בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4900 - רעד מיט דיין טאכטער זי זאל נישט טשעפען
חינוך הילדים, מחלוקת, שטעטל, מדות טובות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חקת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביטע רעד מיט דיין טאכטער זי זאל נישט טשעפען די מיידל ..., זי זאל זיין איר חבר'טע; ווייל איך בין נישט ביי מיר פון גרויס צער אז אין מיין מוסד, ביי מיר אין בית פיגא אין שטעטל - זאלן זיך צאמנעמען א גאנצע כיתה פון מיידלעך און רודפ'ן אן אומשולדיגע מיידל, אויך די מנהלת תחי' זאגט מיר זי ווייסט נישט וואס צו טון דא.


איך וואלט ווען געקענט פועל'ן ביי די קינדער זיי זאלן איר מקרב זיין, אבער איך האב צוטון מיט די עלטערן, די עלטערן העצן אויף די קינדער זיי זאלן זיך נישט חבר'ן מיט די מיידל, השם ישמרינו.


אפשר קענסטו רעדן מיט דיין טאכטער, איר מחנך זיין זי זאל האבן די מדות פון אידישע קינדער.


אין דעם זכות וואס דו וועסט לערנען דיינע קינדער זיך צו פירן ווי א איד - וועסטו האבן נחת פון זיי, און די וואס העצן די קינדער און געבן אלץ גערעכט פאר די קינדער - זאל דער אייבערשטער רחמנות האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4899 - זיך פירן איידל און צניעות'דיג ביי אונז אין קאנטרי
צניעות, קדושה, קאנטרי, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי מחנה אילן החיים


איך האף די משפחות וואס וויילן ביי אונז אין קאנטרי דעם זומער - וועלן זיך פירן איידל. איך וויל נישט, און איך וועל פארשפארן די סווימינג פול, אויב פרויען וועלן שווימען מיט די פריצות'דיגע קלייד 'בעידינג-סוט'; איך שטעל דיך דו זאלסט זען אז אלעס אין קאנטרי זאל זיין הייליג און ריין.


אויך זאלסטו זען אז די קינדער, די מיידלעך פון די משפחות - זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג; נישטא קיין נאקעטע פיס, פון די דריי יאר דארף די פיס זיין צוגעדעקט אינגאנצן.


איך דארף נישט קיין געלט, איך דארף נישט קיין קאנטרי, נאר אויב עס איז בצניעות, הייליג און ריין; איך בעט דיר זייער זאלסט זען אונזער קאנטרי זאל זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4898 - דער אייבערשטער איז נאר גוט צו אונז, און מיר קוועטשן און קרעכצן
תודה והודאה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן ... תחי' זאל זיין געזונט און שטארק.


איר פרעגט וואס איר דארפט פאררעכטן אז אייער טאכטער איז געפאלן מיטן קאפ אראפ און זיך צעהאקט השם ישמרינו; פאררעכטן דארפן מיר איין זאך, מיר דארפן זיך אויפוועקן פון שלאף און אנהויבן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אונז, דער אייבערשטער געבט אונז אזויפיל גוטס און מיר הערן נישט אויף קרעכצן, דער אייבערשטער איז דאך נאר גוט צו אונז, און מיר קוועטשן און קרעכצן.


דער אייבערשטער זאל אונז היטן און אויך אלע אידן וואס קען פאסירן אין איין רגע, מען קען ווערן אין איין רגע אומגליקליך, מיר דארפן האלטן אין איין דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, דאס וועט אונז היטן פון אלעם שלעכטס.


