בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6557 - גוטע גריסן פון די חלוקה אין בית התבשיל מיט יראת שמים
צניעות, בית התבשיל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב געהערט זייער גוטע גריסן פון די חלוקה אין בית התבשיל, ווי עס קומען באזונדער די מענער און באזונדער די פרויען, עס איז נישטא קיין תערובות. איך האב שוין לאנג געטראכט אז דאס קומען מענער און פרויען זיך שטופן כאפן עסן אין בית התבשיל - איז נישט אויסגעהאלטן, איך פריי זיך אז מען איז אריבער צו די נייע גרויסע בנין וואו מען מאכט באזונדער מענער און באזונדער פרויען, עס גייט צו מיט יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא צו קענען טון ווייטער גוטע זאכן פאר אידישע קינדער, זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#6556 - זאג פרקים משניות, אן פארשטיין, אן קיין טעם, אן קיין געפילן
התחזקות, עבודת השם, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיינע מעסעדזשעס.


ברודער הייב זיך אויף, און אז דו ביסט נאכאמאל אראפגעפאלן - הייב זיך נאכאמאל אויף, און אז דו ביסט אראפגעפאלן א טאג נאך יום כיפור - הייב זיך נאכאמאל אויף, אונזער הייליגער רבי נתן האט אונז געלערנט: "אז מען דאווענט נישט יום הקדוש - דאווענט מען אין גאט'ס נאמען"; מען קען אנהויבן נאכאמאל ממחרת יום הכיפורים, מען קען שטענדיג אנהויבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן.


טייערער ..., דאס איז דאס גרויסקייט מיט וואס מיר קענען דינען דעם אייבערשטן מער ווי די מלאכים דינען דעם אייבערשטן; א מלאך פאלט נישט, א מלאך איז א שטיק פייער, זיין אנהייב איז פייער און זיין ענד איז פייער, און אז דער אייבערשטער וויל די סארט עבודות - וואלט ער נישט באשאפן די וועלט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, מענטשן מיט א יצר הרע, מיט נסיונות, מיט תאוות, מיט דמיונות און חלומות, מען פאלט און מען פאלט, און אז מען איז מקורב צום צדיק אמת וואס לערנט אונז זיך נישט מייאש זיין - הייבט מען זיך אויף, מען טוט תשובה און מען הויבט אן נאכאמאל דינען דעם אייבערשטן.


מאך זיך א שיעור אין זאגן משניות, הלואי וואלסטו זיך געקענט מסדר זיין צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, עס דארף נישט זיין אין איין צי, קענסט זאגן א פרק דא, א פרק דארט, א ביסעלע א ביסעלע ביז עס פילט זיך אן א שיסעלע; וועסטו באקומען מוחין, שטארקע נערווען, וועסט ווערן ניי געבוירן; משנה איז די אותיות נשמה, עס טוישט א מענטש מן הקצה אל הקצה.


רוף מיך נישט זאגן נאך איין טאג לערנען משניות אז דו ביסט נאכאלץ צעבראכן, עס נעמט צייט, עס גייט נישט אין איין מינוט, אבער אז מען האט סבלנות מיט עקשנות, מען זאגט יעדן טאג פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, אפילו אן קיין טעם, אן קיין געפילן - איז מען זוכה צו נייע מוחין זכים ובהירים.


שרייב מיר נאך בריוו, און איך וועל דיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווייטער שטארקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6555 - דו קומסט אלעס אפ אונטן
התחזקות, מוהרא"ש, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו גייסט אריבער שווערע טעג - זאלסטו געדענקען אז דו קומסט אפ אלע דיינע עבירות מיט דעם, דו וועסט געראטעוועט ווערן פון די בריען אין גיהנום. מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך אמאל גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיך אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


איך האב אזוי ליב די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, מען קען דאס לערנען אן א שיעור מאל, בפרט די פאר שורות (צוואת מוהרא"ש, אות יד): מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן נָאר דָאס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא): "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן): "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


היינט ערב ראש חודש חשון זאגט מען נישט קיין יום כיפור קטן, ווייל עס איז נאך אין חודש תשרי וואס מען זאגט נישט קיין תחנון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6554 - ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג
מאוויס, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, מאגאזינען, שמירת עינים, צייטונגען, תפילה, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו וואס נח האט געטון, ווען די גאנצע וועלט איז געווען אזוי געפאלן, "כי השחית כל בשר את דרכו" וגו', ער האט געמאכט א תיבה; דאס מיינט מען תיבות התפילה, ער האט געניצט די זאך פון התבודדות ותפילה, "את האלקים התהלך נח", נח איז געגאנגען מיטן אייבערשטן, ער האט גערעדט צום אייבערשטן, זיך מתבודד געווען צום אייבערשטן; נאר אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון פגם הברית רחמנא לצלן.


איך בעט דיך זייער, מיר זענען יעצט ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג, קוק נישט קיין מאוויס; וואלסטו געזען וואס איין ראי' אסורה טוט מיט די נפש, רוח ונשמה, ווי עס ווערט שווארץ און פארברענט - וואלסטו זיכער נישט געקוקט. איך בעט דיך, ראטעווע זיך, ראטעווע דיין נשמה, קוק נישט קיין קליפס, מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן, ווייל אזוי ארבעט דער יצר הרע, ער ארבעט מיט א פלאן; קוק נאר דאס, און טו נאר דאס, "היום אומר לו עשה כך", היינט זאגט ער אים טו דאס "ומחר אומר לו עשה כך", און מארגן זאגט ער אים טו נאר דאס, "עד שאומר לו", ביז ער זאגט אים, "לך עבוד עבודה זרה", גיי דין עבודה זרה, רחמנא לצלן.


