בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#125 - נאך א שווערע טאג ארבעט, גייט מען אין שול לערנען
סיום, פרנסה, מוהרא"ש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתך תחי'


איך האב זייער הנאה געהאט נעכטן נאכט ביים סיום מסכת מועד קטן ביי ענק אין שטוב.


עס איז געווען א שיינע סיום, א שיינע חבורה אינגעלייט און בחורים וואס לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא מיט א מגיד שיעור, מיין זון הרב ... נרו יאיר. וואס איז שענער פון דעם, צו זען אינגעלייט, אפגעמאטערט נאך אגאנצן טאג ארבעטן - זאלן קומען אין שול לערנען, דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


די הייליגע חכמים זאגן (חגיגה ה:): "שְׁלשָׁה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בּוֹכֶה עֲלֵיהֶם בְּכָל יוֹם", אויף דריי מענטשן וויינט דער אייבערשטער כביכול יעדן טאג, דער ערשטער פון זיי: "עַל מִי שֶׁאֶפְשָׁר לַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה וְאֵינוֹ עוֹסֵק", דער וואס קען לערנען תורה און לערנט נישט; אויף אזא איינעם דארף מען וויינען, נעבעך, וואס האט מען פונעם לעבן אן תורה? נאר תורה בלייבט פונעם מענטש, נאר תורה וועט איבערבלייבן פון די גאנצע פלאגעניש.


איך פריי זיך אז דו גייסט צום שיעור גמרא יעדן טאג, מוהרא"ש פריידט זיך, אלע צדיקים פרייען זיך.


איך ווייס נישט אויב איך האב אייך שוין דערציילט, מוהרא"ש האט מיר כמה פעמים געזאגט אויף ענק אז איך ראטעווע ענק, איך האב דעמאלט נישט געהאט קיין ספעציעלע שייכות מיט ענק, ערשט שפעטער נאכן פטירה פון מוהרא"ש האבן מיר זיך מער און מער באקענט, און היינט פארשטיי איך די ווערטער, די רוח הקודש פון מוהרא"ש; מוהרא"ש האט פאראויס געזאגט וכו'.


זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, דאס וועסטו מיטנעמען מיט זיך אויף די וועלט און יענע וועלט.

#124 - בעט פאר פרנסה איין מאל, צוויי מאל, צען מאל און הונדערט מאל
תפילה והתבודדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין מתפלל פאר דיר כסדר דו זאלסט האבן גרויס שפע, זאלסט האבן פרנסה בריווח.


דו ווייסט דאך אוודאי אז די שליסלען פון פרנסה ליגט נאר ביים אייבערשטן (תענית ב.), נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, אים בעטן איין מאל, צוויי מאל, צען מאל, הונדערט מאל, נאכאמאל און נאכאמאל, אויף אונזער אייגענע שפראך.


דיקא ווען מען זעט שוין נישט קיין וועג ווי אזוי מען קען זיך אן עצה געבן, ווען מען שפירט זיך איינער אליינס, מען בעט דעם אייבערשטן מיטן גאנצן הארץ - דעמאלט קומט די ישועה.


פאריגע וואך זאגט מיר מיין ווייב תחי' אז מען דארף באצאלן די ... איך האב אויפגעהויבן מיינע אויגן און געבעטן דעם אייבערשטן, גלייך נאכדעם קומט מיר איינער געבן שדכנות געלט און נאך אביסל פאר הכרת הטוב! אזעלכע מעשיות האב איך כסדר און איך בין זיכער אז אזעלכע מעשיות וועסטו הערן ביי אלע אנשי שלומינו.


איך בענק זיך צו דיר.

#123 - א גוטע ביזנעס דיל מיט מעכטיגע רווחים
פרנסה, לימוד התורה, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב דו האסט צייט צו רעדן, איך וויל מיט דיר עפעס דורכרעדן.


איך האב א גוטע ביזנעס דיל פאר דיר, א פלאץ וואו דו וועסט קענען מאכן מעכטיגע רווחים. דער דיל איז אויב דו וואלסט אריינגענומען ביי דיר אין די ביזנעס א אינגערמאן וואס זיצט אין לערנט, און אים געבן וועכנטליך א געהאלט.


דער דיל ארבעט אזוי, ער לערנט בהתמדה רבה, לכל הפחות צוועלף שעה א טאג, נישט איינער וואס הייסט ער לערנט, נאר א מתמיד, איינער וואס נוצט אויס די צייט, דו געבסט אים א געהאלט כאילו ער ארבעט פאר דיר, און וואס באקומסטו? דו באקומסט די שכר אויבן אין הימל פון זיין תורה.


