קאמפלימענטן
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב היינט א שליח וואס פארט קיין ארץ ישראל, האב איך געטראכט אז איך וועל דיר שרייבן אפאר ווערטער.


איך בענק זיך זייער נאך דיר, איך האף אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג ביי דיר; ביי אונז אין ישיבה גייט אלעס אן אזוי ווי אמאל, עס האט זיך גארנישט געביטן פון די יארן ווען דו האסט דא געלערנט.


געלויבט דעם אייבערשטן אז דעם רבינ'ס ווערטער גייען אריין צוביסלעך מער און מער אין די וועלט; עס זענען אריינגעקומען דעם זמן זייער אסאך פרישע תלמידים, זייער וואוילע בחורים וואס וויל זיין ערליכע אידן, לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; זיי נישט קארג צו געבן קאמפלימענטן, מאך נישט קיין גרויסע חשבונות ווען עס קומט צו געבן גוטע ווערטער, צי די גוט ווארט קומט יא אריין אדער נישט. דו זאלסט זיין א משפיע, א געבער (גבר מלשון געיבער), וועט די שכינה רוען צווישן אייך און איר וועט האבן אלעס גוטס.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זייער נאך דיר.

#1040 - זאלסטו שטענדיג געדענקען די חסדי השם יתברך
תודה והודאה, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


יעצט איז דא א אינגערמאן וואס פארט קיין ארץ ישראל, שיק איך דיר א בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "לְעוֹלָם אֲפִילוּ בַּעַל הַנֵּס אֵינוֹ מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער וואס האט נסים אנערקענט גארנישט די נס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים; איך האף אז דו ביסט יא מכיר דעם נס וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ער האט דיר גענומען פון וואו דו ביסט געווען וכו', - להושיבי עם נדיבים, עם נדיבי עמו; דו האסט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אזא אשת חיל, נאך אביסל ביסטו שוין א טאטעלע, זאלסטו שטענדיג געדענקען די חסדי השם יתברך, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


האסט מיר מחי' געווען מיט'ן שרייבן אז דו האסט ארויסגעטראגן פון שטוב אלע כלים וואס מען קען זען דערויף ווידיאו"ס און מאווי"ס; אז דו וועסט זיך ווייטער אזוי פירן וועסטו האבן זרע ברך ה'.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.

#1039 - לאז אפ געלט, כאפ דיך אן אין אמונה
תפילה והתבודדות, אמונה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט די עצות פון רבי'ן, מיט די עצה פון תפלה והתבודדות. יעדע זאך וואס גייט אריבער וכו' זאלט איר זיך ווענדן צום אייבערשטן.


עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, אויף א בשר ודם וואס היינט איז ער דא און מארגן איז ער שוין נישט דא; מען דארף זיך נאר פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


חזר'ט אייך די ווערטער וואס אונזער הייליגער פרומער בעל תפלה פלעגט זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה יב, מבעל תפלה): "און ווייטער איז נישט דא קיין תכלית אויף די וועלט נאר דינען גאט ברוך הוא, אלעס אנדערש איז נארישקייטן".


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט פארכאפט ווערן אין די שרעקליכע תאוה פון תאוות ממון; דא ביי אונז אין אמעריקע איז זייער ביטער, כמעט יעדער מענטש וואס מען טרעפט רעדט פון געלט, געלט, געלט. עס זענען דא איינצעלנע אינגעלייט וואס מען קען מיט זיי שמועסן פון דאס נארישקייט פון געלט, איך האף אז איר זענט פון דעם בעל תפילה'ס לייט וואס רעדן נישט פון געלט נאר פון אמונה אין בורא כל עולמים.


איך האף אם ירצה ה' צו קומען פאר א באזוך אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש בית שמש, בקרוב.

#1038 - רעד מיט א שטארקייט, פראווע נישט קיין עניוות
זיכוי הרבים, גאווה, בית המדרש, בושה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב יעצט א שליח וואס פארט קיין ארץ ישראל, שרייב איך דיר א בריוועלע.


אז עס איז דיר אנגעקומען די זכות צו רעדן פאר די אינגעלייט אין בית המדרש היכל הקודש – בית שמש, זאלסטו נישט צווייפלען נאר רעדן מיט א שטארקייט מחזק זיין די אינגעלייט מיט די חיזוק און עידוד פון הייליגן רבי'ן.


געדענק, ווען עס קומט צו מחזק זיין א איד, אפילו מען שפירט ביי זיך (שמואל-א טו, יז): "אִם קָטֹן אַתָּה בְּעֵינֶיךָ", איך בין גארנישט, "רֹאשׁ שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל אָתָּה", ביסטו יעצט א פירער פאר אידישע קינדער; מען קען נישט פראווען קיין עניוות. דוד המלך זאגט (תהלים קיט, מו): "וַאֲדַבְּרָה בְעֵדוֹתֶיךָ נֶגֶד מְלָכִים וְלֹא אֵבוֹשׁ", איך רעד פון דיר – אייבערשטער – פאר אלעמען אן קיין בושה.


ווען עס קומט צו דברים של מה בכך, דעמאלט זאלסטו טראכטן צי דו ביסט ראוי אדער נישט; דעמאלט טראכט מען נישט די אלע בלבולים, ווייל דער יצר הרע האט זייער מורא אויב וועט נאך א איד מחוזק ווערן, דערפאר מאכט ער קאפ וויי, אז מען טראכט: 'ווער בין איך?' 'מעג איך רעדן?' 'רעד איך גוט?'


 שטארק זיך, דיינע עיקר דיבורים זאלן זיין מיט די תוכחה פון משה רבינו, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז ער האט גערעדט צו די אידן מיט רחמנות: "עֲדַיִן חֲבִיבוּתָא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב; דאס דארף זיין די עיקר דיבורים אין היכל הקודש.


איך האף צו קומען צו אייך בקרוב.

#1037 - דו שפילסט אויף די פרשה אזוי ווי א שפיל
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך הער זייער גוטע גרוסן פון די עלטערן אויף דיר; די קינדער קומען אהיים זייער פרייליך, און זיי לויפן אין חדר מיט א שמחה.


זיי קענען די פרשה אזוי קלאר, ממש ווי מען זעט עס פאר די אויגן; זיי דערציילן יעדע ריר וואס דער מלמד טוט, זיי מאכן נאך ווי אזוי דו שפילסט אויף די פרשה אזוי ווי א שפיל; ווי דו מאכסט חוזק פון די געטשקעס און ווי אברהם אבינו און יצחק אבינו האבן געלעבט מיט'ן אייבערשטן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון מלמדות; דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט די זכי' צו לערנען מיט די קינדער אמונה און קיום המצוות.


דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין א "חיות" אין די כתה, לעבעדיגקייט, נישט חס ושלום אנגעצויגן; לעבעדיגקייט איז נישט א סתירה צו דיסיפלין (משמעת) און אנגעצויגן איז בכלל נישט דיסיפלין.