נעם נישט אריין אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן, טייל אפ די ארבעט מיט די פרנסה, בוי דיין לעבן געזונט; ארבעט אין די שעות פון ארבעט און נאכן ארבעטן לייג אוועק דיינע כלים אין אפיס, און גיי אהיים און אין שול, זיי א איד, זיי א טאטע, זיי א מאן, זיי א מענטש מיט א קלארן פארשטאנד.


טו וואס נח האט געטון, ער האט געזען ווי דער וועלט ווערט חרוב, "כי השחת כל בשר את דרכו על הארץ", די דור המבול איז געווען איין שטיק ניאוף, אזוי ווי די היינטיגע דור, האט ער זיך געמאכט א תיבה, ער האט האט גערעדט ווערטער צום אייבערשטן, טו דו אויך אזוי, גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן: "טאטע איך וויל זיין א איד, טאטע איך וויל נישט טון קיין עבירות, טאטע איך וויל נישט פוגם זיין בברית, איך וויל ריינע אויגן, ריינע מחשבות".


מארגן וועט זיין א שיעור, הלואי וועסטו קומען זיך אויפפרישן מיט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


ווען דו גייסט איינקויפן פאר שבת, זאלסטו מער נישט קויפן קיין שום 'ליין מאטריאל', נעם נישט אריין אין שטוב 'ליין מאטריאל', האלט דיין שטוב ריין פון פרעמדע השקפות, זע דיין שטוב זאל זיין געבויט אויפן רבינ'ס ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6553 - ארויסהעלפן באצאלן די איינגעשטעלטע לכבוד יום טוב
צדקה, יום טוב, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה ב', י"ג תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויב דו קענסט עפעס ארויסהעלפן מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע לכבוד יום טוב - וואלט דאס געווען א גרויסע מצוה.


דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו פלעגט טיילן זייער אסאך צדקה ערב סוכות, ער האט געזאגט דאס איז זיין נוי סוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6552 - בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע טעג
פרויען צאמקום, דרך הלימוד, ימים נוראים, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט זוכה געווען צו אזעלכע שיינע הייליגע טעג, דארף מען עפעס טון צו בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע טעג, מען דארף זיך מאכן שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים. דער צדיק איז קדושת יום טוב, אזוי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלה): "כִּי עִקַּר יוֹם טוֹב תָּלוּי בַּצַּדִּיקִים", ווייל דער עיקר פון די ימים טובים איז ארויסנעמען די מלכות דקדושה פון די קליפות, און דאס טוען די הייליגע צדיקים, און אז מען לערנט זייערע ספרים, מען טוט זייערע עצות - איז מען זוכה צו האבן א גאנץ יאר אלע ימים טובים.


מאך זיך א שיעור אין ספר ליקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, און נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן", ווער עס וועט זיך אוועק זעצן לערנען זיין ספר נישט פאר קיין נצחון און נישט יענעם צו טשעפען, "וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", און ער וועט אריין קוקן אין זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים זיכער עפענען אלע פארשטאפטע אדערן, דער רבי האט געזאגט דעם לשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען".


אפילו דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די ווערטער, און אזוי זאלסטו אויך טון מיט ספר חיי מוהר"ן און ספר שיחות הר"ן, דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן", ביז דו וועסט ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


מארגן וועט זיין א פרויען צאמקום, עס וועט זיין פיינע דיבורים; טו אלעס אז דיין ווייב זאל קענען קומען. גלייב מיר, עס איז נאך וויכטיגער ווי אז דו זאלסט גיין דא און דארט, לייג אלעס אין דער זייט, גיי אהיים, זיי מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין צייטליך זיך אביסל דערקוויקן מיט די נחל נובע מקור חכמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6551 - געב מיר בינה יתירה איך זאל קענען פרייליך מאכן מיין מאן
תפילות אויף אידיש, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן איז געווען ביי מיר ערב יום הקדוש זיך געזעגענען און ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און אזוי ביטערליך געוויינט אז ער האלט נישט אויס ווי איר דערגייט אים די יארן, ער האט אזוי געוויינט, ער איז געפאלן אויף דער ערד און זיך נישט געקענט בארואיגן; איך האב אים צוגעזאגט אז איך וועל אים העלפן.


איר האט א טייערער מאן, א גוטע הארץ, איך האב אים זייער ליב, איך וויל איר זאלט פרובירן מיט אלע כוחות אים צו העלפן און אים נאר שטארקן. ער וויל אזוי שטארק א רואיגע שטוב און א פרייליכע שטוב, און איר האט אויך שטארקע כוחות, איר קענט עס באווייזן.


בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער געב מיר כח, געב מיר בינה יתירה איך זאל קענען פרייליך מאכן מיין מאן, איך זאל קענען פרייליך מאכן מיין שטוב, איך זאל זיין רואיג, איך זאל נישט האבן אזויפיל ספיקות, איך זאל זיין צופרידן פון מיין לעבן".


איך האב אסאך מתפלל געווען יום הקדוש פאר ענקער שלום בית, ענק זאלן האבן א גוט יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6550 - אויפבויען א פארמאכטער מאן
קאמפלימענטס, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר שפירט אז אייער מאן דארף אייך נישט - איז נישט אמת, ער דארף אייך יא, ער איז פשוט פארמאכט פון אלס קינד וכו'; זיינע עלטערן האבן געלייגט אזא טעראר וכו', אזא אנגעצויגנקייט - אז ער איז פארמאכט געווארן, ער ווייסט נישט ווי אזוי מען זאגט פאר א ווייב 'שכוח, ווי אזוי מען זאגט 'איך האב דיך ליב', ווי אזוי מען זאגט 'איך דארף דיך'.


עס וועט נעמען אביסל צייט ביז ער וועט זיך קענען אויסהיילן פון די פארמאכטקייט פון אלס קינד, אבער גלייבט וואס איך זאג אייך, ער וויל אייך יא און ער האט אייך ליב, מיר זאגט ער אלץ אז עס איז אים אזוי גוט מיט אייך, ער ווייסט פשוט נישט ווי אזוי מען געבט גוטע ווערטער, און ווי אזוי מען מאכט שפירן די ווייב אז מען וויל איר און מען האט איר ליב.


