בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#204 - רעדן צו די קינדער צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס
סקול, חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך וויל אביסל הילף פון אייך, יעדן אינדערפרי ווען איר באגלייט אייער טאכטער צו סקול זאלט איר זי זאגן: "איך בעט דיר זייער זאלסט זיין דרך ארץ'דיג צו דיינע טיטשערס", און ווען זי קומט אהיים פון סקול זאלט איר זי פרעגן: "ביסט געווען וואויל? ביסט געווען דרך ארץ'דיג?" און ווען זי ענטפערט: "יא", זאלט איר זי ווייזן א גרויסן שמייכל און זאגן הויך: "יישר כח אייבערשטער אז מיינע קינדער זענען דרך ארץ'דיג"; זאגט עס הויך אז אייער טאכטער זאל עס הערן, אזוי וועט זי זען אז דאס איז אן עיקר ביי איר מאמע, וועט זי זיך פירן מיט דרך ארץ.


אזוי אויך, ווען איר טרעפט די טיטשערס און איר באקומט גוטע ווערטער אויף איר, זאלט איר מאכן אן עסק דערפון, איר זאלט שמועסן מיט אייער מאן ווען אייער טאכטער הערט: "ברוך ה' איך האב געטראפן די טיטשער און זי זאגט אז אונזער טאכטער איז זייער וואויל".


איך שרייב עס אייך, נישט אייך צו מרמז זיין אז אייער טאכטער דארף זיך פאררעכטן; אייער טאכטער איז ברוך ה' זייער וואויל, נאר ווי איך זע האב איך נאך אסאך ארבעט אין סקול; איך וויל האבן קינדער, מיידלעך - וואס וועלן זיין פעלזן פעסט מיט דרך ארץ, נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די וואס זוכן צו שטערן וכו'. איך וויל אז אייער טאכטער זאל זיין א ביישפיל פון א בית פיגא תלמידה און דאס קען נאר זיין ווען די עלטערן שטייען אויף דעם.


 

#203 - נישט צוגעוואוינען קינדער צו קוקן מאוויס
חינוך הילדים, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וואס מאכסטו עפעס? וואס הערט זיך? אמאל פלעגסטו מיר שרייבן דיינע סיומים, איך פלעג זיך זייער מחי' זיין.


א גרוס פון דיינע קינדער, זיי זענען זייער ליכטיג און טייער; עס איז א שאד זיי זאלן זיך צוגעוואוינען צו קוקן מאווי"ס, זיי דערציילן אין סקול אז זיי קוקן אויף זייער טעבלעט וכו'. זיי זענען אזוי נשמה'דיג און הארציג, יונגע שעפעלעך; יעצט איז אפשר גרינגער זיי שטיל צו מאכן מיט דעם, זיי זאלן נישט מוטשען, אבער וואס וועט זיין ווען זיי וועלן עלטער ווערן? דעמאלט וועט מען עס נישט קענען אוועקנעמען פון זיי.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך וויל דיין טובה.


 

#202 - די קינדער זאלן גיין מיט חסידישע קליידער
חינוך הילדים, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א גרוס פון אייערע ליכטיגע קינדער, אלע זענען וואויל; זיי צייכענען זיך אויס מיט גוטע מידות. עס מוז זיין אז איר דאווענט אסאך, איר בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר ערליכע דורות און אין דעם זכות האט איר אזא שיינע גארטן.


אויב איך מעג באמערקן א קלייניקייט, אז אייער קינד זאל קומען מיט חסידישע קליידער; זיינע שיך זאלן זיין חסידיש, נישט מיט אינטערעסאנטע קאלירן.


סתם א משפחה וואלט איך נישט געזאגט; אבער אייער משפחה איז א משפחה וואס אלע קוקן, מען וויל זען ווי אזוי תלמידי היכל הקודש גייען אנגעטון, דארפט איר זיין מער פארזיכטיג.


שטארקט אייך; וואס איר דארפט און ווילט זאלט איר בעטן נאר פונעם אייבערשטן וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#201 - זעט פארוואס דאס קינד שלאפט אין קלאס
שלאפן, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גריס פון דיינע טייערע קינדער, זיי געבן צו זייער אסאך פאר'ן מוסד.


דיין טאכטער ... תחי' איז זייער א טייער קינד, אבער זי שלאפט זייער אסאך אין קלאס; ממש יעדן טאג שלאפט זי איין בשעת'ן לערנען. אפשר שלאפט זי נישט גענוג? אפשר דארף זי מער שלאפן, אדער אפשר פעלט איר מינעראלן; עס איז וויכטיג דו זאלסט עס בודק זיין ווייל עס איז א שאד זי זאל נישט זיין אויסגערוט.


זי ווערט נישט וויי געטון אין כיתה פון דעם; מען געבט זייער אכטונג איר נישט וויי צו טון מיט דעם. איך האב געזאגט די טיטשערס זיי זאלן איר לאזן שלאפן, ווייל זי שטערט נישט, זי איז א טייער קינד.

#200 - רעד קלאר צו די קינדער זיך צו היטן פון מנוולים
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט מיט קינדער, דו ביסט א מלמד; עס איז נישטא קיין חשוב'ערע זאך ווי א מלמד וואס לערנט בנאמנות מיט אידישע קינדער.


איך וויל דיר דערמאנען דו זאלסט רעדן צו די קינדער פון "קדושת הברית"; האב רחמנות אויף אידישע נשמות, ראטעווע אידישע דורות. אז מען רעדט נישט צו די קינדער פון קדושת הברית איז א גרויסע רחמנות אויף זייער עתיד; א שאד צו בויען א בנין אויב מען גיסט נישט א יסוד, אזוי איז א שאד פאר אלע דיבורים און ארבעט וואס מען לייגט אריין אין זיי, אויב מען גרייט זיי נישט אן זייער יסוד.


