בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#279 - דאס לעבן לויפט דורך זייער שנעל, מ'דארף אריינכאפן גוטע זאכן
חינוך הילדים, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב לכבוד די אפשערן פון דיין זון נרו יאיר; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן ערליך אידיש נחת ביי אים און ביי אלע קינדער.


כאפ אריין יעדן טאג אביסל תורה, מאך זיך שיעורים בכל התורה; מאך זיך א פלאן צו ענדיגן לכל הפחות איין מאל כל התורה כולה: תורה, נביאים, כתובים, ששה סדרי משנה, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, ברייתות, הלכה ואגדה. דאס לעבן גייט אריבער אזוי שנעל ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמד, ד): "כְּצֵל עוֹבֵר", זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", נישט ווי די שאטן פון א וואנט, נאר ווי א פייגל וואס פליט; היינט האסטו אפגעשוירן למזל טוב, מארגן מאכסטו חתונה די קינדער, נאכדעם די אייניקלעך און דאס לעבן איז אריבער...


דאס פלעגט מוהרא"ש כסדר אריינבאקן אין אונז, ער פלעגט זאגן: "איך געדענק מיין אפשערן אזוי ווי עס וואלט געווען נעכטן"; ביי די זיבעציג יאר האט דאס מוהרא"ש געזאגט, ער געדענקט זיין חאלאקע אזוי ווי נעכטן.


ביי אונז איז מען מקפיד אז די אינגלעך, פון די דריי יאר – זאלן טראגן א קאפל און ציצית אויך ביינאכט ביים שלאפן. די ציצית און קאפל טוט מען קיינמאל נישט אויס פון די דריי יאר, אויסער ווען מען גייט אין מקוה אדער אין שויער.


...


יישר כח פאר'ן העלפן חודש'ליך מיט די רענט פאר די ישיבה.

#278 - די ערשטע זאך דארפסטו האבן א מוסד פאר דיינע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, בית המדרש, מורה דרך, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר דערציילט אז דו ביסט געגאנגען קוקן א דירה אין מאנסי, דו ווילסט זיך אהין ציען, דו שפירסט אז דארט וועט דיר זיין גרינגער צו צאלן דירה געלט, דארט איז ביליגער ווי אין שטאט.


דו קענסט זיך אהין ציען, אבער דו דארפסט קודם מברר זיין אויב דו וועסט האבן א מוסד פאר דיינע קינדער.


די תורה זאגט, ווען יעקב אבינו האט זיך געגרייט צו גיין קיין מצרים, האט ער קודם געשיקט איינע פון זיינע קינדער זאלן אנגרייטן א מוסד פאר אלע קינדער און אייניקלעך. "וְאֶת יְהוּדָה שָׁלַח לְפָנָיו (בראשית מו, כח)", זאגן די הייליגע חכמים (מדרש אגדה): "לתקן לו בית תלמוד"; אנגרייטן מוסדות פאר אידישע קינדער. די תורה לערנט אונז די וועג ווי אזוי א איד ציט זיך אריבער פון איין פלאץ צו א צווייטע פלאץ, דאס ערשטע זאך קוקט מען אויב מען וועט האבן א מוסד פאר די קינדער.


די צווייטע זאך קוקט מען אויב מען וועט האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד - וואס וועט מחזק זיין אויף עבודת ה'; א שול, א מקוה און נאכדעם קוקט מען אויף געלט.


זאלסטו למען ה' קודם מברר זיין אויב אן ערליכע מוסד איז גרייט אריינצונעמען דיינע קינדערלעך, נאר נאכדעם זאלסטו מאכן דיינע פלענער זיך אהינצוציען.

#277 - אויסלערנען די קינדער צו גיין התבודדות
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לייגסט אריין אין דיינע קינדער די הייליגע עבודה פון התבודדות; דו גייסט מיט זיי אין פעלד, דו מאכסט מיט זיי התבודדות, דו לערנסט זיי אויס ווי אזוי צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט און פרט.


איך האב דערציילט פאריגע וואך שבת פאר די אינגעלייט אין שטעטל דיין הנהגה, אז דו גייסט מיט דיין זון אין פעלד, דו זעצט זיך אוועק אויף די גראז מיט אים און דו דאנקסט דעם אייבערשטן מיט אים אויף אלעס. דו הייבסט אן ביים קאפל, דו דאנקסט דעם אייבערשטן: "יישר כח אייבערשטער איך האב א קאפל, האר און א קאפ; אויערן, נאז, מויל, באקן, פיאות", און אזוי ווייטער; די אינגעלייט זענען זייער נתעורר געווארן פון דעם, עטליכע האבן מיר געשריבן אז זיי האבן דאס אנגעהויבן טון מיט זייערע קליינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע משפחות אין שטעטל זאלן אזוי טון, די גאנצע שטעטל האט נאר די איין מעלה, אז מען קען לעבן מיט'ן אייבערשטן. די קינדער וואקסן אויף מיט אמונה, די מלמדים און טיטשערס פילעווען אמונה, די לופט איז ריין; נישטא קיין הסתכלות אסורות.


וואויל איז דער וואס נוצט אויס די פלאץ אויף גוטע זאכן.


 

#276 - יונגע בחורים דארפן לערנען אסאך גמרא און חומש רש"י
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים, התחזקות, סיפורי צדיקים, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר ווי אזוי צו זיין א מלמד, איך וויל דו זאלסט טון א גוטע ארבעט.


איך בין געווען אין שטעטל, איך האב זיך אונטערגעהערט ווי דו לערנסט מיט די בחורים. מען דארף זיין אנגעגרייט פאר'ן טאג - וואס צו לערנען, מען קען נישט א גאנצן טאג רעדן חיזוק, חיזוק - חיזוק. יונגע בחורים דארפן לערנען אסאך גמרא און חומש רש"י, צו דעם, בנוסף לזה - געבט מען חיזוק, אבער מען קען נישט רעדן א גאנצן טאג חיזוק, די קינדער דארפן לערנען.


