בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#410 - מיט חכמה דארף מען מאכן יעדעס קינד א חלק פון קלאס
חינוך הילדים, מלמדים, פרנסה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


וואויל איז דיר אז דיין פלאג און מי איז אין אייביגע זאכן, דו לייגסט אריין דיין מי און פלאג אין מלמדות; דו זיצט פון אינדערפרי ביז נאכמיטאג מיט קינדער, מיט אזא סבלנות.


געדענק, יעדער איינער מוטשעט זיך, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), "אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה" (ברכות יז.), וואויל איז דעם וואס מוטשעט זיך אריינצוברענגען תורה ויראת שמים אין אידישע קינדער.


עס איז היינט געקומען צו מיר משפחת ... שיחיו. זיי זענען זייער צופרידן פון אונזערע מוסדות, זיי האבן א שטיקל פראבלעם מיט זייער קינד וואס לערנט ביי דיר, ער איז זייער א פארמאכטער קינד, זיי ווילן זייער מען זאל פרובירן אים עפענען, ער זאל זיין א חלק פון די כתה. צום ביישפיל, מען שיקט אהיים מעשיות פון תפלה, זיין נאמען איז אלץ ליידיג; דער מלמד דארף פרובירן מיט חכמה אים מאכן זאגן א מעשה, אפשר שעמט ער זיך צו זאגן ברבים, קען מען אים פרעגן פריוואט. דאס איז נאר א משל, פארשטיי וואס און ווי אזוי אים צו עפענען.

#409 - מען וועט נאר געדענקען די ווארעמקייט פאר די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען מען טוט פאר'ן רבי'ן טוט מען פאר זיך, ווען מען איז משמש דעם רבי'ן איז מען זיך מתקן. אויף די וועלט זעט מען נישט דאס גרויסקייט פון טון פאר'ן רבי'ן, מען זעט נאר דאס חשיבות פון טון פאר זיך; ווער עס האט א שיינע הויז, א שיינע קאר, א ביזנעס – דער איז חשוב, אויבן איז עפעס אן אנדערע מעשה, אויבן איז דא אנדערע געשעפטן, אויבן קוקט מען ווער עס האט געטון פאר אנדערע, ווער עס האט געטון פאר אידישע קינדער.


מיין מאמע תחי' זאגט מיר כסדר: "זאג פאר דיינע טיטשערס, פאר די מחנכות, 'אין הונדערט יאר ארום ווען מען נישט וויסן און געדענקען וואס פאר א קלייד דו האסט אנגעטון, וואס פאר א שיך האסט געטראגן, קיינער וועט נישט וויסן און געדענקען וואס פאר א קערידזש האסט געהאט, וואס פאר א קאר האסט געדרייווט, אבער איין זאך וועט מען יא געדענקען, דאס וואס דו האסט געטון פאר די קינדער, די ווארעמקייט און ליבשאפט וואס דו האסט געגעבן פאר די קינדער'".


איך האף צום באשעפער אז איר וועט ווייטער טון מיט אונזערע קינדער.


א כשר'ן פרייליכן פסח.

#408 - וואקסינירן די קינדער מיט אמונה, מיט קדושה און מיט יראת שמים
חינוך הילדים, מוסדות, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב


אינעם זכות וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער זאלט איר זוכה זיין צום פסח.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און הצלחה, און נחת ביי די קינדער און תלמידות, מיר זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין צו וואקסענירן די קינדער מיט אמונה, מיט קדושה און מיט יראת שמים.


א פרייליכן כשר'ן פסח

#407 - די בעסטע נחת איז ווען די קינדער לערנען מיט תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואס נאך דארף א אידישע מאמע ווען זי זעט אירע קינדער מקטן ועד גדול זענען עוסק אין די הייליגסטע זאך – אין לערנען מיט תינוקות של בית רבן?


אייערע זין זענען מלמדים און די טעכטער זענען טיטשערס; וואס נאך דארף מען? וואס נאך מער פון דעם איז דא? דאס איז די גרעסטע, העכסטע, רייכסטע און שענסטע פארמעגן.


בלייבט נאר איבער צו וואונטשן איר זאלט נאר זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך, איר זאלט האבן כח און הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


א כשר'ן פרייליכן פסח.