ווען דו רעדסט פון קדושת הברית זאלסטו רעדן מיט א ברען, מיט א פייער; עס זאל אריינגיין אין די קינדער'ס הערצער. רעד נישט מיט רמזים, רעד קלאר אין דייטליך, זאג זיי מיט פייער: "מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש", "מען טאר נישט קוקן אויפ'ן אות ברית קודש"; נאכדעם זאלסטו זיין אנזאגן: "אויב איינער ציט אראפ דיין הויזן און כאפט דיר אן דעם אות ברית קודש זאלסטו אויסזאגן פאר דיין טאטע מאמע", זאג זיי: "אויב א אינגל רופט דיר אין בית הכסא אדער אין א זייט און עפנט דיר אויף די הויזן און אונטער-הויזן זאלסטו שרייען 'חזיר!'".


איך בעט דיר זייער, טו וואס איך זאג דיר; האב פון קיינעם נישט מורא, אפילו אנדערע זאגן אנדערש. מיר פאלגן די צדיקים פון די פריערדיגע דורות, מיר גייען אין זייערע וועגן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ז): "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן"; אזוי האט מוהרא"ש אונז געלערנט, אזוי האט דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו געזאגט פאר די מלמדים, מען דארף אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיין הייליג, זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די הענט פון מנוולים.


פאריגע וואך דערציילט מיר א אינגערמאן, ער איז געווען אין א מקוה אין וויליאמסבורג און ער זעט אין א ווינקל ווי אן עלטערער משוגע'נער בחור נעמט א יונגער בחור און טוט מיט אים מעשה תועבה. ער איז געגאנגען צום משמש, א חסידישער אינגערמאן - דער מקוה איד, און אים דערציילט וואס ער האט געזען, ער זאל פארטרייבן דעם מנוול; אנשטאט דער מקוה איד זאל טון צו דער זאך, הייבט ער אן מיט זיינע תורות, אהער מיט אהין, דער אינגערמאן האט געשפירט ווי עס ווערט אים שלעכט, האט ער אליינס מקיים געווען (דברים כא, כא): "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ", ער האט געמאכט א ויצעקו אויף דעם מנוול; אלע זענען זיך צאמגעלאפן קוקן וואס עס גייט פאר, און וואונדער איבער וואונדער, פלאי פלאים, אלע האבן געפרעגט: "וואס דארפסטו שרייען? זאג אים שטילערהייט!"


דער אינגערמאן קומט מיר פרעגן וואס איך זאג, האב איך אים געזאגט, א שאד די צייט זיך אויפצועסן, נישטא צו וועם צו רעדן, איין זאך קענען מיר טון, רעדן צו די קינדער; אנגרייטן די קינדער זיי זאלן נישט אנקומען צו די מנוולים.


אז דו וועסט רעדן אונטער די נאז וועסטו ערגער מאכן, מען קען נישט זאגן פאר קינדער: "אויב איינער רירט דיר אן, זאלסטו שרייען", ווייל די קינדער ווייסן נישט פשט אין דעם, זיי וועלן שרייען יעדעס מאל איינער וועט זיי געבן שלום עליכם וכו'; אז מען רעדט אונטער די נאז איז דאס גארנישט ווערד, עס מאכט ערגער, די קינדער ווערן דערשראקן פון זאכן וואס דארף נישט דערשרעקן. רעד צו זיי מיט גדלות, רעד צו זיי קלאר, שטאמל נישט, זאג זיי: "מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און קיינער אין די וועלט קען נישט אנרירן קיין שום פלאץ אונטער דיינע אונטער-וועש".


דער בריוו איז וויכטיג א גאנץ יאר, בפרט יעצט פאר יום טוב ווען די קינדער האבן אזויפיל פרייע צייט; זיי זאלן נישט אנקומען אונטער די הענט פון מנוולים - ה' ישמרינו.


ווייז דעם בריוו פאר אלע מלמדים פון אנשי שלומינו און פאר אלע מלמדים וואס ווילן ראטעווען אידישע דורות פון שלעכטס.


שרייב מיר כסדר וואס טוט זיך ביי דיר אין קלאס.

#199 - דער יסוד פון מלמדות איז דרך ארץ
חינוך הילדים, מלמדים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד דער טייערער מלמד אין מוסדות היכל הקודש ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דיין פרנסה איז צו זיין א מלמד; עס קען זיין אז עס זענען דא בעסערע פרנסות, מענטשן פארדינען מער געלט, אבער תכלית איז דאס. וואס בלייבט פונעם מענטש? נאר דאס וואס מען כאפט אריין תורה ותפלה און אז מען בויט אויף אידישע קינדער, דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.


דער יסוד פון מלמדות איז דרך ארץ; קינדער מוזן האבן דיסציפלין, קינדער קענען נישט ארומטאנצן א גאנצן טאג. דאס ווענדט זיך אינעם מלמד, דער מלמד דארף אויסלערנען די קינדער דרך ארץ; אז מען מוז פאלגן, מען מוז זיצן אויפ'ן פלאץ ווען מען דארף זיצן (יעדע כתה לויט זיין שטייגער).


דעריבער בעט איך דיר זייער, יעצט נאך סוכות ווען מען הייבט אן די נייע זמן, מען גייט אריבער פון איין כתה צום צווייטן, זאלסטו איינפארעמען די קינדער זיי זאלן מיט דרך ארץ; אויב דו וועסט אריינלייגן כוחות אין דעם, בפרט אנהייב זמן - וועט די גאנצע יאר גיין גרינגער.

#198 - אז מ'שלאגט אייער קינד אין חדר, רעדסט מיט'ן מלמד און מנהל
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר רעדן מיט'ן מנהל פונעם מוסד פון אייער קינד, אים דערציילן שיינערהייט וואס אייער קינד דערציילט אייך, פון די פחד וואס ער האט פונעם מלמד וואס שלאגט השם ישמרינו.


