בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אלע חשוב'ע תלמידות פון בית פיגא ברסלב שתחיו
איך פריי מיר זייער צו הערן פון אייער טיטשער מרת ... תחי' אז אלע פון אייך פירן זיך אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין מיט גרויס דרך ארץ, און נאך מער פריי איך מיר צו הערן אז איר פירט זיך אויף איידל און אלע פון אייך גייען אנגעטון בצניעות.
איר ווייסט דאך זיכער וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; נאך אביסל וועט איר אלע חתונה האבן און האבן קינדער, איז בזכות וואס איר פירט זיך בצניעות וועט איר האבן ערליכע קינדער.
א מיידל פון סקול האט מיר געשריבן די וואך א בריוו וואס האט מיר זייער מחי' געווען; זי שרייבט מיר אז ביי אונז אין סקול איז צניעות נישט קיין יאנטשי זאך, פארקערט, אלע ארויפגעקוקטע מיידלעך געבן אכטונג אויף צניעות. מען פארשטייט אז צניעות איז נישט קיין קנס נאר עס איז א חשוב'ע זאך. זי שרייבט מיר אין די בריוו אז אין אסאך פלעצער איז אנגענומען צווישן די מיידלעך אז די בטלני'שע מיידלעך - זיי גייען אנגעטון ערליך, און די פיקט אפ מיידלעך, זיי טוהן זיך אן מער פראסט און נישט אזוי איידל, אבער ביי אונז אין סקול גייען אלע אנגעטון איידל.
איך בין זייער פרייליך געווארן ווען איך האב געליינט דעם בריוו, ווייל איך ווייס נישט צי איר ווייסט וואס מיר זענען אריבער ווען מיר האבן געעפנט די סקול; עס איז מיר אנגעקומען זייער שווער און איך האב אסאך מסירות נפש אריין געלייגט אינעם סקול. באמת האב איך בכלל נישט געהאט קיין כח צו עפענען די סקול; א יאר בעפאר דעם האבן מיר געעפענט די חדר און מיר האבן זיך זייער געמוטשעט, האב איך נישט געקענט טראכטן פון עפענען א סקול. אבער מאנטאג פרשת נח שנת תשע"ב לפרט קטן האב איך באקומען א בריוו פון מוהרא"ש וואו ער בעט מיר אז איך זאל עפענען א סקול; מוהרא"ש האט דעמאלט געגעבן דעם נאמען פאר די סקול "בית פיגא" אויפן נאמען פון דעם הייליגן רבינ'ס מאמע פיגא.
איך האב זיך גלייך גענומען צו די עבודה. איך האב נישט געטראכט קיין צוויי און נאך יענע נאכט בין איך אריבער געגאנגען צו אייער מנהלת אין שטוב, איך האב איר זייער געבעטן זי זאל מיר העלפן און זי זאל ווערן מנהלת ביי אונז אין סקול. געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזא חשוב'ע מנהלת וואס זי לייגט אריין איר גאנצע לעבן פאר אייך מיידלעך.
מיר האבן זיך זייער געמוטשעט במשך די ערשטערע יארן און מיר מוטשען זיך נאך אלץ טאג טעגליך וכו', און אז איך הער אז ביי אונז אין סקול איז צניעות נישט קיין יאנטשי זאך, נאר עס איז גאר א חשוב'ע זאך און אלע מיידלעך גייען אנגעטון איידל וכו'; אלע פארשטייען אז צניעות איז שיין, צניעות איז רייך, צניעות איז ארויפגעקוקט, פריידט מיר זייער דאס הארץ דאס צו הערן.
איך בעט אייך טייערע מיידלעך תלמידות פון 'בית פיגא', געבט אכטונג אויף א צווייטע מיידל'ס געפילן; ווען איר זעט א מיידל וואס איז איינזאם, קיינער רעדט נישט מיט איר, זי זיצט אליין, זי האט נישט קיין חברט'ס זאלט איר מקרב זיין אזא סארט מיידל. מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט דעם וואס מען געבט אכטונג אויף א צווייטן, אייביג זאלט איר שפילן מיט די מיידלעך וועם קיינער רופט נישט.
אויב איר מאכט ביי אייך אין שטוב אן עונג שבת וכו' זאלט איר האלטן קאפ אויף די מיידלעך וואס זיצן אייביג שטיל פאר זיך, זיי אויך צו מקרב צו זיין, וועט דער אייבערשטער אייך מקרב זיין. ווייל ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט א צווייטן אזוי פירט מען זיך צו אים פון הימל; ווען א מענטש געבט נאך אויף זיינע מידות, ער איז מוותר אויף זאכן וואס שטערט אים, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "כָּל הַמַּעֲבִיר עַל מִידוֹתָיו, מַעֲבִירִין לוֹ עַל כָּל פְּשָׁעָיו".
שטעלט אייך פאר צו וואס איר קענט זוכה זיין מיט איין מאל מוותר זיין פאר א חבר'טע אדער פאר א שוועסטער וכו'; אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט. און זיכער ווען עס קומט צו די עלטערן, אויב מען איז מוותר, מען פאלגט טאטע מאמע, וועט איר זיכער זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט אייך אלעס מוחל זיין און געבן נאר גוטס.
איך בעט אייך נאך איין זאך, אזוי ווי מיר שטייען יעצט פאר דעם יום טוב פסח ווען די מוסד דארף באצאלן פאר אלע מלמדים און טיטשערס, און מיר האבן אסאך חובות, זאלט איר אלע בעטן דעם אייבערשטן אז די ישיבה זאל זיך נישט דארפן מוטשען און מיר זאלן קענען באצאלן פאר אלע איינגעשטעלטע צייטליך. אויך זייט מתפלל אז מיר זאלן האבן א שיינע פלאץ פאר זוממער און אויך א שיינע פלאץ פאר א גאנץ יאר, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קיין ירושלים מיט משיח צדקינו, אמן.