בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6 - הדרכות פאר א אידישע מאמע, און פאר גוטע קינדער
חיזוק פאר פרויען, רפואה, פרנסה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו און אויך דיין ווייב'ס בריוו.


אויב דער דאקטער זאגט אז מען דארף גיין זיך אויסטשעקן ביי א קליניק פון "הריון בסיכון גבוה" - זאל זי גיין, אפילו דער דאקטער איז א מאן. דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום.


בנוגע צי זי קען פארן מיט די שולע אויף וויקעישן וכו'; אודאי זאל זי פארן זיך אפרוען און הנאה האבן. זי ארבעט אזוי שווער א גאנץ יאר נאר דיר צו העלפן, אז דו זאלסט קענען לערנען - קומט איר זי זאל זיך אפרוען.


בנוגע צי זי זאל צוריק גיין ארבעטן וכו'; זי זאל ווייטער אנהאלטן איר ארבעט אין שולע. דארט האט זי הנאה, סיפוק, ווייניגער ארבעט און מען שעצט מער איר ארבעט ווי אין סעמינאר. מען צאלט טאקע ווייניגער דארט, אבער זי וועט זיין מער צופרידן דארט - וואס דאס איז מער פון געלט. זי זאל נעמען די אפציע פון זיין א מחנכת לערערין אין שולע, בנוסף צו דעם, אויב זי וויל און זי האט כח קען זי זיין א פאך לערערין אין סעמינאר וכו'.


בנוגע דיין זון, אז דער מלמד רופט אים בלשון גנאי וכו'; גיי אריבער צום מלמד און בעט אים ער זאל נישט רופן דיין זון מיט אזא צו-נאמען. פראביר מיט שיינעם, אויב עס וועט נישט העלפן זאלסטו איבערדרייען דעם גאנצן מוסד ביז מען וועט עפעס טון דערוועגן, אז דער מלמד זאל נישט מאכן קיין צו-נעמען אויף קינדער. ווייל דער וואס איז מכנה שם לחבירו האט נישט קיין חלק לעולם הבא (רמב"ם פרק ג' מהלכות תשובה, הלכה יד); דאס איז גורם אז דאס קינד זאל אויף וואקסן א צעקלאפט קינד רחמנא לצלן.


געדענקסט דאך אודאי ווי מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן אז זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע פרויען וואס ווארטן וכו' אז זיי זאלן יעדן טאג מזכיר זיין שמות הצדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסענווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיך אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ וִוי זֵיי הָאבְּן זִיך מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיך זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים, אִיך זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיך וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיך זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיך זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווער עס פאלגט דעם רבי'ן באקומט א נייע לעבן
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, פרנסה, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו.


מען זעט ממש בחוש אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן באקומט א נייע לעבן; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה און דו לערנסט דיינע שיעורים כסדרן על פי "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן.


איך פריי מיך זייער אז דו האסט געטראפן א פרנסה; אז מען דאווענט שחרית מנחה מעריב מיט מנין איז מען זוכה צו האבן פרנסה בשפע. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז מיר זאלן דאווענען מיט מנין, אזוי וועלן מיר האבן א דבר שבמנין (געלט).


אויב איז דא ביי דיין ארבעט אפענע אינטערנעט דארפסטו זען וואס דו קענסט טון אז דו זאלסט נישט פארלירן ביידע וועלטן; פראביר צו בעטן דיין בעל הבית ער זאל פארמאכן דיין אינטערנעט אז דו זאלסט נישט קענען אנקומען צו שלעכטע פלעצער. שלמה המלך זאגט (משלי ז, כה): "וְעַתָּה בָנִים, שִׁמְעוּ לִי, וְהַקְשִׁיבוּ לְאִמְרֵי פִי", איך בעט ענק הערט מיר צו, נעמט אן די רייד פון מיין מויל, "אַל יֵשְׂטְ אֶל דְּרָכֶיהָ לִבֶּךָ", גייט נישט נאך די וועגן וואס ברענגען עבירות, "אַל תֵּתַע בִּנְתִיבוֹתֶיהָ", ווערט נישט פארבלאנזשעט פונעם גוטן וועג, "כִּי רַבִּים חֲלָלִים הִפִּילָה", ווייל אסאך זענען שוין אוועקגעפאלן פון נאך גיין נאך עבירות, "וַעֲצֻמִים כָּל הֲרֻגֶיהָ", און אן א שיעור מענטשן זענען שוין גע'הרג'עט געווארן דורך טון עבירות; דאס גייט ארויף אויפן אינטערנעט וואס שלעפט אוועק מענטשן פונעם אייבערשטן, איינמאל מען פאלט אריין אין דעם איז שוין זייער שווער ארויס צו קריכן דערפון.


