בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#352 - חומש רש"י דארף זיין דער עיקר לימוד, חומש רש"י ברענגט יראת שמים
חינוך הילדים, נסיעה, סיפורי צדיקים, חדר, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד מוסדות היכל הקודש


איך האב דורכגעבליקט די בחינה אויף די פרשת השבוע פון בני היקר ... נרו יאיר, איך האב זיך זייער געפריידט צו זען ווי גוט ער קען די פרשה חומש רש"י כזקן ורגיל.


איך דאנק דיר טייערער מלמד פאר'ן לערנען מיט די קינדער אזוי קלאר די גאנצע פרשה מידי שבוע בשבוע. חומש רש"י דארף זיין דער עיקר לימוד, חומש רש"י ברענגט יראת שמים.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן די ווערטער וואס דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו אלס קינד: "קינדערלעך פילעוועט ענק מיט חומש רש"י, וועט איר וויסן וואו דער אייבערשטער געפונט זיך".


איך פאר היינט קיין אייראפע צו מקומות הקדושים מתפלל זיין, מיר פארן קיין אוהעל צום הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו, קיין קאלוב, קערעסטיר ועוד; איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע דיינע תלמידים.

#351 - פרעגן יעדע פרט ופרט פון חינוך הבנים והבנות
חינוך הילדים, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע באדן וכו'; דיין זון ווערט שוין גרויס, איז בעסער אים צוגעוואוינען צו נעמען א שויער.


איך האב זייער הנאה אז דו פרעגסט יעדע פרט ופרט פון חינוך הבנים והבנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת דקדושה.

#350 - חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות
חינוך הילדים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס קומט שוין די הייליגע חנוכה טעג, דער הייליגער יום טוב.


מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן צו זיין צייטליך אין שטוב צינדן מיט די אינגלעך ביים זמן, זעקס אזייגער זאלסטו שוין שטיין מיט'ן שמש זאגן דעם לשם יחוד; מאך אלע הכנות פארויס, מקוה וכדומה, אלעס זאלסטו טון פריער אין טאג אז ביים זמן זאלסטו שוין צינדן.


זיץ ביי די ליכט; קודם זינג די זמירות, נאכדעם זאלסטו דערציילן דיינע קינדער פון די נס חנוכה און אונזער נס אז מיר ווייסן פון רבי'ן, נאכדעם זאלסטו זיך מתבודד זיין; מוהרא"ש זאגט, ביי די לעכט איז א צייט פון פועל'ן ישועות.

#349 - הכנסת אורחים ראטעוועט פון שלעכטס
קינדער, צניעות, חינוך הילדים, שטעטל, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי' ברסלב, ליבערטי


אוודאי און אוודאי זאלט איר ארייננעמען געסט אויף סעודות שבת, עס זענען דא יונגע משפחות אין שטעטל וואס האבן נישט זייערע עלטערן דארט, זיי זוכן וואו צו עסן סעודות שבת; איז א גרויסע מצוה אריין צו נעמען געסט.


געב נאר אכטונג עס זאל זיין מיט יראת שמים; די מענער זיצן אויבן אן נעבן דיר און די ווייבער פון אונטן ביי די אנדערע זייט, אויך זאלסטו זען מען זאל רעדן פון מעשיות פון תפילה, מעשיות פון הפצה, מעשיות פון צדיקים וכדומה.


הכנסת אורחים ראטעוועט פון שלעכטס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות הכנסת אורחים, חלק א', סימן ב): "עִיר שֶׁאֵין בָּהּ הַכְנָסַת אוֹרְחִים", א שטאט וואו עס איז נישטא קיין הכנסת אורחים, "בָּאִים לִידֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת", ברענגט דאס צו עבירות, "וְעַל יְדֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת בָּא עֲלֵיהֶם הֲרִיגָה", השם ישמרינו.


קינדער וואס וואקסן אויף מיט הכנסת אורחים – ווערן בעלי חסד. ביי מיינע עלטערן זעען שטענדיג געווען געסט, מען פלעגט איינקויפן ספעציעלע נאש און טרינקען ווען מיר האבן געהאט געסט; עס איז געווען אזא שמחה אין שטוב צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים.

