בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#328 - סגולות פאר פרנסה
שמחה, סגולות, פרנסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרנסה, ווי קען מען האבן פרנסה; אלע פרעגן וואס קען מען טון אז די שפע זאל קומען.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן צז): "מי שאין לו פרנסה", ווער עס האט נישט קיין פרנסה, "יעסוק בתורה", זאל לערנען תורה, "ואחר כך יתפלל על פרנסה", און נאכדעם זאל ער דאווענען אויף פרנסה, "בוודאי יתקבל תפילתו", וועט זיכער ווערן אנגענומען זיינע תפילות; אזוי זאלסטו טון, זאלסט זיך קובע זיין צו לערנען מקרא, משנה, גמרא והלכה, און נאכדעם זאלסטו זיך מתבודד זיין און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר מאכן א נס און געבן גרויס שפע, פרנסה בריווח.


נאך א סגולה איז דא פון רבי'ן, צו זיין פרייליך אז מען איז א איד און נישט קיין גוי. דער רבי זאגט (שם, סימן מז): "השמחה תמידית מסוגל להצלחה", זיין פרייליך איז מסוגל פאר הצלחה, און פארקערט, (שם, סימן פט): "העצבות", זיין דערביטערט, "מפסיד הפרנסה", מאכט שאדן די פרנסה.

#327 - אמאל האט מען געקענט מאכן געלט
תפילות אויף אידיש, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אלע קרעכצן אין די איצטיגע טעג אויף פרנסה, אלע וויינען 'וואס וועט דא זיין? די פרנסה איז זייער שווער' וכו' וכו'.


וויסן זאלסטו, אלע טעג און אלע צייטן שרייט מען אמאל איז געווען גוט, אמאל האט מען געקענט מאכן געלט, אמאל האט מען געקענט קויפן און פארדינען, און אויך אין אפאר יאר וועט מען וויינען אז אמאל – דאס מיינט מען היינט – איז געווען גוטע צייטן, מען האט פארדינט וכו' וכו'.


איין עצה איז דא, בעטן דעם אייבערשטן אויף די פשוט'ע שפראך, אזוי ווי מען שמועסט מיט א חבר: "הייליגער באשעפער געב מיר שפע, געב מיר פרנסה, געב מיר כח און מח צו קענען ברענגען פרנסה פאר מיין ווייב און קינדער. הייליגער באשעפער איך טו תשובה, איך הויב אן פון יעצט זיין אן ערליכער איד, איך גיי שוין זיין וואויל, זיי מיר מוחל און געב מיר שפע".


איך בין אין ארץ ישראל, איך גיי צו קברי צדיקים, איך בעט פאר דיר.



 

#326 - געזונט מיט אסאך געלט, דורך נישט רעדן ביים דאווענען
רפואה, רעדן, פרנסה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט מער נישט רעדן ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, עס האט מיר זייער געשטערט צו זען חול המועד ווי מען רעדט ביים ליינען, דאס איז א חילול השם. קוק וואס דער הייליגער זוהר זאגט (ויקהל, רו.): "כַּד סָלִיק סֵפֶר תּוֹרָה לְתַמָּן" ווען מען ברענגט ארויף די ספר תורה אויפן בימה צו ליינען, "כְּדֵין בָּעָאן כָּל עַמָּא לְסַדְּרָא גַּרְמַיְיהוּ לְתַתָּא בְּאֵימָתָא בִּדְחִילוּ בְּרֶתֶת בְּזִיעַ" דעמאלט דארפן זיך אלע אנגרייטן מיט א פארכט און א שרעק, "וּלְכַוְונָא לִבַּיְיהוּ" און אינזין האבן וואס מען ליינט, "כְּמָּה דְּהַשְׁתָּא קַיָּימִין עַל טוּרָא דְּסִינַי לְקַבְּלָא אוֹרַיְיתָא" אזוי ווי מען שטייט ווען יעצט ביי מתן תורה, "וְיֵהוֹן צַיְיתִין וְיִרְכוּן אוּדְנַיְיהוּ" און מען דארף אויסהערן און צולייגן די אויער, "וְלֵית רְשׁוּ לְעַמָּא לְמִפְתַּח פּוּמֵיהוֹן" און מען האט נישט קיין רעכט צו רעדן, "אֲפִילּוּ בְּמִילֵּי דְּאוֹרַיְיתָא" אפילו אין דברי תורה, "וְכָל שֶׁכֵּן בְּמִלָּה אַחֲרָא" און זיכער צו רעדן פון אנדערע זאכן, "אֶלָּא כֻּלְּהוּ בְּאֵימָתָא" נאר שטיין מיט א פראכט, "כְּמַאן דְּלֵית לֵיהּ פּוּמָא" אזוי ווי איינער וואס קען נישט רעדן, וואס האט נישט קיין מויל.


אז דו וועסט זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען און ביי קריאת התורה, אפילו ווען איך דאווען נישט מיט דיין מנין - וועסטו האבן זייער אסאך געלט און דיין גאנצע משפחה וועט זיין געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#325 - פאררעכטן גלייך זאכן אין שטוב
שלום בית, פרנסה, היטן די צייט, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זע אז אין שטוב זאל נישט זיין קיין צמצום, זע עס זאל זיין א ברייטקייט, ווען עס קומט צו לעבנ'ס זאכן; ברויט, מילך וכדומה - זאלסטו נישט קארגן, זאלסט זען עס זאל זיין אין שטוב עסן און טרינקען פאר דיין ווייב און קינדער.