בנוגע וכו'; מיר זענען מקפיד נישט צו טרינקען פון א כוס וואס א נידה האט געטרינקען דערפון. עס ווערט געברענגט אין ספר קב הישר (פרק יז) מען זאל אכטונג געבן פון די שפייעכץ פון א נדה, און מען זאל אויסשווענקען די כוס וואס א נדה האט געטרינקען, ווייל עס הערשט זייער א שטארקע טומאה אויף איר. אזוי ווי דער זוהר זאגט (שמות ג:): "דְּלֵית מִסְאֲבוּ תַּקִּיף בְּעָלְמָא", נישטא אזא שטארקע טומאה אויף די וועלט, "בַּר מִסְּאֲבוּ דְּנִדָּה", אזוי ווי א נידה; "מִסְאֲבוּ דְּנִדָּה קַשְׁיָא מִכָּל מִסְאֲבוּ דְּעָלְמָא", די טומאה איז שטערקער פון אלע טומאות, "אִסְתְּאַב אִיהוּ", זי איז טמא, "וְכָל דְּמִתְקָרְבִין בַּהֲדֵיהּ יִסְתַּאֲבוּן עִמֵּיהּ", און אלע וואס קומען אין בארירונג מיט איר - ווערן טמא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4897 - געב גוטע ווערטער פאר יעדן קינד באזונדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, ז' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פארן זיין צייטליך אין חדר, ווייל אינו דומה א טאג אין חדר ווען מען הויבט אן צייטליך, מען ווארט אפ די קינדער - צו א טאג וואס מען קומט שפעט, נאכדעם וואס די קינדער זענען שוין דארט.


בעט דעם אייבערשטן פאר יעדע תלמיד דיינע, און געב יעדן איינעם באזונדער גוטע ווערטער, און עס איז זייער וויכטיג, ווען דו טרעפסט זיך שבת אין שול וכדומה מיט די קינדער, מיט די עלטערן - זאלסטו צוגיין צום טאטן און זאגן - גענוג הויך אז דער תלמיד זאל הערן - א גוט ווארט אויף אים; דאס איז מער ווערד פון סטראשען און פון קנס'נען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4896 - טוט די סגולות פון הייליגן רבי'ן צו האבן קינדער
קינדער, תודה והודאה, ישועות, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, ז' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן יעדן טאג, רעכנט אויס דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך און דאנקט אויף יעדן פרט, דאס וועט עפענען פאר אייך א טיר אין הימל פאר ישועות.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. טוט די סגולות פון הייליגן רבי'ן, געבט אפאר פרוטות לצדקה יעדן טאג. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "עַל יְדֵי צְדָקָה זוֹכֶה לְבָנִים", דורך צדקה איז מען זוכה צו האבן קינדער, און געבט די צדקה מיט ביידע הענט. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם אות צדקה, סימן כז): "יִתֵּן לִצְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם, וְיִהְיֶה תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", דורך געבן צדקה מיט ביידע הענט ווערן די תפילות אנגענומען, און בעטס: "הייליגער באשעפער, בזכות די מצוה פון צדקה - געב מיר געזונטע, ערליכע קינדער".


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל איך זע אייער מאן נרו יאיר; איך זע ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער קומט דאווענען און אויך זע איך אים לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4895 - איך קען נישט ארייננעמען בחורים אן רשות פון די עלטערן
עצתו אמונה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין געווען זייער פארנומען פאריגע וואך, איך בין נישט אנגעקומען צו ענדיגן שרייבן א קונטרס עצתו אמונה; איך האף אם ירצה ה' זיך צו אנשטרענגען עס זאל זיין יעדע וואך א קונטרס.