#348 - הייב אויף די קינדער, געב זיי אן א שיעור גוטע ווערטער
קינדער, חינוך הילדים, סבלנות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך פריי זייך צו הערן אז דיין זון נרו יאיר קען שוין ליינען, ער זאגט שוין תהילים. דאס איז א מורא'דיגער לימוד נישט צו אויפגעבן; אז מען גייט שטייטליך מיט סבלנות - קומט מען אן זייער ווייט.


דער עיקר זאלסטו אים אויפבויען, חס ושלום פארשעמען אדער וויי טון. מען כאפט זיך נישט, מען מיינט אז קינדער זענען אנדערש פון דערוואקסענע, מען מיינט אז מען קען טשעפען, שטעכן און פארשעמען; מען ווייסט נישט אז קינדער האבן די זעלבע געפילן ווי דערוואקסענע און אויב מען טוט זיי וויי, מען טשעפעט זיי, מען מאכט זיי אוועק - הרג'עט עס זיי, עס לאזט זיי נישט אויפוואקסן, זיי בלייבן דערשלאגן א גאנץ לעבן.


אלע נערווען צאמבראכן ה' ירחם קומען פון דעם וואס מען האט וויי געטון קינדער, זיי דערנידערט און פארשעמט.


הייב אויף דיינע קינדער, בפרט דעם קינד וואס מוטשעט זיך מיט'ן ליינען, געב אים אן א שיעור גוטע ווערטער, וועט ער אויפוואקסן געזונט.

#347 - שרייבן שריפט און שפראך איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם
חינוך הילדים, שרייבן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד די חשוב'ע איבערגעגעבענע מלמדים רבי ... נרו יאיר און רבי ... נרו יאיר


איך האב געזען די ארבעט וואס איר טוט מיט די קינדער, איר לערנט זיי אויס שרייבן, שריפט און שפראך; עס איז צום באוואונדערן.


איך בין זייער צופרידן צו זען ווי איר לייגט אריין קאפ, מח און הארץ, איר שטעלט צו אזא רייכע חומר, די קינדער זאלן קענען ליינען און שרייבן שריפט און שפראך.


איך וויל איר זאלט זיך פארבינדן מיט די מלמדים אין ליבערטי, זיי ווייזן וואס איר טוט, זיי זאלן האבן די זעלבע גוטע מאטריאל אויס צו לערנען די קינדער, ווייל שרייבן שריפט און שפראך איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם.


רבי נתן שרייבט אין א בריוו פאר זיין זון (עלים לתרופה, מכתב ב): "תִּשְׁתַּדֵּל לְהַרְגִּיל עַצְמְךָ בִּכְתָב נָאֶה וְלָשׁוֹן צַח כִּי הַכְּתָב וְהַמִּכְתָּב הוּא יְסוֹד גָּדוֹל לְתוֹרָה וַעֲבוֹדָה וְדֶרֶךְ אֶרֶץ", ער זאל אריינלייגן כח אין שרייבן שריפט און שפראך, ווייל מען דארף דאס האבן פאר עבודת השם.


א גרויסן דאנק.


פון ...

#346 - די מיידלעך זאלן זען א ריכטיגע ביישפיל ווי אזוי זיך צו פירן
צניעות, לערערין, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן פאר אלע בית פיגא תלמידות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און איידל, און געלויבט דעם אייבערשטן אז מען זעט אויף די תלמידות אז זיי פירן זיך ערליך.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייער צניעות, פון אייער איידלקייט; עס איז גוט פאר אונזער סקול צו האבן אזא ביישפיל ווי איר זענט, די מיידלעך זאלן זען און ארייננעמען אין זיך ווי אזוי א אידישע פרוי דארף זיך פירן, סיי מיט'ן אנטון און סיי מיט די אויפפירונג.


אויך אייער מאן איז זייער איידל און ערליך, פול מיט יראת שמים.


 


 

#345 - ווי מער מ'רעדט פון אמונה, אלץ שטערקער ווערט די אמונה
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט אין סקול מיט די מיידלעך.


אז איר ווילט האבן א שטארקע אמונה - זאלט איר זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס. מוהרא"ש זאגט, עס זענען געווען צדיקים וואס פלעגן זאגן די דרייצן אני מאמין'ס עטליכע מאל א טאג; על כל פנים מיר דארפן דאס זאגן כאטשיג איין מאל א טאג.