אויך אלעס וואס דיין ווייב דארף האבן אין שטוב - זאלסטו גלייך מאכן, אז זי בעט דיר זאלסט איבערטוישן די לעקטער, עס איז איר טונקל אין שטוב - זאלסטו נישט זאגן מארגן מארגן, און אזוי וועט זיך עס ציען וואכן וכו'. דער מאן איז רוב טאג נישט אין שטוב קען ער טראכטן אז עס איז נישט וויכטיג, אבער פאר די פרוי וואס איז אין שטוב און פארעט זיך מיט די ווירטשאפט - איז דאס זייער וויכטיג.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אויפשטיין פרי און דאווענען מיט די ערשטע מנין, לערנען דיינע שיעורים אינדערפרי, אזוי וועסטו קענען ברענגען פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#324 - ארבעטן אין די נאכט אריין ברענגט נישט קיין געלט
פרנסה, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט געפאלן אויפן קאפ? דו זאגסט מיר אז יעצט זומער ווען עס איז די צייט פון ארבעט און ברענגען פרנסה ארבעטסטו ביז צוויי אזייגער ביינאכט; זאג מיר, ביסט ביים דעת? פארוואס טוסטו דאס? דו ווילסט העלפן דעם אייבערשטן דיר צו געבן פרנסה? וואס איז מיט דיין משפחה? מיט דיין ווייב, דיינע קינדער? אלעס איז געלט?!


איך לאז דיך נישט ארבעטן נאך זעקס אזייגער. אז דו ווילסט קענסטו אנהויבן דיין טאג פריער, קענסט קומען דאווענען מיט די ותיקין מנין און גיין ארבעטן פון אכט אזייגער, אבער בלייבן ארבעטן שפעט ביז אין דער נאכט... געלט וועט דיר עס נישט ברענגען.


מאך זיך א סדר. גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פרי, דאווען אדער די מנין ותיקין אדער די זיבענער מנין, זיי זיך קובע צו לערנען דיינע שיעורים און קום אהיים צייטליך, העלף דיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער און נאכדעם לויף צוריק צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#323 - געב אכטונג פון א שלעכט אויג
פרנסה, עין הרע

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס דו פרעגסט מיר, אז זייט דו האסט דערציילט פאר דיינע חברים פון דיינע פארדינסטן - האט זיך אפגעשטעלט די שפע, אויב דאס האט איינס מיטן צווייטן; וויסן זאלסטו, אפילו ביי נאנטע מענטשן קען זיין אמאל א שלעכט אויג, און דאס קען אפשטעלן די שפע.


דעריבער פון היינט אן זאלסטו פרובירן וואס מער צו באהאלטן דיין הצלחה, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא מב.): "אין הברכה מצויה אלא בדבר הסמוי מן העין", די ברכה איז נישט חל נאר ביי זאכן וואס זענען פארשטעלט פון די אויג; וואס דארפן דיינע חברים וויסן וויפל געלט דו פארדינסט? וואס פעלט דאס אויס? וואס ווייסטו ווער איז דיר מקנא? און ווער עס שטעלט אפ די שפע פון קומען ווייטער? ווען מען פרעגט דיר וואס איז מיט דיין פרנסה, זאלסטו זאגן: "שכוח אייבערשטער איך קען לייגן ברויט אויפן טיש, שכוח אייבערשטער איך קען צאלן שכר לימוד"; מער דארפסטו נישט רעדן.


פארן אייבערשטן זאלסטו אלעס דערציילן, פינקטליך וויפיל געלט דו מאכסט און אים דאנקען און בעטן אויף ווייטער.


בזכות וואס דו ביסט אזוי שטארק מכבד דיינע טייערע עלטערן, דו געבסט אויף זיי זייער אכטונג - וועסטו זוכה זיין צו האבן גרויס הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#322 - אז דו וועסט די צוויי זאכן טון, וועסטו האבן גרויס שפע
שלום בית, פרנסה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


צוויי זאכן וויל איך דיר בעטן און דאס וועט זיין דיין ישועה, ערשטנס זאלסטו אנהויבן דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד): "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", עוג מלך הבשן איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן. זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח), די דריי תפילות ווערן אנגערופן מחנה ישראל, דאס שטארקט דעם מענטש צו בלייבן ביים אייבערשטן, עוג מלך הבשן וויל אוועק נעמען דעם איד פונעם אייבערשטן, פון מחנה ישראל, "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", פרסי איז א לשון פון דאווענען די דריי תפילות, דאס איז מחנה ישראל, ער ווארפט ארויף א בארג אויף די דריי תפילות, און ווי נאר מען לאזט אפ דאס דאווענען דריי מאל יעדן טאג - גייט מען אוועק פון אידישקייט, ובכן וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיך אויף דעם מוסר נפש זיין, צו קומען יעדן טאג אין שול.


צווייטנס, דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין מער ווי דו ביסט זיך אליין מכבד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב:): "והמכבדה יותר מגופו", דער וואס איז מכבד זיין ווייב מער ווי זיך אליין, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אֹהָלֶיךָ, ווייל דאס איז די ווילן פונעם אייבערשטן, צו מכבד זיין די ווייב און רעדן שיין צו איר, איר אויסהערן, איר געבן די גוטע געפיל, זי זאל זיין די טייערסטע זאך.


אז דו וועסט די צוויי זאכן טון - וועסטו האבן גרויס שפע, און דו וועסט אויפשטעלן ערליכע דורות פארן אייבערשטן.


