בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6582 - ווען מען הערט רעדן אויף צדיקים, ווערט מען פארטריבן פון גן עדן
תפילות אויף אידיש, צדיקים, לשון הרע, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג נישט צו הערן קיין ליצנות, קיין לשון הרע; מען קען שוין זיין אין היכל הקודש, קודש קדשים, און דארט באגעגענען דעם נחש הקדמוני וואס רעדט צו מען זאל עסן פון די עץ הדעת, און אז מען הערט אים אויס - ווערט מען פארטריבן פון גן עדן.


ווען איך בין געקומען קיין יבנאל צו זיין ביי מוהרא"ש אויף א שבת, עס האט זיך געשפירט ווי אין גן עדן - זענען צו מיר געקומען אינגעלייט און געזאגט: "מיין נישט אז אלעס איז גוט דא, עס איז דא אזויפיל פראבלעמען", זיי האבן מיר געוואלט אויפהעצן אויף מוהרא"ש.


איך האב דעמאלט געטראכט צו מיר 'אוי וויי, מען קען זיין ביים צדיק, מען קען זיין אין קודש הקדשים - און מען דארף רחמי שמים נישט צו הערן לשון הרע, נישט צו פארגעסן פון תכלית, פארוואס בין איך געקומען צום רבי'ן, פארוואס בין איך אין היכל הקודש, און וואס גייט מיר אן דאס און יענץ? ממש ווי מוהרא"ש זאגט, מען קען זיצן איינער נעבן צווייטן, איינער איז אין גן עדן, ער שפירט אלע ש"י עולמות, און נעבן אים זיצט איינער אין גיהנום, אין חושך ענן וערפל, אין די גרעסטע טונקלקייט.


ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו גיין אין א זייט און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער וואס טו איך דא, איך בין אזוי פארלוירן, דא האב איך געטראפן א צדיק וואס ברענגט מיך צו דיר, ער ברענגט מיר צו לערנען און דאווענען און צו דביקות אין דיר, און דא הער איך רעדן כל דבר אסור, איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר איך זאל נישט הערן קיין לשון הרע און איך זאל גיין אויפן אמת'ן וועג".


אזוי מוז זיין, און אזוי וועט זיין, און דאס גייען אלע אריבער, אפילו גרויסע מענטשן דארפן דאס אויך אריבערגיין; הערן לשון הרע וכו'. מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכא), דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; דער רבי דוד צבי האט נישט ליב געהאט חסידים, ער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.


אין אנהויב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'. עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידעמער ווי ער פלעגט רעדן צו זיי קעגן חסידים.


דאס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים דאס איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6581 - מאוויס ווארפט אראפ דעם מענטש אין די גרעסטע טומאה
אמונה, מאוויס, היטן די צייט, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך אנצוהויבן פונדאסניי, הויב אן פונדאסניי זיך בענקען צום אייבערשטן, און נעם אריין אין דיר אמונה, גלייב באמונה שלימה אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; דומם צומח חי מדבר, הכל לכל איז אייבערשטער, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם.


מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, קיינער קען דיר נישט העלפן, קיינער קען דיר נישט שלעכטס טון, אלעס איז נאר דער אייבערשטער, און אז דו וועסט דאס ארייננעמען אין דיר - וועסטו פטור ווערן פון אלע דיינע צרות, ווייל דער גאנצער גלות איז ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן.


ווען דו גייסט שטימען זאלסטו דאס מאכן נאר לפנים, פארגעס נישט פאר איין סעקונדע ווער דער פירער איז, ווער עס מאכט די פרייזן, די שטייער, וכו' וכו', אלעס דער אייבערשטער אליין.


מען האט שוין גערוקט דעם זייגער, עס הויבט זיך אן די גאלדענע נעכט. דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו רופט אן די ווינטער נעכט - די 'גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן; וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט האלטן אין שטוב קיין קאמפיוטער, סמארטפאון, טעבלעט וכדומה, קוק נישט קיין מאוויס; נישטא נאך א זאך וואס פארברענט די נשמה פונעם מענטש ווי מאוויס.


קוק נישט קיין מאוויס, מאוויס ווארפט אראפ דעם מענטש אין די גרעסטע טומאה, מען איז נאכדעם פוגם בברית רחמנא לצלן, מען פארלירט אלעס. ווייל די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה איז אזוי געפערליך, די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן איז חייב מיתה, "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; דאס אלעס קומט פון קוקן מאוויס רחמנא לצלן, דאס איז וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיגגיין ברענגט צו עבירות, און צו דעפרעסיע, אויך זאגט דער רבי (ספר המידות אות ניאוף, סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה וכו'", דער ליידיגייער וואס טוט גארנישט - דער האט אסאך נסיונות און פאלט אראפ אין עבירות, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6580 - ביי ניחום אבלים, זעט מען וואס בלייבט פונעם מענטש
תכלית, מעביר סדרה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען מנחם אבל זיין מיין טאטע שליט"א וואס זיצט שבעה נאך זיין ברודער הרב עמרם עליו השלום, אב"ד האמאראד. איך האב נאכאמאל געזען וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען זאל זיך אונטערהערן וואס מען רעדט ביי ניחום אבלים - וועט מען זען וואס בלייבט פונעם מענטש, מען רעדט נאר פון זיינע גוטע זאכן וואס ער האט געזאגט, פון זיין דאווענען, פון זיין ערליכקייט, קיינער רעדט נישט פון זיין געלט, קיינער רעדט נישט פון די הייזער וכו', מען רעדט נאר פון נאך א נקודה טובה און נאך א נקודה טובה, דאס איז זייער מחזק אויף אויסניצן די יארן וואס מיר זענען נאך דא - אויף גוטע זאכן.


הויב אן שוין היינט לערנען די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י הקדוש, אזוי ווי דער שלחן ערוך ברענגט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ב): "וִירֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", און צדיקים זאגן אז דער מחבר איז מרמז 'אויב דו ווילסט יראת שמים - זאלסטו דאס טון'; לאז עס נישט אויף סוף וואך, הויב אן שוין היינט, און יעדן טאג זאלסטו לערנען אביסל, ווייל שנים מקרא ואחד תרגום איז אזוי הייליג, מען קען אלעס פאררעכטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יט) אז דאס איז א תיקון הברית.


יעצט הויבן מיר אן דעם זמן, סיי מיט די תלמוד תורה, סיי מיט די ישיבה; איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6579 - די גאלדענע ווינטער נעכט
שלום בית, עבודת השם, היטן די צייט, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט שוין גערוקט דעם זייגער, עס הויבט זיך אן די גאלדענע נעכט. דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו רופט אן די ווינטער נעכט - די 'גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן. וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב, דאווען מעריב וואס פריער און בלייב אין שטוב; אדער גיי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס, (מען קען זאגן תיקון חצות ביזן עלות השחר), אדער בלייב אין שטוב לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז א אינגערמאן האט נישט וואס צו זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט, נאר בלייבן אין שטוב לערנען אין שטוב. אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט דיין ווייב זיך זייער פרייען, זי וועט דיך מחשיב זיין, זי וועט דיך ארויפקוקן, דיין שלום בית וועט ווערן גאר גוט.


אפילו פרייטאג צו נאכטס, ווען עס איז איינגעפירט ביי אנדערע פלעצער צו גיין צו טישן וכו' - איז ביי אונז נישט אזוי, מוהרא"ש זאגט, א אינגערמאן האט נישט וואס ארויס צו גיין פרייטאג צו נאכטס, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב, און איך זאג קלאר אז די באטעס ביי מיר - איז נישט פאר אברכים, עס איז אויסדריקליך נאר פאר בחורים, אינגעלייט האבן נישט וואס ארויס צו גיין פון שטוב.


מארגן איז דא וואלן אין אמעריקע, מיליאנען מענטשן זענען פארקאכט און איינגערעדט אז די וואלן איז זייער ישועה, איך בעט דיר זאלסט חזר'ן אמונה, חזר זיך 'דער אייבערשטער איז אונזער ישועה'; די אינטערעסט (פראצענט), די געז, די טעקסעס - אלעס ווערט געפירט דורך דעם אייבערשטן מיט א פינקטליכע השגחה, נישט דער ער און נישט דער זי - וועט זיין אונזער ישועה.


איך בעט דיר נאכאמאל, גיי נישט ארויס ביינאכט פון שטוב, לייג זיך פרי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6578 - די וואלן אין אמעריקע
התחזקות, תשובה, הלכה, נייעס, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביסט אראפגעפאלן? הייב זיך אויף, און גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער נעמט אן דיין תשובה און האט ווייטער א נחת רוח פון דיין עבודת השם. אויבן אין הימל האט דער אייבערשטער טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מלאכים וואס האבן נישט קיין בחירה און האבן נישט קיין נסיונות, נישט קיין ווייב און נישט קיין קינדער; דער אייבערשטער האט אונז באשאפן ווייל דאס איז די גרעסטע תענוג און נחת רוח, צו זען ווי מיר הייבן זיך אויף און מיר קומען נאכאמאל און נאכאמאל צוריק צו אים.


די וואך איז די וואלן אין אמעריקע, מענטשן זענען פאר'כישופ'ט פאר די וואלן, מען פארגעסט אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס און ער מאכט אלעס; לאז אפ די נייעס, לאז אפ די שטותים, נישט ער קען אונז העלפן און נישט זי וועט אונז העלפן, נאר דער אייבערשטער וועט אונז העלפן, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס.


מאך זיך א שיעור אין איבער'חזר'ן די הלכות וואס איז נוגע פאר בויען א אידישע שטוב, א ריינע שטוב. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אונז שטענדיג זאגן אז דער גרויסער צדיק רבי אורי פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט איבערגע'חזר'ט מער פון טויזנט מאל הלכות טהרה, איז דאך זיכער אז מיר פשוט'ע אידן דארפן דאס חזר'ן אן א שיעור מאל, אז מיר זאלן נישט חס ושלום נכשל ווערן אין די הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6577 - א גרויסן דאנק פארן העלפן דרוקן די הייליגע ספרים
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה שנת תשפ"ה לפרט קטן, פה אומאן יצ"ו


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן העלפן דרוקן די הייליגע ספרים, ספר עצתו אמונה חלק י', וואס ברענגט אריין אזויפיל חיזוק און יראת שמים, אזויפיל שכל און הדרכה על פי די עצות פון הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא, ותלמידו מוהרנ"ת וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


אין זכות פון זיין א מזכה את הרבים זאלסטו האבן א כתיבה וחתימה טובה, דו מיט דיין גאנצע משפחה.

#6576 - העלפן נאך מער די עלטערן, לכבוד די בת מצוה
חיזוק פאר מיידלעך, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה ב', י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך וויל אייך וואונטשן לכבוד אייער יום הולדת, איר ווערט היינט א 'בת מצוה', דער אייבערשטער זאל אייך געבן שיינע לאנגע געזונטע יארן, איר זאלט ברענגען אסאך אידיש נחת פאר אייערע עלטערן.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטסטאג צו העלפן נאך מער אייערע עלטערן און זיי מאכן נאר נחת.


א גוט יום טוב.

#6575 - די לעבעדיגע שפרינגעדיגע קינדער אין קלאס
חינוך הילדים, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה ב', י"ב תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, האב נישט קיין חלישות הדעת פון די תלמידים, די לעבעדיגע שפרינגעדיגע זענען געזונטע וכו', די בחורים און קינדער וואס זענען פארמאכט און פארשלאסן וכו' - דאס מיינט נישט זיי זענען בעלי דרך ארץ; די וואס קענען עפענען א מויל, די תלמידים וואס שפרינגען און טאנצן וכו', שרייען וכו' - די זענען געזונטע, און מיט סבלנות איז מען זייער מצליח.


א מלמד דערציילט מיר ער האט א קינד וואס שוין איבער צוויי יאר עפנט ער נישט זיין מויל, די וואך האט ער אים געדארפט געבן א פאטש פארן זיך מתחצף זיין. ער האט דאס דערציילט פאר זיין טאטע, זאגט דער טאטע: "עס איז א מעשה פון תפילה, איך בעט שוין אויף דעם א לאנגע צייט, אז מיינע קינדער זאלן זיך עפענען און זיין געזונט, זיך קענען אנרופן ברבים, און אזוי וועל איך קענען מחנך זיין מיינע קינדער, זיי זאלן זיין דרך ארצ'דיג, ווייל כל זמן מיין קינד עפנט נישט די מויל פון פחד איז דאס נישט קיין דרך ארץ", (דער טאטע אליין איז א מלמד); זיין א פארמאכטע קינד, נישט קענען עפענען די מויל - דאס מיינט נישט אז מען האט דרך ארץ, זיין א קינד וואס קען עפענען א מויל און מען לערנט אים ווי אזוי און ווען מען רעדט צו עלטערע און צו מלמדים - דאס איז דרך ארץ.


רעד צו די בחורים פון אמונה, פון יראת שמים, פון כיבוד הורים, און פון מידות טובות און אסאך פון דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ווער נישט מיד, און אפילו עס זעט דיר אויס ווי דו טוסט גארנישט אויף, זאלסטו גלייבן אז דו טוסט יא אויף, און ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6574 - אז דער מאן וויל ברסלב, דארף מען אים רודפ'ן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, חסידות ברסלב, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה ב', י"ב תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער פון אייער משפחה טשעפעט אייך וועגן ברסלב, וועגן היכל הקודש; איך קען אייך איין זאך זאגן, אייער שווער שליט"א איז געקומען צו מיר נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נאר מערערע מאל, ער האט מיר זייער ליב, ער האט מיט מיר גערעדט מיט זייער א שטארקע ליבשאפט, ער האט מיר קלאר געזאגט: "איך בין נישט קיין ליגנער, איך גיי נישט זאגן אז עס שמעקט מיר און אז איך וויל מיינע קינדער זאלן גיין קיין ברסלב, אבער אז זיי זענען אנגעקומען אין היכל הקודש, דאנק איך דעם אייבערשטן", ער האט גערעדט מיט מיר לאנגע שעות מיט א שטארקע ליבשאפט, ער האט מיר געזאגט: "מיינע קינדער טוען וואס מיינע הייליגע זיידעס האבן געטון, זיי זענען אויך געלאפן צו צדיקים, זיי זענען אוועק געלאפן פון שטוב צו צדיקים, געזוכט און געזוכט וואו עס איז דא אן ערליכער איד וואס וועט זיי ברענגען נאנט צום אייבערשטן"; ובכן, ווייס איך נישט ווער עס טשעפעט אייך און פון וועם איר האט אזוי מורא.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן א ירא שמים מיט גאלדענע מידות, און אז ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן - קומט אים נישט דעם טויט, און אז ער וויל אריינשיקן די קינדער צום רבינ'ס חדר, אין רבינ'ס בית פיגא - מעג ער דאס טון, ער דארף קיינעם נישט פרעגן, אדרבה, זאל מען גיין צו וואס פאר א דיין און וואס פאר א רב מען וויל נאר (וואס האט נישט קיין אייגענע נגיעות), און פרעגן 'וואס טוט מען אויב מען וויל גיין דאווענען אין ברסלב, מען זעט ווי מען באקומט יראת שמים, מען באקומט חיזוק אויף דינען דעם אייבערשטן, און די עלטערן זאגן זיי האבן צער, וואס דארף מען טון?' וועט א יעדער דיין און מורה הוראה פסק'ענען וואס די תורה זאגט, מען מעג גיין, און מען דארף גיין.


מרת ... תחי', וואלט איר געוויסט וואס פאר א צרות עס גייט אריבער אויף מענטשן, ווי ווייבלעך לעבן א געצווינגענע לעבן, נאר ווייל זיי האבן רחמנות אויף די קינדער זיי זאלן נישט זיין קיין לעבעדיגע יתומים, ווייבער ליידן פון מענער וואס טוען שטילערהייט עבירות, ווייבער ליידן פון מענער וואס שרייען, שלאגן און פארשעמען, ווייבער ליידן פון מענער וואס פירן זיך פראסט ווי בהמות וכו', זיי האלטן זייערע שטוב נאר צוליב די קינדער, און אז אייער מאן וואס איז אן ערליכער איד, א שטיק איידלקייט, וויל אביסל קרבת אלוקים, און ער האט עס געטראפן אין ברסלב – רודפ'ט מען אים? מען איז אים מבזה?!


זאלט איר זיין אן אשת חיל, מיט גיין מיט אים און אים גוט מאכן, און אז עלטערן שרייען - נעמט מען עס אן באהבה, און אז עלטערן סטראשען וכו' וכו' - ווארט מען מיט סבלנות, עד יעבור זעם, ביז עס וועט זיך ארויסשטעלן דעם אמת, די עלטערן וועלן וויינען צו די אנדערע קינדער, זיך בעטן: "גייט אויך קיין ברסלב, נעמט חיזוק פון די נחל נובע מקור חכמה".


איך האב אסאך צו שרייבן אבער איך בין זייער פארנומען אין די ערב יום טוב טעג, איך האף צום אייבערשטן אז די פאר ווערטער וועט אייך געבן חכמה און בינה יתירה ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, און זיך גוט אויסלאכן פון די איבערגייאכטס וואס גייט אזוי שנעל אריבער אזוי ווי די שאטן פון א פייגל, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמד, ד): "כְּצֵל עוֹבֵר", די לעבן גייט אריבער ווי א שאטן, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל", הלואי וואלט די לעבן געווען אזוי לאנג כאטשיג ווי די שאטן פון א וואנט, "אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן", אדער אזוי לאנג ווי דער שאטן פון א בוים, ניין, "אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", די לעבן גייט פארביי אזוי שנעל ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


בנוגע די בריוו וכו'; עס וועט נישט בעסער מאכן, עס פעלט נישט אויס; איין זאך וועט בעסער מאכן, ווי שטערקער ענקער קשר וועט ווערן - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6573 - אז מען רעדט אייך א שידוך, זאגט וואס איז אייער ווילן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות, ווי דאס לעבן איז אייך געווארן שיין און זיס מיט די עצות און שכל פון רבי'ן, אייער כיבוד הורים איז געווארן אזוי גוט, אזוי אויך אייער צניעות, און זייט איר זענט מקורב צום רבי'ן האט איר באקומען אן עקל צו גיין אנגעטון ווי די אומות העולם.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א שידוך א בחור וואס האט א געפיל אין הייליגן רבי'ן און וויל אויך אויפשטעלן א שטוב מיט די יסודות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און אודאי און אודאי אז איר זענט גרייט זיך אפצושערן נאך די חתונה - זאלט איר אזוי טון, און אז מען רעדט אייך א שידוך קענט איר זאגן אז דאס איז אייער ווילן, איר ווילט ערליכע קינדער, איר ווילט נישט קיין קליפות אין שטוב, אזוי ווי מוהרא"ש און אלע צדיקים האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6572 - יעדן טאג קען מען קומען זיך שואל עצה זיין
תהלים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט אז היינט קען מען מער נישט צוקומען וכו', נאר דער וואס האט פראטעקציע דער קען קומען; דאס איז ליגנט, איך נעם אויף יעדן טאג, (מער ווי אמאל ווען מען האט נאר געקענט קומען זונטאג), יעדן טאג קען מען קומען זיך שואל עצה זיין.