די ערשטע אני מאמין זאלט איר חזר'ן אן א שיעור מאל, דאס בויט אויף די אמונה, "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא", ער האט באשאפן, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים", אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ", און ער אליין, "עָשָׂה", האט געטון, "וְעוֹשֶׂה", און טוט, "וְיַעֲשֶׂה", און וועט טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים", אלעס וואס איז דא אויף די וועלט.


ווי מער מען זאגט ארויס די ווערטער - אלץ שטערקער ווערט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם וכו', עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה", אז מען רעדט אמונה, "זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", דאס ברענגט אמונה.

#344 - האט רחמנות אויף די קינדער וואס האבן נישט קיין ווארעמע שטוב
לערערין, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


געבט אכטונג אין סקול אויף יעדן איינציגסטע מיידל, קלויבט זיך נישט אויס די זיסע מיידלעך פאר מיוחסות; עס איז א גרויסע עבירה אויב א טיטשער נעמט זיך אפאר קינדער און זיי קענען טון וואס זיי ווילן, זיי הערט מען אויס, צו זיי רעדט מען וכו' וכו'; מען דארף אכטונג געבן אז אלע קינדער זאלן זיך שפירן ווי זיי זענען חשוב ביי די טיטשער.


האט רחמנות אויף די צעבראכענע קינדער וואס האבן נישט קיין ווארעמע שטוב, נארמאלע עלטערן, געבט זיי ווארעמקייט; וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אייך, איר וועט האבן וואוילע ערליכע דורות.

#343 - אויבן אין הימל זענען די טיטשערס זייער חשוב
לערערין, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כה מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר אייער געטרייע ארבעט מיט די מיידלעך; יעדעס טראפ כח וואס מען לייגט פאר אידישע קינדער – באצאלט דער אייבערשטער בכפלי כפליים.


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון א טיטשער; אויבן אין הימל זענען די טיטשערס זייער חשוב.

#342 - נאר ווען מען האט יענעם ליב קען מען יענעם העלפן
חינוך הילדים, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר אייער איבערגעגעבנקייט.


געדענקט, קינדער - ווען זיי מאכן זיך נאריש, איז דאס נישט אזוי געפערליך ווייל זיי זענען קינדער, איר זאלט נישט ווערן נערוועז ווען זיי מאכן זיך קינדיש, האט זיי ווייטער ליב, נאר אזוי וועט איר זיי קענען ארויפברענגען זיי זאלן ווערן דערוואקסן, נאר אז איר האט ליב די קינדער וועט איר מצליח זיין.


כלל גדול, נאר ווען מען האט יענעם ליב קען מען יענעם העלפן.

#341 - אן אייגענע מעשה פון תפלה איז בעסער פון א שיינע דרשה
תפילה והתבודדות, סקול, חינוך הילדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר די געטרייע ארבעט וואס איר לייגט אריין אין אונזערע טעכטער אין "בית פיגא".


לייגט אריין אין די קינדער תפילה והתבודדות; דערציילט זיי יעדן טאג א מעשה פון תפילה פון אייך, אזוי וועלן זיי אויך אנהייבן דאס צו טון. עס איז אסאך שטערקער ווען א טיטשער דערציילט א מעשה פון תפילה פון זיך ווי סתם האלטן א שיינע דרשה, ווייל די קינדער קענען דאס גלייך נאכטון, ווען זיי הערן מעשיות פון היינטיגע טעג.

#340 - נישטא קיין גרעסערס פון אויפבויען קינדער מיט ליבשאפט צום אייבערשטן
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר'ן העלפן די סקול, איר לייגט אריין אייער גאנצע קאפ און מח ווי אזוי צו מחנך זיין אונזערע טעכטער, איר ארבעט אזוי געטריי.


נישטא קיין גרעסערע זאך פון אויפבויען אידישע טעכטער זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן; ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן די תורה.


יישר כח.

#339 - א גרויסן יישר כח פאר דיין איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


מיינע קינדער ... נרו יאיר און ... נרו יאיר האבן זייער גוט געקענט חומש רש"י מיט גמרא.


איך זע ווי זיי שטייגן טאג טעגליך בתורה ויראת שמים און מידות טובות. זייער כיבוד אב ואם איז זייער גוט, זיי פאלגן טאטע מאמע און זיי פירן זיך ערליך.