גרייט זיך אן וואס דו גייסט לערנען; די ערשטע זאך, די וויכטיגסטע זאך - זאלסטו לערנען מיט זיי חומש רש"י. צעטייל די פרשה אויפ'ן וואך, אז במשך די וואך זאלסטו ענדיגן מיט זיי די גאנצע פרשה מיט רש"י. חומש רש"י איז זייער א וויכטיגער לימוד, לערן עס פאָר מיט א געשמאק, מאך עס אינטערעסאנט פאר זיי, קוק זיך פאָר די פרשה מיט מדרשים; קינדער האבן זייער ליב מעשיות, מאך עס פאר זיי עס זאל זיין א געשמאק.


אויך לערן מיט זיי גמרא, רש"י און תוספות.


נאכדעם דערצייל זיי יעדן טאג אביסל מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ צו וועלן זיין צדיקים.


גיי פארטאגס אביסל אין פעלד, זיי זיך מתבודד; בעט דעם אייבערשטן פאר אלע תלמידים, אלע זאלן אויסוואקסן צדיקים.


נאכאמאל, מען דארף חיזוק, אבער א גאנצן טאג חיזוק - האט נישט קיין זין.


קויף זיך א נייע הוט; א מלמד דארף גיין אנגעטון שיין.


 

#275 - ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידישע מאמעס
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, דרשות, מוסר, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען בעט אייך איר זאלט רעדן פאר עלטערן, זאלט איר דער עיקר רעדן דיבורי חיזוק; מוסר איז דא גענוג וואס געבן, מיר דארפן געבן חיזוק, חיזוק טוט אסאך מער אויף ווי מוסר און התעוררות. רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען מען ווערט נתעורר פון מוסר האלט דאס נישט אן פאר צו לאנג, אבער ווען מען ווערט נתעורר פון חיזוק דעמאלט האלט אן די התעוררות פאר גאר לאנג".


ברענגט ארויס דאס גרויסקייט פון אידישע מאמעס, ווי חשוב אידישע פרויען זענען ביים אייבערשטן און אז די גאנצע וועלט שטייט אויף זיי; מיט דעם וואס זיי שיקן די אינגלעך אין חדר לערנען די הייליגע תורה און די מיידלעך אין סקול לערנען ווי אזוי צו זיין איידל און הייליג - אויף דעם שטייט די וועלט.


זייט מחזק די עלטערן זיי זאלן זיין פרייליך; אז די מאמע איז פרייליך ווערט די גאנצע שטוב פרייליך, און אז די מאמע וויינט - וויינען אלע. די קינדער וואס האבן א דערביטערטע מאמע - וואקסן אויף דערביטערט.


מיין מאמע תחי' האט מיר דערציילט, עס איז געווען א פרוי וואס ווען עס האט גערעגנט פלעגט זי זייער שטארק וויינען, קיינער האט נישט געוויסט פארוואס זי וויינט, די פרוי אליינס האט אויך נישט געוויסט פארוואס זי וויינט; זי פלעגט זיין אין א פרייליכע גוסטע און ווי נאר עס האט אנגעהויבן רעגענען פלעגט זי זייער וויינען, ביז מען האט אויסגעפונען דעם סוד, איר מאמע פלעגט האבן פרנסה פון וואשן וועש, ווען עס האט גערעגנט האט זי נישט געקענט אויסטרונקענען די וועש, זי האט פארלוירן פרנסה אין די טעג, זי פלעגט אזוי וויינען ווען עס האט גערעגנט; יארן איז אריבער, די פרוי איז שוין לאנג געשטארבן און די קינדער און אייניקלעך וויינען נאך עד היום הזה.


רעדט צו די עלטערן זיי זאלן נישט האבן אין שטוב קיין טעלעפאן; א רחמנות אויף די קינדער וואס די מאמע האט א טעלעפאן, זיי זענען נעבעך לעבעדיגע יתומים. זיי קומען אהיים, זיי האבן נישט ווער עס זאל שפילן מיט זיי, די מאמע איז פארנומען מיט די טעלעפאן איינקויפן, די מאמע איז פארנומען שפילן געימס, די קינדער וואקסן אויף נישט גוט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן די ריכטיגע ווערטער וואס צו רעדן פאר די עלטערן, עס זאל זיין דברים היוצאים מן הלב, וועט עס אריינגיין אין אלע הערצער.

#274 - ווי אזוי צו רעאגירן צו ארומיגע משפחה וואס פירן זיך נישט בצניעות
צניעות, חינוך הילדים, משפחה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א מחי' צו הערן די גוטע גרוס פון סקול, ווי שטארק איר זענט צופרידן פון די טיטשערס; אייער טאכטער קומט אהיים אזוי פרייליך, אזוי צופרידן; זי האט ליב צניעות, איך פריי זיך זייער צו הערן.


בנוגע אייער פראגע, וואס צו טון ווען אייער טאכטער קומט צווישן משפחה וואס געבן נישט אכטונג אויף צניעות, זיי שערן זיך נישט און עס שטעקט זיך ארויס פון אלע זייטן האר - זאגט זיי אייער טאכטער מוסר וכו', זי איז יונג און זי זאגט אלעמען זיי זאלן אכטונג געבן; איר וויל וויסן אויב איר זאלט איר עפעס זאגן אדער נישט.


עס איז גוט איר זאלט איר מסביר זיין אז נישט יעדער ווייסט פון צניעות, נישט יעדער איז אפגעהיטן; זיי זענען וואויל אבער עס איז רחמנות אויף זיי, זיי מיינען אז צניעות איז א קנס, זאגט איר אז זי זאל נישט זאגן קיין מוסר הויך, זיי וועלן זיך פארשעמען, בעסער זאל זי אייך זאגן שטילערהייט.


רעדט מיט איר, זי זאל נישט ווערן צעמישט ווען זי זעט אין שטוב אן איידלקייט און ביי משפחה זעט זי פארקערט.