גיי יעדן טאג א שפאציר מיט התבודדות, אפילו פאר צוויי דריי מינוט נאר, און שמועס מיטן אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט נישט פארברענגען דיינע יארן מיט נארישקייטן, דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#321 - אפגעטיילט די ארבעט פון די שטוב
פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר נעכטן דערציילט, אז דו ברענגסט מער נישט אהיים דיין טעלעפאן, האסט אפגעטיילט די ארבעט פון די שטוב, זמן אפיס לחוד און זמן חינוך הבנים לחוד; די טעלעפאן איז נאר פאר די שעות וואס דו ביסט אין אפיס און אויך אז דו האסט געלייגט א שטארקע פילטער אין אפיס אויף די כלים.


דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען מיר געבן, דאס איז מער חשוב ווי א זילבערנע כלי, יקרה היא מפנינים.


גיי יעדן טאג א שפאציר, שמועס זיך אויס דאס הארץ מיטן אייבערשטן, דאנק אים און לויב אים פאר אלע חסדים און אויך בעט פאר אלעס.



 

#320 - וואס זיך מקבל זיין עס זאל זיך אנהויבן הצלחה?
שמחה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


דו דארפסט שפע, דו ווארטסט אויף א ישועה, דו פרעגסט וואס דו קענסט זיך מקבל זיין עס זאל זיך אנהויבן די הצלחה?


שמחה איז די שליסל פאר הצלחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד", ווער עס איז שטענדיג פרייליך, "עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", איז שטענדיג מצליח.


ווי אזוי? און מיט וואס? מען דארף זיך פרייען אז מען איז א איד, מיט די מצוות וואס מען טוט. גיי א טענצל נאך שחרית אז דו האסט זוכה געווען אנצוטון די הייליגע טלית ותפילין, עס זאל דיר זיין חשוב דיינע מצוות (וואש אויס דיין טלית, דיין טלית קטן, אפילו די קאר וואשט מען מזמן לזמן, איז וואס איז מיט די מצוות...?)


איידער דו קומסט אהיים זיי זיך מיישב, מאך א שמייכל, טראכט ווי אזוי דו קענסט באהאלטן די ווייטאג, און נאר פרייליך מאכן אין שטוב.

#319 - מען פארלירט אלעס דורך קוקן מאוויס און קליפס
מאוויס, פרנסה, שמירת עינים, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען דו טוסט אן די טלית, ווען דו מאכסט די עטיפה - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען פון די יצר הרע פון עבירות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז), די מצוה פון ציצית ראטעוועט פון עריות; בעט דעם אייבערשטן אין דיין שפראך א קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר, איך וויל האבן הייליגע אויגן, הייליגע מוחין".


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, קוק נישט קיין מאוויס, קוק נישט קיין עבירות; דו ווארטסט דאך אויף א נס, דו ווילסט עס זאל געשען א נס מיט דיר מיט דיין פרנסה, מיט וכו', דער רבי זאגט אבער (ספר המדות אות ישועה, סימן ז): "אֵין עוֹשִׂין נֵס לְנוֹאֵף", מען מאכט נישט קיין נס פאר א נואף; דארפסטו כשר'ן דיין טעלעפאן, דיין קאמפיוטער, לעפטאפ - נישט צו קוקן די עקלדיגע אויסגעלאסענע עבירות רחמנא לצלן, נאר אזוי וועט קומען א נס.


מען פארלירט אלעס דורך קוקן עבירות, מען פארלירט די נשמה, מען פארלירט די טעם פון דאווענען. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען, מען שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; וואס פעלט דיר אויס די גאנצע צרה, מען פארלירט אלעס דורך קוקן מאוויס און קליפס.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#318 - זיי מכבד דיין מענעדזשער און בעל הבית, אבער ביז ניבול פה
פרנסה, פרויען צאמקום, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האב נישט מורא צו זאגן ביי דיר אין די ארבעט מען זאל נישט רעדן קיין ניבול פה, האב נישט מורא פון קיינעם, ווייל אדער הערט ער אויף רעדן ניבול פה אדער הייבסטו אן רעדן ניבול פה; עס איז נישטא אזא זאך זיצן מיט איינעם וואס רעדט שמוציג און עס זאל זיך נישט אריבערכאפן.


לאז נישט רעדן ניבול פה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ג): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", קומען ביטערע צרות און נייע שלעכטע גזירות אויף די וועלט; "וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים חַס וְשָׁלוֹם", יונגע קינדער שטארבן חס ושלום, "וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין", אלע שרייען און קיינער הערט נישט זייער געשריי.


זיי מכבד דיין מענעדזשער און בעל הבית, אבער ביז ניבול פה; אז ער שעמט זיך נישט צו עפענען א שמוציג מויל - זאלסטו אים זאגן: "אדער רעדסטו איידל, אז נישט גיי איך אוועק פון דא", און אז דו קענסט דאס נישט זאגן - זאלסטו אים שיקן א קאפי פון די בריוו, ווייל ניבול פה איז אזוי הארב אז דער רבי זאגט (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִילּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", ווער עס רעדט ניבול פה, אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזירה פאר זיבעציג יאר - צערייסט מען די גוטע גזירה און ער ברענגט אויף זיך שלעכטס, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵּיהִנּוֹם", אויך אז מען רעדט ניבול פה מאכט מען זיך טיפער דעם גיהנום.