דאס ווערט אנגערופן א יששכר זבולון געשעפט; זבולון האלט אויס יששכר, אזוי קען יששכר לערנען. אזוי פסק'נט דער רמ"א (יורה דעה סימן רמו, סעיף א): "וְיָכוֹל אָדָם לְהַתְנוֹת עִם חֲבֵרוֹ שֶׁהוּא יַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה, וְהוּא יַמְצִיא לוֹ פַּרְנָסָה, וַיְּחַלֵּק עִמּוֹ הַשָּׂכָר", מען קען זיך אויסנעמען מיט א צווייטן אז יענער זאל לערנען און איך וועל יענעם אויסהאלטן, און מען טיילט זיך אויבן אין הימל מיט די שכר; ווייל אן זבולון איז נישטא קיין יששכר. אזוי ווי דער הייליגער זוהר הקדוש פרעגט (ויחי רמא:): "אַמַּאי אַקְדִּים בְּבִרְכָאן זְבוּלוּן לְיִשָּׂשכָר תָּדִיר", פארוואס רעכנט די תורה אויס זבולון פאר יששכר? "וְהָא יִשָּׂשכָר אִשְׁתַּדְּלוּתֵיהּ בְּאוֹרַיְיתָא", יששכר איז דאך דער וואס לערנט תורה, "וְאוֹרַיְיתָא אַקְדִּים בְּכָל אֲתַר", די תורה קומט פאר אלעס, "אַמַּאי אַקְדִּים לֵיהּ זְבוּלוּן בְּבִרְכָאן", פארוואס רעכנט מען ערשט אויס זבולון ביי די ברכות? "אֲבוֹי אַקְדִּים לֵיהּ", יעקב אבינו ביים בענטשן זיינע קינדער רעכנט אויס ערשט זבולון, "משֶׁה אַקְדִּים לֵיהּ", משה רבינו ווען ער האט געבענטשט די שבטים רעכנט ער אויס ערשט זבולון און נאכדעם יששכר, "אֶלָּא זְבוּלוּן זָכָה עַל דְּאֲפִיק פִּתָּא מִפּוּמֵיהּ, וְיָהַב לְפוּמֵיהּ דְּיִשָּׂשכָר", נאר זבולון האט ארויסגענומען ברויט פון זיין מויל און געגעבן פאר יששכר, "בְּגִינֵי כָּךְ אַקְדִּים לֵיהּ בְּבִרְכָאן", דעריבער האט ער זוכה געווען צו ווערן געבענטשט ערשט, "מֵהָכָא אוֹלִיפְנָא", פון דא זעען מיר, "מַאן דְּסָעִיד לְמָרֵיהּ דְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס מאכט זאט מענטשן וואס לערנען תורה, "נָטִיל בִּרְכָאן מֵעֵילָא וְתַתָּא", ווערט געבענטשט אויבן און אונטן, "וְלָא עוֹד", נישט נאר דאס, "אֶלָּא דְזָכֵי לִתְרֵי פָּתוֹרֵי", נאר ער איז זוכה צו באקומען צוויי מאל שכר, "מַה דְּלָא זָכֵי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", אנדערע מענטשן זענען נישט זוכה צו דעם, "זָכֵי לְעוּתְרָא דְיִתְבָּרַךְ בְּהַאי עַלְמָא", ער ווערט געבענטשט מיט א רייכקייט אויף די וועלט, "וְזָכֵי לְמֶהֱוֵי לֵיהּ חוּלָקָא בְּעַלְמָא דְאָתֵי", און ער ווערט געבענטשט מיט א רייכקייט אויף יענע וועלט, "הֲדָא הוּא דִכְתִיב", אזוי ווי עס שטייט, "זְבוּלוּן לְחוֹף יַמִּים יִשְׁכּוֹן, וְהוּא לְחוֹף אֳנִיּוֹת, כֵּיוָן דִּכְתִיב לְחוֹף יַמִּים, אַמַּאי וְהוּא לְחוֹף אֳנִיּוֹת", וואס איז די טאפלטער לשון? "אֶלָּא, לְחוֹף יַמִּים, בְּעַלְמָא דֵין", נאר איין לשון איז א ברכה אויף די וועלט, "לְחוֹף אֳנִיּוֹת, בְּעַלְמָא דְאָתֵי", די צווייטע לשון איז א ברכה פאר יענער וועלט, "כְּמָא דְאַתְּ אָמֵר, 'שָׁם אֳנִיּוֹת יְהַלֵּכוּן וְגו'', דְּתַמָּן הוּא נְגִידוּ דְעַלְמָא דְאָתֵי".


דאס וועט זיין א פריוואטע זאך צווישן דיר און יענער תלמיד חכם; דאס וועט זיין א גוטער געשעפט, נאר רווחים, כולו רווחים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - א רחמנות אויף מענטשן וואס פלאגן זיך פאר גארנישט
מלמדים, פרנסה, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב


איך וויל דיר פרעגן, דו ארבעטסט שווער? האסט מער נישט קיין כח? שפירסט ווי דו קענסט מער נישט?


וויסן זאלסטו, יעדער ארבעט שווער, קיינער האט נישט קיין כח, אלע שפירן ווי זיי קענען מער נישט; דער אונטערשייד איז אז דו ארבעטסט א הייליגע ארבעט, מיט תינוקות של בית רבן. דיין כח גייט נישט לאיבוד, דיין הארעוואניע בלייבט לנצח נצחים, אנדערע ארבעט גייט לאיבוד; מענטשן בויען ביזנעסער, ביים סוף בלייבט גארנישט פון די הארעוואניע; א רחמנות אויף מענטשן וואס פלאגן זיך פאר גארנישט מיט נישט.