 

#273 - מ'דארף רעדן צו קינדער פון אמונה און פון צדיקים
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, מדות טובות, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו לערנסט מיט זיי, דו לייגסט אריין אין זיי תורה און יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט.


דער עיקר זאלסטו רעדן צו זיי פון גוטע מידות, פון בין אדם לחבירו; דערצייל זיי מעשיות פון דאס הארבקייט פון טשעפען א צווייטן און די שכר פון די וואס געבן אכטונג אויף אנדערע.


דערצייל זיי מעשיות בכלליות פון צדיקים, אלע מעשיות פון צדיקים איז סם החיים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויפגעפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק.


אויך זאלסטו רעדן צו זיי פון יראת שמים, זיי זאלן זיך היטן די אויגן און זיך היטן בקדושת היסוד; אבער אלץ זאלסטו רעדן מער פון עשה טוב, מען דארף רעדן פון סור מרע, אבער די עיקר דארף מען רעדן פון אמונה און פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#272 - די מלמדים דארפן א מנהל וואס זאל זיי מחזק זיין
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר, מחותני הר"ר ... שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


איך פריי זיך זייער צו הערן פון די מלמדים אז דו האסט נאכאמאל אנגעהויבן דיין וועכנטליכע שיעור פאר זיי, דו ביסט מחזק די מלמדים זיי זאלן ממשיך זיין מיט זייער ארבעט.


זיין א מנהל איז זייער א גרויסע אחריות; די מלמדים לערנען טאקע מיט די קינדער, זיי זיצן מיט די קינדער, אבער איינער דארף זיי מחזק זיין, איינער דארף זיי געבן א גוט ווארט, אן עצה, אביסל הילף וכו' וכו'; אז דער מנהל האט אינזין די מלמדים, זיי צו שטארקן און מחזק זיין, אז דער מנהל קוקט זיך אום אויב די מלמדים זענען צייטליך, צי זיי לערנען געניט חומש רש"י, משניות און גמרא, יעדער איינער וויפיל זיי דארפן לערנען - דעמאלט גייט די זכות אויפ'ן מנהל; די לימוד התורה - אלעס גייט אויף זיין חשבון.


איך דאנק דיר פאר'ן מחזק זיין די מלמדים. וויסן זאלסטו, אונזער זאך איז די קינדער; אז מיר וועלן אריינלייגן די קאפ און מח אין די חינוך הילדים - וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען פון אלע צדיקים, מיר וועלן האבן מיט וועם אנטקעגן גיין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן.

#271 - פירן א שיינע שבת טיש מיט די קינדער
חינוך הילדים, שבת קודש, תכלית, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ברודער האט מיר דערציילט אז ער האט געגעסן ביי דיר שבת, איך האב אים אויסגעפרעגט וואס מען האט גערעדט ביי די סעודה; איך האב אלץ ליב צו נאשן פון אנשי שלומינו נאך שיחות, נאך שמועסן; אלץ פרעג איך די בחורים: "וואס האט מען געשמועסט ביי דיין טאטנ'ס סעודה?" אפשר וועל איך הערן א פרישע שיחה.


דיין ברודער זאגט מיר ווי מען האט זיך געקאכט ביי די סעודה וואס פאר א חרבנות דער נייער פרעזידענט ביידען האט שוין אנגעמאכט פאר'ן לאנד.


וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז מיר א גרויסע ווינדער אז אנשי שלומינו, תלמידי הישיבה זאלן רעדן "אזוינע שטותים!" פארגעסן פון באשעפער, זיין אריינגעטון אין נארישע פאליטיק, בפרט ביים שבת סעודה וואס איז א צייט פון אמונה, א צייט פון דביקות צום אייבערשטן.


איך וויל דיר אויפוועקן פון דיין זיסער חלום, ... נרו יאיר, בארואיג זיך, ביידען איז נישט אזוי שלעכט; נישט דער פרעזידענט וועט אונז העלפן און נישט דער פרעזידענט וועט אונז שעדיגן, דער אייבערשטער פירט די וועלט אזוי שיין.


אז דו ווילסט העלפן בויען די וועלט זאלסטו עוסק זיין אין עבודת ה', אין חינוך הילדים. שבת ביים טיש זאלסטו רעדן נאר פון שיינע זאכן, פון צדיקים, פון גוטע מידות. רעד צו דיינע קינדער פאר אנדערע וועלן רעדן צו זיי, לאז זיך אראפ צו זייער מח.

#270 - העלף דיין טאכטער זיין וואויל און גוט
חינוך הילדים, שידוכים, לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב באקומען א באריכט פון חדר אין שטעטל, איך האב א גוטע גרוס פון דיין זון ... נרו יאיר.


דער מלמד שרייבט מיר אז ער האט געלערנט פרשת טהרה 122 פרקים משניות און פיר בלאט גמרא, און אין פרשת אחרי-קדושים האט ער געלערנט 105 פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא.


איך פריי זיך זייער אז ער האט באקומען א חשק צו לערנען.


דיין טאכטער ... תחי' איז זייער א קלוגע מיידל, א שארפע מיידל; זי האט אבער לעצטנס אנגעהויבן זיך אונטער צו לאכן פון די טיטשער, זי איז נישט שלעכט, זי איז וואויל, אבער דאס שטערט זייער שטארק די סדר פון סקול. אפשר קענסטו איר ווייזן דעם בריוו, זאג איר אז איך בעט איר זייער זי זאל אויסארבעטן איר נאטור, זי זאל זיין די מיידל וואס פאלגט, די מיידל וואס קאאפערירט, אלע זאלן איר נאכמאכן.


בנוגע די שידוך; איך האב גוטע נייעס, איך וועל רעדן מיט דיר פנים אל פנים.