#406 - יישר כח פאר דיין געטרייע ארבעט
כיבוד אב ואם, לערערין, סקול, חינוך הילדים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער ... תחי'


יישר כח ... תחי' פאר דיין געטרייע ארבעט מיט די קינדער אין בית פיגא, אלע זענען זייער צופרידן.


אויך א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן מאמי תחי'; דו האסט נישט קיין אנונג ווי דו ביסט מחי' מאמי ווען דו קומסט אריבער העלפן.


דיין מאן נרו יאיר מאכט מיר אזויפיל נחת, ער לערנט און דאווענט מיט א שטארקע התמדה.


 

#405 - אין זכות פון טון אין חינוך הבנות, וועט מען זען אסאך נחת
סקול, חינוך הילדים, הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אויפבויען בית פיגא אין קרית יואל.


די מנהלת תחי' דערציילט מיר אז איר זענט דארט מיט די גאנצע הארץ, מיט מסירת נפש. די אנדערע ווייבלעך זענען מיר אנטלאפן וכו', נאר איר זענט געבליבן.


נאך פסח וועלן מיר האבן נאך א טיטשער, א תלמידה; הכלה ... תחי'. זי איז א גוטע טיטשער, איך האף זי וועט מצליח זיין, און נישט אוועקלויפן.


בזכות וואס מען טוט פאר'ן רבי'ן, בפרט בחינוך הבנות – דאס איז זייער חשוב; מען זעט נחת ביי די קינדער און אייניקלעך.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב פסח.

#404 - א הערליכע קלאס; דרך ארץ און דיסציפלין, און אויך שמחה
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב זייער הנאה ווי אזוי איר פירט די קלאס, עס הערשט אזא דרך ארץ, אזא דיסציפלין, און אין די זעלבע צייט – אויך א שמחה; די קינדער זענען אזוי פרייליך.


איך האב היינט גערעדט מיט די מנהלת תחי', מיר זענען אריבער די פלענער פאר'ן קומענדיגן יאר, מיר ווילן זייער שטארק איר זאלט בלייבן זיין א טיטשער.


אייער מאן נרו יאיר איז זייער טייער, זייער וואויל; יעדעס מאל ווען איך טרעף אים פריי איך זיך זייער.


א פרייליכן כשר'ן פסח.

#403 - יעדע תנועה פונעם מלמד ווערט איינגעקריצט אין די הערצעלעך פון די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן, דו לייגסט אריין אין די קינדער אזויפיל יראת שמים און גוטע מדות.


נישטא קיין ווערטער וואס זאלן קענען ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון מלמדים, עס איז א שווערע ארבעט, מען ווערט גוט אויסגעמוטשעט פון רעדן און רעדן און רעדן, מען קען צומאל שפירן ווי מען רעדט אין די לופט אריין, אבער עס איז נישט אזוי; יעדע ווארט, יעדע תנועה פונעם מלמד ווערט איינגעקריצט אין די הערצעלעך, אין די נשמה'לעך; די זכותים בלייבן לנצח נצחים.


א פרייליכן פסח.

#402 - צוזאמנעמען און דרוקן אלע בריוו איבער חינוך הילדים
חינוך הילדים, מלמדים, ריינקייט, שטעטל, דרייוון, בריוו, עצתו אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


עס וואלט געווען א גוטע זאך זאלסט זיך ווענדן צום מכון עצתו אמונה זיי בעטן ארויסצוגעבן אלע בריוו וואס איז געשריבן פאר מלמדים און טיטשערס, אזוי וועסטו דאס קענען חזר'ן; דו מיט די אנדערע מלמדים. איר וועט זיך קענען האלטן פריש, איר וועט זען וואס איז די מטרה פונעם חדר, וואס איז דער ציל פון אונזערע מוסדות.


על כל פנים, ווילאנג דאס איז נישטא, קענסטו אליינס צאמנעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר געשריבן און פון דיינע ברידער, אויך דיינע שוועסטערס די טיטשערס; ענקער משפחה פון אנהויב ביזן סוף זענען אלע כהנים גדולים, אלע ארבעטן אין בית המקדש, אין חינוך הבנים והבנות. אפשר וועסטו דאס צאמנעמען, דרוקן און דאס חזר'ן, זיך אויפפרישן מיט די חיזוק פאר מחנכים, און נאכאמאל זען וואס מיר ווילן דא פון אונזערע קינדער.


שטארק זיך, ברענג אריין א שמחה אין תלמוד תורה. די קינדער אין שטעטל חדר זענען קלוגע לעבעדיגע קינדער, מען דארף האבן אייזערנע געדולד, הלל'ס געדולד צו קענען זיין מלמד.


 איך האב צו דיר איין קריטיק, דו פארסט זייער שנעל אין די גאסן פון שטעטל. מילא פארן שנעל אויפ'ן הויפט שאסיי (היי וועי) - איז איין זאך, און אויך א סכנה, אבער אין שטעטל איז דאך סכנת נפשות; דו קענסט דאך הרג'ענען א קינד.


עס זענען דא אסאך וואס פארן שנעל, ווי חיות, אבער מיינע מלמדים דארפן זיין א ביישפיל פאר אונזער שטעטל. מיינע מלמדים זענען ביי מיר דאס טייערסטע זאך, איך בין מקפיד אז די מלמדים, די מחנכים, די טיטשערס, אלע וואס ארבעטן פאר מיר - זאלן זיין א ביישפיל. גיין שיין אנגעטון, צאמגענומען, ריין און זויבער. אין שטעטל איז דא בלאטע, אלע גייען פארשמירט די שיך, אבער די מלמדים דארפן האבן אין קאר פאפיר זיך שטענדיג זויבערן און זיך האלטן ריין, די קאר זאל זיין ריין. דאס אויפפירונג דארף זיין זייער קלאסיש; אפילו אזא זאך ווי דרייוון שנעלער ווי מען מעג, כל שכן פארן מיט רציחה ווען קינדער גייען, ווייבלעך שפאצירן - איז דאך סכנת נפשות.


ביים סדר נאכט ווען דו וועסט זאגן: "עבדים היינו לפרעה במצרים", זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן וואס איז געווען מיט אונז פאר'ן מקורב ווערן צום רבי'ן, "ועכשיו קרבנו המקום..." זאלסט טאנצן, פאטשן און זינגען.


 

#401 - אריינלייגן אין קינדער א פייער, א ברען, א ליבשאפט און א יראה
חינוך הילדים, מלמדים, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נישטא קיין ווערטער צו באשרייבן דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס לייגט אריין זיין קאפ, הארץ און מח צו מחנך זיין די קינדער לתורה ויראת שמים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - 'אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן'", אזוי ווי די שטערנס קען מען נישט ציילן - אזוי קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד.


האב נישט מורא צו לערנען מיט די קינדער אסאך; ווי מער מען לערנט מיט יונגע קינדער - אלץ מער קענען זיי פארנעמען, אלץ מער קענען זיי דערהייבן; לערן מיט זיי מער ווי אין אנהויב יאר, לייג אלץ צו נאך א פסוק חומש מיט נאך א רש"י, אויך ביים דאווענען זאלסטו צוביסליך צולייגן נאך א שטיקל און נאך א שטיקל.


לייג אריין אין די קינדער א פייער, א ברען, א ליבשאפט און א יראה צום באשעפער און צו די תורה. מען קען הערן פון די קינדער און וויסן וואס פאר א מלמד זיי האבן. קינדער וואס הויבן אן לערנען די גמרא און זאגן: "זאגט די גמרא" - דאס איז שוואכע מעשיות, ווידעראום קינדער וואס הויבן אן זאגן: "זאגט די 'הייליגע' גמרא", "זאגט די 'הייליגע' פסוק" - דאס איז דעם מלמד'ס ווערק. קינדער וואס הויבן אויף א ספר וואס איז אראפגעפאלן אויף דער ערד - דאס איז דעם מלמד'ס ארבעט, קינדער וואס כאפן אן די שיך אן זיך וואשן די הענט - דאס איז דעם מלמד'ס ארבעט.


שטארק זיך.

#400 - איך דאנק דיר פאר'ן נעמען די פולסטע אחריות אויף די חדר
חינוך הילדים, מלמדים, סכנה, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן א תלמוד תורה וואו מיר קענען מחנך זיין אונזערע קינדער מיט ריינע אמונה אויפ'ן וועג ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך דאנק דיר זייער פאר'ן מיר העלפן מיט'ן אראפנעמען פון מיר דעם עול פונעם חדר, איך בין רואיג אז דו שטייסט על המשמר אויף די מלמדים זיי זאלן קומען צייטליך, עס זאל נישט זיין קיין הפקרות. האב נישט מורא צו פארלאנגען פון די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, עס קען נישט זיין קיין הצלחה נאר אז עס איז דא א שטארקע סדר; אזוי אויך, אז די קינדער זאלן זיין צייטליך, דאס אלעס איז נישט מיין זארג, דאס דארף זיין דעם מנהל'ס זארג.