עס איז גוט אז ווען איר שפירט ווי איר דארפט א גוט ווארט זאלט איר אים געבן א גוט ווארט, זאגט אים: "איך האב דיך ליב", אזוי וועט ער אייך ענטפערן: "איך האב דיך אויך ליב", און אז ער בלייבט שטיל, ער ווייסט נישט ווי אזוי מען זאגט צוריק, קענט איר אים פרעגן: "האסט מיך אויך ליב?" וועט אים זיין גרינגער צו זאגן: "יא", אזוי צוביסליך וועט אויפגעבויט ווערן זיין זעל, און ענק וועלן האבן א שטארקע שלום בית.


זאגט יעדן טאג תהילים, און אויך פארגעסט נישט צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייער טייערער מאן, וועלן געשען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6549 - פאר דיין געזונט לוינט נישט זאלסט קוקן אויף אנדערע
התחזקות, קנאה, בזיונות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס ווייסטו וואס גייט אריבער אויף אנדערע? וואס ביסטו מקנא אנדערע? וועם ביסטו מקנא? נישטא וועם מקנא זיין, וואלסטו געוויסט וואס מענטשן מאכן מיט, וואס מען ליידט זיך צאם, יעדער איינער אין זיין זאך - וואלסטו קיינעם נישט מקנא געווען. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "כָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים", די גאנצע וועלט איז פול מיט ווייטאג, "וְאֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", נישטא אפילו איינער וואס האט עולם הזה, "וַאֲפִילּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אויך די גרויסע עשירים זענען פול מיט צער און ווייטאג, עס איז נישטא וועם מקנא צו זיין, עס איז נאריש מקנא צו זיין.


פאר דיין געזונט לוינט נישט זאלסט קוקן אויף אנדערע, אויך אויף יענעמ'ס רוחניות לוינט נישט צו קוקן, מען ווערט אויפגעגעסן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה", ווער עס איז מקנא א צווייטן, "עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, דאס מיינט מען נישט נאר נאכן נפטר ווערן, דאס מיינט מען יעצט ביים לעבן, דער וואס האט קנאה ווערט פארפוילט, מען האט נישט קיין לעבן.


אויך בעט איך דיר זייער זאלסט נישט ווערן צעפאלן אז מען פארשעמט דיך וכו'; איך האב יעדן טאג א בזיון, איך ווייז עס נישט ארויס, אבער שטילערהייט שינדט מען די הויט, ברוך השם פאר דעם, ברוך השם אז מוהרא"ש האט אונז גוט אנגעגרייט פארן לעבן, מיט אזויפיל חיזוק פון רבי'ן.


טו נישט אויס די תפילין נאר נאכן זאגן די תיקון הכללי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6548 - מען קען נישט נעמען א בעזעם און אויסקערן די טונקלקייט
אמונה, התחזקות, פרנסה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען עס איז טונקל און מען וויל מאכן ליכטיג, פארשטייסטו אז מען קען נישט נעמען א בעזעם און אויסקערן די טונקלקייט, מען קען נישט נעמען א פע"ן און ארויסבלאזן די טונקלקייט; איין עצה איז דא, אנצינדן ליכטלעך, נאר אזוי ווערט אויס טונקל, די זעלבע איז מיט שלעכטע מחשבות וכו', ספיקות וכו'; מען קען זיך נישט קריגן מיט שלעכטע מחשבות, מען קען נישט אויפהערן טראכטן די שרעקעדיגע זאכן וכו'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב), דאס איז די טבע פון שלעכטע מחשבות, ווי שטארק מען וויל דאס פארטרייבן - אלס שטערקער קומען זיי צוריק, איין עצה איז דא, אנצינדן ליכטלעך פון אמונה, טראכטן פונעם אייבערשטן.


ווען מען חזר'ט אמונה ווערט ליכטיג. יחזקאל הנביא דערציילט (יחזקאל מג, ב): "וְהִנֵּה כְּבוֹד אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל בָּא מִדֶּרֶךְ הַקָּדִים, וְקוֹלוֹ כְּקוֹל מַיִם רַבִּים", ער האט געזען כביכול דעם אייבערשטן קומען אין די עזרה, "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", און פלוצלונג איז די גאנצע וועלט ליכטיג געווארן; חזר'ן אמונה - דאס איז די עצה פטור צו ווערן פון אלע שלעכטע מחשבות.


"שוין גענוג נאכגעלאפן די בהמות" (עיין סיפורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן שפחה שנתחלפו) אנשטאט זיך פייניגן מיט מחשבות וכו', ספיקות ובלבולים וכו' - זאלסטו ארייננעמען אין זיך די אמונה, און אז אלעס איז דער אייבערשטער; וועט דיר ליכטיג ווערן.


היינט וועט זיין א פרויען צאמקום, (בדרך כלל איז דאס יעדע וואך מאנטאג), זע דיין ווייב זאל קומען; דו וועסט דאס מערסטע הנאה האבן, זי וועט אהיים קומען אויפגעפרישט און פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6547 - הכנסת ספר תורה אינעם טאג פון רבינ'ס יארצייט
שטעטל, ספר תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז גוט זאלסט מאכן די הכנסת ספר תורה זונטאג חול המועד סוכות אינעם טאג פון רבינ'ס יארצייט, עס זאל ארויסגיין פון דיין שטוב ביז די שול אויף האשקי גאס.


באשטעל פאקלען פאר די אינגלעך, און מאך פעקלעך פאר די קינדער. אויך זאלסטו נעמען אינגעלייט פון שטעטל וואס קענען שפילן און זינגען, מיט ספיקערס, מיט א חופה, עס זאל זיין שיין און פרייליך.