א גרויסן יישר כח פאר דיין איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער.

#338 - האב ליב די קינדער אפילו זיי מאכן זיך קינדיש
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל דיר שטארקן דו זאלסט האבן כח אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


זיין א מלמד איז פון די הייליגסטע זאכן, די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא (שבת קיט:); דעריבער בעט איך דיר ליבער ברודער, טראכט נישט פאר קיין איין רגע אפצולאזן די הייליגע ארבעט, טראכט נישט 'אנדערע ארבעטן נישט אזוי שווער ווי א מלמד'; יעדער מוטשעט זיך, יעדער פלאגט זיך; איינער ביי די ארבעט, א צווייטער מיט די קינדער, איינער מיט די ווייב און א פערטער - מיט זיך אליינס; יעדער איינער בזה העולם מוטשעט זיך, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן, "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם" (בראשית ג, יט), מען דארף אסאך שוויצן ביז מען ברענגט אהיים פאר די משפחה ברויט, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה" (ברכות יז.), וואויל איז אונז וואס אונזער פלאג גייט אוועק מיט גוטע זאכן, זאכן וואס בלייבן; אויפבויען אידישע קינדער.


האב רחמנות אויף די קינדער; מען דארף טאקע זיין שטרענג, בפרט אנהייב יאר דארף מען אוועקשטעלן א שטארקע דיסציפלין, א דרך ארץ, אבער זיי מטה כלפי חסד, מאך נישט יעדן איינעם פאר א מחוצף. געדענק דיינע קינדערישע יארן, דו ביסט אויך געווען א קינד, איך בין אויך געווען א קינד, מיר זענען אלע געווען אמאל נישט דערוואקסן. האב ליב די קינדער אפילו זיי מאכן זיך קינדיש וכו', מלמדות איז א חכמה ואינה מלאכה.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, בעט דעם אייבערשטן פאר זייער הצלחה.


איך האב דיר זייער ליב.

#337 - דיין ציל זאל זיין אז אלע קינדער זאלן האבן א שטארקע קלארע אמונה
תפילה והתבודדות, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד, דיין לעבן גייט אריבער מיט אזעלכע גרויסע זאכן; דיין ארבעט, פלאג און מי - איז אין זאכן וואס וועט בלייבן; יעדע ווארט וואס מען רעדט צו קינדער - בלייבט אויף אייביג, יעדע ווארט תורה, יעדע ווארט יראת שמים, יעדע שמייכל - בלייבט.


דער עיקר שבעיקרים זאלסטו צילן אויף איין נקודה, דיין ציל זאל זיין אז אלע קינדער זאלן האבן א שטארקע קלארע אמונה. מען דארף רעדן פון אלעמען, מען דארף רעדן פון גוטע מידות, פון יראת שמים, פון מצוות ומעשים טובים, אבער דער עיקר איז אמונה! די גאנצע תורה האט דער אייבערשטער געגעבן נאר אז מיר זאלן וויסן אז עס איז דא איין איינציגער באשעפער וואס ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און ער האט אלעס באשאפן.


רעד אויך פון צייט צו צייט צו די קינדער פון קדושה. ווען דו רעדסט צו די קינדער פון קדושה - זאלסטו רעדן מיט א שטארקייט; אז די קינדער פרעגן דיר ווי אזוי מען פירט זיך ווען מען באדט זיך, ווען מען נעמט א שויער, ווי אזוי מען פירט זיך ווען מען גייט ארויס - זאלסטו זיי קלאר ענטפערן אז מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש. האב נישט מורא אז די עלטערן זענען מער מאדערענע; זיי גייט נישט אן פון וואס דו רעדסט, זיי ווילן איין זאך, די קינדער זאלן אהיים קומען צופרידן, פרייליך און לעבעדיג.


רעד צו די קינדער פון תפילה, דערצייל זיי מעשיות פון תפילה. א ברסלב'ער חסיד האט יעדן טאג מעשיות פון תפילה, ווייל יעדע זאך בעט מען פונעם אייבערשטן, צוביסליך וועסטו זען אז די קינדער וועלן דיר אנהייבן דערציילן מעשיות פון תפילה. רעד צו זיי פון תפילה פון זייערע זאכן, נישט פון הויכע זאכן. ברענג אריין אין זיי אז 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז איבעראל; אלעס וואס מען וויל, אלעס וואס מען דארף - איז דא נאר איין עצה, אים בעטן אויף די אייגענע שפראך'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#336 - געב פאר די קינדער גוטע זאכן, זיי זאלן נישט דארפן קיין שלעכטע זאכן
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וואס דו פרעגסט, אויב דו זאלסט קויפן פאר דיינע קינדער אן אייפא"ד צו קענען שפילן געימ"ס; עס איז נישט גוט צו קויפן די זאכן פאר קינדער, מוהרא"ש זאגט מען זאל נישט קויפן פאר די קינדער די אלע כלים.


דארפסט אבער זען זיי צו געבן אנדערע זאכן, זיי זאלן זיין באשעפטיגט מיט אנדערע זאכן, נישט זיי זאלן זיצן אינדרויסן ווען אלע שכינים שפילן מיט די טעלעפאונס און זייערע אויגן קריכן ארויס פון קנאה; געב זיי זאכן מיט וואס זיי זאלן זיין באשעפטיגט.


האב שכל וויאזוי דו זאגסט דאס פאר'ן קינד, אסאך עלטערן שיקן זייערע קינדער מיר פרעגן אויף געוויסע זאכן אויב זיי מעגן דאס האבן, איך וויל זיי זאגן "ניין", איך וויל זיי זאגן נישט צו האבן דער זאך, אבער איך טראכט צו מיר 'מיר איז וויכטיגער אז דאס קינד זאל נאך וועלן מקבל זיין אין ישיבה אלע זיסע עצות פון רבי'ן; אויב וועל איך זיין דער שלעכטער וואס זאגט ניין אויף יעדע זאך וועט ער נישט וועלן אננעמען וואס ער הערט אין ישיבה', דעריבער זאג איך נישט וואס איך האב צו זאגן. אזוי אויך דארפסטו מיט שכל זיי אנפילן מיט גוטע זאכן און נישט זאגן פיר און צוואנציג שעה: "דער ראש ישיבה לאזט נישט", פארוואס זאל ער אויפוואקסן מיט א געפיל אז מען לאזט נישט און נישט וועלן מקבל זיין? איך האף דו פארשטייסט.

#335 - מ'דארף שטיצן אנשי שלומינו, אבער מ'דארף זיך אליינס אויך שטיצן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, פרנסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז דו ציסט נישט ארויף די פרייזן, דו פארקויפסט פאר די געהעריגע פרייז. געב אכטונג אויף אנשי שלומינו, איך וויל מען זאל שטיצן אנשי שלומינו, אבער מען דארף זיך אליינס אויך שטיצן.


בנוגע דיינע קינדער; זאג פאר'ן מלמד ער זאל דיר זאגן דעם אמת. אויך די טיטשערס; זאג זיי זאלן דיר זאגן דעם אמת. איך ווייס אז זיי זאגן אלע די זעלבע נוסח פאר אלע עלטערן, עס איז שווער פאר מלמדים צו זאגן דעם טאטן אין פנים אריין: "דיין זון איז א מחוצף", דעריבער זאגן זיי אלע די זעלבע ליגנט. עלטערן דארפן אבער דרוקן די מלמדים צום וואנט, העלפן די קינדער אויסוואקסן בעלי דרך ארץ, בעלי מידות.


ווען די מלמדים זאגן מיר אויף מיינע קינדער גוטע גרוסן, זאג איך זיי אפאר מאל: "זאג מיר דעם אמת", און איך שטיי זייער שטארק אויף דרך ארץ.

#334 - לאזט נישט מאכן אייער טאכטער פאר א מענטל קעיס
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז זיי ווילן מאכן אייער טאכטער פאר א מענטל קעיס - זאלט איר ארויסנעמען אייער טאכטער פון די סקול. איר קענט איר אריבער פירן זי זאל לערנען אין די זעלבע כיתה מיט איר צווילינג; עס וועט זיי נישט שאטן, עס איז נישט קיין פראבלעם ווען געשוויסטער לערנען אינאיינעם.


דער עיקר זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; די תפילות פון עלטערן איז די שטערקסטע זאך פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#333 - ליינען קריאת שמע מיט קליינע קינדער
קדושה, חינוך הילדים, מאוויס, אידישע שטוב, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דיר ענטפערן אויף אלע דיינע פראגעס.