בענין וואס דו שרייבסט אז דו ווילסט איך זאל דיר ענטפערן דיינע ספיקות וכו'; איך וועל דיר פראבירן צו ענטפערן אויף אלעס וואס דו פרעגסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4 - אלעס וועט אריבערגיין בשלום
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, חובות

 בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט פאר אייך זייער אסאך אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת; דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן גרינג וכו' און אלעס זאל גיין ווי עס דארף צו זיין.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך; איר האט זוכה געווען צו א שיינע משפחה, געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער וואס לערנען און דאווענען און קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן; וואס דארף א אידישע מאמע מער פון דעם? גוטע קינדער איז מער פון אלעס אויף דער וועלט.


איך וועל שרייבן פאר אייער מאן נרו יאיר ער זאל העלפן אין שטוב וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער מאן ער זאל ארויס גיין פון זיינע חובות און עס זאל שטענדיג זיין שפע ביי אייך אין שטוב.

#3 - זיי ממשיך בעבודתך הקדושה מיט הדפסה
הפצה, חסידות ברסלב, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה; האברך ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו געבסט יעדע חודש פאר די רענט פון ישיבה הונדערט דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו די ברכה פון (תהילים קכח, ג): "אֶשְׁתְּךָ כְּגֶפֶן פֹּרִיָּה בְּיַרְכְּתֵי בֵיתֶךָ, בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


אויף די פראגע צי דו זאלסט איבער לאזן דיין ארבעט וכו'; ביז דערווייל בלייב ארבעטן וואו דו ארבעטסט און דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס; אז דו וועסט זען אז דו דארפסט ארבעטן צוזאמען מיט וכו' וואס דאס איז יחוד, דעמאלט זאלסטו אוועק לויפן פון דארט ווי מען לויפט אוועק פון א שריפה.


זיי ממשיך בעבודתך הקדושה מיט הדפסה; ר' נתן האט געזאגט פאר זיין הסתלקות: "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזוי פיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און ר' נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, עס זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה'; איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'" (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


דאס דארפן מיר טון: עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים אויף די גאנצע וועלט, און מיר דארפן זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'; אז איינער קען ברענגען געלט צו דרוקן - זאל ער ברענגען געלט, אז איינער קען קומען העלפן דרוקן - זאל ער קומען דרוקן, איינער קען גיין ביי די הייזער מיט די ספרים וכו', יעדער איינער זאל צו לייגן א האנט צו האבן א חלק אין מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#2 - מחזק א בחור וואס האט געדארפט אוועקמופן
בחור, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון דיר, איך בענק מיר שוין זייער נאך דיר; איך האף אז דו וועסט פטור ווערן פון די מדינה של גיהנום און קענען צוריק קומען קיין אמעריקע.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן ביי די שיעורים, אז זיי דארפן נישט קיין בחורים אין זייער טריפה'נע מיליטער (צה"ל), זיי האבן גענוג און נאך רוסן אין זייער מיליטער, זיי ווילן פשוט אויסרייסן אידישקייט (היה לא תהיה) דורך מטמא זיין בחורים און מיידלעך אין זייער שמד מיליטער; געדענק אז מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


בנוגע דיין דירה צי דו זאלסט עס אויפגעבן אדער ווייטער צאלן רענט ביז דו קומסט צוריק; געב עס אויף. עס איז נישט כדאי צו צאלן געלט יעדע חודש אויפן חשבון אז דו וועסט צוריק קומען, און אפילו דו וועסט בקרוב צוריק קומען וועסטו טרעפן נאך בעסערס און ביליגער. בנוגע דיינע חפצים וואס ליגן דארט; בעט א חבר זאל דיר טון א טובה און צוזאמנעמען דיינע חפצים און עס דיר אפשיקן קיין ארץ ישראל, אדער אוועק לייגן ביז דו וועסט דאס קומען אפנעמען.