די סעודה קען מען מאכן אין די שול סוכה, צוזאמען מיט די יארצייט סעודה פון רבי'ן.


זיי מודיע פאר אלע איינוואוינער פון שטעטל, אלע זאלן קומען זיך מיט פרייען.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6546 - איך וויל דיך איבערבעטן
שלום, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ו' פרשת וזאת הברכה א', ערב יום הכיפורים, ט' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז נישט קיין צייט פון שרייבן בריוו, ווען "ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון", איך וויל דיר נאר ווינטשן א גוט געבענטשט יאר, א חתימה טובה, דיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.


איך וויל דיך איבערבעטן מיט דיין משפחה, דו ווייסט דאך אז מוהרא"ש האט מיר געבעטן איך זאל זיין דא א שמש, זאגן און אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין הפקירות, דאס איז די שווערסטע זאך פאר מיר; איך פאר מיר וואלט געוואלט זיצן פון דער זייט, נישט האבן מיט קיינעם צוטון, אבער מוהרא"ש האט מיר געזאגט יא צו זאגן און יא צו מאנען, קומט אויס אז מען ווערט וויי געטון, בעט איך דיך איבער מיט מיין גאנצע הארץ און איך בעט דיר זייער זאלסט מיר מוחל זיין און מיך דן זיין לכף זכות, און אויך זאלסטו בעטן פאר מיר איך זאל האבן כח צו טון ווייטער פאר קהלתינו היכל הקודש.


א זיסע יאר.



 

#6545 - מנהגים פון ערב יום כיפור
שלום בית, מחלוקת, ראש השנה, מנהגים, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', ח' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך אז מיר האבן זוכה געווען די יאר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר האבן זוכה געווען צו באקומען די תיקונים פון הייליגן רבי'ן וואס האט מבטיח געווען אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם מתקן זיין, און ווער עס איז געווען ביי אים ראש השנה דארף זיין פרייליך כל השנה.


איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאלפן ראש השנה אז אונזער קיבוץ זאל זיין אזוי שיין און אזוי גוט; נאר מיט די הילף פון יעדן איינעם האבן מיר געהאט אזא שיינע איינגענעמע יום טוב.


מאך זיך א חשבון וועם דו האסט וויי געטון, וועם דו האסט מבזה געווען, אדער מצער געווען, און אויב דו האסט איינעם געטשעפעט, וויי געטון, אדער פארשעמט - זאלסטו יענעם אנרופן איבערבעטן, ווייל אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטער מוחל יום כיפור, אויסער אויף עבירות שבין אדם לחבירו (יומא פה:), און זיי זיך מקבל מער נישט וויי טון קיינעם, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קיינעם נישט זאגן קיין שלעכט ווארט.


בעיקר וואו מען דארף זיך מאכן די חשבון - איז אין שטוב; מען דארף איבערבעטן די ווייב פארן איר וויי טון, פארן איר מאכן וויינען, און איר צוזאגן אז מען גייט מער נישט וויי טון.


היינט וועט זיין די שיעור אין שטעטל, און אז דו קענסט נישט קומען - זאלסטו עס הערן אויפן טעלעפאן. עס איז זייער וויכטיג צו הערן די שיעורים, אז נישט ווערט מען אלט, און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין, און אן אלטער צדיק איז נישט גוט צו זיין"; מען דארף זיך שטענדיג אויפפרישן און זיך באנייען.


מארגן ערב יום הקדוש פארטאגס מאכט מען די מנהג פון כפרות, עס איז מיר א גרויסע שמחה אז די יאר האבן מיר זוכה געווען צו שוחטים אנשי שלומינו, ערליכע אידן. עס וועט זיין אין שטעטל כפרות מיט שוחטים, מען וועט קענען מקיים זיין די מנהג ישראל. די געלט פון די כפרות גייט פאר די מוסד, און די פלייש גייט אויך פאר די מוסד.


אויך איז דער מנהג אז אלע גייען אין מקוה, אויך די פרויען; צו זיין ריין און הייליג, און ביי חצות היום טוט מען זיך אן בגדי שבת, מען עסט א סעודה מיט די משפחה. מען טינקט איין די חלה אין האניג, און מען דערציילט פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע עבירות, ער איז אונז מוחל אלע עבירות, און מען רעדט צו די קינדער פון אכטנג געבן נישט צו טשעפען אנדערע, ווייל אויף דעם העלפט נישט יום הקדוש, ביז מען בעט זיך איבער.


מען פירט זיך צו צינדן א ליכט אין שטוב וואס ברענט א גאנצן טאג, א גאנצן יום כיפור.


יום כיפור גייט מען ווייס, אויך די פרויען גייען ווייס; א ווייסע טיכל און א ווייסע שירצל.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6544 - צאלן שכר לימוד פאר די מוסד פון דיינע קינדער
שכר לימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', ח' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נישטא קיין צייט פון שרייבן לאנגע בריוו, עס איז א צייט פון "ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון", אבער איך דארף דיר שרייבן, אויב דו קענסט נאך היינט באצאלן דיין חוב וואס דו קומסט פאר די מוסד פון שכר לימוד פאר דיינע קינדער - זאלסטו היינט דאס באצאלן, און הלואי וואלסטו געטון מער פון צאלן שכר לימוד פאר די מוסד פון דיינע קינדער, פאר די מלמדים און לערערינס פון דיינע קינדער, מען זאל זיי קענען באצאלן צייטליך, זיי זאלן האבן א שמחת יום טוב.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6543 - מען האט נאכנישט אראפגעשלינגען אז דו ביסט ביים רבי'ן
התחזקות, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', ח' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חלישות הדעת וועט אלץ זיין, ווייל מען האט נאכנישט אראפגעשלינגען אז דו ביסט ביים רבי'ן; דער סמ"ך מ"ם מיט די קליפות וואס זענען באשאפן פון די עבירות לאקערן אויף דיר, זיי האבן דאס נאכנישט אראפגעשלינגען, זיי ווילן איין זאך: "גיי אוועק פון רבי'ן"; דאס איז פארוואס דו האסט חלישות הדעת און ווייטאג, נאר פאר די איין זאך, זאלסט שוין אפלאזן דעם רבי'ן.


