בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - דער גליון פון שטעטל לעבט אויף דעם שבת טיש
חינוך הילדים, עצתו אמונה, גליון, אידישע שטוב, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ז שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער גליון פון שטעטל איז זייער שיין, איך האב זייער ליב צו ליינען מעשיות פון תפילה; יעדע וואך ווערט עס שענער און שענער.


אויך די חידות פאר קינדער איז זייער שיין, איינער פון אנשי שלומינו זאגט מיר אז זייט דער בלעטל פון שטעטל האט אנגעהויבן די חידות האט זיין שבת טיש באקומען אן אנדערע פנים. ער הייבט אן אין שול, ער ווייזט פאר די קינדער די חידות, די קינדער ווערן זייער נייגעריג, אבער ער זאגט ערשט די ענטפערס ביי די סעודה. אלע הערן אויס, אלע פרובירן צו זאגן ענטפערס; צום ביישפיל, פאריגע וואך איז געווען א חידה 'וואס האט רבי נתן געטון בשעת מען האט אים געבינדן מיט קייטן?' איין קינד זאגט: "ער האט געזאגט גם זו לטובה", איינער זאגט: "ער האט געזאגט אלעס איז דער אייבערשטער"; ווען אלע ענדיגן זאגן די ענטפערס קומט דער טאטע מיט זיין ענטפער.


ער טוט דאס אויך מיט עצתו אמונה; ער פרעגט א שאלה ביי די סעודה און יעדע קינד פרובירט צו ענטפערן, ער דערציילט מיר אז פאריגע וואך האט ער געפרעגט די שאלה וואס א אינגערמאן פרעגט 'וואס קען איך טון אז מיין ווייב האט א טריפה'נעם טעלעפאן?' איין קינד זאגט ער זאל זיך גט'ן און חתונה האבן מיט א צווייטן; ווען אלע ענדיגן זאגט ער: "יעצט וועט מען הערן וואס דער ראש ישיבה זאגט, דער ראש ישיבה זאגט ער זאל זיך חס ושלום גט'ן, גט'ן איז נישט די עצה".


מיט קינדער דארף מען האבן גרויס חכמה ווי אזוי זיך צו פירן זיי זאלן אויסהערן און מיטהאלטן.

#5 - נישט ווערן צעבראכן אז טייל געבן זיך אן עצה אליין
פרנסה, שמחה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בשלח, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט נישט ווערן צעבראכן אז אנדערע משפחות שאפן זיך אליינס גוי'טעס; העכסטנס וועט איר ארבעטן ווייניגער.


איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט אייער זאך, איר מעגט בעטן עקסטער געלט פאר'ן זיך פארען מיט דעם; ווער עס וויל נעמען דורך אייך וועט גיין דורך אייך און ווער עס וויל זיך אליינס פארען מיט דעם - זאל גיין אליינס, ווערט נישט געטשעפעט פון דעם אז משפחות געבן זיך אן עצה אן אייך.


דער עיקר זאלט איר זען עס זאל זיין אין שטוב א פרייליכע אטמאספער; אז די מאמע איז פרייליך - זענען אלע קינדער פרייליך, און אז די קינדער זענען פרייליך באקומט די מאמע כח ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט, קינדער וואס האבן א פרייליכע מאמע זענען עפעס אנדערש, זיי זענען געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - זיי אינדערהיים און פארברענג מיט דיינע קינדער
שלום בית, חינוך הילדים, פרנסה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אן ערליכע פרוי, אן אשת חיל מיט טייערע ליכטיגע קינדער - דארפסטו דאס האלטן טייער; זיין אין שטוב, העלפן אין שטוב; בפרט שבתים, וואס דעמאלט איז זייער וויכטיג צו זיין אין שטוב מיט די משפחה.


זוך דיר נישט אוועק צו גיין אין די צייטן וואס מען דארף זיין אין שטוב; א גאנצן טאג ביסטו ביי די ארבעט, די פאר שעה ווען די קינדער גייען שלאפן זאלסטו זיין אין שטוב. ליין מיט זיי קריאת שמע, הער אויס זייערע מעשה'לעך און דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים.


איך האף אז דו ווייסט און דו ביסט מכיר די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן.