זע צו נעמען די ערשטע ארבעט וואס קומט דיר אונטער; דו זאלסט נישט גיין ליידיג חס ושלום, וואס דאס איז די ערגסטע זאך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה, וְלִידֵי שִׁגָּעוֹן", גיין ליידיג ברענגט צו נישט גוטע זאכן און עס ברענגט צו דעפרעסיע; קוק אין די מעשה פון די בן מלך און בן שפחה וואס זענען פארביטן געווארן (ספורי מעשיות, מעשה יא) ווי מען האט געזאגט פארן אמת'ן בן מלך אין חלום: "אויב דו ווילסט קומען צו דיין זאך זאלסטו נעמען די ערשטע ארבעט וואס מען טראגט דיר אן", און אזוי האט ער טאקע געטון, ער האט גענומען די ערשטע ארבעט און ער איז טאקע צו געקומען צו זיין זאך.


זיי מחזק האברך ... נרו יאיר, ער זאל ווייטער ממשיך זיין בהפצה. און דו זאלסט אויך ווייטער ממשיך זיין מיט אלע דיינע עבודות הקודש וואס דו טוסט, אז די דרשות פון ישיבה זאלן גיין אויף אלע שפראכן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין זיווג און אויפשטעלן שיינע ערליכע אידישע דורות לה' ולתורתו.

#1 - רעד מיט דרך ארץ צו דיין בעל הבית
פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני-א, י"א ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט וואס דו האסט צו זאגן בנוגע דיין ארבעט; אבער איך מוז דיר זאגן אז דו ביסט נישט גערעכט, דו פירסט זיך אביסל צו שארף צו דיין בעל הבית. זיי מיר מוחל אבער מען רעדט נישט אזוי צו א בעל הבית, אמת טאקע מיר אידן האבן נאר איין בעל הבית, אזוי ווי דער אייבערשטער זאגט (ויקרא כה, נה): "כִּי לִי בְנֵי יִשְׂרָאֵל עֲבָדִים" מיר זענען קנעכט פארן אייבערשטן "ולא עבדים לעבדים", און נישט קנעכט פאר קנעכט (קידושין כב:). א איד האט טאקע נישט קיין בעל הבית אויסערן באשעפער, אבער אז דו וועסט רעדן צו אים מיט עזות וכו', דו וועסט אים אנטיילן ווי אזוי צו פירן זיין ביזנעס וועט ער דיר אוועק שיקן אזוי ווי מען האט דיר אוועקגעשיקט פון אלע דיינע ארבעטס פלעצער.


איך בעט דיר זייער, בעט דיר איבער מיט דיין בעל הבית און זיי נישט קיין אויבער חכם; ער איז דיר גארנישט שולדיג. דו מעגסט אמאל ארויס גיין פון דיין וועג פאר אים און זיי נישט אזוי שארף צו אים. למעשה ארבעסטו פאר אים, דארפסטו האבן אביסל הכרת הטוב.


מיר האבן באקומען א מתנה פון הייליגן רבי'ן "התבודדות"; יעדע זאך וואס שטערט דיר, יעדע זאך וואס באדערט דיר, זאלסטו פארציילן פארן אייבערשטן. דאנק דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר און בעט אים אז דו זאלסט נישט דארפן צוקומען צו קיינעם, כִּי אִם לְיָדְךָ הַמְּלֵאָה, הַפְּתוּחָה, הַקְּדוֹשָׁה, וְהָרְחָבָה, שֶׁלֹא נֵבוֹשׁ וְלֹא נִכָּלֵם לְעוֹלָם וָעֶד.


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל דו זאגסט מיר שטענדיג איך זאל דיר זאגן וואס צו טון; איך האף אז דו וועסט פאלגן וועט דיר גוט זיין.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים.