בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#385 - איינער דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער אין שול
חינוך הילדים, שבת קודש, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


שרייב מיר די נעמען פון די מתפללים קבועים; איך זיך א פאסיגער אינגערמאן, איינער פון די מתפללים וואס זאל ארבעטן מיט די קינדער. קינדער אז מען לאזט זיי פריי - ווערן זיי ווילד, און עס קען פאסירן נישט גוטע זאכן. די וואך האט זיך א קינד צעשניטן די האנט פון א גלאז, איך האף צו טרעפן א פאסיגער אינגערמאן וואס זאל נעמען די מצוה.


אין בית המדרש היכל הקודש אין צפת איז דא א אינגערמאן וואס ער ארבעט מיט די קינדער, ער מאכט גרולות און טיילט פרסים, אזוי אויך ביי אונז אין ישיבה האבן מיר א אינגערמאן א מלמד וואס געבט זיך אוועק; א גאנץ שבת איז ער פארנומען מיט די קינדער, סיי ביים דאווענען, ביי שלש סעודות און מוצאי שבת ביי אבות ובנים; אזוי זענען די קינדער אפגעהיטן פון שלעכטס.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#384 - אז מען פארט צום רבי'ן קיין אומאן, דארף מען נישט מורא האבן
פחדים, חינוך הילדים, אומאן, ראש השנה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט דיר אויס גוט צו פארן קיין אומאן צום רבי'ן - זאלסטו פארן, דארפסט נישט מורא האבן פון גארנישט; אז מען פארט צום רבינ'ס ציון - איז מען אפגעהיטן פון שלעכטס.


בנוגע נעמען א קינד פאר די זיבן וכו'; דער רבי האט מבטיח געווען אז א קינד וואס וועט קומען צו אים פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריינע העמד (חיי מוהר"ן, סימן תקיז). ווען טאטע מאמע הערן אזעלכע ווערטער פון א צדיק - ווערט ביטול הבחירה, אלע מניעות ווערן אויס; וואס קען אפהאלטן און ווער זאל אפהאלטן עלטערן פון נעמען א קינד פאר די זיבן יאר ווען מען הערט אזא הבטחה פון הייליגן רבי'ן.


מיר נעמען די קינדער קיין אומאן צום רבי'ן ווען מיר פארן ראש השנה; פון א יאר פאר די זיבן נעמען מיר יעדעס יאר די קינדער. עס זענען דא אנשי שלומינו וואס זאגן 'מיר וועלן האבן א צעשטערטע ראש השנה אויב מיר וועלן זיך דארפן פארען מיט די קינדער', זיי לאזן איבער די קינדער זאל בלייבן מיט די ווייב; עס איז נאריש אזוי צו טראכטן, נישטא קיין גרעסערע עבודה ווי חינוך הבנים, אז דער רבי האט געזאגט קיין גרעסערס פון זיין ראש השנה ביי אים איז נישט פארהאנען, - נעמען מיר די קינדער, זיי מחנך זיין זיי זאלן אויך קומען ראש השנה, עס זאל זיין ביי זיי אין די ביינער פון קליינווייז אן צו קומען צום רבי'ן יעדעס יאר ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#383 - א קאפל ברענגט יראת שמים
קינדער, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, רבינו ז"ל, קאפל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טאהש


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות יראה, סימן יג): "הַכִּסּוּי שֶׁל הָראשׁ מֵבִיא לִידֵי יִרְאָה", א קאפל ברענגט יראת שמים; די מקור אויף דעם איז פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנו:) די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק, ווען די שטערן זעער האבן איר געזאגט דיין זון גייט זיין א גנב: "לא שבקתיה גלויי רישיה", האט זי אים נישט געלאזט מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, זי האט אים געזאגט: "כסי רישיך", דעק צו דיין קאפ, וועסטו האבן "אימתא דשמיא" – יראת שמים. נאך זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן ב): "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַתִּינוֹק", מען דארף אפהיטן דעם קינד, "שֶׁלֹּא יֵלֵךְ בְּגִלּוּי הָרֹאשׁ", ער זאל נישט גיין מיט אן אויפגעדעקטן קאפ.


דערפאר זענען דא וואס זענען מקפיד אנצוטון א קאפל פאר'ן קינד פונעם געבורט, אבער רוב וועלט טוט אן ביי די דריי יאר, פון ווען מען שערט אפ דעם קינד און מען מאכט אים פיאות; דעמאלט, ווען מען נעמט אים אין חדר זאגן די א"ב טוט מען אים אן די קאפל מיט ציצית.


עס איז באוויסט אז דער הייליגער רבי ווען ער איז געבוירן האט אים זיין מאמע, די צדיקת פיגא – גלייך אנגעטון א קאפל.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. גוטע קינדער איז נישט אזוי ווי עפעלעך וואס מען נעמט אראפ פון בוים, גוטע קינדער באקומט מען דורך אסאך תפילות.

#382 - אפגיסן נעגל וואסער פאר די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט זוכה צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט.


זייער גוט טוסטו אז דו פרעגסט די קינדער אינדערפרי ווער עס האט זיך שוין געוואשן נעגל וואסער און ווער נישט, און דו גיסט אפ פאר אלע קינדער וואס האבן נאכנישט געוואשן, ווייל נישט אין אלע שטיבער גיסט מען אפ נעגל וואסער; עס איז זייער וויכטיג אויסצולערנען די קינדער די הייליגקייט.


בנוגע וכו'; איך האב דיר ליב אזוי ווי אמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#381 - וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, שלום בית, קברי צדיקים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, סיום, דרשות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצבות, ישיבה, ספרי ברסלב, גמרא, ראש ישיבה, שמירת עינים, אחדות, געפילן, סופרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט די הייליגע ספרים - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים".


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן ביי יעדע איינציגסטע שיעור: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים"; מוהרא"ש פלעגט לאכן פון די אלע וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן מסיים געווען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און ספורי מעשיות.


בעט אייך טייערע ברידער, טייערע חברים: מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, יעדער לפי בחינתו, קוקט נישט אויף א צווייטן, מישט זיך נישט ביי א צווייטן. דעם משכן האט מען נישט געקענט בויען נאר פון גאלד, אדער נאר פון זילבער, עס האט אויסגעפעלט אלע סארט זאכן, נאר אזוי האט זיך צאמגעשטעלט א משכן. אזוי איז כלל ישראל; איינער ברענגט גאלד, א צווייטער ברענגט זילבער, א דריטער קופער, איינער ברענגט א קליין בענדעלע, א רויטע פאדעם; אלעס אינאיינעם בויט זיך אויף די הערליכע משכן.


יעדער איינער זאל זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע ספרים, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, שפעטער וועט זיך שוין עפענען דיין הארץ און קאפ, דו וועסט פארשטיין.


אויך זאלט איר אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, בלייבט נישט אין גאס ביינאכט, בלייבט נישט שמועסן אין שול; קומט אהיים העלפן אין שטוב, און אפילו עס איז נישטא וואס צו העלפן - קום אהיים, זיץ אין שטוב, שמועס מיט דיין ווייב און לערן דיינע שיעורים אין שטוב; דריי זיך נישט ביי די נעכט אין גאס.


ועל כולם באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. נישטא בעסערס פון א גוטע התבודדות, ווען מען איז זוכה זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער.


איך בעט אייך אלע, זייט נישט בייז אז איך קום נישט אן צו ענטפערן אייערע בריוו, איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך שרייבן וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג, איך ווייס נישט צי אנדערע טוען דאס אין א חודש.


לדוגמא, נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב; איר ווייסט אודאי אז מיר האבן מייסד געווען אין אמעריקע א שטעטל, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה, איינמאל א וואך מוז איך אהין גיין.


איך האב געדאווענט שחרית אין ישיבה, נאך שחרית בין איך געפארן. די וועג פון וויליאמסבורג קיין ליבערטי נעמט בערך צוויי שעה, עס זענען מיט געקומען נאך אפאר בחורים.


צום ערשט בין איך געגאנגען אין גראסערי רעדן מיט'ן בעל הבית; אים העלפן מיט די משפחות וואס זענען נישט ביכולת צו באצאלן וכו'.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם מקוה טהרה, מיר ענדיגן שוין כמעט די מקוה. מענטשן וואונדערן זיך 'ווי אזוי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען, ווי איז דא געלט פאר די אלע זאכן?' דער ענטפער איז, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אינעם בריוו וואס ער שרייבט מיר מען זאל עפענען אין אמעריקע א מיידל שולע, שרייבט מוהרא"ש: "יעדע זאך וואס מען האט נאר אינזין דעם אייבערשטן - האט א געוואלדיגע הצלחה".


וויסן זאלט איר, עס זענען דא צווישן אונז אינגעלייט וואס ווילן גארנישט; זייער גאנצע לעבן איז נאר פארשפרייטן דעם רבי'ן. צום ביישפיל, די מקוה טהרה אין שטעטל מאכן מיר ביי איינעם אין שטוב, א אינגערמאן האט מנדב געווען זיין אונטערשטע שטאק פאר א מקוה טהרה, דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס בויט זיין אייגענע הויז - וועלן אוועקגעבן זיין פריוואטקייט וכו'; בנוסף לזה, א צווייטער אינגערמאן בויט דאס אויף, ער בעט נישט קיין געלט, ער געבט זיינע גוים, עס קאסט אונז נאר די מאטריאל, אזוי איז דא א אינגערמאן וואס געבט זיך אוועק צו מאכן די לעקטער, א דריטער מאכט די פלאמבינג; אזוי זענען דא פילע תלמידים אין שטעטל וואס דארפן גארנישט פאר זיך, זיי ווילן נאר אריינברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, אויפשטעלן מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן באקומען דעם חינוך.