בענין הבחור ... נרו יאיר; איך פריי זיך צו הערן אז זיינע עלטערן זענען מסכים ער זאל זיין אין ישיבה. ווייל פאר מיר האבן זיי געשריבן א שארפע בריוו, דעריבער האב איך אים געזאגט ער זאל נישט קומען דא. (נישט אז איך האב מורא, נאר בפקידות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט מיר געזאגט נישט צו נעמען בחורים וואס די עלטערן ווילן נישט די קינדער זאלן לערנען אין ישיבה), אבער אז דו שרייבסט מיר אז זיי זענען מסכים - וועל איך אים צוריק נעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4894 - אכטונג געבן ער זאל קיינעם נישט פארגיפטן
גבאי, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ווייסטו, אז יעדער מענטש קען תשובה טון און יעדער איינער קען שטענדיג צוריק קומען צום אייבערשטן. אבער אין די זעלבע צייט דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין מסכת כלה רבתי, פרק ט): "כבדהו וחשדהו"; מען דארף טאקע יעדן איינעם מקרב זיין און מחזק זיין, אבער אין די זעלבע צייט דארף מען זיך היטן פון לצים און פון א חסיד שנפל.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויף איינעם וואס פלעגט זיך דרייען ביי אונז, פון אינדרויסן האט ער אויסגעזען ווי א פארפרומטער פארחניאקטער, פלוצלונג האט ער אנגעהויבן רעדן צו בחורים פון ישיבה - קעגן די ישיבה, קעגן די דיבורים וואס מיר רעדן. שפעטער איז ער געקומען וויינען אז ער טוט תשובה, ער וויל צוריק זיין אין אונזער חבורה. דעמאלט האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "מיט איינער וואס האט חוזק געמאכט און ליצנות געמאכט - זאלסטו נישט זיצן אינאיינעם; ער קען דאווענען אין שול אבער געדענק, נישט ווערן נאנט מיט איינעם וואס האט דיך פארראטן. נאכדעם האט מוהרא"ש מיר דערציילט אז יענער רחמנא לצלן גייט מיט שווארצע שדים טון עבירות רחמנא לצלן.


אז דער אינגערמאן קומט דאווענען ביי אונז אין שול - זאלסטו אכטונג געבן ער זאל נישט קיינעם פארגיפטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4893 - ראש חודש תמוז, ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין
שמחה, התחזקות, ראש השנה, פרישע כוחות, חודש תמוז

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ראש חודש תמוז, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון פריערדיגע אז די ראשי תיבות פון תמוז איז: ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, מען דארף זיך שוין געבן א דערוועק, עס קומען שוין די טעג פון תשובה, מיר קומען נענטער און נענטער צום גרויסן יום הדין.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאָר איך די וואך אין שטעטל, איך וועל דארט לערנען מיט די בחורים און געבן שיעורים. מען וועט זיך גרייטן מיט די עצות פון רבי'ן התבודדות ותפילה, און שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, און נאך - צו פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה.


דיר בעט איך ברחמים, דראפע זיך און דערהאלט זיך; דו גייסט יעצט אריבער דעם שמאלן בריקל, און דער רבי בעט פון דיר: "האב נישט מורא!" דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "דַע, שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד", די וועלט איז ווי א שמאלער בריק, מען דארף אריבערגיין זייער א שמאלער בריק, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל", דער עיקר איז - מען זאל נישט מורא האבן.


זיי פרייליך אז דו ביסט א איד, גיי אין שול אנטון טלית און תפילין און הויב אן פונדאסניי זיין א איד; דו קענסט נאך פון יעצט אנהויבן זיין א איד, און דו קענסט נאך ווערן א גרויסער צדיק.


געדענק וואס דער רבי בעט דיר: "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר, שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4892 - זייער אכטונג געבן מיר זאלן נישט רעדן און קריגן אויף צדיקים
חברים, צדיקים, תמימות, התנגדות, דף גמרא, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך האבן מיר די פרשה פון קרח; עס כאפט א פחד, א שרעק - ווען מען איז מעביר סדרה, מען לערנט חומש רש"י; וואס גייט פאר? אויף וועם רעדט מען? אויף וועם קריגט מען? און ווער זענען די וואס קריגן? גרויסע מענטשן! גרויסע רבנים! וואס טוט זיך דא?!


מיר דארפן אבער אכטונג געבן מיר זאלן נישט רעדן און קריגן אויף צדיקים. איך בעט דיר זייער, ווער נישט נאכגעשלעפט מיט קרח, קריג נישט אויף צדיקים, רעד נישט אויף קיין צדיקים, און זיכער נישט אויף צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די אמונה אויף די וועלט און אריינברענגען קדושה וטהרה אין אידישע קינדער.