אויף די פראגע: 'וואס זאגט מען מיט קינדער ביי קריאת שמע שעל המיטה?' דער ענטפער איז, מען גייט צוביסליך. גאר קליינע קינדער, פון צוויי יאר אלט - ליינט מען די ערשטע פרשה, ווען זיי זענען גאר יונג קענען זיי נאכנישט מיט זאגן, אבער זיי הערן דאס איינמאל און נאכאמאל, ביז עס גייט אריין אין זיי, און ווען זיי הייבן אן רעדן - קענען זיי שוין די חלק קריאת שמע, נאכדעם גייט מען נאך א שטיקל, ביז זיי קענען שוין אליינס ליינען, דעמאלט ליינען זיי די גאנצע קריאת שמע.


אויף די פראגע וועגן האבן א מאשינדל וואס מען קען אריינלייגן א קארטל און זען זאכן; דער ענטפער איז, נעם נישט אריין אין שטוב די זאכן; נישט קיין חילוק פארוואס מען דארף עס, נאר פאר מוזיק און נאר פאר דאס און יענץ, געב אכטונג אז דיין שטוב זאל זיין ריין, עס איז דא גענוג וועגן וויאזוי מען קען הערן מוזיק אויף א וועג וואס מען קען נישט זען קיין שום זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#332 - שיקן די קינדער אין א מוסד על טהרת הקודש
קינדער, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? אודאי זאלט איר זוכן פאר די קינדער א מוסד וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די ערב רב; וואס איז די גאנצע לעבן פון א איד? די גאנצע לעבן איז נאר די קינדער, אויפציען קינדער על טהרת הקודש, קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, נישט האבן צו טון מיט די מינים ואפיקורסים.


אייערע עלטערן זענען גערעכט, מען מוז געבן די קינדער אן ערליכע חינוך, א ריינע חינוך; א איד קוקט נישט וואו ער קען האבן א שיינע דירה, א גרויסע דירה, א ביליגע דירה; א איד וואוינט וואו ער קען געבן פאר זיינע קינדער דאס בעסטע, שענסטע און ריינסטע חינוך.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט מצליח זיין מיט די קינדער; תפילה איז די שטערקסטע זאך, בפרט ווען די מאמע טוט אירע מצוות, זי איז מפריש חלה, זי צינדט די שבת ליכט און אזוי ווייטער, דעמאלט איז אן עת רצון צו בעטן פאר די דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#331 - קום לערנען אין שול אינדערפרי און ביינאכט
חינוך הילדים, התחדשות, בית המדרש, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער קאזין און תלמיד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר מחזק זיין, איך געדענק די ערשטע צייט ווען דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל פלעגסטו קומען פארטאגס לערנען, האסט געלערנט דיינע שיעורים צופרי פאר'ן דאווענען, עס איז געווען אזוי מחי'דיג, די גאנצע טאג, די גאנצע מענטש - איז אינגאנצן אנדערש.


וויל איך דיר מחזק זיין, באניי זיך, הייב אן פון פריש; קום צופרי לערנען דיינע שיעורים כסדרן, אויך ביינאכט זאלסטו זיך קובע זיין א שיעור אין גמרא. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן נב): יַקְדִּים וְיַחְשִׁיךְ לְבֵית הַכְּנֶסֶת, עַל יְדֵי זֶה יַאֲרִיךְ יְמֵי בָנָיו", אז מען קומט אין שול אינדערפרי און ביינאכט - וועלן די קינדער לאנג לעבן; ווייל קינדער וואס באקומען א חינוך פון קומען אין שול ביינאכט און צופרי - וועלן זיי אויך אזוי טון, וועלן זיי לעבן; ווייל נאר אז מען לערנט און מען דאווענט לעבט מען א חיים טובים.


שרייב מיר יעדע מאל דו מאכסט א סיום משניות, א סיום מסכתא, א סיום אויף א חלק פון די תורה.


 

#330 - אכטונג געבן צו וועלכע בעביסיטער מ'שיקט
קינדער, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? אז די בעביסיטער טוישט נישט דאס קינד, זאלט איר מער נישט אהין שיקן דאס קינד.