ביי אונז אין אמעריקע איז יעצט זייער קאלט, אין אמעריקע רעגנט נישט ווינטער, אלעס איז אייז, נאר זומער רעגנט ביי אונז; מיר וועלן דארפן ווארטן ביז זומער צו קענען ניצן די מקוה.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה, מען האט דאס זייער שיין געבויט, הערליך שיין, אויך א שיינע הערליכע מקוה; דאס איז אויך א חידוש, א אינגערמאן קויפט זיך א הויז און געבט אוועק די ערשטע שטאק פאר א בית המדרש; פרעג אים 'ווילסט נישט א פריוואטע הויז? ווילסט נישט פריוואטקייט?' דאך ברענט אין זיי צו האבן א חלק פון בויען אידישקייט.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו די דריטע נייע שול; א אינגערמאן, א פרישער מקורב האט זיך געקויפט א הויז און געמאכט פאר א שול א חלק פון זיין אונטערשטע שטאק, מיר האבן געגעבן א נאמען פאר'ן שול "מקור השמחה".


איך האב זיך געיאגט צו גיין צו די קינדער; איך בין געפארן צו די מיידל שולע בית פיגא, צום ערשט בין איך געגאנגען צו איינע פון די יונגערע קלאסן, איך האב אויסגעטיילט פאר אלע תלמידות א שיינע גרויסע לעדערנע תהילים; די תלמידות אין סקול זאגן יעדן טאג תהילים, די לערערינס מאכן דאס פאר זיי אזוי געשמאק, זיי ווילן זאגן תהילים; נאכדעם בין איך געגאנגען צו נאך א כיתה געבן א שיעור.


נאכדעם איז געווען א שיעור פאר די מלמדים און אויך פאר די טיטשערס; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט צוויי שטארקע וויכטיגע נקודות. דאס ערשטע זאך, א מלמד און א טיטשער טארן נישט לעבן אין ספיקות, מען דארף זיין ביי זיך זיכער אז מען איז געאייגנט פאר וואס מען טוט, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'בין איך יא ווערד? בין איך נישט ווערד?' 'מען דארף מיך יא? מען דארף מיך נישט?' - דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן דעם מענטש, דעריבער חזר'ט מוהרא"ש אין די בריוו טויזנטער מאל דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז מען זאל ליב האבן די תלמידים און תלמידות. עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט פאר א קינד: "מען קען נישט רעדן אין קלאס", "מען קען נישט עסן אין קלאס", - ווען מען האט ליב דאס קינד ווי ווען מען האט פיינט דאס קינד; ווען מען האט פיינט דאס קינד און מען זאגט עפעס מוסר וכדומה - שפריצט פייער פון די אויגן פון האס, די ווערטער קענען נישט אויפטון; דאס קינד ווערט דערשראקן - אבער ער ווערט נישט מחונך, אבער ווען מען האט ליב דאס קינד - הערט זיך דאס גאר אנדערש; מיט סבלנות און געדולד פועל'ט מען.


נאכדעם בין איך געגאנגען רעדן צו די עלטערע תלמידות. אלע שיעורים ווערן אפגעכאפט; עס איז דא א ספעציעלע האטליין פאר מיידלעך, פרויען; דארט קען מען הערן די שיינע שיעורים.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינער פון די אינגעלייט אין שטעטל ביי זיין אפיס; דער אינגערמאן לערנט זיך סופרות, ער ענדיגט יעצט זיין ערשטע מגילה, איך האב אים זייער געבעטן ער זאל זיך לערנען שרייבן. מיר דארפן נאך סופרים, די קהילה צואוואקסט זיך, און אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון א ברסלב'ער סופר וואס גייט אין מקוה, זאגט תיקון הכללי און איז זיך מתבודד.


די בחורים וואס זענען מיט געקומען מיט מיר האבן בכלל נישט געוויסט ווער דער אינגערמאן איז, עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר, די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, די פרישע תלמידים קענען נישט די אלטע תלמידים, איך האב דערציילט פאר די בחורים ווער דער סופר איז. ווען מיר האבן געעפנט, די ערשטע יארן ישיבה - איז געווען זייער אסאך רדיפות, מען האט געווארפן יעדן שני וחמישי פאשקעווילן אויף מיר און אויף מיין ווייב, ער האט דאס צאמגענומען, ער האט שווער געארבעט צאמצונעמען אלע פאשקעווילן אויף מיר. איך האב אים געפרעגט אויב ער געדענקט דאס אלעס, איך האב אים דעמאלט געבעטן ער זאל מיר ברענגען אפאר פאשקעווילן, איך האב דאס אוועקגעלייגט, איך האב געבעטן מען זאל דאס אריינלייגן מיט מיר אין גרוב ביי מיין פטירה, איך וויל ווייזן אויבן פאר'ן בית דין של מעלה די צעטלעך וואס מען האט געווארפן אויף מיר, די בזיונות וואס מען האט געטון פאר מיר, נאר פאר איין חטא – פאר'ן נעמען בחורים און זיי מחזק זיין, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געגאנגען זיצן מיט די חברי הנהלה, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה. די הנהלה זענען טייערע אינגעלייט, זיי העלפן מיר מיט זייער גאנצע הארץ בויען די שטעטל, און אזוי אלעס ארום די קהילה; מיר האבן געדאווענט מנחה דארט.


פון דארט בין איך געגאנגען צו א סיום מסכת מועד קטן פון די קינדער אין שטעטל. באמת איז דאס די סיבה פאר'ן גיין נעכטן אין שטעטל, די קינדער פון די עלטסטע כיתה לערנען יעדן טאג מרצונם הטוב דעם בלאט גמרא, הרב ... נרו יאיר לערנט מיט זיי. דאס איז פאר מיר אזא שמחה, צו זען ווי יונגע קינדער ווילן לערנען.


דער סיום איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב; זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל צו העלפן די שטעטל, זיין ווייב איז די מנהלת אין סקול. זיי דארפן גארנישט, זיי וואוינען אין א באנגעלאו. איר ווייסט וואס א באנגעלאו איז? אין ארץ ישראל איז דא באנגעלאוס? אין אמעריקע ארבעט עס אזוי, מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין פאלאצן, ווען עס קומט די צוויי זומער חדשים ציט מען זיך ארויס אויף די בערג, דארט איז דא באנגעלאוס. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין פאר ענק, עס איז א זאך וואס האט פיר ווענט און א דאך, עס זעט אויס אביסל אזוי ווי א הויז, אין לשון קודש איז דאס א "חורבה"; מענטשן צאלן פאר דעם גרויס געלט, צו קענען זיין צווישן די בערג, צווישן די ביימער - פאר די זומער וואכן, אבער א גאנץ יאר וועט קיינער נישט מסכים זיין צו וואוינען אין אזא שטוב. מיר האבן א קליינע קעמפ, מיר ניצן דאס יעצט פאר די מיידלעך פאר די זומער חדשים, דאס איז צוואנציג מינוט צו גיין צו פיס פון שטעטל, דארט וואוינען זיי; זיי דארפן גארנישט.


ביים אריינגאנג צו זייער שטוב אויפ'ן טיר הענגט א טאוול: "ברוכים הבאים לגן עדן - משפחת ..." עס איז ממש אזוי, מען שפירט זיך דארט אזוי גליקליך, מען שפירט דעם אייבערשטן; פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, דארפן גארנישט. איז געווען דארט אזא שיינע סיום, אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך; איר קענט הערן די שיעור, מען האט דאס אפגעכאפט, מען קען דאס הערן אויפ'ן האטליין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שול פארלערנען דעם בלאט גמרא און מסיים געווען מיט די גאנצע עולם מסכת מועד קטן. דער סיום האט געמאכט ..., איך האב שוין מסיים געווען דינסטאג אין ישיבה מיט די בחורים; איך לערן אפגערוקט א בלאט פאראויס אז די תלמידים וואס ווילן לערנען דעם בלאט גמרא און ווילן מיטהאלטן די שיעור אין ישיבה - זאלן דאס קענען הערן אויפ'ן טעלעפאן.


עס איז אויסגעקומען אז דער סיום איז געווען אין מיין באבע'ס יארצייט, מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע. איך האב אביסל גערעדט פון איר גרויסקייט, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אלץ געווען פרייליך און יעדן פרייליך געמאכט; נאר אזוי קען מען מצליח זיין, סיי מיט זיך און סיי מיט די קינדער.


מיר האבן גערעדט פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן כז:): "ההיא איתתא דהות בשיבבותיה דרב הונא", עס איז געווען א פרוי אין די שכינות פון דער הייליגער אמורא רב הונא, זי האט געהאט זיבן קינדער, עס האט פאסירט ביי איר אז א קינד איז לא עלינו נפטר געווארן, "הוות קא בכיא ביתירתא עליה", זי האט זייער אסאך געוויינט און געקלאגט, זי האט זיך נישט געלאזט טרייסטן, "שלח לה רב הונא לא תעבדי הכי", האט דער הייליגער רב הונא איר געזאגט, הער אויף וויינען, עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען, "לא אשגחה ביה", זי האט נישט געפאלגט, זי האט ווייטער געוויינט. האט איר רב הונא געשיקט און געזאגט, אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען קענסטו שוין אנגרייטן תכריכים פאר נאך א קינד, און אזוי איז טאקע געווען, א צווייטע קינד איז נפטר געווארן, און זי האט ווייטער געקלאגט און געוויינט, און רב הונא האט איר נאכמאל געזאגט מען טאר נישט וויינען, דו וועסט אלעס פארלירן, זי האט נישט געפאלגט און זי האט פארלוירן אלע זיבן קינדער, און זי אליינס איז אויך געשטארבן; ווייל א שטוב וואס מען וויינט, מען רעדט זיך אפ, מען קלאגט - ווערט אויס שטוב.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון די קריג; זיי האבן פארלוירן זייערע משפחות, זיי האבן אלעס פארלוירן - מיט דעם אלעם האבן זיי פון פריש אנגעהויבן נאכאמאל בויען שטובער. מיין באבע עליה השלום האט קיינמאל נישט געקרעכצט פון זייער פארלוסט, פון זייערע קינדער וואס זיי האבן פארלוירן, זי איז געווען א פרייליכע פרוי. אויב האט מען נישט געוויסט אז זי האט שוין געהאט א לעבן און אלעס איז חרוב געווארן, זי איז געבליבן איינער אליינס - וואלט מען דאס נישט געקענט גלייבן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווער זיי זענען געווען.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן ווען זיי האבן אים געפרעגט: "מיר דארפן א רבי, ווער וועט אונז געבן ברכות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען איר וועט זען א איד מיט א נומער וואס די דייטשן ימח שמם האבן אריינגעקריצט אין די האנט, וואס לייגט תפילין - זאלט איר נעמען פון אים א ברכה"; ווייל איינער וואס איז אריבער דעם גיהנום און ער לייגט תפילין, ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער קומט אין שול אנטון תפילין - אזא איינער איז א צדיק.