היינט נאכט איז דא א צאמקום אין שטעטל פאר אלע מאמעס מיט די טיטשערס פון בית פיגא, איך וויל זייער דו זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען, איך וויל זי זאל זיין ביי די דרשות, עס איז דא זייער וויכטיגע זאכן וואס איז נוגע פאר דיין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#317 - נישטא קיין איין פרוטה, לאז אבער נישט אפ די שמייכל
שמחה, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, מען פרובירט אויס א מענטש מיט דחקות און ארעמקייט, מען וויל זען צו וועם ער וועט זיך ווענדן; וועט ער נאכאמאל קומען צום אייבערשטן און בעטן: "הייליגער באשעפער איך האב נישט קיין געלט, איך דארף ברענגען פאר מיין ווייב און קינדער, העלף מיר, מאך מיר א נס", אדער וועט ער זיך מייאש זיין.


אפילו דו האסט נישט קיין איין דאלער, קיין איין פרוטה - זאלסטו אבער אויף איין זאך נישט מוותר זיין און זען דאס צו איינקויפן, צו לייגן א שמייכל אויפן פנים, נישט ווערן פארלוירן, נאר זיין פרייליך, גלייב באמונה שלימה אז עס וועט קומען א נס.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער אידל און שטענדיג איז ער ארום געגאנגען מיט א שמייכל. ער איז געווען א עני ואביון; ווען זיין ווייב פלעגט אים פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו אזוי פרייליך, האסט דאך גארנישט?!" האט ער איר געענטפערט: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין איין טאג גוט און דעמאלט וועלן מיר זיין זייער פרייליך, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון איינער וואס גייט שטענדיג ארום מיט א שמייכל און ער דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#316 - לערנען תורה ברענגט געלט
פרנסה, לימוד התורה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ענדיגן מיר מסכת סנהדרין און מארגן הויבן מיר אן מסכת מכות, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן מסכת מכות, דאס איז דיין הצלחה בזה ובבא, דאס וועט דיר ברענגען שפע און הצלחה, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קלז), עס זענען געווען צוויי אינגעלייט זייער נאנטע חברים, און איינער פון זיי האט געזען אויף זיין חבר אז ער האט געטון נישט קיין שיינע זאך, ער האט געטון א גרויסע עבירה, און נאך א שטיק צייט זעט ער ווי דער חבר הויבט אן מצליח זיין, און ער איז גאר געווארן א גרויסער ארעמאן, האט ער אנגעפאנגען האבן קשיות אויפן אייבערשטן 'פארוואס איז יענער רייך, יענער איז דאך א בעל עבירה?'


איינמאל האט ער געזען ווי עס שטייען א קופקע און עס הערט זיך ארויס פון דארט א גערודער ווי מען ציילט געלט, איז ער אהין געגאנגען און ער איז צוגעגאנגען צו די געלט, ווען ער האט געוואלט קומען נאנט האט מען אים אפגעשטעלט, מען זאגט אים: "ריר נישט צו צו די געלט, די געלט באלאנגט פאר דיין חבר", האט ער זיי געפרעגט: "איך פארשטיי נישט, פארוואס קומט אים אזויפיל געלט, איך האב דאך געזען מיט מיינע אויגן ווי ער טוט אן עבירה?" האט מען אים געענטפערט אזוי: "דיין חבר האט זיך קובע געווען צו לערנען יעדן טאג תורה, ער האט זיך פארגענומען חק ולא יעבור אז ער גייט לערנען יעדן טאג, אבער דו לערנסט גארנישט, דערפאר געבט מען פאר דיין חבר געלט אפילו ער האט געטון אן עבירה, ווייל 'מעות' איז די ראשי תיבות ו'אין ע'בירה מ'כבה ת'ורה (סוטה כא.), עבירה לעשט נישט אויס די תורה", קוק נאך די מעשה דארט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#315 - אינוועסטיר אין די צוויי זאכן, וועסטו האבן פרנסה
קדושה, שלום בית, פרנסה, פילטער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו ווילסט מצליח זיין אין פרנסה - דארפסטו אינוועסטירן אין צוויי זאכן, אין שלום בית און אין שמירת הברית, אנדערש וועט נישט זיין קיין הצלחה, ווייל נאר אז מען איז א שומר הברית און מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין - נאר אזוי איז דא וואו די ברכה זאל חל זיין.


שומר הברית מיינט מען אויך היטן די אויגן, לייגן א פילטער אויפן טעלעפאן טעבלעט קאמפיוטער וכדומה, ווייל אז מען האט אין שטוב און אין טאש א וועג צו קוקן אויסגעלאסענע עקלדיגע שמוץ - גייט די שכינה הקדושה אוועק פון שטוב, און ווי קען זיין א ברכה אין שטוב...


אז דער אייבערשטער איז אין שטוב - איז דא א ברכה, איז דא פרנסה, איז דא נחת, איז דא אלעס; אבער אז מען קוקט ניאוף רחמנא לצלן - טרייבט מען ארויס דעם אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (דברים כג, טו): "וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, נאר אז מען איז א שומר הברית וועל איך זיין מיט ענק".


אזוי אויך מיט שלום בית, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.), די פרנסה, די שפע - איז לויט ווי מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין, מען פירט זיך מיט דרך ארץ.


איך וויל דיר געבן א ברכה פון עשירות, אבער דו דארפט נאר מאכן די כלי לקבל, זיך פארנעמען די צוויי זאכן; זיין אפגעהיטן די אויגן און טון אלעס עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#314 - שבת שירה איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות
פרנסה, שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שבת שירה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת שירה איז מסוגל פאר פרנסה און פאר אלע ישועות. זאלסט זיך איבערבעטן מיט דיין ווייב, ווייל פרנסה קען מען נאר האבן אויב מען איז בשלום און מען איז מכבד די ווייב. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סט), עשירות און פרנסה איז בזכות די ווייב.