איך האף די פאר ווערטער וועט דיר געבן אביסל כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט דיין שווערע ארבעט.


 

#121 - נישט געטרויען מענטשן מיט געלט
קינדער, משפחה, פרנסה, אידיש געלט, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען איינער האט דיך בא'גנב'עט מיט א האלב מיליאן דאלער - זאלסטו שוין גלייבן וואס מוהרא"ש לערנט אונז, מיר זאלן קיינעם נישט געטרויען.


אז מען קען אוועקלייגן געלט - דארף מען דאס קיינעם נישט דערציילן, קיינער דארף נישט וויסן דיינע חשבונות. אויב מען זאגט פאר משפחה אדער נאנטע וויפיל געלט מען האט - וועלן זיי נאכדעם קומען מיט א שפיל דאס ארויס'גנב'ענען, דעריבער דארף מען קיינעם נישט זאגן פריוואטע חשבונות.


שטארק זיך מיט תפילה במנין; שחרית, מנחה און מעריב זאלסטו דאווענען מיט מנין מיט מסירות נפש. דאווענען מיט מנין ברענגט דבר שבמנין, אזוי זאגט מוהרא"ש, דאווענען ברענגט שפע. דאווענען האלט דעם איד בקדושת ישראל, דאווענען מאכט אז די קינדער זאלן זיך נישט דארפן מוטשען, זיי זאלן נישט זיין פארטריבענע (עיין ספר המידות, אות תפילה, סימן לו).

#120 - וואויל איז דעם וואס האט שכל צו נוצן זיין געלט אין גוטע אינוועסטמענטס
מוסדות, הדפסה, אומאן, פרנסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דארף האבן געלט צו ענדיגן דעם בנין אין אומאן, און צו ענדיגן אפקויפן די בנין פאר הדפסה; איך דארף א האלב מיליאן דאלער.


איך טראכט אסאך פון וועם צו בארגן, יעצט טראכט איך אז אפשר קענסטו מיר פארבארגן א האלב מיליאן דאלער פאר דריי יאר, ביז חנוכה תשפ"ה; לאז מיר וויסן אויב דו קענסט מיר העלפן - וועסטו האבן א חלק אין די הייליגע זאכן וואס מיר טוען.


וואויל איז דעם וואס האט שכל צו נוצן זיין געלט אין גוטע אינוועסטמענטס, אין זיכערע אינוועסטמענטס; וועט ער זיך נישט דארפן שעמען מיט זיין געלט ווען משיח וועט קומען.


 


 

#119 - לויף נישט נעמען סתם אבי אן ארבעט, ווער נישט יענעמ'ס עבד כנעני
הפצה, פרנסה, לימוד התורה, גמרא, דאווענען, מעביר סדרה, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע די דזשאב וכו'; עס איז נישט כדאי, דו וועסט טרעפן בעסערס; זיי נישט באזארגט, ווער נישט פארלוירן, לויף נישט נעמען סתם אבי אן ארבעט, ווער נישט יענעמ'ס עבד כנעני. אויך, וואס פעלט דיר אויס צו ארבעטן מיט נסיונות, עס איז נישט ווערד דאס לעבן אז מען פאלט אראפ רחמנא לצלן.


דאווען די דריי תפילות מיט מנין דיקא, זיי זיך מוסר נפש צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש און תרגום פונעם טאג; זונטאג ביז שני, מאנטיג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו לערנען משניות און לכל הפחות א בלאט גמרא - וועסטו זען ווי אזוי דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים, דו וועסט האבן פרנסה בריווח, דו וועסט האבן גרויס שפע.


אויך בעט איך דיר זייער, זיי ממשיך מיט הפצה; ברענג אריין די זיסע עצות פון רבי'ן אין די וועלט אויף דיין וועג.


 

#118 - זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער מענידזשער, האברך היקר לי ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו ארבעטסט זייער געטריי, דו ארבעטסט איבער דיינע כוחות אנצוגרייטן די עסן פאר די קינדער.


איך וויל דיר מחזק זיין מיט ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר מחזק געווען. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעטסט דיין גאנץ לעבן אין א געשעפט וואס פארקויפט בעקיטשעס און דו גייסט אוועק פון די וועלט, דו קומסט פאר'ן בית דין של מעלה, מען פרעגט דיר, וואס האסטו געטון, און דו ענטפערסט וכו', וועט מען דיר פרעגן: 'זיבעציג יאר געשניטן סחורה?! זיבעציג יאר געשטאנען אין קלייט?!' אבער יעצט וועסטו זאגן 'זיבעציג יאר געטון מיט אידישע קינדער'".


דאס זעלבע זאג איך דיר, טייערער ברודער, בלייב מיט די עבודת הקודש, בלייב דיין גאנץ לעבן מיר העלפן אויפשטעלן מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער מיט אמונה ויראת שמים.


אויך בעט איך דיר, שמייכל צו יעדן קינד, גרוס יעדן קינד. דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין שמייכל, איין גוט ווארט - טוט מיט א צווייטן; קען זיין דאס געבט אים ווילן צו לעבן.