איך האב געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד, מען האט אביסל געטאנצן, און איך האב גערעדט מיט אנשי שלומינו. איר ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, יעדער וויל רעדן נאר איין מינוט, פון איין מינוט ווערט צען מינוט, און זעקס אינגעלייט, יעדער נאר צען מינוט - איז א שעה, און אז עס איז מער - ווערט עס צוויי שעה, פלוצלונג דערזע איך זיך אז עס איז שוין צוועלף אזייגער ביינאכט.


איך בין געפארן קיין מאנרא, קודם בין איך געגאנגען צו א חתונה פון א איד וואס האט אונז געהאלפן יארן צוריק ווען מיר זענען געווען אזוי אונטערדרוקט אין חובות, דער איד האט אונז זייער שטארק געהאלפן מיט אויסלערנען אלע פראגראמען פאר די מוסד, אלץ האט ער געהאט אן אפענעם טיר פאר אונז, דער איד איז נעבעך ביים סוף אנגעקומען אין תפיסה; נישט פאר שלעכטס, נישט פאר'ן גנב'נען פאר זיך, ער האט געהאלפן מוסדות התורה און מען האט אים גע'מסר'ט. איך בין ספעציעל געפארן, איך געדענק שטענדיג ווער עס האט מיר געהאלפן, בפרט בעת דחקות.


עס איז שוין געווען שפעט, איך האב פארפאסט א וואכנאכט. איך בין געפארן צום ציון פון מיין באבע, זי ליגט אין קרית יואל, איך האב זיך געוואלט אביסל אויסוויינען, אביסל אויסגיסן מיין הארץ, למעשה איז מיר אלעס געווען פארשטאפט, איך האב געבעטן טרוקענע תפילות. איך בין אויך צוגעגאנגען צו מיינע זיידעס, הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה - איר מאן; מיין זון הרב אלחנן חיים הייסט נאך דעם זיידן. אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיין צוגעקומענער זיידע, הרב שלמה גפן זכרונו לברכה; מיין זון הרב שלמה הייסט נאך דעם זיידן, און צו מיין זיידע הרב חיים מנחם קאהן זכרונו לברכה; מיין זון מנחם הייסט נאך דעם זיידן.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיינס א תלמיד שמעון ענדצווייג עליו השלום, ער האט געלערנט דא אין ישיבה, ער איז געווען א בעל יסורים, איך האב געוויזן פאר די בחורים די נוסח המצבה, ווי עס שטייט אויסגעקריצט אז דער בחור האט געזאגט אסאך פרקים משניות, ער האט מקבל געווען זיינע יסורים מיט ליבשאפט; ער איז אלץ געווען מיט א שמייכל.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו א תלמיד היכל הקודש, חיים בנציון גראס עליו השלום, זיין מצבה איז גאר שיין, איך האב זייער ליב די מצבה. עס שטייט דעם רבינ'ס נאמען אויף די מציבה, דאס איז א סגולה קעגן די קליפות און משחיתים; דאס איז די שענסטע זאך פאר'ן מענטש, אז ער איז געווען באהאפטן צום צדיק אמת. חיים בנציון עליו השלום האט זיכער הנאה אז איך העלף זיינע יתומים, איך בין מחזק זיינע קינדער.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם תיקון חצות; איך האב זיך אזוי שטארק געוואלט אביסל עפענען מיין הארץ, עס איז נישט געגאנגען. איך האב געדענקט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה), ווען מען וויל וויינען, מען זאגט תהילים און מען ווארט צו וויינען - איז דאס נישט גוט, מען דארף אינזין האבן די ווערטער און די בקשות, אויב מען קען וויינען איז זייער גוט, און אז נישט - זאל מען זאגן די ווערטער טרוקענערהייט.


איך בין אהיים געקומען דריי אזייגער פארטאגס.


היינט צופרי אין ישיבה האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא; אה מחי'! מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה.


איך געדענק צוויי מחזורים צוריק ווען מען האט אנגעהויבן מסכת חגיגה, בין איך געווען ביי מוהרא"ש ביי א שיעור, מוהרא"ש זאגט ביים שיעור מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה; די משנה הייבט אן: "הַכֹּל חַיָּבִין בָּרְאִיָּה", מוהרא"ש זאגט: "הַכֹּל חַיָּבִין", אלע וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון, "בָּרְאִיָּה", אויף די אויגן; עס איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, מען דארף היטן די אויגן.


נאכדעם בין איך געגאנגען צו בית פיגא געבן א שיעור, נאכדעם אין חדר ביי די עלטסטע קלאס האב איך געגעבן א שיעור, נאכדעם פאר די בחורים, און יעצט גיי איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט.


דאס איז אפילו נישט אלעס פון די טאג, דאס איז נאר זאכן וואס מען קען שרייבן און וואס דער זכרון געדענקט. דעריבער זאלט איר נישט זיין ברוגז אז איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


נישט אז איר זאלט מיר אויפהערן שרייבן בריוו און פרעגן אייערע שאלות; האט נישט מורא צו שרייבן, האט נישט מורא צו שטערן; נאר זייט מיר דן לזכות אויב איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


א פרייליכן שבת.

#380 - קיינער ווייסט נישט וויפיל א מלמד מוטשעט זיך טאג טעגליך
שמחה, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, מנוולים, טאנצן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער טייערע חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר, מלמד ברסלב ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, נישטא העכערס און גרעסערס פון א מלמד. מיר זאגן יעדן טאג ביי ברכת התורה דעם טיטל "מלמד" – אויפ'ן אייבערשטן: "ברוך אתה' ה', המלמד תורה לעמו ישראל".


א מלמד איז זייער חשוב אין הימל; קיינער ווייסט נישט וואס א מלמד גייט אריבער טאג טעגליך, וויפיל ער מוטשעט זיך, יעדע מינוט מיט אן אנדערע קינד; מען דארף אזויפיל חכמה, סבלנות און כח צו קענען לערנען נאך אביסל; אבער אויבן אין הימל ווייסט מען אלעס, מען זעט יעדע ריר פונעם מלמד.


רעד צו די קינדער פון קדושה, רעד צו זיי אז חס ושלום אראפציען די הויזן זיך שפילן מיט א צווייטן, דאס איז זייער א גרויסע עבירה, דער אייבערשטער געבט א שטראף אויף דעם. זאג זיי די ווערטער: "מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן!" זאג זיי די ווערטער: "דער אייבערשטער איז איבעראל!"


זאג זיי: אויב א צווייטער רופט דיר אין א זייט און וויל דיך אנרירן ביים אות ברית קודש, זאלסטו שרייען: "ח – ז – ר ! ! !" שריי: "ר – א – ט – וו – ע ! ! !" האב נישט מורא פון קיינעם.


איך בעט דיר זייער, רעד צו די קינדער דיבורי אמונה, זינג מיט זיי: "דער אייבערשטער איז דא"; ווי שטערקער די אמונה איז – אלץ מער פאלן אוועק אלע פראבלעמען.


טאנץ מיט די קינדער. ביי די מיידלעך טאנצט מען יעדן טאג; פאר מען עסט מיטאג טאנצן אלע קינדער פון קליין ביז גרויס, מיט די טיטשער, מיט די פרינציפל. א שאד מען טוט דאס נישט ביי די אינגלעך; שמחה איז קדושה, אז עס איז פרייליך איז דא קדושה.

#379 - א טיטשער מוז זיין אחריות'דיג
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך הער פון אפיס אז איר קומט יעדן טאג שפעט, איר זענט נישט צייטליך אין קלאס.


דאס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, יעדן טאג אנקומען שפעט אין קלאס; א טיטשער מוז זיין אחריות'דיג, גיין שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך, זיין גרייט פאר די קינדער מיט ישוב הדעת.


איך האף אז איר וועט נעמען אייער ארבעט מער ערנסט, ווייל אזוי קען עס נישט ווייטער אנגיין.

#378 - שלאף און עס, נאר היט די צייט
שלאפן, חינוך הילדים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, היטן די צייט, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם בחור; דו זיי אים נאר מחזק, זארג נישט פאר וכו'.


בנוגע דיין זון נרו יאיר; דו דארפסט אים מחנך זיין, אים זאגן אז מען רעדט נישט אזוי צו א טאטע, מען זאגט נישט אזוי פאר א מאמע; חינוך איז א שווערע עבודה, אבער עס צאלט זיך אויס, מען זעט הערליכע ערליכע פירות.