לצים זענען דא איבעראל, לצים איז נישט קיין נייע זאך; דו זוך אויף צווישן אנשי שלומינו די אינגעלייט וואס האבן אין זיך תמימות, און דיין ווייב זאל אויפזוכן צווישן די פרויען די פרויען וואס לעבן מיט תמימות; ביי זיי איז א ווארט פון רבי'ן - א ווארט, זיי גייען מיט תמימות נאך די וועג פון צדיקים, און מיט זיי זאל זי זיך באפריינדן.


כאפ אריין א בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו בלי הבנה; דאס וועט דיר בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4891 - נאר מיט שמחה וועט איר באפרייט ווערן פון די שלעכטע רוחות
פחדים, שמחה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


צינדט אן מוזיק און טאנצט; גייט א טענצל און זייט בשמחה אז איר האט געזונטע קינדער, איר זענט געזונט און אייער מאן איז געזונט; נאר מיט שמחה וועט איר באפרייט ווערן פון די שלעכטע רוחות.


שמחה פארטרייבט דעם שטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4890 - מען דארף האקן און האקן, ביז מען איז מצליח
ישועות, משניות, עקשנות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען מען וויל עפענען א פארמאכטע זאך, מען האקט מיטן האק - ווייסט יעדער אז עס גייט נישט מיט איין האק, נאר דורך האקן און האקן אן אן אפשטעל, ביז מען איז מצליח צו עפענען. אזוי איז מיט פועל'ן א ישועה, מען דארף בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן - ביז מען איז מצליח צו פועל'ן ישועות.


באניי צוריק דיין שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג כמה פרקים משניות, כסדרן דיקא; דאס היט אפ פון אלעם שלעכטס בזה ובבא.


ווען מען וועט אוועק גיין פון דער וועלט - וועט מען זען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, מען וועט זיך דעמאלט מחי' זיין מיט יעדע פרק, יעדע משנה.

#4889 - דאקטער לערנער לאזט נישט ארבעטן נאך פינף אזייגער
פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי זיך קובע א צייט צו לערנען אינדערפרי און ביינאכט, ווייל נאר אז מען האט א שיעור אין די הייליגע תורה אינדערפרי און ביינאכט - האט מען לעבן.


זאג פאר דיין בעל הבית אז דו האסט באקומען א בריוו פון דיין דאקטער אז דו קענסט נישט ארבעטן נאך פינף אזייגער, שפעטסטנ'ס זעקס אזייגער.


אז ער וועט דיר פרעגן דעם נאמען פונעם דאקטער, זאג: "דאקטער לערנער"; מוהרא"ש איז נאך געגאנגען צו דעם דאקטער.


פינפע צייט אדער זעקסע זאלסטו אהיים גיין, טו זיך איבער די ארבעט'ס קליידער און טו זיך אן שיינע קליידער. זאג פאר דיין ווייב און קינדער אז דו האסט א חתונה, דו מיט די תורה גייען חתונה האבן; גיי אין שול און זיי זיך קובע צו לערנען און לאך זיך גוט אויס, און זיי גרייט אז יעדן טאג גייען אונטערקומען א זייער זייער וויכטיגע זאך צו ערלעדיגן; זאלסטו זיך נישט לאזן פארדרייען, נאר גיי באהאלט זיך אין שול מיט די הייליגע משניות, גמרא און הלכה.

#4888 - זיי שטארק מיט צוויי זאכן, ח"י פרקים משניות און מקוה יעדן טאג
מקוה, משניות, טעלעפאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט צוריק אנהויבן לערנען משניות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (משניות קנים ג, ו) דער וואס לערנט, "כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין", ווי עלטער ער ווערט, "דַּעְתָּן מִתְיַשֶּׁבֶת עֲלֵיהֶן", ווערט ער קלוגער, "זִקְנֵי עַם הָאָרֶץ", און די וואס לערנען נישט, "כָּל זְמַן שֶׁמַּזְקִינִין", ווי עלטער ער ווערט, "דַּעְתָּן מִטָּרֶפֶת עֲלֵיהֶן", ווערט ער נארישער און נארישער; ווייל נאר די תורה מאכט צופרידן, נאר די תורה געבט סיפוק.


טייערער ברודער, נעם צוריק דעם משניות, באניי זיך, אנשטאט האלטן דעם טעלעפאן און זוכן און קוקן נארישקייטן - נעם די הייליגע משניות און זאג נאך א משנה, נאך א פרק, דאס וועט דיר געבן חן; ווער עס לערנט תורה - באקומט חן, אזוי ווי עס שטייט (משלי ה, יט): "'אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן', שֶׁמַּעֲלַת חֵן עַל לוֹמְדֶיהָ" (עירובין נד:).


אויך זאלסטו יעדן טאג גיין אין מקוה, זיי שטארק מיט די צוויי זאכן, ח"י פרקים משניות און זיך טובל'ען יעדן טאג אין מקוה. אז דו וועסט זיין שטארק אין דעם - וועסטו זייער מצליח זיין.

#4887 - נאך התבודדות אנהויב טאג, וועסטו האבן אן אנדערע טאג
תפילה והתבודדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי שטארק מיט התבודדות ותפילה, הויב אן דעם טאג מיט די הייליגע זאך, גיי א שפאציר צווישן די גראז און ביימער. דו וואוינסט אין שטעטל, א שיינע פלאץ, א ריינע פלאץ; אין שטעטל קען מען גרינג מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נב) מען זאל זיך מתבודד זיין: "בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין הוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם", אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, וואו מענטשן גייען נישט, זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, אים בעטן:


"הורינו ה' דרכיך, ווייז מיך רבונו של עולם דיין וועג, אהלך באמיתך, ווייז מיר די אמת'ע וועג".


טייערער ברודער, אז דו וועסט אנהויבן דעם טאג מיט התבודדות, דו וועסט זיך מתבודד זיין הינטער דיין שטוב, אויסגעדרייט צו די ביימער, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו וועסט זיך אויסוויינען וכו' - וועסטו האבן אן אנדערע טאג, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, וועסט קוקן אויף אלעס מיט אן אמת; מחלוקות, קנאה, שנאה - די אלע זאכן וועט נישט רעדן צו דיר, דו וועסט זיין ארומגענומען מיטן אייבערשטן.

#4886 - אז עס איז אריינגעבאקן אמונה, קען מען אלעס דערהייבן
אמונה, היכל הקודש, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר


א נס אז מיר ווייסן פון רבי'ן, א נס אז מיר זענען אין היכל הקודש, קודש הקדשים; וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן...?


די אמונה וואס דער רבי לייגט אריין אין אונז - דאס איז דאך א זאך וואס ראטעוועט, ווייל יעדער מענטש האט שוועריקייטן וואס גייט אריבער, און אז מען האט אמונה, עס איז אריינגעבאקן אמונה - קען מען אלעס דערהייבן, מען האט כח ווייטער אנצוגיין אין לעבן, און חס ושלום אויב די אמונה איז שוואך - איז זייער שווער צו קענען דורכטראגן.


אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר ווייסן פון אזא רבי, פון אזעלכע תלמידים.

#4885 - ביסט נישט גערעכט מיט די וועג פון פרישות
קינדער, חמרות ופרישות, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


ביסט נישט גערעכט מיט די וועג פון פרישות וכו'. קוק אריין אין די ווערטער פון הייליגן בני יששכר אין ספר דרך פקודיך, מצות פרי' ורבי' (חלק הדיבור, אות יב): "כשרואה שאשתו משדלתו בדברים", ווען מען זעט ווי די ווייב וויל לעבן אינאיינעם, "מצוה לפוקדה, והוי ליה בנין דמעלי", דעמאלט קען מען זוכה זיין צו האבן גוטע ערליכע קינדער.


אויך קוק אריין אין די ווערטער וואס ער זאגט: "ונ"ל דגם המקובלים מודים לזה אפי' אינו בשבתות וימים טובים, דעיקר אזהרת המקובלים הוא בכדי להמשיך נשמות קדושות משא"כ ימי החול אינם מסוגלים לזה, אבל בנידון הזה נפקא לן מן התורה דהוה ליה בנין דמעלי, דלמדנו זה מלאה שיצא ממנה יששכר", אז די אלע זמנים וואס שטייט פון די מקובלים - דאס איז נאכן מקיים זיין די מצוה פון פרי' ורבי', אבער א אינגערמאן, שנה ראשונה, דארף לעבן אן קיין פרישות.