 

#117 - די אלע מניעות ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, איז א גרויסע טובה
כיבוד אב ואם, צרות, שלום בית, חסידות ברסלב, פרנסה, מוהרא"ש, ישיבה, ראש ישיבה, לשון הרע, מניעות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק. וואויל איז דיר אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין אמט צוליב דעם אז דו ביסט א ברסלב'ער און נישט חס ושלום צוליב שלעכטע זאכן. מען הערט אזויפיל מעשיות פון תלמוד תורה'ס און ישיבות וואו מען ווארפט ארויס איינגעשטעלטע צוליב עבירות, אבער דיין גאנצע חטא איז אז דו ביסט א ברסלב'ער.


איך געדענק פון יארן צוריק ווען מען האט מיר אפגעזאגט פון מיין אמט פון זיין א מלמד מיט א מנהל, האט מיר מוהרא"ש זכרונו לברכה זייער מחזק געווען, מוהרא"ש האט מיר געזאגט די ווערטער: "אשריך שנתפסת על דברי תורה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן צוליב דעם וואס דו האסט מזכה געווען אזויפיל בחורים מיט לערנען און דאווענען און אריינלייגן אין זיי אמונה; קוק נאך די בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ערב יום הקדוש שנת ה'תשס"ט, עס איז געדרוקט אין אשר בנחל.


בלייב שטארק און זיי ממשיך נאך מער צו פארשפרייטן די הייליגע קונטרסים, ספרים און גליונות. דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער, אנגעהויבן מיט די קלעפ שמחת תורה און די פרנסה וואס מען האט דיר מקפח געווען און די אלע בזיונות און שפיכות דמים, דאס וועט דיר נאר ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


געדענק וואס מיר האבן היינט גערעדט, אויב דו וועסט זיך האלטן שטארק, דו וועסט אינאיינעם מיט דיין ווייב זיין שטארק, עס וועט זיין שלום און ליבשאפט צווישן ענק – וועט ענק קיינער נישט קענען צעברעכן.


פון אלעס וואס דו דערציילסט וואס דו גייסט אריבער, טוט מיר דאס מערסטע וויי אז דיין ווייב'ס עלטערן וויל נישט רעדן מיט ענק ווייל איר זענט נעבעך געווארן ברסלב. געוואלד און געשריגן, קוקט וואס לשון הרע טוט; זיי מיינען אז איר זענט אין נישט א גוטע פלאץ, וואלטן זיי געוויסט וואס דער רבי איז, וואס ברסלב איז, וואס מען לערנט ביים רבי'ן, וואלטן זיי געטאנצן פאר שמחה אז די קינדער גייען צו א רבי וואס געבט נאר יראת שמים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם".


אוי ווי עס טוט וויי ווען עלטערן וויל נישט רעדן מיט א קינד, אוי שטעכט עס אין הארץ; די אנדערע זאכן זענען נישט קיין ווייטאג אנטקעגן די צער, וואס גייט מיר אן אז דער אדמו"ר האט געהייסן שלאגן? וואס גייט אן אז מען האט מיר אפגעזאגט פון א פרנסה? פרנסה געבט דער אייבערשטער, פרנסה איז דא אסאך, און דער אדמו"ר זאל זיין געזונט און שטארק און ווייטער אנכאפן זיינע חסידים זיי זאלן אים נישט אפלאזן; איך דארף אים בכלל נישט האבן, איך האב א רבי וואס העלפט מיר, א רבי וואס פארשטייט מיר, א רבי וואס ברענגט מיר צו לערנען און דאווענען און האבן שלום בית וכו'; אבער אז עלטערן ווילן נישט רעדן מיט א קינד – דאס שטעכט, דאס טוט וויי.


טייערער ברודער, זארג נישט; ביים סוף וועלן זיי שלום מאכן מיט דיר און דיין ווייב, זיי וועלן אויך אנקומען צום רבי'ן. אויב דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין, דו וועסט נישט רעדן קעגן זיי, דו וועסט טראכטן נאר גוטס אויף זיי – וועלן זיי אליינס קומען קיין אומאן.


וואס דארפסטו מער פון די מעשה וואס רבי נתן האט געהאט מיט זיינע עלטערן; אין אנהייב האט אים זיין טאטע גע'רודפ'ט עד חרמה, ער האט נישט געוואלט רעדן צו אים, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב, אבער ביים סוף האט ער אים אזוי ליב געהאט, ער האט אים גערופן אזוי ווי מען רופט אן אדם גדול, מיט א ר', "ר' נתן"; רבי נתן האט געזאגט: "טאטע, רוף מיר נישט מיט א ר'", אבער דער טאטע האט געזאגט: "איך האב פון דיר אזויפיל נחת, איך וועל דיר רופן ר' נתן".