בנוגע אויפשטיין וכו'; עס זענען דא מענטשן וואס דארפן מער שלאף, צעברעך זיך נישט מיט דעם. ביים רבי'ן איז געווען א מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' בער זכרונו לברכה פון מעדוועדיווקע, ער פלעגט זיך זייער מוטשען אויפצושטיין חצות, יעדע נאכט איז ער פארשלאפן - יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, אבער עס פלעגט אים זייער וויי טון אז ער פארשלאפט זיינע טעג און יארן.


ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן, ער האט געדינגען א גוי זאל אים קומען אויפוועקן יעדע נאכט ביי חצות, דער גוי פלעגט קומען צוועלף אזייגער קלאפן אויף זיין פענסטער, ער האט געקלאפט און געקלאפט ביז ר' בער איז אויפגעשטאנען, אבער אזוי ווי ער איז געווען א שוואכער כאראקטער, פלעגט ער נאך זיין זייער מיד, נאכדעם וואס דער גוי האט אים אויפגעוועקט האט ער געטראכט צו זיך 'איך לייג זיך צוריק נאר פאר אפאר מינוט'; פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן שלאפן ביזן טאג אריין, אזוי איז געווען נאכט נאך נאכט. ווען ער האט געזען אז די עצה העלפט נישט און ער פארשלאפט יעדע נאכט איז ער געווארן זייער צעבראכן, האט ער געטראכט א צווייטע עצה, ער האט געבעטן דעם גוי ער זאל נישט אוועקגיין פון זיין שטוב ביז ער קומט ארויס. פון דעמאלט און ווייטער, ווען דער גוי איז געקומען קלאפן אים אויפצואוועקן און ר' בער האט אים געזאגט אז ער איז שוין אויף און ער קען שוין אהיים גיין, האט אים דער גוי געזאגט: "איך גיי נישט אוועק ביז דו טוסט זיך אן דיינע קליידער און דו קומסט ארויס - אזוי ווי מיר האבן אפגעשמועסט"; פלעגט ר' בער טאקע אויפשטיין ווייל ער האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, דער גוי איז נישט אוועק פון דארט ביז ווילאנג ער איז ארויסגעקומען, אבער ער פלעגט האבן שרעקליכע קאפ ווייטאג, ביז ער איז שיעור משוגע געווארן.


ווען ער איז געקומען צום רבי'ן האט ער זיך אויסגעגאסן זיין הארץ, ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז ער איז זייער מיד וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "שלאף און עס, נאר היט די צייט", שפעטער האט אים דער רבי געזאגט: "דיין חצות וועט זיין דריי אזייגער".


זעט מען פון דעם, אז מען קען נישט נאכמאכן א צווייטן; איינער דארף שלאפן מער און איינער קען שלאפן ווייניגער. פארגעס נישט, דעמאלט איז מען געגאנגען שלאפן פרי, נישט אזוי ווי היינטיגע טעג וואס מען בלייבט אויף ביז שפעט.


דער עיקר זאלסטו אויסנוצן די צייט וואס דו ביסט יא אויף; שלאף וויפיל דו דארפסט און עס וויפיל דו דארפסט, העיקר ווען דו ביסט אויף זאלסטו נישט מסיח דעת זיין פון אייבערשטן, זאלסט לערנען אדער דאווענען אדער טון מצוות און גמילות חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#377 - מען דארף זייער גוט אנגרייטן די קינדער צו זיין הייליג
קדושה, חינוך הילדים, הפצה, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד היכל הקודש קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע יעצט ווען מען דארף צעטיילן דאס ברענגען די קינדער, וואס זאלן די קינדער וואס קומען אן ערשט טון, ביז די צווייטע גרופע קינדער קומען אן; דו קענסט אנצינדן א ריקארדינג פון די פרשה און זיי לאזן שפילן ביז אלע קינדער קומען אן.


בנוגע דיין שאלה ווי אפט מען זאל רעדן צו די קינדער פון קדושה, און אויף דיין דריטע שאלה, אז א קינד זאגט אויף א צווייטע קינד יענער פירט זיך נישט איידל וכו'; וויסן זאלסטו, היינטיגע טעג ווען די וועלט איז אזוי געפאלן, דארף מען זייער גוט אנגרייטן די קינדער זיי זאלן אכטונג געבן צו זיין הייליג, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, און אויב א צווייטער וויל טון די שלעכטע זאך - זאל ער זיך נישט לאזן, נאר שרייען, פארפירן און דערציילן.


געווענליך ארבעט עס אזוי, ווען מען רעדט פון די הארבקייט פון קדושת הברית, פון איין זייט רעדט מען זייער שארף, און פון די אנדערע זייט דארפן זיי וויסן אז אויב איינער באצווינגט וכו' - זאל מען נישט מורא האבן צו דערציילן, עס וועט גארנישט פאסירן מיט דיר, מען וועט זיך אננעמען פאר דיר, מען וועט דיך ראטעווען, - דעמאלט קומען קינדער דערציילן זייערע מעשיות וכו'.


אז מען רעדט צו די קינדער פון קדושה - וועסטו נישט דארפן אכטונג געבן אויף די באהאלטענע פלעצער, און אז מען רעדט נישט צו זיי - וועט דיר נישט העלפן דאס אוועקנעמען די מחיצות וכו'.


אז א קינד דערציילט עפעס טוט זיך אין חדר - דארף מען אויספרעגן די קינדער, יעדן איינעם באזונדער - ביז עס קומט ארויס דעם אמת, און אויב חס ושלום עס איז דא א קינד וואס טוט די זאכן - קודם ווארענט מען, און אז עס גייט אן ווייטער - דארף מען באשטראפן.


אויף דיין פראגע ווי אזוי דו קענסט באצאלן דעם ראש ישיבה פאר די שיינע לעבן וואס דו באקומסט; מוהרא"ש זאגט, הפצה איז די הכרת הטוב וואס מיר קענען ארויסווייזן פאר'ן רבי'ן; אז דער רבי האט מיר געהאלפן, מיר ליכטיג געמאכט - וועל איך ליכטיג מאכן פאר אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#376 - זוך אויף אין יעדן קינד א נקודה אין וואס ער צייכנט זיך אויס
חינוך הילדים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ריפאר"ט קארד"ס קען אמאל צעקלאפן דעם קינד אויף זיין גאנץ לעבן; אויב חס ושלום מען לייגט אראפ דעם קינד אלס א שלעכט קינד השם ישמרינו - קען דאס שטערן פאר'ן גאנצן לעבן.


ביי אונז אין די מוסדות מאכן מיר מיט חכמה; מען טיילט אויס ריפאר"ט קארד"ס, אבער מען קען נאר שרייבן גוטס. די אפיס מאכט זיכער אז יעדע קינד באקומט א ריפאר"ט קאר"ד וואס איז גוט, וואס לויבט אויס דעם קינד.


פארשטייט זיך מען שרייבט נאר אמת, מען שרייבט נישט ליגנט; מען זוכט אויף אין יעדן קינד א נקודה וואס אין דעם פרט טוט זיך דאס קינד אויסצייכענען.


אזוי זאלסטו טון מיט דיין כיתה; מאך פאר יעדן קינד א שיינע ריפאר"ט קאר"ד, שרייב שיינע הארציגע ווערטער; ווען די עלטערן וועלן אהיים קומען, זיי וועלן ליינען די שיינע זאכן אויפ'ן קינד, זיי וועלן אויסלויבן דאס קינד, אויפהייבן, אויפבויען - וועט דאס קינד בליען און וואקסן שענער און בעסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#375 - יישר כח פאר'ן זיך צוריק כאפן און ווערן דרך ארץ'דיג
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך און פון אייער טאכטער'ס טיטשערס אז זי האט זיך צוריק געכאפט, זי איז צוריק דרך ארץ'דיג.


די קרעדיט קומט אייך, איך האב געזאגט די טיטשערס אז פאר אייך קענען זיי זאגן דעם אמת; אייער משפחה, איר מיט אייער מאן - זענען פארשטענדליך, איר וועט העלפן די קינדער וואקסן, איר וועט נישט ווארפן די גאנצע מיסט אויפ'ן מוסד.


איך שיק אייך א בריוו פאר אייער טאכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


יעצט דערציילן מיר אייערע טיטשערס אז איר זענט צוריק די אלטע ... תחי'; איר זענט אזוי וואויל, אזוי פאלגעדיג און אזוי דרך ארץ'דיג, איר פירט זיך אויף אזוי נארמאל און דערוואקסן, איר זענט פון די קינדער וואס קוקן אויפ'ן טיטשער און וואס די טיטשער וויל - דאס טוט איר.


דערפאר שרייב איך אייך, איך וויל אייך זאגן א גרויסן יישר כח.


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן - וועט איר זען גרויסע ניסים.

#374 - קריג זיך נישט מיט די מוסד פון דיינע קינדער
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, רפואה, מוסדות, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון קריג זיך נישט מיט די מוסד, אז דו וועסט זיך קריגן מיט זיי וועלן זיי פארשיקן דיינע קינדער.


אויב איז אזוי ווי דו זאגסט, דיין טאכטער תחי' איז א געזונט קינד, עס פעלט איר גארנישט, די מוסד זוכט צו מאכן פון איר א קעיס, אזוי ווי אלע מוסדות זוכן ווי מער קינדער זאלן זיין אויף מעדיקעישן וכו' וכו', - זאלסטו טון אזוי, דו מיט דיין ווייב זאלן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן פאר איר און פאר אלע קינדער, אז די קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן און האבן גוטע מידות, און ווען די איינגעשטעלטע פון די מוסד רעדן צו דיר זאלסטו זיי אויסהערן און זיך נישט טענה'נען מיט זיי. זאג זיי אז דו פאלגסט, דו האסט איר גענומען צו א גרויסער דאקטער און זי נעמט די מעדעצין וואס דער דאקטער געבט איר. עס איז נישט קיין ליגנט, ווייל דו גייסט דאך טאקע צום גרויסן דאקטער, דער אייבערשטער איז דאך דער רופא נאמן, און דאס אז זי נעמט מעדעצין איז אויך נישט קיין ליגנט ווייל תפילה איז מעדעצין; אזוי וועט מען דיר אפלאזן.


אז זיי וועלן דיר פרעגן דעם נאמען פונעם פראפעסאר זאלסטו זאגן: "דר. פעלדמאן", דאס איז אונזער פראפעסאר; 'פעלדמאן' אין אידיש איז 'איש שדה' - א מענטש וואס גייט אין פעלד רעדן צום אייבערשטן.


זאג דיין ווייב אז בשעת זי צינדט די שבת לעכט זאל זי נישט אראפנעמען די הענט פון פנים, זי זאל בעטן און בעטן פאר די קינדער מען זאל זיי נישט צעקלאפן אין חדר און אין סקול, און זיי זאלן אויסוואקסן צדיקים וצדקניות; די תפילות פון עלטערן איז אזוי שטארק, מען זעט קלאר וואך ביי וואך ווי די קינדער ווערן בעסער און בעסער, ווי זיי וואקסן שענער און שענער.


קריג זיך נישט מיט זיי - וועט מען דיר נישט טשעפען; די מוסדות דארפן הכנעה, ווען עלטערן ווייזן הכנעה און זענען מכיר טובה וואס זיי טוען מיט די קינדער - מישן זיי זיך נישט אריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#373 - ווי מער מען לערנט מיט קינדער, אלץ מער קענען זיי פארנעמען
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד קרית ברסלב


האב נישט מורא צו לערנען אסאך מיט די קינדער. קינדער, ווי מער מען לערנט מיט זיי - אלץ מער קענען זיי פארנעמען; יעדע וואך קענסטו צולייגן נאך אפאר שורות ביים דאווענען, אזוי צוביסלעך געוואוינען זיי זיך צו צום דאווענען מער און מער.


אזוי אויך מיט שרייבן, ליינען וכדומה.


שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיך נישט פארלאזן.

#372 - זע עס זאל זיין חיות און לעבעדיגקייט ביי די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לייג אריין אין די קינדער אמונה, רעד צו זיי פונעם אייבערשטן; די ווערטער וועט ווערן איינגעבאקן אין זייערע הערצער, דאס וועט זיי באגלייטן זייער גאנץ לעבן.


זע עס זאל זיין חיות, לעבעדיגקייט - ביי די קינדער; די תלמוד תורה זאל לעבן, נישט עס זאל זיין א פארשלאפענע פלאץ וואו קינדער קומען אבי יוצא צו זיין, עס זאל זיך לעבן צווישן זיי.

#371 - ביי מיר זענען די מלמדים און טיטשערס די וויכטיגסטע און חשוב'סטע זאך
חינוך הילדים, מלמדים, חדר, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב גרויס הנאה צו הערן אז דו ביסט מלמד אינעם נייעם חדר היכל הקודש ירושלים; איך געדענק ווען דו פלעגסט זיין מלמד אין וויליאמסבורג, איך געדענק דיין סבלנות און דיין הארץ צו קינדער.


איך וויל דו זאלסט רעדן מיט המלמד ... און מיט ... און מיט די אנדערע מלמדים, זיי וועלן דיר העלפן מיט גוטע געדאנקען ווי אזוי צו אויפבויען די קינדער, און אזוי ווייטער.


איך האב געזען דו האסט מיר גערופן צענדליגער מאל, זיי מיר מוחל אז איך האב נישט אויפגעהויבן, איך בין געווען טרוד מיט די שמחה, איך וועל מאכן צייט פאר דיר. יעצט וועסטו זען איך וועל אלץ אויפהייבן דעם טעלעפאן פאר דיר, ווייל ביי מיר זענען די מלמדים און טיטשערס די וויכטיגסטע זאך, די חשוב'סטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#370 - טאטי גייט יעצט לערנען, טאטי גייט צום שיעור
חינוך הילדים, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו קומסט יעדע נאכט צום גמרא שיעור, די גרעסטע זאך פאר חינוך הבנים והבנות איז גיין צו שיעורי תורה.


ווען קינדער זעען א גוטע זאך ביי זייער טאטע - מאכן זיי דאס נאך; טון צו דער זאך איז מער פון זאגן, הייסן און באפעלן.


ווען דו גייסט ארויס פון שטוב דאווענען אדער לערנען - זאלסטו דאס זאגן פאר די קינדער, גיי נישט סתם ארויס פון שטוב אן זאגן וואו דו גייסט; צום ביישפיל: "טאטי גייט יעצט לערנען; פאלג מאמי, מאך ריין די שטוב", אדער זאג: "טאטי גייט צום שיעור; ליין קריאת שמע און גיי שלאפן".


עס איז זייער וויכטיג די קינדער זאלן הערן כסדר: 'טאטי גייט לערנען', 'טאטי גייט דאווענען', 'טאטי גייט צום דיין', 'טאטי געבט צדקה'; אזוי וואקסן זיי אויף גאר אנדערש.

#369 - צוזאמרופן די גאנצע משפחה צום סיום הש"ס
חינוך הילדים, שלום בית, משפחה, גמרא, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


עשרה בטבת, יארצייט פון אונזער גרויסן רבי נתן זכרונו לברכה, יום ג' פרשת ויחי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס - תלמוד בבלי.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט געמאכט א סיום הש"ס ביי דיר אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; זייער שיין, זייער קלוג; וואלסט אבער געדארפט רופן דיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער - זיי זאלן שעפן נחת. דאס איז דאך די שענסטע זאך פאר עלטערן, ווען זיי זעען די קינדער לערנען די הייליגע תורה; איך האף דו האסט זיי כאטשיג איינגעמאלדן די גוטע נייעס.


הייב אן נאכאמאל לערנען ש"ס - תלמוד בבלי - כסדרן; מאך זיך צוויי שיעורים, איין שיעור - דער בלאט גמרא וואס מיר לערנען אינאיינעם יעדן טאג (היינט הייבט מען אן מסכת מגילה), און נאך א שיעור אין ש"ס כסדרן.


לערן די שיעורים אין שטוב, דיינע קינדער וועלן זען אז דו לערנסט וועלן זיי אויך לערנען, דיין ווייב וועט זען אז דו לערנסט - וועט זי שוין גארנישט דארפן; א פרוי ארבעט אזוי שווער אויפצוברענגען קינדער, ווען זי זעט איר מאן לערנען געבט איר דאס כח.

#368 - מלמדים און לערערינס דארפן האלטן די זמנים
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט זוכה צו זיין א מלמד, דיין לעבן גייט אריבער מיט גוטע זאכן; דיין פלאג און דיין מוטשע איז אויף אויפצובויען קינדער, אריינלייגן אין זיי די ריינע אמונה, די הייליגע תורה און יראת שמים. אנדערע מוטשען זיך מיט אויפשטעלן א ביזנעס, מען ארבעט ביטער שווער צו בויען א ביזנעס - פארוועם? פארוואס? פאר ווען? ווי לאנג לעבט מען דען? ווי לאנג איז מען דא? מען גייט דאך באלד אהיים, וואס בלייבט פון די ביזנעס...? אבער אז מען לערנט מיט קינדער, מען לערנט תורה - דאס איז א נצחיות.


בנוגע דער מלמד ... נרו יאיר, ער קומט נישט צייטליך וכו'; אויב איז אזוי ווי דו זאגסט, ער קומט נישט צייטליך - זאלסטו אים אוועק שיקן, א מלמד אדער טיטשער וואס האלטן נישט די זמנים זאל זוכן א צווייטע פאסטן, דער רמב"ם שרייבט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד): "מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מַנִּיחַ אֶת הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא, אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָּהֶן, אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּתַּלְמוּדָן - הֲרֵי הוּא בִּכְלַל 'אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה' (ירמיה מח, י)"; דערפאר האט דער רבי נישט געוואלט זיינע מענטשן זאלן זיין מלמדים; דער רבי האט אמאל געפרעגט א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, פארוואס זאלסטו פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאלער; ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין (שיחות הר"ן, סימן רמ)".


בנוגע די קינדער פון משפחת ..., אז דער קינד קען נישט קיין עברי און מען דארף צולערנען מיט אים, מען דארף דינגען א מלמד פאר אים; רעד מיט'ן טאטן, ער דארף באצאלן.


אז מען רעדט שוין פון די משפחה, וויל איך דו זאלסט זאגן פאר האברך היקר לי ... נרו יאיר, ער זאל וויסן אז מיר מוטשען זיך ביטער שווער מיט די קינדער פון די משפחה. דער מלמד האברך ... נרו יאיר - ווערט ממש קראנק פון דעם קינד; ער זאל וויסן אז ווען ער זוכט צו ברענגען קינדער צום תלמוד תורה - אז דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט, ענדערש זאל ער שתדל'ן אריין צו לייגן די קינדער אין גרויסע מוסדות.


בנוגע דעם קינד ...; נישט מאכן קיין אויסנאם אין די שעות פון חדר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#367 - די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, הפצה, צדיקים, שטעטל, שערן די האר, שבת קודש, אומאן, מוהרא"ש, מסורה, ישיבה, ראש ישיבה, שמחות, חדר, קשיות, וואקאציע, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק פון די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב.


איז דאס געווען א שבת! מיר האבן זיך אזוי שטארק אויפגעפרישט מיט'ן רבינ'ס לימודים, א שאד דו ביסט נישט געקומען; עס זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער משפחות אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש.


איך וועל דיר שרייבן אביסל פון דעם שבת.