א מנהל דארף שטיין אויף דעם אז די קינדער זאלן זיין צייטליך, אז דער זמן פון חדר הויבט זיך אן ניין אזייגער דארפן אלע באסעס און ווענס שוין זיין דארט צען צו ניין, אזוי אויך די ארבעטערס דארפן זיין ניין אזייגער אין תלמוד תורה, אין כתה; נישט אנקומען ניין אזייגער און זוכן וואו צו פארקן די קאר וכו'.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין סקול, עס האט מיר באפאלן א פחד; שטייען קינדער אן קיין טיטשער, אזא צעפארעניש, די קינדער ווילן עסן און די קאך איז פארשפארט, די טיטשער וואס האט די שליסל - שלאפט. דאס לאזט מיר נישט גיין ווייטער, אז איך דארף זיין דער באס-מענידזשער, איך דארף זארגן זיי זאלן זיין צייטליך - האלט איך נאך ביי א'.


מיין ווייב רופט מיר נעכטן דערציילן אז א פרוי וואס האט געלערנט מיט איר אלס מיידל רופט איר אן אז איר זון איז אהיים געקומען פון ישיבה, די ישיבה געפונט זיך אינדרויסן פון די אידישע געגנט. איר זון דערציילט אז אויפ'ן וועג אהיים האבן זיי באגעגנט א קליין קינד גיין, דאס איז זייער מאדנע, זיי פרעגן דעם קינד: "וואו גייסטו?" זאגט ער: "איך האב פארשפעטיגט די ווען אהיים פון חדר, איך גיי צופיס קיין בארא פארק"; א וועג פון דריי שעה צווישן גוים. די בחורים פרעגן דעם קינד: "וואו לערנסטו?" זאגט ער: "אין ברסלב"; בקיצור זיי האבן אים נישט געלאזט גיין ווייטער, זיי האבן אים צוריקגעברענגט און געגעבן געלט צו גיין מיט די באס.


א פחד פון א מעשה! איך רוף דעם באס מענידזשער - ער ווייסט פון גארנישט, איך רוף דעם דרייווער - ענטפערט ער מיט לייכטזיניגקייט: "די קינדער קומען נישט אראפ צייטליך פאר איך אוועק, איך לאז זיי איבער".


די מעשה לערנט מיר אז איך האלט נאך ביי א'; דאס לערנט מיר אז איך דארף ווערן מנהל, באס מענידזשער וכו' וכו'; דאס מיינט א שיף אן א רודער.


דערפאר דאנק איך דיר פאר'ן אראפנעמען פון מיר דעם עול, איך ווייס אז עס איז דא איינער וואס טראגט דעם פולסטן אחריות; דעמאלט קען איך ווייטער גיין, טון נאך און נאך, און אז קיינער נעמט נישט קיין אחריות -צעפאלט אלעס.


איך האב געהאט א גרויסע נס, א איד האט געברענגט אסאך געלט פאר די מלמדים, איך זאל זיי קענען אויסצאלן פאר יום טוב.


א פרייליכן יום טוב.

#399 - דארפסט רעדן צו אלע קינדער כסדר פון די שלעכטע מדה פון שלאגן
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל, מדות טובות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב נישט די ווערטער דיר צו דאנקען וואס דו העלפסט מיר אין חדר מיט די קינדער. זייער גוט האסטו געטון היינט, האסט געגעבן צוויי פעטש פאר דעם קינד וואס האט נעכטן געשלאגן, גע'הרג'עט און שיער דערווארגן א צווייטע קינד. עס איז נישט גענוג צו געבן פעטש, דו דארפסט רעדן צו אלע קינדער כסדר פון די שלעכטע מדה פון שלאגן; א אידיש קינד שלאגט נישט, מען טאר נישט אויפהייבן א האנט אויף א צווייטן איד. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו", אז איינער הייבט אויף זיין האנט צו שלאגן זיין חבר, "אף על פי שלא הכהו", אפילו ער האט אים נישט געשלאגן, "נקרא רשע".


פון איין זייט זאלסטו זען עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין חדר, די קינדער זאלן זיין פרייליך, פון די אנדערע זייט זאלסטו זען עס זאל זיין דרך ארץ, און יראה פאר די מלמדים; א ווארט פון א מלמד זאל זיין א ווארט.