די אלע מניעות וואס גייען אריבער אויף א מענטש ווען מען ווערט מקורב צום צדיק – איז א גרויסע טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה, בסוף): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס האט גרויסע מניעות ווען ער ווערט מקורב צום אייבערשטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ער האט מניעות פון זיין טאטע, ווייב אדער שווער, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד, וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן וכו'", אדער מניעות פון געלט, "הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס איז א גרויסע טובה פאר'ן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה", ווייל דורכדעם, "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", איז מען זוכה צו מקבל זיין שפע קדושה וטהרה צו ווערן מקורב צום אייבערשטן.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך בין אבער זייער טרוד, איך דארף מקצר זיין.


 

#116 - איך האב זייער הנאה געהאט ביי די נסיעה פון די טייערע אינגעלייט פון ארץ ישראל
חברים, סקול, הכרת הטוב, נסיעה, פרנסה, ארץ ישראל, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך דערציילן פון מיין נסיעה, איך האב זייער הנאה געהאט פון די נסיעה; מיר האבן געדאווענט ביי די הייליגע צדיקים, עס איז געווען זייער שיין.


איך וויל אייך זאגן, דאס מערסטע האב איך הנאה געהאט ביי די נסיעה פון די טייערע אינגעלייט פון ארץ ישראל, איך האב זיי שוין אלע געקענט פון פארדעם, שוין גערעדט מיט זיי, אבער ווען מען זיצט אינאיינעם טעג און נעכט אויף א באס; מען פארט, מען עסט, מען שלאפט און מען איז מיד אינאיינעם - דעמאלט באקענט מען זיך מער. דער איד ..., ... און ... דאס זענען אזעלכע טייערע מענטשן, נארמאלע מענטשן, מענטשן מיט ישוב הדעת, באזעצענע מענטשן; איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט זיי די גאנצע נסיעה.


איך האף אז אלעס איז ביי אייך גוט, איך האב געבעטן פאר אייך ביי די צדיקים, איך בעט כסדר פאר אייך; נישט אלעמאל קומט מיר אן צו ענטפערן בריוו, זאלט איר נישט מיינען אז איך האב פארגעסן פון אלע גוטע זאכן וואס איר האט מיר געטון במשך אלע יארן, איך געדענק גוט אלע גוטע זאכן, איך בעט פאר אייך כסדר פאר אייער מאן און קינדער; אז איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וועל איך נאכאמאל קומען צו אייך.


זאגט פאר די כלה ... תחי' אז זי קען גיין ארבעטן צו קענען העלפן אירע עלטערן חתונה מאכן, זי דארף נישט בלייבן אין סקול.


בנוגע רעדן מיט די חתן; זאל זי פרעגן אירע עלטערן. מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן, אבער דאס דארף זיין מיט די הסכמה פון די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - ס'איז דא חובות, נישטא קיין געלט איינצוקויפן, די מוחות זענען צעקוועטשט
תודה והודאה, התחזקות, פרנסה, נסיונות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


ווי איך פארשטיי גייט איר אריבער יעצט א צייט פון א נסיון; פרנסה איז ענג, עס איז דא חובות, נישטא קיין געלט איינצוקויפן; דאס מאכט די מוחות אביסל צעקוועטשט.


בעט איך ענק זייער זייער שטארק, פארלירט אייך נישט, עס איז אן אריבערגאנג; באלד וועט זיין גרויס שפע. עס איז נאר א נסיון צו זען אויב איר וועט בלייבן שטארק מיט אמונה, בלייבן באהבה ושלום. איך האף איר וועט דאס קענען באווייזן, נישט ווערן צעבראכן - וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן.


דערמאנט אייך נאר די גרויסע נסים ביז אהער, צינדט אן לעבעדיגע מוזיק אין שטוב, טאנצט און פאטשט - וועט נמתק ווערן אלע דינים.

#114 - רעד מיט אלעמען דבורי אמונה, מיט אידן און להבדיל מיט גוים
אמונה, רעדן, פרנסה, ניבול פה, גוים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט רעדן מיט אלעמען דבורי אמונה, מיט אידן און להבדיל מיט גוים; ווען מען רעדט פון אייבערשטן ווערט ליכטיג, אלע פראבלעמען פאלן אוועק.


מוהרא"ש זאגט מען זאל רעדן דבורי אמונה אפילו מיט גוים; מוהרא"ש זאגט דאס איז אן עצה ווען מען דארף טובות פון זיי זאל מען זיי זאגן אין זייער שפראך: "יברכך ה'" - דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן; דעמאלט ווערן זיי בטל ומבוטל, זיי טוען אלעס וואס מען בעט זיי.


איך אליינס האב דאס געהאט צענדליגער מאל, איך האב געדארפט אנקומען צו זייערע טובות און נאכן מזכיר זיין שם שמים, נאכן זאגן עפעס ווערטער פון אייבערשטן - האבן זיי געטון וואס איך האב געבעטן.


אז דו ווילסט מצליח זיין - זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין אלעס בקדושה. געב אכטונג דיינע ארבעטערס זאלן נישט רעדן ניבול פה, ארבעטערס וואס רעדן ניבול פה פארטרייבן די שכינה הקדושה און אז מען פארטרייבט דעם אייבערשטן איז נישטא קיין הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - הער שוין אויף צו זיין אזוי קארג
שלום בית, פרנסה, מדות טובות, קאר, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואס גייט דיר אן אז דיין ווייב האט געקויפט א קלייד פאר הונדערט דאלער? פארוואס דארפסטו איר אלץ פרעגן: "נישטא ביליגער?" פארוואס פארגונסטו איר נישט? וואלסט זיך געדארפט פרייען אז זי האט געטראפן א קלייד וואס זי האט ליב.