מיטוואך נאכט נאכן צינדן די מנורה בין איך געווען ביי א בר מצוה אין ישיבה פון הבחור ... נרו יאיר, דארט האב איך געטראפן מוהרא"ש'ס זון, הרב נחמן שליט"א, ער האט גערעדט לכבוד דער בר מצוה בחור. בתוך הדברים האט ער געזאגט אז ער מוז זאגן ברבים וואס ער געדענקט, ווי שטארק זיין טאטע - מוהרא"ש זכרונו לברכה - האט ליב געהאט דעם ראש ישיבה. ער האט דערציילט אז ער האט אליינס מיט געהאלטן וויפיל מענטשן זענען געקומען רעדן שלעכטס צו מוהרא"ש אויף די ישיבה און אויף מיר, אבער מוהרא"ש האט נישט געוואלט מקבל זיין, מוהרא"ש האט זייער געהאלטן פונעם ראש ישיבה.


נאך די בר מצוה בין איך ארויסגעפארן מיט מיין משפחה צום שטעטל, דאנערשטאג צופרי ניין אזייגער האב איך געדאווענט שחרית מיט די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, דער מלמד האט מיך מכבד געווען צו זאגן הלל, מיר האבן אינאיינעם געזאגט הלל מיט אונזער נוסח בקול; עס איז געווען א פארגענוגן.


נאך שחרית האב איך פארגעלערנט דעם דף גמרא פאר די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, די קינדער האבן פיין מיט געהאלטן. איינער פון די קינדער האבן געזאגט א חידוש, מען זעט ביי די מעשה פון אבא אומנא (תענית כב.), ווען אביי האט געשיקט זיינע תלמידים בודק זיין אבא אומנא און זיי האבן אוועק גענומען זיינע קישענעס און דעקעס - האט ער זיי גארנישט געזאגט, ווייל ער האט געוויסט אז תלמידים פון א צדיק וואס קומען בשליחות דעם צדיק, מן הסתם האבן זיי עפעס א כוונה דערין; דאס איז געווען זיין גרויסקייט, ער האט געוויסט אז א צדיק האט זיכער זיינע טעמים.


גלייך נאכדעם האבן מיר געהאט א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, דער מחותן הרב ר' ... נרו יאיר איז געקומען צו פארן, איך האב גערעדט אפאר ווערטער און ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון די חתן כלה, זיי זענען גרויסע מפיצים און ווען איך האב אנגעטראגן דעם שידוך, דער מחותן האט געהערט אז דער בחור/חתן - גייט הפצה, האט ער מיר גלייך געזאגט אז ער וויל ענדיגן דעם שידוך, ער דארף שוין גארנישט מער פון דעם.


נאכדעם האט דער מחותן ר' ... גערעדט אפאר ווערטער, אויך זיין טאטע, הרב החסיד ר' ... האט גערעדט. מען האט געבענטשט, איך האב מכבד געווען ר' ... מיט א ברכה, אויך ר' ...; ביי מיר זענען מפיצים די גרעסטע מיוחסים.


פון דארט בין איך גלייך געפארן צום תלמוד תורה, איך בין אריין אין אלע כיתות, אנגעהויבן ביי כתה א'. איך האב פארהערט די קינדער די עברי, איך בין ארויס פון התפעלות צו זען ווי אונזער נייער מלמד ... נרו יאיר זאל האבן אזעלכע כוחות.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה אין כתה א', איין קינד, א טייער קינד – האט יעדע זאך צוריק געווארפן. צום ביישפיל, איך האב געטיילט א קענדי, האט ער דאס נישט געוואלט נעמען, איך האב געגעבן א שפילצייג – האט ער עס מיר צוריק געווארפן, ער האט געזאגט: "איך דארף נישט די קארעלע", האב איך אים געזאגט ער זאל דאס געבן פאר זיין שוועסטער, און איך פרעג אים: "ווי אזוי הייסט דיין שוועסטער?" זאגט ער מיר אז זי האט נישט קיין נאמען; אזוי מיט יעדע זאך וואס איך האב געזאגט האט ער צוריק געווארפן. איך האב געוויזן פאר'ן מלמד ווי אזוי מען דארף האנדלען מיט אזא קינד; נישט זוכן ווי אזוי אים צו מאכן פאר א מחוצף, נאר ווי אזוי מען קען אים פארדרייען, עס זאל ווערן אלעס גוט.


דער מלמד האט זיך ממש מחי' געווען צו זען די מעשה, ווייל ער האט געמיינט אז נאר ביי אים פאסירט דאס, ער האט נישט געקענט טראכטן אז אזוינס פאסירט אויך ביים ראש ישיבה.


איך בין געווען ביי קינדערגארטן, כתה ב' און כתה ה'; אלע מלמדים האבן געהאט חיזוק.


פון דארט בין איך געפארן קוקן די נייע דירות, געלאפן אין מקוה און געדאווענט מנחה, מעריב.


ביים צינדן זענען געקומען אלע בחורים, מען האט געזינגען אינאיינעם די זמירות, נאכדעם האב איך יעדן געווינטשן זיי זאלן זוכה זיין צו טרעפן זייער שידוך, די בחורים האבן אלע געצינדן אין שול.


נאכדעם זענען מיר געגאנגען א שפאציר צום בית הדפסה; עס זענען דא אפאר פרישע תלמידים וואס האבן נאכנישט געזען דעם בית הדפוס אין שטעטל, איך האב זיי געוויזן דעם בנין, זיי האבן אלע געזאגט אז זיי קענען נישט טראכטן אז דער בנין האבן געבויט בחורים.


אויפ'ן וועג צוריק האט אנגעהויבן רעגענען, איך האב זיך זייער געפרייט אז עס רעגנט; אפילו עס איז געווען שווער צוריק צו גיין, אבער מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אנצופולן די נייע מקוה ביים בית המדרש עצתו אמונה.


די בחורים האבן געגעסן א פיינע סעודה, מיר האבן געשמועסט פון רבי'ן און מוהרא"ש, גלייך נאכדעם איז געווען די ליל שישי שיעור, עס איז געווען זייער א שיינע שיעור, עס איז כדאי דו זאלסט עס אויסהערן.


מיר האבן גערעדט פון אסאך שיינע נקודות, פון "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז טעג פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וְזֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", דאס איז די געשמאקע, זיסע און איינגענעמער טעם וואס מען שפירט אויף יענע וועלט; און ווער עס טוט דאס, ער געוואוינט זיך איין צו דאנקען דעם אייבערשטן - דער שפירט די זיסע טעם, ער דארף שוין נישט קיינעם.


מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מענטשן זאגן אז מיר גייען אוועק פון די מסורה, אז דאס איז נישט אמת. אז מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא - איז דאס נישט קעגן די מסורה, פארקערט, דאס איז מסורה; אז מען איז מזלזל אין צניעות - דאס הייסט אוועקגיין פון מסורה! אז מען שניידט זיך די בארד און פיאות - דאס איז אוועקגעגאנגען פון די מסורה!


אויך האבן מיר גערעדט וועגן דאס גרויסקייט פון די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר, און אפילו אויב מען קומט פון א משפחה וואס מאמע און באבע שערן זיך נישט די האר, זאל מען נישט מורא האבן דאס צו טון, דאס הייסט נישט אוועק גיין פון מסורה, פארקערט, אויב וועט זיך די פרוי שערן די האר וועט זי צוריק גיין צו די מסורה; נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א פרוי קען טון פאר זיך און פאר אירע דורות ווי גיין אנגעטון איידל.


ביים שיעור האבן מיר דערמאנט וואס רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אויף דער וואס איז געפארן צו זיין רבי נאכן הערן פון רבי נתן אז מען דארף האבן א רבי: "פרעה איז קלוגער פון דעם מענטש"; ווייל ווען יוסף האט געזאגט פאר פרעה אז מען דארף זוכן אן איש חכם צו ראטעווען דאס לאנד, האט פרעה אנגעכאפט יוסף און געזאגט (בראשית מא, לט) "דו ביסט דער קלוגער מענטש; אז דו זאגסט מיר מען דארף זוכן א קלוגער מענטש - ביסטו דער קלוגער".


רבי נתן זאגט ווייטער: "איך זאג אים א שיינע שמועס איבער דאס גרויסקייט פון האבן א צדיק; ער האט אזעלכע דיבורים נאך פון קיינעם נישט געהערט, וואלט ער געדארפט זאגן 'איך בלייב דא; דו ביסט דער צדיק, דו ביסט מיין לעבן', אנשטאט דעם איז ער געפארן צו זיין רבי".


נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט ביי מיר אין שטוב, מיט אפאר בחורים - די עסן פאר שבת. אינמיטן אנגרייטן די עסן האבן די בחורים נישט באמערקט אז איך האב געמאכט א בעשאו, א בחור פון ישיבה, א טייערער תלמיד, הבחור ... מיט א תלמידה, א טאכטער פון ר' ...; מען האט געמאכט די לחיים ביי מיר אין שטוב, עס איז געווען אזא שמחה, אלע בחורים און א טייל משפחות פון שטעטל זענען געקומען ווינטשן "מזל טוב".


ביי מיר איז דאס א גרויסע שמחה, צו מאכן א שידוך; אבער די שמחה איז נאר פאר יענע מינוט, גלייך נאכן לחיים בין איך שוין פארנומען צו מאכן נאך שידוכים, איך ווער נישט זאט מיט וואס איך טו.


ביז אהער איז אלעס פון איין טאג; דאס איז ביי מיר יעדן טאג, ווען איינער פון די תלמידים וואלטן אפגעשריבן מיין סדר היום – וואלטן זיי געקענט ארויסגעבן א דיקע קונטרס פון יעדן טאג.