זאג יעדן טאג תהילים; ווער עס זאגט יעדן טאג תהילים איז זוכה אז דוד המלך אליין איז מליץ יושר ביים כסא הכבוד פאר אים, און מען איז זוכה צו זען ניסים ונפלאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6571 - קינדער פון די עלטסטע קלאס זאלן דאווענען מיט מנין
חדר, הדרכות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ליבערטי


עס איז כדאי צו מאכן א שטיקל טויש אין תלמוד תורה מיט די עלצטע כיתה, זיי זאלן דאווענען שחרית אין בית המדרש אין האשקי מיט מנין. היות עס הויבט אן ווערן בר מצוה'ס די יאר, די בחורים דארפן גיין אין מקוה און דאווענען מיט מנין, זאלן זיי דאווענען מיטן מלמד ביי די זיבן דרייסיג מנין, און נאכן דאווענען - האלב ניין - זאלן זיי גיין אין חדר עסן פת שחרית מיט די באס.


יעדן טאג קומען צו מיר עלטערן אז זיי ווילן ארויסנעמען די קינד פון חדר און אריינלייגן אין ישיבה; וואלט נישט געווען קיין מקוה מיט מנין - פארשטיי איך די טענה, אבער אז מען וועט דאווענען מיט מנין און קענען גיין אין מקוה - איז ענדערש פאר די בחורים צו בלייבן נאך א יאר אין תלמוד תורה, זיי האבן אן אויסערגעווענליכער מלמד, אלע מיינע קינדער האבן געלערנט ביי אים, נישט פאר איין יאר נאר פאר אפאר יאר, ער האט אין זיי אלע אריינגעלייגט אסאך יראת שמים מיט אסאך מידות טובות.


מנחה איז אויך כדאי צוריק מחדש זיין די מנין פאר די עלצטע צוויי כיתות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6570 - וואס וועסטו טון אז דיין ווייב וועט זיך קויפן א סמ'טעלעפאון?
תפילות אויף אידיש, שלום בית, טעלעפאן, אידישע שטוב, קבלה טובה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב האט זי געזאגט אז זי וויל זיך אויך קויפן א סמ'טעלעפאון, פארוואס נאר דו מעגסט? זי וויל אויך, איך האב נישט געוואלט מאכן קיין שלום בית פראבלעמען, אבער יעצט זאג איך דיר, וואס וועסטו טון אז זי וועט זיך קויפן א סמ'טעלעפאון? זי וועט נישט טוישן די קינדער, זי וועט נישט באדן די קינדער, זי וועט נאכלאזן פון פירן א געהעריגע ווירטשאפט, איז וואס וועסטו טון...


איז כדאי אז דו אליין זאלסט אפלאזן די סמ'טעלעפאון און האבן א געזונטע ערליכע שטוב.


איך ווייס עס איז נישט גרינג, איינמאל מען האט זיך צוגעוואוינט צו דעם סמ'טעלעפאון - איז נישט קיין גרינגע זאך דאס אפצולאזן, זאלסטו גיין יעדן טאג א שפאציר און אויפהייבן די אויגן צום אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון מיט די סמ'טעלעפאון? איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם, עס מאכט מיר פארלירן די אויגן, און אזויפיל ליצנות; העלף מיר, געב מיר כח צו זיין ערליך און שטארק מיט דיר".


לכבוד דעם נייעם יאר נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביי קדיש, קדושה און חזרת הש"ץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6569 - אז מען קוקט עקלדיגע מאוויס רחמנא לצלן, פארלירט מען אלעס
אמונה, שלום בית, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אוי געוואלד, קוק נישט קיין מאוויס; אז מען קוקט עקלדיגע מאוויס רחמנא לצלן - ווערט דער מח זייער פארדרייט, מען פארלירט די הייליגע אמונה, מען פארלירט אלעס.


קוק נישט קיין מאוויס וועסטו זוכה זיין צו אמת'ע שלום בית, די שכינה וועט רוען ביי ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6568 - מלמדים דארפן רעדן צו די קינדער פון קדושת הברית
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער מלמד ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיך צו דאנקען אויף אלעס וואס דו טוסט מיט אונזערע קינדער, אזויפיל יראת שמים לייגסטו אריין אין זיי, אזויפיל הארץ, אזויפיל כח; דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך כח צו קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


אז דו זעסט א קינד שפילט זיך מיט א צווייטע קינד נישט איידל, זיי קיצלען זיך נישט איידל, און אזוי ווייטער, זאלסטו דאס גלייך אפשטעלן און רעדן צו די קינדער פון זיין איידל, דאס איז דיין פליכט בתורת מלמד; איך פארלאנג פון אלע אונזערע מלמדים זאלן רעדן מיט די קינדער פון קדושת הברית, ויפה שעה אחת קודם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6567 - יעדער וואס ווערט מקורב, גייט דורך שוועריקייטן
כיבוד אב ואם, שלום בית, התחזקות, חסידות ברסלב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גרעסערע מענטשן ווי דיין זיידע האבן מיך אנגעשריגן ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, מען האט מיר געזאגט די זעלבע לשונות ווי דיין זיידע האט אויף דיר געשריגן, די ערגסטע לשונות האט מען מיר געזאגט; אוי וויי, אוי וויי וואס מען האט צו מיר גערעדט קעגן מוהרא"ש, און אויף רבי נתן וכו'. עס זענען געווען צייטן וואס איך האב געשפירט ווי מיינע נערווען גייען קראכן, אמאל בין איך אזוי צעבראכן געווען (עס איז געווען פורים תשס"ז), ווען אלע האבן געטאנצן בין איך אהיים, אנגעטון נאכט קליידער און געגאנגען שלאפן, איך בין געווען אין א שרעקליכע קטנות הדעת, און מוהרא"ש האט דאס געזען ברוח קודשו, האט ער מיך גערופן. איך האב זיך צוריק אנגעטון און צעבראכענערהייט גערופן א קאר סערוויס און געפארן קיין בארא פארק, איך געדענק ווען איך בין אריינגעקומען אין שול ביי מוהרא"ש - איז מיר געווען אזוי טונקל אז די לעקטער האט מיר זייער געשיינט אין די אויגן, איך האב עס נישט געקענט נעמען, און מוהרא"ש האט מיר גענומען אין דער זייט און מיך זייער מחזק געווען.


מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "וואלסטו געוואוסט וואס פאר א גרויסע מענטשן האבן מיך אפגערעדט פון הייליגן רבי'ן... נישט איין מאל אזוי גרויס ווי די וואס רעדן צו דיר, נאר צען מאל אזוי גרויס, און דאך האב איך קיינעם נישט אויסגעהערט, איך האב זיך צוגעקלעבט צו די הייליגע ספרים און געזאגט 'זאל זיין וואס זאל זיין, וועל איך נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן'".


דאס וואס דער זיידע פארדרייט דיר דעם קאפ אז די קידושין איז נישט קיין קידושין ווייל מען האט געמאכט די שידוך נאר על תנאי אז דו האסט נישט מיט ברסלב, און אויב דו האסט יא מיט ברסלב טארסטו נישט לעבן מיט דיין ווייב, די קידושין איז קיין קידושין; דאס איז א שיינע ווערטל, דאס דארפן אלע מקורבים אריבערגיין, און וואויל איז דער וואס דערהאלט זיך און גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


זע נאר איין זאך, מען זאל נישט רעדן צו דיין ווייב קעגן דיר, מען זאל נישט מאכן קיין פירוד לבבות; זאלסט רעדן שיין צו איר, זאלסט איר געבן גוטע ווערטער, און זאג איר דעם אמת, אז דער רבי איז דיין לעבן און דו ווילסט זי זאל דיר העלפן, זי זאל דיך מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6566 - צאלן שטייער אין צייט, אז מען זאל נישט צונעמען די הויז
תפילה והתבודדות, הדרכות, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו צאלן טעקס אויף דיין הויז, ווייל אז מען צאלט נישט קיין שטייער קען די רעגירונג אוועק נעמען די הויז, דו וועסט בלייבן אן א דאך איבערן קאפ.


געווענליך אז מען קויפט א הויז נעמט מען א מארטגעדזש און די באנק מאנט יעדע חודש פאר די שטייער, אבער ביי דיר אז דו האסט נישט ארויסגענומען קיין מארטגעדזש - דארפסטו אכטונג געבן צו צאלן שטייער אין צייט אז מען זאל דיר נישט צונעמען די הויז.


גיי יעדן טאג א שפאציר ארום דיין שטוב, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דרוקט דיר, אלעס וואס שטערט דיר, ובעיקר ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און ווי דער יצר הרע שפילט מיט דיר ארום און ער ווארפט דיר אראפ, נאר מיט התבודדות איז מען פארזיכערט אז מען פארקריכט נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6565 - דאווענען שבת אינדערפרי אין צייט
בית המדרש, הדרכות, היטן די צייט, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך בין נישט צופרידן אז מען דאווענט ביי ענק אזוי שפעט שבת אינדערפרי, אז עס וועלן קומען אינגעלייט און וועלן מאכן נאך א מנין אביסל שפעטער - דאס איז גוט.


איך געדענק ווען איך האב זוכה געווען צו איינשטיין שבת ביי מוהרא"ש אין יבנאל, נאכן דאווענען איז מוהרא"ש אהיים געקומען און מיר האבן געגעסן די סעודה. נאך די סעודה האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "קום שפאצירן, איך וויל דיר ווייזן די מנינים ווי שיין דא אין יבניאל איז"; מוהרא"ש האט מיר געוויזן אז עס איז דא נאך מנינים, שפעטע מנינים, מוהרא"ש האט זיך אזוי מחי' געווען, ער האט מיך ארום געפירט פון איין שול צום צווייטן, ער איז ארויף אויבן און געוויזן 'דא איז דא א תימנ'ער מנין, און אונטן שטעלט זיך יעצט נאך א מנין'.