הער שוין אויף צו זיין קארג, אז דו ווילסט זיין קארג קענסטו דאס טון פאר דיר אליינס; קומענדיגע מאל דו וועסט ארויסנעמען א קאר, ווען דער דילער וועט דיר פארשלאגן נאך א פיטשעווקע פאר נאך אפאר דאלער יעדן חודש, זאלסטו זיך זאגן 'נישטא ביליגער?' 'פעלט דאס אויס?'


דיין ווייב זאלסטו אויסלויבן און אויסרומען, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט; דאס ברענגט שפע, דאס ברענגט אלעס גוטס. פרוביר דאס אויס וועסטו זען ווי עס וועט דיר נתרחב ווערן די פרנסה; ווי מער דו וועסט איר פרייליך מאכן, דו וועסט רעדן שיין צו איר, זי וועט נישט מורא האבן פון דיר - וועט זיך עפענען די שפע פון פרנסה.


 

#112 - שמחה איז מסוגל פאר פרנסה
שמחה, סגולות, עבודת השם, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר.


איך בעט דיר זייער, זיי פרייליך; ווען א מענטש איז פרייליך קומט ער אן צו די העכסטע מדריגה. מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו (חדושי הרמ"ל, פרשת ויצא), די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "שַׁעֲרֵי דְּמָעוֹת לֹא נִנְעֲלוּ", אלע טירן ווערן פארשפארט אויסער די טירן פון טרערן; זאגט דער צדיק, אפילו די טירן פון טרערן ווערן נישט פארשפארט - דאך איז אבער דא טירן, מען דארף טרעפן די טירן; נישט יעדער איינער קען וויינען, עס זענען דא מענטשן וואס וויינען נישט אזוי שנעל; זאגט דער צדיק, אויף שמחה איז נישטא קיין טירן, מען דארף נישט ווארטן איינער זאל עפענען, איינער זאל פארשפארן, נאר תיכף ומיד ווען א מענטש איז פרייליך - איז ער שוין ביים אייבערשטן אליינס.


שמחה איז מסוגל פאר פרנסה; מוהרא"ש זאגט, די שם פון פרנסה, חת"ך – איז די סופי תיבות פונעם פסוק (תהלים קמה, טז): "פּוֹתֵחַ' אֶת' יָדֶךָ'"; אויך איז דאס די סופי תיבות פון (דברים טז, טו): "וְהָיִיתָ' אַךְ' שָׂמֵחַ'"; ווייל אז מען איז פרייליך – האט מען פרנסה.


לאמיר טאנצן: "אשרינו, מה טוב חלקינו, שזכינו להתקרב לרבינו!"

#111 - דארפסט ברענגען פרנסה, אבער כאפ אויך ארויס עפעס תכלית
תפילה והתבודדות, פרנסה, לימוד התורה, תכלית, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


שטארק זיך צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות דעם בלאט גמרא. גמרא איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים ג'בריאל, מ'יכאל, ר'פאל און א'וריאל; ווען מען לערנט גמרא ציט מען צו זיך די פיר מלאכים, מען האט א שמירה עליונה (ספר החיים לאחי מהר"ל, ספר זכיות, פרק ב). אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער, דאס וועט דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס.


איך געדענק דיינע יארן אין ישיבה ווי דו ביסט געזיצן מיט די גמרא און געלערנט מיט התמדה, יעצט ווען דו דארפסט ברענגען פרנסה זאלסטו אויך ארויסכאפן עפעס תכלית, תורה ומעשים טובים.


וואס דו דארפסט - זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, רעד צו אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, בעט אים וואס דו דארפסט - וועסטו ווערן צוגעקלעבט צו אים. תפילה איז דביקות בה', תפילה באהעפט דעם מענטש צום אייבערשטן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד).

#110 - דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב
קינדער, שלום בית, שערן די האר, פרנסה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפסטו לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב; אן ערליכע, א וואוילע, א צדקת; זי האט זיך אפגעשוירן איר האר.


לעצטנס ווערט מער און מער איינגעריסן ביים היימישן ערליכען עולם אז מען שערט זיך נישט די האר, עלטערן זענען אזוי צעבראכן צוקוקענדיג ווי די אייגענע קינדער גייען אוועק פון די ערליכע וועג, פון קדושה וטהרה. אז דיין ווייב שערט זיך דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב, און בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אייניקלעך זאלן בלייבן ביי די ערליכע איידעלע וועג.


א סגולה פאר עשירות, רעד שיין און ווייך צו דיין ווייב; אויב דו וועסט קיינמאל נישט וויי טון דיין ווייב, דו וועסט איר מכבד זיין – וועסטו זיין א גרויסער עושר.