פרייטאג אינדערפרי האבן מיר געדאווענט, נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, די גמרא מסכת תענית (דף כב). קודם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון שמחה, די מעשה מיט רב ברוקא חוזאה, וואס אליהו הנביא האט אים געזאגט: "די צוויי מענטשן וואס מאכן יעדן איינעם פרייליך – זיי זענען בני עולם הבא"; דא זעט מען דאס גרויסקייט פון מחי' זיין מענטשן.


נאכדעם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נישט האבן קשיות אויף די אמונה; יאשיהו המלך איז געלעגן טויט קראנק, מען האט אים געשאסן, מען האט אים געלעכערט מיט צענדליגער פיילן, ער איז געווארן געלעכערט ווי א זופ. ירמיהו הנביא האט געזען ווי ער זאגט עפעס צו זיך שטילערהייט, האט ער זיך צוגעבויגן צו הערן וואס ער זאגט, האט ער געהערט ווי ער זאגט (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב אין אים ווידערגעשפעניגט, האט ירמיהו הנביא געזאגט דעם הספד אויף דעם צדיק יאשיהו (שם ד, כ): "רוּחַ אַפֵּינוּ מְשִׁיחַ ה'", דאס איז אונזער אטעם, אונזער משיח; דאס איז א צדיק, ער ליגט געלעכערט מיט פיילן און האט נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן.


די ווערטער דארפן אונזערע ליפן שטענדיג שעפשען: "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט; וואס עס זאל נאר זיין, וואס מען זאל נאר אריבערגיין, דארף מען וויסן אז "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב נישט קיין קשיות, איך האב נישט קיין טענות אויף אים.


נאכמיטאג האבן מיר געהאט א מיטינג מיט די געטרייע אינגעלייט וואס העלפן מיר ראש השנה אין אומאן. מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; ראש חודש שבט הויבט מען אן צאמנעמען געלט פאר די בעטן, די אלע וואס וועלן באצאלן זייער בעט ביז יום טוב פסח – וועט די פרייז זיין אזוי ווי אלע יארן, 750$, נאך פסח וועט די פרייז זיין טויזנט דאלער.


פרייטאג צו נאכטס זענען מיר געגאנגען דאווענען אין בית המדרש עצתו אמונה. צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין שליט"א, ער איז געקומען דאווענען אינאיינעם מיט אונז. קבלת שבת האב איך געדאווענט. נאכן דאווענען האבן די גבאים מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, די קשר פון שבת חנוכה צו פרשת מקץ. אין די פרשה זעען מיר אז אלעס איז פונעם אייבערשטן; דא זעט אויס ווי זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס, עס איז דא א חלום מיט א פתרון, יוסף ווערט קעניג, יעקב אבינו שיקט קויפן עסן, מען שפארט איין שמעון און בנימין אין תפיסה, עס זעט אויס ווי מענטשן טוען, מענטשן מאכן, אבער אלעס האט א חשבון, יעקב אבינו דארף אנקומען קיין מצרים, א גאנצע וועלט דריידט זיך איבער וועגן די סיבה.


דאס ווערט נתגלה חנוכה, עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל; אויל וואס ברענט נאר איין טאג ברענט פאר אכט טעג, געציילטע חשמונאים באזיגן הונדערטער טויזנטער גבורים; צו ווייזן אז עס איז נישטא קיין נאטור, עס איז אלעס בהשגחה.


מיר האבן צוריק שפאצירט ביז די שול אויף האשקע; פאר די שפאציר אליינס האט זיך שוין אלעס געלוינט, די געשמאקע שיחות ביים שפאציר; די וועג האט גענומען א שעה.


די סעודה האבן מיר געגעסן אינאיינעם מיט די בחורים אין שול, נאך די סעודה זענען געקומען אסאך משפחות, מען האט געזינגען און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון מוהרא"ש, די ווערטער: "כל זמן א מענטש רעדט זיך איין דער וועט אים העלפן, יענער וועט אים העלפן – איז ער א גרויס רחמנות"; ווייל ווען מען זעט נאכדעם ווי אלע דרייען זיך ארויס ווערט מען אזוי אנטוישט, מען ווערט אזוי צעבראכן; א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף אנדערע, די איינציגסטע עצה צו האבן א גוט לעבן, איז זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


מיר האבן גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, די ווערטער פון רש"י. די פרשה ענדיגט זיך מיט "וישכחהו"; יוסף הצדיק האט געבעטן דעם שר המשקים ער זאל אים העלפן, ער זאל אים טון א טובה און אים דערמאנען פאר פרעה, ער האט צוגעזאגט פאר יוסף אז ער גייט אים העלפן, אבער דער פסוק זאגט (בראשית מ, כג): "וַיִּשְׁכָּחֵהוּ", ער האט פארגעסן פון יוסף, און רש"י זאגט צוויי ווערטער: "בו ביום", נאך יענעם טאג האט ער פארגעסן פון יוסף; דא זעט מען די נארישקייט פון בעטן פון א צווייטן הילף, יענער האט זיין אייגענע לעבן, ער טראכט נישט פון דיר, ענדערש דארף מען גיין צום אייבערשטן.


שבת אינדערפרי האב איך געוועקט די בחורים, מיר האבן געלערנט ספר פעולת הצדיק, די מעשה פון עולם התוהו (סימן תתמו), ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען די דריי מאל צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט ניצול ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


פסוקי דזמרה האט געדאווענט דער גבאי ... נרו יאיר, שחרית האב איך געדאווענט, מיר האבן געזאגט הלל אינאיינעם, מיט'ן נוסח, בקול; איך האב זיך גוט אויסגעוויינט ביי די שטאטע ניגון, ביי פתחו לי; נישטא עפעס בעסערס ווי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דעקט זיך איבער מיט'ן טלית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה), אונטערן טלית איז אזוי ווי א חדר מיוחד להתבודדות. דער גבאי ... האט געליינט.


ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נאכגיין א צדיק, דער בן מלך האט זיך דערשראקן פון די שלענג און עגדיסן, ער האט געפרעגט דעם מענטש פון וואלד (סיפורי מעשיות, מעשה יא): "ווי אזוי וועל איך קענען אריבערגיין די שלענג?" האט דער מענטש פון וואלד געזאגט: "וואס פרעגסטו? וואס האסטו מורא? ווי אזוי וועסטו אריינקומען צו מיר אין שטוב?" ער ווייזט אים אז זיין שטוב איז אין די לופט, "ווי אזוי וועסטו קענען אריינקומען צו מיר? פרעג נישט, קום מיט מיר, גיי מיך נאך". דער בן מלך האט אזוי געטון, ער איז נאכגעגאנגען דעם מענטש פון וואלד, ער האט אים אריינגעברענגט צו זיך אין שטוב, אים געגעבן צו עסן און צו טרינקען.


דער מענטש פון וואלד – דאס איז דער רבי וואס זאגט אונז צו גיין אין וואלד מאכן התבודדות; אז מען גייט נאך דעם רבי'ן – קען מען אריבערגיין אלע שלענג, אלע קליפות און אלע נסיונות, אויך קען מען האבן א שטוב, אבער אז מען האט נישט דעם מענטש פון וואלד – איז נישט מעגליך צו האבן א שטוב, עס איז אזוי ווי א זאך פון די לופט, וואס מען קען נישט אנקומען צו דעם.


די סעודה האב איך געגעסן אין שול מיט די בחורים. נאך די סעודה זענען מיר געגאנגען שפאצירן, מיר זענען אריבער צום מנהל, ער האט דערציילט פאר די בחורים אלטע מעשיות פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, מעשיות וואס מיר האבן געהאט מיט מוהרא"ש, פון דארט זענען מיר געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר, דארט האבן מיר געטראפן נאך אנשי שלומינו.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם "אורח", די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פה), דער אורח – דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", דער צדיק קומט צום מענטש, ער וויל אים ברענגען צום אייבערשטן. קודם רעדט ער צום מענטש לויט דעם מענטשנ'ס מח, ער פרעגט אים פון פרנסה: "מֵאַיִן פַּרְנָסָתְךָ", ווי אזוי איז פרנסה? נאכדעם פרעגט ער אים: "מָה אַתָּה לוֹמֵד", וואס לערנסטו? ביז זיי זענען אריין אין א שמועס, אין "שִׂיחַת דְּבָרִים הַיּוֹצְאִים מִן הַלֵּב", דא זעט מען די וועג צו מאכן התבודדות, אפילו אין אנהייב האט מען נישט קיין הארץ, אויב מען רעדט דיבורים – וועט זיך ביים סוף עפענען דאס הארץ.


ביז דער בעל הבית האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין אן ערליכער איד, "אָמַר לוֹ הָאוֹרֵחַ אֲנִי אֶלְמַד עִמְּךָ", האט אים דער צדיק געזאגט, איך וועל לערנען מיט דיר; דער רבי לערנט דעם מענטש ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (עיין הקדמת השתפכות הנפש): "תנו לי את לבכם", ברענגט מיר ענקער הארץ, איך וועל ענק פירן בדרך אבותינו הקדושים; דער רבי דארף נאר מען זאל וועלן זיין גוט, מען זאל האבן גוטע רצונות און כיסופים.


איך בין אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה, א סעודת הודאה אז מיר זענען נאך ביים רבי'ן.


זונטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, מען האט געדאווענט אינאיינעם. רוב טאג האב איך אויפגענומען משפחות, נאכמיטאג האב איך גערעדט פאר אלע טיטשערס חיזוק אויף חינוך הבנות, נאכדעם האבן מיר געלערנט נאך א בלאט גמרא; מוצאי שבת האב איך נישט פארגעלערנט, האב איך געדארפט לערנען זונטאג צוויי בלאט גמרא. נאכן צינדן איז געווען א לחיים פון צוויי חשוב'ע משפחות אין שטעטל.


