בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'.
וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר וועט ארויס העלפן אין סקול אנגרייטן די לימודים פארן קומענדיגן יאר תשע"ט הבא עלינו לטובה.
איך קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט אונז געגעבן אז מיר האבן זוכה געווען צו האבן א סקול וואו מיר קענען מחנך זיין אונזערע טעכטער זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן. אונזערע קינדער - אינגלעך און מיידלעך - קענען זאגן וואס דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיין שווער ווען ער האט אים געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן?" האט ער געזאגט: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט", האט דער שווער אים אויסגעלאכט און געזאגט: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט; איך וועל אריין רופן די דינסט און איך וועל איר פרעגן צי זי ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, וועט זי אויך וויסן", אזוי האט ער געטון און די דינסט רופט זיך אן: "וואסערע פראגע איז דאס? אודאי איז דא א גאט אויף דער וועלט!"
פרעגט ער דעם הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו: "פארוואס האסטו געדארפט אוועק פארן פון שטוב פאר אזא לאנגע צייט צו לערנען אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, די דינסט ווייסט אויך אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט?!" האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זי"ע געענטפערט פאר זיין שווער: "זי זאגט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אבער איך לעב מיט דעם".
דאס זאגן מיר ווען מען פרעגט אונז פארוואס דארף מען א ברסלב'ע חדר, פארוואס דארף מען א ברסלב'ע סקול; אלע אינגלעך און מיידלעך ווייסן דאך אז עס איז דא איין גאט אויף דער וועלט?! נאר דער ענטפער איז: "זיי זאגן אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט, אבער אונזערע קינדער לעבן מיט דעם".
איר האט אוודאי געהערט און מיטגעהאלטן די מעשה וואס איז געווען דעם זוממער אין מיידל קעמפ מיטן בער; מיר האבן געהאט דעם זוממער אין קעמפ א בער און די פאליציי זענען געקומען און אים געשאסן וכו'. איינע פון די מיידלעך פון "בית פיגא" איז געווען צופרי אין פעלד אינדרויסן פון קעמפ, זי האט געהאלטן אינמיטן מאכן התבודדות, פלוצלינג באמערקט זי א שווארצע זאך וואס שאקלט זיך, קודם האט זי געמיינט אז דאס איז סתם א שווארצע בעג וואס שאקלט זיך פון די ווינט. פלוצלינג זעט זי א גרויסע בער, דער בער האט זיך אויפגעשטעלט אויף די צוויי פיס און געשטאנען אנטקעגן איר פנים אל פנים, צוויי פיס אוועק פון איר, די מיידל האט זיך נישט פארלוירן, זי האט אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך פון דעם בער, העלף מיר ער זאל מיר גארנישט טון", זי האט אנגעהויבן גיין צוריק וועגס ביז זי איז אריין אין איר שטוב.
אזא מעשה פאסט פאר די מעשה ביכלעך; א יונג מיידל פון צוועלף יאר זאל נישט ווערן פארלוירן ווען זי שטייט צוויי פיס נעבן א גרויסע בער... סתם א קינד וואלט אוועק גע'חלש'ט אויפן פלאץ, נישט נאר א קינד נאר אפילו א דערוואקסענער מענטש וואלט אויך צעטומלט געווארן פון שרעק, אבער זי איז געווען רואיג און געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל איר העלפן.
פון דעם זעט מען וואספארא חינוך מיר געבן פאר די קינדער, מען לערנט זיי אויס זיי זאלן לעבן מיט התבודדות; ווען מען לעבט מיט תפילה והתבודדות באקומט מען ישוב הדעת און מען ווערט נישט פארלוירן ווען מען טרעפט זיך אין א צרה.