גיי אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, דאנק אים פאר אלע חסדים און בעט אים פאר דיר, פאר דיינע קינדער און פאר דיינע תלמידים.


איין קריטיק אויף דיר, דו פארסט אביסל ווילד אין שטעטל; עס איז סכנת נפשות. אויף דיר איז דאס א קשיא, דו ביסט דאך א מחנך, א באזעסענער מענטש, דו טארסט נישט פארן שנעל.

#398 - אונטער די קינדער וואס זעען אויס קאלט און טרוקן, גיסט זיך טרערן
חינוך הילדים, מלמדים, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך וויל דו זאלסט אויסהערן די שיעור וואס איך האב געגעבן נעכטן דינסטאג פאר די מלמדים אין וויליאמסבורג, די שיעורים קענסטו הערן אויף "קול ברסלב" אין א באזונדערע אפטיילונג "שיעורים פאר מחנכים".


איך האב דערציילט א מעשה וואס איך האב געהאט אייער נעכטן מיט איינער פון דיינע תלמידים, הילד ... נרו יאיר. נאכן שיעור וואס איך האב געגעבן אין ישיבה מאנטאג איבער דאס גרויסקייט פון דאווענען, קומט ער צו צו מיר אז ער וויל רעדן פריוואט מיט מיר, פרעג איך אים: "וואס ווילסטו רעדן?" זאגט ער: "איך וויל רעדן פריוואט"; אז א קינד וויל רעדן פריוואט איז דאס אינטערעסאנט. איך גיי מיט אים אריין אין אפיס און ער הויבט אן וויינען, ער זאגט מיר: "איך דאווען שוין נישט פאר אפאר חדשים..." ער וויינט, ער קען נישט קומען צום ווארט, איך פרעג אים: "פארוואס דאווענסטו נישט?" זאגט ער מיר: "איך קען נישט קיין עברי, עס איז מיר זייער שווער צו דאווענען, עס נעמט מיר זייער לאנג", ער דערציילט מיר אז אין זיין אלטע חדר פלעגט מען אים טשעפען אז ער דאווענט זייער לאנג ביז ער האט אויפגעהערט צו דאווענען. איך האב אפגערעדט מיט אים אז איך גיי אים צושטעלן א מלמד זאל אים העלפן, אויסלערנען די פאר כללים פון עברי וואס פעלט אים.


איך דערצייל עס דיר ווייל איך וויל דו זאלסט וויסן וואס טוט זיך אפ אין די הערצעלע פון דעם קינד, דו זאגסט מיר אז דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט אים, ער דאווענט נישט, ער טוט נישט גארנישט; זאלסטו וויסן אז אלעס האט א סיבה, אונטער די קינדער וואס טוען גארנישט - איז דא א הארץ וואס וויינט, אונטער די קינדער וואס זעען אויס קאלט און טרוקן - גיסט זיך טרערן, קיינער טראכט נישט; מען ווייסט נישט אדער וויל מען נישט וויסן.


איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל. איך האב אביסל יסורים, עס טוט מיר וויי מיין רעכטע זייט אונטער מיין האנט, דאך שרייב איך דיר, ווייל איך וויל זייער שטארק האבן מלמדים ומחנכים וואס וועלן אויפבויען אידישע קינדער, נישט אויסלאזן קיינעם.


איך גלייב וואס צדיקים האבן אונז מגלה געווען, אז יעדע ווארט פון תורה, יראת שמים און מידות טובות וואס מען רעדט צו די קינדער - גייט אריין אין זיי און עס טוט אויף ביי יעדן איינציגסטן קינד, אויך די וואס זעען אויס קאלט און מיד ווילן אויך זיין גוט, און זיי וועלן זיין גוט.


איך שרייב דיר דאס אלעס נאר ווייל איך ווייס אז דו נעמסט אלעס אן.

#397 - קענסט ראטעווען די קינדער
קינדער, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נישט נאר א מלמד קען אויפבויען קינדער, יעדער וואס ארבעט אין א מוסד קען אויפשטעלן אידישע דורות.