בעט דעם אייבערשטן: "אל תשליכנו מלפניך", הייליגער באשעפער ווארף מיך נישט אוועק, "ורוח קדשך אל תקח ממנו", איך זאל נישט אוועק גיין פון היכל הקודש, פון הייליגן רבי'ן.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור, שטארק זיך אויף אלע בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו' און קום זיך מחזק זיין.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6542 - זיך נישט אויפרעגן אין די סוכה
כעס, יום טוב, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה ב', י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר אריין אין די הייליגע סוכה, מיר גייען זיך באהאלטן אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט זיין זאך איז סוכות; דעם רבינ'ס זאך איז ראש השנה, רבי נתנ'ס זאך איז יום כיפור, און זיין זאך איז סוכות; ווייל מען גייט אריין אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, ווי אזוי מען זעט אויס - גייט מען אריין אינעם פאלאץ פון קעניג.


געב אכטונג פון קנאת המלאכים זיך נישט אויפצורעגן, ווייל יעדע מאל ווען עס קומט א הייליגע טאג און אידישע קינדער טוען הייליגע מצוות ווערט א שטארקע קנאה ביי די מלאכים, און זיי זוכן אראפצואווארפן דעם איד אין כעס און מחלוקת. (מען קען עס זען באשיינפערליך, ווי יעדע שבת ביי די סעודות, ליל הסדר און סוכות אין די הייליגע סוכה - ווי מענטשן ווערן בכעס, מען קריגט זיך, מען ווערט נערוועז - ביז מען קומט צו שלאגן די קינדער רחמנא לצלן, און מען קריגט זיך מיט די ווייב, השם ישמרינו), דאס קומט פון די מלאכים וואס קענען נישט אויסהאלטן ווי אידישע קינדער ווערן אזוי הייליג און אזוי ריין, אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן א).


ווען דו גייסט אריין אין די הייליגע סוכה זאלסטו קישן די ווענט און זיך פארבענקען צום אייבערשטן, זאג פארן אייבערשטן: "איך וויל זיין א גאנץ יאר ארום גענומען מיט דיר, איך וויל דיך שפירן, איך וויל נישט פארגעסן פון דיר אפילו פאר איין רגע".


מוהרא"ש זאגט זיין זאך איז סוכות, ווייל סוכות ווערט אנטפלעקט אז מען קען דינען דעם אייבערשטן מיט עסן און מיט שלאפן, די גשמיות ווערט איין שטיק רוחניות.


איך דארף מקצר זיין.


זאלסט האבן א פרייליכע יום טוב.

#6541 - וואו איז ער באהאלטן?
ראש השנה, עצתו אמונה, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו לייגסט אריין אסאך קאפ און מח פאר די קינדער עצתו אמונה, שכרך הרבה מאוד, ווייל דו זייסט אן אמונה, דו פלאנצט אמונה אין די קינדער, דאס וועט זיי בלייבן אויף זייער גאנץ לעבן.


איך טראכט א געדאנק לכבוד די נייע יאר, די מכון עצתו אמונה זאל ארויסגעבן א נייעם גליון ספעציעל פאר קינדער. עס דארף דיר נישט זיין קיין שווערע ארבעט, האסט דאך שוין די מעשיות, האסט שוין די בילדער, דארפסט נאר איינמאל אויסשטעלן א שיינע אויסשטעל, עס זאל זיין אויג פארכאפנד, מיט גרויסע אותיות, גאר גרויסע אותיות, געפינטלט, אז די קינדער זאלן דאס כאפן, מען וועט דאס לייגן אין אלע שולן, אלע קינדער וועלן דאס ליינען.


נאך א געדאנק, די מכון זאל מאכן נוי סוכה פון די בילדער וואס האט שייכות מיט סוכות. קענסט מאכן א שיינע נוי סוכה פון די בילד ווי די קינדער שטעכן דעם שטן מיט די ד' מינים, מאך א שיינע גרעפיק, גרויסע טאוולעך, עס וועט הענגען אין די סוכה, עס וועט אריינגיין טיף טיף אין אלע הערצער דאס שיינקייט און גרויסקייט פון טון מצוות, ווי דער שטן ווערט צעשטאכן פון די מצוות.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער גליון לכבוד ראש השנה. בעט דעם מעלער זאל מאלן א שיינעם געדעקטן טיש לכבוד ראש השנה, עפל מיט האניג, לייכטער, מיט א גרויסער שופר, און אונטערן טיש זיצט א מענטש מיט די פינגער אויפן מויל, אזוי ווי איינער באהאלט זיך, און ווי ביים טיר שטייט א מענטש מיט א פנים ווי ער זוכט איינעם.


מען זוכט אהער, מען זוכט אהין, מען טרעפט אים נישט...


מען גייט פון איין שטוב צום צווייטן, 'וואו איז ער? ווי איז רבי מענדעלע?' די גאנצע שול ווארט מען זאל שוין אנהויבן דאווענען, אבער דער בעל תפילה איז נישט צום געפינען, ער האט זיך באהאלטן, ער וויל נישט זיין די יאר דער בעל תפילה.


די תלמידים זאגן: "אפשר קען מען צושיקן א צווייטן צום עמוד?" מיר וועלן פרעגן דעם רבי'ן: "רבי, מיר טרעפן נישט דעם רבי מענדעלע, אפשר קען מען צושיקן א צווייטן צום עמוד?" דער רבי זאגט: "ניין", דער רבי זאגט: "מען וועט נישט דאווענען ביז מען וועט אויפזוכן דעם בעל תפילה רבי מענדעלע".


די תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם רבי מענדעלע, ביז מען האט אים געטראפן און געברענגט צום רבי'ן, דער רבי רבי מענדעלע האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז צוגעגאנגען צום עמוד.


טייערע קינדער מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון די צדיקים, דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו מיט זיינע תלמידים. איינע פון די גרויסע תלמידים איז געווען דער הייליגער רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו, ער איז געווען דער בעל תפילה ראש השנה ביים הייליגן רבי רבי אלימלך זכותו יגן עלינו.


נאכן דאווענען האבן אלע זייער געמוטשעט דעם רבי מענדעלע ער זאל זאגן פארוואס ער האט נישט געוואלט צוגיין צום עמוד. האט ער געזאגט, ער האט מקובל אז ווער עס ווערט אויסדערוועלט צו זיין בעל תפילה אין די ימים נוראים - מוז לערנען יעדן טאג, פון חמשה עשר באב און ווייטער - גמרא, "די יאר איז מיר געווען זייער שווער די וועג פון מיין שטאט פריסטיק ביז ליזענסק, איך האב נישט געלערנט יעדן טאג גמרא, דערפאר האב איך מיך באהאלטן, איך האב געטראכט 'איך בין נישט ווערד צו זיין דער בעל תפילה', ביז דער רבי האט מיר געהייסן, האב איך געדארפט פאלגן".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה דאס גרויסקייט פון די צדיקים, ווי זיי לערנען די הייליגע גמרא, זיי גרייטן זיך אן אויף די הייליגע טעג מיט לערנען גמרא, און מיר קינדער גייען אויך אנהויבן לערנען אסאך גמרא, אזוי וועלן מיר אויך ווערן גרויסע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6540 - די שווערע נסיעה פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל קיין אומאן
אומאן, הדרכות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב דערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס צער הערנדיג וואס דו גייסט אריבער פון די שווערע נסיעה וואס דו און נאך אסאך אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אריבער די יאר ביים פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אז מען האט מבטל געווען די נסיעות די לעצטע מינוט, און זייער אסאך זענען געבליבן אין ארץ ישראל, און אסאך זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס און נישט געקענט אנקומען צום רבי'ן.


האסט זייער גוט געטון אז דו האסט גענומען די פאר טיקעטס פאר דיר און פאר דיינע קינדער; אזוי וואלט איך אויך געטון, אז מען איז מבטל נסיעות און מען האט נאר א מספר מצומצם - קען מען נישט האבן קיין טענות, עס איז פארשטענדליך אז מען כאפט פאר זיך און פאר די קינדער א וועג צו קומען צום רבי'ן, און אז מען טשעפעט דיך און מען פארשעמט דיך - זאלסטו דאס מקבל זיין באהבה און דאס אננעמען פאר כפרת עוונות; אזוי גייט דאס לעבן, ווער עס טוט פאר אנדערע דארף זיין גרייט צו כאפן בזיונות און קללות וכו' וכו'.


דאס זאל דיך נישט אפשטעלן פון העלפן אנשי שלומינו פאר די קומענדיגע יאר צו קומען צום רבי'ן, און יעדן טאג זאלסטו בעטן אז דו, דיינע קינדער, דיין משפחה און אלע אידן - זאלן קענען קומען ראש השנה הבא עלינו לטובה צום רבי'ן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6539 - אריינבלאזן א חיות און פרישע כוחות אין אידישע פרויען
פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט א גרויסע זכות מיטן מאכן די פרויען צאמקום ביי אייך אין שטוב. די הייליגע חכמים זאגן זייער גרויסע זאכן אויף "כל המארח תלמיד חכם בתוך ביתו", אויף ארייננעמען א תלמיד חכם אין שטוב, דורכדעם ברענגט מען הצלחה אין שטוב (עיין ברכות י:), דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רט), מיט דעם איז מען מתקן די שלעכטע תפילות, עס איז כאילו הקריב תמידין.


וואויל איז דער וואס איז מחזק אידישע פרויען, אידישע מאמעס - וואס זענען זיך מוסר נפש פארן אייבערשטן, אריינבלאזן אין זיי א חיות און פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6538 - די סמ'טעלעפאון קלעבט מער ווי די שטערקסטע קלעב
חברים, טעלעפאן, אידישע שטוב, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס שטערט מיר און עס שטערט אויך אנדערע ווען מען קומט זיך צוזאמען צו די פרויען צאמקום, מען הערט שיינע חיזוק ווי אזוי מוהרא"ש און אלע צדיקים לערנען ווי א אידישע שטוב זאל זיך פירן, אז א אידישע מאמע זאל נישט האבן קיין סמארט-טעלעפאון; וואלט ווען געווען דרך ארץ'דיג אז מען זאל כאטשיג נישט ארויסנעמען גלייך נאכן שיעור און ביים שיעור די סמ'טעלעפאון, און זיכער נישט זיך צאמזעצן מיט אפאר פרויען מיט סמ'טעלעפאונס, עס קען זיך אנזען פאר אנדערע פרויען ווי מען גרינגשעצט אין די דיבורים.


וואס מען טוט אין שטוב איז איין זאך, און אודאי ווען מען האט די שווערע נסיון פון זיך אפגעוואוינען פון די סמ'טעלעפאון וואס קלעבט מער ווי די שטערקסטע קלעב, און אפילו נאכן הערן דרשות ווארפט זיך עס נישט אזוי גרינג אוועק, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א ריינע שטוב געבויט אויף יראת שמים, אבער ביי א צאמקום, און אודאי ווען מען האט יעצט גערעדט חיזוק מיט אזויפיל יראת שמים, אז די סמ'טעלעפאון שטערט פון האבן אמת'ע ליבשאפט, די סמ'טעלעפאון שטערט פון זיין א וואוילע פרוי, אן איבערגעגעבענע מאמע, און אז נאכן שיעור נעמט מען ארויס די טעלעפאונס - טוט מיר דאס וויי, עס קען זיך אויסזען ווי מען גרינגשעצט אין די צאמקום.