#269 - א מלמד בויט כלל ישראל
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין ווערטער וואס זאל ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון א גוטע מלמד; אלע תורה און תפילה וואס די תלמידים גייען לערנען און דאווענען זייער גאנץ לעבן, אלעס גייט אויפ'ן זכות פונעם מלמד. א מלמד בויט כלל ישראל; די אלע קינדער גייען אויפוואקסן ערליכע אידן, אלעס בזכות דעם מלמד.


לייג אריין אין די קינדער אמונה; יונגע קינדער האבן אין זיך א שטארקע תמימות, זיי נעמען אריין יעדעס ווארט, די קינדער וועלן זייער גאנץ לעבן געדענקען זייער מלמד, עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זיי די ריינע אמונה.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהאט א מלמד א ברסלב'ער חסיד, ער פלעגט אריינלייגן אין די קינדער זייער שטארקע אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דאס קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


נאך האט מוהרא"ש דערציילט, אז דער מלמד רבי יעקב האט געלערנט מיט זיי נ"ך, ספר יהושע, שופטים, שמואל א', שמואל ב' און ספר מלכים ביז קאפיטל ח'; מוהרא"ש איז געווען דעמאלט א קינד פון זעקס זיבן יאר און ער פלעגט זאגן אלע יארן אז ער געדענקט יעדעס ווארט פונעם מלמד, ווייל ער האט דאס אריינגעלייגט אין די קינדער מיט א מורא'דיגע קלארקייט, מיט גאר א שטארקע אמונה. מוהרא"ש האט נאכנישט געוויסט דעמאלט פון ברסלב און אז דער מלמד איז א ברסלב'ער חסיד, יארן שפעטער ווען מוהרא"ש איז מקורב געווארן האט ער זיך דערוויסט אז דער ר' יעקב קאלמענאוויטש איז געווען א ברסלב'ער חסיד.


בנוגע דער קינד וואס איז דיר געקומען דערציילן אויף א צווייטע אינגל אז ער האט גערעדט צו אים נישט איידל; זאג פאר'ן קינד וואס האט דאס דערציילט: "זייער גוט אז דו דערציילסט מיר, זאלסט אלץ קומען דערציילן"; און דעם אנדערן קינד זאלסטו נעמען אין א זייט און אים זאגן ער זאל נישט רעדן אזוי, זאלסט אים זאגן די הארבקייט פון ניבול פה.


ווען דו דארפסט געבן מוסר פאר א קינד זאלסטו דאס טון אזוי ווי מען געבט מעדעצין; אזוי ווי קינדער ווילן נישט נעמען קיין מעדעצין, אזוי ווילן זיי נישט הערן מוסר. וואס טוט מען ווען דארף געבן פאר א קינד מעדעצין? עס איז שווער צו נעמען די שארפע מעדעצין, וואס טוט מען? מען געבט זיי צו טרינקען א זיסע געטראנק פארדעם און נאכדעם און אינדערמיט שמוגלט מען אריין די שארפע מעדעצין, אזוי איז אויך מיט מוסר; ווען א מלמד וויל זאגן מוסר פאר'ן תלמיד, דארף מען אנהייבן מיט שיינע ווערטער, אויסרומען דעם תלמיד, ווי טייער ער איז, ובתוך הדברים זאגט מען אים אז מען רעדט נישט קיין ניבול פה, מען זאגט אים די הארבקייט דערפון און מען ענדיגט מיט גוטע חיזוק, ווי חשוב ער איז, ווי טייער ער איז און ווי שיין ער וועט אויסוואקסן אויב וועט ער זיך פירן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#268 - נישט אפטרעטן פון שלחן ערוך
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך קען נישט גלייבן אז אייערע קינדער פירן זיך נישט לויט די הלכה, זיי האלטן נישט קיין הלכות ווען זיי זענען צווישן מענטשן. איך האב געהערט אז חדשים מקרוב באו, לא שערום אבותיכם, וואס לערנען מיט חתנים אז ברבים דארף מען נישט האלטן קיין הרחקות רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן.


איר זאלט נישט טראכטן אז מיר לערנען אזוי, מיר לערנען נאר וואס די הייליגע שלחן ערוך זאגט.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, די תפילות פון עלטערן זענען זייער שטארק; ווען עלטערן וואלטן געוויסט וואס זייערע תפילות טוען אויף, וואלטן זיי זייער אסאך געבעטן פאר די קינדער און קינד'ס קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#267 - חינוך איז א פיר און צוואנציג שעה'דיגע ארבעט
קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אלעד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עלטערן וואס ווילן האבן נחת פון זייערע קינדער דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן; טאג און נאכט דארף מען בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און ריין.


מוהרא"ש דערציילט, א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ, ער האט ארויס גענומען פון ספרים שאנק אן אלטן תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


זייער גוט אז איר לערנט אויס אייערע קינדער זאלן אכטונג געבן, זיין הייליג; זאגסט זיי אז מען טאר נישט לייגן די הענט ביים אות ברית קודש. עס איז זייער וויכטיג אנצוגרייטן קינדער זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו זיין הייליג; פון וואו זאלן קינדער וויסן אז מען דארף זיין אפגעהיטן, נישט פוגם זיין בברית? אז מען זאגט נישט - ווייסט מען נישט; מען דארף אויסלערנען די קינדער ווען זיי זענען נאך קליין אז מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש.


דאס וואס דו פרעגסט אויב מען זאל מסביר זיין וכו', דער תירוץ איז ניין; ווען מען רעדט פון קדושה זאגט מען דאס אן קיין הסברים, אן קיין טעמים; מען רעדט קורץ און שארף, מען זאגט די ווערטער: "דער אייבערשטער זאגט מען דארף זיין הייליג, דאס טאר מען נישט טון"; אן קיין פארוואס אן קיין פארווען, לייגט נישט צו און נעמט נישט אראפ.