איך האף צו זיין מארגן אינדערפרי צוריק אין ישיבה מיט פרישע כחות; מענטשן מיינען מען באקומט כח ווען מען פארט אוועק אויף וואקאציע, עס איז נישט אזוי, ווען מען פארט זיך אפרוען דארף מען זיך נאכדעם נאכאמאל אפרוען; וואס מער מען טוט - אלץ מער כח באקומט מען. יעצט נאכן זיין די פיר טעג אין שטעטל, פון טון און טון און טון – האב איך פרישע כוחות צו קענען ווייטער טון מיט די בחורים און קינדער.


איך האב דיר נאך גארנישט געשריבן; רעד צו די חברים וואס האבן מיט געהאלטן, וועלן זיי דיר דערציילן שיינע זאכן.

#366 - זיכער מאכן אז דאס קינד זאל נישט פארשעמט ווערן
חינוך הילדים, מלמדים, בושה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


עס זענען געקומען היינט צו מיר די עלטערן פון הילד ... נרו יאיר, זיי האבן א פראבלעם מיט זייער זון, ער קומט אהיים יעדן טאג איינגעמאכט; ער האט א פראבלעם, ער דארף הילף. עס ליגט אויף דיר אן אחריות צו העלפן דעם קינד, אים דערמאנען צו גיין אין בית הכסא; דארפסט דאס מאכן מיט חכמה, ער זאל נישט ווערן פארשעמט, געב אים עקסטערע צייט דערויף.


נאך א וויכטיגע נקודה. וועלן עלטערן קומען רעדן צו דיר געב זיי די הרגשה אז זיי זענען עלטערן; לאז זיי אויסרעדן, באווייז זיך נישט ווי געלונגען דו ביסט, האק נישט איבער, הער זיי אויס און באדאנק זיך פאר זיי.


לאז זיך לערנען, בפרט ווען עס האנדלט זיך מיט'ן עתיד פונעם קינד; ער ווערט דאך פארשעמט, אלע זאגן ער שטינקט; וואס קען ער טון? ער דארף הילף.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#365 - שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א גוט מארגן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרייוון, חדר

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין כתה, אויך אין די גאנצע תלמוד תורה, און אויך א שטארקע דיסציפלין.


מלמדות איז א חכמה, די חכמה איז עס זאל זיין סיי דרך ארץ און סיי פרייליך; די מלמדים וואס ווארפן א שטארקע פחד און שרעק - די זענען נישט קיין גוטע מלמדים, און די וואס לאזן אלעס אויף הפקר - די זענען בכלל נישט קיין מלמדים; די חכמה איז ביידע אינאיינעם, סיי פרייליך און סיי דרך ארץ, אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; אלע בחורים האבן ליב די ישיבה, עס איז א לופטיגע מצב, און פון די אנדערע זייט איז דא א שטארקע יראה און דרך ארץ.


ווען דו דרייווסט זאלסטו האלטן דיינע אויגן אפן, קוקן וואס טוט זיך אויפ'ן באס, די קינדער זאלן זיין ערליך; ווען דו זעסט קינדער בייגן זיך אראפ ביי א ווינקל, עס זעט אויס פארדעכטיגט - זאלסטו דאס איבערגעבן פאר די מלמדים.


אויך זאלסטו געבן א ריזיגע שמייכל פאר יעדן קינד, שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א "גוט מארגן!" דאס איז זייער געזונט און וויכטיג פאר קינדער, ווייל אסאך קינדער כאפן אזעלכע קולות און יללות פאר זיי קומען אין חדר און אין סקול. ביי א טייל משפחות שטייט מען אויף נאך די לעצטע מינוט און מען טרייבט ארויס די קינדער פון שטוב אזוי ווי מען טרייבט בהמות און חיות ה' ישמרינו; דארף מען געדענקען צו געבן א שמייכל מיט א גוט מארגן פאר יעדן באזונדער.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך פריי זיך צו האבן אזא גוטער סאלדאט ווי דיר אין מיין ארמיי.

#364 - זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער מענידזשער, האברך היקר לי ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו ארבעטסט זייער געטריי, דו ארבעטסט איבער דיינע כוחות אנצוגרייטן די עסן פאר די קינדער.


איך וויל דיר מחזק זיין מיט ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר מחזק געווען. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעטסט דיין גאנץ לעבן אין א געשעפט וואס פארקויפט בעקיטשעס און דו גייסט אוועק פון די וועלט, דו קומסט פאר'ן בית דין של מעלה, מען פרעגט דיר, וואס האסטו געטון, און דו ענטפערסט וכו', וועט מען דיר פרעגן: 'זיבעציג יאר געשניטן סחורה?! זיבעציג יאר געשטאנען אין קלייט?!' אבער יעצט וועסטו זאגן 'זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער'".


דאס זעלבע זאג איך דיר, טייערער ברודער, בלייב מיט די עבודת הקודש, בלייב דיין גאנץ לעבן מיר העלפן אויפשטעלן מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער מיט אמונה ויראת שמים.


אויך בעט איך דיר, שמייכל צו יעדן קינד, גרוס יעדן קינד. דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין שמייכל, איין גוט ווארט - טוט מיט א צווייטן; קען זיין דאס געבט אים ווילן צו לעבן.


 

#363 - אנשטאט זיך קריגן מיט די קינדער, נעם זיי פאר דיינע העלפערס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר מענידזשער פון די מוסדות ברסלב, ליבערטי


ערשטנס וויל איך דיר דאנקען פאר'ן העלפן אזוי געטריי מיט דיין גאנצע הארץ, כח און מח; אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע הייליגע מוסדות, עס איז נישט פשוט וואס דו טוסט פאר אונזערע קינדער; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך וויל דיר זייער בעטן, ווער נישט פארלוירן ווען די קינדער טוען זאכן וואס מען דארף נישט. דער קינד וואס האט אויסגעשאסן די פענסטער - דאס איז א טעות; מיר האבן דאס אויך געטון ווען מיר זענען געווען יונג. זע מיט חכמה צו נעמען די לעבעדיגע, געזונטע, ווילדע און קלוגע קינדער פאר העלפערס, קויף זיי אונטער מיט גוטע ווערטער, אדער מיט דרייען די רעדל פונעם באס; אזוי וועלן זיי דיר העלפן, זיי וועלן זיכער מאכן אז יעדער פאלגט, זיי וועלן דיר שטילערהייט דערציילן אלע שפיצלעך וכו'.


די וועלט זאגט: "ווען מען האט מורא פונעם גנב - נעמט מען אים פאר'ן שומר"; אנשטאט זיך קריגן מיט די קינדער - נעם זיי פאר דיינע העלפערס.


יישר כח פאר אלעס.

#362 - מען מאכט קינדער פאר פראבלעמען, צו מאכן געלט דערויף
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, רעד נישט צו דיין ווייב פון אריינשיקן די קינדער אין אונזערע מוסדות, זי קען עס נישט נעמען, זי ווערט פשוט משוגע ווען דו רעדסט פון דעם.


איך ווייס אז עס גייט דיר ממש אין לעבן אז דיינע קינדער זאלן קומען אין אונזער מוסד, דו האלסט נישט אויס אז מען מאכט פון זיי א קעיס, מען מאכט זיי פאר ספעציעלע קינדער, מען רייט אויף דיר השם ישמרינו. אזוי טוט מען ליידער מיט צענדליגער הונדערטער קינדער, מען מאכט פון קינדער א ביזנעס, מען מאכט זיי פאר פראבלעמען כדי די שטאט זאל געבן געלט ה' ירחם. דאך בעט איך דיר, לאז אפ דיין ווייב, זי קען דאס נישט נעמען; זי הערט נאר דאס ווארט 'ברסלב'ער מוסדות' - ווערט זי ממש צעדרייט.


דו האסט איין ברירה, גיי צום אייבערשטן; בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר מיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליך און געזונט ברוח ונפש, העלף מיר מיינע דורות זאלן האבן אמונה אין דיר באשעפער און אמונה אין צדיקים, זיי זאלן לעבן מיט הייליגע צדיקים, זיי זאלן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן צוזאמען מיט אלע אידן".


דאס איז די וועג צו באקומען וואס מען וויל, וואס מען דארף; תפילה און נאכאמאל תפילה.


ברודער טייערער, זיי ממשיך מיט'ן העלפן דעם הייליגן רבי'ן, העלף די מוסדות; ביי מיר איז דער עיקר די יוגענט. איך האב ברוך ה' אסאך ארבעט, אלעס איז ביי מיר א טפל אנטקעגן די חדר און מיידל סקול. ביז דערווייל האבן מיר שוין מוסדות אין דריי שטעט, אין וויליאמסבורג, אין קרית יואל און אין ליבערטי, נאך אביסל עפענען מיר אין מאנסי און אזוי ווייטער וועלן מיר אייננעמען די וועלט מיט תפילה והתבודדות, דער בעל תפילה מיט'ן גיבור גייען ארום פון שטאט צו שטאט, מען נעמט אלעס איין מיט איין כוונה, צוריק צו ברענגען אלעמען צום קעניג (ספורי מעשיות, מעשה יב).


"קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען" - האט דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח); אז דער רבי האט אזוי געזאגט - איז טאקע אזוי, דארף מען דאך זייער פרייליך זיין!

#361 - איך האף דו געבסט זיך אן עצה מיט די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל


איך וויל זייער הערן וואס טוט זיך ביי ענק אין חדר, איך האף דו געבסט זיך אן עצה מיט די קינדער, איך האף דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה ויראת שמים.


איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן יעדע וואך, לכל הפחות איינמאל א וואך - אלע פרטים פון חדר.


אויך דיין ווייב תחי' זאל מיר שרייבן וואס טוט זיך אין סקול, איך האלט נישט מיט; איך וויל מיט האלטן וואס טוט זיך אין די מוסדות אין קרית יואל.