איך ווייס נישט וואס די שיטה איז דארט אינעם מוסד, ווער עס שטעלט אוועק די גדרים וואס צו טון, ווייל מוהרא"ש זאגט אז א מלמד וואס שלאגט - טאר נישט זיין קיין מלמד, אזא איינער דארף ארבעטן ביי די מיסט; דארט וועט ער זיך קענען אויסגעבן זיינע נערוון, ער וועט ווארפן די מיסט קאנעס מיט רציחה, אזא ארבעט איז גוט פאר אים; קאנעס אז מען ווארפט צעברעכט זיך עס און מען קען קויפן א נייע, אבער א קינד וואס מען ווארפט, מען שלאגט אים - אזא קינד ווערט א בעל מום פאר'ן גאנצן לעבן השם ישמרינו.


פאר איר רופט דעם מנהל זאלט איר רעדן צום מלמד און ווען איר רעדט מיט אים זאלט איר רעדן זייער רואיג נישט צוהיצט, זאגט אים שיינערהייט וואס אייער קינד דערציילט; זאגט אים אז אייער קינד האט מורא צו קומען אין חדר, ער ווערט זייער דערשראקן פון פעטש, און אפילו ער שלאגט נישט אייער קינד זאל ער בארואיגן אייער קינד, אים זאגן אז ער זאלן נישט מורא האבן.


איר זענט נישט די איינציגסטע מאמע וואס שרייבט מיר בריוו וואס צו טון ווען די קינדער קומען אהיים דערציילן ווי די מלמדים שלאגן אין חדר, און נאכדעם קען מען הערן מענטשן זאגן: "היינט שלאגט מען שוין נישט"; ווען היינט און נעכטן און מארגן ווערן קינדער צעשלאגן און צעקלאפט פון מלמדים.


זייט אייך מתוודה צום אייבערשטן וועט איר האבן פאר אייערע קינדער גוטע ערליכע מלמדים; די עצה זאגט דער רבי, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי וִדּוּי דְּבָרִים", דורך דעם וואס מען איז זיך מתודה צום אייבערשטן, "גּוֹרְמִין, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַזְמִין מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלּוֹמְדִים בֶּאֱמוּנָה", העלפט דער אייבערשטער מען זאל האבן גוטע ערליכע מלמדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר .

#197 - איבערגעלאזט די שיינע הויז, צו מחנך זיין די קינדער אויפ'ן רבינ'ס וועג
חינוך הילדים, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ומשפחתם שיחיו.


ברוכים הבאים בשם ה' ברכנוכם מבית ה'!


איך פריי זיך זייער אויפצונעמען אייער משפחה וואס האט זיך אריינגעצויגן אין קרית ברסלב; איר האט איבערגעלאזט אייער שיינע אייגענע הויז און איר זענט געקומען וואוינען אין א פשוט'ע דירה פאר רענט אבי צו קענען שיקן די קינדער - די אינגלעך און מיידלעך - אין א מוסד וואו מען איז מחנך די קינדער מיט'ן רבינ'ס וועג.


די הייליגע חכמים זאגן (מכילתא, הובא ברש"י), אויפ'ן פסוק (שמות יח, ה): "וַיָּבֹא יִתְרוֹ חֹתֵן משֶׁה וּבָנָיו וְאִשְׁתּוֹ אֶל משֶׁה אֶל הַמִּדְבָּר", יתרו איז געקומען צו משה רבינו אין מדבר; וואס פעלט אויס צו זאגן אז משה רבינו איז געווען אין מדבר? אלע ווייסן מיר וואו משה רבינו איז געווען, "אלא בשבחו של יתרו הכתוב מדבר", דער פסוק וויל אויסלויבן יתרו, "שהיה יושב בכבודו של עולם", ער איז געזעצן אין די שענסטע מכובד'יגסטע פלאץ, "ונדבו לבו לצאת אל המדבר", דאך האט ער אלעס איבערגעלאזט און געקומען אין מדבר, "מקום תהו", א וויסטע פלאץ, "לשמוע דברי תורה", צו לערנען תורה.


אז מען וואוינט אין שטעטל דארף מען זיין א חלק פון אויפבויען דעם שטעטל; זאלסטו מיר שרייבן וואס דו גייסט טון צו העלפן בויען דעם שטעטל.

#196 - איר דארפט זיין מער פארזיכטיג, ווייל אלע קוקן און מאכן אייך נאך
צניעות, חינוך הילדים, היכל הקודש, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך בין זייער אנטוישט אז איר לאזט אייער טאכטער גיין שווימען נישט בצניעות; איר שרייבט מיר שטענדיג אז איר טוט נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט, איר פירט אייער שטוב אזוי ווי איר ליינט אין די בריוו פון איש אמונות און עצתו אמונה - און יעצט הער איך אז אייער טאכטער גייט שווימען נישט איידל.


איך האב שוין געשריבן אזויפיל בריוו און שוין אזויפיל גערעדט פון דעם אז מען טאר נישט גיין שווימען מיט א בעידינג סוט, א בעידינג סוט איז א בגד פון פריצות, עס איז אן עקלדיגע טמא'נע קלייד וואס טאר נישט ארויף גיין אויף א אידישע הייליגע פרוי, אפילו מען טוט אן אויף דעם א שווים קלייד.


עס זענען דא נאך מיידלעך וואס שווימען נישט בצניעות, אבער ביי אייך איז גאר אנדערש; איר דארפט זיין מער פארזיכטיג, ווייל אלע קוקן אויף אייער משפחה, מען ווייסט אז אייער משפחה פירט זיך אזוי ווי מוהרא"ש האט געלערנט, מען וויל זען וואס איר טוט און אזוי טוען אנדערע נאך.


איך האף אז איר וועט תשובה טון אויף דעם און ארויס ווארפן די בגדי פריצות פון אייער שטוב.