דערציילט זיי וואס די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:) אז רבינו הקדוש האט באקומען דעם טיטל "הקדוש" ווייל ער איז געווען זייער אפגעהיטן אין קדושה; ער האט זיך געמאכט א גדר, ער האט נישט אראפגעלייגט זיינע הענט אונטער די גארטל כדי ער זאל נישט צוקומען צו נישט גוטע זאכן, דעריבער רופט מען אים 'רבינו הקדוש'; דאס איז אויך א גדר פאר קדושה און צניעות, אויסלערנען די קינדער זיי זאלן נישט לייגן די הענט אין טאש.


אויך דארף מען זען זיי זאלן גיין אנגעטון איידל; דאס איז אויך א גדר אין קדושה, זיי אנטון געהעריגע קליידער, נישט אויסגעפאסט; עס איז נישט איידל און נישט גוט אנצוטון די אינגלעך מיט אויסגעפאסטע הויזן.


אויך דערמאנט מען זיי כסדר אויף שמירת עיניים; דאס איז דאך דאס וויכטיגסטע זאך פאר קדושה, ווען מען גייט מיט די קינדער אין גאס און עס איז דא פריצות זאגט מען זיי מען זאל אראפקוקן, מען זאל היטן די אויגן. מען דערציילט זיי מעשיות פון צדיקים ווי זיי האבן געהיטן די אויגן, צו וואס זיי האבן זוכה געווען.


ווען מען נעמט די קינדער אין מקוה זאגט מען זיי אן זיך צו היטן די אויגן.


חינוך איז א פיר און צוואנציג שעה'דיגע ארבעט, חינוך איז וואו מען גייט און וואו מען שטייט; ווען מען איז אויף און ווען מען שלאפט. ווען מען לייגט שלאפן די קינדער זאגט מען זיי ווי אזוי צו שלאפן, מען לערנט זיי אויס צו שלאפן ווי א איד - שלאפן אויף די זייט, דאס איז אויך א זאך וואס ברענגט קדושה, נישט שלאפן אויף די רוקן און נישט אויפ'ן בויך.


אויך לערנט מען זיי אויס זיי זאלן אלץ גיין אנגעטון, נישט ארום גיין אין שטוב בלויז מיט אונטער וועש; ערליכע אידן גייען אלץ אנגעטון, ביי טאג גייט מען מיט טאג קליידער און ביינאכט גייט מען מיט נאכט קליידער.


מען זעט קינדער שפילן מיט אנדערע קינדער, זיי ליגן איינער אויפ'ן צווייטן, זיצן איינער אויפ'ן צווייטן; איז גאר וויכטיג פאר קדושה זיי אויסצולערנען דאס נישט צו טון.


ווען מען טראגט קינדער שווימען לערנט מען זיי אויס צו שווימען מיט קדושה; מען לערנט זיי אויס אז אויב איינער זוכט זיי אנצוכאפן און באטאפן זאלן זיי אוועק שווימען און ארויסגיין פון דארט.


אז מען לייגט אריין אין די קינדער פון יונגעווייז אן יראת שמים, איז מען זוכה, ווען זיי ווערן עלטער - צו שעפן פון זיי אסאך נחת דקדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#266 - אין שול קומט נישט קיין בילדער
חינוך הילדים, בית המדרש, לימוד התורה, אחדות, בילדער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ד' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים


איך האב געזען בילדער פונעם סיום מסכת שקלים; איך פריי זיך זייער אז איר האלט זיך אינאיינעם, איר שטארקט זיך בלימוד התורה, איר קענט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אז מיר וועלן זיך האלטן באחדות, מיר וועלן זיך ליב האבן.


איך זע אז איר האט אויפגעהאנגען אין שול בילדער פון מוהרא"ש; לדעתי זאלסטו אראפנעמען די בילדער, אין שול קומט נישט קיין בילדער. ביי אונז אין ישיבה איז נישטא קיין בילדער, נישט פון מוהרא"ש און נישט פון אנדערע צדיקים; אין חדר און אין סקול ביי די קינדער לייגן מיר יא בילדער פון צדיקים, אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט בשם דעם חזון איש זכרונו לברכה אז מען זאל לייגן אין חדר און אין סקול בילדער פון צדיקים כדי די קינדער זאלן באקומען יראת שמים, אבער אין בית המדרש איז נישט קיין פלאץ פאר בילדער.


געב איבער א גרוס פאר ר' ... נרו יאיר, איך באקום גרוסן פון זיין שיעור אז ער לערנט שיין פאר יעדן טאג דעם בלאט גמרא; איך פריי זיך אז אין אלע שולן היכל הקודש איז דא שיעורים אינעם בלאט גמרא. ברוך השם עס זענען דא אסאך תלמידי הישיבה וואס לערנען פאר דעם בלאט גמרא; יעצט האט מען געמאכט ביי אונז נאך א שיעור, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט אין ישיבה דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#265 - זוכן פרנסה איז נישט קיין חסרון אין אמונה
מקוה, חינוך הילדים, פרנסה, השתדלות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט אז בעטן מענטשן מען זאל דיר שיקן ארבעט - איז א חסרון אין אמונה; בעטן מענטשן זאלן געבן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אין אמונה, עס איז א חסרון אין קאנפידענס, א חסרון אין גלייבן אין זיך; מען מעג בעטן און מען דארף בעטן פאר ארבעט.


קענסט דאך זאגן נאך מער, אפשר זאלסטו בכלל פארמאכן דיין ארבעט און מער נישט ארבעטן ווייל עס איז א חסרון אמונה? נאר וואס דען, ארבעטן און זוכן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה, דער אייבערשטער זאגט מען זאל ארבעטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי דברים פרק טו, פיסקא קנח) אויפ'ן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", דער אייבערשטער בענטשט אונז מיר וועלן זען א ברכה אין אונזער ארבעט, "יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל", וועסטו מיינען אז מען דארף נישט ארבעטן, מען קען זיצן ליידיג? "תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", אויף דעם שטייט מען זאל טון.


אודאי זאלסטו אנרופן אלע וואס דו האסט זיי געגעבן פרייזן זיי פרעגן פארוואס זיי נעמען דיר נישט, אויב ביסטו צו טייער זאלסטו אראפקומען מיט די פרייז. דער עיקר זאלסטו זיך נישט פארלאזן אויף די ארבעט אז דאס איז דיין מקור הפרנסה, זאלסט זיך נישט פארלאזן אויף מענטשן; זיך פארלאזן אויף מענטשן איז א חסרון אמונה, פארלאז זיך אויפ'ן אייבערשטן.


קענסט נעמען זייטיגע ארבעט כל זמן עס קומט נישט אריין קיין ארבעט פאר דיר ביים בויען. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם בעל בטחון, עס האט אים געפאסט צו נעמען אלע סארט ארבעט - אבי ער זאל קענען אהיים ברענגען פרנסה; האב נישט מורא צו נעמען ארבעט אינדערזייט, אפילו עמטליך ביסטו א גרויסער קאנטראקטאר.


בנוגע נעמען קינדער אין מקוה; מיר נעמען ערב שבת קינדער פון קליינערהייט אן - אין מקוה, אבער מען טוט דאס אין די צייט ווען עס איז נישט איבערגעפילט מיט מענטשן, בדרך כלל אין אנהייב האבן די קינדער נאך מורא זיך איינטונקען די קאפ, מען הייבט אן קודם אז זיי זאלן אריינקומען אין מקוה זיך טובל'ן ביזן האלז, אזוי מיט דער צייט גייט אוועק די פחד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#264 - מקור פון דעם מימרא 'א קינד קישט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט'
חינוך הילדים, עצתו אמונה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ב' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל איר שרייבט מיר, בפרט ווען איר שרייבט מיר באמערקונגען אויפ'ן ספר עצתו אמונה; איך וויל אז אלע שיחות און אלע תשובות זאלן זיין ריכטיג.


בנוגע אייער באמערקונג אויפ'ן בריוו וואו עס שטייט: "דער רבי האט געזאגט 'א קינד קישט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט'"; איר צייכנט צו מראה מקומות אז דאס איז נישט א דיבור פון רבי'ן אליינס, נאר פון אנשי שלומינו. דער אמת איז אז עס איז דא בריוו אין אשר בנחל וואו מוהרא"ש ברענגט דאס בשם אנשי שלומינו, נאכדעם איז דא מאלן וואס מוהרא"ש ברענגט דאס יא פון רבי'ן, צום ביישפיל, אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק א, מכתב לא) זאגט מוהרא"ש "בשם אנשי שלומינו", אזוי אויך אין חלק יט (מכתב ב' תלד); פון די אנדערע זייט ברענגט מוהרא"ש די שיחה - יא בשם דעם רבי'ן, (שאלות ותשובות ברסלב חלק ח, מכתב תתסח): "וכן יש דבור מרבנו ז"ל: 'לא מנשקים את הילדים, ולא מרביצים לילדים'"; א צווייטע מאל ברענגט דאס מוהרא"ש, אז דער רבי האט דאס גאר געזאגט פאר רבי נתן (חלק כד, מכתב ג' טז): "ואמר פעם למוהרנ"ת ז"ל, בשעה שנתן סטירה לבן שלו, 'א קינד שלאגט מען?' [ילד, מכים אותו?] 'מען קישט נישט און מען שלאגט נישט' [לא מנשקים ולא מרביצים]"; אין אנדערע פלעצער איז משמע אז דאס זענען צוויי באזונדערע שיחות, איינמאל האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "א קינד שלאגט מען?!" און א באזונדערע שיחה אז מען זאל נישט צערטלען.


איך האב הנאה אז איר לערנט די בריוו און איר זענט מדייק דערין; איך ווארט צו הערן נאך באמערקונגען.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן אלעס וואס מוהרא"ש לערנט מיט אונז; מיר זאלן מקיים זיין אלע שיחות פון רבי'ן, אלע שיחות פון רבי נתן און פון מוהרא"ש, וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#263 - וואס טוט מען אז די קינדער זאלן פאלגן?
פחדים, תפילות אויף אידיש, מזוזה, חינוך הילדים, הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווער נישט שוואך ווען דו טרעפסט צעריסענע גליונות, אדער דו טרעפסט די גליונות אין מיסט אדער אין בית הכסא; דו זיי ממשיך מיט פארשפרייטן ווייטער די גליונות. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם, וויפיל מענטשן שטייען און ווארטן און זוכן וואו זיי קענען טרעפן א גליון לכבוד שבת זיך צו קענען אביסל מחזק זיין.


אז דער גבאי פונעם בית המדרש זאגט דיר דו זאלסט נישט לייגן מער קיין גליונות דעמאלט זאלסטו נישט לייגן, אבער אז מען ווארפט עס אין מיסט זאלסטו נישט קוקן אויף דעם.


בנוגע די פחדים ביי דיין קינד; עס מאכט זיך ביי זייער אסאך קינדער, דאס האבן פחדים ביינאכט, דער עיקר זאלסטו נישט מאכן פון דעם קיין עסק, עס וועט אריבער גיין. נעם דיין קינד צו די מזוזה, ער זאל קישן די מזוזה און בעטן: "הייליגער באשעפער היט מיר און ראטעווע מיר פון די פחדים וואס איך האב".


בנוגע דיין פראגע 'וואס טוט מען אז די קינדער זאלן פאלגן?' דאס האט מיט די עלטערן; עלטערן מוזן שטיין אויף דעם זייער שטרענג, מען דארף מחנך זיין די קינדער אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט. על פי רוב זענען די עלטערן אליינס שולדיג, זיי מאכן א געשפעט פון זיך אליינס; מען זאגט פאר'ן קינד וואס צו טון און ווען דער קינד זאגט נאך די ווערטער, למשל טאטע מאמע זאגן: "אריין אין בעט", רופט זיך דאס קינד אן: "אריין אין בעט", - וואס טוען די עלטערן? זיי שמייכלען צו זיך און זאגן: "אזוי זיס", "אזוי פאני"; אז דאס קינד זעט אז מען קען באקומען אויפמארקזאמקייט (עטענשאן) טוט מען דאס נאכאמאל.