לעבן מיט די ווייב אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז באפוילן - איז נישט א זאך וואס קילט אפ אדער שלעפט אראפ פון עבודת ה', אזוי זאגט די פארדרייטע מדריכים.


איך דארף מקצר זיין מפני הצניעות, עס איז נישט שייך צו שרייבן באריכות, איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#4884 - איך דאנק דיך זייער פאר'ן העלפן די קהילה מיט'ן יערליכן קאמפיין
רצונות, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיך זייער פארן העלפן אונזער קהילה, קהילות היכל הקודש. בפרט אז דו העלפסט האברך אהרן ישראל פיש מיט די יערליכע קאמפיין לטובת די מוסדות.


מיר האבן נישט קיין גרויסע שטיצע פון אינדרויסן, אבער מיר האבן אינגעלייגט און בחורים וואס זענען זייער געטריי; זייער לעבן איז העלפן בויען מוסדות וואס פארשפרייטן דעם רבינ'ס לימודים.


קוק צוריק די לעצטע פאר יאר ווי שיין מיר האבן מצליח געווען מיט די רצונות פון אנשי שלומינו, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געבויט דעם קלויז נישט מיט געלט פון עשירים נאר מיט די רצונות פון ארעמעלייט".


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה און ברכה.

#4883 - העלף דיין ווייב מיט'ן מחנך זיין די קינדער
חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיך שוין לאנג נישט געזען, איך האף אז דו האסט זיך נישט באליידיגט פון וואס איך האב דיר געזאגט יום טוב שבועות, אז דו זאלסט העלפן דיין ווייב מיט די קינדער.


דו בעטסט מיר שטענדיג איך זאל דיר זאגן ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב, דעריבער האב איך דיר געזאגט; אבער אויב עס איז דיר צו שטארק נישט אנגענעם - וועל איך נישט זאגן.


ברודער, איך וויל נאר דו זאלסט האבן לעבן, שלום בית, נחת; איך בין נישט מרוויח פון דעם, דאס איז נאר פאר דיר.


ברודער שטארק זיך, העלף דיין ווייב מיט עבודת החינוך, עס איז די העכסטע עבודה צו מחנך זיין די קינדער, זיי זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן און גיין אין די תורה וועג.

#4882 - ביי קברי צדיקים, נעמט מען מער אן די תפילות
התחזקות, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


ווען דו האסט אפאר מינוט - זאלסטו זיך ארויפכאפן צום ציון פון רבינו הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, און דארט זאגן א קאפיטל תהילים און זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן דיינע בקשות.


אזוי אויך, אז דו ביסט אין געגנט פון מאנסי - זאלסטו זיך ארויפכאפן צום ציון פונעם הייליגן ריבניצער זכותו יגן עלינו, דארט בעטן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אז מען בעט דעם אייבערשטן ביי קברי צדיקים, אפילו דער וואס איז נישט ווערד מען זאל אננעמען זיינע תפילות - דארט ביי קברי צדיקים - נעמט מען אן די תפילות.


איך פלעג מיטהאלטן, ווען מוהרא"ש איז געווען אין מאנרא און אין מאנסי - האט ער זיך אריבערגעכאפט מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים.


ברודער, אל תתיאש, זיי זיך נישט מייאש, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


ווארט מיט סבלנות

#4881 - נעם נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען
תפילה והתבודדות, שבת קודש, בריוו, עצתו אמונה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז כדאי זאלסט צאמנעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר געשריבן במשך אלע יארן פון ווען מיר קענען זיך און גיי דאס איבער. אין די בריוו איז דא אסאך עצות, חיזוק און שכל פארן לעבן, סיי פארן טאג טעגליכן לעבן און סיי אויף שפעטער.