#195 - נאר עלטערע קינדער גייען הפצה
חינוך הילדים, התחזקות, הפצה, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט שייך צו גיין מיט די קינדער הפצה; קליינע קינדער גייען נישט הפצה. אז א טאטע וויל מיטנעמען זיין קינד מיט אים בשעת הפצה איז איין זאך, אבער די חדר קען נישט נעמען גאר קליינע קינדער פאר הפצה.


ווען איר וועט האבן אין חדר עלטערע קלאסן דעמאלט איז עפעס אנדערש; אין וויליאמסבורג חדר גייען די עלטערע קינדער יעדע פרייטאג הפצה, אזוי אויך די עלטערע קינדער אין שטעטל גייען יעדן טאג הפצה מיט זייער מלמד, אבער ביי אייך אין חדר איז נאכנישט דא עלטערע קינדער, איז דאס נישט שייך.


בנוגע אהיים שיקן בילדער פון חדר; עס איז א גוטע זאך אהיים צו שיקן פאר די עלטערן יעדע וואך א בילד ווי די קינדער לערנען. יעצט פאר ראש השנה קענסט אהיים שיקן א בילד ווי מען בלאזט שופר פאר די קינדער, אויך ווי די קינדער בויען מיט די קליקס אן עראפלאן צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; נאכדעם ווי מען גייט תשליך, ווי מען שלאגט כפרות און אזוי ווייטער. פרשת נח - ווי די קינדער בויען א תיבה, וכדומה.


שטארק זיך און ווער נישט צעבראכן פון די שוועריקייטן; אזוי ווי איינער לאזט זיך ארויס אויף א נסיעה טראכט ער איין זאך: 'איך דארף אנקומען דארט און דארט', ווען עס זענען דא לעכער אויפ'ן וועג שטעלט ער נישט אפ די נסיעה, ווען עס איז דא טרעפיק שטעלט ער נישט אפ די נסיעה, ער האט אין קאפ איין זאך: 'איך דארף אנקומען דארט און דארט, זאל זיין וואס זאל זיין', וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#194 - ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער שבת אין שול
חינוך הילדים, שבת קודש, מדות טובות, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז זייער א חשוב'ער אמט און אויך אן אחריות'דיגע. פון איין זייט דארף מען זיין זייער צוגעלאזן צו יעדן איינעם, מען דארף שיין רעדן צו יעדן איינעם און פון די אנדערע זייט דארף זיין סדר, מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן א מושב לצים אדער א בית משוגעים; א גבאי דארף קענען גיין צווישן די טראפן, זיין בייגעדיג ווען מען דארף און אין די זעלבע צייט זיין אייזן שטארק כדי עס זאל זיין סדר.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיין צוגעלאזן צו יעדן איינעם; רעד שיין צו יעדן איינעם. בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין, די שול זאל זיין א ליכטיגער ווינקל פאר גאנץ ירושלים און פאר די גאנצע וועלט און אין די זעלבע צייט זאלסטו זען עס זאל נישט זיין קיין הפקרות, דער שול זאל זיין אפן דורכאויס די שעות וואס מען לערנט און מען דאווענט און אין די אנדערע צייטן זאל עס זיין פארשלאסן.


בנוגע ווי אזוי מען זאל מסדר זיין די קינדער ביים דאווענען; עס פעלט נישט אויס די קינדער זאלן זיצן אינאיינעם ביים דאווענען. לאז די עלטערן טון די ארבעט, די עלטערן וואס ביי זיי איז חשוב חינוך הבנים וועלן האלטן די קינדער נעבן זיך ביים דאווענען לויט די עלטער; קליינע קינדער האלט מען ביז נאך שחרית, נאכן קושן די ספר תורה, און אביסל עלטערע רופט מען אריין צו כתר, און נאך עלטערע דארפן שוין דאווענען אויך מוסף.


ביי אונז אין ישיבה האבן מיר א אינגערמאן וואס גייט ארום ביים דאווענען, ער געבט פאר די קינדער וואס זיצן נעבן די עלטערן טיקעטס און יעדע מוצאי שבת מברכים מאכט מען גורלות אויף פרסים, דאס מאכט אז די קינדער זאלן וועלן זיצן אין שול און דאווענען.


ביי שלש סעודות איז יא כדאי צו מאכן א טיש פאר די קינדער און זינגען צוזאמען מיט זיי די זמירות; מען דארף נעמען א טויגליכער אינגערמאן, איינער וואס פארשטייט צו קינדער, איינער וואס קען מאכן די קינדער זינגען און מיט האלטן. נישט געצווינגענערהייט, נאר מיט א טעם און א געשמאק אז זיי זאלן ווארטן אויף דעם, זיי זאלן וועלן קומען אין שול.


אויך קען מען מאכן מיט זיי א חברת תהילים.


אז מען ארבעט מיט די קינדער יונגערהייט איז די ארבעט גרינגער אין די שפעטערע יארן.


נאך איין זאך איז וויכטיג עס זאל זיין, איינער פון די גבאים זאלן האלטן אן אויג ביים דאווענען וואס טוט זיך אין חצר און וואס טוט זיך אין ווייבער שול (ווען די ווייבער זענען נישט דארט) מיט די קינדער וואס די עלטערן לאזן זיי שפילן אינדרויסן, אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#193 - זיך דורכרעדן מיט'ן מנהל אדער מנהלת
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר האט א פראבלעם מיט אייערע זון'ס מלמד, אייער זון וויל נישט גיין אין חדר - דארפט איר רעדן צום מנהל הר"ר ... שליט"א. איך האב אים אויפגענומען ער זאל זיין פאראנטווארטליך אויף אלעס אין חדר, אזוי אויך אז מען האט א פראבלעם אין סקול דארף מען רעדן מיט די מנהלת.


אויב איר שפירט אז איר ווילט יא רעדן מיט מיר, איז די גרינגסטע וועג איר זאלט שרייבן אייערע זאכן וואס איר ווילט וויסן וואס צו טון און מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך אייך ענטפערן.