עלטערן דארפן שטיין אויף דעם זייער שטרענג, אז א ווארט איז א ווארט, דעמאלט פאלגן די קינדער.


ועל כולם דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן גוטע קינדער, ערליכע קינדער; ווי מער מען דאווענט אויף דעם אלץ מער נחת זעט מען ביי די קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#262 - לערן מיט די קינדער אסאך חומש רש"י
חינוך הילדים, מלמדים, סיפורי צדיקים, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער מלמד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש


היינט איז א גרויסער טאג, דער יארצייט פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו.


עס איז באוויסט אז דער הייליגער דברי חיים האט געבעטן די מלמדים פון זיינע קינדער, זיי זאלן דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך און פון זיין ברודער, דער הייליגער רבי זושא זכותו יגן עלינו; ווייל דאס איז די שטערקסטע מוסר, דאס פלאמט אויף די הערצער פון די קינדער.


זאלסטו זיך מאכן א סדר יעדן טאג צו דערציילן מעשיות פון די צדיקים; היינט איז דא א שפע פון מעשה ביכלעך גוט אראפגעלייגט פאר קינדער.


אויך בעט איך דיר זייער, לייג אריין מער כח אין חומש רש"י, מער פון אלעס. די קינדער גייען באלד ארויס פון חדר, זיי גייען מער נישט לערנען חומש רש"י; אין ישיבה און אין כולל לערנט מען גמרא און הלכה, וויפיל זיי וועלן לערנען יעצט - דאס וועלן זיי האבן.


קינדער וואס קענען גוט חומש רש"י - קענען שוין נאכדעם אלעס; וואו זיי לערנען האבן זיי ידיעות התורה, בנוסף - די יראת שמים.

#261 - די קינדער און די בחורים דארפן זיין צייטליך
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מגיד שיעור קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט מיר איבערגעבן אלע פרטים פון די תלמידים אין שטעטל, לעת עתה איז נישטא קיין מנהל, דארף איך זיין מנהל.


עס קען נישט זיין קיין הפקירות, די קינדער און די בחורים דארפן זיין צייטליך, אז נישט – פארמאך איך דיין כתה; נישטא אזא זאך אז קינדער זאלן קומען טאג איין טאג אויס שפעט, אפילו כולל אינגעלייט האבן א סדר צו זיין 10:00 און יונגע בחורים זאלן קומען שפעט?! איך וועל דאס נישט צולאזן.


אויב פעלן קינדער זאלסטו מיר דאס מודיע זיין, שרייב מיר אן הודעה; איך וויל נישט עס זאל זיין הפקר.


היינט ווען דו האסט מיר דערציילט אז א קינד איז נישט געקומען, האב איך גערופן די עלטערן; די עלטערן האבן זיך אזוי דערשראקן, זיי האבן ניטאמאל געוויסט אז דאס קינד איז נישט געקומען.


איך וועל זיין דער מנהל ביז דערווייל; איך האב גערופן אלע עלטערן און גערעדט זייער קלאר אז אויב מען וועט נישט האלטן קיין זמנים וועט מען נישט קענען קומען.

#260 - גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


לייג אריין דיין קאפ אין חדר; ביי מיר איז דער חדר און סקול דאס וויכטיגסטע, גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער.


אויב איז דא זאכן צו פאררעכטן - זאלסטו רעדן מיט'ן מנהל ר' ... נרו יאיר; האב נישט מורא צו רעדן מיט אים, האב נישט מורא צו באמערקן, און אויב דו זעסט אז עס ווערט נישט מסודר - זאלסטו רעדן צו מיר, טראכט נישט 'איך וויל נישט שטערן דעם ראש ישיבה', מיט דעם וואס מען באמערקט נישט, מען פאררעכט נישט - מיט דעם שטערט מען מיר, מיט דעם טוט מען מיר וויי. איך וויל וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך ביי מיר אין מוסד.


נעכטן נאכט האט מען גערוקט דעם זייגער; מיר גייען אריין אינעם צווייטן חלק יאר, דער זומער זמן. יעצט ווערן די קינדער מער פארשפילט, דארף מען זען ווי מער מען קען אין זיי אריינלייגן יראת שמים און ריינע אמונה מיט א זיסקייט און געשמאק.

#259 - מ'דארפט נישט זוכן באהאלטענע פלעצער, מ'קען רעדן הויך אין שטוב
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב נישט געקענט קומען צו אייך אויף שבת, איך האב געדארפט גיין צו מיין טאטע שליט"א; ער האלט אינמיטן די שבעה נאך מיין זיידע זכרונו לברכה, איך בין געווען דעם שבת ביי אים. איך נעם אן די איינלאדענונג, אם ירצה ה', איך וועל נאך זיין ביי ענק.


שטארקט זיך מיט אמונה; יעדע זאך וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן. איר דארפט נישט זוכן באהאלטענע פלעצער, איר קענט רעדן הויך אין שטוב; זאלן די קינדער אויפוואקסן מיט דעם. קינדער וואס הערן שטענדיג ווי די עלטערן רעדן, בעטן און דאנקען דעם אייבערשטן, וועלן זיי אויך רעדן, בעטן און דאנקען דעם אייבערשטן.

#258 - קינדער מיינען נישט קיין שלעכטס, מ'דארף זיי נאר אויסלערנען וואס צו טון
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות אזוי געטריי; די סעקרעטעריס זענען אן עיקר פונעם מוסד, ווייל אן די אפיס איז גארנישט דא. מיט דעם וואס איר מיט די אנדערע פרויען זיצן אין אפיס און ארבעטן פאר די מוסד – נאר אזוי איז דא די מוסדות.