#109 - לייגן די משפחה פאר די ביזנעס
חיזוק פאר פרויען, משפחה, בזיונות, פרנסה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת .. תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט געלייגט אייער ביזנעס אין דער זייט, יעצט זענט איר פארנומען מיט אייער משפחה.


א אידישע פרוי דארף נישט ארבעטן, א אידישע פרוי דארף זיין א ווייב פאר'ן מאן און א מאמע פאר די קינדער; אויב מען וויל זיין געטריי פאר'ן מאן, אים העלפן ברענגען פרנסה - איז דאס זייער חשוב, אבער בתנאי עס זאל נישט שטערן די משפחה. קינדער וואס באקומען די הרגשה פון די עלטערן אז געלט איז דער עיקר - וועלן אריינווארפן די עלטערן אויף די עלטער אין א מושב זקנים, זיי וועלן אויך זיין פארנומען מיט די געלט.


דעריבער בין איך זייער פרייליך מיט דעם וואס איר שרייבט אז איר לייגט די משפחה דאס ערשטע ביי אייער לעבן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אייך; אזא טייערע מאן האט איר, מיט ליכטיגע קינדער; הערט נישט אויף צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


די בזיונות וואס איר זענט אריבער וועט אייך נאר צוניץ קומען; מוהרא"ש זאגט, ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס מען קומט אפ מיט בזיונות, וואס פאר א דינים און גזירות מען נעמט אוועק - וואלט מען געזוכט נאך אביסל בזיונות.

#108 - מ'דארף שטיצן אנשי שלומינו, אבער מ'דארף זיך אליינס אויך שטיצן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, פרנסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז דו ציסט נישט ארויף די פרייזן, דו פארקויפסט פאר די געהעריגע פרייז. געב אכטונג אויף אנשי שלומינו, איך וויל מען זאל שטיצן אנשי שלומינו, אבער מען דארף זיך אליינס אויך שטיצן.


בנוגע דיינע קינדער; זאג פאר'ן מלמד ער זאל דיר זאגן דעם אמת. אויך די טיטשערס; זאג זיי זאלן דיר זאגן דעם אמת. איך ווייס אז זיי זאגן אלע די זעלבע נוסח פאר אלע עלטערן, עס איז שווער פאר מלמדים צו זאגן דעם טאטן אין פנים אריין: "דיין זון איז א מחוצף", דעריבער זאגן זיי אלע די זעלבע ליגנט. עלטערן דארפן אבער דרוקן די מלמדים צום וואנט, העלפן די קינדער אויסוואקסן בעלי דרך ארץ, בעלי מידות.


ווען די מלמדים זאגן מיר אויף מיינע קינדער גוטע גרוסן, זאג איך זיי אפאר מאל: "זאג מיר דעם אמת", און איך שטיי זייער שטארק אויף דרך ארץ.

#107 - די דריי תפילות היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס
שלום בית, שטעטל, פרנסה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט דאווענען די דריי תפילות שחרית, מנחה און ערבית אין צייט מיט מנין.


וויסן זאלסטו, די דריי תפילות דאס איז וואס האלט א איד אין מחנה ישראל, מען דארף זייער נזהר זיין אין די דריי תפילות, דאס היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח); בפרט אז דו וואוינסט אין שטעטל, אויב מען שטייט נישט אויף אין צייט קען אויסקומען מען זאל נישט הערן ברכו, קדושה און קדיש א גאנץ יאר; איז שוין כדאי צוריק צו קומען אין שטאט ווי איידער צו האבן אזא סארט לעבן.


מוהרא"ש זאגט, דאווענען מיט מנין איז מסוגל פאר פרנסה; קען זיין פשט, אז מען שטייט אויף פרי, מען דאווענט - וועט מען האבן פרנסה, און אז מען שלאפט אריין אין טאג אריין - ווי קען מען האבן פרנסה? אויך שלום בית, אז די ווייב זעט דעם מאן שלאפן ביז'ן טאג אריין, נו וואס קען מען ערווארטן...


הלוואי זאלסטו אננעמען די ווערטער, זאלסט זיך באנייען, גיין דאווענען בזמן ובמנין.

#106 - די קאפ זאל זיין אין גוטע זאכן
עבודת השם, פרנסה, תכלית, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט א וואוילע ווייב און א געזונט ליכטיג קינד; דארפסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער דיר שענקען נאך גוטס.


זע אז דיין קאפ זאל זיין אין גוטע זאכן, דאס הייסט, אפילו דו דארפסט זיין פארנומען צו ברענגען פרנסה, זאל דיר דיין קאפ זיין אין תכלית. אדער זאלסטו זיך מתבודד זיין, אדער עוסק זיין אינמיטן ארבעט מיט הפצה; ווען דו טרעפסט איינעם געב יענעם א ספר וכדומה, אדער בענק צום בית המדרש; ווארט צו קענען לערנען און דאווענען.


עס קען זיין א מענטש א מענטש האט געארבעט כל ימיו און ווען ער קומט ארויף אין הימל זעט מען ווי דער מענטש האט זיין גאנץ לעבן געלערנט און געדאווענט, ווייל ער האט געוואלט, געבענקט און געגליסט צו דעם; איז דאס אזוי ווי ער האט דאס געטון.