פארלירטס אייך נישט; יעדע זאך וואס עס שטערט אייך, יעדע זאך וואס באדערט אייך - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#192 - שטיין אויף די פרינציפן פון די מוסד
צניעות, סקול, חינוך הילדים, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט אונז נישט פארלאזט; מיר האבן געקענט פלאצירן די מיידלעך דא אין שטעטל צווישן די גראז און ביימער און אנגיין מיט די לימודים במשך די זומער וואכן.


עס איז נישט גרינג, אבער אז מען קוקט אויף די תוצאות וואס קומט ארויס פון די זומער וואכן זעט מען אז עס לוינט זיך די שווערע הארעוואניע.


איך האף אז מען שטייט אויף די פרינציפן פון די מוסד; די מיידלעך און ווייבלעך זאלן גיין שווימען בצניעות, אלע זאלן האבן א קלייד בשעת'ן שווימען.


איך באקום כסדר גוטע גריסן פון די עלטערן; אלע זענען זייער צופרידן, אלע זענען זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.

#191 - אז מען קוקט מיט רחמנות איז גאר אנדערש
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, בין אדם לחבירו, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז די שכנים האבן נישט קיין שכל, זיי לאזן די טעכטער זיך ארום דרייען נאקעט וכו' - זאלט איר מיט אייער חכמת נשים שיין רעדן צו זיי און זיי בעטן מיט א ווייכע שפראך אז איר האט קינדער - אינגלעך און מיידלעך און איר ווילט זיי אפהיטן זיי זאלן זיין ערליך; איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן שיינערהייט צו זיי וועלן זיי אכטונג געבן און אנטון די קינדער.


אז מען קוקט מיט רחמנות איז גאר אנדערש; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח) דער וואס דרייט איבער פון כעס אויף רחמנות איז זוכה צו א גוט לעבן; יעדעס מאל מען האט צוטון מיט א צווייטן מענטש, אויב מען לייגט אריין אין די מעשה דאס ווארט "רחמנות", דאן טוישט זיך די גאנצע מעשה.


די גאנצע לעבן טוישט זיך אויב מען קוקט אויף א צווייטן מיט רחמנות; ווען מען האט צוטון מיט א שווערע מענטש און מען שפירט ווי מען קען עס מער נישט נעמען, דארף מען טראכטן: 'איין מינוט, ער איז דאך אזא רחמנות, ער ליידט דאך דאס מערסטע פון זיך אליין', דעמאלט פאלט אוועק די שנאה, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן אז מען האט נישט די שלעכטע נאטור וואס דער אנדערער האט.


הערטס נישט אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט שטענדיג מיט אייך, מיט אייער מאן און מיט אייערע קינדער, וועט דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#190 - אין די זומער וואכן קענסטו אויפבויען די קינדער וואס האבן נישט קיין שטוב
חינוך הילדים, מלמדים, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס איז נישט צום באגרייפן דיין זכות אויבן אין הימל מיט דעם וואס דו געבסט זיך אפ מיט אידישע קינדער, דו מאכסט זיי פרייליך; בפרט די קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער השם ישמרינו.


די פאר וואכן וואס די קינדער זענען נישט אין שטוב קענסטו זיי אויפבויען פאר זייער גאנצע לעבן; די קינדער וואס האבן נישט קיין שטוב - ווארטן א גאנץ יאר אויף די פאר זומער וואכן צו קענען זיין אין א ווארעמע פלאץ מיט א ליבליכער מלמד וואס וועט אים פארשטיין און אכטונג געבן אויף זיינע געפילן.


אין דעם זכות וואס דו ביסט אזוי געטריי פאר אידישע קינדער וועט דער אייבערשטער מאכן ניסים מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - אז דו ביסט מחנך מיידלעך, דארפסטו זיין מער פארזיכטיג אין צניעות
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דארפסט פארשטיין אז דו דארפסט אכטונג געבן אויף דיין אנטון וכו' - מער ווי אנדערע פרויען; מיר געפונען זייער אסאך מאל, ווען על פי הלכה איז מותר עפעס צו טון, אבער אן אדם חשוב, א מענטש אויף וועמען אלע קוקן ארויף - האט אן אנדערע דין, ער דארף מער מחמיר זיין.


אז דו ביסט מחנך אונזערע מיידלעך, דו לערנסט מיט אונזערע מיידלעך מיט אזא איבערגעגעבנקייט - דארפסטו זיין מער פארזיכטיג צו גיין אנגעטון איידל און באשיידן ווייל אלע קוקן אויף דיר, דו ביסט פאר זיי א ביישפיל.


דערפאר האב איך דיר געזאגט ווען דו האסט מיר געפרעגט אויף א קלייד אויב דאס איז צניעות'דיג - אז דו זאלסט נישט גיין דערמיט, נאר ווייל דו ביסט א ביישפיל פאר די מיידלעך, אנדערש וואלט איך זיך ווען ארויסגעדרייט.


שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן פון קיינעם; ווען דו ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן מיט די מיידלעך - קענסטו מיר רופן, איך בין גרייט א גאנצן צייט צו העלפן מיט וואס מען דארף אין חדר און אין סקול, דאס איז ביי מיר די חשוב'סטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - לאז נישט דיין זון אין א חדר וואו מ'רודפ'ט אים
חינוך הילדים, אומאן, פרנסה, חדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת-בלק, י"א תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט האב איך געהערט דיין מעסעדזש.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט ארויסגענומען דיין זון פון די חדר.


אז די קינדער רודפ'ן אים, מען שרייט אויף אים אלע מיאוס'ע ווערטער צוליב דעם וואס ער פארט קיין אומאן, און וויפיל דו רעדסט מיט'ן מלמד ווערט נאר ערגער און ערגער - דארפסטו אים ארויסנעמען פון דארט.