בנוגע צייכענען די טעסטס וכו'; מען קען נישט צייכענען אלע טעסטס אייניג, וואס זאל טון א קינד וואס האט נישט אזא גוטע קאפ אויפצוכאפן די לימודים? פארוואס זאל אזא קינד ווערן צעקלאפט וואך נאך וואך ווען מען דערזעט זיך מיט א שוואכע צייכן וכו'?! דעריבער דארף מען צייכענען די טעסט לויטן קינד; פאר א קינד וואס פראבירט צו פארשטיין און מיטהאלטן וכו' דארף מען צייכענען א גוטע צייכן, (מען שרייבט צו אין די זייט די ריכטיגע ענטפער וכו') אבער מען קען נישט צייכענען בשום אין אופן לויט די בחינה.
ווען מיר האבן ווען א סקול וואס געבט ארויס מיידלעך דאקטורים, לויערס, בוק-קיפערס וכו' דעמאלט דארף מען טאקע זען ווער עס קען יא און ווער עס קען נישט, אבער ברוך השם מיר האבן דאס נישט און מיר ווילן נישט דאס פאר אונזערע קינדער, מיר ווילן אונזערע מיידלעך זאלן חתונה האבן און זיין אידישע מאמע'ס, איז פארוואס זאל א קינד אויפוואקסן אלע יארן אין סקול מיט די געפיל אז 'איך בין צווייט-קלאסיג ווייל איך האב א שוואכע קאפ?!'
בנוגע די ענגלישע טיטשערס, צי זיי זאלן רעדן נאר ענגליש וכו'; ווען מען לערנט מיט די מיידלעך די ענגלישע שפראך, שרייבן וכו', דעמאלט זאלן זיי רעדן ענגליש אבער ווען זיי לערנען מיט די קינדער אנדערע לימודים זאלן זיי רעדן אידיש כדי אידיש זאל זיין זייער ערשטע שפראך; די ענגלישע טיטשערס זענען גארנישט אנדערש פון די אידישע טיטשערס, ביידע פון זיי דארפן האלטן פאר זייערע אויגן וואס דער עיקר איז און ביידע טיטשערס דארפן געדענקען אויפצוהייבן אלע קינדער וכו' און אריין לייגן אין זיי ליבשאפט און ווארימקייט וכו'.
בנוגע לערנען היסטאריע מיט די מיידלעך, ווער עס איז געווען דער ערשטער פרעזידענט וכו'; דאס פעלט בכלל נישט אויס. מיר דארפן האלטן שטענדיג פאר די אויגן אז די מיידלעך גייען חתונה האבן און זיין מאמעס, וואס וועלן זיי מיט נעמען פון זייערע יונגע יארן? וויפיל פראצענט נעמט א מיידל מיט אויף נאך די חתונה פון אלע יארן פון סקול? ברוך ה' ביי אונזער סקול נעמען די מיידלעך מיט יעדע מינוט פון זייערע יארן אין סקול; אנגעהויבן מיטן דאווענען, דאס וועלן זיי טון זייער גאנץ לעבן. נאכן דאווענען טאנצן די מיידלעך - דאס איז אן עיקר פאר זיי, אז מען טאנצט און מען איז פרייליך פאלן אוועק אלע פראבלעמען, נאך די חתונה וועלן זיי טאנצן מיט זייערע קינדער אין שטוב, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. הלכות ברכות, הלכות שבת דאס זענען זייער וויכטיגע הלכות; א אידישע מאמע דארף קענען הלכות שבת ישר והפוך, אז נישט ווי קען זי אריין גיין אין קאך שבת אן מחלל שבת זיין, דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם. נישט אלע קינדער קומען פון שטובער וואס די עלטערן קענען הלכות וכו', ווער זאל אויסלערנען פארן קינד ווען די קלייד ווערט שמוציג אז מען טאר דאס נישט אפוואשן מיט וואסער ווייל דאס איז חילול שבת דאורייתא?! אז מען לערנט נישט אין סקול הלכות שבת ווער וועט אויסלערנען ווי צו מאכן אום שבת א גרינצייג סאלאט אן חילול שבת?! ווער וועט אויסלערנען ווי צו אנגרייטן די אייער שבת ווען מען קען עובר זיין אויף אפאר איסורים בורר, לש, טוחן וכו' וכו'?!