ניץ אויס דעם שבת מיט תפילה והתבודדות. ווען דו גייסט צום שול און דו קומסט אהיים פון שול זאלסטו נישט רעדן קיין נארישקייטן, ניץ אויס די צייט פאר תפילות און התבודדות, אויך זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער פון אמונה און פון שמחה.


די קומענדיגע וואך דאנערשטאג איז חמשה עשר בשבט, ראש השנה פאר די ביימער. מיר דארפן זיך לערנען, ווי אזוי ווערט א בוים? מען נעמט א קליינעם קערל און מען לייגט דאס אין דער ערד, דער קערל ווערט פארפוילט און צוביסליך קומען ארויס פון איר ווארצלען ביז עס ווערט א גרויסער בוים, אזוי אויך ווען מען געדענקט אז (בראשית ג, יט): "כִּי עָפָר אַתָּה וְאֶל עָפָר תָּשׁוּב", מען קומט פון די ערד און מען וועט באלד דארפן צוריק גיין צו די ערד, מען איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, מען גרויסט זיך נישט, מען שפירט זיך ווי א קליינע קערל וואס איז באדעקט מיט זאמד, מען איז א שכן לעפר בחיים - איז מען זוכה אז מען וואקסט א גרויסע בוים, מען ווערט א גרויסער צדיק.


מיטוואך נאכט זאלסטו מאכן א סעודה אין שטוב מיט דיין משפחה, דיינע קינדער וועלן דאס געדענקען אויף זייער גאנץ לעבן. זאלסט מאכן א פרייליכע סעודה, ווייז זיי די וואונדער פונעם אייבערשטן; אזוי סאך פרוכט, אלע סארט, יעדע פרי זעט אויס אנדערש, יעדע פרי האט א באזונדער טעם, די וואונדער פונעם אייבערשטן.


אויך איז חמשה עשר בשבט די געבורטס טאג פון מוהרנ"ת זכותו יגן עלינו, מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די צדיקים וואס האלטן אונז ביים לעבן, לאזן אונז נישט פאלן.


מיר פירן זיך היינט ערב שבת בשלח צו לייגן ברעקלעך פאר די פייגלעך, מען רעדט פון דעם, מען מאכט מיט די קינדער אן עסק, מען לערנט זיי ווי אין אלע דורות קומען די לצים און שפעטן פון די צדיקים. משה רבינו זאגט אז דער אייבערשטרע זאגט עס וועט נישט פאלן קיין מן שבת, קומען די לצים דתן ואבירם און שפרייטן אויס ברעקלעך, זיי ווילן מען זאל זען אז משה רבינו ווייסט נישט, למעשה זענען די פייגלעך געקומען און דאס אלעס אויפגעגעסן, אלס זכר לייגט מען ברקעלעך צו לערנען די קינדער זיך אכטונג געבן פון לצים וואס לאכן און שפעטן פון צדיקי אמת.


א פרייליכן שבת.

#313 - די וויכטיגסטע זאך פאר פרנסה איז אנטלויפן פון מחלוקת
סגולות, מחלוקת, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ג' בשלח איז א טאג וואס דער הייליגער רבי מענדעלע רימנובער זכותו יגן עלינו זאגט אז עס איז א סגולה פאר פרנסה צו זאגן פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום. מעביר סדרה זיין אלע וואכן אין צייט איז מסוגל לפרנסה, און זיכער ווען מען איז מעביר סדרה פרשת המן, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות, הובא בפרישה על טור אורח חיים סימן א, סעיף קטן יד) ווער עס זאגט פרשת המן - איז פארזיכערט "שלא יתמעטו מזונותיו", דאס אז מען גלייבט אז דער אייבערשטער געבט עסן, און זארגט פאר יעדן איינעם - דאס אליין איז מסוגל פאר שפע.


די וויכטיגסטע זאך פאר פרנסה איז אנטלויפן פון מחלוקת, זאל זיין וואס זאל נאר זיין, קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן. "מחלוקת אחת דוחה מאה פרנסות" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעז), איין מחלוקת שטופט אוועק הונדערט מאל וואס מען וואלט ווען געקענט געהאלפן ווערן מיט פרנסה, שטעל זיך פאר ווי ביטער דאס איז; מען וויינט אויף פרנסה, מען בעט אויף פרנסה, מען טוט סגולות פאר פרנסה, און מיט איין קריגעריי, מיט רעדן שלעכט אויף אנדערע, לשון הרע, רכילות, הלבנת פנים - שטופט מען אלעס אוועק.


נישט ווערן אריינגעדרייט אין מחלוקת - גייט נאר מיט תפילה, בעט דעם אייבערשטן אויף דעם, זאלסט נישט האבן מיט מחלוקת, אפילו ווען מען דרייט דיר אן לשם שמים - זאלסטו אנטלויפן פון מחלוקת. איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב געהאט, ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן האב איך גלייך געמאכט א טיקעט צו פארן צו די לוי', אבער פרייטאג נאך די לוי' אין בארא פארק, ווי איך האב געזען וואס האט פאסירט וכו' - האב איך זייער געוויינט, איך האב זיך געזוכט א שטילע גאס און זיך מתבודד געווען און מבטל געווען די טיקעט, אפילו אלע האבן זיך געוואונדערט, אלע האבן געפרעגט 'היתכן גייסט נישט צו די לוי'?' איך האב זיך געמאכט א חשבון 'איך בין געקומען אין היכל הקודש צו דינען דעם אייבערשטן, מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט', און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל נישט האבן מיט קיין מחלוקת און נישט וויי טון א צווייטן.