שיק אים אין שטעטל חדר, דארט וועט מען אים אויפבויען; אונזערע מלמדים זענען זייער ווארעמע מלמדים, זיי געבן אכטונג אויף די קינדער מען זאל זיי נישט טשעפען.


שטארק זיך און ווער נישט פארלוירן; קוק צוריק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. מען האט דיר ארויסגעווארפן פון זיין א מלמד ווייל דו פארסט אויף אומאן, געדענקסט ווי אזוי די האסט דעמאלט געשפירט? דו האסט געמיינט אז עס איז עק וועלט; נאכדעם האסטו באקומען א בעסערע פרנסה, ביסט געווארן א מלמד אין א צווייטע פלאץ; אזוי וועט דער אייבערשטער דיך פירן אלץ שענער און שענער.


א גוט שבת.

#187 - ענטפער נישט א טעלעפאן רוף פון א פרעמדע נומער
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שערן די האר, קאמפיוטער, מאוויס, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', ברוקלין.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווייזט זיך אויס פון אייערע ווערטער אז איר זענט א גרויסע יראת שמים, איר זענט א קלוגע מיידל; איר זענט זעכצן יאר און איר ווילט שוין חיזוק אויף שפעטער ווען איר וועט בעזר השם טרעפן אייער באשערטע זיווג - אז איר זאלט קענען טון וואס אייער מאמע תחי' טוט, זיך אפשערן די האר און נישט נאכגיין אייערע שוועסטערס וואס זיי האבן יא געלאזט זייער האר.


איך בין זייער פארנומען, דאך מוז איך זיך מאכן צייט צו ענטפערן אויף אייער בריוו, ווייל איך זע ווי שטארק די הייליגע צדיקים האבן זיך מוסר נפש געווען אריין צו ברענגען ריינקייט ביי אידישע קינדער; זיי האבן געבלוטיגט פאר אידישע קינדער אז זיי זאלן זיך פירן הייליג, זיי האבן אזויפיל געטון צו פועל'ן ביי אידישע טעכטער זיי זאלן זיך אפשערן די האר, וועל איך אייך שרייבן אביסל חיזוק.


די בעסטע חיזוק וועט זיין פאר אייך אז איר זאלט יעדן טאג איבער חזר'ן דעם שטיקל זוהר וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דאס וועט אייך געבן שטארקייט איר זאלט נאכגיין אייער מאמע תחי' און נישט זוכן נייע וועגן.


דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דעם שטיקל זוהר זאלט איר איבער'חזר'ן יעדן טאג ביז אייער חתונה; זאגטס ארויס די הייליגע ווערטער, אויך די טייטש; וועט דאס אייך געבן כח צו טון דאס ריכטיגע.


אויף אייער פראגע וועגן א טעלעפאן; אז אייער מאמע און אייער שולע לאזן אייך האבן א טעלעפאן קענט איר דאס האבן, אבער געבט זיך אכטונג איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן א טעלעפאן רוף ווען איר ווייסט נישט ווער דער רופער איז, און אויך נישט צוריק שרייבן פאר א פרעמדע נומער. ליידער זענען דא קראנקע מענטשן וואס זוכן אומשולדיגע מיידלעך זיי אריין צו כאפן אין זייער נעץ, זיי פרובירן צו שרייבן און רופן, און נעבעך - אומשולדיגע קינדער ווען מען לערנט זיי נישט פון וואס זיך אכטונג צו געבן, פאלן קרבנות.


איר מעגט האבן א טעלעפאן אויב דאס איז מיט רשות פון די עלטערן און די שולע, אבער געבטס אכטונג אז איר זאלט דאס נוצן נאר פאר גוטע זאכן.


אויף אייער פראגע אז איר ווילט זיך לערנען וכו' און אייער טאטע וויל נישט האלטן א קאמפיוטער אין שטוב; איך פארשטיי אז אייער פראגע איז נישט בעצם צי איר זאלט זיך בכלל לערנען די פאך, וואלט איר ווען געפרעגט צי איר זאלט זיך בכלל לערנען די פאך וואלט איך אייך געזאגט וואס פעלט אייך דאס אויס, איר זענט דאך שוין באלד גרייט אנצוהייבן בויען א שטוב, איז וואס איז אייער פלאן אין לעבן? איר ווילט זיין א געטרייע מאמע, אויפציען א שטוב מיט קינדער און איבערלאזן נאך זיך ליכטיגע אידישע דורות - אדער ווילט איר זיין פארנומען מיט די ארבעט? איז וואס פעלט אייך אויס זיך צו לערנען א פאך?


אויף אייער פראגע אז איר ווייסט נישט וואס צו טון, איר זעט מיט אייערע אויגן ווי די שטוב פאלט איין; איר זענט געווען א שיינע שטוב, א חסידי'שע שטוב און יעצט זעט איר ווי אייערע געשוויסטער רוקן זיך אוועק וכו' וכו', זיי האבן סמארטפאונס, זיי לאזן די קליינע קינדער קוקן מאווי"ס השם ישמרינו; דאס איז זייער א ווייטאגליכע זאך, ליידער איז דאס איינגעבראכן ביי אסאך משפחות, מענטשן מיינען אז זיי טוען א טובה פאר די רבנים און דיינים וואס בעטן זיך, זיי וויינען און שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, עס איז נישט קיין קינדער שפיל, מענטשן פארלירן זייער לעבן; שטיבער פאלן צאם, נעמט נישט קיין טעלעפאן אין שטוב, ברענגט נישט אריין קיין קאמפיוטער, טעבלעט וכו' וכו'".


דאס דארף אייך געבן שטארקייט אז איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען א ריינע בחור וואס האט נישט קיין סמארטפאון, און איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן אז איר, אייער מאן און אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


אויף אייער פראגע וועגן זומער, צי איר זאלט נעמען אן אפיס ארבעט אדער ארבעטן אין סקול; זיכער זאלט איר זוכן אן ארבעט אין א סקול ווי צו גיין אין אן אפיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - ווער נישט צעפאלן ווען די מיידלעך פאלגן נישט
תפילה והתבודדות, לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', לערערין בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי.