דו ביסט א סגן מנהל, דו דרייסט זיך צווישן קינדער; זאלסטו געדענקען אז דו טראגסט א גרויסע אחריות, אז דו זעסט א קינד מיט אן אראפגעלאזטע מוט - זאלסטו אים גרוסן, געבן א שמייכל, פרעגן "וואס מאכסטו?" געבן א גלעט און א גוט ווארט; מען האט נישט קיין השגה וואס איין גוט ווארט טוט אויף, מען האט נישט קיין השגה די שטארקייט פון איין גוט ווארט.


בפרט ווען דו ארבעטסט אין א מוסד וואס מען לייגט נישט קיין דגוש אויף דעם, מען מאכט נישט קיין גרויסע עסק פון קינדער וואס די נאז רינט זיי, נעבעכדיגע וכדומה; זאלסטו אגאנצן צייט טראכטן נאר פון דעם, פון אויפבויען קינדער, שמייכלען און געבן גוטע ווערטער.

#396 - פארוואס איז דאס קינד נישט דרך ארצ'דיג?
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וואלט ווען גענומען דעם קינד אין א זייט און אים געפרעגט אויב עפעס שטערט אים, פארוואס ער טוט דאס; "פארוואס מאכסטו חוזק פון מיר? דו פארשעמסט מיר, מען טאר נישט פארשעמען א איד"; דאס וואלט איך געטון.


האסט גוט געטון אז דו האסט אים געזאגט ער זאל נישט צוריקקומען איידער זיין טאטע רופט, דו קענסט זאגן דעם טאטן אז דער קינד מאכט דיר נאך ווי אזוי דו רעדסט, עס איז נישט קיין דרך ארץ נאכצומאכן דעם מלמד; לאמיר האפן אז דער טאטע וועט האבן שכל און אויסלערנען דעם קינד ווי אזוי צו האבן דרך ארץ.


עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל, אבער אויב פאסירט אז א קינד פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ - מוז זיין אז עפעס שטערט אים; זאלסטו נעמען דעם קינד אין א זייט און רעדן מיט אים הארציגע ווערטער, אים פרעגן וואס שטערט אים, אויב דער קינד זאגט אז גארנישט שטערט אים נישט, זאלסטו אים זאגן א גוט ווארט: "ביסט א גוט קינד", "איך האלט פון דיר", "איך גיי זאגן דיין טאטע אז דו ביסט וואויל", און לייג צו וואס ער דארף פאררעכטן, זאג אים: "אזוי קען מען זיך נישט אויפפירן אין כיתה, עס שטערט וכו'".


וואויל איז די מלמדים וואס זענען מחנך די קינדער מיט ליבשאפט און ווארעמקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#395 - מיט די קליינע קינדער זאלט איר זיין שטרענג אבער פרייליך
צניעות, שמחה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


טאנצט מיט אייערע תלמידות דעם ניגון: "אה מחי' צניעות, איך האב ליב צניעות, שכוח באשעפער פאר די זאך פון צניעות, העלף איך זאל אייביג זיין בצניעות און זיך אלץ פרייען מיט צניעות, און ליבן צניעות".


מיט די קליינע מיידלעך זאלט איר זיין שטרענג אבער פרייליך, מען מוז פאלגן אבער עס מוז זיין זייער פרייליך; א גוטע טיטשער קען באווייזן ביידע.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן כח אייער גאנץ לעבן צו בלייבן טיטשן אין בית פיגא.

#394 - איין גוט ווארט גייט אריין טיף אין די ביינער פאר'ן גאנצן לעבן
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געדענקט צו געבן גוטע ווערטער פאר אייערע תלמידות; איין גוט ווארט פון א טיטשער גייט אריין טיף אין די ביינער, עס העלפט פאר די גאנצע לעבן; עס טוט אויף מער פון קנסות, מער פון שרייען. דער הייליגער רבי זאגט: "מיט גוטנ'ס פועל'ט מען בעסער און שנעלער ווי מיט שלעכטס".


דאנקט דעם אייבערשטן פאר די מתנה, איר האט א מאן וואס לערנט, דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים.

#393 - זייטס ענק מחזק מיט די אלטע שיעורים אויף חינוך
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, דרשות, ראש ישיבה, האטליין

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האף ווייטער צו געבן שיעורים פאר די מחנכות, איך בין נישט אנגעקומען די לעצטע פאר וואכן; די ארבעט ווערט נאר מערער.


זייטס ענק מחזק מיט די אלטע שיעורים, עס זענען דא אויפ'ן טעלעפאן ליין צענדליגער שיעורים פאר מחנכים און מחנכות, מלמדים און לערערינס; אזויפיל חיזוק, עצות און שכל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. עס קומען אן בריוו פון לערערינס פון אלע מיידל שולעס, פון די שענסטע און בעסטע, זיי שרייבן אז זיי זענען זיך זייער מחי' מיט די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן ליין; א שאד די לערערינס פון בית פיגא זאלן דאס נישט הערן.


אוודאי וויל מען אלץ א נייע שיעור, אבער אז איך בין פארנומען – דארף מען זיך מחזק זיין מיט וואס עס איז דא.


הערט נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטס אים איר זאלט האבן כח ממשיך צו זיין אייער גאנץ לעבן צו איבערגעבן די הייליגע לימודים וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא – פאר מיידלעך און ווייבלעך.

#392 - לייג א דגוש צו לערנען חומש רש"י מיט די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, גמרא, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


לייג אריין כוחות אין חומש רש"י. ליידער איז דער לימוד נאכגעלאזט; וויפיל מען לערנט אין די יונגע יארן חומש רש"י – דאס איז וואס מען לערנט, ווען מען ווערט עלטער לאזט מען אפ דעם לימוד.


דעריבער בעט איך דיר זייער, לערן אויך גמרא, רש"י און תוספות מיט די קינדער, אבער לייג א דגוש אויף חומש רש"י. יעצט קומט ספר ויקרא, תורת כהנים; אז דו וועסט דאס לערנען שטארק מיט די קינדער – וועלן זיי ווערן גרויסע תלמידי חכמים און גרויסע צדיקים.


האב נישט מורא צו לערנען אסאך מיט די קינדער, ווייל ווי מער מען לערנט מיט קינדער – אלץ מער קענען זיי פארנעמען.


יישר כח פאר אלעס.


 

#391 - נישטא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען תורה מיט אידישע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד פאר מיינע קינדער און פאר אלע אונזערע קינדער. די קינדער קומען אהיים מיט יראת שמים, זיי דאווענען שיין, זיי ליינען קריאת שמע, קישן די מזוזה, מאכן ברכות, פירן זיך בקדושה וכו' וכו'.


נישטא קיין גרעסערע זאך אויף די וועלט ווי לערנען תורה מיט אידישע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט) די וועלט שטייט אויף זייער תורה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז.

#390 - דאס וואס מען טוט מיט אידישע קינדער, וועט מען מיטנעמען לנצח נצחים
לערערין, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן טיטשן אין בית פיגא, דאס ביסל וואס מען טוט מיט אידישע קינדער, מען איז מחנך אידישע קינדער ליב צו האבן אידישקייט – דאס וועלן מיר מיט נעמען לנצח נצחים.

#389 - עס איז נישט פשוט וואס די קינדער באקומען ביי דיר אין כתה
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען אויף וואס דו טוסט מיט מיין זון ..., ער קען אזוי גוט די עברי, און בעיקר פאר די יראת שמים; עס איז נישט פשוט וואס די קינדער באקומען ביי דיר אין כתה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער צו קענען מרביץ תורה זיין, אריינלייגן יראת שמים ומידות טובות אין די קינדער.


 

#388 - א מלמד מוז גיין אין מקוה
מקוה, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו נעמסט בחורים צו העלפן אין חדר מיט די קינדער – זאלסטו אכטונג געבן, נעם נאר בחורים מיט יראת שמים, בחורים וואס וועלן אריינלייגן אין די קינדער יראת שמים.


א מלמד מוז גיין אין מקוה, מען קען נישט לערנען מיט קינדער נאר בקדושה ובטהרה. מוהרא"ש זאגט, די דריי זאכן: "מלמדים, סופרים און שוחטים" – מוזן גיין אין מקוה; דאס איז זייער א הייליגע ארבעט, דאס מוז געטון ווערן בקדושה ובטהרה. איך וויל זייער אז ביי אונז אין תלמוד תורה זאלן די מלמדים מקפיד זיין אויף מקוה, נישט קומען לערנען מיט די קינדער נאר נאכן זיך טובל'ען פאר'ן אייבערשטן.


נאך בעט איך דיר, ברענג אריין א חיות צווישן די קינדער און א ליבשאפט צו מצוות און ערליכקייט. עס איז גאר אנדערש ווען מען לייגט אריין תורה ומצוות מיט שמחה, דאס האלט זיך פאר א גאנץ לעבן, אנדערש ווי ווען עס גייט בכפי', געצווינגענערהייט; דאס האלט נישט.