איך האף צום אייבערשטן איר וועט אננעמען די בריוו פאזיטיוו, נישט ווי איך וויל מוסר זאגן, אדער צעקלאפן, אדער חס ושלום אוועק שטופן פון היכל הקודש, איך שרייב עס נאר ווייל איך ווייס איר מיינט נישט קיין שלעכטס, איר כאפט נישט וואס איר טוט.


יעצט קומט א נייע יאר, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין הייליג, איך וויל פאלגן צדיקים, איך וויל האבן גוטע פרענדס, איך וויל האבן א שיינע שטוב מיט אמת'ע שלום בית", עס איז דא שטיבער וואס האבן אפשר שלום בית, אבער עס איז דא אמת'ע שלום בית, אמת'ע ליבשאפט; דאס איז נאר ווען מען האט יראת שמים, מען האט תמימות, און אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6537 - נישט זיך טענה'ן, נאר שטילערהייט בעטן דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מאכט נישט קיין עסק פון דעם וכו', רעדט נישט פון דעם, און ווען אייער מאן הויבט אן רעדן קעגן - זאלט איר חס ושלום נישט טענה'ן, הערט אויס ביז די שמועס וועט זיך ענדיגן; ווערט נישט צעפאלן און ווערט נישט פארלוירן, עס וועט אריבערגיין.


שטילערהייט בעטס דעם אייבערשטן אז אייער גאנצע שטוב זאל זיין געבויט אויף צדיקים, אייערע קינדער און אייניקלעך זאלן אלע לעבן מיטן צדיק.


מיט תפילה און מיט סבלנות קען מען איבערדרייען די טבע, מיט תפילה און מיט סבלנות קען מען אנקומען צו וואס מען וויל אנקומען, מען דארף אבער האבן אייזענע געדולד ווען מען זעט ווי עס גייען אריבער אזויפיל צייט וואס מען בעט און מען בעט און מען זעט נאכנישט ווי עפעס רוקט זיך, אבער דער וואס האט געדולד און לאזט נישט אפ תפילה - איז ביים סוף מנצח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6536 - איר האט ליכטיגע קינדער, ווארפט אוועק די סמארטפאון פאר זיי
חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


לכבוד די נייע יאר זאלט איר אוועק ווארפן די סמארטפאון, עס איז נישט גוט פאר אייך צו האבן א סמארטפאון; איר האט ליכטיגע קינדער, איר טארט עס נישט טון פאר זיי.


איך ווייס אז עס איז זייער א שווערע נסיון, איינמאל מען האט דאס און מען איז צוגעקלעבט צו דעם וכו', מיט חבר'טעס וכו' - איז זייער שווער דאס אפצולאזן, אבער גלייבט מיר, דאס איז נאר ווילאנג מען האט דאס, די רגע וואס מען ווארפט אוועק די טעלעפאן - ווערט מען א באפרייטער מענטש.


איך געדענק נאך יארן צוריק ווען איר זענט געווען אזוי שטארק, איר האט געהאט שטארקע פרינציפן נישט אריין צו נעמען אין שטוב א לעפטאפ וכו'; לכבוד די נייע יאר זאלט איר אוועק ווארפן די סמ'טעלעפאון.


אויך זאלט איר זיך מתבודד זיין אויב די חבר'טעס וואס איר האט וכו' - זענען גוט פאר אייך, אויב עס ברענגט אייך צו זיין א בעסערע מאמע, א בעסערע ווייב; נאר מיט התבודדות ווייסט מען אויב מען גייט אויף א גוטע וועג.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6535 - רעד צו דיינע קינדער פון שמירת הברית
קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', ז' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד צו דיינע קינדער פון שמירת הברית, זיי זאלן זיך אכטונג געבן וכו', קיינער זאל זיך נישט שפילן מיט זייער קערפער, און אז דו זעסט ווי זיי שפילן זיך און מען רירט זיך צו סאך אן וכו' - זאלסטו זאגן און זיין שטרענג.


רעד צו דיינע טעכטער זאלן זיך זייער אכטונג געבן אפילו פון נאנטע, אפילו פון ברידער, ווייל די דור פאלט אזוי נידריג, מען מוז האלטן אן אפן אויג וואס טוט זיך ביי די קינדער.


לאז זיי נישט גיין ליידיג אין די ערבי שבתים און די לאנגע שבת נאכמיטאגס, לייג זיי שלאפן אדער בלייב אויף מיט זיי, שפיל מיט זיי, לאז זיי נישט הפקר; רוב צרות וואס קינדער פאלן אין קדושה - איז שבת נאכמיטאג און פרייטאג נאכמיטאג, ווען די עלטערן שלאפן און די קינדער גייען ליידיג, און פון גיין ליידיג פאלן זיי אין טומאה, זיי זענען פוגם בברית רחמנא לצלן.


מארגן וועט די שיעור זיין אין שטעטל אין קרית ברסלב.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6534 - די כוונות הנענועים
חינוך הילדים, יום טוב, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה ב', י"ג תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע צו קויפן פאר דיינע בחורים און אינגלעך די ד' מינים, עס קאסט נישט קיין סאך און עס איז אזוי הייליג; זיי זאלן אלע זיך קענען פארבענקען צום אייברשטן מיט די ד' מינים ביי הלל און ביי די הושענות.