ווער נישט צעפאלן ווען די מיידלעך פאלגן נישט; נעם עס נישט פערזענליך. געדענק אז קינדער זענען קינדער; קינדער הערן נישט, קינדער פאלגן נישט, קינדער לאכן זיך אונטער ווען מען רעדט צו זיי; די טיטשערס און די עלטערן דארפן בעטן דעם אייבערשטן צי טרעפן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו מאכן זיי זאלן יא פאלגן.


איך ווייס זייער גוט ווי שווער עס איז צו זיין א טיטשער, איך ווייס גאר גוט וואס קינדער זענען; איך זיץ שוין מיט קינדער פאר איבער פיפצן יאר, קינדער פון אלע יארגענג. מיר איז אויך זייער שווער, אבער איך מאך זיך גרינג, איך נעם די עצה פון קוקן אויף איין טאג אויף א מאל, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רעב) אויפ'ן פסוק (תהלים צה, ז): "הַיּוֹם אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", אז ווען א מענטש וויל אנהייבן עפעס צו טון - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות דארף ער נעמען דעם כלל פאר זיך, צו קוקן נאר אויפ'ן היינטיגן טאג; ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דאכט זיך פאר'ן מענטש אז ער נעמט אויף זיך א שווערע לאסט און דאס ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אז מען קען נישט נעמען די עבודה, "אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לֹא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל", אבער אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג איז עס בכלל נישט שווער, מיט דעם טייטשט דער רבי: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", 'הַיּוֹם' דַּיְקָא, וְהָבֵן, עיין שם.


גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן אין די פעלד ארום דיין שטוב; זיי זיך מתבודד, דאנק דעם אייבערשטן אויף דיין שיינע לעבן - וועט אלעס ווערן גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - איינער וואס ארבעט מיט קינדער דארף גוט שלאפן
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט נישט אריין געקומען אין וויליאמסבורג צו די פרויען פארטי; איינער וואס ארבעט מיט קינדער, א טיטשער אדער מנהלת - האט א גרויסע אחריות און מען דארף גיין שלאפן צייטליך. אזוי ווערט גע'פסקנט אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד", א מלמד טאר נישט אויפזיין ביינאכט כדי ער זאל נישט זיין פויל בייטאג צו לערנען מיט די קינדער.


איך נעם זיך אויס מיט אלע מלמדים אז זיי טארן נישט אוועק פארן צו חתונות אדער א פארברענג וכדומה (אויסער אויב זיי נעמען א במקום, א שטעלפארטרעטער); דאס זעלבע איז מיט די טיטשערס, זיי דארפן זיין גוט אויסגערוט צו די קינדער.


בנוגע די פרויען פארברענג וואס איר מאכט אין שטעטל יעדע דינסטאג נאכט; מען דארף טראכטן א גוטע צייט ווען דאס צו מאכן, ווייל עס קען נישט זיין צו שפעט. אויב מאכט מען דאס אזוי ווי ווינטער צייט, בערך ניין אזייגער - קען מען דאס ווייטער מאכן, אבער אויב הייבט מען דאס אן שפעטער - איז דאס א פראבלעם, ווייל עס פארציט זיך צו שפעט וואס דעמאלט גייט דאס אויפ'ן חשבון פון די קינדער. א מאמע וואס לייגט זיך טויזנט אזייגער האט נישט קיין כח אינדערפרי צו אירע קינדער, די קינדער קומען אין חדר און אין סקול מיט קולות און פסקים; אנדערש איז ווען מען לייגט זיך פרי און מען איז אויסגערוט - דאן האט מען כח אויפצואוועקן די קינדער און זיי גרייט מאכן מיט שמחה צו גיין אין חדר און אין סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - אויב מ'וויל נחת פון די קינדער, דארף מען וויינען צום אייבערשטן
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט מיד ווערן פון בעטן דעם אייבערשטן, דאס איז די עצה פאר אייך און פאר אלע אידישע טאטעס און מאמעס וואס ווילן האבן נחת פון די קינדער; בעטן דעם אייבערשטער מיט הייסע טרערן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זיי צוריק ברענגען צו די וועג פון די תורה.


יעדע טרער וואס עלטערן וויינען צום אייבערשטן פאר זייערע דורות גייט ארויף זייער הויעך, ביז'ן אייבערשטן אליין, און ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן נא): "תְּפִילָה שֶׁהִיא בִּדְמָעוֹת  - הִיא מִתְקַבֶּלֶת", תפילה וואס קומט מיט טרערן - ווערט אנגענומען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט אז ווען ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן און ער האט געלערנט די זאך פון התבודדות ותפילה, האט ער זייער שטארק געוואלט זיך קענען אויסוויינען צום אייבערשטן; ווען ער פלעגט הערן קליינע קינדער וויינען פלעגט ער בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך אזוי וויינען צו דיר; דאס מיינט וויינען, איך וויל וויינען צו דיר אזוי ווי קליינע קינדער וויינען".


קוקטס גוט אויף זיי וועט איר זיי אלע מאכן פאר ערליכע אידן.

#183 - אז מ'וויל ראטעווען דעם דור דארף מען טון הפצה
קינדער, חינוך הילדים, הפצה, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס רייסט ביים הארץ צו הערן וואס עלטערן גייען אריבער מיט קינדער, עס טרערט די אויגן ווען מען הערט ווי שיינע משפחות מיט טייערע עלטערן פארלירן די קינדער; איין זאך בלייבט איבער פאר אונז צו טון: בעטן דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און אויף אלע אידן, אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות.