איר האט צוויי ברירות, אדער זוכט א נארמאלע פרוי וואס וועט אכטונג געבן אויפ'ן קינד און ווען מען דארף טוישן דאס קינד וועט זי דאס טון, אדער לאזט אפ אייער ארבעט; וואס דארפט איר ארבעטן? איר דארפט זיין א מאמע פאר אייערע קינדער.


עס איז דא גוטע בעביסיטערס, אבער עס איז דא בעביסיטערס וואס טוען גארנישט, זיי לאזן די קינדער וויינען און שרייען, זיי פארשפארן די טיר; זיי אינטערעסירט נאר די פאר דאלער השם ישמרינו.


אויב איר ווילט בלייבן ארבעטן - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א גוטע פלאץ וואו צו שיקן אייער קינד.

#329 - מ'דארף קוקן וואו די קינדער וועלן אויפוואקסן ערליך
חינוך הילדים, שטעטל, הדרכות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל, איך וועל אייך נישט ענטפערן וואס צו טון; ווי קען מען זאגן א צווייטן וואס צו טון און ווי אזוי זיך צו פירן? זיכער נישט וואו מען זאל וואוינען.


מיינט נישט אז איך שטופ אייך אוועק, אז מיר ווילן נישט האבן אייער משפחה ביי אונז אין שטעטל; אדרבה, מיר וועלן זיך זייער פרייען אז אייער משפחה וועט קומען וואוינען ביי אונז אין שטעטל, עס איז פאר אונז א זכיה צו האבן אזעלכע באזעסענע ערליכע משפחות ווי אייער משפחה, אבער מיר קענען דאס נישט זאגן צו טון; דאס דארפט איר - אינאיינעם מיט אייער מאן - אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויב איר זאלט זיך אריבערציען פון אייער מדינה און קומען קיין אמעריקע, קיין קרית ברסלב.


וואס מיינט איר, וואס האב איך געטון ביים עפענען דעם שטעטל? איר מיינט איך בין אויפגעשטאנען איין טאג אויף די לינקע זייט און מחליט געווען אז מיר גייען בויען א שטעטל? מיט טייכן טרערן האב איך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר אריינשיינען וואס צו טון, אויב מיר זאלן מייסד זיין א שטעטל על שם רבינו און וואו די שטעטל זאל זיין, און אזוי ווייטער, יעדע פרט ופרט.


דער עיקר דארפט איר קוקן אויף די חינוך הבנים והבנות, די קינדער זאלן באקומען א גוטע חינוך, אן ערליכער חינוך; א איד קוקט אויף איין זאך 'וואו וועלן מיינע קינדער אויפוואקסן ערליך? וואו וועל איך קענען מחנך זיין מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן?' אזוי ווי די תורה זאגט אויף אברהם אבינו, דאס גרויסקייט פון אברהם אבינו (בראשית יח, יט): "כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו וְאֶת בֵּיתוֹ אַחֲרָיו, וְשָׁמְרוּ דֶּרֶךְ ה' לַעֲשׂוֹת צְדָקָה וּמִשְׁפָּט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#328 - אפווארטן די קינדער צופרי און ביינאכט, זיי געבן ווארעמקייט און ליבשאפט
חינוך הילדים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט, אייער טאכטער זאגט אייך: "נאר מאמי ווארט מיט מיר אינדרויסן צופרי און נאכמיטאג", איר ווילט וויסן וואס איז די בעסטע זאך איר זאלט טון.


אודאי איז דאס די וועג, אפצואווארטן די קינדער און זיי געבן דאס מערסטע וואס מען קען נאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא, נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן", וואס איז די שכר פאר פרויען? פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה?! זאגט די גמרא, בשכר וואס זיי שיקן די קינדער לערנען און ווארטן אפ די קינדער.


מען קען נישט דן זיין אנדערע מאמעס; עס זענען דא משפחות וואס זענען זייער פארפלאגט, זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו ווארטן אינדרויסן צופרי און נאכמיטאג, אבער אז איר האט די כח און צייט - איז נישטא קיין בעסערע זאך ווי אפווארטן די קינדער צופרי און ביינאכט, זיי געבן די גאנצע ווארעמקייט און ליבשאפט.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל איר שרייבט מיר אז איר זאגט תהילים און אז איר האט נאכאמאל געמאכט א סיום אויף תהילים; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תהילים, אלע ישועות ליגן אין תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.