אבער עס דארף זיין אן ערשטע מנין צייטליך, עס זענען דא אינגעלייט וואס ווילן דאווענען אין צייט און מאכן די סעודה אין צייט, דאס שטערט מיר אז די ערשטע מנין איז עלף אזייגער, אז מען דאווענט אין צייט און עס קומען נאך אינגעלייט וואס ווילן אוועק שטעלן נאך א מנין - אדרבה ואדרבה, אבער די ערשטע מנין דארף זיין אין צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6564 - דו ביסט שוין אריבער שווערערע צייטן
תודה והודאה, שלום בית, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דו ביסט שוין אריבער שווערערע צייטן אין לעבן מיט פרנסה, און דער אייבערשטער האט דיר אזוי שיין געהאלפן, דאס דארף דיר געבן חיזוק אויף ווייטער; יעצט ווען עס איז דיר ווייטער געווארן טונקל - טארסטו נישט ווערן אויסער זיך, געדענק די חסדים פונעם אייבערשטן, דאנק אים און לויב אים, וועט דער אייבערשטער מאכן מיט דיר נאך ניסים.


געדענק די נס וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר, האסט באקומען א מתנה פון הימל א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, זאלסטו צו איר רעדן מיט די שענסטע ווערטער מיט די גרעסטע דרך ארץ. איך ווייס אז דו רעדסט צו איר שיין, איך ווייס דו ביסט ערליך, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל דאס, ווייל איך וואלט מיך געפרייט צו באקומען פון מוהרא"ש נאכאמאל א בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט מיר נאכאמאל: "איך בעט דיר, רעד שיין צו דיין ווייב", "איך ווארן דיר, רעד מיט דרך ארץ צו דיין ווייב".


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, ווי וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויסגעזען אן דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6563 - יישר כח פארן העלפן די מלמדים
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן העלפן די מלמדים; דער אדמיניסטראטער רפאל נרו יאיר האט מיר איבערגעגעבן אז דו האסט געגעבן צען טויזנט דאלער מען זאל קענען באצאלן די מלמדים אויף יום טוב.


איך האב אסאך געדאווענט פאר דיר, סיי ביים רבינ'ס ציון און סיי יום הקדוש, ענק זאלן זען בקרוב א גאנצע ישועה.דער אייבערשטער זאל דיר העלפן, בזכות די גרויסע מצוה פון צדקה זאלסטו און דיין ווייב און דיינע קינדער זיין געזונט און שטארק, און זאלסט זוכה זיין צו נחת דקדושה.

#6562 - מען פארלאנגט דרך ארץ ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער
חינוך הילדים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן העלפן די מוסד.


זע עס זאל זיין דרך ארץ אויפן באס, סיי ווען דו דרייווסט די אינגלעך און סיי ווען דו דרייווסט די מיידלעך, און אז דיר פריוואט שטערט נישט די וועג ווי די קינדער רעדן צו דיר - ביסטו נאכאלץ מחויב צו זען עס זאל זיין דרך ארץ, מען פארלאנגט נישט דרך ארץ פאר די אייגענע אינטערעס, מען פארלאנגט פון די קינדער דרך ארץ ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער, מען דארף האבן דרך ארץ, און ווען איך הער ביי מיר אין שטוב ווי א קינד רעדט נישט מיט דרך ארץ צו מיר אדער צו מיין ווייב - פארלאנג איך דרך ארץ, נישט צוליב מיינע אייגענע חשבונות, נאר ווייל אזוי שטייט אין די תורה.


אויב איז דא קינדער וואס זענען זיך מתחצף - דארפסטו נאכאלץ דערציילן דעם מנהל און מנהלת אויב איז דא קינדער וואס רעדן נישט מיט דרך ארץ, ווייל ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ פון די הייליגסטע און וויכטיגסטע זאכן, און איך פארלאנג פון אלע איינגעשטעלטע נישט מותר זיין אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6561 - דערציילן זאכן וואס מען דארף מתקן זיין
שטעטל, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דערצייל מיר וואס דו זעסט אין שטעטל, סיי די גוטע זאכן און סיי די זאכן וואס דארף א תיקון, מען ווערט נישט קיין מקטרג אז מען דערציילט די זאכן וואס מען דארף מתקן זיין; אז דו וועסט מיר דערציילן זאכן וואס מען דארף מתקן זיין אין שול, אין די מוסד און צווישן אנשי שלומינו - וועסטו האבן א זכות.


וואלט מען אוועק געווארפן וכו' - וואלסטו געדארפט טראכטן אויב איז כדאי צו דערציילן, אבער אז מען וועט נאר יענעם מחזק זיין, מען וועט יענעם אנגיסן מיט א שיסל חיזוק ווערטער - טארסטו זיך נישט איינהאלטן פון דערציילן.


באהאלט זיך אין 'תיבת נח', דאס איז די 'תיבת התפילה'; רעד ארויס אפאר ווערטער צום אייבערשטן, ער זאל דיך מקרב זיין, ער זאל דיך ברענגען נאנט צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6560 - ווען מען לייגט אוועק די געטשקע, דרייט זיך אלעס צום גוטן
פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר דערציילט אז דו האסט געטראפן אן ארבעט, און דער בעל הבית האט זיך אויסגענומען מיט דיר אז דו קענסט נאר ארבעטן ביי אים אויב דו ווארפסט אוועק דיין סמ'טעלעפאון, דו קענסט קומען נאר מיט א כשר'ע טעלעפאן; האסט מיר אזוי פרייליך געמאכט, סיי אז דו האסט געפונען א פרנסה, און סיי אז דו וועסט אנהויבן לעבן ווי א איד דארף לעבן.