זע צו באצאלן פאר ד' מינים, גיי נישט אריין אין א קטנות הדעת וכו'. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קכה): "שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִים כְּלָל גֹּדֶל יִקְרַת מַעֲלַת מִצְוַת אֶתְרוֹג", מיר האבן נישט קיין אנונג פון דאס גרויסקייט פון די מצוה פון די ד' מינים, "וַהֲרֵי אָנוּ רוֹאִין שֶׁיִּשְׂרָאֵל מְפַזְּרִים מָמוֹן הַרְבֵּה בִּשְׁבִיל מִצְוָה זוֹ", מיר זעען דאך וויפיל געלט אידישע קינדער געבן אויס פאר די מצוה פון אתרוג און ד' מינים, "יוֹתֵר מֵעַל שְׁאָר מִצְווֹת", מען געבט אויס מער געלט אויף די מצוה ווי מען געבט אויס אויף אנדערע מצוות, "וּבְוַדַּאי לֹא עַל חִנָּם הוּא", דאס איז זיכער נישט אומזיסט, "מִסְּתָמָא מִצְוָה זוֹ הוּא יְקָרָה מְאֹד מְאֹד אֲשֶׁר אֵין לְשַׁעֵר", זעט אויס אז די מצוה איז זייער א הייליגע מצוה וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן, "רַק שֶׁאֵין אָנוּ יוֹדְעִין גֹּדֶל מַעֲלָתָהּ", נאר וואס דען, מיר זענען אזוי ווייט פון וויסן דאס גרויסקייט פון מצוות, מיר ווייסן נישט איר טייערקייט.


מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט די כוונות הנענועים; ווען מען שאקלט צו רעכטס (דרום) - האט מען אינזין 'רבונו של עולם, איך וויל געדענקען ווען עס גייט מיר רעכטס אז אלעס איז דיר', און ווען מען שאקלט צו לינקס (צפון) - בעט מען 'רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל א גאנץ יאר געדענקען אז אפילו ווען זאכן גיין לינקס איז עס אויך דו', און ווען מען שאקלט צו פארנט (מזרח) - זאל מען געדענקען 'עס איז נישט מיין געלונגענקייט, נאר אלעס איז אייבערשטער', און ווען מען שאקלט ארויף צום הימל (מעלה) - זאל מען בעטן 'אייבערשטער העלף מיר, הייב מיך אויף צו דיר, נעם מיך ארויס פון מיינע שטותים', און ווען שאקלט אראפ (מטה) - זאל מען זיך גוט אויסוויינען 'רבונו של עולם, איך בין אזוי אראפגעפאלן, קום מיט מיר מיט, לאז מיך נישט בלייבן געפאלן, כי לא ידח ממנו נדח, קיינער וועט דאך נישט בלייבן פארשטויסן', און ווען מען שאקלט אויף פארקערט (מעריב) - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט מיר פארקערט וויל איך געדענקען פון דיר, אז אלעס איז פון דיר'.


מיר געפינען אין הייליגן זוהר ווי די תלמידי רבי שמעון בר יוחאי פלעגן זיך צופייערן און זאגן 'אילו לא באנו לעולם אלא למשמע זאת דיינו', וואלטן מיר נישט געקומען אויף דער וועלט נאר צו הערן די חידושי תורה איז אונז שוין גענוג, און דאס זאגן מיר אויף מוהרא"ש, וואלטן מיר נישט געקומען אויף די וועלט נאר צו הערן די כוונת הנענועים, ווי מיר פשוט'ע אידן קענען זיך אזוי פארבענקען צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זיין ארום גענומען מיט די שכינה הקודשה אין אלע מצבים, דיינו - איז דאס שוין אלעס ווערד.


סוכות וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, די יאר חול המועד וועלן מיר דאווענען אין היכל ראזענבערג. עס וועט זיין א שיעור גמרא צען אזייגער אינדערפרי און נאכדעם וועלן מיר דאווענען, אויך וועט זיין אלע נעכט שמחת בית השואבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6533 - הייליגער באשעפער, איך בין אזוי עלנד, איך האב נישט קיינעם
תפילות אויף אידיש, אמונה, שבת קודש, קשיות, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס מאכסטו מיין טייערער ... נרו יאיר? איך האב שוין אזוי לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך, און אפילו עס גייט אריבער אויף דיר שווערע טעג, דו ביסט עלנד, דו דארפסט זיין געזונט וכו', די דאקטוירים שרעקן דיך אן וכו' וכו' - דאך זאלסטו זיך נישט פארלירן, זאלסט גלייבן אינעם אייבערשטן און אים בעטן ער זאל דיר העלפן.


האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס און מאכט נאר דאס בעסטע פאר אונז. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה, און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט, "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


זיי שטארק מיט לייגן תפילין יעדן טאג, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד.), ווער עס לייגט תפילין יעדן טאג - לעבט לאנג. אויך זאלסטו היטן שבת, זאלסט חס ושלום נישט ניצן די טעלעפאן שבת. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "כל המשמר שבת", ווער עס היט שבת - איז מען אים מוחל אלע עבירות; אויף די צוויי זאכן, אויף לייגן תפילין יעדן טאג און אויף היטן שבת - זאלסטו זיך מוסר נפש זיין.


גיי יעדן טאג אביסל התבודדות; זוך א שטילע גאס, א שטילע ווינקל, אין א פארק אדער א פעלד, אדער ביי א וואסער, און הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, קוק ארויף און זאג: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי עלנד, איך בין אזוי אליין, איך האב קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דיך האב איך, נאר דו פארשטייסט מיך, נאר דו קענסט מיר העלפן, און נאר דו וועסט מיר העלפן".


דערצייל דעם אייבערשטן ווי לאנג דו זוכסט א שידוך: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו חתונה האבן? ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו בויען א שטוב און צו ברענגען קינדער? רבונו של עולם דו ביסט א כל יכול, דו קענסט אלעס מאכן, דו האסט מיך באשאפן און דו געבסט מיר יעדע רגע לעבן, בעט איך דיר, אנא השם, געב מיר א שידוך".


טייערער ..., אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועט זיין זייער שיינע זאכן פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.