 

#387 - שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות
צניעות, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, שלום בית, שאלות, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות, פריי זיך אז זי וויל גיין אנגעטון איידל; וויי און ביטער ווערט ווען די ווייב הויבט אן זאגן אז דאס פעלט נישט אויס, יענץ פעלט נישט אויס - דעמאלט איז נישטא וואס צו מאכן, ווייל ווען די ווייב פארלירט איר געפיל אין איידלקייט - קען מען איר נישט באצווינגען.


עס קומען צו מיר טייערע אינגעלייט זיי וויינען צו מיר וואס זיי זאלן טון, זייער ווייב הויבט אן זיך פירן נישט ווי אזוי מען דארף; אן שטרומפ, קורצע קליידער וכו' וכו', השם ירחם; אז דיין ווייב האט אן אפמאך נאר צו גיין מיט א געוויסע סארט שטרומפ - זאלסטו נישט לאכן פון איר.


דער מאן דארף שטענדיג זאגן גוטע ווערטער פאר די ווייב בנוגע איר צניעות. נישט נאר פאר די ווייב, מען דארף זאגן פאר די קינדער; די גוטע ווערטער געבט כח מען זאל בלייבן גוט, סיי מיט די אינגלעך, סיי מיט די מיידלעך. זוך צו געבן א גוט ווארט יעדן טאג פאר דיינע קינדער, צום ביישפיל, ווען דו זעסט דיין קינד גרייט אן נעגל וואסער, זאלסטו זאגן הויך: "מאמי, קוק ווי וואויל דער קינד איז, ער גרייט אן נעגל וואסער"; עס קען זיין אז די איין גוט ווארט וואס ער הערט יעצט וועט אים טראגן זיין גאנץ לעבן אנצוגרייטן נעגל וואסער. אז דו זעסט דיין טאכטער - זאלסטו איר געבן א גוט ווארט, זאג הויך: "מאמי קוק ווי שיין צניעות'דיג זי איז"; דאס וועט איר געבן א שטארקייט צו בלייבן גוט.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה אפילו א מענטש איז נאכנישט קיין צדיק ער זאל פארגינען א צווייטן צו זיין א צדיק"; אז דו ביסט נאכנישט ביי דעם, דו כאפסט נישט דאס גרויסקייט פון אזא שטרומפ אדער א צווייטע סארט שטרומפ, און דו זעסט דיין ווייב ווי זי איז שטארק צו גיין נאר אזוי וכו' - זאלסטו איר זאגן: "איך פריי זיך אז דו ביסט שטארק מיט איידלקייט".


בנוגע וכו'; איך קוק גוט אויף דיר, האב נישט מורא צו שרייבן דיינע ספיקות; זיי נישט פון די וואס האלטן זיך צוריק צו פרעגן ווייל אפשר וועט דער ראש ישיבה טראכטן אז מען איז צעדרייט; עס איז נישט אזוי, ווייל כל זמן מען פרעגט, ווי צעדרייט מען זאל זיין - ווערט מען אויסגעגראדט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#386 - א גרויסע זכות זיך אפצוגעבן מיט די קינדער אין שול
חינוך הילדים, בית המדרש, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב נישט קיין ווערטער ארויסצוברענגען דיין גרויסע זכות מיט'ן העלפן דעם בית המדרש היכל הקודש אין צפת; בפרט אז דו ארבעסט מיט די קינדער, דאס איז ביי מיר זייער זייער חשוב.


ביי אונז אין ישיבה האבן מיר איינער פון די אינגעלייט וואס ער זיצט מיט די קינדער ביי שלש סעודות, ער טיילט זיי גוטע זאכן; זיי זינגען זייער שיין. אויך ביים דאווענען גייט ער ארום טיילן צוקערלעך פאר די קינדער וואס זיצן נעבן די עלטערן, דאס מאכט די קינדער זאלן שיין דאווענען.


די קינדער זאל זיין ביי דיר א שטארקע זאך; ארבעט מיט די קינדער, זאג מיט זיי תהילים, דערצייל זיי סיפורי צדיקים. לערן זיי אויס דעם רבינ'ס עצות; דאס וועט זיי בלייבן א גאנץ לעבן.


בנוגע דיינע שיעורים וכו'; הויב אן ש"ס, גיי כסדרן ביז דו ענדיגסט ש"ס, און אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.