יעצט וועט זיך אנהויבן ביי דיר ישועות און רפואות, ווייל ווי נאר מען לייגט אוועק די געטשקע - געבט זיך אלעס א דריי אויף לטובה.


לכבוד די נייע יאר זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6559 - נישט ווערן צעבראכן ווען איינער גייט אוועק פון די חבורה
חלישות הדעת, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן וואס טוט זיך ביי ענק אין שול, ווי שיין מען דאווענט, און מען איז מחזק יעדן איינעם וואס טרעט אריבער דעם שוועל ביי ענק אין שול.


בנוגע וכו'; געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "מי שבא, ברוך הבא", ווער איז קומט אריין אין שול - זאלסטו שיין באגריסן און מחזק זיין, "ומי שלא בא, ברוך השם", און ווער עס קומט נישט - איז ברוך השם.


האב נישט קיין חלישות הדעת פון די זאכן; יארן צוריק האט מיר מוהרא"ש גערופן אויפן טעלעפאן פרעגן אויף איינעם וואס איז געווען נאנט צו מוהרא"ש, ער האט משמש געווען מוהרא"ש - אויב ער דאווענט נאך ביי אונז אין שטיבל, און ווען איך האב געענטפערט אז יענער איז שוין לאנג נישט געקומען דאווענען, האט מוהרא"ש מיר מחזק געווען איך זאל נישט ווערן צעבראכן פון דעם, און נישט ווערן צעבראכן ווען איינער גייט אוועק פון די חבורה, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "ווען מען גייט אין מלחמה פאלן סאלדאטן, מען קען נישט אפשטעלן די מלחמה, מען גייט ווייטער". אגב, די ווערטער האב איך נישט געדארפט פאר דעמאלט, דעמאלט איז מיר געווען א שמחה ווען יענער איז אוועק פון היכל הקודש, יענער איז געווען א לץ, יענער פלעגט זיצן אין חוזק מאכן פון כל הקדוש לנו, פון רבי'ן, פון רבי נתן, און פון מוהרא"ש, איך האב זיך געפרייט ווען יענער איז אוועק געגאנגען דאווענען פון אונז, די ווערטער פון מוהרא"ש האט מיר אבער זייער מחזק געווען במשך די אלע יארן, ווען בחורים און אינגעלייט זענען אוועק געגאנגען, און עס האט מיר יא געציפט ביים הארץ, געדענק איך די ווערטער פון מוהרא"ש: "אין א מלחמה פאלן סאלדאטן, און מען גייט נישט צוריק".


בכלל קוק נישט ווער עס איז נישט געקומען אין שול; נאר ווער עס קומט אריין אין שול, ווער עס טרעט איבער דעם שוועל - זאלסטו אנגיסן מיט קאלטס און ווארעמס; חיזוק, חיזוק און נאכמאל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6558 - דאווענען צייטליך אום יום כיפור
בית המדרש, מנהגים, הדרכות, גבאי, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך האב באקומען זייער שיינע גריסן פון ענקער מנין יום הקדוש, ווי שיין און ווארעם מען האט געדאווענט. איין זאך וויל איך ענק פאררעכטן, קומענדיגע יארן זאלן ענק דאווענען יום הקדוש אביסל פריער, מען הויבט נישט אן דאווענען תפילת שחרית אין אזא הייליגע טאג עלף אזייגער, עס איז צו שפעט אנצוהויבן דאווענען, און אז דער בעל פסוקי דזמרה פארשלאפט - נעמט מען א צווייטן בעל תפילה.


דער מנהג איז אז דער בעל תפילה וואס דאווענט כל נדרי גייט ארום דעם בימה מיטן ספר תורה און זאגט הויך, חזן וקהל, די צוויי פסוקים: "אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה", ווי ליכטיג איז פאר די וואס האבן א צדיק און גייען אין די וועג פון א צדיק, עס איז אזוי ליכטיג פארן צדיק און אויך פאר די וואס גייען אין די וועג פון צדיק; מען ליידט נישט, מען דארף נישט וויינען, און דעם פסוק "פלגי מים ירדו עיני, על לא שמרו תורתך", און אויב חס ושלום מען היט נישט די תורה, וויפיל טייכן טרערן דארף מען פארגיסן פון צרות וואס מען מוטשעט זיך השם ישמרינו.


דער בעל תפילה זאגט הויך ביז ער קומט אן צום עמוד, עס האט נישט א געוויסע צאל וויפיל מאל מען זאגט דאס.


איך בעט דיר זייער טייערער ..., געדענק וואס איז דער עיקר הצלחה פון אונז, אנן בחבביתא תליא מילתא, אונזער זאך, אונזער הצלחה - ווענדט זיך אין די ליבשאפט צווישן אונז, מען מוז זיך ליב האבן, מען מוז זיך ליידן, נאר אזוי וועלן מיר האבן הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.