שטארקטס אייך און שטארקטס אנדערע, בפרט די פרוי מרת ... תחי'; לערנט מיט איר ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער. געבט איר צו פארשטיין אז עלטערע קינדער - קינדער פון אכצן יאר - קען מען צוריק ברענגען צום אייבערשטן נאר מיט שיין רעדן און מיט קוקן גוט אויף זיי; אויפזוכן אין זיי די באהאלטענע פינטעלע איד און מאכן פון דעם אן עסק, און זיי באמת ליב האבן; נאר דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען זיי אנהאלטן זיי זאלן נישט פאלן ווייטער.


בנוגע אייך, וואס איר קענט זיך נישט בארואיגן פונעם מצב הדור, ווי קינדער, בחורים און מיידלעך פאלן נעבעך אריין אין עבירות; פאר אייך בלייבט איבער איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה"; ווי מער פארשפרייטן די זיסע עצות פון רבי'ן, די זיסע ווערטער פון רבי'ן - פאר מיידלעך און פרויען, ווייל נאר דער רבי האט די שפראך צו די בני הנעורים. אזוי ווי רבי נתן שרייבט (עלים לתרופה, מכתב קעד): "כִּי יָדוּעַ לָכֶם מַעֲשֵׂי בְּנֵי הַנְּעוּרִים, בִּפְרָט בַּדּוֹר הַזֶּה", אזוי ווי עס איז באוואוסט די מעשי בני הנעורים פונעם דור, "וְאֵין שׁוּם הַצָּלָה כִּי אִם עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", און עס איז נישט דא קיין שום וועג זיי צו ראטעווען נאר דורך די תורה, נאר אז מען היט די תורה, "וְאֵין מִי שֶׁיַּכְנִיס לִמּוּד הַתּוֹרָה וְקִיּוּם הַתּוֹרָה בָּעוֹלָם כְּמוֹ אֲדוֹנֵנוּ מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, עַל יְדֵי אֲמִתַּת דְּרָכָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁגִּלָּה עַל יָדֵינוּ, וּבִסְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", און עס איז נישט דא אויף דער וועלט ווער עס זאל אריין ברענגען לימוד התורה און קיום התורה - היטן די מצוות פונעם אייבערשטן, נאר דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו דורך זיינע זיסע עצות און הייליגע וועגן.


איך וועל אייך שיקן א בריוו איר זאלט דאס איבערגעבן פאר מרת ... תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#182 - א פרוי איז בכח אויפצוהייבן איר מאן און אים ברענגען צו די שענסטע זאכן
חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שאד זיך אויפצועסן, א שאד צו מסביר זיין, עס וועט נישט העלפן קיין הסברים וכו'; אייער שווער איז נישט קיין געזונטער מענטש, א נארמאלער מענטש טוט נישט מיט א חתונה געהאט'ע זון דאס וואס ער האט געטון מיט אייער מאן; מיט רעדן און מסביר זיין וועט איר אין ערגעץ נישט אנקומען.


איר דארפט מכבד זיין אייער שווער ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער; פון צייט צו צייט, ווען עס קומט אויס זיך צו טרעפן ביי א שמחה וכדומה זאלט איר גיין און מיט האלטן די שמחה.


יעצט ווערט פארענטפערט אלע קשיות וואס איר האט אויף אייער מאן נרו יאיר, פארוואס ער ציטערט אזוי שטארק פון זיין אייגענעם שאטן; אז מען האט אזא משוגענעם טאטע'ן וואס פירט זיך צו די קינדער מיט טעראר, פון דעם פארלירט מען דאס זיכערקייט.


איר זאלט אויפבויען אייער מאן; איר זאלט אים שטענדיג אויפהייבן. געבט אים גוטע ווערטער; זאל ער הערן כאטש א צענטל גוטע ווערטער פון וויפיל ער האט געהערט נישט גוטע ווערטער; געדענקטס, א פרוי האט כוחות וואס קיינער אין די וועלט האט נישט, א פרוי איז בכח אויפצוהייבן איר מאן און אים ברענגען צו די שענסטע זאכן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס איז געווען חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, "וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָּנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ: אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער און זיי האבן זיך גע'גט. "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד איז געגאנגען און האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט געמאכט אז איר מאן דער צדיק זאל אויך ווערן א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשֵּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אין די פרוי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#181 - דיין מלמדות איז די גרעסטע טובה פאר דיין מאמע'ס נשמה
חינוך הילדים, מלמדים, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, כ' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט האב איך געהערט אז דיין מאמע האט צוריק געגעבן איר נשמה פאר'ן אייבערשטן; המקום ינחם אותך, דער אייבערשטער זאל דיר טרייסטן, בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, מיר זאלן נישט וויסן פון קיין שלעכטס.


די גרעסטע טובה וואס דו קענסט טון פאר דיין מאמע'ס נשמה איז אז דו זאלסט אריין ברענגען אין אידישע קינדער די ריינע אמונה און ווייטער אנגיין מיט דיין מלמדות דיין גאנץ לעבן; מיט דעם וועסטו ארויף טראגן דיין מאמע'ס נשמה העכער און העכער ביז די העכסטע פלעצער אין גן עדן.

#180 - קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, שיק נישט אויף ברסלב
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


                               יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; אז זי וויל נאכנישט שיקן די קינדער אין ברסלב, זי שעמט זיך פון משפחה און פריינט – זאלסטו זיך נישט קריגן מיט איר.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע דורות, יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט צו דאווענען פאר דיינע דורות; זוך אויף א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז מיינע קינדער און מיינע אייניקלעך ביז סוף כל הדורות זאלן זיין ערליכע אידן, העלף מיר אז איך און מיין ווייב זאלן זיך נישט שעמען מיט'ן הייליגן רבי'ן, מיר זאלן קיינמאל נישט פארגעסן וואס דער רבי האט פאר אונז געטון און וואס ער טוט מיט אונז, מיר זאלן לעבן א שיינע לעבן".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.