לערן דעם בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. מוהרא"ש זאגט אן א שיעור מאל: "גמרא פארברענט אלע קליפות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#312 - העלפן שאפן פרנסה פאר אנשי שלומינו
צדקה, שטעטל, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ווען דער רמב"ם רעכנט אויס די מעלות פון צדקה, וואס איז א גרעסערע צדקה און וואס איז נאך מער חשוב, זאגט דער רמב"ם (פרק י' מהלכות מתנות עניים, הלכה ז): "מַעֲלָה גְּדוֹלָה שֶׁאֵין לְמַעְלָה מִמֶּנָּה", די גרעסטע צדקה וואס איז דא – "זֶה הַמַּחֲזִיק בְּיַד יִשְׂרָאֵל שֶׁמָּךְ, מַמְצִיא לוֹ מְלָאכָה כְּדֵי לְחַזֵּק אֶת יָדוֹ", אז מען לייגט אריין אן ארעמאן אין ביזנעס, אדער מען שאפט אים א פרנסה, "עַד שֶׁלֹּא יִצְטָרֵךְ לַבְּרִיּוֹת לִשְׁאֹל", ווייל אזוי דארף ער נישט צוקומען צו נעמען צדקה, ער שעמט זיך נישט און ער קען אהיים ברענגען פרנסה.


אחי היקר, זיי שטארק אין די הייליגע מצוה פון העלפן שאפן פרנסה פאר אנשי שלומינו, דאס איז וואס וועט דיר צוניץ קומען בעת צרה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, סימן לה): "בְּעֵת צָרָה מַזְכִּירִין לוֹ הַצְּדָקוֹת שֶׁנָּתַן", מען דערמאנט די צדקה וואס מען האט געטון, בעת צרה; אויך וועט דיר דאס ראטעווען פון אלעם שלעכטס. דער רבי זאגט (שם, סימן ח): "עַל יְדֵי צְדָקָה נַעֲשֶׂה סוּר מֵרָע", דורך צדקה ווערט מען אן ערליכער איד, "וְנִקְרָא צַדִּיק גָּמוּר", און מען איז א צדיק גמור (שם, סימן ז).

#311 - רבונו של עולם, איך האב נישט קיין געלט
תפילות אויף אידיש, אמונה, התחזקות, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א איד טאר זיך נישט פארלירן, און זיכער א ברסלב'ער חסיד טאר זיך נישט פארלירן, נאר גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט חרטה פארן אוועק גיין פון דיין חסידות און מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, נאכדעם וואס דו מוטשעסט זיך אזוי שטארק אין פרנסה, דו ווערסט דערטראנקען אין דיינע חובות; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין דיר דן לכף זכות, די חובות וואס דו האסט און די פרנסה וואס דו האסט נישט, האסט נישט קיין געלט פאר דיין משפחה - דאס צעדרוקט דיר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:): "עניות מעביר את האדם על דעתו ועל דעת קונו", מען פארלירט די שכל, מען הויבט אן האבן קשיות אויפן צדיק און אויפן אייבערשטן.


טייערער ברודער, איך בעט דיר ברחמים, האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, און האב נישט חרטה אז דו ביסט מקורב צום צדיק; וואס ווייסטו וואס וואלט געווען מיט דיר אן דעם צדיק? ווי וואלסטו געווען אנעם רבי'ן? מה-דאך מיטן רבינ'ס התחזקות איז ביטער שווער, וואס וואלט געווען אנעם רבי'ן?


איך בעט דיר זייער, האב נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, האב נישט קיין קשיות אויף די אמונה. דער אייבערשטער מאכט נישט קיין עוולות, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז בצדק ובמשפט, בחסד וברחמים.


גיי אין א שטילע ווינקל און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך בין אזוי צעבראכן, איך האב נישט קיין געלט, איך האב אזויפיל חובות, איך האב נישט קיין מנוחה, איך האב נישט קיין מח, אזויפיל פרנסות האב איך שוין געהאט און מען זאגט מיך אפ, איך בעט דיר זייער, זיי מיר מוחל, איך טו תשובה אויף אלע מיינע זינד, נעם אן מיין תשובה, און געב מיר שפע, העלף מיר איך זאל קענען מפרנס זיין מיין פאמיליע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#310 - וואס איז דא צו זארגן אויף פרנסה?
שמחה, פרנסה, געלט, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נישט די געלט מאכט פרייליך, און נישט דאס נישט האבן געלט מאכט בעצבות ומרה שחורה, עס איז די וועג ווי אזוי מען טראכט. אזוי ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם), דער פרנסה פונעם תם איז געווען בצימצום, ער האט פארדינט גאר ווייניג, ער האט נישט געהאט קיין צייט צו עסן און נישט געהאט קיין געלט פאר מער ווי ברויט, וואסער און א פעלץ, אבער פון גרויס שמחה האט ער נישט געשפירט אז עפעס פעלט אים, ער האט געשפירט ווי ער האט אלעס.


אמאל האט מען זיך אפגערעדט צום רבי'ן אז עס איז נישטא קיין פרנסה וכו', האט דער הייליגער רבי זיי פארגעהאלטן (חיי מוהר"ן, סימן תקכח): "מַה לִּדְאֹג עַל פַּרְנָסָה", וואס איז דא צו זארגן אויף פרנסה? "הֲלֹא לֶחֶם עִם אִיגֶירְקֶיס הוּא מַאֲכָל טוֹב", ברויט מיט איגערקעס (קיוקאמבער) איז א גוטע עסן; אז מען דארף נישט לעבן א טייערע לעבן און קרעכצן טאג און נאכט אז עס פעלט געלט, מען קען לעבן א פרייליכע פשוט'ע לעבן.