געבט איבער פאר די סעקרעטעריס זיי זאלן נישט קנס'ענען קינדער; מיר האבן גאר גוטע לערערינס און בפרט מרת ..., זיי געבן אכטונג, זיי זענען מחנך די קינדער.


איין טאג פאריגע וואך האט פאסירט ביי די פיצעלע מיידלעך, זיי האבן זיך געשפילט נישט איידל, אויפגעהויבן די קלייד וכו'; פונקט יענע מינוט איז די טיטשער נישט דארט געווען און פונקט יענע מינוט איז געווען דארט א סעקרעטערי, זי האט זיך דערשראקן און אריינגענומען א מיידל אין אפיס פאר א קנס.


בעט איך אייך איר זאלט נישט אויסמישן די יוצרות; אויב פאסירט סיי וואס, דארף מען רעדן צו מרת ..., זי איז א מתנה פאר ענקער סקול, זי האט זיך אינגאנצן אוועקגעגעבן פאר אונזערע קינדער, זי ווייסט וואס צו טון אין יעדע מצב, זי רעדט טאג און נאכט מיט מרת ... תחי' – די מנהלת פון וויליאמסבורג, אויך פרעגט זי מיר ווי אזוי זיך צו פירן.


בפרט ווען די רעדע איז פון פיצעלעך קינדער, טייערע קינדער, נשמה'לעך; ווען זיי שפילן זיך נישט איידל איז דאס נישט קיין שלעכטס, זיי ווייסן נאך גארנישט, מען דארף זיי שיין זאגן, דעמאלט פאלגן זיי. אזוי האט זי געטון; זי האט גערעדט צו די קינדער אזוי הארציג, אזוי ווארים, ביז די פיצעלעך קינדער האבן זיך פארגענומען צו זיין איידל.


שטארקט אלע סעקרעטעריס זיי זאלן שפירן ווי זיי זענען חשוב. איך ווייס וואס ענק טראכטן; אלע סעקרעטעריס טראכטן 'ווער דארף מיך? וואס טו איך שוין? וכו' וכו''; ווייל אזוי טראכטן אלע וואס טוען פאר'ן רבי'ן.

#257 - נישט דערשרעקן קינדער, נאר זיי אויסלערנען ווי אזוי זיך צו פירן
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף אויסלערנען קינדער אז אויב מען טוט וויי, מען טשעפעט א צווייטן - איז דאס זייער א הארבע זאך. עס איז א גרויסע סכנה וויי צו טון אנדערע, בפרט א קינד וואס קען נעבעך נישט גיין, דארפן אלע זיי העלפן; נישט חוזק מאכן פון זיי.


אז די קינדער האבן געטון אזא זאך, גענומען די מיידל וואס קען נישט גיין און מען האט איר נאכגעמאכט - איז דאס נישט זייער פראבלעם, זיי זענען קינדער; קינדער ווייסן גארנישט, קינדער זענען וואויל, קינדער זענען ריין. קינדער דארף מען לערנען; אז עס פאסירט אזא זאך דארפן די טיטשערס פארמאכן די ספרים און אנהייבן רעדן צו די קינדער וואס מיינט געפילן; וואס מיינט טשעפען, וואס מיינט וויי טון; אויב מען טוט יענעם וויי קען דאס נאכדעם פאסירן צום מענטש זעלבסט.


מען דארף נישט דערשרעקן קינדער מיט שרעקעדיגע זאכן, מען דארף נישט זאגן די זאכן: 'דער אייבערשטער הערט נישט אויס די תפילות פון די וואס טוען וויי אנדערע'; דאס איז ווען עס איז דא דעת, ווען עס איז דא שכל, ביי דערוואקסענע מענטשן. אבער קינדער זענען קינדער, מען דארף זיי מחנך זיין און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#256 - אז א קינד חוצפה'ט זיך דארף מען דאס אפשטעלן מיט אלע וועגן
חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


סעקריטערי בית פיגא


וואויל איז פאר די וואס העלפן די הייליגע מוסדות; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון ארבעטן אין א מוסד וואס לערנט מיט די קינדער תורה, מצוות און אמונה אינעם אייבערשטן.


האט נישט מורא צו רופן די עלטערן ווען די קינדער פירן זיך אויף מיט חוצפה; מיר מוזן האבן די הילף פון די עלטערן. אז א קינד חוצפה'ט זיך דארף מען דאס אפשטעלן מיט אלע וועגן, חוצפה איז א זאך וואס קען נישט פארקוקט ווערן.


ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ נומער איינס; מיר דארפן זייער שטארק שטיין אויף דעם.


שטארקט אייך מיט אייער ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#255 - א שטארקע דיסציפלין קען נאר זיין מיט א שטארקע ליבשאפט
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האף איר פארשטייט וואס מיר האבן גערעדט.


זייט מסביר פאר אלע טיטשערס זיי זאלן וויסן וואס מיר ווילן, וואס מיר פארלאנגען; פון איין זייט דארף זיין א שטארקע דיסציפלין, אבער דאס קען נאר ארבעטן אויס עס איז דא א שטארקע ליבשאפט.


די טיטשערס מוזן ליב האבן יעדע איינציגסטע מיידל; זיי דארפן רחמנות האבן אויף די קינדער, שטענדיג געדענקען אז 'קינדער זענען קינדער'.


איך בעט אייך זייער, לעבט אויף די סקול; ברענגט אריין א חיות אין אידישע נשמות. איך דארף נישט קיין טויטע סקול וואס מען ציטערט צו אטעמען, מען האט מורא זיך צו געבן א ריר; מיר האבן נישט קיין לאנדאנע ארמיי.


געבט איבער די אלע זאכן וואס מיר האבן גערעדט פאר אלע טיטשערס.


גלייבט מיר, די מיידלעך וואס לאכן זיך אונטער ווען מען זאגט זיי עפעס; דאס האט נישט מיט חוצפה, דאס איז א שוואכקייט; א שוואכע כאראקטער לאכט אדער מאכט פאקסן ווען מען רעדט פון זיי.