 

#105 - קום נישט אויף אמעריקע פאר פרנסה
משניות, פרנסה, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב דארט, קום נישט אויף אמעריקע פאר פרנסה, עס איז דא ביי ענק גענוג פרנסה; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפן א גוטע פרנסה, א גרינגע און איידעלע.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט, פארשפרייטן איבעראל די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


כאפ אריין יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך, אויך לערן אסאך משניות; משנ"ה באטרעפט פרנס"ה, דאס וועט דיר ברענגען פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - צניעות ביים ארבעטס פלאץ
צניעות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז די ארבעט איז אפגעטיילט, מענער באזונדער און פרויען באזונדער איז נישט קיין פראבלעם; זי קען נעמען די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#103 - לייג זיך אראפ פרייטאג, צו קענען מקבל שבת זיין אויסגערוטערהייט
שבת קודש, פרנסה, מוהרא"ש, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, עס איז געווען זייער א שיינע סיום; דיין טאטע און זיידע האבן אויסגעזען זייער צופרידן, זיי האבן אויסגעזען ווי זיי האבן זייער הנאה געהאט צו זען ווי דו ביסט מסיים ש"ס.


יעצט זאלסטו אנהייבן מסכת תענית; לערן דאס און חזר דאס מאה פעמים ואחד. איידער דו הייבסט אן לערנען זאלסטו זאגן: "הריני לומד לזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו", אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן אינעם בריוו וואס ער האט געשריבן איידער זיין הסתלקות, מען זאל לערנען לזכותו.


בארעכן זיך אויב עס לוינט זיך דיר צו ארבעטן א גאנץ ליל שישי און א גאנץ פרייטאג פאר די פאר דאלער און נאכדעם שלאפן א גאנץ שבת; שבת איז די שענסטע טאג פון די וואך, שבת איז די שענסטע מתנה וואס מיר האבן באקומען פונעם אייבערשטן, א שאד אוועק צו געבן דעם שבת פאר די פאר דאלער, אדער זאלסטו זיך מאכן צייט פרייטאג נאכמיטאג זיך אראפלייגן כדי זאלסט קענען מקבל זיין שבת מיט פרייד, אויסגערוטערהייט.


דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט (דברי תורה מהדורא תשיעאה, אות יג) בשם דער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער וואונדערט זיך פארוואס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן פרייטאג, ווייל עס איז אנדערש דער גאנצער שבת ווען מען איז אויסגערוט.


 

#102 - גיי מיט מוחין דגדלות וועסטו האבן גרויס שפע
פרנסה, קאר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קויף זיך א גרויסע קאר אז דו זאלסט האבן פלאץ פאר דיין גאנצע משפחה; עס קאסט טאקע מער געלט, אבער עס איז ביליגער ווי צו באצאלן פאר לויערס און פאר טיקעטס.


גיי מיט מוחין דגדלות וועסטו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#101 - הפצה איז די גרעסטע תיקון
הפצה, תשובה, אומאן, ראש השנה, פרנסה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר האבן די וואך געסט פון ירושלים, דריי אינגעלייט זענען געקומען באזוכן ביי אונז, מיר האבן זייער הנאה זיך צו מחזק זיין אינאיינעם; איך האף אייך אלע צו זען אין אומאן ראש השנה הבא עלינו לטובה ביים הייליגן רבי'ן.


איך בעט אייך זייער, לייגט אוועק אלע מניעות, קוקט נישט אויף גארנישט; דער רבי זאגט קומען קיין אומאן - דארף מען פאלגן. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


שטארקט זיך אין הפצה, יעדער איינער פון ענק זאל האבן עפעס א חלק אין פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די וועלט; הפצה דאס איז די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס איז עוסק און צוריק ברענגען אידישע קינדער צו אים, מוהרא"ש האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז רש"י הקדוש אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכעלע זלאטשובער אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז אזוי חשוב".


הפצה איז די גרעסטע תיקון; לאמיר זיך נישט אפנארן, לאמיר זיך נאר דערמאנען איין מינוט ווער מיר זענען, וואס מיר האבן אלץ געטון און וואס מיר דארפן אלץ פארעכטן; פאסטן - דאס איז נישט פאר אונזערע כוחות, און אויך האט דער רבי געזאגט מיר זאלן נישט פאסטן, אבער דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז מען זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, דארף מען פאסטן פ"ד תענתים; דאס איז ווען מען זינדיגט איין מאל און אויב מען איז אראפגעפאלן צען מאל, הונדערט מאל רחמנא לצלן, ווי קען מען אפילו אנהייבן טראכטן פון פאסטן?! וואס קענען מיר טון צו פאררעכטן? הפצה! דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן - דער פאררעכט די עבירה פון פגם הברית.


הפצה ברענגט שפע, מוהרא"ש זאגט: "ווער עס גייט הפצה, וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש"; דאס איז א פאקט, די אלע וואס גייען פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים - די אלע האבן שטענדיג שפע.


איך ווארט אייך צו זען אין אומאן ראש השנה.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.