קומענדיגע וואך מיטוואך פרשת וישב ענדיגן מיר מסכת בבא בתרא, און מיר הויבן אן מסכת סנהדרין, וויל איך דיר בעטן זאלסט אויך אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, די גמרא וועט דיך ארויסנעמען פון אלע טונקלקייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי'"; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי, די הייליגע גמרא - אז דאס איז א טונקלקייט, א טויטקייט? זאגט מוהרא"ש, ווען איינער וויינט און קלאגט 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי, מיין לעבן איז מיר טונקל, כְּמֵתֵי עוֹלָם, מיין לעבן איז מיר טויט', קומען די הייליגע חכמים מען טרייסט אים, 'זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי', עס איז דא אן עצה פאר דיר, נעם די הייליגע גמרא און לערן גמרא, די הייליגע גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן, דאס וועט דיר געבן לעבן.


איך האב זוכה געווען אמאל צו עסן שבת ביי מוהרא"ש אין יבנאל, מוהרא"ש האט ביי די סעודה געגעבן פאר איינעם מוסר, עס איז געווען מוסר פון ליבשאפט, בבחינת וואס שלמה המלך זאגט (משלי כז, ה): "טוֹבָה תּוֹכַחַת מְגֻלָּה", עס איז גוט מוסר, אפילו מענטשן הערן, "מֵאַהֲבָה מְסֻתָּרֶת", ווען עס קומט פון א באהאלטענע ליבשאפט; מוהרא"ש האט יענעם געזאגט: "ביסט אמאל געווען אויפן 'רכבת היכל הקודש', פארוואס ביסטו אראפ פון באן? דער באן פארט, און ווער עס איז אויפן באן איז זוכה צו לערנען יעדן טאג אזויפיל תורה, קום צוריק ארויף אויפן באן".


דאס האט אים מוהרא"ש געזאגט נאכן יענעם פרעגן אויב ער האט געלערנט דעם בלאט גמרא פון יענעם טאג, יענער האט געענטפערט ניין, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "פארוואס ביסטו אראפ פון די באן היכל הקודש?"


טייערער ברודער, דער באן פארט און וועט זיך שוין נישט אפשטעלן ביז משיח וועט קומען, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "מיין פייערל וועט ברענען און טליען ביז משיח וועט קומען"; שפרינג ארויף אויפן באן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#309 - וואס וועט זיין מיט פרנסה?
שמחה, משניות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור צו לערנען משניות, זאג משניות אפילו בלא הבנה, משניות רייניגט דעם מענטש, עס רייניגט די מח מחשבה; משניות טוישט דעם מענטש לטובה, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות - איז מען זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריינגעפאלן. פרוביר צו זאגן אכצן פרקים משניות; אז מען זאגט ח"י פרקים משניות קומט צוריק די מח מחשבה, ווייל ווען א מענטש זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן ווערט אים אויסגעריסן זיין מח מחשבה, ווייל די זרע קומט פונעם מח, און אז מען זינדיגט ווערט דער מח אויסגעטרוקנט וכו', און ווען מען זאגט אסאך פרקים משניות באקומט מען צוריק א קלארן מח.


וואס וועט זיין מיט פרנסה? איין עצה איז דא, ווען עס דרוקט, מען האט דחקות פרנסה - שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך, געב מיר הרוחה, געב מיר שפע", און אז מען האט שוין געשריגן, מען האט שוין מתפלל געווען, און עס דרוקט נאכאלץ - שרייט מען נאכאמאל צום אייבערשטן.


גיי א טענצל, שמחה איז די מקור הישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#308 - אלע איבערגייעכצער איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל הערן דיין קול
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אמונה, פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער שטייט אונטער אלעס, ער איז באהאלטן אין דיין ביזנעס, אין אלעס וואס דו גייסט אריבער, עס וועט דיר בקרוב צוריק ברייטער ווערן, דו וועסט צוריק האבן גרויס שפע.


עס קען זיין אז דאס וואס דו גייסט אריבער וכו', איז נאר ווייל דער אייבערשטער וויל הערן דיין קול ווי דו געבסט א גוטע קרעכץ, און איין ווארט פון הארץ ארויס ווי דו בעטסט: "טאטע איך קען נישט מער, טאטע איך בין אזוי פארלוירן, טאטע העלף מיר, ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין צעקוועטשטקייט" וכו' וכו'.


קען זיין נאר צוליב דעם דארפסטו דאס אריבערגיין, דיר צו ברענגען נענטער צום אייבערשטן, דער אייבערשטער זאגט: "כִּי קוֹלֵךְ עָרֵב", דיין קול איז מיר זיס, "וּמַרְאֵיךְ נָאוֶה", און דיין אויסזען איז שיין (שיר השירים ב, יד).


טייערער ברודער, עס וועט דיר בקרוב בעסער ווערן, דו וועסט צוריק האבן גרויס שפע, נאר איין זאך בעט איך דיר, מאך זיך א קביעות, גיי יעדן טאג התבודדות. פאר מיט דיין קאר צו א שטילע פארק, א שטילע וואסער וכדומה, לאז די טעלעפאן אין קאר, גיי אביסל א שפאציר, קוק ארויף צום אייבערשטן און בעט אים: "באשעפער העלף מיר, באשעפער איך וויל זיין מיט דיר, איך וויל געדענקען פון דיר, איך וויל תכלית, איך וויל לערנען און דאווענען, און פאר דעם דארף איך פרנסה בריווח".


