בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, י"ח שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
אז דו ווילסט מצליח זיין אין פרנסה - דארפסטו אינוועסטירן אין צוויי זאכן, אין שלום בית און אין שמירת הברית, אנדערש וועט נישט זיין קיין הצלחה, ווייל נאר אז מען איז א שומר הברית און מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין - נאר אזוי איז דא וואו די ברכה זאל חל זיין.
שומר הברית מיינט מען אויך היטן די אויגן, לייגן א פילטער אויפן טעלעפאן טעבלעט קאמפיוטער וכדומה, ווייל אז מען האט אין שטוב און אין טאש א וועג צו קוקן אויסגעלאסענע עקלדיגע שמוץ - גייט די שכינה הקדושה אוועק פון שטוב, און ווי קען זיין א ברכה אין שטוב...
אז דער אייבערשטער איז אין שטוב - איז דא א ברכה, איז דא פרנסה, איז דא נחת, איז דא אלעס; אבער אז מען קוקט ניאוף רחמנא לצלן - טרייבט מען ארויס דעם אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (דברים כג, טו): "וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: "איר זאלט זיך פירן הייליג, נאר אז מען איז א שומר הברית וועל איך זיין מיט ענק".
אזוי אויך מיט שלום בית, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.), די פרנסה, די שפע - איז לויט ווי מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין, מען פירט זיך מיט דרך ארץ.
איך וויל דיר געבן א ברכה פון עשירות, אבער דו דארפט נאר מאכן די כלי לקבל, זיך פארנעמען די צוויי זאכן; זיין אפגעהיטן די אויגן און טון אלעס עס זאל זיין ליבשאפט אין שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.