נעם נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען, און אז מען דארף אמאל קוקן - איז זיכער נישט שבת קודש, די הייליגע טאג; שבת איז א צייט צו לערנען און דאווענען און זיך מחזק זיין ביראת שמים. קענסט איבערקוקן די בריוו שבת, זיך מחזק זיין ביראת שמים.


עצתו אמונה איז גוט צו לערנען, בפרט שבת. די בריוו איז זייער מחזק ליראת שמים, און עס ברענגט דעם מענטש צוריק צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט תפילה והתבודדות. גיי הינטער דיין שטוב, צווישן די גראז, בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מידות און די שלעכטע תאוות, ביז דו וועסט זוכה זיין זיי צו מבטל זיין.

#4880 - איך וועל טון וואס איז מעגליך אז דו זאלסט צוריק ווערן פרייליך
תפילות אויף אידיש, התבודדות, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שפיר אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, אויך זעט איך אויף דיר אז דו ביסט נישט פרייליך, איך זע דיין פנים האט נישט דעם שיין און ליכטיגקייט פון אמאל. איך בין גרייט צו הערן וואס שטערט דיר, און וואס זענען די טענות וואס דו האסט, און וואס איז מעגליך וועל איך טון אז דו זאלסט צוריק ווערן פרייליך.


ברודער, נעם די עצה פון רבי'ן, גיי אין א ווינקל און שמועס מיטן באשעפער. בעט אים:


"הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, מאך מיך גוט, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות ומרה שחורה, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין תרעומות אויף דיר".


"ובחנוני נא בזאת" - האט רבי נתן געזאגט, "אויב וועט א מענטש האבן פערציג טעג התבודדות אויף דיין זאך און נישט זען א ישועה".


איך בעט דיר ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#4879 - מיט חכמות און ליצנות פארלירט מען אלעס
צדקה, דאווענען, מנין, תמימות, תפילה, ליצנות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז דא איין זאך ביי דיר וואס איך האב זייער ליב, פון ווען איך האב דיר געפינען, פון ווען דו האסט געלערנט ביי מיר - האב איך זייער ליב דיין תמימות, דאס איז ביים רבי'ן א גרויסע זאך, ווייל נאר מיט תמימות קען מען זוכה זיין צו ווערן א צדיק, און פארקערט, מיט חכמות און ליצנות פארלירט מען אלעס.


ברודער, גיי אן מיט דיין עבודת ה', גיי אן מיט דיין תמימות ופשיטות. זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין און מיט א סידור. ביים דאווענען זאלסטו נישט שמועסן מיט קיינעם און נישט האבן דעם טעלעפאן מיט דיר, ביים דאווענען זאלסטו זיך צודעקן מיטן טלית און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אויך פאר דיינע דורות.


אויך זאלסטו יעדן טאג לייגן אפאר פרוטות אין צדקה פושקע, און ביים לייגן צדקה זאלסטו מתפלל זיין. בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער, אלע זאלן בלייבן געטריי דעם אייבערשטן און די תורה.

#4878 - רבונו של עולם, עס איז מיר אזוי שווער, איך האב שווערע ביטערע נסיונות
תפילות אויף אידיש, משמש דעם רבי'ן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן, דו העלפסט בויען מוסדות וואס ברענגט אריין די ליכטיגע עצות פון רבי'ן אין די וועלט. דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער צו העלפן מיט א פרישקייט.


הויב נישט אן דיין טאג איידער דו גייסט אביסל התבודדות. האסט דאך א גרויסער פעלד ארום דיין שטוב, גיי אין א ווינקל און שמועס מיטן אייבערשטן. בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט:


"רבונו של עולם, עס איז מיר אזוי שווער, איך האב שווערע ביטערע נסיונות, העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך".


טייערער ברודער, מיט די זיסע וועג פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות - איז די לעבן א "גן עדן".


 

#4877 - ווען דו האסט אפאר מינוט, זאלסטו גורס זיין משניות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, משניות, לימוד התורה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם מיט דיר שטענדיג א משניות'ל, און ווען דו האסט אפאר מינוט - זאלסטו גורס זיין משניות.