אוי ווי זיס, אוי ווי שיין, אוי ווי געשמאק – ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באניצט זיך מיט התבודדות; מען זעט ישועות און מען ווערט געזונט, מען האט נישט מער די פאניק אטאקעס, ווייל די אמונה ווערט אזוי שטארק, ביז מען באקומט אייזערנע נערווען.



 

#307 - א בחור האט נישט וואס צו פארן קיין ארץ ישראל
בחור, פרנסה, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ווייסט אז איך בין דערקעגן פון פארן קיין ארץ ישראל, א בחור האט נישט וואס צו פארן קיין ארץ ישראל; איך ראט דיר זאלסט בלייבן אין אמעריקע. זוך דיר א פרנסה, מאך זיך א סדר היום, שיעורים אין תורה און אויך פרנסה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ, שֶׁיְּגִיעַת שְׁנֵיהֶם מְשַׁכַּחַת עָוֹן".


די אלע וואס רעדן דיך צו זאלסט פארן אויף ארץ ישראל און אויסניצן די צייט פון - ווי זיי רופן עס - "מאכן א לעבן" - די זענען נישט דיינע גוטע פריינד, די ווילן דיר נאר זען אוועק פון די אויגן, אזוי אויך די עלטערן וואס זענען גרייט צו צאלן טויזנטער דאלער פארן קינד ער זאל פארן אויף ארץ ישראל - דאס איז קודם אוועק פון די אויגן, דאס איז נישט ריכטיג.


ריכטיג איז זאלסט זיך מאכן אן ערנסטע סדר היום; דאווענען מיט מנין, לערנען שיעורים כסדרן, מקרא משנה גמרא וכו', און נעמען אן ארבעט, און ווארטן ביז דער אייבערשטער וועט העלפן וועסט טרעפן דיין שידוך.


בנוגע ארבעט וכו'; ווארט נישט ביז מען וועט דיך רופן צו ארבעטן פארן קעניג, נעם וואס פאר אן ארבעט מען טראגט אן, זיי נישט נאריש, זיי קלוג, "איזהו חכם, המכיר את מקומו" (עיין אבות ו, ו), ווער איז קלוג? דער וואס ווייסט זיין מצב, ער ווייסט דעם אמת אז 'איך בין גארנישט מיט נישט, אלעס איז נאר חסדי המקום'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#306 - פרנסה ווענדט זיך אין שמירת הברית
קדושה, פרנסה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרנסה האט נישט צוטון מיט וויפיל מען ארבעט און ווי קלוג מען איז, פרנסה האט מיט תיקון אות ברית קודש. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט), ווער עס איז מתקן אות ברית קודש איז זוכה צו 'מן', צו לחם מן השמים, צו פרנסה בנקל, אין שמירת הברית איז אלעס תלוי; אז מען איז מתקן תיקון הכללי, "מִמֵּילָא יְתֻקַּן הַכֹּל בִּפְרָט".


דערפאר האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איינגעפירט אין אלע שולן היכל הקודש, אז נאך שחרית זאל מען זאגן די תיקון הכללי, נישט אויסטון די תפילין ביז נאך די תיקון הכללי, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען.


זאלסטו זיך אזוי פירן, מהיום והלאה טו נישט אויס די תפילין נאר נאכן זאגן די תיקון הכללי. זאג די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], דאס וועט דיר ברענגען פרנסה בנקל, און צו אלע ישועות און יעדן פרט.

#305 - שחרית מנחה מעריב מיט מנין, מיט א סידור
פרנסה, דאווענען, מנין, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז דו ביסט א חתן, האסט זוכה געווען צו א טייערע כלה, א כלה מיט גוטע מידות און יראת שמים.


לכבוד דיין חתונה זאלסטו זיך מקבל זיין שוין פון יעצט צו דאווענען אלע דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב – מיט מנין, מיט א סידור. מוהרא"ש זאגט, דאווענען מיט מנין ברענגט 'דבר שבמנין' (פרנסה בשפע). אויך אז מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך אויף זיך השגחה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול, און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם.


יעדן טאג זאלסטו זיך מאכן א צייט פאר דריי מינוט גיין אין א ווינקל און דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס ער געבט דיר, דאס וועט ברענגען ישועות למעלה מהטבע.

#304 - ווען מ'שפירט מען ווערט דערווארגן וועגן פרנסה
שלום בית, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט ווען דו גייסט אריבער די שווערע נסיון פון פרנסה, שפירסט אזוי צעדרוקט, דו שפירסט דו ווערסט דערווארגן וכו' וכו', בעט איך דיר, האב אמונה ובטחון, גלייב אינעם אייבערשטן און פארלאז זיך אויף אים.


דערמאן זיך צוריק ווי אמאל האט דיר געקוועטשט אנדערע זאכן און דעמאלט האסטו אויך געמיינט אז עס איז עק וועלט, און ווען יענע שוועריקייטן זענען אריבער איז געקומען א פרישע וואל און געוואלט פארשוועמען און ברוך ה' ביסט אלעס אריבער, אזוי וועסטו דאס אויך אריבערגיין און דערציילן אין פריידן.


זיי ממשיך מיט דיינע גוטע זאכן, שטיי אויף פארטאגס, גיי א שפאציר, דאנק דעם אייבערשטן, און אזוי אויך ביינאכט גיי נישט אין ערגעץ, זיץ אין שטוב, מאך פרייליך דיין ווייב מיט דיין משפחה.