 

#3 - הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען
שבת קודש, הלכה, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון די עלצטע קלאס, בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב באקומען פון אייער לערערין תחי' אייערע בחינות אויף הלכות שבת - הלכות מוקצה; איך האב זייער הנאה צו זען אז איר לערנט און קענט גוט די הלכות.


הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען; אויב מען לערנט נישט ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, מען קען צוקומען צו חילול שבת רחמנא לצלן. דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם.


איך האב באקומען די שאלות וואס איר פרעגט, איך וועל אריין שיקן פאר אייער לערערין די ענטפערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - איך וואלט נישט אריינגענומען אזא טעלעפאן אין שטוב פאר קיין געלט
קדושה, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין שאלה.


פרעג א דיין וואס דו זאלסט טון, אויב דו מעגסט אריינברענגען אין שטוב די טעלעפאון צו מאכן געלט פון די שטאט וכו', אפשר וועט ער טרעפן א וועג דיר מתיר צו זיין.


איך קען דיר זאגן וואס איך וואלט געטון, איך וואלט נישט אריינגענומען ביי מיר אין שטוב א טעלעפאון - אפילו אהער אפילו אהין, אפילו עס איז נאר אזא טעלעפאון - אזי טעלעפאון; ביי מיר איז די שטוב וויכטיגער פון אלעס אויף די וועלט. אזוי האב איך געלערנט ביי מהרא"ש זכותו יגן עלינו, די שטוב דארף זיין ריין.


עס איז מיר נישט גרינג דיר צו זאגן וואס צו טון ווען דו האסט די ברירה צו פארדינען שווערע געלטער פון די שטאט פאר דיין קינד וכו', איך זאג דיר נאר וואס איך וואלט געטון.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; גיי נישט שלאפן אן לערנען א בלאט גמרא.


 

#1 - עטליכע וויכטיגע יסודות אין לעבן
שלום בית, הדרכות, דרשות, ישיבה, עצתו אמונה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מזל טוב פאר דיין שידוך! איך בין זייער פרייליך אז דו האסט שוין זוכה געווען צו טרעפן דיין זיווג; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין (חגי ב, ט): "גָּדוֹל יִהְיֶה כְּבוֹד הַבַּיִת הַזֶּה הָאַחֲרוֹן, מִן הָרִאשׁוֹן", מיט די צווייטע ווייב זאלסטו מצליח זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע דו ווילסט דער ראש ישיבה זאל זיין דיין מורה דרך אבער דו וואוינסט ווייט, דו וואוינסט אין ארץ ישראל; אז דו וועסט הערן די שיעורים און לערנען די בריוו - וועסטו וויסן פונקטליך ווי אזוי צו פירן א שטוב. וואס מיינסטו, די בחורים און אינגעלייט וואס זיצן אין ישיבה - זיי באקומען עפעס מער? זיי זיצן ביי די שיעורים און נעמען דארט שכל ווי אזוי זיך צו פירן, זיי האבן גארנישט מער פון די וואס וואוינען ווייט.


הער די שיעורים און לערן די בריוו, וועסטו וויסן ווי אזוי צו לעבן. און אז דו האסט עפעס צו פרעגן - שרייב א בריוו, וועל איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דיר ענטפערן.


אויפ'ן שפיץ גאפל שרייב איך דיר אפאר וויכטיגע יסודות אין לעבן: דאס ערשטע - רעד נישט קיין איבריגע רייד, דערצייל איר נישט דיינע כשלונות אין לעבן, דערצייל איר נישט דיין עבר, בפרט אז דו האלסט שוין ביי די צווייטע מאל חתונה האבן - דארפסטו נישט צופיל רעדן פון דיין עבר.


צווייטנס, רעד נישט קעגן איר משפחה; אפילו זי וועט רעדן צו דיר קעגן זיי זאלסטו איר נאר אויסהערן, קיינמאל נישט רעדן קעגן אירע עלטערן.


דריטנס, זאלסט שטענדיג אויסהערן איר ווייטאג, אפילו דו ווייסט נישט וואס צו טון, זאלסטו איר אויסהערן און ווייזן מיטלייד.


פערטנס, זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען אין שטוב; אפילו דו ביסט אין כולל, דו לערנסט סיי ווי א גאנצן טאג - זאלסטו אביסל לערנען אין שטוב, דאס בויט אויף דעם מאן אין די פרוי'ס אויגן, א פרוי האט ליב צו זען איר מאן לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.