משנה איז די אותיות נשמה; משניות לייטערט אויס די נשמה. משנה איז די אותיות משנה; אז מען לערנט משנה - איז דאס משנה דעם מענטש, מען ווערט אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך יעדן טאג מתבודד זיין. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך - אידיש; בעט דעם אייבערשטן:


"קרבנו לתורתך, זיי מיך מקרב צו די תורה, איך זאל לערנען תורה, איך זאל פארשטיין תורה, למדנו מצוותיך, לערן מיך דיינע מצוות, הורינו דרכיך, ווייז מיר דיינע וועגן, הט לבנו ליראה את שמך, בייג מיר צו דיר, בייג מיין הארץ איך זאל וועלן זיין גוט".


אין די צוויי עצות זאלסטו זיך שטארקן, תורה ותפילה - וועסטו קענען מנצח זיין די שווערע מלחמת היצר.

#4876 - היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, נאר די שכל פון מוהרא"ש
תפילות אויף אידיש, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, לימוד התורה, שיעורים כסדרן, לצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט נאך זיין דער ליל שישי שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, קומענדיגע וואך וועלן שוין די שיעורים זיין אין שטעטל, איך פאר שוין ארויס פארן זומער, זיין אין שטעטל, ביז די הייליגע טעג; ביז'ן נסיעה קיין אומאן. איך האף דו וועסט בלייבן, קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא, דו וועסט נישט פארכאפט ווערן בעצת מרגלים.


מען דארף האבן גרויס רחמי שמים צו ניצול ווערן פון לשון הרע, רכילות, ליצנות וכדומה; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען וואס דער רבי האט געטון מיט מיר, וואס היכל הקודש האט מיט מיר געמאכט".


משה רבינו האט געגעבן א ברכה פאר יהושע בן נון ער זאל געראטעוועט ווערן פון די מרגלים, און כלב איז געלאפן צום מערת המכפלה דאווענען ער זאל געראטעוועט ווערן פון די לשון הרע; אזעלכע גרויסע צדיקים האבן אויך געדארפט רחמי שמים, תפילות און ברכות - צו בלייבן מיט משה רבינו, איז דאך כל שכן אונז, וואס מיר זענען אזוי ווי מיר זענען, מיר זענען אנגעשמירט פון קאפ ביז פיס מיט עבירות - דארפן מיר דאך זיכער רחמי שמים ניצול צו ווערן פון ליצנות.


געב זיך אכטונג פון א חסיד שנפל. דער הייליגער רבי נתן זאגט: "שמעתי מאדמו"ר", איך האב געהערט פון רבי'ן, אז א "חסיד שנפל גרוע ממשומד", א חסיד וואס האט זיך אפגעקילט - איז ערגער פון איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט; ווייל איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט וועט קיינער נישט אויסהערן, אבער איינער וואס זעט אויס ווי א חסיד און פון אינעווייניג איז ער פארלאשן, פול מיט ליצנות, אזא איינער הערט מען אויס און מען קען אלעס פארלירן.


היכל הקודש איז נישט דער און נישט יענער, היכל הקודש זענען די ספרים פון מוהרא"ש, די שכל פון מוהרא"ש, די עצות און חיזוק פון מוהרא"ש. אז מען לערנט יעדן טאג די בריוו, די קונטרסים און מען האט גוטע חברים מיט וועם מען איז זיך מחזק - אזא איינער פאלט נישט, אויב מען לערנט נישט די ספרים, די בריוו און קונטרסים, מען קוקט אויף דעם און מען קוקט אויף יענעם - אזא איינער קען אלעס אפלאזן.


זיי קלוג, הויב צוריק אן דיין שיעור אין משניות און גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן קיין הבנה, און טענה נישט מיט קיינעם. מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקֵייט פוּן דֶעם 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד' וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְן 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד'. 'טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'' - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד' וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוּת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ 'תּוֹרָה לִשְׁמָהּ' מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.