אזוי אויך לגבי דעם פראגראם פון "מעשיות פון תפילה", יעדע מיידל דערציילט א מעשה פון תפילה; דאס וועלן זיי מיט נעמען מיט זיך זייער גאנץ לעבן, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט. זיי וועלן שטענדיג וויסן א וועג ארויס פון א פראבלעם.
אזוי אויך דארפן זיי קענען שרייבן; זיי וועלן שרייבן מצוה צעטלעך פאר זייערע קינדער אין אידיש, און אזוי אויך דארף מען קענען שרייבן ענגליש וכו'.
איך זיך נישט אהער צו שטעלן אונזער סקול אין פארגלייך צו אנדערע סקול'ס, איך גיי אויף גאר אן אנדערע וועג ווי זיי; איך וויל אויפשטעלן ערליכע אידישע שטובער, געזונטע מאמעס און געטרייע ווייבער פאר זייערע מענער. איך בין מתפלל יעדן טאג פאר יעדן תלמיד און תלמידה אז זיי זאלן מצליח זיין אין לעבן, אלע זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע שטובער; איז וואויל איז פאר אייך אז איר וועט מיר העלפן מיטן אנגרייטן די לימודים פאר די טיטשערס.
מיר דארפן דאנקען אונזער מנהלת מרת ... תחי' פארן אויספירן איר שליחות מיט די גרעסטע נאמנות וואס איז שייך; זי לייגט אריין אלע אירע כוחות אין די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן אזוי ווי עס דארף צו זיין. קיינער ווייסט נישט וויפיל כח און מיה מיר לייגן אריין אין יעדן קינד; אפילו די וואס באדאנקען זיך, ווייסן נישט באמת וואס פאר אן ארבעט ליגט אונטער יעדן קינד. נישט אייביג קען מען אריין מישן עלטערן וכו', אסאך מאל דארפן מיר האבן שלאפלאזע נעכט צו טון דאס בעסטע פאר די קינדער אן דעם וואס איינער זאל אפילו וויסן דערפון, דעריבער וויל איך איר זאלט ארבעטן צוזאמען מיט איר, יעדע זאך זאל ווערן אויסגעשמועסט מיט איר.
איר פארשטייט אליינס אז איינע פון די שווערסטע זאכן איז פירן א מוסד; ווען אלע וואלטן געטראכט אייניג, ווען אלע וואלטן געהאט די זעלבע מיינונג, וואלט געווען א מחי' צו פירן א מוסד, אבער דער אייבערשטער האט אנדערש באשאפן די וועלט, יעדער מענטש טראכט אנדערש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נח:): "כְּשֵׁם שֶׁפַּרְצוּפֵיהֶן שׁוֹנוֹת כַּךְ דֵעוֹתֵיהֶן שׁוֹנוֹת", אלע טראכטן אנדערש; ממילא דארף מען קענען יעדן איינעם אויסהערן און זען וואס מען קען בעסער מאכן וכו'.
די אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז אינעם מוסד האבן אנדערע מיינונגען, יעדער וויל א משהו אנדערש פונעם צווייטן וכו'; דארף מען זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן ווען יעדער איינער וויל עפעס אנדערש. אבער מיט איין זאך זענען מיר פאראייניגט, אלע ווילן מיר אויפציען קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן, אלע עלטערן זענען אייניג מיט דעם אז מיר ווילן אויפציען די קינדער מיט אמונה אין הייליגע צדיקים, בפרט אינעם הייליגן רבי'ן. אלע ווילן מיר אויפציען קינדער זאלן זיין געזונט צו קענען חתנה האבן, קינדער וואס ווייסן זיך צו היטן פון נישט גוטע מעשים וואס פאסירט צווישן מיידלעך השם ישמרינו. די מנהלת רעדט צו די מיידלעך קלארע ווערטער וכו' זיי זאלן וויסן זיך צו היטן פון נישט גוטע מעשים און פון נישט געזונטע נאנטקייט וכו', דער אייבערשטער זאל אונז שומר ומציל זיין פון דעם.
געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט איז אריבער גאנצע צען יאר זינט מיר האבן געעפענט די ישיבה; זייער אסאך טענות איז דא אויף די ישיבה, פארוואס טוט מען נישט אזוי? פארוואס מאכט מען נישט אזוי וכו' וכו'? איין זאך האלט איך שטענדיג פאר די אויגן: 'ווי אזוי קען איך געבן פאר די תלמידים הדרכה פאר צען יאר ארום? וואס נאך קען איך זיי אנגרייטן פאר זייער גרויסער סורפרייז וואס ערווארט זיי - "זייער לעבן"; זיי זאלן זיך קענען אן עצה געבן מיט דעם?'
אנדערע זאגן אז ווען מען פירט א ישיבה דארף מען קוקן אויף "יעצט"; 'יעצט' זאל עס האבן א פנים פון א ישיבה למצוינים, 'יעצט' זאל זיין א הערליכע בילד וכו' וכו', עס אינטערעסירט זיי נישט וואס גייט זיין שפעטער מיט די תלמידים. אבער מיר פרובירן צו קוקן אויף שפעטער - ווען דער בחור גייט חתונה האבן, ער גייט ארויס גיין פון די כותלי הישיבה, ער גייט זוכן פרנסה - ווי אזוי קען מען אים צוגרייטן ער זאל וויסן אז מען דארף דאווענען דריי מאל א טאג, מען דארף האבן שיעורים אין די הייליגע תורה; מיר גרייטן אים צו א וועג ער זאל קענען לערנען אויפן באס, טרעין און אפיס וכו', ער זאל וויסן ווי אזוי זיך אויס צו קומען מיט א ווייב און קינדער.
אזוי אויך מיט די סקול; מען קען נישט קוקן אויף 'יעצט' וכו', נאר מען דארף אלץ טראכטן: 'וואס קענען מיר געבן פאר די קינדער פאר זייער לעבן?'
פרובירט אויס וואס איך זאג אייך; שטעלטס אפ א פרוי - נישט קיין חילוק ווער זי זאל זיין - און פרעגט איר: "וואס האסטו היינט צו טאגס פון אלע יארן וואס דו האסט געלערנט אין סקול?" "וויפיל פראצענט פון סקול דארפסטו האבן פאר דיין לעבן?", דער תירוץ וועט זיין: "גאר א קליינע פארצענט"; ווייל מען קוקט אלץ אויף 'יעצט', קיינעם גייט נישט אן צו מחנך זיין קינדער צו זיין געטרייע ווייבער פאר זייערע מענער, זיי זאלן וויסן אז חבר'טעס איז נישט די לעבן, אז פרענדס איז פונקט גוט אמאל אמאל זיך צו טרעפן וכו', אבער דער טאג טעגליכער לעבן איז די מאן און די ליכטיגע קינדער. אדער אריין באקן אין קינדער דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים; וואו אין די וועלט האט איר אזא זאך אז מיידלעך זאלן יעדן טאג ענדיגן דעם יום תהילים?! וואו אויף די וועלט האט איר אזא זאך אז מיידלעך זאלן לעבן און אטעמען מיטן אייבערשטן ווי די "בית פיגא" מיידלעך?!
איך בעט יעדן טאג פאר אלע וואס ארבעטן אינעם מוסד - סיי מיט די אינגלעך און סיי מיט די מיידלעך – אז זיי זאלן מצליח זיין. אזוי אויך יעצט ווען מיר פארן שוין באלד קיין אומאן, דארט ביים הייליגן רבינ'ס ציון בין איך מתפלל פאר אלע תלמידים, ובפרט פאר די וואס העלפן מיר מיט די מוסדות וואס דאס איז ביי מיר די חשוב'סטע זאך.
איך האב אביסל מאריך געווען אינעם בריוו ווייל דאס איז נוגע אויך פאר אלע טיטשערס און פאר אלע וואס ארבעטן מיט קינדער.
אין דעם זכות וואס איר וועט העלפן די סקול זאלט איר האבן נחת פון אייערע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער מאן נרו יאיר.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.